• ENGLISH
  • |
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • פרייליכע חתונה אין יבנאל פון א תלמיד הישיבה

    פארגאנגענעם דינסטאג איז פארגעקומען די חתונה פון החתן מו"ה משה ראזענבערג ני"ו בן מו"ה יצחק הי"ו, פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, עב"ג בת מו"ה משה נתן שטיינער הי"ו פון ירושלים עיה"ק. די חתונה איז פארגעקומען אינעם ברסלבער שטעטל יבנאל וואס מוהרא"ש זי"ע האט אויפגעשטעלט, אין די זאל אונטער'ן גרויסן בית המדרש, וואס מוהרא"ש האט געבויעט ספעציעל פאר דעם צוועק אז מ'זאל קענען חתונה מאכן די קינדער גרינג און ביליג, אן דעם וואס מ'זאל זיך דארפן אנ'חובות'ן פאר נארישע אומזיסטע הוצאות. דער קלוגער חתן מיט די קלוגע מחותנים האבן זיך געמאכט דעם חשבון אז ס'איז א שאד אוועקצואווארפן אזויפיל אידיש געלט פאר נארישע כבוד המדומה, וואס קיינער האט גארנישט דערפון א טאג נאך די חתונה, און דעריבער האט מען געמאכט די חתונה אינ'ם זאל אין יבנאל. דער זאל זעלבסט ווערט צוגעשטעלט אינגאנצן בחנם, די אנשי הקהלה אין יבנאל האבן געקאכט פאר די שמחה, און ביי די חתונה האבן אויך די ארטיגע אידן ארויסגעהאלפן מיט אלע צוגעהער, אראפצושטעלן דאס עסן אויף די טישן, פון וואו יעדער זאל זיך קענען נעמען לויט זיין באגער אין די פלאסטיק געשיר וואס איז געווען צוגעשטעלט. די מוזיק און זינגער זענען טאקע געווען בלויז א 'די-זשעי סיסטעם', אבער די שמחה וואס מ'האט געשפירט אין די לופטן איז געווען אומבאשרייבלעך. דער עולם האט זיך געהויבן אין די לופטן און משמח געווען חתן כלה, עס איז געווען גאר אן אויסנאם פרייליכע חתונה. ס'האט זיך נאכאמאל ארויסגעשטעלט אז מ'קען מאכן א הערליכע פרייליכע חתונה, וואס דארף זיך גארנישט שעמען פון סיי וועלכע אנדערע חתונה, און עס דארף נישט ברענגען קיין איבריגע חובות און עגמת נפש פאר די מחותנים, נאר עס ברענגט שמחה און פרייד, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויך אסאך אידיש נחת אויף ווייטער. קול מצהלות חתנים מחופתם!א קליפ פון די פרייליכע חתונה   בילדער פון די פרייליכע חתונה

    < זעה מער כד אב תשע"ט 📝
  • שיינע שידוך פון א תלמיד הישיבה

    מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומנו אויפגענומען די בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' יעקב ראטטענבערג ני"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה בן מו"ה יהוסף צבי הי"ו פון קרית יואל, עב"ג הכלה החשובה תחי' בת מו"ה אליעזר פוקס הי"ו פון ירושלים עיה"ק. די מסיבת לחיים איז פארגעקומען היינט אינדערפרי אין הויז פונעם מחותן אין ירושלים עיה"ק מיט די באטייליגונג פון פילע קרובים און גוטע פריינט. סיי דער חתן נ"י און סיי די כלה תחי' זענען ביידע געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון אין יבניאל און געפאלגט וואס מוהרא"ש האט געהייסן אויפקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און אויסזאגן דארט גאנץ ספר תהלים, וועלן איך נישט רוען אויף יענע וועלט ביז איך וועל טרעפן פאר זיי א שידוך". און ב"ה זיי האבן יעצט ביידע געטראפן זייער שידוך אין זכות פון אמונת צדיקים און פאלגן בתמימות ובפשיטות וואס דער צדיק האט געהייסן. דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, לערנט ער פלייסיג א גאנצן טאג אין ישיבה ווי ער שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל, און גאר אסאך מאל ששה סדרי משנה. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה &nbsp; בילד אויפן קעפל איז פונעם חתן'ס צווייטער סיום הש"ס

    < זעה מער כ אב תשע"ט 📝
  • ברית אין קעמפ לבן הנולד ביי מו"ה אלי קנאלל הי"ו

    פארגאנגעם ליל שישי זענען זיך א שיינע ציבור געקומען אנווינטשן די בעלי שמחה ביים וואך נאכט אין מאנסי. דערנאך ערב שבת קודש האבן די תלמדים אין קעמפ געהאט די זכי' אז מען האט געפראוועט דער ברית מילה אין ביהמ"ד פון קעמפ. דער ראש ישיבה איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, דער טאטע פון בעל שמחה מו"ה יצחק דוב הי"ו איז מכובד געווארן מיט סנדק מעומד.&nbsp; ויקרא שמו "ישראל". מען האט געזען ווי דער ציבור ענוצט אטעס די געוואלדיגע געלעגענהייט בשעת דעם ברית ווען אליהו הנביא קומט, און יעדער האט גערעדט צום אייבערשטן שטילערהייט, און איבערגעבעטן דעם אייבישטער דאן ווען דער אייבשטער איז מוחל די עבירות אין זכות פון אליהו הנביא. דערנאך איז פארגעקומען סעודת ברית אין בית המדרש, דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט צווישן אנדערע אז יעצט איז ערב שבת קודש פרשת מטות מסעי די לענגסטע סדרה אין פסוקים און מיט דעם ענדיגט מען ספר במדבר, קען מען זען אז ווער עס האט געפאלגט מוהרא"ש ז"ל און מעביר סדרה געווען יעדן טאג אביסל, האט זוכה געווען און מסיים געווען יעדע וואך די סדרה, און יעצט איז אים א שמחה "חזק חזק ונתחזק" ער ענדיגט יעצט גאנץ ספר במדבר, און פארקערט אז מ'וויל נאר שלימות, מ'איז א פערפעקשאניסט, איך מוז יוצא זיין אלע שיטות און אלע חומרות, און די הנהגות פון אלע צדיקים, טוט מען דערנאך גארנישט. כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים בילדער פון ברית

    < זעה מער ד אב תשע"ט 📝
  • שיינע שידוך פון א תלמיד הישיבה

    מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומנו אויפגענומען די בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' אהרן ישראל פיש ני"ו בן מו"ה פנחס זעליג שלום הי"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, עב"ג הכלה תחי' בת מו"ה משה שטיינבערג הי"ו. די מסיבת לחיים איז פארגעקומען פארגאנגענעם ערב שבת קודש אין סקאליע קאנטרי ביים סקאליע רבי שליט"א, מיט די באטייליגונג פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז גלייכצייטיג אויך געווען דער שדכן. ביים לחיים האט דער סקאליע רבי שליט"א ווארעם אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה אז ער זאל ווייטער זוכה זיין צו מרבה זיין גבולי קדושה. סיי דער חתן נ"י און סיי די כלה תחי' זענען ביידע געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון אין יבניאל און געפאלגט וואס מוהרא"ש האט געהייסן אויפקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און אויסזאגן דארט גאנץ ספר תהלים, וועלן איך נישט רוען אויף יענע וועלט ביז איך וועל טרעפן פאר זיי א שידוך". און ב"ה זיי האבן יעצט ביידע געטראפן זייער שידוך אין זכות פון אמונת צדיקים און פאלגן בתמימות ובפשיטות וואס דער צדיק האט געהייסן. דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, האט ער די זכיה אז ער האט שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל ביז יעצט, און יעצט פלאנט דער חתן מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו ענדיגן ש"ס צום דריטן מאל אויף זיין חתונה בשטו"מ. די כלה איז א טיטשער אין די בית פיגא סקול, ווי זי גיט זיך אוועק פאר די טייערע קינדער,&nbsp; און לייגט אריין אין זיי יראת שמים און גוטע מידות. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה

    < זעה מער ג אב תשע"ט 📝
  • שיינע שמחת בר מצוה פון הב' נחמן יואל וועבערמאן בן הר"ר אהרן שליט"א

    פארגאנגענעם שב"ק איז אריינגעגאנגען לעול התורה והמצות הבחור החשוב הב' נחמן יואל וועבערמאן הי"ו פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלבער חדר אין וויליאמסבורג, א זון פון הר"ר אהרן שליט"א, א זון פון הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א, מנהל בית רחל סאטמאר קרית יואל. די סעודת הבר מצוה איז פארקומען נעכטן מוצש"ק אין ביהמ"ד בנין אריאל אין קרית יואל, ווי עס איז סערווירט געווארן א באשיידענע סעודה, און מ'האט זיך געפרייט מיט די גרויסע שמחה פונם חתן בחור וואס איז אריין לעול התורה והמצות. דער טאטע האט אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר זיינע חשובע עלטערן, און ארויסגעברענגט אז דאס קומט אלץ פון די חינוך וואס זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט אין אים, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון חינוך, אריינלייגן אין די קינדער אז די אמת'ע תכלית אויף דער וועלט איז נאר תורה און מצות. אויך האט ער ארויסגעברענגט אז פונקט ווי די בר מצוה איז געווען אין שול, זאל דער אייבישטער העלפ ער זוכה זיין אז אויך די חתונה זאל פארקומען אין א שול. היינט זונטאג אינדערפרי איז געווען א גרויס שמחה אין קעמפ ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געלייגט תפילין פארן בחור צום ערשטן מאל. &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש

    < זעה מער יח תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע ברית ביים ראש ישיבה שליט"א

