Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ימי החנוכה אין ישיבה

    די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, זענען אויסגענוצט געווארן אין ישיבה מיט א שטארקייט, ווען די בחורים האבן געלערנט זייער פלייסיג, ניצנדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם. ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיצט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, און כאטש וואס די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער אבער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגעלע אויל וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלט, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, יעדער איד איז פול מיט מצות ומעשים טובים, אפילו פושעי ישראל מלאים מצות כרמון, און מיט דעם זאל זיך דער איד זייער פרייען, ער זאל זיך פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים ארויסגענומען אסאך התחזקות פונעם יום טוב חנוכה, וואס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. די גאר הערליכע און אינהאלטסרייכע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און הדרכות ווי אזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. זענען שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט. מ'קען מיטהאלטן די אלע שיעורים דא אויפן ברסלב סענטער וועבסייט וואס ווערט מיטגעהאלטן טאג טעגליך דורך טויזנטער אידן פון איבער די וועלט. זעט די שיעורים פון פרשת וישב-חנוכה, זעט די שיעורים פון פרשת מקץ-חנוכה. גאר א שיינער שבת חנוכה איז אפגעראכטן געווארן אין קרית ברסלב ליבערטי, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט דעם שבת מיט די ארטיגע אנייוואוינער אינאיינעם מיט די פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת. במשך דעם שבת האט מען געהערט פילע שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט איבערגעלאזט גאר א שטארקן רושם. אום מוצאי שבת האט מען אפגעראכטן א ברייטע מלוה מלכה ברוב עם, מען האט שיין געזינגען אינאיינעם און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. בילדער: דער ראש ישיבה דאווענט שחרית מיט די קינדער - זונטאג מקץ ג' דחנוכה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם פינפטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מאנטאג מקץ תשפ"א בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זעקסטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - דינסטאג מקץ תשפ"א בילדער: ריקודין נאכן צינדן דעם פערטן חנוכה ליכטל אין קרית ברסלב ליבערטי - זונטאג מקץ תשפ"א בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זיבעטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מיטוואך מקץ תשפ"א   בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים!

    < זעה מער ח טבת תשפ"א 📝
  • גאר פרייליכע חתונה אין ישיבה

    א גאר פרייליכע חתונה איז נעכטן פארגעקומען אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החתן קלמן בן הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו מיט די כלה תחי' א טאכטער פון הר"ר נחום כ"ץ הי"ו פון קרית יואל. ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט, איז די חתונה צוגעשטעטלט געווארן אין ישיבה געצליך בחנם פאר ביידע מחותנים. עס איז געווען א גאר פרייליכע חתונה. ווי די מחותנים און משתתפים געבן איבער האט גארנישט געפעלט פון די חתונה אויסער "חובות" און "קאפוויי"... נאך די חופה האבן די קרובים געגעסן א פיינע סעודה לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צו די פרייליכע ריקודין, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט. אלע זענען אהיים פרייליך און גענצליך איבערגענומען, צוזעענדיג וואס מיינט אן אמתע אידישע שמחה, ווי מען איז פרייליך מיט די אמת'ע שמחה - עס שטעלט זיך אויף א נייע ערליכע אידישע שטוב. מען דארף נישט קיין "עכטע" זאל/בלומען/זיגער (ליין: "עכטע" חובות/בזניונות...) עס זאל אויסזען ווי מען איז פרייליך. מען האט זייער גוט געקענט זען אז עס איז נישטא קיין בארעכטיגטע סיבה צו באלעסטיגן די גאנצע שטאט מיט הלוואת און טיי אווענט ביי כמעט יעדע חתונה. דא האט מען געהאט ברוך השם "עכטע" שמחה, "עכטע" גליקליכע חתן כלה און מחותנים. און "פאלשע" חובות. דער אייבישטער זאל העלף אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, זיי זאלן בויען צוזאמען א בית נאמן בישראל, און זאלן זען שיינע לעכטיגע דורות. בילדער &nbsp; עטליכע קורצע קליפס

    < זעה מער ז טבת תשפ"א 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל; ליל שישי אין וויליאמסבורג, מוצש"ק אין לעיקוואוד

