Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אין בלויז צוואנציג טעג הייבט זיך בעז"ה אן דער היי יעריגער אנשי חיל קאמפיין 

    אזוי ווי אין די לעצטע פינף יאר, וועט אויך היי יאר פארקומען דער יערליכער קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות, ווי אנשי שלומינו וועלן ארויסווייזן זייער הכרת הטוב פארן ראש ישיבה שליט"א וואס געבט זיך אוועק פאר אונז זיינע טעג און נעכט כדי מיר זאלן האבן א געשמאקע לעבן מיט אונזערע משפחות, און כדי מיר זאלן האבן מוסדות ווי מען לערנט מיט די קינדער אויפן הייליגן און אויסגעטרעטענעם וועג וואס מיר האבן מקובל פון אונזערע עלטערן און רבי'ס, און נישט פארפאלן ווערן אינעם היינטיגן שווערן דור.   ביים היי יעריגן אנשי חיל קאמפיין וועלן אנשי שלומינו נעמען א ציל, און זיך נעמען צו די ארבעט פון רופן די באקאנטע קרובים און שכנים, און זיי אנווארימען צו געבן פאר די הייליגע מוסדות. די עסקנים האבן געבעטן אז מען זאל טון אזוי ווי פאריאר ווען מען האט געבעטן אז מען זאל ענדערש נעמען א קלענערע ציל וואס מען שפירט אז מען קען עס אנקומען, און דערנאך עס איבערגיין, איידער נעמען אומרעאליסטישע צילן און עס נישט דערגרייכן.   מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען נוצן דאס געלט פאר פילע וויכטיגע צוועקן אזוי ווי מען האט געטון ביז יעצט, ווי בויען שולן, מקוואות, חדרים, שולעס, און אנדערע ציבורישע געברויכן. ברוך השם אז דער ציבור וואקס קע"ה און מען נויטיגט זיך שטארק זיך אויסצוברייטערן ביי פילע זאכן, יעצט וועט מען האבן די געלעגענהייט צו שטיין צו די האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א.   צוליב פראקטישע סיבות וועט מען היי יאר נוצן אן אנדערן פלאטפארמע, מען וועט נוצן דעם באקאנטן "דרייוואפ" סיסטעם וואס האט זייער גוטע פיטשערס און אפציעס. דער אפיציעלע לינק צום אנשי חיל קאמפיין איז dryveup.com/breslev אויף וועלכע פילע אנשי שלומינו האבן זיך שוין אנגעשלאסן. די וואס ווילן נעמען א ציל זאלן זען צו רופן וואס שנעלער מו"ה אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892 אדער הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו אויף 347-466-2410.   אין די זעלבע צייט גייט אן ביי די פרויען א גאר גרויסע "נשי חיל" קאמפיין ווי די לעידיס אקזולערי לייגן אריין אסאך שעות אויפצוטרייבן נדבות פון אידישע קינדער, וואס ווי די עבר האט געוויזן האבן זיי אריינגעברענגט ריזיגעס סכומים צום קאמפיין. די פרויען וואס ווילן זיך אנשליסן קענען רופן מרת אפעל אויף  347-496-6683.   ביי די היי יעריגע קאמפיין האט מען צוגעלייגט שיינע מתנות פאר די וואס שאפן גרעסער סכומים, די וואס וועלן אנקומען צום סכום פון $7,000 וועלן האבן די זכיה און קענען מיטפארן מיט א ניסעה קיין ארץ ישראל מיטן ראש ישיבה שליט"א. און די וואס גרייכן $2,600 וועלן זיך קענען באטייליגן צו א געשמאקע שבת התוועדות מעין עולם הבא מיטן ראש ישיבה שליט"א.   דאס יאר האט מען זיך געמאכט א ציל אז די גאנצע קאמפיין זאל גרייכן א מיליאן דאלער, וואס לויט ווי די קהילה וואקסט קיין עין הרע, און בפרט לויט די ווארימקייט וואס מען זעט און מען האט געזען אין די פארגאנגענע יארן, דארף מען מיטן אויבערשטנ'ס הילף קענען צוקומען צו דעם ציפער.   מיט אייבערשטנ'ס הילף ערווארט מען אויך היי יאר מען זאל שטארק מצליח זיין מיטן קאמפיין, און אנשי שלומינו וועלן ווידער אמאל געבן די געלעגענהייט פאר גאנץ כלל ישראל צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן אמונה פארבריק "היכל הקודש" וואס באלייכט די גאנצע וועלט מיט אירע הערליכע פעולות פון פארשפרייטן אמונה, חיזוק, פאר יעדן איד.

    < זעה מער כב תמוז תשפ"ג 📝
  • מכון עצתו אמונה מעלדט פארשריט איבער חלק ז' און חלק ח' פון עצתו אמונה

    ברוך השם אז נאך אסאך מי און פלאג ערווארט מען שוין דעם פרישן באנד "עצתו אמונה" חלק ז' וואס אנטהאלט הערליכע שיינע חיזוק בריוו אין פילע ענינים וואס וועט ווי די פריערדיגע בענדער מחי' זיין און מחזק זיין אלע וואס וועלן לערנען דערין. &nbsp; אבער בשעת מיר שרייבן די נייעס איבער דעם חלק ז' וואס ווערט געדרוקט אין די טעג, קענען מיר מעלדן אז אויך חלק ח' האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען - מען האט ביז יעצט מגיה געווען בי"ג נפה, מען האט מנקד געווען, און צוגעלייגט די מראה מקומות, און אין די טעג האלט מען שוין ביים אויסשטעלן די עמודים און מען האפט בסייעתא דשמיא צו גיין צום דרוק אין ווייניגער פון צוויי וואכן.&nbsp; &nbsp; אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אז ער האט אונז איבערגעלאזט זיינע צדיקים אין די היינטיגע דורות, און מיר האבן די זכיה צו אז דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז ווייטער איבער די הייליגע עצות און וועגן פון הייליגן רבין אויף די וועג ווי מוהרא"ש האט עס אונז איבערגעגעבן. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט באגלייט מיט די פערזענליכע הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א און ווערט געטון דורך די בארימטע מכון "עצתו אמונה" וואס ווערט געפירט דורך הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א. ווי די מכון עצתו אמונה געבט אונז איבער קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די פילע אנשי שלומינו וואס העלפן ארויס מיט אלעם וואס זיי קענען, דער מיט געלט, דער מיט טירחא, זאל זיי דער אויבערשטער באצאלן מיט אלעם גוטן. בפרט דארף מען זיך באדאנקען פאר די מגיהים וואס לייגן אריין געוואלדיגע כחות אז דער ספר זאל ארויסגיין ווי ווייט מעגליך אן קיין גרייזן, די הגה ווערט געטון דורך הר"ר זלמן מייזליש שליט"א, הר"ר יודל טירנויער שליט"א, הר"ר שמואל אייכענשטיין שליט"א, אזוי אויך פארן מנקד מומחה הר"ר יודא לייב ווייס שליט"א. ביי דער געלעגענהייט דארף מען אנערקענען אויך אין די גרויסע ארבעט וואס הר"ר ישעי' איידליס שליט"א לייגט אריין ארויסצוהעלפן מיט פארשידענע טעכנישע ענינים און בפרט און שאפן די נדבנים צו דעקן די קאסטן. אין ארץ ישראל ווי מען דרוקט די ספרים לייגט הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א פון ירושלים אריין גרויסע כחות און העלפט ארויס מיט אלעם וואס מען דארף בפרט זיכער צו מאכן אז די ספרים ווערן ארויסגעשיקט און קומט אן קיין אמעריקע וואס שנעלער. &nbsp; אין די טעג ווערט ארויסגעשיקט אויף א שנעלע וועג א באגרעניציע צאל ספרים פון די פרישע חלק ז', ספעציעל צו ווערן געטיילט דורכן ראש ישיבה שליט"א פאר די אלע וואס האבן מנדב געווען צו דרוקן די ספרים, מיט אויבערשטנס הילף האפן מיר בקרוב צו מעלדן ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט עס טיילן. די גרויסע שיפמענט וועט בעז"ה געשיקט ווערן דורכן שיף, און וועט האפענטליך אנקומען אין די נאנטע וואכן.

