Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וויאזוי וואקסט האר?

    שאלה: וויאזוי וואקסט האר? ענטפער: אויך אין אזא פשוטע שאלה "וויאזוי וואקסט האר?" קען מען טרעפן דעם אויבערשטן, און עצות וויאזוי צו קענען אנגיין אין לעבן אויך אין שווערע אומשטעדן.   די נושא איז פאסיג בפרט יעצט ווען מיר שטייען ממש איידער דעם הייליגן יום טוב שבועות ווען אלע אידן גיין זיך פריש שערן לכבוד יום טוב, נאכדעם וואס מען האט איינגעהאלטן ערליך די הלכות פון אבילות פון די ספירה טעג.   אויף אונזערע קעפ געפונען זיך אין דורכשניט איבער הונדערט טויזענט קליינע האר-ווארצלען וואס הייסטן "פאליקלען", יעדע פאליקל איז א פולקאמער האר פאבריק וואס פאבריצירט אונטער די הויט כסדר פרישע לעבעדיגע האר צעלן, און די פרישע האר צעלן שטופן ארויס די אלטע האר צעלן וואס "שטארבן אפ" איינמאל זיי געפונען זיך אינדרויסן.   די סיבה פארוואס מיר רופן עס "שטארבן" איז ווייל עס איז שוין בכלל נישט מחובר צום מענטש אויסער פיזיש צוגעקלעבט צו די נייע האר צעלן. דערפאר וועט מען נישט שפירן קיין ווייטאג ווען מען שערט אפ האר, אבער אויב מען וועט "ארויסרייסן" האר, וועט מען עס שוין איינמאל שפירן, ווייל דאן רירט מען צו צו די פרישע האר וואס "לעבט" און האט ווייטאג נערוון דערין.   דער אויבערשטער געבט פאר יעדעם אן אייגענארטיגע האר קאליר, טעסטור אין אויסזען, קיינער האט נישט די זעלבע האר פון א צווייטן, א זאך וואס די פאליציי נוצט פיל מאל ביי אויספארשונגען אויב טרעפט מען א האר אלס א באווייז אויפן פארברעכער.   די האר וואקסן אזוי שטאט אז עס אוממעגליך צו באמערקן ווי זיי וואקסן, אין דורכשניט וואסט עס צווישן א האלבע און איין מילימעטער א חודש, דאס מיינט אז כאטש עס קען נעמען עטליכע יאר אז די האר וואס וואקסט היינט ארויס זאל אנקומען אונטן די פיאות, וועלן זיי צום סוף אנקומען, א מענשט בכלליות איז אויך אזוי, אויב מען וואקסט שטייטעלעך וועט מען אנקומען זייער ווייט... ווי דער רבי האט אונז געלערענט "מעט גם כן טוב", אויב א מענטש פרובירט צו טאנצן גרויסע טרעפ אויף אמאל וועט ער זיך איבערדרייען און צוקלאפן, ענדערש גיין קליינע אבער כסדר'דיגע טרעפ און מען וועט אנקומען אסאך ווייטער.   מוהרא"ש פלעגט טיישטן די גמרא "הרבה עשו כרבי שמעון - ולא עלתה בידם", אויב מען וויל נאכמאכן דעם הייליגן רבי שמעון אינגאנצן, דאס קען מען נישט, ענדערש מאך נאך איין זאך, דאס וואס דו קענסט, פריי דיך מיט'ן הייליגן שבת, זיי מכבד דעם שבת אזוי ווי רבי שמעון, קענסט נישט לערנען צוועלף יאר אין א מערה ווי רבי שמעון? אבער קענסט זיצן ביי דיר אין דיינינג רום אין "זאגן" איין בלאט גמרא יעדן טאג, אין זיבן יאר ארום וועסטו מאכן א סיום הש"ס, פון פינף מינוט א טאג.

    < זעה מער כז אייר תשפ"ה 📝
  • טראמפ'ס "גרויסע הערליכע ביל" גייט דורך אין קאנגרעס

    די לאנג ערווארטעטע בודזשעט געזעץ, וואס פרעזידענט טראמפ האט גערופן די "וואן&nbsp; ביג ביוטיפול ביל" - די "איין גרויסע הערליכע ביל" איז אריבער אין קאנגרעס. נאך לאנגע אמפערייען צווישן די קאנגרעסלייט איז דער ביל ענדליך דורכגעגאנגען מיט געוויסע טוישונגען, אויף וואס טראמפ האט זיך געמוזט בייגן צום דרוק פון געוויסע קאנגרעסלייט פון זיין אייגענע פארטיי. &nbsp; דער עיקר קענגנערשאפט איז געקומען פון קאגרעסלייט פון סאציאלע דעמאקראטישע סטיעטס ווי ניו יארק און קאליפארניע, וואס ליידן פון די שטארקע רעדוקציע פון סאלט טעקס דעדאקשן וועלכע פלעגט לאזן אראפ רעכענען די סטעיט שטייערן פונעם איינקופט, און אזוי זיך שפארן פעדעראלע שטייערן. צום סוף האט מען עס געדארפט נאכגעבן און ארויפגערוקט די דעדאקשן פון צען טויזענט צו דרייסיג טויזענט דאלער. צווישן די הויפט זאכן וואס דער ביל טוט אויף איז: &nbsp; פארגעסערט די גרעניץ וואך בודזשעט פארלענגערט די טעקס ברעיק פון טראמפ'ס ערשטע טערמין - וואס האט געהאלטן ביים אפלויפן נישטא מער קיין שטייערן אויף טיפס און אווערטיים שטעלט אוועק א פאנד ווי די רעיגרונג וועט אריינלייגן טויזנט דאלער פאר יעדע קינד וואס ווערט געבוירן פון יעצט, אין וואס עלטערן וועלן קענען צולייגן געלט דערצו, און דאס קינד וועט עס ארויסנעמען ווען ער ווערט ערוואקסן. פארלאנגט פון שטאַטן צו צאלן א גרעסערע טייל פון פוד סטעמפס און מעדיקעיד, פארלאנגט בדרך כלל - א מינימום פון אכציג שעה א חודש ארבעט צו באקומען וועלפעיר פראגראמען &nbsp; טראצדעם וואס דער ביל האט נישט קיין סאך געטוישט דער דעפעציט, וואס ווערט ערווארטע צו בלייבן ביי די צוויי טריליאן געגענט, האט דער שטאלצער טראמפ טראומפואירט דערמיט אלץ א "הערליכער גרויסער" ביל... עס האט בסך הכל געמאכט איבסל העדליינס, און געריקט אביסל געלט פון איין טאש צום צווייטן... &nbsp; וואס מען זעט פון דעם ביל, איז אז עס א שאד זיך צו נעמען צום הארצן דער פאליטישער מצב, איידער די וואלן קענען די געמיטער ווערן אנגעהיצט און די ווינט פרובירט אונז צו איבערצייגן אז אז דער פאליטישן וועט זיין אונזער מציל ומושיע, און דער פארטיי וועט אונז אויסלייזן, און אויב חס וחלילה דער אנדערער וועט אריינקומען וועט חלילה זיין א גזירת כלי'. &nbsp; יעצט ווען טראמפ איז אין אמט, און טייל האבן געטראכט אז ער איז ממש די ישועה פאר כלל ישראל, זעט מען אז ער קען גארנישט, אויסער איבסל אסאך בלאזן פון זיך האט קען ער גארנישט... אונזער ישועה קומט נאר פון אויבערשטן, און פאליטיק איז סך הכל אן אויג פארבלענדעניש און נאך א וועג פונעם יצר הרע מיר זאלן פארגעסן ווער עס איז באמת אין טשארדזש, און מיט וועם עס לוינט זיך צו זיין גוט. ב"ה אז מיר האבן די ריכטיגע קאנעקשאנס, מיר ווייסן וויאזוי צו באקומען אן אפוינטמענט ביים עכטן פרעזידענט, דער וואס קען אונז באמת העלפן, ער געבט פרנסה, ער געבט קינדער, ער געבט רופואות, און נאר צו אים וועלן מיר זיך ווענדן. &nbsp; אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. &nbsp;

