Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שמחה'דיגע טעג אין ישיבה ווען עטליכע מפיצים טוען שידוכים

    א גרויס שמחה הערשט אין די טעג ווען עס זענען געשלאסן געווארן עטליכע שידוכים צווישן די תלמידי הישיבה. פארגאנגענם דאנערשטאג העלל"ט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ חיים ישעי נ"י בן המפיץ הר"ר יודל דעפריס שליט"א פון קענווי איילאנד, ענגלאנד מיט הכלה בת הר"ר אלימלך שארף שליט"א חתן הרה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א. נעכטן דינסטאג מיטאג איז געשלאסן געווארן דער שידוך צווישן החתן המפיץ שלום יוסף נ"י בן המפיץ הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א חתן המפיץ הגדול הר"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א מיט הכלה בת הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל הישיבה. נעכט ביינאכט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ יעקב הלל נ"י בן המפיץ הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס קט. בן הר"ר אברהם חיים פארקאש שליט"א, מיט הכלה בת הר"ר ישראל מאיר הרוויץ שליט"א פון בארא פארק.   דער אייבישטער זאל העלפן זיי זאלן אלע אויפשטעלן שיינע אידישע שטובער, און האבן דורות ישרים ומבורכים.  קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה   בילדער: שידוך דעפריס-שארף, דאנערשטאג ויחי   בילדער: תנאים דעפריס-שארף, ליל שישי ויחי   בילדער: שידוך ניישטיין-יאקאבאוויטש, דינסטאג שמות   בילדער: שידוך פארקאש-הורוויץ, דינסטאג שמות

    < זעה מער כב טבת תשפ"א 📝
  • שיינע שמחת בר מצוה ביים ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען א שיינע שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א, ווען הבחור החשוב שמעון ני"ו איז אריינגעקומען לעול המצוות. די סעודה לכבוד די בר מצוה איז פארגעקומען ביים גרויסן זיידן הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, בבית מדרשו אין בארא פארק. פילע אנשי שלומינו און קרובי המשפחה זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די שיינע שמחה. נאכדעם וואס דער חתן הבר המצוה האט געזאגט זיין פשעטל, האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ווארעמע דיבורים צום פרישן בר מצוה בחור, "וישם את אפרים לפני מנשה", האט דער ראש ישיבה געזאגט, "דער רבי זאגט אז א איד דארף טון אסאך גוטע זאכן, לערנען און דאווענען, טון פיל מצות און מעשים טובים, און דורכדעם וועלן די שלעכטע זאכן שוין אוועקפאלן פון זיך אליין. אז דער בר מצוה בחור גייט יעצט אריין לעול התורה והמצות, זאל ער זיך שטארקן מיט דעם, אריינצוכאפן ווי מער גוטע זאכן". דערנאך האט גערעדט דער חשובער זיידע, הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. "אנו עמלים והם עמלים, א איד פלאגט זיך און א גוי פלאגט זיך, אבער א איד באקומט שכר פאר זיין ארבעט". האט ער נאכגעזאגט פון צדיקים, "א גוי באקומט דאך אויך באצאלט פאר זיין ארבעט? נאר, דער חילוק איז אז דער איד באקומט שכר אפילו ווען די ארבעט געלונגט נישט, בלויז פאר'ן זיך אנשטרענגען און פרובירן צו טון גוטע זאכן, קריגט ער שוין אסאך שכר אויף דעם". ער האט ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם בר מצוה בחור וואס זיצט און לערנט די הייליגע תורה מיט גרויס התמדה, און פירט זיך מיט גרויס יראת שמים. צו די זעלבע צייט האט ער גערעדט פון די חשיבות פון זיין איידעם, דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז מחזק אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט. נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער חשובער זיידע, הרב הצעיר מקארלסבורג שליט"א, וואס האט גערעדט זייער שיין פאר א לענגערע צייט, פילע שיינע חידושים און געדאנקען פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט, און גלייכצייטיג ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז זיך מוסר נפש אריינצוברענגען אמונה אין אידישע קינדער, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און מיט דעם איז ער מקרב אזויפיל אידן צום אייבערשטן. דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן עלטער זיידע, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, וואס האט ארומגערעדט שיינע ענינים פון די וואכנדיגע פרשה, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה. * דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א ווידער אריבערגעפארן צום גרויסן זיידן, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, צו תפלין לייגן. דער רב שליט"א האט געלייגט תפלין פאר'ן בר מצוה בחור, און אים שיין אנגעוואונטשן. ס'איז געווען גאר א שיינע שמחה, און מיר אלע וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ער זאל זוכה זיין צו זען פיל אידיש נחת ביי דעם בר מצוה בחור און ביי אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט. בילדער פונעם בר מצוה בילדער פון תפילין לייגן קליפס פונעם בר מצוה &nbsp; סימן טוב ומזל טוב!