    < זעה מער כא תמוז תשפ"ג 📝
  • ברסלב סענטער וועבסייט וועט בעז"ה ווערן אינגאנצן איבערגעארבעט

    אין די טעג זיצן די הנהלה פון קרן הדפסה אין געשפרעכן מיט א גרופע עקספערטן וואס באשטייען פון גרויסע דיזיינערס, דעוועלאפער און פראגראמירער וועלכע פארשטייען צו מידיע און וועבסייטס, און מען לאזט זיך אריין אין א פרישע פראיעקט וואס ווערט ערווארטעט אריינצוציען אין די צענדליגע טויזנטער דאלארן, דאס קומט טראץ דעם וואס די קרן הדפסה איז פארנועמן אין די טעג מיט נאך פילע אנדערע פראיעקטן, גרייט מען זיך יעצט צום נייעם פראיעקט פון פריש איבערארבעטן דעם דאזיגן וועבסטייט אין וואס איר ליינט יעצט דעם באריכט, דאס טוט מען צוליב וואס דער וועבסייט איז שוין לאנג אויסגעוואקסן איר מעגליכקייט, ווייל ווען מען האט עס געגרינדעט זענען אירע אקטיוויטעטן געווען אויף אסאך א קלענערן פארנעם, און בכלל זענען די טעכנאלאגישע מעגלכיקייטן דאן בכלל אויך געווען אסאך ווייניגער. &nbsp; מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט דער וועבסייט באקומען א גענצליך נייע צורה, עס וועט ווערן קאמפליט פריש איבערגעבויעט מיטן ציל אז ווען מען אריינקומען וועט זיך עס שפירן ווי מען איז אריין געקומען צו א געשמאקע לופטיגע ברייטע און הערליכע וועבסייט, ווי אלעס ליגט מסודר, יעדע זאך אין זיין פלאץ מיט גרינגע און באקוועמע צוטירט צו אלץ און אלעמען; די בילדער וועלן בעז"ה זיין שיין גרויס און קלאר, אזוי אויך די ווידיאס; די נייעס, ארטיקלען, בריוו און שאלות וועלן זיין הערליך און געשמאק צום ליינען, און די ספרים קונטרים און גליונות וועלען בעז"ה זיין גרייט און גרינג צו דאונלאודן. אזוי אויך איז מען דן איבער פארשידענע פרישע נוצבארע אפציעס און אפטיילונגען וואס וועלן בעז"ה צוקומען. &nbsp; דער וועבסייט איז גאר פאפולער צווישן ערליכע אידן וועלכע זוכן א גוט ווארט ווען מען איז פארשלאפן, א פלאץ וואס וועט אויפוועקן מען זאל זיך דערמאנען פון אויבערשטן. ברסלב סענטער איז א וועבסייט וואו צענדליגע טויזנטער אידן קומען כסדר אריין צווישן אירע שפאלטענעס און זענען זיך מחי' מיט די בריוו, מיט די שאלות ותשובות, אפדעיטס, ארטיקלען, בילדער, און שיעורים וואס מען קען דא זען; אזוי אויך קומט אריין פון דא גאר אסאך פון די שאלות צום ראש ישיבה שליט"א וואס ווערט שפעטער געענטפערט און געדרוקט אין עצתו אמונה - דער ספר וואס איז די נומער איינס וואס ווערט צעכאפט ביי די מפיצים - דער ספר וואס האט שוין אזויפיל אידן געטוישט זייער לעבן צום גוטן. &nbsp; צענדליגע טויזנטער אידן באזוכן כסדר אונזער וועבסייט זוכן פאר א געוויסע שיעור, שאלה, אדער מוזיק ווידיא, צוליב וואס אלעס וואס ווערט דא געליפטערט איז מיט'ן איינציגן ציל, אז נאך א איד זאל האבן אזא געשמאקע לעבן וואס דער רבי האט אונז צו אפפערן; און אז נאך א איד זאל אים גוט גיין, ביי נאך א משפחה זאל זיין פרייליך, מען זאל זיך ליב האבן; נאך א בחור אדער מיידל זאלן באקומען די שטארקייט בייצושטיין די שווערע נסיונות, און אויסווארטן זייער שידוך; נאך א איד זאל וויסן אז ער איז נישט פארפאלן ער זאל פארגעסן וואס איז געווען און גלייבן אז דער אויבערשטער דארף אים נאך יא. &nbsp; אנשי שלומינו שפירן א געוואלדיגע הכרת הטוב פארן קרן הדפסה און פאר הר"ר אשר יעקב בלום שליט"א וואס פירט אן די אלע פראיעקט טאג טעגליך, און אויסער דעם וואס מען דרוקט כסדר פרישע ספרים, מען דרוקט איבער די אלטע, מען פירט אן מיט א מעכטיגע הפצה פאבריק, האלט מען אויף און מען פרישט אויף דעם דאזיגן "ברסלב סענטער" וועבסייט.

    < זעה מער כ תמוז תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו אין לעיקוואוד דינגען נייע שול

    מיר גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו אין עיר התורה לעיקוואוד די גוטע בשורה אז מען האט נארוואס אפגעדינגען אן אייגענע פלאץ אין שטאט וואו מען וועט בעז"ה אהער שטעלן אן געשמאקע בית המדרש וואס וועט דינען אלע געברויכן פאר די שיינע קהילה היכל הקודש אין לעיקוואוד. &nbsp; דאס קומט נאכדעם וואס מען האט ביז יעצט גענוצט א קליינע פלאץ וואו מען האט זיך געקענט צוזאם נעמען נאר אין די וואכן טעג, און שבת האט מען נאר געקענט פראווען שלש סעודות אויף א קליינע פארנעם ביי איינע פון אנשי שלומינו אינדערהיים. און נאך אסאך תפילות האבן די גבאים ב"ה יעצט געטראפן א מקום רחבת ידים, אויף 234 איסט פיפט סטריט, וואו מען וועט זיך בערת השם יתבר צוזאם קומען סיי אינדערוואכן, און סיי צו אלע תפילות שבת קודש, און ב"ה דער פלאץ איז גוט און געשמאק צוגעשטעלט מיט טישן און בענק און אלע צוגעהערן. &nbsp; דער ביהמ"ד ווערט אנגעפירט דורך די צוויי געטרייע גבאים מו"ה שמעון ראבינאוויטש הי"ו, און מו"ה עמרם רייכמאן הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר אנשי שלומינו אין שטאט, סיי מיטן פירן דעם בית המדרש, און סיי מיטן איבערגעבן די הייליגע דיבורים און עצות פון הייליגן רבין, פון וואס אלע זענען זיך מחיה. &nbsp; אין אנדערע נייעס גייען אין לעיקוואוד אן כסדר פילע פעולות פון הפצה, יעדע וואך איז דא א פרויען צוזאם קום אין שטוב פון מו"ה יצחק רוטנער הי"ו, אויף 1418 אוקוואוד האלאו, אין טאמס ריווער, דאס קומט פאר געווענטליך מאנטאג אדער דינסטאג. צו ווי פילע פרויען מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין וואך, וואס דאס געבט זיי די געזאלין אנצוגיין ווייטער. &nbsp; אזוי אויך ווערט געפירט דורך מו"ה ישראל חיים זילבער הי"ו א גרויסע הפצה אפאראט, וועלכע מאכט זיכער אז יעדער וואך זאלן אנקומען און פארשפרייט ווערן דורך די פילע געטרייע מפיצים אלע גליונות און קונטרסים. &nbsp; ביי דעם געלענגהיינט דרוקן אנשי שלומינו אויס א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר מו"ה בנימין פאלמאן הי"ו וואס האט אריינגעלייגט אסאך כוחות צושטאנד צו ברענגען דעם נייעם ביהמ"ד. אזוי אויך קומט זיך אנערקענונג פאר די פילע אנ"ש וואס האבן גענומען אויף זיך צו צאלן די חודשליכע רענט. אחד המרבה ואחת הממעיט, ובלבד שיכון לבו לשמים. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א - ווען מען האט אים פארציילט די גוטע נייעס איבערן נייעם בית המדרש אין לעיקוואוד - האט זיך זייער געפריידט צו די גרויסע נייעס און זיך אויסגעדריקט אז אזוי ווי מען האט שוין ב"ה אן אייגענע ווינקל האפט ער צו קומען מער אפט, וואס וועט זיכער מחזק זיין די שטאט בכלל און אנשי שלומינו בפרט.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ג 📝
  • עסקנים ארבעטן שווער צו פארבעסערן סיטואציע ביי די גרעניצן אין אוקראינע

