Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נאך א בית המדרש אין שטעטל באקומט א מקוה מיטן אויבערשטנ'ס הילף

    פון בית המדרש "אשר בנחל" אויפן דענמאן גאס, קומט אריין גוטע נייעס. דער שול וועלכע דינט יעדע שבת פאר די פולע איינוואוינער פונעם געגענט גייט בעזרת השם באקומען א פערמענאנטע באקוועמע מקוה.    ביז יעצט האט דער שול פארמאגט א שיינעם ריינעם מקוה, אבער אויף א פראוועזארישע אויפן, יעצט האט דער ראש ישיבה געזען אז עס איז צייט מען זאל דארט אהערשטעלן א פערמענאנטע מקוה מיט אלע הידורים, כדי די מתפללים זאלן זיך קענען טובל’ן און זיך מטהר זיין שבת קודש אינדערפרי אין א פיינעם מקוה.   די ארבעט ווערט געטון מיט גרויס געניטשאפט דורכן גבאי פון בית המדרש מו"ה מרדכי היימליך הי"ו, וועלע פרובירט זייער שטארק די מקוה זאל זיין גרייט צום באנוץ גלייך אנהייב פונעם זומער סעזאן הבא עלינו לטובה, ווען די געגענט ווערט אנגעפולט מיט די פולע געסט פון די שטאט וואס קומען וויילן צווישן די בערג אויף די זומער חדשים.   דער בית המדרש אשר בנחל איז באקאנט אלס א געשמאקע ווינקל ווי מען שפירט זיך געשמאק אריינצוקומען און די נאמען גייט ווייט אלץ א פלאץ ווי מען קען זיך אנשעפן מיט חיזוק פאר די גאנצע וואך. דער ראש ישיבה האט געשטעלט דעם חשובן דיין שליט”א וואס פירט דעם בית המדרש מיט גרויס איבערגעגעבנקייט. דער דיין האט גאר שיינע דיבורים מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, יעדע וואך ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות, ווען דער דיין שליט”א איז מחזק אנשי שלומינו ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה לערנט אונז שטענדיג, און איז מעורר מען זאל זיך ווייטער דערהאלטן, און זיך נישט פארלירן ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן.   מה מקוה מטהר את הטמאים

    < זעה מער א תמוז תשפ"ג 📝
  • חומש סעודה ביי די כתה א' קינדער פון שטעטל

    דעם זונטאג קרח איז פארגעקומען א שיינע "חומש סעודה" אין די ברסלבע חדר אין שטעטל, די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מעמד, ווען זיי האבן זוכה געווען צו ענדיגן לערנען די הייליגע עברי, און זיי הויבן שוין אן לערנען די הייליגע חומש. &nbsp; די הערצער פון די פילע עלטערן, זיידעס און באבעס, וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים דעם שיינעם חומש סעודה זענען געווען איבערגעפילט מיט התרגשות און נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש. צווישן די זיידעס האבן זיך אנגעזען הר"ר דניאל בוים שליט"א פון די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, און כ"ק גאב"ד מראה יחזקאל שליט"א, וועלכע זענען געקומען שעפן נחת פון זייערע זיסע אייניקלעך. &nbsp; די קינדער זענען אריינגעקומען מיט א זיסע מארש, וואס די קינדער האבן אינאיינעם געזונגען, וואס איז געווארן באגלייט דורכן מוזיקאנט מאנשי שלומינו הי"ו אברהם צוויבל הי"ו נאכדעם האט איין אינגל געפרעגט די שאלות וואס גייט מען האבן? פינף עפעלעך פינף קארעלעך?" און האט געענטפערט זיסערהייט "פינף חומשים" און אזוי ווייטער, נאכדעם האבן עטליכע קינדער אינאיינעם אזוי שיין פארגעזאגט די פסוקים פון פרשת ויקרא "וידבר השם" מיט די טייטש, דערנאך האבן די קינדער געזונגען שיינע ווארימע ניגונים איבער לערנען תורה און האבן יראת שמים ווי "והערב נא השם אלוקינו", און "אוי טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד". &nbsp; דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער, און האט ארויסגעברענגט אז די עלטערן און זיידעס בעטן דעם אויבערשטן זיי ווילן זען נחת ביי די קינדער און אייניקלעך, און נחת מיינט נישט די מערסטע קיוט קינד, אדער דער קינד וואס שטייט גראד און עקט די בעסטע ביים חומש סעודה, און דעם תלמוד תורה לייגט מען א דגוש אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט מען בויעט זיי אויף מען רעדט זיי איבער זיי זאלן גלייבן אין זיך, און וויסן אז דער אויבערשטער גייט מיט מיט זיי, און אז מיטן אויבערשטן קען מען אנקומען זייער ווייט. &nbsp; נאכדעם האט דער מנהל שליט"א געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד. און דער געטרייער מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א האט געגעבן פאר די קינדער א פעקל נאש. &nbsp; אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן! &nbsp;

