Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ברכת מזל טוב פאר ראש ישיבה שליט"א צום געבורט פון א קינד

    בשם די צענדליגע טויזנעטער אידן איבער די וועלט וועלכע זענען נהנה פונעם ראש ישיבה אויף איין וועג אדער די אנדערע וועג ווילן מיר וואונטשן א הארציגע ברכת מזל טוב פאר ראש ישיבה שליט"א צום געבורט פון א מיידל למזל טוב.   דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אינעם בריוו היינט אינדערפרי ""הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו", דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, ער האט אונז געגעבן א מתנה, א געזונטע קינד, א זיס מיידל למזל טוב. נעכטן נאכט, גלייך ביים ענדיגן בויען די סוכה, ווי נאר איך האב געענדיגט לייגן די סכך - בין איך אריין מיט מיין ווייב האבן דאס קינד. דער אייבערשטער מאכט אזויפיל ניסים, אזויפיל חסדים, "מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי", וואס קען איך דיר צוריק צו צאלן אייבערשטער פאר דיינע חסדים? "כוס ישועות אשא ובשם ה' אקרא", איך וועל רעדן צו דיר און איך וועל רעדן פון דיר צו אלעמען, יעדן איינעם דערציילן די חסדים. דער אייבערשטער איז אזוי גוט, ער טוט נאר חסדים, מען דארף נאר האבן דעם בעל תפילה (עיין סיפורי מעשיות, מעשה יב) זאל אונז עפענען די אויגן, מיר זאלן שוין אנהויבן זען דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז און אים דאנקען און לויבן, נישט אויפזוכן די שווארצע פינטלעך, נישט קוקן אויף די האלב ליידיגע גלעזל, נאר אויף די האלבע אנגעפילטע גלעזל, אויף די ניסים; אז מיר לעבן, מיר זענען געזונט, מיר זענען באשאפן געווארן אידן און מיר גלייבן, מיר האבן אמונה, און מיר זענען אנגעפילט מיט מצוות כרימון, און נאך אזויפיל חסדים. נישטא קיין צייט יעצט פאר לאנגע בריוו, יעצט דארף מען לויפן קויפן ד' מינים, די הייליגע ד' מינים, מיר גייען זוכה זיין נאך א יאר שאקלען די ד' מינים. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קכה): "שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִים כְּלָל גֹּדֶל יִקְרַת מַעֲלַת מִצְוַת אֶתְרוֹג", מיר האבן נישט קיין אנונג פון דאס גרויסקייט פון די מצוה פון די ד' מינים, "וַהֲרֵי אָנוּ רוֹאִין שֶׁיִּשְׂרָאֵל מְפַזְּרִים מָמוֹן הַרְבֵּה בִּשְׁבִיל מִצְוָה זוֹ", מיר זעען דאך וויפיל געלט אידישע קינדער געבן אויס פאר די מצוה פון אתרוג און ד' מינים, "יוֹתֵר מֵעַל שְׁאָר מִצְווֹת", מען געבט אויס מער געלט אויף די מצוה ווי מען געבט אויס אויף אנדערע מצוות, "וּבְוַדַּאי לֹא עַל חִנָּם הוּא", דאס איז זיכער נישט אומזיסט, "מִסְּתָמָא מִצְוָה זוֹ הוּא יְקָרָה מְאֹד מְאֹד אֲשֶׁר אֵין לְשַׁעֵר", זעט אויס אז די מצוה איז זייער א הייליגע מצוה וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִין גֹּדֶל מַעֲלָתָהּ", נאר וואס דען, מיר זענען אזוי ווייט פון וויסן דאס גרויסקייט פון מצוות, מיר ווייסן נישט איר טייערקייט. איך וויל נישט אויסציען די בריוו, איך וויל דיך נישט אויפהאלטן, איך דארף אויך אנגרייטן דעם יום טוב. גיי קויפן ד' מינים; קויף פאר דיר און פאר דיינע קינדער, און טאנץ פאר שמחה אז דו גייסט זוכה זיין שאקלען די הייליגע ד' מינים. דער רבי זאגט (שם): "אֶפְשָׁר אִם הָיוּ יוֹדְעִין גֹּדֶל מַעֲלַת מִצְוָה זוֹ, הָיוּ עוֹשִׂים מַה שֶּׁהָיוּ עוֹשִׂים בִּשְׁבִיל מִצְוָה זוֹ", ווען מיר וואלטן ווען געוויסט ווי גרויס די מצוה - איז וואלטן מיר זיכער געטון גרויסע זאכן; דער רבי זאגט נישט וואס, זיכער מיינט דער רבי מען וואלט געטאנצט, מען וואלט ארויס פון די קטנות הדעת, מען וואלט אויפגעהערט קרעכצן, אויפגעהערט וויינען. דער רבי אליינס האט אמאל געהייסן ברענגען מוזיק, אין די יאר וואס האט געהייסן קודם אז עס וועט נישט זיין ד' מינים און נאכדעם איז געווען א נס פון הימל, עס איז אנגעקמען ד' מינים, דער רבי האט געהייסן ברענגען מוזיק, מען האט געטאנצט א גאנצע נאכט."   עס בלייבט נישט מער ווי וואונטשן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך, און אז דער אויבערשטער זאל אים גיבן כחות ווייטער צו קענען פארשפרייטן די ריינע לויטערע אמונה עצות און חיזוק אויף די וועג וואס ער האט געלערנט ביי מוהרא"ש זי"ע, און מיט דעם מקרב זיין די גאולה.   סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל  

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פראווען דעם יארצייט פון הייליגן רבין מאנטאג חוה"מ אין וויליאמסבורג

    בחדרת הקודש גרייטן זיך אנשי שלומינו צום יארצייט פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס מאנטאג חול המועד סוכות ח"י תשרי הבעל"ט. &nbsp; טראצדעם וואס עס זענען שוין פאריבער גאנצע 213 יאר פון די פטירה פון הייליגן רבי'ן האט זיך דער לעכטל פון הייליגן רבין נישט נאר נישט אויסגעלאשן, נאר פארקערט, מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער צינדט זיך דער פייער אן שטארקער און שטארקער, ווי דער רבי האט פארשפראכן "מיין פייערל וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", דער רבי האט געזאגט אז ער וועט זיין אנדערש ווי אנדערע צדיקים, וואס האבן אראפגעברענגט א פייער א לעכטיגקייט אויף דער וועלט, און ווען זיי זענען נסתלק געווארן לחיי העולם האבן זיי מיט גענומען מיט זיך דעם אור, אבער דער רבי האט איבערגעלאזט ספרים וואס באשיינען און באלייכטן די וועלט, עצות און חיזוק וואס ברענגען צוריק אידן צום אויבערשטן אויף א פארנעם וואס ווערט נאר פארמערט מיט יעדן דורכגייענדען טאג. &nbsp; וואס דארף מען מער פון דעם וואס מיר האבן נארוואס געזען אין אומאן, מענטשן שטייען און שטוינען ווער האט געוואשן די מחות פון די צענדליגע טויזנטער אידן אז זיי זאלן נעמען אויף זיך די מיסיע פון זיך צורייסן און צופליקן פארן ענדלאזע שעות אריין אין א מלחמה געפלאגטע לאנד, אבער דער ענטפער איז זייער פשוט, די אידן האבן טועם געווען פון די זיסע און לעכטיגע ווערטער פון רבין וואס האט זיי געטוישט און געמאכט שפירן דעם אויבערשטן, האט זיי צוגעקלעבט צו די תורה, האט אריינגעגעבן אין זיי די זיסקייט פון תורה ומצוות, ווען אזא איד הערט די בקשה פון רבי'ן "קיינער טאר נישט פעלן", קוקט ער שוין נישט אויף גארנישט, און מיט אמונת חכמים פאלגט ער און טוט וואס דער צדיק בעט. &nbsp; יעדעס יאר חול המעוד סוכות ווען עס קומט דער גרויסער טאג פון די הילולא קדישא, קומען פאר סעודות הילולות איבער די גאנצע וועלט, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און חזר'ן איבער די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און דערווארימען זיך צו זיין פייער, אויך אין היכל הקודש וועלן זיך אנשי שלומינו זיך צוזאם קומען אין אלע בתי מדרשים איבער די וועלט ווי די גבאים וועלן אויפטרעטן און רעדן פון די חיזוק און עצות פון רבין אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה פראווען דעם יארצייט מאנטאג נאכט אין וויליאמסבורג אין די סוכה קעגן איבער דעם בית המדרש אויף 27 סקילמאן סט. און וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע שמועס. מען וועט זיך וואשן צו א סעודה, און וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע שמחת בית השואבה אין בית המדרש.

