Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וואס איז ראבער, און וויאזוי מאכט מען עס?

    טאג טעגליך באגעגענען מיר ראבער אין אומצאליגע פראדוקטן. יעדע קאר, טראק, ביציקל, פליגער פארמאגן ראבערנע רעדער, זייענדיג די מערסט פאסיגע מאטריאל וואס איז סיי בויגזאם, שטארק, לאזט נישט דורך קיין לופט און וואסער, און קען זיך גוט "אנכאפן" אינעם ראוד. אזוי אויך ווערט שיך און סניקער זוילן רוב מאל געמאכט פון ראבער, פארמאגענדיג די אויבענדערמאנטע מעלות, איז עס באקוועם און דויערהאפטיג איינצוזאפן די פילע שטיינער פון די וועגן. רוב קאמערציאלע פארענדיגע פאסיקס (אזוי ווי מען זעט ביים רעדזשיסטער) וואס די פאבריקן זענען פול מיט זיי ווערן געמאכט פון ראבער, זייענדיג שטארק און בויגזאם און נישט גליטשיג וואס זאל קענען פירן די פילע מאשינען און סופליי ליניעס פאר א לאנגע צייט. איבעראל ווי מען וויל פארזיגלען האלטערס וועט מען געווענליך לייגן א ראבבער צווישן דעם דעקל און דעם קאנטעינער זייענדיג א מאטריאל וואס לאזט זיך דרוקן און ווערן אויספארמירט פונקטליך לויט די פלאץ צווישן די צוויי אן איבערלאזן קיין שום שפאלט און גארנישט זאל קענען אריין און ארויס. אזוי אויך ווערן נאך פילע טאג טעגליכע זאכן געמאכט פון ראבער, ווי צום ביישפיל רייניגונגס הענטשיך, ראבער בענדס, מעקערס, און הענטלעך פאר פילע כלים ווערן איבערגעדעקט מיט א שיכט פון ראבער, בפרט טעפ וואס די ראבער לאזט נישט דורך די היץ, אבער לאזט זיך שטארק אנהאלטן אז דער טאפ זאל זיך נישט אראפ גליטשן.   עס איז דא וואס מיינען אז עס איז א שפיל צו ארויפלייגן די ראבער בענדס אויף די פינגער מען ציעט עס אויס, מען האלט עס אן מיט איין פינגער, און מען לאזט עס אויס און עס פליעט צו א חבר און געבט אים א געזונטע פליק, דאס איז אבער בכלל נישט קיין שפיל, און איינמאל וועט עס נישט געלונגען און זיי וועלן כאפן א געזונטע ציפ, אז מען וועט עס געדענקען. א מענטש מיינט ער האט א הפקר מויל, ער פליקט ער שטעכט, יעדער איז גארנישט קעגן אים, אויב וועט ער נישט תשובה טון, און זיך דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, וועט עס אים איין טאג אהיים קומען, און ער וועט כאפן אזא פליק, אז ער וועט עס געדענקען.   פון וואו קומט דער ראבער? פון וואס מאכט מען דאס? די ערשטע ראבער איז נאטורליכע ראבער וואס איז זאפט פונעם "ראבער בוים", וועלכע וואקסט אין די טראפישע ערטער אין די וועלט, ווי דער אמאזאן וואלד אין סאוט אמעריקע. מען שטעקט אריין שטרויען אין די ראבער ביימער און עס רינט ארויס דערפון א ווייסע פליסיגקייט ענדליך צו מילך וואס ווערט גערופן "לעטעקס", די זאפט רינט אריין אין שיסלעך וואס ווערן דערנאך צוזאם גענומען.   מען לייגט אריין אין די זאפט פארשידענע כעמיקאלן וואס טיילן אפ די ראבער חלקים פון די וואסער, דערנאך שפרייט מען עס אויס דין ווי עס ווערט "אויסגעוועלגערט" כדי אויסצוקוועטשן דערפון יעדע פייכטקייט, דערנאך דארף מען עס שטארק אנהייצן וואס דאס טוט עס שטארקן צו קענען אויסהאלטן די פילע וואלגערנישן וואס עס וועט דארפן דורכגיין ביים ווערן באנוצט.   דאן איז שוין דער ראבער מער ווייניגער פארטיג, און דערפון קען מען שוין אנהייבן פראדוצירן די פילע סארטן זאכן. מען קען אויך מאכן ראבער סינטעטיש, בעיקר פון פעטראליום (נאטורליכע גאז), וואס גייט דורך פארשידנע פראצדעדורן צו קענען ווערן ראבער.   ראבער האט א נאטור אז ער לאזט זיך ציען און עס ווערט צוריק צום פריערדיגן שטאפל. אבער אלעס האט א שיעור, אז דו וועסט עס צופיל ציען וועט זיך עס סוף כל סוף צורייסן. ווען א מענטש טרעפט א צדיק וואס ווייזט אים די וועג צום אויבערשטן, זיין נשמה הייבט אן ברענען און ער וויל נאר א גאנצן טאג לערנען און דאווענען, דארף מען אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין רבוי אור, גיי נישט ווייטער ווי דו קענסט, פרעג אן ערליכער איד ווי שנעל דו זאלסט גיין, ווייל אויב דו וועסט איבערציען די שטריק וועסטו צוריק פאלן ערגער פון פריער.   אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יז אדר ב' תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב מאכט זיס די ערב פסח טעג

    די צוגרייטונגען צו פסח אין קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב האבן זיך שוין אנגעהויבן פאר עטליכע חדשים, פסח איז א גאר שטארקע סעזאן אינעם קרן הדפסה, טויזנטער ספרים און קונטרסים ווערן פארקויפט אין די עטליכע וואכן. &nbsp; דאס יאר האט מען הערליך איבערגעמאכט דעם בעסט סעלער הגדה של פסח אויף לשון הקודש "אור זרוע" פון מוהרא"ש זי"ע מיט א הערליך אויג פארכאפענדע דעקל, דאס איז אויסער די עיקר ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אינעווייניג עס זאל האבן הערליכע דרוקט מיט שיינע אותיות און אן קיין טעותים בעזרת השם יתברך. אין די זעלבע צייט האט מען איבערגעדרוקט די הערליכע איבערגעארבעטע הגדה אור זרוע אויף אידיש, וואס ווערט צוכאפט דורך דער אידיש רעדנדע ציבור. &nbsp; איינע פון די שטארקסטע קונטרסים וואס גייט אויף פסח איז "א כשר'ן פסח" וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט און הייליגקייט פון יום טוב פסח, און אלע מצות פונעם יום טוב, ווי אכילת מצה און אזוי ווייטער, און וויאזוי א איד קען זוכה זיין צו האבן אן אמת'ע כשר'ע און פרייליכע יום טוב. קרן הדפסה האט געדוקט דערפון טויזנטער שטיק צו קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג. &nbsp; ביי די מפיצים גייט אויך זייער שטארק דער קארטל "א פרייליכן פסח" וואס איז מחי' טויזנטער אידן אין די טעג וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט אריין נערוון און אנגעצויגענקייט, מיט'ן ציל צו ח"ו מאכן דעם איינדרוק אז אידישקייט איז פרעשור און אנגעצויגן. דער טעלעפאן נומער ראטעוועט אידישע קינדער, און לערנט אויס אז פסח מאכן איז נישט קיין בארג, און וויאזוי מען קען מאכן אז מען זאל שפירן די זיסקייט פון די ערב פסח טעג, די בין הזמנים טעג, דער סדר נאכט, און מען זאל עס שפירן אזוי שטארק אז עס זאל איבערגיסן צו אלע ארומיגע וואס וועלן ווערן אנשטעקיג פון די פאזיטיווע זיסע אטמאספער וואס די פסח טעג דארף באמת ברענגען.

