Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינע שמחה צום געבורט פון צווילינג אינגלעך ביי יענקי הי"ו בן הרב ר' יצחק לעזער שליט"א

    א שיינע באשיידענע וואך נאכט איז פארגעקומען די וואך מאנטאג נאכט אין שטוב פון מו"ה יעקב לעזער הי"ו צום געבורט פון זיין צווילינג למזל טוב. יענקי איז פון די חשובע כולל יונגעלייט צומארגענס דינסטאג אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב בארא פארק. עס איז געווען א גרויס התעוררות ביי אנ"ש וועלכע זענען געווען פארזאמעלט, ווען יעדער האט זיך געבעטן שטילערהייט זיינע תפלות און בקשות צום באשעפער בשעת'ן ברית, געדענקענדיג וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן ביי א ברית ווען מ'פלעגט זיך מזכיר זיין, "וואס בעטסטו מיר? אליהו הנביא קומט דאך יעצט, בעט אים"... דער מוהל איז געווען הרב ר' אהרן ווייס שליט"א, מיט סנדקאות איז מכובד געווארן איין קינד דער זיידע הרב ר' יצחק, און איין קינד דער זיידע הרה"ג ריווניצער רבי פון בארא פארק. די קינדער האט מען א נאמען געגעבן "נחמן נתן" און "צבי אלימלך". "נחמן נתן" נאכן הייליגן רבין און זיין גרויסן תלמיד ר' נתן. עס איז באוויסט אז מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל נישט געבן נחמן אליינס, נאר מיט נאך א נאמען. מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל געבן נחמן נתן צוזאמען. דער צווייטער קינד האט מען א נאמען געגעבן "צבי אלימלך" נאכן הייליגן בני יששכר, וואס זיין יארצייט איז אויסגעפאלן דעם טאג, און דאס קינד איז אן אייניקל פון דעם גרויסן צדיק. מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געזינגען שיינע ניגונים, און געדאנקט דעם אייבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים. אן עקסטרע מזל טוב קומט פאר אונזער חשובע מנהלת די מאמע פון די צווילניג, פארן זיך אזוי איבער געבן פאר אונזערע קינדער טאג און נאכט. עס איז נישט דא נאך א פלאץ ווי די מיידלעך זאלן זיין אזוי צוגעקלעבט צו זייער פריציפל ווי אין בית פיגא, ווי מ'זעט יעצט ווען די מנהלת קומט נישט אין סקול, ווארטן די מיידלעך און בענקען זיך און שיקן בריוו וכו'. זאל דער אייבישטער העלפן זיי זאלן זוכה זיין צו ערציען זייערע קינדער גרינגערהייט, און  זאלן זיין אמתדיגע ערליכע אידן וואס זענען צוגעקלעבט צום אייבערשטן. כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים בילדער פון ברית   בילדער פון וואך נאכט

    < זעה מער יט טבת תשע"ט 📝
  • קרית יואלער אידן ווינטשן א מזל טוב פאר הרב ר' יואל פארקאש גבאי בית מדרש צום געבורט פון א יונגל למזל טוב

    א געוואלדיגע שמחה הערשט צווישן אנשי שלומינו, בפרט ביי די מתפללי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל (העיס). ווען עס איז ב"ה געבוירן געווארן א אינגל למזל טוב צו הרב יואל פארקאש שליט"א, גבאי פון בית המדרש. דער שלום זכור וועט פארקומען אי"ה דעם שב"ק ביים בעל שמחה אינדערהיים אויף 17 חברון רד. #101. &nbsp; "כשזכר בא לעולם, חסד בא לעולם" (ספר המידות, אות בנים סימן ק"ב)

