Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פערצן יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט פערצן יאר צוריק, אין די יעצטיגע טעג, גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע פון אנשי שלומינו זענען אריינגעשפרינגען אינעם ים, און בס"ד געעפענט די טויערן פונעם נייעם חדר "היכל הקודש", וואס האט זיך דאן געעפענט אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער.   עס איז נישט דורך מער פון עטליכע יאר, און פון דעם איז זיך עס ברוך ה' צואוואקסן צו די פילע פארצווייגטע מוסדות "היכל הקודש", חדרים, מיידל שולעס, כוללים, און נאך, וואס האבן זיך געעפנט זייט דעמאלט אין וויליאמסבורג, קרית יואל, אין ברסלב ליבערטי, אין ירושלים, אין בני ברק, און אין טבריה.   די מוסדות היכל הקודש האבן שוין היינט גאר א ווייטע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, דער דער ראש ישיבה שליט"א איז ווייטער ממשיך.   הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, אן ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, און פון דעם וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס דאס הייליגט און איידלט אויס דער מענטש.   די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטענדיג מיט'ן אייבערשטן, אלץ האבן זיי צו פארציילן ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט זיי, זיי דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן.   מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז ווען די אמונה ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצערלעך, דאן וועלן זיי שוין לעבן מיט'ן אייבערשטן זייער גאנץ לעבן, די ריינע אמונה וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן נאר זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער איז מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן.   עס איז מערקווירדיג איבערצוגיין וואס מוהרא"ש האט דערציילט פאר'ן ראש ישיבה מיט פערצן יאר צוריק ווען ער איז געזעס ן ביי מוהרא"ש יענעם חול המועד פסח און איז איבערגעגאנגען אלע פרטים איבער די נייע תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דאן דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג מיט איבער פופציג יאר פריער.   אין יענע יארן איז ברסלב געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, אין אינעם ברסלב'ער בי ת המ דרש האט מען זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. ביי איין געלעגענהייט האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין געשריבן אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג".   פאר'ן גבאי וואס האט דאס געהערט האט דאס אויסגעזען ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פאר'ן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז דער חלום איז מקוים געווארן"!   שטייענדיג פערצן יאר שפעטער, זעט מען די הערליכע פירות וואס זענען ארויסגעקומען פונעם חדר, טייל פון די ערשטע קינדער אין חדר זענען שוין היינט מלמדים מומחים אין די מוסדות, אלע זענען אויפגעוואקסן לשם ולתפארת מיט א ברען צום הייליגן באשעפער.   והודעתם לבניך ולבני בניך!  

    < זעה מער כד ניסן תשפ"ד 📝
  • געהויבענע יום טוב פסח מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    דעם יום טוב פסח האבן די איינוואוינער פון קרית ברסלב ליבערטי געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב. &nbsp; ווי די חשובע איינוואוינער פון שטעטל געבן איבער, איז עס געווען גאר א הערליכער און דערהויבענער יום טוב פסח, מען האט זיך מחי' געווען און הנאה געהאט יעדע מינוט, און עס וועט בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעפארן עטליכע טעג פאר יום טוב, צו קענען צוגרייטן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און במשך די פאר טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך עוסק געווען אין אלע קהל'ישע ענינים וואס פעלט אויס פאר'ן שטעטל. &nbsp; מען האט געבאקן דאס יאר ערב פסח מצות אינעם מצה בעקעריי אין שטעטל, גלייך ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן די מצות מיט גרויס שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט הלל. &nbsp; אין לויף פונעם יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך גערעדט און פארגעלערנט און מחזק געווען אידישע קינדער, בעיקר מיט דעם "פה-סח", די אידן זענען געווען אין מצרים, געארבעט שווער און געליטן ביטערע צרות, ביז משה רבינו איז געקומען און זיי אויסגעלערנט צו רעדן און שרייען צום אייבערשטן, ווייל נאר דאס איז די איינציגסטע וועג ארויס פון אלע צרות, און אזוי האט ער זיי ארויסגענומען פון מצרים. און דאס דארפן מיר אויך טון היינט צו טאגס, אין סיי וועלכע צרה א מענטש איז נאר אריינגעפאלן, האט ער נאר איין אדרעס, זיך צו ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צו אים דאס גאנצע הארץ, און אזוי וועט ער אויסגעלייזט ווערן פון אלע זיינע צרות און פראבלעמען. &nbsp; אויך האט מען גערעדט ווי מ'דארף זוכן די גוטע נקודות, דאנקען אסאך דעם אייבערשטן אויף אלע גוטע זאכן וואס ער געבט אונז, און אזוי ווערט די הארץ געעפנט און מ'קען גרינגער רעדן און בעטן דעם אייבערשטן. ווען א איד געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן האט ער א גליקליכע און געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות. אין א בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "אודאי דארף מען בעטן און בעטן דעם אייבערשטן, אבער מען דארף אכטונג געבן; אסאך מאל ווען מען איז אזוי אריינגעטון נאר אין בעטן - קען מען אמאל אריינפאלן אין דחיקת השעה, מען קען צומאל האבן אזוי ווי טענות 'איך בעט און בעט און גארנישט, איך באקום נישט קיין ענטפער'; דעריבער איז זייער וויכטיג ווען מען בעט דעם אייבערשטן - אים צו דאנקען און לויבן, זוכן גוטס, זוכן נקודות טובות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן ח"א ל"ג) אויפ'ן פסוק (קהלת ז, יד): "ביום טובה", ווען עס גייט גוט, דו שפירסט דעם אייבערשטן, "היה בטוב", דאס איז גוט, לעב מיט דעם הרגשה, אבער וויסן זאלסטו "וביום רעה", ווען דו שפירסט גארנישט, אלעס איז פארלאשן, דו זעסט נאר שלעכטס, "ראה" - זוך אויף אלוקית, זוך אין די חושך דעם אייבערשטן, דאנק דעם אייבערשטן. דאס האב איך דיר געמיינט צו זאגן אז דו זאלסט נישט נאר עוסק זיין אין בעטן דעם אייבערשטן, דו דארפסט אויך אין די צייט פון בעטן - דאנקען, אזוי וועסטו זען דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, וועסטו נישט אריינפאלן אין עצבות". &nbsp; דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור צוזאמען מיטן סיום הש"ס פון הבחור יוסף ב"ר שמחה סאלז הי"ו, מען קען עס הערן אויפ'ן טעלעפאן ליין "קול ברסלב", און אויפן "ברסלב סענטער" וועבסייט. א לענגערע אויספירליכע באריכט איבער'ן הערליכן יום טוב אין שטעטל, וועט בעז"ה נאכפלאגן. &nbsp; אויך אין אלע בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אלע געגנטער, זענען די ארטיגע אידן זיך צוזאמגעקומען און געדאווענט אינאיינעם במשך דעם יום טוב, און זיך געשטארקט מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, וואס זענען מחי' און מחזק יעדן איד אין יעדן מצב. &nbsp; חסל סידור פסח כהלכתו! &nbsp;

    < זעה מער כג ניסן תשפ"ד 📝
  • עצתו אמונה ווערט איבערגעמאכט מיט א הערליכע נייע דעקל