    < זעה מער טז אדר ב' תשפ"ד 📝
  • סדר הזמנים אויפן יום טוב פורים הבעל"ט

    די הייליגע פורים טעג ווערט געפראוועט ביי אנשי שלומינו מיט גרויס געהויבנקייט, עס איז גאר אנדערש א פורים ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן, און מען נוצט אויס דעם גרויסן טאג מיט אן אמת'ע שמחה. &nbsp; דא וועלן מיר איבערגעבן די זמנים פון יום טוב פורים אין היכל הקודש: וויליאמסבורג - ביהמ"ד היכל הקודש, 27 סקילמאן סטריט: ביים ראש ישיבה שליט"א וועט מען דאווענען מנחה תענית אסתר היינט דאנערשטאג&nbsp; אום 7:15, און 9:30 וועט זיין דער שיעור ליל שישי. &nbsp; מוצש"ק וועט מען ליינען די מגילה אום 8:45, זונטאג אינדערפרי פורים וועט מען דאווענען שחרית אום 9:00, קריאת המגילה וועט זיין בעז"ה 10:00. &nbsp; מען וועט קענען ברענגען משלוח מנות פאר'ן ראש ישיבה "נאר אין ישיבה", אנגעהויבן פון 3:00 נאכמיטאג. &nbsp; נאכמיטאג אום 6:00 וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. צון סעודת פורים און משתה היין, און דערנאך וועט מען טאנצן און זיך פרייען פרייען אינאיינעם אשר בנחל שם גורלינו, והבדלינו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת. &nbsp; מאנטאג שושן פורים אום 6:00 וועט מען זיך וואשן צו א סעודת שושן פורים, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן בעזר השם א שיינע שמועס, און אויך וועט ווערן אויפגעשפילט א שיינע פורים שפיל דורך די אינגעלייט מיט לצנותא דעבודה זרה. דער ווייבער שול וועט אי"ה זיין אפן פאר די נשים צדקניות. &nbsp; קרית יואל - 8 העיס קט. און 8 פרעמישלאן וועי: מנחה היינט תענית אסתר 7:25, נאכן שיעור וועלן אנשי שלומינו גיין צום וואך נאכט בבית הגבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 17 חברון רד. #101, און ערב שבת קודש וועט מען דאווענען שחרית ביי אים אין שטוב אום 9:45. &nbsp; שבת קודש וועט מען ליינען זכור 11:20, מנחה ושלש סעודות אום 7:10, מגילה ליינען מוצש"ק 9:00, שחרית 9:30, מגילה אינדערפרי 10:30. סעדות פורים אום 7:15 אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א, מעריב מוצאי פורים 10:30. &nbsp; אין א בריוו פון ראש ישיבה שרייבט דער ראש ישיבה וויכטיגע נקודות וויאזוי אויסצונצן דעם הייליגן יום טוב אויף די ריכטיגע וועג: &nbsp; "איך וויל ענק שרייבן אביסל פון פורים, אז איר וועט זיך צאמקומען פורים אנשי שלומינו אין יעדע פלאץ &ndash; איז דאס זייער א גרויסע זאך; פארשטייט זיך נאכן גיין צו די עלטערן. עס איז אזוי פרייליך ווען אנשי שלומינו נעמען זיך צאם, מען טאנצט אינאיינעם אויף די גרויסע נס אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק, מיר זענען נישט ביי המן און עמלק." &nbsp; "מען דארף נישט טרינקען צו ווערן שיכור ווי לוט, פארפאסן מנחה, מעריב, ברכת המזון, קריאת שמע, ליגן אין ברעכאכץ; טרינקט פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס יין המשומר. זייט אייך מקבל אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט די זיסע שכל פון רבי'ן, די פשוט'ע ריינע זיסע אמונה. ווען מען האט א קלארע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט &ndash; דארף מען שוין גארנישט, מען לעבן שוין דא אויף די וועלט אין גן עדן." &nbsp; "פורים אינדערפרי זאלט איר קומען אין שול לערנען די שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, בי"ת נצחי וכו'." &nbsp; "פורים איז א צייט פון (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט, ער בעט הילף צו קענען אויפשטיין, נישט בלייבן ליגן געפאלן &ndash; העלפט מען אים." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; מען קען הערן פון מענטשן, פון אלע סארט קרייזן, אלע שרייען אייבערשטער, אלע רעדן אמונה, אלע ווילן זיין גוט. בפרט אנשי שלומינו ווען זיי טרינקען איז עס גאר אנדערש, מען וויינט צום אייבערשטן, מען וויל זיין גוט, עס קומט ארויס דער אמת'ער סוד, אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א צדיק." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זיך איבערבעטן; אפילו מיט מענטשן מיט וועם מען איז צעקריגט &ndash; קען מען זיך איבערבעטן מיט א משלוח מנות, מתנות לאביונים; דאס איז די גרויסקייט פון פורים, נאך גרעסער פון יום כיפורים. מוהרא"ש האט אזוי שטארק געווארט צו זען ביי אנשי שלומינו די ליבשאפט וואס דער רבי האט געזאגט עס וועט זיין צווישן אונז (חיי מוהר"ן, סימן רצב)." &nbsp; &nbsp; והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור &nbsp;

    < זעה מער יא אדר ב' תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו פורים מיטן הערליכן ספר "איש יהודי"