    < זעה מער יב תשרי תשפ"ד 📝
  • ברסלב עני טיים וועבסייט גענצליך איבערגעפרישט

    אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכענט די ערשטע יאר זינט דער "ברסלב עני טיים" וועבסייט האט זיך געעפענט, און די שטאב פונעם וועבסייט טוען עס פייערן מיט א פתיחת שערים פון די נייע איבערגעמאכטע וועבסייט. &nbsp; אין די אלע חדשים זינט דער וועבזייטל איז אפן האט מען כסדר צוריק געהערט גריסן פון די באנוצער איבער די גאר געשמאקע עקספריענס וואס מען האט אין דעם וועבסייט, אויך האט מען אויפגעכאפט פארשידנע באגס וואס האבן זיך אריינגעכאפט וואס מען דארף מתקן זיין, איבערהויפט האט מען זיך צוריק געהערט פילע הערות און געדאנקען וואס מען קען צולייגן און טוישן צו מאכן דעם וועבסייט באקוועמער און געשמאקער. &nbsp; יעצט ווען דער פרישע וועבסייט עפענט זיך אויף קען מען זאגן אז מען האט פארראכטן עטליכע הונדערט באגס, און געמאכט איבער הונדערט נייע פארבעסערונגען און פיטשערס. &nbsp; אויסער דאס הערליך רידיזיינען דעם גאנצן וועבסייט איז איינער פון די שטארקסטע זאכן אויף וואס מען האט אריינגעלייגט כחות איז "יוזער אינטערפיעס", דאס מיינט אז דער סייט זאל זיך צופאסן צום אינדיווידואלער באנוצער און אים געבן די מעגליכקייט אויסצושטעלן און אפהיטן דעם סייט אז ער זאל עס טרעפן יעדעס מאל ער קומט צוריק אויף די וועג וואס ער גלייכט עס. &nbsp; אין דעם ליגט אריינגערעכטן פילע דעטאלן, צווישן זיי קענען מאכן אייגענע קאלעקשאנס, פלעי ליסטעס, קאטאגאריעס, סעיווען אויסדערוועלטע שיעורים, זען ביי יעדע שיעור וואו מען האלט אינמיטן ווען מען קומט צוריק, צוריק קוקן ("היסטאריע") און זען וועלכע שיעורים מען האט געזען אין די פארגאנגעהייט, און נאך אסאך. &nbsp; אויך איז שוין ארויפגעלאודט געווארן במשך דעם יאר איבער צוויי טויזענט שיעורים שיעורים פון ראש ישיבה, און דער וועבסייט לויפט אויף דריי שפראכן, אידיש, ענגליש און לשון הקודש, וואס און אויסער דעם קען מען אויסוועלן וועלכע פון די שפראכן שיעורים עס זאל ארויפקומען אויפן סקרין, אפגעזען פון די שפראך וואס דער וועבסייט לויפט יצעט. &nbsp; די קאטאגריעס זענען הערליך מסודר, און אזוי אויך באקומט יעדע שיעור עטליכע #העשטעגס וואס ווען מען דרוקט אויפן העשטעג קומט ארויף אלע שיעורים וואס פארמאגן דעם זעלבן העשטעג. &nbsp; אויך פאר די מאביל באנוצער האט מען אסאך פארבעסערט, דער גאנצער סייט איז געווארן אסאך מער מאביל פרענדלי. &nbsp; באזונדער האט מען אריינגעלייגט גרויסע כחות אין די סוירטש ענדזשין אז עס זאל זיין פארגעשריטן, גרינג און געשמאק, אז עס זאל "פארשטיין" וואס מען זוכט, און ארויסגעבן די בעסטע רעזולטאטן שיין און מסודר. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער יא תשרי תשפ"ד 📝
  • פרישע קאוויד פאניק נעמט ארום די וועלט

    אין די לעצטע וואכן זעט מען א פרישע פאניק ביי מענטשן וועלכע הערן אויס די נייעס, ווען מען גייט ארויס אין די אלגעמיינע גאס קען מען זען פילע פארמאסקירטע פנימ'ער, פון פארפאניקטע דורכגייער וועלכע ציטערן פאר שרקע צוליב א פרישע אויפשטייג פון "קאוויד", די צייטונגען העדליינס פארמערן זיך יעדן טאג מיט קידוש לבנה אותיות איבער א פארמערונג פון קאוויד קעיסעס סיי אין אמעריקע און סיי איבער די וועלט. &nbsp; ווי עס זעט אויס האט די מענטשהייט זייער א קורצע זכרון, ווייל אויב מען קוקט צוריק אויף די קאוויד איבערקערעניש וואס האט אויסגעבראכן מיט דריי און א האלב יאר צוריק צווישן פורים און פסח שנת תש"פ קען מען קלאר זען דער חורבן וואס די פאניק האט אנגעמאכט; און ווי אלע האבן זיך געקענט איבערצייגן זענען רוב אומגעקומענע געווען פון די קרענק וואס הייסט "פאניק" וואס האט געפירט מענטשן צו טון אומזינגע זאכן, וואס האט ליידער צוגעברענגט פילע טויטפעלער. &nbsp; יעצט האבן די פאניק ליבהאבער זיך פריש גענומען צום קאוויד, און שרעקן אן אז דער יעצטיגער קאוויד קען מען קוים באמערקן, און די סימפטאמען זענען זייער באהאלטן און קוים וואס מען ווייסט אז מען האט קאוויד, דערפאר - זאגן זיי - איז זייער וויכטיג צו זיין אין פאניק און זיין זייער דערשראקן &nbsp; עס איז איבעריג ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט פון זייערע ווערטער, ווייל ווי זיי אליינס זאגן ליידט מען נישט פון קיין אטעמען פראבלעמען, אדער אפילו נישט פון קיין שמעקן און טעם פארלוסט, דער יעצטיגער קאוויד ווערסיע זאגן זיי אליינס שפירט זיך בלויז ווי א דורכגייענדע פארקילאכטס אדער א סעזאנאלע עלגערגיע מיט בלויז אביסל א רינעדיגע נאז וכדומה. &nbsp; אבער פארט זאגט עקספערטן אז עס איז דא איין נאטורליכע מיטל וואס האט זיך ארויסגעשטעלט זייער ווירקזאם קעגן דעם דיזיס, און ווען מען האט אבזערווירט די וואס האבן גענומען דעם רפואה האט מען געזען גאר גרויסע חילוקים אין די עפעקטן וואס קאוויד האט געהאט אויף זיי. די שלעכטע נייעס איז אז זייער ווייניג ווייסן פון דעם רפואה, אבער די גוטע נייעס איז אז עס איז זייער גרינג צו באקומען - בפרט ביים היימישן ציבור - וואס לאזט זיך נישט נארן פון די שטראם פון די גאס - האט מען זיך שטארק אריינגעלייגט אז מען זאל עס קענען באקומען זייער גרינג. &nbsp; דער רפואה וואס איז אויך א רפואה פאר פילע פיזישע און גייסטישע מחלות הייסט אמונה, אז א מענטש נעמט אריין אין זיך אז דער אויבערשטער פירט די וועלט פונקטליך וויאזוי ער וויל עס, און ער האט די מערסטע עקספירנעס - שוין כמעט זעקס טויזענט יאר - און ער ווייסט פונקטליך וואס ער טוט. די וואס נעמען אריין פון די פילן, זאגן אז זיי שפירן זיך ממש ווי אן אנדערע מענטש, און די קאוודי סימפטאמען גיין כמעט אייביג אינגאנצן אוועק.

