Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרישע שידוך אין ישיבה

    מיט שמחה האבן די תלמידי הישיבה אויפגענומען די נייעס איבערן פרישן שידוך וואס איז געשלאסן געווארן. דער חתן איז החתן שמעון ני"ו, בן הר"ר שאול חיים איינהארן הי"ו, וואס איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג די כלה תחי' בת הר"ר משה ארי' שניטצלער הי"ו. דער שידוך איז געשלאסן געווארן מיט גרויס שמחה אין ישיבה ווי עס זענען זיך צוזאם געקומען די תלמידים און משפחה און ידידים. דער חתן נ"י איז פון די חשובע תלמידי הישיבה ווי ער איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, און אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס. די כלה תחי' איז פון די חשובע תלמידות פון די ברסלבע סקול, ווי זי האט זיך אויסגעצייכענט מיט איר מידות טובות און יראת שמים. דער אייבערשטער זאל העלפן דער שידוך זאל זיין א קשר של קימא, זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים. שמחה ונחת לרוב! בילדער פונעם "לחיים-ווארט-תנאים"

    < זעה מער כד תמוז תשפ 📝
  • פרישע 4 חתנים אין ישיבה

    אין די לעצטע צוויי וואכן זענען געשלאסן געווארן 4 שידוכים פון תלמידי הישיבה למזל טוב, צו די גרויסע פרייד פון אלע בחורים אין ישיבה. הבה"ח נפתלי ב"ר ברוך אפעלדארפער הי"ו פון קרית יואל איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה יושע פריעדמאן הי"ו פון וויליאמסבורג. הבה"ח יוסי קורץ הי"ו איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה מיכאל אלטמאן הי"ו. הבה"ח יענקי ב"ר דוד יודא איידליס הי"ו פון קרית יואל איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו פון וויליאמסבורג. הבה"ח קלמן ב"ר אהרן וועבערמאן הי"ו פון וויליאמסבורג איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה נחום כ"ץ הי"ו פון קרית יואל. אלע בחורים אין ישיבה פרייען זיך מיט די גרויסע שמחה פון זייערע חברים וואס זענען חתנים געווארן למזל טוב, און וואונטשן זיי אז זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן שיינע אידישע שטיבער, עז זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! בילדער: שידוך שליסן איידליס - פארקאש בילדער: שידוך שליסן וועבערמאן - כ"ץ בילדער: שידוך שליסן קרוץ - אלטמאן בילדער: שידוך שליסן אפעלדארפער - פריעדמאן

    < זעה מער כא תמוז תשפ 📝
  • שיינע שמחת וואך נאכט און ברית ביום ל"ג בעומר העעל"ט ביים ערשטע אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א

