Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ספר "איש אמונות" תשפ"א אויף לשון הקודש גייט שוין צום דרוק

    "גוטע נייעס קומט יעצט אן פון די בית הדפוס אין ארץ ישראל" שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אין א בריוו פארגאנגענעם ערב שבת קודש, "זיי דרוקן יעצט דעם ספר 'איש אמונות' פון יאר תשפ"א; וואויל פאר די וואס נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים וואס דערפרייען אזוי שטארק אידישע קינדער".   די גוטע בשורה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן, האט אויפגעוועקט א געוואלדיגע התרגשות ביי אלע וואס האבן נאר אמאל פארזוכט פונעם זיסן טעם פון די עצות און חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א.   יעצט איז א היסטארישע מאמענט, מען גרייט זיך צו דרוקן דעם ערשטן ספר פון ראש ישיבה שליט"א אויף לשון הקודש. דער ספר "איש אמונות" וואס איז שוין כמעט גרייט, וועט אנטהאלטן אלע בריוו פון יאר תשפ"א, און וועט יעצט בעז"ה געדרוקט ווערן אין הערליכע בענדער.   די מפיצים האבן נישט געשפארט קיין כח און מיה אנצוגרייטן דעם הערליכן ספר צום דרוק, מען האט איבערגעזעצט און איבערגעארבעט די בריוו אויף א געשמאקע גרינע שפראך. אינעם ספר זענען אריין אלע בריוו פונעם יאר, די מכתבים כלליים, די פריוואטע בריוו, און אויך די בריוו פון "עצתו אמונה" אן די שאלות (ווי מוהרא"ש געטון ווען ער האט געדרוקט די בריוו פון "שו"ת ברסלב" אין "אשר בנחל" אן די שאלות). עס דארף אנגעמערקט ווערן אז פילע פון די בריוו ווערט יעצט געדרוקט צום ערשטן מאל.   אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען אויף די לעצטע דעטאלן וואס מען דארף נאך ענדיגן צו קענען אריינגעבן דעם ספר צום דרוק. טייערע אידן, זעט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א "וואויל פאר די וואס נעמען א חלק צו דרוקן די ספרים", און ענטפערט אויפן רוף פון די טייערע מפיצים אין ארץ ישראל און רופט אייך אן מיט ווארימע נתינות און העלפט ארויסגעבן די ספרים לאור עולם, און מיט דעם וועט איר ממש אויפלעבן אידישע קינדער, און ראטעווען דורות. דער זכות וועט איך זיכער ביישטיין צו אלע גוטע ברכות.   זיך צו משתתף זיין ביטע רופט 054-848-0941, אדער ביים "הפצה ווינקל" אויף "נדרים פלאס".   וואויל פאר די וואס נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים!

    < זעה מער טו אייר תשפ"ב 📝
  • נייע בית המדרש היכל הקודש אין לעיקוואוד

    מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אין עיר התורה לעיקוואד אויפגענומען די גוטע בשורה איבערן עפענונג פונעם ניים בית המדרש על שם רבינו אין שטאט, וואס אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן געעפענט. &nbsp; דער בית המדרש געפינט זיך אין צענטער פון שטאט אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין), און ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה עמרם רייכמאן הי"ו. &nbsp; דערווייל דינט דער בית המדרש אויף די וואכן טעג אויף די נאכט שעות, ווי אנשי שלומינו נוצן אויס די טייערע הייליגע נעכט און קומען לערנען דארט זייער שיעורים כסדרן, אזוי אויך קומט מען זיך צוזאם אין בית המדרש ביי פארשידענע מאורעות און מסיבות, אזוי ווי דער ליל שישי שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס מען האלט מיט אינעם נייעם בית המדרש. &nbsp; אין די לעצטע עטליכע יאר, ביז יעצט ווען מ'האט זיך אריינגעצויגן צום נייעם בית המדרש, פלעגט מען זיך צוזאם קומען יעדן ליל שישי צו די שיעורים אין הויז פון מו"ה הילל לעבאוויטש הי"ו וואס האט זיך אוועקגעגעבן פאר אנשי שלומינו מיט די גרעסטע מאס איבערגעגעבנקייט. &nbsp; דערווייל האט מען נאך נישט קיין בית המדרש אויף די שבת טעג, קומט מען זיך צוזאם שבת קודש אין די שטובער פון די געטרייע שארף ברודער האחים מו"ה מענדי הי"ו און מו"ה משה הי"ו, ווי מען רעכט אפ די הייליגע סעודת רעוא דרעוין צוזאמען מיט אנשי שלומינו, און מען הערט די הייליגע דיבורים חיזוק און עצות פון הייליגן רבין, אויף די וועג וויאזוי מוהרא"ש האט עס אונז איבערגעבן. &nbsp; דער נייער ווינקל אין לעיקוואד ציעט צו זיך פילע אידן תושבי לעיקוואוד, וואס זענען זיך מחיה אריינצוקומען אין א בית המדרש ווי מען נעמט אויף יעדעם מיט א געוואלדיגע סבר פנים יפות, מען קען אטעמען און שעפן חיות און זיך אויפפרישן. &nbsp; מה טובו אהליך יעקב &nbsp;

    < זעה מער יד אייר תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צום געהויבענעם טאג ל"ג בעומר

    אינעם ערשטן תורה פון ליקוטי מוהר"ן טוט אונז דער הייליגער רבי מגלה זיין אביסל איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און איבער די די גרויסע ליכטיגקייט וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט, דער רבי טייטשט אז דאס וואס עס ווערט געברענגט אין די גמרא אז "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל" האט נאר רבי שמעון בר יוחאי געקענט זאגן, דער רבי זאגט דארט "כי לא תשכח מפי זרעו" איז ראשי תיבות יוחאי, ווייל פון די גרויסע אורות וואס עס האט מגלה געווען רבי שמעון וואס איז א זון פון יוחאי, קען מען זיך האלטן אינעם שווערן גלות, און דורכגיין די אלע נסיונות, דער רבי שרייבט דארט אויך אז "עיר וקדיש מן שמיא נחית" איז ראשי תיבות שמעון. &nbsp; דאס איז געווען די ארבעט פון די צדיקים און אלע דורות, צו מגלה און מפרסם זיין דעם אייבערשטן נאך מער און מער אז אפילו אונז און אפילו אין די היינטיגע שווערע צייט, זאל מען זיך האלטן צו די הייליגע אמונה, און אזוי וועט בלייבן אז די תורה און דער אייבישטער וועט חס ושלום קיינמאל פארגעסן ווערן פון כלל ישראל. &nbsp; דער טאג ל"ג בעומר ווערט געפראוועט ביי כלל ישראל מיט גרויס געהויבנקייט, אבער בפרט ביי אנשי שלומינו, וואס פאלגן דעם הייליגן רבין און לערנען און זאגן ש"ס, מדרשים, און זוהר הקדוש, ווי די תורה פון רבי שמעון בר יוחאי איז אפגעשריבן, שפירט מען זייער שטארק דעם קשר מיט רבי שמעון, דורכדעם וואס מען לערנט זיינע הייליגע ווערטער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געלאזט וויסן אז ער וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיך געפינען ל"ג בעומר אין מירון ביי זיין טאטן אין בית המדרש. &nbsp; אבער ביי אלע בתי מדרשים פון אנשי שלומינו וועט מען זיך צוזאם קומען מיטוואך נאכט ל"ג בעומר צו א סעודה לכבוד דעם גרויסן טאג, און מען וועט רעדן און שמועסן איבער די געוואלדיגע עצות און חיזוק וואס מען נעמט פונעם הייליגן תנא רבי שמעון, און זיך פארנעמען צו גיין אין זיינע וועגן. &nbsp; ביי א געלעגענהייט האט דער ראש ישיבה געזאגט "הרבה עשו כרבי שמעון ולא עלתה בידם", אז דאס מיינט אז אויב מען וויל אסאך נאכטון רבי שמעון, פאלט מען דורך, מען קען נישט טאנצן מדריגות, מען דארף טון ווי דער רבי זאגט "מעט גם כן טוב", גיין שטאפלווייז נאך אביסל און נאך אביסל, און אזוי קען מען ווערן אן אמת'ער ערליכער איד. &nbsp; כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו

    < זעה מער יא אייר תשפ"ב 📝
  • שיינע "עצתו אמונה" פארברענג דינסטאג נאכט אין קרית יואל

    נעכטן איז פארגעקומען א שיינע פארברענג פון אנשי שלומינו אין קרית יואל, א שיינע ציבור זענען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף העיס קט. ווי דער גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א האט אריינגעפירט דעם פארברענג מיט פארלערנען א שיעור אין ספר "פעולת הצדיק", ווי מ'האט אנגעהויבן פון די הקדמה, און דערנאך האט מען פארגעליינט א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אין אשר בנחל, און א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אין "עצתו אמונה" וואס האט זייער מחזק און מחיה געווען אלע באטייליגטע. &nbsp; דערנאך איז געווען שיינע שיחת חברים, מען האט געשמועסט און פארציילט פארשידענע שיינע עובדות פון אנשי שלומינו, וויאזוי מען דערהאלט זיך מיטן רבינ'ס עצות, און ווי מען בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און דער אייבישטער הערט צו און העלפט. אזוי אויך האט מען געהערט שיינע עפיזאדן פון הפצה - מען זאל נישט זיין סעלפיש און האלטן דעם סוד פון די גוטע לעבן וואס דער רבי געבט אונז פאר זיך, נאר ארום גיין מפיץ זיין די הייליגע ספרים און דרשות, מען האט געהערט שיינע מעשיות פון די מפיצים ווי אזוי מען הערט צוריק ווי מען ראטעוועט אידן וואס האבן זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט, און א דאנק הפצה האבן זיי געטראפן דעם צדיק וואס האט געראטעוועט דעם מצב, און צוריק געשטעלט אידישע שטובער. &nbsp; דער פארברענג איז ברוך השם געווען מיט גרויס הצלחה, און אויפן פארלאנג פון די פארזאמעלט איז באשלאסן געווארן אז מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אנהאלטן דעם "עצתו אמונה" פארברענג יעדע וואך, און מען וועט זיך צוזאם קומען אין קרית יואל אינעם בית המדרש היכל הקודש אויף העיס קט. יעדע דינסטאג נאכט אום 8:45 ווי מען וועט פארברענגען און זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס דיבורים, ביז 9:45 ווען מעט דאווענען מעריב.

    < זעה מער י אייר תשפ"ב 📝
  • גרויסע פארלאנג פאר יו עס בי דרייווס מיט דרשות פון ראש ישיבה

    מיט קוים צוויי חדשים צוריק איז ארויסגעקומען פונעם קרן הדפסה די יו-עס-בי דרייווס אנגעפילט מיט דרשות און ניגונים, וואס זענען אנגעפילט געווארן מלא וגדוש. עס זענען ארויסגעקומען עטליכע ווערסיעס, אלע זענען אנגעפילט מיט בערך 12 ביז 14 גיגאבייט, און אנטהאלט איבער 230 שעה אוידיא צו הערן, פילע מוזיק סידיס פון ישיבה, הונדערטער דרשות פון ראש ישיבה פאר בחורים, אינגעלייט, אדער פרויען, צווישן די יארן תשע"ט און תשפ"א. &nbsp; נאכדעם וואס עס איז שוין דורך א שטיק צייט, האט מען שוין געהאט די געלעגעהיינט צוריק צו הערן פון די מפיצים. ווי זיי זאגן פה אחד, איז עס פון די בעסטע אייטעם וואס דער עולם בעט טאג טעגליך. מען הערט צוריק אז מען האט שוין געווארט דערויף זייער א לאנגע צייט, ווייל רוב רובם האבן שוין היינט נאר יו-עס-בי פלעיערס אין די קארס, און מען כאפט זיך צו דערצו מיט א מורא'דיגע דורשט. &nbsp; נאכדעם וואס די ערשטע שיפמענט פון עטליכע הונדערט שטיק איז זייער שנעל אויסגעגאנגען האט דער קרן הדפסה זיך איינגעקויפט א גוטע מאשין וואס קען קאפיען צענדליגע דרייווס אין עטליכע מינוט, האט מען שוין ב"ה צוריק אנגעפילט די אינווענטארי, און די מפיצים האבן זיך שוין צוריק אנגעפילט זייערע סטאק, און פארשפרייטן די הערליכע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס געט חיות און עצות פאר אלעמען. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם &nbsp; 🎧 צו קויפן די יו עס בי דרייווס אויפן וועבסייט

    < זעה מער ט אייר תשפ"ב 📝
  • שבועות אין שטעטל קרית ברסלב וועט בעז"ה געפראוועט ווערן מיטן ראש ישיבה שליט"א

    &nbsp; די איינוואוינער פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי נעמען אויף מיט גרויס פרייד די מעלדונג פון ראש ישיבה שליט"א אז ער פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו וויילן אין שטעטל אויפן קומענדיגע יום טוב שבועות. &nbsp; אנשי שלומינו ווייסן אז עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן א שבועות מיטן ראש ישיבה. די אלע וואס זענען נאר געווען מיטן ראש ישיבה אין די פארגאנגענע יארן, ווילן אויך היי יאר נישט אויפגעבן דעם געהויבענעם געשמאקן שיינעם יום טוב מיטן ראש ישיבה. די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען גוט באקאנט מיט זייער הכנסת אורחים, ווי מען זעט ממש יעדע וואך במשך דעם קיילעכיגן יאר איז דער שטעל פול מיט געסט וואס קומען באזוכן דעם שיינעם פלאץ בפרט איז דא א גרויסע פארלאנג צו קענען מיטהאלטן א שבת אין קרית ברסלב ליבערטי. &nbsp; די פילע געסט קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם שיינעם און ריינעם שטעטל, זיי זעען ווי אלע לעבן א פשוטע און דאך א פרייליכע לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבין. מען קוקט זיך צו מיט ווינדער ווען מען זעט כסדר ווי די איינוואוינער - אפילו די קליינע קינדער - אדער כאפן זיי א שפאציר און שמועסן זיך אויס מיטן אייבערשטן, אדער איז מען אין בית המדרש מיט א ספר אין האנט, זאל עס זיין א חומש, א משניות צי א תהלים. &nbsp; אזוי ווי אין די פארגאנגענע יאר ווערט ערווארטעט אויך היי יאר א ריזיגער פלייץ פון געסט פון איבעראל וואס ווילן קומען מיטהאלטן דעם יום טוב אין שטעטל, דער ראש ישיבה איז ארויסגעקומען מיט א רוף צו די איינוואוינער אין שטעל קרית ברסלב אז מען זאל זיך שטארק אנשטרענגען און נאך מער און נאך ברייטער עפענען די טירן און אריינעמען וויפיל געסט נאר מעגליך אויף יום טוב. &nbsp; די חשובע משפחת מזרחי שיחיו פון שטעטל געבט זיך אוועק אינאיינעם מיטן "בית התבשיל" מען זאל קענען צושטעלן וואס מער אכסניות צו שלאפן און עסן פאר אנשי שלומינו, ווער עס וויל קומען אויף שבועות אין שטעטל, ווערט געבעטן צו רופן 845-248-3218 וואס שנעלער, כדי מען זאל קענען צופרידן שטעלן אלעמען דאס בעסטע וואס מעגליך. &nbsp; צְבִי וְאִתְרְעִי בָן, וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא

    < זעה מער ח אייר תשפ"ב 📝
  • נייע בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב אין בארא פארק

    מיט גרויס שמחה איז די וואך שבת קודש געעפענט געווארן דער נייער בית המדרש היכל הקודש אויף 4801 11 עוועניו אין בארא פארק, ווי אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאם געקומען און געדאווענט אלע דריי תפלות. &nbsp; שבת קודש אינדערפרי האט דער געטרייער גבאי מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו פארגעלערענט א הערליכע שיעור אין ספר הקדוש שיחת הר"ן. &nbsp; נאך שחריית האט מו"ה מו"ה חיים אהרן קליטניק הי"ו הערליכע פארגעלערענט א שיעור אין סיפורי מעשיות, אזוי אויך איז פארגעקומען די קידושא רבה צום געבורט פון א מיידל צום מלמד מומחה מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו. &nbsp; צו שלש סעודות איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען און זיך מחזק געווען מיט די עצות און דיבורים פון הייליגן רבין דורכן גבאי מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו. &nbsp; אלע מתפללים זענען עדות אויף די אחדות און געוואלדיגע ליבשאפט וואס הערשט צווישן די ווענט פונעם בית המדרש. עס איז נישט צום באשרייבן ווי שיין מ'נעמט אויף יעדעם איינעם מיט אזא סבר פנים יפות. מען זעט דא דאס וואס דער רבי האט אמאל געזאגט (חיי מוהר"ן סימן רצ"ב) "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ". &nbsp; שמחתי באומרים לי בית ה' נלך

    < זעה מער ז אייר תשפ"ב 📝
  • עירליינס קלערן ווידער צו באנייען זייערע פלייטס קיין אוקראינע

    מען האלט נאך קוים אנפאנג חודש אייר, אבער אנשי שלומינו חסידי ברסלב טראכטן שוין פון ראש השנה. ווען מען זעט וואס דער הייליגער רבי שרייבט איבער ראש השנה "יעדער זאל קומען", "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן אפילו וועם איך קען נישט א גאנץ יאר" און אזוי ווייטער, טראכט מען נישט קיין צוויי. בפרט ווען מען געדענקט וואס עס טוט זיך ביים בית דין של מעלה אינעם הייליגן טאג ראש השנה, ווען מען שרייבט אפ דעם שיקזאל פון יעדעם איינעם, "מי יחיה... מי בקיצו... מי במים..." איז שוין נישטא קיין קלער איבער בלייבן אינדערהיים. &nbsp; אין אלע יארן זינט דעם רבינ'ס פטירה פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, האבן זיך חסידי ברסלב מוסר נפש געווען צו מקיים זיין דעם רבי'נס בקשה און געקומען אין אלע אומשטענדן. יעדעס יאר שטעלט דער סמ"ך מ"ם אונטער שטרויכלונגען מבית ומבחוץ שווער צו מאכן פון מקיים זיין דעם רבי'נס רצון, אבער די פילע תפילות צום אייבערשטן וואס מען איז מתפלל, זענען גובר און מען קומט מען איבער אלע מניעות און מען איז זוכה צו זיין ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבין. &nbsp; יעצט אין יאר תשפ"ב האט זיך אנגערוקט דער מלחמה צושטאנד אין אוקריינא, טויזנטער אידן זענען אנטלאפן פון לאנד מיט די נשמה אין די הענט איבערלאזנדיג אלע זייערע האב און גוטס. אין אזא צייט פרובירט דער סמ"ך מ"ם צו צעברעכן און מייאש זיין אנשי שלומינו און זיי מאכן טראכטן אז עס איז א שאד אפילו צו פרובירן. אבער דער הייליגער רבי געט אונז אריין די חיות און האפענונג "קיין יאוש איז נישט פארהאן" און אפילו ווי שווער דער צושטאנד איז נאר נישט געווען, האבן אנשי שלומינו ווייטער געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל נאך יא זוכה זיין אנצוקומען קיין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה. &nbsp; יעצט קומט אריין די גוטע נייעס אז ווי עס זעט אויס הייבן שוין אן די עירליינס צו טראכן צוריק צו באנייען פלייטס פון און צו אוקראינע. ווען דער אייראפעאישער עירליין "וויז עיר" האט שוין פאריגע וואך ערלויבט קאסטומערס פאר א קורצע צייט צו רעזערווירן טיקעטס פון לאנדאן קיין קיעוו און לעמבערג אין פלייטס פון חודש יולי למספרם, נאכדעם וואס אלע זיי האבן - ווי אלע עירליינס - סוספענדירט אלע זייערע רייזעס פון און צו אוקראינע זינט דער אנהייב פונעם רוסישן אינוואזיע. &nbsp; אויך איז געווען באריכטן אז דער אויבנדערמאנטע עירליין פלאנירט שוין צו עפענען זייערע בוקינגס פון זייערע פלייטס צווישן קיעוו און מילאן (איטאליע), רוים (איטאליע), און לארנאסא (ציפערן-קפריסין) אין די קומענדיגע נאנטע צייט. &nbsp; דא איז טאקע דאס פלאץ צו דערמאנען אנשי שלומינו אז נאר דורך תפלה וועט מען קענען פועלן אז אלע שטיינער אויפן וועג צום הייליגן רבין זאל בטל ווערן און צונישט ווערן, יעדער ווערט געבעטן נישט דורך צו לאזן קיין טאג פון בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל קענען אנקומען צום רבין אויף ראש השנה. &nbsp; קיינער טאר נישט פעלן &nbsp;

    < זעה מער ד אייר תשפ"ב 📝
  • זעלטענע געלגענהייט צו געבן צו עסן און טרונקען פאר אידן לע"נ הרה"ק ר' ישעי' ב"ר משה זי"ע פון קערעסטיר