    דער הערליכער ספר איז צוטיילט אין צוויי חלקים, די ערשטע חלק איז הערליכע בליציגע טייטשן פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף די ווערטער פון די מגילה, אויסגעשטעלט אויף די סדר פון די מגילת אסתר, ווי מען קען זען אונטער די ווערטער פון די מגילה הערליכע דברי תורה פון מיט חיזוק און עצות וויאזוי א מענטש קען זיך שטארקן די אמונה און ארויסנעמען די מאקסימום פון די הייליגע יום טוב, אויף די וועג וואס דער הייליגער רבי און זיינע תלמידים האבן אונז געלערענט. וויאזוי מען זעט פון די מגילה אז דער אויבערשטער האט אונז יא ליב, און מיר קענען נאך אלץ תשובה טון. &nbsp; די צווייטע האלב איז בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א דברים היוצאים מן הלב, הארציגע ווערטער צו שטארקן און צו אויפוועקן אידישע קינדער זיי זאלן אויסנוצן די הייליגע טעג צוריק צו קומען צום אויבערשטן, און זיך שטארקן אויף די טאג טעגליכע שווערקייטן, און מיר זאלן זיך נישט לאזן פאלן פון די פגעי הזמן. &nbsp; דער ספר איז דא צו באקומען אויפן ברסלב סענטער וועבסייט ווי מען קען עס דאונלאודן, אדער קען שיקן אן אימיאל צו maebreslev@gmail.com און מען וועט צוריק באקומען א ריפליי מיט די הערליכע הונדער פינף און זיבעציג בלעטער פון דעם שיינעם ספר. &nbsp; 📖 ספר איש יהודי צו דאונלאודן אויף ברסלב סענטער. &nbsp; איש יהודי היה בשושן הבירה

    < זעה מער יא אדר ב' תשפ"ד 📝
  • ערב פורים אין קרן הדפסה היכל הקודש

    דער אלעמען באקאנטער קרן הדפסה היכל הקודש גייט ווייטער אן מיט זייער הייליגע ציל פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. פילע ספרים ווערן כסדר געדרוקט מיט די גאנצע פלייס, און אידן פון איבער די גאנצע וועלט צוכאפן עס און זענען זיך מחיה מיט די אלע הייליגע ספרים. &nbsp; אויסער די פילע נייע ספרים און קונטרסים אויף מען ארבעט יעדן טאג, מאכט מען זיכער מיטן אויבערשטענ'ס הילף אז אין די ימים טובים ווען עס איז דא א ספעציעל גרויסע פארלאנג פאר ספרים מענינא דיומא, אז די&nbsp; שעלפס זאלן זיין אנגעפילט גרייט צו ווערן אפגעשיקט צו די פילע באשטעלונגען. &nbsp; לכבוד פורים האט זיך דער קרן הדפסה אנגעסטאקט מיט א גרויסע קוואנטום פון ספרים אויף פורים, וואס בלאזט אריין א חיות אין אידישע קינדער ווען עס קומט דער יום טוב פורים. דער סמ"ך מ"ם האט פיינט אידישע קינדער, און ווען עס קומט פורים, דער פרייליכער טאג, מאכט ער זיכער אריינצוברענגען אין אידישע קינדער נערוון, עצבות און מרה שחורה, ער לייגט אריין אין קאפ דאס וואס עמלק האט געוואלט מיר זאלן טראכטן "היש ה' בקרבינו", דער אויבערשטער דארף מיך טאקע? אויף דעם קומען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים וואס רעדן מיט א שפראך צו אונז און שרייט "ומרדכי לא יכרה ולא ישתחוה" מיר וועלן צוריק לויפן צום אויבערשטן, רעדן צו אים און האפן צו אים, וואס דאס וועט אונז ראטעווען. &nbsp; אויפן וועבסייט קען מען טרעפן פילע פורים אייטעמס, צווישן זיי הפצה קארטל אויף פורים, א פרייליכן פורים, שמחת פורים, פורים שמח, און מגילת אסתר עם פריש גנזי המלך און ליקוטי תפלות לזמני השנה. &nbsp; יעצט ווען דער ערב פורים קומט שוין צו אן ענדע, איז שוין דער קרן הדפסה אקטיוו אין פולן שוואונג אויפן קומענדיגן פסח סעזאן, זיך אנצוגרייטן מיט די פילע הערליכע קונטרסים און ספרים. &nbsp; ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך

    < זעה מער י אדר ב' תשפ"ד 📝
  • פורים מאביל פארברייטערט אקטיוויטעטן

    ווי באקאנט פון אלע יארן גייען ארום די בחורים פון ישיבה יעדעס יאר אום פורים צו די חשובע נדיבי עם וואס נוצן אויס דעם גרויסן טאג פורים צו שטיצן און ארויסהעלפן די הייליגע ישיבה וואס האט שוין געהאלפן און העלפט ארויס אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, א זכות וואס איז אומשאצבאר. &nbsp; אזוי ווי די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין גאר א שווערע פינאנציעלע מצב, וועט מען דאס יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, צו מאכן מערערע גרופעס צו קענען אנגעקומען צו אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק און ניו דזשערסי און ארום, ווי די בחורים וועלן ארויפקומען און גאר פרייליך מאכן אין די שטיבער פון די נדיבים וואס העלפן ארויס די הייליגע ישיבה זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס, און אנפילן די טיפע חובות-לעכער וואס צועפענען זיך לעצטנס מער און מער. &nbsp; אויב ווילט איר געבן גרעסערע סכומים פאר די הייליגע ישיבה, אדער ווייסט איר פון א שכן, קרוב, אדער גוטער פריינט וואס וואלט געהאט חשק די בחורים זאלן ארויפקומען צו אים אום יום טוב פורים, זעט צו רופן ווי פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול. פאר ברוקלין רופט מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070, און פאר קרית יואל (נאר די ערשטע נאכט) רופט מו"ה מרדכי לייב טירנויער הי"ו אויף 845-537-7477. &nbsp; די בחורים פון ישיבה זענען איידעלע בחורים וואס דרייען נישט איבער די שטוב, נאר זינגען מיט הארץ און נשמה, מען זינגט הארציגע און פרייליכע ניגונים פון חיזוק אמונה און תשובה, וואס וועט זיין א תעניג רוחני יעדע רגע.&nbsp; &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר! &nbsp;

    < זעה מער ח אדר ב' תשפ"ד 📝
  • קרית ברסלב מצה בעקעריי ברוך השם געעפנט צום דריטן יאר