    א גרויס שמחה איז געווען ל"ג בעומר ביינאכט אויף פרעמישלאן גאס קרית יואל ווען א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען - לויט די באגרעניצטע רעגולאציעס - צום וואך נאכט פונעם אינגל וואס איז געבוירן געווארן ביי הר"ר שלמה ראטה הי"ו דער זון פון ראש ישיבה שליט"א און איידעם פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי פון ביהמ"ד. דער ראש ישיבה איז אנגעקומען צו תפלת מעריב, און תיכף דערנאך האט מען זיך געוואשן צו א סעודה לכבוד די שמחה און לכבוד דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, מען האט געזינגען די פיוטים פון ל"ג בעומר, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א דרשה לכבוד דעם געלענהייט, און ארויסגעברענגט שטארקע חיזוק ווערטער וואס מיר קענען ארויסנעמען פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. (פאר די פולע דרשה דרוקט דא און אזוי אויך בילדער) צומארגענס איז פארגעקומען דער געהויבענער ברית אין וויליאמסבורג אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב, ווי א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען - פארזיכטיג לויטן מצב - צום דאווענען, און גלייך דערנאך דער ברית, וואס איז אויסגענוצט געווארן דורכן ציבור זיך אויסצובעטן אלעס גוטס ביים אייבערשטן, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג דערמאנען דער חז"ל די גרויסע עת רצון ביי א ברית ווען אליהו הנביא קומט, און מען איז מוחל אלע עבירות. הר"ר אהרן ווייס שליט"א דער מוהל מומחה איז געווען דער מוהל. הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א אבד"ק ווייטצען עלטער זיידע פון קינד איז געווען סנדק. מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "נחמן נתן", נאכן הייליגן רבי'ן און זיין גרויסער תלמיד רבי נתן. ביים סעודה האט דער זיידע דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט זיינע דאנק ווערטער צום אייבערשטן אז ער איז זוכה אז זיין ערשטער אייניקל איז אריינגעקומען בבריתו של אברהם אבינו ע"ה, און ווי ער געדענקט נאך ווי היינט ווי ביים ברית פונעם טאטן הר"ר שלמה, האט דער זיידע דער ווייצטענער רב געטייטשט "כשם שנכנס לברית" אז פונקט ווי דער קינד גייט צום ברית און ווייסט גארנישט, "כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים" אזוי זאל מען ער גיין לתורה לחופה, זיך פירן בתמימות ובפשיטות א גאנץ לעבן אן וועלן פארשטיין. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט ווי מ'זעט ווי די יארן לויפן אזוי שנעל, "קוים געווען דער ברית פון ר'&nbsp; שלמה, און שוין האלט מען ב"ה דא", דערפאר דארף מען זען אריינכאפן אויף דער וועלט וואס מ'קען לנצח נצחים. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער עלטער זיידע הגה"צ ווייטצענער רב שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט אז דער וואונטש פון "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים", וואס מ'פירט צו וואונטשן דעם קינד ביים ברית, ווערט דא אין דעם בית המדרש פולקאם מקויים, דער ברית איז אין שול, די אפשערן איז אויך אין שול, די בר מצוה איז אין שול, און אפילו די חתונה מאכט מען אויך אין בית המדרש. בילדער פונעם ברית און סעודת ברית נאכן ברית האט דער ראש ישיבה שליט"א אפגעשוירן זיין אינגלע יוסף נ"י וואס איז יעצט געווארן דריי יאר. כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים

    < זעה מער יט אייר תשפ 📝
  • ברכת מזל טוב פארן ראש ישיבה שליט"א צום געבורט פון ערשטן אייניקל

    א גרויסע שמחה הערשט אין קהילת היכל הקודש ברסלב מיט די נייעס אז עס איז געבוירן געווארן א אינגל למזל טוב צו הר"ר שלמה ראטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א און איידעם פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב פרעמישלאן קרית יואל. יעצט אין די צייט פון די געהויבענע שמחה ביים ראש ישיבה שליט"א - וואס איז זיך מוסר נפש און עס גייט אים אין לעבן אז נאך אידן זאלן האבן א גוט לעבן מיטן אייבערשטן, האבן שלום בית, און עכט אידיש נחת פון די קינדער - וואונטשן אים אלע אנשי שלומינו אז ער זאל ווייטער קענען ברענגען אידן צום אייבערשטן און ווייטער קענען פארשפרייטן די גוטע עצות פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט, כאוות נפשו, און ער זאל זען אידיש נחת ביי זיינע קינדער און אייניקלעך. אזוי אויך פארן זיידן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א וואס איז דער איבערגעגעבענער גבאי פונעם ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל, און איז א לעכטיג ווינקל אינעם עצי תמרים קווארטל פון קרית יואל, ווי אידן פון גאנצע שטאט וואס זוכן א גוט ווארט און אן עצה פארן לעבן ווייסן אז דארט קען מען קען שטענדיג באקומען לופט צום אטעמען און חיות ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, יעצט ווען עס איז געבוירן געווארן אן אייניקל ביי הר"ר יואל שליט"א איז די וואונטש פון אנ"ש אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, און קענען מפיץ זיין דעם אור פון הייליגן רבין לכל דורש ומבקש, און ער זאל האבן רב תענוג ונחת ביי קינדער און אייניקלעך. אין דער צייט איז אויך דער וואונטש פון אנשי שלומינו צום בעל שמחה הר"ר שלמה שליט"א מלומדי כולל היכל הקודש ברסלב ווי ער לערנט מיט גרויס התמדה טאג טעגליך און איז זיך משלים אין תורה והוראה, אז ער זאל ווייטער שטייגן בתורה און יראת שמים און ער זאל זען רב תענוג ונחת אמן. &nbsp; סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל.

