Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייעס ספרים אויף ברסלב סענטער געשעפט

    אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען צוויי פרישע ספרים צום וועבסייט וואס מען האט אריינגעברענגט ספעציעל פאר אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן צו האבן די ספרים.   בראש וראשון איז די גמרא מנוקד בבא קמא, וואס איז יעצט די ריכטיגע צייט עס צו קויפן צום בעפארשטיינדן אנהייב פון די שיינע מסכת קומענדיגן זונטאג פרשת חיי שרה, און נישט קיין חילוק צי מען האט מיטגעהאלטן דעם שיעור הקהלה אין גמרא ביז יעצט אדער נישט איז עס א זייער פאסיגע צייט זיך מיטצוכאפן. די חילוק וועט זיין אז די וואס האבן עס מיטגעהאלטן ביז יעצט וועלן בעזרת השם יתברך ענדיגן ש"ס אין דריי יאר ארום, און די וואס הייבן יעצט אן וועלן ענדיגן אין זיבן יאר ארום בעז"ה ווען מען וועט ענדיגן מסכת קידושין וועלן זיי פראווען זייער אייגענע סיום הש"ס.   עס איז איבעריג צו רעדן פאר תלמידי היכל הקודש די גרויסקייט פון א בלאט גמרא, א זאך וואס מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א מאנען אייביג, ווען מען קוקט אריין אין די בריוון און מען הערט אויס די דרשות קען מען נישט פארפאסן די פילע בקשות וואס מען באגעגענט כסדר "לערן א בלאט גמרא וועט דיר גוט זיין בזה ובבא" און אזוי ווייטער. יעצט האט די קרן הדפסה געלאזט באשטעלן א באגרעניצע צאל גמרות מיט גרויסע שיינע אותיות מנוקד אז אלע זאלן קענען לערנען די גמרא וואס מען הייבט יעצט אן.   אויך האט מען באשטעלט ספעציעל פאר אנשי שלומינו די נייע קיצור שלחן ערוך מנוקד מיט די פסקים צוגעשריבן פון משנה ברורה, א הערליכע שיינע ארבעט פון עוז והדר, שיינע גרויסע לעכטיגע אותיות מנוקד, אז מען זאל קענען מקיים זיין די בקשה פון רבין אז מען זאל יעדן טאג לערנען הלכה, א זאך וואס ביי יעדע ברסלב'ע חסיד אז א חק ולא יעבור. ווייל אן הלכה וויאזוי ווייסט מען וויאזוי א איד דארף זיך פירן.   מען קען שוין באשטעלן די ספרים און נאך פילע הונדערטער ספרים קונטרסים וכדומה פונעם רבין און זיינע תלמידים אויפן וועבסייט און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע דיבורים, וואס רעדן צו אונזער דור הלכה למעשה. און אז מען וועט לערנען די הייליגע ספרים און פאלגן זיינע עצות וועלן מיר האבן א חיים טובים אויף די וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער טז חשון תשפ"ד 📝
  • נייע בית המדרש היכל הקודש אין שטאט לינדען

    ברוך שהחיינו והקמינו לזמן הזה, אנשי שלומינו אין לינדען האבן נאך אסאך תפילות און בענקשאפט געטראפן א געשמאקע ווינקל וואס איז געווען אוועליבל צו אפדינגען פאסיג פאר א בית המדרש, און די וואך האט מען זוכה געווען צו נוצן דעם בית המדרש צום ערשטן מאל. די וואך איז געווען דארט נאר מנחה און שלש סעודות, און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען צוביסלעך אנהייבן צו נוצן דעם בית המדרש פאר אנשי שלומינו אלע תפלות שבת קודש, און אזוי אויך אינדערוואכן פאר שיעורים, חבורות, סיומים און תפילות. &nbsp; דער שיינער ווינקל געפינט זיך אויף 924 נארט וואוד עוו. לינדען ניו דזשערסי (אריינגאנג פון די בעק), ברוך השם אז מען האט שוין אויסשטאפירט דעם בית המדרש מיט פילע וויכטיגע געברויכן ווי טישן, בענקלעך, א סעיף, א ספר תורה, סידורים און חומשים, כאטש עס האט אויסגעזען אז מען וועט עפענען דעם בית המדרש אן א ספר תורה, ווייל מען האט נישט געקענט טרעפן א ספר תורה ביז די לעצטע מינוט, און מען האט געטראכט אז מען וועט דארפן דאווענען מנחה ערגעץ אנדערש און מען וועט נאר קומען צו שלש סעודות, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז נאך אסאך תפלות האט מען באקומען ממש די לעצטע מינוט א ספר תורה, וואס מען האט שוין גענוצט די וואך צו קריאת התורה שבת ביי מנחה. &nbsp; שלש סעודות ווערט פארגעלערענט דורך הר"ר יודל איינהארן שליט"א וואס אנשי שלומינו זענען זיך מחי' מיט זיין געשמאקע שפראך ווי ער ברענגט אראפ דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער לעבודה ולמעשה צו אונזער דור. &nbsp; אנשי שלומינו האבן יעצט די געלעגענהייט צו קויפן די זכות פון א פרנס החודש, צו צאלן די $800 וואס עס קאסט רענט פארן בית המדרש, מען קען רופן ר' יודל אויף 347-816-0758, אזוי אויך קען מען מנדב זיין פארשידענע ספרים וואס מען דארף נאך האבן און מיט דעם האבן א חלק אינעם לעכטיגן ווינקל וואס וועט באלייכט גאנץ לינדען והגלילות.

