Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מער קינדער געבוירן אין עיר התורה לעיקוואד, ווי אין סיי וועלכע שטאט אין ניו דזשערסי

    אין א נארוואס ערשינענע באריכט פון די רעגירונג, זעט מען אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע, עס זענען געבוירן געווארן אינעם עיר התורה לעיקוואוד מער קינדער ווי סיי וועלכע אנדערע שטאט אינעם גאנצן סטעיט פון ניו דזשערסי.   דער באריכט זאגט אז לעיקוואוד (אן די ארומיגע אידישע געגענטער) האט געהאט 5,420 געבורטן אינעם יאר 24 למספרם. צו לייגן אין פרעספעקטיוו: די צוויי גרעסטע שטעט אינעם סטעיט, נואַרק און דזשערסי סיטי האבן געהאט בערך 3,800 געבורטן אינעם זעלבן יאר, טראצדעם וואס זיי זענען סאך גרעסערע שטעט.   דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דאס פאסירט, דאס גייט שוין אן עטליכע יאר אזוי, וואס דער אידישער תורה'דיגער שטאט, שטארט ארויס מיט אירע פילע קינדערלעך וואס ווערט דארט געבוירן יערליך קע"ה.   אין א וועלט וואס שטופט צו הפקירות און ליבעראליזם, שטייען די תורה טרייע אידן פעלזן פעסט מיט זייער אמונה אינעם אויבערשטן, און בלייבן פאלגן די צדיקים וואס דערמאנען אונז כסדר אז נאר פאלגן די תורה ברענגט סיפוק, נאר ווען מען לעבט מיט תכלית קען מען זיין פרייליך   אין א שמועס אויפן "קרעמל" אפטיילונג אויף "קול ברסלב" האט מען פאריגע וואך געהערט א שמועס מיט הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א דער געטרייער יושב ראש פונעם מכון "עצתו אמונה", צווישן אנדערע האט ער דערציילט ווי זיי האבן לאנגע יארן געווארט אויף קינדער, און ווי זיי האבן זיך געשטארקט מיט אמונת חכמים, און ווען דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן אז נאך די שווערע זיבן יאר האבן זיי באקומען א מתנה פונעם אויבערשטן א לעבעדיגע געזונטע קינד, האט זיי דער ראש ישיבה געזאגט, "יעצט דארפן ענק דאנקען דעם אויבערשטן טויזנטע מאל יעדן טאג", ר' יואל האט געזאגט אז דאס איז אזא אמת, ווייל ווען מען דארף א ישועה, קען מען בעטן דעם אויבערשטן טויזנט מאל א טאג און אפילו מער, אבער אז דו האסט קינדער, טראכט, האסטו געזאגט א ישר כח אויבערשער היינט?   קינדער זענען א ברכה - חזר'ט דער ראש ישיבה מיט אונז יעדן טאג - עס איז אמת אז מיט די קינדער קומען טשאלאנדזשעס, שלאפלאזע נעכט, מען דארף האבן אסאך געדולד. אבער ווען דו ווייסט ווען די צער פון נישט האבן קינדער, וויפיל געדולד, שלאפלאזע נעכט, און נסיונות דאס איז וואלסטו געדאנקט דעם אויבערשטן יעדע מינוט פאר די קינדער.   די חרדישע שטעט, נישט קיין חילוק צי עס איז אין ברוקלין, אפסטעיט ניו דשערסי אדער אויסלאנד זענען עדות פאר די זיסע געשמאקע לעבן וואס מען האט ווען מיין גייט אין די וועגן פון אויבערשטן, און מען לעבט מיט זיין הייליגע תורה.   נאך א בעיבי, נאך א בעיבי, נאך א אינגל, נאך א מיידעלע!