    < זעה מער יא אייר תשפ 📝
  • פרייליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די פארגאנגענע וואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אליעזר שמן ני"ו, בן מו"ה מאיר הי"ו, וואס איז חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה פישל שערמאן הי"ו. צוליב די פארארדענונגען פון די רעגירונג, איז די חתונה פארגעקומען אויף גאר א קליינעם פארנעם, לויט די אנווייזונגען פון די געזונטהייט באאמטע, זיכער צו מאכן אז קיינער ווערט נישט אנגעשטעקט. די חתונה איז טאקע געווען קליין, אבער די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם. דער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס. וואונטשן מיר אים יעצט אז די אלע גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים.&nbsp; ויזכו לבנות בית נאמן בישראל! בילדער &nbsp; ווידיא

    < זעה מער ו אייר תשפ 📝
  • פרישער חתן אין ישיבה

    א פרישער חתן איז דא די וואך אין ישיבה; החתן אליעזר שמן ני"ו, בן מו"ה מאיר הי"ו, וואס איז חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה פישל שערמאן הי"ו. דער חתן איז געווען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבנאל, און דארט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט, און געהייסן דאס אויפקריצן אויף זיין מצבה, אז יעדער וואס דארף א שידוך וואס וועט אויסזאגן ספר תהלים ברציפות ביי זיין קבר, וועט ער זיך משתדל זיין אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט א שידוך ווי שנעלער. ווי אויך האט ער געטון די סגולה פון מוהרא"ש, צו לערנען פערציג מאל מסכת תענית אין פערציג טעג. דער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס, וואונטשן מיר אים יעצט אז די אלע גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, דער אייבערשטער זאל העלפן דער שידוך זאל זיין א קשר של קימא, ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים. &nbsp; שמחה ונחת לרוב!

    < זעה מער ה ניסן תשפ 📝
  • פרייליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די וואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שרגא בן מוה"ר אברהם משה שטראססער שליט"א, מנהל כללי מוסדות ברסלב בארה"ב, עב"ג בת מו"ה נחמן ניישטיין שליט"א, מלמד מומחה במוסדותינו הקדושים, חתן המפיץ הגדול מוה"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א. צוליב די פארארדענונגען פון די רעגירונג, איז די חתונה פארגעקומען אויף גאר א קליינעם פארנעם, לויט די אנווייזונגען פון די געזונטהייט באאמטע, זיכער צו מאכן אז קיינער ווערט נישט אנגעשטעקט. די חתונה איז טאקע געווען קליין, אבער די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp; בילדער פון די פרייליכע חתונה

    < זעה מער א ניסן תשפ 📝
  • סיום הש"ס דורך הב' בערל בן הרה"ח ר' משה ארי' שניטצלער אין ישיבה תפארת התורה ברסלב

    א הערליכע סיום הש"ס איז פארגעקומען אין ישיבה איז פארגעקומען אין ישיבה, דוכן חשובן 14 יעריגן תלמוד הב' בערל שניטצלער ני"ו וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן ש"ס. א שיינע ציבור משפחה און גוטע פריינט זענען זיך צוזאם געקומען און זיך מיטגעפרייט בשמחת התורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט וויפיל ער דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז זיינע עלטערן שטייען מיט מיט אים און זענען דאס מחשיב, וויפיל ווייטער מען קען אנקומען ווען די גאנצע שטוב איז געבויעט אויף תורה און אמונה. אזוי אויך באקומען מען א "צלם אלקים" דורך ענדיגן ש"ס ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט, און - האט דער ראש ישיבה געזאגט - יעדער קען מעיד זיין ווי דער חתן האט באקומען א צלם אלקים א לעכטיגע צורה. שישו ושמחו בשמחת התורה &nbsp; ווידיאו לינק צו גאנצן סיום

    < זעה מער ט שבט תשפ 📝
  • שידוך שליסן פון הב' שרגא שטראססער נ"י מתלמידי הישיבה פארגעקומען מיט גרויס שמחה