    < זעה מער יט טבת תשע"ט 📝
  • נאך א חתונה אָן חובות פארגעקומען אין וויליאמסבורג

    א גאר פרייליכע חתונה איז פארגעקומען נעכטן אווענט, ווען החתן בנציון ב"ר שמחה יאקאבאוויטש איז געגאנגען אונטער די חופה מיט די כלה די טאכטער פון ר' משה ארי' שניטצלער הי"ו. די חתונה איז געווען צוגעשטעלט גענצליך בחינם פאר ביידע מחותנים אינעם בית המדרש היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, אינעם זעלבן בית המדרש ווי דער חתן האט פארברענגט זיינע בחורישע יארן מיט תורה, תפלה ומעשים טובים. פינעף אזייגער נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען צום קבלת פנים, וואס איז געווען שיין צוגעגרייט אין ביהמ"ד. דער חתן האט אויפגענומען אלע געסט בספר פנים יפות, און יעדעם צוריק געווינטשן בצהלות פנים, בשעת דער עולם האט געזונגען שיינע ניגונים. זעקס א זייגער איז מען ארויס אין גאס פארענט פונעם בית המדרש, ווי עס איז יעצט צום ערשטן מאל גענוצט געווארן די נייע חופה וואס איז געווארן אויפגעשטעלט ספעציעל צו נוצן פאר די חתונות אין בית המדרש. אויף די פיר זייטן פון די חופה איז געווארן אויפגענייט שיינע מאמרים פונעם רבין. הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א פאלטישאנער דיין, איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן דער זיידע פון די כלה הרב ברוך יודא שניצלער, טשאבע רב. די איבעריגע ברכות איז מכובד געווארן דער זיידע הרה"ח ר' ישי וועבער. נאך די חופה איז מען אריין אין בית המדרש צו די סעודה. דאס עסן איז געווארן צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו. איינער האט געמאכט די פיש, א צווייטער די קוגלען, א דריטער די דיפס, א.א.וו.. פלייש האט מען גענומען פונעם 'בית התבשיל' וואס נעמט צוזאמען די איבעריגע מאכלים וואס בלייבט איבער פון שמחה זאלן. ביים סעודה האט מען נישט סערווירט דאס עסן, נאר די פלייש און צושפייז איז אלעס געווען אויסגעלייגט אין בעקעלעך, אזוי ווי ביי די וואכט נאכטס, און יעדער האט זיך אליינס גענומען וואס ער דארף, כרצון איש ואיש. מען האט געגעסן אין פּעיפּער גודס וואס די ישיבה האט צוגעשטעלט, און עס האט געהאט אלע טעמים... אום אכט אזייגער האט מען אנגעהויבן צו טאנצן. בשעת'ן טאנצן איז געווען שמחות ובכיות (לשון סיפורי מעשיות, מעשה פון די זיבן בעטלערס) מענטשן האבן געוויינט פארוואס זיי קענען דאס נישט באווייזן, זיי האבן געטראכט "וואס פעלט דען פון אזא חתונה? פארוואס דארפן מיר אויס געבן שווערע געלטער ווען מען קען דאס מאכן אומזינסט אן קיין חובות!". אנדערע האבן געלאכט, מען האט געלאכט פון פרייד אז מיר האבן א רבי וואס מאכט אונז קלאר וואס צו טון מיר זאלן זיך נישט פארלירן פאר נישטיגע כבוד המדמה און ווערן א בעל חוב אויפן גאנצן לעבן. פאר די מוזיק איז נישט געווען קיין בענד, און נישט קיין זינגער, עס האט געשפילט א פשוט'ע טעיפ אפגעכאפט פון אן אנדערע חתנה, מענטשן האבן געפרעגט "וואו איז דער שפילער? ווער זינגט דא? ווען מען האט זיי געענטפערט אז "דא שפילט א פשוטע טעיפּ", זענען זיי געבליבן אן לשון. פיקטשערס - ביי די מענער האט א בחור געכאפט, און ביי די פרויען - א פרוי מאנשי שלומינו. אום צען אזייגער האט מען זיך געשטעלט צום מצוה טאנץ. אנשטאט א "גראמער" וואס זאל גראמען ("גראגערן" אין קאפ) און אויפהאלטן דעם עולם ביז אין די פריע פארטאגס שעה'ן - האט זיך דער שמש פון בית המדרש ר' העניך אינדיג אויסגערופן "יעמוד יעמוד". אויף אלע פענימער האט זיך אנגעזען א שמייכל פון אויער צו אויער בשעת דער שמש האט געשריגן "יעמוד יעמוד", אלע האבן געזאגט פה אחד "וואס פעלט אויס צו זיצן דא און משוגע ווערן פון ליידיגיין ביז אינמיטן דער נאכט"... אום 11 אזייגער איז מען שוין געווען אינגאצן פערטיג מיט די חתונה, דער עולם איז שוין יעדער אהיים זיך אויסצורוען פארן קומענדיגן טאג, וואס יעדער האט זיך זיינע געשעפטן, דער ביי די ארבעט, און דער אין כולל, א.א.וו. מען האט תיכף שיין צוריק מסדר געווען די טישן און בענק און אויפגערוימט דער בית המדרש, אזוי אז מען זאל קענען מארגן אינדערפרי שוין קומען לערנען און דאווענען ווי יעדן טאג. יא, עס שטעלט זיך ב"ה ארויס, אז עס זענען דא אידן וואס באווייזן דעם קונץ פון צוזאם ברענגן אלע דריי זאכן צוזאמען "חתונה מאכן די קינדער", און יא, "די חתונה איז פרייליך אויפן העכסטן פארנעם און יעדער איז העכסט צופרידן", און צו דעם אויך "ארויסגיין אינגנאצן אן קיין פּעני חובות". "אַמָאל אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער יְרִיד, אִין אַ גְרוֹיסֶער שְׁטָאט. זֶענֶען אַהִין גֶעגַאנְגֶען אַלֶע בֶּעטְלֶערְס, אוּן דִי קִינְדֶער זֶענֶען אוֹיךְ אַהִין גֶעגַאנְגֶען. אִיז גֶעקוּמֶען דִי בֶּעטְלֶערְס אוֹיף דֶער דֵעָה, אַז זֵיי זָאלְן מְשַׁדֵךְ זַיין דִי צְוֵוי קִינְדֶער, אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ אֵיינְס דָאס אַנְדֶערֶע נֶעמֶען. אוּן תֵּיכֶּף וִוי מֶע הָאט אָנְגֶעהוֹבְּן דֶערְפוּן צוּ שְׁמוּעסְן, אִיז דָאס זֵיי אַלֶע זֵייעֶר גֶעפֶעלְן, הָאט מֶען זֵיי מְשַׁדֵךְ גֶעוֶוען, לוּשְׁמִיר וִוי מַאכְט מֶען זֵיי חַתוּנָה, הָאבְּן זֵיי זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען, בַּאֲשֶׁר אִין דֶעם אוּן דֶעם טָאג, וֶועט זַיין בַיים מֶלֶךְ מִינִינֶעס, וֶועלְן אַהִין גֵיין אַלֶע בֶּעטְלֶערְס וֶועלְן זֵיי זִיךְ דָארְטְן אוֹיסְבֶּעטְן קוֹילִיטְשׁ אוּן פְלֵיישׁ, דֶערְפוּן וֶועט מֶען זֵיי מַאכְן חַתוּנָה. אִיז אַזוֹי גֶעוֶוען, זֶענֶען אַלֶע בֶּעטְלֶערְס גֶעגַאנְגֶען אוֹיף דִי מִינִינֶעס, אוּן הָאבְּן זִיךְ אוֹיסְגֶעבֶּעטְן פְלֵיישׁ אוּן בְּרוֹיט, אוּן זֵיי הָאבְּן נָאךְ פַארְנוּמֶען וָואס סֶע אִיז גֶעבְּלִיבְּן פוּן דֶער סְעוּדָה, פְלֵיישׁ אוּן קוֹילִיטְשׁ. אוּן זֶענֶען גֶעגַאנְגֶען, אוּן הָאבְּן זִיךְ אוֹיסְגֶעגְרָאבְּן. אַ גְרוֹיסְן גְרוּבּ, וָואס סֶע זָאל אִין אִים קֶענֶען אַרַיין הוּנְדֶערְט מֶענְטְשְׁן. אוּן זֵיי הָאבְּן אִים צוּגֶעדֶעקְט מִיט פְּרוּטֶעס, אוּן מִיט עֶרְד אוּן מִיט מִיסְט. אוּן זֵיי זֶענֶען אַהִין אַלֶע אַרַיינגֶעגַאנְגֶען. אוּן זֵיי הָאבְּן דָארְט גֶעמַאכְט חַתוּנָה דִי קִינְדֶער, אוּן זֵיי הָאבְּן זֵיי גֶעשְׁטֶעלְט אַ חוּפָּה, אוּן זֵיי זֶענֶען דָארְט זֵייעֶר זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען, אוּן דִי חָתְן כַּלָה זֶענֶען אוֹיךְ זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען." (לשון סיפורי מעשיות, מעשה זיבן בעטלערס) בילדער פון די חתונה בילדער פונעם קבלת פנים קליפס פון די חתונה בילדער ווי מג'גרייט צו די חתונה בילדער ווי מ'גרייט צו די חופה קליפ ווי מ'גרייט צו די חופה בילדער ווי מ'עמברוידערט די חופה קליפ ווי מ'עמברוידערט די חופה

