Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הנהלה גייט ארויס שטארק מחוזק נאך א פראדוקטיווע מיטינג מיטן ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגענעם דאנערשטאג האט דער ראש ישיבה פאררופן א הנהלה מיטינג, כדי איבערצושמועסן און איבערגעגאנגען וויכטיגע פלענער פארן עתיד פון די קהילה.   צוערשט איז מען איבערגעגאנגען די פארשידענע פלענער איבער פרישע בנינים פאר די תלמוד תורה אין שטעטל, ווייל די וואוקס פון די חדר און סקול מערט זיך שנעל קע”ה, און מען האט שוין נישט קיין פלאץ פאר פרישע קינדער וואס קומען אריין יעדע שטיק צייט אינעם מוסד. מען איז איבערגעגאנגען אלע אפציעס וואו און ווען מען זאל בויען, אדער גאר קויפן א בנין, און ווי גרויס די בנין דארף זיין, וויפיל קלאס צימערן, די לאנטש רום און אזוי ווייטער.   עס איז כדאי אנצומערקן א געוואלדיגע שינוי לטובה וואס איז געווארן אינעם תלמוד תורה ווען דער מנהל מו”ה מרדכי אינדיג שליט”א האט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, און איבערגענומען דאס פירן די חדר מיטן גאנצן שטארקייט, אזוי אויך האט ער איבערגעגעבן פאר אנדערע צו פירן די אנדערע פראיעקטן וואס האט אים אוועק גענומען צייט, צום ביישפיל די קול ברסלב האטליין און די באוואוסטע ‘גליון היכל הקודש’, כדי ער זאל האבן מער צייט קאפ און מח פאר די טייערע קינדער, און זיכער מאכן אז יעדן קינד איז מצליח, וואס דאס איז ביים ראש ישיבה די וויכטיגסטע זאך און די שווארץ אפעל פונעם אויג. און אויב עלטערן האבן א פראבלעם אינעם חדר קען מען זיך שטענדיג מעלדן צום מנהל שליט”א, און ער וועט בעז"ה קעיר נעמען, דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז עס איז קיינמאל כדאי צו רעדן מיט אנדערע אויב מען האט א פראבלעם פראבלעם אינערהאלב די מוסד, בפרט ווען מען ווייסט אז דער מנהל איז אלעמאל גרייט אויסצוהערן און פאררעכטן.   דער ראש ישיבה האט מחזק געווען ביים מיטינג אז מען זאל אויספאלגן אלע געזעצן פון די שטאט ווען עס קומט צו בויען, און נישט זוכן אויסצושפילן, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אויף די פלאשינג גאס אין וויליאמסבורג איז יארן צוריק געווען א קליין וואסערל, וואס מען האט ביים בויען דארט געמיינט אז מען האט עס באזייטיגט, אבער יעצט ביים גרויסן רעגן ערב סוכות איז עס גאר שטארק צוריק ארויפגעקומען, און אסאך אידן האבן ליידער געהאט אסאך שאדן.    אויך האט מען דיסקוסירט איבער ווען מען זאל אנהייבן צו באקן אין די מצה בעקעריי היי יאר, און אזוי וויפיל ארבעטערס מען דארף דארט האבן, צוליב וואס פאריאר איז נישט געווען גענוג מצות פאר אלעמען.   מען האט איבערגעשמועסט די פראבלעם אז יעצט זענען די מארגעדזש ראטעס זייער הויעך, און עס איז זייער שווער פאר אינגעלייט צו קויפן הייזער, מען איז איבערגעגאנגען עטליכע אפציעס, דער ראש ישיבה געזאגט אז אפשר זאל מען מאכן אזוי ווי ביי די אונגרישע הייזער אין מאה שערים, מען האט דעמאלט געדארפט הייזער פאר די כולל אינגעלייט אין ירושלים, האט מען גענומען א געגענט פול מיט ביימער וואס עס האבן זיך געדרייט דארט אסאך חיות. דער פילאנטראפ ר’ משה מאנטיפיורי האט דאס מנדב געווען. דאס איז די סיבה פארוואס מען האט דארט געבויעט א חצר וואס פירט אריין צו א אנדערע חצר איינס אינעם צווייטן, כדי עס זאל זיין אפגעהיטן פון די חיות וואס האבן זיך געדרייט דארט, אויך איז דארט געווארן א תקנה אז די הייזער גייען אריבער צו די קינדער און אזוי ווייטער.   מען האט דארט גערעדט נאך פילע זאכן וואס מיר דא נאר אנרירן אויפן שפיץ גאפל, ווי אז מען גייט ווייטער בית החיים, וויאזוי מ'קען העלפן אינגעלייט מיט דזשאב און פרנסה, איבער די נייע ישיבה קטנה, די נייע מקוה טהרה וואס מ'קויפט אין די נייע ווילעדזש, וויאזוי מ'קען פארבעסערן די טראנספארטיעשאן אין חדר/סקול, וואס מ'דארף נאך טון פארן קימפעטארין היים וואס ווערט בעז"ה פארטיג בקרוב, איבער די קיאסק און באזאר. און נאך.   אין דעם געלענגהייט טוען מיר זיך באדאנקען פארן ראש ישיבה מיט די געטרייע הנהלה וואס ארבעטן טאג און נאכט אז די קהילה און די הייליגע מוסד זאל זיך בויען אויפן שענסטן און בעסטן אופן וואס איז נאר שייך, עס זאל זיין גוט פאר אונז און די קינדער, אז מיר זאלן קענען דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וואס דער רבי לערנט אונז. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטס.   עס איז וויכטיגע צו באמערקן וואס דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג “אין שטעטל וועלן נאך זיין טויזענטער משפחות, אבער נאר אויב מען וועט זיך ליב האבן וועט מען קענען מצליח זיין”.

    < זעה מער ד חשון תשפ"ד 📝
  • אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט לייגט ארויס גלאבאלע סעקיורטי אלערט

    די סטעיט דעפארטמענט פון די פאראייניגטע שטאטן - די זעלבע וואס האבן געווארענט פאר ראש השנה אז מען טאר נישט פאר קיין אומאן - האט א סיסטעם אויף זייער וועבסייט וועלכע זיי רופן "טראוועל אדווייזערי" דאס מיינט אז זיי ראטן צי מען זאל פארן אין געוויסע לענדער אדער נישט. ווען מען קלאפט אריין א נאמען פון סיי וועלכע לאנד אויף דער וועלט וועט ארויפקומען אן אלערט איינע פון פיר שטאפלען. 1 בלוי, איז די נידעריגסטע וואס זיי רופן "זיין נארמאל פארזיכטיג" וואס מיינט אז מען קען דארט פארן. 2. געל, "זיין מער פארזיכטיג", 3. אראנדזש, "טראכט איבער צי דו זאלסט דארט פארן און 4. רויט, "פאר נישט אהין". &nbsp; די סיבות פארוואס די רעגירונג לייגט ארויף לענדער אויף די פארשידענע שטאפלען פון אדווייזעריס זענען געווענליך געבינדן צו סיבות ווי אומסטאבילע רעגירונגען, פאליטשע איבערקערענישן, טעראריזם וואכזאמקייט, און פאבליק געזינט ריזיקעס. די סטיעט דעפארטמענט האבן ספעצילע באאמטע וואס קוקן כסדר נאך און האלטן אן אויג אויף די פילע לענדער איבער די וועלט, און ווען עס קומען ארויף איינע פון די סיבות וואס מאכן לויט זיי א סכנה צו רייזן אהין, וועלן זיי ארויפרוקן דעם אדווייזערי שטאפל, און צושרייבן די סיבה פארוואס זיי האלטן אז מען דארף זיין דארט מער פארזיכטיג. &nbsp; לאור וואס אמעריקע האט זיך אריינגעמישט אין די מלחמה אין מיטל מזרח, און האט געברענגט אויף זיך די אויברויז פון די מוסלמענער, האט די סטעיט דעפארטמעמנט ארויסגעלייגט אן אראנדזשע "אלוועלטיכע פארזיכטקייט אלערט", און געבעטן רייזענדע און אמעריקאנער אין אויסלאנד צו זיין באזונדער אויף די וואך פאר פאטענציאלע סכנות פון אויפגעברויזטע מוסלמענער אדער אראבער וועלכע קענען וועלן נקמה נעמען אויף דעם וואס אמעריקע מישט זיך אריין אין די מיטל מזרח קעגן זייערע אינטערעסן. &nbsp; יעצט ווען די די סטעיט דיפארטמענט האט ארויסגעלייגט דעם אלוועלטליכן סעקיוריטי אלערט דארף מען געדענקען אז קודם כל איז עס דער אויבערשטער וועלכע געבט אונז סעקיוריטי, און עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן ווייל מיר האבן א גרויסער גאט וועלכע היט אונז אויף טריט און שריט. &nbsp; און צו די אלע וואס פאניקן נאך אלץ איז גוט אנצואווייזן, אז אויב אונזער זכרון ארבעט גוט האט די זעלבע סטעיט דעפארטמענט ארויסגעלייגט א נומער 4 רויטע "פאר נישט אהין" טרעוועל אדווייזער אויף אוקריינא, און האט אפילו ארויסגעלייגט א סטיעטמענט פאר ראש השנה אז די דעפארטמענט אויף סעטיט רעקאמענדירט אז אמעריקאנער בירגער זאלן נישט פארן קיין אוקריינא, און האבן ווייטער ארויסגעשריבן "דער רעקאמענדאציע גייט ארויף אויף אמעריקאנער בירגער וואס טראכטן צו רייזן קיין אומאן אויף ראש השנה", ווייטער האבן זיי ארויסגעברענגט אז זייער אמבאסאדאר אין קיעוו איז זייער געצוימט, עס גייט פאר א מלחמה און אזוי ווייטער. &nbsp; עס איז איבעריג צו זאגן אז די צענדליגע טויזנטער וואס זענען געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה און די טויזנטער וואס פארן קיין אוקריינא אויף קברי צדיקים זאגן אלע עדות אז אין די געגענטער וואס די אידן פארן איז נישט קיין זכר פון קיין מלחמה, און אז די גאנצע "טראוועל אדווייזערי" איז אין בעסטן פאל שטארק איבערגעטריבן. &nbsp; הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל

    < זעה מער ד חשון תשפ"ד 📝
  • פרישע ישיבה קטנה געעפענט אין שטעטל

    שוין א לענגערע תקופה וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט ארום איבער זיין ווילן ארויסצוברענגען די הייליגע ישיבה תפארת התורה צום שטעטל, א זאך וואס האט זיך דערווייל נישט אויסגעארבעט. &nbsp; אבער יעצט געלויבט דעם אויבערשטן אז די קהלה וואקסט, און מער און מער בחורים פון ישיבה זענען קינדער וואס זענען שוין אויפגעוואקסן אין היכל הקודש, און יעצט ביים אנהייב פון די נייע זמן האבן עטליכע עלטערן וואס וואוינען אין שטעטל געטראכט אריינצושיקן די אינגע בחורים קיין וויליאמסבורג צום ישיבה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער זעט די יעצטיגע געלעגענהייט אלץ א פאסיגע צייט אנצוהייבן איבערפלאנצן די ישיבה אין שטעטל צוביסלעך. &nbsp; און דערפאר האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז מען עפענט אויף א פרישע ישיבה קטנה פאר די אינגע בחרוים אין שטעטל. דער נייער ישיבה וואס שטייט בראש פונעם ראש ישיבה שליט"א איז שוין אפן ב"ה און גייט אן מיט א שטארקייט, דער ראש ישיבה שליט"א געבט יעדן טאג א דרשה פאר די בחורים דורך א הוק אפ, מיט חיזוק און הדרכה. &nbsp; בחורים פון אויסער די שטעטל וואס ווילן וועלן קענען קומען לערנען לערנען אין די נייע ישיבה, אבער דערווייל וועט עס זיין אן קיין דארמיטארי, און זיי וועלן זיך דארפן טרעפן א פלאץ וואו איינצושטיין. &nbsp; דער ראש ישיבה איז זייער פרייליך מיט די נייע ישיבה, און האט עס גענומען ווי זיין נייע פראיעקט, און זאגט אז ער וועט זיך בעז"ה אריינלייגן אריינצוגעבן אין די בחורים די אלע עצות פון רבין ווי מוהרא"ש האט געלערענט, בפרט די סדר דרך הלימוד, דרך ארץ און מידות טובות, אמונה און תמימות, רעדן צום אויבערשטן, און און אזוי ווייטער. &nbsp; לעת עתה האט מען אויפגענומען די ערשטע מגידי שיעור פאר די נייע ישיבה תלמידי חכמים און יראי ה' הר"ר יוסף שניצלער שליט"א און הר"ר אלחנן ראטה שליט"א. &nbsp; דערווייל האט מען זיך פלאצירט אויף צייטווייליג אין בית המדרש אין שטעטל, אבער אין די יעצטיגע טעג ענדיגט מען בויען א בנין ספעציעל פאר די ישיבה קטנה, וואס מען האפט צו קענען אריינגיין אין די נאנטע וואכן.

    < זעה מער ג חשון תשפ"ד 📝
  • אמעריקאנער פרעזידענט'ס באזוך אין מיטל מזרח געשטערט צוליב שפיטאל אויפרייס

    דער אמעריקאנער פרעזידענט ביידען האט זיך נעכטן ארויסגעלאזט צו א קורצע באזוך מיט א פלאן צו פארן פאר זיצונגען אין מדינת ישראל, און דערנאך קיין ירדן, ווי מען האט געפלאנט צו האבן א זיצונג מיט ירדנ'ס קעניג אבדולא, פאלעסטינע פרעזידענט אבאס, און עגיפטנ'ס פרעזידענט על-סיסי. בשעת דער פרעזידענט איז געווען אין די לופט, האט - ווי נעכטן באריכטעט - פאסירט א גרויסע אויפרייס אין א שפיטאל אין צפון עזה, ווי עטליכע הונדערט פאלעסטינער זענען אומגעקומען, דאס האט גורם געווען אז דער זיצונג אין ירדן איז תיכף אפגערופן געווארן. &nbsp; די אראבישע וועלט האט געליארעמט אז מדינת ישראל האט געשאסן א מיסל צום שפיטאל, און די מידיע האט עס תיכף אפגעקויפט אן קיין פראגעס, און אין די גאנצע וועלט האבן די העדליינס געלויטעט אז איבער פינף הונדערט אומגעקומען אין מדינת ישראל אטאקע אויף שפיטאל אין עזה. און אפילו אין די פרייע אמעריקע וואס האלט זיך אלץ שטיצער פון מדינת ישראל האבן עס רוב מידיע נעצן אזוי געדעקט. &nbsp; מען קען אפשר אריינגיין אינעם נושא איבער ציונות, קנאות, ווער איז שולדיג, און מען קען רעדן אז די מדינה איז באמת א מרידה במלכות שמים פון די ערשטע מינוט, וואס איז אביסל א האקעלע נושא צו רעדן אין אזא צייט ווען אידיש בלוט גיסט זיך, און מען באוויינט די שווערע הונדערטער אידן וואס קומען נעבעך אום אויפן מזבח פון כוחי ועוצם ידי און נאציאנאליזם. &nbsp; דא וועלן מיר בארירן אן אנדערע פונקט, פארוואס זאל זיך די מידיע צוכאפן צו דעם ליגנט אז מדינת ישראל איז שולדיג אינעם אויפרייס נאך איידער מען האט אפילו געהאט א שאנס עס נאכצוגיין? פון וואו האבן זיי גענומען די קאנפידענץ צו באריכטן אין די ערשטע מינוט מיט אזא בלעכענעם פנים אז מדינת ישראל איז שולדיג דערין, אפילו זיי ווייסן אז דאס וועט אויפרייצן די גאנצע אראבישע וועלט - וואס מאכט ליידער נישט קיין חילוק צווישן א איד און די מדינה - קעגן אידישע קינדער? &nbsp; און דאס האט מען געזען אפילו ביי צייטונגען וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורך אידיש אפשטאמיגע ארויסגעבער ווי די ניו יארק טיימס. און די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. אין די גאנצע וועלט - בפרט אין די אראבישע וועלט - האבן זיך צענדליגער טויזנטער מאסן זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן אין פראטעסטן האלטנדיג די פענער פון פאלעסטינע שרייענדיג "אלא אכבאר". ערליכע אידן פארלאזן זיך אויפן אויבערשטן, וויסנדיג אז ער פירט די וועלט, און קיינער קען מיר נישט טון נישט קיין שלעכטס און נישט קיין גוטס אן דעם וואס דער אויבערשטער האט אזוי געוואלט. &nbsp; וואס מען קען ארויסנעמען פון די גאנצע סומאטוכע איז אז מען קען די נייעס נישט גלייבן קיין כי הוא זה. עס איז א שאד יעדע מינוט וואס מיר געבן אוועק צו ליינען וואס די אינטערנעט אנגעפאשעטע שרייבערס ווילן אונז פארקויפן, ווייל די זעלבע זאך ווי דאס טוען זיי כסדר, זייער אגענדע איז סך הכל אנצודרייען כאאס, און צושלעפן תמימות'דיגע ליינער, וואס וועלן דערשראקענערהייט לויפן קויפן זייער צייטונג כדי צו וויסן די לעצטע "קראנטע" נייעס... &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג אז די פרשת השבוע דאס איז אונזער נייעס. די העדליינס היינט איז, אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר נח אז מען דארף תשובה טון. אויך איז היינט אויף די פאדערשטע בלאט פון די נייעס אז דער אויבערשטער האט געהאט טענות אויף נח פארוואס ער איז געווען א צדיק אין פעלץ, דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זיין ווי אברהם אבינו און מפרסם זיין און מגלה זיין פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. &nbsp; דאס איז נייעס, און דאס איז קראנטע נייעס, און מיט דעם וועלן מיר לעבן א גוטע לעבן סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט.

