Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • חתונה ביים ראש ישיבה שליט"א פארגעקומען נעכטן אין בית המדרש אויף א באשיידענע פארנעם

    א הערליכע פרייליכע אבער פשוטע חתונה איז פארגעקומען אין ישיבה נעכטן זונטאג בא, פון החתן שמעון נרו יאיר א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה מיט די טאכטער פונעם מנהל המוסדות הרב אברהם משה שטראססער שליט"א.   דער ראש ישיבה האט אינטערגעפירט אינטער די חופה זיין פערטע קינד בשעה טובה ומצלחת, און דער מנהל שליט"א האט אינטערגעפירט דעם דריטן קינד קע"ה ביידע האבן חתונה געמאכט די קינדער ביז אהער אין בית המדרש. דאס איז געווען די פיר און זעכציגסטע חתונה אין ישיבה ווי עס ווערט געפראוועט פאר אומזיסט, עס קאסט נישט פאר די מחותנים קיין איין דאלער.   עס איז געווען גאר שיין מיטצוהאלטן די שמחה וויאזוי עס ווערט געפירט אויף א פשוטע אופן, אן קיין אויספענדן געלט אין מיסט פאר אפאר שעה פון די חתונה. ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט, ווען ער וואלט ווען געבעטן די תלמידים זאלן אים צושטעלן לעמפעלעך מיט פידלעך פאר די חתונה וואלטן זיי עס גערן צוגעשטעלט, און מען וואלט נאך אפילו געזאגט אז דאס איז הפצה… אבער דער ראש ישיבה איז ווייטער געגאנגען מיטן מהלך אז די חתונה דארף ווערן געפראוועט אין בית המדרש אזוי ווי אלע חתונות וואס אנשי שלומינו פראווען אין בית המדרש.   די חתונה ביים ראש ישיבה ברענגט ארויס א פרישע אויפוואכונג ביי אנשי שלומינו נישט צו ספענדן געלט (וואס מען האט נישט) פאר א חתונה אדער סיי וועלכע שמחה, בפרט פאר די נאכט פון די חתונה וואס פליעט דורך אין געציילטע שעות, ווי מען זאגט אינעם פיוט ונתנה תוקף "כצל עובר וכענן כלה, וכרוח נושבת וכאבק פורח, וכחלום יעיף". און דערנאך שרייט מען אויס "ואתה הוא מלך קל חי וקים", די גאנצע מעכטיגע חתונה פליעט דורך ווי אן אויגן בליק און נאר דער אייבערשטער בלייבט אויף אייביג, דאס איז וואס מען טוט דא חזר'ן אז די אמונה איז די עיקר פון אלעס, און נישט כבוד (המדומה) און געלט.   די שמחה געווען גאר פרייליך און געשמאק, עס איז טאקע געווען צושטיפט וויבאלד עס איז געפראוועט געווארן אין בית המדרש, און נישט אין א גרויסע שיינע רבי'שע זאל וואס וואלט זיך רואיגערהייט אנגעפילט, אבער אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג אז די חתונה איז בסך הכל אפאר שעה און דערנאך גייט יעדער אהיים צו זיין שטוב און דארט קען ער זיך רואיגערהייט אויסציען און זיצן באקוועם אויף וועלכע וועג ער וויל, און עסן וועלכע סארט עסן עס שמעקט אים.   אויך איז די חתונה געווען א גרויסע הפצה, ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט ביים פאריגע חתונה פון זיין טאכטער תחי':  ווען עס איז דא א חתונה קומען אלע צו גיין, קרובים וואס וואלטן נישט געגאנגען צו א קרוב'ס חתונה; דאך אין ברסלב, אין היכל הקודש, אין ישיבה – ווילן זיי זען; איז דאס א שטארקע הפצה.    דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון די שמחה זאל נשפע ווערן שפע פאר אלע תלמידים און פאר אלע אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, און אלע אידישע קינדער זאלן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.   קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה

    < זעה מער ה שבט תשפ"ד 📝
  • חתונה פון א זון פון ראש ישיבה שליט"א - זונטאג בא אין ישיבה

    מיטן גרויס שמחה גרייטן זיך אנשי שלומינו צו די חתונה פון החתן שמעון ני"ו א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס גייט אונטער די חופה מיט א הכלה בת הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל המוסדות וואס וועט פארקומען אין היכל הישיבה קומענדיגן זונטאג פרשת בא הבעל"ט, דער ראש ישיבה שליט"א לאדענט איין אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קומען מיטפרייען ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אינעם היינטיגן מכתב "דער אייבערשטער מאכט מיט מיר אזעלכע חסדים, דעם שבת וועל איך זיין אין בארא פארק ביי מיין טאטע שליט"א, איך מאך באווארפן פאר מיין זון החתן שמעון, איך מאך עס ביי מיין טאטע שליט"א. די חתונה וועט זיין בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומוצלחת זונטאג אין ישיבה, איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען; פון קרית ברסלב דארף מען זיך נישט אריינשלעפן, עס וועט זיין שבע ברכות אין שטעטל, וועלן מיר זיך דארט קענען פרייען אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז אז מיר ווייסן פון רבי'ן, פון אזעלכע עצות." &nbsp; און אזוי ווי אלע חתונות אין ישיבה וועט עס פארקומען אויף א פשוטע פארנעם, אן קיין נארישע אויסברענגעריי פון קעיטערערס, בלומען, פאטאגרעפערס, שפילערס, זינגערס און בדחנים, פאר די נאנטע משפחה וועט בעז"ה צוגעשטעלט ווערן א באשיידענע סעודה, און מען וועט אנצינדן א מוזיק פלעיער וואס האט שוין אויף זיך שיינע שפילערס און זינגערס און מען וועט זיך קומע משתתף זיין און זיך מיטפרייען מיט די שמחה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז זוכה צו פירן א קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומצלחת, און מיטן מחותן דער מנהל המוסדות שליט"א וואס פריידט זיך אונטער צו פירן זיין טאכטער אונטער די חופה. &nbsp; נאכן בענטשן וועט דער שמש אויסרופן צו מצוה טאנץ די מחותנים און די זיידעס - צווישן זיי דעם קארלסבורגער רב שליט"א און הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען - מיט'ן געשמאקן "יעמוד יעמוד" נוסח, און וועט נאכפאלגן מיט די הייליגע מנהג וואס יסודתם בהררי קודש פון מצוה טאנץ מיט גרויס געהויבענקייט, און מען וועט ארויסלאזן דעם נארישן איינפיר פון הספדים און גראמען פון וואס קיינער - אויסער דער בדחן - האט נישט קיין נוצן. &nbsp; און דערנאך וועלן חתן כלה און די מחותנים אהיים גיין גענוג פרי מען זאל נאך האבן גענוג צייט זיך אויסצורוען און קענען אויפשטיין אינדערפרי צו א פרישע פראדאקטיוו טאג בסעייתא דשמיא, דעם קומענדיגן טאג וועט שוין סייווי קיין איין חבר'טע געדענקען וועלכע קלייד די שוועסטער פון די כלה האט אנגעטון, קיינער וועט שוין נישט קענען שמעקן די פרישע בלומען פון נעכטן, אויך די פלאץ וועט שוין נישט זיין צושטיפט, אבער פאר די מחותנים וועט בלייבן די הרווחה פאר א לאנגע צייט, זיי וועלן נישט האבן קיין עכטע חובות פון די עכטע שטיינער, זיי וועלן מיטן אויבערשטנעס הילף שעפן הויפענעס נחת פון זייערע קינדער וואס זענען נישט געספוילט געווארן פון די פילע שוואוילטאגן, און ווען מען זעט זיך שפעטער אז מען האט מיינונגס פארשידענהייטן ווייסן זיי וואס דאס מיינט צו זיין סענסעטיוו צו א צווייטן, און קענען זיך דורכקומען בעזרת השם יתברך. &nbsp; אנשי שלומינו זענען זייער דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס דערמאנט אונז כסדר און פירט זיך ווי דער גענעראל וואס גייט בראש המלחמה און איז א פערזענליכע ביישפיל פון מאכן שמחות פשוטערהייט, און וואונטשן אן פארן ראש ישיבה שליט"א מיט אלע מחותנים אז דער אויבערשטער זאל זיי געבן פיל נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך, און דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח ווייטער צו קענען איבערגעבן פאר אונז די עצות און חיזוק פון רבי'ן און מוהרא"ש ביז די הונדער און צוואנציג יאר, אמן.