    גאר פרייליכע נייעס קומט אריין דער באריכט אז יא אונזער ברסלב'ער מצה בעקעריי האט געעפנט אירע טויערן אויך דאס יאר. נאכדעם וואס עס האט אויסגעזען אז דאס יאר וועט מען עס נישט עפענען, צוליב דעם וואס די לעצטע צוויי יאר איז דער מצה בעקעריי געווען א גרויסע פינאנציעלע לאסט אויף די קהילה, און האט דערלייגט אסאך געלט. &nbsp; דאך האבן אבער אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה נישט אויפגעגעבן, מען האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז אויף עפעס א וועג זאל מען קענען עפענען דעם בעקעריי, וואס טראגט גאר א גרויסע חשיבות ביי אנשי שלומינו צוליב דעם וואס ארבייטערס אין די בעקעריי זענען חשובע איידעלע אידן מאנשי שלומינו, וואס לעבן מיט תמימות, אמונה און יראת שמים, בשעת די ארבעט בעט מען דעם אויבערשטן אז די מצות זאלן אריינגעבן אמונה אין אלע וואס עסן דאס. &nbsp; ברוך השם דער אויבערשטער האט אנגענומען די תפילות פון אידישע קינדער, און עס האט פאסירט א נס, עטליכע פון אנשי שלומינו האבן שטארק געשוויצט און זיך אוועקעגעבן אז מען זאל קענען עפענען די בעקעריי אויך דאס יאר, אויך האבן זיי גענומען אויף זיך הוצאות פונעם בעקעריי אויב עס וועט זיין מער פון די הכנסות. &nbsp; מען דאנקט דעם אויבערשטן אויף דעם נייעם אנטוויקלונג, אזוי אויך קומט זיך הכרת הטוב פאר אלע חשובע ארבעטערס וואס זענען עוסק אין די עבודת הקודש באמונה, און שטעלן זיך צו מיט די גאנצע געטריישאפט אז אנשי שלומינו זאלן האבן ריינע ערליכע תמימות'דיגע און כשר'ע מצות. &nbsp; דער דיין שליט"א באגלייט די גאנצע ארבעט פונעם באקן, ער קוקט זיך אים און גיבט די הוראות וואס מען דארף טון, און מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז די מצות זאלן זיין כשר בכתכלית ההידור, אויך האט דער דיין שליט"א געמאכט א באזונדערע חבורה ביי די נאכט שעות צוזאמען מיט די חשובע כולל אינגעלייט. &nbsp; אנשי שלומינו נעמען ארויס פון דא א שטארקע חיזוק אויף די כח פון תפלה און התבודדות, ווען מען זעט ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן, קעגן אלע אויסזיכטן. &nbsp; מצה מיכלא דמהימנותא

    < זעה מער ז אדר ב' תשפ"ד 📝
  • חשובע ראש ישיבה אין ירושלים האלזט ערשטע קינד ביי די אכט און אכציג

    די אידישע וועלט איז אויף מיט די גרויסע נייעס. א איד אין ארץ ישראל האט האט זוכה געווען ביי די עלטער פון נאנט צו ניינציג יאר אז עס איז געבוירן געווארן צו זיי א בן זכר.&nbsp; דער בעל שמחה איז אן ערליכער איד א גרויסער תלמוד כחם הגאון הגדול רבי צבי קאשאלעווסקי שליט"א, וועלכע דינט כהיום אלץ ראש ישיבת היכל התורה. &nbsp; פרובירט זיך פארצושטעלן א איד ווארט ביז די דרייסיג צו האבן א קינד, ווי שטארק ער דארף זיך שלאגן מיט יצר הרע וואס איז אים מייאש אז ער וועט שוין נישט האבן קיין קינדער, און אויב איז ער שוין פערציג, פופציג. ווער וואלט נאך געגעבן א שאנס פאר א איד איבער די זיבעציג אז ער וועט נאך געהאלפן ווערן מיט א קינד? דער ראש ישיבה פון ארץ ישראל איז שוין געווען פינף און אכציג יאר, אן עלטער וואס רוב היימישע אידן מאכן שוין לאנג חתונה די אור אייניקלעך. קיינער וואלט זיך נישט דערוואגט צו זאגן אז ער האט נאך האפענונג. אבער דער אויבערשטער קען אלעס מאכן. &nbsp; די ערשטע לימוד פון דעם נייעס איז אז נישט קיין חילוק ווי שווארץ עס קוקט אויס, קען דער אויבערשטער נאך אלץ אלעס איבערדרייען אין איין רגע. געב נישט אויף, גלייב און האף צום אויבערשטן וועסטו זען אז עס וועט נאך לעכטיג ווערן. &nbsp; ווען עס ווערט געבוירן א קינד צו א איד נאך ווארטן לאנגע יארן, פארשטייט יעדער אז די שמחה איז גרויס. אבער במחילת כבודך, דו ביסט געהאלפן געווארן מיט א קינד ביי די צוואנציג, פארוואס ביסטו נישט פרייליך דערמיט. נאר אויב דער אויבערשטער וואלט דיר געמאכט ווארטן ביז די אכט און אכציג און דערנאך וואלסטו געהאלפן געווארן מיט א קינד, איז עס א שמחה, נאר דעמאלטס קומט זיך א הכרת הטוב פארן אויבערשטן? מיר אלע דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר זענען נישט אין תפיסה, אפילו מיר זענען נישט רובאשקין וואס איז אויסגעלייזט געווארן פון תפיסה מיט א נס, מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר האבן קינדער אפילו מיר זענען נישט קאשאלעווסקי. &nbsp; לאמיר ארויסגיין אין א טענצל און דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעס גוסט וואס ער געבט אונז. &nbsp; משנכנס אדר מרבין בשמחה &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער ד אדר ב' תשפ"ד 📝
  • ערשטער באנד אשר היה אל יואל ברוך השם אריין אין דרוק

    געוואלדיגע נייעס פאר אנשי שלומינו, פון קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב אין אמעריקע קומט אן די גוטע בשורה אז נאך אסאך תפילות איז דער נייער ספר "אשר היה אל יואל" שוין אריין אין דרוק. דאס דרוקן דעם ספר אין ארץ ישראל און עס דערנאך אפשיקן קיין אמעריקע קען נעמען כאטש צוויי חדשים, אבער ב"ה אז מען האלט שוין ביי דעם שטאפל, וואס מען האט שוין פולקאם געענדיגט שרייבן, מגיה זיין, און אויסשטעלן דעם ספר, און מען קען האפן און מתפלל זיין אז צווישן פסח און שבועות זאל מען שוין קענען זוכה זיין צו האלטן דעם נייעם ספר אין די האנט. &nbsp; דער ספר "אשר היה אל יואל" איז א יצירה וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, אנשי שלומינו ווייסן די גרויסע חשיבות פון דעם הייליגן ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן בדם לבבו, און די גרויסע זאכן וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט טויזנטער מאל אויף די הייליגע בריוו. וואס דארף מען מער ווי דעם אז דער ראש ישיבה זאגט אז דער ספר האט א חשיבות ווי "אשר בנחל", דאס איז דערפאר וואס יעדער וואס נעמט דעם ספר אין די האנט און בליקט נאר אביסל אריין דערפון, מוז אים כאפן א הרהור תשובה. עס איז נישט מעגליך אראפ צו לייגן דעם ספר אן דעם וואס דער מענטש זאל באקומען א חשק און א ברען צו דינען דעם אויבערשטן, אפלאזן די עבר, אויפהערן טראכטן פונעם עתיד, און אנהייבן יעצט טון למעשה וואס ער קען. יעדער וואס האט נאר געזען דעם ספר איז מעיד אז עס איז ממש ביטול הבחירה, די אמונה ווערט קלארער, דאס דאווענען ווערט בעסער, מען ווערט א גוטע מאן און טאטע אין שטוב. &nbsp; דער ספר איז געשריבן מיט א געוואלדיגע מומחיות, די שרייבער היימישע אינגעלייט תלמידים פון ראש ישיבה האבן בסייעתא דשמיא אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט, די ווערטער ציען מען זאל לערנען ווייטער, אלע קענען עדות זאגן ווי שיין עס איז געשריבן, און אז מען קען עס ממש נישט אראפלייגן. &nbsp; אויסערדעם איז עס דורכגעגאנגען גאר א שטארקע הגה, מען האט עס מגיה געווען מיטן אויבערשטנ'ס הילף בי"ג נפה, און דערנאך געלאזט אויסשטעלן און מסדר זיין מיט א הערליכע ב'טעמ'טע דרוק וואס ליינט זיך פליסיג און געשמאק. &nbsp; אונז דארפן ווייטער בלויז מתפלל זיין אז די דרוק זאל ארויסקומען שיין און געשמאק און עס זאל אנקומען שנעל קיין אמעריקע, אז מיר זאלן אויך קענען נהנה זיין פון דעם נייעם ספר און ווערן צוגעקלעבט צום אויבערשטן, און האבן די גן עדן דא אויף דער וועלט. קחו ברכה אל תוך בתיכם! &nbsp;