    < זעה מער ג חשון תשפ"ד 📝
  • סקול שטייערן אין ליבערטי סקול דיסטריקט אראפ מיט פינף פראצענט

    אין א צייט וואס די ווערט פון די געלט פאלט, און די פרייזן שטייגן, "אינפלאציע", איז אבער די סקול שטייערן אין ליבערטי סקול דיסיטריקט "גענידערט" געווארן מיט עטליכע פראצענט. &nbsp; אנשי שלומינו אין שטעטל מוטשען זיך שוין עטליכע יאר מיט די הויכע סקול שטייערן וואס מען צאלט דא מער ווי געווענליך. אויפן בקשה פונעם ראש ראש ישיבה האט די הנהלה מטכס עצה געווען וואס מען קען טון אראפברענגען די שטייערן, אז אזויפיל אידיש געלט זאל נישט גיין לאיבוד. &nbsp; די ערשטע השתדלות וואס מען האט געטון איז איז "תפילה", מען האט געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל אנהייבן צו רעכענען ווייניגער שטייערן אויף די הייזער, און אויך אז מען זאל האבן די ריכטיגע שפראך ביי די שטאטישע באאמטע און אז זיי זאלן פארשטיין אז דאס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, די שטייערן דארפן אראפקומען. &nbsp; מיט א תפלה צום אויבערשטן איז מען אריבער צו זיי, און אפגעהאלטן עטליכע מיטינגען און ארויסגעברענגט פון אונזער קוק ווינקל וויאזוי מיר זעען עס. עס איז אריבער א שיינע שטיק צייט און מען האט גארנישט געהערט פון זיי, מען האט נישט געוויסט אויב מען האט למעשה עפעס אויפגעטון. &nbsp; ארויסגעשטעלט האט זיך עס אז די תפילות און פעולות האבן אויפגעטון ברוך השם, און די טעקסעס זענען היפש אראפגעגאנגען, כאטש עס קען נאך זיין בעסער, אבער אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דאס וואס מען האט שוין עררייכט. &nbsp; די סקול טעקסעס - וואס איז די גרעסטע טעקס וואס א געווענליכע מענטש באצאל אין אמעריקע - איז גענידערט געווארן דאס יאר מיט פינף פראצענט, און יעדער לויט די ווערט פון זיין דירה וועט זיך שפארן כאטש עטליכע הונדערט דאלער. &nbsp; דא איז טאקע דאס פלאץ צו דערמאנען אלע דירה אייגענטומער אז עס איז דא א שטאטישע פראגראם "סטאר" וואס גיבט צוריק בערך $600 פון די טעקסעס וואס מען האט געצאלט. און די הנהלה איז גרייט ארויסצוהעלפן אלע וואס ווילן וויסן מער אינפארמאציע דערוועגן.

    < זעה מער ב חשון תשפ"ד 📝
  • מיסל רייסט אויף אין הויף פון עזה שפיטאל ברענגט אום הונדערטער

    אין די מינוטן קומען אריין באריכטן פון עזה איבער א מאכטפולע באמבע וואס האט אויפגעריסן פארענט פון די אכלי שפיטאל אין עזה סיטי וואס געפונט זיך צפון עזה, וואס איז די געגענט וואס די איזרעאלישע מיליטער האט באפוילן צו אוועקואירן. באריכטן געבן אן אז אויפרייס האט געקאסט דאס לעבן פון עטליכע הונדערט מענטש, סיי פאציענטן, און סיי פון אנדערע וואס האבן דארט געזוכט שוץ האפענדיג אז דארט איז מען מער פארזיכערט. &nbsp; אין די מינוטן איז נישט קלאר ווער עס האט דארט געשיקט די באמבע, און יעדער לייגט עס אן אויפן אנדערן, די פאלעסטינער און די אראבישע וועלט ברויזט געפערליך אויף די איזראעלישע מילטער און רופט פאר נקמה, בשעת איזראעל טענה'ט אז דאס קומט גאר פון א באמבע וואס די איסלאמיק דזשיאד האט געשיקט צום ריכטוג פון די אידישע שטעט אין ארץ ישראל אבער איז דורכגעפאלן, אראפ פאלענדיג ביי זיי אין הויף. &nbsp; אידן איבער די גאנצע וועלט וואס לעבן מיט אמונה פאלן נישט אריין אין קיין פאניק, מען ווייסט אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, און נאר אויף אים קען מען זיך פארלאזן. מען דאווענט מען בעט און מען זאגט תהלים. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אין די טעג מפרסם געווען אז מוהרא"ש פלעגט אין אזא צייט זאגן אז מען זאל יעדן טאג זאגן קאפיטל פ"ג אין תהלים,&nbsp; &nbsp; (פג) שִׁיר מִזְמוֹר לְאָסָף: אֱלֹקִים אַל דֳּמִי לָךְ אַל תֶּחֱרַשׁ וְאַל תִּשְׁקֹט אֵל: כִּי הִנֵּה אוֹיְבֶיךָ יֶהֱמָיוּן וּמְשַׂנְאֶיךָ נָשְׂאוּ רֹאשׁ: עַל עַמְּךָ יַעֲרִימוּ סוֹד וְיִתְיָעֲצוּ עַל צְפוּנֶיךָ: אָמְרוּ לְכוּ וְנַכְחִידֵם מִגּוֹי וְלֹא יִזָּכֵר שֵׁם יִשְׂרָאֵל עוֹד: כִּי נוֹעֲצוּ לֵב יַחְדָּו עָלֶיךָ בְּרִית יִכְרֹתוּ: אָהֳלֵי אֱדוֹם וְיִשְׁמְעֵאלִים מוֹאָב וְהַגְרִים: גְּבָל וְעַמּוֹן וַעֲמָלֵק פְּלֶשֶׁת עִם יֹשְׁבֵי צוֹר: גַּם אַשּׁוּר נִלְוָה עִמָּם הָיוּ זְרוֹעַ לִבְנֵי לוֹט סֶלָה: עֲשֵׂה לָהֶם כְּמִדְיָן כְּסִיסְרָא כְיָבִין בְּנַחַל קִישׁוֹן: נִשְׁמְדוּ בְעֵין דֹּאר הָיוּ דֹּמֶן לָאֲדָמָה: שִׁיתֵמוֹ נְדִיבֵמוֹ כְּעֹרֵב וְכִזְאֵב וּכְזֶבַח וּכְצַלְמֻנָּע כָּל נְסִיכֵמוֹ: אֲשֶׁר אָמְרוּ נִירֲשָׁה לָּנוּ אֵת נְאוֹת אֱלֹקִים: אֱלֹקַי שִׁיתֵמוֹ כַגַּלְגַּל כְּקַשׁ לִפְנֵי רוּחַ: כְּאֵשׁ תִּבְעַר יָעַר וּכְלֶהָבָה תְּלַהֵט הָרִים: כֵּן תִּרְדְּפֵם בְּסַעֲרֶךָ וּבְסוּפָתְךָ תְבַהֲלֵם: מַלֵּא פְנֵיהֶם קָלוֹן וִיבַקְשׁוּ שִׁמְךָ ה' יֵבֹשׁוּ וְיִבָּהֲלוּ עֲדֵי עַד וְיַחְפְּרוּ וְיֹאבֵדוּ: וְיֵדְעוּ כִּי אַתָּה שִׁמְךָ ה' לְבַדֶּךָ עֶלְיוֹן עַל כָּל הָאָרֶץ: &nbsp; אין דעם קאפיטל בעט מען דעם אויבערשטן, "באשעפער שווייג נישט, די שונאי ישראל פון אלע פעלקער האבן זיך געהויבן די קאפ, זיי ווילן אויסמעקן דאס אידישע פאלק ר"ל, באשעפער טוה מיט זיי ווי דו האסט געטון פאר מדין, סיסרה, און יבין (מלך חצור - מלבי"ם) וואס דו האסט זיי אלע אויסגעמעקט און אויסגעראטן", און מען בעט ווייטער דעם אויבערשטן ער זאל פארלענדן און אויסרייסן אלע אנטיסעמיטן, און מען ענדיגט צו אז דאן וועלן אלע זען אז דו באשעפער ביסט דער אייציגער און דו ביסט בעל הבית און פירסט די גאנצע וועלט. &nbsp; וידעו כי אתה שמך ה' לבדך עליון על כל הארץ

    < זעה מער ב חשון תשפ"ד 📝
  • אמעריקע זאגט אז זי קען שטיצן צוויי מלחמות אין די זעלבע צייט

    וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט הערט מען איבער די מצב אין ארץ ישראל, מען רעדט איבער די סטראשערייען פון איראן, פון די פארדאמונגען פון די יו ען, און די שטיצע פון אמעריקע, אלע באריכטן איבער די צוגרייטונגען פון די ארמייען צו איינעמען עזה און מאכן סדר איין מאל פאר אלעמאל ביי די כאמאסניקעס און זיי אויסראטן. &nbsp; דאס איז אין די זעלבע צייט וואס ביי די מלחמה וואס קומט פאר אין די אנדערע זייט וועלט צווישן רוסלאנד און אוקריינא טוט זיך אויך א וועלט, וויפיל האבן געהערט אז אין די לעצטע טעג - דאס קומט אויס בערך אין די זעלבע צייט וואס די מלחמה אין ארץ ישראל האט זיך אנגעפאנגען - האבן זיך געדאפעלט די צאל טרופן וואס אוקריינא האט באוויזן אומצוברענגען פון רוסלאנד, אין געווענליכע טעג פלעגן זיין בערך פיר הונדערט טויטע רוסישע סאלדאטן בעת ווען אין די לעצטע וואך האט זיך עס געהויבן צו בערך אכט הונדערט א טאג. ווען נישט וואס די שווערע צושטאנד אין ארץ ישראל וואלט עס לכאורה געווען העדליינס, אלע וואלטן גערעדט "האסט געהערט וואס אוקראינע האט לעצטענס באוויזן", און די מידיע וואלט געמאכט אנאליזן צי אוקראינע וועט עס יא קענען באווייזן, צי נישט, אויב דאס איז א באווייזן אז די "קאנטער-אפענסיווע" איז סוקסעספול, אדער איז נאר צוליב דאס און יענץ. &nbsp; א ריפארטער האט אפילו אנגעפרעגט דעם אמעריקאנער פרעזידענט ביידען נאכדעם וואס ער האט געשיקט מיליטערישע הילף אויסצוראטן כאמאס און צוגעזאגט צו העלפן מיט אלעם וואס פעלט אויס צי אמעריקע איז נישט איבערגעשטרענגט מיט די מלחמה וואס זי שטיצט אין אוקריינא. &nbsp; די סיבה פארוואס די אוקראינע נייעס ווערט אוועקגעשטופט טראץ וואס לויט די צאל טויטע וואלט עס געדארפט זיין אסאך א שטערקערע נייעס איז צוויי פאכיג, איינס ווייל אין ארץ ישראל וואוינען מיליאנען אידישע קינדער, און די נייעס איז נאנט צום הארץ, אלע האבן דארט קרובים און באקאנטע, און אידישע קינדער זארגן זיך איינע פארן צווייטן, אבער אויך איז דא נאך א סיבה, דאס איז צוליב וואס די מלחמה פון רוסלאנד איז אלטע אויסגעוועפטע נייעס, דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט א נאטור אין מענטשן אז מען גלייכט נייעס, און ווען מען רעדט פון א זאך צו לאנג, פארלירט מען די געדולד דערצו. &nbsp; דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף זיך "חידוש כמוני לא היה בעולם", די וועלט וואונדערט זיך אויף דעם אויסדרוק, במשך די דורות האבן מיר געהאט די הייליגע אבות, די שבטי קה, די נביאים, די שופטים, גאונים, ראשונים, צדיקים, פוסקים, און וואס מיינט דאס "לא היה בעולם", מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס גייט ארויף אויף די מדת ההתחדשות. דער רבי איז געווען אזא חידוש אין התחדשות וואס אזאנס איז נאכנישט געווען אויף דער וועלט. דער רבי האט געמאכט טויזנטער התחלות יעדן טאג, ווייל דאס איז די שליסל מען "זאל נישט אלט ווערן". &nbsp; דאס קענען מיר ארויסנעמען פון דעם וואס מען רעדט מער נישט פון אוקראינע, אז ווען מען לערנט די היייליגע תורה, מען הערט די עצות פון די צדיקים זאל מען טראכטן אז מען הערט עס יעצט צום ערשטן מאל, מען איז יעצט געוואר געווארן פון די זיסע עצה פון רעדן צום אויבערשטן, מען האט היינט צום ערשטן מאל געהערט אז דער אויבערשטער האט מיך ליב אפילו מיט אלע מיינע דורכפעלער, ברעיקינג ניוס: עס איז דא א וועג וויאזוי דו זאסלט קענען האבן שלום בית. מיט די עצה פון התחדשות קען מען זוכה זיין זיך צו האלטן ביים רבין און נישט אלט ווערן און ווערן נאכגעלאזט. &nbsp; חידוש כמוני לא היה בעולם

    < זעה מער א חשון תשפ"ד 📝
  • פילע געשמאקע רייכע ארטיקלען געשריבן פאר ברסלב סענטער

    אין א פרישע געשמאקע אפדעיט פארן ברסלב סענטער וועבסייט, קומט אריין די נייעס אז די ארטיקלען אפטיילונג איז געווארן אויפגעפרישט, און יעצט ווען מען גייט אריין אינעם ארטיקלען בלאט קען מען זען פילע זאפטיגע ארטיקלען איבער אלץ און אלעמען, געשריבן דורך געשמאקע שרייבערס צווישן זיי, מו"ה משה ארי' שניטצלער הי"ו פון די ברלסב'ע כולל, און מו"ה ישראל דוד העסקעל הי"ו פון עיר הבירה לאנדאן, אזוי אויך דורכן אונטערערדישן געהיימען שרייבער הרוצה בעילום שמו פון "צום פינטל", און נאך. &nbsp; אויסער פילע ארטיקלען וועלכע ערשיינען אינעם קרית ברסלב בלעטל וואס וועלן אויך דא ערשיינען וועט דער וועבסייט האבן פילע עקסקלוסיווע ארטיקלען ספעצילע געשריבן פארן וועבסייט. &nbsp; אין די פאר טעג וואס די ארטיקלען ווערן שוין פריש אפדעיטעד האט דער אפטיילונג שוין געהאט שווערע הונדערטע באזוכער פון איבער די גאנצע וועלט און מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן ווי די ליינער האבן הנאה פון די געשמאקע און זיסע שרייבערס וואס לאזן איבער א זיסע נאך טעם. ווייל עס זענען נישט סתם ליידיגע ארטיקלען געשריבן דורך אינטערנעט זיצערס און נייעס קוקערס וואס זוכן בלויז צו מאכן סענזאציעס און פאניק, אויך האבן זיי נישט קיין אינטערעסע צו "קייען וואסער" און "מאלן שטרוי", די ארטיקלען וואס בדרך כלל זענען זיי געשריבן מיט א פרייליכע "סענס אף הומאר" האבן אלע א ציל אריינצולייגן און באהאלטן דערין די אפעקטיווע מעדיצינען וואס דער הייליגער רבי האט פארשריבן פאר דעם דור, און אסאך מאל זענען מיר נישט אין די גוסטע צו הערן א מוסר שמועס, אדער באקומען דירעקט קריטיק, מיר זענען דאן ווי די קליינע קינדער וואס שפייען אויס די אנטיביאטיק וואס דער דאקטער האט אנגעזאגט אז מען מוז עס נעמען, וואס דאן - פלעגט מיין מאמע אריינלייגן די מעדיצינען אין א לעפל זיסע יאגורט, און אזוי נישט מיר נישט דיר, האסטו באקומען דעם געפאדערטן דאזע. &nbsp; די ארטיקלען זענען אלע מיט דעם ציל אריינצולייגן אין אונז אמונה, שלום בית, אהבת התורה, מידות טובות, און אזוי ווייטער, אבער קומען שיין פארפאקט אין א רייצענדע רעפער כדי "די קליינע קינד אין אונז" זאל עס אויך מסכים זיין צו נעמען. &nbsp; מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט כסדר דארט ארויפגיין פילע שיינע ארטיקלען פון וואס אלע וועלן בעזר השם שטארק הנאה האבן. ליינט און האט הנאה!