    < זעה מער כד אייר תשפ"ה 📝
  • הגאון רבי מאיר צוויבל שליט"א באזוכט תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב קרית יואל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת אמור, ערב ל"ג בעומר תשפ"ד, האָבן די הייליקע תינוקות של בית רבן פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל געהאט די זכי׳ צו צו הערן גאר ווארימע דיבורים פונעם סאטמאר'ן ראש הכולל אין וויליאמסבורג, הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א. דער גאון שליט"א האָט גערעדט צו די קינדער ווארימע דברי התחזקות, און זיי צוגעגרייט צום גרויסן טאג ל"ג בעומר - יומא דהילולא דרשב"י. אין דער צייט האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט וואס זיין חשובער ברודער הר"ר פנחס נחום בן חי', וועלכער האט זיך ליידער דאן געפונען אין גאר א שווערע געזונטהייט מצב. דער ראש הכולל האָט געבעטן אז די טייערע קינדערלעך זאָלן מתפלל זיין פאר אים מיטן גאנץ הארץ. די קינדער, האבן מיט זייערע ריינע תפילות, מתפלל און געבעטן דעם אויבערשטן מיט פשוטע ווערטער וואס האט געשפאלטן הימלען. הר"ר פנחס נחום איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע געזונטהייט קאמפליקאציע, און די דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן, זאגענדיג אז עס איז נישטא וואס צו טון מער. אבער נאכדעם וואס די קינדערלעך האבן מתפלל געווען, האט זיך דער מצב געטוישט. די דאקטוירים האבן אנגעהויבן צו באמערקן א קליינע שינוי לטובה, און געזאָגט אז יעצט קען מען שוין פרובירן צו מאכן אן אפעראציע, וואס פריער איז דאס בכלל נישט געקומען אין באטראכטן, אבער יעצט - האבן זיי געזאגט - געבן זיי אויך נישט קיין גרויסע שאנסן, אבער דערלייגן קען מען שוין נישט. און אזוי האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט, אז נישט מענטשן פירן די וועלט, נאר גארנישט פאסירט אן דעם רצון פונעם אייבערשטן. און דעם פאלגענדן ערב שבת קודש, נאך די הימל שפאלדטענדע תפילות פון די לעכטיגע תינוקות של בית רבן, איז הר"ר פנחס נחום אויפגעשטאנען פונעם אפעראציע געזונט און שטארק - קעגן אלע שווארצע נביאות'ער פון די דאקטוירים, וועלכע האבן זיך אויסגעדריקט: "אזאנס האבן מיר נאך קיינמאל געהאט"... דער אויבערשטער וועלכע הערט אויס תפילות ישראל, זאל געבן א גענצליכע רפואה פאר אלע חולי ישראל. &nbsp;

    < זעה מער כב אייר תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א פארענדיגט א דערהויבענע נסיעה אין ארץ ישראל

    אנשי שלומינו אין ארץ ישראל האבן מיטגעלעבט גאר געהויבענע טעג, מיט'ן באזוך פונעם ראש ישיבה שליט״א, וועלכער איז געקומען פאר א קורצע נסיעה פון א וואך, און איז ארומגעפארן און מחזק געווען אנשי שלומינו אין פארשידענע שטעט. מיר וועלן פרובירן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, צו געבן א קורצע כראנאלאגישע באריכט פון די שיינע נסיעה. מעמד פסח שני אין ירושלים ביים אנקומען קיין ארץ ישראל - מאנטאג פרשת אמור - איז דער ראש ישיבה גלייך געפארן קיין ירושלים, וואו עס איז צוגעגרייט געווארן א הערליכער מעמד פסח שני, צו וועלכע עס זענען געקומען צו פארן אנשי שלומינו פון גאנץ ארץ ישראל &mdash; אנשים, נשים וטף. אויף וועג האט זיך דער ראש ישיבה אפגעשטעלט ביים הר המנוחות, ביים ציון פון זיין זיידן הרב יצחק דוד פריעדמאן זצ״ל, און אויך ביים ציון פונעם חיד"א זי"ע. דערנאָך איז דער ראש ישיבה אנגעקומען צום זאל, וואו א ריזן ציבור האט אים אפגעווארט. אלע זענען געווען זייער פרייליך זיך ווידער צו טרעפן מיט'ן ראש ישיבה שליט״א נאכ'ן זיך נישט זען פאר א לענגערע צייט. דער ציבור האט געהאט א געלעגענהייט צו געבן שלום פאר'ן ראש ישיבה, און זיך צו דורכשמועסן מיט שאלות און עצות. דער יושב ראש פונעם מעמד איז געווען דער גבאי צדקה פון מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל, מוה"ר אהרן וועבערמאן הי"ו. ער האט ארויפגערופן דעם מנהל המוסדות, מוה"ר יצחק פאפנהיים הי"ו, צו זאגן עטליכע ווערטער. דערנאָך האָט מען געפרעגט שאלות פונעם ראש ישיבה שליט״א, וואס האָט געענטפערט בטוב טעם ודעת. (מען קען עס הערן אויף קול ברסלב.) דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן, מיט פייערדיגע דיבורים איבער פסח שני, און ארויסגעברענגט אַז יעדער איד האָט נאָך אַ צווייטע שאנס צוריקצוקומען צום אייבערשטן און ווערן אַן ערליכער איד. אויך האָט ער ארויסגעברענגט זיינע הרגשים איבער דעם וואנדערליכן אויפבוי פון מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל, און ווי מען זעט די שיינע פירות, ביי די פרישע דור חתנים און כלות וועלכע ווערן צוגעגרייט אין די מוסדות צום לעבן מיט יראת שמים. די מעמד וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון אַלע משתתפים. בני ברק דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה געפארן קיין היכל הקודש בני ברק. אויפן וועג האָט ער זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון דעם הייליגן חזון איש זי״ע און פון הגאון ר׳ חיים קאניעווסקי זי״ע. ביים ציון פון ר׳ חיים האָט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן אַ שליחות פון אַ בחור, וועלכער ר׳ חיים זי״ע האָט צוגעזאגט אַ שידוך אויב ער וועט מסיים זיין ש״ס &mdash; און איצט האט דער בחור זוכה געווען און האט מסיים געווען ש"ס. דערנאָך איז מען געגאנגען דאווענען שחרית אין היכל הקודש בני ברק צוזאַמען מיט אנשי שלומינו און די קינדער פונעם תלמוד תורה. נאכדעם האָט מען געלערנט דעם דף גמרא און דערביי גערעדט דברי חיזוק וועגן די חשיבות פון לערנען דעם דף גמרא. דערנאך האט מען ארויפגערופן אלע מסיימים. דער ראש ישיבה האָט דערנאך באזוכט דעם תלמוד תורה און דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן קינד באזונדער. אויך האָט דער ראש ישיבה באזוכט די מיידל שולע, און דארט איז מרת לעווי תחי׳ &mdash; אשת מוה"ר יואל לעווי הי"ו &mdash; אויפגענומען געווארן אלס מנהלת פונעם מיידל שולע. שפעטער איז מען געגאנגען צום שטוב פון מוה"ר יואל לעווי הי"ו &mdash; גבאי בית המדרש און מחבר פונעם קונטרס אשית עצות בנפשי &mdash; ווי עס איז צוגעגרייט געווארן אַ געשמאקע פת שחרית. נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה ארויסגעפארן קיין מירון, צוזאַמען מיט די חשובע ישיבה בחורים פון ירושלים, צו זיין מיט זיי ביז ל״ג בעומר. אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט צו אַ געשמאקע פארברענגען אונטער די ביימער, און דער ראש ישיבה האָט געשמועסט און אויסגעהערט יעדן בחור. ל״ג בעומר אין מירון מיטוואך אינדערפרי נאכ'ן דאווענען שחרית און פארלערנען דעם דף גמרא מיט די בחורים אין מירון, האט מען אנגעהויבן צוגרייטן עסן פאר די טויזנטער אידן וואס קומען אויף ל״ג בעומר קיין מירון. די בחורים האָבן פלייסיג געהאָלפן שיילן, קאכן, און צוגרייטן אלעס וואס מען דארף. דער טאג ל״ג בעומר איז אריבער גאר געהויבן. די טענץ זענען געווען גאר פרייליך בפרט פאר די וועלכע זענען זוכה לערנען במשך יאר זוהר און תיקונים - עס האט זיך זיי געטאנצט גאר אנדערשט. שבת קודש האָט דער ראש ישיבה פארברענגט אין מירון ביי זיין טאטן שליט״א אין קארלסבורגער הויף. יבנאל און טבריה מוצאי שבת קודש איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל &mdash; ווי ער האט מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן ביים ציון פון אונזער רבי מוהרא״ש זי״ע &mdash; און דערנאָך איז דער ראש ישיבה אריבער צום בית המדרש פון הרב רבי יצחק לעזער שליט״א, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל, א זון פון הרב ר׳ אליעזר איידעלשטיין שליט״א, ראש ישיבה אין יבנאל. זונטאג אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית מיט אנשי שלומינו ביים ציון פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה. נאך שחרית האט דער ראש ישיבה באקומען א ליסטע פון אלע תומכי המוסדות, און האט מתפלל געווען פאר יעדעם באזונדער פאר ישועות און רפואות.. דערנאָך האָט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט די מוסדות אין טבריה, און זיך אפגעגעבן מיט די טייערע תלמידים, און הנאה געהאט צו פארברענגען מיט די טייערע קינדער. צוריק אין ירושלים זונטאג נאַכט 9:00 האָט דער ראש ישיבה געגעבן אַ שיעור אין היכל הקודש ירושלים, ווי ער האט מחזק געווען אנשי שלומינו זיך צו פירן לויט די עצות פון הייליגן רבי׳ן, ווי אזוי צו גיין אדורך די וועלט בשלום. מאנטאג האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין היכל הקודש ירושלים, און אזוי אויך אריבער צו די מוסדות, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער און גערעדט צו זיי איבער די גרויסקייט פון שמועסן מיטן אייבערשטן, און אים בעטן יעדע קלייניגקייט וואס מען דארף נאר. די דערהויבענע נסיעה וועט זיכער זיין צו געדענקען פאר א לענגערע צייט, אנשי שלומינו האבן זיך גוט אנגעזאפט מיט חיזוק און הדרכה, פון וואס מען וועט ווייטער קענען אנציען און זיך מחזק זיין פאר לאנגע טעג.&nbsp;