    < זעה מער ל סיון תשפ"ג 📝
  • נייע יוטיליטי טראק פארן עירוב געברענגט פון קענסעס

    קרית ברסלב - די איבערגעגעבענע וועד העירוב אינעם שטעטל לייגט אריין גאר גרויסע כחות יעדע ערב שבת, די טייערע כולל אינגעלייט תלמידי חכמים געבן אוועק שעות יעדן ערב שבת דורכצוגיין די גאנצע לענג פונעם עירוב צוים צו זיכער מאכן אז אידישע קינדער קענען טראגן אינעם שטעטל כהלכה. &nbsp; ביי פארשידענע פלעצער אינעם עירוב ווי די בענדלעך לויפן הויך, באנוצן זיך די חברי הוועד מיט א יוטיליטי טראק וואס הייבט אויף דעם משגיח צום ריכטיגן הייעך ווי מען קען איבערקוקן דעם בענדל און זיכער מאכן אז עס איז כשר. לעצטנעס האט זיך אבער געמאכט א פאנטשער אז דער טראק וואס איז שוין געווען אלט און אפגענוצט האט פון איין מינוט צום צווייטן אויפגעהערט צו ארבעטן, און נאכן איבערקוקן די אפציעס האט מען געזען אז דער טראק קען מען מער נישט נוצן, נאכן מתפלל זיין צום אויבערשטן און בעטן מען זאל טרעפן א פאסיגע טראק וואס זאל קענען דינען דעם וויכטיגן צוועק האט דער באשעפער געהאלפן אז מען האט געטראפן אזא טראק פאר א גוטע פרייז פון עפעס אונטער $130,000 אינעם שטאַט קענסעס. וואס איז א וועג וואס אויב דרייווט מען דעם גאנצן וועג בלי הפסק נעמט עס איבער אכצן שעה. &nbsp; און ווען מען האט געטראכט וויאזוי קען דער טראק אנקומען צום שטעטל, איז ארויפגעקומען אויפן געדאנק ר' ישעי' וויזעל. מיט א האלבע יאר צוריק אינמיטן ווינטער, ווען מען האט געדארפט צולייגן נאך א באס צום שטעטל שאטל, און מען האט געטראפן אזא באס אין אָהייאָ, איז ר' ישעי' געווען דער וואס איז אפגעפלויגן קיין אָהייאָ און געברענגט דעם באס א וועג פון צען שעה צום שטעטל. &nbsp; ווען ר' ישעי' האט געהערט אז מען זוכט א וואלונטיר צו ברענגען אן עירוב טראק צום שטעטל און ער האט נאך א געלעגעהייט צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א האט ער זיך תיכף צוגעכאפט דערצו, און אויך יעצט איז ער אפגעפלויגן קיין קענסעס, ווי ער האט געדרייווט דעם טראק צום שטעטל, א וועג וואס האט אים גענומען איבער צוויי און צוואנציג שעה - נאכדעם וואס מען טאר נישט דרייוון אזוי לאנג אין א ציה, און מען מוז זיך אפרוען אינמיטן צו שעפן פרישע כחות. &nbsp; דא איז אויך די געלעגענהייט צו דאנקען די חברי הוועד וואס געבן זיך אפ מיט אזא געטריישאפט צו שאפן און צו זארגן פאר אלע געברויכן פון שטעטל, זאל עס זיין די עירוב, שאטל, מוסדות, בתי מדרשים און אזוי ווייטער. &nbsp; אזוי אויך קומט זיך א הכרת הטוב פאר די געטרייע משגיחים וואס געבן אוועק פון זייער טייערע צייט יעדן ערב שבת קודש, אן קיין פאמפע און אן קיין פרסום, און טוען זייער ארבעט בנאמנות פאר אויבערשטן, כדי אידן זאלן קענען היטן שבת כהלכה, מיט א כשרע עירוב. &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

    < זעה מער כט סיון תשפ"ג 📝
  • בית המדרש פאר די בחורים אין שטעטל "היכל ראזענבערג"

    קרית ברסלב ליבערטי. - א הערליכע בנין ווערט צוגעגרייט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פאר די טייערע בחורים די תלמידים פון הייליגן ישיבה "תפארת התורה" היכל הקודש ברסלב זאלן האבן א געשמאקע בית המדרש צו לערנען און דאווענען במשך די זומער חדשים. &nbsp; עס קוועלט דאס הארץ זעענדיג די גבולי הקדושה ווערן כסדר נתרחב, דא אין "ברסלב סענטער" קען מען קוים נאכקומען די באריכטן, ווי נאר מען הערט איבער איין בנין, איין בית המדרש, איין מקוה, דארף שוין באריכטן איבער דעם קומענדיגן. &nbsp; דאס מאל איז די רעדע פונעם בנין הונטערן בית המדרש אויף האשקי וואס איז לכתחלה געבויעט געווארן פארן געברויך פונעם קרן הדפסה, אבער אזוי ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן איז די הדפסה זייער שנעל אויסגעוואקסן דעם גרויסן בנין. אזוי אויך אין די זעלבע צייט מיטן וואוקס פונעם שטעטל ב"ה, האט מען שוין מער נישט געקענט אנהאלטן האשקי בית המדרש זאל דינען פאר אלעם, און נאך פאריאר האט דער ראש ישיבה באשטימט אז אזוי ווי די הדפסה האט זיך שוין ברוך השם מסדר געווען אין א נייעם ריזיגן פלאץ זאל די הדפסה בנין אריבערגיין פאר די בחורים. אזוי אויך האבן מיר שוין באריכטעט אז פארן געברויך פון די טעגליכע מינים אין שטעטל ווערט יעצט געבויט א נייע בית המדרש, און דער ביז יעצטיגע האשקי בית המדרש וועט באשטימט ווערן בלויז פארן כולל, זיי זאלן קענען אנגיין מיט זייערע לימודים אן קיין שטער. &nbsp; הרה"ח יואל ראזענבערג שליט"א וואס שטייט אונטער יעדע גוטע זאך אין די קהילה איז דא ווידער אנטקעגן געקומען און מנדב געווען אויך דעם פראיעקט, אויף וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט קורא שם געווען דער נייער בית המדרש פאר די בחורים "היכל ראזענבערג", און מען האט אויפגענומען דעם אלעמען באליבטן קאנטראקטער מחשובי אנשי שלומינו הר"ר שלמה יאקאבאוויטש שליט"א וואס אויסער זיינע פילע לייסטונגען פאר די קהילה ווי ער פירט אן מיט די בית התבשיל מיט די גרעסטע מאס איבערגעגעבנקייט, און איז פון די געטרייע גבאים פון בית המדרש צו די צופרידנהייט פון אלע מתפללים, האט ער אויך דא אריינגעלייגט זיין גאנצע הארץ און נשמה, און האט אויסגענוצט זיינע געבענטשטע טאלאנטן זיכער צו מאכן אז מיטן אויבערשטנ'ס הילף קומט דער בנין ארויס א הערליכע, געשמאקע און פראקטישע פלאץ פאר די בחורים, צוגעפאסט מען זאל דארט קענען לערנען במשך די זומער וואכן מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אין די לעצטע וואכן האבן זיך דארט געטון גרויסע זאכן, און מיט די געטרייע באגלייטונג פונעם קאנטראקטער הר"ר שלמה שליט"א האט מען אויפגעבויט די נייע פרעימינג, מען האט אינסטאלירט גרויסע געשמאק ליכטיגע פענסטערס, מען האט געלייגט שיטראק, און ער האט אויסגעארבעט די פלענער אויף אזא וועג אז די דאך זאל בלייבן הויך וואס וועט צוגעבן צום געשמאקן לופטיגן אטמאספער. &nbsp; אנשי שלומינו וואס זעען די ארבעט קענען זיך נישט אפוואונדערן פון די גוטע ארבעט וואס ר' שלמה האט דא אריינגעלייגט, ווי שיין געשמאק עס ווערט צוגעשטעלט און ווי אומגלויבליך שנעל די ארבעט רוקט זיך, און ווי די פלענער לויטן וועלן די בחורים - וואס גרייטן זיך שוין אין די טעג ארויסצופארן צו די בערג אויפן זומער - שוין נוצן דעם נייעם רחבות'דיגן בית המדרש אויף היי יאר זומער. &nbsp; די טייערע בחורים און די פולע הונדטערטע געסט וואס קומען ארויס במשך דעם זומער מיטצוהאלטן די שיעורים פון ראש ישיבה וועלן זיך זיכער מחיה זיין אינעם בית המדרש, וואס איז צוגעשטעלט געווארן מיט אלע געברויכן, ווי סענטראל עיר קאנדישאן, אריינגעבויטע קלארע ספיקערס, גוטע קוואליטעטע סערעמיק טיילס, ווען אין דעם בית המדרש וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען די בארימטע דאנערשטאג נאכט שיעור פאר אינגעלייט און די היינט שוין גאר בארימטע טעגליכע חיזוק שיעורים, אזוי אויך וועט פון דא בעז"ה ארויסגיין טויזנטער פרקים משניות, בלעטער גמרא, און פון דא וועלן אומצאליגע אידן ווערן נענטער צום אויבערשטן.