    < זעה מער טו חשון תשפ"ד 📝
  • מעכטיגע סטרייק פון קאר ארבייטער קומט צו אן אנדע

    פארגאנגעם ערב סוכות למספרם סעפטעמבער 29 זענען די בערך הונדערט און פופציג טויזנעט ארבייטער פון די אמערקאנער קאר פירמעס וואס ווערן רעפרעזענטירט דורך די יו עי דאבעליו (יוניידעט אויטא ווארקערס) יוניאן ארויסגעגאנגען אין א פאראייניגטע "סטרייק" קעגן די דריי גרויסע אמריקאנער קאר פאבריקן פארד, דזשענעראל מאטארס, און סטעלאנטיס (צווישן די באקאנטע ברענדס וואס געהערן צו סטעלאנטיס זענען קרייסלער, דאדזש, דזשיפ, און רעם), דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס די יוניאן איז ארויס אין א סטרייק קעגן אלע דריי פירמעס אין די זעלבע צייט. &nbsp; עס זענען שוין אנגעגאנגען פארהאנדלונגען צווישן די פירמעס און די יוניאן פאר עטליכע חדשים פון אנפאנג זומער, ווען די פירמעס האבן פארגעשלאגן פאר די יוניאן געשוואלענע קאנטראקטן, אבער זיי זענען נישט געווען צופרידן. &nbsp; די יוניאן האט פארלאנגט פון די פירמעס מער זיכערהייט דאס מיינט שווערע מאכן ארויסצואווארפן אן ארבייטער, אזוי אויך קלענער מאכן די געהאלט חילוק צווישן פרישע ארבעטער און אלטע ארבעטער, דאס מיינט אז פרישע ארבעטער זאלן תיכף קענען באקומען גוט באצאלט, אזוי אויך האבן זיי פארלאנגט מען זאל אויפהערן ארויסשיקן ארבעט פאר אנדערע לענדער ווי מען באצאלט ביליגער פאר די ארבעטער. &nbsp; די פירמעס האבן גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט נאכקומען די אלע פארלאנגען אן הייבן די פרייזן פון די קארס און פארלירן די פלאץ אין די מארקעט וואס קאנקורירט מיט פירמעס פון לענדער מיט ביליגע ארבעטער. אינמיטן זומער האט די יוניאן געשטעלט די פראגע צי מען זאל גיין אויף א סטרייק צו די מיטלידער צו א וואוט אויף וואס 97 פראצענט האבן געשטימט א הילכיגן יא. &nbsp; אין די פארגאנגע טעג האבן זיך טייל ארבעטער צוריק געקערט צו די ארבעט נאכדאם וואס עס איז אויסגעארבעט געווארן א דיעל מיט צוויי פירמעס, און אין די טעג קומט אן א באריכט אז ווי עס זעט אויס וועט אויך די דריטע פירמע דשי-עם (דזשענעראל מאטארס) צוריק גיין צו נארמאל, ווען די לעצטע דעטאלן פון אן אפמאך ווערן אויסגעארבעט, און וועט האפענטליך ווערן אונטערגעשריבן דורך ביידע צדדים. &nbsp; דער אמעריקאנער גוי לאזט זיך נישט נארן. אפילו ער ארבעט ביי די פרעזשטילפולסטע פרימעס פארד, דזשי עם, ער דארף א גוטע געהאלט. ער דארף וואקאציע, ער וויל א גוטע פענסיע. ער איז שטארק מיט זיין זאך, און מיר זענען שטארק מיט אונזער זאך. מיר דארפן עפעס אנדערש. יא מיר דארף טאקע באצאלט. און אויב דער בעל הבית דרייעט זיך ארויס עטליכע וואך, אז יעצט איז ער פונקט געענגט און נעקסטע וואך וועט ער באצאלן אלעס, דארפסטו וויסן צו ענדיגן דא. און נישט לאזן די חובות דיר נאך מער פארפלאנטערן מיט אים. אבער מיר דארפן שחרית, מנחה, מעריב, מיר דארפן א ווייב און קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פאריגע וואך געזאגט אז די ביזנעסלייט וואס נעמען אויף ארבעטער זאגן אז פון איין זייט זענען זיי זיך מחי' מיט די ברסלב'ע ארבעטער, מ'קען זיך רעכענען מיט זייער ווארט, זענען גראדע מענטשן, אבער פון די אנדערע זייט קען מען נישט רעדן צו זיי, אויב רעדט מען ניבול פה, וועלן זיי שרייען "דא רעדט מען נישט אזוי", ווען עס קומט צו גיין צו מנחה, וועלן זיי נישט פרעגן נאר זאגן "איך גיי דאווענען מנחה", און ווען עס קומט פינף אזייגער, איז נישטא קיין מעשיות, מען טוט זיך אן דאס רעקל, מען מאכט צו דאס שאל, און מען גריסט א גוטן טאג, און מען גייט אהיים צו די ווייב און קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אלץ פאר ביזנעסלייט וואס האסטו פון דיין ביזנעס אויב דו האסט נישט קיין צייט צו רעדן צו דיין ווייב און קינדער? וואס האט דיין ווייב פון האבן אן "אנלימיטעד קרעדיט קארד" אבער זי איז אליינס? ענדערש מאך צו דיין ביזנעס, און לעב א חיים טובים מיט דיין משפחה. &nbsp; אזוי אויך אויב דיין בעל הבית זאגט דיר "פארסט קיין אומאן? האסט נישט קיין פלאץ ביי אונז" ווייסטו וואס דו האסט צו טון. ער איז סך הכל דיין ארבעטס געבער פון "ניין טו פייוו", און ער קען דיר נישט איינטיילן וויאזוי צו פירן דיין לעבן.&nbsp;

    < זעה מער טו חשון תשפ"ד 📝
  • שמחת התורה נעמט ארום אנשי שלומינו צום בעפארשטייענדע סיום פון חצי הש"ס

    עס לאזט זיך שווער גלייבן אז מען האלט שוין דא אז מען דערנענטערט זיך מיט שענעלע טריט צום גרויסן סטאנציע פון ענדיגן האלב ש"ס. &nbsp; מען טראכט צוריק ווען מען האט אנגעהויבן די גאנצע קהלה אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א ש"ס ביים גרויסן סיום הש"ס אין קראון פלאזא האטעל, און יעצט נאך א האראוואניע פון כמעט פיר יאר האלט מען שוין ביים גרויסן מאמענט אז מען צייכענט אפ דאס אומגלויבליכע ענדיגן האלב ש"ס. די אלע וואס זענען דאן געווען קלוג און האבן נישט געקוקט דערויף ווי אויף א בארג "גאנץ ש"ס? איך?" נאר האבן געפאלגט די עצה פון הייליגן רבין און גענומען די גמרא יעדן טאג פאר זיך, "היינט גיי איך לערנען א בלאט גמרא" קענען יעצט זאגן "הזורעים בדמעה ברנה יקצורו" און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט מען ענדיגן אין עטליכע יאר גאנץ ש"ס וואס וועט זיין אן אומבאשרייבליכע שמחה וואס מען קען נישט ערקלערן. &nbsp; די אנדערע וואס האבן דאן שפעקולירט "מען האט יא געהאלטן דערפון?" אדער האבן געצווייפעלט "זאגן הייסט לערנען אדער יא?", קענען היינט אנהייבן זאגן יעדן טאג א בלאט גמרא, און אנשטאט זיין נאר אין מארק וועלן זיי פראווען דעם סיום הש"ס אין א האלב יאר פון יעצט. &nbsp; דאס לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג איז א זאך וואס מוהרא"ש פלעגט מאנען פון אונז כסדר, און ער פלעגט זאגן אז גמרא איז ראשי תיבות גבריאל מיכאל רפאל אוריאל די פיר מלאכים וואס באגלייטן און היטן אפ דעם מענטש וואס לערנט גמרא. מוהרא"ש האט נישט סתם גערעדט פון גמרא, נאר האט געגעבן א זיסע עצה מען זאל עס קענען מקיים זיין. מוהרא"ש פלעגט אייביג חזר'ן מיט אונז דעם סדר דרך הלימוד, וואס דער הייליגער רבי שרייבט אין שיחות הר"ן סימן ע"ו אז "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד", און מוהרא"ש פלעגט עס אלץ אזוי שיין צולייגן וואס דער רבי שרייבט דארט, און פלעגט זאגן אז אדרבה פרובירט עס אויס וועט עטס נישט דארפן קיין שום ראויות ווי שיין מען איז מצליח מיטן סדר דרך הלימוד. דער מענטש וואס פאגלט דעם עצה באקומט אן אהבת התורה, ער הייבט אן צו שפירן די זיסקייט פון די תורה, און ער וויל שוין לערנען נאך לימודים, און אזוי פלוצליג טרעפט ער זיך לערנען נאך פילע ספרים, תנ"ך, מדרשים, ספרי הלכה, ספרי מוסר, ספרי חסידות, שאלות ותשובות, און ער טראכט צו זיך וואס איז געשען צו אים, א מענטש וואס האט נישט געקענט עפענען א אידיש ספר, איינער צוליב די טראומע וואס זיינע מלמדים האבן אים געפייניגט ביי די גמרא, און איינער ווייל ער איז אביוזט געווארן פון חברים, אן אנדערער צוליב זיינע טרידות אין ביזנעס, און דער צוליב זיינע דאגות און פחדים. אבער אלע וואס האבן פרובירט די עצה דארפן שוין נישט קיין ראיות און קיין מקורות. זיי זעען קלאר אז זאגן הייסט לערנען. &nbsp; יעצט ווען מען האלט ביים ענדיגן מסכת קידושין וואס איז האלב ש"ס און מען הייבט אן שבת קודש די ערשטע פון די דריי בבא'ס "בבא קמא דף ב'" וועלן אלע זיך מיטכאפן מיט דעם שיינעם מסכת, און נישט קיין חילוק אינג צו אלט, ארעם צו רייך, געזונט אדער ל"ע נישט וועלן אלע ארויפטאנצן אויפן באן פון ש"ס און זוכה זיין צו א צלם אלקים.