    < זעה מער כא אייר תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל

    די וואך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל, עס איז געפראוועט געווארן אום מאנטאג א שיינע מסיבת פסח שני אין ירושלים עיה"ק, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. און דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א ארומגעפארן צו אלע מוסדות און קהלות היכל הקודש איבער'ן גאנצן לאנד, צו מחזק זיין די ארטיגע אידן. &nbsp; אויף ל"ג בעומר און אויף שבת קודש איז דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון ביים ציון הק' פון רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט זיין פאטער הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. קומענדיגע וואך וועלן מיר אי"ה קענען מעלדן מער דעטאלן איבער די דערהויבענע און רייכע נסיעה. &nbsp; אין א בריוו פאר אנשי שלומינו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אז היות יעדער בעט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל בעטן פאר זיי ביי די מקומות הקדושים וואו ער גייט, דעריבער וויל ער אויך עפעס בעטן פון אנשי שלומינו, פאלגנד איז אן אויסצוג פונעם בריוו: &nbsp; "איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך גיי ארום צו מקומות הקדושים, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה. &nbsp; אלע בעטן מיר איך זאל בעטן פאר זיי, אבער איך וויל דיר אויך עפעס בעטן, איך בעט דיר נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו אותן האנשים הרחוקים מן הקדשה מאד, שנלכדו במצודה רעה, עד שרגילין בעברות חס ושלום רחמנא לצלן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אף על פי כן, הכח של התורה גדול כל כך, עד שיכולה להוציא אותם מן העברות שרגילין בהם חס ושלום. ואם יעשולהם חק קבוע וחיוב חזק ללמד בכל יום ויום כךוכך, יהיה איך שיהיה, בודאי יזכו לצאת ממצודתם הרעה על ידי התורה, כי כח התורה גדול מאד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. &nbsp; אפשר דאך זאלסטו זיך אנהויבן העלפן? אפשר ווילסטו עפעס טון פאר דיר פאר דיין נשמה? נעם א משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן, אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - האסטו פארלוירן דיין מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סלוקא דיסודא עד אבא ואמא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דורכדעם איז מען זוכה אז מען ווערט אן ערליכער איד, מען הויבט אן לעבן א געזונטע לעבן, א לעבן מיטן אייבערשטן, מען לאזט אפ די מטומטמ'דיגע עבירה, מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות. &nbsp; איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים."

    < זעה מער יז אייר תשפ"ה 📝
  • די קאמפליצירטע קרעדיט קארד ציפערן

    שאלה: ווען איך באצאל עפעס אנליין, און איך לייג אריין מיין דעביט אדער קרעדיט קארד, אויב איך האב געמאכט א טעות און געלייגט א נישט ריכטיגע נומער, ווייסט עס די וועבסייט תיכף אויפן פלאץ אפילו אן פרובירן. וויאזוי ווייסן זיי גלייך אז די נומער איז נישט ריכטיג? &nbsp; ענטפער: זייער אן אינטערעסאנטע פראגע, און עס איז טאקע ריכטיג, בדרך כלל וועלן וועבסייטס וויסן צי די נומערן פונעם קארטל זענען בכלל ריכטיג אדער נישט נאך איידער זיי פרובירן עס צו טשארדזשן. די סיבה דערצו איז אז קרעדיט קארד ציפערן זענען נישט אבי ציפערן אין די וועלט אריין. קאמפיוטערס היינט האבן אריינגעבויט אינעם סיסטעם היינט צו טאג צו קענען אויפכאפן נומערן פון קארטלעך אויב עס קען זיין ריכטיג אדער נישט. &nbsp; צום ערשט דארף מען שטארק אכטונג געבן פון קרעדיט קארטלעך, א קרעדיט קארטל איז א איינלאדענונג פון א פירמע צום מענטש "ווילסט עפעס קויפן און דו האסט נישט יעצט קיין געלט, זארג דיך נישט, מיר וועלן עס דיר אויסלייגן, און וועסט שוין שפעטער באצאלן,", עס זעט אויס ווי דאס איז א פשוטע גוטסקייט פון די פירמעס; אבער באמת ליגט דא א גרויסע ריזיקע, דער רבי זאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון חובות, און עס איז זייער גוט אוועקצושטיין פון קרעדיט קארדס. ב"ה אז מען קען אויך נוצן דעביט קארטלעך איינצוקויפן, און מען מוז נישט האבן קיין קרעדיט קארט בכלל. &nbsp; וויאזוי ווייסט די קאמפיוטער צי די ציפערן זענען ריכטיג? די ציפערן פונעם קארטל זענען געבויעט אויף קאמפליצירטע חשבונות, און אין די רגע מען לייגט אריין די ציפערן אינעם שורה ווי עס באלאנגט, וועט עס די קאמפיוטער אליינס אויסרעכענען, נאך איידער זיי געבן עס ווייטער צום פירמע, און אזוי ארום אויב איינער האט געמאכט א טעות זאל מען עס תיכף אויפכאפן, און קענען אריינגעבן דעם ריכטיגן ציפער נאך איידער מען פרובירט עס צו טשארדזשן און עס קומט צוריק אז עס ארבעט נישט. &nbsp; די ערשטע זאך וואס דער קאמפיוטער טשעקט איז די "לוהן אלגעריטעם", עס מאכט א לאנגע חשבון וואס איז געוואנדן יעדע ציפער דער וויפילטער ער איז, יעדע ציפער ווערט אראפ גערעכענט 9 אויב עס איז העכער 9, דערנאך רעכענט מען צוזאם די אלע ציפערן, און אויב די סך הכל ענדיגט זיך מיט 0 (צום ביישפיל 90) איז עס מעגליך א ריכטיגע קארטל ציפער, אויב קומט עס אויס סיי וועלכע אנדערע ציפער, שפייט דער קאמפיוטער אויס "אינוועליד קארטל נומער", און ער לאזט עס דיר נישט אריינגעבן. &nbsp; די צווייטע זאך אויף וואס דער קאמפיוטער קוקט איז פשוט די ערשטע עטליכע ציפערן פונעם קארטל. אויב הייבט זיך עס אן מיט 4 איז עס א וויזע, אויב הייבט זיך עס אן מיט 51, 55, 2221, אדער 2720 איז עס א מעסטער קארד, אויב הייבט זיך עס אן מיט 34 אדער 37 איז עס אמעריקען עקספרעס. און אויב איינער לייגט אריין די ערשטע ציפערן עפעס אנדערש, וועט ער תיכף וויסן אז דאס קען נישט זיין א ריכטיגער קארטל ציפער. &nbsp; די דריטע זאך אויף וואס דער קאמפיוטער האלט אן אויג איז אויף וויפיל ציפערן די קארטל פארמאגט, די באקאנטע פירמעס האבן א באשטימטע צאל ציפערן, און אויב עס הייבט זיך צום ביישפיל אן מיט 4, וואס מיינט אז עס איז א וויזע, און מען לייגט אריין ווייניגער אדער מער פון 16 ציפערן, איז עפעס נישט גוט מיט די ציפערן. &nbsp; אז א מענטש זעט אז עס גייט אים עפעס נישט, דארף מען זיך נישט זארגן, עס איז דא איין ציפער וואס עס פעלט און אז דו וועסט עס אריינלייגן ריכטיג וועט אלעס פאלן אין פלאץ, די קארטל וועט דורכגיין. ביי אונז איז עס די ציפער איינס, איינס באדייט איך מיט'ן אויבערשטן, אז א מענטש לייגט אריין דעם ציפער ביי יעדע פלאץ, ער זוכט אויף דארט ווי ער איז, וואס וויל דער אויבערשטער דער אחד יחיד ומיוחד פון מיר יעצט, און ער וועט בעטן דעם אויבערשטן ער זאל אים באלייכטן די אויגן, וועט ער זען ווי אלע טויערן וועלן זיך אים עפענען, און ער וועט מצליח זיין אין יעדע זאך. &nbsp; אֱמוּנָה חָשׁוּב כִּצְדָקָה. (ספר המידות - אמונה)