    < זעה מער כז סיון תשפ"ג 📝
  • פרישע אפדעיטס פון אומאן

    ווי שוין באריכטעט קען מען דערווייל נישט ארייפארן קיין פליגערס דירעקט קיין אוקריינא צוליב די מלחמה צושטאנד, און מיר האבן געמאלדן די פלענער וואס פלען איט רייט האט ארויסגעשטעלט צו מאכן צוויי טשארטערס פלייטס פון ניו יארק קיין פוילן וואס דערנאך וועט מען בעז"ה פארן מיט א טשארטער באן קיין אומאן. מיר זענען מתפלל צום אויבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, און מען זאל נאך אפילו קענען פארן דירעקט קיין אוקריינא, און יעדער זאל קענען איבערקומען זיינע פריוואטע מניעות. &nbsp; אין די זעלבע צייט ארבעטן די עסקנים פון די קהילה העפטיג אז דער בנין אין אומאן זאל ווערן צוגעשטעלט מיט אלע געברויכן וואס עס פעלט נאר אויס. אין די יעצטיגע טעג טוט זיך א רייניגונג אינעם בנין, מען פרישט אלעס איבער, מען מאכט זיכער אז אלעס איז גוט מעינטענד און קעיר גענומען. אזוי אויך האט מען שוין אנגעצינדן די וואסער קוועלער, אזוי ווי דער בנין איז נישט פארבינדן צום שטאטישן וואסער סיסטעם, וואס קען ממילא נישט צושטעלן דעם ריזיגן כמות פון וואסער וואס מען פארנוצט אין די טעג פון ראש השנה, האט מען ב"ה עטליכע גוטע וואסער קוועלער, וואס מען האט שוין יעצט אנגעצינדן, און די וואסער גייט אריין אין עטליכע גיגאנטישע אונטערערדישע וואסער טענק וואס אזוי ארום וועלן די קוועלער בעז"ה קענען צושטעלן דעם ריזיגן געברויך פון אנשי שלומינו פארן מקוה, שויערס, בית הכסא, נטילת ידים. &nbsp; אזוי אויך מאכט מען שוין אין די טעג די באשטעלונגען פאר די עסנווארג וואס מען וועט דארפן, מען באשטעלט שוין די פלייש, פיש, פירות, ירקות, טרונקען און אזוי ווייטער, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס אנקומען פרישערהייט אין די ריכטיגע צייט פאר יום טוב, אז מען זאל קענען צושטעלן די געשמאקע יום טוב סעודות. &nbsp; דער בנין אין אומאן איז א פראיעקט וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין נאכדעם וואס מוהרא"ש זי"ע האט אים געהייסן צוזאם נעמען אנשי שלומינו מען זאל האבן א ווינקל פאר זיך, און מען פלעגט אויסגעבן ריזיגע געלטער יאר יערליך צו דינגען א פלאץ, וואס איז כסדר זייער שנעל אויסגעוואקסן פון פלאץ, ביז מען האט באשלאסן אז אן אייגענע פלאץ מיט אן אייגענע בנין וואלט געווען די פראקטישסטע און בעסטע אפציע, מען האט ב"ה מצליח געווען אפצוקויפן א שטח, ווי מען האט געבויעט דעם גרויסן בנין וואס באשטייט פון זעקס ריזיגע שטאקן, וואס כאטש מען האט געמיינט אז דאס וועט נוצן פאר גאר לאנגע יארן, האט מען אבער קיינמאל געקענט געניסן דארט פון צופיל הרחבת הדעת, ווען יעדעס יאר כאטש מען האט כסדר צוגעבויעט נאך א שטאק און נאך א שטאק, און דערנאך האט מען צוגעלייגט נאך בעטן, איז קיינמאל געווען גענוג פלאץ פאר אלעמען, און מען האט יעדעס יאר ליידער געמוזט אפזאגן די וואס זענען געקומען נאכדעם וואס עס איז שוין נישט מעגליך געווען צוצולייגן נאך פלאץ. היי יאר פרובירט מען נאך מטכס עצה צו זיין וואס מען קען טון אנצונעמען וואס מער מענטשן, און מען טראכט עצות וואס מען קען טון. &nbsp; אויך אנטהאלט דער בנין א ברייטע געשמאקע מקוה מיט שויערס, א קאמערציאלע קאך ווי די עסקנים קאכן אפ אלע געשמאקע סעודות פארן ציבור. אזוי אויך אנטהאלט דער בנין א גרויסע רחבות'דיגע בית המדרש מיט הונדערטער זיצן ווי אלע קענען קומען, און אפילו די וואס האבן נישט געקענט רעזערווירן קיין בעט וועלן קענען מיטהאלטן די ווארימע תפילות און שיינע דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א במשך די ראש השנה טעג. &nbsp; מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט אלע אפדעיטס וואס וועלן זיך מאכן. און נישט פארגעסן צו גיסן תפילות צו יעדע געלגענהייט מען זאל זוכה זיין צום גרויסן זכיה פון קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, א זאך וואס ער האט זייער געבעטן און געמאנט, און ער האט געזאגט "קיינער טאר נישט פעלן".