    קומענדיגן ערב שבת קודש - עשר בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 177'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויפן הייליגן רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל". דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע: "רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען". "בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען. "צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם. "ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן. "ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות". "שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. (זעט דעם גאנצן בריוו פון ראש ישיבה "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל"?) אי"ה קומענדיגן ליל שישי ויגש, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסוברג, אויף 27 סקילמאן סט. - און מוצש"ק ויגש וועט דער ראש ישיבה אי"ה אויפטרעטן ביים יארצייט סעודה אין לעיקוואוד. פרטים וועלן נאכפאלגן בעז"ה. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה זאגן א שיינע שמועס ביי ביידע יארצייט סעודות, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער אין די הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט, נוצן די עצות און הדרכה, און עס ווייטער פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט. כל הקהל מזומנים &nbsp; דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג

    < זעה מער ו טבת תשפ"א 📝
  • עצתו אמונה חלק ה' גייט בעז"ה צום דרוק

    מיט פיל דאנק און לויב צום אייבערשטן איז יעצט פארטיג געווארן די ארבעט פון דרוקן און מסדר זיין דער פיפטער חלק "שאלות ותשובות עצתו אמונה". אין די זעלבע צייט וואס דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיינע שטערקסטע כחות אריינצוברענגען אלע נסיונות און דיעות כוזבות פון די גויאישע גאס אריין אינעווייניג אין אונזערע אפגעהיטענע שטובער, אויף אלע אופנים, זה לעומת זה עשה ה', חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, האט דער אייבישטער אראפגעשיקט פאר אונזער דור אזא לעכטיגקייט, דער הייליגער רבי מיט זיינע הייליגע תלמידים. וואס מיט זיינע הייליגע עצות און וועגן, זענען שוין הונטערטער אויפגעראכטן געווארן, און געראטעוועט געווארן פון שווערע פלאנטערנישטן. און מען זעט טאקע ווי דער ראש ישיבה'ס טיש ווערן כסדר פארפלייצט מיט שווערע הונדערטע שאלות פון אלע עקן וועלט, ווי אידן לעכצן צו הערן דער דעת תורה, וואס דער אייבישטער וויל אז זיי זאלן טון אין זייער מצב. און דער ראש ישיבה שליט"א לייגט זיך אריין אין זייער מצב, און ענטפערט יעדעם דבור דבר על אופניו, און באלייכט זיי דעם וועג, צו וויסן וואס צו טון, לויט ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט עס מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. דער באנד אנטהאלט כמעט הונדערט בריוו איבער כלערליי אקטועלע נושאים, צווישן זיי (ע"פ א"ב): אומאן, אידיש געלט, אינטערנעט, אמונה, אמונת חכמים, אשר בנחל; בארד און פאות, בחור, בין אדם לחברו, ברכת המזון; געמבלינג; דרשות; הדרכות, היטן די צייט, הלכה, התחזקות; חברים, חובות, חומרות, חיזוק פאר מיידלעך, חיזוק פאר פרויען, חינוך הילדים, חסידות ברסלב, חתונה; טערעפי, טשעפען; יבנאל, יום כיפור; כיבוד אב ואם; לימוד התורה; מאוויס, מוהרא"ש, מוהרנ"ת ז"ל, מחלוקת, מחשבות, מנהגים, מעביר סדרה, מקוה, משניות, משפחה; ניגונים, נעגל וואסער; סגולות, סדר דרך הלימוד, סוכות, סיפורי צדיקים, סמארטפאון, ספיקות, ספרי ברסלב; עבודת השם, עצות; פחדים, פירושים, פרנסה; צדיקים, צדקה, צניעות, צרות; קאמפיוטער, קדושה, קינדער, קללות; ראש השנה, רפואה; שאלות, שבת קודש, שידוכים, שיחות, שלום בית, שמחה, שמירת עינים; תהלים, תודה והודאה, תיקון הכללי, תמימות, תפילה והתבודדות, תפילות אויף אידיש, תשובה, תשעה באב. די אלע בריוו (חלק ה' אנטהאלט די בריוו פון כ' סיון שנת ה'תשע"ח ביז י' מר-חשון שנת ה'תשע"ט) זענען ברוך השם יעצט צוזאם גענומען געווארן, און הערליך מסודר געווארן צום דרוק. יעצט האט איר דער לעצטער געלגענהייט צו קויפן א זכות אינעם ספר, רופט 347-831-1391. און כאפט אריין איידער עס גייט צום דרוק. דער זכות וועט זיכער צוניץ קומען צו געהאלפן ווערן מיט אלעס גוטס. שאלות ותשובות עצתו אמונה חלק ה' וועט בעז"ה אין די נאנטע וואכן זיין צו באקומען אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. און ביי די מפיצים. צדקתך צדק לעולם ותורתך אמת &nbsp;