    < זעה מער טז אייר תשפ"ה 📝
  • ותחיין את הילדים חלק ב'

    מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך אינעם קרן הדפסה צו דרוקן חלק ב' פונעם ספר "ותחיין את הילדים", דער ספר פונעם ראש הישיבה שליט"א אויף עניני חינוך. &nbsp; מיר לעבן היינט אין א צייט וואס די גבולים זענען צומישט, עס זענען דא פילע האטליינס און שיעורים, עס קומען ארויף יעדן טאג פילע פעדאגאגן, מעטאדן, מען רופט צו לעקציעס, וואס וועלן אויסלערנען פערענטינג, אבער עס איז נישט קיין סוד אז וואס מער דעות אלץ מער צומישט ווערט מען, אלע ווילן זען נחת פון די קינדער, יעדער וויל ווייטער ציען ערליכע אידישע דורות, אבער מען ווייסט נישט וועם צו פרעגן, מען הערט אז מען דארף גיין ווייעך, אבער מען ווייסט נישט וויפיל, און ווען, מען הערט אז מען דארף זיין שטרענג, אבער וויאזוי? דארף מען פארלאנגען? מעג מען שלאגן? עס טוט זיך א געפערליכע טשטוש המוחות איבער די אלע נושאים. &nbsp; טאקע דערפאר האט מען געזען אז ווען אנשי שלומינו האבן אנגעהויבן אפצושרייבן די שיעורי חינוך פון ראש ישיבה שליט"א און מען האט עס אנגעהויבן פארשפרייטן האבן זיך אידן גאר שטארק צוגעכאפט דערצו, מען האט געזען א קלארע און קראנטע צוגאנג צו חינוך, א צוגאנג וואס ארבעט, א מהלך וואס איז צוגעפאסט צו די היינטיגע דור, און מעטאדן וואס איז גענומען נאר פון ריינע מקורות, און נישט חלילה פון בורות נשברים. &nbsp; צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען אין די לעצטע חדשים אנגעהויבן צו צוזאם נעמען די פילע אפגעשריבענע גליונות, און מען האט עס פון פריש איבערגעארבעט עס זאל זיין פאסיג צו ווערן צוזאם גענומען אלץ א ספר, און ב"ה עס איז ארויסגעקומען א הערליכע ארבעט, וואס וועט בעז"ה צוכאפט ווערן דורך טויזנטער אידן איבער די וועלט, און וועט געבן די געלעגנהייט פאר צענדליגע טויזנטער אידישע קינדער צו באקומען די זיסע חינוך וואס מיר האבן מקבל געווען פון די פריערדיגע צדיקים, וואס לערנט אויס די קינדער צו לעבן מיט'ן אייבערשטן טאג טעגליך, און אין דעם אלעם וועלן די פילע פון אנשי שלומינו וואס האבן זיך משתתף געווען מיט די הוצאות זיין גלייכע שותפים, און די זכותים וועלן זיי זיכער באגלייטן. דער באנד איז שוין ב"ה הערליך אפגעדרוקט און איז יעצט אויפן שיף אויפן וועג קיין אמעריקע צום קרן הדפסה, וואס וועט עס פארשפרייטן אין די גאנצע אידישע וועלט. &nbsp; אבער קרן הדפסה איז נאך נישט צופרידן, אין די צייט וואס מען ווארט נאך אז די ערשטע באנד זאל אנקומען, ארבעט מען שוין פעסט אויפן צווייטן באנד, און כמעשהו בראשונה, טוט מען בסייעתא דשמיא יעצט איבערארבעטן די ווייטערדיגע שיעורים וואס וועלן אריינגיין אין דעם באנד, עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו וועלכע איז אנטקעגן געקומען קרן הדפסה און אפגעקויפט דעם זכות מהדורה פונעם באנד וואס וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת זוסמאן". &nbsp; אבער אויך איר קענט נאך קויפן גרויסע זכותים אינעם ספר, דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו געבט יעצט ווידער דער זכות פאר אלע אנשי שלומינו צו קענען קויפן זכותים אין דעם באנד, רופט אים יעצט אן אויף 347-578-4449 צו קויפן דער זכות פון א פרק אינעם ספר פאר טויזנט דאלער, אדער לכל&nbsp; הפחות א זכות אינעם ספר פאר פינף הונדערט דאלער. &nbsp; די זכותים וואס וועלן ארויסקומען דורכדעם וואס נאך אידן וועלן וויסן און לעבן מיט דעם אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וועט אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא.&nbsp;

    < זעה מער יד אייר תשפ"ה 📝
  • שאלה: וויאזוי ארבעט א באר קאוד?

    שאלה: וויאזו ארבעט א באר קאוד? &nbsp; ענטפער: זייער א גוטע פראגע. עס איז ערב שבת קודש, ר' תנחום גייט אין גראסער, ער זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל, מען גייט איינקויפן לכבוד שבת קודש. אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, פלעגט יעדע אייטעם אין גראסערי האבן א קליינע סטיקער מיט די פרייז דערויף, און אזוי האט דער מענטש ביים רעכענער מאשין אויסגערעכענט איינס פלאס איינס, און געוויסט וויפיל דער ארדער קאסט, אבער ר' תנחום לעבט אין יאר תשפ"ה, ער קויפט איין מיט גרויס שמחה אלעס וואס ער דארף פאר שבת, גרעיפ דזשוס, דיפס, נאש, און אזוי ווייטער, ער ברענגט זיין וועגעלע צום רעדזשיסטער, און עפעס א קונץ געשעט, מען פירט דורך אלע פראדוקטן דורך עפעס א מאשין און וואונדער איבער וואונדער, עס קומט ארויף אויפן סקרין די פונקטליכע דעסקריפשאן פונעם פראדוקט, דער פרייז, און דאס אלעס ווערט דערנאך צוזאם גערעכענט, און ר' תנחום גייט ארויס נאכן באצאלן דעם ארדער זאגענדיג "לכבוד שבת קודש". &nbsp; פון וואו ווייסט דער מאשין וואס איך האב געקויפט דורך בלויז דורכפירן די זאכן העכער אים? דער ענטפער איז זייער אינטערעסאנט. עס זענען דא פארשידענע סארטן בארקאודס, אבער מיר וועלן דא רעדן פון די פשוטע יו-פי-סי באר קאוד וואס יעדע אייטעם אין גראסער פארמאגט היינט. &nbsp; די ערשטע ציל פון די באר קאודס איז טאקע דאס וואס מיר האבן געברענגט אינעם משל, צו פארשנעלערן צו קענען רעכענען זאכן אין געשעפטן. וויאזוי ארבעט דאס? צוערשט געבט מען פאר יעדע אייטעם א נומער, פאר אונזער ביישפיל וועט מען האבן נאר צען אייטעמס אין געשעפט, און יעדע וועט באקומען איין נומער פון איינס ביז צען, מען לייגט אריין אין קאמפיוטער די ליסטע פון אייטעמס וועלכע נומער דאס וועט זיין, וויפיל עס קאסט און אזוי ווייטער. דער באר קאוד נוצט א פעטערן פון שווארצע און ווייסע ליניעס פון א געוויסע לענג, פאר אונזער ביישפיל וועלן מיר רעדן פון "על" קאוד וואס יעדע נומער פארנוצט זיבן אייניגע ערטער וואס קען זיין שווארץ אדער ווייס. דער פאלגענדער צירוף ⬛⬜⬜⬛⬛⬜⬜ וואס איז (פון רעכטס אויף לינקס) שווארץ, ווייס, ווייס, שווארץ, שווארץ, ווייס, ווייס, מיינט "פינף", פאר אונזערע אויגן זעט עס אויס ווי בלויז צוויי שווארצע לינעס, איין דינע שווארצע לינע, און איין דיקערע שווארצע ליניע, מיר קענען ווערן שטארק צומישט פון פרובירן צו ליינען א באר קאוד, אבער מאשינען ארבעטן אנדערש, א מאשין קען נישט אזוי גרינג ליינע פשוטע אותיות אדער ציפערן, פאר זיי איז אסאך גרינגער צו קוקן אויף די ליניעס און אפמעסטן וויפיל פלאץ די ווייסע און שווארצע נעמען אויף, און אין א רגע כמימרא כאפט עס אויף דער ציפער (אדער ציפערן) און ער שפייעט אויס די אינפארמאציע אין קאמפיוטער, אייטעם נומער 0124538 איז דער און דער פראדוקט, עס קאסט אזויפיל, ער ווייסט פונקטליך וויפיל עס איז נאך דא אין סטאק, וועלכע פירמע האט עס פראדוצירט. &nbsp; מיר מענטשעלעך דא אויף דער וועלט באגרייפן נישט וויאזוי מען קוקט אן אין הימל אונזערע מעשים, מיר אויף די גשמיות'דיגע וועלט פארשטייען צו געלט, צו עסן, צו פארגעניגנס, מען קען זיך טענה'ן צי בונדאש איז גוט מיט צוקער, אדער ענדערש מיט זאלץ, מיר קענען באטראכטן צי טראמפ טוט גוט מיט'ן לייגן טאריפס אדער נישט, אבער אן א צדיק ווייסן מיר נישט וואס איז חשוב אין הימל און וואס נישט, מיט אונזערע גשמיות'דיגע חושים איז שווער צו באגרייפן וויאזוי "זאגן" משניות קען "אויסהיילן" א מענטש. קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג וועט מיר פארבעסערן דעם שלום בית? ניין איך קען עס נישט מסביר זיין, אבער דער סקענער דארף נישט קיין הסברים, ער גיט א בליק רגע כמימרא, און אט קומט ארויף די גאנצע אינפארמאציע אויפן סקרין, צי איך פארשטיי יא, וויאזוי תיקון הכללי פאררעכט א מענטש אדער נישט, ארבעט עס, נאכדעם וואס א מענשט זאגט דעם תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן, האט א מענשט א נייע נשמה, נישטא וואס צו קוקן אויף צוריק, איך דארף טראכטן נאר אויף פאראויס, דער אויבערשטער דארף מיך, און איך דארף אים. &nbsp;