    לכבוד פסח וועט אויפגעוויקעלט ווערן א נייע הערליכע דייזין פאר די וועכענטליכע קונטרס "עצתו אמונה" וואס אנטהאלטן די בריוו פונעם ראש ישיבה, ווי ער איז מחזק און מעודד אידישע קינדער. &nbsp; מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר די ליינער וואס די בריוו מיינען, די גאנצע וועלט איז זיך מחי' מיט די הייליגע בריוו, די מפיצים גייען ארום אין אידישע הייזער און לאזן איבער די הערליכע בריוו מלא חיזוק און אמונה, פון וואס אלע לעבן אויף. &nbsp; דער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז התחדשות איז א גרויסע יסוד אין עבודת ה', א מענטש טאר זיך נישט לאזן אלט ווערן, מיר דארפן יעדן טאג פריש אנהייבן צו ווערן אן ערליכער איד. עס איז אויסגעקומען נישט לאנג צוריק צו באגעגען א איד וואס איז אויפגעוואקסן נעבעך אן קיין אידישקייט, ער איז געבוירן ביי א משפחה וואס די טאטע איז א קריסט און די מאמע איז להבדיל א פארבלאנדשזעטע אידישע טאכטער. דער איד איז לעצטענס נתקרב געווארן צו אידישקייט נאכן אריינבלאנדזשען איין שבת נאכמיטאג צו א אידישע געגענט. דער איד האט שוין געהאט א ברית און האט זיך אנגעהויבן צו לערנען די סאמע ערשטע יסודות פון אידישקייט. רעדנדיג צו אים האט ער געזאגט מיט אזא שמחה "איך האב שוין זוכה געווען צו קושן די תורה", ער האט עס געזאגט מיט אזא פרישקייט, אזא שמחה. דאס געבט איז "פוד פאר טהטאט", עס מאכט אונז טראכטן: היינט האב איך אפגעגאסן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה, געליינט קריאת שמע, געווען אין מקוה, געלערענט א דף גמרא, געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים, געדאווענט מיט מנין, וואס רעכענט אריין קדיש, ברכו, קדושה, קריאת התורה, גערעדט אפאר ווערטער צום אויבערשטן, געזאגט א גוט ווארט פאר די ווייב. וואו איז אונזער פרישקייט? וואו איז די שמחה של מצוה? אז איך האב שוין זוכה געווען טויזענט מאל צו לייגן תפילין איז עס נישט קיין שמחה אז איך האב היינט געלייגט תפילין? &nbsp; מיר זענען פארקראכן פון ענין, יעצט לכבוד פסח, וועלן די עצתו אמונה אויך באקומען א חיצונות'דיגע התחדשות, וואס וועט אונז דערמאנען זיך צו פרייען יעדע וואך אויף די הייליגע בריוו, זיין דאנקבאר דעם אויבערשטן, און מכיר טוב זיין דעם ראש ישיבה שליט"א אז ער לאזט זיך אראפ צו אונז און העלפט אונז שטייגן און דורכגיין די ברויזענדע כוואליעס פונעם לעבן.

    < זעה מער ז ניסן תשפ"ד 📝
  • איראן אטאקירט מדינת ישראל

    פארגאנגענעם שבת קודש האט איראן געשאסן אויף מדינת ישראל טעריטאריע איבער הונדער פופציג שאהיד דראונס, איבער הונדטערט באליסטישע מיסלס, און צענדליגע קרוז מיסלס, אויך די פארשידענע איראנער פּראקסיס (איראנע פארבינדעטע גרופעס, וואס זענען אפציעל נישט א חלק פון איראן) ווי די כוטיס פון תימן, און כיזבאלא פון לבנון האבן צוגעהאלפן מיט שיסן פון זייערע טעריטאריע פארשידענע מיסלס און באמבעס. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז עס זענען נישט געווען קיין געשעדיגטע, דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין הארץ פון די מערב וועלט אז זיי זאלן קומען צו הילף, און די אלע הונדערטע מיסלס און דראונס זענען אראפ געשאסן געווארן דורך די פארשידענע פארטיידיגונג סיסטעמען. &nbsp; עס קען נישט געשריבן וועגן אן דערמאנען אז מיר פארלאזן זיך נישט אויף די מזרח וועלט, און נישט אויף די מערב וועלט, נישט אויף פראנקרייך, נישט אויף אמעריקע, נישט אויף ביידען, און אויך נישט אויף טראמפ, און זיכער נישט אויף די ציוניסטישע ממשלה. מען דארף ווייטער מתפלל זיין דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אונז אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט, און בפרט אויף תושבי ארץ הקודש, וואס שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, א גוי האט פיינט א איד, ער קען נישט צוקוקן ווי אידישע קינדער לעבן מיט די תורה, לעבן מיט'ן אויבערשטן, און זוכט אים אויסצורייסן ברוחניות ובגשמיות, אין די גאנצע וועלט שטייען ערליכע אידן אויס גזירות פון די דעמאקראטישע רעגירונגען וואס "זארגן זיך זייער" אויף אונזער וואוילזיין, און ווילן צווינגען אידישע מוסדות מען זאל לערנען מיט זיי אלע שמוץ און ליבעראלע איידיעס, מינות און אפיקרוסות, רחמנא ליצלן. אבער מיר וועלן ווייטער טון דאס וואס האט אונז געהאלפן איבערלעבן אלע גזירות און השמדות, מיר וועלן זיך ווענדן צום באשעפער שעמדה לאבותינו ולנו, און הקדוש ברוך הוא מצלינו מידים. &nbsp; דאס קומט אלץ נקמה אויף דעם וואס מדינת ישראל האט צוויי וואכן צוריק באמבאדירט דעם איראנער אמבאסאדע אין סיריע, אומברענגענדיג זעכצן איראנער, צווישן זיי הויכראנגיגע גענעראלן. דאס קומט צוליב וואס איראן טוט כסדר שיקן זייערע שליחים וואס טעראריזירן מדינת ישראל צילן, צי זאל עס זיין אין סיריע, לבנון, עזה, תימן און אזוי ווייטער. דאס קומט נאכדעם וואס אמעריקע - וואס איראן קוקט אן אלץ שותף מיט מדינת ישראל - האט אומגעברענגעט איינע פון די העכסטע גענעראלן פון איראן קאסאם סולימאני ארויספארנדיג פונעם באגדאד לופטפעלד אין איראק. דאס איז געווען נאכדעם וואס טראמפ האט באשולדיגט סולימאני אז ער איז געשטאנען אונטער פילע אטאקעס קעגן אמעריקאנער אינטערעסן איבער די וועלט. דאס איז געווען צוליב... זאל איך גיין ווייטער? אדער איך קען שוין אויספירן חד גדיא, חד גדיא? דער אמת איז אז אויך דער דאזיגער חד גדיא וועט זיך ענדיגן די זעלבע ווי דער פיוט חד גדיא וואס מיר וועלן זינגען פסח אויפדערנאכט נאכן סדר. אז צום סוף וועט זיין אז ואתה מלאך המוות ושחט לכומעני, וואס האט געשאסן אויף ביבי, וואס האט מלחמה געהאלטן מיט כאמאס, וואס האט טעראריזירט די מדינה, וואס האט זיך גערייצט מיט איראן, וואס האט טערארירזירט אמעריקע וועלכע האט אומגעברענגט סולימאני, חד גדיא חד גדיא. און צום סוף וועט דער אויבערשטער העלפן אז די צדיקים וועלן מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט, און משיח וועט קומען און די וועלט וועט איינזען אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אויבערשטן און דאן וועט געשען אז "ואתא הקדוש ברוך הוא ושחט למלאך המוות". &nbsp; חד גדיא חד גדיא

    < זעה מער ו ניסן תשפ"ד 📝
  • פילע פעולות פונעם בית התבשיל ברסלב צו שטיצן און העלפן אנשי שלומינו