    < זעה מער יד חשון תשפ"ד 📝
  • קרעדיט קארד חובות אין אמעריקע שטארק געשטיגן

    לויט די קרעדיט מאניטערינג פירמע "עקוויפעקס" זענען די חובות פון אמעריקאנער שטארק געשטיגן לעצטענס, מענטשן זעען אויס צו זיין זייער נאכלעסיג און סווייפן זייערע קארטלעך רעכטס און לינקס, לויטן די פעדעראל רעזערוו זענען אמעריקאנער יעצט שולדיג פאר די בענק בערך צען און א האלב "טריליאן" דאלער אין אלע סארטן הלוואות אריינגערעכענט מארגעדזשעס, קרעדיט קארדס. פון וואס קרעדיט קארד חובות אליינס באשטייט פון איבער א טריליאן דאלער. &nbsp; בערך א האלבע טריליאן דאלער חובות זענען אנגעצייכענט אלץ שפעט, און בערך דריי הונדערט פופציג ביליאן דאלער ווערט באצייכענט אלץ איבער 90 טעג שפעט. די עווערידזש פון קרעדיט קארד חוב איז בערך פינף און א האלב טויזנעט דאלער, און פילע אמעריקאנער טרעפן זיך פאכאפט אין א קרעדיט קארד חובות נעץ פון וועלכע זיי קענען נישט ארויסקריכן, ווען זיי פרובירן צו באצאלן די חובות פון זייערע קארטלעך אבער טרעפן זיך כסדר טיפער און טיפער אין לאך. &nbsp; מענשטן אין אמעריקע ווערן כסדר פארכאפט אינעם נעץ פון די קרעדיט פירמעס דורך די פילע אפפערס וואס זיי שיקן מיט גלאנציגע הבטחות וויפיל געלט זיי וועלן באקומען דורך ספענדן נאר עטליכע טויזענט דאלער אויפן קרעדיט קארד, און דורך די שרייעדיגע רעקלאמעס פון באקומט א קרעדיט קארד מיט זירא פראצענט אינטערעסט, וואס ווען מען מאכט נאר איין שפעטע באצאלונג שיסן צו פראצענטן ארויף, און ווען מען רעדט צום פירמע זאגן זיי אז דאס איז קלאר געשטאנען ארויסגעשריבן אינעם קאנטראקט (מיט פיצעלע אותיות, וואס מען האט געדארפט א פארגרעסערונג גלאז צו ליינען...) &nbsp; אנשי שלומינו הערן כסדר פונעם ראש ישיבה ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן פון חובות בכלל, און פון קרעדיט קארדס בפרט, דער ראש ישיבה זאגט אייביג ווי מענטשנ'ס לעבן ווערט ממש חרוב דורך די חובות, און דער גלאנציגער קארטל איז גארנישט אזא גאלד גרוב, און די מיילס און ריווארדס וואס די פירמעס געבן איז נאר אריינצוכאפן די נאאיווע קאסטומערס אין זייער נעץ, און רייך ווערן אויפן חשבון פונעם ארימער פארדינער וואס פלאגט זיך צו באצאלן זיינע בילס פון פעיטשעק צו פעיטשעק. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז ווער עס קען נישט דורכקומען מיט זיין געהאלט זאל ענדערש גיין נאך געלט, און נאך בעסער איז מען זאל גיין הפצה, און מזכה זיין אידן מיט די מצוה פון צדקה, און זיי איינוועגס געבן לעבן, און אזוי זאל מען נישט אריינפאלן אין חובות. און פון די אנדערע זייט טאר מען נישט לעבן פאר יענעם, זאלסט איבערטראכטן אז אפשר דארפסטו נישט אויסגעבן אזויפיל געלט אויף נארישקייטן נאר ווייל יענער זאל זען. פארוואס דארף א וואך נאכט קאסטן "נאר" פופצן הונדערט דאלער? דער אדווערטייזמענט שרייעט אז עס איז ממש א מציאה, אבער פארוואס פארווען פארוועם? איז אויסגעהאלטן צו קויפן א סטרעטשי פאר א דריי חדשים'דיג קינד פאר הונדערט דאלער? דאס איז דאך א הימל געשריי? ווער האט ריווח דערפון - אויסער וויזא און מעסטער קארד? וואס ביי אן "אפשערן" קען קאסטן מער פון פופציג דאלער? קענסט מיר זאגן פארוואס דו דארפסט רופן א האלבע שטאט צום אפשערן? דו מיינסט אז איינער פריידט זיך מיט דעם אז ער "מוז" קומען זען ווי "קיוט" זיין אוטפיט איז? הער שוין אויף לעבן פאר יענעם וועסטו האבן א חיים טובים. &nbsp; אז דו וועסט מקיים זיין דעם "לך לך" וועסט לעבן פאר דיר, פיר דיין לעבן לויט וואס איז גוט פאר דיר, ווי רש"י לייגט צו "להנאתך ולטובתך", וועסטו האבן אלע גוטע ברכות וואס די פסוק רעכענט אויס, קינדער, פרנסה, און א גוטע נאמען, "ונברכו בך כל משפחות האדמה".

    < זעה מער יד חשון תשפ"ד 📝
  • נייע ביהמ"ד היכל הקודש אין סטעטן איילענד

    אין סטעטן איילענד געפונען זיך א שיינע צאל אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, און עס פלעגט שוין אנגיין די תפילות שבת קודש אינאיינעם א לענגערע צייט אין שטוב פונעם געטרייען גבאי מו"ה אהרן שלמה שווארטץ הי"ו, אבער געלויבט דעם אויבערשטן יעדן טאג קומען צו פרישע תלמידים און מען האט נויטיג געמוזט האבן א געהעריגע פלאץ וואס זאל דינען אלץ בית המדרש פון אנשי שלומינו אין די געגענט. &nbsp; איינע פון די קביעות'דיגע מתפללים מו"ה יעקב האלפערין הי"ו האט זיך אריינגעלייגט און נאך אסאך בעטן דעם אויבערשטן האט מען געטראפן א פאסיגע פלאץ אויף 309A ברעדלי עוו. אין צענטער פון די אידישע געגענט אין סטעטען איילענד ניו יארק ווי מען האט במשך די לעצטע חדשים איבערגעבויעט דאס פלאץ כדי עס זאל זיין ראוי צו נוצן פאר א בית המדרש. סידורים און ספרים האט מען שוין געהאט ביז יעצט, אבער מו"ה יוסף זינגער הי"ו האט געברענגט און געשאפן די בענקלעך פארן שול, און מו"ה וואלף שטערן האט זיך געפארעט צו מאכן און צו הענגען א שיינע גרויס סיין "בית המדרש היכל הקודש" וואס מאכט א קידוש ה' אין סטעטען איילענד, ווען אלע ווייסן אז עס איז דא אן אדרעס פאר חיזוק און עצות צום לעבן. &nbsp; עס קומט זיך אויך א דאנק פאר אלע אנשי שלומינו וואס געבן צו שטייער צו קענען צאלן דאס רענט פארן בית המדרש, און די געסט וואס קומען אריין באוואונדערן דעם געשמאקן ליבליכן אטמאספער אין שול, א שול ווי מען קען אטעמען, א שול ווי יעדער קוקט אריין אין זיין אייגענע סידור, אבער דאך העלפט מען זיך ארויס איינע דעם צווייטן. &nbsp; יעדע שבת קודש קומט מען זיך צוזאם פאר אלע דריי תפילות, אזוי אויך לערנט מען פאר סיפורי מעשיות נאך שחרית און מען הערט דיבורים פון אמונה ביי שלש סעודות, אבער עס וועבט זיך פלענער בסייעתא דשמיא פאר נאך פילע פעולות שיעורים און חבורות אויף די וואכן טעג. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז דאס זאל ווייטער דינען אלץ א לעכטיגע ווינקל וואס זאל באלייכטן גאנץ סטעטען איילענד און די גאנצע וועלט און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט פון דעם בית המדרש ארויסקומען אומצאליגע שעות תורה ותפלה, אומצאליגע בלעטער גמרא, פרקים משניות און סימנים שולחן ערוך.