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ה 📝
  • מען גרייט שוין צו די לוח ברסלב פון דעם קומענדיגן יאר תשפ"ו

    אין די יעצטיגע טעג, ארבעט מען אין די אפיסעס פונעם קרן הדפסה צו צוגרייטן, און מסדר זיין דעם פאפולערן לוח ברסלב וואס ערשיינט יערליך, פאר'ן נייעם יאר וואס קומט צו גיין. עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זיי, בפרט פאר מו"ה אברמי פיש הי"ו וואס לייגט אריין אסאך צייט מח און כח, צו מסדר זיין א הערליכע און פונקטליכע לוח, בעסער און שענער ווי ביז יעצט. &nbsp; טעגליכע לימודים: דער לוח וועט האבן די שיעורים פון די קהלה אין בבלי, ירושלמי, תוסתפא, נ"ך, און רמב"ם. אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה, האט מען געטוישט די נ"ך שיעור, עס זאל האבן נאר איין פרק א טאג, כדי עס זאל לויפן אינאיינעם מיט די סדר פון הרה"צ ר' יצחק שליט"א. &nbsp; טעגליכע זמנים: מען האט זיך איינגעהאנדעלט א נייע קאסטבארע פראגראם, וואס וועט בעז"ה צושטעלן די פונקטליכע טעגליכע זמנים יעדן טאג. אויפן פלאץ וועט עס האבן טעגליך די זמנים פאר ברוקלין פון עלות, נץ, קרית שמע מג"א און גר"א, זמן תפלה מג"א און גר"א, שקיעה, און צאת הכוכבים ר"ת. אזוי אויך די זמני הדלקת הנרות, און מוצאי שב"ק יעדע וואך. &nbsp; אויפן פארלאנג פונעם עולם וועט מען צולייגן אין די בעק טבלאות פון זמנים פון נאך עטליכע שטעט ווי אנ"ש וואוינען - כדי עס זאל זיין א דבר השלום. &nbsp; אונטער יעדע וואך, וועט עס האבן א שיינע שטיקל פון ספר המדות, וואס מען קען עס מיטנעמען, און אין די זייט וועט עס האבן שיינע מאמרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן ספעציעל פאר די לוח. &nbsp; אין פילע טעג וועט עס האבן די יארצייט און פארשידענע אנדערע מאורעות וואס איז נוגע פאר אנשי שלומינו. &nbsp; אויך דער סייז האט מען געטוישט. די לוח איז ביז יעצט געווען 4.25 ביי 6 אינטשעס, אבער דער עולם האט געבעטן אביסל גרעסער, מען זאל עס בעסער קענען ליינען, דערפאר וועט מען עס מאכן דאס יאר פינף ביי זיבן אינטשעס. א שיינע געשמאקע פראקטישע סייז. &nbsp; די מפיצים זאגן אז אין די זומער טעג גייט די לוח זייער גוט, גאר אסאך מענטשן כאפן זיך צו דערצו, דערפאר וועט מען עס בעז"ה ענדיגן נאך פריער פון פאריאר ווען עס געווען גרייט ערשט נאך תשעה באב. &nbsp; דער לוח וועט זיין צו באקומען אין צוויי ווערסיעס אידיש און לשון הקודש, און מען קען נאך אריינכאפן צו קויפן א זכות מהדורה פאר בלויז $1,800. רופט שוין דעם גבאי ר' לייב צו קויפן א זכות. &nbsp; דער לוח וועט זיך געפונען אין טאש פון צענדליגע טויזנטער מענטשן, און וועט זיכער זיין א זכות צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן פראיעקט.

    < זעה מער ו תמוז תשפ"ה 📝
  • שמש געווארן אויפגענומען צום צענטראלער בית המדרש אין שטעטל "היכל דוד"