    די פילע אנשי שלומינו וואס זענען געקומען פאריאר צום הייליגן רבין האבן טאקע געדארפט אריבערקומען זייער אסאך שוועריקייטן, אבער ברוך השם אז די גרעניץ איז דורך זייער גרינג און געשמאק ביי די אלע וואס זענען מיט געקומען מיטן פלען איט רייט נסיעה. אבער אויסער די עטליכע הונדערט וואס זענען געקומען מיטן פלען איט רייט גרופע זענען געקומען שווערע צענדליגע טויזנטע אידן מיט קארס, באסעס, און זענען געפארן צענדליגע שעות אויף די וועגן און אויף די שטעגן און האבן זיך מוסר נפש געווען אנצוקומען צום רבין אויף ראש השנה. &nbsp; צום גרויס ווייטאג פון פילע האבן זיך די סאלדאטן וואס זענען געווען ביי די גרעניצן בכלל נישט גערעכענט מיט די שווערע טורח הדרך וואס די פילע זענען געפארן, זיי האבן זיך געארבעט רואיג און פויל, בשעת די פילע רייזענדע זענען שוין געווען ערשעפט און מיד פון די לאנגע וועג און האבן אזוי שטארק זיך שוין געוואלט זען ביים אכסני'. די זעלבע זאך האט זיך אפגעשפילט ביי די אלע וואס זענען געקומען מיט פריוואטע קארס און באסעס ווען זיי זענען אנגעקומען צום אריינגאנג פון אומאן האבן די סאלדאטן פריש אויפגעהאלטן אנשי שלומינו מיט נארישע זאכן, מען האט יעדעם געהייסן אויספאקן אלע רענצלעך און עס האט זיך געצויגן א רייע פון קארס שעות לאנג. &nbsp; עסקנים פון אנשי שלומינו האבן זיך דאס יאר אריינגעלייגט אז דאס זאל זיך נישט דארפן איבערחזרן מיטן אויבערשטנס הילף. די אוקראינע רעגירונג זאגט צו אז זיי צו אז זיי גייען זיך רעכענען מיט דעם און גייען אנגרייטן גענוג באאמטע אין די צייטן וואס אנשי שלומינו פארן און קומען אין די טעג פון ראש השנה, און מיר זענען מתפלל אז אלע זאלן גרינג קענען אנקומען צום רבי'נס ציון אויף ראש השנה און פועלן אלעס גוטס.

    < זעה מער טז תמוז תשפ"ג 📝
  • ר' חיים מאיר ערפס אינאיינעם מיט ר' ליפא בראך איבערראשן אנשי שלומינו מיט נייע ברסלב'ע מוזיק אלבום

    אין די טעג ווערט באקאנט איבער א נייע אלבום וואס דער באקאנטער און געשמאקער זינגער ר' חיים מאיר ערפס (אדער ווי באקאנט אלץ "סי-עם-אי") פראדוצירט מיטן מיטארבעט פונעם מייסטער מוזיק אראנדשירער ר' ליפא בראך. דער נאמען פונעם אלבום וועט זיין "א מופת בין איך". די ניגונים זענען ווארימע און הארציגע ניגונים אויף אידיש נתחבר געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס יעדע ניגון איז א שיעור פאר זיך פול מיט חיזוק, אמונה, שמחה, און מעסעדזשעס וואס וועט אונז העלפן יעדן טאג. &nbsp; די ארויסגעבער האבן נישט געשוינט קיין מיה און פלאג אז דער נייער אלבום "א מופת בין איך" זאל ארויסקומען מיטן העכסטן מאס פראפעשאנליזם. דער אלבום אנטהאלטן צען באזונדערע ניגונים, וואס יעדע ניגון האט זיין אייגענע געשמאק און מעסעדזש. &nbsp; אין די זעלבע צייט וואס ר' חיים מאיר איז פארנומען מיטן ארויסגעבן זיין אייגענע אלבום, האט ער אלעס געלייגט אין די זייט, זאגענדיג אז העלפן דעם ראש ישיבה קומט פאר אלעמען. &nbsp; די צוהערער וועלן נתעורר ווערן פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי ער זינגט פון זיין ריינע הארץ, און ווי באקאנט יעדער וואס הערט נאר דעם ראש ישיבה שליט"א זינגען דערמאנט זיך פונעם אויבערשטן, און עס ברענגט אים א הרהור תשובה. &nbsp; ביים הערן דעם אלבום וועט מען פארכאפט ווערן פון די הערליכע הארציגע ניגונים, וואס באשטייט פון נייע און אלטע הערליכע ניגונים, דער נייער אלבום ברענגט ארויף די ברסלב'ע ניגונים אויף א פרישע שטאפל ווי נאך קיימאל בעפאר. ווי מען הערט פון די ארויסגעבער שטעלט זיך ארויס אז אן אלבום מיט אזא תוכן, פראפעשינאלקייט, און מעסעדזש איז נאך נישט געווען אויף די אידישע מארק. &nbsp; אין די יעצטיג טעג האלט מען שוין ב"ה ביי די לעצעט שטאפלען פון מיקסן, און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט עס שוין אויפן גאס קומענדיגע מוצאי שבת נחמו הבעל"ט. &nbsp; דער נייער סידי וועט זיכער האבן א געוואלדיגע פאזיטיווע השפעה אויף אלע צוהערער, און וועט צוברענגען פילע אידן צו ווערן נענעטער צום אויבערשטן.

    < זעה מער טו תמוז תשפ"ג 📝
  • קינדער באנגעלאס אין מנחה אילן החיים א נאמען געגעבן לויטן רבינ'ס ספרים

    דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די נאטור פון די וועלט אז מענטשן גלייכן טשעלענדזשעס, און ווען א מענטש קומט אן צו שוועריקייטן בפרט אויב ער ווייסט אז מען האלט מיט, באקומט מען אן אויסטערלישן חשק עס איבערצוקומען און אנקומען צום ציל. &nbsp; פילע קעמפס איבער די קעטסקיל בערג נוצן דאס אויס במשך דעם זומער,מען וויל אז די קינדער זאלן מיטהאלטן און קאאפערירן, מאכט מען פארמעסטן צווישן די קינדער, מען מאכט טיעמס, צום ביישפיל איין טיעם איז טאג, און די צווייטע נאכט, אדער איין טיעם איז קאלט און די אנדערע איז הייס, און די גאנצע טעמע פונעם זומער לויפט דערויף, מען מאכט שפילן און אקטיוויטעטן לויט'ן טעמע, און די קינדער ווערן אנגעצינדן דערפון ווען זיי ווילן געווינען קעגן דעם אנדערן טיעם. &nbsp; אין די ברסלב אינגל קעמפ מחנה אילן החיים האט מען עס גענומען צום "נעקסט לעוול", מען האט געמאכט די טעמע פונעם זומער די פינף ספרים פון הייליגן רבין, די באנגס ווי די קינדער שלאפן האבן יעדע באקומען א נאמען לויט איינע פון די הייליגע ספרים, דאס מאכט א רייץ צווישן די קינדער, צוליב וואס צווישן די פילע געשמאקע אקטיוויטעטן דארפן זיי זיך פארמעסטן ווער קען נאכזאגן מער שיחות פון זייער ספר, מאכן מער סיומים אויף זיין ספר, אין די קינדער לעבן מיט די געטליכע ווערטער פון הייליגן רבין, די קינדער שטייען אויף מיט דעם, זיי שפילן מיט דעם, און זיי לייגן זיך שלאפן לערנענדיג די הייליגע ספרים. &nbsp; נעכטן איז פארגעקומען א גרויסע מעמד ביי די קינדער, א מעמד "קריאת השם", ווי מען האט באשטימט די נעמען פון יעדע באנגעלא, איינס האט באקומען דעם נאמען "ליקוטי מוהר"ן", די צווייטע הייסט "חיי מוהר"ן", און די אנדערע הייסן "שיחות הר"ן", "ספר המידות" און "סיפורי מעשיות".&nbsp; &nbsp; אילן החיים איז טאקע כשמו כן היא, א קעמפ ווי די קינדער זיצן אונטערן שאטן פונעם צדיק דער הייליגער רבי, וואס איז א בוים וואס געבט אונז לעבן (ווי רש"י זאגט אונז צוויי וואכן צוריק אין פרשת שלח "היש בה עץ"), אין דעם קעמפ לערנען און לעבן די קינדער מיט די עצות און ווערטער פון הייליגן רבין, און דאס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן מיטן אויבערשטנ'ס הילף. &nbsp; עץ חיים היא למחזקים בה