    מיט גרויס שמחה איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם מוצש"ק די וואך-נאכט ביים ראש ישיבה, ביים מלוה מלכה אין קעמפ, ווי דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשות חיזוק, ווי דער ראש ישיבה'ס שטייגער איז יעדע וואך אין קעמפ, ווי פילע אידן פון די גאנצע קעטסקיל בערג קומען צו פארן צו קענען הערן דברי התחקות, צו קענען אנגיין ווייטער. דער ברית איז פארגעקומען אין בארא פארק ביים גרויס זיידן כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א,&nbsp;ווי דער זיידע קארלסבורגער רב איז געווען סנדק, ויקרא שמו בישראל "מנחם".&nbsp; די סעודה איז געווען אין ביהמ"ד, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט, און ארויסגעברענגט צווישן אנדערע אז "כשם שנכנס לברית", אז פונקט ווי די ברית איז אין שול "כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים", אזוי אויך זאל די בר&nbsp; מצוה און די חתונה פארקומען אין שול. דערנאך האבן ביידע געהויבענע זיידעס הגה"צ רב הצעיר דקאלרסבורג שליט"א און הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א גערעדט דברי תורה וברכה, און דערנאך האט דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה. דער אייבישטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל זען נחת פון דעם קינד און אלע אנדערע קינדער, און זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען איבערגעבן די הייליגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פאר אידן איבער די גאנצע וועלט אזוי ווי ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל. &nbsp; כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים

    < זעה מער יג תמוז תשע"ט 📝
  • שמחות ביים ראש ישיבה - וואך נאכט מוצש"ק אין קעמפ, ברית זונטאג אין בארא פארק

    אין נאמען פון די פילע טויזנטער אידן איבער די וועלט וועלכע שעפן חיזוק און התעוררות פון די חיזוק און עצות, שיעורים און דרשות; וואונטשן מיר א הארציגע ברכת מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו די געבורט פון א אינגל למזל טוב. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע זיינע קינדער און תלמידים, דורות ישרים ומבורכים, געזונט און פרנסה מיט פיל אידיש נחת. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, אריינברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיט בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. ווי עס זעט אויס וועט די ברית אי"ה פארקומען בזמנו. די וואכנאכט וועט אי"ה פארקומען דעם מוצאי שב"ק פ' חקת אין מחנה היכל הקודש ברסלב, 177 אלד רוט 17, מאנטיסעלא.&nbsp; די ברית וועט אי"ה פארקומען זונטאג פ' בלק, אין בארא פארק אין ביהמ"ד יראי ה' קארלסבורג, ביים גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, אויף 1556 53 סט. שחרית וועט זיין אי"ה אום 8:30, און דער ברית אום 9:30. די זמנים וועלן בעז"ה זיין גאר פונקטליך. פאלגענד איז א ציטאט פון א בריוו פון מוהרא"ש (דאטירט ד' שבט תשע"ד) איבער די גרויסקייט פון זיך באטייליגן ביי א ברית (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך בין אייביג מעורר מ'זאל זיך גיין צו א ברית, ווייל אליהו הנביא איז דארט, און מ'קען דאן פועל'ן אלעס וואס מ'דארף. וויפיל וואלט א מענטש באצאלט צו האבן גילוי אליהו? און ביי א ברית, איז אליהו הנביא זיכער דארט, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט צו יעדע ברית, וועט מען אים זיכער מוחל זיין אלע עבירות..." (שו"ת ברסלב)

    < זעה מער ח תמוז תשע"ט 📝
  • ארטיקל: פון היינט און ווייטער פאר איך נאר אויף אן ערשטע קלאס זיץ אויפן פליגער

    איר האט שוין אמאל אריינגעטראכט, איר דארפט ערגעץ פארן אין די מרחקים, איר רופט אן דעם טראוועל אגעט, איר בעט גלייך אָן טראכטן אַן "עקאנאמי קלאס" טיקעט אויפן פליגער, איר קויפט דאס פאר א טויזנט דאלער. איר קומט ארויף אויפן פליגער, איר טרעפט אייער זיץ ערגעץ אין די בעק צוזאם געפרעסט ווי סארדינס, קוים וואס מ'קען דארט זיצן, נישטא קיין פלאץ אפילו פאר דיין פיס, ליגן? חלומ'ט אפילו נישט דערוועגן. אבער איין רגע, פארוואס נישט חלומען? עטליכע פיס אוועק פון דא זיצן אידן ווי אין א פאלאץ, זיי האבן ברייטע באקוועמע לעדערנע פאטעלן, וואס קען ווערן מיט איין קוועטש פון א קנעפל א געהעריגע בעט, זיי קענען פארמאכן די לייטס ווען זיי שמעקט נאר, זיי באקומען זייער עסן סערווירט ווי פאר א קעניג. פארוואס זאל איך נישט קענען האבן דארט א זיץ? איך בין עפעס א שלעפּער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? ווי איז יושר? איך האב טאקע קוים געקענט צוזאם קראצן ס'געלט פארן טיקעט אין דריטע קלאס, מיט דעם אלעם, פּאסט דאס דען פאר מיר? "די מחסורו אשר יחסר לו" עפעס אזוי זאגט מען... איך וועל נישט איינרוען ביז איך וועל בארגן, שנארן, גנב'ענען (דהיינו בארגן און באצאלן כשירחיב...) כ'מיין, איך גיי דאך דא פליען א גוטע צען שעה, איך מיין אז עס איז ווערט דאס געלט. אז דער איד וועט קומען צו מיר נאך געלט, גלייב איך אז איך וואלט אים געגעבן לכל הפחות א צוואנציגער, אבער נישט פארן טיקעט, נאר איך וואלט אים געשיקט מיט'ס געלט צום דאקטער. "וואס?" וואלט איך געשריגן אויף אים - "פאר די נישטיגע צען שעה פליען דארפסטו אזוי פארפירן?", "אבער מיין שכן פארט מיט די ערשטע קלאס! וואס איז יושר? פארוואס קומט עס נישט פאר מיר? וואס בין איך שולדיג אז איך האב נישט דאס געלט?" שרייט ער... איך מיין אז איך וואלט אים געזאגט "טאקע ביסט א גרויסע רחמנות, אבער נישט ווייל דו קענסט נישט פארן אויף די ערשטע קלאס, נאר ווייל דו פארשטייסט נישט די פשוטסטע זאכן אין לעבן וואס יעדע קינדערגארטן אינגל פארשטייט... דיר האט דער אייבישטער געגעבן אזא לעבן, דו קענסט זיך ערלויבן א דריטע קלאס טיקעט, פריי דיך מיט דעם. דיין שכן דאקעגן, האט דער אייבישטער געגעבן אביסל מער געלט, קען ער זיך עס יא ערלויבן... ער קען יא, און דו קענסט נישט, דו דארפסט נישט האבן וואס יענער האט. לעב פאר דיך וועסטו האבן א גוט לעבן." זייער פשוטע ווערטער, און מ'דארף נישט זיין קיין איינשטיין עס צו באגרייפן. אבער איין מינוט. אפשר איז דער איד וואס מוז פארן מיטן ערשטע קלאס נישט אזא חסר דעה. אפשר... אפשר... איז ער גאר גערעכט. מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק האב איך - געלויבט דעם אייבערשטן - א שידוך געטון. איך בין אין זיבעטן הימל. מ'דארף קויפן א ברעיסלעט. יעדער קויפט עכטע שטיינער מיט טייערע צירונג. מ'דארף קויפן איטאליענע פוירניטשור, טייערע מתנות, א בדחן פאר לכל הפחות טויזנט דאלער, א פאפולערע זינגער, א שיינע זאל זאל וכו', איך קען זיך עס נישט ערלויבן. פינטל. אבער - איך מוז עס טון. וואס הייסט? מיין שכן טוט אזוי, מיין שוועסטער מאכט אזוי חתונה, און בכלל איז עס דאך א "אידישע שמחה", און א אידישע שמחה דארף אויסזען לייטיש! (איך זוך נאך די מקור אויף דעם מאמר, ווער עס ווייסט וועלכע יענטע האט דאס אויסגעטראפן וועט בעקומען די אינטערנאציאנאלע יענטע מעדאל) איך בין דען א שלעפער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? "די מחסורו" שרייען די א.ג. תלמידי חכמים אריין אין מיין אויער, איך האב טאקע קוים דאס געלט אויף א באשיידענע חתונה מיט די וויכטיגסטע געברויכן פאר חתן כלה, אבער מען וועט אויפרודערן א וועלט, מען גייט יעדעם איינשפאנען, אלע שכנים קרובים ידידים יעדער גייט שנארן געלט פאר די חתונה. וואס הייסט, מען קען אים נישט לאזן ווי א שנארער חתונה מאכן! דאס הייסט "בלוט וועט זיך גיסן, אבער שלום וועט זיין..." דערפאר האב איך באשלאסן, אז יעבור עלי מה, איך פאר נאר מיטן ערשטן קלאס. און - ביטע - ווען איך וועל קלאפן אויף אייער טיר פאר א "איד וואס דארף אן ערשטע קלאס טיקעט אויפן פליגער" - געט מיר א שיינע נתינה. איר קענט מיר נישט אזוי פארשעמען, צו דארפן זיצן צווישן אלע שלעפערס אויף די דריטע קלאס פון הונטן. &nbsp; און פון היינט און ווייטער פאר איך נאר אויף אן ערשטע קלאס זיץ אויפן פליגער!