    < זעה מער כו סיון תשפ"ג 📝
  • מחנה אילן החיים ווערט צוגעגרייט צום זומער הבעל"ט

    דער ברסלב'ע מחנה "אילן החיים" באשטייט היינט צו טאגס פון א קאנטרי וואס נעמט אריין 20 משפחות פון שטאט, אזוי אויך אנטהאלט עס די קעמפ פאר די בערך 90 אינגלעך און בחורים פון בערך 9 יאר ביז 14 יאר. די קעמפ סערווירט סיי די קינדער פון שטעטל וואס קומען צו פארן יעדן טאג, און סיי די בערך 30 קינדער פון שטאט וואס שלאפן דארט איבער, אלעס אונטער די אויפזוכט פון די געטרייע מלמדים און קאונסלערס וואס געבן זיך אפ מיט די קינדער מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט. &nbsp; וואס פארקויפט מען אין מחנה אילן החיים? וואס איז זייער ספעשעלטי? מחנה אילן החיים איז א קאנטרי און א קעמפ ווי מען קען אפן רעדן פון אייבערשטן, דארט איז מען דבוק אין אייבערשטן אפילו בשעת'ן שפילן, דא הערט מען כסדר ווי די קינדער בעטן דעם אייבערשטן בשעת'ן שפילן "באשעפער העלף אונזער טיעם זאל געווינען".&nbsp; &nbsp; ווי באקאנט קען חובות חרוב לייגן א שטוב, א טאטע וואס איז שולדיג געלט פאר מענטשן האט נישט קיין קאפ, ער קען נישט לערנען, דאווענען, ער האט נישט קיין געדולד צו די ווייב און קינדער. דערפאר האט דער ראש ישיבה איינגעפירט היי יאר א פרישע תקנה אין קעמפ, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ער איז מבטל די זאך פון צאלן די טייערער "קעמפ געלט" וואס קאסט היינט עטליכע טויזענט דאלער פער קינד, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז די קינדער וואס לערענען א גאנץ יאר אין די מוסדות דארפן בלויז ווייטער באצאלן שכר לימוד, און דאס וועט זיין גענוג. &nbsp; אזוי ווי דער בית המדרש ווי די קינדער האבן געלערענט פאריאר איז שוין געווארן צו קליין, עס איז נישט מעגליך דארט אריינצושטופן ניינציג קינדער בלעה"ר האט מען היי יאר צוגעטרעטן צו בויען נייע גרויסע בית המדרש פון כמעט צוויי טויזענט סקווער פוס וואס די קינדער וועלן נוצן בעז"ה טאג טעגליך צו דאווענען און עסן, און צום לערנען אין א רעגנדיגע טאג, ווען מען קען נישט לערנען אין וואלד. &nbsp; אזוי אויך בויעט מען דארט א נייע מקוה, וואס מען וועט קענען נוצן טאג טעגליך זיך צו מטהר זיין צום דאווענען. &nbsp; אנשי שלומינו וועלכע וועלן וויילן זומער אין קעמפ וועלן אויסנוצן דעם געלעגענהייט צו מאכן א פערזענליכע קשר מיטן אויבערשטן, דורך טאג טעגליך ארויסגיין צווישן די גראז און ביימער און שמועסן און זיך דורכרעדן מיט אים אלעס וואס ליגט אויפן הארץ.

    < זעה מער כה סיון תשפ"ג 📝
  • לעידיס אקזילער פון היכל הקודש בארא פארק העלפן ארויס קימפעטארינס

    בארא פארק. - עס פריידט דאס הארץ צו זען ווי אנשי שלומינו לעבן מיט אזא ליבשאפט איינע צום צווייטן, ווי שטארק מען זוכט ווי מען העלפן א צווייטע איד ברוחניות ובגשמיות. עס דערקענט זיך אז דאס זענען תלמידים און תלמידות פון הייליגן רבין וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווען מען זעט די חסד און דרך ארץ וואס הערשט צווישן אנשי שלומינו. &nbsp; די פרויען פון היכל הקודש אין בארא פארק האבן זיך צוזאם גענומען און אנהויבן א פרישע חסד פראיעקט, דאס מאל איז עס צושטעלן היימישע נארהאפטיגע נאכטמאלס פאר משפחות פון קימפעטארינס פון די קהילה. דער פראיעקט ווערט אנגעפירט דורך די חשובע מרת גאנצפריעד תחי' אשת מו"ה שמעון הי"ו, און מיט איר האבן זיך אנגעשלאסן די פרויען פון אנשי שלומינו וואס געבן אוועק זייער צייט און כח צו צושטעלן די געשמאקע פרישע מאצלייטן פאר די משפחות אין צייט פון א שמחה. אזוי אויך האבן עטליכע אינגעלייט פון אנשי שלומינו זיך אנגעטראגן צו דעליווערן די פארטיגע מאכלים, און אזוי פארגרינגערן פאר די אפגעשוואכטע קימפעטארינס זי זאל קענען קומען צו די כחות בעזרת השם יתברך. &nbsp; דא איז אויך די פלאץ צו מעלדן איבער די וועכענטליכע צוזאמקומפטן פון די פרויען פון אנשי שלומינו וועלכע קומען זיך צונויף יעדע וואך אין בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק אויף 4801 11טע סט. וואס קומט פאר געווענליך יעדע דינסטאג נאכט, ווי די פרויען זענען זיך מחזק אינאיינעם אנצוגיין מיט די עבודת הקודש טאג טעגליך, און מען הערט עצות און חיזוק פון הייליגן רבין וויאזוי מען שטארקט זיך נישט נאכצולאזן און נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די גויאשע גאס. מען הערט אינאיינעם א רעקארדירטע חיזוק שמועס פונעם ראש ישיבה ספעציעל פאר די פרויען וואס קומען ארויס דערפון פריש און גרייט ווייטער צו אויפציען דעם אייבערשטנ'ס ארמיי די טייערע קינדער. &nbsp; פרויען פון בארא פארק וואס ווילן זיך אנשליסן אין די חסד פראיעקט אדער ווילן וויסן מער איבער די וועכענטליכע פרויען געדערינג קענען זיך ווענדן צו מרת גאנצפריעד תחי', וועלכע וועט בעז"ה ארויסהעלפן מיט וואס מען דארף. &nbsp;

    < זעה מער כד סיון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך אויף א פרישע זומער סעזאן