    < זעה מער יא חשון תשפ"ד 📝
  • גרעניץ קריזיס שטרענגט איבער די רעגירונג אין אמעריקע

    אן ערנסטע דעבאטע גייט אן אין אמעריקע שוין עטליכע יאר איבער אימיגראציע, גרעניץ זיכערהייט, און אומלעגאלע אימיגראנטן, בשעת די קאנסערוואטיווע שרייען אז מען קען נישט צולאזן אזא הפקרות, א זאך וואס איז נישטא אויף די גאנצע וועלט אז די גרעניצן זענען ממש אפן און ווער עס וויל קען קומען, און די וואס מ'כאפט באקומען בסך הכל א טאג אין געריכט אויף עטליכע יאר שפעטער, ווען אינצווישן זיצן זיי אויף די קאסט פון די רעגירונג און שטייער צאלער וואס שטעלט זיי צו אש"ל אין פינף שטערנדיגע האטעלן פאר געשוואלענע בילס. &nbsp; אויף די אנדערע זייט פון די מטבע שרייען די פראגרעסיוון אז אמעריקע איז א לאנד פון אימיגראטן און רחמנות, און מען מוז ארויסווייזן מיטגעפיל מיט די מיטגעמאכטן מענטשן וואס קומען פון ארימע און קארופטירטע לענדער פון וואו זיי אנטלויפן אויס זארג פאר זייער לעבן, און בסך הכל דארף מען זיי אויפנעמען און מכניס אורח זיין. &nbsp; ווער געדענקט נישט ווי טראמפ פלעגט שרייען מען גייט בויען די שענסטע גרעסטע און בעסטע וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא וואס מעקסיקא גייט באצאלן די ביל דערפאר, זאגענדיג אז די גרעניץ שוואכקייט ווערט אויסגענוצט דורך געלט גייציגע גענגס אריינצוברענגען קיין אמעריקע דראגס און געווער, און נאר די מאפיא באנדעס האבן ריווח פון די אומבאשיצטע גרעניצן. &nbsp; יעצט ווען כאמאס האט דורכגעפירט זייער בארבארישע אקציע פארגאנגענעם שמחת תורה האט מען אנגעהויבן צו הערן פרישע רופן פון די רעכטע לאגער אז מען דארף האבן בעסער באשיצטע גרעניצן, אזוי אויך הערט מען אין ניו יארק סיטי ווי די אפענע שטאט ניגון וואס דער מעיאר עריק עדעמס פלעגט זינגען טוישט זיך צו א "מיר קענען עס שוין מער נישט דערהייבן" א נוסח וואס ער זינגט לעצטענס זייענדיג איבערגעשטרענגט פון די פילע געלטער וואס דאס קאסט אפ פאר די סיטי, און האט אנגעהויבן ארויסווארפן אימיגראנטן פון די סיטי שעלטערס אויב זענען זיי שוין דארט מער פון זעכציג טעג. אזוי אויך האט ער אנגעהויבן זאגן אז מען וועט אנהייבן אויפצושטעלן געצעלטן ווי מען וועט פלאצירן די אימיגראטן נאכדעם וואס עס איז שוין מער נישטא וואו זיי צו לייגן. &nbsp; אין קאווע שטיבל קען מען הערן ווי מענטשן רעגן זיך "אונזער געלט גייט צו באצאלן פאר די אימיגראנטן!", קודם כל וויל איך דיר בארואיגן, דיין געלט קומט נישט אן צו די אימיגראטן, דיינע טעקסעס זענען געגאנגען צו די טאליבאן און אלע מיליטערישע עקוויפמענט וואס אמעריקע האט דארט איבערגעלאזט... &nbsp; אבער נאך מער פון דעם, אמעריקע איז נישט אונזער, מיר זענען דא געסט, און די סיבה פארוואס מיר זענען דא איז ווייל דא לאזט מען אונז דינען דעם אויבערשטן, אידן זענען אהער אנגעקומען זוכנדיג שוץ פון די אלע רדיפות אין אנדערע לענדער, און זענען געקומען צו דעם מלכות של חסד ווי מען וויל איין זאך, דינען דעם אויבערשטן און טון זיין רצון. &nbsp; מיר זענען נישט קיין דעמאקראטן, אדער רעפאבליקאנער, נישט קיין לינקע און נישט קיין רעכטע, די וועלט קען אנגיין אן דעם וואס מיר טראגן אירע דאגות, מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מיר זענען אידישע קינדער וואס דער אויבערשטער האט אונז אראפ געשיקט אז מיר זאל "קעיר נעמען" פון אונז אליינס, מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן לערנען אביסל יעדן טאג, דאווענען מיט מנין אלע דריי תפילות, ברענגען ברויט אין שטוב, און זיך אפגעבן מיט די שטוב די ווייב און קינדער כדי מיר זאלן קענען ערציען אונזערע קינדער צו אהבת ה' און יראת ה'.

    < זעה מער יא חשון תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה לייגט צו פרישע אפיסיס

    די הנהלה פון קרן הדפסה שלאפט נישט, די פילע אפטיילונגען פון די הפסה ווערן כסדר צוגעלייגט נאך אין נאך פראיעקטן. און פארשידענע אפיסעס זענען געווען צוזייט און צושפרייט אין צייטווייליגע לאקאלן, און פאר די תועלת פון די הפצה, האט מען באשלאסן אז מען זאל צובויען פרישע אפיסעס, כדי אלע זאלן קענען ארבעטן אינאיינעם בפונדק אחד, מיטן ציל צו מפרסם און מגלה זיין דעם אויבערשטן אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; די נייע אפסיס וועלן זיין געווידמעט פאר די פאלגענדע אפטיילונגען: טרענסלעישאן: דער אפיס וועט דינען די חשובע איבערטייטשער וואס לייגט אריין פילע כחות צו איבערטייטשן פילע ספרים, גליונות און קונטרסים אויף ענגליש, וואס מיט א פערמענאנטע אפיס וועט מען בעז"ה קענען אויסברייטערן די טרענסלעשאן אסאך מער און בעסער. &nbsp; גרעפיקס: קרן הדפסה האלט אויף א גראפיקער וואס איז שטארק פארנומען אויף א טעגליכע און א וועכענטליכע פארנעם צו דעזיינען און אויסשטעלן די דעקלעך פאר די קוטרנסים, די וועכענטליכע גליונות און קרית ברסלב בלעטל. מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער נייער אפיס צוגעבן אסאך הרחבת הדעת צו קענען מאכן נאך מער און נאך בעסער. &nbsp; קול ברסלב: דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט איבערגעגעבן די ארבעט אנצופירן דעם פארצווייגטן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין פארן געטרייען אינגערמאן מו"ה משה עקשטיין הי"ו וואס האט אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו נאך מער צו פארברייטערן דעם ליין מיט נאך פילע נייע אפטיילונגען, וואס דאס וועט בעז"ה געטון ווערן הויפטזעכליך פון דעם אפיס. &nbsp; קרית ברסלב בלעטל: עס איז דא א ספעציעלע אפיס פאר די שרייבער און מגיהים פונעם וועכענטליכן פאפולערן גליון "קרית ברסלב בלעטל" פאר די שרייבערס און מגיהים וואס האבן נישט קיין אפיס און קיין קאמפיוטער וואו זיי קענען אריינקומען שרייבן זייערע געשמאקע ארטיקלען, מיט וואס אלע אנשי שלומינו זענען זיך מחי'. &nbsp; דאס איז אויסער די פילע אקטיוויטעטן פונעם הדפסה וואס פון דארט גייט ארויס הפצה אויף גאר אסאך וועגן, קונטרסים, ספרים, גליונות, סידיס, יו-עס-בי'ס, וועבסייט, סטאר, סובסקריבשאנס, און אזוי ווייטער. און אויסער דעם וועבן זיך נאך פילע נייע פלענער וואס מען בעט דעם אויבערשטן מען זאל האבן די כחות אויסצופירן מכח אל הפועל, אלעס מיטן ציל צו פארשפרייטן דעם רבי'נס אור אויף דער וועלט וואס דאס דערנענטערט אידישע קינדער צום אויבערשטן, וואס מיט דעם וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלמה.