    שטייענדיג אינעם טאג פונעם יארצייט פונעם הייליגן צדיק וקדוש רבי ישעיה'לע קערעסטירער זי"ע וואס האט זיך כל ימיו אויסגעצייכענט מיט די מדה פון הכנסת אורחים זיכער מאכענדיג אז אידישע קינדער האבן צו עסן, ווילן אידישע קינדער אויך היינט נאכגיין אין זיינע הייליגע וועגן, און זוכן וויאזוי מען קען געבן צו עסן פאר אידישע קינדער, בפרט פאר נויטבאדערפטיגע. &nbsp; צוליב דעם איז דער בית התבשיל פון היכל הקודש, ארויסגעקומען מיט א רוף צו אנשי שלומינו, אזוי ווי עס האט זיך נארוואס געשאפן עטליכע גאר גוטע געלעגענהייטן צוצושטעלן פאר אידן צו עסן און טרונקען. &nbsp; אזוי ווי דער שטעטל איז זיך צואוואקסן אויף גאר ברייטע שטרעקעס, און אנשי שלומינו סיי וועלכע וואוינען אין שטעטל און אזוי אויך די פילע באזוכער וואס קומען כסדר ארויס, קומט אויס אז במשך די שבתים קומט אויס צו גיין צופיס פיל מאל פאר גאר ווייטע וועגן, אפילו מער פון א האלבע שעה, דערפאר פלאנט דער בית התבשיל מיטן אייבערשטנ'ס הילף אזוי ווי די לעצטע יארן צו צושטעלן במשך די גאנצן זומער עטליכע "טרונק וואסער סטאנציעס", וואס וועט בז"ה אלץ זיין אנגעפילט מיט פרישע קאלטע וואסער, און פלעסטיק קאפס, להחיות בהם נפש כל חי. היי יאר ווערט בעז"ה צוגעלייגט נאך לאקאציעס, און אויך וועט ווערן צוגעלייגט דערצו א "טענט" מיט א בענקל, ווי מען וועט זיך קענען אראפזעצן אונטער א שאטן און מאכן א ברכה, און זיך דערכאפן דאס הארץ מיט א גלאז קאלטע דערפרישענדע וואסער. &nbsp; אזוי אויך ביז יעצט ווען מען האט אפגענומען אויף די פילע זאפאסן עסן פארן געברויך פון די חלוקות וואס קומען פאר כסדר, האט מען דערווייל נישט וואו עס צו האלטן די באקסעס ביזן צייט פון די חלוקות, און דאס עסן ליגט אויפן גאס אויסגעשטעלט צו די היץ פון די זון, און צום נאסקייט פון די רעגן. &nbsp; יעצט פלאנט מען בעז"ה איינצוקויפן א גרויסער דויערהאפטיגער שאטער, וואו דאס עסן וואס קומט אן וועט אריינגיין און ווערן געהאלטן, ביז מען מאכט דעם קומענדיגן חלוקה. &nbsp; דער זכות פון די טרונק וואסער סטאנציעס וועט ווערן פארקויפט פאר $1,800, און מען וועט ארויפשרייבן דערויף מיט שיינע אותיות דער נאמען פונעם נדבן לזכרון. &nbsp; דער טענט פאר די עסן פון די חלוקות ווערט פארקויפט פאר די סכום פון $10,000 וואס דער נדבן וועט קענען אויסקלויבן דעם נאמען וואס דער אהל וועט טראג, וואס וועט ווערן ארויפגעשריבן דערויף מיט גרויסע שיינע אותיות למשמרת. אלע אנשי שלומינו, נוצן אויס דעם היינטיג טאג און שטיצן דעם בית התבשיל וועלכע טיילט אויס שווערע טוינזטער פונט פון עסן א יאר, אין פארשידענע פארמען, צו דירקעט צו די גראסעריס, אדער אלץ שבת ארדערס צוגעשיקט צום טיר, אזוי אויך די באקאנטע חלוקות כסדר, וואס דאס ציעט אריין אין צענדליגע טויזנטער דאלערס הוצאות במשך דעם יאר. &nbsp; ווער עס וויל נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט לע"נ רבי ישעי'לע זי"ע קען דרוקן אויף דעם לינק. אין דעם זכות זאלט איר האבן אלעס גוטס וואס איר דארפט נאר. צו קויפן איינס פון די גרעסערע זכותים ווי אויבנדערמאנט קען מען רופן דעם געטרייען גבאי פונעם בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אויף 845-637-5367. &nbsp; שטיצט דעם בית התבשיל היכל הקודש &nbsp; לשובע ולא לרזון

    < זעה מער ג אייר תשפ"ב 📝
  • שיינע שידוך פון א תלמוד הישיבה מיט א תלמידה בית פיגא

    א גרויסע שמחה הערשט אין ישיבה צום פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הבחור גדלי' אפפעל נ"י פון וויליאמסבורג וואס איז א חתן געווארן צו הכלה תחי' א טאכטער פון מו"ה יואל יצחק גברא הי"ו וויליאמסבורג. דער חתן נ"י האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע אינגע יארן און אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה ומעשים טובים, דער חתן נ"י לערנט שוין אינעם מוסד פון אלס קליין קינד, אזוי ווי איר קענט זעהן אינעם בילד, ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, און ענדיגן מסכת תענית 40 מאל. דאס איז אויסער זיינע פילע שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, וואס ער לערנט פלייסיג יעדן טאג. אויסער דעם איז דער חתן נ"י אסאך עוסק אין העלפן די הייליגע מוסד ווי נאר עס פעלט אויס, וואס דאס איז אים זיכער צוניץ געקומען, מען זעהט אז דער הייליגער רבי צאלט צוריק פאר ווער עס העלפט אים. אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן און צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון לזכותו וועט ער פועלן פאר זיי זייער שידוך. איז טאקע דער חתן געווען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל, ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און ווי נאך טויזנטער אידן האט ער טאקע זוכה געווען צו טרעפן א גוטע שידוך זייער שנעל. די לחיים / ווארט / תנאים איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, מען האט גלייך געליינט תנאים, און מיט דעם געשפארט אפאר טויזענט דאללער וואס קאסט צו אהערשטעלן עקסטער א תנאים. זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער שידוך זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.

    < זעה מער כו ניסן תשפ"ב 📝
  • שיינע הערליכע ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער" שוין ב"ה אריין אין דרוק

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער קינדער ביכל מיט הערליכע מעשיות פארציילט דורכן ראש ישיבה שליט"א איז שוין אריין צום דרוק. אנשי שלומינו קענען קוים ווארטן אויף דעם שיינער ספר מיט די סיפורים פול מיט אמונה און יראת שמים, און לערנט אויס פאר די קינדער אז דער אייבערשטער איז מיט זיי איבעראל, און נאר צו אים קען מען זיך ווענדן. איך בין אן אוצר פון יראת שמים