    אין שטעטל רודערט שוין, מען גרייט זיך העפטיג צום פרישן זומער סעזאן, עס ווערט געמאכט הכנות פון אלע זייטן צו אויפנעמען די חשובע געסט וואס גרייטן זיך ארויסצוקומען אויף די זומער וואכן - זיך אביסל אנשעפן מיט פרישע קלאר לופט, צווישן די גראז און ביימער וואס איז אזוי געשמאק צו שפאצירן צווישן זיי און רעדן צום אייבערשטן. &nbsp; אינעם "אילן החיים" קאנטרי וואס איז פאריאר געווארן אפגעקויפט פאר די געברויך פון די חשובע משפחות, און פאר די חשובע אינגלעך - ווערט יעצט געבויעט א שיינעם גרויסן בנין, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווערן געניצט פאר די בית המדרש אין קאנטרי, ווי מען וועט דאווענען און לערנען יעדן טאג במשך די זומער טעג. &nbsp; ביים בנין "היכל ראזענבערג" וואס איז אינטערן צענטראלן בית המדרש אויף האשקי, קומט פאר אין די טעג גאר העפטיגע קאנסטרוקציע, עס ווערט שיין אויפגעפיקסט פאר די געברויך פון די חשובע בחורים וואס גייען דארט לערנען און דאווענען במשך די זומער טעג. &nbsp; אזוי אויך ארבעט מען העפטיג ביים מיידל קעמפ וואס איז אינטערן שטעטל, עס זאל זיין גרייט פארן זומער. &nbsp; אלע קינדער, בחורים און משפחות, קענען קוים ווארטן ארויסצוקומען און פארברענגן אינטערן שאטן פון נאטור, און זיך דערקוויקן מיטן אייבערשטנ'ס וועלט וואס ער האט באשאפן פאר אונז נאר פאר דעם ציל אז אונז אידן זאלן הנאה האבן און אים אנערקענען אין יעדן מצב. &nbsp; די שטעטל איינוואוינער ווארטן שוין אויף די לעכטיגע טעג וואס מען וועט האבן די זכי' אז די ראש ישיבה מיט די תלמידים וועלן ארויסקומען אויף זומער און מען וועט הערן די הערליכע דרשות פונעם ראש ישיבה יעדן טאג, וואס ווייזט דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן אינעם טאג טעגליכן לעבן. &nbsp; בלייבט נאר איבער צו בעטן דעם אייבערשטן אז די זומער זאל טאקע אדורכגיין רואיג און געשמאק, מען זאל קענען אויסניצן די זומער טעג ווי עס דארף זיין, און קענען מיט דעם מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג וואס קומט גלייך נאך די זומער.

    < זעה מער כג סיון תשפ"ג 📝
  • צוויי טשארטערס ב"ה קאנפירמד אויף ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט

    אין א באריכט פון מו"ה אלי קנאל הי"ו פון פלען איט רייט איבער די יעצטיגע פלענער, מעלדט ער אונז די פרייליכע נייעס אז די תפילות פון אנשי שלומינו האבן עושה רושם געווען, און מען קען שוין איבערגעבן אז די צוויי טשארטערס קיין אומאן איז ברוך השם באשטעטיגט. &nbsp; ער זאגט אז כאטש ער איז איבערצייגט אז זאכן גייען זיך נאך טוישן, זענען אבער שוין יעצט דא באשטעטיגטע פלענער איבער די צוויי טשארטערס פון ניו יארק קיין ריישא דורך זייער פירמע דורך "פלען איט רייט". ביידע פלייטס זענען לעת עתה געסקעדזשולט אויף 10:20 ביינאכט, דער מאנטאג פלייט איז פון קענעדי עירפארט און דער דינסטאג פלייט פון נוארק עירפארט. ער זאגט אונז אז די שטאב פון פלען איט רייט ארבעט שווער אפצורוקן דעם מאנטאגדיגן פלייט אויף אביסל שפעטער ביינאכט, און אויך אז ביידע פלייטס זאלן ארויספארן פון דעם פיל באקוועמערן נוארק עירפארט. &nbsp; ביז דערווייל ווילאנג די פלענער זענען נאכנישט אפיציעל ארויסגעגעבן אין פאבליק קען מען באקומען ביידע פלייטס פארן עירלי בוירד פרייז פון $2,500 וואס וועט דעקן די גאנצע נסיעה פון ווען מען גייט אריין אינעם עירפארט אין ניו יארק ביזן טיר פונעם אכסניה אין אומאן. און די זעלבע די וועג צוריק פון די אכסניה אין אומאן ביזן עירפארט אין ניו יארק. דאס רעכענט אריין די טשארטער פלייט, באסעס, טרעין, עסן, מקוה, און אלעס אינדערמיט, די טשארטער וועט בעז"ה האבן נאר מענער סטוערדס, מען וועט געבן דערויף היימישע געשמאקע כשר'ע מאלצייטן, אזוי אויך וועלן די באנען, באסעס, דאס עסן, און די האטעל זיין גאר גוט צוגעשטעלט מיטן גוט באקאנטן הויכן "פלען איט רייט" סטאנדארט. &nbsp; פלען איט רייט זאגט אז זיי האבן נאך אסאך אנדערע פלייטס וואס מען קען אויסקלויבן. אויף זייער וועבסייט האבן זיי ארויסגעלייגט איבער 20 באזונדערע גרופ טיקעטס וואס מען קען נעמען, ווי מען וועט קענען זיין אינאיינעם מיט נאך אסאך אידן. די פרייזן פון די פלייטס הייבן זיך אן פון $899 א טיקעט, אזוי אויך קען מען נעמען נאך פילע אנדערע פלייטס יעדער לויט זיין געשמאק און בודזשעט. פלען איט רייט ארבעט אויף דעם אז אויך די וואס נעמען די אנדערע וועגן זאלן קענען פארן מיט א באן קיין אומאן.&nbsp; &nbsp; די וואס נעמען די טרעין אליינס וועט עס זיין פאר א בעסער פרייז פון פאריאר בעז"ה. &nbsp; פאר מער דעטאלן, אדער צו באשטעלן א פלאץ קען מען רופן פלען איט רייט אויף 845-678-3555. &nbsp; עס איז איבעריג צו דערמאנען אז גארנישט איז גאראנטירט, און כדי צו קענען אנקומען צום הייליגן רבין מוז מען מאכן אסאך תפילות. פלען איט רייט בעט אנשי שלומינו אז זיי זאלן זיי אריינעמען אין זייערע תפילות, און ווען זיי זענען מתפלל פאר זיך זאלן זיי אויך בעטן דעם אויבערשטן אז אלע טויערן זאלן זיך עפענען פאר זיי, און אז זיי זאלן מצליח זיין צו קענען ברענגען די פילע אנשי שלומינו וואס נוצן זייער סערוויס קיין אומאן אויף די בעסטע און געשמאקסטע וועג נאר מעגליך.

