Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פלענער צו בויען א נייע בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב

    אין די טעג הערט מען גאר פריידיגע נייעס פון די הנהלת המוסדות אין שטעטל, אז עס האט זיך געשאפן פרישע פלענער איבער א נייע בנין פארן תלמוד תורה, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי בנינים איז שוין ברוך השם אויסגעוואקסן, און עס איז שוין נישט דא קיין פלאץ אריינצולייגן נאך קינדער קע”ה.   אנדערש ווי מען האט באריכטעט א שטיק צייט צוריק איבער א פלאן איבערצובויען דעם בנין אויף מעין סטריט, כדי עס אהערשטעלן פאר א חדר, איז דאס אבער געווארן אפגעשטעלט צוליב וואס מען האט געזען אז מען וועט דארפן אריינלייגן צופיל געלט אויסצופירן דעם פלאן. די געזעץ איז אז יעדע קאמערציאלע בנין דארף האבן א ספרינקלער סיסטעם צו זיין גרייט אין פאל עס מאכט זיך לא עלינו א פייער, און כדי דאס צו קענען אינסטאלירן וואלט מען געדארפט גראבן אינטער א סטעיט ראוד, וואס דאס וואלט געברענגט גאר אסאך שוועריקייטן, און וואלט אריינגעשלעפט אין גאר גרויסע סכומים פון אפאר הונדערט טויזענט דאלער, במילא האט דער ראש ישיבה צוזאמען מיט די הנהלה באשלאסן צו לייגן דעם גאנצן פלאן אין א זייט, און אנגעהויבן טראכטן אויף פרישע געדאנקען.   במשך דעם גאנצן צייט האט מען שטענדיג געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל טרעפן א פאסיגע פלאץ פארן תלמוד תורה, אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט פאר אנשי שלומינו אז מען ארבעט גאר שווער אויף אלע פראנטן צו טרעפן א בנין, וואס דאס האט אויך געברענגט אז אנשי שלומינו זאל ארויסהעלפן מיט תפילות מען זאל טרעפן א פאסיגע פלאץ.   ברוך השם יעצט הערט מען די פריידיגע נייעס אז מען האט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף פלענער צו בויען פון פריש א נייע גרויסע בנין אויף די שטח המוסדות ביים ווינקל פון דענמען און רוט 52 . די שטח איז 50 אקער גרויס (וואס באדייט צוויי מיליאן סקווער פיס) וואו מען וועט מיט’ן אייבערשטנ’ס הילף בויען א בנין פון 20 טויזענט סקווער פיס, און וועט האבן פלאץ פאר בערך צוויי טויזענט קינדער.   די מעלה פון נוצן דעם שטח איז אז מען קען שטענדיג צובויען ווען עס פעלט אויס, און אזוי אויך פארמאגט עס אסאך פלאץ פאר די קינדער צו שפילן אינדרויסן.   לויט די יעצטיגע פלענער וועט מען יעצט בויען בנין פון צוויי שטאקן, אבער וועט ווערן געבויעט אויף א וועג מען זאל קענען ארויפציען דערויף נאך שטאקן ווען עס פעלט אויס. עס וועט אנטהאלטן א ריזיגע עס זאל פון 6,000 סקווער פיס, וואס דאס וועט אויך קענען ווערן געניצט פאר מעמדים אין די קהילה.   עס איז וויכטיג אנצומערקען אז דער שטח איז געקויפט געווארן מיט די געלט וואס אנשי שלומינו צאלן איין ביים קויפן א דירה אין שטעטל.   יעצט ארבעט מען אהערצושטעלן א ריזיגע סוער פלענט, וואס מען גייט בויען לכתחילה פאר טאפלט פון וויפיל קינדער עס גייט אריין אין דעם בנין.   בלייבט נאר איבער פאר אונז צו בעטן דעם אייבערשטן אז אלע פלענער זאל זיך אויסארבעטן צום גוטן, און מען זאל שוין בקרוב קענען אנהייבן די גרוב ארבעט און בקרוב אנהייבן נוצן דעם בנין, וואס דער בנין וועט ווערן גענוצט אריינצולייגן אין די קינדער די ריינע אמונה אינעם אייבערשטן, און די געשמאק צו תורה ומצוות אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה חזר’ט מיט אונז שטענדיג.  

    < זעה מער יז אלול תשפ"ג 📝
  • עצתו אמונה חלק ח ארויס פון דרוק ב"ה

    מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו די גוטע נייעס אז דער נייסטער באנד עצתו אמונה חלק ח' איז היינט ארויס פון דרוקעריי אין ירושלים עיה"ק. &nbsp; דער הייליגער ספר עצתו אמונה זענען בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א סיי שאלות און תשובות און סיי די אנדערע בריוו געשריבן פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט אין אלע מצבים פון לעבן, ווי דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אויפן וועג פונעם הייליגן רבין ווי געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די הייליגע בריוו האבן שוין באלאכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נענטער צום אויבערשטן, צי דורך די עצה פון גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, צי דורך די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און "זאגן" גמרא און משניות טאג טעגליך וואס האט שוין צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה. דער הייליגער ספר ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות אין שטוב, רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. &nbsp; אומצאליגע אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און מאכן זיך א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען. &nbsp; יעצט אז דער ספר איז שוין ב"ה ארויס פון דרוק, גייען עס די מפיצים פון ארץ ישראל בעז"ה מיטברענגען קיין אומאן אויף ראש השנה הבעל"ט ווי מען וועט זיך קענען איינהאנדלען דעם גרויסן אוצר. &nbsp; אויך איז יעצט דא די זעלטענע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים אין די קומענדיגע בענדער "עצתו אמונה". צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. פון אויסלאנד קען מען זיך פארבינדן דורכן אימעיל Maebreslev@gmail.com.

    < זעה מער יד אלול תשפ"ג 📝
  • געפונען געווארן ליקוטי הלכות וואס האט געהערט צו הרה"ק ר' צבי הירש מליסקא זי"ע