    < זעה מער יז טבת תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה זיצט מיט תלמידים אין צוגרייטונג צום קומענדיגן פרייליכן חתונה אין בית המדרש וואס וועט פארקומען אי"ה מאנטאג שמות

    א פרייליכע שטימונג הערשט אין היכל הקודש ווען מ'גרייט זיך שוין צו א פרישע חתונה, פון א פרישע פארפאלק און מחותנים וואס האבן דעם קאפ אויפן פלאץ נישט אויסצוגעבן קיין געלט אויף נארישקייטן וואס נעמט נישט מער ווי עטליכע שעה. דער חתן און די כלה קוקן ארויס און קענען קוים ווארטן אנצוהייבן זייער לעבן אין זייער נייער שטוב א טאג נאך די חתונה, עס איז ביי זיי נאריש און איבריג צו פארשווענדן אידיש געלט, צייט און טירחא פאר די "איווענט" וואס קומט און גייט ווי אן אויגן-בליק. פאר זיי איז פונקט גענוג צו פּראווען א פרייליכע חתונה מיט א אידישן טעם, מיט אלע הייליגע מנהגים וואס מיר האבן במסורה דור אחר דור, אָן אלע משוגעתן וואס יעדע שכן און יענטע מוז נאכמאכן איינע דעם צווייטן. אין צוגרייטונג צום געהויבענעם חתונה איז פארגעקומען א מיטינג ווי מען האט ב"ה אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן פון די חתונה, די זמנים, די עסן, די מוזיק, א.א.וו. אז די חתונה נאכט זאל גארנישט קאסטן פאר די מחותנים, און יעדער זאל ארויסגיין צופרידן. דער קלוגער חתן איז הב' בנציון בן מו"ה שמחה יאקאבאוויטש, און די קלוגע כלה איז די טאכטער פון מו"ה משה ארי' שניטצלער. סיי די חתן כלה זענען תלמידים פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, און די מחותנים זענען מחשובי אנ"ש. עס וועט אוודאי ביישטיין פאר די חתן כלה דעם גרויס זכות, פון מכבד זיין זייערע עלטערן, ביי זייער געהויבנסטע נאכט אין לעבן, צו האבן א שיינע לעבן, די שכינה זאל רוען ביי זיי אין שטוב, און צו געבענטשט ווערן מיט בני חיי ומזוני רוויחי. קול מצהלות חתנים מחופתם &nbsp; בילדער

    < זעה מער יא טבת תשע"ט 📝
  • שיינער סיום אויף מסכת פאה תלמוד ירושלמי

    דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק איז פארגעקומען א שיינע סיום אויף מסכת פאה פון תלמוד ירושלמי, וואס ווערט פארגעלערנט טעגליך דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, יעדן אינדערפרי נאך א דף. דער סיום איז פארגעקומען אין הויז פון מו"ה יעקב לעסער הי"ו, די משתתפים ביים שיעור זענען זיך צוזאמגעקומען צו א רייכע סעודת מלוה מלכה, מען האט געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט צו האבן א שיעור תורה יעדן טאג, און די ספעציעלע מעלה פון לערנען תלמוד ירושלמי, וואס איז ווי א בחינה פון א מת מצוה, ווייניג אידן זענען עוסק אין דעם. דערנאך האבן גערעדט עטליכע משתתפים, מען האט געזינגען זמירות, און אהיימגעגאנגען מיט פרישע כוחות אויפצושטיין דעם קומענדיגן אינדערפרי צייטליך, צו קענען מיטהאלטן דעם הערליכן שיעור. מ'קען הערן דעם שיעור יעדן טאג אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין 1-212-444-9191 שישו ושמחו בשמחת התורה! בילדער פונעם סיום

    < זעה מער יד כסלו תשע"ט 📝
  • ברית של בן מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל

    פילע אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום דאווענען די וואך מאנטאג אינדערפרי אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב (עצי תמרים) צום ברית פונעם אינגל וואס איז געבוירן צו מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו. אן ערנסטקייט האט געהערשט אין ביהמ"ד ווען דער מוהל איז צוגעגאנגען צום ברית, און אלע אנשי שלומינו וועלכע זענען געווען פארזאמעלט האבן אויסגענוצן די געלעגענהייט, ווען אליהו הנביא קומט צום ברית, און מתפלל געווען צום אייבערשטן ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, און געבעטן פאר ישועות ורפואת ברוחניות ובגשמיות. מיט מוהלת איז מכובד געווארן מו"ה אהרן ווייס הי"ו, און דער רך הנימול איז נאמען געגעבן פארן קינד "חנני' יום טוב", נאך הרה"ח ר' ליפא מאנן ז"ל, אן עלטער זיידע פונעם קינד. ביים סעודת ברית האט מען געהערט דברי תורה פון הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א רב ומו"ץ ביהמ"ד בית דוב, א זיידע פונעם קינד, וואס האט געזאגט טרעפליכע ווערטער לכבוד דעם המעורע. כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים.