    < זעה מער ה טבת תשפ"א 📝
  • פרישע מוזיק ווידיא "צוויי טויבעלעך" שטורעמט אויף אידישע הערצער אלוועלטליך

    א גאר ווינדערליכע מוזיק ווידיא איז נארוואס ערשינען אויף די באקאנטע ניגון פונעם ראש ישיבה שליט"א "באשעפער העלף אונז לעבן בשלום", ווי מען זעט אויפגעשפילט דעם גאנצן ניגון אויף א קונצליכן אופן דורך א "זאמד מעלער" ווי א מענטש קען זוכה זיין צו האבן א זיס לעבן מיט זיין באשערטע שידוך וואס דער אייבישטער האט אים געגעבן דורך זען נאר די מעלות וואס זיין פּאָר האט, און נישט קוקן אויף קיין אנדערן, אזוי אויך דארף א מענטש בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זיין גוט אין שטוב, רעדן שיין, פארגינען א גוט ווארט, און בעיקר מוותר זיין. &nbsp; זעט דעם ניגון און האט הנאה &nbsp; דאס זענען די ווערטער פונעם ניגון: &nbsp; באשעפער העלף אונז לעבן בשלום... ווי טויבעלעך אין א זיסע חלום... א שיינע שטוב... מ'האט זיך ליב... מ'רעדט נאר שיין... די לופט איז ריין... א רואיגקייט... א ווארעמקייט... אזוי פרייליך... אזוי הערליך... &nbsp; טאטע געב מיר מידות, איך זאל האבן סבלנות, די שענסטע זאך אין לעבן, קענען יענעם נאכגעבן. נישט וועלן זיין גערעכט, נישט רעדן מיט א שטעך. &nbsp; טאטע געב מיר שכל, צו פארגינען א שמייכל, נאר זען די גוטס ביי מיר, נישט קוק אויף נענעמ'ס טיר, ווייל קיינער האט נישט אלעס, לאמיר זען מיינע מעלות. &nbsp; נישט קוקן אויף די שכנים, נישט מקנא זיין קיינעם, ס'איז אלעס נאר דמיונות, יעדער האט זיינע נסיונות. &nbsp; באשעפער העלף אונז לעבן בשלום... ווי טויבעלעך אין א זיסע חלום... א שיינע שטוב... מ'האט זיך ליב... מ'רעדט נאר שיין... די לופט איז ריין... א רואיגקייט... א ווארעמקייט... אזוי פרייליך... אזוי הערליך... מיין לעבן איז פארלאשן, בארינג און אויסגעלאשן, איך האב נישט ליב מיין הויז, איך וויל נאר גיין ארויס. &nbsp; איך לעב אן א טעם, אבי יוצא צו זיין, אלעס איז "מהיכא תתי", אן קיין אינטערעסע. &nbsp; איך פיל אזוי שלעכט, אז מ'קריגט זיך טעג און נעכט, אונז ביידע האלט עכט, אז "נאר איך בין גערעכט". &nbsp; געבן מיר כח טאטע, איך זאל זיין א מוותר, זיך פירן אין שטוב מייט שיינעם, פארברענגען אינאיינעם. &nbsp; באשעפער העלף אונז לעבן בשלום... ווי טויבעלעך אין א זיסע חלום... א שיינע שטוב... מ'האט זיך ליב... מ'רעדט נאר שיין... די לופט איז ריין... א רואיגקייט... א ווארעמקייט... אזוי פרייליך... אזוי הערליך... איך ווייס, ס'קען נאך זיין, אונזער לעבן זאל ווערן שיין, אז איך וועל אוועקלייגן מיין גאווה, און לעבן מיט אהבה. &nbsp; נאר רעדן שיינע זאכן, און זיך פריילייך מאכן, אזוי ווי די ערליכע אידן, וואס לעבן רואיג און צופרידן. &nbsp; באשעפער העלף אונז לעבן בשלום... ווי טויבעלעך אין א זיסע חלום... א שיינע שטוב... מ'האט זיך ליב... מ'רעדט נאר שיין... די לופט איז ריין... א רואיגקייט... א ווארעמקייט... &nbsp; אזוי פרייליך... אזוי הערליך... &nbsp;

    < זעה מער כז כסלו תשפ"א 📝
  • בחורים פרייען זיך ביי חתונות פון צוויי תלמידי הישיבה

