Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • גרויסע צוגרייטונגען צום היסטארישן מעמד הכתרה פונעם דיין שליט"א

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאלל הי"ו מיט גרויס עקסטאז גרייטן זיך אנשי שלומינו צום געהויבענעם מעמד הכתרה, וואס וועט פארקומען בעזרת השם יתברך אום זונטאג פרשת תצא, ז' אלול הבעל"ט, און וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן אוידיטאריום פונעם בנין המוסדות אין ליבערטי, ווי מען וועט אפגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט ממנה זיין דעם גרויסן תלמוד חכם וואס יראתו קודמת לחכמתו הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק בקהילת היכל הקודש ברסלב ליבערטי, און וועט בעז"ה שטיין צום דינסט פונעם ציבור צו פסק'נען שאלות. די עסקנים זענען די וואך געזיצן ביי מיטינגען אויסצוארבעטן די טעכנישע דעטאלן וואס פעלט זיך אויס פארן גרויסן מעמד. אין דעם איז אריינגערעכענט די שירה וזמרה, א סעודה רחבה פאר אלע משתתפים, און די באצירונגען און אויסשטעל פונעם זאל לכבודה של תורה. עקסטער זיצן די עסקנים מיט די פאליציי און שטאטישע באהערדע, ווי מען רעדט מיט זיי איבער די טרעפיק און פארקינג, אז אלעס זאל זיין צו די צופרידנקייט פון די שטאט און פונעם ציבור, מען ארבעט אויס מיט זיי עטליכע פארקינג ערטער אינעם געגענט וואס זאל זיין שטיין צום דינסט פון די משתתפים. מיט דעם אלעם ווערט ערווארטעט אז דער ציבור וועט זיין אסאך מער פון וויפיל פארקינג מען קען צושטעלן אינעם געגענט, דערפאר ווערט געפלאנט מען זאל צושטעלן שאטל באסעס פון שטעטל אהין און צוריק עקסטער פאר מענער און פרויען, וואס וועט טראגן דעם ציבור, אזוי אז מען וועט קענען פארקן אין שטעטל און פון דארט נעמען דעם שאטל וואס וועט צוטראגן בעז"ה צום טיר פון זאל. מיט אייבערשטנ'ס הילף ווערט ערווארטעט א הערליכער מעמד, מיט די פערזענליכע באטייליגונג פון פילע גרויסע רבנים, ביי וועם דער דיין שליט"א האט גענומען שימוש. דער ראש ישיבה שליט"א טוט איינלאדענען אלע אנשי שלומינו מיט די משפחות צום דער היסטארישער מעמד הכתרה וועט וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע. על ידי דיינים כשרים, התורה חביבה בעולם (ספר המידות, ערך דיין, אות ה) 📅 איך וויל דיך לאדענען, דיר און דיין בני בית

    < זעה מער יח אב תשפ"א 📝
  • בחורים לערנען פערציג מאל מסכת תענית ביז ראש השנה

    קרעדיט: מו"ה יודל אייזנער הי"ו פארגאנגענעם שבת קודש, האט זיך אנגעהויבן דער "מסכת תענית טומל" אין ישיבה, די בחורים זיצן צוגענאגלט צו די בענקלעך, די אויגן צוגעבינדען צו א גמרא מסכת תענית, דער עולם זיצט אויף די פלעצער און לערנט פלייסיג מיט חשק, און מ'ענדיגט יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית. אנגעהויבן האט זיך עס אין יאר תשע"א. עטליכע טעג פאר חמשה עשר באב האט מוהרא"ש זי"ע געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער וויל אריבערקומען אין קעמפ אום חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. חמשה עשר באב תשע"א איז מוהרא"ש טאקע געקומען אין קעמפ, מען האט געמאכט א גרויסע סעודה, מוהרא"ש האט גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים אז "אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן זיי אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה". פון דעם קומענדיגן טאג האט מען מער נישט געקענט רעדן צו קיין בחור אין קעמפ, אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און אנגעהויבן לערנען מסכת תענית מיט'ן ציל צו ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג פון פריש. עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, דער יצר הרע האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי די בחורים לערנען אזוי פלייסיג, און אז באלד וועלן זיי שוין אלע חתנים ווערן, האט זיך אנגערוקט שווערע שטורעם ווינטן, דער האריקעין "איירין" איז דאן אנגעקומען מיט פולן קראפט, און ווען מען האט זיך אויפגעוועקט אינדערפרי, האט מען געזען אז דער טייכל וואס לויפט נעבן קעמפ האט זיך געהויבן מיט איבער צען פיס העכער ווי געווענליך, און די קעמפ האט אנגעהויבן ווערן מער און מער פארפלייצט מיט וואסער. די לעקטער און וואסער איז געווארן אפגעהאקט, און די גאנצע קעמפ האט געמוזט זאפארט אוועקואירט ווערן, די שטאטישע רעטונג איינהייטן זענען אנגעקומען מיט פאליציי קארס און פייער טראקס צו נעמען דעם עולם, צוליב וואס די גאסן און וועגן זענען שוין געווען פארפלייצט און מען האט שוין נישט געקענט פארן מיט געווענליכע אויטאס. די באאמטע האבן גענומען א טייל עולם צום פייער סטאנציע, און די אנדערע האבן זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע געגנטער וואס זענען געווען אביסל העכער און נישט געווארן אזוי שטארק אפעקטירט פונעם האריקעין. יעדער איז ארויסגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט, איידער די גאנצע קעמפ געפונט זיך שוין אונטער'ן וואסער. די בחורים האבן אבער מיטגעשלעפט זייער תפלין זעקל אין איין האנט, און די גמרא מסכת תענית אין די אנדערע האנט, ווייל זיי האבן נישט געוואלט פארפאסן אפילו נאר איין טאג פון צו לערנען מסכת תענית. וואו די בחורים זענען נאר אנגעקומען, טייל אין די פייער סטאנציע, טייל אין א גאז סטאנציע, טייל אין אנדערע קעמפס און קאנטריס, האבן אלע געענדיגט די גאנצע מסכת, טראץ די אלע טלטולים און שוועריקייטן. ווען די שטורעמעס האבן נאכגעלאזט און מען האט שוין ענדליך געקענט זיך צוריק קערן אין קעמפ, איז אבער נאכאלץ נישט געווען קיין לעקטער אין קעמפ. אבער די בחורים האבן ווייטער געמוזט ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג, און צו די שיין פון ליכט זענען די בחורים געזעסן ביז אין די שפעטע נאכט שעות און געלערנט פלייסיג א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא. למעשה האבן די בחורים אויסגעפירט און האבן זוכה צו ענדיגן פערציג מאל מסכת תענית, יעדן טאג ביז ראש השנה. צדיק גוזר והקדוש ברוך הוא מקיים, גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן קומען גוטע שידוכים פאר די בחורים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. במשך די יארן זינט דעמאלט, האט עס ווייטער אנגעהאלטן יאר יערליך, די פרישע בחורים האבן יעדעס יאר געענדיגט מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און ב"ה פילע שידוכים זענען געשלאסן געווארן אין דעם זכות אין לויף פון די יארן. אויך פילע בחורים פון אנדערע ישיבות, וואס האלטן מיט די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, כאפן זיך אויך צו דערצו, זיי האבן אויך געלערנט מסכת תענית פערציג מאל, און זענען ב"ה אויך געהאלפן געווארן מיט שיינע שידוכים. פאריגע וואך דאנערשטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן די מסכת תענית, ווייל שבת קודש חמשה עשר באב וועט מען אנהויבן לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה. פארשטייט זיך אז די בחורים האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעם טאג, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס יאר אויך קומען פילע חתנים אין ישיבה. "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", א צדיק אויף יענע וועלט האט ער נאך א גרעסערער כח, און מוהרא"ש וועט זיכער אויס'פועל'ן פאר די אלע בחורים אז זיי זאלן טרעפן זייערע באשערטע בקרוב ובניקל. 🎦 היסטארישע קאפיטלען קעמפ תשע"א האריקעין איירין (לכבוד א שמחה) 📚 עצות לבחור ישיבה 💿 קום צוריק 📚 ראש השנה ביי צדיקים אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער יז אב תשפ"א 📝
  • בלויז איין וואך צום דראמאטישן שפיל פאר פרויען: פארטוישטע קינדער

