Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הפצה אין ירושלים גייט אן מיט א פרישע חיות

    די מפיצים פון ירושלים קומען קיין בית שמש ווי יעדע וואך, איז מען אויך די וואך פרשת פנחס זיך צוזאם געקומען צום "כינוס המפיצים" ליל שישי אין אפיס פון מו"ה גדלי' בעלער הי"ו אויפן דולב גאס אין בית שמש. אבער די וואך זענען אויך די מפיצים פון ירושלים עיה"ק געקומען צו פארן קיין בית שמש, ווי מען האט זיך מחזק געווען אינאיינעם, און געהערט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א. * מען דרוקט אשר בנחל אין ירושלים צוליב די גרויסע פארלאנג פון אידן וואס ווילן מקיים זיין די צוואה וואס מוהרא"ש האט געבעטן צו דרוקן זיין ספר אשר בנחל, און האט צוגעזאגט גאר גרויסע הבטחות פאר ווער עס וועט נעמען א חלק דערין אז מען וועט זיכער האבן די ישועה וואס מען דארף, האט מען יעצט געדרוקט עטליכע הונדערט בענדער פון אשר בנחל חלק כ"ה מיט א ווייכע דעקל. עס איז נארוואס אנגעקומען צום מרכז הפצה אין ירושלים פון ווי עס ווערט פארשפרייט פאר גאנץ ארץ ישראל. * סעטס תוספתא ביים ציון פון רבין אין אומאן דער מרכז הפצה אין ירושלים האט פארקויפט אין די לעצטע חודש איבער 250 סעטס תוספתא. עס איז געקומען א ווענדונג פונעם מנהל בית הדפוס אין אומאן, הרב ישראל פוקס הי"ו אז ער דארף עטליכע סעטס פאר זיך און פאר די איינוואוינער פון אומאן, אזוי אויך צו לייגן ביים אוצר הספרים פון ציון, וואס וועט גענוצט ווערן דורך די די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען כסדר צום ציון פון הייליגן רבין אין אומאן. מו"ה דוד יעקב יאקאבאוויטש הי"ו וואס איז געפארן קיין אומאן, האט מיטגענומען מיט זיך די ספרים און האט עס אפגעשיקט צו מו"ה ישראל פוקס הי"ו, וואס האט עס הערליך געבינדן און מנדב געווען צום ציון הקדוש. * נייער אויסשטעל פון גליון היכל הקודש לשון הקודש דער נייער אויסשטעל פונעם גליון האט געגעבן א פרישע חיות פארן גליון היכל הקודש, און א פרישע שטראם פון נייע מפיצים האבן גענומען אויף זיך צו מפיץ זיין די גליונות. די גליונות ווערן געדורקט יעדע וואך ביי די פיר בתי הדפוס אין ארץ ישראל, פון וואו די מפיצים פארשפרייטן עס אין גאנץ ארץ ישראל. צוליב די פרישע פארלאנג האט מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו שוין געדארפט אנהייבן אנצוגרייטן פאריגע וואך די פיר גליונות פון דינסטאג. די פיר גליונות וואס מען געט ארויס איבערגעטייטשט אויף לשון הקודש זענען: גליון היכל הקודש, עצתו אמונה, סיפורי מעשיות, אשר היה אל יואל. 📜 צענדליגע טויזנטע זענען זיך מחיה מיט די איבערגעטייטשטע גליונות

    < זעה מער כד תמוז תשפ"א 📝
  • מקוה טהרה אין שטעטל מאכט גרויס פארשריט

    קרעיט מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו געלויבט דער אויבערשטער אז דער שטעטל וואקסט און בליעט קע"ה, מען זעט מיט די אויגן ווי עס ווערט אויפגעשטעלט א הערליכע אידישע שטאט אויפן הייליגן רבינ'ס נאמען. עס קומען צו כסדר נייע חשובע איינוואוינער, משפחות וואס זוכן צו אויפצוען זייערע קינדער אויף דער וועג פון אמונה ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט. דער ראש ישיבה שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פון אלעס וואס טוט זיך אין שטעטל לייגט אריין גרויסע כחות אז דער שטעטל זאל האבן אלעס וואס א אידישע שטאט דארף. מען האט שוין געבויעט פיר בתי מדרשים, א חדר, א סקול, א כולל, א ישיבה קטנה, עטליכע קליינע מקוואות, א מהודר'דיגע עירוב, די מוסדות התורה וואקסט און בליעט בליעה"ר, אזש אז מען וואקסט שוין אויס פון פלאץ. עס איז שוין דא א גראסערי, און נאך פילע היימישע געשעפטן און סערוויסעס, פון וואס פילע אינגעלייט האבן פרנסה ב"ה. באזונדער איז דער שטעטל א מוסטער פון אחדות און חסד, עס פארמאגט א בית התבשיל, עטליכע ארגאניזאציעס, ווי הילף פאר קימפעטארין, און עסן פאר שפיטעטלער, א באזאר איינצוקויפן קליידונג פאר כמעט בחנם, פילע אינגעלייט זענען אנגעשלאסן אין הצלה, חברים און פייערלעשער. אבער דער גולת הכתורת אין שטעטל איז הפצה. אלע פון גרויס ביז קליין שטרעבן וואס מען קען טון פאר הפצה, אז נאך אידן זאלן אויך קענען באקומען אזא געשמאקע לעבן וואס דער הייליגער רבי האט זיי געגעבן, יעדער טוט פאר הפצה אויף זיין וועג, מען שרייבט ספרים און גליונות, מען העלפט מיטן דרוקן פיזיש אדער מיט געלט, אסאך גייען אליינס ארום הפצה, אין שטובער אדער אין שולן. און אזוי ווייטער. אזוי ברוך השם, אנטוויקעלט זיך א הערליכע אידישע שטעטל וואס איז געבויעט אויף די יסודות וואס די צדיקים און ערליכע אידן האבן געלייגט. אצינד גייט מען ווייטער, ווען דער ראש ישיבה האט גענומען אויף זיך די מיסיע אויפצובויען א הערליכע מהודרדיגע מקוה טהרה, וואס איז קריטיש וויכטיג פאר א אידישע שטאט. מען האט שוין אנגעהויבן די בוי ארבעט מיט עליכע חדשים צוריק, און מען האט זיך שטארק געריקט פאראויס, און מען האלט שוין יעצט נאך די פרעימינג פונעם בנין, אריינגערעכענט אויך די קאמפליצירטע פרעימינג פאר די בורות. און מיטן אייבערשטנ'ס הילף האפט מען צו גיסן די בורות אין די גאר נאנטע טעג. מיט די האפפענונג אז דער מקוה וועט שוין קענען אריינגיין אין פולן באנוץ אין די קומענדיגע חדשים. מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל 📜 לערנען אין כולל הלכות מקוואות