    צוליב די גרויסע וואוקס פונעם ציבור קע"ה, און בפרט אז דער נייער בית המדרש מיט מער פלאץ צו דאווענען איז געווארן געעפענט, האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן דעם גבאי מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו אז עס איז צייט אז מען זאל אויפנעמען א פול טיים שמש, וואס זאל געפונען טאג טעגליך אין בית המדרש, און מסדר זיין און אנפירן אלעס וואס פעלט אויס. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעשלאגן דעם געשמאקן און באליבטן אינגערמאן מו"ה ישראל פוקס הי"ו, ר' ישראל זאגט אז נאך אסאך התבודדות און חיזוק פונעם ראש ישיבה, האט ער באשלאסן אז ער נעמט אן דעם דזשאב. &nbsp; ר' ישראל הי"ו האט שוין עקספירענס אינעם שמש אמט, ווען ער האט פאריאר געדינט מיט הצלחה אלץ דער שמש אינעם "כלל ישראל שול" בראשות דעם ניקלשבורגער רבי שליט"א אין וואודבורן, ווי ער האט זייער גוט אויסגענומען ביים ציבור. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן, אז אין די פאר טעג זינט מען האט אויפגענומען ר' ישראל, לויפן די מנינים זייער שיין, און יעדע האלבע שעה פונקטליך שטעלט זיך א פרישע מנין שחרית - צו די צופרידנהייט פון די מתפללים. דער שמש נעמט אויף יעדן מתפלל מיט זיין געשמאקע שמייכל און א גוט ווארט, און ווי ער געבט איבער, איז ער זייער דאנקבאר פאר'ן ציבור וואס שטעלט זיך אזוי שיין צו, און אזוי קענען זיך די מנינים האלטן צו די באשטימטע צייט, און איז א גרויסע זכות, ווייל אזוי וועלן אסאך מער אידן דאווענען מיט מנין, וויסנדיג פונקטליך ווען דער קומענדיגער מנין שטעלט זיך בעז"ה. &nbsp; אין די זעלבע צייט העלפט ער שטארק ארויס צו אוועקשטעלן און פארענדיגן די פילע זאכן אינעם בית המדרש וואס מען דארף נאך מסדר זיין, וויבאלד מען איז נאך אריין אינעם בית המדרש ווען עס איז נאך געווען טיילווייז רוי. &nbsp; אלע מתפללים זענען זייער דאנקבאר פאר ר' ישראל וואס האט אוועקגעשטעלט א גאר גרויסע שיינע שמש שטיבל, ווי פילע נויטגע טעגליכע געברויכן וועלן פארקויפט ווערן. וויבאלד די נענטסטע גראסער איז א היבשע מהלך צו פארן, איז עס א געוואלדיגע הילף ווען מען ווייסט אז מען קען באקומען אויפן פלאץ פילע וויכטיגע זאכן ווי ברויט, מילך, קינדער געברויכן, פעיפער גודס, זייף, סענדוויטשעס פאר פרישטאג און אזוי ווייטער. &nbsp; אויך וועט ער בעז"ה צושטעלן יעדן ערב שבת א פולע שבת מעניו, ווי טשאלענט, פיש, קוגל, חלות, מזונות, דיפס, גרעיפ דזושס, וויינען, נאש, קענדיס און דאס גלייכן. &nbsp; עקסטער וועט דער שבת שטיבל האבן א גרויסע "הפצה ווינקל" ווי עס וועט זיין שיין אויסגעשטעלט א שיינע אויסוואל פון ספרים, קונטרסים, יו עס ביס, גליונות, ביכלעך, שפילערייען פון היכל הקודש - א זאך וואס וועט מחי' זיין יעדן וואס קומט נאר אריין. &nbsp; ווי מען הערט איז דער ציבור זייער צופרידן מיט'ן אויסוואל, און קוקט ארויס ווייטער ער זאל האבן הצלחה אין אלעס וואס ער טוט.