    די וואך זענען פארגעקומען צוויי חתונות פון תלמידים פון ישיבה. דעם זונטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן יואל משה מייזעלס ב"ר אברהם נחמן הי"ו עב"ג בת מו"ה שמואל לייב פעלבערבוים הי"ו, און מיטוואך איז פארגעקומען די חתונה פון החתן משה זוסמאן ב"ר ישראל מרדכי הי"ו עב"ג בת מו"ה בערל בערקאוויטש הי"ו. די בחורים זיך משתתף געווען און משמח געווען ביי ביידע חתונות אויף א שיינעם פארנעם. דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע שטיבער, ס'זאל זיין א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp; דער ראש ישיבה ביים חתונה פון החתן יואל משה מייזעלס

    < זעה מער כד כסלו תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין לעיקוואוד

    פארגאנגענע וואך דינסטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין לעיקוואד, צו די קביעת מזוזות אין שטוב פון מו"ה ישעי' בערגער הי"ו. דערנאך איז געווען דארט א לחיים, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרובים וידידים, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שמועס פאר די פארזאמלטע. צווישן עולם האט זיך אויך געפונען א גרופע בחורים פון די נייע ישיבה "עצתו אמונה" אין לעיקוואד, די בחורים האבן זיך צוזאמגענומען און געגרינדעט א ישיבה וואס זאל זיך פירן אויפ'ן רבינ'ס וועג. די בחורים לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, א שיעור הלכה, און שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, זיי הערן יעדן טאג די רעקארדירטע שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט'ן הייליגן רבינ'ס דיבורים. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפרעגט די פרטים איבער די נייע ישיבה, און זיי מחזק געווען ווייטער אנצוגיין און דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה און ברען. &nbsp; ביים שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט איבער דעם, אזוי ווי ס'זענען דא אזויפיל בחורים איבער די וועלט וואס ווילן קומען לערנען אין ישיבה אבער זיי האבן נישט די מעגליכקייט דערצו, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער גרינדעט א נייע ישיבה "עצתו אמונה", ס'קאסט נישט קיין שכר לימוד, מ'דארף נישט פארן אין ערגעץ, מ'קען בלייבן אין סיי וועלכע ישיבה מען איז, נאר לערנען די בריוו פון עצתו אמונה, הערן די שיעורים, און פרובירן צו פאלגן די עצות פון הייליגן רבי'ן, און דאס איז פונקט ווי מ'לערנט אין ישיבה. קיינער דארף נישט וויסן פון דעם, מ'קען ווייטער אנגיין מיט'ן סדר היום פונקט ווי פריער, נאר ארייננעמען דעם אייבערשטן אין בילד, מיט די אלע לימודים פון הייליגן רבי'ן. נישט קיין חילוק וואו מ'וואוינט, נישט קיין חילוק וואו מ'געפונט זיך, אויב א איד נעמט די עצות פון הייליגן רבי'ן און שטארקט זיך מיט דעם, וועט ער האבן א גליקליך לעבן בזה ובבא. זעט און הערט דעם פולן שיעור

    < זעה מער כג כסלו תשפ"א 📝
  • עצתו אמונה אויף די פאסט - די בעסטע מתנה פאר זיך און פאר די משפחה