    < זעה מער ב שבט תשפ"ד 📝
  • שובבי"ם אין די ברסלבע ישיבה

    אין ישיבה תפארת התורה לעבט מען מיט די צייט, דאס מיינט אז מען לערנט נישט די סדרה ווי אן אלטע מעשה וואס איז געווען טויזנטער יארן צוריק, נאר מען לערנט עס אויף זיך אליינס, יעצט ווען מען איז אריין אין שובבי"ם, מען לערנט די פרשיות ווי די אידן זענען ארויס פון מצרים, נעמען עס די בחורים פערזענליך. מען זעט אין די פרשה אז אויך איך קען ארויסגיין פון מיין "מצר ים" וואס מיינט די ענגשאפט אין מח, און אפילו מען איז משעובד צו פרעה, קען מען טון וואס די אידן האבן געטון דעמאלטס, און שרייען צום אויבערשטן, און פאלגן דעם צדיק משה רבינו, וואס נעמט אונז אויך היינט ארויס פון מצרים, און ברענגט אונז צום בארג סיני און געבט אונז די זיסע און הייליגע תורה, אויף א וועג אז מיר זאלן וויסן אז אויך אונז קענען זוכה זיין צו זיין צדיקים און אויך אונז קענען לערנען די תורה. &nbsp; ווען מען קומט אריין אין ישיבה סיי אין שטעטל און סיי אין שטאט שפירט מען א שובבי"ם לופט, די טייערע תלמידים וואס לערנען פלייסיג א גאנץ יאר לייגן צו נאך שיעורים און נאך לימודים, פילע בחורים לערנען פילע בלעטער גמרא כסדרן, די בחורים זאגן אויס גאנץ תהלים יעדע וואך, אויסער די פילע אנדערע שיעורים ווי חומש רש"י מיט תרגום,, אכצן פרקים משניות יעדן טאג, לייגן נאך פילע צו א בלאט ירושלמי, א פרק תוספתא, רבמ"ם, טור, שלחן ערוך, מדרשים, זוהר הקדוש, חסידישע ספרים און אזוי ווייטער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז אין די טעג זאל מען זיין מער נזהר און זאגן די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי (ט"ז, מ"א, מ"ב, ל"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ), און מען זאל נישט טראכטן "אזא גרינגע זאך צען קאפיטלעך תהלים" און זיך לאזן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז איינרעדן אז נאר שווערע עבודות קענען אונז מתקן זיין, אזוי ווי דער רבי טייטשט "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה", אידישע קינדער האבן נישט צוגעהערט צו משה מיינענדיג אז מען דארף טון עבודות קשות ארויסצוגיין פון מצרים. דער ראש ישיבה האט געבעטן מען זאל נישט אוועקלייגן די תיקון הכללי אויף שפעטער, נאר תיכף נאכן דאווענען מיט די רבינו תם תפילין זאל מען זאגן די צען קאפיטלעך תהלים וואס דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אין איינע פון די טעג ביים פארלערענען פרקי אבות פארן דאווענען אנגעצייכענט די משנה אין פרק ד' "אלישע בן אבויה אומר, הלומד ילד למה הוא דומה, לדיו כתובה על ניר חדש. והלומד זקן למה הוא דומה, לדיו כתובה על ניר מחוק." האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ווי באקאנט איז דאס געווען "אחר", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אפשר איז דאס געווען זיין טעות, פארוואס ער האט נישט תשובה געטון נאכדעם וואס ער איז נעבעך דורך וואס ער איז דורך, ווייל ער האט געוואלט זיין נאר ווי א ריינע פאפיר וואס מען האט נאך גארנישט געשריבן דערויף נאר גוטע זאכן, ער האט נישט געקענט דולדן זיין דורכפאל. אבער דאס איז נישט ריכטיג, ווייל מען קען אייביג אנהייבן פון פריש און זיין ווי א קינד וואס איז היינט געבוירן אויב מען טוט תשובה. &nbsp; שובו בנים שובבים

    < זעה מער כט טבת תשפ"ד 📝
  • מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש גרייטן צו רבי מאיר בעל הנס פושקע

    אנשי שלומינו נעמען אויף מיט פרייד די בשורה פונעם גבאי פון די מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אז מען גרייט זיך צו פראדוצירן און אויסטיילן די נייע פושקע פאר די הייליגע ארץ ישראל'דיגע מוסדות מען זאל קענען געבן צדקה אין די פושקע וואס דער ראש ישיבה שרייבט דערויף אז עס איז "צדקת רבי מאיר בעל הנס" און ווער עס וועט דארפן א ישועה זאל לייגן אין דעם פושקע, אזוי אויך די פרויען פארן ליכט צינדן.&nbsp; &nbsp; ר' אהרן זאגט אונז אז דער בריוו האט געמאכט א גרויסע שטורעם און ווי ער גייט און שטייט בעט מען אים א פושקע, אבער ער זאגט אז די פושקעס זענען נאך יעצט אין פראדאקשן, און ער האפט בעזרת השם יתברך בקרוב צו האבן גענוג פושקעס, און עס קענען געבן פאר אלעמען. &nbsp; פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן א בריוו פארן גבאי פון די מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש "לכבוד מיין טייערע אהרן בן פיגא ני"ו, טייל אויס פאר יעדן פון אנשי שלומינו א פושקע פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל "קופת רבי מאיר בעל הנס", און ווען די פרויען גייען צינדן די שבת ליכט זאלן זיי לייגן צדקה פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות. אזוי אויך ווען מען וויל פועל'ן א ישועה וועט מען לייגן צדקה אין די פושקע פון רבי מאיר בעל הנס פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות און מען וועט זען א ישועה. אלע זענען זייער ווארעם צו העלפן די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש, מיר נעמען נישט קיין געלט פון די ערב רב און מיר לערנען נישט און רעדן נישט זייער טריפה'נעם שפראך, האב נישט מורא, אלע וועלן דיר העלפן, אלע ווילן האבן א חלק אין תורת ארץ ישראל" &nbsp; אנשי שלומינו געבן צדקה מיט שמחה און געבן וויפיל מען קען יעצט, מען ווייסט די גרויסע חשיבות פון צדקה, און אז דער אויבערשטער דארף נישט דווקא די מיליאנען פון די גרויסע עשירים, דער אויבערשטער וויל מזכה זיין יעדן איד מיט די מצוה פון צדקה, מען לייגט אריין איין פרוטה פארן דאווענען שחרית, א פרוטה פאר מנחה, א פרוטה פאר מערב, יעדעס מאל מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג לייגט מען אריין א פרוטה און מען זאגט עטליכע ווערטער צום אויבערשטן אז די וועג זאל דורכגיין בשלום, מען זאל נישט כאפן קיין טיקעט, עס זאל נישט זיין קיין טרעפיק, מען זאל נישט מאכן קיין עקסידענט, יעדעס מאל ביי התבודדות נעמט מען ארויס א פרוטה פון טאש און מען לייגט עס אריין אין די פושקע. און פרוטה פרוטה מצטרפת, פון די קליינע מטבע'לעך קען מען בעזרת השם אויסצאלן א מלמד אדער צוויי. &nbsp; אויך זענען דא פילע אנשי שלומינו וועלכע וועלן נעמען פושקעס ארום צו גיין אין שול זייער מנין שחרית. מען טוט זיך אן מיט עזות דקדושה און גייט ארום מען קלאפט מיט די פושקע (ליקוטי מוהר"ן ח"א סימן כ"ב) וואס איז ממתיק אלע דינים פון זיך און פון גאנץ כלל ישראל, און פון די פרוטה'לעך וואס אידישע קינדער לייגן אריין ביי שחרית קען זיך איינזאמלען במשך דעם יאר עטליכע טויזענט דאלער!

    < זעה מער כח טבת תשפ"ד 📝
  • די זיבן קאנטינענטן

    ווען מען רעדט איבער די קאנטינענטן, וועלן מיר געבן א דין קדימה פאר אייראפע. פארוואס? פשוט ווייל רוב רובם פון כלל ישראל האט זיך געדרייט דארט אין די לעצטע עטליכע הונדערט יאר. אנגעהויבן פון שפאניע, פארטוגאל, דייטשלאנד, אונגארן, רוסלאנד, פוילן און אזוי ווייטער, זענען געווען הונדערטע שטעט און שטעטלעך אנגעפילט מיט קהילות הקודש פשוטע אידן און צדיקים וקדושים וואס האבן געקערט וועלטן. &nbsp; אבער איידער מיר גייען אריינגיין אין די קאנטיענטן, לאמיר אים באטראכטן, וואס ביסטו קאנטינענט? וואס איז דאס אנדערש פון א לאנד אדער שטאט? לאמיר א קוק טאן אויפן כדור הארץ: בערך צוויי דריטל פונעם באלי איז באדעקט מיטן אקעאן. דאס מיינט אז די יבשה מיט אלע לענדער דערין איז נישט מער פון בערך איין דריטל שטח פון די וועלט. אבער די יבשה איז נישט אלעס אויף איין פלאץ, עס איז צוטיילט אין עטליכע ריזיגע שטיקער "אינזלען", וואס די פילע פעלקער פון די וועלט שלאגן זיך ארום דערויף ווער זאל הערשן וואו. &nbsp; עס איז אנגענומען איינצוטיילן די יבשה אויף זיבן קאנטינענטן. אזיע, אפריקע, צפון אמעריקע, דרום אמעריקע, אנטארטיקע, אייראפע, און אויסטראליע. אבער וויבאלד די קאנטינענטן אזיע, אפריקע און אייראפע זענען פאקטיש פארבינדן אלץ איין יבשה, אזוי אויך ביידע אמעריקעס זענען פארבינדן, זענען דא וואס טיילן עס איין אין בלויז פיר. "אפרא-אייראָאַזיע", "די אמערקעס", "אויסטראליע" (אדער אשיאנא), און "אנטארטיקע". &nbsp; אבער דאס איז נישט אנגנומען אויף די וועלט צוליב וואס אויב וואלט מען אזוי גערעכעט וואלטן געווען בערך 180,000 קאנטנענטן, פון די פילע קלענערע און גרעסערע אינזלען איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; יעדע קאנטינענט באשטייט פון ריזיגע שטחים פון וועלדער פעלדער בערג ימים טייכן און פעלקער ווען די פארשידענע קאנטינענטן זענען אפגעטיילט איינע פון די אנדערע בעיקר מיט וועלכע פעלקער זענען דארט באוואוינט. אייראפע באשטייט פון די ווייסע פעלקער מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, אזיע איז באוואוינט בעיקר מיט די כינעזע-יאפאנעזע און אראבישע פעלקער, און אפריקע מיט די שווארצע פעלקער. צפון אמעריקע באשטייט בעיקר פון ענגליש אייראפעאישע אפשטאמיגע בראש פון די פאראייניגטע שטאטן, און דרום אמעריקע באשטייט בעיקר פון שפאניש אייראפעאישע. אויסטראליע ווערט אויך באטראכט אלץ אן ענגליש אפשטאמיגע קאנטינענט, און אנטארטיקע איז א פוסטע פארפרויענע קאנטינענט אן קיין שום לאנד אדער רעגירונג וואס זאל הערשן אויף די ריזיגע ליידיגע שטחים. &nbsp; עס זענען פארהאן מענטשן וואס גלייכן צו פארן צו וואס מער לענדער און שטעט, כדי זיך נאכדעם צו קענען בארימען וואו אלץ זיי האבן שוין באזוכט, דער רבי אין שיחות הר"ן, סימן כח שרייבט שוין דערוועגן: עס איז גוט פארן מענטש דורך צו לערנען יעדן ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט, זיי געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלץ נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, דאס זעלבע דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט: "איך האב אלעס געלערנט, איך בין געווען איבעראל"; און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פארן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף דער וועלט.