    < זעה מער כ טבת תשפ"א 📝
  • בר מצוה פון הבחור שמעון ראטה נ"י זון פון ראש ישיבה היינט נאכט אין ביהמ"ד קארלסבורג

    היינט נאכט מאנטאג ויחי, קומט פאר בעז"ה די בר מצוה פון הב' שמעון נ"י דער זון פון ראש ישיבה שליט"א, עס וועט פארקומען אין ביהמ"ד פון גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב שליט"א, אויף 1556 53סטע גאס אין בארא פארק. דער ראש ישיבה לאדענט איין אנשי שלומינו זאלן זיך קומען מיטפרייען ביים שמחה, ווי דער ראש ישיבה שרייבט אינעם היינטן מכתב יומי: "איך מאך היינט בר מצוה מיין זון הבחור שמעון נרו יאיר; איך וויל דיר פערזענליך לאדענען. די בר מצוה וועט פארקומען אין בארא פארק ביי מיין זיידע אין בית המדרש, הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראטה שליט"א אבד"ק קארלסבורג; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען אנטייל נעמען אין די שמחה."&nbsp; בריוו פון ראש ישיבה &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש

    < זעה מער יג טבת תשפ"א 📝
  • כח הצדיק - די זיבענצנטע חתונה אין ישיבה פאר אומזיסט

    דעם מאנטאג איז פארגעקומען די זיבענצנטע חתונה אין ישיבה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן קלמן ני"ו בן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, עב"ג בת מו"ה נחום כ"ץ הי"ו. צום זיבענצנטן מאל האט זיך ארויסגעוויזן אז מ'קען חתונה מאכן די קינדער מיט א רואיגן געוויסן, די חתונה נאכט האט נישט געקאסט קיין איין איינציגע פרוטה פאר די מחותנים, און פארשטייט זיך אז די איבריגע הוצאות פון ארום און ארום איז אויך געווען אויפ'ן מינימאלסטן פארנעם. אין א בריוו די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "אלע רעדן פון חתונה מאכן ביליג, אלע מאכן אסיפות; מען שרייבט, מען רעדט - אבער גארנישט אויף למעשה. דער מאכט א כח היחיד, א צווייטער מאכט א כח הרבים און א דריטער מיט אן אנדערע נאמען.&nbsp;מיר האבן כח הצדיק, דער כח פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, מיר האלטן ביי די זיבעצנסטע חתונה, נישט ביליג - נאר גענצליך בחינם; עס קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים". מוהרא"ש זי"ע האט זייער אסאך געבלוטיגט אויף דעם וואס מ'האלט זיך צוריק פון חתונה מאכן די קינדער, און ליידער זענען די רעזולטאטן דערפון זייער נישט גוט, פילע קינדער פאלן ליידער אוועק, און איינע פון די גרויסע סיבות פארוואס מענטשן יאגן זיך נישט א שידוך צו טון מיט די קינדער, כאטש וואס נישט יעדער וויל מודה זיין דערצו, איז ווייל מ'ווייסט נישט פון וואו צו נעמען דאס געלט דערפאר. די הוצאות החתונה שטייגן כסדר, ווען איין משוגענער עושר מאכט אפ צו מאכן עפעס א פרישע משוגעת ביי זיין שמחה, מוז שוין יעדער צוביסלעך עס אנהויבן נאכצומאכן, אזוי אז עס קומט אויס אז א דורכשניטליכער אינגערמאן, וואס פארדינט שיין פרנסה, ברעכט אבער אונטער ווען ס'קומט חתונה צו מאכן די קינדער. דערפאר האט מוהרא"ש געבויעט א זאל אין יבנאל, וואו מ'קען חתונה מאכן גענצליך בחנם, די איינוואוינער פון שטאט קאכן און באקן פאר די סעודה, און אלעס ווערט צוגעשטעלט אויפ'ן שענסטן פארנעם, אן דעם וואס ס'זאל עפעס קאסטן פאר די מחותנים. דער "כח הצדיק" שטעלט זיך נישט אפ, אויך דא אין אמעריקע האט דער ראש ישיבה שליט"א צוגעשטעלט דער גרויסער בית המדרש "היכל הקודש" אין וויליאמסבורג אז מ'זאל קענען דארט חתונה מאכן פאר אומזיסט, און ברוך ה' אז מ'האלט שוין ביי די זיבעצנסטע חתונה אין שול, פיר און דרייסיג מחותנים האבן זיך שוין געשפארט אזויפיל עגמת נפש, חובות, און הארץ ווייטאג, און געקענט פירן זייערע קינדער אונטער די חופה מיט אן אמת'ע שמחה, אן דארפן טראכטן די גאנצע צייט ווי אזוי ער וועט באווייזן צו דעקן די אלע שווערע חובות. מענטשן וואס האבן נאכנישט מיטגעהאלטן פון דער נאנט א חתונה אין ישיבה, קענען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי דאס זעט אויס, מ'קען נישט פארשטיין ווי אזוי חתן כלה און מחותנים זאלן מסכים זיין צו אזא סארט חתונה. אבער איינמאל מ'זעט עס מיט די אייגענע אויגן, זעט מען דעם אמת אז די פרייליכקייט און געשמאק ביי די חתונות שטייגט איבער פילע אנדערע מעכטיגע חתונות וואס ווערן געפראוועט