    < זעה מער ו תשרי תשפ"ד 📝
  • דערהויבענע יום טוב ראש השנה תשפ"ד דורך אויף אנשי שלומינו בצלא דמהמנותא פון הייליגן רבין אין אומאן

    מה נהדר היה המראה בצאתו בשלום מן הקודש, מיר וועלן אויסלאזן אלע הקדמות, און תיכף צוגיין צום קורצן באריכט פון הייליגן יום טוב אין אומאן. &nbsp; צוליב די לאנגע נסיעות וואס מען האט געדארפט נעמען היי יאר אין שאטן פון די מלחמה, האט זיך דער ציבור פון צענדליגע טויזנטע אידן פון איבער די וועלט געלאזט איבער די וועגן דורך פליגערס באנען באסעס און ספרינטערס שוין פון אנפאנג וואך. &nbsp; די גרעסטע חלק פון אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש זענען געקומען דורך די פלען איט רייט אגענטור, און דערפון זענען רוב געפארן מיט די מאנטאג פלייט, וועלנדיג פארן אינאיינעם וואס איז סאך מער אפגעהיטן. &nbsp; אין עירפארט האבן די שטאב פון פלען איט רייט אפגעווארט דעם ציבור מיט א ברייטע נאכטמאל מיט די הכשר פון הגאון רבי יונה זינגער שליט"א דער דיין פון קרית ברסלב, מיט וואס דער עולם האט זיך מחי' געווען. עס איז געווען א נחת צו זען ווי אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט די צייט מיטן לערנען בלעטער גמרא, פרקים משניות. די זעלבע האט זיך איבערגעחזרט במשך די גאנצע נסיעה, אויפן פליגער, אין ליזענסק אויף די באנען באסעס האטעלן און אין אומאן, ווי אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט יעדע פרייע מינוט צו לערנען די פילע שיעורים כסדרן, נאכדעם וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן אזא זיסע סדר דרך הלימוד וואס קלעבט צו א מענטש צו די תורה. &nbsp; אויך אויפן פליגער האט פלען איט רייט צוגעשטעלט ברייט צו עסן, בפרט האבן אנשי שלומינו הנאה געהאט פון די פראקטישע "ספרים זעקל" וואס איז געלעגן אויף יעדעמ'ס פלאץ אין פליגער, וואס וועט זייער צוניץ קומען א גאנץ יאר צו מיטנעמען אויף די וועגן אלע ספרים אין וואס מען לערנט. &nbsp; מיטאג צייט איז מען אנגעקומען צום שטאט ליזענסק ווי מען איז געגאנגען אין מקוה, און דערנאך האט מען זיך אויסגעבעטן ביים ציון פון הייליגן קדושת לוי, אויך איז געווען צוגעשטעלט די הכנסת אורחים פאר עטליכע שעה זיך צו קענען אפרוען און עסן. אויך האט מען געדאווענט מנחה און מעריב אין ליזענסק. &nbsp; אויפדערנאכט איז מען ארויף אויפן באן קיין אוקראינע, און נאך עטליכע שעה פארן ווען עס האט אנגעהויבן צו טאגן כאטש אלע זענען געוואן אויסגעמוטשעט פון די לאנגע נסיעה האבן זיך געשטעלט פילע מנינים סליחות און שחרית אין אלע וואגאנען, אינדערפרי איז מען אנגעקומען קיין וויניצע באן סטאנציע ווי מען איז געפארן מיט באסעס ביזן עיר הגעגועים אומאן. &nbsp; אין אומאן זענען אלע גלייך געלאפן אין מקוה, און געלאפן צום הייליגן ציון ווי מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי, און זיך מתוודה געווען פארן אויבערשטן. &nbsp; ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם דף גמרא, און נאכן שיעור האט מען גערעדט פון דעם וואס די גמרא זאגט (קידושין ל) בראתי יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין", ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן פאר די מתנה פון די סדר דרך הלימוד, וואס אזוי קענען מיר שטענדיג נוצן דעם "תבלין" פון די הייליגע תורה, וואס אן דעם וואלטן מיר פארברענט געווארן פונעם יצר הרע. &nbsp; דאנערשטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם דף גמרא נאך שחרית און סליחות און נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה שטארק ארום גערעדט וואס דאס מיינט כיבוד אב ואם. מען קען הערן דעם הערליכן שיעור אויף קול ברסלב. &nbsp; דאנערשטאג נאכמיטאג איז ווי באריכטעט פארגעקומען דער הנחת אבן הפנה פאר נייעם בנין פאר'ן בית המדרש. &nbsp; דאנערשטאג פארנאכטס האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט נאך א שיעור אין גמרא ווי דער ראש ישיבה האט דערנאך מחזק געווען אנשי שלומינו מען זאל זען אויסצונוצן די קורצע צייט אין אומאן מיטן מתפלל זיין און זיך אויסבעטן א גוט יאר. &nbsp; דאנערשטאג ביי חצות הלילה האט מען געזאגט אינאיינעם סליחות זכור ברית, דער בעל תפלה איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א, דערנאך האט דער ראש ישיבה גענומען "פדיון נפש" ביז פיר אזייגער פארטאגס, אויך אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א גענומען פדיון נפש נאך שחרית ביז חצות. &nbsp; עש"ק ערב ראש השנה האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם שיעור גמרא נאכן דאווענען מעוטר מיט תפילין, דער ראש ישיבה האט געבעטן אלע וואס האבן סיומים זאלן ארויפקומען, עס זענען ארויפגעקומען צענדליגע אינגעלייט און בחורים וואס האס האבן מסיים געווען פילע מקצועות התורה, צווישן זיי איז געווען הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א וואס האט געמאכט זיין יערליכע סיום הש"ס, אויך איז געווען א סיום אויף 199'סטע מאל משניות, אכטע מאל שו"ע, ליקוטי מוהר"ן, פילע מסכתות הש"ס. &nbsp; ביים זמן פון יום טוב האט מען געדאווענט א התעוררות'דיגע לעצטע מנחה פון יאר נאכגעפאלגט מיט די פיוט תכלה שנה וקללותיה מיט די הארציגע ספרדישע נוסח, דערנאך האט מען געדאווענט א געשמאקע קבלת שבת און מעריב מיטן בעל תפלה הר"ר אברהם הערש שליט"א. &nbsp; דאן איז דער גאנצער עולם אריבער וואונטשן ביים ראש ישיבה "לשנה טובה" ווען דער ראש ישיבה האט אלעמען צוריק געווינטשן מען זאל האבן א יאר פון א שטארקע אמונה און מען זאל נישט אפלאזן דעם אויבערשטן. &nbsp; דערנאך איז מען ארויף אין בית המדרש וואס פילע אנשי שלומינו האבן געהאלפן צוגרייטן דעם בית המדרש צום עסן, בפרט האט זיך אנגעזען די אינגעלייט פון ארץ הקודש וואס האבן אריינגעלייגט גרויסע כחות אנצוגרייטן און אפצורוימען די סעודות. &nbsp; מען האט געזינגען די זמירות שבת קודש מיט גרויס געהויבנקייט און דער ראש ישיבה האט געמאכט קידוש און מען האט געגעסן א געשמאקע סעודה. עס איז געווען צוגעגרייט אלע סימנים, און תיכף נאך די סעודה האט מען זיך געלייגט שלאפן כדי צו קענען אויפשטיין פארטאגס פארן עלות. פינף אזייגער האט מען שוין נישט געקענט טרעפן קיין פלאץ אין מקוה, א ריזיגער ציבור פון איבער הונדערט אינגעלייט און בחורים זענען געזעצן ביים שיעור פון ראש ישיבה א פערטל נאך פינף וואס האט פארגעלערענט א געשמאקע שיעור גמרא, נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה דערמאנט דעם עולם צו גיין צום ציון און זיך אויסבעטן א גוט יאר. &nbsp; דער ערשטער טאג ראש השנה האט הר"ר שלמה רוטה שליט"א דער זון פון ראש ישיבה געדאווענט פסוקי דזמרה, דער ראש ישיבה שליט"א האט אראפגעלייגט א מתיקות'דיגע שחרית און ביים ליינען האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן די נעמען פאר צוויי מיידלעך געבוירן ביי אנשי שלומינו די וואך פון ראש השנה, ר' שבתי מארקוס און ר' שלמה אפעלדארפער. &nbsp; נאכן דאווענען האט מען געמאכט קידוש אונטן אין עס זאל, און דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט עטליכע ווערטער איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה. &nbsp; נאכמיטאג נאך מנחה האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שמועס, איבער אמונה, די זיסע מתנה וואס דער רבי געבט אונז, וואס נאר אזוי קען מען האבן א זיס לעבן כאטש אלעס וואס מען גייט דורך. &nbsp; ביים צווייטן נאכט ראש השנה האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן עטליכע אנשי שלומינו זאלן זינגען לכבוד יום טוב. און נאכן סעודה האט מען זיך תיכף געלייגט שלאפן כדי צו קענען אויפשטיין ביים עלות. &nbsp; די זעלבע זאך האט זיך איבער געחזרט ביים צווייטן טאג פארטאגס ביים שיעור. פסוקי דזמרה האט געדאווענט הר"ר אלחנן רוטה שליט"א דער זון פון ראש ישיבה. &nbsp; נאכן ליינען האט דער ראש ישיבה אנגעווארימט דעם ציבור פאר תקיעת שופר, און געזאגט ווי חשוב עס איז ביים אויבערשטן יעדע ווארט מען זאגט צו אים. אויך האט ער געבעטן מען זאל זיך מוחל זיין און נישט האבן קיין שווער הארץ איינער אויפן צווייטן. &nbsp; די סעודה ביים צווייטן טאג איז געווען זייער פרייליך מען האט אסאך געזינגען און דער ראש ישיבה האט מכבד געווען אסאך זאלן אראפ לייגן חזנישע שטיקלעך. &nbsp; נאכמיטאג איז מען געגאנגען צו תשליך&nbsp; און נאך מנחה האט דער ראש ישיבה גערעדט א שיינע שמועס, ווי ער האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל מיטנעמען דעם הייליגן רבין אויף א גאנץ יאר, די אמונה, תורה, שלום בית און אזוי ווייטער. נאכן שיעור האט מען געזונגען מיט גרויס שמחה "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו". &nbsp; נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט הבדלה, און מען האט תיכף געדארפט זיך איינפאקן און לויפן צו די באסעס. מען איז געפארן איבער צען שעה, אבער אלע זענען געווען זייער פרייליך אז מען האט זוכה געווען צו קומען צום הייליגן רבין און אים פאלגן בתמימות ובפשיטות. &nbsp; אנשי שלומינו זענען דאנקבאר פאר די פילע עוסקים במלאת הקודש וואס האבן געהאלפן צושטעלן אלעס וואס מען דארף אינעם בנין, צום ערשט קומט זיך א הכרת הטוב פאר די גבאים פון אומאן דער מלמד מומחה הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א און הר"ר העניך אינדיג שליט"א, אזוי אויך פאר די וואס האבן צוגעשטעלט צו עסן ר' משה איינהארן, ר' שלמה יאקאבאוויטש, הר"ר שלמה ראטה, ר' לייבי אפעל און ר' דוד דייטש וואס אלע האבן וואלונטירט כדי צו העלפן אנשי שלומינו זאלן קענען האבן אלעס וואס מען דארף אינעם בנין. &nbsp; אנשי שלומינו קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פון די געוואלדיגע ארבעט פון וואכן און חדשים וואס ר' אלי' קנאל און ר' משולם פינטער וואס האבן צוגעשטעלט א הערליכע נסיעה מיט אלעם גוטן אויסגעארבעט אלעס ביזן לעצטן דעטאל, און מיט דעם אביסל גרינגער געמאכט דעם לאנגן אויסמאטערנדע נסיעה. &nbsp; דא איז אויך דאס פלאץ צו דערמאנען די עסקנים פונעם רענט קאמפיין וואס האבן צוגשעטלט א גרויסע פלאטע פון שאטל באסעס וואס האבן געטראגן און געברענגט אנשי שלומינו פון בנין צום ציון און צירוק גענצליך בחנם, וואס איז גווען געספאנסערט דורך ר' אלי קנאל און ר' משולם פינטער פון פלען איט רייט. &nbsp; אבער די ארבעט פון די געטרייע מלמדים איז נישט מעליך צו באצאלן, אלע וואכן טעג איז געווען צוגעשטעלט געהריג חדר פאר די קינדער אויפן גאנצן טאג, מען האט געדאווענט מיט די מלמדים געגעסן פרישטאג און מיטאג געבענטשט און געלערנט, געגאנגען צום ציון. מען דארף אנערקענען די מלמדים הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, הר"ר בערל שניצלער שליט"א, הר"ר יוסף שניטצער שליט"א, הר"ר נחמן נתן קרויס שליט"א, הר"ר יואל פריעדלענדער שליט"א, הר" ישעי' איידליס שליט"א, און דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א. דער גבאי פונעם בית המדרש אין סטעטן איילענד הר"ר אהרן שלמה שווארץ שליט"א האט מיטגעברענגט גענצע פעק פון פרייזעס וואס די קינדער האבן געקענט קויפן לויט וויפיל טיקעטס זיי האבן באקומען פון די מלמדים.