    גאר גרויס איז געווען דער שמחה ביי יעדן מאנשי שלומינו הערנדיג אז עס איז געשלאסן געווארן די וואך שוין דריי שידוכים אין ישיבה. דער פרישער שידוך איז געווען דינסטאג, ווען עס איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון הב' שרגא פייוול בן ר' אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל המוסדות עב"ג הכלה בת ר' נחמן ניישטיין נ"י, חתן המפיץ הגדול הר"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א. דער חתן נ"י איז געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים וואס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און דארט אויסזאגן תהלים, זאג איך זיי צו אז איך וועל נישט רוען ביז זיי וועלן טרעפן זייער שידוך. אזוי אויך האט ער פארגאנגענעם זומער מסיים געווען מס' תענית יעדן טאג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וואס איז אויך מסוגל צו טרעפן א שידוך אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט ביי א דרשה אין ישיבה. אזוי אויך העלפט דער חתן נ"י כסדר אין ישיבה מיט גרויס געטריישאפט. דער חתן איז געווען פון די ערשטע קינדער אין תלמוד תורה, ווען זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט זייערע קינדער אין די פרישע ברסלבע חדר, ווען מענטשן האבן אפגעלאכט פון זיי "זיי וועלן נישט קענען טרעפן קיין שידוכים", "ווער וועט נעמען א קינד וואס האט געלערענט אין ברסלב?" א.א.וו. - יעצט ב"ה דאנקט מען דעם אייבערשטן אז זיי האבן נישט געהאט קיין התפעלות פון די אלע גוט זאגערס, זיי האבן ב"ה זוכה געווען צו זען העריכע פירות פון דעם קינד און פון אלע קינדער, דער חתן האט זיך משלים געווען מיט זעק פון אלע מקצועות התורה, הערליך אויסגעשטיגן מיט גוטע מידות, און האט יעצט א טאקע א שידוך געטון א הערליכע שידוך, מיט די גליקליכע כלה וואס האט זוכה געווען צו באקומען אזא בריליאנט. די אייבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, זען דורות ישרים ומבורכים. בילדער פונעם "לחיים-ווארט-תנאים" &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער כז טבת תשפ 📝
  • גרויס שמחה צום שידוך שליסן פון הב' פנחס דוד וועבערמאן נ"י מתלמידי הישיבה

    מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די פרישע נייעס מאנאטג פון נאך א שידוך וואס איז געשלאסן געווארן פון די תלמידי הישיבה. ווען הב' פנחס דוד בן ר' אהרן וועבערמאן נ"י האט א שידוך געטון מיט הכלה בת ר' שמואל לייב פעלבערבוים נ"י פון קרית טאהש קאנאדא. דער חתן נ"י איז געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים וואס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און דארט אויסזאגן תהלים, זאג איך זיי צו אז איך וועל נישט רוען ביז זיי וועלן טרעפן זייער שידוך. אזוי אויך האט ער פארגאנגענעם זומער מסיים געווען מס' תענית יעדן טאג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וואס איז אויך מסוגל צו טרעפן א שידוך אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט ביי א דרשה אין ישיבה. אזוי אויך העלפט דער חתן נ"י כסדר אין ישיבה מיט גרויס געטריישאפט. דער חתן איז געווען פון די ערשטע קינדער אין תלמוד תורה, ווען זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט זייערע קינדער אין די פרישע ברסלבע חדר, ווען מענטשן האבן אפגעלאכט פון זיי "זיי וועלן נישט קענען טרעפן קיין שידוכים", "ווער וועט נעמען א קינד וואס האט געלערענט אין ברסלב?" א.א.וו. - יעצט ב"ה דאנקט מען דעם אייבערשטן אז זיי האבן נישט געהאט קיין התפעלות פון די אלע גוט זאגערס, זיי האבן ב"ה זוכה געווען צו זען העריכע פירות פון דעם קינד און פון אלע קינדער, דער חתן האט זיך משלים געווען מיט זעק פון אלע מקצועות התורה, הערליך אויסגעשטיגן מיט גוטע מידות, און האט יעצט א טאקע א שידוך געטון א הערליכע שידוך, מיט די גליקליכע כלה וואס האט זוכה געווען צו באקומען אזא בריליאנט. &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער כו טבת תשפ 📝
  • שמחה'דיגע שטימונג ווען הבחור יחזקאל שרגא שארף נ"י איז געווארן א חתן

    מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די בשורה וואס איז געקומען זונטאג פון די הייליגע ישיבה מיט שידוך שליסן פון החתן יחזקאל בן ר' אלימלך שארף נ"י חתן הרה"צ ר' יצחק לעסער שליט"א עב"ג בת ר' עזרא בוים נ"י בן הרה"צ ר' דניאל שליט"א. דער חתן נ"י איז געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים וואס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און דארט אויסזאגן תהלים, זאג איך זיי צו אז איך וועל נישט רוען ביז זיי וועלן טרעפן זייער שידוך. אזוי אויך האט ער פארגאנגענעם זומער מסיים געווען מס' תענית יעדן טאג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וואס איז אויך מסוגל צו טרעפן א שידוך אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט ביי א דרשה אין ישיבה. אזוי אויך העלפט דער חתן נ"י כסדר אין ישיבה מיט גרויס געטריישאפט. &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער כו טבת תשפ 📝
  • שיינע שבע ברכות אין ישיבה

    דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק איז אפגעראכטן געווארן אין ישיבה א שיינע שמחת שבע ברכות פאר'ן חשוב'ן חתן מו"ה ארי פיש הי"ו, פילע אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען פון אלע געגנטער מיטצוהאלטן די שמחה, און אויסדרוקן אן הכרת הטוב פאר'ן חתן וואס האט אזויפיל ארויסגעהאלפן די ישיבה אלע יארן. ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט, ער האט ארויסגעברענגט די מעלות פונעם חתן וואס האט גוט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן, ער האט געלערנט זייער פלייסיג, געענדיגט צוויי מאל ש"ס, צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, און נאך פילע שיעורים, און גלייכצייטיג נאך פיל געהאלפן די ישיבה אויף אזויפיל אופנים, און צו די זעלבע צייט געהאט אזא לב טוב און פרייליך געמאכט יעדן איינעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז מ'דארף מיטנעמען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אויך אויף נאך די חתונה, זיך שטארקן מיט א נייע פרישקייט, און אזוי וועט מען זייער מצליח זיין אין לעבן. ביים סוף פון די דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגעבן א מתנה פאר'ן חתן, א זילבערנע "ה", וואס דער רבי זאגט אז דאס איז מסוגל פאר קינדער. נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, און משמח געווען דעם חתן ביז אין די שפעטע שעות. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp; זעט דא די דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים שבע ברכות

    < זעה מער א כסלו תשפ 📝
  • חתונה פון החתן ארי פיש ני"ו פון די תלמידי הישיבה

    נעכטן דינסטאג אווענט פרשת וירא, איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אהרן בן מו"ה בן מו"ה פנחס זעליג פיש ני"ו, עב"ג בת מו"ה משה שטיינבערג הי"ו. די חתונה איז פארגעקומען מיט גרויס שמחה אינעם נייעם זאל כרם מנחם אין בארא פארק. דער חתן נ"י איז פון די תלמידים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה ברסלב אין וויליאמסבורג, ווי דער חתן האט אויסענוצט זיינע בחורישע יארן מיטן לערנען מיט גרויס התמדה, און האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איבער 101 מאל גאנץ מסכת תענית, צוויי מאל גאנץ ש"ס בבלי, 2 מאל גאנץ ש"ס ירושלמי, 5 מאל גאנץ ששה סדרי תוספתא, אויסער זיינע פילע אנדערע שיעורים וואס ער האט געלערענט טעגליך. דער חתן נ"י האט מיט זיין גרויס התמדה נאך געהאט צייט צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א אין די ישיבה, און מיט הפצה, א.א.וו. און יעצט ווען דער חתן איז זוכה אויפצושטעלן זיין אייגענע שטוב, וואונטשן אים אלע אנ"ש ער זאל זוכה זיין אז די שכינה זאל רוען ביי זיי אין שטוב, און ער זאל זוכה זיין צו בני חיי ומזוני. אי"ה מוצש"ק וועט זיין אי"ה א שיינע שבע ברכות אין ישיבה אלץ הכרת הטוב פאר'ן חתן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה זאגן שיינע דברי התחתקות, און מען וועט זיך משמח זיין בשמחת חתן וכלה. די שבע ברכות מוצש"ק וועט בעז"ה זיין אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. אום 8:30 &nbsp; שמח תשמח רעים האהובים