    דער בית התבשיל אנגעפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו האט גענומען אויף זיך א ציל אז די משפחות פון אנשי שלומינו זאלן האבן פון אלעם גוטן א גאנץ יאר און בפרט אויף יום טוב פסח. דערפאר פיבערן די עסקנים אין די טעג מיט פולע גרויסצוגע פראיעקטן וואס יעדעס איינס איז כדאי לעצמו, און העלפט ארויס פילע קינדער געבענטשטע משפחות און בני תורה אריינצוברענגען דעם יום טוב מיט הרחבת הדעת &nbsp; די ערשטע פראיעקט איז די קמחא דפסחא וואס דער בית התבשיל האט געמאכט א שותפות מיט הרב אברהם לויפער שליט"א פון וויליאמסבורג, ער זאל צושטעלן קעיסעס פון גרעיפ דזושס, אייער, צוויבל, עפל, קארטאפל, פלייש, פיש, וויין און נאך לכבוד יום טוב. די קמחא דפסחא ווערט באצאלט האלב דורך הרב לויפער שליט"א, און&nbsp; פופציג פראצענט ווערט באצאלט דורכן בית התבשיל, דאס האט געקאסט פארן בית התבשיל דרייסיג טויזענט דאלער. &nbsp; די צווייטע און גרעסטע פראיעקט פונעם בית התבשיל אויף יום טוב פסח איז פשוט "קעש אין גראסערי", וואס מען האט פארבעסערט פון פאריאר, ווען מען האט געטיילט קיופאנס וואס דאס קען מען נאר נוצן איין מאל, דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל היי יאר טיילן קארטלעך וואס האבן דערויף דאס געלט אזוי ווי א דעביט קארד. דאס קען מען נוצן אינעם לעמאנעיד גראסערי ביז צוויי טעג נאך פסח וויפיל מאל מען וויל. דער ראש ישיבה פילט אן די קארטלעך מיט א שיינעם סכום לויט די צאל נפשות פון די משפחות. דאס האט געקאסט פארן בית התבשיל פינף און זיבעציג טויזענט דאלער. &nbsp; די דריטע אקציע דורך בית התבשיל איז די בשותפות מיט ר' ליפא שווארץ און ר' חיים יודל שווארץ, דאס קומען אלע נעמען אפילו די וואס באקומען נישט פון קמחא דפסחא. עס איז געווען דארט פלייש, גרעיפ דזשוס, אייער, צוויבל, קארטאפל, עפל, סוויט פאטעיטע, און נאך פון וואס אלע האבן זיך מחי' געווען. &nbsp; א פרישע זאך האט די בית התבשיל גענומען אויף זיך היי יאר, מען האט צוגעשטלעט א הערליכע קאטאלאג פון פילע קיטשען אפלייענסעס און געשיר פאר פרייזן ביליגער פון האלסעיל. מען האט געדארפט באצאלן און באשטעלן פון פאראויס. אין דעם איז אריינגעגאנגען גאר אסאך קאפ און מח. און האט געשפארט טויזנטער דאלער פאר אנשי שלומינו. &nbsp; מיט דעם איז מען נאך נישט פארטיג. נענטער צו יום טוב וועט ווערן צוגעשטעלט נאך עטליכע חלוקות דורך ר' ר' ליפא שווארץ, ר' חיים יודל שווארץ און ר' ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג, און דארט וועט געטיילט ווערן נאך פילע גאר נוצבארע פראדוקטן פאר פסח, מיט ציל אריינצוברענגען א שמחת יום טוב און הרחבת הדעת אין שטובער פון אידישע קינדער. &nbsp; בסך הכל איז די בודזשעט פון די פסח פראיעקטן פון בית התבשיל איבער $150,000. מען בעט אלע פון אנשי שלומינו זאלן זיך אנרופן ווארעם און מחזק זיין די גבאים.&nbsp; &nbsp; דרוקט דא צו קויפן א זכות פון די סעודת יום טוב פאר $180 זכות ליל הסדר פאר $360 און א גאסט אויף גאנץ יום טוב פאר $1800. אין דעם זכות זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן. &nbsp; כל דכפין ייתי וייכול

    < זעה מער ג ניסן תשפ"ד 📝
  • זעלטענע איבערלעבעניש ווי די לבנה פארשטעלט דעם זון מיטגעהאלטן דורך מיליאנען אין אמעריקע

    אין צענדליגע שטעט איבער צפון אמעריקע האט מען אין דעם פארגאנגענעם מאנטאג מיטגעהאלטן דעם זעלטענעם מחזה ווי די צוויי באדינערס פון באשעפער די צוויי כוכבי לכת את המאור הגדול דער זון און דער מאור הקטן לממשלת הלילה דער לבנה שפאצירן דורך איינע דעם צווייטן, און די לבנה "לעשט אויס" די זון פאר עטליכע מינוטן. &nbsp; דער שרייבער פון די שורות האט געהאט די געלעגענהייט מיטצוהאלטן דעם ליקוי פערזענליך ארויפפארנדיג ארויף צום שטעטל פּאָטסדעם ניו יארק, ווי מיר האבן געפונען א שטילע ווינקל. באמת וואלטן מיר עס געקענט מיטהאלטן אסאך פריער אנגהויבן פון סיריקיוז, און דערנאך אין וואטערטאון, און דערנאך אין גאווערנאר, אבער אזוי ווי די וועטער האט געזאגט אז וואס מער רעכטס וועט זיין מער טונקל האבן מיר באשלאסן צו פארן ווייטער ארויף ווי ווייט מעגליך די צייט האט ערלויבט, און עס האט אויסגעזען א גאנצן צייט ווי מיר האבן א פארמעסט צווישן די לבנה און די וואלעקענס ווער עס וועט פריער באדעקן דעם זון. במשך דעם וועג האבן מיר מיט די משפחה וואס זענען מיטגעקומען כסדר מתפלל געווען אז די פלאג זאל זיך האבן אויסגעצאלט, און מיר זאלן קענען זעם זעלעטענעם געשעעניש. &nbsp; מיר זענען אנגעקומען נעבן א גאז סטאנציע וואס איז געשטאנען נעבן א וואסערל ווי עס זענען נישט געווען קיין סאך אנוועזענדע, א רואיג ווינקל, מיר האבן געקוקט מיט די ספעציעלע גלעזער און געזען ווי אלע פון גאנץ ניו יארק סטעיט ווי די זון ווערט "אריינגעביסן" און דערנאך ווערט עס קלענער און קלענער, מען האט געזען די אינטערעסאנטע "לבנה" שאטענס, און שפעטער האט אנגעהויבן צו ווערן אביסל מער טונקל, אזוי ווי ווען עס איז פארוואלקענט, ביז די זון האט ווי געגעבן א פלאקער אויף און מיט א מינוט שפעטער איז געווארן טונקל. מען האט געקענט זען מיט די פשוטע אויגן די לבנה וואס האט זיך געשטעלט פונקט אינמיטן פון די זון, עס האט אויסגעזען ווי א שווארצע באל וואס שיינט ארויס דערפון א שטארקע ווייסע שיין. נאך א גרויסע אויסגעשריי דורך אלעמען, איז געווארן שא שטיל, אלע האבן געקוקט מיט בייז ווינדער ווי די זון איז "שווארץ געווארן" אינמיטן העלן טאג, דאס האט אנגעהאלטן אביסל מער פון דריי מינוט, ביז די זון האט פריש ווי אויפגעפלאקערט און עס איז צוריק געווארן ליכטיג. &nbsp; די זון שיינט יעדן טאג און מאכט אונז ליכטיג, אזוי אויך די לבנה טוט איר פליכט וואס דער באשעפער האט אויף איר ארויפגעלייגט צו באלייכטן די נאכט, אבער ווער קוקט אויף זיין, אויסער די קורצע בליק ביי קידוש לבנה, טראכט קיינער נישט פון זיי, און דוקא ווען עס גייט נישט גוט פארן זון, עס קומט א לבנה און שטערט איר שיין, ווערט די זון אינטערעסאנט. דו שיינסט און לייכטס, דו טוסט זיין פליכט וואס דער באשעפער געבט דיר, עס דאכט זיך דיר אז עס איז גארנישט ווערט, ווער באמערקט דיין דאווענען? ווער איז מחשיב דיין נעגל וואסער? אבער ווען עס גייט דיר איבער, דו האסט שוועריקייטן און דו גייסט ווייטער אן, דיין קומט דיין שיינקייט ארויס. &nbsp; טייערע לעכטיגקייט, דו שיינסט ווי די זון, גיי אן ווייטער, האב נישט מורא פון די וואס פארשטעלן דיין וועג, פאלג דעם רצון ה', טוה וואס דער צדיק הייסט דיר, און פאלג אפילו עס זעט דיר אויס ווי די וועג איז שווארץ, דיין שיין גייט נישט דורך, ווייל נאכדעם וועסטו זען אז דיין שיין וועט זיין אסאך שענער און זיסער ווי אייביג.