    < זעה מער ה תשרי תשפ"ד 📝
  • געהויבענע מעמד הנחת אבן הפנה פאר נייע בית המדרש אין אומאן

    א געוואלדיגע התרגשות'דיגע מעמד האט זיך נארוואס פארענדיגט אויפן גרויסן שטח נעבן דעם עקזיסטירנדען בנין, ווי מען האט געלייגט דעם "אבן הפנה" פאר נייעם גרויסן בנין בית המדרש. &nbsp; אויפן אפגעשמועסטן זמן פון פינף אזייגער האט זיך א גרויסער ציבור פארזאמעלט בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א האט געדינט אלץ יושב ראש און האט געשמאק אנגעפירט דעם פראגראם, דער יושב ראש האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע געפילן וואס דער מעמד ברענגט ארויף. און האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז מען האלט שוין דא, ווען מיט בלויז עטליכע יאר צוריק האט מען געלאכט פון אונז אז מען בויעט אזא גרויסן בנין וואס אפילו האלב דערפון קען מען נישט אנפילן און א דאנק די מפיצים קומען צו כסדר פרישע מקורבים און עס האלט שוין ביי א מצב פון כלו כל הקצים און מען קען שוין אפילו דאס נישט דערשטרייטן דעם געפערליכן געדרענג איבעראל אינעם בנין, דאס זעט זיך אן אין די צימערן וואס ווערן אויסגעכאפט נאך איידער מען קען עס אפילו ארויסלייגן, אזוי אויך דער ריזיגער מקוה מיט די פילע שויערן איז שוין לאנג אויסגעוואקסן, די זעלבע איז דער עס צימער שרעקליך קליין געווארן אפילו אין די וואכן טעג ווען נישט אלע עסן אינאיינעם פון די הונדערטער אידן וואס קומען צום רבין אויף ראש השנה, און ווער רעדט נאך פונעם בית המדרש וואס איז שוין לאנג צר מהיכל אין אלע תפילות פון יום טוב, סיי פון די הונדערטער אידן וואס שטייען איין אינעם בנין, און אויך פון די הונדערטער וואס קומען צו צופיס א האלבע שעה כדי צו הערן די ווארימע תפילות און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ר' אברהם הערש האט ארויפגערופן דעם כהן שדעתו יפה הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א וואס איז דער אינציאטער פון דעם געדאנק פון בויען א בנין בכלל און האט א האנט אין יעדע גוטע זאך אין היכל הקודש, וואס ער וועט שטיין בראש אויך פון דעם בנין בעזרת השם יתברך. &nbsp; ר' יואל האט ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע התרגשות שטייענדיג ביי דעם מאמענט ווי קוים נאך עטליכע יאר פון ווען מען האט אנגעהויבן טראכטן פון א בנין און דא האלט מען שוין ביים צווייטן בנין, ער האט דערמאנט אז מען האט פילע געדאנקען און פלענער און מען בעט דעם אויבערשטן מען זאל קענען טון דאס בעסטע, ער האט געזאגט כאטש מען גייט בעזרת השם יעצט בויען א ריזיגן בנין, זעט מען אבער יעצט אז מען דארף עס בויען אויף א וועג מען זאל עס קענען אויסברייטערן, אויך האט ער געזאגט אז מען האט שוין אפגעקויפט נאך שטחים סיי דערנעבן, און אזוי אויך קעגן איבער צוליב פלענער צו בויען נאך א פרישע בנין פאר אש"ל. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט עטליכע דיבורים, ער האט געזאגט אז פון די הנחת אבן הפנה קען מען זען די גרויסקייט פון יעדע קליינע זאך, ווייל לכוארה וואס איז די שמחה מען קען מיינען מען לייגט אריין עטליכע שטיינער אין דער ערד, אבער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דאס געשעט מיט יעדע גוטע זאך וואס מיר טוען פארן אייבערשטן, מענטשן טראכטן וואס איז שוין א ווארט צום אויבערשטן, אבער אין הימל מאכט מען דערפון א גאנצע מעמד, פארענטשעס, מוזיק, מען פאטשט און מען זינגט, און מען בויעט דערפון א גאנצע בנין. &nbsp; דערנאך האט מען ארויפגערופן די נדבנים וואס האבן אפגעקויפט דער זכות צו זיין פון די עשרה ראשונים צו בויען דעם בנין, מו"ה משה איינהארן, מו"ה מרדכי אהרן האלפערן, מו"ה הערשל כ"ץ, מו"ה שבתי מזרחי, מו"ה משולם פינטער, מו"ה אברהם אלי' פריעדריך, מו"ה יוסף פריעדמאן, מו"ה אלי' קנאלל, מו"ה יצחק רוטנער, און נאך איינער בעילום שמו, מען האט געוואלט מאכן א ליציטאציע צו פארקויפן דעם ראש ישיבה'ס שטיין, אבער דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אנגערופן "איך קויף אפ דעם שטיין", און אזוי איז עס געבליבן. &nbsp; דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ "בורא עולם בקנין" און נאך פילע פרייליכע ניגונים, און מען האט זיך געלאזט צום לאקאציע פונעם מזרחית דרומית ווינקל ווי עס איז געווען גרייט א גרוב און די אלע נדבנים און דער ראש ישיבה האבן געהאט די געלעגענהייט צו גיסן די ערשטע שטיינער פארן גרויסן בנין. &nbsp; אנשי שלומנו זענען מתפלל אז די עוסקים במלאכת הקודש זאלן מצליח זיין צו מסדר זיין די פלענער אויף א שנעלע און גוטע אופן, און זענען ווארעם צום הייליגן צוועק פון אוועקשטעלן א בית נכון ונשא וואס וועט האבן א ריזיגע היכל לתפלה פאר ראש השנה. און וועט בעז"ה אויך האבן נאך פילע פונקציעס, ווי שטיבלעך פאר וואכן מנינים פון סליחות שחרית מנחה און מעריב, צימערן פאר די חדר. &nbsp; בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