    < זעה מער ו כסלו תשע"ט 📝
  • פרייליכע חתונה אין ארה"ק פון א תלמיד הישיבה

    עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים: מיט גרויס פרייד האלטן אנ"ש מיט די פרייליכע חתונה וואס קומט פאר יעצט דינסטאג אווענט אין ארץ ישראל, פון החתן יואליש קרויס ני"ו פון די חשובע תלמידים פון ישיבה תפארת התורה ברסלב וויליאמסבורג, א זון פון הרה"ח ר' משה קרויס שליט"א פון מאנטשעסטער, די חשובע כלה איז א טאכטער פון הרה"ח המשפיע רבי פנחס בונקער שליט"א פון ירושלים עיה"ק. די חתונה קומט פאר אין די זאל פון גאלדען סקיי, אויף רח׳ הרן 41, אין ביתר עילית. דער חשבוער חתן ני"ו און זיינע חשובע עלטערן האבן שוין זוכה געווען אסאך צו עוסק זיין אין א הפצת תורת רבינו הק'. דער חתן ני"ו האט אויסער זיין געוואלדיגע התמדה אין ישיבה ווי ער האט שוין געענדיגט אומצאליגע מאל משניות, דורכגעלערענט גאנץ ש"ס, מדרשים, זוהר, און אזוי ווייטער, האט ער אויך זוכה געווען צו מפיץ זיין אן א שיעור ברסלב'ע ספרים און קונטרסים טאג טעגליך. יעצט ווען דער חשוב'ער חתן גייט אונטער די חופה, און ער שטעלט אויף א נייער שטוב, איז דער וואונטש פון אנ"ש אז ער זאל זוכה זיין צו אויפשטעלן א ערליכער ערליכע אידישע שטוב, און ווייטער פארשפרייטן און פארפלייצן דעם רבי'נס ספרים און קונטרסים מיט גרויס פלייס, און באקומען אלע ברכות וואס חז"ל זאגן אז מען באקומט ווען מען האט חתונה. קול חתן וקול כלה.

    < זעה מער ה כסלו תשע"ט 📝
  • שיינע שמחת ברית ביי מו"ה ברוך ברדוגא הי"ו

    היינט דאנערשטאג וירא איז געווען א שיינע שמחה אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווען מו"ה ברוך ברדוגא הי"ו מחשובי אנ"ש אין דזשורזי סיטי האט אריינגעברענגט זיין קינד בברתו של אברהם אבינו. דער ראש ישיבה שליט"א איז מוכבד געווארן מיט סנדקאות, און הרב אהרן ווייס הי"ו מוהל מומחה איז געווען דער מוהל, ויקרא שמו בישראל דוד. ביים סעודה אין עטרת אפעל, וואס דינט אלץ עס זאל פון די מוסדות, האט דער ר"י געזאגט, אז עס שטייט אז טרנסרופוס הרשע האט געפרעגט רבי עקיבא "אויב דער אייבישטער וויל אז א איד זאל זיין געמלעט, דאן פארוואס ווערט מען נישט געבוירן גמלעט?", האט אים ר"ע געענטפערט, "אויב אזוי פארוואס זאלסטו נישט עסן ווייץ רויערהייט? אויב דער אייבישטער וואלט געוואלט אז מ'זאל עס מאלן און איינקנעטן און מאכן דערפון ברויט, וואלט עס געדארפט אזוי וואקסן... נאר דער אייבישטער וויל אז מיר זאלן עס צוענדיגן". דער ר"י האט צוגעברענגט א מדרש אז עס געווען א קעניג וואס האט געקענט חכמת הפצוף און ער האט געוואלט וויסן ווער איז דער משה רבינו, האט ער געשיקט מעלער צום מדבר אפצומאלן משה רבינו כדי ער זאל אים קענען אנאלאזירן, ווען דער מעלער איז צוריק געקומען האט אים דער קעניג געזאגט "ביזט מחיוב מיתה ווייל דו האסט מיר נישט געפאלגט, דער אינעם בילד קען נישט זיין משה רבינו" האט אים דער מעלער געזאגט "איך האב געטון מיין שליחות בנאמנות, אדרבה שיק נאך א מעלער וועסטו זען אז ער וועט דיר צוריק ברענגען די זעלבע זאך", האט ער באשלאסן אליינס צו פארן, און געזען אז יא דער מעלער האט געמאלן ריכטיג, האט ער געפרעגט משה רבינו "ווי אזוי קען זיין אז דאס ביסטו? איך זען מיט מיינע חכמות אז דו ביסט די מענטש מיט די ערגסטע נאטורן וואס איך האב נאר אמאל געזען, אבער אין מציאות זעה איך אז דו ביסטו די בעסטע מענטש מיט גאר גוטע מידות. עפעס שטימט נישט דא", האט אים משה רבינו געזאגט, "דאס וואס דו זעסט אויף מיר איז אמת ויציב, נאר איך האב געארבעט אויף די מידות". האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט אז א מענטש מיינט איך מוז זיין א כעסן א קארגער א נעגאטיווער ווייל יעדער ווייסט אז מיין משפחה זענען כעסנים, קארגע, א.א.וו., - אבער ניין" האט דער ר"י געזאגט, "ניין דו דארפסט און די קענסט ארבעטן אויף דיינע מידות, און דו וועסט נאך זוכה זיין צו גאר אסאך גוטע זאכן". דערנאך האט מען געזינגען שיינע ניגונים לכבוד די שמחה. הָרַחֲמָן הוּא יְבָרֵךְ אֲבִי הַיֶּלֶד וְאִמּוֹ, וְיִזְכּוּ לְגַדְּלוֹ וּלְחַנְּכוֹ וּלְחַכְּמוֹ, מִיּוֹם הַשְּׁמִינִי וָהָלְאָה יֵרָצֶה דָמוֹ, וִיהִי ה' אֱלקיו עִמּוֹ. דער דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער טז חשון תשע"ט 📝
  • פשוטע פרייליכע אמת'דיגע שמחות ביי אנ"ש