    < זעה מער א חשון תשפ"ד 📝
  • יארצייט פון הייליגן רבין אפגעהאלטן אין היכל הקודש איבער די וועלט

    הונדערטער תלמידי היכל הקודש אין פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגענעם חול המועד סוכות ח"י תשרי צו אפרעכטן דעם יארצייט פון הייליגין רבי'ן, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד שמחת בית השואבה און צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע זכיה אז מיר ווייסן פון די עצות פון הייליגן רבין. &nbsp; וויליאמסבורג: דער צענטראלער סעודת הילולא איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה מאנטאג נאכט אין סוכה אין הויף פון בית המדרש אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי מען האט זיך געוואשן צו סעודה, פילע פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט צו מיטצוהאלטן, מען האט געזינגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי האט איבערגעלאזט, וואס איז אן אור וואס וועט בלייבן ביז משיח וועט קומען, און אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער נעמען עס אפענערהייט אדער באהאלטענערהייט פונעם רבין. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון מוהרא"ש אז ברסלב'ע חסידות איז תלוי וויפיל מען לערנט דעם הייליגן רבינס ספרים, און אז רבי האט געזאגט אז לערנען די ספרים וועט עפענען אלע אדערן, וואס מיינט אז מען באקומט אמונה און מען קומט צוריק צום אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט שטארק מאריך געווען איבער די מתנה פון רעדן צום אויבערשטן וואס מיט דעם קען מען אלעס פועלן, "זאג א ווארט צוויי ווערטער, וועסטו מיט געדולד אנקומען צו די גרעסטע מדריגות און קענען אויספירן אלע דיינע קבלות". פון דא און ווייטער האבן מיר געלייגט די שטעט ע"פ סדר האל"ף בי"ת &nbsp; בארא פארק: מאנטאג נאכמיטאג האבן זיך אנשי שלומינו צוזאם גענומען ביים בית המדרש אין בארא פארק ווי אלע וואס האבן געהאט קארס האבן אויפגענומען די פילע וואס האבן געזוכט וועגן אנצוקומען קיין וויליאמסבורג, און מען האט זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט קיין וויליאמסבורג מיט צו האלטן פערזעליך דעם יארצייט סעודה ביים ראש ישיבה, אויף די וועגן זענען געווען זייער שיינע שיחות חברים, ווי מען האט געשמועס און זיך מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבין. &nbsp; ביתר: אין ביתר עילית איז מען זיך צוזאם געקומען צום גרויסן סוכה אין הויף פון מו"ה יואל קרויס שליט"א, בשעת די סעודה האט מען געהערט א שיינע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט רעקארדירט ספעציעל פאר די בני ארץ ישראל סוכות תשפ"ג. נאכן שיעור איז געווען שיינע שיחת חברים, ווען יעדער האט ארויסגעברעגנט וואס ער האט באקומען פון היכל הקודש. &nbsp; בית שמש: דינסטאג נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין די גרויסע סוכה פון מו"ה יצחק ראטה שליט"א, דער חשובער גאסט מו"ה יעקב גוטמאן שליט"א פון בראכפעלד האט אויפגעטרעטן און גערעדט פון די גרויסע מתנות וואס מיר באקומען פון רבין, בפרט דער סדר דרך הלימוד און שלום בית. דערנאך זענען פארגעקומען פילע סיומים, ווי מען האט געזען וואס פאר א רייכע קהילה מען פארמאגט אין זכות פון הייליגן רבין. &nbsp; בני ברק: אויך דאס יאר איז מען זיך צוזאם געקומען צום גרויסן סעודת הילולא אין בני ברק וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך מו"ה יעקב הורוויץ שליט"א און מו"ה יואל שעכטער שליט"א אינעם גרויסן סוכה וואס מו"ה שלמה יאקאב שליט"א האט פארשאפט, מען האט געזונגען ניגונים פון ראש ישיבה פון בענקשאפט צום אויבערשטן, דערנאך האט דער גבאי מו"ה אבא חייא רייזמאן שליט"א אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט אז יעצט איז די צייט מען זאל אריינקלערן און אנהייבן צו נוצן די גרויסע מתנות וואס דער רבי געבט אונז טאג טעגליך, און אז נאר דורך הפצה קען מען בלייבן פריש. דערנאך האט מען געהערט פאסיגע דיבורים פונעם גבאי מו"ה יואל לעווי שליט"א וואס האט גערעדט איבער דאס וואס דער רבי זאגט "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד" און דער יארצייט געפאלט טאקע אינמיטן דעם יום טוב סוכת זמן שמחתינו. אבער וויאזוי קען מען טאקע זיין פרייליך מיט אלע איבערגייעכצער? נאר דורך די תורה, און דער רבי געבט טאקע א וועג וויאזוי יעדער איד קען לערנען, און אזוי קען טאקע יעדער אויך מקיים זיין דעם "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד. ער האט נאכגעזאגט פון ראש ישיבה שליט"א וואס האט געזאגט אין אומאן אז ווען מען גייט צום ציון פון הייליגן רבין דארף מען זאגן "שכח רבי", האט ער געזאגט אז יעצט ביים יארצייט דארף מיר דאנקען און זאגן "שכח רבי, שכח מוהרא"ש און שכח ראש ישיבה" אויף די אלע זיסע עצות וואס מיר באקומען פון זיי, וואס נאר אזוי קען מען באמת זיין פרייליך און אויסנוצן די הייליגע יום טוב טעג, מיט רעדן צום אויבערשטן, לערנען תורה, זיין פרייליך, בענקען צום אייבערשטן. דערנאך זענען פארגעקומען סיומים אויף מסתות הש"ס, ששה סדרי משנה, דעם רבי'נס ספרים און נאך, און צוויי טייערע בחורים תלמידי היכל הקודש האבן געפראוועט א סיום הש"ס הבה"ח נחמן יצחק רעכניצער הי"ו און הבה"ח יואל קליין הי"ו. דינסטאג אינדערפרי נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסע לחיים אין די סוכה אין הויף פון בית המדרש, דער גבאי מו"ה משה רעכניצער שליט"א האט גערעדט איבער די געוואלדיגע ליבשאפט וואס דער אויבערשטער האט צו יעדן איד, וואס דער הייליגער רבי איז דאס אונז מגלה. &nbsp; בראכפעלד מודיעין עילית: מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם קומען אין די סוכה אין הויף פונעם בית המדרש, מו"ה יעקב גוטמאן שליט"א האט געגעבן א שיינע שמועס, איבער דעם אז מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבין, און אויף די שיינע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, אז אונערע שטובער זענען נישט צום דערקענען, שטובער פון תורה, פון רעדן צום אויבערשטן, שלום בית. דערנאך זענען פארגעקומען פילע סיומים, ווי שיין איז געווען צו זען די מתנות וואס זיי האבן באקומען פון רבי'ן, דער האט באקומען א ש"ס, דער ד' חלקי שלחן ערוך, דעם רבינס ספרים, תיקוני זוהר און אזוי ווייטער. דינסטאג אינדערפרי נאכן שיעור גמרא האט דער מגי"ש מו"ה יעקב שליט"א פארגעלערענט תורה רס"ו אז סוכות איז אזוי ווי שבועות און האט נאכגעזאגט שיינע זאכן פון ראש ישיבה שליט"א איבער וויאזוי א אידישע שטוב דארף זיך פירן. &nbsp; חיפה: אין חיפה איז מען זיך צוזאם געקומען מאנטאג נאכט אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון בית המדרש קהל חסידים, ווי מען האט זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה, דער חשובער גאסט פון יבנאל מו"ה אלימלך שווארץ שליט"א האט גערעדט זייער שיינע דיבורים, איבער די געשמאקע עצות פון רבין, און איבער די זיסע דרך הלימוד, און האט ארויסגעברענגט אז מן השמים האט מען צוגעפירט אז פונקט היינט איז מען מסיים דעם תוספתא אויפן סדר וואס מוהרא"ש האט איינגעפירט, און די וואס האבן עס נאכנישט אנגעהויבן איז כדאי מען זאל זיך יעצט מיטכאפן. &nbsp; טבריה: מאנטאג נאכט ליל אושפיזא דמשה איז מען זיך צוזאם געקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פונעם בית המדרש היכל הקודש אין טבריה. דער גבאי מו"ה יוסף סאקס שליט"א האט געבעטן יעדער זאל פארציילן זיין סיפור התקרבות און ארויסברענגען וואס דער רבי טוט מיט אים היינט אין יאר תשפ"ד, מען האט געהערט אסאך טייערע ווערטער פון פילע פון אנשי שלומינו, פון וואס מען האט זיך שטארק מחזק געווען. דינסטאג אינדערפרי נאכן דאווענען האט מען געמאכט א לחיים נאכן פארלערנען דעם שיעור גמרא אין די סוכה ווי דער מגי"ש מו"ה יוסף הי"ו האט ארויסגעברענגט ווי דער רבי לערט אונז אויס וויאזוי מען דארף זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן און אז מען געבט איבער דעם טאג פארן באשעפער ווערט מען געהיילט פון אלע סארטן סטרעס און ענקזייעטי. &nbsp; יבנאל: מען איז זיך צוזאם געקומען אין סוכה אין שטוב פון מו"ה דוב קליין שליט"א, נאכן זינגען דעם "שיר ידידות" האט מען זוכה געווען צו הערן טייערע ווערטער פון הגאון ר' משה קורץ שליט"א גאב"ד יבנאל איבער די גרויסע כח וואס ליגט אין די ספרים פון הייליגן רבין, און וויאזוי עס טוישט דעם מענטש. &nbsp; ירושלים עיר הקודש: מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אין גרויסן סוכה אין הויף פון בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב ברסלב, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, דערנאך האט דער גבאי הר"ר יצחק שמואל פרענקל שליט"א אויפגעטרעטן און פארגעלערענט די תורה רפ"ב פון הייליגן רבין ווי דער רבי מאנט מען זאל זען צו קוקן גוט אויף יעדן איד, און דער גבאי האט געזאגט אז אויך אויף זיך דארף מען טרעפן גוטע נקודות, דערנאך האט מען גערעדט פון די גרויסע מופתים וואס מען זעט ביים הייליגן רבין ביזן היינטיגן טאג, ווען יעדער קען זאגן אויף זיך "א מופת בין איך" און מען זעט ווי דעם רבי'ן זאך לעבט אויף אייביג. צום ביישפיל מען זעט ווי א איד אין תשפ"ד בשעת זיין גאנצע פארמעגן גייט ארויף אין פלאמען אבער איז זיך מחזק מיט אמונה און מיט די עצות וואס דער רבי האט געשריבן איבער צוויי הונדערט יאר צוריק. &nbsp; לאנדאן: דינסאטג נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין סוכה אין הויף פון בית המדרש אויף סענט עדרוס גראו, ווי מען האט זיך געוואשן צו ברייטע סעודה לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבין, עס האט זיך באטייליגט א חשובע גאסט דער דיין פון קהל יטב לב דסאטמאר אין לאנדאן הרה"ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט גאר שטארקע דיבורים, און האט ארויסגעברענגט די חיזוק וואס די גאנצע וועלט נעמט פון הייליגן רבין, און האט פארגעלערט תורה רפ"ד, און האט מעודד געווען מען זיך זיך מחזק זיין און מחדש זיין מיט הפצה, אויף וואס די וועלט איז קריטיש אנגעוויזן. דערנאך האט מען געזונגען ניגונים פון אמונה. &nbsp; מאנסי: מאנטאג נאכט זענען זיך צוזאם געקומען א שיינע ציבור צו א סעודה לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבין אין סוכה אין הויף פון ביהמ"ד היכל הקודש אין מאנסי, און נאכן זיך וואשן צו די סעודה האט מען מיט געהאלטן מיט א לייוו הוק אפ די דרשה פון ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג. נאכן סעודה האט מען געזונגען שיינע ווארימע ניגונים פון בענקשאפט צום אויבערשטן. &nbsp; צפת: מאנטאג נאכט זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען אינעם גרויסן סוכה פון מו"ה נתן ראזענבערג שליט"א, נאכן זיך וואשן צום סעודה האט מען געהערט פאסיגע דיבורים פון מו"ה נתן טייכנער שליט"א אן אייניקל פון הייליגן רבין, דערנאך האט מו"ה נחמן יאקאבאוויטש שליט"א אויפגעטרעטן איבער די כח ההתחדשות וואס דער רבי לערנט אונז אויס, און אויף די באזונדערע זכי' אז מיר זענען מקורב צום רבין דורך היכל הקודש וואס מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א לאזן אונז נישט איינשלאפן. ביינאכט נאכן טאנצן האט מען מיטגעהאלטן מיט א לייוו הוק אפ דעם שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, פון וואס אלע האבן ארויסגענומען חיזוק און עצות אויף למעשה. &nbsp; קרית ברסלב: מאנאטג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון בית המדרש אויף האשקי, עס איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודה, און בשעת די סעודה האט מען זיך צוגעהערט צום לייוו הוק אפ פון ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג פון וואס אלע האבן ארויסגענומען חיזוק און עצות לעובדא ולמעשה. &nbsp; קרית יואל: מאנטאג נאכט זענען פילע אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג צום סעודת הילולא ביים ראש ישיבה, און דינסטאג נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין גרויסן סוכה אין שטוב פונעם גבאי פון בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן וועי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א ווי מען האט געהערט שיינע דיבורים פונעם גבאי וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הפצה, ווי טייער און חשוב עס איז ביים אויבערשטן. און ווי די גאנצע וועלט האט חיות און חיזוק פון הייליגן רבין, און מיר דארף זיך אויפפרישן. אויך איז פארגעקומען סעודות הילולא'ס אין נאך פילע פלעצער ווי אלעד און נאך. דער אויבעשטער זאל העלפן דער זכות פון הייליגן רבין זאל מגין זיין אויף אונז אז מיר זאל קענען אויספירן און נוצן די אלע עצות וואס ער האט אונז געגעבן און זיין אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו &nbsp;