    מיטן אייבערשטנ'ס הילף גרייטן זיך די העכער קלאסן מיילדעך פון "בית פיגא" צום מעידזשאר פלעי וואס גייט בעז"ה פארקומען קומענדיגע וואך פרשת ראה הבעל"ט. אזוי ווי די פארגאנגענע שפיל, גרייט זיך בית פיגא מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו א פרישע העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטישע שפיל, מיטן נאמען "פארטוישטע קינדער" און מיט'ן אייבערשטנס הילף, וועט עס נאך זיין אסאך שענער, און בעסער ווי די פריערדיגע. די פראדוצירערע האבן אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות ארויסצוברענגען די חשובע תלמידות זייערע בעסטע טאלאנטן, און אנטשפרעכט צו האלט די אוידענץ געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, און וועט איבערלאזן ביי זיי א רושם אויף גאר א לאנגע צייט. בפרט, וועט עס אינספירירן די טייערע חשובע פרויען און מיידלעך מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך אהיים, און וועט זיי געבן פרישע כחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן. די פריערדיגע שפיל וואס איז ארויסגעקומען אויף די-ווי-די און איז פארקויפט געווארן אויף די אידישע גאס, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס אויף די מארקעט, און ווערט נאך היינט פארקויפט דערפון טויזנטער שטיק, האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אלע צוהערער, ווי מען קען זען פון די "ריוויוס" וואס די קאסטומערס אויף "ניגון מיזוק" האבן איבערגעלאזט, צום ביישפיל האט איינע געשריבן (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב נאך קיינמאל געהאט, נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חברטע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!". ווי געזאגט אנטשפרעכט דער פלעי בעזר השם צו זיין אסאך בעסער, שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע, דער שפיל "פארטוישטע קינדער" איז געבויעט אויף די עלפטע מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט געשריבן וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים. מען קען שוין קויפן טיקעטס. רופט 845-422-5305 אדער 929-722-6836. דער שפיל וועט פרעזענטירט ווערן דריי מאל: זונטאג ראה (למס' אויגוסט 1) אום 2:00 מיטאג, מאנטאג און דינסטאג ראה (למס' אוגוסט 2-3) אום 8:00 אווענט, און וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם הערליכן גרויסן אוידיטאריום פון די בנין המוסות אויף 39 טשעסטנאט סטריט, ליבערטי ניו יארק 12754. 📸 דער שפיל "פארטוישטע קינדער" 🛒 צו קויפן די DVD פון די פריערדיגע שפיל

    < זעה מער טז אב תשפ"א 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ די צוויי און א האלב טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א

    אין בלויז אביסל מער פון איינס און א האלב יאר זינט די מערכת פונעם וועבסייט האט ארויפגעלייגט דער טויזנסטער בריוו, צייכענען מיר אפ מיט פרייד דאס ארויפלייגן דעם בריוו נומער 2,500 געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א אויף אונזער "בריוו" אפטיילונג. דאס איז אויסער די בערך 1,370 הונדערט בריוו אינעם "פראגעס" אפטיילונג, און נאך הונדערטער בריוו אין די "מכתב יומי" אפטיילונגען. די אלע בריוו זענען אנגעפילט מיט קלארע הדרכה, אינספירירנדע חיזוק און פראקטישע עצות פאר פילע שואלים וואס פרעגן אן דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי זייערע פילע ספיקות און צוויייפלענישן וואס עס מאכט זיך זיי נאר. דאס אלעס ווערט געדרוקט בעז"ה וועכענטליך אין די "עצתו אמונה" קונטרסים, וואס איז אגב פון די הייסטע אייטעמס און ווערט צוכאפט פון די מפיצים. די עצתו אמונה קען מען אויך דאולונדן בעז"ה וועכענטליך פון "ברסלב סענטער" וועבסייט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען ערמעגליכט עס צו קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן אין "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער דורך אימעיל subscribe@kerenhadfusa.org. אזוי אויך קען מען קויפן פאר א מינימאלע פרייז די געדרוקט קונטרסים און ספרים עצתו אמונה אויף דעם נייעם הערליכען וועבסייט: shop.breslevcenter.com. וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע ספרים, קונטרסים און סידיס און נאך. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. דער גליון - וואס האט אנגעהויבן בשנת תשע"ב מיט נישט מער פון 500 קאפיס א וואך, ווערט היינט פארשפרייט שווערע טוינטער קאפיעס פון די גליון אין דער אידישער שפראך אליינס. אין די שולן אלע אידישע געגנטער אין גרעיטער ניו יארק. - וואס דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט. און חוץ מזה ווערן נאך טויזנטער פארשפרייט אין די ענגלישע שפראך און אויף לשון הקודש. לדעת את המעשה אשר יעשון 🎞️ צו אייער טיר אויף די פאסט 📚 עצתו אמונה פון די לעצטע וואכן 📖 עצתו אמונה חלק ד'&nbsp;