    < זעה מער ה תמוז תשפ"ה 📝
  • שטיינער אויפן נייעם ראוד

    שאלה: געלויבט דער אויבערשטער מען האט איבערגעמאכט די ראוד אויף האשקי, מען האט געזען א הערליכע פרישע גלאנציגע שווארצע ראוד, עס איז געווען סמוד און געשמאק צו פארן דערויף. &nbsp; אבער תיכף נאכדעם וואס זיי האבן געענדיגט, האב איך געזען ווי די ארבעטער קומען אן און גיסן ארויף א שווארצע קלעבעדיגע אויל, און איבער דעם האבן זיי אויסגעגאסן א טראק מיט קליינע שטיינדעלעך. &nbsp; עס איז מיר ממש א וואונדער, פארוואס האט מען גענומען דעם נארוואס געענדיגטן שיינעם גלאנציגן ראוד, און עס פארוואנדלעט אין א שמוציגע אפגענוצטע באמפי ראוד. פארוואס האבן זיי דאס געדארפט טון? &nbsp; נחמן נתן בוים ענטפער: דאס וואס דו לייגסט דא אראפ, איז א פראצעדור וואס מען רופט "טשיפ סינלינג", וואס איז א ספעציעלע מעטאד וואס די הייוועי דיפארטמענט נוצט צו באשיצן דעם נייעם ראוד, אז עס זאל זיך האלטן לענגער. &nbsp; ווען מען מאכט א נייע ראוד, איז עס טאקע "הערליך פריש און גלאנציג", אבער ווען עס גייט אריבער אביסל צייט, נאך עטליכע זומערס און ווינטערס, נאכדעם וואס הונדערטער קארס, טראקס און באסעס זענען געפארן דערויף, וועט דער נייער ראוד זיך אנפאנגען שפאלטן, און צופאלן - אזוי ווי עס האט אויסגעזען ממש ביז יעצט. &nbsp; כדי צו באשיצן דעם ראוד, וועט מען עס איבערדעקן מיט א באשיצענדע שיכט, וואס וועט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף האלטן דעם ראונד גאנץ פאר אסאך יארן. &nbsp; וואס זיי טוען איז ווי פאלגענד: מען גיסט ארויף הייסע פליסיגע אספאלט איבערן ראוד, דאס מאכט אז וואסער זאל נישט דורכגיין דעם ראוד, וואס איז דער עיקר גורם אז ראודס צוברעכן זיך אין פלעצער ווי עס איז דא קאלטע ווינטערס. דערנאך גיסט מען ארויף דערויף זייער קליינע שטיינער (טשיפס), דערנאך וועלן די קארס אראפדרוקן די שטיינער און זיי גוט אריינעסן אינעם אספאלט, וואס וועט העלפן אז די אספאלט זאל זיך האלטן, און וועט אויך העלפן אז די ראוד זאל זיין ווייניגער גליטשיג אין רעגנס און שנייען. &nbsp; ממש די זעלבע זאך געשעט אין אונזער לעבן. אסאך מאל שפירט א מענטש אמאל האב איך געהאט אזא שיינע גלאנציגע לעבן, וואס האט פאסירט מיט מיר? פארוואס האט מיר דער אויבערשטער אנגעגאסן מיט אזויפיל קלעבאכט, אזויפיל שטיינער, איך שפיר זיך אזוי אפגענוצט און אלט? &nbsp; אבער דער אמת איז אז דאס איז פאר דיין טובה, א ראוד וואס איז צו גלאט, קען מען זיך גרינג אראפגליטשן דערפון, די אלע טשעלענדזעס און שטיינער זענען נאר דא אז דו זאלסט האלטן שטארק, און נישט חלילה פארגעסן פונעם אויבערשטן. יעדע נסיון אזי בלויז דיר צו דערמאנען פארוואס דו געפינסט זיך דא, און דיך העלפן צו ווערן שטערקער און בעסער. &nbsp; צו פרעגן א שאלה שיקט צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ד תמוז תשפ"ה 📝
  • געשמאקע התחלה צום זומער אין שטעטל מיט פילע נייע חידושים