    < זעה מער כא תמוז תשפ"א 📝
  • אומגעקומענער אין מירון טראגדיע זאגט "עס איז מיר זייער גוט דא"

    קרעדיט: מו"ה יואל מנחם גרשון שניטצלער הי"ו מיר שטייען היינט אין זייערע א שווערע צייט, די הסתר פנים איז שרעקליך גרויס. אידן זענען זייער פארווייטאגט, עס האבן פאסירט ביי אידישע קינדער פארשידענע שרעקליכע טראגעדיעס, איינס שווערער פון צווייטן. מענטשן דרייען זיך ארום אן א קאפ, מענטשן פרעגן "וואס גייט דא פאר?" מען איז זיך מחזק איינע דעם צווייטן מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן: "למה יאמרו הגוים", א גוי פרעגט 'פארוואס', אבער "אשרי העם שככה לו", וואויל איז אידישע קינדער וואס פרעגן נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, זיי גלייבן אז פונקט אזוי דארף צו זיין. דער הייליגער רבי טייטשט אין ליקוט מוהר"ן "ומשה נגש אל הערפל אשר שם האלקים", אז דארט אינעם נעפל, אינעם הסתר פנים, קען דער ערליכער איד טרעפן דעם אייבערשטן. לעצטנס איז ביי א פרוי פון אנשי שלומינו געקומען אין חלום איר ברודער ע"ה וואס איז ארויפגערופן געווארן בשמי מעל צוזאמען מיט די אנדערע 44 קדושים וטהורים ביים ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון אינעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, זי האט געזען אין חלום ווי איר ברודער קומט צו זיי אין די סוכה, זי זעט אים ווי ער רוימט אויף די סוכה און נעמט צוזאם די מיסט, זי האט אים געפרעגט: "הערשל, וואס טוסטו דא!?" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען אביסל ארויסהעלפן", דערנאך האט ער זיך אראפגעזעצט ביים טיש, זי האט זיך צוגעזעצט צום טיש נעבן אים און אים געפרעגט מיט ווייטאג: "הערשל, וואס גייט דא פאר? וואס האט דא פאסירט? דו ווייסט ווי שווער עס איז אונז! דו ווייסט ווי שווער עס איז פאר דיין ווייב, פאר דיינע קינדער, פאר טאטי און מאמי, פאר די גאנצע משפחה! וואס איז דא געשען?" האט ער איר געענטפערט מיט א שטראלנדיגע פנים: "זאלסט וויסן, אז עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל, דא איז נישטא קיין שום קשיות, דא שטימט אלעס. פונקט אזוי האט געדארפט זיין". ביז דא איז דער האר אויפשטעלנדע חלום. איר מאן האט פארציילט די גאנצע זאך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און געפרעגט צי דער חלום האט א האפט, מען זאגט דאך אז חלומות זענען געווענליך נארישקייטן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געענטפערט אין א בריוו אז דער חלום איז אן אמת'ע חלום, און נישט נאר דאס, נאר מען דארף זען צו מפרסם זיין די מעשה פאר די גאנצע וועלט, מען זאל נעמען דערפון חיזוק אין אמונה אינעם אייבערשטן, און אלץ געדענקען אז אין הימל איז נישטא קיין קשיות, דארט פארשטייט מען שוין אלעס. פאלגענד איז דער בריוו: בעזרת ה' יתברך ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן מרת ... תחי', קרית יואל אייער מאן האט מיר דערציילט די חלום וואס איר האט זיך גע'חלומ'ט פון אייער ברודער עליו השלום, וואס איז נפטר געווארן ל"ג בעומר אין מירון; ער איז נעבעך צעדרוקט געווארן ה' ירחם. איר האט אים געזען אין חלום אזוי פרייליך, ער האט אייך געזאגט: "עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל, דא איז נישטא קיין שום קשיות". איר האט אים געפרעגט אין חלום: "פארוואס קומסט נישט אין חלום צו אנדערע פון די משפחה?" האט ער געזאגט: "איך קען נישט קומען ווען מען איז טרויעריג, איך קען נישט ליידן די עצבות, איך קום נאר וואו עס איז פרייליך". דער חלום איז אמת, אויבן אין הימל איז נישטא קיין קשיות, אויבן אין הימל קען מען נישט ליידן די מענטשן וואס זענען טרויעריג. ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים א' טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה. שטארקט אייך מיט אמונה, זייט פרייליך. די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא:): "אין שכינה שורה", דער אייבערשטער רוט נישט, "לא מתוך עצבות ולא מתוך עצלות", ביי זויערע מענטשן און ביי פוילע מענטשן וכו', "אלא מתוך דבר שמחה של מצוה"; און די גמרא זאגט דארט: "וכן לחלום טוב", זאגט רש"י (דבור המתחיל לחלום טוב): "אם בא לישן מתוך שמחה", אז מען גייט שלאפן פרייליך, "מראין לו חלום טוב", ווייזט מען פון הימל גוטע חלומות. אייער ברודער איז אויבן אין גן עדן, אים איז יעצט זייער גוט. ער איז אוועק אין אזא הייליגע טאג, אין אזא הייליגע פלאץ, צווישן אזויפיל הייליגע מענטשן, און ער קומט צו די נאנטע וואס זענען פרייליך און האבן נישט קיין קשיות אויף די אמונה. זייט מפרסם דעם חלום פאר די משפחה און באקאנטע, עס זאל פארמערט ווערן אמונה. &nbsp; הציץ עליו בעל הבירה ואמר אני בעל הבירה