    < זעה מער כה ניסן תשפ"ב 📝
  • צוועלף יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט צוועלף יאר צוריק אין די יעצטיגע טעג - גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבישטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע פון אנשי שלומינו זענען אריינגעשפרינגען אינעם ים, און בס"ד געעפענט די טויערן פונעם נייעם חדר "היכל הקודש", וואס האט זיך דאן געעפענט אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער. &nbsp; עס איז נישט דורך מער פון עטליכע יאר, און פון דעם איז זיך עס ברוך השם צואוואקסן צו די פילע מוסדות "היכל הקודש", חדרים, מיידל שולעס, כוללים, וכו' וואס האבן זיך געעפענט זינט דעמאלטס אין וויליאמסבורג, קרית יואל, אין קרית ברסלב ליבערטי און אין ירושלים.&nbsp; &nbsp; די מוסדות היכל הקודש האבן שוין היינט א גאר ווייטע אפקלאנג, אלץ א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. &nbsp; הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, אן ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובנוסף וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. &nbsp; די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטנעדיג מיטן אייבערשטן און אלץ האבן זיי צו פארציילן אותות ומופתים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט זיי, און דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבישטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן. &nbsp; מורא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז ווען די אמונה ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצערלעך, דאן וועלן לעבן מיטן אייבערשטן זייער גאנצע לעבן, און וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, און וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער גייט מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. &nbsp; עס איז מערקווירדיג צו פארציילן וואס מוהרא"ש האט פארציילט פאר'ן ראש ישיבה מיט צוועלף יאר צוריק ווען ער איז געזיצן ביי מוהרא"ש יענעם חול המועד פסח, און איז איבערגעגאנגען מיט מוהרא"ש אלע פרטים איבער די תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דאן דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג מיט פופציג יאר פריער. &nbsp; אין יענע יארן איז ברסלב געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, אין אינעם ברסלבער ביהמ"ד האט מען זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. ביי איין געלעגענהייט האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלטס אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג". &nbsp; פארן גבאי וואס האט דאס געהערט האט דאס אויסגעזען ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פארן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז די חלום איז מקוים געווארן"!. &nbsp; כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ!