    א פרישע זומער סעזאן האט זיך אנגעהויבן אין די קעטסקילס, עס זעט זיך שוין אן די פילע געסט וואס קומען פון שטאט וויילן אינעם שאטן פונעם נאטור וואס דער אייבערשטער האט אונז באשאפן אזוי הערליך שיין, כדי הנאה צו האבן דערפון און שפאצירן צווישן די גראז רעדן צום אייבערשטן מיט א געשמאק. אין שטעטל הערשט א גרויס שמחה מיט דעם וואס דער ראש ישיבה מיט די הישיבה, צוזאמען מיט פילע שטאטישע משפחות זענען ארויס קומען ארויס אויפן זומער. די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען זיך מחי' יעדן טאג מיטן געשמאקן שיעור גמרא וואס דער ראש ישיבה שליט"א יעדן טאג אינדערפרי 8:00 אזייגער אינעם וואלד (וואס מען רופט "גן עדן התחתון" - וויבאלד דאס איז טאקע ממש א גן עדן צו זיצן אינטערן בוים און לערנען א בלאט גמרא), און דערנאך הערן פונעם ראש ישיבה די חיזוק און עצות וואס מען נעמט ארויס פונעם בלאט גמרא לויט די לימודים פונעם הייליגן רבי'ן. אזוי אויך האט זיך אנגעהויבן די זומער סדר ביי די אינגלעך און ביי די מיידלעך, שוין א לאנגע צייט וואס מען גרייט זיך שוין צו זומער, אנצוגרייטן פאר די קינדער זיי זאלן קענען די זומער חדשים ווי עס דארף צו זיין. דאס יאר איז צוגעקומען א פרישע חידוש ווען מ'האט אויפגענומען א ראש מדריכים אנצופירן די קעמפ מיט די חשובע ברסלב'ע אינגלעך, וועלכע האט מיט די הילף פון די מחנכים צוגעגרייט אסאך פרישע געדאנקען וויאזוי מ'וועט נעמען די לימודים פונעם רבי'ן און עס אריינלייגן אין די קינדער בשעת'ן עסן, בשעת'ן שפילן און אזוי ווייטער. &nbsp; אזוי אויך ווירבעלט די שול מיט פילע מנינים, יעדע האלבע שעה במשך די צופרי שעות שטעלט זיך א פרישע מנין, דאס גייט אזוי ביז חצות. דא איז טאקע די פלאץ צו מקבל פנים זיין דעם נייעם שמש וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגענומען מו"ה ישראל פוקס הי"ו, וואס ער פירט אן מיט די מנינים, א דאנק אים איז דא יעדע האלב שעה א פרישע מנין, וואס דאס איז א געוואלדיגע אויפטו, אז יעדער אינגערמאן זאל קענען דאווענען מיט מנין, און מיט דעם פאלגן די צדיקים וואס זאגן אונז אז דאס איז פון די יסודות פון אידישקייט. &nbsp; אזוי אויך איז צוגעשטעלט א גרויסע נייע מקוה, וואס דאס ברענגט טהרה אויפן מענטש. &nbsp; אין די טעג ארבעט מען אהערצושטעלן די שמש שטיבל, וואס וועט פארקויפן אלע קלייניגקייטן וואס פעלט זיך אויס. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן די זומער זאל זיין די ריכטיגע הכנה צום נייעם יאר וואס קומט שוין אט אט.

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ה 📝
  • וויפיל פארדינט די וועלט במשך א יאר