    < זעה מער כב סיון תשפ"ג 📝
  • הר"ר אהרן וועבערמאן אנטפלעקט סודות פון חדר איבער די חתונות אין בית המדרש

    די אידישע גאס איז אויף מיט'ן אינטערוויו וואס הרה"ח ר' אהרן וועבערמאן שליט"א האט געגעבן. ר' אהרן איז א איד מאנשי שלומינו וואס פאלגט און לעבט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און ער איז געווען דער ערשטער מחותן וואס האט חתונה געמאכט מיט פינף יאר צוריק אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, א זאך וואס האט זיינער צייט געמאכט העדליינס אין אלע חרד'ישע צייטונגען, אבער היינט איז עס שוין ב"ה אזא אפטע זאך עס קומען פאר צענדליגע חתונות א יאר פון פרייליכע און גליקליכע חתנים און כלות מיט זייערע עלטערן און קרובים, אז מען כאפט אפילו נישט וואס פארא ערד ציטערניש עס שפילט זיך אפ אונטער אונזערע פיס. &nbsp; ר' אהרן האט שוין פון דעמאלטס ביז היינט חתונה געמאכט אין בית המדרש פינף קינדער און לכבוד דעם איז אפגעהאלטן געווארן א גאר אינפארמאטיוון אינטערוויו מיט'ן מחותן ר' אהרן, ווי אנטפלעקט פילע גאר אינטערעסאנטע זאכן איבער דעם נושא, וויפיל מענטשן בלוטיגן זיך אויס ביים חתונה מאכן די קינדער, און וויאזוי קלוגע אידן קענען חתונה מאכן די קינדער מיט פרייליכע הערצער. &nbsp; ער לייגט אראפ ווי פון איין זייט וויפיל געלט מען שפארט זיך און פון די אנדערע זייט ווי עס פעלט ממש גארנישט, ער זיין ווייב און אזוי אויך די מחותנים, חתן כלה זענען גארנישט ווייניגער צופרידן און ווי שיין די חתונות אין ישיבה זעט אויס. &nbsp; אזוי אויך גייט ער אריין אין נאך פארשידענע זאכן פון חתונה מאכן וואס מענטשן מיינען אז מען קען עס מסדר זיין נאר מיט אסאך געלט, און וויאזוי מען קען עס ערלעדיגן מיט גאר מינימאלע הוצאות וואס זעט זיך נישט אן אויפן בודשעט. &nbsp; ר' אהרן שמועסט זייער שיין אויס וויאזוי א מענטש קען צוקומען צו דעם נאר דורך דעם וואס מען האט א צדיק וועם מען פאלגט. אויב א מענטש וואלט געפרעגט אן ערליכע איד אויף וואס און אויף וויפיל ער מעג ספענדן ביי די חתונות וואלטן רוב מענטשן זיך געקענט אן עצה געבן און מען וואלט נישט געדארפט גיין נאך געלט אדער זיך צוזאם בארגן. &nbsp; דאס און נאך פילע אינטערעסאנטע נושאים ווערן אויסגעשמועסט אויף גאר אן אינטערעסאנטן אופן. דעם גאנצן אינטערוויו קען מען ליינען אינעם אינהאטלספולן "קרית ברסלב בלעטל" פון די וואך פרשת בהעלותך, אזוי אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" האטליין, ביי די שמועס צווישן די צוויי ברודער 4-5 פון די אידיש מעניו, שמועס פון פרשת נשא ב'.

    < זעה מער יט סיון תשפ"ג 📝
  • נייע וואכן בית המדרש ווערט געבויעט אין שטעטל

    אזוי ווי דער שטעטל וואקסט כסדר, און עס קומען צו פרישע איינוואוינער, שפירט זיך דער ביהמ"ד מער ענג מיט יעדן טאג, בפרט אז דער כולל לערנט א גאנצן טאג אין בית המדרש, שטערט עס איינע פארן צווייטן. מען הערט אריין אין די מינים ווי די אינגעלייט לערנען, און די אינגעלייט הערן אריין די מינינים, אויסער דעם קומט צו אז מיט די וואוקס פון שטעטל, ווערט דער ביהמ"ד בכלל מער פאפולער ביי די פילע הונדערטער בייפארער וואס ווייסן אז דא איז דא א בית המדרש מיט כסדר'דיגע מנינים, וואס נוצן אויס דעם געלעגענהייט און יעדן טאג כאפן זיך פילע געסט אריבער צו דאוענען א תפלה בציבור, וואס דאס געט נאך מער צו צום ענגשאפט. &nbsp; דער יעצטיגער אויסשטעל האט געהאט נאך א חסרון אז עס האט נישט געקענט זיין מער פון איין מנין אויף איינמאל, א זאך וואס דער בית המדרש איז שוין לאנג אויסגעוואקסן. &nbsp; דערפאר האט די הנהלה באשלאסן מיט די גוטהייסונג פון ראש ישיבה שליט"א אז מען גייט צוטרעטן צום בויען פון א נייע וואכן בית המדרש אין שטעטל, וואס זאל דעקן דעם געברויך. צום ערשט וועט עס אויפטון אז דער כולל וועט צובאקומען הרחבת הדעת ווען זיי וועלן קענען איבערנעמען דעם גאנצן האשקי בית המדרש אין די וואכן טעג, און זיי וועלן נישט שטערן די מנינים, און די מנינים וועלן זיי נישט שטערן. צו דעם וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן א גרויסע פאליש וואס וועט ערמעגליכן צוויי מינינים אין די זעלבע צייט, עס וועט בעז"ה האבן אסאך און גענוג פארקינג, ברייטע האלוועיס, א גרויסע קאווע שטיבל, און עס וועט בעז"ה אויך האבן א שיינע גרויסע מקוה - דער פינפטער מקוה אין שטעטל. &nbsp; דער נייער ביהמ"ד ווערט געבויעט אויף רעד קליף גאס נעבן בארדיטשוב רד. דורכן היימישן קאנטראקטער מאנשי שלומינו מו"ה משה איינהארן הי"ו. פאריגע וואך ווען מען האט געהאלטן ביים גיסן די בורות פאר די מקוה איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די אינגעלייט וואס זענען בקיאים און מומחים במלאכת המקוה אראפ געקומען און זיכער געמאכט בס"ד אז אלעס ווערט געטון כהלכה ובהידור רב. &nbsp; בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

    < זעה מער יח סיון תשפ"ג 📝
  • הערליכע נייע סיין באצירט ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל

    אין קרית יואל גייט שוין אן דער בית המדרש היכל הקודש אויף 8 העיס קט. פאר לאנגע יארן. דאס איז דער ערשטער ביהמ"ד היכל הקודש אינדרויסן פון בארא פארק און יבנאל וואס האט געטראגן מיט שטאלץ די ברסלבע קרוין, וואס האט שוין מקרב געווען הונדערטער אידן צום אייבערשטן דורכאויס די יארן. &nbsp; דער ביהמ"ד איז געגרינדעט געווארן אין א דירה וואס הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט מנדב געווען כדי אנשי שלומינו אין קרית יואל זאלן האבן א ווינקל ווי מען קען רעדן דעם רבי'נס דיבורים, מוהרא"ש'ס דיבורים, דעם ראש ישיבה'ס דיבורים. וואס פון דעם בית המדרש איז שוין ארויסגעקומען טויזנטער שעות לימוד התורה, צענדליגע שטובער געשטעלט אויף די פוס, אומצאליגע דיבורים און כיספוים צום אייבערשטן, וואס דאס אלעס איז אין זכות פונעם בעל אכסני' הרה"ח ר' אברהם חיים שליט"א, וואס געבט דאס שוין אוועק שוין אזויפיל יארן, דאס איז אויסער וואס ער האלט אויס דעם ביהמ"ד מיט אלע הצתרכות'ן ווי רייניגן, קידושא רבה אום שב"ק, און א ברייטע של"ש יעדע וואך. יהא משכורתו שלימה מעם ה'. &nbsp; מיט בערך צוויי יאר צוריק האט א שטורעם דורכגעריסן קרית יואל, דאס איז געווען א שלאקס רעגן וואס האט דאן אומגעווארפן פילע ביימער אין שטאט און האט אנגעמאכט אסאך שאדענס. ביז דעמאלטס איז געווען ארויסגעלייגט א גרויסע שיינע סיין מיט די ווערטער בית המדרש היכל הקודש, בנשיאות כ"ק מוהרא"ש, מיט א שיינע ברסלבע קרוין, וואס האט צוגעוויזן אלע דורכגייער אז דא איז א ווינקל ווי מען קען באקומען "פירסט עיד", אלע ווייסן היינט אז אין ברסלב געבט מען נישט אויף, און דאס האט טאקע צוגעברענגט פילע דורכגייער זאלן אריינקומען הערן א גוט ווארט, און זענען ארויס אנגעפולט מיט תורה, תפלה, שלום בית, און האט זיי דערנענטערט צום אויבערשטן. אבער ביי יענע שטורעם איז דער סיין אראפגעריסן און צעבראכן געווארן. &nbsp; אין די לעצטע צייט האבן די גבאים זיך אריינגעלייגט איבערצובויען דעם בית המדרש, עס פארגרעסערן, און איבערפרישן, האט מען דאן באשלאסן אז עס איז צייט אז אויך די סיין אינדרויסן פון בית המדרש דארף מען צוריק באנייען. ברוך השם אז לכבוד שבועות האט שוין דער נייער סיין באשיינט די ווענט פון בית המדרש און געלאזט וויזן לכל עובר ושב אז דא קען מען זיך דערקוויקן מיטן הייליגן רבינ'ס דיבורים.

    < זעה מער יז סיון תשפ"ג 📝
  • קורפיו אין אומאן געגענט ווערט שטארק פארגרינגערט

    אנשי שלומינו נעמען אויף מיט פרייד די בשורה טובה פון טשערקאסי אבלעסט (אין וואו אומאן געפונט זיך) אז די קורפיו וואס איז איינגעשטעלט געווארן זינט דער אנהייב פון די מלחמה אין דעם "אבלעסט" (עפעס ווי א סטעיט אדער קאונטי אין אמעריקע) איז שטארק דערלייכטערט געווארן. דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די צענדליגע טויזנטער ברסלבע חסידים וואס טראץ די שוועריקייטן, טירחה און גרעסערע געלט הוצאות גרייטן זיי זיך מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"ד. &nbsp; ביז יעצט איז דער קופריו אנגעגאנגען יעדע נאכט פון 11 ביז 5, און אין די שעה'ן האט קיינער זיך נישט געמעגט געפונען אויפן גאס, וואס האט שטארק באגרעניצט די באוועגונגען פון אנשי שלומינו אין אומאן. אבער יעצט - ברוך השם - האט מען דאס געטוישט, און דער קורפיו וועט אנגיין יעדע נאכט פאר בלויז 4 שעה אנגעהויבן פון 12 חצות הלילה און געענדיגט 4 פארטאגס, א זאך וואס וועט זיכער פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו וואס ווילן קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון. &nbsp; פילע פון אנשי שלומינו האבן שוין געבוקט טיקעטס און קוקן איבער די פאספארטן, טייל האבן גענומען די טשארטער פלייטס מיטן באן, אנדערע נעמען אנדערע פליגערס צו די פארשידענע עירפארטס אין די לענדער ארום אוקריינא ווי פוילן, רומעניע, אונגארן, און מאלדאווע. אבער נישט קיין חילוק וואס פארא וועג מען נעמט פארגעסט מען נישט אז דער עיקר איז תפלה. &nbsp; ווי מיר אלע ווייסן מוז מען צוקומען צום אייבערשטן ביי יעדע זאך אין לעבן, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה אויף וואס דער רבי האט געזאגט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם מיט אלע כחות צו שטערן און אפרעדן אידישע קינדער פון קומען צום הייליגן רבין, ביי יעדעם שיקט ער אנדערע שטארקע סיבות, דער פלאגט זיך מיט געלט, איינער קען נישט איבערלאזן דעם זשאב, אנדערע האבן שוועריקייטן מיט משפחה. דארף מען געדענקען אז תפלה איז שטארקער פון אלעם, און מען דארף בלויז בעטן און בעטן, ביז דער אויבערשטער העלפט. &nbsp; ווען א מענטש ווייסט אז ער דארף פארן צו א דאקטער פאר זיין לעבן, וועט ער קוקן אויף געלט? וועט ער טראכטן פון זיין דזשאב? וועט אים איינער קענען אפרעדן? מיר דארפן צוקומען צום גרויסן דאקטאר דער הייליגער רבי וואס היילט אונז ברוחניות ובגשמיות; וואס איז שייך מניעות? וואס טוט נישט א מענטש פאר זיין לעבן? דא קומט מען צום הייליגן רבין וואס מאכט אונז טראכטן פון אייבערשטן, געבט אונז אריין א טעם אין אידישקייט, און געבט אונז נאך אומצאלגע מתנות פאר לעבן. דערפאר לאזן נישט אנשי שלומינו אפ דעם אויבערשטן און בעטן זיך ברחמים ובתחנונים זוכה צו זיין צו קומען צום רבין אויף ראש השנה. &nbsp; מיר האפן אייך צו האלטן ווייטער אינפארמירט מיט אלע דעטאלן בנוגע אומאן ראש השנה מיטן אייבערשטנ'ס הילף.