    < זעה מער טו חשון תשפ 📝
  • שיינע בר מצוה אין ביהמ"ד פון הב' יעקב יוסף סאלי נ"י

    נעכטן מיטוואך אווענט איז פארגעקומען א הערליכע שמחת בר מצוה אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווען הב' יעקב יוסף סאלי נ"י איז אריין לעול התורה והמצות. דער קלוגער בחור איז פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלב'ע תלמוד תורה אין וויליאמסבורג, ווי מען לייגט אריין אין די קינדער אז דער עיקר אין לעבן אז נאר תורה מצות און מעשים טובים, און נאר אז מען לעבט מיטן אייבערשטן וועט מען האבן א גוטע לעבן, און מען דארף זוכן צו געפעלן נאר דעם אייבערשטן, און אים קען מען צופרידן שטעלן, און מענטשן קען מען סיי ווי נישט צופרידן שטעלן. דערפאר איז ביי די קינדער א בושה צו פארווען א בר מצוה אויף אן אזוי גערופענע "נארמאלע" וועג, אין א זאל, מיט א קעיטערער, מיט מיניטשורס א.א.וו. וואס בסך הכל וועט מען זיך קענען איינרעדן אז מען וועט ווערן ארויפגעקוקט ביי זיינע חברים, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען צאפן דאס בלוט פונעם טאטן וואס דארף אויסבלוטיגן מיט שווערע חובות פאר זיין תכשיט'ל. וואס דערמיט איז מען ר"ל עובר אויפן באפעל פון אייבערשטן "כבד את אביך ואת אמיך". די טייערע קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן בעטן זייערע עלטערן אז זיי זאלן מאכן זייער בר מצוה וואס פשוטער און וואס קלענער, ווייל זיי פרייען זיך נאר מיטן טון דעם אייבערשטנס רצון און ווילן נאר אים געפעלן, און זיי זענען העכסט צופרידן מיטן פראווען א בר מצוה אין בית המדרש, און זיך פרייען מיט דעם וואס זיי ווערן יעצט שוין מחוייב במצוות, און זיי הייבן אן צו לייגן תפילין א.א.וו. דער טאטע פונעם בר מצוה בחור האט נאכן בר מצוה געזאגט פארן ראש ישיבה שליט"א אז פראווען דעם בר מצוה אין בית המדרש אנשטאט אין א זאל מיט אלע צוגעהערן האט אים געשפארט איבער $7,000 &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש

    < זעה מער ב חשון תשפ 📝
  • פשוטע שמחה פון א נאמען געבן ביי המפיץ מו"ה ראובן בירנבוים ני"ו אין ישיבה

    היינט אינדערפרי איז פארגעקומען א נאמען געבן אין ישיבה ווי דער מפיץ מו"ה ראובן בירנבוים האט עולה געוען געווען לתורה, און א נאמען געגעבן פאר זיין ניי געבוירן טאכטערל. דער בעל שמחה האט פארציילט אז די גאנצע קידוש האט געקאסט נישט מער פון פופציג דאללער. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די שיינקייט פון מאכן פשוט'ע שמחות, ווי קלוג דאס איז אז מען ספענדט קיין אידיש געלט פאר איבעריגע זאכן.&nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט דערביי אז קומענדיגע וואך וועט אי"ה פארקומען א בר מצוה אין בית המדרש גענצליך בחנם פאר די עלטערן, ווי א חשובע אינגל יעקב יוסף סאלי נ"י פונעם ברסלבער חדר וועט פראווען מיט גרויס שמחה זיין בר מצוה. &nbsp; דער ראש ישיבה רעדט ביים שמחה פון מו"ה ראובן בירנבוים ני"ו

    < זעה מער כה תשרי תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 45 of 99 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשע״ז
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com