    < זעה מער כח אלול תשפ"ג 📝
  • טראפיק אין פילע אייראפעאישע לופטפעלדער אנגעשטויסן

    ווער עס קומט אריין אין די טעג אין פילע אייראפעאישע לופטפעלדער בכלל און נאך מער אין די איבער צוואנציג לופטפעלדער ארום אוקראינע זעט אז עס טוט זיך דארט א געוואלדיגע געפילדער, די לופטפעלדער זענען געפאקט און פארנומען, עס טוט זיך א געלויף און א טומל, איבעראל דרייען זיך ארום אידן מארבע כנפות הארץ, פון אלע שבטים און קרייזן, פון אלע שטעט און לענדער, עס טוט זיך מיט שופר בלאזן, מנינים פאר סליחות שחרית מנחה און מעריב... &nbsp; ווער רעדט נאך אין די פליגערס גופא, צענדליגע טויזנטער אידן קוועטשן זיך אריין אין די שמאלע זיצן און קענען שווערליך פלאצירן זייער איבערגעפילטע "קערי אָן" רענצלעך, עס זעט עפעס אויס ווי די אידן האבן איינגענומען די עירליין אינדוסטריע... עס הערט זיך א נייגעריגע פראגע פון אן אומוויסנדע פארבייגייער "וואס גייט דא פאר? צו וועמען פארט מען, און וואס איז דער ציל?" &nbsp; "אומאן, אוקריינא" איז דער ענטפער, "מיר פארן צום צדיק וואס האט געבעטן אז מיר זאלן זיין ביי זיין הייליגן ציון אין דעם פארכטיגן טאג ראש השנה"... &nbsp; "אוקריינא? איר פארט אריין צו די מלחמה?" &nbsp; "יא מיר פארן צום קריג, צום גרויסן מלחמה, עס טוט זיך אין מיין הארץ א שווערע מלחמה א גאנץ יאר, דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אראפ ווארפן, צוברעכן, צוקלאפן, ער וויל מיר אוועקשלעפן פון אויבערשטן, ער רעדט מיר איין אז דער אויבערשטער איז ברוגז אויף מיר, ער וויל אז עס זאל גארנישט בלייבן פון מיר, איך קעמף א מלחמה אויף מיין סאמע עקזיסטענץ"... &nbsp; "וואס האט דאס מיט אוקראינא?" פרעגט ער מיט וואונדער. &nbsp; "דארט אין אוקריינא געפינט זיך דער גענעראל, דער גרויסער צדיק וואס האלט מיר ביים לעבן, דער צדיק וואס דערמאנט מיר כסדר אז איך זאל נאכאמאל פרובירן, איך זאל פארט גיין דאווענען און לערנען, אפילו איך שפיר מיך ווי טויזנט מאל גארנישט, און דער גענעראל האט מיר גערופן און האט מיר אנגעזאגט אז איך מוז קומען, דערפאר קומען מיר". &nbsp; דאס הארץ איז איבערגעפילט מיט בענשאפט, פון די אויגן פליסן שוין די טרערן, מען וויל זיך שוין זען ביים הייליגן רבינ'ס ציון, מען וויל שוין אפלאדענען די שווערע שטיינער וואס ליגט אויפן הארץ. &nbsp; ביים הייליגן ציון וועלן מיר טון וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך אינעם בריוו "די ערשטע זאך ווען דו קומסט אריין צו די הייליגע פלאץ, קודש הקדשים, ביים ציון - זאלסטו צוגיין צום ציון און געבן א קיש, זאלסט געבן א פרוטה לצדקה, זאגן "הרינו מקשר עצמי" און אנהויבן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי &ndash; שטייט, ווארט ביי ווארט. &nbsp; ווען דו ענדיגסט די תיקון הכללי זאלסטו זאגן די תפילה פון רבי נתן, שטייטליך ווארט ביי ווארט. זאלסט מאכן השתטחות און זיך מתוודה זיין אויף אלע חטאים עוונות ופשעים, זאלסט דערציילן אלעס אין דיין שפראך (אידיש), אלעס וואס דו האסט געטון פון ווען דו ביסט געבוירן געווארן ביז די רגע וואס דו ביסט ביים ציון, און ווען דו ענדיגסט זיך מתודה זיין - זאלסטו אנהויבן בעטן פאר דיר און פאר אלע אידן, אלע זאלן תשובה טון און אז דו זאלסט טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן. &nbsp; ווען דו ענדיגסט מיט די ווידוי און מיט די בקשות - זאלסטו אנהויבן ספר תהלים, און אז דו וועסט קענען ענדיגן גאנץ תהילים - איז דאס זייער א גרויסע זאך, און אז נישט - זאלסטו נישט ווערן מבולבל. &nbsp; אויב דו קענסט - זיי מיך מזכיר ביים ציון, די טובות וואס דו האסט באקומען פון מיר." &nbsp; מיר וועלן וויינען צום אויבערשטן "רבונו של עולם העלף מיר, רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, רבונו של עולם נעם מיך ארויס פון שאול תחתית, רבונו של עולם זיי מיר מוחל אויף מיינע חטאים, עוונות ופשעים, איך טו תשובה מיט אן אמת" &nbsp; און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועלן מיר נאך יום טוב צוריק אהיים גיין צו אונזער משפחות איבער די גאנצע וועלט מיט פרישע כחות ברוחניות ובגשמיות, אויסגעפועלט ישועות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער כו אלול תשפ"ג 📝
  • מעמד הנחת אבן הפנה פארן נייעם בית המדרש היכל הקודש אין אומאן

    זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן איבערן גרויסן מעמד הנחת אבן הפנה וואס וועט פארקומען מיטן אויבערשטנ'ס הילף דאנערשטאג די וואך פון ראש השנה 5:00 נאכמיטאג ביים גרויסן שטח הארט נעבן דעם עקזעסטירנדען בנין היכל הקודש. &nbsp; פינף אזייגער וועט פארקומען א שיעור הכנה דורכן ראש ישיבה שליט"א, און דערנאך וועט מען לייגן דעם גרונדשטיין פאר "דעם רבני'ס שול, ווי מיר וועלן זיך אינאיינעם פרייען אויף דעם גרויסן זכיה אז מיר קענען וויילן אויף ראש השנה ביים הייליגן רבין. &nbsp; דער בנין אנטשפרעכט צו ענטפערן דעם אומגעהויערן פארלאנג וואס אנשי שלומינו באלאגערן יעדעס יאר מער און מער, דאס קומט אין דירעקטע רעזולטאט פון די הייליגע מפיצים וואס זענען זיך מוסר נפש יומם ולילה פאר אויבערשטן און קוקן נישט אויף כבוד אדער בזיונות אלעס כדי נאך א איד זאל קענען האבן א לעבן, נאך א איד זאל קענען טרעפן דעם אויבערשטן אין זיין לעבן. &nbsp; אידישע קינדער ווילן זיין גוט און ערליך, נאר דער שאור שבעיסה דער סמך מם לייגט אריין א זויערע טעם אין אידישקייט, ער פרובירט צו צורעדן אידישע קינדער אז דער אויבערשטער דארף זיי נישט, און דערנאך לויפט ער צום בית דין של מעלה אז אידישע קינדער פארלאזן דעם אויבערשטן, דאס קומען די אלע קונטרסים אונז אויסלערנען אז מיר זאלן אים נישט גלייבן, מיר זאל וויסן און געדענקען אז דער אויבערשטער דארף אונז יא, און מיר קענען און מיר וועלן זוכה זיין צו אסאך שיינע זאכן, אויב מיר וועלן קומען און פאלגן דעם צדיק. &nbsp; דאס האט גורם געווען אז דער בנין איז אויסגעוואקסן זייער שנעל, קוים וואס מען האט עס געקענט מחנך זיין, און שוין איז שוין בהכרח צו בויען א פרישע גרויסע בנין, דערפאר געבן מיר א שבח והודאה צום אויבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבין, און אז דער אויבערשטער האט אונז געהאלפן איבערקומען אלע שטרויכלונגען און מיר זענען זוכה צו זיין ביים הייליגן רבין. &nbsp; דער בנין וועט בעזרת השם באנוצט ווערן לתורה ולתפלה דורך טויזנטער אידן אינג און אלט, און פון דא וועט ארויסקומען אמונה און כבוד שמים.