    אין ברסלב איז "נישטא" קיין שטרענגע שמחה תקנות, וואס יעדער מוז זיך האלטן דערצו, נאר וואס דען, דער ראש ישיבה האט געמאכט א תקנה אז יעדער מוז האבן שכל, און לעבן פאר זיך מיט אייבערשטן, און נישט זיך מפקיר זיין און זיך אנחובעצן פאר יענעם. ווייל יעדער פארשטייט נאך אכצן יאר מאכן טייערער וואך נאכטס וכו' וואס קען צומאל קאסטן מער פון א פשוטע חתונה פון א מענטש מיט שכל, קען מען נישט פלוצלינג צופרידן שטעלן א זון אדער א טאכטער און מאכן א חתונה אין בית המדרש, מיט פשוטע צירונג, א.א.וו. דערפאר איז אויפגענומען מיט גרויס דערלייכטערונג די שמחות וואס אנ"ש האבן לעצטענס געמאכט מיט די גרעסטע מאס פשטות און פרייליכקייט. מען האט געמאכט אמת'דיגע שמחות און זיך געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים, און נישט געווארט אויף דעם און יענעמ'ס עטענטשן. * עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע שמחות קע"ה, וועלן מיר דא ברענגען א טייל שמחות פון די לעצטע חודש אלץ א ביישפיל. * די בר מצוה פון הב' בערל בן הר"ר משה ארי' שניצלער איז פארגעקומען אין ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ווי עס איז געווען א פרייליכע שמחה. &nbsp; עטליכע שעה פארן ארויספארן צום ציון פון הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה, איז פארגעקומען די "לחיים-ווארט-תנאים" ביי הב' בנציון בהר"ר שמחה יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג בת הר"ר משה ארי' שניצלער הי"ו, ווי עס איז געווען א פרייליכע שמחה, אויף איידעלסטן אופן וואס איז נאר שייך. * די קידוש פון הר"ר יושע אליעזר גליק הי"ו, איז פארגעקומען אין אומאן ביים ראש ישיבה שליט"א, אויף א פשוטן און פרייליכן אופן. * די קידוש פון הר"ר נחמן שמואל יאקאבאוויטש הי"ו, איז פארגעקומען אין אומאן אין ביהמ"ד פון הגה"צ ר' יצחק לעססער שליט"א, אויף א פשוטן און פרייליכן אופן. * די קידוש פון הר"ר יוסף שניצלער שליט"א, מלמד מומחה במוסדותינו הק' בהר"ר משה ארי' שליט"א, חתן הר"ר דוד יודא איידליס שליט"א, איז פארגעקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל, אויף א פרייליכע אטמספערע אן אויסגעבן איבעריגע אידיש געלט. * די קידוש פון הר"ר יוסף פריעדמאן הי"ו, איז פארגעקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו קרית יואל, אויף א פרייליכע אטמספערע אן אויסגעבן איבעריגע אידיש געלט. * די קידוש פון הר"ר יואל משה פליישמאן שליט"א, מלמד מומחה, איז פארגעקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש העיס קרית יואל, אויף א פרייליכע אטמספערע אן אויסגעבן איבעריגע אידיש געלט. * עס האט געהערשט א גרויס שמחה דאנערשטאג א טאג נאך צום גדלי' אין ביהמ"ד היכל הקודש ווילימאסבורג, ווען הר"ר מרדכי הערצאג הי"ו חתן הר"ר אייזיק אפעל שליט"א האט געגעבן תיקון נאכן דאווענען לכבוד קריאת השם צו זיין טאכטער. * א דערהויבענע שמחה איז געווען אסרו חג סוכות אין ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק, ווען הר"ר מנשה איצקאוויטש הי"ו האט געגעבן תיקון נאכן דאווענען לכבוד קריאת השם צו זיין טאכטער. * עס האט געהערשט א גרויס שמחה דאנערשטאג &nbsp;חול המועד סוכות אין די סוכה פון ביהמ"ד היכל הקודש ווילימאסבורג, ווען הר"ר מרדכי היימליך הי"ו האט געגעבן תיקון נאכן דאווענען לכבוד קריאת השם צו זיין טאכטער. * א גאר פרייליכע וואך נאכט און ברית איז פארגעקומען צום געבורט פון א זון ביי הר"ר ברוך יאקאבאוויטש שליט"א, בן המפיץ הגדול הר"ר נתן שליט"א, וואס האט צוגעשטעלט א הערליכע אבער גאר פשוטע שלום זכר, וואך נאכט און ברית וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ווילימסבורג. * א דערהויבענע שמחה איז געווען דאנערשטאג בראשית אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג, ווען הר"ר בנציון לאנדא שליט"א האט געגעבן תיקון נאכן דאווענען לכבוד קריאת השם צו זיין טאכטער. * דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדוקט "ווי איידער צו קויפן אן עכטע שטיינדל פאר ריגל, מיט א פאלשע הארץ, איז ענדערש צו קויפן א פאלשע שטיינדל, אבער מיט אן עכטן הארץ". * &nbsp; "זֵיי הָאבְּן דָארְט גֶעמַאכְט חַתוּנָה דִי קִינְדֶער, אוּן זֵיי הָאבְּן זֵיי גֶעשְׁטֶעלְט אַ חוּפָּה, אוּן זֵיי זֶענֶען דָארְט זֵייעֶר זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען, אוּן דִי חָתְן כַּלָה זֶענֶען אוֹיךְ זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען" (סיפורי מעשיות, מעשה י"ג)