    < זעה מער ו תמוז תשע"ט 📝
  • תלמידים וואונטשן מזל טוב פאר ראש ישיבה לרגל הולדת הבן

    א גרויס שמחה הערשט ביי אלע תלמידים וידידים צום פרייליכן בשורה אז היינט זונטאג אינדערפרי איז געבוירן געווארן צום ראש ישיבה א אינגל. אלע גרייטן זיך צום גרויסן געלעגענהייט ווען דער ראש ישיבה ווען פירן זיין ניי געבוירן אינגל צום פרייליכן גרויס מצוה פון ברית מילה וואס וועט האפענטליך פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג פרשת בלק, וואס וועט זיין א געוואלדיגע געלעגענהייט - ווען אליהו הנביא קומט צום ברית און דער אייבישטער איז מוחל אלע עבירות - זיך צו אויסבעטן אלעס גוטס. אלע תלמידים און ידידים ווינטשן א הערצליכן מזל טוב פאר ראש ישיבה און זיין ווייב תחי'. דער אייבישטער זאל העלפן אז דער זיי זאלן זוכה זיין צו זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון די אנדערע קינדער, זיי זאלן זוכה זיין צו מגדל זייערע זיינע קינדער לתורה לחופה ולמעשים טובים געזונטערהייט, און זיי זאלן מכניס זיין דעם רך הנולד בבריתו של אברהם אבינו בעתו במזנו. &nbsp; "רבי שמעון בן גמליאל אומר, כל מצוה שקבלו עליהם בשמחה, עדיין עושים בשמחה, כגון מילה" (שבת קל ע"א) א ברית ביי איינע פון די זון פון ראש ישיבה (כ"ט אייר תשע"ז) א ברית ביי איינע פון די זון פון ראש ישיבה (ר"ח אב תשע"ד)

    < זעה מער ד תמוז תשע"ט 📝
  • ניינטע חתונה אין היכל בית המדרש

    דעם דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אליעזר שלמה גרינבלאט הי"ו בן מו"ה מאיר הי"ו, עב"ג בת מו"ה ברוך ברדוגו הי"ו. די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, וואו א שיינע ציבור משפחה און באקאנטע זענען זיך צוזאם געקומען זיך מיטצופרייען מיט די שמחת חתן וכלה. ברוך השם, אז די חתונות אין בית המדרש איז שוין בכלל נישט קיין נייעס, עס איז שוין יעצט די ניינטע חתונה וואס קאסט "גארנישט" פאר די מחותנים. כמעשהו בראשונות כך מעשהו בשניות, אזוי ווי די פריערדיגע חתונות האט מען יעצט נאכאמאל געזען באשיינפערליך אז מ'קען מאכן א הערליכע פרייליכע חתונה, וואס דארף זיך גארנישט שעמען פון סיי וועלכע אנדערע חתונה, און עס דארף נישט ברענגען קיין חובות און עגמת נפש פאר די מחותנים, נאר עס ברענגט שמחה און פרייד, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אסאך אסאך אידיש נחת אויף ווייטער. &nbsp; קול מצהלות חתנים מחופתם!

    < זעה מער כה סיון תשע"ט 📝
  • פרייליכע חתונה היינט נאכט אין בית המדרש

    היינט דינסטאג נאכט שלח וועט בעזרת השם פארקומען א פרייליכע חתונה אין ביהמ"ד, ווען החתן אליעזר שלמה גרינבלאט נ"י א תלמוד פון ישיבה תפארת התורה וועט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת עב"ג די טאכטער פון מו"ה ברוך ברדוגו הי"ו מחשובי אנשי שלומינו פון בארא פארק. אזוי ווי אלע פריעדרדיגע אכט חתונות אין בית המדרש ווערט דער חתונה ערווארטעט צו זיין גאר פרייליך און געשמאק, ווען אש שיינע ציבור קרובים און ידידים וועלן זיך צוזאם קומען און זיך משמח זיין בשמחת חתן וכלה. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער כב סיון תשע"ט 📝
  • ברית ביי האברך מו"ה יואל מענדלאוויטש אין ישיבה

    דינסטאג אינדערפרי האבן די בחורים געהאט די זכי' צו האבן א ברית אין ישיבה, ווען האברך מו"ה יואל מענדלאוויטש הי"ו האט אריינגעברענגט זיין זון לברית של אברהם אבינו. מען האט געזען ווי די אנוועזענדע נוצן אויס דעם געלעגענהייט ווען אליהו הנביא קומט ביים ברית, און מען האט יעדער פאר זיך געבעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף. דער ראש ישיבה איז געווען סנדק, דער עלטער זיידע הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א, משב"ק כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדק מעומד, דער זיידער מו"ה ליפא מענדלאוויטש הי"ו איז מכובד געווארן מיט אל הכסא, ויקרא שמו בישראל אליעזר שלמה נאך מוהרא"ש ז"ל,דער מוהל איז געווען מו"ה אהרן ווייס הי"ו. ביים סעודת ברית האט דער זיידע הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א אויפגטרעטן מייט שיינע דברי תורה. זאל דער אייבישטער העלפן זה הקטן גדול יהי', די עלטערן און זיידעס זאלן זען אידיש נחת פון דעם קינד און אלע אנדער. כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים.

    < זעה מער טז סיון תשע"ט 📝
  • מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