    < זעה מער ב ניסן תשפ"ד 📝
  • ערד ציטערניש געשפירט אין די מזרח שטאטן פון אמעריקע

    ערב שבת קודש 10:20 אינדערפרי האבן מיליאנען מענטשן אין די סטעיטס פון ניו יארק און נוי דזשערסי אריינגערעכענט אין אלע געגענטער ווי היימישע אידן וואוינען, פון לעיקוואוד ניו דזשערסי ביז צו די קעטסלקילס אין ניו יארק, געשפירט א שטארקע טרייסל פאר בערך צוואנציג סעקונדעס. מענטשן האבן זיך געוואונדערט וואס די טרייסלענישן מיינען, אבער עס איז באשטעטיגט געווארן אז די געגענט איז באטראפן געווארן פון א מילדע ערד ציטערניש, געמאסטן 4.8 אויפן ריכטער וואג. &nbsp; ווען די ציטערניש איז אין די געגענט צווישן 4 און 5 אויפן ריכטער וואג ווערט עס גערעכעט ווי א מידלע ערד ציטערניש. יעדן טאג פאסירן טויזנעטער פיצעלע עדר ציטערנישן וואס נאר סאפיסטיקירטע מאשינען כאפן אויף, אויך פאסירן טויזנטע לייכטע ערד ציטערנישן וואס כמעט קיינער כאפט נישט אויף, אבער מילדע ערד ציטערנישן זענען נישט קיין טעגליכע ערשיינונג אין די געגענט פון ניו יארק, דאס זענען ערד ציטערנישן וואס רוב מענטשן וועלכע געפונען זיך אינעווייניג אין הייזער שפירן, אבער רוב מענטשן אין גאס וועלן נישט אויפכאפן. &nbsp; פאריגע וואך האט דער אויבערשטער געשיקט א גאר שטארקע ערד ציטערניש אויף טייוואן, אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט איז נאר אויפצואוועקן אונז אידישע קינדער, און ווי עס זעט אויס האט דער אויבערשטער מיט זיין גרויסע חסד געוואלט אויפוועקן מיר זאלן כאפן באצייטענס אז מען מיינט אונז, האט דער אויבערשטער געשיקט נאך א פריינטליכע דערמאנונג אין די פארעם פון א מילדע ערד ציטערניש וואס האט נישט געמאכט קיין שאדענס, אבער האט אלעמען אויפגעשאקעלט. &nbsp; עס איז באקאנט די משל פון דעם מענטש וואס איז געווען פארשפארט אויפן דאך פון א וואלקן קראצער אין שטאט, און האט געוואלט מען זאל אים באמערקן מען זאל אים קומען ראטעווען, האט ער געווארפן קענדיס, דערנאך קוואדערס, דאלערס און הונדערטערס פון אויבן, אז מענטשן זאלן באמערקן ווער עס ווארפט עס, אבער די דורכגייער האבן בלויז גענומען די שיינע מתנות פון הימל און זיך בכלל נישט וויסנדיג געמאכט. בלית ברירה האט ער גענומען ביר פלעשלעך וואס זענען דארט געליגן און אנגעויבן ווארפן איינע נאך די אנדערע אויף די דורכגייער, און הפלא ופלא עס איז געווארן א ויצעקו און ביז עטליכע סעקונדעס האבן זיך שוין געפונען פאליציי אויבן אויפן דאך מיט די רעוואלווערס אויסגעשטרעקט "ביסט א מזיק אן אזכר, ווארפן גלאז אינעם רשות הרבים", האט דער מענטש זיי געפרעגט, "ווען איך האב געווארפן קענדיס און געלט, וואו זענט עטס געווען? ווען ענק וואלטן מיר באמערקט און געקוקט צו מיר דעמאלטס וואלטן ענק נישט געדארפט ליידן". &nbsp; דער אויבערשטער געבט אונז אזא גוטע לעבן, און מיר נעמען אלעס פאר גרענטעד. עס קומט זיך אונז פרנסה, געזונט, קינדער, א הויז, און אזוי ווייטער, מיר קאמפלעינען א גאנצן צייט, עס פעלט אונז דאס און יענץ. דער אויבערשטער וויל מיר זאלן אים טרעפן דורך זיינע חסדים, ער וויל אונז נישט דערשרעקן, און זיכער נישט חלילה שטראפן. יעצט ווען מיר האבן געהערט זיך ערד ציטערניש אין ווייטן טייוואן, און דערנאך די מילדע ערד ציטערניש דא ביי אונז, איז די צייט מיר אנהייבן דאנקען און אנערעקענען דעם אויבערשטן וואס איז דא מיט אונז און געבט אונז נאך אן אטעם, נאך א טאג, מיר קענען לייגן תפילין, רעדן א ווארט צו אים. אז מיר וועלן קוקן צו אים ווען ער ווארפט אונז צוקערלעך, וועלן מיר נישט דארפן ליידן.

    < זעה מער כח אדר ב' תשפ"ד 📝
  • אמעריקע אין שפאנונג צום בעפארשטיינעדע היסטארישע ליקוי החמה

    קומענדיגע וואך מאנטאג וועלן זיך מיליאנען אין פילע שטאטן פון אמעריקע מעקסיקא און קאנאנדע פארזאמלען אין די גאסן צו בייוואוינען דעם זעלטענעם ליקוי החמה, ווי דער זון וואס איז איז ריזיג גרויס מען שאצט אז מען וואלט געדארפט א שטריק פון בערך דריי מיליאן מייל (4.5 מיליאן קילאמעטער) לאנג ארום צו נעמען די זון, וועט באדעקט ווערן דורך די לבנה וואס איז נישט מער פון בערך זיבן טויזענט מייל (עלף טויזענט) די ארומקרייז. &nbsp; אין די בערך צוויי שעה פארן די מאסימום (יעדע שטאט אן אנדערע צייט) וועט מען זען ווי עפעס "בייסט" אריין אין די זון, און די בייס ווערט גרעסער און גרעסער ביזן מאסימום, און דערנאך ווי דער זון דער "בייס" הייבט און "ארויסצופארן" פון די צווייטע זייט. &nbsp; אלע עקספערטן ווארענען אן אז חלילה צו קוקן מיט די אויג דירעקט אויף די זון, ווייל די זון איז אזוי שטארק אז אפילו נאר אביסל קוקן דערויף קען חלילה קאליע מאכן די ראי' זייער שטארק. דאס איז א פאסיגע דערמאנונג פאר אידישע קינדער ווי שטארק מיר דארפן היטן די אויגן, און בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זיך קענען שטארקן אויף די נסיונות פונעם זומער הבעל"ט, אז עס זאל דורכגיין אן קיין שום מכשול ח"ו. &nbsp; עס איז זייער אינטערעסאנט צו זען ווי אזא "קליינע" זאך ווי די לבנה קען באדעקן און פארשטעלן דעם גאנצן ריזיגן מעכטיגן זון. וואס דערמאנט אונז וואס דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט דער וואונדער ווי די קליינע האנט קען פארדעקן דעם גרויסן ליכטיגקייט, זער זון קען שיינען און ליכטיג מאכן די גאנצע וועלט, אבער אויב איינער לייגט זיין הענט נעבן די אויגן, וועט אים זיין טונקל. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז דאס גייט ארויף ווי דער רבי קען ליכטיג מאכן און אויפלעבן די גאנצע וועלט, אידן קומען צום צדיק און מען הערט די לעכטיגע דיבורים מען באשלוסט אז מען גייט נאכאמאל מאכן א פרישע התחלה, וואס איז געווען איז געווען, מען הייבט אן צו גלייבן אין די גרויסע רחמנות פונעם אויבערשטן וואס ווארט אויף אונז, אפילו עס איז דורך וואס איז דורך. אבער מען קומט ארויס, און א לץ געט א קליינע מאך מיט די הענט, "דו ביסט געווען ביי זיי? ביסט דאך א נארמאלע מענטש" און אויב די מענטש לאזט די האנט די ליצנות נעבן זיינע אויגן ווערט אים נעבעך טונקל. ער פאלט צוריק אריין אין זיין חשכות ר"ל. &nbsp; פילע עספערטן האבן געפלאנט צו פארן צו די שטאטן נענטער צו מעקסיקא ווייל דארט דארף ענדערש זיין א גוטע וועטער אן קיין וואלקענעס, קעגן דא ניו יארק וואס איז די צייט פון יאר אפריל געווענליך מער פארוואלקענט און רעגענדיג (עס האט טאקע אביסל גערעגענט די וואך דא אין ניו יארק...). אבער דער אויבערשטער פירט זיין וועלט, און די שטאטן ווי טעקסאס זעט אויס וועלן זיין אויסגעשפילט דאס מאל, ווייל דארט ווערט ערווארטעט צו זיין גענצליך פארוואלקענט און שטארק רעגנדיג אויף קומענדיגע מאנטאג, און אידישע קינדער האבן געפויעלט ביים אויבערשטן אז דא אין ניו יארק ווי עס זעט אויס וועט זיין א שיינע וועטער און א שיינע זון. &nbsp; משנה עתים ומחליף את הזמנים &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כה אדר ב' תשפ"ד 📝
  • וועכענטליכע עצתו אמונה נעמט אן ספאנסארס