    < זעה מער כו תשרי תשע"ט 📝
  • א פרייליכע חתונה אין בית המדרש - קאמבינירט מיט א סיום הש"ס

    נעכטן איז ב"ה פארגעקומען א פשוטע אבער גאר פרייליכע חתונה, ווען החתן יעקב הילל פארקאש בן הר"ר יואל שליט"א בן הר"ר אברהם חיים שליט"א פון קרית יואל איז געגאנגען אונטער די חופה כדת משה וישראל מיט די טאכטער פון מו"ה מנחם גאלדשטיין הי"ו פון מאנסי. אום 5:00 נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אין ווילימסבורג, ווי דער חתן האט מיט גרויס שמחה געפראוועט זיין סיום ש"ס בשעת זיין קבלת פנים, און אזוי האט ער זוכה געווען נאך פארן גיין אונטער די חופה, צו וואס ווייניג זענען זוכה אין זייער גאנצן לעבן. דערנאך איז מען געגאנגען צו די געהויבענע חופה, וואס איז פארגעקומען אין חצר פון בית המדרש. דערנאך האט מען זיך צוריק געקערט צום ביהמ"ד ווי אלע נאנטע משפחה פון די חתן כלה זענען געווען געלאדענט צום סעודה. אום 7:55 איז דער חתן אריינגעקומען אין בית המדרש צום טאנצן. ביי די געהויבענע ריקודין, האבן די פילע געסט וואס זענען געקומען זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן זייערע אויגן ווי מ'קען פראווען א חתונה נאכט "פשוט און גענצליך אומזיסט", און נישט נאר וואס די שמחה ווערט נישט געמינערט דערפון, נאר די חתונה איז געווען "משונה פרייליך", מ'האט פשוט נישט געקענט שטיין אדער זיצן פאסיוו, נאר די פוס האבן זיך געהויבן ווי פון זיך אליין. אזש די ווענט האבן מיט געטאנצט. אום 10:00 האט זיך די מוזיק אויסגעלאשן, און די כלה איז אריינגעקומען צו ברכת המזון, דערנאך איז געווען "מצוה טאנץ", וואס איז געפראוועט געווארן אויף א הייליגע געהויבענע פארנעם, אן קיין איבעריגע הספדים צערעמאניעס וואס אין רוח חכמים נוחה הימנה. דער שמש פון ביהמ"ד האט זיך אויפגעשטעלט און אויסגערופן "יעמוד יעמוד יעמוד, מו"ה ... וועט גיין טאנצן לקראת הכלה. גוט שבת", און דער וועם מען האט אויסגערופן האט זיך געשטעלט טאנצן מצוה טאנץ. עס האבן געטאנצן די זיידעס, עלטערן, חתן כלה. אויך זענען מכובד געווארן מיט א מצוה טאנץ הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א, און הרה"ג דער ראש ישיבה שליט"א. די פעטערס האבן געטאנצן מיטן חתן ווען עס איז געווען די רייע פונעם מחותן פון זייער זייט. די פרייליכע חתונה - אריינגערעכענט די מצוה טאנץ - איז געווען געענדיגט אום 10:55, און די עסקנים האבן תיכף אויפגערוימט און צוזאם גענומען דעם בית המדרש, די בחורים זאלן קענען זיך זעצן לערנען צומארגענס. ווען איינער וואלט אריינגעקומען אין ביהמ"ד א פערטל נאך עלף, וואלט ער זיך געווינדערט "וואו איז געווען די חתונה היינט?". מען האט געדאנקט דעם אייבערשטן אז עס זענען דא אידן וואס האבן שכל, און דארפן גארנישט און ווילן גארנישט נאר טון דעם רצון ה' און חתונה מאכן זייערע קינדער וואס פשוטער. און זענען פרייליך מיט דעם אליינס אז זיי זענען זוכה צו חתונה מאכן די קינדער אינגערהייט, און פארשטייען אז וואס מער מ'לייגט נאר צו צו ווערן פרייליך טוט גאר אויף דאס פארקערטע. זאל דער אייבישטער העלפן אז די חתן כלה זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן לה' ולתורתו, און די עלטערן און מחותנים זאלן אלע זוכה זיין צו זען רב תענוג ונחת פון דעם פאר פאלק און פון זייער גאנצע משפחה.&nbsp; כמתום ירבו בישראל. בילדער

    < זעה מער יז אלול תשע"ח 📝
  • בחורים פרייען זיך ביי א חתונה פון א תלמיד הישיבה

    דעם פארגאנגענעם מאנטאג זענען די בחורים אריינגעפארן אין שטאט זיך מיטצופרייען ביי די שמחת החתונה פון החתן מו"ה שבתי מארקוס ב"ר יוסף הי"ו, עב"ג בת ר' פייוול גאטערער הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג. אזוי ווי ביי אלע חתונות פון ישיבה, איז די חתונה געווען גאר לעבעדיג און דערהויבן, די בחורים האבן געטאנצן פרייליך און משמח געווען אויף א הערליכן און איידעלען פארנעם. דער חתן שבתי הי"ו איז גאר שטארק באליבט ביי יעדן ובפרט ביי די בחורים פון ישיבה, זייענדיג דער וואס העלפט אזויפיל ארויס די ישיבה צו יעדע געלעגנהייט, אויסער זיין ערליכקייט, התמדת התורה, און גוטע מדות, אויף וואס יעדער קען מעיד זיין, נוצט ער אויס די איבריגע צייט צוצוגעלייגן א האנט ווען ס'פעלט נאר אויס, צוצושטעלן די מסיבות פון די מוסדות, ועל כולם העלפט ער זייער אסאך דעם ראש ישיבה שליט"א מיט זיין עסקנות צו קענען דעקן די הוצאות פון די רענט פאר די בניני המוסדות. זאל דער אייבערשטער העלפן אז די געוואלדיגע זכותים זאלן אים באגלייטן אלעמאל, ער זאל האבן א גליקליך לעבן, עס זאל אים קיינמאל גארנישט פעלן אין לעבן, עס זאל זיין א קשר של קימא, געזונט פרנסה מיט נחת מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! די פרייליכע חתונה &nbsp; בילדער