    < זעה מער יג אב תשפ"א 📝
  • הכתרה פאר'ן ראש הכולל הרב הגאון רבי יונה זינגער שליט"א קומענדיגן זונטאג תצא הבעל"ט

    קרעדיט: מו"ה ארי פיש הי"ו מיט גרויס פרייד גרייטן מען זיך אין קהילת היכל הקודש, צום גרויסן "מעמד ההכתרה", ווען דער ראש ישיבה שליט"א גייט מכתיר זיין דעם ראש הכולל הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק פאר די גרויסע קהילה. דער פרישער דיין שליט"א וואס האט שוין ארויסגענומען היתר הוראה פון גרויסע מורי הוראה, האט אויך גענומען שימוש ביי גרויסע דיינים מומחים, וועט מיטן אייבערשטנס הילף שטיין צום דינסט פון די קהילה, צו פסק'נען שאלות און ענטפערן פאר אלע שואלים בדבר ה' זו הלכה. אזוי אויך לערנט דער דיין שליט"א פאר א גרונטליכע שיעור פאר די בחורים טאג טעגליך אין ישיבה היכל התורה ווי תלמידים מבקשים וואס ווילן זיך משלים זיין בהלכה, קומען צום שיעור פונעם דיין ווי מען לערנט יעצט הלכות שבת, און הערן זיך צו צום דיינ'ס שיעור ווי ער לערנט מיט די בחורים שולחן עורך אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אראפגעשטעלט, אז מען הייבט אן מיט די דברי חז"ל אין די גמרא, און דערנאך לערנט מען די ראשונים דערויף, און הערשט דאן לערנט מען עס אין שולחן ערוך, און דערנאך שמועסט מען אויס די הלכות וואס קומען ארויס דערפון למעשה בזמנינו, ווי די פוסקים אין די פילע תשובה ספרים זענען מכריע. דער גרויסער מעמד, ווי דער גאנצער ציבור אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה, וועט מיטן אייבערשטנס הילף פארקומען אינעם גרויסן זאל אין תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין ליבערטי, אויף 39 טשעסטנאט סטריט, קומענדיגן זונטאג פרשת כי תצא ז' אלול הבעל"ט. מיטן אייבערשטנס הילף איז ערווארטעט א גאר שיינער מעמד, מיט די באטייליגונג פון גאר חשובע רבנים הגה"צ שליט"א, בפרט פון די גרויסע דיינים ביי וועמען דער דיין שליט"א האט גענומען שימוש. יגדיל תורה ויאדיר 📰 סיום דורכן דיין אין שטוב פון ראש ישיבה 📜 שיעור כללי פון דיין אין הלכות פסח

    < זעה מער יב אב תשפ"א 📝
  • קונטרס "צושנייד מיך נישט", לע"נ הילד לייבי קלעצקי ז"ל, וועקט אויף די אידישע וועלט

    קרעדיט: מו"ה יושע העשיל דובדבני הי"ו אפילו עס זענען שוין דורכגעגאנגען צען יאר פונעם טראגעדיע פונעם טייער קינד לייבי קלעצקי ע"ה פון בארא פארק וואס האט בשעתו אויפגעטרייסעלט דאס אידישע וועלט, הילכט נאך אפ די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט דאן געזאגט א שיעור און האט דורכגענומען די ביינער פון אלע צוהערער, מוהרא"ש זי"ע רעדט דארט איבערן שוידערליכן אומגליק וואס האט פאסירט אז א אידיש אינגל האט אומשילדיג שפאצירט אין גאס, אויפן וועג אהיים פון חדר, און א איד האט אים לא עלינו פארכאפט אויפן גאס, און אים רחמנא ליצלן אומגעברענגט אויף אן אכזריות'דיגן אופן. מוהרא"ש גייט דערנאך צו און רעדט איבער די אומגליקן פון אידישע קינדער וואס ווערן צושניטן אין חדר טאג טעגליך פון קאליקע מלמדים, מוהרא"ש פארציילט דארט האר אויפשטעלנדע עפיזאדן וואס אידן האבן אים פארציילט, וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אלץ קינד פון מלמדים וואס טויגן נישט, און טוט אויפפאדערן עלטערן זאלן זיכער מאכן אז זייערע קינדער לערנען ביי מלמדים מומחים יראי ה' וואס וועלן העלפן די קינדער וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים. מען האט דאן געמאכט דערפון א קונטרס "צושנייד מיך נישט", וואס ווערט כסדר פארשפרייט דורך די מפיצים איבער די גאנצע וועלט, און יעצט צום צענטן יארצייט האט מען ווידער אפגעדרוקט דעם קונטרס טויזנטער שטיק, מיט קלארע שיינע אותיות, סיי אין ליבערטי ביים קרן הדפסה, און אזוי אויך ביים מרכז הפצה אין ירושלים ווי מען האט עס געדרוקט אויף לשון הקודש מיטן נאמען "אל תחתוך אותי", און ווערט יעצט פריש פארשפרייט ביי אידישע קינדער און וועקט זיי אויף צום אייבערשטן. לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה' כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים. (ישעיה יא, ט) 📚 קונטרס צושנייד מיך נישט