    קוים האבן מיר געברענגט א באריכט פון א היסטארישע כתב יד וואס ווערט ליציטירט, דורך די עתיקים ליציטאציע פירמע וואס ליציטירט אין די יעצטיגע טעג א בלעטל פון הייליגן ספר ויואל משה געשריבן געווארן דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע אליינס, ווי ער ברענגט אראפ און שרייבט גרויסע זאכן איבערן הייליגן רבין. &nbsp; שוין קומט אריין א פרישע באריכט, דאס מאל פונעם "גנזים" פירמע וואס וועט ליציטירן אין די טעג א באנד פון הייליגן ספר ליקוטי הלכות חלק אבן העזר און חושן משפט וואס האט געהערט צו הרה"ק ר' צבי הירש מליסקא זי"ע, וואס איז געווען דער רבי פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. &nbsp; דער הייליגער ספר ליקוטי הלכות האט דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן רבי נתן אליינס געשריבן, נאכדעם וואס דער הייליגער רבי האט אים געבעטן צו שרייבן חידושים אויפן סדר פון שלחן ערוך. דער ספר איז איין שטיק התחזקות און עצות אין עבודת השם, און ווי באקאנט האט מוהרא"ש געלערנט דעם ספר ליקוטי הלכות האט מוהרא"ש געלערענט אומצאליגע מאל, און זענען געווארן ווי א שטיק פון אים, און ווי מען קען זען פון די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, זענען בדרך כלל גאנצע שטיקער ליקוטי הלכות, ארויסגעקליבן די בעסטע חיזוק שטיקלעך. &nbsp; אזוי אויך ווערט דארט ליציטירט א "תיקון הכללי" פון ערשטן דרוק, ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי נתן אויפגעשטעלט מיט מסירת נפש א דרוק ביי זיך אינדערהיים, כדי צו קענען דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, און דארט האט מען אויך געדרוקט דעם תיקון הכללי צום ערשטן מאל. &nbsp; דער תיקון הכללי האט דער הייליגער רבי געשטעלט עדות אז דאס איז א תיקון אויף עבירות רח"ל, מ'זאל גיין אין מקוה, געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ. אויך האט דער רבי געזאגט איז עס א סגולה לרופאה און פרנסה. &nbsp; ליקוטי הלכות פון הרה"ק ר' צבי הירש מליסקא זי"ע &nbsp; תיקון הכללי דפוס ראשון בבית מוהרנ"ת זי"ע &nbsp;

    < זעה מער יד אלול תשפ"ג 📝
  • נייעם בנין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן

    מיט גרויס פרייד טוען מיר אויפוויקלען פאר אנשי שלומינו די גוטע בשורה, אז מיר שטייען יעצט בעפארן לייגן דעם גרונדשטיין פאר א שפאגל נייעם בנין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן, וואס וועט בעזרת השם יתברך דינען פאר א צענטער פאר תלמידי היכל הקודש דורכאויס די טעג פון ראש השנה. &nbsp; אינעם יעצטיגן מאמענט האלטן מיר ביים אויסארבעטן די פלענער פאר'ן ריזיגן בנין, וואס עס וועט אלץ אנטהאלטן און ווי אזוי עס וועט זיין דאס בעסטע און פראקטישסטע אויסגעשטעלט פאר די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו. &nbsp; צו מאכן זיכער אז אלע פלענער זענען טאקע דאס פראקטישסטע און געשמאקסטע וואס שייך, מאכן מיר אסאך תפילות אז דאס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב. אויך זיצן מיר מיט די גרעסטע ארכיטעקטן אינעם פעלד פון בויען בתי מדרשים, וואס זיי פארשטייען גוט ווי אזוי אהערצושטעלן א בנין בית המדרש אז עס זאל זיין פראקטיש, באקוועם, שיין און מאיעסטעטיש, אזוי ווי עס פאסט זיך פאר'ן "רבי'נס שול". &nbsp; ווי מען האלט יעצט איז די פלאן צו בויען בעזרת השם יתברך א ריזיגע שיינע היכל בית המדרש מיט א גאלערי, אז עס זאל זיין באקוועם און קענען אקאמאדירן די פילע תלמידים פון דער ראש ישיבה, און אויך די נייע פרישע מקורבים וואס מערן זיך יעדעס יאר בלי עין הרע. &nbsp; אזוי אויך איז דא א רעדע פון מאכן א חדר פאר די פאר טעג וואס מיר וויילן אין אומאן. היות אנשי שלומינו ברענגען מיט די קינדער ווי דער רבי האט געהייסן מען זאל קומען מיט די קינדער, וויל מען אוועקשטעלן א חדר, וואס זאל זיין באקוועם און שיין צוגעשטעלט פאר די מלמדים און די קינדער, אז די מלמדים זאלן קענען טון זייער עבודת הקודש אומגעשטערט, מיט הרחבת הדעת, און גלייכצייטיג זאל עס אויך זיין געשמאק און באקוועם פאר די קינדער. &nbsp; אזוי אויך באטראכט די הנהלה פארשידענע אפציעס איבער צולייגן וואכנדיגע מנינים שטיבלעך, פאר די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו, היות די ציבור האלט זיך אין איין פארגרעסערן כן ירבו, קומט שוין אויס אז עס שטעלן זיך כסדר מנינים לתפילה אין די וואכן טעג, און דערפאר פעלט זיך אויס צו האבן שטיבלעך אז די מנינים זאלן קענען אנגיין באקוועמערהייט. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג טוט מען אדורך די פלענער וויאזוי מען קען אויסנוצן דעם גרויסן שטח צו קענען אקאמאדירן די מאקסימום זיץ פלעצער אין בית המדרש, און אזוי אויך אלע אנדערע איינצעלהייטן, ווי די בתי כבוד און סינקס ברווח, און אזוי ווייטער. &nbsp; מיר האפן און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע פלענער זאלן זיך טאקע אויסארבעטן, און אז דער בנין זאל טאקע זיין א פראכט פון א בית המדרש אזוי ווי עס פאסט פאר'ן "רבי'נס שול". &nbsp; מיר וועלן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף כסדר מודיע זיין און האלטן אינפארמירט אנשי שלומינו מיט די לעצטע אפדעיטס און ווייטערדיגע פלענער פאר'ן גרויסן בנין "דעם רבי'נס שול".