    < זעה מער כד אלול תשפ"ג 📝
  • עירוב אין אומאן באשטעטיגט אריינצונעמען בנין היכל הקודש

    אזוי ווי היי יאר פאלט דער ערשטער טאג ראש השנה אויס אום שבת קודש, און אזוי אויך דארף מען לויטן געזעץ טראגן ביי זיך דעם פאספארט, איז אונז ברוך השם א פרייד צו מעלדן אז דער עירוב איז פריש איבערגעקוקט געווארן אויף היי יאר און איז באשטעטיגט געווארן דוכ'ן די וועד העירובין בעיה"ת אומאן וואס שטייט בראש פון חשבוע רבנים צו זיין כשר למהדרין, און אנשי שלומינו וועלן קענען במשך דעם שבת גיין און קומען צום הייליגן ציון פון רבין אן קיין שטער. &nbsp; אנשי שלומינו זענען מכיר טוב פאר די חשובע וועד וועלכע פארפיגט אויף די עירובין וואס האבן תיכף אין די ערשטע יאר וואס מען האט געבויעט דעם בנין פאר אנשי שלומינו אויסגעברייטערט דעם עירוב ביזן בנין, טראצדעם וואס עס איז א ווייטע מרחק פונעם צענטער, האלטענדיג פאר די אויגן זייער מטרה צו העלפן אנשי שלומינו קענען וויילן ביים הייליגן רבין, בפרט קומט זיך א הכרת הטוב פארן יושב ראש פונעם וועד הגה"צ ר' אליעזר יודא קעניג שליט"א מיט אנדערע חברי הוועד שליט"א וועלכע שטייט צו די האנט פון אנשי שלומינו אין שטאט אומאן און געבט זיך איבער מיט מסירת נפש פארן עירוב. &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו

    < זעה מער כד אלול תשפ"ג 📝
  • וועטער און זמנים פאר ראש השנה הבעל"ט

    געלויבט דעם אויבערשטן אז געשמאקע וועטערס ווערן פארגעזאגט פאר די טעג פון ראש השנה אין אומאן תשפ"ד.&nbsp; &nbsp; פאלגענד איז די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע טעג פון דינסטאג סליחות ביז דינסטאג האזינו סיי אין ליזענסק פוילן, און סיי אין אומאן ווערט ערווארטע צו זיין גאנץ ווארעם בייטאג בערך אכציג דיגריס פערענהייט (26 סעלציוס) און געשמאק קיל ביי די נעכט 50-60 פערנהייט (10-15 סעלציוס), עס ווערט ערווארטעט צו זיין זוניג אלע טעג און כמעט אדער גארנישט קיין רעגענס. &nbsp; אבער ווי מיר ווייסן קענען מען זיך נישט צופיל פארלאזן אויף די וועטער זאגערס, בפרט ווען אין די וואכן איז די קלימאט אין די געגענט געווענליך קאלט און רעגנדיג. דערפאר איז נאך אלץ כדאי צו מיטנעמען רעגן מלבושים מען זאל קענען גיין צום הייליגן ציון אויך אויב עס רעגענט, און א סוועטער / שאל כדי מען זאל נישט ווערן פארקילט אויב עס ווערט קאלט. &nbsp; די זמנים זענען ווי פאלגענד: &nbsp; דינסטאג סליחות (ליזענסק) חצות: 12:26, צאת הכוכבים (72) 8:03 &nbsp; מיטוואך סליחות (אומאן) עלות 4:49, משיכיר 5:29, נץ 6:28, סוזקר"ש (מג"א) 8:52, סוז"ת (גר"א) 10:46, חצות 12:55, ר"ת 8:35 &nbsp; זמנים פון ראש השנה: סליחות זכור ברית ערב ראש השנה 1:00, פדיון נפש נאך סליחות, שחרית ערב ראש השנה 8:00, פדיון נפש נאך שחרית, זמן הדלקת הנרות ערב ראש השנה 6:50, מנחה בזמן הדלקת הנרות, שחרית ביידע טעג 8:00, תקיעת שופר דרשה צווייטע טאג 12:00, תשליך צווייטע טאג 5:00, מנחה ביידע טעג 6:30, דרשה ביידע טעג נאכמיטאג 7:00, זמן מוצאי יום טוב 8:21 &nbsp; מאנטאג צום גדלי' (ליזענסק) עלות 4:30, משיכיר 5:10, נץ 6:09, סוזקר"ש (מג"א) 8:27, סוז"ת (גר"א) 10:19, חצות 12:24 💳 פדיון נפש לינק

    < זעה מער כד אלול תשפ"ג 📝
  • אפדעיטס פון די וועג צוריק פון אומאן ראש השנה תשפ"ד

    באריכט דורך מו"ה אלי קנאל, און מו"ה ישראל עלעק &nbsp; בשעת ווען צענדליגע טויזענטער אידן איבער די וועלט גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צו איבערטרעטן דעם שוועל פון הייליגן רבינס ציון און וויילן דארט אויף ראש השנה און מקיים זיין זיין בקשה, האט פלען איט רייט אריינגעארבעט שעות על גבי שעות צו קענען צושטעלן פאר אנשי שלומינו די בעסטע עקפיריענס וואס שייך צו פארן און קומען פון ניו יארק קיין אומאן און צוריק אויף ראש השנה תשפ"ד. &nbsp; די פרטים איבער די וועג קיין אומאן איז שוין געמאלדן געווארן אין פריערדיגע באריכטן, דא וועלן מיר ממשיך זיין פון נאך יום טוב. &nbsp; נאכן פראווען א געהויבענעם ראש השנה במחיצות פונעם הייליגן רבין, און האבן געפועלט אלעס גוטס, וועלן מיר אלע מיטנעמען די פעקלעך ישועות און זיך גרייטן אויפן וועג אהיים, צו א פרישע יאר מיט ברכות און השפעות טובות, אזוי אויך וועלן מיר מיטנעמען פילע הויפענעס פון חיזוק און עצות און התחדשות צו דינען דעם אויבערשטן יעדער איינער אויף די מצב און אומשטענדן וואס דער אויבערשטער האט אים צוגעטיילט. &nbsp; דא וועלן מיר בעיקר רעדן פאר די וואס זענען אויף די מאנטאג טשארטער אויפן וועג אהין. פאר מער פרטים און נאך אפדעיטס, אזוי אויך פאר די וואס פארן מיטן דינסטאג טשארטער קען מען רופן פלען איט רייט אויף 845-677-3555 עקסטענשאן 5. &nbsp; אזוי ווי עס גייט אן קאנסטראקשען ביי די גרעניץ איז זייער מעגליך אז מען וועט נישט קענען האבן די געווענליכע באן, און דערפאר האט מען צוגעגרייט גענוג ברייטע באקוועמע באסעס. די באסעס וועלן ארויספארן פונעם בנין היכל הקודש מוצאי יום טוב אום 9:00, אויפן באס וועלן זיין צוגשטעלט אלע געברויכן, אזוי אויך וועט אויף יעדע באס זיין אן אגענט פון פלען איט רייט צו וועם מען וועט זיך קענען ווענדן פאר סיי וועלכע הילף, די באסעס וועלן זיין אין באגלייטונג פון די פאליציי, און מיט'ן אויבערשטנעס הילף וועט מען קענען דורכפארן די גרעניץ שנעל און גרינג, מ'האט צוגעגרייט עטליכע רעסט עריעס מיט אלע געברויכן. די באס רייזע וועט בעז"ה נעמען בסך הכל צוועלף שעה, אויסער די גרעניץ. און אויב וועט נאך זיין צייט ביז די פליגער פארט ארויס וועט מען זיך אפשטעלן אין א האטעל אין ריישא, ווי מען וועט זיך קענען אפרוען און זיך וואשן איידער מען גייט ארויף אויפן פליגער. &nbsp; צוליב עטליכע אפדעיסט וועלן מיר אויך געבן א קורצע סך הכל פונעם וועג א אהין, מען קומט אן בעז"ה קיין ריישא בערך 1:00, מען וועט פארן בערך 45 מינוט קיין ליזענסק, ווי מען וועט מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון הייליגן ר"ר אלימלך, עס וועט זיין פאר יעדעם א באצאלטע מקוה, און ביז 5:30 וועט סערווירט ווערן א ווארימע לאנטש אין ליזענסק. &nbsp; אויפן פליגער וועט זיין אויף יעדעמ'ס זיץ א ביכל מיט אלע פרטים אזוי אויך א קארטל וואס מען וועט דארפן צו נוצן ביי די פארשידענע סערוויסעס, מען דארף זיכער מאכן צו קוקן צו וועלכע האטעל יעדער באזונדער וועט גיין, די וואס וועלן צוגעטיילט ווערן פשעמישל זאלן שוין אין ריישא גלייך גיין צו יענע באסעס וואס וועלן זיי שפעטער אויך טראגן קיין פשעמישל (בערך איינס און א האלב שעה נאכן אנקומען קיין ליזענסק). אין האטעל וועט זיין צוגעשטעלט געשמאקע איבערבייס. &nbsp; סיי אין ליזענסק, און סיי אין פשעמישל וועט זיין א ברייטע געשמאקע נאכטמאל, די גאנצע האטעל אין פשעמישל איז פריוואט אפגעדינגען, און מען וועט קענען נוצן דעם פול אויב איינער איז נישט געווען אין מקוה. &nbsp; 9:45 פארן די באסעס פון ליזענסק, און אום 11:00 פון פשעמישל צום באן, אום 11:30 פארט דער באן אפ בעז"ה, די פוילישע וועכטער וועלן זיגלען די פאספארט איידער מען גייט ארויף. אויפן באן וועט יעדער האבן אויף זיין פלאץ א קאלטע נאכטמאל, עס וועט זיין טרונקען און סענקס במשך דעם גאנצן וועג ביז ווינציע. אין וויניצע וועלן טייל באסעס&nbsp; פארן צום בנין היכל הקודש, און טייל קיין פושקינא, מען זאל מאכן זיכער צו גיין אויף די ריכטיגע באס.