    < זעה מער כח טבת תשפ"ד 📝
  • הכנסת ספר תורה לע"נ מוהרא"ש זי"ע מוצש"ק פרשת בשלח הבעל"ט

    אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום יומא דהילולא קדישא פון אונזער גרויסן מנהיג וואס דער אויבערשטער האט ברוב רחמיו וחסדיו אראפ געשיקט צו אונזער דור, מוהרא"ש זי"ע, וואס פאלט אויס קומענדיגן שב"ק פרשת בשלח י"ז שבט הבעל"ט. &nbsp; איבעראל אין די גאנצע וועלט וועלן זיך די תלמידים צוזאם נעמען אין די שולן פון היכל הקודש ווי מען וועט איבער חזר'ן און זיך אויפפרישן מיט די לעכטיגע עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבער געלאזט. מען וועט רעדן איבער די נושאים וואס ער פלעגט אלץ מחזק זיין אז מען זאל כסדר חזן, מען וועט רעדן פון רעדן צום אויבערשטן, ווי ער פלעגט אלץ זאגן אז ווען א מענטש זאל וויסן וואס מען קען פועלן מיט תפלה וואלט מען נישט נישט אפגעלאזט די זאך פון התבודדות. מען וועט זיך מחזק זיין צו רעדן שיין אין שטוב, ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מען קען נישט זיין אפגעהיטן אן א ווייב, און אויב מען קריגט זיך איז דער סמ"ך מ"ם באלעבאס אין שטוב רח"ל. מען וועט רעדן איבער דעם סדר דרך הלימוד פון זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, מען וועט זיך מחזק זיין מיט לימוד משניות, זאגן פרקים משניות וואס איז מסוגל פאר כל מיני ישועות בפרט פאר ווער עס וויל ארויסגיין פון אלע סארטן עדיקשאנס רח"ל. מען וועט רעדן פון הפצה, וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען די תלמידים אז אויב דו האסט אנגעהויבן צו הערן די ווערטער פונעם צדיק און דיין לעבן האט זיך געטוישט, פארוואס זאלסטו נישט פארגינען די זיסע לעבן פאר נאך איד. און אזוי ווייטער. &nbsp; אין די לעצטע יארן האט מען געשריבן א ספר תורה לעילוי נשמת מוהרא"ש זי"ע וואס וועט אריינגעגעבן ווערן צום בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, וואס מען האלט שוין ב"ה ביי די לעצטע שטאפלען, און די הכנסת ספר תורה וועט בעז"ה געפראוועט ווערן קומענדיגן מוצש"ק פרשת בשלח הבעל"ט ברוב עם וברוב פאר והדר. רוב זכותים זענען שוין אויספארקויפט געווארן, עס זענען נאך דא געציילטע זכותים וואס מען קען נאך שאפן, מען קען רופן דעם גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג מו"ה שבתי מארקוס הי"ו אויף 3476662803. &nbsp; פאלגט נאך אונזערע באריכטן איבער פרטים איבער די מעמדי סיום כתיבות האותיות וואס וועט פארקומען סיי אין ברוקלין און סיי אין אפסטעיט אין די קומענדיגע טעג בעהשי"ת &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה &nbsp; 📰 נייע ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע שוין אנגעהויבן צו שרייבן

    < זעה מער כו טבת תשפ"ד 📝
  • שאלות ותשובות פאנעל פון די חשובע כולל אינגעלייט מיט די געטרייע הצלה וואלענטירן

    אין א ערשטמאליגע דערגרייכונג, איז פארגעקומען א גאר וויכטיגע שאלות ותשובות פאנעל, ביים בית הוראה שטיבל אין שטעטל וואו מען איז אדורכגעגאנגען גאר וויכטיגע נושאים וואס איז נוגע פאר די הצלה וואלענטירן וואס לויפן אויף הצלה רופן אין שבת קודש. &nbsp; דער פאנעל איז פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג ויחי, מען האט זיך צאמגעזעצט די חשובע אברכי הכולל, צוזאמען מיט די געטרייע הצלה וואלענטירן פון שטעטל, ווי אויך האט מען געהאט די זכי&rsquo; אז דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען צו פארן פאר דעם צוועק כדי דאס צו קענען מיטהאלטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשטעלט איינע פון די חשובע אינגעלייט פון כולל מו&rdquo;ה הערשל בוים הי&rdquo;ו זאל פארלייגן די שאלות וואס מען וויל דורכרעדן, און אזוי איז מען דורכגעגאנגען פאר דריי שעה גאר אסאך וויכטיגע שאלות. &nbsp; ר&rsquo; הערשל האט פארגעשטעלט די שאלה פאר די הצלה וואלענטירן און די וואלענטירן האבן אויסגעשמועסט די פראקטיק דערפון, און אזוי אויך האבן זיי געוויזן די מאשינען מיט וואס מען באנוצט זיך אפט על כל צרה שלא תבא. &nbsp; נאכן דורכגיין א גרויסע ליסטע פון הלכות איז מען ברוך השם ארויסגעקומען זייער קלאר וויאזוי מען האט זיך צו פירן. געוויסע שאלות האט דער ראש ישיבה געזאגט פארן דיין שליט&rdquo;א זאל דאס אדורכגיין, און דערנאך שרייבן אויף דעם א תשובה וויאזוי מען דארף זיך צו פירן ביי דעם פאל. &nbsp; שפעטער האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט: &ldquo;עס איז מיר געווען א פארגענוגן צו זען ווי די כולל אינגעלייט מיטן דיין שליט&rdquo;א זענען אזוי קלאר אין די הלכות אויף למעשה, און אויך די אינגעלייט וואס זענען הצלה וואלענטירן זענען אויך אויסגעקאכט אין די הלכות נישט צו נכשל ווערן אין חילול שבת&rdquo;. &nbsp; אזוי אויך האט דער ראש ישיבה זיך אויסגעדריקט &ldquo;דער כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן, און דער ראש הכולל, דער דיין - איז אויך א מתנה פאר די גאנצע קהילה&rdquo;.

    < זעה מער כג טבת תשפ"ד 📝
  • שניי

    שטיינעדיג אין תקופת טבת אין סאמע ברען (פראסט...) פונעם ווינטער, לאמיר זיך אפשטעלן אויף די שניי, און באטראכטן אביסל דעם באשעפערס גרויסע וואונדער. &nbsp; ווי שיין און געשמאק איז צו זען דעם רואיגן ווייסן צודעק וואס הילט איין די גאנצע בריאה אין דעם פוכיגן ווייכן שניי. די רואיגע אטמאספערע וואס דאס געבט צו איז נישט צום באשרייבן. אבער אויסער די קינדער וואס קענען קוים ווארטן אויף די שניי צו קענען שפילן דערמיט און בויען שניי מענטשן, באקומט די וועלט אסאך בענעפיטן פון די שניי. ווער געדענקט נישט די שוואכע ווינטער פון פאריאר ווען עס האט כמעט נישט געשנייט אין ניו יארק, אבער וואס אסאך כאפן אפשר נישט, האט עס צוגעברענגט א שטארקע מאנגל פון פרישע קוואל וואסער, וואס האבן די צוויי א שייכות? די וואסער קוועלער זענען היילן וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די בריאה, און ווערן געפיטערט פון די רעגן אדער שניי פון העכער די ערד. אבער די ערד העכער די קוועלער זענען נישט געלעכערט, און כאטש עס רינט כסדר אראפ וואסער פון די ערד'ס אויבערפלאך צו זיי, קען אבער זייער ווייניג וואסער אויף אמאל אריינגייין, דאס איז גורם אז אפילו ווען עס רעגנט אסאך און אפילו גאר שטארקע שטורעם רעגנס קומט אבער זייער ווייניג דערפון אן צו די קוועלער אונטער די ערד. שניי איז אבער אנדערש, ווען די ערד איז צוגעדעקט מיט א שיכט פון שניי, טוט די זון אויפלאזן יעדן טאג קליינע מאסן פון די שניי וואס רינט שטאטעלעך אריין אין די ערד, און כמעט די גאנצע וואסער דערפון קומט פאקטיש אן צו די קוועלער. &nbsp; און קוק די וואונדער פון באשעפער, די קאלטע שניי האט נאך א תפקיד, די קאלטע שניי טוט אנווארימען די ערד, און פילע געוויקסן און באשעפענישן באהאלטן זיך אונטער דעם און קענען אזוי ארום דורכלעבן די ברוטאלע ווינטער קעלט. &nbsp; וויאזוי ווערט שניי פארמירט? אן אריינגיין אין וויאזוי "רעגן" ווערט פארמירט, וואס דארף א באזונדערע אריכות, ווערן די טראפעלעך פון וואסער פון וואס די וואלקענעס באשטייען פארמירט אין פיצקעלעך אייז ברעקעלעך אויב די טעמפעראטור איז אונטער 32 פערנהייט (0 צעלציוס) וואס ווערט וואנדערליך פארמירט אין די הערליכע פארעמס פון וואס מיר קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן, ווי יעדע איינציגע שניי ברעקל זעט אויס אנדערש, אבער איז הערליך פארמירט ווי א מייסטערהאפטע שטערן. &nbsp; עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאט א דרך צו מאכן סיגופים ווי גלגול שלג, זיך פייניגן דאס גוף און אזוי אויסלייטערן די נשמה, אבער דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט א דרך אין עבודת ה', דער רבי האט געזאגט אז ווער עס מאכט התבודדות, ער רעדט צום אויבערשטן דער דארף זיך נישט פייניגן, דער רבי האט אויך געזאגט אז ער באדויערט דאס וואס ער האט זיך געפייניגט אין די אינגע יארן, ווייל ווען ער וואלט געוויסט ווי גרויס התבודדות איז וואלט ער נאר דאס געטון. &nbsp; מוהרא"ש האט צוגעלייגט אז די וואס גייען הפצה קומען אפ אלע סיגופים, ווייל אז מען גייט ארום קומט אויס אז מען דארף גיין אין שניי, מען גליטשט זיך אויס, האט מען באקומען גלגול שלג, זומער גייט מען אין די היצן, מען שוויצט אוועק, און מען נעמט אלעס אן בשמחה, דערמיט קומט מען אפ אלע עבירות. &nbsp; ראה זה חדש: אויפן גרויסן פארלאנג האבן מיר געעפענט אן אימעיל askgershon@gmail.com, ווי די ליינער וועלן קענען בעטן מיר זאלן באשרייבן סיי וועלכע נושא, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן כיד ה' הטובה עלינו.