    < זעה מער ל תשרי תשפ"ד 📝
  • עווקואציעס ארויס פון ארץ ישראל אין ליכט פון מלחמה

    טויזנטער חרדישע אידן פון איבער די וועלט וועלכע האבן געוויילט אין ארץ ישראל געפונען זיך אין א שווערע סיטואציע אין די טעג בלייבענדיג שטעקן אין ארץ ישראל אינעם שווערן מלחמה צושטאנד. דער קריג וואס האט אויסגעבראכן פארגאנגענעם שמחת תורה אין וואס שווערע הונדערטער אידן זענען ליידער געשלאכטעט געווארן כצאן לטבח דורך בלוט דורשטיגע רוצחים האט נישט געקענט פאסירן אין אן ערגערע צייט פאר די צענדליגע טויזנטער חוץ לארץ'דיגע געסט וועכלע זענען געקומען קיין ארץ ישראל צו די פילע רביים אדער צו משפחה. &nbsp; טראצדעם וואס אפיציעל איז דער לופט פעלד אין תל אביב פולשטעדיג אפן, האט אבער דער קריג צוגעברענגט אז רוב רובם פון די לופטלינעס אריינגערעכענט אלע גרויסע אמעריקאנער עירלייס ווי אמעריקען, יונייטעד, דעלטא האבן תיכף געקענסעלט זייערע פלייטס, מורא האבענדיג אז א מיסל אדער א ראקעט זאל נישט טרעפן זייערע פליגערס, וואס דאס האט זיך נאר מער און מער פארערגערט מיט יעדן דורכגייענדען טאג, און פילע וואס האבן ריסקעדזשולט א טיקעט פאר גאר טייערע פרייזן האבן פלוצלינג באקומען א הודעה פונעם עירליין אז אויך דער נייער פלייט איז אפגערופן. &nbsp; די אלע משפחות מענער ווייבער און קינדער האבן זיך שוין געוואלט זען אינדערהיים סיי צוליב די כולל, דזשאב, ישיבה, חדר און סקול, און בפרט זוכט מען נישט צו זיין אוועק פונדערהיים אין א מלחמה צייט. אידישע קינדער האבן מתפלל געווען מען זאל קענען אנקומען איים, און צובילסעך האבן פילע לענדער אנגעהויבן צו שיקן פליגערס אהיים צו נעמען זייערע בירגער אנגעהויבן פון פוילן, בעליגע, פראנקרייך און נאכגעפאלגט מיט קאנאדע. &nbsp; אבער וויבאלד רוב פון די חוץ לארצדיגע געסט קומען אבער פון אמעריקע און ענגלאנד איז דאס בכלל נישט געווען קיין ישועה, אבער נאך אסאך תפילות האט דער אויבערשטער געהאלפן אז היינט האבן סיי אמערקיע און סיי די יו.קעי. געמאלדן אז זיי גייען אויך אוועקואירן זייערע בירגער, און אלע איינוואוינער פון זייערע מדינות זאלן זיך מעלדן צו די אויסערן דעפארטמענט ווי מען וועט זיי העלפן אנקומען אהיים. &nbsp; אידישע קינדער געפונען זיך אין גלות צווישן די אומות העולם און זענען מתפלל אז אונזער טאטע אין הימל זאל זיך שוין דערבארימען אויף אונז, מיר זענען אלע אין א שרעקליכע מלחמה זאנע, דער סמ"ך מ"ם באשיסט אונז מיט שמוציגע באמבעס ער ברעכט אויף די חומות פון אונזערע הייזער, טאטע און הימל מיר קענען נישט מער, אזוי וועלן מיר זיכער פועלן אז ער זאל שוין שיקן משיח צדקינו מיטן אדלער און אונז אוועקואירן צום בית המקדש השלישי, ווען עס וועט מקויים ווערן דער פסוק "לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה", און דער פסוק "וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ ועגל וכפיר ומריא יחדיו ונער קטן נהג בם" בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן. &nbsp; ואשא אתכם על כנפי נשרים ואביא אתכם אלי

    < זעה מער כז תשרי תשפ"ד 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדער 2 גייט בעז"ה ענדליך צום דרוק