    < זעה מער ד אדר ב' תשפ"ד 📝
  • גראנדיעזע מעמדי התחלת כתיבת ספר תורה

    ווי שוין געמאלדן גרייטן זיך אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש צו שרייבן א פרישע ספר תורה לעילוי נשמת דעם הייליגן רבין רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, א ספר תורה וואס וועט זיין ספעציעל געמאכט אויף א קליינע פארמאט כדי מען זאל עס קענען מיטנעמען קיין אומאן ווי מען וועט ליינען דערין אויף די וועגן און אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. א זאך וואס דער הייליגער רבי האט זיך זייער געשטעלט דערויף, און געמאנט און געפאדערט אז אלע וואס גלייבן אין אים זאלן זען צו זיין ביי אים אויף ראש השנה. &nbsp; כדי צו געבן א געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו צו קענען אנטייל נעמען אין די התחלת כתיבת ספר תורה האט מען מסדר געווען צוויי עקסטערע מעמדים, סיי אין שטאט, און סיי אין אפסטעיט. קומענדיגע וואך ליל שישי ויקרא נאכן שיעור פונעם ראש ישיבה אין וויליאמסבורג וועט פארקומען די ערשטע מעמד התחלת כתיבת ספר תורה, און די וואך דערנאך ליל שישי פרשת צו וועט פארקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה אין בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב אויף האשקי תיכף נאכן שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אין די זעלבע צייט איז די קאמפיין אויפצוטרייבן די פאנדן פאר די הוצאות פארן ספר תורה איז שוין געלאזט געווארן אין גאנג, און די זכותים מיט זייער פרייזן זענען שוין ארויסגעשטעלט געווארן דורך געטרייען גבאי. די וואס טראכטן צו קויפן א זכות, דארפן עס טון וואס שנעלער ווייל די פארלאנג צו קויפן זכותים אינעם ספר תורה איז זייער גרויס, בפרט די גאר ספעציעלע זכותים, ווערן צוכאפט זייער שנעל. &nbsp; די אויסוואל פון די זכותים זענען ווי פאלגענד: זכות ספר: $5,000&nbsp; בראשית, שמות און במדבר (ויקרא און דברים זענען שוין פארקויפט) &nbsp; זכות פרשה מיוחדת: $3,600&nbsp; די פאלגענדע זענען נאך עוועילעבל: וירא - עקידה; תולדות - ברכת יצחק; ויחי - ברכת יעקב; יתרו - עשרת הדברות; כי תשא - קטורת; נשא - ברכת כהנים; ואתחנן - עשרת הדברות; און עקב - פרשת היראה. די פרשיות פון בשלח - שירת הים פרשת המן; בחוקותי - ברכת פרנסה; האזינו - שירת האזינו; און וזאת הברכה - ברכת משה רבינו; זענען שוין פארקויפט. &nbsp; זכות פרשה: $1,800 די פרשיות זענען נאך אוועלעבל: ויצא, מקץ, ויגש, שמות, משפטים, תצוה, ויקהל, פקודי, ויקרא, צו, שמיני, אחרי, אמור, בהר, במדבר, בהעלותך, שלח, בלק, פנחס, מטות, מסעי, דברים, ראה, שופטים, תצא, תבא, נצבים און וילך. בראשית, נח, לך, חיי שרה, וישלח, וישב, וארא, בא, תרומה, תזריע, מצורע, קדושים, קרח, און חקת זענען שוין פארקויפט. &nbsp; אויך קען מען קויפן א זכות יריעה פאר $1,000 און זכות עמוד פאר $500. &nbsp; די אלע אויסגערעכנטע זכותים זענען ווי עס האלט מיטוואך מיטאג פרשת ויקהל, אבער די זכותים ווערן זייער שנעל פארקויפט. ווארט נישט ביז דער גבאי רופט אייך אן, ווייל ביז דעמאלטס וועלן שוין נאך פילע זכותים שוין זיין אויסגעכאפט. מאכט שוין אייער אויסוואל און רופט תיכף דעם ממונה מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 845-295-1500 און קויפט אייך איין א זכות אינעם ספר על שם רבינו.