    חתונה מאכן קאסט פאר'ן צד החתן זיבן טויזנט דאלער אלעס אריינגערעכנט הכל בכל מכל כל כן יברך אותנו כולנו יחד בברכה שלימה ונאמר אמן &nbsp;די חתונה די וואך דינסטאג אין ישיבה, האט געהאט גאר א גרויסן אפקלאנג ביים היימישן ציבור, זעענדיג דעם נאה דורש ונאה מקיים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געפירט זיין בכור אונטער די חופה מיט גרויס שמחה און פרייד, און די פרייליכע לעבעדיגע געשמאקע חתונה נאכט, האט נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים. די גאנצע חתונה מאכן, פונעם שידוך שליסן ביז נאך די שבע ברכות, האט געקאסט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א צירקע זיבן טויזנט דאלער, א ציפער וואס רוב אידן קענען זיך ערלויבן מיט דעם רואיג חתונה צו מאכן די קינדער, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן אנבארגן און בא'גנב'ען אידישע קינדער, און בלייבן מיט א זאק פון חובות וואס מ'ווייסט נישט פון וואו צו באצאלן. &nbsp; כל השביעין חביבין מ'האלט שוין יעצט ביי די זיבעטע חתונה אין היכל הבית המדרש, אלע איינס ביי איינס זענען געווען הערליכע פרייליכע חתונות, עס האט גארנישט געפעלט פאר די חתונות. מיט יעדע חתונה ווערט העכער און העכער אויפגעהויבן די אויגן ברעמען, מענטשן פארשטייען נישט פארוואס עס פעלט אויס צו פארשווענדען אידיש געלט וואס מ'האט נישט, פאר זאכן וואס קיינער דארף נישט, בלויז צו געפעלן פאר מענטשן וואס קוקן עס בכלל נישט ארויף. קיינער קען נישט איגנארירן די רעוועלוציע און זיך גיין רואיג ווייטער, יעדער האט עפעס צו זאגן אויף דעם, יעדער מוז עפעס אריינרעדן, יעדער ווייסט אז די היינטיגע סטאנדארטן ווי אזוי מען מאכט חתונות - און די זעלבע אויך קלענערע שמחות - האט שוין לאנג אריבערגעשפרייזט אלע גרעניצן, יעדער וויל זען א דראסטישע פארבעסערונג אין דעם ענין, און אט זעט מען א קהלה וואס האט זיך גענומען אין האנט אריין, און אנשטאט זוכן א לעזונג פאר די פראבלעמען, האבן זיי אוועקגענומען דעם פראבלעם אינגאנצן; אנשטאט צו בויען א שפיטאל נעבן דעם צעבראכענעם בריק צו קענען היילן די פארוואונדעטע וואס זענען אראפגעפאלן פון בריק, קרויזן זיי אויס דעם בריק אינגאנצן; אנשטאט אראפצוציפן פון דא און דארט פון די אומדערטרעגליכע הוצאות החתונה, האט מען אהערגעשטעלט א וועג ווי אזוי חתונה צו מאכן אן דעם וואס ס'זאל בכלל פאלן צו לאסט אויף די מחותנים. דער הייליגער רבי האט דערציילט א מעשה איבער א קעניג וואס איז געווען א שטערן זעער, ער האט געזען אויף די שטערנס אז ווער ס'וועט עסן פון די תבואה וואס וועט וואקסן דעם קומענדיגן יאר, וועט משוגע ווערן דערפון. האט ער גערופן זיין משנה למלך זיך דורכצושמועסן מיט אים דעם פראבלעם, דער משנה למלך האט אבער געהאט א פשוטע עצה אויף דעם, "מיר וועלן באפעלן אז מ'זאל אוועקלייגן פאר אונז גענוג און נאך תבואה פון די פארגאנגענע יאר, און אזוי וועלן מיר בכלל נישט דארפן עסן פון די שעדליכע תבואה וואס מאכט משוגע". דער קעניג איז אבער נישט געווען צופרידן פון דעם געדאנק, "אויב נאר אונז צוויי וועלן בלייבן נארמאל, און די גאנצע וועלט וועט זיין משוגע, וועלן מיר דאך זיין די משוגעים... יעדער וועט אונז אנקוקן אז מיר זענען אזוי אנדערש פון יעדן". האט דער משנה למלך געפרעגט דעם קעניג וואס ער האלט מ'זאל טון, האט דער קעניג געזאגט אז זיי זאלן אויך עסן אזוי ווי יעדן איינעם, זיי זאלן אויך משוגע ווערן אזוי ווי יעדן איינעם, "נאר מיר ביידע זאלן זיך מאכן א סימן אויפ'ן שטערן כאטש צו געדענקען אז מיר זענען משוגע... ווען איך וועל קוקן אויף דיין שטערן און דו וועסט קוקן אויף מיין שטערן, וועלן מיר זיך דערמאנען אז מיר זענען נעבעך נישט נארמאל"... דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל צו די דעם משל, אבער זיך אומקוקנדיג אויף די היינטיגע וועג ווי אזוי אידישע שמחות ווערן געפראוועט, אן קיין שום שייכות צו נארמאלקייט, מענטשן גייען ממש אראפ פון זינען און מאכן טייערע שמחות פיל העכער און מער פון זייערע מעגליכקייטן, נאר בלויז ווייל די גאנצע "נארמאלע" וועלט טוט אזוי, בלויז ווייל וואס וועט "יענער" זאגן אויף דעם, לאזט זיך גלויבן אז ס'איז שוין העכסט צייט אז מיר זאלן זיך ארויפקריצן א מערקבארן סימן אויפ'ן שטערן, כאטש צו געדענקען ווי משוגע מיר זענען אז מיר לעבן בלויז פאר יענעם. &nbsp; כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים אמאל האט מען נאך געקענט זאגן אז א אידישע חתונה וואלט געדארפט אויסזען ווי א בר מצוה אדער וואכנאכט, היינט זענען שוין אבער די קלענערע שמחות אזוי אויפגעריסן, אז מ'קען שוין חתונה מאכן פאר א צענטל די פרייז פון די טייערע בר מצוה'ס און קלענערע שמחות. אידן זענען אנגעווייטאגט, יעדער מחותן וואס האט שוין חתונה געמאכט, יעדער וואס האט שוין צוגעלייגט א האנט און געהאלפן זיינ'ס א קרוב חתונה צו מאכן, ווייסט ווי שווער דאס קומט אן, ווייסט וויפיל בלוט דאס קאסט, ווייסט וויפיל חובות דאס לאזט איבער, וויפיל שאדנ'ס עס לאזט איבער אויף יעדן איינעם ארום; אבער אזוי ווי דאס איז דער "נארמאל", איז דאך נישט שייך צו טון אנדערש. אידן קוקן ארויף און שעצן זייער שטארק אז ס'איז דא א קהלה וואס האט אוועקגעלייגט דעם "נארמאל" אין די זייט, און געוויזן שווארץ אויף ווייס אז מ'קען יא חתונה מאכן די קינדער מיט מנוחת הנפש, מ'דארף אפילו נישט מאכן קיין תקנות, מ'דארף נאר פשוט עפענען די אויגן צום רעאליטעט, אז דער וועג ווי אזוי מ'מאכט היינט חתונה האט נישט קיין זכות קיום. אויב חתונה מאכן מוז קומען מיט'ן חשבון אז מ'מוז פאר דעם בארגן און נישט באצאלן, וועט עס מוזן צעפאלן מארגן אדער איבערמארגן, דאס קען נישט אנהאלטן. אז ס'איז אבער נישטא קיין אנדערע אויסוועג, איז דאך נישטא קיין ברירה, דער אייבערשטער האט אונז דאך באפוילן חתונה צו מאכן די קינדער, און דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי דאס אויסצופירן. ווען מ'זעט אבער באשיינפערליך אז ס'איז יא דא א געהעריגע וועג, מ'מוז זיך נישט צעשניידן אויף שטיקער ווען מ'מאכט חתונה א קינד, ווערט דאס גאר שטארק ארויפגעקוקט און געשעצט, די מציאות פאטשט אין פנים און ווייזט אז ס'איז יא מעגליך און מ'קען עס יא באווייזן. מענטשן זאגן, "כל הכבוד פאר ברסלב אז זיי האבן געקענט דורכברעכן און באווייזן אזא זאך אז מ'זאל קענען גרינג חתונה מאכן די קינדער, תחזקנה ידיכם!", דער אמת איז אבער פארקערט, כל הכבוד פאר איינעם וואס איז גרייט זיך צו צערייסן און צעפליקן, פארלירן דעם הארץ מיט'ן קאפ אינאיינעם צו קענען חתונה מאכן די קינדער; ווידער אז מ'מאכט חתונה מיט א רעאליסטישן בליק, מ'ווייסט און מ'נעמט אין חשבון וואס מ'האט אין טאש און וואס מ'קען זיך ערלויבן, איז דאס דאך פשוט און גראד שכל הישר. &nbsp; חנוך לנער על פי דרכו לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט אויף דעם טערמין "נארמאל", וואס מיינט נארמאל און וואס מיינט נישט נארמאל? ווי געזאגט פריער איז דאס געוואנדען אין די אומשטענדן ארום און ארום, וואס ביי איינעם איז נארמאל איז ביים צווייטע משוגע, און אזוי אויף פארקערט. ס'ווענדט זיך וואס איז אנגענומען צו טון אין די קרייז, אין די משפחה, אין די געגנט, און אזוי ווייטער אלעס ארום. "נע, דאס איז נישט מעגליך נאכצומאכן. די ברסלב'ע קהלה האבן א בית המדרש גרייט פאר חתונות, זיי האבן בחורים ארויסצוהעלפן, זיי האבן משפחות וואס לייגן צו א האנט. אבער אנדערע האבן נישט די וועג אין מציאות ווי אזוי דאס צו קענען אהערשטעלן" - דאס איז א געדאנק וואס מ'הערט פון פילע. און עס איז טאקע דא אן אמת אין דעם, ס'איז טאקע נישט אזוי גרינג דאס נאכצומאכן, דא איז עס צוגעשטעלט אפיציעל מטעם די קהלה, און אלע בני הקהלה מיט די בחורים פון ישיבה און די מיידלעך פון סקול, לייגן צו א האנט אז די חתונות זאלן זיין מיט סוקסעס, און ס'זאל נישט קאסטן קיין געלט. אבער דער יסוד און דער סוד ווי אזוי די קהלה האט זוכה געווען צו זיין די ערשטע דאס צו קענען באווייזן, איז יא א זאך וואס יעדער קען און דארף נאכמאכן. דער יסוד איז אז די קינדער אליין, די חתן און כלה, דארפן זיין צופרידן און פרייליך אן דעם וואס דער טאטע זאל דארפן בארגן געלט פון די זון און פון די לבנה פאר די חתונה. אויב ביים שידוך-שליסן כאפן זיך די עלטערן ביים קאפ וואס דא גייט פאר און זיי מאכן אפ אז זיי האבן נישט די רעכט על פי תורה און על פי שכל אויסצושווענדען געלט אויף אומנויטיגע זאכן ביי שמחות, קענען זיי דאס אבער נישט טון יעצט צו זייערע קינדער, וואס וועלן שפירן בא'עוול'ט אז זיי זענען אנדערש ווי זייערע חברים און פריינד וואס באקומען יא די אלע טייערע לוקסוס. אנדערש איז אבער אין היכל הקודש, וואו דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר צו די בחורים פון דעם ענין, ער רייסט אראפ און ער ערקלערט די שעדליכקייט און נארישקייט פון זיך אויפרייסן ביי שמחות, א זאך וואס מ'פארדינט גארנישט דערפון, עס ברענגט נאר חובות און עגמת נפש, און די שיינקייט פון קינדער וואס פארשטייען אז געלט קאסט געלט, און די שיינקייט פון א שמחה וואס מ'מאכט אויף א ביליגן אידישן שטייגער. און פון די אנדערע זייט איז דא די חשובע מנהלת און די לערערינס אין סקול וואס רעדן כסדר צו די מיידלעך איבער דעם, צו מאכן א שמחה מיט שכל און נארמאלקייט, און אז די איבערגעטריבענע אויסברענגעריי ברענגט נישט קיין שום ניצן אין לעבן, און ווי ווייט מ'דארף אכטונג געבן אויף אידיש געלט, נישט אויסצוברענגען דאס געלט פון די עלטערן וואס זיי האבן אפילו נישט. אזוי אז עס קומט אויס אז נישט נאר וואס די חתנים און כלות קוקן בכלל נישט ארויף די טייערע שמחות, נאר פארקערט, ביי זיי איז גאר א חשיבות ווי מער מ'קען אראפברענגען די סטאנדארטן, עס איז אן אויפטו אויב מ'האט אראפגענומען נאך אן איבריגע הוצאה. איין ביישפיל איז ווערד צו דערמאנען, א פארמעסט וואס מ'האט געמאכט אין סקול פאר פורים, יעדער האט געדארפט מאכן א שיינע משלוח מנות פאר א חבר'טע, און ווער ס'האט געקענט מאכן די ביליגסטע משלוח מנות, האט געוואונען דעם פארמעסט. אלע מיידלעך האבן זיך אנגעשטרענגט צו מאכן א שיינע משלוח מנות, אויף די ביליגסטע וועג וואס איז נאר שייך. און פארשטייט זיך ווען די מיידלעך ווערן כלות למזל טוב, זוכן זיי נישט ארויסצושלעפן געלט פון די עלטערן צו קענען שיקן א זיבן שטאקיגע משלוח מנות פאר די מחותנ'סטע, און זיי ווערן נישט פרייליך ווען זיי באקומען אזוינס פון די אנדערע זייט. אז די קינדער ווערן מחונך אויף אזא וועג, אז מ'דארף נישט נאכטאנצן יעדע משוגעת וואס איז איינעם בייגעפאלן צו מאכן ביי א שמחה, אז מ'דארף לעבן מיט'ן רעאליטעט און נישט אויסגעבן מער געלט פון וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, אז מ'טאר נישט בארגן געלט ווען מ'ווייסט נישט ווי אזוי מ'וועט עס באצאלן, אז מ'טאר אויס'רודפ'ן טאטע מאמע אז מ'מוז האבן דאס און יענץ אין די צייט ווען ס'פעלט נישט אויס און ס'איז נישטא דאס געלט פאר דעם, אז די שמחה פון חתונה האבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות און איז נישט די פאר שעה פון די חתונה נאכט וואס לויפט אריבער ווי אן אויגן בליק, אז איינער וואס לעבט מיט'ן מציאות און נישט אין דמיונות איז ארויפגעקוקט און איז חשוב, אז דאס וואס דער חבר אדער חבר'טע וועט קרימען מיט די נאז מיינט גארנישט; אז מ'וואקסט אויף אזוי, דאן קענען די עלטערן חתונה מאכן די קינדער מיט הרחבת הדעת, די עלטערן זענען פרייליך, די קינדער זענען פרייליך, און מ'האט א חיים טובים. דאס איז א זאך וואס יעדער קען נאכמאכן. מ'קען נישט ווארטן ביז ווען מ'שליסט שוין שידוך, און דעמאלט אנהויבן צו זאגן פאר חתן כלה אז זיי זאלן נישט פארלאנגען אזויפיל. דעמאלט איז שוין צו שפעט, דעמאלט האט מען שוין פארשפעטיגט די באן, אויב מ'וועט דעמאלט אנהויבן איינצוציען דעם פאסיק, וועלן די קינדער ווערן געפייניגט. טאטע מאמע קענען אבער אנהויבן רעדן צו די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, יעדעס מאל ווען מ'רעדט פון עפעס א מעכטיגע שמחה קען מען אויסנוצן די געלעגנהייט און אויפקלערן די קינדער איבער די נארישקייט פון אויסברענגען געלט אויף זאכן וואס ברענגט נישט קיין ניצן. יעדעס מאל עס קומט אן אויף די פאסט א חתונה בריוול קען מען פרעגן די קינדער זיי זאלן פרובירן אויפצוקומען מיט א נארמאלן הסבר פארוואס עס פעלט אויס צו שיקן איינלאדענונגען צו א חתונה, אין די צייט וואס ווער עס ווערט געוואויר פון די חתונה נאר דורך דעם בריוול, יענער דארף בכלל נישט קומען צו די חתונה, און ווער עס ווייסט סיי ווי פון די חתונה, פאר אים פעלט דאך נישט אויס דער בריוול, און נאכדערצו אז ביז צום טאג פון די חתונה וועט שוין דאס בריוול סיי ווי זיין רעסייקעלט און דעמאלט לייגט מען דאך שוין אריין אין די טעגליכע שמחה צעטלעך איבער די חתונה. יעדער וואס האט א מייק אין די האנט, יעדער וואס האט קינדער, בחורים, אדער מיידלעך וואס הערן אים אויס. זאל עס זיין טאטע און מאמע, א מלמד צי א לערערין, א מנהל אדער א מנהלת, א רבי און א ראש ישיבה, א רב און דיין, זאלן זיך מאכן א חשבון וויפיל אידיש געלט זיי קענען שפארן פאר אידישע קינדער, וויפיל הארץ אטאקעס זיי קענען פארמיידן פון אידישע קינדער, וויפיל צער יגון ואנחה זיי קענען צוריק האלטן פון אידישע קינדער וויפיל שמחה און נחת זיי קענען אריינברענגען אין אידישע הערצער, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן ארויסנעמען אפילו איין פרוטה פון טאש, נאר בלויז מיט'ן רעדן צו די קינדער וואס עס מיינט א אידישע שמחה, ערקלערן אז די איבריגע לוקסעס מאכט נישט פרייליך, עס העלפט גארנישט אין לעבן, און ווי שיין און ריכטיג עס איז צו שפארן אידיש געלט ווען עס קומט צו שמחות. חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווען עלטערן פירן זיך מיט שכל און ווי עס דארף צו זיין, וועלן די קינדער דאס נאכמאכן. ווען די קינדער זעען אז ווען די עלטערן מאכן א שמחה פאר זיך, א קידוש, א וואכנאכט, זוכן זיי נישט אויסצוגעבן ווי מער געלט אז אלעס זאל קלאפן אויפ'ן העכסטן פארנעם, אז די גאנצע שטאט זאל זיך טאקע איינרעדן אז זיי זענען באלעבאטישע אידן, ווען די קינדער וועלן זען אז דער פעקל ביים אפשערן מוזן נישט אזוי טיפ-טאפ אז יעדע שכנ'טע זאל עס באוואונדערן, דאן וועלן זיי אויך נישט פארלאנגען אז זייער בר מצוה און חתונה זאל זיין אזוי מעכטיג. אבער אז די עלטערן בארגן זיך שוין אן ביים וואך נאכט און ברית, וועט עס שוין אויך אזוי מיטגיין לתורה ולחופה. און אפילו די עלטערן וואס האבן נאכנישט די קוראזש צו קענען מאכן א שמחה ווי א לאגישער מענטש, זיי האלטן נאכנישט אויף די מדריגה צו קענען קוקן דעם מציאות, צו קענען חתונה מאכן נאר לויט וויפיל זייער טאש ערלויבט; קענען זיי אבער טון כאטש דאס מינימאלסטע, ווען עס קומען קלוגע אידן און מאכן יא חתונה אויף א נארמאלן שטייגער, זיי חובות'ן זיך נישט אן ביים חתונה מאכן, געבן נישט אויס געלט פאר נוצלאזע נארישקייטן, זאל מען כאטש נישט חוזק מאכן פון דעם, זאל מען דאס נישט אוועקמאכן אין די אויגן פון די קינדער, זאל מען כאטש קרעכטצן, "איך קען עס טאקע נישט נאכמאכן, אבער כל הכבוד פאר די פארשטענדליכע אידן וואס קענען עס יא באווייזן". און אזוי וועט זיי דאס נישט צוריק פאטשן אין פנים ווען ס'וועט קומען אמאל א טאג ווען זיי וועלן מוזן אביסל איינציען דאס פזר'ענען, און די קינדער וועלן נישט וועלן הערן דערפון. &nbsp; בואו ונחשוב חשבונו של עולם ס'געווען אמאל א איד וואס האט געליטן אויף די אויגן לא עלינו, ער האט געמאכט א מחלה וואס האט אים געשטערט דאס זען רחמנא ליצלן. איין טאג איז ער געוואויר געווארן פון א גרויסן אויגן דאקטער וואס קען אים אויסהיילן זיין פראבלעם, ער איז געפארן צום דאקטער וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט אים דער דאקטער גענצליך אויסגעהיילט, און ער האט אנגעהויבן זען אויף די אויגן כאחד האדם. פארשטייט זיך אז צו זיין פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ, ער איז געווען גאר דאנקבאר צום דאקטער, און איז אהיימגעקומען מיט איין שמחה און דערציילט די פרייליכע בשורה אז ער קען שוין זען, דער דאקטער האט אים געמאכט זען. האט אים איין חכם אנגעהויבן אויספרעגן איבער דעם דאקטער, "וואס האט דער דאקטער דיר געמאכט זען? ער האט דיר געמאכט זען א הויז, א טיש, א בענקל, מענטשן, גאסן?", דער איד האט נישט פארשטאנען וואס דער פארשוין וויל פון אים, "וואס הייסט וואס ער האט מיר געמאכט זען?! איך קען דען אויסרעכענען יעדע זאך וואס איך האב שוין געזען זינט ער האט מיר אויסגעהיילט?! און איך ווייס דען וואס נאך איך גיי אלץ זען פון יעצט און ווייטער מיין גאנץ לעבן?! איך קען נאר אזויפיל זאגן אז ער האט מיר געעפנט די אויגן און איך קען שוין זען". מענטשן האבן ליב צו זען חשבונות אויפ'ן פאפיר, וויפיל האט דאס געקאסט און וויפיל האט יענץ געקאסט, און אפשר האט מען פארגעסן אויסצורעכענען נאך זייטיגע הוצאות. ס'שווער אויסצורעכענען יעדן דעטאל וויפיל ס'האט געקאסט ביים חתונה מאכן, און אויך איז שווער צו מאכן א ליסטע וויפיל א חתונה דארפן קאסטן פאר יעדן איינעם, ווייל יעדע פאמיליע האט אנדערע זאכן וואס איז וויכטיג פאר זיי, קיינער איז נישט אייניג. דאס איז אבער יא א דבר השווה לכל נפש, אז מ'דארף זיך עפענען די אויגן, און זען וויפיל אידיש געלט עס ווערט געווארפן אין מיסט ביי יעדע שמחה, און אין וויפיל חובות מ'פאלט אריין ביי יעדע חתונה פון א קינד, און יעדער דארף זען לויט זיין מצב וויפיל ער קען זיך ערלויבן, וויפיל ער דארף זיך ערלויבן. און גוט געדענקען אז די גאנצע שמחה לויפט אדורך כהרף עין, א טאג נאכדעם האט שוין יעדער פארגעסן דערפון, דאס לעבן גייט ווייטער אן, און וואס עס בלייבט יא איבער איז נאר די חובות מיט וואס מ'דארף זיך ספראווען. און דער עיקר וואס בלייבט איז די נחת וואס מ'האט פון די קינדער, ווען מ'זעט ווי דאס נייע פאר-פאלק איז זוכה אויפצושטעלן א שיינע אידישע שטוב, און דאס קען מען נישט קויפן פאר קיין געלט אויף דער וועלט, דאס קען מען נאר עררייכן מיט א גוטן חינוך און מיט אסאך תפלות צום אייבערשטן. אזוי ווי עס גייט אבער אין לעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז מ'זאל אנהויבן חתונה מאכן די קינדער פאר ביליג, איינע פון די סיבות פארוואס מ'האלט זיך צוריק פון א שידוך מיט די קינדער איז פשוט ווייל מ'האט נישט דאס געלט פאר דעם, האט דער ראש ישיבה שליט"א פרובירט אראפצושרייבן פונקטליך וויפיל ס'האט אים געקאסט די גאנצע חתונה כדי אנדערע מענטשן זאלן זיך אויך קענען אפלערנען דערפון, און עס קענען נאכמאכן אויף זייער אופן. די חתונות אין ישיבה האלט יעדער מיט, מ'זעט מיט די אויגן ווי די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה, מענטשן ווילן אבער וויסן וואס עס טוט זיך מיט די איבריגע זייטיגע הוצאות, וויפיל מ'שפארט זיך איין דארט. דעריבער איז כדאי צו כאפן א בליק אויף די דעטאלירטע ליסטע וויפיל עס האט געקאסט די גאנצע הוצאות החתונה, פון אנהויב ביז'ן סוף, פאר'ן צד החתן דער ראש ישיבה שליט"א, און זען ווי אזוי א אידישע חתונה דארף בכלל נישט קאסטן קיין סאך געלט. אנגעהויבן ביים שידוך פונעם ברעסלעט, אלע דזשולערי זענען געווען די ביליגסטע וואס מעגליך, ביי די חתונה האט אלע צירונגען פאר די כלה געקאסט אלעס אינאיינעם ווייניגער פון טויזנט דאלער. דער אמת ווייסט דאך יעדער אז א געווענליכער מענטש קען נישט דערקענען א חילוק צווישן עכטע און פאלשע שטיינדלעך, דער איינציגסטער חילוק איז אז אויב ח"ו וועט די רוימערקע גנב'ענען די צירונגען וועט זי נישט קענען קויפן דערמיט א נייע הויז אין פוילן... מען זאגט א ווערטל אז צום סוף קומט אלעס צוריק צו אידן, ווייל ווען זי בויעט איר הויז אין פוילן וועלן דאך אידן עס אפדינגען איינצושטיין דארט נעבן די קברי צדיקים... פאקטיש איז דאס אבער א גרויסע הארץ ווייטאג. אז מען האט אבער נישט די טייערע צירונגען איז עס נאר א מעלה, מען וועט עס גרינגער אראפשלינגען און גרינגער קויפן נייע. און נאך א מעלה אז אזוי ווי די סטיילס טוישן זיך דאך יעדע פאר יאר, וועט מען זיך קענען רואיג קויפן פרישע צירונגען יעדע עטליכע יאר, לויט די לעצטע מאדע... קיין תנאים האט מען נישט געמאכט, די תנאים און טעלער ברעכן איז פארגעקומען ברוב פאר והדר ביים קבלת פנים ביי די חתונה. ווען עס קומט צו שטאפיר איז אויך דא א געניטער וועג ווי אזוי די סוחרים מאכן געלט, עס איז דא א חתן פעקעדזש און א כלה פעקעדזש, יעדעס געשעפט שטעלט צו אזעלכע פעקעדזשעס וואס די איינציגסטע מעלה דערפון איז אז די סוחרים מאכן ב"ה שיין פרנסה. פארוואס זאל א חתן זיך אנקויפן מיט א גאנצע רייע פון רעקלעך, בעקיטשעס, הוטן, און אזוי ווייטער? קודם איז אים נאך זייער גוט די וואס ער האט גענוצט ביז יעצט, און אפילו ווען מען קויפט יא א נייע, איז דאך גענוג איינס אויך, פארוואס פעלט אויס דריי פון יעדע? פארוואס ווען מען קויפט איין די כלים פאר די נייע הויז, דארף מען שוין יעצט קויפן אלעס וואס מען גייט אפשר נוצן אין עטליכע יאר ארום ביים צוגרייטן די מעלאנע פאר די אפשערן פונעם בכור? פארוואס זאל מען נישט קויפן בלויז די נויטיגע זאכן, און מיט די יארן, ווען ס'וועט זיך אויספעלן, וועט מען צוקויפן אלעס וואס מען דארף. אפשר זאל מען שוין ביים ברית קויפן פאר'ן רך הנימול א וואש מאשין, וואס ער וועט זיכער דארפן האבן יארן שפעטער ווען ער וועט שוין האבן וועש צו וואשן?... פארוואס זאל א מאמע דארפן איינקויפן א גאנצע שאפע מיט קליידער און שיך פאר די כלה? אין עטליכע יאר ארום וועט דאך די מאס פון די קלייד איר שוין נישט פאסן, און די סטיילס וועלן זיך זיכער טוישן, זאל מען קויפן וויפיל מען דארף פאר יעצט, און די מאמע זאל זאגן פאר די כלה אז אין א יאר ארום, ווען זי וועט זען אז עס פעלט אויס נאך א קלייד, וועט מען איר דעמאלט קויפן. פארוואס דארף מען אלעס קויפן אויף איינמאל אז די עלטערן זאלן דארפן כאפן אן הארץ אטאקע רח"ל? פארוואס דארף דער חתן באקומען א טויזנט דאלערדיגע מנורה אויף חנוכה, א זילבערנע אתרוג פושקע, א מגילה מיט א מגילה