    < זעה מער כב טבת תשפ"ד 📝
  • שאפ ברסלב וועבסייט הערליך איבערגעמאכט

    אין די צייט וואס די וועבסייט וועלט רוקט זיך פאראויס מיט בעסער שאפינג וועבסייטס שטייט נישט מו"ה אברהם יצחק אייזנער הי"ו מיט פארלייגטע הענט, שוין עטליכע חדשים וואס ער לייגט אריין בסייעתא דשמיא גאר אסאך ריסורטש מיט די גרעסטע מומחים אין יוזער עקספירענס און דיזיין סטראטעגיע, אויפצוקומען מיט די געשמאקסטע שאפינג עקספיריענס וואס שייך בסייעתא דשמיא. &nbsp; יעצט קען מען שוין ב"ה שניידן די פירות און ווען קומט אריין אינעם ברסלב סענטער געשעפט באגעגנט מען א גענצליך נייע איבערגעמאכטע סייט, ווי אלעס איז מסודר און שיין אויסגעלייגט גרינג צו קויפן גרינג צו זוכן און געשמאק צו באזוכן. &nbsp; צוערשט האט מען געשאפן א צוויי שפראכן סייט, ווי די באזוכער קענען אויסוועלן "אידיש" אדער "ענגליש" אלץ זייער שפראך וואס איז זיי די מערסטע באקוועם.&nbsp; &nbsp; ווען מען גייט אריין אין סיי וועלכע קאלעקשאן, וועט ארויפקומען פילטערס אויף די לינקע זייט (וואס מען קען באשליסן אז מען וויל נישט האבן די פילטער אפציע אויב מען וויל נישט עס זאל אויפנעמען פלאץ אויפן סקרין דורכן דרוקן "באהאלט פילטער), ווי מען האט ארייגעבויעט גאר גוטע נוצבארע און פראקטישע פילטערס, ווי "אוועלעביליטי", ווי מען קען זען וויפיל פון די אייטעמס זענען יעצט אין סטאק און מאכן א טשעק צי מען וויל עס זען אויפן סקרין. דערנאך איז דא א "פרייז" פילטער וואס לאזט קלויבן די רעינדזש פון פרייזן וואס איר ווילט זען אויפן סקרין, דורכן רוקן די פרייז רוקער העכער און נידעריגער. דאס הייסט אויב וועלט איר אויס א רעידנזש פון צום ביישפיל 10 ביז 20 וועט ארויפקומען אויפן סקרין נאר די אייטעמס וואס קאסטן צווישן צען און צוואנציג דאלער. דערנאך איז דא די "סארט אייטעם" פילטער וואס ערלויבט די באזוכער צו אויסוועלן וועלכע סארט אייטעמס זיי ווילן יעצט טרעפן, צום ביישפיל קונטרסים, ספרים, קארטלעך, און אזוי ווייטער, דערנאך איז די די "שפראך" פילטער וואס לאזט אויסוועלן די שפראך אין וואס די אייטעם איז געשריבן אדער געזאגט געווארן, אידיש, ענגליש, לשון הקודש, און נאך. דערנאך איז דא די "בעל מחבר" פילטער וואס וועט שטארק העלפן טרעפן דעם ספר וואס מען זוכט לויט'ן מחבר, דער הייליגער רבי, רבי נתן, מוהרא"ש, און אזוי ווייטער. &nbsp; אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר מו"ה אברהם יצחק אייזנער הי"ו וואס האט אריינגעלייגט - און לייגט נאך אריין - הונדערטער שעות אויפן פראיעקט, אינאיינעם מיט מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו און מו"ה יוסף יאקאבאוויטש הי"ו, און די איבעריגע שטאב פון קרן הדפסה פאר זייער הילף בכל עת ועונה. אזוי אויך איז מען מכיר טובה פאר אלע וואס האבן מנדב געווען פארן קרן הדפסה, וואס זיי אלע האבן א חלק אין די גרויסע הפצה ווינקל וואס פארשפרייט די הייליגע עצות פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; אז מען רעדט שוין פונעם ברסלב סענטער שאפ וועבסייט, איז כדי צו דערמאנען דעם ברסלב סענטער שאפ עפפ וואס ווערט באנוצט דורך די וואס פארמאגן ביזנעס דיווייסעס, וואס איז זייער שיין און געשמאק צו נוצן. און די וואס האבן א פראבלעם אז די עפפ עפענט זיך נישט, איז עס געווענליך ווייל די פילטער פירמעס לאזן נישט דורך ביי דיפאלט פילע שאפינג עפפס. אבער וועלן גערן ארויסהעלפן און עפענען דעם עפפ אויפן פארלאנג. &nbsp; שאפ ברסלב סענטער

    < זעה מער כב טבת תשפ"ד 📝
  • אנטדעקט אין די טעג היסטארישע בריוו פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו

    אין די לעצטיגע טעג איז אנטדעקט געווארן א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער שרייבט ארויס קלאר זיין שטעלונג קעגן די ציונים און די צה"ל וועלכע ער רופט אן "ערב רב", אזוי אויך שרייבט מוהרא"ש זי"ע זיין קלארע מיינונג איבער דעם צו מען זאל זיך באטייליגן אין די בחירות, און דערנאך שרייבט מוהרא"ש זי"ע איבער גיין צו הפגנות קעגן די מדינה. &nbsp; מיר וועלן דא ברענגען איבערגעטייטשע אויסצוגן און מאכן א שטיקל סך הכל פונעם בריוו, עס איז ראטזאם אז דער וואס קען לשון הקודש זאל ליינען מוהרא"ש'ס הייליגע לשון אליינס. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט דעם בריוו צו א איד וואס איז פארכאפט געווארן אין די צה"ל, און מוהרא"ש וויינט מיט מיט אים ווי ער דארף זיין אויף די פראנט ליניעס ווי ער מוז רחמנא ליצלן מחלל זיין שבת. &nbsp; מוהרא"ש גייט אריין אין זאגן אז איידער משיח וועט קומען וועט ארץ ישראל זיין אין די הענט פון די עירוב רב, וואס כאטש אויבערפלעכליך זעט עס אויס ווי זיי בויען אויף ארץ ישראל, אבער אידן וועלן זיין אין א גלות שווערער פון אלע פריערדיגע גלות'ער, ווייל זיי רייסן אויס די גאנצע תורה רח"ל, "וואויל איז דער וואס האלט זיך ביי די אמונה" שרייבט מוהרא"ש. &nbsp; אפילו די תנאים און אמוראים האבן שוין געשריבן אויף דעם דור "ייתי ולא אחמיניה", - "משיח זאל שוין קומען, אבער מיר ווילן נישט זיין אין יענע צייטן", אין די גמרא - שרייבט מוהרא"ש - איז נתקיים געווארן היינט ווען די זינדיגע ציונים זענען ארויס אין א קאמף מיט כביכול, און האבן געהאט א חלק אינעם חורבן אייראפע כידוע ווי זיי האבן נישט געלאזט ראטעווען, און יעצט טוען זיי אלעס מיטן ציל צו געוועלטיגן אויף אידישע קינדער, און מעשי שטן הצליח, זיי האבן מעביר געווען על הדת הונדערטער טויזנטער ספרדישע אידן, וואס האבן זיך געהאלטן פעסט הונדערטער יארן אין גלות, און יעצט אין ארץ ישראל גייט אויף זיי אריבער א רוחניות'דיגע וועלט מלחמה, אזוי אויך בגשמיות פילט מען אן די טורמעס פון זיי, און מען שיקט זיי אויף די פראנט ליניעס אויף סכנת נפשות גע'הרג'עט צו ווערן רח"ל. מוהרא"ש שרייבט 'איך וואלט געוואלט שרייבן אסאך מער, אבער מיין הארץ טוט מיר וויי, און איך הייב אן וויינען ווען איך זע וואס מיינע ברודער מאכן נעבעך מיט'. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט ווייטער: ווער עס קוקט אן די זאך אביעקטיוו, ער שליסט זיך נישט אן צו קיין שום פארטיי, ער איז נאר צוגעקלעבט צום אויבערשטן, זעט ער ווי אלעס איז איין שטיק בלאף, עס קומען די רשעים און זענען מטמא ארץ ישראל - "וויאזוי קען מען זיצן מיט זיי צוזאמען?" פרעגט מוהרא"ש. "וואויל איז דער וואס אנטלויפט און דרייט זיך ארויס פון זייער מיליטער, וואו דארט איז מען מתיר עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים בפרהסיא. דערפאר וואס האט אן ערליכע איד צו זיין פארמישט מיט זיי? און כל שכן גיין אנטייל נעמען אין די בחירות; וואס האבן מיר מיט זיי?". &nbsp; מוהרא"ש שרייבט ווייטער: מיר געפונען זיך צווישן זיי אין א ביטערע גלות, אזא גלות וואס כלל ישראל האט נאך נישט געהאט זייט זי איז געווארן א פאלק, אז מ'זאל אויסרייסן דעם אויבערשטן נאמען אפענערהייט, מען איז מרבה ממזרים צווישן אידן, מען פילט אן ארץ ישראל מיט נבילות, טריפות, אייזלען פלייש, פערדן פלייש און קעמלען פלייש, מען איז מחלל שבת, מען מאכט חיטוטי שכבי אן קיין שום בושה, זאכן וואס יעדע נארמאלע פאלק ציטערט צו טון, ווי גראבן ארום דעם הר הבית, קברי תנאים ואמוראים, און אור אלטע אידישע קברים, און דאס אלעס טוט מען באהאלטן, און פארשטעלט וכו'. &nbsp; זיי זענען מפקיר אידישע טעכטער, מען מאכט פון זיי זונות ממש, אויף דעם איז געבויעט דער קאנצעפט פון שירות לאומי (נאציאנאלע דינסט) אין צה"ל, און נישט בחנם האבן חז"ל געזאגט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור, און מען טאר נישט גיין אין מיליטער, ווייל דארט איז הפקר וועלט. &nbsp; אזוי אויך איז רציחה און שפיכת דמים ביי זיי א וויץ, עס גייט זיי בכלל נישט אן די לעבנס פון אידישע קינדער, זיי קעירן נישט פאר די צובראכענע עלטערן. דאס איז נאר א טפה מן הים וואס מיר ליידן זיך צוזאם פון די עירוב רב, וואס האבן גורם געווען א שרעקליכע צומישעניש אפילו צווישן ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות (כמוהם ירבו בישראל), ווייל אין די גרויסע צומישעניש מיינט יעדער אז מען קען נאך עפעס ראטעווען, בפרט אויב מען וועט זיצן אינאיינעם מיט זיי אין די כנסת המינים; אבער די פאקט איז אז נישט נאר וואס דאס האט נישט געהאלפן, נאר עס האט אסאך קאליע געמאכט אויף דורי דורות; ווייל אויב וואלט מען נישט אריין וואלטן זיי זיך מער גערעכנט מיט די ערליכע אידן, אויך וואלטן זיי זיך געשעמט פון די וועלט, ווייל דאס וואס די וועלט איז נאך אביסל מכבד אידישע קינדער איז עס נאר צוליב זייער דרך ארץ פאר די תורה, ווייל זיי מוזן מודה זיין אז ארץ ישראל געהערט פאר'ן עם הנבחר, ווי עס איז באקאנט אין די וועלט. אבער יעצט טוען זיי אלעס מיט א בלעכענע פנים און ווייזן פאר די וועלט אז אויך די ערליכע אידן זענען מסכים מיט זיי, והא ראי' אז זיי זיצן מיט זיי אין די כנסת המינים, און זיי שרייבן אלעס אונטער, און נעמען אחריות אויף אלעס אינאיינעם. &nbsp; דערפאר וואויל איז דער וואס איז זוכה זיך צו עפענען די אויגן און אנטלויפט פון זיי. מיר האבן נישט קיין אנדערע עצה נאר צו אנטלויפן צום אויבערשטן און אים בעטן ברחמים טאג און נאכט אויף אידישע נשמות אז מיר זאלן שוין זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן דורך משיח צדקינו וואס וועט אנטפלעקן דעם אויבערשטן מיט א געוואלדיגע אפענקייט אז יעדער פון גרויס ביז קליין וועט קענען ווייזן מיט די פינגער און וועט זאגן "הנה אלוקינו, זה ה' קוינו לו, זה ה' יושיענו", און מען וועט רעדן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען שמועסט מיט א חבר, וואס דאס איז דער עיקר וואס משיח וועט אויסלערנען. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט ווייטער: מיין טייערקייט, גלייב מיר, איך וואלט געדארפט מאריך זיין דערין און שרייבן נאך טויזנעטער בלעטער, ווייל דאס איז נוגע די עיקרים פון די הייליגע אמונה, און ביז יעצט האב איך נאך קיינמאל געשריבן מיין מיינונג אין די ענינים צוליב עטליכע סיבות, און אז דער אויבערשטער וועט מיר העלפן, וועלן איך נאך אסאך רעדן דערפון, און ווייזן און אויפדעקן אז יעצט גייט אריבער אויף אידישע קינדער א גלות פון די ערוב רב, וואס דאס איז די ביטערסטע גלות, און פונקט אין ארץ ישראל, און אויך די אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט ליידן נאר צוליב זיי וואס זיי רייצן זיך וכו'. &nbsp; יעצט האסטו נישט קיין אנדערע ברירה - ווייל דו ביסט פארכאפט מיט'ן כח פון די רעגירונג, מען האט דיר געשיקט אויף די פראנט ליניענס אין פייער - נאר רעדן צום אויבערשטן, און אויך זאלסטו רעדן צו אנדערע אידן ווערטער פון אמונה און יראת שמים, און עס לוינט זיך נישט צו טענה'ן מיט קיינעם, אפילו מיט ערליכע אידן איבער די ענינים, און זיכער נישט מיט קיין פרייע, ווייל ביידע האלטן אז דאס איז א אתחלתא דגאולה רח"ל, און כאילו זיי טוען אונז עפעס א טובה מיטן אויפבויען ארץ ישראל, און זיי ווייסן נישט און זיי כאפן נישט אז בין כך ובין כך באצאלן מיר א טייערע פרייז, סיי בגשמיות אז עס ווערן גע'הרג'עט און פארוואונדעט צענדליגע טויזנטע אידישע קינדער, און סיי ברוחניות אז זיי לייקענען אין די אמונה רחמנא ליצלן. דער עיקר זע צו רעדן ווערטער פון פשוטע אמונה און זארג זיך נישט, דער אויבערשטער וועט דיר זיכער ארויסנעמען פון דארט, און דו וועסט זוכה זיין אהיים צו גיין צו דיין ווייב און קינדער, און דו וועסט אינגאצן פטור ווערן פון זיי, ווייל אלעס קען מען פועל'ן דורך תפלה. &nbsp; איך מוז מקצר זיין כאטש עס איז א פלאץ ווי מען וואלט געדארפט מאריך זיין און מסביר זיין אלעס בפרטי פרטיות. &nbsp; דא שרייבט מוהרא"ש אונטער זיין נאמען. &nbsp; דערנאך שרייבט מוהרא"ש ווייטער: ביטע ביטע, גיי נישט צו די בחירות, סיי פון די כנסת המינים, און סיי פון די עיריה (מוניציפאליטעט)! מיר האבן גארנישט מיט זיי. איך האלט אפילו פון גיין פראטעסטירן קעגן זיי. מיר תלמידים פון הייליגן רבין דארף דאס נישט טון, ווייל דאס איז סכנת נפשות ממש, ווייל זיי זענען חשוד אויף שפיכת דמים ממש, זיי שוינען נישט אויף קיין אינגע אדער אלטע, אויף פרויען און שוואכע, ווי מיר זעען; דערפאר דארפן מיר נאר בעטן דעם אויבערשטן ער זאל אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות. מוהרא"ש שטרייכט אונטער די קומענדיג שורות: עס איז זיכער אז די וואס גייען פראטעסטירן קעגן זיי טוען א גרויסע מצוה, און זיכער די וואס פראטעסטירן פאר די וועלט מאכן א גרויסע קידוש השם, ווייל די עירוב רב האבן זייער זייער מורא דערפון, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט פראטעסטירן, ווייל דאס איז די איינציגסטע געווער וואס די ערליכע אידן האבן. &nbsp; אבער מיר תלמידים פון הייליגן רבי'ן דארפן טון דאס אונזעריגע, אויפשטיין חצות און וויינען און קלאגן אויפן גרויסן חורבן, און אסאך רעדן צום אויבערשטן ער זאל שוין זען אונזערע ביטערע פראבלעמען, און דאס טוען נישט אפילו די פרומסטע, דערפאר זאלן זיי טון דאס זייעריגע און יוצא זיין דערמיט וואס דאס איז א גרויסע מצוה, און מיר וועלן יוצא זיין מיט אונזערס וואס קיינער טוט נישט, וואס דאס איז דאס גרעסטע זאך, אויפשטיין זאגן תיקון חצות און וויינען אויפן חורבן בית המקדש און אויף צרות ישראל. איך האף צום אויבערשטן נאכאמאל צו רעדן פון די זאכן מער באריכות. &nbsp; אט איז די טעקסט פון די אריגינעלע בריוו: בעזה"י &nbsp; יום ו' עש"ק לסדר חקת כ"ט סיון תשד"ם &nbsp; שלום רב להיקר והנעלה נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה ני"ע ... נרו יאיר ויזרח לנצח. &nbsp; את מכתבך לנכון קבלתי ומאד מאד, אני מצטער בצערך הקשה שאתה צריך לעמוד על החנית הראשונה בתוך האש ממש רחמנא ליצלן ועליך לחלל שבת בעוה"ר. &nbsp; מה אומר לך, קודם ביאת משיח צדקינו יהיה ארץ ישראל נתונה בידי הערב רב ואשר הם יעיקו את עמינו בני ישראל מאד מאד יותר מכל הגליות, ואף שיבנו את הארץ וירחיבו אותה וכו', אבל ברוחניות ובגשמיות יהיה מר מאד מאד, כי יעקרו את האמונה הקדושה לגמרי מאחינו בני ישראל, ויעקרו את כל התורה כולה, ומי שישאר אז קיים ביהדות אשרי לו ואשרי חלקו, והתנאים והאמוראים פחדו מאד מאד מהזמן הזה ואמרו "ייתי ולא אחמיניה ויהיה יקרות ועניות גדול וכו'" ושאר מיני צרות ויסורים, שיהרגו אלפים ורבבות נפשות כשרות וכו', והזנות והניאוף מאד מאד יתפשט, ועולה על הכל הכפירות והאפיקורסות, זה יעשה שממה ממש ויכפרו לגמרי, אשר זה יהיה מלחמת גוג ומגוג כי יהיה ערבוביא בישא אשר על זה נאמר אזל"א גר"ש שכינתא אומרת לקודשא בריך הוא "גרש האמה הזאת ואת בנה", אלין ערב רב דגרושני מהסתפח בנחלת ה' (תיקו"ז תיקון כ"א) ואמרו בזוה"ק (פ' פנחס דף רל"ג) יתיר מעכבין בגלותא ערב רב לישראל מאומין דעלמה (יותר מעכבין בגלות הערב רב לישראל מאמות העולם) ע"ש, ודבר זה נתקיים במלוא מובן המלה בדורתינו אלו, אשר קמו תרבות אנשים חטאים ערב רב ממש פסולת הנוהמא של העכו"ם שנתלקטו בערי מזרח אירופא, וקראו לעצמם שם "ציונים", ואמרו "נקומה ונעלה ציון ונלחם שם באלקי ישראל", וגרמו אבדון והרג גדול מיליונים מאחינו בני ישראל (כאשר כהיום יש כבר הוכחות ברורות שיש להם יד בהשואה כולה, ולא רק שיש להם חלק, אלא גם עשו כל מיני פעולות לעכב את ההצלה) ובארץ ישראל עושים כל העולה על רוחם וכו', ואף כל זה רק למען אחיזת העינים שרוצים לשתלט על כל חלקה טובה מעמינו ישראל התמימים. ובעוה"ר מעשה שטן הצליח, כי שנטא נצח, ועל ידי כן העבירו על הדת ועל האמונה אלפי אלפים ורוב רבבות רבבות מאחינו בני ישראל הספרדים התמימים שהחזיקו מעמד כבר אלפיים שנות הגלות, ודייקא בארץ ישראל עבר עליהם שואה רוחניות, ועכשיו גם גשמיות, כי הם ממלאים את בתי הסוהר וכו', וכן שולחים אותם ראשונה אל החנית על מנת להרג וכו', (תאמין לי כי יש הרבה לדבר בזה, אך כואב לי מאד הלב בשעת הכתיבה, כי נתעוררים בי דמעות וכאבים על שבר בת עמינו). &nbsp; מי שמסתכל בעין האמת ועומד מהצד, היינו שאינו שייך לשום מפלגה לשום צד רק מדבק עצמו בו יתברך, הוא רואה את האמת איך שהכל שקר גמור ואחיזת העינים, ובאו זרים וטמאו וחיללו את הארץ, ועל כן מה שייך לשבת אתם עמם יחד? אשרי מי שבורח ומשתמט מהצבא שהתירו עבודה זרה שפיכת דמים וגילוי עריות בפרהסיא, ועל כן מה יש לאחד מעמינו בני ישראל להתערב עמהם, ומכל שכן ללכת לבחור בכנסת המינים, מה לנו ועמהם? אנו נתונים ביניהם עכשיו בגלות מר מאד מאד, אשר כמוהו לא היתה מאז היתה ישראל לגוי, שיעקרו בריש גלי את שם ה' וירבו פסולים וממזרים בישראל, וימלאו את כל הארץ בנבילות וטריפות בשר חמורים וסוסים וגמלים וכו' וחילול שבת וניתוחי מתים וחטוטי שכבי בלי שום בושה כלל, מה שהאומות העולם פחדו לעשות דבר כזה לחפור סביבות ההר הבית וקברי תנאים ואמוראים וקברי ישראל עתיקים וכו', וכל זאת עושים בחסות וכסות ענינים וכו'. &nbsp; הפקירו את בנות ישראל ועשו אותם זונות ממש, כי על זה נבנה השירות לאומי להנשים בצה"ל, ואשר לא בחינם גזרו ואמרו החכמים ואמר שיהרג ויעבור ולא תלך בת ישראל לצבא, כי שם נעשית מופקרת ממש. &nbsp; וכן ענין רציחה ושפיכת דמים, אצלם שחוק וקלות ראש ממש, כי לא איפכת להם נפשות ישראל כלל, "יקומו וישחקו הנערים לפנינו" וכו', אינם מתחשבים ומתייחסים כלל עם רגשי ההורים האומללים. וכל זה רק כטיפה מן הים מה שאנו סובלים מהערב רב שגרמו ערבוביא בישא גם בין אחינו בני ישראל שומרי תורה ומצוות (כמוהם ירבו בישראל), כי מרוב התמורות כל אחד חושב שעדיין יכולים להציל, ובפרטיות כשישבו עמם אתם יחד בכנסת המינים, והמציאות שלא די שלא עזרו אלא גם קלקלו הרבה לדורי דורות, כי אם לא היו נכנסים אז היו יותר מתחשבים עם הדתיים, ומה גם שהיו מתביישים מאומות עולם אשר האומות העולם מה שמכבדים את ישראל קצת זה רק מפני דרך ארץ התורה, שההכרח להם להודות שהקב"ה נתן את ארץ הנבחרה לעם הנבחר וכו' כידוע דבר זה בעולם, אבל עכשיו הם עושים מעשיהם בצורה חפויה ומכסים הכל בכסות כאילו גם הדתיים מסכימים עמהם, ועליו הראיה שיושבים אתם עמם יחד בכנסת המינים וחותמים יחד על הכל ונוטלים האחריות על כל פרט ופרט כידוע דבר זה. &nbsp; ועל כן אשרי מי שזוכה לפתוח את עיניו ויברח מהם ומהמונם. לנו אין שום עצה אחרת רק לברוח אליו יתברך בתפלה ובקשה ולבקש יומם ולילה למען כלל נשמות ישראל, שנזכה כבר להגאל על ידי משיח צדקינו שיגלה את מלכותו יתברך בגלוי נפלא אשר ידעו אותו יתברך מקטנם ועד גדלם, וכל אחד יראה באצבעו ויאמר "הנה אלוקינו זה ה' קיוונו לו זה ה' יושיעינו" וידברו עמו יתברך כאשר ידבר איש עם רעהו, אשר זה עיקר בנין המלכות דקדושה גילוי משיח צדקינו. &nbsp; חמדת לבבי תאמין לי שהיה ראוי לי להאריך בדברים אלו באלפים עמודים כי הוא נוגע בעקרי האמונה הקדושה, ועד אף פעם לא כתבתי דעתי מענינים אלו מפני כמה טעמים, ואם יהי' ה' עמדי ארחיב את הדיבור בזה מאד להראות ולגלות כי עכשיו עובר על כלל נשמות גלות הערב רב אשר הוא הגלות הכי מרה, ודווקא בארצינו הקדושה, ואחינו בני ישראל במקומות הגלות סובלים רק בשביל הערב רב שמרדו וכו'. &nbsp; לעת עתה אין לך ברירה כי נתפסת בכח השלטון ושלחו אותך לחנית הראשונה מקום האש, רק לדבר עמו יתברך שם, וכן לדבר עם אחינו בני ישראל רק דיבורי אמונה ויראת שמים, ולא כדאי להכנס בויכוחים אפילו עם דתיים מענינים אלו, ומכל שכן עם חילונים, כי שניהם אוחזים שהוא התחלתא דגאולה רח"ל, וכאילו עושים לנו טובה בבנין הארץ, ולא יודעים ולא שמים על לב כי בין כך משלמים מחיר יקר, הן בגשמיות שנהרגים ונפצעים אלפים ורבבות מנערי ישראל, והן ברוחניות שכופרים בעיקר רחמנא ליצלן. &nbsp; העיקר ראה רק לדבר דיבורי אמונה פשוטה ואל תדאג כלל, השי"ת בוודאי יוציא אותך משם ותזכה לחזור אל ביתך אשתך וילדיך ותקבל פטור לגמרי, כי הכל יכולים לפעול על ידי תפלה. &nbsp; ההכרח לקצר אף שהוא מקום שצריך להאריך ולהסביר בפרטי פרטיות את כל הענין. הדו"ש &nbsp; אליעזר שלמה &nbsp; נא ונא לא ללכת לבחירות הן של הכנסת המינים והן של העיריה, לנו אין עסק עמהם כלל. ולדעתי אפילו לילך להפגין נגדם, אנו תלמידי רביז"ל לא צריכים כי זה סכנת נפשות ממש כי הם חשודים על שפיכות דמים ממש ואין חסים לא על נערים ועל זקנים ולא על נשים וחלושי כח כאשר ראינו, ועל כן עלינו רק לבקש את השי"ת תמיד שיגאלנו מהגלות המר הזה, "בוודאי כל אלו אשר יוצאים למחות נגדם עושים מצוה גדולה ומכל שכן אלו שמוחים לפני אומות העולם&nbsp; עושים קידוש ה' גדול כי הערב רב מפחדים ומתביישים מהם מאד מאד, ועל כן אשרי מי שילך ויפגין, כי זה הנשק היחידי שיש ליהודים מאמינים בני מאמינים". &nbsp; אבל אנו תלמידי רביז"ל צריכים לעסוק בעסקינו קימת חצות ולבכות ולקונן על החורבן הנורא ולהתבודד הרבה עמו יתברך שיסתכל על צרותינו המרה, ודבר זה לא עושים גם הכי חרדים, ועל כן הם יעשו את שלהם לצאת בה שהוא מצוה רבה, ואנו נצא בעסק שאף אחד לא עוסק שזה עולה על הכל לקום בחצות לילה ולבכות ולהתאונן על חורבן בית המקדש וצרות ישראל. &nbsp; אקווה להשי"ת עוד לחזור ולדבר מדברים אלו יותר באריכות.