    < זעה מער יג אלול תשפ"ג 📝
  • רוסלאנד'ס לונא-25 לבנה מיסיע דורכגעפאלן

    אין נייעס פון די הויכע רוימען קומט אריין א באריכט אז דער רוסישער ספעיס שיף מיטן נאמען לונא-25 וואס איז ארויסגעשיקט געווארן אנהויב חודש אויגוסט למספרם האט אריינגעקראכט אין די לבנה אויבערפלאך און איז גענצליך חרוב געווארן. דער באריכט איז באשטעטיגט געווארן דורך מר. ראס קאסמאס, דער פירער פון די רוסישער ספעיס אגענטור. &nbsp; דער מיסיע איז דער ערשטער רוסישער מיסיע צו די לבנה זינט 1976 למספרם ווען רוסלאנד איז נאך געווען א טייל פונעם סאוויעטן פארבאנד. רוסלאנד'ס ספעיס אגענטור האט אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות אין דעם לונא 25 מיסיע, עס איז אריינגעגאנגען דערין איבער צוואנציג יאר ארבעט, און האט אריינגעצויגן אין איבער צוועלף א האלב ביליאן רובל, דער מיסיע האט געפלאנט צו געדויערן איבער א יאר צייט, דער ציל פון די מיסיע איז געווען צו דורכפירן פילע וויסנשאפטליכע עקספירימענטן אויפן לבנה און העלפן פילע טעכנאלאישע פארשריט. אזוי אויך האט עס געזאלט אויספלאסטערן א וועג פאר א נייע ספעיס לאנדונג טעכנאלאגיע אויף צוקונפטיגע רוסישע לבנה מיסיעס. &nbsp; דער דורכפאל האט איבערגעלאזט א גרויסע פראגע איבער די רוסישע ספעיס מעגליכקייטן, און צי זיי זענען בכלל ביכולת אנצוקומען צו זייערע ווייטע און גרויסע אמביציעס. &nbsp; בשייכות מיט דעם באריכט קומט אריין א א גאר מערקווידיגן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט מיט איבער זעכציג יאר צוריק, ווען עס איז פארגעקומען א הייסע ספעיס קריג צווישן די מערב וועלט לענדער מיט די סאוויעטן, ווען יעדער האט פרובירט איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט פרישע ספעיס דערגרייכונגען, צווישן זיי האבן סיי אמעריקע און סיי רוסלאנד געוואלט אנקומען צו די לבנה, אין יענע טעג האט זיך דער לעלובער רבי הרה"ק ר' משה מרדכי זי"ע געפונען אין עיה"ק מירון, איין טאג איז ער געשטאנען דארט פארטראכט און ארויפגעקוקט צום הימל, און נאך עטליכע מינוט האט ער זיך אנגערופן: "די רוסן ווילן דערגרייכן די לבנה, אבער עס וועט זיי נישט געלונגען, זיי וועלן דורכפאלן, פאר די אמעריקאנער וועט עס געלונגען, דאס איז צוליב וואס די אמערקאנער האבן אמונה, אבער די רוסן זענען געמיינע כופרים". &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז די סיבה פארוואס די וועלט האט אזא רעספעקט פארן אמעריקאנעם דאלאר איז צוליב וואס עס שטייט אויפגעשריבן אויף יעדע אמעריקאנער מטבע און באנקנאט "אין גאד ווי טראסט", "מיר גלייבן אין אויבערשטן". און פאר אמונה האבן אלע דרך ארץ. מוהרא"ש פלעגט דערפאר אלץ עצה'נען אז ווען מען האט צו טון מיט מענטשן זאל מען כסדר דערמאנען דעם אויבערשטן, אפילו ווען מען דארף האנדלען מיט גוים, ווען מען דארף גיין עפעס ערלעדיגן ביי א שטאטישע אפיס, אדער מען זיצט אין א גוי'יאשע טעקסי, זאל מען אים זאגן עפעס וואס דערמאנט דעם אויבערשטן, צום ביישפיל אז ער האט דיר עפעס א טובה געטון, זאג אים "גאד בלעס יו", "דער אויבערשטער זאל דיר בענטשן", אדער אויב ער באקלאגט זיך אויף עפעס וואס גייט אים שווער, זאג אים "איי וויל פרעי פאר יו טו גאד", "איך וועל דאווענען פאר דיר ביים אויבערשטן", און דו וועסט זען וואונדער ווי אלע טויערן וועלן זיך דיר עפענען. &nbsp; וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך

    < זעה מער יג אלול תשפ"ג 📝
  • סיפור מכלי ראשון: נפטר בעט אין חלום מען זאל לערנען משניות לעילוי נשמתו

    מאנטאג פרשת כי תצא תשפ"ג, נאך שחרית אין בית המדרש, איך פול מיך אן א גלעזל קאווע, און איך זעץ מיך צו צו א לחיים וואס איינער האט געגעבן לעילוי נשמת זיינס א זיידן. &nbsp; בשעת'ן עסן א שטיקל לקח מיט'ן קאווע, הער איך ווי איינע פון די קביעות'דיגע מתפללים פארציילט א מעשה: פאר צוויי יאר צוריק איז נפטר געווארן דא אין אונזער שטאט לחיי העולם הבא אן ערליכער איד אן עובד ה', דער איד האט איבערגעלאזט שיינע ערליכע דורות דורכגעווייקטע חסידישע אידן.&nbsp; &nbsp; איידער דער איד איז אוועק פון דער וועלט האט ער איבערגעלאזט א שיינע צוואה ווי ער בעט זיינע קינדער צו גיין אויפן ערליכן וועג. צווישן אנדערע האט ער געבעטן זיינע קינדער זיי זאלן נישט מקפיד זיין צו דאווענען פארן עמוד יעדער באזונדער, בפרט האט ער געשריבן ווען מען דארף צוטיילן א מנין אין צוויי, אדער מען דארף זיך שלאגן אויפן ברעטל לוינט זיך עס זיכער נישט. ער האט זיי געבעטן זיי זאלן דאווענען מיט מנין, און זיכער צו מאכן צו לערנען משניות לעילוי נשמתו. &nbsp; די קינדער חשוב'ער אידן תלמודי חכמים און יראי ה' , האבן אין אנהייב שטארק מקפיד געווען צו מקיים זיין זייער טאטנס בקשה, זיי האבן ערליך געלערנט משניות, אבער האבן מיט דעם אלעם נאך אלץ פרובירט צו דאווענען פארן עמוד, אבער ווי מער צייט עס איז דורך האבן זיי אנגעהויבן צו פארגעסן. זיי האבן עס ממש פארטוישט, זיי האבן מקפיד געווען צו האבן דאס ברעטל יעדן טאג, שחרית מנחה און מעריב, אבער פונעם משניות האט מען ליידער פארגעסן.&nbsp; &nbsp; עס זענען דורכגעלאפן עטליכע וואכן, און דער איד קומט אין חלום צו איינע פון זיינע באקאנטע און זאגט אים "גיי זאג פאר מיינע קינדער אז איך ווארט אז זיי זאלן לערנען משניות", דער איד איז צוגעגאנגען צו איינע פון די קינדער וואס האט זיך געכאפט ביים קאפ "אוי ווי האב איך געקענט פארגעסן מיין טאטענ'ס בקשה", און פארשטייט זיך אז פון דעם טאג און ווייטער האט זיך אלעס געטוישט, זיי האבן געלערענט משניות, פון וואס זייער פאטער בעולם העליון האט געהאט א געוואלדיגע נחת רוח. &nbsp; ווען איך האב געענדיגט מיטן לחיים און נאך ברכה, און איך האב מיך אויפגעשטעלט, קומט דער איד (וואס האט פארציילט די מעשה) צו מיר, און רוימט מיר אריין אין אויער "איך בין דער איד צו וועם ער איז געקומען אין חלום". &nbsp; איך האב אים געפרעגט פארוואס ביסטו נישט מפרסם די מעשה, מען קען דאך דערפון האבן א געוואלדיגע חיזוק אויף משניות, האט ער מיר געזאגט אז עס איז נישט קיין כבוד פאר די חשובע משפחה אז זיי האבן פארגעסן פון אזא קלארע בקשה פון זייער טאטן, דערפאר איז ער נישט מפרסם די מעשה. האב איך אים געפרעגט צי איך מעג כאטש מפרסם זיין די מעשה אין זיין נאמען, האט ער געזאגט אז ער וויל נישט. &nbsp; די מעשה איז געהערט געווארן פון כלי ראשון, און איז באשטעטיגט צו זיין אמת. און פון דעם קען מען זען די גרויסקייט פון לערנען משניות בעולם העליון ווי די נשמות באקומען פרישע חיות און גייען ארויף העכער אין גן עדן דורכדעם וואס מען לערנט משניות דא אויף דער וועלט.