האלטער, און אזוי ווייטער און ווייטער. פארוואס אלס בחור איז אים גוט געווען א פשוטע מנורה פאר צען דאלער? פארוואס קען ער דאס נישט נוצן ווייטער נאך די חתונה? אויב די זאך איז פשוט אלס זה קלי ואנוהו, וואלט מען געדארפט קויפן פאר יעדן בר מצוה בחור א טויזנט דאלערדיגע מנורה, די הידור מצוה הויבט זיך נישט אן נאך די חתונה. פארוואס זאל מען נישט צואווארטן ביז דער אינגערמאן האט שוין קינדער און זיי וואקסן אונטער, זאל דער טאטע דעמאלט קויפן פאר זיך א טייערע מנורה, צו ווייזן פאר די קינדער וואס מיינט הידור מצוה. און דעמאלט קען ער שוין טון אפילו אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע וואס האט יעדעס יאר געדארפט קויפן א פרישע מנורה, ווייל ער האט אוועקגעגעבן די פאריעריגע פאר א איד א נצרך. און וואס איז מיט גרויסע געלטער וואס מ'צאלט היינט פאר די חתן און כלה שיעורים, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען. מ'לערנט אויס מיט וועלכע פוס מ'דארף אנהויבן טאנצן, ווען מ'דארף אפשאקלען די ברעקלעך, און אזוי ווייטער אזעלכע נארישקייטן וואס פעלט בכלל נישט אויס, נאר אז ער זאל מאכן שיין פרנסה. אמת טאקע אז די חתן כלה דארפן לערנען הלכות, זיי דארפן וויסן ווי אזוי אויפצושטעלן א אידישע שטוב לויט ווי דער אייבערשטער פארלאנגט, אבער דאס איז די ארבעט פונ'ם ראש ישיבה פונעם בחור אים דאס אויסצולערנען, און די לערערין פון די כלה דאס אויסצולערנען, און דאס דארף נישט נעמען אזוי לאנג, און ס'דארף נישט קאסטן אזויפיל געלט. אזוי ווי ביי די יעצטיגע חתונה ווען דער בחור האט געלערנט ביי זיין ראש ישיבה, און די כלה האט געלערנט ביי איר מנהלת, און די שיעורים האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה. פארוואס דארפן די מחותנים צושטעלן באסעס צו קומען און אהיימגיין פון די שמחה? ווער ס'וויל זיך מיטפרייען, קען טרעפן א וועג צו קומען, און ווער ס'קען נישט טרעפן קיין וועג צו קומען, איז פאר אים ווארשיינליך גענוג זיך מיטצופרייען פון דערווייטנס. איין פראבלעם איז דא, ווען מ'ענדיגט די חתונה זייער שפעט אין די נאכט אריין, און דעמאלט קען מען שוין נישט טרעפן א וועג אהיים - אפילו פאר געלט - צו א צווייטע שטאט. ווען די חתונה ענדיגט זיך אבער א פערטל צו עלף, קען מען נאך רואיג טרעפן א וועג אהיים נאך די חתונה, און זיכער נאכ'ן טאנצן. פארוואס זאל מען קויפן פורניטשער פאר א יונגע קאפל? זיי וועלן זיך עס אפילו נישט אויס, און ווייסן נאכנישט וואס זיי ווילן. זאלן זיי חתונה האבן אין א פורניטשעד דירה, און ווען זיי וועלן זיך שוין אביסל באקענען, וועלן זיי אליין גיין איינקויפן לויט זייער געשמאק. פארוואס ברענט עס צו האבן אלע טייערע פורניטשער די ערשטע מינוט? פארוואס דארף מען מאכן א טייערע באווארפן? טייערע פעקלעך, א טייערע קידוש, א טייערע סעודה צו וואס עס געלאנדעט אלע קרובים און באקאנטע; מען קען עסן א געהעריגע שבת'דיגע סעודה ווי געווענליך, און דער מחותן קומט ארויף נאך די סעודה טרינקען א גלעזל סעלצער און וואונטשן לחיים. ביים קידוש איז פונקט גוט אביסל מזונות און טרינקען, העכסטנס וועט זיין ווייניגער מענטשן וואס וועלן דאס בארעדן אז דער מחותן האט זיך נעבעך אויפגעריסן מיט א מעכטיגע קידוש. פארוואס דארפן די שבע ברכות'ן קאסטן אזויפיל געלט? מ'שלעפט זיך יעדע נאכט צו א צווייטע זאל, און קיינער האט נישט קיין געשמאק און הנאה דערפון. פארוואס זאל נישט יעדע נאכט איינער פון די משפחה מאכן א שיינע נאכטמאל, און לאדענען די חתן כלה צו קומען אויף נאכטמאל. און די זעלבע איז מיט די שבת שבע ברכות וואס די שענסטע זאך איז ווען מ'מאכט א שיינע שבת'דיגע סעודה פאר די נאנטע קרובי המשפחה, און יעדער איז העכסט פרייליך און צופרידן. און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, עס איז ממש נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע דעטאלן וויפיל איבריגע הוצאות מענטשן קענען זיך שאפן פון אונטער דער ערד. דער וואס איז אבער קלוג פאר זיך, ער קוקט נישט וואס יענער זאגט, נאר טראכט מיט די אייגענע שכל וואס עס פעלט טאקע אויס און וואס נישט, דער קען זיך איינשפארן אזויפיל הוצאות ביים חתונה מאכן, און ער וועט קענען צוגיין צו די שמחה מיט אן אמת'ע צופרידנקייט און פרייד. &nbsp; יעמוד יעמוד יעמוד ווי אזוי דער מצוה טאנץ האט זיך דערקייקלט צו דאס אויסזען וואס ס'האט היינט צו טאגס על אדמת אמעריקע, איז שווער צו וויסן. אבער מאמענטאל איז די אנגענומענע געשטאלט פונעם מצוה טאנץ עפעס א מאדנע זאך וואס קיינער אין זאל ווייסט נישט פונקטליך וואס דארף צו באדייטן. דער בדחן הויבט אן מיט'ן אויסרימען ווי שיין די חתונה איז געווען - א זאך וואס ער האט בכלל נישט מיטגעהאלטן. דערנאך גייט עס ווייטער מיט'ן מספיד זיין די זיידעס און באבעס - וועמען ער האט קעגן געלערנט נישט לאנג פריער. און נאכדעם צו די פעטערס וועמען ער האט קוים זייערע נעמען באוויזן אפצושרייבן עטליכע מינוט צוריק. דער עולם איז שוין צו מיד צווייע ביינאכט צו קענען אריינטראכטן מיט א קלארן מח, און פארשטיין דער מצב וואס הערשט אין זאל. שטייט א בדחן און גראמט, קיינער הערט אים נישט אויס, קיינער איז באמת נישט אינטערעסירט צו וויסן וואס ער האט צו דערציילן. געוויסע זיצן און שמועסן, אנדערע זענען מער בעלי דרך ארץ און ווילן נישט פארשעמען דעם בדחן וועלן זיי נישט רעדן הויך נאר זיצן שטיל און דרימלען. אלע האבן איין ציל זיך צו טרעפן ווי פריער אינדערהיים, און אראפלייגן די קינדער שלאפן. דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן מנהג ישראל צו מאכן א מצוה טאנץ, צו מקיים זיין דעם כיצד מרקדין לפני הכלה. די געשמאקסטע זאך פאר יעדן איינעם וואלט געווען ווען מ'טוט ווען ווי מ'טוט ביי די חתונות אין בית המדרש, דער שמש שטעלט זיך אויף און מאכט א שיינעם "יעמוד יעמוד יעמוד" פאר די זיידעס, מחותנים, און די חתן כלה. און דאס נעמט נישט מער ווי צווישן צוואנציג מינוט און א האלבע שעה. דאס זעט מען יעדעס מאל פון פריש ביי די חתונות אין ישיבה, ווען די משפחה זעצט זיך אוועק צום מצוה טאנץ, און נאך א האלבע מינוט דארפן זיי זיך שוין אויפשטעלן מיטטאנצן מיט'ן זיידן, ווי עס שפרייט זיך אויס א ברייטן שמייכל אויף יעדנ'ס געזיכט, ווען זיי האבן געמיינט אז זיי וועלן יעצט דארפן אויסהערן דעם בדחן פאר כאטש א האלבע שעה, ביז ווען מ'וועט שוין ענדליך זען דעם ערשטן מצוה טאנץ. די מחותנים האבן זיך שוין געשפארט גאר אסאך ביז'ן אנקומען צום מצוה טאנץ, אבער די ארומיגע משפחה איז דעמאלט די צייט ווען זיי שפירן עס דאס מערסטע אויף די אייגענע הויט. &nbsp; סך הכל די באריכט ווי אזוי די יעצטיגע חתונה איז צוגעגאנגען אין ישיבה, קענט איר ליינען דא; אבער די שמחה און געשמאק וואס האט זיך געשפירט אין זאל בשעת די חתונה, דאס איז נישט מעגליך צו באשרייבן, דאס קען מען נישט איבערגעבן פאר איינעם וואס האט דאס נישט געשפירט און געזען מיט די אייגענע אויגן. א פשוטע חתונה אין א בית המדרש, האט אלע טעמים אין די וועלט. אלע באטייליגטע, אלע משפחה מיטגלידער פון ביידע זייטן, די פילע רבנים און דיינים וואס האבן אנטייל גענומען, אלע אנשי שלומינו, די פילע אידן וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב, און אפילו די פילצאליגע מענטשן וואס האבן בלויז געוואלט אריינשטעקן דעם קאפ צו זען ווי אזוי אזא סארט חתונה זעט אויס; האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן ווי אזוי אזא ביליגע און פשוטע חתונה, איז פיל מער פרייליך און געשמאק פון די גאר טייערע חתונות, וואו מ'האט פארשווענדעט אזויפיל אידיש געלט פאר אומזיסט, וואו בלויז די בלומען האט דארט געקאסט פיל מער ווי די גאנצע חתונה אין בית המדרש. אזא שטילע חתונה, שרייט מיט אזעלכע הויכע אומבאנומענע קולות. עס שרייט אריין אין די אויערן פון יעדן מחותן, אין די אויערן פון יעדן רעכט דענקיגן מענטש, אז ס'איז שוין צייט אפצולאזן די הויכע סטאנדארטן פון חתונה מאכן, וואס מ'קען שוין נישט אויסהאלטן. חז"ל דערציילן אז אין די צייט פון שמעון בן שטח זענען ארויפגעקומען קיין ירושלים 300 נזירים, און זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו ברענגען זייערע קרבנות, האט שמעון בן שטח געזוכט און געטראפן א פתח חרטה פאר 150 פון זיי, אז זיי זאלן פטור ווערן פון ברענגען די קרבנות, און פאר די אנדערע העלפט האט ער נישט געהאט קיין עצה. האט ער געשיקט בעטן פון זיין שוואגער ינאי המלך אז אזוי ווי עס איז דא 300 נזירים וואס דארפן ברענגען יעדער פון זיי דריי קרבנות, זאל ינאי המלך געבן האלב, און ער וועט געבן די איבריגע האלב. און ינאי המלך האט זיך טאקע צוגעשטעלט און אויסגעצאלט האלב פון די נזירים. שפעטער, ווען ער איז געוואויר געווארן אז שמעון בן שטח האט אים אויסגענארט, ער האט נישט געצאלט פאר די אנדערע האלב נאר געטראפן פאר זיי א פתח חרטה, איז ער געווארן זייער ברוגז אויף אים, און דאן איז שמעון בן שטח אנטלאפן. ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען, האט אים ינאי המלך געפרעגט פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון אים, האט שמעון בן שטח געענטפערט: "איך האב בכלל נישט חוזק געמאכט פון דיר. דו האסט געהאלפן די נזירים מיט דיין געלט, און איך האב זיי געהאלפן מיט מיין חכמה". עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו העלפן אידן חתונה מאכן די קינדער. מען קען זיי העלפן מיט געלט, און מען קען זיי העלפן מיט חכמה און שכל. מען קען אריינברענגען דעם פשוטן שכל אין מענטשן אז מען דארף נישט קוקן אויף א צווייטן נאר אויף זיך אליין, אז מען דארף נישט אויסגעבן קיין געלט אויף לופטיגע זאכן וואס מען האט נאכדעם גארנישט דערפון. רבותי! ס'איז צייט אויפצושטיין פון שלאף! דאס זייפן-בלעזל האט שוין לאנג געפלאצט, מיר דארפן אנהויבן טראכטן פאר זיך אליין אז דאס איז נישט דער וועג ווייטער אזוי צו גיין! די נשמה דארף נישט ארויספליען יעדעס מאל מען מאכט חתונה! מען זאגט א ווערטל אז די נשמות פון די זיידעס קומען אראפ צו א חתונה ווייל זיי זעען ווי די נשמות פון די מחותנים פליען ארויס, קומען זיי זיי אנטקעגן מקבל פנים צו זיין... לאמיר אויפהערן צו קוקן אויף סטאנדארטן, לאמיר אנהויבן קוקן אויף זיך, לאמיר מאכן א ווינט, אן אטמאספער, אז מען קען חתונה מאכן ווי אזוי מען וויל, עס זאל זיין א נארמאלע זאך אז מען קען חתונה מאכן אויפ'ן ביליגסטן אופן, אן דארפן מורא האבן אז יענער וועט לאכן. זאל דער רבונו של עולם שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זאל ער שוין אראפשיקן א רוח ממרום אין די הערצער פון אידישע קינדער אז מען זאל נישט דארפן נאכמאכן א צווייטן. די גאנצע זאך אז עס איז דא א געוויסער סארט סטאנדארט וואס אזוי דארף מען חתונה מאכן, זאל שוין בטל ווערן. מען זאל נישט דארפן נאכמאכן דעם עושר'ס חתונה, יעדער זאל לעבן נאר פאר זיך, חתונה מאכן די קינדער נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו נאר שמחה און נחת פון קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.