אין טייערע זאלן. פארקערט, איין מאל מ'האט שוין מיטגעהאלטן א חתונה אין ישיבה, און דערנאך באטייליגט מען זיך ביי א צווייטע אזוי-גערופענע "נארמאלע" חתונה, קען מען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פארוואס ס'פעלט אויס צו ווארפן אידיש געלט אין די מיסט, ווען מ'קען האבן פיל א שענערע און לעבעדיגערע חתונה, און ס'זאל נישט קאסטן קיין איין פרוטה. די יעצטיגע חתונה איז געווען נאך א ביישפיל, ס'איז געווען גאר א שיינע לעבעדיגע חתונה, די חופה איז געווען אום זעקס אזייגער. די סעודה איז געווען צוגעשטעלט פאר די נאנטע קרובי המשפחה און איז געקאכט און געבאקן געווארן דורך אנשי שלומינו. ביים טאנצן האט דער עולם זיך געהויבן אין די לופטן, מ'האט געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א פרייליכען פארנעם. די מצוה טאנץ איז געווען ווי דער מנהג אז מ'מאכט א יעמוד און מ'רופט אויס די זיידעס און מחותנים און דערנאך חתן כלה. און אום 10:45 איז די חתונה שוין געווען פארטיג. פילע געסט קומען ארויף ביי יעדע חתונה מיטצוהאלטן און זען ווי אזוי ס'זעט אויס א חתונה אין ישיבה, און אלע זאגן אז וויפיל זיי האבן שוין נאכגעהערט וועגן דעם, ווען זיי זעען עס אבער אליין, קענען זיך נישט גענוג איבערקומען פון די שיינקייט פון די חתונה. א אינגערמאן וואס איז ארויפגעקומען האט געזאגט מיט א געשטיקטן קול, "איך האב נישט לאנג צוריק חתונה געמאכט, זיך אנגעבארגט פון די גאנצע שטאט, די שבע ברכות'ן זענען שוין דורך, און יעצט האב איך נישט קיין מושג פון וואו אנצוהויבן צאלן. ווען איך זאל ווען וויסן אז מ'קען אזוי חתונה מאכן פאר אומזיסט, וואלט איך גאר אנדערש געהאנדלט". א צווייטער האט אים אבער געענטפערט מיט ווייטאג, "איך האלט נאך פאר די חתונה פון מיין טאכטער, אין עטליכע חדשים ארום, אבער אפילו איך ווייס און איך זע אז מ'קען חתונה מאכן אומזיסט, קען איך עס אבער נישט באווייזן צוליב די דרוק פון די ארומיגע צו זיין א "נארמאלער" מענטש". ברוך ה' אז אין היכל הקודש איז פארהאן מער שכל פון דעם, א מענטש זאל זען דעם אמת וואס ער קען צושטעלן, און נישט קוקן וואס די ארומיגע וועלן זאגן, אין די צייט וואס די ארומיגע קענען אים גארנישט העלפן אין לעבן. חז"ל דערציילן אז אין די צייט פון שמעון בן שטח איז ארויפגעקומען קיין ירושלים 300 נזירים, און זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו ברענגען זייערע קרבנות, האט שמעון בן שטח געזוכט און געטראפן א פתח חרטה פאר 150 פון זיי, אז זיי זאלן פטור ווערן פון ברענגען די קרבנות, און פאר די אנדערע העלפט האט ער נישט געהאט קיין עצה. האט ער געשיקט בעטן פון זיין שוואגער ינאי המלך אז אזוי ווי עס איז דא 300 נזירים וואס דארפן ברענגען יעדער פון זיי דריי קרבנות, זאל ינאי המלך געבן האלב, און ער וועט געבן די איבריגע האלב. און ינאי המלך האט זיך טאקע צוגעשטעלט און אויסגעצאלט האלב פון די נזירים. שפעטער, ווען ער איז געוואויר געווארן אז שמעון בן שטח האט אים אויסגענארט, ער האט נישט געצאלט פאר די אנדערע האלב נאר געטראפן פאר זיי א פתח חרטה, איז ער געווארן זייער ברוגז אויף אים, און דאן איז שמעון בן שטח אנטלאפן. ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען, האט אים ינאי המלך געפרעגט פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון אים, האט שמעון בן שטח געענטפערט: "איך האב בכלל נישט חוזק געמאכט פון דיר. דו האסט געהאלפן די נזירים מיט דיין געלט, און איך האב זיי געהאלפן מיט מיין חכמה". עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו העלפן אידן חתונה מאכן די קינדער. מען קען זיי העלפן מיט געלט, און מען קען זיי העלפן מיט חכמה און שכל. מען קען אריינברענגען דעם פשוטן שכל אין מענטשן אז מען דארף נישט קוקן אויף א צווייטן נאר אויף זיך אליין, און אז מען דארף נישט אויסגעבן קיין געלט אויף לופטיגע זאכן וואס מען האט נאכדעם גארנישט דערפון. דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע אידן זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער רואיגערהייט מיט שמחה און פרייד, אן קיין איבריגע דאגות און עגמת נפש, און זען פיל אידיש נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט. שמחה מתוך שמחה &nbsp;