    < זעה מער כא טבת תשפ"ד 📝
  • מען גרייט זיך שוין אויף ראש השנה תשפ"ה

    "ראש כל שנה ושנה, ציווה להתקבץ על ציונו אומנה, שומרים זאת תלמידיו, מדי שנה בשנה להתראות לפניו, שוברים על זה מניעות עצומות" (יעדן ראש השנה, האט ער געהייסן מיר זאלן קומען צו זיין ציון קיין אומאן, אלע תלמידים פאלגן עס, און צוברעכן דערויף גאר גרויסע מניעות) אזוי שרייבט רבי יצחק ברייטער אין זיין שיר "שיר ידידות", און דאס טוט טאקע באגלייטן יעדן ברסלבער חסיד אין די גאנצע וועלט, צו מקיים זיין דעם רצון פון הייליגן רבין צו קומען צו אים אויף ראש השנה, ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט "הראש השנה שלי עולה על הכל", און שוין פון אנפאנג יאר גרייט מען זיך צום גרויסן נסיעה, ווי דער רבי וועט אונז מתקן זיין אונזער נשמה. &nbsp; אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין אין גרויסן, בפרט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו פאריגע וואך "מיר זענען געזיצן אינאיינעם מיט נאך אינגעלייט, העניך, יואל הכהן, און שמעון עוזר פון ירושלים, ער איז דא צוגאסט, מיר זענען איבערגעגאנגען די פרייזן פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה. מיר וועלן בעטן א בעט אויף די העכסטע שטאק זיבן הונדערט דאלער, אזוי זאלן אנשי שלומינו, די וואס זענען גרייט צו גיין פיר שטאק - קענען האבן פאר גאר ביליג, אויך האבן מיר געמאכט אז אויב מען ברענגט א קינד און מען נעמט נישט קיין באזונדערע בעט - קומט צו נאר הונדערט דאלער פארן קינד, און אויב מען וויל שלאפן מיט צוויי קינדער אין איין בעט - איז נאר נאך צוויי הונדערט דאלער, די דריטע שטאק וועט זיין א בעט פאר טויזנט, און די ערשטע וועט זיין פאר דרייצן הונדערט דאלער." &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער "איך וויל קלארשטעלן די מטרה פון אונזער פלאץ אין אומאן, מיר זענען נישט קיין האטעל, מיר שטעלן נישט צו וואס מען שטעלט צו אין האטעל, מיר שטעלן צו זייער פשוט, און די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה וועט זיין נאך מער פשוט. מיר זוכן נישט צו זיין ווי א האטעל, איך פרוביר צו מאכן דאס בעסטע פאר אנשי שלומינו זאלן זיין אינאיינעם, אויך די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן בקדושה ובטהרה, איז אז מען וויל קומען אין אונזער בנין - זאל מען נישט ערווארטן וואס מען געבט אין האטעל." פארגאנגענעם ליל שישי האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו דערוועגן און געזאגט מען דארף זיך שוין גרייטן צו אומאן תשפ"ה, מען דארף אנגרייטן געלט, און בעיקר אנגרייטן תפילות, יעדער זאל זיך מאכן א פושקע אינדערהיים וואס זאל שטיין דערויף "אומאן קודש קדשים" און אויב האסטו נישט וואס אריינצולייגן דארט, לייגט דארט אריין נאך תפילות און נאך תפילות, און זאג "רבונו של עולם פון וואו וועל איך האבן געלט דא אריינצולייגן". &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה

    < זעה מער כ טבת תשפ"ד 📝
  • אידישע קינדער פרישן זיך אויף ווייטער צו מעביר סדרה זיין

    מיט גרויס שמחה האט מען אויסגעשריגן פארגאנגענע וואך אין בית המדרש נאך קריאת התורה פון פרשת ויחי "חזק חזק חזק ונתחזק" ווען מען האט זיך געפרייעט מיט די גרויסע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן ספר בראשית, ווען מען האט יעדע וואך געהאט די זכיה אריבער צו גיין שנים מקרא ואחד תרגום, און אסאך גאר מיט רש"י אדער אנדערע מפרשי התורה. &nbsp; אין גאנצע אידישע וועלט רעדט מען אין די טעג און מען איז מעורר איבער די גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין, ווי עס איז באקאנט אז "שמות" איז ראשי תיבות "שנים מקרא ואחד תרגום", אלע זענען מקבל אויף זיך פון יעצט אנצוהייבן נישט קיין חילוק וואס איז געווען, וועט מען פון יעצט אריבערגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך בעז"ה. &nbsp; אבער וויאזוי קען מען דאס באווייזן? אז מען טראכט צוריק האט מען פאריאר אויך זיך אונטערגענומען צו מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מען איז געווען זיכער אז פון יעצט וועל איך עס באווייזן, אבער למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז ערב שבת נאך חצות האט מען עס נישט באוויזן, מה דאך זומער מיט די לאנגע פרייטאגס איז מען קוים אנגעקומען מיט די נשמה אין די הענט צום זמן, אין די קורצע ווינטערדיגע ערבי שבתות מאן דכר שמיה. דערפאר קומט דער צדיק מוהרא"ש זי"ע און איז אונז מגלה א סעיף אין שלחן ערוך "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור", מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען אז מען זאל זיך נישט פאפן אז מען וועט שוין מעביר סדרה זיין פרייטאג, נאך פון היינט זונטאג וועל איך לערנען חומש מיט תרגום פון אנפאנג ביז שני, מאנטאג וועל איך לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז מען וועט זוכה זיין צו מעביר סדרה זיין, און געניסן פון די געוואלדיגע סגולות וואס דאס ברענגט ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן "א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה, וועט מען זען אז אין די קומענדיגע וואך וועט מען האבן א שאדן", צי א געלט שאדן, אדער א גרויסע בזיון אדער אנדערע עגמת נפש, און פארקערט מדה טובה מרובה, ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו די תורה, מען גייט דורך די סדרה וועט מען האבן אסאך השפעות טובות. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאריגע וואך אין א בריוו איבער דעם ענין, שרייבענדיג: "לערן אביסל חומש מיטן תרגום יעדן טאג, די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" אז דו וועסט יעדן טאג לערנען חומש מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די וואך - וועסטו זוכה זיין צו האבן א מוצלח'דיגע וואך; מוהרא"ש זאגט פון צדיקים: "לערנען חומש רש"י - ברענגט הצלחה"." &nbsp; אויך ביים ליל שישי שיעור פון פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה ווידער גערעדט איבער דעם ענין, און געזאגט אז ביי תלמיד היכל הקודש איז די שמחה גאר גרויס אז מיר האבן געענדיגט חומש בראשית, אבער אין די וועלט איז עס נאך זייער שווער, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך דערויף מען זאל זיין נאכגעלאזט דערין, אבער מיר זענען זייער מכיר טוב פאר מוהרא"ש וואס האט אונז אויסגעלערנט א וועג וויאזוי מיר זאלן קענען באקומען דעם גרויסן מתנה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אין ישיבה איז געווען א גרויסע שמחה, מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, "וואו אין דער וועלט איז נאך דא א ישיבה וואו יעדער איינער פון קליין ביז גרויס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ספר בראשית שנים מקרא ואחד תרגום"? מוהרא"ש פלעגט זאגן שטעל אפ סיי וועלכע מענטש אויף די גאס און פרעג אים צי ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איין מאל גאנץ חמשה חומשי תורה, זיכער וועסטו טרעפן יחידי סגולה וואס זענען זוכה, אבער סתם פשוטע מענטשן? דערפאר זענען מיר זייער פרייליך און מיר זענען מחזק אנדערע אידן זאל אויך טרייען דעם זיסן וועג.&nbsp; &nbsp; תורת ד' תמימה משיבת נפש

    < זעה מער יט טבת תשפ"ד 📝
  • חלוקה "ראשית דגנך" דורך קהילת היכל הקודש אין בני ברק

    אין בני ברק גייען אן פילע פעולות צו מרבה זיין כבוד שמים, אויסער די בית המדרש, הפצה אקטיוויטעטן, די מוסדות גייען אן פילע פעולות פון חסד. &nbsp; אין ארץ ישראל איז דא צדקה קאסע, וואס דינט בערך ווי פוד סטעמפס אין אמעריקע, אבער דאס ווערט נישט אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג, דאס ווערט אויפגעהאלטן און אנגעפירט דורכן האראדאנקער רבי שליט"א פון לאנדאן. דער סיסטעם ארבעט אז אלע וואס ווילן געניסן דערפון דארפן זיך ווענדן צו זייערע קהילות וואס דארפן זיין אנגעשלאסן אין די ארגאניזאציע, און דער האראדנעקער רבי שליט"א שטעלט צו צוויי דריטל פון דאס געלט, און די קהלה דארף צולייגן א דריטל. אויך דארף מען אויספילן אן אפליקאציע און אויב קומט מען נאך די אומשטענדן ווערט מען "עלידזשיבל", מען דארף אויסרעכענען צום ביישפיל וויפיל קינדער מען האט, וויפיל געלט מען פארדינט, וויפיל עס קאסט דירה געלט, אויב מען האט גרעסערע הוצאות פאר דאקטוירים וכדומה, דערנאך באקומען די באשטעטיגטע א קארטל אויף וואס עס גייט ארויף בערך הונדערט שקל א חודש פער קינד, וואס מיט דעם געלט קען מען גיין איינקויפן אין גראסערי&nbsp; די סאמע וויכטיגסטע פראדוקטן ווי ברויט און מילך פארן שטוב, מיט וואס די אידן אין ארץ ישראל האבן פשוט צו לייגן פוטער ברויט אויפן טיש, און די קינדער גייען נישט שלאפן הונגעריג. &nbsp; די קהילה היכל הקודש אין בני ברק האט געזען פאר וויכטיג אז מיר זאלן זיך אויך אנשליסן דערין, כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו וועלכע זענען אנגעוויזן דערין. אין בני ברק דארף די גאנצע פראגראם דורכגיין די קהלה קדושה וויזניץ, וואס זיי זענען געשטעלט אויפן שטאט בני ברק מטעם דעם האראדנעקער רבי שליט"א, מען האט זיך געוואנדן צו זיי און אויסגעפילט די פאפירן, איינע פון אנשי שלומינו מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן דאס געלט וואס די קהילה דארף צושטייער געבן. נאכן מסדר זיין אלע טעכנישע ענינים, דארף מען יעצט ווארטן צוויי חדשים צו באקומען א באשטעטיגונג פון די הנהלה פון חוץ לארץ. &nbsp; דערפאר האט די הנהלה האט באשלאסן אז מען קען נישט לאזן די אינגעלייט אויפן וואסער אין די צוויי חדשים, האט מען מחליט געווען צו מאכן חלוקות פאר אנשי שלומינו כאטש אויף דערווייל. ב"ה מען האט געשאפן ברויט פון א נדבן וואס טיילט יעדע צוויי וואכן פרישע ברויט לכל דכפין, און מען האט געברענגט אין בית המדרש עטליכע קעסטלעך ברויט, דערנאך האט דער אויבערשטער געהאלפן מען האט געטראפן א נדבן וואס האט זיך אונטערגענומען צו טיילן מילך, אזוי אויך האט מען באקומען פון די גראסערי קאסט פרייז, וואס דער בעל הבית איז פון אנשי שלומינו וואס האט זיך זייער געפריידט צו קענען ארויסהעלפן, אזוי האט מען נישט געדארפט אזויפיל געלט. די איבעריגע געלט האט געשאפן ווי אויבנדערמאנט מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו. &nbsp; מ'האט א נאמען געגעבן דעם חלוקה "ראשית דגנך", וואס ראשית איז ראשי תיבות ת' איז תרומות און די איבעריגע אותיות איז מוהרא"ש'ס נאמען און דער ראש ישיבה'ס נאמען. אויסערדעם טוט דער קהילה אין בני ברק נאך פילע פעולות חסד, מען טוט אסאך אין שידוכים, אזוי אויך ארבעט אויף א טשארטער קיין אומאן מען זאל קענען פארן אינאיינעם על טהרת הקודש.

    < זעה מער יז טבת תשפ"ד 📝
  • די נארט אטלאנטיק טריטי ארגאניזאציע (נאטא)