    שאלה: לכבוד ר' "גרשון" שליט"א &nbsp; איך וואונדער מיך אויב איר ווייסט צו זאגן א נאמבער וויפיל געלט פארדינען אלע מענטשן פון דער וועלט צוזאמען גערעכנט אין א יאר, נאכמער וואנדער איך זיך וויאזוי דו וועסט דאס מקשר זיין מיט עבודת השם... &nbsp; יישר כח, איך האב זייער הנאה צו ליינען יעדע וואך אייערע נייעס און "אלעס'ן" אריינגעפלאכטן מיט מוסר השכל און אייבישטער. &nbsp; יואליש קרויס &nbsp; &nbsp; ענטפער: די "וועלט באנק" און די "אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד" שאצן אז די "גראס וועלט פראדוקט" GWP (פער לאנד רופט מען עס גראס דאמעסטיק פראדוקט - GDP), וואס די ווערד פון אלעס וואס ווערט פראדוצירט און פארדינט דורך אלע מענטשן און ביזנעסער פון די גאנצע וועלט אינאיינעם איז געווען בערך $110,000,000,000,000.00 (הונדערט און צען טריליאן דאלער) פאר די גאנצע יאר 24' למספרם. דער ציפער רעכענט אריין וועידזשעס, פארדינסטן, רענט, און סערוויסעס וואס זענען געווארן צוגעשטעלט ארום די גאנצע וועלט. &nbsp; וויבאלד עס איז עכט כמעט אוממעגליך צו באגרייפן פאר א מענטשליכער מח דער ריזיגער ציפער, לאמיר עס צוטיילן צווישן די בערך אכט ביליאן מענטשן אויף דער וועלט, אויב מען וועט נעמען דעם סכום און צוטיילן אייניג פאר יעדע מענטש אינעם גלאוב, וועט עס אויסקומען אביסל ווייניגער פון פערצן טויזנטע דאלער פער מענטש פער יאר. &nbsp; יעצט ווילסטו וויסן וויאזוי מען קען עס מקשר זיין צו עבודה ה', עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן "אדער נעמט מען אוועק דאס געלט פונעם מענטש, אדער דעם מענטש פונעם געלט", דא ליגט א מורא'דיגע לימוד, וואס איז מורא'דיג פשוט אבער גייט זייער טיף, קיינער בלייבט נישט אייביג צוזאמען מיט זיין געלט. - אויסער אויב ער איז מעלה זיין געלט, און מאכט דערפון עפעס א גוטע אינוועסטמענט, אינוועסטמענטס אויפ'ן סטאק מארקעט אדער ביטקוין וועט נישט העלפן, ווייל אויך ביי דעם גייט אן דעם כלל, אדער בלייבט דער מענטש אנעם געלט, אדער די געלט אנעם מענטש. עס זענען דא אסאך גוטע אינוועסטמענטס אוועליבל. יעדע וואך ווערט אדווערטייזט דא אין בלעלט גאר שטארקע אינוועסטמענטס, פון פראיעקטן וואס אויב מען לייגט דארט דאס געלט בלייבט דאס געלט מיט'ן מענטש אויף אייביג, מען קען בויען מוסדות, געבן פאר צדקה וחסד, שטיצן ארימעלייט, דרוקן ספרים וואס דערמאנט אידן פונעם אויבערשטן. &nbsp; ווען מען זעען די הונדערט און צען טריליאן דאלער וואס די וועלט פארדינט יעדעס יאר, וויפיל פון דעם בלייבט, און וויפיל גייט לטמיון פאר נארשקייטן? &nbsp; דער הייליגער רבי נתן האט געטייטשט "צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת", וועלכע צדקה בלייבט פאר אייביג, אויב מען געט עס פאר'ן דרוקן ספרים פונעם צדיק האמת. &nbsp; אין מלווין לו לאדם לא כסף ולא זהב, אלא מצוות ומעשים טובים צו פרעגן א שאלה שיקט צו askgershon@gmail.com &nbsp;

    < זעה מער כט סיון תשפ"ה 📝
  • ותחיין את הילידם חלק ב' גייט שוין כמעט צום דרוק

    ווי שוין באריכטעט א צייט צוריק האט זיך די קרן הדפסה אונטערגענומען דעם געוואלדיגן פראיעקט פון דרוקן די שיעורים פון ראש ישיבה אויף חינוך אין א ספר. &nbsp; די שיעורים זענען גאר שטארק אויפגעכאפט אויף דער וועלט, טויזנטער אידן, צווישן זיי טאטעס, מאמעס, מלמדים, מנהלים, מגידי שיעור און ראשי ישיבה, אלע וואס האבן נאר געהערט די שיעורים זאגן עדות אז עס האט געטוישט זייער בליק אויף חינוך, עס האט זיי געגעבן א פרישע חיות און געשמאק און חינוך, און זיי אויסגעקלארט וואס איז די אויפגאבע וואס דער אויבערשטער האט אויף זיי ארויפגעלייגט, און זיי שפירן א זכי' צו קענען אויספירן דעם אויבערשטנ'ס שליחות, און איבערגעבן די ריינע אמונה, אויפבויען די קינדער פיזיש און גייסטיש, און אנגרייטן דעם קומענדיגן דור פון געטרייע סאלדאטן אינעם אויבערשטענ'ס ארמיי. &nbsp; דער צווייטער באנד וועט הייסן "מהדרות זוסמאן", אויפן נאמען פונעם נדבן מו"ה אשר לעמל זוסמאן ני"ו וואס האט געהאט די זכי' אפצוקויפן דער זכות. מען קען נאך קויפן זכותים פון פרקים. דער ספר פארמאגט 15 פרקים און צען זענען שוין אויסגעכאפט, איר קענט נאך זוכה זיין צו קויפן איינע פון די 5 איבערגעלבענע פרקים פאר בלויז טויזענט דאלער. &nbsp; יעדער פון אנשי שלומינו - וועט אבער זיכער מאכן נישט ארויסצופאלן פון קויפן לכל הפחות א זכות אינעם ספר. פאר בלויז $500 קענט איר באקומען א זכות אינעם ספר, וואס דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט וואס איר קענט נאר מאכן, אן אינוועסטמענט וואס וועט וואקסן נאנסטאפ, און דער זכות וועט אייך זיכער אנטקעגן קומען בזה ובבא. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו צו קויפן א זכות אויף 347-578-4449.