    < זעה מער יד תמוז תשפ"ג 📝
  • דעדליין צו באצאלן בעט רעזערוואציעס אין בנין היכל הקודש אומאן דערנענטערט זיך

    ווי שוין עטליכע מאל געמאלדן, זענען די פארלאנגען פאר אש"ל אינעם בנין פון היכל הקודש אין אומאן וואס שטייט בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א, אלץ געווען העכער ווי מען האט געקענט נאכקומען, הונדערטער אנשי שלומינו פון איבער די וועלט ווילן קומען דווקא צו דעם פלאץ, ווי מען וועט זיך דרייען מיט אידן וועלכע זוכן צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן בתמימות ובפשיטות, מיט אידן וואס לעבן מיטן אויבערשטן. און טראץ דעם וואס יעדעס יאר האט מען צוגעלייגט נאך בעטן, צימערן, און שטאקן, וואקסט אבער דער פארלאנגן דארט איינצושטיין פילפאכיג מער. &nbsp; די זעלבע זאך און נאך אסאך שטערקער געשעט היי יאר ברוך השם, און כאטש מען האט נארוואס געענדיגט צובויען און פארענדיגן דעם אויבערשטן שטאק, וואס וועט צוגעבן נאך צענדליגע בעטן, זענען אבער אריינגעקומען הנודערטער מער ווענדונגען צו קומען צום בנין פון היכל הקודש, פילע פון די וואס ווילן קומען זענען פרישע מקורבים וואס זענען צוגעקומען און זיי שטייען גרייט מיט דאס געלט, און פרעגן "למה נגרע" וואס קומט זיך זיי צו בלייבן אינדרויסן בלויז צוליב דעם וואס זיי האבן ביז יעצט נישט געוויסט פון די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבין, און זיי האבן נישט קיין חזקות. נאך דערצו אז בשעת זיי שטייען און בעטן זיך אריינצוקומען, שטייען צענדליגע בעטן רעזערווריט פון פילע וואס האבן זיך איינגעשריבן אבער האבן נאך נישט באצאלט און עס וווערט אויפגעהאלטן זייערע בעטן בלויז מיט הבטחות אז מארגן און איבערמארגן וועלן זיי באצאלן. &nbsp; דערפאר האט מען באשלאסן אז היי יאר וועלן גענומען דראסטישע שריט די צוליב איבערפלוס פון רעזערוואציעס צום בנין היכל הקודש אין אומאן, און עס איז באשטימט געווארן אז אלע בעטן מוזן זיין גענצליך אויסגעצאלט ביזן קומענדיגן ראש חודש אב וואס קומט אויס אביסל מער פון צוויי וואכן ארום מיטוואך פרשת דברים הבעל"ט, און פון דאן וועלן אלע בעטן וואס וועלן נישט זיין אינגאצן אויסגעצאלט פארלירן זייער דעפאזיט און זייער רעזערוואציעס, און זייער נאמען וועט אראפ גענומען פון די ליסטע, אזוי וועלן די פילע וואס ווארטן צו באקומען א בעט האבן די געלעגענהייט צו קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, און קענען מיטהאטלן די ימים טובים טעג במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א, סיי אלע תפלות, און סיי אלע סעודות, אינעם בנין וואס געפונט זיך ווייט אינדרויסן פונעם טומל און פון אלע אנדערע פראבלמען ברוחניות ובגשמיות און וואס די הויפט גאסן ברענגען מיט זיך. &nbsp; אין קורצן: אויב האט איר רעזערווירט א בעט, מאכט זיכער עס צו האבן באצאלט ביז ר"ח אב. כדי איר זאלט נישט פארלירן אייער געלט און רעזערוואציע.

    < זעה מער יג תמוז תשפ"ג 📝
  • פילע פרישע ספרים צו באקומען דעליווערט דורכן קרן הדפסה

    פילע נייע ספרים און קונטרסים קומען כסדר ארויף אויפן וועבסייט, דא וועלן מיר אויסרעכענען עטליכע. &nbsp; ליקוטי תפלות על פי נושאים - די הארציגע תפלות צום אויבערשטן געשריבן דורך רבי נתן, ווען איינער זוכט א תפלה וואס רעדט צו זיין הארץ אויף א געוויסע נושא, זאל עס זיין קינדער, פרנסה, שידוכים, הצלחה, געזונט און אזוי ווייטער קען מען אין דעם ספר טרעפן וואס ער זוכט, און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אויבערשטן מיט די לויטערע תפלות פון רבי נתן. הארטע דעקל, הערליכע שיינע דרוק פאר בלויז $12.49. &nbsp; תחמל - א ספר וואס שעטלט צוזאים חומש, תהלים, ליקוטי מוהר"ן איינגעטיילט לויט די טעג צו ענדיגן במשך א יאר. הארטע דעקל, הערליכע דרוק, פאר בלויז $7.99 &nbsp; ליקוטי עצות, אידיש - דער הערליכער ספר ליקוטי עצות, וואס איז עצות אויפצואוועקן א איד צום אויבערשטן ארויסגענומען פון די ווערטער פון הייליגן רבין געשריבן דורך רבי נתן, איז דא איבערגעטייטשט אויף א היימשע געשמאקע אידיש. הארטע דעקל, הערליכע שיינע דרוק פאר בלויז $30.49 &nbsp; משיבת נפש מיט א ביאור אויף אידיש - דער הערליכער ספר וואס כשמו הוא כן הוא א ספר וואס רעדט צום נשמה פון א איד און וועקט אים אויף צום תכלית, געשריבן דורכן גרויסן ברסלבער חסיד הרה"ח ר' אלטר טעפליקער זי"ע מיט א ביאור אויף אידיש אויפן דף. הערליכע שיינע דרוק, הארטע דעקל. צו באקומען אין צוויי מאסן, די קליינע איז פאר $18.49 און די גרעסערע איז $24.49. &nbsp; תהלים עם שמות הצדיקים - דער גאנצער ספר תהלים און דערנאך דער ספר שמות הצדיקים וואס דער רבי האט געזאגט איז א גרויסע סגולה צו זאגן, מיט גאר שיינע גרויסע לעכטיגע אותיות, און א הארטע דעקל פאר בלויז $15.49. &nbsp; סיפורי מעשיות - די דרייצן הערליכע מעשיות וואס דער רבי האט פארציילט און געזאגט אז עס וועקט אויף א מענטש פון שלאף מיט גרויסע קלארע אותיות, געשריבן סיי אינעם רבינ'ס לשון אויף אידיש, און סיי אין רבי נתן'ס לשון אויף לשון הקודש, הארטע דעקל פאר $24.49 &nbsp; עצות המבוארות - חיזוק און עצות אין פילע נושאים אין עבודת ה' ארויסגענומען פונעם רבי'נס ספרים, געשריבן דורך הרה"ח ר' שמעון בארסקי זי"ע, געדרוקט אין שיינע גרויסע אותיות, מיט א הארטע דעקל פאר בלויז $15.49. &nbsp; ליקוטי תפלות לזמני השנה - די הייליגע תפלות פון רבי נתן מסודר לויט די צייטן און ימים טובים, ווען מען זוכט א תפלה אויף פורים, פסח, שבת, ראש השנה און אזוי ווייטער וועט מען עס דא בעז"ה גרינג טרעפן און קענען זיך גוט אויסבעטן ביים אויבערשטן אלעס וואס מען דארף, הערליכע שיינע אותיות, הארטע דעקל פאר בלויז $15.99. &nbsp; קיצור ליקוטי מוהר"ן - א תמצית פון די הייליגע תורות עצות און חיזוק פונעם ספר ליקוטי מוהר"ן, געשריבן דורך רבי נתן זי"ע, געדרוקט מיט שיינע אותיות, און א הארטע דעקל. צו באקומען אין צוויי מאסן, די קליינע פאר $16.99 און די גרויסע פאר $18.49. &nbsp; דאס איז נאר א קליין חלק פון די פרישע ספרים. דרוקט דא צו זען אלע ספרים אויסגעשטעלט לויט די סדר ווען עס איז צוגעקומען צום וועבסטייט, און זייט אייך מחיה פון די ריזיגע אויסוואל פון ספרים, קונטרסים קארטלעך און נאך וואס מען קען דא באקומען. &nbsp; אויסער דעם שלאפט נישט דער קרן הדפסה, מען דרוקט און מען פארשפרייט די פילע ביז יעצטיגע ספרים און קונטרסים, אזוי אויך גייט מען אריין כסדר אין פילע נייע פראיעקטן אויף וואס מיר האפן צו באריכטן אין א צווייטע געלעגענהייט, צווישן אנדערע האט מען געמאכט א הערליכע דעקל פאר די ענלישע לייט אף אמונה, אויפן זעלבן שטייגער ווי מ'האט געמאכט אויף די וועכענטליכע עצתו אמונה, די מעשה'לעך פאר קינדער 1 און 2 גייען צום דרוק, אזוי אויך די קאלערינג בוך 2 (וואס מען האט הערליך איבערגעמאכט דעם דיזיין) גייט שוין צום דרוק, און דער קונטרס "שפתי תפתח" סימן ג' קומט שוין ארויס.