    < זעה מער ט טבת תשפ"א 📝
  • גאר פרייליכע חתונה אין ישיבה

    א גאר פרייליכע חתונה איז נעכטן פארגעקומען אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החתן קלמן בן הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו מיט די כלה תחי' א טאכטער פון הר"ר נחום כ"ץ הי"ו פון קרית יואל. ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט, איז די חתונה צוגעשטעטלט געווארן אין ישיבה געצליך בחנם פאר ביידע מחותנים. עס איז געווען א גאר פרייליכע חתונה. ווי די מחותנים און משתתפים געבן איבער האט גארנישט געפעלט פון די חתונה אויסער "חובות" און "קאפוויי"... נאך די חופה האבן די קרובים געגעסן א פיינע סעודה לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צו די פרייליכע ריקודין, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט. אלע זענען אהיים פרייליך און גענצליך איבערגענומען, צוזעענדיג וואס מיינט אן אמתע אידישע שמחה, ווי מען איז פרייליך מיט די אמת'ע שמחה - עס שטעלט זיך אויף א נייע ערליכע אידישע שטוב. מען דארף נישט קיין "עכטע" זאל/בלומען/זיגער (ליין: "עכטע" חובות/בזניונות...) עס זאל אויסזען ווי מען איז פרייליך. מען האט זייער גוט געקענט זען אז עס איז נישטא קיין בארעכטיגטע סיבה צו באלעסטיגן די גאנצע שטאט מיט הלוואת און טיי אווענט ביי כמעט יעדע חתונה. דא האט מען געהאט ברוך השם "עכטע" שמחה, "עכטע" גליקליכע חתן כלה און מחותנים. און "פאלשע" חובות. דער אייבישטער זאל העלף אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, זיי זאלן בויען צוזאמען א בית נאמן בישראל, און זאלן זען שיינע לעכטיגע דורות. בילדער &nbsp; עטליכע קורצע קליפס

    < זעה מער ז טבת תשפ"א 📝
  • בחורים פרייען זיך ביי חתונות פון צוויי תלמידי הישיבה

    די וואך זענען פארגעקומען צוויי חתונות פון תלמידים פון ישיבה. דעם זונטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן יואל משה מייזעלס ב"ר אברהם נחמן הי"ו עב"ג בת מו"ה שמואל לייב פעלבערבוים הי"ו, און מיטוואך איז פארגעקומען די חתונה פון החתן משה זוסמאן ב"ר ישראל מרדכי הי"ו עב"ג בת מו"ה בערל בערקאוויטש הי"ו. די בחורים זיך משתתף געווען און משמח געווען ביי ביידע חתונות אויף א שיינעם פארנעם. דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע שטיבער, ס'זאל זיין א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp; דער ראש ישיבה ביים חתונה פון החתן יואל משה מייזעלס

    < זעה מער כד כסלו תשפ"א 📝
  • שמחת התורה ביי הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות ביים סיום מסכת עירובין מוצאי שבת תולדות תשפ"א

    א ריזיגן ציבור פון אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען פייערן דעם גרויסן מאמענט פון מסיים זיין מסכת עירובין, און התחלת מסכת פסחים, פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש, אין זאל פון "עדן פאלאס" אין וויליאמסבורג. עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן דעם גרויסן שמחה וואס יעדער האט געשפירט אין הארץ וויסענדיג אז ברוך השם מען האט זוכה געווען אין די לעצטע הונדערט און פינף טעג צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא, (וואס אין זיי איז אריינגערעכענט פילע פארנומענע ימים טובים טעג, שמחות, די "קאראנע טעג", און בפרט די שטורמישע ערב ראש השנה טעג זייענדיג פארוואגעלט פון איין עירפארט צום צווייטן) נישט אויסלאזן קיין איין טאג, און זיך נישט געלייגט שלאפן אן דעם דף גמרא. א שיינע מלוה מלכה איז סערווירט געווארן לכבוד דעם מעמד, און ביי יעדעמ'ס פלאץ איז געווען א שיינע מתנה א "קריאת שמע שעל המיטה נוסח האריז"ל". בשעת די מעמד איז געזונגען געווארן גאר שיינע ניגוגים דורך די קינדער פון די טאלאנטפולע "אידיש נחת" כאר, אנגעפירט ביי ר' משה קרויס, צוזאמען מיט די הערליכע "הלוים" כאר, אנגעפירט דורך ר' אברמי דאנציגער. ר' משה קרויס מיט די "אידיש נחת" קינדער האבן סורפרייזט דעם ציבור מיט'ן פאכמאניש אראפזינגען א נייע ניגון וואס ר' יוסי גרין האט פארפאסט איבער די חשיבות פון לימוד משניות (וואס וועט זיין אויף זיין נייעם סידי "אידיש נחת 4" וואס קומט בעזרת השם ארויס אין די נאנטע טעג). אזוי אויך האט מען געהערט א שיינע אויפטריט פון זינגער און גראמער ר' חיים מאיר ערפס, וואס האט מיט קונצליכע גראמען אויפגעשפילט צוזאמען מיט א ילד הפלא די חשיבות פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, וואס דורך דעם ווערט מען געראטעוועט פון אלעם. הרב אלימלך שארף שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה ווי ער האט ארויסגעברעגט אז מיר דארפן געדענען אז מיר זענען "ש"ס אידן", און דאס איז אונזער שטאלץ און דאס איז אינזער לעבן. דערנאך האט מען געהערט א שיינע נייע ניגון וואס ר' יוסי גרין האט פארפאסט ספעציעל לכבוד דעם סיום, איבער די ווערטער פון די גמרא (יבמות קכ"א ע"א) "אמר רבן גמליאל, פעם אחת הייתי מהלך בספינה, וראיתי ספינה אחת שנשברה, והייתי מצטער על תלמיד חכם שבה ומנו רבי עקיבא, וכשעליתי ביבשה בא וישב ודן לפני בהלכה, אמרתי לו בני מי העלך, אמר לי דף של ספינה נזדמן לי וכל גל וגל שבא עלי נענעתי לו ראשי", ווי ער האט ארויסגעברענגט אז אויב מען כאפט זיך אן אינעם "דף גמרא" קען מען איבערקומען אלע שטורמעס און כוואליעס, פון וואס דער ציבור האט שטארק הנאה געהאט. אויך האט מען געטיילט פלעקס פאר פארשידענע עסקנים און נדבנים וואס האבן ארויסגעהאלפן די הייליגע מוסדות, און האבן צוגעלייגט א פלייצע אז דער שיינער סיום זאל קענען אפגעראכטן ווערן מיט סוקסעס. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט ווי מען זעט אז יעדער אינגערמאן האט א חלום תיכף נאך די חתונה צו האבן "אן אייגענע דירה", מען טראכט אז מען וויל נישט וואוינען אויף יענעמ'ס חסדים, "מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש א סגולה צו האבן אן אייגענע דירה, צו לערנען יעדן טאג א דף ב'בלי, א דף י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא, וואס דאס איז ראשי תיבות בי"ת, און דאס וועט אונז געבן אויך א בית אויף יענע וועלט - א "בית נצחי". דער ראש ישיבה האט אויך שטארק ארום גערעדט פונעם רבינס דרך הלימוד, (שיחות הר"ן שיחה ע"ו) "כי אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד". דאס איז די גרויסע שמחה ביים דעם סיום, אז אלע האלטן מיט די דף גמרא, נישט נאר די איין פראצענט לומדים, די איין פראצענט גוטע קעפ, די איין פראצענט כולל אינגעלייט, דא זאגט יעדער איינער דעם דף גמרא, עלטערע אידן, מידל-עידזש, אינגעלייט, ארבייטער, כולל אינגעלייט, ארבייטער בחורים, ישיבה בחורים, און אפילו קינדער. דאס איז דעם רבינ'ס חידוש, ער גיט א וועג צו לערנען פאר יעדעם אין יעדן מצב. דו קענסט אויך קונה זיין די הייליגע תורה. דו קענסט אויך האבן א שייכות מיטן אייבערשטן. דו קענסט אויך האבן שלום בית. נאך די מסיבה האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט א קליינע פסחים גמרא פאר אלע משתתפים צו קענען לערנען אין די קאר אדער אין אפיס.&nbsp; בילדער פונעם סיום ווידיאס פונעם סיום