    < זעה מער ז אייר תשפ"ה 📝
  • מיסל פון תימן רייסט אויף אינעם לוד לופטפעלד

    היינט זונטאג איז געלונגען צום ערשטן מאל פאר די האוטי רעבעלן פון תימן צו שיסן א לאנג שטרעקיגע מיסל דירעקט צום לוד לופטפעלד אין תל אביב, א פאקט וואס האט געברענגט אסאך לופטליניעס צו אפרופן זייערע רייזעס, צווישן זיי ציילן זיך לופטהאנזא, סוויס, ברוסלס, אמעריקען, יונייטעד, בריטיש, עיר פרענס, דעלטא, עיר קאנאדא, אויסטריען, און א צאל אנדערע. &nbsp; שפעטער זענען די האוטי רעבעלן פון תימן ארויסגעקומען מיט א דעקלעראציע אז די לוד לופטפעלד איז מער נישט פארזיכערט און מענטשען זאלן זיין געווארענט. א הויעך ראנגיקע מיטגליד פון די גרופע, האט געסטראשעט, אז אטאקעס אויף מדינת ישראל וועלן ווערן מער און מער אויב די מלחמה אין עזה האלט אן. ער זאגט אז די רעבעלן האבן געוויזן אז זיי קענען איבערקומען אמעריקא, ענגלאנד מיט מדינת ישראל אינאיינעם, און מען דארף וויסן אז זיי האבן נישט קיין שום רויטע ליניעס ווען עס קומט צום קאנפליקט מיט מדינת ישראל. &nbsp; די האוטי רעבעלען האבן שוין אסאך מאל פרובירט דאס צו טון אבער עס איז אדורכגעפאלן, יעצט אבער האט דער אייבערשטער געפירט אז דאס איז זיי געלונגען, נאכדעם וואס די לופט פארטיידיגונגס סיסטעמס האט אויפגעכאפט די מיסל און עס פראבירט אראפ צו שיסן, אבער איז דורכגעפאלן, דאן האט די אמעריקאנער 'טאַד' לופט פארטיידיגונגס סיסטעם עס פראבירט צו אראפ שיסן, אבער אויך זיי זענען דורכגעפאלן.&nbsp; &nbsp; ברוך השם קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, און עס האט נישט חרוב געמאכט גארנישט פונעם טערמינאל בנין, נאר האט געמאכט א גרויסע לאך אין א ליידיגע שטח אין הויף. &nbsp; דאס קומט שוין שוין נאכדעם וואס אמעריקע באשיסן די הוטיס גאר שטארק טאג טעגליך, און האבן שוין פארברענט אינעם קריג מיט זיי איבער א ביליאן דאלער, אבער דערווייל איז עס אן ערפאלג, זיי שיסן ווייטער, און פרובירן אנצוזייען חרבנות וויפיל עס גייט. אמעריקע האט שוין ביז היינט באשאסן מער פון אכט הונדערט פלעצער אין תימן. די מיליטער זאגט אז די באמבארדירונגען האבן באטראפן מערערע קאמאנד און קאנטראל איינריכטונגען, לופט דעפענס סיסטעמען, פארגעשריטענע וואפן פאבריקן און פארגעשריטענע וואפן סטארעדזשעס וואס די הוטיס האבן פארמאגט. &nbsp; עס איז נאכאמאל אויפגעוויזן געווארן אז די כוחי ועוצם ידי מיט וואס די ציונים שטאלצירן, איז גארנישט ווערד, אויב מען האט ביז יעצט געמיינט אז די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס זיי האבן, דאס טוט זיי באשיצן, האט דער אויבערשטער יעצט געוויזן אז די שוואכע צוריקגעבליבענע רעבעלן קענען באווייזן צו שיסן א מיסל ביזן לופטפעלד, און גארנישט אינדערמיטן קען זיי שטערן. און דאס וואס עס איז גארנישט געשעדיגט געווארן, מוזן אלע יעצט מודה זיין אז נאר דער אייבערשטער האט אונז געראטעוועט אלעם בייזן, און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען וויל געראטעוועט ווערן פון א צרה. אונז אליין טויגן אויף גארנישט, אבער ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד, ווערט אלעס מסודר. &nbsp; פארוואס זאלן מיר ווארטן ביז מיר כאפן באמבעס אין קאפ אריין איינצוזען אז נאר ער קען אונז העלפן, ענדערש לאמיר שוין יעצט איינערקענען ווער עס איז דער וועלט פירער, און אים בעטן און דאנקען פאר אלעס וואס עס גייט אונז דורך. &nbsp; אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן די כח פון א שטארקע רצון וואס מען קען זיך אפלערנען אפילו פון די טעראריסטן, די הוטיס האבן געהאט א ציל פאר זייערע אויגן, דער לוד לופטפעלד, און אפילו זיי האבן שוין פרובירט אומצאליגע מאל, און עס איז געווארן אראפ געשאסן, האבן זיי נישט אויפגעגעבן, ביז יעצט ווען עס איז זיי געלונגען; דאס קומט אונז ווייזן וואס עס מיינט אז מען האט די רצון קומט מען אן; מיר קענען עס דאס נוצן פאר אונזע לעבן, זיך שטארקן מיט אונזערע גוטע רצונות, נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען ווארפט מיר אראפ, אויב מיר וועלן נישט אויפגעבן און פרובירן איין מאל און נאכאמאל, און בעטן דעם אויבערשטן, וועלן מיר צום סוף זיכער דערגרייכן אונזער ציל צו ווערן באמת אן ערליכער איד.