    < זעה מער ג אדר ב' תשפ"ד 📝
  • אפדעיטס איבער חבורת היכל הקודש אומאן

    מיר אלע קוקן שוין ארויס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה תשפ"ה הבעל"ט, ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען עטץ פארטס אהיים מוצאי ראש השנה פון מיר, לייג איך שוין צו די אויער, און איך הער ווי איר קומט שוין נאכאמאל די קומענדיגע ראש השנה." נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט: "נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה." &nbsp; מיטן אייבערשטנ'ס הילף, רוקט מען זיך שוין נענטער צו ראש השנה, וואס דאס דערמאנט אונז פונעם ערשטן זאך וואס דאס בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קענען אנקומען און צוריקקומען בשלום, אן תפילה ארבעט גארנישט, מען קען מאכן טויזענט פלענער, אבער אז עס פעלט תפילה ארבעט דאס נישט. &nbsp; ווי אויך דערמאנט דאס פון זיך מסדר זיין די אכסני' וואו צו עסן און שלאפן אין אומאן. כדי צו האבן די בנין מסודר אז אלע אנשי שלומינו וואס שטייען איין אין דעם בנין אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה זאלן זיין צופרידן על הצד היותר טוב, טוט מען דא ארויסשטעלן די לעצטע פרטים וואס אנשי שלומינו דארפן וויסן. &nbsp; די ערשטע זאך דארף מען זיך צוזאם נעמען מיט גרופעס פון אכט (פאר די וואס נעמען די פערטע שטאק דארף מען האבן צען מענטשן) וואס וועלן שלאפן אינאיינעם אין איין צימער. די נעמען דארף מען איבערגעבן פאר די גבאים (זעט אונטן) און נעמען א צימער אינעם ספעציפישן שטאק ווי איר ווילט זיין, און אויב איר ווילט די זעלבע צימער נומער ווי פאראיאר. די פרייזן פאר ראש השנה תשפ"ה זענען ווי פאלגענד: ערשטע שטאק: $1300. צווייטע שטאק: $1200. דריטע שטאק: $1000. פערטע שטאק: $700. די פרייז איז פער בעט, אפילו פאר א קינד (און קינדער דארפן גיין אויבן פונעם באנק בעט), אויב נעמט מען א קינד אין די זעלבע בעט פונעם טאטן וועט עס זיין בלויז $100, א צווייטע קינד אינעם קינדער בעט איז בחינם (מלמדים אין אונזערע מוסדות, און אברכי הכולל האבן א ספעציעלע הנחה). די פרייז רעכענט אריין די בעט צו שלאפן, עסן און מקוה פאר די אלע טעג פון ראש השנה. און די עסן און מקווה איז 'נאר' פאר די וואס שטייען איין אינעם בנין. &nbsp; אלע רעזערווירטע צימערן דארפן זיין אויסגעצאלט "ביז ראש חודש ניסן". ביטע נעמט די דאטום ערנסט, ווייל נאך ראש חודש ניסן וועלן מיר אנהייבן איינשרייבן אנשי שלומינו וואס קומען מיט די גאנצע געלט, און אויב וועל זיי דארפן מער ווי איין בעט, ווייל זיי ברענגען דאס יאר נאך א קינד, וועלן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיי דאס צושטעלן. נעמט אין אכט אז די וואס וועלן ביז דאן נאך נישט האבן רעזערווירט אדער אפילו מען האט שוין רעזערווירט אבער נאך נישט באצאלט, וועלן פארלירן זייער חזקה אויף זייער&nbsp; צימער. &nbsp; פאר סיי וועלכע הערה, אדער אויב איר ווילט האבן די זכי' צו צוהעלפן צום רבי'ן ראש השנה מיט וואס איר שפירט אז איר קענט, בפרט קען מען נוצן הילף אינעם בנין די וואך פון ראש השנה הבעל"ט זאלן זיך ווענדן צו די גבאים. וכל הקודם זכה! &nbsp; פאלגענד זענען די גבאים פון היכל הקודש אין אומאן: יחזקאל סאמעט: 347-452-1936 מרדכי ראזענבערגער: 845-825-3550 &nbsp; יצחק שמואל פרענקל: 0548456150 &nbsp;

    < זעה מער ב אדר ב' תשפ"ד 📝
  • פלען איט רייט טעטיג צו טרעפן די בעסטע וועג קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ה

    אנשי שלומינו ווייסן אז ר"ח אדר איז בכלל נישט פרי צו רעדן פון אומאן, ברסלב'ע חסידים ווען זיי קומען אן צום ציון אויף ראש השנה ביים הייליגן רבין צוערשט דאנקט מען דעם אויבערשטן אז מען ווייסט פון הייליגן רבין, מען קריגט נישט אויף אים, מען דאנקט אים אויף די גרויסע זכי' אז מען איז אנגעקומען, אבער שוין תיכף בעט מען שוין מען זאל זוכה זיין אויך קומענדיגעס יאר צו קענען קומען זיין ביי אים אויף ראש השנה ווי ער האט געבעטן און געמאנט. &nbsp; פילע אידן ווארטן נישט ביז די לעצטע מינוט צו פרעגן שאלות "מעג מען בארגן געלט צו פארן צום רבי'ן"? נאר אנשטאט דעם בארגן זיי פון זיך שוין פון אנהייב יאר, מען מאכט זיך א פושקעלע מען שרייבט אויף דערויף "אומאן ראש השנה קודש הקדשים" און אנשטאט קויפן א סענדוויטש מיט א קאווע און א דעניש פאר בלויז צען פופצן דאלער א טאג, נעמט אוועק די ביסן פון מויל און מען לייגט אריין יעדן טאג אפאר פרוטות אינעם פושקע, און פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול, און אזוי קען מען פארן צום הייליגן רבין מיט הרחבת הדעת אן קיין חובות. אבער אויך דאס קען מען נישט טון אן מתפלל זיין, מען בעט פשוט דעם אויבערשטן אז מען זאל האבן די פאר פרוטות און געדענקען עס אריינצולייגן יעדן טאג, און נישט חלילה עס פארפאטשקענען מיט נארישקייטן וואס מען האט גארנישט דערפון. &nbsp; ביי פלען איט רייט טוט זיך שוין גרויסע מיטינגען אין די טעג, אלע געדענקען און זענען מכיר טובה פאר די פראפעסיאנאלע פירמע וואס האט צוגעשטעלט די פארגאנגענע יארן נסיעות אויף די בעסטע שטייגער וואס עס איז נאר מעגליך געווען, און ווי די שטייגער ביי פלען איט רייט זענען זיי קיינמאל נישט צופרידן, זיי קוקן און טראכטן וואס נאך מען קען טון צו קענען מאכן די נסיעה באקוועמער, קורצער און ביליגער, און מאכן אז דאס פאלגן דעם רבין און קומען צו אים זאל אנקומען מיט וואס ווייניגער מניעות. &nbsp; עס ליגט ביי זיי יעצט אויפן טיש עטליכע אפציעס און מעגליכקייטן אין וואס זיי קוקן אריין, מען דארף טאפן דעם דופק ביי לופטליניעס, לופטפעלדער און באן און באס פירמעס צו זען וואס וועט זיין דאס בעסטע וואס מען קען באקומען אין די טעג. די שטאב פון פלען איט רייט רעדט זיך דורך יעדע זאך מיט'ן ראש ישיבה שליט"א וואס וויל מאכן א מעגליכקייט אז אלע אנשי שלומינו זאלן קענען קומען אינאיינעם וואס איז א שטארקע שמירה אז די וועג זאל דורכגיין אויף א געהויבענע פארנעם, ווען איש את רעהו יעזורו מען איז זיך מחזק איינע דעם צווייטן, מען העלפט זיך ארויס מיט וואס מען דארף. &nbsp; מיטן אויבעשטענ'ס הילף ווען די פירמע וועט מחליט זיין די אפציעס און ארויסלייגן זייערע פלענער וועלן אונזערע ליינער זיין די ערשטע צו באקומען דעם באריכט. &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה

    < זעה מער ב אדר ב' תשפ"ד 📝
  • וויאזוי ארבעט א בעטערי?