    די ששת ימי המעשה זענען שוין דורך, און דער שבת המלכה איז אנגעקומען, א מחיה, די שענסטע מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז געקענט געגעבן, מען האט אביסל צייט פאר זיך, מען קען זיך אפגעבן מיט די ווייב און קינדער, מען קען פארברענגען אין שטוב ביים סעודה, און מיט די קינדער ביי אבות ובנים, מען כאפט אריין צו לערנען אביסל, און מען פילט זיך אן מיט פרישע געז פאר די קומענדיגע וואך דורך די "עצתו אמונה" קונטרס, וואס די געטרייע קרן הדפסה שיקט אפ ערליך כסדר, און מען שעפט זיך אן מיט עצות און חיזוק, וואס געבט כח צו גיין נאך א וואך. &nbsp; עס איז ליידער דא ביי וועם די געשיכטע גייט אנדערש, שבת מיינט ביי זיי "דעס טאר מען נישט, יענץ טאר מען נישט", "איך האב נישט קיין נערוון צו מיין ווייב", "וואו קען מען גיין צו א שלום זכור, א קידוש, א שבע ברכות". &nbsp; מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר ווייסן פון אן אויסוועג. ווילאנג נעמט פון ווען מען הערט אויף צו הערן דעם קול פונעם צדיק, אויב די בריוון פון עצתו אמונה ווערט ח"ו אלטע נייעס, מען הייבט אן טראכטן "נאכאמאל די זעלבע זאך", "נאכאמאל רעדן שיין צו די ווייב", "שכח אייבישטער", ביז ווען דער שבת זעט אויס ווי די צווייטע מעשה? &nbsp; יעצט וועלן אנשי שלומינו באקומען די געלגענהייט צו קויפן די זכות פונעם קונטרס עצתו אמונה וואס קומט ארויס יעדע וואך אזוי ערליך, דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך מוסר נפש צו ענטפערן די פילע אנפרעגער, און די מכון עצתו אמונה מיט די קרן הדפסה געבן זיך אפ געטריי עס מסדר צו זיין און אפדרוקן הערליך און קלאר, אז עס זאל זיין כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און געבט חיות פאר טויזנטער אידן. &nbsp; כדי צו דעקן די הוצאות און איינוועגס געבן די געלעגענהייט פאר אונז אלע צו קענען קויפן דעם גרויסן זכות, וועלן אנשי שלומינו באקומען די מעגליכקייט ווערן די "ספאנסער פון די וואך", וואס וועט ווערן ארויפגעדרוקט אויפן דעקל מיט שיינע גרויסע אותיות. צו סיי וועלכע געלעגענהייט, במקום סעודת הודאה, לרגל א שמחה, א זכות פאר א ישועה, אדער סיי ווען, רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449, און כאפט דעם זכות פון א קונטרס ווילאנג די אויסוואל פון וואכן איז נאך גרויס.

    < זעה מער כה אדר ב' תשפ"ד 📝
  • קביעות מזוזה ביים נייעם הצלה גאראדזש אין שטעטל

    גאר א שיינע קביעות מזוזה צוזאמען מיט א מסיבות לחיים איז פארגעקומען ביים נייעם הצלה גאראדזש אין קרית ברסלב ליבערטי, פארגאנגענעם דאנערשטאג צו, בראש פונעם ראש ישיבה שליט&rdquo;א אינעם דיין שליט&rdquo;א. &nbsp; שוין א לאנגע צייט וואס עס האט אויסגפעלט צו האבן א גאראדזש פאר די הצלה אינעם שטעטל, און יעצט האט דער חשובער הצלה וואלונטיר מו"ה אברהם יושע וועבערמאן היו געמאלדן זיין גרייטקייט אוועקצוגעבן זיין גאראדזש וואס ער פארמאגט אויפן רוט 52, א צוגעפאסטע פלאץ פון וואו מען קען שנעל צוקומען צום גאנצן שטעטל. &nbsp; מען האט ברוך השם שיין אהערגעשטעלט דעם גאראדזש, עס זאל זיין פאסיג פארן באנוץ, און צום באנייאונג זענען געקומען אלע חשובע הצלה מעמבערס פון שטעטל, ובראשם מו&rdquo;ה יודל פייג הי&rdquo;ו וואס פירט אן חברה הצלה ד&rsquo;קעטסקילס, צו פראווען א לחיים צו דער געלעגענהייט. &nbsp; צוערשט האט דער ראש ישיבה געקלאפט א מזוזה, דערנאך האט מו&rdquo;ה יודל פייג הי&rdquo;ו ארויפגעלייגט א מזוזה, אויך האט דער דיין שליט&rdquo;א ארויפגעלייגט א מזוזה. &nbsp; ביים לחיים האט דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א גערעדט אפאר ווערטער, דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן בכבוד האכסניא - דער געטרייער הצלה וואלונטיר מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן וואס האט אוועקגעגעבן זיין פלאץ כדי צו קענען אוועקשטעלן די הצלה גאראדזש. באזונדער האט זיך דער ראש ישיבה שטארק באדאנקט דעם קאארדינעיטער מו&rdquo;ה יודל פייג הי&rdquo;ו ארויסברענגענדיג אז ווילאנג מען דארף נישט אנקומען צו חברה הצלה קוקט מען זיי אן ווי זיי דארפן נאר לייטס און סיירינס, מען כאפט נישט אז זיי שטייען אויף און לויפן באמת אינמיטן די נאכט העלפן א צווייטן איד. אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט וואס ר&rsquo; יודל האט אים פערזענליך געזאגט אז ער איז גאר שטארק צופרידן די פון די ברסלב&rsquo;ע מעמבערס, זיי זענען אינגעלייגט מיט שכל, בעלי דעת, זיי ווייסן וואס יא צו רעדן און וואס נישט צו רעדן, זיי ווייסן וויאזוי זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ. מוהרא&rdquo;ש פלעגט זאגן ס&rsquo;איז דא דיינים, ראשי ישיבות, כולל אינגעלייט, מלמדים, אלעס איז זייער וויכטיג, אבער משיח וועט קומען אין זכות פון הצלה, מען דארף אלעס האבן, אבער איינער וואס לויפט ארויס ראטעווען א צווייטן איד דאס די גרעסטע זאך, אין זכות פון חסד וועט משיח קומען. &nbsp; מו&rdquo;ה יודל פייג הי&rdquo;ו האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער ארויסברענגענדיג ווי שטארק עס וועט ארויסהעלפן דאס אז ס&rsquo;איז דא א הצלה גאראדזש נענטער צום שטעטל, וואס יעדע מינוט נענטער מאכט עס כדי צו קענען ראטעווען אידישע לעבנס. אויך האט ער ארויסגעברענגט לשבח פונעם בית המדרש אין שטעטל, וואס מען זעט אינגעלייט פירן זיך אויף אזוי דרך ארץ&rsquo;דיג, מען דאווענט און מען לערנט, ובפרט האט ער ארויסגעברענגט לשבח פונעם מנין שחרית דורכן דיין שליט&rdquo;א וואס איז גאר א געשמאקער דאווענען, קיינער רעדט נישט ביים דאווענען. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל דאס נאר דארפן ניצן אויף שמחות. &nbsp; אין זכות פון חסד וועט מען ארויסגיין פון גלות.