    < זעה מער כא אלול תשפ"ג 📝
  • לוח ברסלב תשפ"ד איז שוין דא צו באקומען

    דער ברסלבער לוח געפונט זיך אין טאש פון יעדן תלמוד היכל הקודש, אויף יעדע זייט איז דא הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס וועקט אויף דעם מענטש איבער די אוצרות וואס מען קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש. &nbsp; אזוי אויך איז צוגעצייכענט יעדן טאג אלע שיעורים כסדרן, דער בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן. &nbsp; דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת. &nbsp; און אזוי ווי אין די לעצטע יארן האט דער קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער לוח היי יאר זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן. &nbsp; דער נייער לוח אין לשון הקודש פארן יאר תשפ"ד הבעל"ט קען מען שוין באשטעלן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, און איז דא צו באקומען אין אידיש אדער לשון הקודש פאר בלויז $1.99 צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו. &nbsp; דער לוח אין אידיש האט צוליב טעכנישע סיבות אביסל געשפעטיגט, אבער איז שוין דא צובאקומען צו דאונלאודן אויף ברסלב סענטער, און וועט זיין צו באקומען פארן זעלבן ביליגן פרייז בעז"ה אין די נאנטע טעג. &nbsp; היום אם בקולו תשמעו 📖 לוח ברסלב תשפ"ד לשון הקודש צו קויפן 📖 לוח ברסלב תשפ"ד אידיש צו דאונלאודן &nbsp; 📖 ספרי ברסלב אויף ראש השנה &nbsp;

    < זעה מער כא אלול תשפ"ג 📝
  • פרישע פרטים פון פלען איט רייט איבער די טשארטערס קיין אומאן

    דא ברענגען מיר אייך די אפדעיטס פון פלען איט רייט אין קורצן, און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען באקומען אויפן פליגער א ביכל מיט אלע פרטים. &nbsp; ווי באריכטעט וועט די מאנטאג טשארטער זיך הייבן פון קענעדי לופטפעלד בסייעתא דשמיא אום 10:20 אווענט, און וועט בעז"ה לאנדען אין ריישא אום 12:50 דינסטאג מיטאג. און דער דינסטאג טשארטער וועט בעז"ה פארלאזן נוארק דינסטאג אווענט אום 10:55, און וועט לאנדען אין ריישא מיטוואך אום 1:45 מיטאג. &nbsp; פלען איט רייט וועלן האבן אגענטן וועלכע וועלן אפווארטן דעם ציבור אינדרויסן פון לופטפעלד און צואווייזן די באסעס וועלכע וועלן פירן קיין ליזענסק, ווי עס וועט בעז"ה זיין צוגעשטעלט פארן חשוב'ען ציבור, א געשמאקע מקוה, קאווע, בתי כיסאות, און ווארימע איבערבייס און סנעקס. &nbsp; אויך וועט זיין צוגעשטעלט פאר יעדעם א בעט פאר עטליכע שעה זיך צו קענען אפרוען צו זאמלען פרישע כחות ביז די באן וועט אפפארן. טייל וועלן פלאצירט ווערן אין ליזענסק, און טייל וועלן גיין צו א האטעל אין פשעמישל. &nbsp; חוץ דער ציון הקדוש אין ליזענסק ווי אלע וועלן זיך קענען אויסבעטן וועלן במשך דעם טאג זיין נאך אפציעס צו פארן צו נאך עטליכע קברי צדיקים. שפעטער פארנאכט וועט סערווירט ווערן א ברייטע נאככטמאל. &nbsp; 10:00 ביינאכט פון ליזענסק, און 11:00 פון פשעמישל וועלן באסעס צופירן צום באן סטאנציע, די באן וועט בעז"ה אפרייזן אום 11:45 ביינאכט, און אויפן באן וועט בעז"ה סערווירט ווערן א קאלטע געפאקטע מאלצייט. מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן די פאסטפארטן געזיגעלט ווערן אויפן באן, און מען וועט נישט דארפן אראפגיין. &nbsp; מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען דעגרייכן וויניצע בערך 8:00 אינדעפרי, ווי עס וועלן אפווארטן באסעס וואס וועלן נעמען קיין אומאן. &nbsp; מוצאי יום טוב נאך יום טוב וועלן די באסעס ארויספארן פון אומאן 9:00 ביינאכט מוצאי יום טוב, מער פרטים איבער די וועג צוריק וועט בעז"ה נאכפאלגן. &nbsp; אלע פלענער און השתדלות זענען גארנישט ווערט אן תפילה, אלע אנשי שלומינו זענען ווייטער מתפלל מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט, און פועלן אלעס גוטס. &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקודש אומנה