    < זעה מער כ תמוז תשפ"א 📝
  • די קינדער פון די ברסלבע תלמוד תורה אין די גלילות פון מאנרא פארברענגען א געשמאקע טאג אין קרית ברסלב ליבערטי

    קרעדיט: הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א היינט דינסטאג פנחס, נאכדעם וואס די קינדער האבן געלערנט אין חדר ווי יעדן טאג, די אינגערע קינדער די הייליגע אלף בית, און די עלטערע קינדער חומש און משניות. האבן די חשובע מלמדים הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א און הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א געטראגן די קינדערלעך אויף א געשמאקע אויספלוג צום שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, ווי די גאנצע אטמאספערע פון שטאט באשטייט פון "אמונה". מען איז אנגעקומען מיטאג צייט. צום ערשט איז מען געגאנגען באזוכן דעם תלמוד תורה, ווי מען איז אנטפאנגען געווארן אין לאָנטש-רום דורך חשובן מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א און הר"ר יוסף שניטצלער שליט"א, ווי אויך די אנדערע חשובע מלמדים שליט"א, ווי ר' משה בוים און ר' עזריאל כ"ץ, וואס האבן צוגעשטעלט פאר די קינדער א געשמאקע לאנטש, די קינדער האבן געגעסן און געהערט שיינע ווערטער פונעם מנהל שליט"א. נאך לאנטש זענען די קינדער אריינגעשפרינגען אין די וואסער ריידס וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורכ'ן מלמד הר"ר ישעי' איידליס שליט"א, ווי די קינדער האבן גאר געשמאק פארברענגט און הנאה געהאט. דערנאך זענען די טייערע קינדער געפארן צום בית התבשיל אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי זיי האבן געליינט קריאת שמע צום וואך נאכט פונעם ניי געבוירן אינגל בעיבי ביים מנהל פון בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, ווי די קינדער האבן ווארעם אנגעווינטשן פארן בעל שמחה ער זאל זען נחת פון זיינע קינדער, און האבן מתפלל געווען מיט די מלמדים אז דאס קינד זאל אויסוואקסן ערליך, און גיין אין די וועגן פון זיינע עלטערן. ר' שלמה נ"י - מנהל בית התבשיל האט מכבד געווען די קינדער מיט פיינע עסן און טרינקען. דערנאך איז מען צוגעפארן צום ראש ישיבה שליט"א אין בית המדרש, ווי די קינדער זענען דורכגעגאנגען איינס ביי איינס, און דער ראש ישיבה שליט"א האט עקסטער זיך אינטערעסירט ביי יעדעס קינד וואס ער מאכט. שפעט נאכמיטאג זענען די טייערע קינדערלעך אהיים געפארן מלא חיות, פרייליך און אויפגעלעבט, און מיט פרישע כחות אויסצונוצן די טעג ווייטער אנגעפילט מיט תורה, מצוות און יראת שמים. 📸 די קינדער אין קרית ברסלב ליבערטי וכל עצי השדה ימחאו כף

    < זעה מער יט תמוז תשפ"א 📝
  • ווארימע ניגונים צוגעפאסט פאר די דריי וואכן אויף קול ברסלב

    אריינטרעטענדיג אין די בין המצרים טעג, האט די באקאנטע "קול ברסלב" האטליין צוגעלייגט א גאר נוצבארע קנעפל, מיט ווארימע און הערליכע ניגונים אן מוזיק ספעציעל פאר בין המצרים, דער אפטיילונג געפינט זיך אויף >① אידיש>⑤ פארשידענס >⑥ ניגונים לימי הספירה >① ניגונים פון תשובה (1561) פון די מעין מעניו, דערנאך קען מען זיך אויסוועלן פארשידענע ניגונים, אדער דרוקן ⓪ פאר שאָפל (אלע ניגונים). דער אפטיילונג אנטהאלט הערליכע ניגונים פאר בין המצרים געזינגען דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס טוט אנווארעמען דאס הארץ זיך צוריק צו קערן צום באשעפער און דערמיט אויפבויען דעם אייגענעם בית המקדש וואס ליגט ביי יעדן איד אין הארץ, ווי דער הייליגער רבי זאגט אז ווען מען קלאגט אויפן חורבן בית המקדש וויינט מען נישט אויף די חורבן וואס איז געשען פאר צוויי טויזנט יאר צוריק, נאר מ'וויינט אויף די אייגענע חורבן בית המקדש, יעצט אין דריי וואכן קלאגט מען דערויף אז "ביי מיר אין מח איז נישטא קיין השראת השכינה, איך פארגעס פונעם אייבערשטן". דערפאר האט "קול ברסלב" צוגעשטעלט ספעציעלע ניגונים אן מוזיק, צוגעפאסט פאר די דריי וואכן, ווען מען הערט נישט קיין מוזיק, און דורכן דרוקן 0 ביים בין המצרים ניגונים מעניו קען מען הערן ניגונים פון מער פון א שעה, און איז זייער געאייגענט איינשלעפן די קינדער ביינאכט, און איינוועגס זיי אויפוועקן צום אייבערשטן. די נומערן צו רופן קול ברסלב איז: מעין נומער: 212-444-9191 אפסטעיט 845-351-0910 קאנאדא 438-300-8080 ענגלאנד 03303502361 ארץ ישראל 0797040066 כל רודפיה השיגה בין המצרים 🎙️ ניגונים פון תשובה - וואקאליש 📰 הונדער אינטערוויוס פון קול ברסלב 📰 קול ברסלב האטליין 📚 קונטרסים פאר די זומער טעג 📜 מסדר זיין די האטליין קול ברסלב