    < זעה מער י תמוז תשפ"ג 📝
  • פלען איט רייט לייגט ארויס אפיציעל זייערע רייזע פלענער אויף ראש השנה תשפ"ד

    שטייענדיג שוין בערך צוויי און א האלב חדשים איידער מען פארט צום הייליגן רבין, האט פלען איט רייט נארוואס ארויסגעלייגט פארן אלגעמיינעם ציבור די פלענער וואס מיר האבן געמאלדן פארן קומענדיגן ראש השנה אין אומאן, און האט צוגעלייגט פארשידענע אפדעיטס וואס זענען שוין צוגקומען ביז דערווייל. &nbsp; אזוי אויך האבן זיי געמאלדן אז די אלע וואס האבן באקומען די "עירלי בוירד ספעשל" דארפן עס האבן אפגעצאלט ביזן קומענדיגן ר"ח אב הבעל"ט כדי זיי זאל קענען אנהאלטן זייער פלאץ און זייער פרייז. &nbsp; ווי זיי מעלדן האפן זיי צו ברענגען אנשי שלומינו קיין אומאן, אויפן טאג ראש השנה וואס אלע וואס גלייבן אין רבין ווילן דארט זיין, מיט א געשמאקע, באקוומען, אויסגערוטע, עלעגאנטע און היימישע רייזע. די פליגער וועט בעז"ה זיין גענצליך על טהרת הקודש, נאר מענער סטוערדס, און עס וועט סערווירט ווערן במשך דעם גאנצן וועג נאר היימישע מאכלים מיט א פארלעסליכע הכשר. &nbsp; פלען איט רייט וועט ווי געמאלדן צושטעלן צוויי טשארטער פלייטס פון ניו יארק קיין ריישא פוילן, מאנטאג כ"ה אלול (למספרם סעפטעמבער 11) אום 10:30 ביינאכט, און דינסטאג כ"ו אלול (למספרם סעפטעמבער 12) אום 10:55 ביינאכט, און צוריק וועט זיין מאנטאג צום גדלי' ב' תשרי (למספרם סעפטעמבער 18) אום 1:45 נאכמיטאג און 5:45 נאכמיטאג, וואס ביידע וועלן נאך בעז"ה אנקומען אינעם זעלבן טאג. &nbsp; פלען איט רייט וויל מאכן דעם רייזע דאס מערסטע געשמאק און גרינג, דערפאר וועלן זיי קעיר נעמען פונעם גאנצן נסיעה, פונעם מינוט וואס איר טרעט אריין אינעם עירפארט אין ניו יארק, ביז איר קומט אן צו אייער דעסטינאציע קיין אומאן, די פרייזן רעכענען אריין אלע נויטיגע אראנזשירונגען ווי פרישטאג, מיטאג, נאכטמאל, מקוה, מנין, סנעקס, באנען, באסעס, און אלעס אינצווישן.&nbsp; &nbsp; די טשארטערס קען מען האבן אויף דריי באזונדערע קלאסן, וואס יעדער קען זיך אויסקלייבן לויט זיין בודשעט. די עקאנאמי קלאס טיקעטס איז פאר $2,800, די פרימיום עקאנאמי איז פאר $4,500, און ביזנעס קלאס פאר $7,550. אויפן צווייטן טשארטער פלייט וואס פארט ארויס דינסטאג קען מען נאך דערווייל באקומען דעם עקאנאמי קלאס טיקעט פאר $2,500, אזוי אויך אפערט פלען איט רייט 22 אפציעס פון "גרופ טיקעטס" צו פילע עירפארטס אין די געגענט, ווי רומעניע, מאלדאווע, און פוילן, וואס איר קענט זיך אויסוועלן דערפון לויט אייער באקוומליכקייט, די פרייזן פון די גרופ טיקעטס הייבן זיך אן ביי $899 א טיקעטס (נישט אריינגערעכענט די באן). &nbsp; די רייזע וועט אריינעמען א לאנגע נסיעה מיט א באקוועמע באן מיט וואס מען וועט פארן פון פשעמישל פוילן ביז אוקראינע, וואס דאס איז אריינגערעכענט אין די טשארטער פרייז. די באנען וועלן אויך זיין על טהרת הקודש, נאר מענער סטוערדס, און די מאכלים וואס וועלן סערווירט ווערן וועלן אלעס זיין אויפן קוואליטעט און כשרות מיט וואס פלען איט רייט איז באוואוסט. די באנען זענען די שנעלסטע און גרינגסטע וועג אריבערצוגיין דעם גרעניץ קיין אוקראינע. די וואס ווילן נעמען נאר די באן רייזע וועלן עס קענען האבן פאר בלויז $595 ביידע וועגן. עס וועט זיין צוויי טשארטער באנען, איינס דינסטאג און די צווייטע מיטוואך, און צוריק וועלן ביידע בעז"ה פארן מוצאי יום טוב. אבער היות צו ווערן באשטעטיגט די פונקטליכע צייטן פאר די באנען דארף פלען איט רייט ווארטן ביז חודש אלול, דערפאר וועלן זיי פארקויפן די פריוואטע באנען טיקעטס נאר פון ראש חודש אלול. &nbsp; צו מסביר זיין וואס דאס מיינט אומאן ראש השנה איז גענצליך איבעריג, אנשי שלומינו ווייסן ווי שטארק דער רבי האט געמאנט און געבעטן אז יעדער זאל קומען, און אנשי שלומינו זענען מתפלל אז מען זאל אנקומען בשלום צום הייליגן רבין טראץ אלע שוועריקייטן וואס דאס קאסט. מען זעט יעדעס יאר ווי צענדליגע טויזנעטער אידן פון איבער די וועלט וואס קיינעם קומט עס נישט אן גרינג, און מיט דעם אלעם לאזן אלעס איבער און מיט תפילה און אמונת חכמים באווייזן זיין אלעס איבערצוקומען און קומען צום הייליגן רבי'נס ציון אויף ראש השנה. &nbsp; פלען איט רייט איז א טראוועל אגענטור וואס צייכענט זיך אויס אין אלע סארטן רייזע פלענער ווי קאמפליצירט עס זאל נישט זיין, בפרט ווען עס קומט צו אומאן אויף ראש השנה, זענען זיי באקאנט אלץ דער טרעוועל אגענטור מיטן ה"א הידועה, ווי עס האט זיך ארויסגעוויזן פאריאר ווען זיי האבן מסדר געווען דעם נסיעה פון אנשי שלומינו מיט'ן באן מיט אלע הצטרכות'ן אויפן וועג, און מיט תפלה זענען זיי איבערגעקומען די פילע שטרויכלונגען וואס האבן זיך געמאכט. &nbsp; צו באשטעלן א טיקעט קען מען רופן פלען איט רייט אויף 845-678-3555.