    < זעה מער כ אלול תשפ"ג 📝
  • פרישע וועכענטליכע קונטרסים אשית עצות בנפשי

    אין די טעג איז נתגלה געווארן א פרישע אור אין היכל הקודש וואס רופט זיך קונטרס "אשית עצות בנפשי". דער קונטרס וואס קומט שוין ארויס פאר עטליכע חדשים אין ארץ ישראל און ווערט געשריבן דורך הר"ר יואל לעווי שליט"א פון ארץ ישראל, האט יעצט בהסכמת הראש ישיבה אנגעהויבן צו פארשפרייט ווערן פאר אלע אנשי שלומינו. &nbsp; די וועכענטליכע קונטרסים אנטהאלטן די ליל שישי שיעורים פון ראש ישיבה וואס זענען רעקארדירט געווארן איבערגעשריבן אין א גאר געשמאקע שפראך אויף א גרינגע לשון הקודש, און צוגאב ווערט צוגעלייגט נאך א שמועס פון ראש ישיבה ביי פארשידענע געלעגענהייטן. &nbsp; דאס פילט אן א גרויסע חלל וואס האט נאך געפעלט ביז יעצט, ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש זאגן אז א זאך וואס ווערט נישט אפגעשריבן ווערט פארלוירן, אבער א זאך וואס ווערט געדרוקט בלייבט לדורות עולם, ברוך ה' אז די שיעורים פון שבת קודש ווערט שוין אראפ געשריבן א לענגערע צייט, אזוי אויך די שיעורי חינוך. יעצט איז געקומען די רייע אז אויך די הערליכע ליל שישי שיעורים זאלן ווערן געדרוקט און פארשפרייט. &nbsp; ווי הר"ר יואל פארציילט אונז האט זיך עס אנגעהויבן נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן אפצושרייבן פשוט נאטיצן און נקודות פונעם שיעור, כדי ער זאל געדענקען וואס מען האט גערעדט, אבער די חברים האבן אנגעהויבן צו בעטן אז ער זאל זיין מזכה זיין מיט קאפיעס, און אזוי האט מען עס צוביסלעך אויך אנגעהויבן צו אפטייפן בעפאר מען האט עס געקאפיט, ביז עס איז ברוך ה' אנטוויקעלט געווארן די הערליכע קונטרס "אשית עצות בנפשי". &nbsp; דאס איז די ערשטע מאל וואס די גאנצע שיעורים פון ראש ישיבה ווערן געדרוקט, און ווי די ליינער זאגן גייט אריין אין די ביינער און איז משפיע חיזוק און אמונה. בפרט זענען זיך מחי' די וואס האבן נישט קיין געלעגענהייט צו הערן די שיעורים אויפן טעלעפאן, אדער די וואס ווילן לערנען די שיעורים אום שבת קודש, אדער די וואס פארשטייען נישט קיין אידיש. &nbsp; אויך זאגט ער אז די נאמען אשית עצות בנפשי, איז געגעבן ווייל "אשית" די ערשטע דריי אותיות איז ראשי תיבות מוהרא"ש'ס נאמען מיטן ראש ישיבה'ס נאמען און ת' איז תורת, און "עצות" שטימט מיטן נאמען פון די ספר פון די בריוו פון ראש ישיבה "עצתו אמונה", וואס דאס לערנט מען "בנפשי" יעדער נעמט עס אויף למעשה צו שטייגן אין אמונה טהורה, תורה, תפלה און עבודת ה'. &nbsp; מען קען עס באקומען ביי אלע צענטערן פון הדפסה אין ארץ ישראל און אין אמעריקע. אדער קען מען עס בעטן אויף ushiseb@gmail.com. אויך וועט מען עס קענען דאונלאודן בעז"ה יעדע וואך אויף אונזער וועבסייט ביי די ספרים אפטיילונג ברסלב סענטער.קאם / ספרים / גליונות / אשית עצות בנפשי

    < זעה מער יט אלול תשפ"ג 📝
  • אפדעיטס איבער די טשארטער נסיעה קיין אומאן ראש השנה תשפ"ד דורך פלען איט רייט

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו, און מו"ה ישראל עלעק הי"ו &nbsp; שטייענדיג בלויז איין וואך צום אויסגעווארטענע נסיעה צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ד, ווילן מיר אייך מיטטיילן די לעצטע אפדעיטס פון די "פלען איט רייט" טשארטער און באן נסיעה, ווי אזוי זאכן האבן זיך אויסגעארבעט בסייעתא דשמיא. &nbsp; פארשטייט זיך אז צום אלעמען ערשט דארף מען נאך אסאך תפלות אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, די נסיעה נעמט אריין זייער אסאך פרטים און פרטי פרטים, מען בעט אנשי שלומינו זאלן מתפלל זיין אז עס זאל זיין א געשמאקע און גרינגע נסיעה, מען זאל פארן בשלום און אהיימקומען בשלום, און פועל'ן אלעס גוטס. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט זיך די ערשטע טשארטער הייבן פון קענעדי לופטפעלד (JFK) אום 10:20 ביינאכט, מאכט זיכער מיטצוברענגען דעם פאספארט, און זיין אין עירפארט כאטש 3 שעה פאר'ן פלייט, דאס הייסט אום 7:15 אזייגער. &nbsp; אין עירפארט וועלן אייך די אגענטן פון פלען איט רייט אפווארטן ביי טערמינאל 7, זיי וועלן שטיין גרייט אייך צו העלפן אדער ענטפערן סיי וועלכע פראגעס. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער טשארטער פליגער אנטהאלטן בלויז מענער, און וועט זיין צוגעשטעלט בעז"ה מיט אלעם גוטן ברוחניות ובגשמיות, און במשך דעם פלייט וועט מען סערווירן היימישע געשמאקע מאכלים, און מען וועט דאווענען שחרית און סערווירן א רייכע פת שחרית דערנאך . &nbsp; מען האפט צו לאנדן אין ריישע (RZE) לופטפעלד אום איינס אזייגער, וואו באסעס וועלן אפווארטן דעם ציבור צו פארן צום שטאט ליזענסק, וואו עס געפונט דער ציון הקדוש פון הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע. &nbsp; אין ליזענסק וועט זיין צוגעשטעלט א מקוה (מיט שויערס), וואו מען וועט זיך מטהר זיין בעפאר מען גייט ארויף צום הייליגן ציון, אויך וועט מען דארט עסן א געשמאקע מאלצייט, און דערנאך וועט יעדער באקומען א בעט אין אן האטעל וואו מען וועט זיך קענען אפרוען פאר עטליכע שעה צו האבן כח פאר די צווייטע העלפט פון די נסיעה. &nbsp; אזוי ווי די טשארטער טרעין האט זיך נישט אויסגעארבעט, צוליב וואס די פוילישע רעגירונג האט געסקעדזשולט קאנסטראקשן ארבעט אויף די באן שינעס פאר די צייט, האט מען אבער ב"ה באוויזן צו שאפן דעם עלף אזייגער ביינאכט באן, מיט וואס מען וועט פארן קיין וויניצע. &nbsp; צען אזייגער ביינאכט וועט מען זיך ארויסלאזן מיט באסעס צום באן סטאנציע קיין פשעמישל, מיט וואס מען וועט בעז"ה פארן ביז וויניצע. אויף די באן וועט אזוי ווי פאריאר זיין צוגעשטעלט היימיש און געשמאק צו עסן און אלע אנדערע געברויכן. &nbsp; מען האפט בעז"ה אנצוקומען קיין אומאן מיטוואך אינדערפרי אום 9:00 אזייגער. &nbsp; אן אפדעיט איבער די וועג צוריק וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג. &nbsp; עטליכע הערות איבער די נסיעה וואס איז כדאי צו באמערקן. &nbsp; 1) די ערשטע פליגער (מאנטאג) פארט בעז"ה ארויס פון JFK, אבער די צווייטע פליגער פון דינסטאג וועט ארויספארן פון נוארק EWR. &nbsp; 2) ביידע פליגערס וועלן בעז"ה אנקומען אויף די וועג צוריק צום גדלי' צום נוארק עירפארט EWR. &nbsp; 3) די טשארטער פלייטס זענען שוין כמעט פול, מאנטאג איז נאך דא עטליכע זיצן אויף ביזנעס קלאס, און דינסטאג איז נאך דא עטליכע זיצן.&nbsp; &nbsp; 4) די באן רייזעס וואס ווערן דא דערמאנט ווערן נאר צוגעשטעלט פאר די וואס האבן גענומען די טשארטער פלייט. אויסער דעם איז נישטא נאך פלאץ אויפ'ן באן. &nbsp; 5) מען קען יא באשטעלן א באן נאר אויפ'ן וועג צוריק וואס וועט צושטעלן א באן צום גדליה אינדערפרי קיין קראקא. אין דעם איז אריינגערעכעט א באס פון אומאן קיין ווינציע, און דערנאך א באן ביז פשעמישל, און פון דארט א באס ביז'ן האטעל אין קראקא, און א בעט צו קענען איבערשלאפן ביז קומענדיגע אינדערפרי, נאכטמאל און פרישטאג. דאס אלעס פאר'ן פרייז פון $450. &nbsp; 6) עס זענען נאך דא עטליכע אפציעס פון טיקעסט אוועליבל, סיי גרופ טיקעטס און סיי אינדיווידועלע טיקעסט צו עטליכע לופטפעלדער אין די מדינות ארום אוקריינא. &nbsp; ווער עס ווילן באשטעלן איינע פון די סערוויסעס זאל שוין רופן פלען איט רייט אויף 845-678-3555 וואו די העפליכע אגענטן וועלן אייך טרעפן בעז"ה די בעסטע אפציע לויט אייער בודזשעט און געברויך. &nbsp; וה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים לשמחה ולשלום

    < זעה מער יח אלול תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 586 to 600 of 1670 results

1 2 ... 37 38 39 40 41 42 43 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com