    < זעה מער יח תמוז תשפ"א 📝
  • לאקאלע באפעלקערונג אין שטאט אומאן ווערט וואקסינירט אין בעפארברייטונג צו ראש השנה

    די אוקריינע רעגירוג האט געלאזט אין גאנג א ברייטע "וואקסינאציע דרייוו" ספעציעל פאר די איינוואוינער פון שטאט אומאן, און זענען ארויס מיט א רוף צו אלע איינוואוינער פון שטאט, און בפרט די וועלכע זענען פארמישט אין די צוגרייטונגען פאר ראש השנה, אז זיי קענען קומען זיך וואקסינירן קעגן די קאוויד 19 ווירוס, און אזוי ארום וועלן זיי קענען זיין רואיג טראץ די גרויס אנלויפעניש פון די פילע אינטערנאציאנאלע געסט וואס קומען אריין פון איבער די וועלט, אז זיי וועלן נישט אריינברענגען די אנשטעקיגע קרענק צו די לאקאלע באפעלקערונג. די רעגירונג אין אוקריינע וואס האלט נאך אין די ערשטע שטאפלען פון וואקסינירן אירע בירגער, האט געלייגט די שטאט אומאן אלץ אן ערשטע פריאריטעט, כדי צו בארואיגן די ארטיגע איינוואוינער וואס הערן כסדר די דערשראקענע באריכטן פון די מידיע וואס האקט אין קאפ א גאנצן טאג "קאראנע, קאראנע, קאראנע", און דאס דערשרעקט די צוהערער זייענדיג זיכער אז יעדער אויסלענדישער באזוכער ברענגט מיט זיך דעם אנשטעקיגן קאראנע ווירוס. דער וואקסינאציע צענטער אין שטאט אומאן איז צושטאנד געקומען נאך פילע זיצונגען פון דער געזונטהייט מיניסטעריום און נאך פילע אפטיילונגען פון די אוקריינע רעגירונג, וואס האט א שטארקע אינטערעסע אז דער יערליכער קיבוץ פון אנשי שלומינו אויף ראש השנה זאל קענען צושטאנד קומען דאס יאר ראש השנה אויפן בעסטן פארנעם, און האט דערפאר באשלאסן צו עפענען דעם וואקסינאציע צענטער אין איינע פון די מיטלען צו קענען האלטן אפן דעם גרעניץ. אידן איבער די וועלט נעמען אויף די פאזיטיווע נייעס מיט גרויס פרייד, און זענען ווייטער מתפלל ביים אייבערשטן אז דער הייליגער קיבוץ זאל ווייטער קענען אנגיין אן קיין מכשולות, און מען זאל גיין און קומען קיין אומאן געזונטערהייט, און פועלן אלעס גוטס ביים הייליגן רבינס ציון.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"א 📝
  • נעקסט לעוול הפצה: ביזנעס קארטלעך

    קרעדיט: מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו די וועלט בלייבט נישט שטיין. דער בעל דבר ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצושלעפן אידן אין זיין נעץ, זה לעומת זה עשה אלקים, דער אייבערשטער האט אראפ געשיקט דעם הייליגן רבין וואס האט די עצות און מיטלען זיך צו שלאגן מיטן סמ"ך מ"ם, און זיינע תלמידים די הייליגע מפיצים רוען אויך נישט. פאר עטליכע אינגעלייט פון אנשי שלומינו איז בייגעפאלן א געדאנק צו מאכן פארשידענע "קארטלעך", עקסטער פאר מענער, פאר פרויען, און ענינים שונים, וואס די מפיצים גייען ארום און פארטיילן פון מענטש צו מענטש. וואס דאס האט שוין געראטעוועט אומצאליגע אידישע קינדער פון אריינפאלן אין טיפן אפגרינד ר"ל. איין אזא עפיזאד האט זיך לעצטענס אפגעשפילט ביי א איד, וואס האט עס פערזעליך פארציילט פאר איינע פון אנשי שלומינו: ביי איינעם אין זיין משפחה פון קרית יואל, איז נעבעך אריינגעפאלן א פראבלעם אין מח, און וואס א טאג שפעטער האט עס זייער שלעכט אפעקטירט די גאנצע משפחה אויף גאר א נעגאטיוון פארנעם, אויף אזוי ווייט אז די משפחה אנגעהויבן אראפפארן פון די רעלסן ר"ל... געטרייע חשובע עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די פרשה מיטן ציל צו ראטעווען די חשובע משפחה, און אלע האבן באשלאסן פה אחד, אז די איינציגע עצה פאר זיי איז "טעראפי", און האבן דערקלערט אז פאר בלויז בערך צוואנציג טויזנט דאלער א חודש וועט מען קענען אויסהיילן דעם פאציענט. עס איז דורך א חודש נאך א חודש, ביז נאך א גאנצע יאר האט מען זיך דערזען, אז טראץ וואס מען האט שוין אויסגעגעבן א פערטל מיליאן דאלער האלט מען נאך ביי "סטעפּ זיראָ". "גארנישט" האט זיך געטוישט. דער אייבירשטער וואס פירט די גאנצע וועלט, און גארנישט קען געשען אויסער וואס ער באשליסט, האט געזען די צער פון די משפחה, און האט געשיקט זיינע שליחים זיי צו העלפן. איין טאג, האט דאס ליידענדע ווייבל געטראפן א קליין קארטעלע, וואס איז געשטאנען דערויף פאר עצות און חיזוק רופט 212-444-9191 אדער פאר די קוואל פון חיזוק פרויען האטליין רופט 212-444-9169, זי האט אריינגעלייגט דאס קארטל אין טאש, און גערופן דעם נומער. עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און די גאנצע משפחה די עלטערן מיט די קינדער, האבן זיך אלע געשטעלט אויף די פיס, און אנגעהויבן צו לעבן מיטן אייבערשטן, און זענען ב"ה ארויס פון זייער פלאנטער אן קיין שום סייד עפעקטס. מען האט די וואך געדרוקט פינף און צוואנציג טוינזט פרישע קארטלעך, ווער עס וויל באקומען קארטלעך צו טיילן, זאל זיך ווענדן צו די מפיצים. אם הבנים שמחה הללוקה