    אין די היינטיגע תקופה, גייט דורך אויף אידישע קינדער זייערע שווערע צייטן, נסיונות און דרוקענישן וואס ווייניג אין די פריערדיגע דורות האבן זיך געספראוועט דערמיט. די גוי'אישע גאס רייצט און רופט דאס יוגענט, עס זעט אויס ביי פילע בחורים און מיידלעך (און ליידער אויך ביי פילע פארהייראטע) כאילו "דארט" געפינט זיך דאס גליק, עס קען אויסזען ווי דארט קען מען טרעפן ווארימקייט און ליבשאפט, און ליידער רבים חללים הפילה, פילע זענען שוין פארכאפט געווארן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם. עס פאלט ליידער שטיקער פון די שענסטע און בעסטע משפחות פון כלל ישראל. &nbsp; אבער געלויבט דער אייבערשטער אשר לא השבית לנו גואל, דער אייבערשטער האט באשאפן די רפואה פאר די מכה, ווען פאר איבער צוויי הונדערט יאר האט ער אראפגעשיקט די נשמה פון הייליגן רבין צו אונזער וועלט, וואס דער הייליגער רבי אנשטאט צו קרעכצן און וויינען ווי ביטער דער דור איז, פארשטייט דער הייליגער רבי צום היינטיגן דור, ער האט די ווערטער און עצות וואס באלייכטן אונזער פינסטערע תקופה, און פארמאגט די אור אריינצושיינען יעדן טאג די ליכטיגקייט פון אידישקייט און פון אמונה אין באשעפער, די זיסקייט פון תורה ומצות, און די געשמאק פון פירן א אידיש לעבן אין אונז און אין אונזערע קינדער. &nbsp; און מען זעט טאקע, אז די קונטרסים און בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, וואס ענטפערט אויף די שאלות און קווענקלענישן וואס פלאגן אונזער דור - וואס די אלע תשובות זענען געבויט אויף די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע, רבי נתן זי"ע, און הייליגן רבין - ווערט וואס א טאג מער און מער צוכאפט, און אונזער דור שלינגט מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין, וואס איז מחזק אונזערע צובראכענע הערצער און היילט אויס אונזערע וואונדן. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג און וואכן קומט שוין אן צו פילע הייזער יעדע וואך ערב שבת קודש די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה" אויף די פאסט, ווי זיי און זייערע משפחות זענען זיך מחיה יעדע וואך, לכבוד שבת קודש, און גיבט אין זיי אריין א חיות, א געשמאק אין אידישקייט, און עצות אויף פילע שוועריקייטן וואס זיי גייען דורך. &nbsp; לכבוד חנוכה טוט קרן הדפסה היכל הקודש פראקלאמירן א ספּעשל, אז אויב מען שרייבט זיך איין צו באקומען די עצתו אמונה פאר א יאר, וועט מען עס באקומען פאר 4 וואכן בחנם. &nbsp; א סובסקריבשאן פאר "עצתו אמונה" איז די שענסטע מתנה וואס איר קענט נאר געבן פאר זיך און פאר די קינדער, דאס איז א מתנה פון לעבן מיט אייבערשטן, א מתנה פון לעבן מיט די הייליגע תורה, א מתנה פון וויסן אז מען איז קיימאל נישט אליין נאר איך האב דעם באשעפער אייביג מיט זיך און איך קען מיך ווענדן צו אים, וואס דאס אלעס וועט זיי געבן א זיס לעבן אויף דער וועלט, און וועט זיי באגלייטן לעד ולנצח נצחים אויף יענער וועלט. &nbsp; שרייבט אייך שוין איין. רופט 718-387-2961 עקסט. 102, אדער שיקט אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org

    < זעה מער כב כסלו תשפ"א 📝
  • סיום חגיגה ירושלמי געפראוועט מיט גרויס פרייד אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק

    תלמידי היכל הקודש אין ירושלים זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגענעם ליל שישי וישלח העעל"ט צום גרויסארטיגן סיום אויף מסכת חגיגה-ירושלמי, וואס ווערט געלערענט יעדן טאג - ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אז מ'זאל לערנען טעגליך דעם בי"ת נצחי - וואס איז ראשי תיבות ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, און אזוי לערנען תלמידי היכל הקודש איבער די גאנצע וועלט. עס איז געווען צוגעשטעלט א שיינעם סעודה לכבוד'ן סיום. &nbsp; דער עולם האט זיך אינאיינעם מחזק געווען פאר א לענגערע צייט, מען האט געזינגען די ניגונים פון ישיבה וואס דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידים האבן פארפאסט, ניגונים פון דאנקען דעם אייבערשטן, ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, און ניגונים פון תשובה. &nbsp; אזוי אויך איז געווען אויסגעשטעלט פארשידענע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע צו פארקויפן. &nbsp; דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט קבלות טובות ווייטער צו גיין אין די הייליגע וועגן, ביתר עז וביתר עוז. &nbsp; בילדער פונעם סיום