    < זעה מער יב אלול תשפ"ג 📝
  • הכרת הטוב אסיפה פאר די בודקים פונעם עירוב אין שטעטל

    פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זעלטענע צאמקום פון הכרת הטוב בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די חשובע בודקים פון די עירוב אין קרית ברסלב. &nbsp; ווי אלע ווייסן האבן מיר ברוך השם אין שטעטל די לעצטע פאר יאר, א כשר'ע עירוב ארום דעם גאנצן שטעטל מיט'ן הכשר פון הרה"ג יחיאל שטיינמעץ שליט"א, א גרויסע מומחה אויף עירובין וואס גיבט דעם הכשר אויפן עירוב ארום די שטעטל. &nbsp; די ערשטע תושבים געדענקען נאך גוט די צייטן פאר די עירוב איז געווען אין דינסט, מען האט נישט געקענט ארויסגיין שפאצירן מיט א קינד, מען האט געדארפט איבערקוקן די טאשן יעדע מאל פאר מען איז ארויס, זען אויב מען האט עפעס מיטגענומען. איינמאל ווען דער ראש ישיבה איז געווען פאר א שבת אין שטעטל האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די תושבים אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טראגן בטעות אין שבת, און מען כאפט זיך נישט אז אפילו די זוים פון די הויזן דארף מען אויסרייניגן ווייל דאס גייט אריין אין א שאלה פון טראגן. &nbsp; ברוך השם אז דער ראש ישיבה האט גלייך אין אנהייב ביים בויען דעם שטעטל געלייגט א דגוש אז מען זאל האבן א כשר'ע עירוב, דער ראש ישיבה האט דעמאלט געשטעלט האברך מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו זאל שטיין בראש פון די וועד העירוב, און זען אז די עירוב זאל ווערן געבויעט מיט אלע הידורים וואס פעלט נאר אויס. דער ראש ישיבה האט ארויסגעשיקט אפאר געטרייע בחורים זאלן צוהעלפן צו בויען די עירוב, מען האט גאר שווער געארבעט אין די וועלדער ארום די שטעטל צו בויען דעם עירוב, ביז מען האט געזען דעם עירוב געענדיגט האט גענומען א היפש ביסל צייט. יעצט האט מען שוין ברוך השם א פערטיגן עירוב צו די צופרידענהייט פון אלע תושבים און געסט וואס וויילן פאר א שבת אין שטעטל. &nbsp; איין זאך באמערקט כמעט קיינער נישט, אז יעדן ערב שבת דארף מען פריש בודק זיין דעם עירוב אויב עס איז נישט געווארן ערגעץ צוריסן וכדומה. דער ראש ישיבה האט געשטעלט די חשובע מלמדים און נאך אפאר חשובע אינגעלייט זיי זאלן בודק זיין דעם עירוב יעדן איינציגן ערב שבת פונעם יאר, אפגעזען צי עס איז קאלט אדער הייס, שניי אדער רעגן, ערב פורים, ערב פסח, ערב סוכות, יעדער ממונה קוקט איבער זיין חלק אויף וואס מען האט אים געשטעלט, און נאכן בודק זיין לאזט ער וויסן אז עס איז פערטיג און עס איז כשר, אדער ווען עס מאכט זיך, אז מען דארף עפעס מתקן זיין. &nbsp; אלס הכרת הטוב פאר די חשובע בודקים האט דער ראש ישיבה זיי אריבערגערופן אין שטוב פונעם יושב ראש פונעם עירוב מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו און איבערגעגעבן פאר יעדן א שיינע משניות קו ונקי, און בייגעלייגט א שיינעם בריוו זיך צו באדאנקען פאר די געטרייע ארבעט וואס זיי לייגן אריין שלא על מנת לקבל פרס, און אָן באקומען א גוט ווארט פאר די שווערע ארבעט א גאנץ יאר. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אין דעם זכות זאלן די חשובע בודקים האבן פון אלעם גוטן און זען נחת ביי אלע קינדער. &nbsp; 📰 עירוב אין שטעטל באקומט א הכשר

    < זעה מער יא אלול תשפ"ג 📝
  • אנטדעקט כתב יד קודשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע איבער די ווערטער פון הייליגן רבין

    יעדער וואס האט נאר איבערגעטרעטן די שוועל פון סאטמאר ווייסט אז דער עיקר וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט געוואלט, איז איינפלאנצן די אמונה טהורה אין אידישע קינדער, אין די צייט וואס רבים ושלמים זענען נעבעך פאר'כישופ'ט געווארן פון די "כוחי ועוצם ידי" ווינטן פון די ציוניסטן און זייערע נאכשלעפער איז דער הייליגער צדיק געשטאנען אליינס בבחינת אחד היה אברהם און זיך צונאר געלייגט פאר די וועלט וועלכע האט נישט אויפגעהערט טרייבן שפאס פון דעם הייליגן צדיק וואס איז לויט זיי א "שונא ישראל" אדער גאר אן "עוכר ישראל" עפרא לפימיהו. &nbsp; דער הייליגער צדיק האט אוועקגעגעבן זיין בלוט און נשמה און געשריגן און געוויינט מען זאל נישט פארכאפט ווערן פון די כפירה שטורעם ווינטן וואס בלאזן אין די גאס, און אזוי צוביסלעך האבן זיך צוזאם געקליבן נאך א איד און נאך איד וואס האבן זיך געקלאמערט צו די ריינע אמונה, ביז עס איז אויסגעוואקסן די ריזיגע קהילה און מוסדות סאטמאר וואס ציילט זיך צענדליגע טויזענטער אידן יראים ושלמים בכל קצוי תבל. &nbsp; דער הויכפונקט פון הייליגן רבי זי"ע איז בלי ספק געווען דאס שרייבן דער הייליגער ספר "ויואל משה", וואס ער האט נישט געלאזט פאר קיינעם צו טון די ארבעט, דער ספר האט גענומען לאנגע וואכן און חדשים צו שרייבן, און האט עס געשריבן בדם לבבו און דערמיט מבאר געווען די אמת'ע דעת תורה, וויאזוי מיר דארפן גלייבן אין אויבערשטן און אין אלע דרייצן אני מאמין'ס. &nbsp; דער ספר איז נישט געשריבן געווארן איש מפי פיש, און אפילו נישט נאכגעשריבן א דרשה בעל פה. דער ספר האט דער הייליגער צדיק אליינס געשריבן און עקזיסטירט נאך יעצט בכתב יד קדשו. איין אזא בלאט וועט ווערן אויספארקויפט אין א ליציטאציע דורך עתיקים, און וועט קענען געזען ווערן. די ווערטער פון דעם בלאט האבן א ספעציעלע חשיבות ביי חסיד ברסלב, ווייל דארט זעט מען דעם טיפן קשר עליון, און דעת קדשו פון הייליגן צדיק וויאזוי ער באציט זיך צום הייליגן רבין מיט א לשון וואס ער שרייבט נישט אויף קיין איין גדול בישראל וזה לשון קדשו "ובליקוטי מהר"ן מבראסלוב האריך&hellip; מה שיהי&rsquo; בעיקבא דמשיחא&hellip; על פי משל במלך שהלך בדרך&hellip; והי&rsquo; בסכנה גדולה, וניצל רק על ידי איש כפרי. כמו כן יהי&rsquo; בעיקבא דמשיחא, שיהי&rsquo; מבול לא של מים, אלא של אפיקורסות, ויכנס בלב הכשרים שבישראל, ולא יוכלו ליתן עצה, וכל שרי המלוכה נתפזרו, ולא יתחזק מלכות שמים, אלא עם פשוטי עם שאומרים תהלים בפשיטות". און דער רבי ענדיגט די ווערטער "וזה ענין של רוח הקודש שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא". &nbsp; אויפן עתיקים ליציטאציע