    < זעה מער ז כסלו תשפ"א 📝
  • שיינע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די וואך דינסטאג האבן די בחורים פון ישיבה און אנשי שלומינו זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון החתן יושע ראבינאוויטש הי"ו, א זון פון האדמו"ר מביאלא שליט"א, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת האדמו"ר מנאדבורנא שליט"א פון בית שמש. די חתונה איז פארגעקומען אין שטאט בארא פארק, עס איז געווען גאר א פרייליכע חתונה, די בחורים האבן געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp;

    < זעה מער ג כסלו תשפ"א 📝
  • גרויסארטיגער סיום מסכת עירובין דעם מוצאי שבת קודש

    די לעצטע צוגרייטונגען ווערן יעצט געמאכט צום גרויסארטיגן סיום מסכת עירובין וואס וועט פארקומען דעם מוצאי שב"ק, און אנטשפרעכט צו זיין גאר א געשמאקער מעמד, ווען מ'וועט זיך פרייען און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן מסכת עירובין, און זיך גרייטן מיט א פרישקייט אנצוהויבן מסכת פסחים.פאלגנד איז דער סדר המעמד: אום 8:45 עפענען זיך די טירן, א רייכע סעודה וועט זיין צוגעשטעלט לכבוד דעם פרייליכן סיום, און אום 9:00 וועט מען זינגען די זמירות למוצאי שבת.עס וועט רעדן הר"ר אלימלך שארף שליט"א, וואס עס מיינט צו זיין א "ש"ס איד", פאר זיך און פאר די גאנצע פאמיליע, און פארוואס עס פעלט צו מאכן אזא גרויסארטיגן סיום ברוב עם ביים ענדיגן א מסכתא.א חשובער טאלאנטפולער גאסט רעדנער וועט דערציילן ווי אזוי מיט יארן צוריק האט אן איינצלנער איד, מיט א שטארקע רצון צו העלפן אידן קענען לערנען תורה, מצליח געווען ממש איבערצודרייען די גאנצע אידישע וועלט, און מאכן אז יעדער זאל קענען לערנען תורה.מען וועט מסיים זיין מסכת עירובין און גלייך אנהויבן מסכת פסחים, און דאן זיך ארויסלאזן אין פייערליכע טענץ צו דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען זוכה צו לערנען זיין הייליגע תורה יעדן טאג. דערנאך וועט דער ראש ישיבה שליט"א אויפטרעטן מיט דברות קודש.אין לויף פונעם מעמד וועט מהנה זיין דעם עולם די באקאנטע "אידיש נחת" קינדער קווייער, אנגעפירט דורך ר' משה קרויס הי"ו, אינאיינעם מיט די טאלאנטפולע אינגעלייט פון די "הלוים" קווייער. ווי אויך וועט מהנה זיין דעם ציבור ר' חיים מאיר ערפס הי"ו.א נייער ניגון, פארפאסט געווארן דורך וועלט בארימטן קאמפאזירער ר' יוסי גרין הי"ו, וועט אויפגעשפילט ווערן ביים מעמד. און נאך פילע איבעראשונגען במשך דעם סיום.דער מעמד וועט זיך ענדיגן אום 11:45 שארף, אלע זמנים וועלן אי"ה געהאלטן ווערן זייער פונקטליך, דעריבער בעט מען דעם חשובן ציבור צו קומען צייטליך, נישט צו פארפאסן קיין איין מינוט פון דעם געשמאקן סיום.טיקעטס צום מעמד קען מען קויפן אין&nbsp;וויליאמסבורג ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;נחמן נתן קרויס הי"ו 347-404-8738, אין&nbsp;בארא פארק ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;יצחק משה רייך הי"ו 646-391-9053, אין&nbsp;ברסלב ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;בנציון&nbsp;יאקאבאוויטש הי"ו 347-585-9054, אין&nbsp;קרית יואל ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;יואל טייטעלבוים הי"ו 845-467-5299. &nbsp; ווי אויך קענט איר דא קויפן טיקעטס קליקטס דא&nbsp;צוליב דעם מצב וועלן אריינגעלאזט ווערן אין זאל נאר א געצוימטע צאל מענטשן. מאכט זיכער צו האבן אייערע טיקעטס באצייטנס.אזוי ווי ביים פארגאנגענעם סיום איז די פרויען זאַל נישט געווען צוגעשטעלט ווי מ'דארף, האבן מיר דאס מאל אריינגעלייגט באזונדערע כוחות אז די פרויען זאלן האבן א באקוועמע פלאץ, און קענען מיטהאלטן דעם גאנצן מעמד. ווי אויך וועט זיין צוגעשטעלט בעביסיטינג פאר אומזיסט, פאר קינדער ביז דריי יאר אלט. הדרן עלך מסכת עירובין! &nbsp;