    < זעה מער י חשון תשפ"ד 📝
  • ניו יארק סטעיט גיבט אריין אפיעל אין געריכט בנוגע חרדישע מוסדות

    ניו יארק סטעיט האט היינט אריינגעגעבן פאפירן אין געריכט צו אפעלירן דעם אורטייל וואס דער סופרים קאורט האט גע'פסק'ענט מיט א האלבע יאר צוריק איבער די שיקזאל פון די חינוך פון חרד'ישע מוסדות אין די סטעיט. &nbsp; דער אורטייל פון וואס די סטעיט איז נישט צופרידן זאגט האט אוועקגענומען א גרויס טייל פון די "ציינער" פון די געזעץ וואס האט געזאלט צווינגען די מוסדות התורה אין ניו יארק צו לערנען פילע נושאים און פילע שעות, וואס איז נישט שייך זיך צוצושטעלן דערצו, די חינוך פון אונזערע קינדער זענען ביי אונז די הייליגסטע און דאס טייערסטע, און מען קען נישט אוועקגעבן די טייערע שעות אויף צו לערנען לימודי חול, וואס זענען אין בעסטן פאל שטותים און נארישקייטן. &nbsp; דער אורטייל האט געזאגט אז טראצדעם וואס דער יעצטיגע געזעץ פארלאנגט צו לערנען מיט די קינדער א "היבש" ענדליכע קאריקילום ווי די אלגעמיינע פאבליק שולעס, דאך קען די סטעיט עס נישט פארסירן, סיי קענען זיי נישט פארשפארן קיין מוסדות וואס פארלעצן די געזעץ, און אויך קענען זיי נישט הייסן עלטערן טוישן א מוסד צוליב דעם. &nbsp; אפגעזען וואס וועט זיך אויסלאזן אין די געריכטן וועלן אידישע קינדער ווייטער לערנען מיט די קינדער די הייליגע תורה און זיינע מצוות און לערנען לימודי חול בלויז וויפיל און וואס די צדיקים פון פריערדיגן דור האבן אראפגעשטעלט, אז מען לערנט די שפראך, און רעכענען, ווייל דאס זענען זאכן וואס מען וועט דארפן נוצן שפעטער און לעבן, און מיידלעך לערנט מען אויך נייען און קאכן, זאכן וואס עס איז זיי וויכטיג שפעטער אין לעבן. &nbsp; דער הייליגער סאטמארער רב זי"ע וואס האט אהערגעשטעלט מיט מסירת נפש די מוסדות התורה אין אמעריקע נאכן צווייטן וועלטס קריג האט אראפ געשטעלט די כללים וויאזוי מען זאל לערנען מיט אינגלעך מיט מיידלעך, לימודי קודש און לימודי חול, סיי ביי אינגע קינדער און סיי ביי די גרעסער, ווען מען זאל לערנען עברי, און וויאזוי, ווען מען לערנט חומש, משניות, גמרא, מוסר, תנ"ך, הלכה און וויפיל, וואספארא לימודי חול מען זאל לערנען מיט אינגלעך און וואס מיט מיידלעך. און דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע האט געזאגט אז אפילו פאר די מיידלעך וואס מען לערענט מער צייט און מער נושאים לימוד חול זאל עס זיין אבי יוצא צו זיין, און מען זאל זיכער מאכן אז די אידישע לימודים וואס אנטהאלט פרשה, הלכה, מוסר זאל זיין אינטערסאנטער און מער ציענד. &nbsp; עס זענען נעבעך דא מאדערענע מוסדות וואס האבן גענומען די לימודי חול אביסל צו ערענסט און מען לייגט אריין גאר שטארקע כחות די קינדער זאלן וויסן ווער זענען געווען די פרעזידענטן פון אמעריקע און פונקטליך וויפיל פוס די אפריקאנע ווארעם האט, אלע מלחמות און פאלטיק וואס האט זיך אפגעטון פון בריאת העולם ביז היינט, און נישט נאר דאס מען מאכט נאך טעסטס דערויף, כאילו דאס מיידל וועט נישט קענען ערציען קיין קינדער אדער וואשן וועש אויב זי ווייסט נישט אויסנווייניג וויאזוי די הויפטשטאט פון בענגלאדעש הייסט. &nbsp; און נעבעך צובראכענע אידישע קינדער האבן געשטיפט די ניו יארקער רעגירונג און זיי געצווינגען מיט געריכטן זיי זאלן נעמען די "עקווילינסי" געזעץ ערענסט, און ליידער האלט מען דא, אז מען דארף זיך פארטיידיגן אין געריכט מיט די רעגירונג. &nbsp; אידישע קינדער בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל האבן ערליכע מוסדות וואס זוכן נאר איין זאך אריינצולייגן דעם אויבערשטן אין די קינדער, און לערנען מיט זיי די ריינע אמונה, און מיר חזר'ן אז מיר ווייסן אז "שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו", אבער נאר "הקדוש ברוך הוא מצלינו מידם", נאר דער אויבערשטער קען אונז און וועט אונז העלפן. און מיר וועלן ווייטער ממשיך זיין צו איבערגעבן די הייליגע חינוך פאר אונזער קינדער ביז משיח'ס טאג. &nbsp; מיר וועלן ענדיגן מיט די פסוקים "אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, ה' הושיעה המלך יעננו ביום קראינו"

    < זעה מער י חשון תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו זענען שטארק אקטיוו צו העלפן אידישע קינדער בשעת מלחמה