    < זעה מער טז סיון תשפ"ג 📝
  • בית הדפוס היכל הקודש אין בית שמש

    בית שמש - דער בית הדפוס היכל הקודש אין שטאט בית שמש טוט אין די טעג אפצייכענען "מיליאן פאפירן" וואס מען האט שוין געדורקט אינעם דרוקעריי, נאכדעם וואס פון דעם בית הדפוס גייט ארויס יעדע וואך טויזנטער גליונות היכל הקודש, הונדערטער ספרי "עצתו אמונה", צענדליגע פון די אנדערע ספרים און גליונות ווי "אשר היה אל יואל", "שיחות הראש ישיבה", גליון "סיפורי מעשיות" און נאך, אזוי אויך דרוקט מען צענדליגע "קרית ברסלב בלעטל", און לעצטענס האט מען אויך צוגעלייגט דער נייער גליון "שיעורי חינוך" וואס ווערט אויסגעכאפט דורך מלמדים, מחנכים, און כלל עמך בית ישראל וואס ווילן א וועג אין מחנך זיין די קינדער, אזוי ווייטער אלע פולע גליונות וואס קומט ארויס פון היכל הקודש תלמידי הראש ישיבה שליט&rsquo;&rsquo;א. &nbsp; יעדן דאנערשטאג קומען די פולע צענדליגע מפיצים צום בית הדפוס און נעמען נעמען אפ זייער פעקל וואס די געטרייע גבאים האבן אנגעגרייט פאר יעדעם לויט זיין געברויך, און זיי גייען ארום און זענען דאס מפיץ זיין אין אלע בתי מדרשים אין בית שמש.מ&rsquo;באקומט צוריק ווארימע גריסן פון אסאך טייערע אידן יעדע וואך וואס זענען זאך פשוט מחי&rsquo; דאס הארץ מיט די פשוטע טייערע און זיסע לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז. &nbsp; יעצט איז די בית הדפוס אנגעקומען צום אומגלויבליכן נומער פון א מיליאן(!) פאפירן וואס מ&rsquo;האט געדרוקט אין ווייניגער פון צוויי יאר זינט דער בית הדפוס האט זיך געעפענט, וואס מיינט אן עוורידזש פון איבער 40 טויזנט בלעטער א חודש. &nbsp; פאריאר האט דער ראש ישיבה שליט&rsquo;&rsquo;א באזוכט אין דעם בית הדפוס און האט דארט ארום גערעדט איבער די גרויסקייט און פון די געוואלדיגע זכי&rsquo; צו גיין מפיץ זיין די עצות פונעם הייליגן רבי&rsquo;ן, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה ארויס געברענגט זיין דאנקבארקייט וואס ער האט פארן מנהל בית הדפוס מו&rdquo;ה יצחק ראטה הי&rsquo;&rsquo;ו וואס האט אריינגעברענגט אין זיין דיינינג רום א פרינטינג מאשין צו דרוקן די גליונות. אזוי אויך האט מען געוויזן פארן דער ראש ישיבה די ליסטע פון אלע מפיצים און וויפיל גליונות זיי זענען מפיץ וואך נאך וואך, פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט. &nbsp; אנשי שלומינו אין בית שמש זענען זייער דאנקבאר פארן גבאי פונעם בית הדפוס וואס געט זיך אוועק יעדע וואך שעות אויף שעות צו דרוקן און אנגרייטן אלע גליונות פאר יעדן מפיץ זיין פעקל לויט וואס יעדער ער באשטעלט, אזוי אויך געבט ער אוועק זיין שבת שטוב פאר אלע תפילות שבת יעדע וואך שבת און יעדע יום טוב און בכלל צו יעדע צייט וואס מ&rsquo;דארף, דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס אין זכות פון העלפן דעם הייליגן רבי&rsquo;ן מיט אזא געטריישאפט. &nbsp; דער בודזשעט פונעם בית הדפוס איז זייער הויך, מען דארף כסדר שאפן גרויסע סכומים פון טויזנטער שקלים צו קענען קויפן פאפיר, און צוליב די שטארקע אינפלאציע איז די פרייז פון קויפן צוויי פעלעטס פאפיר (קליינע פאפיר פאר עצתו אמונה און גרעסער פאפיר פאר די גליונות) איבער 12 טויזנט שקלים, (בערך 3,200 אמעריקאנער דאלאר) אנשי שלומינו איבער די וועלט קענען יעצט האבן די זכי&rsquo; ארויס צו העלפן דעם בית הדפוס אנגיין. זייט מנדב דורך נדרים פלאס / היכל הקודש בית שמש אדער קענט איר רופן דעם מנהל בית הדפוס אויף 504199751 972+.Test &nbsp;

    < זעה מער י סיון תשפ"ג 📝
  • אנשי חיל קאמפיין וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן אין די צווייטע העלפט זומער

    לבקשת פונעם ציבור, האבן די געטרייע עסקנים וואס פירן אן דעם יערליכן קאמפיין פאר די מוסדות באשלאסן אפצורוקן דעם קאמפיין אויף חודש אב הבעל"ט די וואך נאך שבת נחמו וואס דאן טענה'ן פילע איז זיי אסאך גרינגער אין די רואיג זומער וואכן אויפצוטרייבן די סכומים און אנצוקומען צום ציל. &nbsp; אין די פארגאנגענע יארן האבן זיך אנשי שלומינו גאר ווארעם צוגעשטעלט, לעצטע יאר זענען געווען איבער 600 טיעמס אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט. היי יאר האפט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען נאך מער און שטערקער מצליח זיין. מען זעט די שטארקע ווארימקייט פון אנשי שלומינו און ווי עס ברענט זיי ארויסצואווייזן הכרת הטוב פאר די פלאץ וואס העלפט זיי א גאנץ יאר, ווען זיי בעטן זייערע חברים, שכנים, קרובים, און ביזנעס שותפים צו באשטייערן לכבודם, און ארבעטן שווער יעדער איינער כפי יכלתו אנצוקומען צום ציל וואס ער האט גענומען אויף זיך. &nbsp; מיט דעם געלט וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה ווייטער בויען די הייליגע מוסדות, אין די פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, מוסדות פאר אינגלעך פאר מיידלעך, פאר בחורים, פאר אינגעלייט, פאר פרויען און פאר פילע געברויכן פון די קהלה. חדרים, מיידל סקולס, בתי מדרשים, כוללים, מקוואת און מקוואת טהרה, מצה בעקעריי, שחיטה, בית החיים, קימפעטארן היים, אומאן, בויען די מוסדות אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, דזשערסי סיטי, לאנדאן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, בית שמש, אשדוד, צפת, יבנאל, און אזוי ווייטער. &nbsp; אין די זעלבע צייט געדענקט מען אז דער עיקר דגוש לייגן מיר אויף חינוך און אויף אמונה, מען זאל אויפציען קינדער וואס ווייסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא, און זיי אויפבויען זיי זאלן זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, קינדער וואס ווייסן וואס לעבן איז, און וויאזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן.

    < זעה מער ט סיון תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 661 to 675 of 1670 results

1 2 ... 42 43 44 45 46 47 48 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com