    < זעה מער יא אב תשפ"א 📝
  • ברסלב פריים סערוויס שלאגט ווארצלען ביי אנשי שלומינו

    קרעדיט: מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו נאך בלויז איין וואך וואס דער בארימטער קרן הדפסה האט אנאנסירט דעם פריים מעמבערשיפ, הערט מען שוין צוריק אויסטערלישע גוטע גריסן פון אנשי שלומינו וואס האבן זיך שוין אנגעשלאסן און געווארן פריים מעמבערס.אין א שמועס מיט איינע פון אנשי שלומינו - א פריים מעמבער, דרוקט ער אויס זיין גרויסע צופרידנקייט: "פאריגע וואך דאנערשטאג קלאפט אריין צו מיר א דעליווערי מאן מיט א גרויסע פעקל, דערין אלע גליונות און קונטרסים פון די וואך, אריינגערעכענט די נייע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס דער קרן הדפסה האט געדרוקט די וואך; מיין גאנצע משפחה האט זיך מחיה געווען דערמיט, מיר האבן אלעס דורכגעליינט פון דעקל צו דעקל במשך דעם שבת, עס איז ווערד אלע געלטער, עס האט אונז געמאכט אן אמת'ע עונג שבת" האט ער זיך אויסגעדרוקט מיט גרויס איבערגענומענקייט. דער קרן הדפסה געבט טאקע פארן יעדן פריים מעמער א ריכטיגע VIP סערוויס, מען שטעלט אים צו אלע גליונות און קונטרסים פון די וואך, פלאס אנלימיטעד צען פראצענט הנחה אויפן ברסלב סענטער געשעפט, אויסער נאך פארשידענע סורפרייזעס וואס וועט קומען פון צייט צו צייט. דער עיקר מיט וואס די פריים מעמבערס זענען זיך מחיה יעדע וואך, איז די שנעלע און פרעזענליכע סערוויס פון דעליווערי צום טיר יעדע וואך, און אין די צייט וואס די פאסט (אזוי ווי אלע רעגירונגס אגענטורן לעצטענס) קען שלעפן מיט די דעליווערי סערוויס, יעדע צווייטע וואך, און מען קען זיך מיט זיי נישט קיין עצה געבן, באקומען זיי אלעס וואס קרן הדפסה דרוקט אויף א גאלדענעם טאץ ביים טיר פון שטוב. די פרייז פאר ברסלב פריים איז $24.99 א וואך, צו ווערן א מעמבער רופט 718-387-2691 עקסטענשאן 3. * אין אנדערע נייעס אין קרן הדפסה, גרייט מען זיך שוין צו דרוקן דעם נייעם לוח ברסלב תשפ"ב, מען ארבעט שווער זיכער צו מאכן בעז"ה אז עס האט נישט קיין טעותים, מען פולט אויס אלע זמנים, און מען שרייבט אריין אלע שיעורים כסדרן פאר יעדן טאג, מען שטעלט עס אויס מיט א הערליכע שיינעם אויסשטעל. די אלע צענדליגע טויזנטער בלעטער בבלי, ירושלמי, און צענדליגע טויזנטער פרקים תוספתא, רמב"ם און נ"ך וועלן גיין אויפן זכות פונעם נדבן וואס וועט האבן די זכיה צו מנדב זיין די הוצאות צו קענען דרוקן דעם לוח. צו קויפן דעם זכות פונעם לוח תשפ"ב רופט אריין אין קרן הדפסה 718-387-2691 עקסטענשאן 103. * קרן הדפסה פרשת דברים תשפ"א אין רויע ציפערן: 26,350 קונטרסים פון מוהרא"ש; 3,700 וועכענטליכע עצתו אמונה; 13,600 גליונות היכל הקודש; 3,300 פון אנדערע היכל הקודש גליונות וואס רעכענט אריין בית נצחי, אשר היה אל יואל, גליון סיפורי מעשיות, קרית ברסלב בלעטל, און נאך. ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער י אב תשפ"א 📝
  • חבורת הלכות מקוואת פון כולל היכל הקודש, אינסרומענטאל אינעם בויען נייעם מקוה אין שטעטל

    קרעדיט: מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט מייסד געווען דעם כולל האט ער עס אזוי אהערגעשטעלט אז זיי זאלן ארויסהעלפן מיט אלע עניני הלכה אין די קהילות היכל הקודש די בכל אתר ואתר. יעצט ווען מען האט זיך געגרייט צו בויען א פרישע מקוה ביים ביהמ"ד עצתו אמונה אין שטעטל, האט דער ראש ישיבה באאויפטראגט די תלמידי חכמים פונעם כולל אז זיי זאלן גרונטליך דורכלערנען הלכות מקוואת און דורכטון דעם גאנצן שווערן נושא, אנגעהויבן פון די ראשונים ביז הלכה למעשה. פארגאנגענעם דינסטאג האט דער ראש ישיבה אראפגערופן דעם גרויסן מומחה בה"א הידועה הגאון ר' איטשע טריגער שליט"א וואס איז פון די גרעסטע מומחים אין די נושא פון מקוואות אין די גאנצע וועלט, אז ער זאל באגלייטן דאס בויען. דער מקוה צייכענט זיך אויס מיט דעם אז קיין שום גוי האט נישט צוגערירט דאס בויען, נאר אלעס איז געטון געווארן בלויז דורך אידן יראי השם, תלמידי היכל הקודש, אנגעהויבן פון דאס גראבן ביז נאכן גיסן דעם צעמענט. די רבנים וואס זענען אנוועזענד געווען, זענען שטארק איבערגענומען געווארן פון בקיאות פון די אינגעלייט אין הלכות מקוואות, די רבנים האבן דורכגעטון מיט די אינגעלייט די שיטות און הלכות פון די שווערע פארצווייגטע הלכות, און האבן געהאט א תענוג רוחני צו רעדן מיט זיי אין לערנען. אויך האט זיך אנגעזען אויף די אינגעלייט די דרשות וואס זיי הערן כסדר פון ראש ישיבה שליט"א, ווי זיי זוכן ווי מען קען ברענען צו דבר מצוה, און אנשטאט צען-פופצן גויים זאלן דאס טון, זענען חסידישע אינגעלייט תורתם אומנתם, יראת ה' חופפת על פניהם, וואס אלעס האבן זיי געטון. די רבנים האבן נישט געקענט אויפהערן באוואונדערן די תמימות און זריזות פון די אינגעלייט צוזעענדיג ווי זיי כאפן זיך צו צו די גרויסע מצוה מיט א שמחה של מצוה, און בפרט ווען עס איז באוויסט די גרויסע סגולה פון בויען מקוואות צו געהאלפן ווערן מיט קינדער, און די אינגעלייט וואס זיצן באהלה של תורה א גאנץ יאר, האבן געטון מיט די גרעסטע זריזות די עבודת הפרך פון גראבן און בויען און גיסן סעמענט. דער רב הרב טריגער שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז "איך האב קיינמאל נישט געזען אזא זאך אינגעלייט וואס לערנען פלייסיג זאלן מיט אזא פלאם און ברען צוהעלפן צו בויען א מקוה, און מיט אזא זריזות, אז מען האט עס געענדיגט אסאך שנעלער ווי געראכטן". פקודי השם ישרים משמחי לב 📸 מען גיסט די מקוה