    רעדנדיג צו אנשי שלומינו אין ארץ ישראל צו הערן וויאזוי מען גייט אן אין די צייט פון די מלחמה, וויאזוי עס אפעקטירט די ערליכע אידן בכלל און אנשי שלומינו בכלל, האבן זיי נישט געוויסן פון וואס מיר רעדן. &nbsp; אנשי שלומינו זאגן אז די מלחמה האט זיי בכלל נישט אפעקטירט, זיי זענען פארנומען מיט לערנען, דאווענען, און אויב עס האט עפעס אפעקטירט האט עס נאר אפעקטירט די הפצה און מחזק זיין אנדערע. &nbsp; יעצט איז א צייט וואס אלע דרשנים זענען שטיל, אידן זענען פארפאניקט און דערשראקן פארשפארט מיט דריי שלעסער, און די ווארטזאגערס פון כלל ישראל האבן נישט וואס צו זאגן, יעצט קוקן אלע ארויס אויף די מפיצים, אפילו די וואס אין אלגעמיין האבן זיי נישט קיין געדולד צו די גליונות "פארוואס דארף מען עס בכלל? ווער דארף חיזוק?", אבער יעצט איז אן אנדערע פרשה, אלע שלונגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון רבין וואס איז כמים קרים על נפש עייפה. &nbsp; תלמידי היכל הקודש אין ארץ ישראל זענען נאך מער פארנומען די טעג זיי גייען ארום פון שטוב צו שטוב און זענען מפיץ די גליונות ספרים און סידיס, און בפרט האט מען יעצט געלאזט דרוקן א נייע קארטל "די מצב איז שרעקליך" און אין לשון הקודש "המצב משתק אותך" וואס ווערט צוכאפט דורך אלעמען, און זיי באקומען דעם אדרעס וואו זיך צו ווענדן פאר טערעפי פאר די נשמה, וואס איז אמונה אמונה און נאכאמאל אמונה, אידישע קינדער ווילן בלויז הערן איין זאך אין די טעג "דער אויבערשטער פירט די וועלט, האב נישט קיין מורא פון קיינעם". &nbsp; אזוי אויך כאפן זיך אלע צו צו די באקאנטע קמיע וואס מוהרא"ש האט געמאכט ביים אינטיפאדא ווען די אראבער האבן זיך דאן אויך צולאזט און אויפגעריסן פילע באמבעס פון וואס אסאך זענען נעבעך געשעדיגט געווארן, און מוהרא"ש האט געזאגט אז ווער עס וועט טראגן דעם קמיע איז ער מבטיח אז ער וועט נישט געשעדיגט ווערן. &nbsp; אויך איז מען געגאנגען מחזק זיין אין די שפיטעלער ווי עס געפונען זיך ליידער פילע פארוואנדעטע און צובראכענע אידן, ווי מען האט דערפרייט די פאציענטן וואס האבן זיך מחיה געווען מיט די פרייליכע פנים פון אנשי שלומינו, וואס גיסן אריבער חיזוק אמונה און שמחה צו אלע ארומיגע. &nbsp; 🛒 קמיע פון מוהרא"ש צו קויפן

    < זעה מער ט חשון תשפ"ד 📝
  • ביטקוין קעגן דאלאר ווערד איז נעכטן שטארק געשטיגן

    פינף און דרייסיגטויזענט דאלאר זענען מענטשן געווען גרייט צו צאלן נעכטן פאר אן איינצעלנע "ביטקוין", דאס איז א גאר הויכע פרייז רעלאטיוו צום געווענליכן ווערד פון א ביטקוין, וואס האט זיך געדרייט במשך די לעצטע יאר צווישן נייצן און אכט און צוואנציג טויזענט דאלער. &nbsp; עקאנאמיסטן לייגן אן די שפרינג אינעם ביטקוין פרייז בעיקר אין צוויי זאכן, איינס איז די הויכע אינפלאציע אין אמעריקע וואס מאכט מענטש שפירן דעם דאלער ווייניגער ווערד, און מען זוכט צו אינוועסטירן דאס געלט אין אנדערע פלעצער, און צווייטענס איז די אומזיכערע גלאבאלע צושטאנד דורך די פילע קאנפליקטן איבער די וועלט סיי אין אייראפע און סיי אין מיטל מזרח וואס איז גורם אז מענטשן זאלן טראכטן פון לייגן זייערע געלטער אן אלטערנאטיווע וואלוטעס וואס ווערן נישט געפירט דורך רעגירונגען. &nbsp; ביטקוין איז א דיגיטאלע פארמעגן און איז איינע פון די פילע סאטן קריפטא וואלוטעס וואס נוצן קריפטאגרפיע צו פארזיכערן טראנזאקציעס און צו קאנטראלירן נייע ביטקוינס פון ווערן געשאפן. ביטקוין איז געשאפן געווארן אין יאר 2009 למספרם דורך אן אנאנימער מענטש (אדער מענטשן) וואס האט זיך גערופן סאטאשי נאקאמאטא. דער עיקר געדאנק אויף וואס ביטקוין איז געבויט איז דאס נוצן א סיסטעם וואס מ'רופט "בלאק טשעין" צו האלן חשבון אויף די געלטער וואס קומען און גייען אנשטאט וואס לענדער נוצן זייערע צענטעראלע בענק דערפאר, וואס ערלויבט א זיכערע און קראנטע אומברעכבארע וועג פון שיקן געלטער אן דעם וואס א באנק זאל דארפן זיין אינוואלווד אינצווישן. (דיסקלעימער: איך בעט אנטשולדיגונג פאר די ליינער פארן שרייבן דעם דאזיגן פאראגראף וואס איך פארשטיי אויך כמעט נישט וואס דא שטייט... ואתכם הסליחה.) &nbsp; די מאסקימום סכום פון ביטקוינס וואס קען בכלל עקזעסטירן איז נישט מער פון איין און צוואנציג מיליאן, און ביז יעצט זענען דא בערך ניינצן און א האלב מיליאן ביטקוינס אין צירקולאציע. די ווערט פון די מטבע איז שוין דורכגאנגען פילע עליות און ירידות במשך די עטליכע יאר פון זיין עקזיסטענץ, מיט די העסטע ווערט קעגן דאלער איז אנגעקומען איבער זעכציג טויזענט דאלאר. וויפיל איך האב פרובירט צו פרעגן מענטשן האט כמעט קיינער נישט פארשטאנען באמת וואס איז דאס ביטקוין, אבער אלע האבן פה אחד געוואלט האבן אפילו נאר איין ביטקוין, פארוואס? ווייל עס האט א ווערד. "וואס גייט מיך אן וואס דאס איז וויאזוי דאס ארבעט, אויב איך קען מיט דעם באצאלן מיינע בילס, געב אהער אפאר שטיק". &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אלץ חזר'ן מיט אונז און זיך בעטן מען זאל פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, צום ביישפיל, ווילסט אנהייבן א נייע בלעטל? זאג תיקון הכללי, אלעס וועט ווערן אפגעמעקט, "איך וויל פארשטיין וויאזוי ארבעט עס? פלעין דורך זאגן צען קאפיטלעך און אלעס איז פארראכטן?" ווילן מענטשן וויסן, אבער וואס איז דאס אונזערע געשעפטן, אז א צדיק האט מבטיח געווען אז דער תיקון הכללי איז א תיקון אויף אלצדינג בפרט אויף די שרעקליכע עבירות פון די אינגע יארן, איז עס קראנט. און אויב דו ווייסט שוין פון די וואלוטע פון "תיקון הכללי" און דו קענסט עס דעפאזיטן אין די באנק, זאג עס יעדן טאג נאכן דאווענען. וועסט זיין ווי א נייע מענטש וואס אפילו ער זאל האבן שמוציג געווארן פון בלאטע אבער קומט ארויס פריש נאך א שויער, אזוי וועסטו זיין פריש און שמעקעדיג ברוחניות.