    < זעה מער כד ניסן תשפ"ב 📝
  • גאר א שיינעם יום טוב פאריבער אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    אויפן בקשה פון אונזערע פילע ליינער וועלכע ווילן מיטהאלטן וויאזוי עס האט אויסגעזען דעם יום טוב מיטן ראש ישיבה האבן מיר פרובירט איבערגעבן א באריכט פונעם שטעטל וויאזוי עס איז אפגעראכטן אויף א געהויבענענם פארנעם עד מקום שידינו מגעת. אבער מיט דעם אלעם, איז דער באריכט נאר אויפן שפיץ גאפל, וויפיל עס איז מעגליך געווען אריינצולייגן אין א באריכט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז ער שטרעבט אז די קהילה זאל זיין געבויט אויף די וועגן פון די פריערידיגע צדיקים, און איינע פון די זאכן אויף וואס דער ראש ישיבה לייגט א שטארקע געוויכט, איז אז עס זאל זיין א קהלה ווי מען העלפט זיך ארויס איינע דעם צווייטן מיט צדקה און חסד. &nbsp; עס לאזט זיך נישט שרייבן די פילע צדקות און חסדים וואס זענען פארגעקומען אין די קהילה אין די וואכן פאר פסח. וויפיל קמחא דפסחא אקציעס עס זענען פארגעקומען, יעדן טאג האבן אנשי שלומינו באקומען רופן פון די פילע עסקנים און גבאים פון די שולן איבער נאך א צדקה קאמפיין און נאך א געלט אקציע ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו מיט מצות, גראסעריס, בגדים און מיט אלעם וואס מען דארף. און ב"ה מען זעט ווי די קהלה איז געבויט אויף די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים, און דער ציבור האט זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים און מען האט געקענט צושטעלן פאר די פולע משפחות אלעס וואס זיי דארפן בס"ד. &nbsp; אין שטעטל איז עטליכע טאג פאר פסח פארגעקומען א גאר גרויסע חלוקה דורכ'ן בית התבשיל, וואס ווערט אנגעפירט דורך מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, ווי מען האט פארטיילט גאר נוצבארע פראדוקטן לכבוד יום טוב. דאס איז אויסער די צענדיגליגע טויזנטער וואס ער האט אויסגעטיילט אין די גראסעריס דירעקט צו די אקאונטס פון די נויטבאדערפטיגטע. &nbsp; אין חדר האבן די מלמדים געפראוועט א שיינעם "סדר" מיט די טייערע קינדער. די מלמדים און די קינדער זענען געקומען אין חדר אנגעטון שיין יום טוב'דיג, און מען האט אראפגעלייגט א סדר פון אנהייב ביזן סוף, און האט אריינגעברענגט דעם געשמאק פון יום טוב אין די קינדערלעך. דער חשובער מענעזשער פון חדר האט סורפרייזט די חשובע קינדער אינמיטן די סדר, ווען ער איז פלוצלינג אריינגעקומען מיט א לעבעדיגע שעפסעלע, און מען האט געוויזן פאר די קינדער וויאזוי מען האט צוגעגרייט די שעפסעלע צו שחט'ן פאר דעם קרבן פסח. &nbsp; אזוי אויך האבן די קינדער באזוכט ביים מצה בעקעריי, ווי מען האט זיי געוויזן די גאנצע פראצעדור וויאזוי די הייליגע מצות ווערן געבאקן, פארן הייליגן יום טוב. &nbsp; זונטאג נאכט בעפאר פסח האט דער דיין שליט"א פארגעלערענט א שיעור כללי אין הלכות פסח און האט מיט א געוואלדיגע קלארקייט מסביר געווען אלע וויכטיגע הלכות און דינים הלכה למעשה וויאזוי זיך צו גרייטן צום יום טוב. אויך איז דער דיין שליט"א געזיצן יעדע נאכט אין בית המדרש, און ארויסגעהאלפן דעם ציבור און איבערגעגאנגען אלע פרטים מיט יעדעם באזונדער און געהאלפן מיטן פארקויפן די חמץ פארן גוי. &nbsp; עטליכע טעג פאר יום טוב איז שוין דער ראש ישיבה ארויסגעקומען אין שטעטל, כדי צו קענען זיך צו קענען איינרישן צום יום טוב פסח. סיי מאנטאג און סיי דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה מיטגעפארן מיטן באס וואס פירט די קינדער אין חדר, און באגריסט יעדן קינד מיט א פרייליכן "גוט מארגן", פון וואס די קינדער האבן אויפגעלעבט, זעענדיג אז דער ראש ישיבה פארט מיט זיי צוזאמען מיט אין חדר אריין. &nbsp; דער ראש ישיבה האט באזוכט אין די חדרים בשעת די קינדער האבן געלערנט, און זייער הנאה געהאט צו זען ווי מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק צו תורה ומצוות. &nbsp; דינסטאג האט דער ראש ישיבה באזוכט אין אפיס פונעם "פעסט בילד" פירמע, איבערגיין די פלענער פונעם געביידע וואס מען האט לעצטענס אפגעקויפט הארט נעבן די בנין המוסדות, און געזען וויאזוי מען זאל עס אויסשטעלן אויפן בעסטן וועג וואס שייך. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט ביים נייעם "אינגל קעמפ" וואס מען פלאנט יעצט אפצוקויפן, מען ווארט נאך עס זאל זיין גענוג תפילות אויף דעם. (ביי איינע פון די שיעורים חול המועד, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז "אויב איינער האט געלט אוועקגעלייגט, און איז גרייט דאס צו בארגן פאר דריי יאר כדי צו קענען אפקויפן די קעמפ, זאל זיך מעלדן צום ראש ישיבה"). &nbsp; דינסטאג איז פארגעקומען די ברית ביי האברך מו"ה יצחק אביש הי"ו פון בלומינגראוו, דער ראש ישיבה איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און זאגן די ברכות ויקרא שמו בישראל "נתנאל" נרו יאיר. ביים סעודת ברית האט דער ראש ישיבה מכבד געווען דעם מוהל מו"ה אהרן ווייס הי"ו צו רעדן אפאר ווערטער. דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער. דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע געזאגט אז דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל, סימן א): "צריך לחזור אחר מוהל צדיק, וירא שמים", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק א ירא שמים, "כי כשהמוהל אינו טוב", ווייל אז דער מוהל איז נישט גוט, "יכול להיות שלא יהיה מוליד, חס ושלום", קען חס ושלום פאסירן אז דער קינד וועט נישט האבן קיין קינדער, "גם על ידי שהמוהל אינו טוב, על ידי זה בא התינוק, חס ושלום, לידי חלי נופל", אויך קען א נישט גוטער מוהל מאכן אז דער קינד זאל האבן די חולי נופל &ndash; סיזשערס &ndash; רחמנא לצלן; האב איך געפרעגט מוהרא"ש "ווער איז א מוהל א צדיק"? האט מוהרא"ש געענטפערט: "וואס א גרעסערע מומחה&nbsp; - אלס א גרעסערע צדיק". &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה דערמאנט די גרויסע נס וואס דער אייבישטער האט געמאכט, אז ער איז געווארן געראטעוועט פונעם שווערן מיטמאכענישט פונקט א יאר צוריק בנוגע חתונה מאכן. &nbsp; ביים סוף שמועס האט דער ראש ישיבה זיך אנגערופן: "ברוך השם איך בין ארויס פון מצרים; איך זאג 'נשמת' ביים סדר די זעלבע אזוי ווי די אידן וואס זענען ארויס פון די ביטערע לאגערן ביים קריג. מען זעט אין די זעלבע משפחה איז דא איין ברודער וואס איז מקורב געווארן צום רבי'ן און לעבט א גוט לעבן, און די אנדערע ברודער לעבט נעבעך נישט מיטן רבי'ן, און ער ווייסט נישט וואס דו האסט באקומען ביי מוהרא"ש מער ווי ביי אנדערע פלעצער. מען זעט רוב אידן זענען נישט ארויס פונעם לאנד מצרים מיט משה רבינו, זיי זענען געווען צופרידן מיט זייער ארבעט, זייער ביזנעס, זייערע חובות... דערפאר דארפן מיר דאנקען אויף דעם גרויסן חסד וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז". &nbsp; דינסטאג נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה באזוכט מיט צוויי חברי ההנהלה, ביים גרויסן שטח אויף "רעד קליף ראוד" וואס געהער פאר די קהילה, און אדורך געגאנגען גאר וויכטיגע פרטים בנוגע די פארשידענע פלענער וויאזוי זיך צו באנוצן מיטן שטח פאר די געברויכן פון די קהילה. &nbsp; פארנאכטס איז דער ראש ישיבה געגאנגען דאווענען מנחה מעריב אין בית המדרש אויף האשקי רד., נאך מעריב האט דער ראש ישיבה זיך אויפגעשטעלט מאכן אן "אפיעל" און געזאגט: "מורי ורבותי, ס'איז דא וואס האבן נישט און מען קען זיי ארויסהעלפן, מען רעדט נישט דא פון געלט און עס רעדט זיך נישט פון קיין פרעמדע משפחות. מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייבער, זיי ארבעטן זייער שווער אנצוגרייטן דעם פסח, זיי האבן נישט קיין כח, אבער מען קען זיי העלפן מיט אפאר גוטע ווערטער. גיי אהיים און שמועס אביסל מיט דיין ווייב צען מינוט. 'מבשרך אל תתעלם', רופטס ענק אן ווארעם, אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער ענק העלפן". &nbsp; מיטוואך איז דער ראש ישיבה אריינגעפארן אין שטאט געבן דעם וועכנטליכן שיעור פאר די אינגעלייט. &nbsp; דאנערשטאג פארנאכטס איז מען געגאנגען אנגערייטן די וואסער פאר "מים שלנו" פאר די ערב פסח מצות, דערנאך איז מען ארויס אין א פרייליכן טאנץ פאר די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז און ער גיבט אונז די זכיה צו קענען טון זיינע מצוות. &nbsp; פרייטאג ערב פסח נאכן פאברענען די חמץ זענען די בודקים פונעם עירוב אריבערגעקומען צום ראש ישיבה אינדערהיים און מען האט דארט געמאכט די ברכה פארן עירוב, און מזכה געווען די פת פארן גאנצן שטאט. &nbsp; ביי חצות איז מען אריבער אין מצה בעקעריי און מען האט געבאקן די מצות לכבוד פסח מיט א שמחה און א ברען. דער ראש ישיבה האט פארגעזאגט הלל, עס האט געהערשט גאר א פרייליכע שטימונג, עס האט זיך נישט געגלייבט אז דאס פאסירט טאקע עכט אין ראליטעט, מען באקט ערב פסח מצות אין שטעטל קרית ברסלב, מיט אלע הידורים און חומרות וואס א מצה בעקעריי דארף צו האבן. &nbsp; עס דארף טאקע ווערן ארויסגעברעגנט אז וועם מען האט נאר געפרעגט וועגן די מצות, האט געזאגט אז די ברסלב'ע מצות האט געהאט עפעס גאר א ספעציעלן גוטן טעם וואס עס איז נישט דא ביי אנדערע מצות, אלע האבן געזען אז דא ליגט עפעס מער ווי סתם דרך הטבע, דא ליגט אסאך תפילות וואס מען האט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל גוט