    < זעה מער ו אב תשפ"א 📝
  • סיומי הש"ס ביים ראש ישיבה שליט"א דורך פיר תלמידי ישיבה קטנה

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אין די לעצטע וואך איז פארגעקומען עטליכע סיומי הש"ס דורך בחורים און אינגלעך פון די ישיבה קטנה. די חשובע תלמידים לערנען פלייסיג אין ישיבה און האלטן מיט אלע שיעורים, און אין די זייטיגע זמנים, אינדרויסן פון די צייטן וואס זיי לערנען אין חדר און אין ישיבה, האבן זיי אויך גוט אויסגענוצט די צייט, און געלערנט בלעטער גמרא איינס נאך די אנדערע, און ביז זיי האבן זוכה געווען אנצוקומען צו דעם פרייליכן מאמענט, און זוכה צו זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און מיט דעם זוכה געווען צו א צלם אלקים, ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט, "דער וואס לערנט און איז מסיים גאנץ ש"ס, איז ממשיך אויף זיך א צלם אלקים". די חשובע מסיימים זענען: הבחור החשוב שמעון ניישטיין ני"ו, א זון פונעם חשוב'ן מלמד מו"ה נחמן ניישטיין שליט"א, וואס האט יעצט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס שוין צום צווייטן מאל; הבחור החשוב שמעון רוטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א; הילד החשוב אליעזר שלמה מזרחי ני"ו, א זון פון מו"ה יוסף חיים מזרחי הי"ו; און הילד החשוב אברהם מנחם דעפריס ני"ו, א זון פון מו"ה יודל דעפריס הי"ו פון קענווי איילענד, ענגלאנד, וואס האט זוכה געווען געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס אין יונגן עלטער פון 11 יאר, און איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין ניו יארק צו מאכן דעם סיום ביים ראש ישיבה שליט"א. די סיומים זענען פארגעקומען ברוב פאר והדר, דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן זייער שיינע שמועסן ביי די סיומים, און מחזק געווען אלע פארזאמעלטע מען זאל זיך נישט לאזן נארן און זיך נעמען צום לערנען, אויך האבן זיך באטייליגט פילע אנשי שלומינו און קרובי המשפחה, וואס האבן זיך מיטגעפריידט מיט די גרויסע שמחות, און געוואונטשן פאר די חשובע מסיימים אז זיי זאלן ווייטער זיך האלטן מיט די הייליגע תורה זייער גאנץ לעבן, וואס דאס וועט זיי ברענגען אלעס גוטס אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. כי הם חיינו ואורך ימינו! 🎦 סיום פון אברהם מנחם דעפריס נ"י 🎦 סיום פון אליעזר שלמה מזרחי נ"י, שמעון ראטה נ"י, און שמעון ניישטיין נ"י

    < זעה מער ה אב תשפ"א 📝
  • אנגייענדע בוי ארבעט ביים בנין אין אומאן מאכט גרויס פארשריט

    קרעדיט: מו"ה העניך אינדיג הי"ו אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין מיט גרויסע הכנות צו די הייליגע טעג פון ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט, ווי מיר באריכטן דא כסדר האט מען שוין פארדינגען די בעטן פאר אלע וואס האבן זיך געמאלדן, אזוי אויך פארקויפן די רייזע אגענטורן פילע טיקעטס צו פליען קיין אומאן מיט פארשידענע אפציעס און פרייזן, און אזוי אויך טוט זיך שוין אין שטאט אומאן בכלל א גרויס געפילדער פון אלע פארשידענע ארגאניזאציעס, די שטאטישע באהערדע, די פילע הכנסת אורחים'ס, בתי מדרשים, האטעלן און געשעפטס לייט וואס גרייטן אן אלע געברויכן פאר דעם ריזיגן ציבור געסט וואס גרייטן זיך שוין צו קומען. בפרט גרייטן זיך צו אנשי שלומינו מיט מזון רוחני פאר די געהויבענע נסיעה, מען בעט דעם אייבערשטן אז די נסיעה זאל צושטאנד קומען אן קיין שום מכשול און עיכוב, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט און אויספועלן אלעס גוטס, און אזוי אויך גרייט מען זיך מיט שיעורים כסדרן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר, אז דער סדר העולם איז אז ווען מען קומט צו איינעם אויף א שבת קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, מען ברענגט עפעס א נאש, א טשאקאלאד, אדער א שפילצייג פאר די קינדער, וואס מען געבט א מתנה פארן בעל אכסניא, - זאגט דער ראש ישיבה שליט"א - אז אנשי שלומינו פירן זיך, אז ווען מען קומט צום הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה, קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, מען ברענגט מיט מתנות פארן רבין, מען קומט מיט פילע זעק אנגעפילט מיט שיעורים כסדרן, מיט מסכת הש"ס, מיט גאנצע סעטס משניות, תיקוני זוהר, שלחן ערוך, א.א.וו. ביים בנין פון היכל הקודש טוט זיך אויך העפטיגע אקטיוויטעטן די טעג, די ארבעטערס פלייסן זיך צו, וויסנדיג אז אין נאך זיבן וואכן פון יעצט, הייבט זיך שוין אן בעזרת השם דער פלוס פונעם ריזיגן ציבור וואס וועט איבערפולן דעם בנין, און אלעס דארף שוין זיין פולקאם גרייט אויף דעמאלטס. דערווייל גייט אן דער עיקר ארבעט אויף צוצושעטלן נאך צימערן פאר שלאפן, די ארבעטער ציען לעקטער, מען אינסטאלירט פלאמבינג, מען לייגט טיילס, מען פעינט ווענט, און מען בויעט אויף די בתי הכסא מיט די סינקס. יעצט האט מען זיך שוין גערוקט א שטאפל ווייטער, ווען די וואך איז ב"ה אנגעקומען א גרויסע שיפמענט פון טירן צו לייגן ביי די אלע נייע צימערן אויפן דריטן שטאק, וואס דאס וועט מען לייגן ווען די צימערן וועלן שוין זיין מער ווייניגער פערטיג. אזוי אויך האט מען געטון פארשידענע פלאמינג ארבעט אויף די אונטערשטע שטאקן, אין לאנטש רום האט מען ארויסגענומען די סינקס פון אינעווייניג צום צימער וואס איז פארן אריינגאנג, אזוי וועט דאס שטארק פארבעסערן די פלאץ אינעם לאנטש רום ביים זיך וואשן נטילת ידים; אזוי אויך ביים הויפט אריינגאנג פונעם בנין, האט מען אינסטאלירט עטליכע שיינע שטארקע סינקס, וואס האט ערזעצט די צוויי פראוויזארישע סינקס וואס זענען דארט געווען. "...יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה" (חיי מוהר"ן, סימן תג) 📸 פרישע שיפמענט טירן אנגעקומען צום בנין 📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים" 🔎 תשובה ותיקון המעשים 📚 תיקון הכללי מיט שיינע קלארע אותיות 📜 עצתו אמונה - ערך אומאן 📰 פארשידענע נייעס און אפדעיטס איבער אומאן ראש השנה תשפ"ב