    < זעה מער יב אלול תשע"ח 📝
  • עס קומט א פרישע פשוטע חתונה אין ישיבה

    נאך די צוויי פריערדיגע פשוטע חתונות וואס זענען פארגעקומען אין בית המדרש פון די ישיבה אין וויליאמסבורג מיט גאר גרויס סוקסעס, קומט יעצט נאך א פרישע חתונה אין ישיבה אין די נאנטע טעג. דעם קומענדיגן מאנטאג פ' כי תבא וועט אי"ה גיין אונטער די חופה החתן יעקב הלל ני"ו בן מוה"ר יואל פארקאש שליט"א, עב"ג בת מו"ה מנחם גאלדשטיין הי"ו, און די חתונה וועט אי"ה פארקומען אין היכל הישיבה. אזוי ווי ביי די פריערדיגע חתונות וועט די חתונה נאכט גארנישט קאסטן פאר די מחותנים, די ישיבה שטעלט צו די סעודת החתונה פאר די נאנטע משפחה מיטגלידער, מיט אלע איבריגע צוגעהער, און אלע קרובים און גוטע פריינד וועלן ארויפקומען אנצואוואונטשן און זיך מיטפרייען מיט די שמחה. ווי באקאנט האבן די פריערדיגע חתונות אין ישיבה געמאכט א גרויסע שטורעם אין די היימישע וועלט, פילע אידן האבן זיך געעפנט די אויגן צום פאקט אז מ'דארף נישט אויסבלוטיגן דעם דם התמצית ביים חתונה מאכן א קינד, זעענדיג אז ס'זענען דא מחותנים מיט א קאפ אויף די פלייצעס, וועלכע מאכן חתונה אן דעם וואס די חתונה נאכט זאל זיי קאסטן אפילו א פרוטה, און כאטש וואס נישט יעדער קען דאס נאכמאכן אינגאנצן, האט דאס אבער געטוישט דעם מהלך המחשבה ביי פילע אידן, וועלכע האבן אנגעהויבן איינזען אז דאס אויסגעבן ביי א שמחה אידיש געלט אין די וועלט אריין האט נישט קיין שום פשט, עס איז זייער נאריש און קיינער פארדינט גארנישט דערפון. אין די פארגאנגענהייט, ווען מ'פלעגט זען בילדער פון אויפרייסערישע שמחות, האט דאס ארויסגערופן א געוויסע רעספעקט ביי מענטשן, "קוק ווי דער שטעלט זיך אהער אזוי שיין מיט אזא הערליכע שמחה", היינט קוקט מען שוין אבער אויף דעם בילד מיט אנדערע סארט ברילן, "נעבעך אויף דעם איד, ער איז גרייט צו ווארפן אזויפיל אידיש געלט אין די מיסט, בלויז צו באקומען אביסל אויפמערזאמקייט". דאס איז אפילו ווען דער מענטש קען זיך טאקע ערלויבן א טייערע שמחה, איז נאכאלץ דא בעסערע וועגן ווי אזוי צו נוצן דאס געלט ווי דאס אויסווארפן אויף זאכן וואס ברענגט נישט קיין נוצן פאר קיינעם, דער מענטש רעדט זיך נעבעך איין אז ער באקומט כאטש כבוד פון דעם, ווען ער זאל ווען אבער קענען הערן וויפיל מ'רעדט צאם אויף אים אונטער זיין רוקן, טאקע בשעת'ן עסן די טייערע פליישן וואס ער האט צוגעשטעלט, מ'קוקט אים בכלל נישט ארויף פאר'ן זוכן אויפמערקזאמקייט, וואלטער געוויס זיך נישט געפריידט אזוי מיט דעם סארט "כבוד" וואס ער באקומט לפנים; ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו איינעם וואס האט נישט דאס געלט פאר דעם, אזוי ווי רוב מנין ובנין וועלכע דארפן זיך אנבארגן פון די זון און די לבנה צו קענען באצאלן די טייערע שמחות, ווי די גוטזאגער זאגן "מענטשן געבן אויס געלט וואס זיי האבן נישט, פאר זאכן וואס זיי דארפן נישט, צו באאיינדרוקן מענטשן וועלכע קוקן עס בכלל נישט ארויף", פארוואס פעלט דאס אויס? ווער פארדינט פון דעם? דאס האט דאך שוין געברענגט אזויפיל צרות און יסורים פאר אזויפיל אידישע קינדער. דעריבער איז גרויס די פרייד אז מ'האלט שוין ביים דריטן חתונה אין ישיבה, דריי מאל איז שוין א חזקה, והחוט המשולש לא במהרה ינתק, עס איז זיכער אז אויסער דעם וואס די מחותנים פארדינען פאר זיך אליין, זיי שפארן זיך איין אסאך דמים תרתי משמע, זענען זיי מיט דעם אויך מזכה נאך פילע אידן וועלכע נעמען פון דעם ארויס א מוסר השכל אויסצוגעבן טייער אידיש געלט אויף וויכטיגערע צוועקן, און אזוי קענען מאכן שמחות מיט א פרייליכע און רואיגע געמיט. &nbsp; קול מצהלות חתנים מחופתם ונערים ממשתה נגינתם

    < זעה מער ט אלול תשע"ח 📝
  • שיינע באשיידנע בר מצוה פון הב' משה יצחק בוים ני"ו אין קעמפ