    < זעה מער י אלול תשפ"ג 📝
  • גרויס פרייד צום שידוך שליסן אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א

    אנשי שלומינו זענען פרייליך מיט די בשורה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט א שידוך געטון מיט זיין חשובע זון ני"ו, דער חתן איז הבחור החשוב שמעון ני"ו, אין די כלה תחי' איז די טאכטער פון מוה"ר אברהם משה שטראסער שליט"א, מנהל מוסדות היכל הקודש. &nbsp; דער חתן איז פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, וואו ער האט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן על התורה ועל העבודה. ער איז באליבט ביי אלע בחורים אין ישיבה מיט זיינע מדות טובות, ער איז באקאנט מיט זיין התמדת התורה, אויסער די שיעורי הישיבה האט ער זוכה געווען צו ענדיגן פאר זיך צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און נאך פילע שיעורים. ווי אויך איז ער א גרויסע מפיץ, וואס האט שוין פארשפרייט טויזנטער ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן, און מקרב געווען פילע אידן צום אייבערשטן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. די כלה תחי' איז א תלמידה פון "בית פיגא", וואו זי איז באקאנט מיט אירע מדות טובות און יראת שמים. &nbsp; אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די גאנצע וועלט בכלל, פרייען זיך מיט מיט די שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א, ווי באקאנט פאר יעדן וויפיל דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין אזויפיל ארויסגעהאלפן אידישע קינדער איבעראל מיט די געוואלדיגע דרשות און חיזוק, וואס ער געבט איבער די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע, אויף די היינטיגע שפראך, אויפ'ן היינטיגן פארנעם, אז יעדער איד, אין סיי וועלכע מצב ער איז, זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, און זאל קענען זיין נאנט צום אייבערשטן. &nbsp; זאל דער אייבערשטער העלפן דער ראש ישיבה און אלע מחותנים זאלן זען פיל אידיש נחת פון אלע קינדער, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים. &nbsp; נעכטן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים-ווארט-תנאים בראשית פון די מחותנים און די חשובע זיידעס אין שטוב פונעם מחותן, ווי אנשי שלומינו קרובים און גוטע פריינט זענען אריבערגעקומען און האבן געווינטשן און זיך מיטגעפריידט מיט די גרויסע שמחה. &nbsp; &nbsp; סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן &nbsp;

    < זעה מער ז אלול תשפ"ג 📝
  • וואַגנער פירער יעווגאַני פריגאָזשען אומגעקומען אין עראפלאן קראך

    די לעצטע צייט האט די וועלט כסדר געהערט פונעם קוראיזן רוסישער פארשוין יעווגאני פריגאזשען. "פריגאזשען זאגט", "פריגאזשען טענה'ט", "פריגאשען האט איינגענומען." ער איז כסדר געווען אין די נייעס. &nbsp; ווער איז ער, און וואס איז זיין געשיכטע? פריגאשזען האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ א פשוט'ע קעכער אין א רייכע רעסטוראנט, וואו ווילאדמיר פוטין פלעגט גלייכן צו קומען עסן, דער פריגאשען האט זיך שטארק גע'חנפ'עט צו פוטינען און זענען געווארט שטארק באפריינדעט. זייער פריינטשאפט איז נאר געווארן שטערקער און שטערקער מיט די צייט, פוטין האט פון זיין זייט זיכער געמאכט גרויס און רייך צו מאכן זיין פריינט, ער האט אים צוגעטיילט פעטע קאנטראקטן פון די רעגירונג, און ווען פוטין האט געזוכט א פאסיגע מענטש איבערצונעמען דעם פריוואטן מיליטערישע גרופע "וואגנער", האט ער עס צוגעטיילט צו זיין געשוואוירענע פריינט יעווגאני פריגאשען. &nbsp; פון די אנדערע זייט האט פריגאשען געטריי געדינט זיין אויבערהאר, און האט ערפילט די רוסישע אינטערעסן און אויסגעפירט פוטינ'ס באפעלן אין פילע לענדער און קאנטינענטן. פילע אטענטאטן אויף פוטין פיינט וועלכע זענען "געפלויגן פון די פענסטער" ווערן צוגעשריבן צו אים, אזוי אויך דער רוסישער אינוואזיע אויף אוקראינע און יאר תשע"ד ווערט געקרעדיט צו זיין וואגנער גרופע. &nbsp; דאס איז געווען איבערהויפט צוליב וואס רוסלאנד האט דאן געדארפט שפילן כאילו עס האט גארנישט מיט אים, עס איז פשוט אן אויפשטאנד פון לאקאלע אוקראינע בירגער וועלכע זענען אומצופרידן און דרייען איבער. פאר דעם איז די וואגנער גרופע געווען ממש צוגעפאסט, צוליב וואס זיי זענען א ציווילע און פריוואטע מיליטערישע גרופע. &nbsp; די הויכפונקט פון דעם יעוונגאני איז בלי ספק געווען זיין חדשים לאנגע קאמף איינצונעמען דעם שטעטל באכמוט, ווען די וואגנער קעמפער האבן דארט געקעמפט מיט ציין און נעגל, אבער דאס איז אויך געווען די אנהויב פון זיין שנעלע ענדע. די שווערע קאמפן האבן איבערגעלאזט זיין גרופע צוביילט און צוקלאפט, און נישט האבנדיג וועם צו באשוליגן האט פריגאזשען כסדר זיך געלזאט העכער און העכער מיט אפענע און בייסיגע קריטיק קעגן דעם מיליטערישע פירער שייגא. ביז עס האט זיך דערקייקעלט צו א פולשטענדיגע אויפשטאנד קעגן די מיליטערישע פירער, וואס פוטין האט כלומר'שט צום סוף מוחל געווען ווען פריגאזשען מיט זיין באנדע האבן זיך אוועקגעדרייט פון מאסקווע און אנטרינען קיין בעלארוס. &nbsp; פוטין אבער געווארט אויפן טאג ווען ער וועט קענען נקמה נעמען, און ווי עס שיינט האט ער יעצט געטראפן זיין געלעגענהייט, ווען פריגאזשען איז ארויף אויף זיין פריוואטע פליגער, האט די רוסישע רעגירונג - לויט די ערשטער באריכטן - באשאסן דעם פליגער מיט אנטי עירקרעפט מיסלס, און דערמיט אומגעברענגט דעם פריגאזשען מיט אלע אנדערע מיטרייזענדע. &nbsp; דאס איז א קלאסישער ביישפיל פון וואס חז"ל זאגן אונז אין מסכת אבות "עַל דַּאֲטֵפְתְּ אַטְפוּךְ וְסוֹף מְטַיְּפַיִךְ יְטוּפוּן", "דו ביסט דערטראנקען געווארן, ווייל דו האסט א צווייטן דערטראנקען, און די וואס האבן דיר דערטראנקען וועלן אויך דערטראנקען ווערן". דער ראש ישיבה זאגט אונז כסדר אז דיין בעל הבית הייסט דיר טשעפען א צווייטן, רודפ'ן א צווייטן זאג אים "דאס וועל איך לאזן פאר דיר", און אויב דו מיינסט אז עס איז הפקר וועלט, דו וועסט ווארפן מענטשן, וועט נישט לאנג נעמען און דו וועסט אליינס געווארפן ווערן. &nbsp; נאך מער זעט מען פון די פרשה די אמת'ע באדייט פון "חברים. אסאך וועלן זיך שווערן "איך האב אן אמת'ע חבר", און מען געבט אוועק פאר'ן חבר ביידע וועלטן, מען פארברענגט מיט חברים, מען איז מנדב נאכטמאלס פאר די חברים, און ווען די ווייב בעט געלט פאר א גוי'טע שרייט מען "דו עסט מיר אויף מיין געלט!". מוהרא"ש פלעגט זאגן, "א מענטש אויף דער וועלט איז גענצליך אליינס, מען האט נאר דעם אויבערשטן. נאר אויף אים קען מען זיך פארלאזן. אבער אויב איז דא א חבר איז עס נאר די ווייב, ווייל א חבר איז נאר א חבר ווען ער דארף דיר האבן, אבער אין די רגע עס וועט אים אויסקומען בעסער, וועט ער זיין דער ערשטער דיר צו באגראבן." &nbsp; דא ביי די פרשה פון פריגאזשען שיינט עס ארויס. פריגזשען מיט פוטין זענען געווען צוויי מערסט געטרויבארע חברים, פוטין האט אים געטרויעט מיט אלעמען, און פריגאזשען האט אים געדינט ווי א קנעכט. אבער ווען עס האט אים געלוינט, איז פריגאזשען פלוצלינג גרייט געווען אראפ צו ווארפן פוטין, און ווען פוטין האט געהאט א שאנס, האט ער אן קיין צעגערייען אומגעברענגט זיין בעסטן חבר.