    < זעה מער ד אב תשפ"א 📝
  • ערשטע סיום מסכת דורך קבוצה תלמידים פון באוויסטע ישיבה אין אפסטעיט ניו יארק

    קרעדיט: הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א אין א געוויסע חשובע ישיבה אויף די בערג פון ניו יארק, געפונט זיך א חשובע חבורה פון טייערע בחורים, די בחורים האבן אלץ געוואלט מיטהאלטן אלע שיעורי הישיבה, אבער פאר זיי איז עס נישט געגאנגען. כאטש זיי האבן שטארק פרובירט, אבער ווי עס שיינט האבן זיי נישט געהאט די כלים, די קאפ, אדער די געדולד צו לערנען בעמקות, אזוי האבן זיי זיך נעבעך געמוטשעט מיט זייערע שווערגקייטן טאג טעגליך, און זיך געדארפט ספראווענען מיט די שווערע פראבלעם פון "וויאזוי שטופט מען דורך אזוי סאך שעות אין טאג"?... דער משגיח פון ישיבה פארציילט ווי שטארק עס האט אים וויי געטון צוזעענדיג די צער פון די טייערע בחורים, ווי ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי יעדן טאג איז פריש אן אפקומעניש, און בעיקר האט ער מורא געהאט פאר די צוקונפט פון די טייערע בחורים, וויסנדיג אז ליידיג גיין ברענגט צו רחמנא ליצלן צו דאס ערגסטע.&nbsp; ביז איין טאג האט דער אייבישטער מיט זיין גרויס רחמנות געשיקט א טייערע מפיץ מאנשי שלומינו, וואס האט באזוכט ביי דעם ישיבה, ווי מען האט אים זייער שיין אויפגענומען, און ער האט דארט איבערגעלאזט אביסל פון די ליכטיגקייט פון הייליגן רבין. די טייערע בחורים האבן זיך צוגעכאפט צו די הייליגע ספרים ווי א דורשטיגער צו פרישע וואסער, זיי האבן געשלונגען די ווערטער פון הייליגן רבין, וואס האט זיי מחיה געווען און מחזק געווען. זיי האבן גענומען די עצות פון די קונטרסים לעובדא ולמעשה, זיי האבן זיך צוגעכאפט צום געשמאקן סדר דרך הלימוד, און זענען געווארן גרויסע מתמידים, און האבן אנגעהויבן שפירן דעם זיסן טעם פון די תורה, וואס זיי האבן נאך קיינמאל אזאנס געשפירט. דער משגיח פון ישיבה זאגט "די גאנצע לופט אין ישיבה האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה, די בחורים זענען ממש נישט צום דערקענען; היינט צו טאגס זיצן אלע בחורים אין בית המדרש און לערנען מיט גרויס התמדה, איך דארף שוין כמעט נישט טרייבן". אזוי האט זיך עס געצויגן פאר עטליכע וואכן, ביז דעם פארגאנגענעם ליל שישי מטות מסעי תשפ"א, ווען עס איז פארגעקומען דער ערשטער פרייליכער סיום מסכת פון די טייערע בחורים, וואס האבן געענדיגט זייער ערשטע מסכת. עס איז נישט צום באשרייבן די שמחת התורה פון די טייער בחורים. זייערע פנימער האבן אויפגעלעבט מיט א פרישע חיות, און עס דערקענט זיך אויף זייער גאנצע התנהגות, אפילו זייער דאווענען האט באקומען א פרישע פנים, זיי זענען געווארן צופרידענע בחורים. אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם סיום, וואס די טייערע בחורים האבן אפגעהאלטן ביי זיי אין ישיבה, ווי זיי שפירן זיך נאנט צום ראש ישיבה שליט"א מריחוק מקום וקירוב הלב. שישו ושמחו בשמחת התורה 📚 קונטרס "סדר הישיבה" אידיש 📚 קונטרס "עצתו לבחור ישיבה"