    < זעה מער כח סיון תשפ"ה 📝
  • שלום אין מיטל מזרח

    נאך כמעט צוויי וואכן פון מלחמה, האט פרעזידענט טראמפ אויסגערופן אז פייער שטילשטאנד אפמאך איז דערגרייכט געווארן צווישן די קריגערישע צדדים, און עס איז ברוך השם צוריק געשטעלט געווארן רואיגקייט אינעם געגענט, די געשעפטן עפענען זיך צוריק אויף, פליגערס הייבן זיך שוין פונעם לופטפעלד, און שמחות און גרעסערע פארזאמלונגען קענען שוין ווידער פארקומען ברוב עם. &nbsp; דוראויס דעם קריג זענען געפלויגן טויזנטער מיסלס און באמבעס צווישן די לענדער אינעם מיטל מזרח, די לופט פארטיידיגונס האבן געארבעט אווער טיים און אראפ געשאסן א גרויס חלק דערפון ב"ה, אמעריקע האט זיך אריינגעמישט און געשיקט זייערע פליגערס און באמבעס וואס נאר זיי פארמאגן צו צושטערן איראנ'ס נוקלעארע חלומות. &nbsp; דורכאויס די כאאטישע צוועלף טעג האט איראן געליטן גאר גרויסע שאדנס צו אירע מיליטערישע עקוויפמענט, זייערע פליגער און פארטיידיגונגס מיטלען אויף וואס זיי ארבעטן שוין פערציג יאר, ליגט יעצט פארברענט אין אש, און לויט באריכטן האבן זיי שוין זייער ווייניג פון זייערע באמבעס איבערגעבליבן. &nbsp; יעצט האט זיך שוין די מלחמה געענדיגט ב"ה, און די מצב איז צוריק רואיג, אבער מיט וואס זענען מיר געבליבן? &nbsp; פילע געביידעס פארניכטעט, הונדערטע מענטשן - צווישן זיי עטליכע אידן זענען מער נישט ביים לעבן, פילע מענטשן האבן דערלייגט זייערע הייזער האב און גוטס. איראן ווערט געשאצט צו האבן שאדנס פון הונדערעטער ביליאנען דאלער, מדינת ישראל האט געצאלט עטליכע ביליאן דאלער אינעם געשעפט, און אמעריקע האט אויך ארייגעטשיפט אזוי נישט מיר נישט דיר, אן ערך פון א פערטל ביליאן דאלער. &nbsp; אויסער פארניכטונג און טויט האט די מלחמה גארנישט געברענגט, ווייל אין א מלחמה, אין א מחלוקת פארלירט יעדער. &nbsp; די קונץ איז נישט ארויסצוקומען א זיגער, די קונץ איז וויאזוי צו זיין קלוג, און נישט ווערן אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת, ווייל די פייער פון מחלוקת פארברענט אלעס. &nbsp; דו מעגסט זיין גערעכט, דו מעגסט זיין זיגער, אבער בעסער צו זיין קלוג. וואס איז ענדערש, געבן יענעם גערעכט און לעבן א חיים טובים, אדער אומקומען על מזבח הצדק, און מען זאל קענען שרייבן אויפן מצבה "פה נטמן איש צדק"... &nbsp; לאמיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן קוקן מיט רחמנות איינע אויפן צווייטן, און נישט קוקן מיט קנאה און שנאה, אפילו יענער בא'עוול'ט מיר אמת'דיג, און עס קומט אים, און איך קען אים געבן מנה אחת אפים, לאמיר געדענקען "מענה רך ישיב חמה", אויב דו וועסט קוקן אויף יענעם מיט א רחמנות'דיגע בליק, וועסטו פארשטיין אז יענער שרייעט בכלל נישט אויף דיר, יענער איז נעבעך צובראכן פון זיינע צרות, און דו שטייסט פונקט נעבן אים. &nbsp; דרכיה דרכי נועם וכל נתיבתיה שלום