    שאלה: איך בין נייגעריג וואס עס טוט אינעווייניג אין א בעטעריע. איינער האט מיר מסביר געווען אז עס האט עפעס מיט מאגנעטן וואס שטופט עפעס אריין כח אינעם בעטערי, איך האב נישט פארשטאנען וואס ער האט פרובירט מסביר צו זיין. אזוי אויך וויל איך פארשטיין וויאזוי מען קען ריטשארדזשען בעטעריען. איך וואלט מיר זייער געפרייט צו הערן א ענטפער דערויף. און א גרויסע ישר כח פאר דיינע באשרייבונגען, עס געט מיר כח אויף די גאנצע וואך. פייוויש. &nbsp; עטעפער: האסט געפרעגט א גוטע פראגע פייוויש. בעטעריעס זענען א גאר וואונדערבארע זאך וואס דער באשעפער האט געגעבן כחמה אין מענטשן צו קענען ערצייגן. בעטעריעס זענען גאר אינטערעסאנט צו באטראכטן. לאמיר אביסל אריינקוקן דערין און פרובירן צו פארשטיין וואס טוט זיך דארט אינעווייניג. &nbsp; בעטעריעס ארבעטן דורך כעמיקאלע רעאקציעס און נישט דורך מאגנעטן. טיף אינעווייניג אינעם בעטעריע געפונען זיך צוויי טערמינאלן, די פאזיטיווע טערמינאל און די נעגאטיווע טערמינאל. בשעת ווען אויף די פאזיטיווע זייט געפונען זיך פילע איבעריגע עלעקטראנס און אויף די נעגאטיווע זייט פעלט עלעקטראנס, ביי די טערמינאלן זענען געוויסע כעמיקאלן וואס ערלויבן די עלעקטראנס צו פארן פון איין זייט צום צווייטן, ווען מען צינדט אן עפעס מיט די בעטעריע, נעמען זיך די עלעקטראנס לויפן וואס געט די כח פאר'ן מאשין צו ארבעטן. &nbsp; אבער צוביסלעך ווערן די עלעקטראנס אויסגעאייניגט ביידע זייטן, וואס מאכט אז די עלעקטראנס הערן אויף צו לויפן, וואס מיר זעען דאס ווי "די בעטעריע האט זיך אויסגענוצט". &nbsp; ווען מען ריטשארדזשט א בעטעריע, טוט די עלעקטעריציטעט פון די הויז איבערדרייען דעם כעמיקאלע רעאקציע, וואס איז גורם אז די עלעקטראנס זאלן צוריק לויפן צו די אנדערע זייט, און ווערן גרייט פארן קומענדיגן באנוץ. &nbsp; פילע אין די וועלט זענען זייער באזארגט איבער די באנוץ פון געז און פאלושן, און קענען נישט שלאפן צוליב וואס זיי זעען ווי די וועלט גייט אונטער, און שטופן מען זאל טוישן צו אנדערע פארמען פון ענעריגע, יעצט זענען מיר אין די וואך וואס מען האט גערוקט די זייגער "צו העלפן שפארן עלעקטעריציטעט", מיר נעמען נישט קיין שטעלונג אין די אלע זאכן; אבער מיר קענען רואיג שלאפן, מיר חזר'ן כסדר וואס דער ראש ישיבה זאגט אונז "די וועלט פאלט נישט צאם, עס איז דא א בעל הבית וואס געבט אכטונג אויף די וועלט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער האלט די וועלט, ער פירט עס הערליך שיין, און די וועלט ווערט אלץ שענער און שענער." &nbsp; מיר וועלן אויסנוצן די אלע חכמות וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין דער וועלט אים צו דינען דערמיט, מיר נוצן עלעקטריק צו קענען לערנען, דאווענען און טון מצוות און מעשים טובים. מיר לאזן דעם אויבערשטן פירן די וועלט. &nbsp; די וועלט שטייט נישט דורך די פילע פארזאגער, די וועלט שטייט אויף די מצוות ומעשים טובים וואס אידישע קינדער טוען, די וועלט שטייט אויף דריי זאכן - זאגן חז"ל - אויף תורה, עבודה, און גמילת חסדים. אויך זאגן חז"ל אז די וועלט שטייט אין זכות פון די תורה פון תינוקות של בית רבן. מיר וועלן זיך ווייטער שטארקן צו טון די אלע זאכן, און דאס לערנען מיט אונזערע קינדער. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער ב אדר ב' תשפ"ד 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין דעם ליל שישי פקודי אין קרית יואל

    אנשי שלומינו פון איבער די טריי סטעיט עריע גרייטן זיך צום יערליכן מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין, וואס וועט היי יאר אפגעהאלטן ווערן אין א הערליכע גרויס לאקאל אין קרית יואל. &nbsp; דער נייער לאקאציע איז בעיקר צוליב צוויי סיבות, איינס וויבאלד דער ציבור איז קע"ה זיך צואווקאסן, און מען איז שוין אויסגעוואקסן דעם בית המדרש אין וויליאסמבורג ווי דער מסיבה פלעגט פארקומען אין די לעצטע אכט יאר, און אויך צוליב וואס דער ציבור איז צושפרייט אזוי ווייט, פון בארא פארק, וויליאמסבורג, לינדען, דזשערסי סיטי, מאנסי, קרית יואל, מאנטיסעלא, און קרית ברסלב, האט מען געזוכט א גרויסע שיינע פלאץ וואס וועט זיין פונקט אינמיטן, אז קיינער זאל נישט דארפן פאר צו ווייט; און צוליב דעם האט מען באשטימט דעם מסיבה אויף דעם לילי שישי פקודי אין די פראכטפולע זאלן פון "עטרת מייזעלס" אויף י.ד. גאלדבערגער דרייוו אין קרית יואל. &nbsp; מטעם די רענט קאמפיין גייען אן פיבערהאפטיגע הכנות צום גרויס מעמד, מען גרייט צו דעם הערליכן פרגראם, א געשמקע סעודה ווערט סערווירט ווערן פאר אלע באטייליגטע לכבוד דעם סיום מסכת שבת ירושלמי וואס אנשי שלומינו ענדיגן די וואך. דער סיום וועט געמאכט ווערן דורכן דיין שליט"א. אלע ווארטן אויף די פרייליכע אויפטריט פונעם אלעמען באליבטן גוט זאגער מו"ה מיכל ראזענעפלד הי"ו וואס וועט מהנה דעם ציבור מיט זיינע געשמאקע דיבורים. אבער הלכה למעשה קומט מען הערן די דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט בעז"ה אראפ לייגן וויאזוי מען קען זיכער מאכן בעז"ה אז מען לאזט נישט דורך די הייליגע טעג פון אדר און פורים מיט נארישקייטן, נאר מען נעמט מיט די הייליגע השפעות אויף א גאנץ יאר. &nbsp; אויך וועט מען טיילן בעז"ה גאר שיינע מתנות פאר אלע באטיייגטע, און בפרט פאר די וואס לאזן זיך קאסטן מיט שיינע סכומים במשך דעם יאר פארן רענט קאמפיין.&nbsp; &nbsp; די רענט קאמפיין שטייט בראש פון די צוויי חשובע עסקנים מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס האבן גענומען אויף זיך די מיסיע אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פאר די בנימים פון די קהלה און מוסדות, און דערמיט העלפט מען זיך אליינס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט מער צייט זיך צו קענען בעז"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; חפץ ה' בידם והצליחו, אז א דער ציבור איז שטארק ווארעם פאר די עסקנים און שטרענגען זיך אן יעדע חודש און ווען מען קען נאר און מען באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט. וואס דערפאר אראנדזשירן זיי דעם מסיבה, אפצוגעבן פאר אנשי שלומינו זייער פארדינטע אנערקענונג. &nbsp; די עסקנים האבן געבעטן איבערצוגעבן עטליכע נקודות פאר אנשי שלומינו, ערשטענס בעטן זיי אלעמען צו קומען אין צייט דעם ליל שישי פקודי 8:15 אויף דערנאכט,&nbsp; וואס פון דעם וועט יעדער נהנה זיין אז מען וועט קענען ענדיגן אין צייט מיטן אויבערשטנ'ס הילף. אויך בעטן זיי איבערצוגעבן אין שטוב אז דער מסיבה איז נאר פאר ערוואקסענע מענער, און נישט פאר קינדער, בחורים אדער פרויען. אויך וועט דאס מאל נישט זיין צוגעשטעלט קיין טראנספארטציע פון שטעטל. &nbsp; דער מסיבה אנטשפרעכט איבערצולאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע באטייליגטע אויף א לאנגע צייט.