    < זעה מער ג אב תשפ"א 📝
  • הדרן עלך מסכת יומא, והתחלת מסכת סוכה

    קרעדיט: מו"ה שמעון פאללאק הי"ו א גרויס שמחה הערשט ביי אנשי שלומינו ווען מען האט זוכה געווען צו מסיים זיין נאך א מסכת אין ש"ס, דער גרויסער שיינע מסכת יומא, וואס אלע אינג און אלט האבן געלערענט יעדן טאג. דער שמחה איז געוואלדיג גרויס, וויסנדיג נישט נאר די גרויסע קעפ, אדער די וואס זיצן אין ישיבה אדער אין כולל א גאנצן טאג האבן עס מסיים געווען, נאר אלע, פון די גרעסטע ביז די קלענסטע; אינגעלייט וואס זיצן און לערנען, אינאיינעם מיט אינגעלייט וואס הארעווען שווער על המחיה ועל הכלכלה; סיי בחורים וואס האבן צייט, און סיי אינגעלייט וואס זענען מטופל מיט א ווייב, קינדער, פרנסה; סיי אזעלכע וואס זענען למדנים און האבן די קאפ צו לערנען מיטן עמקות, און סיי אזעלכע וואס האבן נישט אזא גוטע תפיסה, זיי פארשטיין נאך נישט קיין לערנען,&nbsp; האבן אלע אינאיינעם מסיים געווען דעם שיינעם מסכת. אילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רנה כהמון גליו, קענען מיר נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט אונז געשיקט א צדיק וואס לאזט זיך אראפ צו אונז און לערנט אונז אויס אזא וואונדערליכן סדר דרך הלימוד, וואס "אלע" דארפן צוקומען דערצו, א טייל דארפן עס האבן מער און זאגן יעדן טאג גאנצע בלעטער גמרא, און אפילו וועם עס גייט יעצט גוט, ער האט יעצט צייט, ער האט א גוטע קאפ, און ער האט געדולד צו לערנען, א.א.וו. וואלט מיט די צייט ארויסגעפאלן פון די מסכת, ווייל עס מאכט זיך ביי יעדעם תקופות וואס "עס איז אוממעגליך אנהאלט די קביעות מיט די חבורתא": מען א שווערע תקופה אין שטוב, מען גייט דורך שוועריקייטן מיט פרנסה, עס קומט א פארנומענע יום טוב סעזאן, מען איז פארנומען מיט שמחות ב"ה, א.א.וו. אויב פאלגט מען נישט דעם רבין, איז נישט מעגליך אנצוהאלטן די שיעורים כסדרן, נאר אויב מען ווייסט אז "זאגן הייסט לערנען" (עיין שיחת הר"ן סימן ע"ו), מען גנב'ט זיך ארויס מינוטן און מען זאגט די הייליגע בלעטער פון די גמרא. אנשי שלומינו האבן יעדער געפראוועט פאר זיך א שיינע סיום אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און מיט דעם אריינגעברעגנט אין די קינדער די געפיל פון שמחת התורה, און איבערגעגעבן פאר די ווייטערדיגע דורות די קשר וואס אידישע קינדער האבן מיטן אייבערשטן דורך די הייליגע תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט ביים שיעור פאר די אינגעלייט געמאכט אן אפיעל, אז אלע זאלן יעצט נעמען די געלעגענהייט און זיך מיטכאפן מיט די נייע מסכת דער הערליכע מסכת סוכה, וואס מען וועט ענדיגן הארט פאַרן פאָרן צום רבין קיין אומאן אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה, און מיטנעמען די מסכת אלץ א מתנה פארן הייליגן רבין. קודשא בריך ואורייתא וישראל חד הוא 🎦 סיום מסכת שבת זומער תש"פ 💿 ניגונים פון תשובה - לימי בין המצרים

    < זעה מער ב אב תשפ"א 📝
  • אלערט: צייט צו טשעקן דעם פאספארט!

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555 שטייענדיג ערב ראש חודש אב, בלויז צוויי חדשים בעפאר ראש השנה, איז וויכטיג צו אויפמערקן דעם ציבור, אז "דער לעצטער מינוט" איז שוין אנגעקומען... פילע באמערקן אין די טעג אז זייער פאספארט לויפט-שוין-אָפּ/איז-שוין-אפּגעלאפן, טיילווייז צוליב וואס פילע האבן נישט גענוצט דעם פאספארט פאראיאר, האבן אסאך פארזען דעם אפלויף דאטום. דערפאר קומען מיר דא מיט א וויכטיגע אלערט: קוקט שוין היינט איבער אייער פאספארט, אויב זעט איר עס לויפט אפ בעפאר צום גדליה תשפ"ב הבעל"ט, דארף מען תיכף ומיד באנייען דעם פאספארט. מען קען שוין נישט אפלייגן, בפרט ווען עס איז באריכטעט אז די פאספארט אפיסעס זענען יעצט היבש איבערגעפולט מיט אפליקאציעס, און זענען דערפאר שטארק הונטערשטעליג מיט די ארבעט. פון די אנדערע זייט איז דא גוטע נייעס, אז כאטש רוב לענדער פארלאנגען אז מען דארף האבן א פאספארט וואס איז גילטיג פאר גאנצע זעקס חדשים נאכדעם וואס מען קומט אן, איז די רעגולאציע אין אוקריינע אז עס איז זיי גענוג אז דער פאספארט לויפט נישט אפ ביז דער ריטוירן טיקעט. דאס מיינט אז ווען מען נוצט א פאספארט וואס לויפט שוין אפ בעפאר די קומענדיגע זעקס חדשים, וועלן זיי זיין צופרידן און אריינלאזן, אויב מען ווייזט זיי אז מען האט א טיקעט אהיים צו פארן בעפאר דער פאספארט לויפט אפ.&nbsp; * אין אנדערע נייעס איבער די טיקעטס קיין אומאן, זעט מען ווי דער עולם קויפט שוין טיקעטס אין גרויסן. בפרט איז שטארק פאפולער דער "טשארטער פלייט" פון "פלען איט רייט", וואס אנטשפרעכט צו זיין בעז"ה א גאר גוטע עקספריענעס פאר אלע רייזענדע. דער פליגער וועט האבן בלויז אידן, עס וועט האבן די בעסטע סערוויס, עס וועט זיין א באקוועמע "דריעמליינער" פליגער. און וועט קאסטן בלויז $1,750 א טיקעט. דער טשארטער וועט בעז"ה ארויספארן מוצש"ק אום 1:30 נאך חצות הלילה פון נוארק ניו דזשערסי, און וועט בעז"ה אנקומען קיין קיעוו אום 7:00 פארנאכטס ערב ליל זכור ברית. אויף צוריק וועט מען זיך ארויסלאזן בעז"ה צום גדליה אום 5:00 פארטאגס, און מען וועט זיין צוריק אין ניו יארק בעז"ה צום גדליה אום 11:45 פארמיטאג. אנגעפילט מיט ישועות און רפואות, און געפועלט אלעס גוטס. אויך זענען דא נאך אפציעס פאר ווער עס וויל צאלן ביליגער. מען קען קויפן גרופ טיקעטס פון טורקיש ערליינס, לאט ערליינס, לופטהאנזא עירליינס און נאך. פאר מער אינפארמאציע איבער טיקעטס קיין אומאן אויף ראש השנה הבעל"ט קען מען רופן פּלען איט רייט אויף 845-678-3555 עקסטענשאן 5. קיינער טאר נישט פעלן 📰 בעט רעזערוואציעס אינעם בנין פון אנשי שלומינו 📰 אוקראַינע רעגירונג פאַרשפּרעכט אַן אָפענעם גרעניץ פאַר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט 📜 רעד שיין צו דיין ווייב וועט זיך דיר לאזן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה 📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים" 💿 ניגונים פון תשובה - וואקאליש 📚 קונטרס "קריך ארויס פון שמוץ" 📚 קונטרסים אויף שמירת ענינים, עצות און חיזוק

    < זעה מער כח תמוז תשפ"א 📝
  • קרן הדפסה לאדענט אייך איין צו ווערן א ברסלב פריים מעמבער!