    < זעה מער ו אייר תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה וועט געבן א שיעור אין מאנסי ליל שישי תזריע מצורע

    אין ספרינג וואלי פונקציאנירט דער הערליכער בית המדרש היכל הקודש אויף 37 יונאן רד. שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן, ווי אנשי שלומינו און פילע שכנים האבן א געשמאקע הייליגע ווינקל ווי מען פילעוועט אמונה, מען דערמאנט זיך כסדר פארוואס מען דרייט זיך דא אויף דער וועלט, און מען איז זיך מחזק צוריק צו קומען צום אויבערשן, און אים צו טרעפן אין יעדע זאך וואס מען טוט. &nbsp; אין די טעג האט דער גבאי מו"ה הערשל זאבעל הי"ו אונטערגענומען א גרויסע רענאוואציע פראיעקט פאר'ן שול וואס איז שוין געווען זייער אפגענוצט, און מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א טוט מען אין די טעג גענצליך איבערפרישן דעם שול. מען מאכט איבער די גאנצע שיטראק, די גאנצע פלאר, און דערנאך וועט מען עס בעז"ה הערליך איבערפעינטן, עס זאל זיין שיין און פרעכטיג כראוי וכיאות לבכוד השם יבתרך און לכבוד זיין בית המקדש מעט. &nbsp; די מאנסי אידענטום נעמט אבער אויף די בשורה איבער דעם באזוך פון ראש ישיבה שליט"א מארגן ליל שישי פרשת תזריע מצורע אינעם בית המדרש מיט א גרויסע שמחה, די גאנצע קהלה ענדיגט אין די טעג מסכת מכות, און דער ראש ישיבה שליט"א וועט פראווען א שיינע סיום בקרב אנשי שלומינו אין מאנסי, ספעציעל צו מחזק זיין די ארטיגע איינוואוינער. &nbsp; מען וועט זיך וואשן צו א סעודה של מצוה, מען וועט זינגען ווארימע ניגונים לכבוד המאורע, און דערנאך וועט מען האבן די זכי' צו הערן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט איבערלאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע צוהערער. די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען באקאנט צו זיין מלא התחזקות, מלא אמונה, אלעס אויף א שפראך וואס רעדט צו אונזער דור, און געבט עצות וויאזוי צו קענען איבערקומען די היינטיגע יצר הרע'ס, וואס דער רבי זאגט אז די היינטיגע יצר הרע האט א נייע נאמען "דמיונות", מען זעט ווי דער סמ"ך מ"ם ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצולייגן אין מענטשן היינט פילע דמיונות, צום ביישפיל אז "איך בין שוין דערנאך", ח"ו, אדער "דער אויבערשטער דארף מיך שוין נישט", חס ושלום, און די ארבעט פונעם צדיק איז אונז ארויסצונעמען דערפון, און דערמאנען איין מאל און נאכאמאל אז מען קען יא, און דער אויבערשטער דארף דיך יא. געלויבט דעם אויבערשטן אז ער האט אראפ געשיקט די נשמה פון הייליגן רבין וואס האט די געוואלדיגע כח צו קענען אויפוועקן א מענטש פון שלאף און אים ארויסנעמען פון זיינע דמיונות, וואס דאס איז היינט דער מכת מדינה. &nbsp; אלע אנשי שלומינו האבן גענומען אן אקטיווע חלק אין צוגרייטן, בפרט האט די לעידיס אקוזילערי גענומען אויף זיך די עיקר חלק אין די הכנות. עס קומט זיך אויך א דאנק פאר מו"ה פייוול ראזענוואסער הי"ו פון "קרעיוו סאוער דאו" וואס האט מנדב געווען א שיינע חלק פון די סעודה. &nbsp; דער סיום וועט פארקומען ווי געזאגט אינעם בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי. נטילת ידים וועט זיין בעז"ה 8:00. און נאך די דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט מען בעז"ה דאווענען מעריב. &nbsp; אזוי עס ווערן ערווארטעט אסאך געסט פון אנשי שלומינו פון מאנסי און פון די אומגעגענט, און עס איז נישטא קיין פארקינג ביים בית המדרש, איז וויכטיג צו וויסן די ווילידזש שלעפט אוועק קארס וואס פארקן דארט אויפן שמאלן ראוד, אזוי אויך איז נישט ערלויבט צו פארקן אין פריוואטע אדער פאבליק (בתי מדרשים אדער שמחה זאלן) פלעצער אין די געגענט, דערפאר איז כדאי אז ווער עס קומט זאל פארקן אויף די ארומיגע גאסן. מען בעט מען זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים וואס זענען געשטלעט געווארן דערויף.

    < זעה מער ב אייר תשפ"ה 📝
  • דער פארלוירענער משנה אין מסכת כלאים פרק ז'

    שאלה: איך לערן ברוך השם משניות כסדר אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז כסדר מעורר, יעדעס מאל וואס איך קום אן צו מסכת כלאים פרק ז' וואונדער איך מיר וואס גייט פאר מיט די פערטע און פינפטע משנה. פארוואס שטייט ביים פערטן משנה ד'-ה', און דער פינפטער משנה הייסט ו', וואס האט פאסירט אז עס פעלט איין משנה. וואו איז איין משנה פארלוירן געווארן, אדער פארוואס גייען די צוויי משניות אינאיינעם? &nbsp; ענטפער: א יישר כח פאר דיין אינטרעסאנטע שאלה. האסט גוט באמערקט, אין משניות מסכת כלאים איז נישטא קיין באזונדערע משנה ד און ה, נאר זיי ווערן אין רוב דפוסים גערעכענט צוזאמען אלס "ד-ה", און דערנאך גייט די פרק ווייטער צו משנה ו, ז, און ח. דאס איז נישט קיין טעות אדער פארלוירענע משנה. &nbsp; איך וויל אבער באטאנען, אז עס זענען דא פארשידענע דרוקן וואס צוטיילן עס יא אין צוויי באזונדערע משנות, משנה ד' איז די ערשטע האלב "הַמְסַכֵּךְ אֶת גַּפְנוֹ עַל גַּבֵּי תְבוּאָתוֹ שֶׁל חֲבֵרוֹ, הֲרֵי זֶה קִדֵּשׁ, וְחַיָּב בְּאַחֲרָיוּתוֹ. רַבִּי יוֹסֵי וְרַבִּי שִׁמְעוֹן אוֹמְרִים, אֵין אָדָם מְקַדֵּשׁ דָּבָר שֶׁאֵינוֹ שֶׁלּוֹ," און משנה ה' איז די צווייטע האלב "אָמַר רַבִּי יוֹסֵי, מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶׁזָּרַע אֶת כַּרְמוֹ בַּשְּׁבִיעִית, וּבָא מַעֲשֶׂה לִפְנֵי רַבִּי עֲקִיבָא, וְאָמַר, אֵין אָדָם מְקַדֵּשׁ דָּבָר שֶׁאֵינוֹ שֶׁלּוֹ,". &nbsp; פאר איך גיי ווייטער וויל איך דיר פרעגן "דו זאגסט, אדער דו לערנסט?...", ווייל אויב דו מוזט אלעס פארשטיין איז א גרויסע שאד, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט אז זאגן הייסט געלערנט, און זייער אסאך אידן האבן צום סוף גענצליך אפגעלאזט די הייליגע זיסע תורה, ווייל זיי האבן זיך צופיל מאל אנגעשטויסן אין זאכן וואס זיי האבן נישט פארשטאנען, און מיינענדיג אז נאר פארשטיין הייסט לערנען, האבן זיי אפגעמאכט אז די תורה איז נישט פאר זיי. און פון די אנדערע זייט זענען מיר עדות צו אומצאליגע אידן וואס האבן אנגענומען דעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד און זענען דורכדעם געווארן צוגעקלעבט צו די תורה, זיי האבן אנגעהויבן שפירן די זיסקייט פון די תורה, און זענען געווארן גרויסע מתמידים און תלמידי חכמים. &nbsp; ווי עס זעט מיר אויס ווער רבינו הקדוש האט מסדר געווען די משניות, האט ער עס איינגעטיילט אין מסכתות, אין פרקים, און אין הלכות, די פרקים האבן נישט געהאט קיין ציפערן, נאר מען האט עס גערופן אויפן נאמען פון די ערשטע ווערטער פונעם פרק, ווי מען זעט כסדר אין די ראשונים ווען זיי ברענגען צו א משנה שרייבן זיי כדאיתא בפרק "שנים אוחזין", און דאס האלט נאך אן ביז היינט אין די גמרא זעט מען אויבן אויפן דף שטייט "יציאות השבת, פרק ראשון, שבת", וואס דאס איז נאך געבליבן פון די צייטן ווען מען פלעגט נישט רופן דעם פרק "פרק ראשון פון מסכת שבת" נאר "יציאת השבת". אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין מסכת שבת איז דא דריי פרקים וואס הייבן זיך אן מיט די ווערטער "רבי אליעזר אומר", פרק י"ג, וואס הייסט "האורג", פרק י"ט וואס הייסט "רבי אליעזר דמילה", און פרק כ' וואס הייסט "תולין". &nbsp; די נומערן פון די פרקים און די נומערן פון די משנות זענען געמאכט געווארן אסאך שפעטער דורך די דרוקערס, וואס האבן געוואלט אז עס זאל זיין מער מסודר און גרינגער צו אנצייכענען מראי מקומות, און ביי אונזער פרק ז' אין מסכת כלאים איז געווען צוויי אנדערע גרסאות ביי פארשידענע דרוקערס, טייל האבן עס גערעכענט ווי איין משנה, און טייל האבן עס צוטיילט אויף צוויי, מיט די צייט האט עס אנגעמאכט א צימישעניש, האבן די שפעטערע דרוקערס זעט אויס באשלאסן עס צוזאם צו שמעלצן, אבער האבן געמאכט א פשרה, און צוגעצייכעט "ד-ה", ווי צו זאגן אז עס זענען דא וואס רעכענען דאס פאר צוויי באזונדערע משניות. &nbsp; אין כל הגליות הללו מתכנשות אלא בזכות משניות