    < זעה מער ל אדר א' תשפ"ד 📝
  • שיינע באזוך פונעם ראש ישיבה אינעם חדר אין קרית ברסלב

    פארגאנגענעם מאנטאג האבן די קינדער פון תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית ברסלב געהאט די זכי' אז זיי האבן געהאט א געהויבענע באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; צוערשט איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם נייעם בנין אין מחנה אילן החיים, אין בעפארברייטונג צום זומער און קעמפ סעזאן הבעל"ט ווי מען דארף מסדר זיין די קינדער אין די קעמפס. דערנאך האט דער ראש ישיבה באזוכט דער ישיבה אין שטעטל, דער נאך די קינדער אין תלמוד תורה, אזוי אויך אינעם אדמיניסטראציע אפיסעס, דער קרן הדפסה פאבריק, און די אפיסעס פונעם כולל און נאך. &nbsp; די קינדערגארטן קינדער האט דער ראש ישיבה באגעגנט ווען זיי זענען געווען אויפן וועג אהיים, דער ראש ישיבה האט זיי געטיילט קענדיס, דערנאך איז דער ראש ישיבה אריין אין יעדע כתה באזונדער, און אין יעדע כתה האט דער ראש ישיבה אויסגערימט די קינדער און ארויסגעברעגט די ספעציעלקייט פון דעם כתה, און ווי שטארק ער פריידט זיך צו קענען קומען און ווי ער האט זיך שוין אזוי געבענקט צו זיי, און ווי ער זעט ווי די קינדער זענען וואויל און צדיקים, דער ראש ישיבה האט געטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער און האט מחזק געווען די מלמדים. &nbsp; אין כתה א' האט דער ראש ישיבה גערעדט פון די חשיבות פון רעדן צום אייבערשטן אויף די פשוטע שפראך, און האט פארציילט פאר די קינדער מעשיות ווי דער רבי האט געבעטן דעם אויבערשטן וואס ער האט געדארפט. דער ראש ישיבה האט געפרעגט די קינדער צי זיי האבן א "מעשה פון תפלה", איינער האט געזאגט אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל קומען, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט "זעסט דער אויבערשטער האט צוגעהערט דיין תפלה, איך בין דא", דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אויך ער בעט דעם אויבערשטן אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן צדיקים און תלמידי חכמים. &nbsp; אין כתה ב' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די חשיבות פון פיאות און ציצית, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די קינדער א ווארט פון צדיקים אז ווען מ'קושט די ציצית און מען לייגט עס אויף די אויגן און מען זאגט "מצוות ה' ברא מאירת עינים", איז עס מסוגל אז די אויגן זאלן בלייבן געזונט מען זאל קענען אייביג זען. &nbsp; אין כתה ג' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די מגילה, מ'איז געגאנגען צו די סעודה פון אחשורוש, היינט איז אויך דא אזעלעכע זאכן - האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - מען מאכט קאנצערטן אן יראת שמים, און די וואס פאלגן מרדכי הצדיק גייען נישט אהין. וואס לערנט אונז מרדכי הצדיק אויס? מען זאל שרייען צום אויבערשטן "העלף מיר". דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים, וויבאלד זיי זענען שוין גרויס, דארפן זיי פארשטיין אז וואס עלטערן זאגן איז הייליג און טייער, און אז מען ווערט נישט מעכטיג מיט א טייערע פארשטעלאכטס. דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון די גרויסקייט פון משניות. &nbsp; אין כתה ד' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די פרשה פון בויען די משכן. "בקרוב וועט משיח קומען, און ער וועט רופן דעם מנהל ער זאל שיקן די געשיקטע קינדער זאלן אים העלפן בויען דעם בית המקדש, און דער מנהל וועט אים ענטפערן, איך בעט דיר איבער, אבער די קינדער דארפן לערנען תורה, ווייל די הלכה איז אז לערנען תורה איז מער חשוב ווי בויען דעם בית המקדש", דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די מיאוסקייט פון מחלקות און די גרויסקייט פון שלום. דער ראש ישיבה האט געוויזן אויפן דאך און זיי געזאגט עטס זעטס די לעכער, דאס זענען קעמרעס, ווייל דער אויבערשטער זעט אלעס, אבער נישט נאר פון די לעכער נאר איבעראל אין די גאנצע וועלט זעט דער אויבערשטער. &nbsp; און כיתה ו' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב פורים הבעל"ט, ווי דער זוהר שרייבט אז יום כפורים איז נאר אזוי ווי פורים, פארוואס? ווייל פורים איז יעדער פאר זיך, מען דאווענט אין בית המדרש, מען פאסט, אבער פורים פארמערט מען מיט אחדות מען שיקט זיך איינער צום צווייטן משלוח מנות און מתנות לאביונים, מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן, און דאס איז חשובער פון יום כיפור. &nbsp; אין כיתה ז' האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער שפירט זיך דא ממש ווי אין ישיבה, גרויסע בחורים. די קינדער האבן געבעטן אז זיי ווילן שוין קומען אין בית המדרש דאווענען מיט מנין, דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אז ער וועט רעדן דערפון מיטן מנהל, דער ראש ישיבה האט געזען אז פילע קינדער קענען אויסנווייניג די דרייצן אני מאמינ'ס. דער ראש ישיבה האט זיי געגעבן א סימן מען זאל געדענקען וועלכע אני מאמין איז וואס. א' איז "א"מונה, ב' דער "ב"ורא איז מנהיג לכל הבריאים, ג' איז דער אויבעשטער איז נישט קיין "ג"וף, ה' איז "ה"תבודדות, נאר צום אויבערשטן קען מען דאווענען, י' איז "י"ודע, דער אויבערשטער ווייסט אלעס אפילו וואס מיר טראכטן, י"ג די לעצטע איז תחיית המתים, און פארדעם וועט משיח קומען, דערפאר איז י"ב ביאת המשיח. &nbsp; די באזוך האט געמאכט א געוואלדיגע רושם אויף די קינדער, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.

    < זעה מער כז אדר א' תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 436 to 450 of 1670 results

1 2 ... 27 28 29 30 31 32 33 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com