    < זעה מער ט תמוז תשפ"ג 📝
  • גרויסע נס פון א מפיץ אין ארץ ישראל

    אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן נס וואס האט פאסירט מיט איינע פון די גרויסע מפיצים אין ארץ ישראל, מו"ה אלחנן זאבערמאן הי"ו פון עיה"ק צפת. &nbsp; די מעשה האט פאסירט פאריגע וואך מוצאי שבת קודש, ר' אלחנן מיט זיין ווייב לאזן זיך ארויס צום באס סטאנציע וואס וועט זיי בעז"ה טראגן פון ירושלים קיין צפת, אנקומענדיג צום סטאנציע האבן זיי געזען אז אנדערש ווי יעדע וואך ווען עס פארן ארויס נאר צוויי באסעס קיין צפת, האבן די וואך געווארט דארט דריי באסעס, וואס אויף די דריטע באס האבן זיך ר' אלחנן מיט זיין ווייב באקוועם געמאכט, און אזוי ווי עס איז געווען א באס מער ווי געווענליך איז דער דריטער באס ארויסגעפארן ממש ליידיג, ווען אויפן באס געפונט זיך נאר דער אויבערשטער, דער מפיץ ר' אלחנן און זיין ווייב. &nbsp; זיי האבן זיך געזעצט מער אין פארענט, ווען תיכף אנפאנג פונעם וועג האבן זיי ערליך מתפלל געווען צום אויבערשטן "יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקינוּ וֵאלֹקי אֲבוֹתֵינוּ, שֶׁתּוֹלִיכֵנוּ לְשָׁלוֹם וְתַצְעִידֵנוּ לְשָׁלוֹם וְתַדְרִיכֵנוּ לְשָׁלוֹם, וְתַגִּיעֵנוּ לִמְחוֹז חֶפְצֵנוּ לְחַיִּים וּלְשִׂמְחָה וּלְשָׁלוֹם. וְתַצִּילֵנוּ מִכַּף כָּל אוֹיֵב וְאוֹרֵב וְלִסְטִים וְחַיּוֹת רָעוֹת בַּדֶּרֶךְ, וּמִכָּל מִינֵי פֻּרְעָנֻיּוֹת הַמִּתְרַגְּשׁוֹת לָבוֹא לָעוֹלָם, וְתִשְׁלַח בְּרָכָה וְהַצְלָחָה בְּכָל מַעֲשֵׂה יָדֵינוּ, וְתִתְּנֵנוּ לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים בְּעֵינֶיךָ וּבְעֵינֵי כָל רֹאֵינוּ, וְתִשְׁמַע קוֹל תַּחֲנוּנֵינוּ. כִּי קל שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה וְתַחֲנוּן אַתָּה. בָּרוּךְ אַתָּה ה' שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה" און דערנאך צוגעלייגט און ווייטער געבעטן דעם אויבערשטן אויף אידיש אז די וועג זאל דורכגיין בשלום אן קיין שום מכשול. &nbsp; אינמיטן פארן האט דער באשעפער ארויפגעלייגט א מידעקייט אויף זיי, און זיי האבן באשלאסן אז מען גייט זיך רוקן צון הונטערשטן חלק פונעם באס ווי עס איז מער באקוועם צו שלאפן. &nbsp; דער סדר פון די רוט קיין צפת איז אז נאך איינס און א האלב שעה פארן, גייט דער באס אריין אין א געז סטעישאן כדי די פאסאדזשירן זאלן קענען ארויס קומען פאר א צען מינוטיגע ברעיק, ווי עס איז דא צוגעשטעלט פארשידענע סערוויסעס, מיט א געשעפט ווי מען קען קויפן עפעס צו עסן אדער טרונקען, אדער סתם זיך אויסציען די ביינער. &nbsp; ר' אלחנן אלץ אן ערפארענע דרייווער האט אבער באמערקט אז דאס מאל ווען דער באס האט זיך איינגעדרייט צום געז סטעישאן איז ער עפעס געפארן צו שנעל, און ער האט געכאפט אז עס איז צרות ווייל ווי עס שיינט האט דער באס פארלוירן קאנטראל אויף זיינע ברעיקס. &nbsp; דער סטעישאן איז געווען אנגעפילט מיט מענטשן, און דער דרייווער באמערקענדיג זיין צרה האט פרובירט מיט אלע כחות נישט צו שעדיגן קיינעם, און ער האט זיך ווילד געדרייט רעכטס און לינקס אויסצומיידן די מענטשן וואס האבן זיך גענומען אטלויפן פונעם ווילד פארענדען באס, ביז דער דער באס האט ענדלעך געגעבן א זעץ אריין אין עפעס, וואס האט ב"ה אפגעשטעלט דעם באס. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט דער באס אריינגעזעצט אין א טרעילאר און דער קלאפ איז געווען מיט אזא קראפט אז דער גאנצער קאנטעינאר איז איז אראפ געשטופט געווארן פונעם טראק. &nbsp; ר' אלחנן איז טאקע געווארן גוט אויפגעשאקעלט פונעם עקסידענט, אבער ער האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער, זיין ווייב, די פיסגייער פונעם סעטישאן און אפילו דער דרייווער זענען ארויס פון דעם אינצידענט אן קיין קריץ, און בפרט נאכדעם וואס ער האט געכאפט א בליק אויף די פלאץ ווי ער איז קוים פריער געזיצן האט ער געזען אז דארט האט געכאפט די שטערקסטע אימפאקט, און דער גאנצער זיץ איז געווען גענצליך ארויסגעריסן פון פלאץ. &nbsp; אזוי האט דער אויבערשטער געראטעוועט דעם מפיץ פון דעם שווערן עקסידענט, אין זכות פון הפצה, און אין זכות פון תפלה.

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ג 📝
  • א טרער צום פטירה פון הבחור החשוב שמעון ברייער ז"ל

    מיט א טיפע שאק און טרויער נעמען אנשי שלומינו אויף די שוידערלעכע בשורה אז איינע פון תלמדים פון היכל הקודש הבחור החשוב שמעון ברייער ע"ה פון לאנדאן האט צוריקגעקערט זיין נשמה צום אייבערשטן! &nbsp; שימי ע"ה איז געווען אויפן וועג קיין אמעריקע צו קענען זיין דורכאויס די זומער חדשים מיט א נישט געזונטע קינד ל"ע, פארמאגענדיג א גאלדענע הארץ וואס האט געזוכט צו טון חסד מיט אנדערע. &nbsp; דער חשובער נפטר ע"ה האט שוין געענדיגט צענדליגע מאל מסכת תענית, נאך מיט צוויי יאר צוריק האט ער שוין געזאגט פאר איינע פון אנשי שלומינו אז ער האט שוין געענדיגט מער פון פערציג מאל די מסכת. &nbsp; אזוי אויך האט ער געענדיגט אן א שיעור מאל משניות, שמעון פלעגט זיך אלץ דרייען מיט א משניות אין די הענט, אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס ער פלעגט לערנען תימידים כסדרן. &nbsp; שמעון איז געווען א געוואלדיגע חידוש אין התחזקות, אייביג האט מען אים געזען מיט א פרייליך פנים. ווי געזאגט איז ער יעצט געווען אויפן פליגער קיין אמעריקע ווי ער האט געפלאנט צו וויילן אין די קעטסקילס, און ער האט שוין קוים געקענט אויסווארטן זיך צו קענען אריינכאפן אין שטעטל צו קענען גיין הערן שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א פון וועמען ער האט געשעפּט זיין גאנצע חיות די לעצטע זעקס יאר. אבער דער אויבערשטער האט אנדערש געוואלט, ווען אינמיטן וועג האט אים געכאפט א שרעקליכא אסטמא אטאקע פון וואס דער נפטר האט ליידער אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה. &nbsp; יעצט דארפן מיר זיך מחזק זיין מיט דער ראש ישיבה'ס לימודים וואס דער ראש ישיבה זאגט אייביג "לאכן לאכט ווער ס'לאכט לעצט!" שמעון ע"ה קערט צוריק זיין נשמה צום אייבערשטן, ווען ער האט אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה מצוות און מעשים טובים. &nbsp; אונזער חבר שמעון בן ישכר שלמה איז אוועק אינגערהייט, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות, אז מיר וועלן אים נאכמאכן, דאווענען מיט מנין, לערנען שיעורים כסדרן, זיין פרייליך טראץ אלעס וואס גייט אונז אריבער, אנגיין ווייטער און נישט קוקן אויף אלע שוועריקייטן וועט עס זיכער זיין א טובה פאר זיין נשמה. &nbsp; זאל דער אייבערשטער העלפן ער זאל זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע און מיר זאלן הערן נאר גוטע בשורות און מיר זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך גוט אנגרייטן פאר די לעצטע טאג. &nbsp; עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ג 📝
  • דער טיטאניק דערמאנט ווידער אז דער אויבערשטער פירט די וועלט