    < זעה מער ו אלול תשפ"ג 📝
  • אסיפה פון אלע גבאים פון די בתי מדרשים היכל הקודש אין שטעטל

    אין א זעלטענע מאורע האט דער ראש ישיבה צוזאם גערופן די גבאים פון די פילע שולן פון היכל הקודש ברסלב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגענעם דינסטאג ראה העעל"ט צו אן אסיפה צו זיך אין שטוב. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן הדרכה און עצות פאר אלע גבאים, און האט געזאגט עטליכע נקודות וואס ער וויל אראפשטעלן אין אלע שולן. &nbsp; די ערשטע זאך האט דער ראש ישיבה געזאגט וויל ער אז אלע מתפללים זאלן שפירן א חלק פונעם בית המדרש, דערפאר איז וויכטיג אז יעדע מתפלל זאלן האבן עפעס וואס ער געט ער צו פארן בית המדרש, צי זאל דאס זיין מיטן צושטעלן קידוש שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אדער זאל מען צושטלען שלש סעודות, איינער קענען נעמען דאס וואשן און אויפהאלטן דעם בית המדרש, און אן אנדערער קען זיכער מאכן אז עס איז דא קאווע און אלע צוגעהערן אין בית המדרש, און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן אז מען זאל אריינעמען יעדן איינעם אינעם בילד, און אזוי קען זיך פירן א בית המדרש מיט א געוואלדיגע אחדות און שלום. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער קען ארויסהעלפן די בתי מדרשים אין שטעטל אויב זיי מוטשען זיך מיט דעקן די קאסטן. די בעסטע זאך איז מען זאל דאס דעקן צווישן די מתפללים, יעדער ברענגט איין זאך און אזוי איז יעדע זאך מסודר, אבער אויב בלייבט נאכאלץ איבער א דעפיציט זאל מען זיך ווענדן צו די גבאים מו&rdquo;ה אברהם הערש וועבערמאן הי&rdquo;ו און מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן הי&rdquo;ו וואס זיי וועלן זען עס זאל ווערן געדעקט מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף על צד היותר טוב. &nbsp; ביים סוף האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט &ldquo;אין שטעטל וועלן נאך זיין טויזענטער משפחות, אבער נאר אויב מען וועט זיך ליב האבן וועט מען קענען מצליח זיין&rdquo;. &nbsp; מען קען הערן דעם גאנצן אסיפה אויף קול ברסלב 212-444-911 דערנאך 1-2-1

    < זעה מער ה אלול תשפ"ג 📝
  • אלבום "א מופת בין איך" צו באקומען אויף יו-עס-בי

    די גריסן וואס מען הערט צוריק אויפן נייעם אלבום "א מופת בין איך" איז נישט פשוט. מען קען רעדן פון יעדע אספעקט באזונדער א גאנצע ארטיקל. די ווערטער פון די ניגונים זענען שלא מעלמא הדין, מען הערט דעם ראש ישיבה זינגען פון טיפן הארץ "באשעפער קוק מיין הארץ, מיין צובראכענע הארץ מיין צוריסענע הארץ, באשעפער איך וויל זיין גוט" און עס נעמט איבער די געפילן, און עס וועקט אויף מען זאל צוריק קומען צום אויבערשטן. די רייכע מוזיק איז אפגערעדט, די גרעסטע מבינים קענען זיך נישט איבערקומען פון די מוזיקאלישע קונסט וואס די פראדוצירערע האבן אראפ געלייגט, די גיטארס, די קיבארדס, די דראמס און אזוי ווייטער זענען אויסערגעווענליך געשמאק צו הערן. די זעלבע הערט מען ווי מען באוואונדערט די קלארע קריספי רעקארדינג און מיקס, ווי אלע קולות פון די זינגערס, די מוזיק אלעס הערט זיך שארף קלאר און געשמאק, ווער רעדט נאך ווען ר' חיים מאיר קומט אריין מיט זיינע קונצליכע און זאכליכע גראמען וואס נעמען ארויס די צוהערער פון די גלייזן. &nbsp; די אלבום איז צוכאפט געווארן פונעם ציבור מיט א געוואלדיגע פרייד, אבער מען האט געהאט איין קאמפלעין. גאר אסאך האבן זיך אפגערעדט אז היינט קען מען נאר הערן אן אלבום דורך יו-עס-בי. מען האט געטענה'ט אז סידיס איז א פראדוקט פון די פארגאנגעהייט "ווער האט נאך היינט א סידי פלעיער?" האט מען פארגעהאלטן די מפיצים. דער קרן הדפסה האט זיך טאקע צוגעהערט צום בקשה, און צוליב די טייערע פרייז וואס עס קאסט צו פראדוצירן האט מען האט געלאזט ערצייגן א באגרענציטע צאל יו-עס-בי'ס וואס מען קען שוין קויפן אויפן וועבסייט פאר א צוגענגליכענע פרייז, וכל הקודם זכה.&nbsp; &nbsp; דא איז אויך דאס פלאץ צו מעלדן די מפיצים אז זיי קענען עס קויפן פאר האלסיעל פרייזן, ביטע זיך ווענדן טעלעפאניש צום קרן הדפסה. &nbsp; 🎼 א מופת בין איך אויף יו-עס-בי