    < זעה מער יג סיון תשע"ט 📝
  • שבע ברכות דורך פוסק הדור מרן גאב"ד קארלסבורג שליט"א

    פארגאנגעם מיטוואך האט די קארלסבורגער קהילה אין בארא פארק געפראוועט א שיינע שבע ברכות לכבוד די גרויסע שמחה פון די חתונה פונעם עטלסטן אור אייניקל בן אחר בן פונעם רב שליט"א. דער רב כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, האט אויפגעטרען מיט גאר ווארימע דברי תורה וברכה, און באווינדערט ווי די שיין חתונה איז געווען און ווי שטארק ער האט הנאה געהאט צו זען א חתונה מיט אן עכטן אידישן טעם אזוי מ'האט זיך געפירט אין אלע דורות, אן פארפאטשקענען אידיש געלט און צייט פאר נארישקייטן, און האט ווארעם אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה אז ער זאל ווייטער האבן הצלחה מיט זיין הייליגע ארבעט פון הרבצת התורה און אויסגעפירט אז ממנו ילמדו וכן יעשו. כל זכות אבות יגן עלינו &nbsp; בילדער פונעם שבע ברכות

    < זעה מער יא סיון תשע"ט 📝
  • אויסטערלישע שמחה ווען דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה זיין זון עב"ג די טאכטער פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א אין בית המדרש