    < זעה מער כד אדר ב' תשפ"ד 📝
  • מאסיווער ערדציטערניש טרייסעלט אויף טייוואן

    נעכטן אווענט צוויי מינוט פאר אכט ניו יארקער זייער, (וואס איז היינט אינדערפרי צוויי מינוט פאר אכט טייוואנער זייגער) האט א גאר ערנסטע 7.4 ריכטער מאס ערדציטערניש דורכגעריסן דעם טייוואער שטאט הואַליען וואס פארמאגט א פאפולאציע פון בערך הונדערט טויזענט וואס שטייט ביים מזרח ברעג פונעם פאציפישן אקעאן. &nbsp; דער ערציטערניש האט אפעקטירט נאך פילע שטעט ארום, פילע זענען פארוואונדעט געווארן, צען זענען געווארן באשטעטיג צו זיין אומגעקומען, אויבער טויזענט פארוואנדעט, און צענדליגע זענען פארכאפט אין טונעלן אדער אונטער געביידעס. &nbsp; אין איינע פון די טיפע טונעלן אינדרויסן פון שטאט זענען פארכאפט געווארן 25 מינע ארבעטער אן קיין שום וועג ארויס, די רעטונג ארבייטער ארבעטן שווער צו טרעפן א וועג ארויס פאר זיי, איינער פון די ארבעטער האט באוויזן צו מאכן א פארבינדונג צו די וועלט אנרופענדיג א חבר דורך זיין טעלעפאן, זוכענדיג הילף אין זיין שווערע מצב. דער חבר האט זיך נאגעפרעגט און איז געקומען קוקן וואס עס גייט פאר, און האט געזען אז די מצב איז האפענונגסלאז. עס איז דא אזויפיל ארבעט צו ראטעווען מענטשן פון צופאלענע געביידעס, קעיר נעמען פון די הונדערטער פארוואונדעטע, און די קליינע צאל אויפמערזאמקייט וואס די גרופע ארבייטערס באקומען צוליב די גאר שעדליכע פלאץ ווי זיי זענען פארכאפט. &nbsp; דער חבר האט נישט געטראכט קיין צוויי און צוריק גערופן צום טעלעפאן ווילאנג די בעטעריעס ארבעטן נאך, און זיי געלאזט וויסן קלאר אומצוויידייטיג אז זיי האבן נישט קיין האפענונג, זיי דארפן זיין רעאליסטיש, און זיי זאלן זיך גרייטן צו ענדיגן זייער לעבן צען מייל אונטער די ערד. &nbsp; איר רייבט זיך יעצט די אויגן, און וואונדערט זיך אויף די גאנצע געשיכטע. קודם כל, ווי קומט אזא אכזריות צו דעם אזוי גערופענעם חבר? אויך ווילט איר מן הסתם פארשטיין פארוואס די מעשה ווערט נישט באריכטעט אין די וועלט'ס מידיע, מען וואלט דאך געדארפט אויפשטורמען א וועלט, מענטשן זענען פארכאפט און קיינעם גייט עס נישט אן? און צום לעצט ווילט איר לכאורה וויסן וואס האט זיך אויסגעלאזט דארט מיט די חברה. איר הייבט שוין אן חושד צו זיין דעם שרייבער, צי ער חלומ'ט בהקיץ, דערפאר ווילן מיר אייך קלארשטעלן אז יא דאס איז אן אמת'ע געשיכטע, מיט בלויז עטליכע דעטאלן געטוישט. עס האט נישט פאסירט אין טייוואן, ביי א ערד ציטערניש, ביי מינע גרעבער. &nbsp; אבער עס פאסירט ליידער דא צווישן אונז, און איך וואונדער מיך אויך פארוואס קיינער באריכטעט עס נישט. קיינעם גייט טאקע נישט אן אז מענטשן ווערן פארכאפט טאג טעגליך ביי די נישט גוטע? עס בארירט אייך נישט אז אידישע קינדער פאלן אראפ טיף טיף און אנשטאט מען זאל זיי העלפן טרעפן די וועג צוריק, רייסט מען אפ די שטריק פון די לייף גארדס? &nbsp; טויזנטער אידישע קינדער זענען צובראכן, זיי שפירן ווי זייער מצב איז פארפאלן, עס איז דערנאך, יעדער האט פארגעסן פון זיי, זיי זענען זיכער ביי זיך אז "קיינער דארף מיך נישט", ער איז נעבעך אראפ געפאלן זייער ווייט ער האט זיך אויסגעגראבן א טיפער הייל אונטער די ערד, און ער זעט נישט קיין וועג ארויס, די וועלט איז אים צוזאם געפאלן. פארוואס זאגטסו אים "וועסט ברענען אין גהינום"? פארוואס שרייסטו אויף אים שייגעץ ארויס? לאמיר אויפשטורמען די וועלט און נישט איינרוען לאמיר פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות וואס זענען מער אפעקטיוו ווי ריזיגע בולדאזערס און נישט אפלאזן הפצה ביז אלע פארכאפטע וועלן געראטעוועט ווערן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כד אדר ב' תשפ"ד 📝
  • די מיטל מזרח

    מיר זענען שוין אריינגעפארן אין אזיע, וועלן מיר גיין באזוכן דעם "מיטל מזרח" דאס איז א געגענט וואס באשטייט פון פילע לענדער וואס זענען בעיקר אין אזיע, אבער נעבן ווי אייראפע אין אזיע ענדיגן זיך. די וויכטיגסטע פלאץ ביי אונז איז ארץ ישראל וואס געפונט זיך אין יענעם שטח, ווען מיר לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים זעען מיר כסדר ווי ארץ ישראל און אמונה גייען צוזאמען, מען זעט וואס דער רבי שרייבט איבער די גרויסע השגות וואס ער האט דערגרייכט נאכדעם וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל, ארץ אשר עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה. רבי נתן שרייבט פילע מאל אז דאס גייט ביידע וועגן, אמונה איז ארץ ישראל, און ארץ ישראל איז אמונה, ווען מיר לעבן מיט אמונה, זענען מיר זוכה צו די אלע גרויסע זאכן וואס ארץ ישראל ברענגט. דאס דארף מען אפילו נישט שרייבן אז מען רעדט חלילה נישט פון די ממשלת הציונים, וואס דאס איז היפך אמונה, היפך שמירת התורה והמצוות רחמנא ליצלן. מען קען נישט שרייבן איבער דעם אן דערמאנען וויפיל מאל מוהרא"ש זי"ע האט געבליטיגט זיין גאנץ לעבן אויף די מיליאנען אידן וואס ווערן דורך זיי נתחנך אן קיין שמע ישראל, מיט א שנאת הדת, און וויפיל מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן צו מפיץ זיין די אמונה צו די קינדער פונעם אויבערשטן וואס זענען נעבעך פארלוירן געווארן. &nbsp; די מיטל מזרח איז א ראיאן וואס איז מער ווייניגער הייס און מדבר'דיג, צווישן די באקאנטע לענדער דארט ציילן זיך מצרים (וואס איז אין אפריקע.) אזוי אויך זענען צווישן זיי די לענדער פון איראן, איראק, סאודי אראביע, די עמיראטן, תימן, וואס זיי אלע זענען אין אזיע, און אזוי אויך טערקיי וואס געפונט זיך רוב אין אזיע אבער אויך אין אייראפע. &nbsp; רוב איינוואוינער אין מיטל מזרח זענען מוסלמענער, אבער נישט אלע זענען אראבער, די טערקן ווערן גערעכנט אלץ א פאלק פאר זיך, "טערקן" און כאטש זיי זענען מוסלמענער, זיי פאלגן נאך דעם צודרייטן מוכאמאד, זענען זיי אבער נישט קיין אראבער. אזוי אויך די איראנער זענען "פּערסן" און נישט קיין אראבער. &nbsp; דער שטח הייבט זיך אן פון אויבן רעכטס אין אזיע צווישן די "סטאן" לענדער ביי אפגאניסטאן און איראן, דערנאך קומען אלע לענדער אינעם אראבישן האלב אינזל, ארויף ביז טערקיי, און דערנאך די לענדער פון אפריקע וואס גרעניצן זיך מיטן ים סוף און מיט'ן מיטלענדישן ים. דער מיטל מזרח איז ארום גענומען מיט פילע טייכן און ימים, פון אויבן רעכטס איז דער קאספישער ים, דערנאך דער שווארצער ים (דורך וועלכע מען קען פארן מיט א שיף צווישן טערקיי און אדעסא אוקריינא), און נאך טערקיי קומט דער באקאנטער מיטלענדישער ים וואס איז צווישן אייראפע אזיע און אפריקע, און פונקט אינמיטן דעם שטח קומט אריין דער ים סוף (אדער דער "רויטער ים") אויף וועלכע מיר וועלן פארציילן פאר אונזערע קינדער פסח ביינאכט די נסים וואס דער אויבערשטער האט געטון מיט אונזערע עלטערן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים. &nbsp; און באמת נאר דאס איז אונז נוגע. שטודירן די אלע מלחמות און איבערקערענישט מיט וואס דער שטח איז וואויל באקאנט וועט אונז גארנישט רייכער מאכן. נאר דאס רעדן פון די אמונה און ווי דער אויבערשטער געבט זיך אפ מיט אונז און ווארט מיר זאלן זיך ווענדן צו אים דאס איז אויף וואס מיר דארף פאקוסן. &nbsp; ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בנבואה &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כג אדר ב' תשפ"ד 📝
  • מלמדים קאמפיין תשפ"ד - חֵירוּתֵנוּ באפרייט פון אלע חובות