    < זעה מער ד אלול תשפ"ג 📝
  • קביעות מזוזה ביים נייעם בית המדרש "היכל הקודש ירושלים" אין קרית ברסלב

    א הערליכע קביעות מזוזה און סעודת לחיים איז פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג עקב, אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים אין קרית ברסלב. &nbsp; דער בית המדרש איז שוין דעם זיבעטן בית המדרש אין שטעטל, עס געפונט זיך ביים נייעם גאס אין שטעטל אויף די ירושלים גאס, וואס איז יעצט געענדיגט געווארן, און פרישע משפחות האבן זיך שוין אנגעהויבן דארט אריין אריינציען בשעה טובה ומצלחת. &nbsp; דער נייע ירושלים גאס איז ספעציעל געבויעט געווארן פאר רענטלס, ווי פרישע קאפלס וועלן זיך קענען אריינציען נאך די חתונה אין רעדי פורניטשד דירות. &nbsp; די דירות זענען געבויעט געווארן דורכן בויער אין שטעטל מו&rdquo;ה אברהם שבתי מזרחי הי&rdquo;ו, ביי איינס פון די בנינים האט מען אהערגעשטעלט ביים ערשטן שטאק עס זאל זיין געווידמעט פארן בית המדרש היכל הקודש ירושלים, עס איז נתנדב געווארן דורך ר&rsquo; שבתי נרו יאיר, וואס האט דאס געבויעט און עס נתנדב געווען. &nbsp; פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען די קביעת מזוזה, ווי מען האט באנייט דעם בית המדרש, און עס גייט אנהייב צו ווערן געניצט פארן יעדען שבת בעזרת השם. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשטעלט דריי גבאים, דאס איז מו&rdquo;ה הערשל בוים הי&rdquo;ו, מו&rdquo;ה ישראל יוסף שניטצלער הי&rdquo;ו און מו&rdquo;ה לייב אפפעל הי&rdquo;ו. &nbsp; ביים קביעת מזוזה האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט פונעם נדבן הבית המדרש מו&rdquo;ה שבתי הי&rdquo;ו וואס העלפט שוין אזויפיל יארן דעם הייליגן פלאץ וואו עס פעלט זיך נאר אויס, ובפרט האט ער ארויסגעהאלפן יעדן יאר זומער אין קאנטרי, אזוי אויך ווען מען האט געבויעט די ישיבה האט ער געבויעט דעם בנין מיט מסירת נפש, אפילו עס איז נישט געווען פון וואו צו באצאלן, דאך האט ער ווייטער געארבעט ווייטער געטריי, און מוהרא&rdquo;ש זי&rdquo;ע האט אים דעמאלט געזאגט: &ldquo;איך קען דיר נישט זאגן זאל בלייבן ארבעטן, אבער אויב וועסטו בלייבן ווארט דיר שיינע זאכן&rdquo;, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די שיינע זאכן האלט נאך אינמיטן קומען, דאס וועט מען זען ווען מען וועט אנהייבן חתונה מאכן די קינדער און זען פון זיי נחת איינס ביי איינס. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים: לערנט ענק אויס פון שבתי צוויי זאכן, איינס וויאזוי ער גייט אן מיט אזא שטארקייט און א גדלות המוחין אפילו ער האט נישט קיין געלט, און צווייטנס צו טון גוטע זאכן מיט די געלט. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט אז ער געדענקט א מעשה וואס גייט נישט ארויס פון זיין קאפ, איינע פון די יארן אין קאנטרי איז ער געזיצן שפעט ביינאכט מיט די בחורים, און שבתי קומט אריין מיט א פעקל ספרים, איך פרעג שבתי פארוואס ער גייט נישט שלאפן, זאגט ער מיר אז ער דארף נאך ענדיגן זיינע שיעורים כסדרן, דאס איז אונזער רייכטם, די שיעורים כסדרן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט: אלע פרעגן, &lsquo;ווי אזוי בויט מען די שטעטל אזוי שיין און שנעל?&rsquo; &lsquo;ווי אזוי איז מען מצליח אז ביי די פערטע יאר זאלן מען שוין האבן זיבן שול&rsquo;ן און מקוואות?&rsquo; דער ענטפער איז, דער רבי לערנט אונז אויס די סודות פון הצלחה. דער ערשטער סוד איז &lsquo;תפילה והתבודדות&rsquo;, נאך א סוד &lsquo;נישט מאכן קיין עסק פון מענטשן און פון געלט&rsquo;, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער העלפט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס, צו אים דארף מען האפן און פון אים דארף מען טראכטן.