    פרייליכע נייעס: פון קרן הדפסה ווערט געמאלדן א נייע מעמבערשיפ פראגראם, וואס וועט געבן פארשידענע נוצליכע עקסלוסיוו בענעפיטן פאר אירע מיטגלידער. &nbsp; אויטאמאיש אלע גליונות צום טיר: צום ערשט וועלן אלע פריים מעמבערס אויטאמאטיש באקומען אויף די פאסט יעדע וואך "אלע" וועכענטליכע גליונות און קונטרסים וואס ווערט ארויסגעגעבן, נישט באגרעניצט צי עס קומט ארויס יעדע וואך צי נישט, דאס הייסט איר וועט באקומען אלע אידישע גליונות, סיי וואס מען אפערט שוין ביז יעצט סובסקריבשאנס, און סיי וואס מען אפפערט נישט קיין סובסקריבשאן, און אין דעם איז אריינגערעכענט אויך די וועכענטליכע גליונות און קונטרסים וואס וועלן ארויסקומען בעז"ה פון יעצט און ווייטער, וואס ער וועט באקומען צוגעשיקט אהיים יעדע וואך. &nbsp; פריאריטי דעליווערי: ווי באקאנט איז די פאסט דעליווערי לעצטענס זייער שפעט, און טראץ אונזערע שטארקסטע באמיאונגען, קען זיך מאכן אז די גליונות פארשפעטיגן. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס נישט פאסירן פאר פריים מעמבערס. זיי וועלן באקומען אפגעשיקט אלע גליונות מיט שנעלע דעליווערי, און וועלן עס באקומען דאס שנעלסטע וואס מעגליך.&nbsp; &nbsp; אנלימיטעד דיסקאונטס: עקסטער באקומען די פריים מעמבערס א ספעשל באנוס: 10% דיסקאונט אויף "אלעס" פון די הונדערטער פראדוקטן אויף ברסלב סענטער געשעפט, אריינגערעכענט ספרים, קונטרים אויף אידיש, ענגליש און לשון הקודש, סידיס צו הערן אדער צו זען, און נאך פילע פראדוקטן, וואס וואקסט כסדר מיט יעדן טאג. &nbsp; די וועכענטליכע גליונות און קונטרסים וואס די פריים מעמבערס באקומען שוין יעצט איז: עצתו אמונה, אשר היה אל יואל, בית נצחי, גליון היכל הקודש, גליון סיפורי מעשיות, קרית ברסלב בלעטל, אזוי אויך וועלן זיי באקומען בעז"ה יעדע וואך די אדערע פארשידענע וועכענטליכע גליונות וואס קומען ארויס אדער וועלן ארויסקומען אין די צוקונפט. &nbsp; די פרייז צו ווערן א פריים מעמעבער איז $24.99 א וואך. &nbsp; רופט שוין 718-387-2691 עקסטענשאן 3.

    < זעה מער כו תמוז תשפ"א 📝
  • פארגעשריטענע פושקע פאר נדבות אין ביהמ"ד קרית ברסלב ליבערטי

    קרעדיט: מו"ה לייבי ראטה הי"ו די פולע אידן וואס קומען אריין אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין שטעטל אויף האשקי ראד, באגעגענען זיך אין די טעג מיט א נייע פארגעשריטענע סקרין אויפן וואנט ביים אריינגאנג פון ביהמ"ד. דאס איז א נייע פארגעשריטענע קרעדיט/דעביט קארד מאשין, וואס וועט ערמעגליכן אנצונעמען נדבות דורך קרעדיט / דעביט קארד. דער מאשין אין ספעציעל אויסגעארבעט געווארן אז אפילו היינטיגע צייטן ווען פיל מאל דרייט מען זיך נישט ארום מיט קעש אין טאש און מען וויל געבן צדקה פארן דאווענען, אדער מען וויל געבן צדקה פאר א זכות פון א נשמה, אדער מען דארף א ישועה, דארף מען בלויז צוגיין צום מאשין און אויסוועלן דעם צוועק און דעם סכום און ביז עטליכע סעקונדעס איז דער נדבה מסודר בסייעתא דשמיא. אויפן מעין סקרין איז דא א מעניו צו וועלכע צדקה מען וויל געבן. צום ערשט קען מען אויסוועלן דער בעל אכסניא פונעם מאשין "בית המדרש האשקי", דערנאך קומט "מוסדות היכל הקודש", מיט אן אויסוואל פון אלע לאקאציעס, דערנאך קומט דער בארימטער "קרן הדפסה היכל הקודש" דערנאך איז דא דער "בתי מדרשים" קנעפל, און מען קען אויסוועלן פון א ליסטע פון בתי מדרשים היכל הקודש, דערנאך איז דא דער "כולל היכל הקודש", דערנאך קען מען מנדב זיין פארן "עירוב" און פארן "בית התבשיל". בעזרת השם יבתרך וועט צוקומען נאך אפציעס אין די נאנטע צוקונפט. דער קרעדיט קארד מאשין איז זייער פשוט און גרינג צו נוצן, און איז שוין פאקטיש אריין אין דינסט, און ווערט שוין באנוצט דורך די פילע מתפללים פון בית המדרש, צום צופרידנהייט פון אלע באי בית המדרש. הרודף צדקה הקב"ה ממציא לו מעות וממציא לו בני אדם מהוגנים כדי לקבל עליהם שכר, וזוכה לבנים בעלי עושר בעלי חכמה, בעלי אגדה (ספר המידות צדקה אות י"ט)

    < זעה מער כה תמוז תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1096 to 1110 of 1674 results

1 2 ... 71 72 73 74 75 76 77 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com