    < זעה מער ב כסלו תשפ"א 📝
  • צוויי פרייליכע חתונות פון תלמידי הישיבה

    די וואך מאנטאג האבן די בחורים פון ישיבה און אנשי שלומינו זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון החתן יעקב איידליס הי"ו, בן מו"ה דוד יודא איידליס הי"ו וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו. עס איז געווען גאר א פרייליכע חתונה, די בחורים האבן געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם. &nbsp; א טאג דערויף, אום דינסטאג, איז פארגעקומען נאך א חתונה, ווען החתן שמעון איינהארן הי"ו, בן מו"ה שאול חיים איינהארן הי"ו, איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו. &nbsp; די חתונה איז פארגעקומען אין ישיבה, און אזוי ווי ביי אלע פריערדיגע חתונות אין ישיבה האט עס דאס מאל אויך נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים. עס דערפרייט דאס הארץ צו זען ווי תלמידי היכל הקודש האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, זיי זוכן נישט אויסגעבן טייער אידיש געלט פאר נארישע כבוד המדומה, זיך איינצורעדן אז איינער קוקט עס בכלל ארויף, נאר מ'מאכט חתונה אויפ'ן פשוט'סטן און ביליגסטן אופן, בלויז ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן אז מ'דארף חתונה מאכן די קינדער. &nbsp; ווי מ'האט שוין געזען ביי די פריערדיגע חתונות אין בית המדרש, זענען די חתונות געווען גאר גאר פרייליך, מ'האט געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א שטארקן פארנעם, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע איבריגע נארישקייטן אויף וואס מענטשן ווארפן געלט אין מיסט, העלפן בכלל נישט ארויס צו די שמחה, די איינציגסטע זאך וואס האט געפעלט ביי די חתונות איז נאר געווען די חובות. &nbsp; ווער עס האט שוין זיך אמאל פערזענליך באטייליגט ביי א חתונה אין ישיבה, ווייסט ווי פרייליך און געשמאק דאס איז, גארנישט אונטערשטעליג פון א חתונה אין אן אזוי-גערופענע "נארמאלע" חתונה זאל, און ווען מ'זעט נאכדעם א צווייטע חתונה וואונדערט מען זיך פארוואס מענטשן געבן אויס אידיש געלט פאר אזעלכע נארישקייטן, וואס ברענגען נישט קיין שום ניצן פאר קיינעם. &nbsp; איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מענטשן יאגן זיך נישט חתונה צו מאכן די קינדער, איז מיט די הארבע פראגע פון "כסף מנלן", פון וואו מ'וועט נעמען דאס געלט דערפאר, אין די צייט וואס די חברים פון וועמען מ'האט געבארגט פאר די פריערדיגע שמחות זענען נאכנישט באצאלט געווארן. און אט זעט מען ווידעראמאל א לעבעדיגע ביישפיל ווי אזוי יעדער קען זיך ערלויבן רואיגערהייט חתונה צו מאכן די קינדער. די חתונה נאכט קאסט נישט קיין געלט, און די איבריגע הוצאות החתונה איז אויף אזא פארנעם וואס יעדער געווענליכער אינגערמאן קען זיך ערלויבן. &nbsp; און דער גרעסטער חידוש איז אז די חתן כלה זענען נישט "מסכים" חתונה צו האבן אויף אזא פשוטן אופן, נאר זיי "בעטן" זיך גאר ביי זייערע עלטערן אז די חתונה זאל זיין אין ישיבה, און אז מ'זאל אויסגעבן אויף די חתונה בלויז די מינימאלסטע וואס איז שייך. דאס איז צו פארדאנקען די גוטע חינוך וואס זיי באקומען אז די אלע נארישקייטן אויף וואס מ'בארגט זיך אן געלט ברענגט נישט קיין שום תועלת אין לעבן, עס מאכט גארנישט פרייליך, און גלייכצייטיג זעען זיי די פריערדיגע חתונות אין ישיבה, די שיינע שטיבער וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת, טראץ דעם וואס די עלטערן האבן נישט געדארפט האבן קיין הארץ דרוקענישן צוליב די חתונה. &nbsp; צו זעהן א חלק פונעם חתונה קליקטס דא &nbsp; שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp;