    < זעה מער ג אלול תשפ"ג 📝
  • ווילדע פייערן פארברענען די שטאט מאווי אין האוואי

    טויזנטע איינוואוינער אויפן אינזל מאווי זענען געבליבן היימלאז, טויזנטער הייזער ביזנעסער זענען ארויף מיטן רויך, רעזידענטן פונעם אינזל פארציילן ווי דער פייער איז פלוצלים אנגעקומען, און ווי זיי האבן זיך ממש געפלאגט צו אנטלויפן פון די פלאמען וועלכע זענען געטריבן געווארן פון די שטרומישע שטארקע ווינטן וועלכע האבן דאן געבלאזן. &nbsp; דער פייער האט אומגעברענגט אמווייניגסטענס 100 מענטשן, און האט איבערגעלאזט צענדליכע טויזנטע היימלאז, און נאך הונדערטע ווערן נאך געזוכט. די רעגירונג זאגט אז דאס איז די מערסט טויטליכסטע ווילדע פייער אין די היסטאריע פון די סטיעט. דער פייער האט איבערגעלאזט א שרעקליכע חורבן אין די גאנצע שטאט, און די שאדענס ווערן ערווארטעט צו גרייכן אין די הויכע מיליאנען. &nbsp; דער פייער איז געלאפן אויפן באפעל פונעם אויבערשטן אן קיין פארשטענדליכע סדר, עס האט טיילמאל איבערגעשפרינגען א הויז דא, א גאס דארט, און דערנאך זיך ווייטער פארשפרייט און אויפגעגעסן אלעס וואס איז געקומען אינטער אירע הענט. דער אידישער שול מיט די ספרי תורה איז בחסדי ה' אפגעשוינט געווארן, אבער ליידער זענען דא זייער אסאך אידן צווישן די וואס האבן פארלוירן זייער גאנצע האב און גוטס, און אויך צווישן די אומגעקומענע ציילן זיך עטליכע אידן. &nbsp; דער אומגליק וואס איז געקומען זייער נאנט צום הייליגן יום טוב ראש השנה דערמאנט אונז דער פיוט וואס מיר זאגן מיט א מורא'דיגע פארכט אין די הייליגע טעג, "ונתנה תוקף קדושת היום, כי הוא נורא ואיום...", ווי מיר וועלן דארט ארויסברענגען אז אין די הייליגן טעג פארשרייבט דער רבונו של עולם וואס עס וועט דורכגיין בפרטי פרטיות אויף יעדעם איינעם באזונדער, ווי מיר וועלן זינגען "מי, מי, במים... ומי, ומי, באש..." ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן פארוואס גייט דער נוסח "מי, מי..." "ומי, ומי..."? וויייל צווישן די ווערטער ווערט אריינגערעכענט נאך פילע מצבים געשמאקע און שווערע וואס מען שרייבט יעצט אן פארן מענטש פארן קומענדיגן יאר. &nbsp; ווען מען קוקט צוריק אויפן פארגאנגענעם יאר און מען זעט וואס מען איז אלץ דורך, קען מען טראכטן "ווען איך וואלט געוויסט וואס איך וועלן דארפן דורכגיין וואלט איך אסאך בעסער געבעטן, איך וועלט געטון מער מצוות און מעשים טובים, און געטון אלעס אויף דער וועלט אפצושרייען די שווערע גזרות". &nbsp; מיט אויבערשטענ'ס הילף גרייטן מיר זיך אין די טעג צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר גרייטן זיך אן מיט קאפיטלעך תהלים, אסאך תפילות, און מעשים טובים, און מיר וועלן קומען צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר אלע וואס וועלן קומען צו אים אויף ראש השנה קיין אומאן, און דערפאר קוקן מיר נישט אויף גארנישט און מיר פאלגן דעם הייליגן רבין, און מיר וועלן זיך באטייליגן ביים הייליגן קיבוץ אויף ראש השנה, און מיר וועלן פועלן א גוט געבענטשט יאר פאר זיך, פאר די קינדער, פאר די ווייב און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער ל אב תשפ"ג 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ פינף טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א

    באמת איז יעדע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אן אומאפשאצבארע אוצר, און וואלט פארדינט א באזונדערע נייעס אויפן וועבסייט, און ווען מיר וואלטן אזוי געטון וואלטן היינט געווען די העדליינס פון ברסלב סענטער "ראש ישיבה ראטעוועט אידישע שטוב פון ווערן צובראכן", "מען זוכט א פרישע בנין פאר די מוסדות", "דער ראש ישיבה גיבט עצה וויאזוי צו בעטן צדקה", "דער ראש ישיבה זאגט מכבד זיין שווער איז מסוגל צו ערליכע דורות", און אזוי ווייטער, און דארנאך וואלט געקומען א שיינע אפהאנדלונג איבער דעם שיינע מתנות וואס מיר קענען ארויסנעמען פון יעדע בריוו באזונדער. אזוי וואלט געדארפט זיין, אבער אפילו מיר קענען דאס נישט באווייזן, דארפן מיר זיך כאטש אפשטעלן פאר א מינוט, לכל הפחות ווען מען צייכענט אפ א "רינדעכיגע נומער". &nbsp; מיט עטליכע טעג צוריק האבן די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אריבערגעשפרייזט דעם אומגלויבליכן ציפער פון "פינף טויזנט". דאס איז אויסער די איבער אכצן הונדערט אנדערע בריוו פון די שאלות ותשובות, און די הונדערטער מכתב יומי בריוו. די בריוו רעדן פון יעדן נושא וואס איר קענט נאר טראכטן, און וואס וועט איך אפילו נישט בייפאלן, שווערע טויזנטער אידן אין אלע סארטן מצבים שרייבן פאר ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און בלבולים, וויסענדיג אז דער ראש ישיבה שליט"א איז דער אדרעס ווי מען קען פרעגן אן דעם וואס מען וועט אים פארשעמען, מען זעט דער ראש ישיבה שליט"א ווי דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו יעדעמ'ס מח, צו יעדעמ'ס צומישעניש און קלארט אויס די שאלות מיט א געוואלדיגע קלארקייט, אלעס על פי דרך התורה, אויפן וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אין די בריוו לייגט ער אריין האפענונג אין אידישע קינדער, און דערמאנט זיי ווי גרויס די רחמנות פון אויבערשטן איז, זאל זיין ווער זאל זיין, און נישט קיין חילוק וויפיל מען איז שוין דורכגעפאלן אין לעבן ברוחניות צי בגשמיות קען מען זיך נאך אלץ אויפהייבן און אנהייבן פון פריש, און דער אויבערשטער איז אלץ גרייט און ווארט פאר דיר, ער בענקט זיך נאך דיר, ער וויל זאלסט עפענען דיין מויל און אים זאגן אפילו נאר איין ווארט "טאטע". &nbsp; דער ראש ישיבה געבט א וועג פאר אלעמען צו לערנען, סיי פארן למדן, סיי פארן כולל אינגערמאן, און סיי פארן ארבעטער, פאר'ן בחור אין ישיבה, פאר'ן חסיד, פארן ליטווישער, סיי פארן אונגארישער, פאר'ן פולישער, פארן ספרדישן איד און פארן תימנער איד. די תורה איז פאר גאנץ כלל ישראל. אידן זענען צובראכן, זיי מיינען אז די תורה איז נישט פאר זיי, אבער דער ראש ישיבה שליט"א חזר'ט כסדר מיט אין די שיחה פון הייליגן רבין אין סימן ע"ו אז זאגן תורה איז לערנען. און אויף דעם וועג האבן שוין טויזנטער אידן זיך צוריק געקערט צו די תורה, און צום אויבערשטן. &nbsp; די זעלבע זאך טרעפט דער ראש ישיבה שליט"א א וועג צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב, עצות פאר טאטעס און מחנכים, לייגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, דערמאנט איז די חשיבות פון די אזוי גערופענע "פשוטע" מצוות ווי שבת תפילין בארד און פיאות, און אזוי ווייטער, וואס איז אוממעגליך אין איין קורצע נייעס אפילו נאר אנצורירן די נושאים אפילו נאר אויפן שפיץ גאפל. &nbsp; דערפאר איז דא די פלאץ צו מכיר טוב זיין דעם אויבערשטן אויף זיין גרויסע חסד אז דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו אונז און געבט אונז לופט צום אטעמען. &nbsp; אשרינו מה טוב חלקינו

    < זעה מער כט אב תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 601 to 615 of 1670 results

1 2 ... 38 39 40 41 42 43 44 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com