    < זעה מער יד תמוז תשפ"א 📝
  • פרייליכע אלף בית סיום דורך די תינוקות של בית רבן אין ברסלבע חדר

    קרעדיט: הרב יואל טייטלבוים שליט"א מיט אן אומבאשרייבליכע שמחה זענען די תינוקות של בית רבן געקומען אין חדר פאריגע וואך דאנערשטאג. די קינדער פון פּרי כתה אלף, האבן מיט פרייד געענדיגט דורכן יאר די הייליגע אותיות התורה, ביים מלמד מומחה וירא שמים הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א, וואס געבט זיך אפ מיט די לעכטיגע נשמה'לעך מיט די גרעסטע מאס געדולד און איבערגעגעבנקייט. לכבוד דעם וואס מען האט יעצט מסיים געווען די הייליגע אלף בית, זענען די קינדער געקומען אין חדר אנגעטון מיט בגדי שבת, ווי מען האט געדעקט דעם טיש, און געגעסן פיינע נאש, און געזונגען שיינע ניגונים, ווי מען האט ארייגעפרעדיגט אין די קינדער די גרויסע שמחה אז "שלא עשני גוי", ווי שטארק מען דארף זיך פרייען בלויז מיט דעם אז מען איז א איד, און מען האט א קאפל, פיאות און ציצית. דער חדר פירט זיך א גאנץ יאר אויפן וועג ווי דער ראש ישיבה לערנט אויס, אז קינדער וואס באקומען די מצוות און אידישקייט מיט שמחה, וועלן מיטן אייבערשטנ'ס הילף בלייבן ערליך, און קיינמאל נישט וועלן אוועקגיין פון אידישקייט. די קינדער פונעם חדר לעבן מיטן אייבערשטן אויף א וועג וואס מען זעט נישט אין די גאנצע וועלט. די קינדער ווייסן און געדענקען אז דער באשעפער איז מיט זיי אייביג און איבעראל, און דאס דערקענט זיך אויף זייער התנהגות סיי בין אדם למקום - די גרויסע שמחה וואס מען זעט אויף סיי ביי יעדע דבר שבקדושה; און סיי בין אדם לחברו - דאס געוואלדיגע דרך ארץ מיט וואס די קינדער פירן זיך אויף איינע צום צווייטן, ווען זיי געדענקען אז "איינער" קוקט, דער אייבישטער איז דא מיט זיי, און און שטאלץ מיט זייער אויפפירונג. יונקי שדים אמרו זה קלי ואנוהו 📰 דער ראש ישיבה באזוכט אין חדר 📜 די חינוך וואס מען לייגט אריין 💬 שאלות און תשובות פאר מלמדים 📚 קונטרסים אויף חינוך 📚 דער נייער קונטרס פון ראש ישיבה "אידישקייט אין שיין"

    < זעה מער יג תמוז תשפ"א 📝
  • עס טוט זיך העפטיגע בויעריי ביים בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן

    קרעדיט מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו שוין די לעצטע עטליכע יאר, האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך איינקוואטירט אין אַן אייגענעם בנין, ווייט ארויס פונעם טומל און געפילדער פון די הויפט גאסן אין שטאט אומאן, ווי אנשי שלומינו טרעפן א ריינעם און רואיגן ווינקל אין אומאן, בעת מען וויילט אין שאטן פון הייליגן רבי'ן אין די הייליגע ראש השנה טעג. נאכדעם וואס אין די ערשטע פאר יאר האט מען זיך באנוצט מיט בלויז די אונטערשטע שטאקן, האט דער ראש ישיבה ווי שוין באריכטעט געהייסן מען זאל זעהן צו ענדיגן ווי מער צימערן, ווייל מען ערווארטעט דאס יאר אין אומאן גאר א גרויסער ציבור. און אזוי אויך זענען שוין די עקזעסטירנדע צימערן געווען אנגעפילט דאס מערסטע וואס מעגליך. ברוך השם אז די עושי המלאכה פלייסן זיך צו, אין די צימערן אינעם בנין זעט מען די בוי ארבעט פול אלע זייטן, אלעס ארבעט גאר העפטיג, פלאמבערס, עלעקטערישנס, און בעלי מלאכה וואס לייגן טיילס. אויך איז באשטעלט געווארן א גרויסע שיפמענט פון נייע בעטן צו קענען אויסשטאפירן די נייע צימערן וואס וועט בעזרת השם זיין גרייט פארן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. מען קען נאך רעזערווירן א בעט ביי הר"ר יחזקאל סאמעט הי"ו אויף 347-452-1936, אדער הר"ר העניך אינדיג הי"ו אויף 845-248-1651. געדענקט: בלויז א מספר מצומצם פארבליבן, וכל הקודם זכה. &nbsp; 📰 מען קויפט שוין טיקעטס קיין אומאן ראש השנה תשפ"ב 📰 בעט רעזערוואציעס אינעם בנין פון אנשי שלומינו 📜 רעד שיין צו דיין ווייב וועט זיך דיר לאזן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה 📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים" 💿 ניגונים פון תשובה - וואקאליש 📚 קונטרס "קריך ארויס פון שמוץ" &nbsp; 📚 קונטרסים אויף שמירת ענינים, עצות און חיזוק &nbsp;