    זינט דער ביכל מעשה'לעך פאר קינדער איז ארויס מיט בערך א יאר צוריק איז עס פון די בעסט גייענדע ארטיקלען ביי די מפיצים, דער ביכל מיט הערליכע מעשיות אזוי ציענדיג אראפ געלייגט מיט הערליכע קאלירטע בילדער אויף גלאנציגע פאפיר מיט שיינע גרויסע אותיות מנוקד האט א געוואלדיגע צואונגס קראפט, און עס איז דא דערויף א גאר גרויסע פארלאנג, במשך די צייט האבן די מדפיסים אריינגעלייגט כחות אויף נאך פילע פראיעקטן אינעם סעריע פון מעשה'לעך ווי די אוידיא, קאלערינג ביכל און די ענגלישע ווערסיע פון מעשה'לעך, וואס אלעס ווערט צוכאפט פון די מפיצים, און איז באמת פון די חשובס'טע פראיעקטן פונעם בית הדפוס צוליב וואס דאס צילט די קינדערלעך וואס האבן נאך מער תמימות אין זיך אזוי אז די קומענדיגע דור וועט בעז"ה אויפוואסקן מיט די מעשיות דערציילט דורכן ראש ישיבה וועט אריינבאקן אין זיי די ריינע אמונה, אז דער אויבערשטער איז דא און מען קען רעדן צו אים, א ליבשאפט צו די מצוות אויך די וואס מען טוט יעדן טאג, מידות טובות - רעדן שיין, טראכן גוט און העלפן א צווייטן איד. &nbsp; יעצט ביים ענדע פון חודש תשרי איז שוין אלע מעשה'לעך נומער איינס אינגאנצן אויסגעגאנגען, דער ריזיגער סטאק וואס מען האט געדרוקט איז שוין מער נישטא צו באקומען, די זעלבע זאך איז מיט די ענגלישע Little Stories וואס איז שוין אויך נישטא צו באקומען. &nbsp; דערפאר איז עס א געוואליגע נייעס אז יעצט גייט מען גיין צום דרוק אויף 3 ביכלעך אין די זעלבע צייט, סיי די ערשטע ביכל אויף אידיש, אזוי אויך די ערשטע ביכל אויף אידיש, אבער די גרעסטע נייעס איז אז ענדליך גייט מען שוין צום דרוק אויף די "מעשה'לעך פאר קינדערלעך נומער צוויי", וואס וועט אזוי ווי דער ערשטער האלטן געשפאנט די קינדער מיט די הייליגע לויטערע מעשיות פון די פריערדיגע צדיקים, אראפ געלייגט אזוי צוגעלאזן און געשמאק דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אריינצולייגן חינוך'דיגע מעסעדזשעס צווישן די שורות, ווען די קינדערס הערצעלעך זענען אפן און הערן זיך צו צו די גאר דראמטישע סיפורים גייען די מוסר השכל אריין אין זייערע הערצער זיסערהייט וואס וועט זיי באגלייטן דעם גאנצן לעבן. &nbsp; דער צווייטער ביכל אנטהאלט די פאלגענדע צען שיינע מעשיות, זיך קיינמאל נישט פארלירן, וויאזוי ווערט מען א צדיק?, איך גיי צום רבין, ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די פישעלעך טאנצן אריין אינעם שיף, פטור געווארן פון די הינט, ווי אזוי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן?, א געפיל אין רבין, זיך דערהאלטן, לאז דיך נישט נארן. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער. &nbsp; די זכות פון די מהדורה אויף די אידישע ביכל נומער אייס און צוויי איז שוין אפגעקויפט געווארן, אבער מען קען נאך האבן די זכי' צו ספאנסערן די ענגלישע ביכל, וואס פאר ווער עס כאפט נישט, איז דא ארום אונז א ציבור חרדישע ענליש רעדנדע ציבור פיל מאל גרעסער ווי מען קען זיך נאר פארשטעלן, וואס די ביכלעך ווערן צוכאפט דורך זיי ווי א דורשטריגער אין א מדבר, ווער עס וויל האבן די זכיה עס אפצוקויפן קען רופן דעם גבאי מו"ה לייב ראטה הי"ו אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 103 אדער אויף אימעיל&nbsp; donate@kerenhadfusa.com

    < זעה מער כז תשרי תשפ"ד 📝
  • נייע שיעור אין גמרא געגרינדעט אין היכל הקודש קרית יואל

    אויפן רוף פון ראש ישיבה שליט"א פארגאנגענעם חודש ראש השנה אין אומאן אז אלע גבאים זאלן זען צו מסדר זיין א שיעור אין זייער בית המדרש אין גמרא, זאגענדיג ווי ער געדענקט ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט זיך אלץ בארימען וויפיל שיעורים אין גמרא עס קומען אלץ פאר אין יבנאל, האט ער געזאגט אז דאס איז די פליכט פון יעדע גבאי צו זען צו נעמען א מגיד שיעור וואס זאל פארלערנען א שיעור גמרא. &nbsp; דערפאר איז אונז א פרייד צו מעלדן אז דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש קרית יואל הר"ר יואל פארקאש שליט"א איז געלונגען צו מסדר זיין אז פון היינט מיטוואך בראשית וועט בעז"ה פארקומען א שיעור אין בית המדרש דורך א געשמאקע פארלערנער וואס וועט צולייגן די גמרא קורץ און קלאר און וועט דערנאך צולייגן די חיזוק און עצות וואס מען קען ארויסנעמען פונעם בלאט אויף למעשה געבויט לויט די תורות און ווערטער פון הייליגן רבין. &nbsp; דער שיעור וועט בעז"ה פארגעלערענט ווערן טעגליך אום 9:00, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען אום 9:30 דאווענען מעריב. &nbsp; מיר געדענקען גוט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ רעדן פון די גרויסקייט פון לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, זאגענדיג אז דאס איז א שמירה פאר'ן מענטש ברוחניות ובגשמיות, ווי ער פלעגט אלץ זאגט אז גמרא איז ראשי תיבות ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל און א'וריאל די פיר מלאכים וואס היטן דעם מענטש וואס לערנט גמרא יעדן טאג, אזוי אויך פלעגט ער אלץ נאכזאגן פון ר' שלמ'קע זעווהילער אז א טאג וואס א מענטש האט נישט געלערענט א בלאט גמרא האט ער א פנים ווי א חי'. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז דאס וואס עס שטייט און סיפורי מעשיות וועגן דעם בלאט (בלעטל) אינעם ספר וואס דארט איז געשטאנען די נימוסים פון די אידן וואס האט זיך אריבער געמישט און דער קעניג האט מורא געהאט ביז ער האט זיך געחלומ'ט "ווילאנג דער בלעטל איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן" אז דאס גייט ארויף אויף לערנען יעדן טאג א דף גמרא, און דאס איז מגין און היט אויף א מענטש אז קיינער זאל אים נישט קענען טון קיין שלעכטס און ער דארף פון קיינעם קיין מורא האבן.

    < זעה מער כו תשרי תשפ"ד 📝
  • לוח ברסלב תשפ"ד אין אידיש איז שוין דא צו באקומען

    דער ברסלבער לוח געפונט זיך אין טאש פון יעדן תלמוד היכל הקודש, אויף יעדע זייט איז דא הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס וועקט אויף דעם מענטש איבער די אוצרות וואס מען קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש. &nbsp;אזוי אויך איז צוגעצייכענט יעדן טאג אלע שיעורים כסדרן, דער בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן.&nbsp;דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת.&nbsp;און אזוי ווי אין די לעצטע יארן האט דער קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער לוח היי יאר זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן.&nbsp;יעצט קענען מיר שוין ב"ה מעלדן אז כאטש דער לוח אין אידיש האט צוליב טעכנישע סיבות אביסל געשפעטיגט איז שוין אויך דער לוח אין אידיש פארן יאר תשפ"ד הבעל"ט דא צו קויפן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, פאר בלויז $1.99 צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו.