    געלויבט דעם אויבערשטן אז די מוסדות בליען און וואקסן, די קינדער שטייגן אין תורה עבודה און גמילת חסדים, די געטרייע איינגעשטעלטע, אין די אדמיניסטראציע, די הנהלה, מנהלים, מלמדים, טיטשערס, פרינציפלס, מגידי שיעור, לייגן אריין זייער הארץ און נשמה אין אונזערע קינדער זיי זאלן וואסן געזונט ברוחניות ובגשמיות, מען גרייט זיי צו צום לעבן, מען איז זיי מחנך צו אהבת התורה, אהבת השי"ת, אהבת המצוות, ב"ה די פירות זענען מעיד פאר זיך, בחורים און אינגעלייט וואס זענען דבוק צום אויבערשטן, צו צדיקים, און פרייען זיך מיט זייער אידישקייט. &nbsp; פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז געווען זייער א שווערע ווינטער, אלע האבן געזען די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אין די לעצטע חדשים, אזוי אויך האט מען געהערט ביי די דרשות, ווי דער ראש ישיבה פארציילט פון די גרויסע נסים וואס ער האט געהאט, ווי ער האט נישט געהאט צו באצאלן טאג נאך טאג, און ווי ער האט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל אים נישט פארלאזן, און עס איז געשען נסים אז אומגעראכטן איז אריינגעקומען געלט.&nbsp; &nbsp; יעצט ווען מען גרייט זיך צו פסח, דארף די הנהלה דעקן פעיראל פון איבער דריי הונדערט טויזענט דאלער נאר פעיראל אליינס, און אזוי ווי עס איז געווען אן אויסנאם שווערע יאר, די אווערהעד איז געווען זייער גרויס, פארשידענע הכנסות זענען פארלוירן געגאנגען, מאכט מען צוליב דעם א שטערקערע קאמפיין. מען מוז אנקומען צו יעדע פון אנשי שלומינו זאלן זיך אנשטרענגען, און מיטן אויבערשטענ'ס הילף דעקן דעם גרויסן לאך. &nbsp; דער יעצטיגער קאמפיין האט מען אויסגעשטעלט אז עס לויפט פער מלמד, דאס וועט געבן א געלעגענהייט צו געבן געלט אויפן חשבון פון זייער קינד'ס מלמד. מען האט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון די מלמדים אנגהויבן פון די שטעטל ווי עס זענען פארהאן די קלאסן פון הרב יעקב יאקבאוויטש און הרב ארי לונגער, הרב בערל שניצלער, הרב אשר קרויס, הרב יואל משה פליישמאן, הרב הערשל שניטצלער, הרב נחמן נתן קרויס, און הרב יחזקאל סאמעט. אין וויליאמסבורג זענען דא די קלאסן פון הרב יעקב איידליס, הרב נחמן ניישטיין, הרב ישעי' איידליס, און הרב דוד פוקס. אין קרית יואל זענען דא די קלאסן פון הרב יואל טייטלבוים און הרב לוי יצחק ווערטהיימער. אין ישיבה קטנה איז דא די כתה פון הרב יוסף שניטצלער. מען דארף אויפטרייבן אכצן א האלב טויזנט דאלער פאר יעדע מלמד, און מען קען אפקויפן די זכות פון פינף טויזנט דאלער פער מלמד, טויזענט דאלער, אדער פינף הונדערט דאלער. ווארטס נישט ביז דער מנהל רופט אייך, רופט אים שוין אויף 917-578-0495. און קויפט אייך די זכות פון אייער מלמד. &nbsp; דער קאמפיין האט זיך אנגעהויבן מיטן רעכטן פוס בעצם יום טוב פורים ווען דער מנהל האט ארום געשיקט א ראבא קאל און מעודד געווען אנשי שלומינו צו גיין נאך געלט, ברוך השם אז דער ציבור איז ווארעם, פילע אינגעלייט האבן אריינגעברענגט נדבות פון טויזענט דאלער וואז זיי האבן צוזאם געשטעלט אום יום טוב פורים &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט היינט אין א בריוו פארן מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א: &nbsp; איך בעט דיר זייער זאלסט צוזאם נעמען צדקה פון אנשי שלומינו פאר די מוסד, מיר דארפן יעצט גרויסע ניסים צו קענען דעקן די מלמדים טיטשערס איינגעשטעלטע פאר ביז פסח, מיר דארפן א פערטל מיליאן דאלער. &nbsp; דער אייבערשטער האט געמאכט דעם ווינטער גאר גרויסע ניסים, אנהייב ווינטער האט מיר אויסגעזען אז איך וועל נישט קענען צאלן די מלמדים, עס איז מיר ממש טונקל געווארן, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון, נאכדעם וואס די לעצטע פאר יאר האט די רעגירונג געהאלפן די מוסדות צוליב די קאראנע, עס איז געווען פארשידענע פראגראמען, אבער אנהייב דעם יאר האט מען אלעס אפגעשטעלט, און איך האב זייער געבעטן דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן אויף מיר, און חסדי השם יתברך עס איז געווען נסים יעדע וואך צוויי האבן מיר באקומען גרויסע געלט אין די פאסט דורך א נדבן, און אזוי האבן מיר געקענט אריבער גיין דעם ווינטער. &nbsp; יעצט דארף איך דיין הילף, איך דארף דו זאלסט מיר העלפן אזוי ווי אלע יארן וואס דו האסט מיר אלץ געהאלפן דעקן די מלמדים, איך וויל זאלסט רעדן מיט אלע אנשי שלומינו פערזענליך זיי ווייזן אונזערע ביכער, איך האב נישט קיין סודות, איך וויל אלע זאלן זען די חשבונות וויפיל עס קומט אריין פון שכר לימוד, און וויפיל עס קומען פון די פראגראמען, און וויפיל די וועכענטליכע געהאלט איז, זאלן אלע זען די הוצאות און די הכנסות, זאלן זיי זען אז אין הבור מתמחלא מחליותו, ואין הקומץ משביע את הארי. &nbsp; איך בעט דיך זייער, אם קטן אתה בעניך ראש שבטי ישראל אתה, האלט זיך נישט קליין דו האסט די כחות צו העלפן די מוסד, אנשי שלומינו געטרויען דיך, אלע ווייסן דיין גראדקייט אז דו זאגסט אמת, און מען שפירט גוט ווען די צדקה גייט דורך דיר. &nbsp; זמן חרותינו - מקרא קודש