    < זעה מער יב תמוז תשפ"א 📝
  • גרויס פארשריט אין בליה און וואוקס פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    קרעדיט: הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו פאריגע וואך פרשת קרח איז פארגעקומען א וויכטיגע זיצונג פון די הנהלה פון שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א, ווי מען איז דורכגעגאנגען פארשידענע ענינים וואס איז וויכטיג פאר די עתיד פון די קהילה און פארן שטעטל. &nbsp; פאלגענד זענען עטליכע נקודות וואס זענען באהאנדעלט געווארן ביים מיטינג: שטח בית החיים מען איז אריין אין קאנטראקט צו קויפן די גרויסע "פארם לאט", וואס געפונט זיך אנפאנג פונעם שטעטל, און וועט גענוצט ווערן פאר פארשידענע וויכטיגע זאכן פאר די קהילה, צום ביישפיל דער בית החיים, וואס דאס איז פון די גאר וויכטיגע זאכן, ווי דער ראש ישיבה דערמאנט אונז כסדר מען זאל אלץ געדענקען פונעם תכלית. אזוי אויך וועט מען בעז"ה בויען דארט פרישע דירות, און נאך פארשידענע זאכן פארן עתיד פונעם שטעטל. מקוואות טהרה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ווערט יעצט אויסגעארבעט די לעצטע פלענער צו בויען א מקוה טהרה. לויטן יעצטיגן פלאן וועט מען בויען א באזונדערע מקוה טהרה פאר יעדן געגענט פונעם שטעטל. צום ערשט מען וועט בויען איינס, און דערנאך גיין צום נעקסטן. פרייזן פון הייזער מען איז נאכאמאל איבערגאנגען די פרייזן וואס מען מעג צאלן אפצוקויפן אן עקזעסטירנדע הויז, און אזוי אויך די פרייזן וואס מען מעג בעטן ווען מען פארדינגט א הויז במשך די זומער וואכן. פלאץ אין חדר/סקול מען איז איבערגעגאנגען אלע אפציעס וויאזוי מקען לעזן דעם געשאפענעם מצב אז די בניני המוסדות זענען ברוך השם איבערגעפולט. מען האט אויסגעשמועסט אויב מען זאל צובויען צום יעצטיגן בנין, אדער עס לוינט זיך צו קויפן א פרישע בנין, פרטים וועלן נאכפאלגן. אפיס פון די מוסדות מען איז איבערגאנגגען פארשידענע וויכטיגע ענינים אינערהאלב די צעטראלע אפיס פון די מוסדות, וואס געפונט זיך אינעם בנין התלמוד תורה אין שטעטל, (וואס דינט די מוסדות פון אלע דריי לאקאלן, וויליאמסבורג, קרית ברסלב און קרית יואל) און ווערט אנגעפירט דורכן חשוב'ן מנהל הר"ר אברהם משה שטראססער שליט"א. מען האט לעצטענס אריינגענומען א פרישער אינגערמאן אינעם אפיס וואס וועט מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף גאר שטארק ארויס העלפן פאר די הצלחה פונעם מוסד. חסד ארגאניזאציעס&nbsp; די חסד וואס טוט זיך שטעטל איז אויף גאר א גרויסע פארנעם. איינע פון די חשובע פרויען איז בייגעפאלן א געדאנק אין חסד, זי טראגט אריבער פרישע היימישע עסן פאר די פרויען וואס זענען אין שפיטאל נאכן האבן א קינד, וואס דאס איז א געוואלדיגע חסד און העלפט שטארק ארויס פאר די פרישע קימפעטארינס. אויך גייט ווייטער אן די "עזר ליולדת" ארגאנעזאציע, אנגעפירט דורך משפחת מענדלאוויטש, וואס פארטיילן נאכטמאל פאר אלע קימפעטארינס, און ווי מען הערט נאך איז דאס גאר א געוואלדיגע הילף, און דער אייבערשטער וועט זיי זיכער באצאלן פאר דעם מיט אלעס גוטס. &nbsp; מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיך די שטעטל ווייטער בויען גאר הערליך שיין, אויב מיר וועלן זיך אלע האלטן צוזאמען כאיש אחד בלב אחד.