    < זעה מער כ כסלו תשפ"א 📝
  • שבת התוועדות פאר בית פיגא תלמידות

    גאר א שיינעם שבת איז אריבער פארגאגענעם שבת ויצא אין קרית ברסלב ליבערטי נ"י פאר אלע תלמידות בית פיגא שתחיו פון אלע שטעט פון גרעיטער ניו יארק. דער שיינע שבת התוועדות איז אנגעפירט געווארן דורך די געטרייע מנהלת פון בית פיגא מרת לעסער תחי'. די סעודות שבת איז אריבער גאר שיין, מען האט פארברענגט צוזאמען גאר געשמאק, פרייטיג צונאכטס נאכ'ן סעודה זענען אריבער געקומען די פרויען וואס וואוינען אין שטעטל און צוזאמען האט מען געזינגען זמירות שבת ביז אין די שפעטע שעות, עס איז געווארן אהערגעשטעלט גאר א שיינע פאנעל און שיינע דרשות דורך די פרויען אנשי שלומינו פון קרית ברסלב פון וואס די תלמידות האבן מורא'דיג שטארק הנאה געהאט. אינדערפרי האבן די תלמידות געדאווענט צוזאמען גאר א ווארימע דאווענען, דערנאך האט מען געפראוועט א שיינעם סעודה. שלש סעודות איז אויך פאראיבער אויף גאר א שיינעם פארנעם, עס איז געווארן אהערגעשטעלט ביי איינע פון די חשובע איינוואוינער אין שטעטל. מוצאי שבת ביי מלוה מלכה האט מען פארגעשטעלט גאר א שיינע שפיל פון וואס די תלמידות זענען ארויס מלא חיזוק. &nbsp; השבת נועם הנשמות

    < זעה מער יז כסלו תשפ"א 📝
  • נייע מוזיק ווידיא: עלעקשאן קריזיס

    א גאר שיינער מוזיק ווידיא איז נארוואס ערשינען דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס טוט אויפוועקן דעם צוהערער אז מ'זאל נישט זיין דערשראקן איבער די וואל אויסגאנג, נישט קיין חילוק ווער עס ווערט איינגעשוואוירן אין ווייסן הויז אויפן קומענדיגן פרעזידענט טערמין, פירט דער אייבישטער ווייטער די וועלט, און פונקט ווי ביז היינט, וועט אלעס זיין גוט. וואס בלייבט פאר אונז, איז זיך צו פארלאזן אויפן גרויסן באשעפער, און זיך אפלאזן פון די נייעס וואס איז פאלש דורכאויס, און פארקויפט איין זאך: פאניק. &nbsp; זעט און האט הנאה &nbsp; דאס זענען די ווערטער פונעם ניגון: &nbsp; אוי דו נייעס ווארפט א שרעק, צו די וועלט עס קומט אן עק, אמעריקע גייט ווערן אפגעמעקט... &nbsp; דער באשעפער פירט די וועלט, און ער טוט וואס אים געפעלט, אלעס אנדערש איז דאך נארישקייטן. &nbsp; אונז האבן א גרויסן גאט, וואס דער וועלט באשאפן האט, נאר אמונה טוט דעם איד באגלייטן. &nbsp; ביידען איז צו אלט... טראמפ איז צו קאלט... אוי געוואלד, אמעריקע צופאלט! &nbsp; לינקע דעמאקראטן... רעכטע רויטע שטאטן... גייען זיך שיסן ביי די זייטן! &nbsp; דער באשעפער פירט די וועלט, און ער טוט וואס אים געפעלט, אלעס אנדערש איז דאך נארישקייטן. &nbsp; אונז האבן א גרויסן גאט, וואס דער וועלט באשאפן האט, נאר אמונה טוט דעם איד באגלייטן. &nbsp; די נייעס איז דא הויל און פוסט, עס מאכט נאר דעם מענטש צומישט, יעדער ווייסט אז זיי פארקויפן גארנישט. &nbsp; דער באשעפער פירט די וועלט, און ער טוט וואס אים געפעלט, אלעס אנדערש איז דאך נארישקייטן. &nbsp; אונז האבן א גרויסן גאט, וואס דער וועלט באשאפן האט, נאר אמונה טוט דעם איד באגלייטן. &nbsp; רעד נישט נארישקייטן, לאז דיך אפ פון ביידן, זע צו לעבן רואיג און באשיידן. &nbsp; פאליטיק איז א קרענק, עס איז נישט גוט פאר ענק, נוצן האט עס קיינעם נישט געברענגט. &nbsp; דער באשעפער פירט די וועלט, און ער טוט וואס אים געפעלט, אלעס אנדערש איז דאך נארישקייטן. &nbsp; אונז האבן א גרויסן גאט, וואס דער וועלט באשאפן האט, &nbsp; נאר אמונה טוט דעם איד באגלייטן. &nbsp;

    < זעה מער טז כסלו תשפ"א 📝
  • מפיצים ווערן גאר שיין אויפגענומען ביים היימישן ציבור

    &nbsp; אין די לעצטע טעג זענען די מפיצים אין ארץ ישראל געווען שטארק טעטיג אין א געוויסע שכונה אין ארץ ישראל פון איינע פון די גרויסע חסידות'ן, ווי ביי יעדן טיר האט מען געגעבן א סידי מיט ניגונים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און א באנד "עצתו אמונה". דער חסידישער ציבור האט ווארים אויפגענומען די מפיצים און מיט גרויס פרייד גענומען די ספרים און סידיס, און גלייכצייטיג געשטיצט די הפצה מיט א ברייטע האנט. אזוי אויך האבן עטליכע אייניקלעך פונעם רבין שליט"א פונעם געגענט וואס וואוינען אויך דארט, גענומען די ספרים מיט גרויס שמחה, און שיין געגעבן פאר צדקה.