    די וואך מאנטאג איז פארגעקומען א באשיידענע שמחת בר מצוה אין די ברסלבע קעמפ אויף א גאר פרייליכער פארנעם, פון הבחור משה יצחק בן מו"ה עזרא בוים הי"ו, און אייניקל פון הרה"ג מוה"ר דניאל בוים שליט"א מחשובי אנשי שלומינו. דער בר מצוה בחור איז א לאנג יעריגער תלמוד פון די ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג, ווי די קינדער הערן כסדר פונעם ראש ישיבה און די חשובע מלמדים אז מ'דארף געפעלן נאר פארן אייבערשטן, און מ'דארף נאר זוכן ווי מ'קען לערנען און דאווענען און טון מצוות און מעשים טובים. דערפאר ווען די טייערע קינדער קומען צו די בר מצוה יארגאנג, זוכן זיי נישט ווי מ'קען טרעפן וואס מער א טייערע זאל, און ברענגען שפילערס און זינגער פון די לבנה און די שטערנס, נאר זענען פרייליך מיט דעם אליינס אז זיי הייבן אן צו לייגן די הייליגע תפילין, און זיי גייען אריין לעול התורה והמצות. די טייערע ריינע קינדער זאגן פאר זייערע עלטערן אז זיי דארפן גארנישט אויסער א מהודרדיגע פאר תפילין רש"י און ר"ת, און עס איז זיי א בושה צו מאכן א בר מצוה אין א טייערע זאל. די סעודת בר מצוה פארגעקומען אין בית המדרש אין קעמפ, נישט וועלנדיג ארויסווארפן אידיש געלט פאר טייערע שמחות וואס ברענגט נישט קיין נוצן פאר קיינעם, וואו עס איז צוגעשטעלט געווארן א סעודה בלויז פאר די נאנטע משפחה, און דערנאך זענען אריבערגעקומען די קרובים וידידים און די תושבי המחנה אנצואוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פאר די בעלי שמחה. דער בעל שמחה האט זיך אויסגעדרוקט אז ביי אים הויבט זיך אן די בר מצוה פון זיין זון - א טאג נאך די בר מצוה... ווען דער בחור הויבט אן לייגן תפלין, ער גייט אריין לעול התורה והמצות, דאס איז די עיקר שמחה און חשיבות, נישט דוקא די סעודת בר מצוה, ס'פעלט נישט אויס אויסצופאטשקען אידיש געלט אויף דעם. די חברים פונעם בר מצוה בחור האבן מהנה געווען מיט שיינע ניגונים לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע גרויסע חסדים. ונשמח בדברי תלמוד תורתך ובמצותיך! בילדער פון די שיינע בר מצוה

    < זעה מער יג אב תשע"ח 📝
  • מסיבת תנאים פון הב' אלכסנדר ראטה נ"י אין מחנה תפארת התורה ברסלב

    נעכטן איז פארגעקומען אין די ברסלבער קעמפ א שיינע שמחה ווען הבחור החשוב אלכסנדר ראטה נ"י בן מו"ה זאב אלימלך הי"ו פון וויליאמסבורג, איז א חתן געווארן מיט די טאכטער פון מו"ה יודל טירנויער הי"ו מחשובי אנ"ש פון בארא פארק. עס זענען זיך צוזאם געקומען פילע קרובי המשפחה חברים און ידידים, צו אנווינטשן פאר די חתן און מחותנים. די תנאים איז פארגעליינט געווארן דורך מו"ה אברהם מאיר ביערמאן הי"ו. דער חתן ני"ו האט פלייסיג געלערענט אין די ברסלבע ישיבה פאר די לעצטע עטליכע יאר, ווי ער האט געלערענט פילע טעגליכע שיעורים און ש"ס, משניות, און מדרשים, שו"ע, א.א.וו., און האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, אויך האט ער שוין געענדיגט איבער 70 מאל משניות.און אפילו אין טאג פון זיין שידוך שליסן/תנאים, האט ער נאך ארייגעכאפט און געלערענט אלע זיינע שיעורים. דער חתן איז געשטאנען צו הילף פארן ראש ישיבה שליט"א אין אלע ענינים, בפרט איז ער געווען זייער הילפבאר אין ארויסגעבן די הערליכע סידיס "טאנץ מיט אמונה". &nbsp;ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל בילדער

    < זעה מער ד אב תשע"ח 📝
  • ברית של הילד אליעזר שלמה בן מו"ה אברהם צבי וועבערמאן הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב בלומינג-גראוו

    פילע אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום דאווענען היינט דינסטאג אינדערפרי צום ברית פוענם אינגל וואס איז געבוירן צו מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב בלומינג גראוו. א שטילקייט האט געהערשט אין ביהמ"ד ווען דער מוהל איז צוגעגאנגען צום ברית, אלע אנשי שלומינו וועלכע זענען געווען פארזאמעלט האבן אויסגענוצן די געלעגענהייט, ווען אליהו הנביא קומט צום ברית, און מתפלל געווען צום אייבערשטן יעדער איינער וואס ער דארף און וואס עס קוועטשט אים. דער מוהל איז געווען מו"ה אהרן ווייס הי"ו, און מ'האט א נאמען געגעבן פארן קינד "אליעזר שלמה", נאך מוהרא"ש ז"ל. ביים ברית האט מען געהערט דברי תורה פון הרב שלום וועבערמאן שליט"א מנהל בית רחל קרית יואל, זיידע פונעם קינד, וואס האט געזאגט טרעפליכע ווערטער לכבוד דעם ברית. דער אייבישטער זאל העלפן אז כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און זאל גיין אין די וועגן פונעם צדיק מוהרא"ש ז"ל נאך וועמען דער קינד הייסט. בילדער

    < זעה מער טו סיון תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 76 to 90 of 99 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשע״ז
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com