    < זעה מער יא תמוז תשפ"א 📝
  • אוקראַינע רעגירונג פאַרשפּרעכט אַן אָפענעם גרעניץ פאַר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט

    אַזוי ווי מען רוקט זיך בעזהשי"ת נענטער צום הייליגן פארכטיגן טאג ראש השנה, ווען "כל באי עולם עוברין לפניו כבני מרון", גרייטן זיך אידן צו פון די גאנצע וועלט צום יערליכן נסיעה צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן. מה נאמר ומה נדבר, נאך אזעלעכע צוויי שווערע יאר וואס איז אויף אונז אריבער, וואס צרות אחרונות משכחות את הראשונות. וויפיל אינגע מענטשן זענען נעבעך אוועקגעריסן געווארן פון אונז אין די פארגאנגענע צוויי יאר? אזויפיל פרישע יתומים זענען ליידער צוגעקומען צו כלל ישראל, אידישע פרנסות זענען צושאקעלט געווארן, אידן קוקן ארויס אויף גרויסע ישועות. און וואו אין דער וועלט איז נאך דא א ציון פון א צדיק וואס האט צוגעזאגט אזעלעכע גרויסע הבטחות? אידן מאמינים בני מאמינים שטארקן זיך אין אמונה אין אייבערשטן און אין זיינע צדיקים, הערן וואס דער הייליגע רבי זאגט אז ער וועט זיין א לאיער פאר אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, און פועלן ביים אייבערשטן א גוט יאר, דערפאר קומען אלע צו לויפן צום הייליגן רבינס ציון. מען קוקט אויף גארנישט, מען קויפט זיך א טיקעט און מען איז מתפלל אז מען זאל זוכה זיין צו קומען צום הייליגן רבינס ציון. נאכדעם וואס פאריאר האט די אוקריינע רעגירונג פארשלאסן דעם גרעניץ נאך דרוק פון די ערב רב, איז פאריגע וואך פארגעקומען א זיצונג פון עסקנים צווישן זיי הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו פון יו-דזשעי-או פון וויליאמסבורג, ווי דער אוקראינישן אמבאסאדאר האט פארזיכערט פאר די ברסלבע חסידים, אז זיין רעגירונג וועט [בעזרת השם] היי יאר אריינלאזן די צענדליגע טויזנטער אידן אויף ראש השנה הבעל"ט קיין אומאן. ער האט צוגעלייגט אז זיי אנערקענען די אנגעוויזנקייט וואס דער אוקראינישער עקאנאמיע האט אויף די צענדליגע טויזנטער געסט וואס קומען יעדעס יאר צו פליען אויף ראש השנה. און האט פארשפראכן אז די אוקראינישער רעגירונג וועט שוין מער נישט פארשפארן דעם גרעניץ, אז אלע אידן פון איבער דער וועלט זאלן קענען [בעזרת השם] אריינקומען אן קיין באזונדערע שוועריקייטן. מען איז ווייטער מתפלל אז מען זאל איבערקימען אלע שוועריקייטן פון די הייליגע נסיעה. און מען זאל קענען היי יאר וויילן אויף ראש השנה ביים רבינס ציון, און פועלן א גוט געבעטנטש יאר פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל. קיינער טאר נישט פעלן

    < זעה מער י תמוז תשפ"א 📝
  • וואלונטירן געזוכט ראש השנה אין אומאן

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אין אומאן קומט יעצט פאר העפטיגע ארבעט ביים בנין היכל הקודש, צוצוגרייטן דעם בנין אויפ'ן שענסטן און בעסטן פארנעם, צו קענען ארייננעמען די פילע אנשי שלומינו וואס ווילן מיטהאלטן א געהויבענעם ראש השנה אין אומאן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. אזוי ווי עס איז ערווארטעט גאר א גרויסער עולם דאס יאר אין אומאן, זוכט מען וואלונטירן וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט אין אומאן אין די טעג פון ארום ראש השנה. ס'איז דא פארשידענע סארט ארבעט פאר יעדן איינעם, ווער עס וויל נעמען א חלק אין די גרויסע זאך, קען רופן 347-452-1936. אויך קען מען רופן דעם זעלבן נומער צו דינגען א בעט אינעם בנין פאר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט. פילע אידן גרייטן זיך שוין אויף די נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס", "מיין גאנצע זאך איז ראש השנה", "קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!

    < זעה מער ז תמוז תשפ"א 📝
  • מען גרייט זיך צו א פרישע זוממער סעזאן אויף די בערג

    קרעדיט מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו אזוי ווי אלע יארן פארט דער ראש ישיבה שליט"א ארויס מיט די בחורים אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו מען קען זיין אפגעזונדערט פון די שטאטישע גאסן, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן תורה ותפילה און יראת שמים. דאס יאר איז געפלאנט אז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די בחורי הישיבה וועלן זיך אויפהאלטן זוממער אין שטעטל אזוי ווי פארגאנגענעם יאר, דאס איז א ספעציעלע זכיה פאר די איינוואוינער פונעם שטעטל, וואס קענען מיטהאלטן פונדערנאנט די שיעורים און תפלות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און וועלן מיטהאלטן די שיעורים און תפלות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט איז באקאנט דער שיעור התחזקות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדע נאכט, וואס דעמאלטס קומען צו פארן פילע אידן פון נאנט און ווייט, צו הערן אביסל ווארימע ווערטער און זיך דערכאפן דאס הארץ, און זיך דערמאנען א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשעפער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און וואס מ'דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר חומש, משניות און גמרא, און מיט דעם טוט מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו ראש השנה, וואס איז שוין אט אט דא. די ישיבה קטנה בחורים וועלן פארברענגען זוממער אין א קעמפ וואס איז ספעציעל אפגעדונגען געווארן פאר זיי, וואס דאס וועט זיכער זיין גאר א גרויסע תועלת, און וועלן מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אריינכאפן אסאך פסוקים חומש פרקים משניות און בלעטער גמרא, און אזוי אויך אלע גוטע מדות ומעשים טובים וואס די חשובע מגידי שיעור שליט"א לייגן אריין אין זיי. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, מען וועט זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראת שמים. ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער ו תמוז תשפ"א 📝
  • הדרן עלך ששה סדרי תוספתא