    < זעה מער ב אייר תשפ"ה 📝
  • מורפי'ס געזעץ

    שאלה: וואס מיינט דאס "מורפי'ס געזעץ" (Murphy's law), און פון וואו שטאמט דאס? ח. רייזמאן &nbsp; ענטפער: מורפי'ס געזעץ זאגט אין קורצן "אלעס וואס קען גיין שלעכט וועט גיין שלעכט". פון וואו קומט דער נארישער "געזעץ"? און פארוואס רופט מען עס "געזעץ"? צום ערשט איז אינטערעסאנט צו וויסן אז כאטש געווענליך באדייט "געזעץ" עפעס וואס די רעגירונג האט באפוילן, און עס קען האבן שטראפן אויב מען שטעלט זיך נישט צו דערצו, קען עס אויך גענוצט ווערן צו באצייכענען זאכן וואס זענען אין די יסודות פון די בריאה, זאכן וואס ליגן אין די טבע וואס אויסער א נס קען עס נישט טוישן. וואס דארף מען מער, ווי דער באקאנטער אויסדרוק "חוקי הטבע", וואס בוכשטעבליך באדייט דאס "די געזעצן פון די טבע". &nbsp; ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן, חזר'ן אמונה, גלייבן אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, ער זוכט נאר אונזער גוטס, און נאר ער האט די מעגליכקייט צו טוישן סיי וואס אויף דער וועלט, און יעדע זאך וואס פאסירט איז מיט א פונקטליכע חשבון פארוואס עס מוז זיין פונקט אזוי, לעבן מיט אנדערע געזעצן, מורפי'ס געזעץ איז אז אלעס וואס קען גיין שלעכט, וועט גיין שלעכט, אבער מיר זאגן פונקט פארקערט, דער אויבערשטער פירט זיין וועלט מיט גרויס רחמנות, און עס איז דא בלויז איין געזעץ אויף דער וועלט, אלעס וואס פאסירט, קומט נאר פון אויבערשטן, און אלעס וואס קומט פון אויבערשטן איז כולו גוטס. &nbsp; וואס איז געווען די מעשה מיט דעם מורפי, אז ער האט אויסגערופן אזא "געזעץ"? אין די אמעריקאנער עיר פארס האט געארבעט אן אינדזשעניר מיט'ן נאמען עדווארד מורפי, זומער תש"ט (1949 למספרם) האט ער געארבעט אויף א פראיעקט צו טעסטן וויפיל כח (G force) א מענטש קען אויסהאלטן ווען ער ווערט שנעל אפגעשטעלט, ערגעץ ווי במשך די טעסט האט איינע פון די ארבייטער אריינגעלייגט א שרויף אינעם מאשין פארקערטערהייט, און דאס האט גורם געווען אז דער גאנצער טעסט איז געגאנגען א גאנג. מורפי - א פשוטער גוי, וואס לעבט אן אמונה, איז געווען זייער פרוסטרירט, און זיך אנגערופן צארנדיג "אויב עס איז דא עפעס וואס קען גיין שלעכט, וועט עס אזוי זיין.", די וועלט - פונקט ווי דער מורפי - וואס לעבט נישט מיט'ן אויבערשטן, האט אנגעהויבן צו נוצן דעם אויסדרוק "מורפי זאגט, אז אויב איז דא עפעס וואס קען גיין שלעכט, וועט עס גיין שלעכט", און ווי עס זעט אויס, איז דער שלאג ווארט געווארן גאר שטארק פארשפרייט, און יעדעס מאל עפעס איז געגאנגען שלעכט ביי א גוי, האט ער נישט מער ווי געדארפסט זאגן, "אה, מורפי'ס געזעץ", ווי צו זאגן, אז אזוי "מוז" עס זיין, דאס איז פון די חוקי הטבע, אז אלעס איז שלעכט, און אלעס וועט זיין שלעכט&hellip; &nbsp; עס איז א גרויסע רחמנות אויף די מענטשן וואס לעבן אן דעם אויבערשטן, ווייל וויאזוי קענען זיי זיך אויפהייבן נאך א דורכפאל? אנשטאט זיי זאלן זיך קענען שטארקן אז מען קען מתפלל זיין צום אויבערשטן וואס פירט די וועלט, און איי עס איך האב עס פארלוירן, עפעס א ווערטפולע זאך האט זיך צובראכן, איך האב פארשפעטיגט א וויכטיגע אפוינטמענט? דאס איז זיכער אז אלעס איז לטובה, עס קען גאר זיין אז עס וועט נישט דורכגיין קיין סאך צייט, און דו וועסט געוואר ווערן אז טאקע פון דיין דורכפאל, איז ארויסגעקומען א גרויסע טובה, מען האט דיר געווארפן פון דיין דזשאב? אפשר א דאנק דעם וועסטו מצליח זיין אליינס. האסט געטראפן א נגע אויפן וואנט, אונטער דעם ליגט באגראבן אן אוצר. &nbsp; מורפי זאגט "עס איז ביטער, און עס גייט זיין שלעכט", אבער צדיקים זאגן, "טראכט גוט, וועט זיין גוט".

    < זעה מער ל ניסן תשפ"ה 📝
  • גפן דינגט ארויס טייערע בילבארד צו העלפן אידישע קינדער מיט שמירת עינים

    אין די לעצטע טעג זענען די היימישע אידן וואס פארן אריין צום היימישן שפרודלענדען געגענט "לינדען" אין ניו דזשערסי געכאפט געווארן אין סורפרייז, זעענדיג א שיינע גרויסע אדווערטייזמענט פון די היימישע גפן פירמע אויפן ריזיגן בילבארד נעבן דעם סאנאקא גאז סטאנציע, הר"ר יודל איינהארן שליט"א דער גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש אין לינדען זאגט אונז מיט א שמחה אז דאס איז א מעשה פון תפלה, ווייל אויף יענעם פלאץ - וואס איז דער אריינגאנג צום שטאט - איז ביז יעצט געווען א מיאוסער גוי'אישער אדווערטייזמענט, און יעדער וואס איז דארט דורכגעפארן האט אלץ געבעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל אוועקנעמען דאס בילד. &nbsp; דער אויבערשטער האט ציגעהערט די תפלות פון אידישע קינדער און מיט א צייט צוריק האבן עסקנים וועמען עס האט געשטערט אזא בילד אויף א פלאץ ווי הונדערטער אידן פארן דורך טעגליך צווישן זיי טויזנטער קינדערלעך תינוקות של בית רבן וועלכע פארן דארט דורך ביים אריינפארן אין שטאט צו לערנען און דאווענען, און אזא בילד ווארט זיי אפ טאג טאגליך. &nbsp; וווען די עסקנים האבן אנגעהויבן טון דערין האבן זיי געזען אז עס איז נישט אזוי פשוט, ווייל די פירמע וואס פארפיגט אויפן טאוול האבן געבעטן א גאר גרויסע און איבערגעטריבענע פרייז ווען מען האט זיי געבעטן אז מען וויל טוישן דעם אדווערטייזמענט, און האבן זיך בכלל נישט צוגעהערט צו די בקשות פון די עסקנים אז אפשר קען מען בלויז טוישן דעם בילד אויף עפעס אנדערש. &nbsp; דער אויבערשטער האט אבער נישט פארלאזט די אידישע קינדער, און עס איז איינגעפאלן פאר איינעם אז אפשר זאל מען זיך פארבינדן מיט א היימישע פירמע אז זיי זאלן עס ארויסדינגען און לייגן דערויף זייער אייגענע אדווערטייזמענט. ווען מען האט גערעדט מיט ר' מאטי לאנדא פון די "הארט ווארקס" מארקעטינג פירמע, האט ער זיך תיכף אריינגעלייגט דערין, און אנגעהויבן זוכן א געדאנק ווער עס וואלט געקענט זיין דער פאסיגסטער קאנדידאט דערפאר, און ב"ה אז ער האט אנגעטראפן ר' מרדכי הערצאג, דער אייגעטומען פון די כשר'ע "קענאווער" אימפעריע, וועלכע פארמאגט אונטער זיך א רייע פון היימישע כשר'ע פירמעס, צווישן זיי די באקאנטע "גפן" פירמע, וואס האט זיך תיכף צוגעכאפט צו געשעפט, הערנדיג וואס דא גייט פאר, און וויאזוי הונדערטע אידן האבן טעגליך שמירת עינים נסיונות פונעם בילבארד, האט ער תיכף אפגעדינגען דעם בילבארד פאר די קומענדיגע עטליכע חדשים, צאלענדיג דערויף גרויסע געלטער, אסאך מער ווי די מארקעט ווערד, נאר כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן, דורך אוועקנעמען דעם אומווירדיגן בילבארד פון די אויגן פון די הייליגע אידישע קינדער.