    < זעה מער ט חשון תשפ"ד 📝
  • געקלאוזט אויף א בנין פאר די ישיבה קטנה אין וויליעדזש אף ליבערטי

    היינט קומט אריין די פרייליכע בשורה אז די הנהלה האט היינט געשלאסן דעם מקח צו קויפן א בנין אין ווילעדזש אויף ליבערטי אויף לינקאלן פלעיס ממש נעבן די עקזעסטירנדע בנין פון די תלמוד תורה וואס וועט דינען אלץ די אכסניה של תורה פאר די טייערע בחורים פון די נייע ישיבה קטנה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט אין שטעטל. &nbsp; די הנהלה האט שוין געלייגט אן אויג דערויף א לאנגע צייט און די פארהאנדלונגען גייען שוין אן פאר עטליכע חדשים וואס האט זיך ב"ה געענדיגט מיטן אונטערשרייבן דעם געשעפט און דער בנין גייט אריין אונטערן בעלות פון די ישיבה. &nbsp; דער בנין דארף דורכגיין מילדע קאנסטראקשען כדי מען זאל עס קענען נוצן פאר א ישיבה, און מען האפט אז די ארבעט וועט נישט נעמען מער פון צוויי וואכן. מען וועט דארט בעז"ה אריינלייגן שיעור צימערן, א בית המדרש, אן עס זאל און אזוי ווייטער וואס עס פעלט אויס. א קאך פעלט נישט אויס צוליב וואס עס איז ממש נעבן די תלמוד תורה, און דאס עסן וועט מען נעמען פון די חדר קאך. &nbsp; די ישיבה גייט שוין ב"ה אן אין א צייטווייליגע לאקאציע מיט גרויס הצלחה, די בחורים לערנען מיט גרויס התמדה, און פירן זיך אויף מיט דרך ארץ און יראת שמים, און אויסער די פילע שיעורי הישיבה לערנען די תלמידים משניות גמרא און נאך פילע לימודים אויף זייער אייגענע צייט אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אויסגעלערענט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אפ מיט די תלמידים מיט גרויס געטריישאפט, ער באגלייט און פרעגט זיך נאך אויף יעדן תלמיד און העלפט זיי שטייגן בתורה ויראת שמים. די מגידי שיעור גרייטן אן די בחורים פארן לעבן, און אויסער די שיעורי הישיבה איז דא א געוואלדיגע דגוש אויף מדות טובות און דרך ארץ וואס איז קדמה לתורה.

    < זעה מער ח חשון תשפ"ד 📝
  • רעפאבליקאנער קענען זיך נישט פאראייניגן איבער א פירער

    א מאדנע ספעקטאקל שפילט זיך אפ אין די טעג אין די פאליטישע וועלט, ווען די האוז אף רעפרעזענטעטיווס וואס מען רופט די "קאנגרעס" שטייט שוין אן א ספיקער פאר איבער צוויי וואכן. &nbsp; דאס האט פאסירט ווען די מיטגלידער פונעם קאנגרעס האבן אין א היסטרישע שריט געשטימט ארויסצואווארפן קעווין מעקארטי פונעם ספיקער פאזיציע, א פארשעמונג וואס קיין איין ספיקער איז נאך נישט דורכגעגאגנען, און דאס איז טראץ וואס ער איז פון די רעפאבליקאנער, וואס האבן כהיום א שמאלע אבער קלארע רוב אינעם קאנגרעס פון פון 221 קעגן 212 דעמאקראטן. &nbsp; קאנגרעס קען טעכניש ווייטער אנגיין אזוי אן א ספיקער, אבער דער פאזיציע איז וויכטיג בעיקר כדי צו קענען לייגן זאכן אויף די אגענדע, דאס מיינט צו באשליסן אויף וועלכע געזעצן מען זאל שטימען, און אויך דארף דער ספיקער העלפן פירן דעם מאיאריטעט פארטיי און זיכער מאכן אז מען קומט זיך דורך. &nbsp; כדי צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט דארף מען צוריק קוקן אביסל וואס האט פאסירט ווען דער יעצטיגער קאנגערס איז איינגעשוואוירן געווארן. ווען מען האט זיך דערזען נאך די וואלן מיט א שמאלע רעפאבליקאנער מאיאריטעט האבן עטליכע רעפאבליקאנער זיך צוזאם גענומען און פארלאנגט אז כדי זיי זאלן גרייט זיין צו וועלן פאר מעקארטי פאר ספיקער דארף ער גרייט זיין צו טוישן די רעגולאציעס און מסכים זיין אז אפילו בלויז עטליכע מיטגלידער וועלן קענען בעטן ארויסצואווארפן דעם ספיקער. &nbsp; יעצט ווען עס האט געהאלטן ביי א מצב אז מען האט געדארפט שטימען צו העכערן דעם חובות דאך פון אמעריקע כדי די רעגירונג זאל ווייטער קענען פונקציאנירן האט זיך געמאכט א קאנפליקט צווישן די פירערשאפט און די עטליכע פאראייניגטע קאנגרעס מיטגלידער, די פירערשאפט האט געוואלט נאכגעבן פאר די דעמאקראטן און לאזן העכערן דעם בארגן לימיט, אבער די חברה האבן געסטראשעט אז זיי וועלן פארלאנגען א נייע פירערשאפט אויב מען געבט עס נאך. וכך הוה, תיכף נאכדעם וואס מען האט געהעכערט דעם חובות דאך האבן זיי פארלאנגט א וואוט אויף די ספיקער פאזיציע, וואס אלע דעמאקראטן האבן פארשטייט זיך געשטימט אויף ניין, אבער די עטליכע רעפאבליקאנער האבן זיך צוגעשטעלט צו זיי און מעקארטי איז ארויס געווארפן געווארן. &nbsp; אזוי ציט זיך עס שוין זינט דעמאלטס, און עטליכע רעפאבליקאנער האבן שוין פרובירט צו לויפן פאר די פאזיציע, אבער ביזדערווייל זענען אלע דורכגעפאלן, און דער קאנגרעס ספיקער אמט איז דערווייל ליידיג. &nbsp; פאריגע וואך אין די סדרה זעט מען צוויי תקופות פון די וועלט וואס מענטשן האבן געזינדיגט, און דער אויבערשטער האט זיי באשטראפט, דער ערשטער איז געווען ותמלא הארץ חמס, מען האט גע'גנב'עט, ווייט קאלער קריימס, מען האט אריינגעהעקט אין יענעמ'ס אקאונט, און גע'לקח'ענט בלויז "איין פעני", וואס האט דער אויבערשטער געטון? וימח את כל היקום, אלעס אויס. שפעטער האבן זיך די חכמי כעלעם צוזאם גענומען, און זיך אנגעהויבן זארגן, גלאבעל ווארמינג, די וועלט גייט אונטער, לאמיר מאכן א טורעם ארויפגיין אין הימל און מלחמה האלטן מיטן אויבערשטן, וואס טוט דער אויבערשטער, מען גייט זיי צומישן זייער שפראך, דער ערשטער בעט א האמער, אבער דער פארשטייט דריל, ער בעט וואסער, אבער ער פארשטייט האלץ, דער אויבערשטער האט זיי פארשפרייט, און אלעס איז בטל געווארן. &nbsp; רש"י פרעגט "וכי אי זו קשה של דור המבול או של דור הפלגה, אלו לא פשטו יד בעיקר, ואלו פשטו יד בעיקר להלחם בו, ואלו נשטפו ואלו לא נאבדו מן העולם, אלא שדור המבול היו גזלנים והיתה מריבה ביניהם, לכך נאבדו, ואלו היו נוהגים אהבה וריעות ביניהם, שנאמר שפה אחת ודברים אחדים, למדת ששנאוי המחלוקת וגדול השלום" פארוואס איז דער אויבערשטער געווארן אזוי ברוגז אויפן דור המבול? אביסל קלעבעדיגע הענט? נא שוין, אבער דער דור הפלגה זענען דאך געווען מינים ואפיקורסים! זאגט רש"י אז די דור הפלגה האט געהאט אחדות, שלום, "שפה אחת דברים אחדים" און ווען עס איז דא שלום מען פארשטייט זיך איז דא הצלחה, אבער ביים דור המבול איז געווען מחלוקת און דער אויבערשטער האט זייער פיינט מחלוקת. ווען מען קריגט זיך ווערט דער גאנצער יקום אויס, וימח את כל היקום. &nbsp; ווען די רעפאבליקאנער להבדיל וואלטן ווען געלערענט דעם רש"י וואלטן זיי געזען ווי די נארישע קריגערייען - אפילו ווען זיי זענען הונדערט פראצענט גערעכט - ברענגען זיי אונטער. די עטליכע רעפאבליקאנער וואס האבן זיך צוזאם גענומען קעגן די פירערשאפט האבן געהאט הצלחה אין זייער מיסיע, אבער די רעפאבליקאנער בכללית זענען אין דער ערד ווייל זיי קריגן זיך. און ווען מען קריגט זיך, איז גארנישט דא. &nbsp; לאמיר לאזן די רעפאבליקאנער מיט די דעמאקראטן און אלע אנדערע נארישע פארטייען זיך רייסן ביי די קעפ, גיי לערן מיט א גוי ברטנורא... אבער וואס טוט זיך ביי אונז אינדערהיים? דא דארפן מיר זען אז מען זאל זיך ליב האבן און רעדן שיין איינע צום צווייטן. לאז שוין אפ דיין גערעכטיגקייט. און בעט איבער, הייב אן פון יעצט רעדן שיין, וועסטו זען ווי שיין דיין הויז וועט בליען, און אפילו מיר גרייזן צומאל - מיר זענען דאך מענטשן - וועלן די קינדער אויסוואקסן בסעייתא דשמיא ערליכע אידן. &nbsp; למדת ששנאוי המחלוקת וגדול השלום