    קרעדיט: מו"ה יהושע העשיל דובדבני הי"ו - ירושלים עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען דעם פרייטאג זוכה געווען צו ענדיגן די צוואנציגסטע מחזור פון ששה סדרי תוספתא, און שבת קודש פרשת קרח האט מען אנגעהובין דעם פרישן מחזור אין תוספתא. שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב. אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא. מען זעט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פארן מענטש אויף אייביג. מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זעהן אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט. אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת. דער נייער מחזור אין תוספתא האט געברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים. אין ארץ ישראל איז אפגעהאלטן געווארן א שיינע סיום לרגל די סיום פון תוספתא אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור אנשי שלומינו. איינע פון די מפיצים האבן דארט פארציילט אן ערשט האנטיגע עפיזאד, אז נישט לאנג צוריק האט ער אנגעהויבן א שיעור צו לערנען יעדן טאג דעם "בית נצחי" (בבלי ירושלמי תוסתפתא), און האט גלייך דערנאך געטראפן א הערליכע דירה אין אלעד פאר א גאר ביליגע פרייז, "איך בין זיער אז עס איז אין זכות פון דעם שיעור אין בי"ת". הרב שמעיה פרידלאנד הי"ו אין אן אינטערוויו פאר קול ברסלב (אויף לשון הקודש) האט פארציילט אז א האלבע יאר צוריק האט ער זיך פארבינדן מיטן מרכז הפצה ירושלים, און זיך איינגעקויפט א תוספתא, און האט גלייך אנגעהויבן א שיעור דערין, און יעצט האט ער ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן תוספתא. "איבעריג צו זאגן אז זייט דעמאלטס זעה איך א שטארקע הצלחה אין מיינע געשעפטן". אנשי שלומינו אין צפת און טבריה האבן געפראוועט א שיינע סיום ביים ציון פון הייליגן תנא רבי חייא וואס האט געשריבן דעם תוספתא. מען האט געהערט א שיינע שמועס פון הר"ר נחמן יאקאבאוויטש הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט אז דער עיקר דארף מען געדענקען "איך הייב אן פון יעצט", און בעז"ה אין איינס און א האלב יאר ארום וועלן מיר ענדיגן אינאיינעם דעם תוספתא. נאך האט ער ארויסגעברענגט ווי די גמרא דערציילט אין מסכת בבא מציעא איז דער הייליגער תנא רבי חייא געווען א גרויסער מפיץ, דערפאר איז דא דער ריכטיגער פלאץ זיך מחזק זיין אין דעם ענין פון הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ווערטער איבער גאנץ ארץ ישראל. גדול יהיה כבוד הבי"ת הזה! 🛒 צו קויפן א סעט תוספתא - הערליכע דרוק, גרויסע שיינע אותיות, מנוקד 📸 סיום ששה סדרי תוספתא אין ירושלים עיה"ק - ליל שישי קרח תשפ"א 📸 סיום ששה סדרי תוספתא ביים ציון הק' פון התנא רבי חייא - ליל שישי קרח תשפ"א

    < זעה מער ה תמוז תשפ"א 📝
  • שיינע חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג

    קרעדיט: מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו נעכטן זונטאג חוקת העעל"ט, איז פארגעקומען אין די ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג דער שיינער "חומש סעודה", ווי די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מסיבת "חומש סעודה". די הערצער פון די פילע עלטערן און זיידעס וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים שיינעם חומש סעודה זענען געווארן איבערגעפילט מיט נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש. דער ראש ישיבה שליט"א האט געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער און אנגעווינטשן פאר די קינדער צו וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים. אזוי אויך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פון דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, און אזוי אויך פון הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א. דער ברסלבער תלמוד תורה וואס שטייט שוין איבער צען יאר כן ירבו, איז באקאנט פאר אלעמען, אז דארט לייגט מען דער עיקר דגוש אויף אויסלערנען די קינדער "אמונה", אז אמונה זאל נישט זיין נאך א זאך וואס זיי ווייסן, און מען נעמט עס ארויס איין-צוויי מאל א יאר ווי למשל פסח ביינאכט, אדער פורים נאכמיטאג, נאר אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, די אמונה זאל ביי זיי זיין קלאר און זיכער, און זיי זאלן אויפוואקסן פון די יונגסטע עלטער וויסנדיג אז דער באשעפער איז ממש דא מיט זיי אייביג און איבעראל. אזוי אויך לייגט מען א געוואלדיגע געוויכט אז די קינדער זאלן וויסן זייער חשיבות אז זיי זענען געבוירן געווארן אלץ אידן, און האבן באקומען די הייליגע תורה פונעם אייבערשטן, און נאר אויב מען פאלגט דעם אייבערשטן קען מען האבן א גוטע לעבן, אפילו אויף דער וועלט. און דעם תלמוד תורה געט מען שטארק אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט אויך בנפש, ווי יעדער מלמד גיבט אכטונג נישט צו פארשעמען קיין קינד. מען לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען לעבט מיט אנדערע מענטשן און זיך רעכענען מיט א צווייטנס געפילן. מען איז מחנך די קינדער מיט שמחת המצוות, מען פארציילט פאר די קינדער אזעלעכע מעשיות פון צדיקים וואס רעדן צו קליינע קינדער, און מען לערנט זיי אויס אז אויך זיי קענען זיין א צדיק, און קענען וואקסן ערליכע אידן. ברוך השם, עס זענען ארויסגעקומען הערליכע פירות, עס זענען שוין דא פילע אינגעלייט תלמידים פון די הייליגע תלמוד תורה, אינגעלייט זענען יראי השם, וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן ערליכע אידישע שטובער על דרך ישראל סבא. אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן 📸 די שיינע חומש סעודה

    < זעה מער ד תמוז תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1111 to 1125 of 1674 results

1 2 ... 72 73 74 75 76 77 78 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com