    < זעה מער כה חשון תשפ"א 📝
  • פראכטפולער סיום מסכת עירובין, דעם קומענדיגן מוצש"ק תולדות הבעל"ט

    די קומענדיגע וואך מוצש"ק תולדות וועט אי"ה פארקומען ברוב פאר והדר דער גרויסארטיגער סיום מסכת עירובין וואס איז געלערנט געווארן אין די ראמען פונעם דף הקהלה במשך די לעצטע פאר חדשים. &nbsp; די הכנות גייען אן מיט'ן פולסטן שוואונג, און עס איז ערווארטעט גאר א רייכער פראגראם מיט פילע איבעראשונגען פון וואס יעדער וועט הנאה האבן. &nbsp; אנשי שלומינו וואס האבן זיך אנגעשטרענגט טאג איין טאג אויס צו לערנען דעם שיעור גמרא, וועלן יעצט זיך פרייען בשמחה של תורה, ווען מ'איז זוכה צו ענדיגן די גאנצע מסכתא, און גלייכצייטיג זיך אנגארטלען מיט א פרישקייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען דעם שיעור גמרא יעדן טאג אן אויסנאם. &nbsp; מ'קען שוין קויפן טיקעטס צום מעמד אין די פאלגנדע געגנטער, אין&nbsp;וויליאמסבורג ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;נחמן נתן קרויס הי"ו 347-404-8738, אין&nbsp;בארא פארק ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;יצחק משה רייך הי"ו 646-391-9053, אין&nbsp;ברסלב ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;בנציון&nbsp;יאקאבאוויטש הי"ו 347-585-9054, אין&nbsp;קרית יואל ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;יואל טייטעלבוים הי"ו 845-467-5299. &nbsp; אויך קען מען קויפן טיקעטס אנליין ביי דעם לינק פאר א מינימאלע אפצאל קליקט דא צו קויפן טיקעטס &nbsp; צוליב דעם מצב וועלן אריינגעלאזט ווערן אין זאל נאר א געצוימטע צאל מענטשן. די זאל האט סעקיוריטי וואס וועלן זיכער מאכן אז ס'גייען נישט אריין מער מענטשן ווי ערלויבט, און מ'וועט צוגרייטן די פלעצער נאר לויט וויפיל טיקעטס עס זענען פארקויפט געווארן, דעריבער אויב&nbsp;ווילט&nbsp;איר האבן א זיץ ביים הערליכן מעמד,&nbsp;זעט&nbsp;צו קויפן&nbsp;די טיקעטס&nbsp;ווי פריער. מען וועט קענען קויפן טיקעטס&nbsp;נאר&nbsp;ביז דריי טעג פאר דעם מעמד, דאס הייסט מיטוואך תולדות. &nbsp; אזוי ווי ביים פארגאנגענעם סיום איז די פרויען זאַל נישט געווען צוגעשטעלט ווי מ'דארף, האבן מיר דאס מאל אריינגעלייגט באזונדערע כוחות אז די פרויען זאלן האבן א באקוועמע פלאץ, און קענען מיטהאלטן דעם גאנצן מעמד. &nbsp; עס וועט זיין צוגעשטעלט בעביסיטינג פאר אומזיסט, פאר קינדער ביז דריי יאר אלט. &nbsp; הדרן עלך מסכת עירובין!

    < זעה מער כד חשון תשפ"א 📝
  • מען פאקויפט שוין טיקעטס צום גרויסארטיגן סיום מסכת עירובין

    מען האלט שוין גאר נאנט צום גרויסארטיגן סיום מסכת עירובין וואס וועט פארקומען ברוב פאר והדר מוצאי שבת פרשת תולדות תשפ"א, אין שטאט וויליאמסבורג. &nbsp; אנגעהויבן פון היינט מאנטאג פרשת חיי שרה קען מען שוין קויפן טיקעטס צום גרויסן סיום, מען וועט קענען קויפן טיקעטס ביי די פאלגענדע פלעצער. &nbsp; וויליאמסבורג ביי האברך נחמן נתן קרויס הי"ו 347-404-8738 &nbsp; בארא פארק ביי האברך יצחק משה רייך הי"ו 646-391-9053 &nbsp; קרית ברסלב ליבערטי ביי האברך בנצי יאקאבאוויטש הי"ו 347-585-9054 &nbsp; קרית יואל ביי האברך יואל טייטעלבוים הי"ו 845-467-5299 &nbsp; מען וועט קענען קויפן טיקעטס ביז דריי טעג פאר דעם מעמד, דאס הייסט מיטוואך תולדות, אז איר ווילט האבן א זיץ ביים הערליכן מעמד ביטע זע צו קויפן ווי פריער. &nbsp; אויך איז דא די אפציע צו קויפן טיקעטס מיט דעם לינק, עס קומט צו א מינימאלע אפצאל.&nbsp; קליק דא צו קויפן טיקעטס &nbsp; הדרן עלך מסכת עירובין! &nbsp;