    < זעה מער כב אדר ב' תשפ"ד 📝
  • לעכטיגע פורים טעג מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    מוצש"ק פורים ביים מגילה ליינען אין ישיבה מיט גרויס התעוררות האט מען געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט די פסוק "ואני לא נקראתי לבוא אל המללך זה שלושים יום" געשטיקט מיט טרערן, שפעטער ווען מען האט געפרעגט דעם ראש ישיבה דערויף האט ער ערקלערט אז מרדכי האט געזאגט פאר אסתר "גיי צום אויבערשטן, פרעג א צדיק", האט אסתר געזאגט "ואני לא נקראתי לבוא אל המלך, קיינער דארף מיר נישט, קיינער הערט מיר נישט אויס, קיינער הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן אויף מיר, קיינער דארף מיך נישט, איך שפיר ווי דער אויבערשטער דארף מיך נישט, יעדעס מאל איך פרוביר, פאל איך טיפער, איך האב פארלוירן מיין רוח הקדושה, איך געפין מיך צווישן צלמים", און מרדכי שטארקט איר "לאז דיך נישט, פארליר דיך נישט, קוק נישט אויף די אלע חלישת הדעת, גיי ווייטער טו וואס דו האסט צו טון". &nbsp; פורים אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געטרונקען זיבן כוסות וויין, קעגן די זיבן מידות און די שבעה רועים, ביים פערטן כוס האט דער ראש ישיבה געזאגט אז די פערטע פון די זיבן רועים איז משה רבינו, מידת נצח, די מידה פונעם הייליגן רבין "נצחתי ואנצח". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אמאל פלעגט ער מאכן קידוש און הבדלה אויף וויין און נישט אויף גרעיפ דזשוס, אבער זייט איין מאל נאך פורים וואס ער האט געטרונקען א שווערע וויין, זייט דעמאלטס איז אים שווער צו טרונקען וויין, אבער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דאס איז נישט מסירת נפש - טרונקען וויין פורים, מסירת נפש איז אז מען גייט התבודדות יעדן טאג. &nbsp; פון דעם האט דער ראש ישיבה זייער אסאך גערעדט פורים, יעדער וואס וואס איז אריינגעקומען האט ער געפרעגט וואס מיינט מען איז מקורב צו א צדיק? מקורב צום צדיק מיינט - האט דער ראש ישיבה כסדר געחזרט - אז מען רעדט צום אויבערשטן. די ערשטע זאך צופרי דארף מען רעדן צום אויבערשטן, אז נישט וועלן מיר זיך טרעפן ווידער אין צען צוואנציג יאר ארום און דו וועסט נאך אלץ נישט וויסן וואס מיינט מקורב צום צדיק, מיט וועלכע שטריק בינדט מען זיך צו צו א צדיק? זיי נישט קיין חכם, רעד צום אויבערשטן. &nbsp; איינע פון די אינגעלייט זייענדיג בגילופין האט זיך אנגערופן איך מאך שוין התבודדות פינף יאר און עס העלפט מיר נישט. האט דער ראש ישיבה געענטפערט, קודם כל כאפסטו נישט אז דו רעסט בכלל נישט צום אויבערשטן, עס דאכט זיך דיך איך מאך התבודודות, און צווייטענס, מען טאר נישט זאגן אזא זאך. יעדע ווארט צום אויבערשטן העלפט זיכער. און דער ראש ישיבה האט אים געפרעגט פארוואס טראכטסו אז עס האט נישט געהאלפן? האט ער געזאגט "איך בעט שוין פינף יאר איך זאל נישט זיין קיין כעס'ן און נאך אלץ קען איך מיך אויפרעגן. האט אים דער ראש ישיבה געזאגט, זיכער קענסטו זיך אויפרעגן, ביסט נישט קיין מלאך, ביזט דען אזא בעל גאוה אז עס פאסט זיך נישט אז דו ביסט בסך הכל א מענטש און דו קענסט זיך אויפרעגן? און בכלל דאס אז דו בעטסט יעדן טאג אויף כעס איז גאר א גרויסע זאך, ווייל רבי נתן האט געזאגט אז א מענטש וועט בעטן א גאנצע לעבן צו זיין אן ערליכע איד, אפילו אויב ער וועט נישט מצליח זיין ח"ו, אבער וויבאלד ער האט געבעטן דערויף זיין גאנצע לעבן וועט ער באקומען שכר אויף יענע וועלט ווי א ירא שמים. &nbsp; שושן פורים נאך שחרית האט דער ראש ישיבה געליינט די מגילה שנעל אן א ברכה, ער האט געזאגט אז אזוי האט זיך געפירט דער מונקאטשער רב, און אזוי אויך זיין זיידע, כדי זיך משתתף זיין מיט די שמחה פון די בני ירושלים. &nbsp; נאך שחרית איז פארגעקומען א תיקון לע"נ א יארצייט פון איינע פון די מתפללים, דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויזן אין ספר ארך אפים פון מוהרא"ש זי"ע וואס שרייבט אז די נשמות אויף יענע וועלט זענען מקנא א נשמה וואס האט איבערגעלאזט קינדער אויף די וועלט אין היכל הקודש. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט צו פארברענגען פורים מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל דעמאלטס קומט ארויס די שיינקייט פון אנשי שלומינו, גאר אסאך זענען געקומען נעמען ברכות, אבער קיינער האט נישט געבעטן א ברכה אויף געלט, אבער אנדערע אידן וואס האבן נאכנישט פארזוכט פון די זיסע עצות פונעם רבין האבן געבעטן געלט, שפע, פרנסה, אבער תלמידי היכל הקודש זענען געקומען און געוויינט, "איך וויל זיין א ירא שמים, איך וויל לערנען, און וויל רעדן צום אויבערשטן", דאס איז די פנימיות פון די תלמידים פונעם הייליגן רבין. &nbsp; להודיע שכל קווך לא יבוש ולא יכלמו לנצח כל החסים בך

    < זעה מער כב אדר ב' תשפ"ד 📝
  • תיקון הכללי ווערט איבערגעדרוקט אויף א הערליכע פארמאט

    קרן הדפסה גרייט זיך אין די טעג ארויסצוגעבן א פריש איבערגעארבעטע תיקון הכללי מיט גרויסע באטעמטע אותיות, אז עס זאל זיך זאגן גרינג און געשמאק. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט אין א בריוו פון מוהרא"ש אין פעלת הצדיק (סימן תתצ"ז בהגהה) ""נִמְצָא שֶׁעֲשָׂרָה קַאפִּיטְל תְּהִילִים" - טז, לב, מא, מב, נט, עז, קה, קלז, קנ - די צען קאפיטלעך, "שֶׁגִּלָּה רַבֵּינוּ זַ"ל", וואס דער רבי האט אונז אנטפלעקט, די תיקון הכללי, "הוּא תִּיקוּן לְכָל הַחֲטָאִים שֶׁבָּעוֹלָם בִּכְלָלִיּוּת", איז א תיקון פאר אלע עבירות פון די וועלט, "וּבִפְּרָטִיּוּת לְכָל מִינֵי פְּגָמֵי הַבְּרִית", און ספעציעל פאר פגם הברית רחמנא לצלן, "וּבִפְּרָטֵי פְּרָטִיּוּת לְמִקְרֶה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְּלָן". מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (שם): "וְעַל כֵּן מִי הֶחָפֵץ בַּחַיִּים", ווער עס זוכט לעבן, "מִי הָרוֹצֶה לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה מֵעֲוֹנוֹתָיו וַחֲטָאָיו שֶׁנָּפַל בָּהֶם רַחֲמָנָא לִצְּלָן", ווער עס וויל תשובה טון אויף זיינע זינד וואו ער איז אריין געפאלן, "כָּל אֶחָד וְאֶחָד כְּפִי יְרִידוֹתָיו", יעדער איינער לויט ווי ער איז אראפגעפאלן, "יְרַחֵם עַל נִשְׁמָתוֹ", זאל רחמנות האבן אויף זיין נשמה, "וְיֹאמַר בְּכָל יוֹם אֶת הָעֲשָׂרָה מִּזְמוֹרֵי תְּהִלִּים", און זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים, "שֶּׁהֵם תִּיקוּן חָדָשׁ לְגַמְרֵי", וואס דאס איז א נייער תיקון. דער רבי זאגט אז נאכן זאגן די צען קאפיטלעך תהילים פון "תיקון הכללי" דארף מען מער נישט איבער טראכטן וואס מען האט געטון, דער עיקר תיקון הברית - האט דער רבי געזאגט - איז "נישט איבערטראכטן"; איינמאל מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי זאל מען מער נישט איבער טראכטן וואס איז געווען, נאר אנהייבן מיט א נייע התחלה דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען און טון מצוות. מיר דארפן אוועק לייגן אונזער שכל אין פאלגן דעם רבי'ן, זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, די "תיקון הכללי", בתמימות ובפשיטות. דער רבי האט צוגעזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צב): דער וואס וועט זאגן די צען קאפיטלעך - דעם "תיקון הכללי" - וועט פאררעכטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען." &nbsp; דערפאר כדי צו מאכן געשמאק און גרינג דאס תיקון הכללי גרייט מען צו צום דרוק די פריש איבערגעארבעטע תיקון הכללי אויף דריי פארמאטן, א גרויסע פארמאט, א מיטעלע סייז, און א מהדרות כיס וואס פיט אריין אין טאש. &nbsp; מען קען אפקויפן די זכות פון דרוקן די תיקון הכללי דורכן רופן דעם גבאי ר' לייבי ראטה אויף 347-578-4449.

    < זעה מער יח אדר ב' תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 421 to 435 of 1670 results

1 2 ... 26 27 28 29 30 31 32 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com