געלונגען. &nbsp; אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית פארן עמוד אין בית המדרש אויף די "האשקי" גאס, פון וואס דער עולם האט זיך זייער דערקוויקט. אויך האט דער ראש ישיבה געדאווענט תפלת מוסף מיט טל פארן עמוד. &nbsp; דעם צווייטן טאג שחרית האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש "אשר בנחל" אויף די "דענמאן" גאס, און צוגעגאנגען צו שחרית. &nbsp; דעם צווייטן טאג יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה געדאווענט מנחה מעריב אין בית המדרש "עצתו אמונה" אויף די "טווין ברידזש" גאס. נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה געגעבן א שמועס און געזאגט: "פסח אינדערפרי איז יעדער זייער פרייליך, עס איז אריבער אזא הייליגע נאכט וואס מען האט מקיים געווען אזויפיל מצוות, יעדער שפירט זיך עפעס מער פון סתם א טאג. דערציילט מען, אז עס איז אמאל אריין געקומען אין בית המדרש פסח אינדערפרי א פשוט'ער איד און זיין פנים האט געשיינט זייענדיג זייער פרייליך, האט דאס איינער פון די מתפללים - א למדן, א בעל מקובל - באמערקט, און האט דאס נישט געקענט פארשטיין, 'פארוואס פריידט זיך דער פשוט'ער איד אזוי שטארק? מיט וואס איז ער אזוי פרייליך? ער ווייסט דאך קוים פון זיין חיות צו זאגן'!, איז ער צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט: "וואס ביסטו אזוי פרייליך? וואס ווייסטו דען וואס מען דארף אינזין האבן? איך האב נעכטן אינזין געהאט אזויפיל כוונות, די ד' כוסות ווייזן אויף די ד' עולמות וכו' וכו', וואס האסטו אינזינען געהאט?" האט דער פשוט'ער איד געענטפערט: "איך פריי זיך זייער אז איך האב געפאלגט דעם אייבערשטן וואס האט געהייסן עסן מצה, מרור, ד' כוסות; בשעת'ן מקיים זיין די מצוות האב איך אינזין געהאט פשוט 'איך טו וואס דער אייבערשטער הייסט'". &nbsp; אזוי רעדנדיג באמערקט דער פשוט'ער איד ווי דעם בעל מקובל'ס פנים טוישט קאלירן, עס זעט אויס ווי ער גייט חלש'ן, האט ער אים שנעל געברענגט א בענקל און א גלעזל וואסער, און פרעגט אים: "וואס גייט פאר? איך האב אייך געטשעפעט?" זאגט דער בעל מקובל מיט ווייטאג: "ניין, נאר איך כאפ זיך יעצט אז איך האב אלעס אינזין געהאט - אויסער דאס; איך האב פארגעסן צו אינזין האבן דער עיקר, אז איך טו וואס דער אייבערשטער הייסט, יעצט זע איך אז מיט דיין פשטות האסטו מקיים געווען די מצוות נאך בעסער פון מיר". &nbsp; זעט מען פון דעם, אז די העכסטע זאך איז מקיים זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייסן". &nbsp; חול המועד איז געווען א שיעור התחזקות יעדע נאכט, עס איז געקומען צו פארן אידן פון אלע געגענטער מיטצוהאלטן דעם שיעור און מיטנעמען עצות און חיזוק אויף ווייטער. &nbsp; מיטוואך חול המועד פסח איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם נייעם "טאנץ מיט אמונה" פארק אין שטעטל צוזאמען מיט זיינע קינדער, און אויסגעפרעגט דעם אייגענטומער אלע דעטאלן פונעם פארק, וויאזוי עס איז מצליח און אזוי ווייטער, און דער ראש ישיבה האט געוואונטשן הצלחה אויף ווייטער און געזאגט אז זוממער וועט זיין אסאך מענטשן וואס וועלן קומען צום פארק. &nbsp; אינמיטן טאג איז דער מנהל פון תלמוד תורה אין וויליאמסבורג הר"ר מרדכי אינדיג הי"ו צוזאמען מיטן מלמד הר"ר ישעי איידליס הי"ו געקומען באזוכן דעם ראש ישיבה אין שטעטל, דער ראש ישיבה איז איבערגעגאנגען מיט זיי וויכטיגע פרטים בנוגע דעם זוממער סעזאן און נאך אסאך זאכן בנוגע די חינוך פון די קינדער. &nbsp; שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צאמגעקומען צו טאנצן שירה אין בית המדרש "אשר בנחל", דער ראש ישיבה האט געטיילט כוס של ברכה פאר אלע משתתפים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים אויף די געוואלדיגע נס וואס ער האט געטוהן מיט די קהילה און אונז געראטעוועט פון די מסירה, וואס האט זיך אנגעהויבן פונקט א יאר צוריק, און יעצט שטייט מען דא און מען קוקט צוריק אויף די געוואלדיגע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די שיינקייט פונעם שטעטל, די קינדער וואקסן אויף מיטן אייבערשטן, יעדע זאך ווייסן זיי אז מען דארף בעטן נאר פונעם אייבערשטן, אזוי ווייט אז זיי ווילן אפילו נישט גיין צו דאקטער ווען מען שפירט נישט גוט, ווייל 'וואס פעלט עס אויס אז מען קען גיין צום אייבערשטן'?! &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי א אינגערמאן פון שטעטל האט אריינגענומען זיינע עלטערן ביי זיך אין שטוב אויף פסח, איין טאג פאר פסח קומט דער זיידע אריין אין שטוב און רופט זיך אן מיט איין אטעם פארן זון און זיין שנור: "קומטס אהער איך מוז ענק ווייזן וואס דא האט יעצט פאסירט אין גאס פאר מיינע אויגן", ער פירט זיי ארויס אינדרויסן און ווייזט זיי "דא בין איך פריער געשטאנען ווען ענקער קליינע טאכטער האט געווארט אויפן באס, און זי רופט זיך אן "הייליגער באשעפער העלף די באס זאל שוין קומען", עס מוז זיין זי האט עפעס א העכערע נשמה", רופט זיך אן דער זון צו זיין טאטן "טאטע, אלע קינדער דא רעדן צום אייבערשטן, דאס לערנט מען אויס אין חדר און אין סקול אז וואס מען דארף זאל מען בעטן דעם אייבערשטן". דער זיידע איז ארויס פון התפעלות. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר די הצלחה פון די קינדער, און נישט נאר בעטן פאר די קינדער וואס מען האט נאך אינדערהיים, נאר אויך בעטן פאר די קינדער וואס זענען שוין חתונה געהאט, זיי זאלן מצליח זיין מיט אלעם.&nbsp; &nbsp; דערנאך איז מען ארויס אין גאר פרייליכע ריקודין, מען האט געטאנצן די שירה, און דערנאך געזינגן "חסדי השם" און "בך בטחו" אויף די געוואלדיגע נסים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט אונז. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן די גבאים פון בית המדרש "עצתו אמונה" אז מ'זאל זיך דארט אויך צאמקומען ליל שביעי של פסח. אזוי ווי דער ראש ישיבה טיילט כוס של ברכה ליל שביעי של פסח, האבן די גבאים געבעטן פונעם ראש ישיבה ער זאל געבן א פלעשל גרעיפ זשוס דאס צו פארטיילן ביי די באטייליגטע, און דער ראש ישיבהאזוי געטון געבנדיג זיין ברכה: "אלע זאלן זוכה זיין צו ביזת הים". &nbsp; שביעי של פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה זיך געטובל'ט אינעם מקוה טהרה אויף "האשקי", און געבעטן דעם אייבערשטן אז אלע וואס וועלן זיך טובל'ן אינעם מקוה זאלן זוכה זיין צו האבן ערליכע געזונטע קינדער. (אויך האט זיך דער ראש ישיבה גע'טובל'ט ערב פסח אין "מקוה מלכה" וואס איז ביים בית המדרש "עצתו אמונה") דערנאך האט דער ראש ישיבה געלערנט תיקוני זהר פאר א לענגערע צייט. &nbsp; צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, אויך האט דער ראש ישיבה געליינט מיט א ברען די שירה. &nbsp; מיטל נאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אויף די "האשקי" גאס, ביי בואי בשלום האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ ארום דעם גאנצן בית המדרש. &nbsp; אחרון של פסח האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית פארן עמוד, נאכן דאווענען איז געווען א שיינע קידוש; דער ראש ישיבה האט ארום געשמועסט פון דעם ענין וואס מען פירט זיך צו זיך מישן אחרון פסח איינער מיטן צווייטן, דאס איז צו ווייזן אז נאך אלע מדרגות וואס מען האט באקומען פונעם יום טוב, קומט מען צו אז איך מיש מיך מיט א צווייטן איד, איך האב ליב יעדן איד נישט קיין חילוק ווער ער איז, דאס איז אויך געווען ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע ער האט זיך געמישט מיט מענטשן וואס אפילו א גאנץ יאר האט ער נישט געגעסן פון זייער קאך, אבער אחרון של פסח האט ער יא געגעסן. &nbsp; פארנאכטס נאך מנחה האט מען זיך געוואשן צו שלש סעודות, סעודת משיח, דער ראש ישיבה האט פארציילט די מעשה פונעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע וויאזוי ער איז געווארן צוויי מאל געראטעוועט אחרון של פסח, אויפן וועג קיין ארץ ישראל, דאס איז געווען דורך זאגן די אלף בית; האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דאס ווייזט אונז אז מיר קענען אויך געראטעוועט ווערן פון אלע צרות דורך זאגן די ווערטער פון די תורה, נעם א משניות און הייב אן זאגן א פרק נאך א פרק, נעם א גמרא און זאג א דף נאך א דף, דאס וועט דיר ראטעווען פון אלע צרות. &nbsp; אויך - האט דער ראש ישיבה געזאגט - זעט מען ביי די מעשה אז אדל די טאכטער פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע האט אויף יעדע זאך געבעטן דעם אייבערשטן, און דאס האט זי געלערנט ביי איר גרויסן טאטן, און דאס דארף מען אראפלערנען דערפון, אז וואס מען דארף נאר זאל מען בעטן דעם אייבערשטן; דא אין שטעטל איז דאך ממש געאייגענט פאר דעם, מען קען אביסל שפצירן אויף די וועגן און שטעגן, עס זענען דא פיינע שטילע וועגן וואו מענטשן גייען כמעט נישט. &nbsp; און דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט אז דער פסח נעמט מען מיט אויף ווייטער, דאס געט כח צו גיין ווייטער ביז'ן קומענדיגן יום טוב שבועות. &nbsp; נאכדעם איז מען ארויס אין א טאנץ אויפן ניגון "חסל סידור פסח" מען האט דאס איבערגעזינגען אסאך מאל, נאכאמאל און נאכאמאל, און צוגעענדיגט מיטן ניגון "לשנה הבאה בירושלים". &nbsp; מיט דעם האט זיך געענדיגט דעם הערליכ'ן יום טוב פסח, וואס האט זיכער איבערגעלאזט השפעות און התחזקות אויף ווייטער ביי יעדן איינעם. &nbsp; כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו

    < זעה מער כג ניסן תשפ"ב 📝
  • הגדה של פסח אור זרוע און קונטרס א כשרן פסח איז מחיה טויזנטער

    איבעראל ווי די מפיצים זענען אנגעקומען אין די לעצטע טעג, זענען זיי געווארן אויפגענומען מיט גרויס שמחה, ווי אידן האבן זיך געפרייט צו באקומען די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע.&nbsp; &nbsp; פילע אידן שפירן זיך אין גלות, משועבד אונטער "פרעה" די פה רע, און זוכן דעם צדיק וואס קען זיי ארויסנעמען פון זייער גלות פונעם "מצר ים" די ענגשאפט און דרוקעניש. די ספרים פון הייליגן רבי'ן געבן די עצות און התחזקות צו באקומען דעם "חירות" און זיך באפרייען פון די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם דורך דעם "פה סח" די מויל הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן. &nbsp; בפרט איז גאר שטארק צוכאפט געווארן די "הגדה של פסח אור זרוע" וואס אנטהאלט הערליכע ווערטער אויף די הגדה, און באלייכט אידישע קינדער איבער די גרויסקייט פונעם סדר נאכט. &nbsp; אזוי אויך איז געווען א שטארקע נאכפראגע איבערן קונטרס "א כשר'ן פסח". וואס העלפט זיך צוגרייטן אויף די ריכטיגע וועג צום הייליגן און פרייליכן יום טוב פסח, מיט די ווערטער וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז. דער ספרים וועלן זיכער פארשאפען אן אמת'ן עונג יום טוב פאר די אלע וועלכע וועלן לערנען און מקיים וואס דארט שטייט. &nbsp; די ספרים זענען צו באקומען ביי די מפיצים, און אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. און אזוי אויך אויפן וועבסייט. &nbsp; כאילו הוא יצא ממצרים! &nbsp; 📖 די ספרים אויפן וועבסייט

    < זעה מער יג ניסן תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער שאַפּ צייכענט אפ א הצלחה'דיגע יאר

    עס גלייבט זיך שווער אז עס שוין דורך א גאנצע יאר זינט דער דערעפענוג פונעם געשעפט דא אויף "ברסלב סענטער" וועבסייט, ווען אין די קורצע צייט האט זיך דער געשעפט פונעם וועבסייט איינגעשאפן א גאר גוטן נאמען ביי די פילע קאסטומערס פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע באשטעלן די ספרים און באקומען עס דעליווערט צום טיר שנעל און פונקטליך. &nbsp; אין די צייט זענען שוין ארויסגעפארן שווערע טויזנטער ארדערס צו קאסטומערס, און מען הערט צוריק ברוך השם גאר גוטע גריסן. אבער די ארבעט שטעלט זיך נישט אפ דא, די שטאב פונעם ברסלב סענטער וועבסייט ארבעט אויף נאך פארשידענע גאר גרויסע פראיעקטן, דאס איז אויסער דאס אויפהאלטן און כסדר פארבעסערן דעם וועבסייט כסדר בסייעתא דשמיא. &nbsp; יעצט ווען מען צייכענט אפ א יאר, איז אינטערעסאנט צו ארויסשטעלן די קאלירפולע ליסטע פון די פאפולערסטע אייטעמס, וואס איז געגאנגען די בעסטע במשך די לעצטע צוועלף חדשים צייט: &nbsp; 1 - קמיע פון מוהרא"ש לשמירה ולהצלחה 2 - פלעי פאר פרויען "דער בערגער און דער ארימאן" 3 - לוח ברסלב תשפ"ב 4 - ריפלעקטאר קמיע 5 - קונטרס A Simple Faith 6 - קונטרס התשטחות על קברי צדיקים 7 - עצתו אמונה חלק ה' 8 - הגדה של פסח אור זרוע 9 - קונטרס יש תקוה 10 - סדר הדלקת נר חנוכה &nbsp; די פראיעקט פון אויפהאלט און פארבעסערן דעם אלגעמיינעם וועבסייט און דער געשעפט אפטיילונג ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות, מען קען זיך משתתף זיין און אפקויפן א טאג, וואך אדער חודש, און עס וועט מפורסם ווערן אויפן וועבסייט דער נאמען פונעם נדבן. &nbsp; צו קויפן דעם זכות פון א פרנס היום, פרנס השבוע, אדער פרנס החודש דרוקט דא &nbsp;

    < זעה מער יב ניסן תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 916 to 930 of 1674 results

1 2 ... 59 60 61 62 63 64 65 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com