    < זעה מער ח חשון תשפ"ד 📝
  • פארשידענע פאררעכטיגונג ארבעט ווערן געמאכן אויף די גאסן אין שטעטל

    די טאון אף ליבערטי האט געמאלדן איבער פארשידענע ארבעט וואס ווערט דורגעפירט אין די טעג אין בעפארברייטונג צום ווינטער, און זיי האבן געבעטן אז מען האבן פארשטענדעניש און מען זאל קאאפערירן מיט די ארבייטער וואס וועלן קאנטראלירן די טרעפיק בשעת די ארבעט. &nbsp; צו ערשט ווערט אין די יעצטיגע טעג איבערגעמאכט דער בריק ביי איסט מאנגאופ ראד נאך די האשקי גאס, אויך האבן זיי געלאזט וויסן אז ביים איסט מאנגאופ ראוד הארט נאכן בריק האט מען באשטעלט א ספעציעלע שטארקע אייזערנע צוים וואס מען לייגט ביי די זייט פון די ראודס ביי געוויסע פלעצער צו פארמיידן מען זאל נישט אריינפאלן ביי די זייטן פונעם ראוד, וואס איז שטארק וויכטיג דא, צוליב דעם טיפן טאל גלייך ביים זייט פונעם ראוד. &nbsp; טראצדעם וואס דער צוים איז שוין געווארן באשטעלט א לאנגע צייט צוריק, איז עס נאך נישט אנגעקומען ביז יעצט צוליב וואס ווערט געמאכט קאסטום און דאס נעמט אסאך צייט ביז דער פירמע ענדיגט דאס צו מאכן און דעליווערט דאס, אבער ב"ה יעצט געבן זיי איבער אז אין די נאנטע טעג ערווארט מען אז עס זאל וועט עס אנקומען, און מען וועט עס תיכף דערויף אינסטאלירן &nbsp; יהי רצון שתולכינו לשלום, ותחזרינו לשלום

    < זעה מער ח חשון תשפ"ד 📝
  • צוויי אידישע משכונות ברוך השם באפרייט פון עזה

    אין דעם גרויסן חשכות פון די צרות און טראגעדיעס וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט פארגאנגעם שמחת תורה, האבן אידישע קינדער אויפגענומען דעם מעט מן האור אז כאמאס האט איינגעשטימט ארויסצולאזן צוויי פון די איבער צוויי הונדערט משכונות וועלע זי האט פארכאפט ביי זייער אטאקע. &nbsp; די כאמאס טעראר גרופע האט איבערגעגעבן די צוויי אידישע משכונות א מאמע מיט איר טאכטער פאר די רויטע קרייץ הילפס הארגאניזאציע אין עזה פאריגע וואך סוף וואך וועלכע האט זיי צוגעטראגן צום געניץ פון מדינת ישראל פון וואו זיי זענען אהיים געפלויגן קיין שיקאגא אילינוי. די צוויי זענען געווען געסט אין איינע פון די ישובים וועלכע זענען איבערגעפאלן געווארן דורך די ברוטאלע חיות, און זענען פארכאפט געווארן אינאיינעם מיט נאך פילע. די צוויי אידן זענען שומרי תורה ומצוות און זענען מיטגלידער אין די לאקאנע חב"ד קהלה. &nbsp; אין די זעלבע צייט גייען אן די תפלות פון אידישע קינדער אויף די איבעריגע פארכאפטע וועלכע זענען נעבעך פארכאפט אין עזה אז זיי זאלן זיך אומקערן אהיים געזונט בגוף ונפש וואס שנעלער, און אזוי אויך איז כלל ישראל מתפלל אז די בלוט פארגיסונג זאל זיך שוין אויפהערן און קיינער זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן אין די אנגעהיצטע אטמאספערע אין מיטל מזרח. &nbsp; אין אזא צייט איז זייער פאסיג מען זאל זיך איינקויפן גוטע לייף אינשורענס, און זיך פארזיכערן אז גארנישט בייז פאסירט, אזוי אויך איז יעצט די צייט מען זאל אפירנעמען אפעקטיווע סגולות פאר אריכת ימים. חז"ל זאגן "כל המשלים פרשיות עם הציבור מאריכים לו ימיו ושנותיו", דאס איז א סגולה פון חז"ל וואס איז קלאר און זיכער, און דאס איז בעסער פון די בעסטע לייף אינשורענס, וואס קען בסך הכל געבן "געלט" פאר די משפחה, אבער דאס איז באמת א פארזיכערונג פארן לעבן ווי חז"ל זאגן, און אזוי ווערט אויך געפסקענט אין שולחן ערוך "חייב אדם להשלים פרשיותיו עם הציבור". &nbsp; אסאך מענטשן זענען נישט מעביר סדרה צוליב חוסר ידיעה, מען מיינט אז מען איז נאר יוצא ערב שבת קודש, אבער אין שלחן ערוך שטייט "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור" אז פון זונטאג קען מען שוין מעביר סדרה זיין, און די משנה ברורה ברענגט אז דער הייליגער ווילנער גאון האט זיך אזוי געפירט. &nbsp; און נישט קיין חילוק צי מען האט מעביר סדרה געווען פאריגע וואך, און צי מען וועט מעביר סדרה זיין נעקסטע וואך קען מען זיך היינט נעמען מעביר סדרה זיין די נייע הערליכע סדרה פרשת לך לך, און זוכה זיין צו א גוטע לאנגע לעבן, און נאך מער מען וועט "וויסן וואו דער אויבערשטער וואוינט", ווי עס איז באקאנט דער סיפור אז דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט געהערט אלץ קינד פון הייליגן רבי ר' מרדכי'לע פון נאדבורנא זי"ע "פולעווע" (לערן אסאך) "אין חומש רש"י, ווייל איך קען אסאך גרויסע תלמידי חכמים וואס ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י ווייסן זיי נישט וואו דער אויבערשטער וואוינט". &nbsp;

    < זעה מער ז חשון תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 556 to 570 of 1670 results

1 2 ... 35 36 37 38 39 40 41 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com