    < זעה מער כב חשון תשפ"א 📝
  • שיינע סיום הש"ס אין ישיבה

    די וואך דינסטאג איז פארגעקומען א שיינע סיום הש"ס אין ישיבה, ווען הבחור החתן שמעי איינהארן ני"ו האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס. &nbsp; עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תלמידי הישיבה און פילע קרובים און באקאנטע זיך מיטצופרייען מיט די שמחה. &nbsp; ביים סיום האט צוערשט גערעדט דער מחותן מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט זיינע דאנק געפילן צום אייבערשטן אז ער איז זוכה מיטצוהאלטן נאך א סיום הש"ס אין זיין משפחה, נאכדעם וואס די פריערדיגע קינדער האבן שוין זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און גלייכצייטיג געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די זכי' צו זיין ביים הייליגן רבי'ן, און דורך דעם זען אזויפיל נחת ביי אלע קינדער. &nbsp; דערנאך האט דער חתן געמאכט דעם סיום, מ'האט געזינגען ווארעמע ניגונים, און דאן האט גערעדט דער טאטע מו"ה שאול חיים איינהארן הי"ו, מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז זיין זון האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און מיט דברי ברכה ער זאל ווייטער ממשיך זיין צו לערנען די הייליגע תורה זיין גאנץ לעבן. &nbsp; דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א, וואס האט גערעדט בשבחו פונעם חשוב'ן חתן וואס האט אויסער זיין התמדת התורה, אויך אסאך געהאלפן אין ישיבה, און איז באקאנט מיט זיינע מדות טובות. ווי אויך אז דער חתן האט דעם ריכטיגן שכל נישט אויסצונוצן דאס געלט פון די עלטערן פאר נארישקייטן, און דערפאר האט ער געבעטן זיינע עלטערן אז ער וויל זיין חתונה זאל פארקומען אין ישיבה, עס זאל נישט קאסטן קיין איבריג געלט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויפגערופן נאך עטליכע חתנים וואס זייער חתונה איז געפלאנט פארצוקומען בקרוב אין ישיבה, און יעדער פון זיי האט ארויסגעברענגט זייער שמחה אז זיי קענען האבן א פשוטע חתונה, דער עיקר שמחה איז נאך די חתונה אז מ'איז זוכה אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל. &nbsp; כי טוב סחרה מכל סחורה!

    < זעה מער י חשון תשפ"א 📝
  • שיינע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די פארגאנגענע וואך האבן די בחורים פון ישיבה און אנשי שלומינו זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון א תלמיד הישיבה, החתן מו"ה יוסי ב"ר אליהו קורץ הי"ו, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת מו"ה מיכאל אלטמאן הי"ו. עס איז געווען א פרייליכע חתונה, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם. די וואך מאנטאג איז פארגעקומען א שיינע שבע ברכות אין קרית ברסלב ליבערטי, צוגעשטעלט דורך די קהלה. ביים שבע ברכות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער דעם אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס מאכט שידוכים, דער אייבערשטער פירט אויף פארשידענע סארט וועגן אז א שידוך זאל צושטאנד קומען, און גלייכצייטיג ארויסגעברענגט פאר די אלע וואס ווארטן נאך אויף זייער שידוך, אז די איינציגסטע אדרעס צו וועם זיך צו ווענדן איז נאר צום אייבערשטן אליין, נאר אים קען מען בעטן, ווייל עס ליגט נאר אין זיינע הענט. ווי אויך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט די מעלה פון תמימות, ווען א איד גייט נישט מיט חכמות, נאר פאלגט אלעס וואס דער אייבערשטער הייסט און וואס די צדיקים זאגן, דורך דעם איז מען זייער מצליח. ובפרט נאך די חתונה דארף מען זיך נאך מער שטארקן צו האבן א צדיק, א מורה דרך, וואס זאל ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן הינזיכט, און אזוי קען מען מצליח זיין אין לעבן און אויסלעבן די יארן גליקליך און צופרידן. נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד שמחת חתן וכלה. שמח תשמח רעים האהובים!

    < זעה מער ג חשון תשפ"א 📝
  • סימן טוב ומזל טוב

    פון טיפן הארצן טוהן מיר וואונטשן א הערצליכן מזל טוב פאר אונזער חשובער ראש ישיבה שליט"א צום שידוך שליסן פון זיין זוהן&nbsp;הבחור החתן אלחנן חיים ראטה הי"ו עב"ג&nbsp;הרב ר' מרדכי אינדיג שליט"א מנהל מוסדותינו הקדושים. &nbsp; די לחיים/ווארט/תנאים איז פארגעקומען דאנערשטיג נאכט פרשת שופטים תש"פ אין קרית ברסלב ליבערטי נ"י &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים און די עלטערן שיחיו זאל זען אסאך אידיש נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער געזונטערהייט, אמן ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל&nbsp;

    < זעה מער א אלול תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 16 to 30 of 99 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשע״ז
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com