    פאר איבער הונדערט יאר צוריק איז די וועלט געווען אויף מיט די נייעס אז עס פארט ארויס א שיף פון א שטאט ענגלאנד קיין ניו יארק, "א שיף וואס די וועלט האט נאך אזאנס נישט געזען" האט מען גערעדט. די פירמע האט אריינגעבאכעט אויף די שיף אלע לוקסוס וואס די וועלט האט דאן געהאט, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געריסן צו קויפן טיקעטס, און די וואס האבן זוכה געווען האבן זיך געשפירט ווי די וועלט איז זייערס, "איך האב א טיקעט אויפן טיטאניק" האבן זיי שטאלצירט. &nbsp; די פירמע האט זיך ברייט אויפגעטון מיט זייער מעכטיגע שיף, און האבן הייס פארשפראכן אז דער שיף איז אזוי שטארק און פארזיכערט אז "עס קען ממש נישט זינקען", זיי האבן יעדעם מסביר געווען ווי פארגעשריטן דער שיף איז, און וויפיל זיכערהייט מיטלען עס פארמאגט, אז קיין שום זאך קען עס נישט בייקומען. &nbsp; איין זאך האבן זיי פארגעסן, ווי דער ראש ישיבה זאגט אלץ, ווען א מענטש דרוקט זיך אויס "עס איז ערלעדיגט, פארלאז דיך אויף מיר!" דארף מען זייער מורא האבן, ווען מענטשן פארגעסן פונעם אויבערשטן, מען מיינט אז מענטש קענען עפעס "פארזיכערן", וועט דער אויבערשטער ווייזן ווער איז בעל הבית, א מענטש דארף אייביג זאגן, "מיטן אויבערשטענ'ס הילף", און און אויב ער האלט אז עפעס וועט זיין, זאגט א איד א מאמין "מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט אזוי און אזוי זיין", אדער "איך פארלאז מיך אויפן אויבערשטן אז ער וועט עס פירן צום גוטן", וכדומה. &nbsp; בשעת די איבער צוויי טויזענט פאסאנזשירן זענען געווען פארנומען מיט זייער שוואוילטאג, מען האט געהוליעט, געשיכור'ט און געפרעסן האט דער באשעפער צוגעפירט א גרויסע אייזבארג זאל שווימען אינעם ריכטונג ווי דער שיף האט געדארפט דורכפארן, און דער קאפיטאן מיט זיין גאווה - האלטענדיג אז דער שיף קען סייווי נישט זינקען - האט איגנארירט אלע ווארענונגען פון אנדערע שיפן וואס זענען נישט לאנג בעפאר דורכגעפארן אז מען דארף דארט זיין פארזיכטיג, און האט מיט א שטארקייט אריינגעזעצט אין א בארג וואס איז באשטאנען פון נישט מער ווי פארפרוירענע וואסער וואס האט דורגעריסן דעם שיף, וואס האט ניטאמאל געהאט גענוג רעטונג שיפלעך פאר אלעמען זייענדיג זיכער אז אפילו דאס ביסל איז גענצליך איבעריג. &nbsp; עס האט גענומען נישט מער פון בערך צוויי און א האלב שעה, און דער גאנצער מעכטיגער שיף האט זיך געטראפן אונטערן ים. דער אויבערשטער האט געשיקט א שטארקע דערמאנונג פאר די מענטשן פון דער וועלט אז "יש מנהיג לבירה", ער דער רבונו של אולם פירט די וועלט. &nbsp; זעט אויס אז עס איז שוין דורך צופיל יארן זינט דעם טיטאניק טראגעדיע, און די מענטשן האבן שוין ווידער פארגעסן ווער עס אין טשארדזש, ווער עס איז דער אמת'ער וועלט פירער, און עס האט זיך געמאכט א פירמע וואס האט ערצייגט א קליין אונטערוואסער שיפל און האט עס א נאמען געגעבן "טיטאן" וואס דערמיט האבן זיי אנאנסירט וועלן זיי פירן טוריסטן טויזנטער פיס אונטער די וואסער און ווייזן דעם גרויסן מעכטיגן שיף ווי עס ליגט אזוי הילפלאז אונטערן די וואסער שוין אזוי פיל יארן, און ווידעראמאל האבן מענשטן געהאט די חוצפה אויסצורופן אז זייער שיף קען נישט דורכפאלן, "עס איז אזוי סעיף אז עס קען נישט זינקען" האט דער אייגענטומער אויסגערופן, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געיאוועט און געצאלט א פערטל מיליאן דאלער צו האבן די זכי' צו קענען פארן מיט'ן דעם סובמארין און וועלן זיך קענען אויפטון פאר זייערע חברים אז "איך בין שוין געפארן מיט דעם מעכטיגן סובמארין". &nbsp; פאריגע וואך האט ווידער אמאל פאסירט די זעלבע זאך, דער אויבערשטער האט געוויזן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויפן קיין מענטשן, און בשעת עטליכע גרויסע ביליאנערן האבן זיך געפונען דערין האט עס פלוצלינג פאסירט, זייער געלט און זייערע פארבינדונגען האט זיי גארנישט געהאלפן, אלע מעכטיגע מיליטערישע רעטונג שיפן און מאשינען וואס מען האט גערופן האבן זיי גארנישט געקענט העלפן, דער באשעפער האט אויפגעקראכט דעם שיפל, און פון איין סעקונדע אויפן צווייטן זענען זיי אלע פארלוירן געווארן אין די טיפענישן פונעם ים. &nbsp; יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז עס ווייל דער אויבערשטער וויל עפעס פון אונז, דער באשעפער וויל אז מיר זאלן אים אריינעמען אין אונזער לעבן, ער וויל זיין א שותף אין אונזער ביזנעס, ער וויל וואוינען אין אונזער שטוב, ער וויל מיר זאלן וויסן אז נישט איך און נישט מיין ווייב זענען בעל הבית אין אונזער הויז, ער איז דער אמת'ער בעל הבית, און נאר אים גייען מיר ביידע פאלגן. &nbsp; אזוי אויך אין אלע תחומים פון לעבן וויל דער באשעפער אז מיר זאלן אים שטענדיג מיטנעמען, דורך דעם וואס מיר וועלן אלעס דורכשמועסן מיט אים, און טון אלעס וואס ער בעט פון אונז.