    נעכטן (דינסטאג) איז ברוך ה' פארגעקומען די זיבעטע פרייליכע חתונה אין בית המדרש, און אזוי ווי אלעמאל האט עס נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים, דער בית המדרש איז געווען צוגעשטעלט אומזיסט, די מוזיק איז געווען א טעיפ פון א חתונה, די פרויען פון אנ"ש האבן צוגעשטעלט דאס עסן, און עס האט ברוך ה' גארנישט געפעלט פון די חתונה, עס האט געהאט אן אמת'ע אידישע טעם. עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה, דער עלטסטער זון פון ראש ישיבה שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב עצי תמרים קרית יואל. סיי די חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב, און ווייסן אז "חתונה" הייבט זיך אן א טאג נאך שבע ברכות, און האבן קוים געקענט ווארטן אויפצושטעלן צוזאמען זייער נייעם שטוב על דרך ישראל סבא, און עס האט זיי בכלל נישט געצויגן צו פארשווענדן אידיש געלט אויף זאכן וואס קיינער דארף נישט, ווי אויף רייכע מתנות, טייערע מעבל, עכטע שטיינער אין די צירינג, אן עלעגאנטער זאל, קעיטערער, מוזיק, בדחן, א.א.וו. פאר זיי איז געווען מער ווי גענוג דאס אליינס אז דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך, און גייען ב"ה אויפשטעלן זייער אייגענער שטוב. און פאר די חתונה? וואס איז שלעכט מיט פשוטע מתנות, א פוירנישד דירה, עכטע צירונג מיט פאלשע שטיינער, א חתונה אין בית המדרש, אביסל חלה און קוגל צום סעודה, און "יעמוד יעמוד" פאר מצוה טאנץ. תנאים און קבלת פנים אום 5:00 זענען די מחותנים און חתן כלה אנגעקומען צום קבלת פנים, וואו מען האט שוין אויך פארגעליינט דעם תנאים. הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, זיידע פון די כלה, איז מכובד געווארן מיט ליינען דעם תנאים. חופה אום 6:00 איז מען געגאנגען צו די חופה, עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים חופה, מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, און ווער עס האט געקוקט האט געקענט זען ווי יעדנ'ס ליפן האבן זיך געשאקלט, ווען דער ציבור האט אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אויסצובעטן אלעס גוטס. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער עלטער זיידע פונעם חתן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. הרה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א זיידעס פון די כלה זענען מכובד געווארן מיט א ברכה, הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מווייטצען זצ"ל זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט א ברכה. נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ, דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים. סעודה דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד וואו מען האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה, עס האט אונטערגעשפילט שיינע רואיגע חסידישע ניגונים, אן אפגעכאפטע טעיפ פון א "געהעריגע" חתונה, מיט א שיינע כאאר. פאר די נאנטע משפחה איז געווען צוגעגרייט חלה, פיש, סאלאטן, קוגל, און טשאלענט, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען און געגעסן צו דער זעט. שמחת חתן וכלה אום 7:15 איז די חתן אריינגעקומען אין זאל, וינועו אמות הסיפים, עס האט געקנאקט דער טעיפ "עוד ישמע בערי יהודה", פונקט אדער נאך שענער ווי עס וואלט געווען "לייוו מוזיק". דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין רינגען, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט, די פנימ'ער פון די באטייליגטע האבן געשטראלט פאר שמחה, און די געפילן פון שמחה האבן זיך איבערגעגאסן אין אלע ביינער אז מען האט געשפרינגען אין די לופטן. דער ריזיגער פילקעפיגער עולם וואס איז געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט האבן געהאלטן אין איין שטראמען צום בית המדרש וואס איז געווארן פולער און פולער, די טענץ האבן אנגעהאלט פאר אומגעפער צוויי שעה, זיך מיטצופרייען מיט'ן חתן און מיט'ן מחותן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צענדליגער טויזטער אידן איבער די גאנצע וועלט דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט די שיעורים בריוון א.א.וו. און ווערן אויפגעלעבט און באקומען א פרישע חיות צו דינען דעם אייבערשטן. אזוי אויך מיטן מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, וואס איז גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל, וואס איז פקיע שמיה אינעם גאנצן אומגעגענט אז ווער עס דארף נאר התחזקות אדער אן אויער קען אייביג אריינקומען אינעם ביהמ"ד אויף 6 פרעמישלאן גאס, און ארויסגיין אנגעפילט מיט א נייע מוט און פרישקייט. פילע רבנים און דיינים האבן זיך באטייליגט אין די שמחה, צווישן זיי הרה"ג רבי געצל בערקאוויטש שליט"א, דומ&rdquo;ץ קרית יואל; הרה"ג רבי זלמן לייב פילאפ שליט"א, דומ&rdquo;ץ סאטמאר ווימ"ס;&nbsp; הרה"ג רבי משה פריעדמאן שליט"א, דומ&rdquo;ץ סאטמאר ב"פ; הרה"ג רבי יוסף טייטלבוים שליט"א, אב"ד נעפלימיץ; הרה"ג רבי יחזקאל טייטלבוים שליט"א, דומ&rdquo;ץ סאטמאר ווימ"ס; הרה"ג רבי דוד דוב מייזליש שליט"א, אב"ד ווייטצן; און נאך פילע. די מקורבים פונעם עלטער זיידע הגאון הגדול דער קארלסבורגער רב שליט"א האבן געזאגט אז מען האט שוין נישט געזען אזא שמחה אויסגעגאסן אויף פנים פונעם זיידן דער גרויסער גאון פאר גאר א לאנגע צייט, אזוי אויך האט דער קארלסבורגער רב שליט"א צוגערופן אינמיטן די חתונה זיין אייניקל דער מחותן דער ראש ישיבה שליט"א און אים געזאגט מיט א געוואלדיגע קורת רוח, "עס איז דא דא א שטארקע ריח פון קדושה". ברכת המזון און מצוה טאנץ אום 9:35 איז מען געגאנגען בענטשן. דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון. די מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען מיט'ן באקאנטן קורצן "יעמוד יעמוד" נוסח, וואס איז שוין היינט באקאנט. אלע באטייליגטע האבן שטארק הנאה געהאט אז זיי דארפן נישט אויסווארטן די לאנגווייליגע הספדים צערעמאניעס וואס קומט בכלל נישט אריין דא ביים חתונה אדער מצוה טאנץ. מען האט אריינגעברענגט די ספעציעלע מחיצות צום מצוה טאנץ כנהוג בחצר קארלסבורג. צום ערשט האט דער מחותן דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א צום מצוה טאנץ, וואס האט כמנהגו בקודש געטיילט דער מאכל "קינדל" פאר'ן גיין טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין טאטן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א. דערנאך האט דער שמש הר"ר העניך אינדיג שליט"א אויסגערופן די זיידעס פון די כלה הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א צום טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין שווער הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. דערנאך האט דער זיידע פונעם חתן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א אויסגערופן זיין זון דער ראש ישיבה שליט"א צו מצוה טאנץ. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א דער טאטע פון די כלה צו מצוה טאנץ. דערנאך האבן די חתן כלה געטאנצן מצוה טאנץ. נאך די חתונה האט מען געזונגען די ניגונים "אין כאלוקינו" און "לקח און ברוינפן" כמנהג ווייטצען. אויף 10:50 איז די גאנצע חתונה געווען פארטיג, און אויף 11:00 איז דער גאנצער בית המדרש שוין אויפגערוימט און גרייט פאר'ן מארגענדיגען טאג פאר די בחורים צו קומען לערנען. זאל דער אייבערשטער העלפן אז די מחותנים זאלן זען נאר שמחה און אידיש נחת ווייטער, און די פאר פאלק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א הערליכע אידישע שטוב לתפארת אבותינו ורבותינו, און פון זיי זאל ארויסקומען הערליכע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים &nbsp; בילדער: תנאים און קבלת פנים בילדער: די פרייליכע חתונה קליפ: די פייערדיגע טענץ ביים חתונה קליפ: דער ראש ישיבה רופט אויס זיין זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א צו מצוה טאנץ / די מצוה טאנץ פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א קליפ: הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א רופט אויס זיין זון דער ראש ישיבה ה צו מצוה טאנץ ארטיקל: מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און גנב'ענען!

    < זעה מער ט סיון תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 46 to 60 of 97 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשע״ז
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com