    < זעה מער טו כסלו תשפ"א 📝
  • נייע עירוב טראק אין שטעטל

    שוין איבער א האלבע יאר וואס דער עירוב אין שטעטל איז שוין פולקאם פארטיג, און ווערט גענוצט יעדן איינציגן שבת צו די צופרינדהייט פון אלע תושבים. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה גייען די מלמדים הי"ו ארום יעדן ערב שבת קודש בודק זיין דעם עירוב, וואס דאס איז גאר א שווערע ארבעט, וויבאלד דער עירוב נעמט אריין גאר גאר אסאך שטחים וואס מען דארף דורך גיין און אויסטשעקן, צי די עירוב איז נישט פסול געווארן ערגעצוואו אינמיטן די וואך. עס האט זיך שוין געמאכט עטליכע מאל אז מען האט געטראפן די עירוב בענדל צוריסן, און אין די לעצטע מינוט האט מען עס פארראכטן. מען פלעגט זיך אבער אלץ זייער מוטשען אנצוקומען ביים שפיץ פון די זוילן, וואס צו דעם מוז מען האבן אן "עירוב טראק" וואס האט אויף זיך א גרויסן לייטער אין די לעצטע שטיק צייט האט די וועד העירוב זיך אריין געלייגט אין דעם גאר שטארק, מען האט געזוכט די ריכטיגע טראק עס זאל זיין געאייגנט פאר דעם, און נאך אסאך תפלות און אסאך ארום זוכן האט מען ברוך השם געפונען גאר א גוטע טראק, וואס וועט מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף ארויסהעלפן בודק זיין דעם עירוב און פאררעכטן וואו עס וועט זיך אויספעלן. &nbsp; ביז דערווייל האט די הנהלה אויסגעלייגט דאס געלט צו קענען קויפן דעם טראק; ווער עס וויל האבן די אייביגע זכות פונעם עירוב טראק - וואס שוין היינט גוט באקאנט די גרויסע זכות פון פאררעכטן אן עירוב - זאל זיך מעלדן צום ראש ישיבה שליט"א, די זכות וועט אים זיכער באגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"א 📝
  • שמחת התורה ביי הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות ביים סיום מסכת עירובין מוצאי שבת תולדות תשפ"א