    < זעה מער כט ניסן תשפ"ה 📝
  • פופצן יאר פון לערנען אמונה און יראת שמים דורך די תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט גענוי פופצן יאר צוריק - גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט זיך געעפענט א נייע קאפיטל אין קהילת היכל הקודש. אין יענע טעג איז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע אינגעלייט תלמדים פון מוהרא"ש אריינגעשפרינגען אין א שווערן אינטערנעמונג, און בס"ד געעפענט די טויערן פון דעם נייעם חדר "היכל הקודש", אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער. עס לאזט זיך שווערן גלייבן, ווי שיין דער אויבערשטער האט געפירט, און פון דעם חלום האט זיך עס צואוואקסן צו די פילע מוסדות "היכל הקודש", בתי מדרשים, חדרים, מיידל שולעס, כוללים, ישיבות און מוסדות החסד, וואס גייען אן היינט אין פילע שטעט אין אמעריקע, קאנאדע, ענגלאד, און בפרט אין ארץ הקודש, ווי עס זענען דא מוסדות אין עטליכע שטעט. די מוסדות היכל הקודש פארקויפן נאר איין זאך, עס איז אראפ געשטעלט אלץ א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט א פאקוס אויף שפעטער. די קינדער זענען די צוקונפט פון כללי ישראל, און פון זיי וועט אויסוואקסן דער קומענדיגער דור פון רבנים, מורי הוראה, מחנכים און בעלי בתים, און דער ראש ישיבה נוצט די עצות פון הייליגן רבין, אויף די וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערענט וויאזוי מען קען אריינלייגן אין זיי תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, אז עס זאל זיך האלטן אויף לאנגע יארן, ווען דער מלמד אדער טיטשער וועט שוין נישט שטיין אויף זייער קאפ, זאלן זיי וויסן אז נישט קיין חילוק וואס עס גייט אריבער אויף זיי זאלן זיי געדענקען אז אלעס סיי גוטע זאכן, אדער חלילה שווערע זאכן קומט נאר פון אויבערשטן, און מען דארף זיך ווענדן נאר צו אים. &nbsp; אלע עלטערן זאגן פה אחת אז מען זעט אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובעיקר צוליב וואס די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטנעדיג מיטן אייבערשטן. אלץ האבן די קינדער צו פארציילן אותות ומופתים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט זיי, און דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבישטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן. פופצן יאר צוריק ווען מוהרא"ש איז איבערגעגאנגען אלע פרטים איבער די תלמוד תורה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, האט מוהרא"ש דערציילט פאר'ן ראש ישיבה אן אינטערעסאנטן סיפור וואס עס האט זיך אפגעשפילט ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג פופציג יאר פריער. ברסלב איז דאן געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, און מען האט זיך שטארק געמוטשעט מיט מנין אינעם ברסלבער ביהמ"ד. איינמאל האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז דאן געווען א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלטס אריבערגעפארן באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג". דער גבאי האט דאס אנגעקוקט ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פארן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז די חלום איז מקוים געווארן"!. כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ!

    < זעה מער כג ניסן תשפ"ה 📝
  • טראמפ שפילט אויס כינע מיט'ן צייטווייליג אראפ נעמען טאריפס פון יעדעם - אויסער זיי

    askgershon@gmail.com אין א באמבאסטישע מעסעדזש האט טראמפ - ווי זיין שטייגער - אויסגערופן פאריגע וואך מיטוואך אז היינט איז "ליבערעישאן דעי" - וואס מיינט באפרייאונגס טאג - אין אמעריקע. אמעריקע גייט זיך יעצט באפרייען פון די יאך פון די וועלט וואס טרעט אויף זיי. &nbsp; וואס באדערט אזוי פאר טראמפ? ער טענה'ט אז אמעריקע ווערט אויסגענוצט דורך די וועלט, אמעריקע איז ביים שפיץ פון די לענדער וואס האבן א האנדעלס דעפיציט מיט אנדערע לענדער. בסך הכל קויפט אמעריקע איין מיט איבער א טריליאן דאלער מער ווי מען קויפט פון זיי. פון די אנדערע זייט שטייט כינע אויפן שפיץ אויבן אָן פון די ליסטע פון לענדער וואס האבן א האנדעלס סורפלוס מיט די וועלט, זייער סורפלוס שטייט ביי בערך איין טריליאן דאלער. &nbsp; כינע - זאגט מען - איז פאראנטווארטליך פאר א פערטל פון אמעריקע'ס האנדלס דעפיציט, לויט טראמפ איז עס נישט בלויז ווייל זי האט וואס צו פארקויפן, און אמעריקע נישט, נאר זיי טרעטן במזיד אויף אמעריקע בריש גלי, זיי לייגן גרויסע טאריפס קעגן אמעריקע, בשעת אמעריקע האט נישט, אזוי אויך מאניפולירן זיי זייער "יואַן" וואלוטע עס צו האלטן ביליגער פונעם דאלער, כדי צו צוציען קאנסומערס פון די וועלט איינצוקויפן ביי זיי. &nbsp; די מארקעטס איבער די וועלט האבן רעאגירט צו די טאריף נייעס פאריגע וואך מיט גרויס זארג, זיי מיינען נעבעך אז טראמפ קען ברענגען אדער אוועקנעמען געלט, אינוועסטארס האבן זיך געזארגט אז די טאריף מלחמה וועט אנברענגען א רעסעסיע אויף אמעריקע. &nbsp; במשך די עטליכע טעג האט מען געזען די רעאקציע פון פארשידענע לענדער, טייל האבן אויסגעדרוקט שטוינונג, טייל האבן זיך נעבעך גע'חנפ'עט צום מלך בשר ודם און געזאגט אז זיי נעמען אראפ אלע טאריפס פון אמעריקע, זאגענדיג אז זיי האפן אז מיט דעם וועט אמעריקע אראפנעמען די טאריפס פון זיי, אבער כינע איז געווען הארטנעקיג, זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן ארויפלייגן פרישע טאריפס קעגן אמעריקע, אויף וואס אמעריקע האט געזאגט אז זיי וועלן לייגן נאך פרישע טאריפס, וחוזר חלילה. &nbsp; היינט איז געקומען די נייעס פון טראמפ אז אזוי ווי רוב לענדער האבן זיך פארבינדן און געבעטן פארהאדלונגען, אבער כינע האט מיט חוצפה זיך גערייצט, לייגט מען אלע טאריפס אויף האלד פאר דריי חדשים, כדי צו געבן צייט פאר פארהאנדלונגען, אבער כינע'ס טאריפס בלייבן אין פלאץ. &nbsp; מיר דא האבן אויך א ליבערעישאן דעי, דער פרעזידענט פון דער וועלט - דער מלך מלכי המלכים האט דערקלערט היינט - נישט קיין חילוק וועלכע טאג איר ליינט דעם ארטיקל - אז מיר קענען ארויסגיין לחירות, מיר דארפן מער נישט זיין אונטערדרוקט אונטער די וועלט, אונטער די "הַעֲלָמָה" דער סמ"ך מ"ם וואס פרובירט מיט אלע כחות צו פארשטעלט דעם אויבערשטן פון אונז, אויב מיר וועלן רעדן צום אויבערשטן - מיר וועלן נוצן דעם "פה סח", וועלן מיר געדענקען ווער עס קען אונז העלפן, און ווער וויל אונז העלפן, און אזוי ארויסגיין פון "מצר ים". &nbsp; כימי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות

    < זעה מער יא ניסן תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 106 to 120 of 1670 results

1 2 ... 5 6 7 8 9 10 11 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com