    < זעה מער ו תמוז תשפ"ג 📝
  • ישיבה תפארת התורה פארט ארויס אין קעמפ

    אזוי ווי אלע יארן פארט דער ראש ישיבה שליט"א ארויס מיט די בחורים אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו מען קען זיין אפגעזונדערט פון די שטאטישע גאסן, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן תורה ותפילה און יראת שמים. &nbsp; אין די לעצטע פיר יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אויפגעשטעלט, איז די הייליגע ישיבה געווארן א חלק פון שטעטל אין די זומער וואכן. &nbsp; פאריאר האט שוין דער ראש ישיבה באשטימט אז די ישיבה זאל איבערנעמען דעם בנין אונטערן בית המדרש אויף האשקי פאר די בחורים כדי מען זאל קענען איבערלאזן דעם בית המדרש פארן שטעטל. און ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה שליט"א היי יאר געלאזט בויען א פרישע בית המדרש פארן שטעטל, כדי דער בית המדרש אויף האשקי זאל בלייבן בלויז פאר די כולל אינגעלייט. &nbsp; כאטש מען האט שוין גענוצן דעם בנין אונטערן בית המדרש פאריאר איז עס ביז יעצט געווען אויף א פראוויזארישן פארנעם ווען דער בנין איז געווען רוי און אומפארטיג, היי יאר האט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א גענומען אויף זיך איבערצובויען דעם בנין הערליך וואס וועט טאקע טראגן דעם נאמען "היכל ראזענבערג", ווי דארט וועלן פארקומען אלע אקטיוויטעטן פון די ישיבה, דארט וועלן די בחורים דאווענען, לערנען, דארט וועט דער ראש ישיבה פארלערנען אלע שיעורים, סיי אין גמרא, סיי חיזוק שמועסן און אזוי ווייטער. &nbsp; אזוי ווי במשך דעם זומער זוכן פילע אידן זיך אריבער צו כאפן אין ישיבה מיטצוהאלטן א שיעור וועלן מיר דא אראפברענגען דעם סדר היום כדי מען זאל וויסן ווען צו קומען.&nbsp; דער סדר פון די ישיבה הייבט זיך אן אכט אייגער אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר פאר די בחורים א שיעור אין גמרא, איין דף א טאג, דער שיעור איז א געשמאקע שיעור קלאר קורץ און שארף ווי נאכן שיעור נעמט מען ארויס פון די גמרא עצות און חיזוק אויף למעשה. &nbsp; אום עלף אזייגער דאווענט מען שחרית, פיר אזייגער איז מנחה. &nbsp; דער בארימטער שיעור התחקות פון סיפורי מעשיות קומט פאר בעז"ה יעדע נאכט אום 8:15, וואס צו דעם שיעור קומען כסדר צו פארן פילע אידן, און טאג טעגליך זעט מען אידן וואס זענען פונקט דורכגעפארן דעם געגענט און כאפן זיך אז דא איז די ברסלב'ע שטעטל מיט די ברסל'ע ישיבה און זיי שטעלן זיך אפ צו טועם זיין פון די זיסע לעכטיגע עצות און שיעורים פון ראש ישיבה, ווי די צוהערערע דערכאפן זיך דאס הארץ, און דערמאנען זיך א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשעפער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און וואס מ'דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים. &nbsp; נאכן שיעור וועט מען דאווענען מעריב. &nbsp; יעדע דאנערשטאג נאכט במשך דעם זומער וועט פארקומען אין היכל ראזענבערג דער שיעור פאר די אינגעלייט אום 9:00. &nbsp; יעצט בעת מיר שרייבן די שורות ווערט די ארבעט אין "היכל ראזענבערג" פארטיג, מען האט היינט געפעינט די ווענט, און צוליב דעם וועט דער שיעור פאר אינגעלייט נישט קענען פארקומען אין היכל ראזענבערג, און וועט צוליב דעם פארקומען אין בית המדרש אויבן, אזוי אויך וועט עס פארקומען הערשט אום 10:00 צוליב וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל נישט שטערן דעם סדר אין בית המדרש. &nbsp; די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר חומש, משניות און גמרא, און מיט דעם טוט מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו ראש השנה, וואס איז שוין אט אט דא. &nbsp; די ישיבה קטנה בחורים וועלן פארברענגען זוממער אין מחנה אילן החיים וואס איז באשימט געווארן פאר זיי, וואס דאס וועט זיכער זיין גאר א גרויסע תועלת, און וועלן מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אריינכאפן אסאך פסוקים חומש פרקים משניות און בלעטער גמרא, און אזוי אויך אלע גוטע מדות ומעשים טובים וואס די חשובע מגידי שיעור שליט"א לייגן אריין אין זיי. &nbsp; מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, מען וועט זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראת שמים. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ג 📝
  • חסידי ברסלב לאזן א טרער אויפן פרישן קבר פון הרה"ח ר' יחזקאל פריעדמאן ז"ל

    פאריגע וואך איז נסתלק געווארן אין קרית יואל, הרב יחזקאל פריעדמאן זכרונו לברכה, ר' יחזקאל האט מיטגעמאכט אין די לעצטע פופצן יאר יסורים נוראים למעלה מהשגתינו, ער האט געליטן אויף א שווערע מחלה וואס האט אים איבערלגעלאזן פאראליזירט אויפן גאנצן קערפער ממש, ער איז געווען אין א מצב וואס ער האט גארנישט געקענט טון. פון די אנדערע זייט האט אים דער קאפ געארבעט, ער האט געקענט הערן, און זען, און מיט די הילף פון טעכנאלאגישע מאשינען האט ער געקענט "שרייבן" מיט די אויגן, און ווען ער האט עפעס געוואלט זאגן פאר איינעם האט ער געקענט קוקן אויף א סקרין און אזוי "אפטייפן" וואס ער האט געוואלט, און דערנאך עס ארויספרינטן. &nbsp; הרב ר' יחזקאל ז"ל איז געווען א מוסטער פון קבלת יסורים באהבה, און טראץ זיינע פילע יסורים און באגרעניצונגען האט ער זיך געשטארקט מיט די אמונה, און איז אלץ געווען פרייליך און געדאנקט דעם אויבערשטן פאר דאס וואס ער האט נאך יא. &nbsp; די מלמדים פון תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית יואל פלעגן אויסנוצן דעם געלעגענהייט און כסדר געקומען מיט די קינדער מבקר חולה זיין, ר' יחזקאל ז"ל פלעגט זיך זייער שטארק פרייען צו זיי, און זיי אלץ אויפגענומען זייער ווארעם, די קינדער פלעגן אלץ ארויסגיין פון אזא באזוך מיט גאר אסאך חיזוק, ווען ר' יחזקאל פלעגט זיי אלץ שרייבן גאר שטארק אמונה ווערטער. &nbsp; ער פלעגט זיך אלץ נאכפרעגן אויף די קינדער וואס זיי טוען, און פלעג זייער הנאה האבן צו שמועסן מיט די ברסלב'ע קינדער ביי וועם אמונה איז א חלק פון זייער לעבן. אט דא אויפן קעפל איז אן אריגינעלע בריוו וואס הרב ר' יחזקאל ז"ל האט געשריבן פאר די קינדער פון די ברלסב'ע חדר אין קרית יואל א צייט צוריק. &nbsp; דער הארציגער בריוו ליינט זיך (בערך) ווי פאלגענד, מיר וועלן צולייגן די ווערטער וואס פעלט צומאל, צוליב וואס יעדע ווארט איז אים אנגעקומען זייער שווער צו שרייבן, פלעגט ער שרייבן זייער קורץ. &nbsp; "חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, (איך) קען נישט שלינגען, אבער ברוך השם (איך) האב א פייפ וואס פירט די עסן. (איך) קען נישט אטעמען, אבער ברוך השם (איך) האב (א) מאשין וואס העלפט (מיך) אטעמען. (איך) קען נישט גיין, (אבער איך) האב (א) בענקל (מיט) וואס מען טראגט מיך. (איך) קען נישט רירן די הענט, (אבער איך) האב ברוך השם געטרייע העלפערס. (איך) קען נישט רעדן, (אבער איך) האב ב"ה א כלי וואס דורך שאקלען מיט (די) קאפ (קען איך) שרייבן. (איך) קען נישט ארויס געבן די לחות פון מויל, האב (איך) ב"ה א מאשין (עס) צו נעמען ארויס. (איך) קען נישט ארויס הוסטן די לחות פון לונג, האב (איך) ב"ה א מאשין צו העלפן. אלעס וואס דער אויבערשטער טוט איז באשטימט גוט, און (איז) א טובה." &nbsp; די בריוו און די באזוכן האבן איבערגעלאזט אויף די קינדער א גרויסן השפעה, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו זען וואס מיינט דאס דאקנען דעם אויבערשטן, ווען מען זעט א איד דאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט א פייפ וואס פירט די עסן צו די לונגען, ער דאנקט דעם באשעפער אז ער האט א מאשין וואס העלפט אים אטעמען, ער איז פרייליך אז ער האט א בענקל מיט העלפערס וואס העלפן און טראגן אים, און אזוי ווייטער, האט עס דערמאנט אלעמען צו דאנקען דעם אויבערשטן אז מען קען עסן, גיין, רעדן. &nbsp; יעצט ווען דער בעל יסורים הרה"ח ר' יחזקאל איז אוועק פון דער וועלט לאזן די לעכטיגע קינדער און זייערע געטרייע מלמדים א טרער אויף דעם טייער איד וואס האט מחזק געווען אזויפיל אידן צו לעבן מיט אויבערשטן, און אים צו דאנקען אין אלע אומשטענדן &nbsp; יהא זכרו ברוך &nbsp;

    < זעה מער ב תמוז תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 646 to 660 of 1670 results

1 2 ... 41 42 43 44 45 46 47 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com