    < זעה מער כה תשרי תשפ"ד 📝
  • סוכות תשפ"ד ביים ראש ישיבה שליט"א

    גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. &nbsp; די ערשטע טעג יום טוב זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט און געשמאק מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, שב"ק איז פארגעקומען די קידוש פאר די טאכטער פון ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה האט א נאמען געגעבן מלכה. פילע אנשי שלומינו זענען געקומען זיך משתתף זיין און אנווינטשן דעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; מאנטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין וויליאמסבורג, א ברייטע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן, און אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון איבעראל מיטצוהאלטן די יארצייט סעודה, ביי די סעודה האט מען געזינגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן, און וואס מיר באקומען אלץ פון אים. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אזא אור וואס וועט בלייבן ביז משיח וועט קומען, יעדע וואס זענען מחזק אידישע קינדער נעמען עס אפענערהייט אדער באהאלטענערהייט פונעם רבין. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז ברסלב'ע חסידות איז תלוי וויפיל מען לערנט דעם הייליגן רבינס ספרים, וואס דער רבי זאגט אז עס וועט עפענען אלע אדערן. ער וועט באקומען אמונה און צוריק קומען צום אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט שטארק מאריך געווען איבער די זאך פון תפילה וואס מיט דעם קען מען אלעס פועלן ביים אויבערשטן, זאג א ווארט צוויי ווערטער, וועסטו מיט געדולד אנקומען צו די גרעסטע מדריגות און קענען אויספירן אלע דיינע קבלות. &nbsp; נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה. &nbsp; דאנערשטאג נאכט, ליל הושענה רבה, האט מען גלייך נאך מעריב געליינט משנה תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין די סוכה נעבן בית המדרש אין וויליאמסבורג. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל. &nbsp; דערנאך איז מען אריין אין בית המדרש וואו מ'האט אויסגעזאגט תהלים און זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב צווישן אנשי שלומינו. &nbsp; הושענה רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים. צווישן די פילע זאכן האט דער ראש ישיבה אויך ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, אפילו ווען מ'קען זיך נישט אויסשמועסן דאס גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, זאל מען אבער שרייען צום אייבערשטן, "הושענה - העלף מיר", מ'זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל הושענה און הושענה, אזוי דארף מען איבערזאגן טויזנט מאל פאר'ן אייבערשטן, "העלף מיר, העלף מיר, העלף מיר".&nbsp; &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דו שפירסט זיך טרוקן און קאלט ווי א הושענה, האסט נישט קיין געפיל, דאס ווייזט אונז די הושענות וואס זעט אויס ווי די ליפן, רעד קאלטע דיבורים, ווייל דער דיבור של אמת קען פונקט אזוי זיין קאלט. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מען זאל אריינטראכטן צי מען דארף טאקע דעם טעלעפאן אזוי וויכטיג, מען זאל בעטן דעם אויבערשטן, און מאכן א חשבון הנפש, "וואס טו איך מיטן טעלעפאן?". &nbsp; ביי די לעצטע הושענות, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן, א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות. &nbsp; די פילע שיעורים אין לויף פון חול המועד, קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין און אויף אונזער וועבסייט. &nbsp; שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. &nbsp; שב"ק שמיני עצרת ביי קידוש סיפורי מעשיות, האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל לאזן די עלטערע אידן זיצן אין פארנט. ווייל דרך ארץ איז די וויכטיגסטע זאך. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פון די צייט פון די הקפות וואס מען קען דעמאלטס פועלן גרויסע זאכן אין הימל. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען האט יעצט געבעטן פאר גשם וואס דאס מיינט פרנסה, זאגן חז"ל אז די שליסל פון פרנסה ליגט נאר אין הענט פון אויבערשטן. קאווערסט זיך נישט? בעט דעם אויבערשטן, בעט אים זאלסט קענען באצאלן די חובות. אויך האט דער דער ראש ישיבה גערעדט איבער נישט ספענדן קיין געלט פאר איבעריגע זאכן. &nbsp; שמחת תורה אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער לצים וואס שפעטן און מאכן וויצן פון מצוות און פון אידישקייט, און אפילו זיי גייען מיט שטריימל בעקיטשע, דארף מען זיך זייער אכטונג געבן פון זיי. &nbsp; שמחת תורה ביי די הקפה פון אברהם אבינו מדת החסד, האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם אז די גרעסטע חסד וואס מען קען טון מיט א איד איז אים מזכה זיין מיט א קונטרס, א גליון, א קארטל, וואס וועט אים געבן לעבן. &nbsp; ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה גערעדט זייער קורץ און געבעטן מען זאל מיטנעמען די אלע הייליגע טעג און עס איינקעשן און עס נוצן, מעביר סדרה זיין, לערנען גמרא, משניות, ועל כולם רעדן צום אויבערשטן. &nbsp; דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער כה תשרי תשפ"ד 📝
  • אידן רייסן איין בתפילה פאר די אידן אין ארץ הקודש

    אין די צייט וואס אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם צאפעלט דאס הארץ מיט שרעק און קענען נישט צו זיך קומען פון די שמועות מבהילות וואס קומען אן פון ארץ ישראל, ווען רוצחים האבן באפאלן פילע שטעט נעבן די גרעניץ און האבן נעבעך אומגעברענגט אידישע קינדער מיט די גרעסטע מאס אכזריות און קאלט בלוטיגקייט. טרעפן אידן זייער איינציגסטע טרייסט אינעם אויבערשטן, ווען מען זעט אז די מערסט פארגעשריטענסטע שפינאזש כחות זענען געכאפט געווארן אין א טאטאלע סורפרייז, ווען די רוצחים האבן זיך טרענירט אונטער זייער נאז, עס האט נישט געהאלפן קיין טאנקען עראפלאנען און אפילו נישט קיין אטאם באמבעס. אידישע קינדער האבן זיך אויפגעוועקט אויף זייער א ביטערע שווערע וועג אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם נישט אויף די ממשלה נישט אויף די צה"ל און אפילו נישט אויף אמעריקע. &nbsp; אידן איבער די גאנצע וועלט רייסן איין תפילות פאר אחינו בני ישראל יושבי ארץ הקודש און אויף די פילע צענדליגע טויזענטע געסט וואס זענען דארט אז עס זאל זיי חלילה נישט פאסירן קיין שלעכטס, און אזוי אויך פאר די פילע פארכאפטע און פארוואונדעטע אז זיי זאלן זוכה זיין אהיים צו גיין צו זייערע משפחות געזונט און שנעל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אין די טעג געשריבן שטארקע נקודות אין די בריוו וואס איז וויכטיג צו געדענקען אין אזא עת צרה, נעכטן מוצאי יום טוב האט דער ראש ישיבה געשריבן אין א בריוו "שטארקט אייך מיט אמונה, ווערט נישט פארלוירן און געבט אכטונג אין שטוב אויף די משפחה אויף די קינדער מען זאל נישט אריינפאלן אין א בהלה. מען האט יעצט הושענא רבה געבעטן: "הושענא, נפש מבהלה הושענא"; דאס איז די גרעסטע צרה, אז מען פאלט אריין אין פאניק. &nbsp; מיר זענען אלע מתפלל אז אלע וואס זענען ליידער געשעדיגט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה און די געפאנגענע זאלן באפרייט ווערן. &nbsp; די אלע וואס בארומען זיך 'אונזער מיליטער, אונזערע טאנקען, אונזערע שפיאנען'; יעצט זעט מען ווי פארשעמט זיי זענען, נישטא קיין כוחי ועוצם ידי, "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר, שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר" (תהלים קכז, א), מיר דארפן זיך פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן, נאר ער איז אונזער היטער. &nbsp; אשרינו אז דער רבי לערנט אונז א גאנץ יאר די ריינע אמונה און ווען עס קומט שווערע טעג - דעמאלט זעט מען אז די אלע וואס רעדן צום אייבערשטן און לערנען דעם רבינ'ס ספרים זענען נישט קיין פליטעס, מען איז נישט פארלוירן, מען האלט זיך שטארק, מען בלייבט מיט א ישוב הדעת, און אנדערע וואס האבן נישט קיין צדיק אמת ווייסן נישט ווי זיך צו רירן אין לעבן מרוב פחד ובהלה; דאס דארף אונז געבן א שטופ צו גיין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, עצות - פאר אלעמען." &nbsp; היינט האט דער ראש ישיבה מוסיף געווען "מיר האבן געהערט די שרעקליכע שוידערליכע נייעס, אז רוצחים אראבער זענען געקומען און גע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, און געפאנגען אומשולדיגע אידן, קינדער און עלטערע אידן; פון אינמיטן יום טוב ווען די נייעס איז אנגעקומען צו אונז - האבן מיר נישט קיין מנוחה. &nbsp; מיר דארפן געדענקען וואס די הייליגע תורה זאגט (תהלים קכז, א): "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר", אויב דער אייבערשטער היט נישט דעם שטאט, "שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר", איז גארנישט ווערד די היטערס; דאס זעט מען יעצט, ווען זיי בארימען זיך מיט זייער מיליטער, מיט זייער קלוגשאפט, מיט כוחי ועוצם ידי, זאל אזוינס פאסירן; עס זאל אריבערגיין צענדליגער שעות וואס אראבער זאלן גיין פון הויז צו הויז און אויס'שחט'ן טייערע אידישע קינדער. &nbsp; אודאי דארף מען זיך היטן פון די רוצחים, און אז עס איז א צייט פון מלחמה - דארף מען טון וואס מען קען זיך צו היטן, אבער זיך נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די שומרים - זיי קענען העלפן; נאר דער אייבערשטער, ער העלפט און ער וועט אונז ראטעווען. &nbsp; מיר דארפן זיך שטארקן מיט אמונה און תפילה. געבט אכטונג נישט זיך פארלירן, היט אויף ענקערע משפחות, זעט עס זאל זיין רואיג אין שטוב, די קינדער זאלן זיין רואיג. הערט נישט די נייעס, נאר אביסל וויפיל עס פעלט אויס צו וויסן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל זיי ווארפן א פחד און א שרעק. &nbsp; דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער. מיר דאווענען פאר אלע וואס זענען פארוואונדעט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה, און אלע געפאנגענע וואס זענען ביי די הענט פון די רוצחים - זאלן באפרייט ווערן. &nbsp; זינגט ניגונים פון אמונה דאס וועט אייך בארואיגן." &nbsp; &nbsp; נחשבנו כצאן לטבח... ובכל זאת שמך לא שכחנו &nbsp;

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 571 to 585 of 1670 results

1 2 ... 36 37 38 39 40 41 42 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com