    א ריזיגן ציבור פון אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען פייערן דעם גרויסן מאמענט פון מסיים זיין מסכת עירובין, און התחלת מסכת פסחים, פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש, אין זאל פון "עדן פאלאס" אין וויליאמסבורג. עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן דעם גרויסן שמחה וואס יעדער האט געשפירט אין הארץ וויסענדיג אז ברוך השם מען האט זוכה געווען אין די לעצטע הונדערט און פינף טעג צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא, (וואס אין זיי איז אריינגערעכענט פילע פארנומענע ימים טובים טעג, שמחות, די "קאראנע טעג", און בפרט די שטורמישע ערב ראש השנה טעג זייענדיג פארוואגעלט פון איין עירפארט צום צווייטן) נישט אויסלאזן קיין איין טאג, און זיך נישט געלייגט שלאפן אן דעם דף גמרא. א שיינע מלוה מלכה איז סערווירט געווארן לכבוד דעם מעמד, און ביי יעדעמ'ס פלאץ איז געווען א שיינע מתנה א "קריאת שמע שעל המיטה נוסח האריז"ל". בשעת די מעמד איז געזונגען געווארן גאר שיינע ניגוגים דורך די קינדער פון די טאלאנטפולע "אידיש נחת" כאר, אנגעפירט ביי ר' משה קרויס, צוזאמען מיט די הערליכע "הלוים" כאר, אנגעפירט דורך ר' אברמי דאנציגער. ר' משה קרויס מיט די "אידיש נחת" קינדער האבן סורפרייזט דעם ציבור מיט'ן פאכמאניש אראפזינגען א נייע ניגון וואס ר' יוסי גרין האט פארפאסט איבער די חשיבות פון לימוד משניות (וואס וועט זיין אויף זיין נייעם סידי "אידיש נחת 4" וואס קומט בעזרת השם ארויס אין די נאנטע טעג). אזוי אויך האט מען געהערט א שיינע אויפטריט פון זינגער און גראמער ר' חיים מאיר ערפס, וואס האט מיט קונצליכע גראמען אויפגעשפילט צוזאמען מיט א ילד הפלא די חשיבות פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, וואס דורך דעם ווערט מען געראטעוועט פון אלעם. הרב אלימלך שארף שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה ווי ער האט ארויסגעברעגט אז מיר דארפן געדענען אז מיר זענען "ש"ס אידן", און דאס איז אונזער שטאלץ און דאס איז אינזער לעבן. דערנאך האט מען געהערט א שיינע נייע ניגון וואס ר' יוסי גרין האט פארפאסט ספעציעל לכבוד דעם סיום, איבער די ווערטער פון די גמרא (יבמות קכ"א ע"א) "אמר רבן גמליאל, פעם אחת הייתי מהלך בספינה, וראיתי ספינה אחת שנשברה, והייתי מצטער על תלמיד חכם שבה ומנו רבי עקיבא, וכשעליתי ביבשה בא וישב ודן לפני בהלכה, אמרתי לו בני מי העלך, אמר לי דף של ספינה נזדמן לי וכל גל וגל שבא עלי נענעתי לו ראשי", ווי ער האט ארויסגעברענגט אז אויב מען כאפט זיך אן אינעם "דף גמרא" קען מען איבערקומען אלע שטורמעס און כוואליעס, פון וואס דער ציבור האט שטארק הנאה געהאט. אויך האט מען געטיילט פלעקס פאר פארשידענע עסקנים און נדבנים וואס האבן ארויסגעהאלפן די הייליגע מוסדות, און האבן צוגעלייגט א פלייצע אז דער שיינער סיום זאל קענען אפגעראכטן ווערן מיט סוקסעס. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט ווי מען זעט אז יעדער אינגערמאן האט א חלום תיכף נאך די חתונה צו האבן "אן אייגענע דירה", מען טראכט אז מען וויל נישט וואוינען אויף יענעמ'ס חסדים, "מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש א סגולה צו האבן אן אייגענע דירה, צו לערנען יעדן טאג א דף ב'בלי, א דף י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא, וואס דאס איז ראשי תיבות בי"ת, און דאס וועט אונז געבן אויך א בית אויף יענע וועלט - א "בית נצחי". דער ראש ישיבה האט אויך שטארק ארום גערעדט פונעם רבינס דרך הלימוד, (שיחות הר"ן שיחה ע"ו) "כי אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד". דאס איז די גרויסע שמחה ביים דעם סיום, אז אלע האלטן מיט די דף גמרא, נישט נאר די איין פראצענט לומדים, די איין פראצענט גוטע קעפ, די איין פראצענט כולל אינגעלייט, דא זאגט יעדער איינער דעם דף גמרא, עלטערע אידן, מידל-עידזש, אינגעלייט, ארבייטער, כולל אינגעלייט, ארבייטער בחורים, ישיבה בחורים, און אפילו קינדער. דאס איז דעם רבינ'ס חידוש, ער גיט א וועג צו לערנען פאר יעדעם אין יעדן מצב. דו קענסט אויך קונה זיין די הייליגע תורה. דו קענסט אויך האבן א שייכות מיטן אייבערשטן. דו קענסט אויך האבן שלום בית. נאך די מסיבה האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט א קליינע פסחים גמרא פאר אלע משתתפים צו קענען לערנען אין די קאר אדער אין אפיס.&nbsp; בילדער פונעם סיום ווידיאס פונעם סיום

    < זעה מער ז כסלו תשפ"א 📝
  • שיינע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די וואך דינסטאג האבן די בחורים פון ישיבה און אנשי שלומינו זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון החתן יושע ראבינאוויטש הי"ו, א זון פון האדמו"ר מביאלא שליט"א, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת האדמו"ר מנאדבורנא שליט"א פון בית שמש. די חתונה איז פארגעקומען אין שטאט בארא פארק, עס איז געווען גאר א פרייליכע חתונה, די בחורים האבן געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp;

    < זעה מער ג כסלו תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1231 to 1245 of 1673 results

1 2 ... 80 81 82 83 84 85 86 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com