    אום אפריל 1949 למספרם איז געגרינדעט געווארן די נאטא ארגאניזאציע וואס האט צוזאם גענומען פילע מערב וועלט לענדער אין אן אליאנץ כדי צו זיין א קאנטער כח קעגן די סאוויעטישע פאראיין וואס האט געדראעט איינצושלינגען גאנץ אייראפע אונטער איר סאציאליסטישע/קאמוניסטישע רעדזשים. &nbsp; די אריגינעלע מיטגלידער פונעם פאראיין זענען געווען איטאליע, אייסלאנד, אמעריקע (יו-עס-עי), בעלגיע, דענמארק, לוקסעמבורג, נארוועגיע, ענגלאנד (יו-קעי), פארטוגאל, פראנקרייך און קאנאדא. וואס האבן זיך צוזאם גענומען צו פארמירן א מאכטפולע מיליטערישע בלאק אפצושרעקן דעם רוסישן בער פון אייננעמען פרישע לענדער אוטער אירע נעגל. &nbsp; נאכן צוזאמפאל פונעם סאוויעטשן פארבאנד האט די פאראיין אנגעהאלטן און זיך צוגעפאסט צו די פרישע מצבים פון די וועלט, ווי זיך ארויסהעלפן אין צייט פון נויט, טעראריזם געפארן וכדומה. &nbsp; מיט די יארן זענען צוגעקומען צו נאטא נאך פילע לענדער, היינט צו טאגס פארמאגט זי דרייסיג פולקאמע מיטגלידער, צוויי לענדער וואס האלטן אינמיטן די פראצעדור פון זיך אנשליסן, און נאך עטליכע לענדער וואס ווילן זיך אנשליסן. די צוגעקומענע לענדער זענען אונגארן, אלבעניע, בולגאריע, גריננלאד, דייטשלאנד, האללאנד, טערקיי, טשעכיי, ליטא, לעטלאנד, מאנטאנעגרא, סלאוואקיע, סאלוועניע, עסטאניע, פוילן, צפון מעקאדאניע, קראאטיע, רומעניע, שפאניע. טייל פון די לענדער זענען פריער געווען א טייל פונעם סאוויעטשן פארבאנד. די לענדער וואס זענען אינמיטן די פראצעדור פון אנגענומען ווערן זענען פינלאנד און שוועדן שכנים פון רוסלאנד וועלכע האבן באשלאסן זיך אנצושליסן נאכדעם וואס רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינע מיט צוויי יאר צוריק. פאלגענדע דריי לענדער זענען אין געשפרעכן און ווילן זיך אנשליסן באסניע-הערצאגוואניע, גרוזיע, און אוקריינא. &nbsp; נאטא - און בעיקר דאס וואס זיי האבן אריינגענומען פילע לענדער וואס זענען פריער געווען א טייל פון די סאוויעטישע פארבאנד, ווערט אנגעקוקט דורך רוסלאנד אלץ די הויפט סיבה פארוואס זיי בארעכטיגן די אינוואזיע אויף אוקריינא. פונעם רוסשן פערספעקטיוו האבן זיי מורא געהאט אז זיי וועלן פארלירן א שטארק סטראטעגישע ארט ביים שווארצן ים, וואס האט זיי אנגערייצט איינצונעמען קרימיע מיט צען יאר צוריק, און דערנאך זיי אריינגעפירט צו די גרעסערע אינוואזיע קיין אוקריינא וואס זאל זיי געבן צוטריט צו קרימיע פון די יבשה נאכדעם וואס אוקראינע האט אין רעאקציע צום אינוואזיע אפגעהאקט דאס וואסער פלוס פונעם טרוקנענעם האלב אינזל קרימיע. &nbsp; על אפם ועל חמתם פון רוסלאנד האט עס אבער גורם געווען פונקט דאס פארקערטע. די לענדער שוועדן און פינלאנד וואס האבן אלע יארן זיך געהאלטן נייטראל - אזוי צו זאגן, און נישט וועלנדיג אויפברויזן רוסלאנד האבן זיי זיך צוריק געהאלטן פון זיך אנשליסן אין נאטא. דאס האט זיך אבער געטוישט אין די רגע רוסלאנד האט אנגעגריפן אוקריינא - ווי די וועלט קוקט עס אן - על לא עוול בכפם, האבן די צוויי שכנים פון רוסלאנד באשלאסן אז עס איז צייט פאר זיי זיך אנצושליסן אין נאטא, איידער רוסלאנד'ס אפעטיט פאר נאך שטח שלינגט זיי איין. &nbsp; נאטא לערנט אונז אויס די גרויסע כח פון אחדות און זיך צוזאם נעמען, חז"ל איז פול מיט ממרות פון די גרויסע כח פון אחדות, ווי ס'איז באקאנט די משל פון א קנה א דינע שטעקן וואס מ'קען גרינג צוברעכן, אבער ווען מ'בינדט צוזאם א גרויסע בינטל פון דינע שטעקענס איז עס כמעט אוממעגליך צו צוברעכן. חז"ל זאגן אז ווען אידן זענען באחדות, אפילו עס איז דא צווישן זיי אפילו עבודה זרה רח"ל קען דער מידת הדין נישט שולט זיין אויף זיי. אחדות איז די שליסל צו הצלחה ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; פונקט ווי די מערב וועלט האבן זיך צוזאם גענומען און געמאכט א פאראיין, און רוסלאנד חלומ'ט נישט אפילו פון צורירן אן אינטש פון נאטא, נאך מער איז דאס ביי אידישע קינדער. דער רבי זאגט אין ספר המידות אות פחד סימן כד, "כשישראל באחדות האומות מתפחדים מהם," ווען אידן זאלן לייגן אלע מחלוקת אין א זייט און זיך ליב האבן אפילו אלע מיינונגס פארשידענהייטן וואלט אלע שונאי ישראל זיי נישט געקענט צורירן. אויך שטייט אין מדרש "גדול השלום שאפילו בשעת מלחמה אין פותחין אלא בשלום" (ויקרא רבה פרשה ט) אז אפילו בשעת מען האלט מלחמה דארף מען צוערשט פרובירן מיט שלום. &nbsp; די ערשטע זאך דארף א מענטש שלום מאכן מיט זיך אליינס. א מענטש דארף זיך קענען אננעמען און זיין צופרידן פון וויאזוי דער אויבערשטער האט אים געמאכט. דערנאך דארף ער זיין צופרידן פון זיין טאטע מאמע, ווייב אדער מאן, פון זיינע קינדער, און זיי אננעמען אזוי וויי זיי זענען, און ווען עס איז דא שלום איז דא א ברכה "לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום", "כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם", לאמיר אנהייבן קוקן גוט אויף זיך אויף די ווייב און קינדער און אויף אלע ערליכע אידן, וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן, און דער אויבערשטער וועט האבן נחת פון זיינע קינדער ווי זיי האבן זיך ליב.

    < זעה מער טו טבת תשפ"ד 📝
  • ברסלב עני טיים היט צוויי טויזענט שיעורים

    אנשי שלומינו דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט'ן געלונגענעם וועבסייט "ברסלב עני טיים", וואס עס איז געלונגען פאר מו"ה ארי פיש הי"ו מיט גרויס סייעתא דשמיא צוזאם צושטעלן, ווי מען קען מיטהאלטן כסדר די פילע שיעורים, מסיבות און מוזיק ווידיאס פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויף א געוואלדיגע באקוועמע און געשמאקע אופן. &nbsp; דער גאנצע וועבסייט איז געמאכט געווארן מיט "ענד יוסער" אין מיינד, און עס איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז אלעס זאל זיין פשוט און גרינג צו טרעפן און נוצן. אויב לייגט מען צו אן אויג קען מען זען וויפיל הארץ מען האט צוגעלייגט צו יעדן דעטאל, אנגעהויבן פון די אויסשטעל, און געענדיגט מיט די פיטשערס. &nbsp; גלייך ווען מען קומט אריין אינעם וועבסייט קען מען זען עטליכע שיעורים וואס מען האט לעצטענס צוגעלייגט מיט א בילד פון יענעם שיעור, אונטער דעם קען מען זען יעדע שיעור האט עטליכע טעגס, וואס אויב מען דורקט דערויף קען מען זען אלע שיעורים מיט יענעם טעג, אויך קען מען זען וויפיל מענטשן האבן שוין געזען דעם שיעור, ווען דער שיעור איז ארויף געגאנגען, און וויפיל מענטשן האבן געלייקט דעם שיעור. &nbsp; דערנאך איז דא א קנעפל "קאטאגאריעס" ווי עס זענען דא שיעורים איבער פילע נושאים, ווי מוזיק אלבומס, חיזוק יומי, חינוך, א גוט ווארט אויף די פרשה, טעגליכע שיעורים, וועכענטליכע שיעורים, סיומים, קינדער אפטיילונג, שיעורי תורה, שיעורים פאר פרויען, מוזיק ווידיאס, סיפורי מעשיות, מאורעות, שבת קודש, פאדקעסט, און גראמען. ביי יעדע איינס קען מען זען וויפיל שיעורים עס זענען דא אין יענע קאטאגאריע, אבער עס גייט נאך מער, ביי פילע קאטאגריעס ביי וועלכע עס איז דא גאר אסאך שיעורים, וועט דאן ארויפקומען די פילע סאב קאטאגאריעס, ווי צום ביישפיל ווען מען דרוקט טעגליכע שיעורים וועט ארויפקומען אלע פרשיות פון די תורה, און אויך דארט וועט מען קענען זען וויפיל שיעורים עס איז דא אין יעדע באזונדער. &nbsp; בכלל איז עס א יחיד במינו אין קאסטימייזעישאן אז יעדער זאל קענען צופאסן די וועבסייט צו זיי פערזענליך, מען קען סעיווען שיעורים צו א ליסטע מען זאל קענען צוריק קומען שפעטער עס צו זען, מען קען צוריק גיין און זען די שיעורים וואס מען האט געהערט, און אויסער דעם איז דא פילע פלעי אפציעס ווי שנעל און די קוואליטעט פונעם שיעור און אזוי ווייטער, יעדע שיעור איז עוועיליבל צו זען אויף ווידיא מאוד, אדער הערן אויף אוידיא מאוד, די זעלבע זאך קען מען דאונלאודן און שעירן יעדע שיעור אויף אוידיא אדער ווידיא. &nbsp; די עסקנים לייגן אריין גאר אסאך כח צייט און געלט סיי צו מאכן די וועבסייט בעסער און בעסער, הערן גריסן פון די באנוצער און לויט דעם צולייגן פיטשערס און פאררעכטן באגס, און בעיקר אויף ארויפצולאודן וואס מער שיעורים. אין די טעג איז מען אנגעקומען צו א געוואלדיגע דערגרייכונג ווען מען האט געהיט דעם אומגלויבליכן נומער פון "צוויי טויזענט שיעורים" וואס עס איז שוין דא צו הערן. &nbsp; דער וועבסייט ציט אידן פון איבער די גאנצע וועלט, אין יעדע קאנטינענט און לאנד ווי אידן געפינען זיך, סיי ווען איבערן טאג "עני טיים" קומט מען ארויף און מען טרונקט זיך אן מיטן יין המשומר וואס משיח וועט געבן צו טרונקען, מען הערט די עצות און חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א, און מען באקומען אקסידזשען ווייטער אנצוגיין. &nbsp; עס איז דא א גאר גרויסע פארלאנג מען זאל צולייגן א נייע סעריע פון ווידיאס "שארטס", דאס קאסט אסאך ארבעט און געלט. און ווער עס וויל האבן א חלק דערין און מנדב זיין די הוצאות דערפון קען זיך ווענדן צו מוה"ר אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892.

    < זעה מער יד טבת תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 481 to 495 of 1670 results

1 2 ... 30 31 32 33 34 35 36 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com