    < זעה מער כז סיון תשפ"ה 📝
  • מיידלעך פון אכטע קלאס פראווען שיינע גראדועישאן אין שטעטל

    זונטאג פרשת קרח נאכמיטאג איז פארגעקומען אין שטעטל די גראדועישאן פון די מיידלעך פון די אכטע קלאס וואס גייען אריין אין היי סקול, די גראדועשאן איז געווען קאמבינירט פון די תלמידות פון ביידע בית פיגא סקולס, סיי פון וויליאמסבורג און סיי פון שטעטל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זייער געוואלט מען זאל דאס מאכן אין די אוידיטאריום פונעם ליבערטי היי סקול, זאגענדיג אז דאס האט דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע האט אזוי געטון אנפאנג ווען מען האט אנגעהויבן מאכן גראדועישאנס ביי זיין מוסד. &nbsp; פאריאר האט מען שוין געבעטן פון זיי דעם פלאץ, אבער זיי האבן זיך אלץ ארויסגעדרייט מיט אלע מיני תירוצים, אבער ב"ה דאס יאר איז עס צושטאנד געקומען; און עס קומט זיך טאקע א גרויסן דאנק פארן געטרייען הנהלה מעמבער מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו וואס האט געארבעט דערויף זייער שווער, און נאכן בעטן דעם אייבערשטן האבן זיי דאס געגעבן. &nbsp; צום באשטימטן זמן זענען זיך דארט צוזאם געקומען פילע מאמעס און באבעס, וואס זענען געקומען הנאה האבן פונעם הערליכן פראגראם, אזוי אויך פילע משפחות פון שטעטל זענען געקומען מיטהאלטן דעם ערשטמאליגן מעמד פון א היי סקול גרעדועשאן אויף אזא הערליכע פארנעם. &nbsp; עס האט אויפגעטרעטן די געטרייע פרינציפל מרת לעסער תחי', וואס האט ארויסגעברענגט פאר אלע פארזאמעלטע די מטרה פונעם סקול, פארוואס האבן צדיקים איינגעפירט אין אמעריקע אז מיידלעך זאלן קומען אין שולע און לערנען, און וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, מען גרייט זיי צו צום לעבן מיט די ריכטיגע טולס, זיי זאלן וויסן וואס איז חשוב, און וואס איז נאריש, און זיי זאלן זיין קלוג און נישט זוכן צו זיין גערעכט... &nbsp; די מיידלעך האבן געזונגען א שיינע אידיש ליד אין גראמען וואס האט ארויסגעברענגט וואס מען לערנט מיט זיי אין סקול, און די אמונה וואס די טיטשערס און סטעף לייגן אריין אין זיי. &nbsp; ווי מען געבט איבער איז דארט נישט געווען דארט קיין עיר קאנדישאן, (זעט אויס אז די פאבליק סקול דארפן עס נישט אזוי וויכטיג האבן) אבער טראצדעם זענען אלע פארזאמלטע געזיצן דארט פון אנהייב ביזן סוף, נישט וועלענדיג פארפאסן קיין איין רגע פונעם הערליכן מעמד.

    < זעה מער כו סיון תשפ"ה 📝
  • כיתה א' קינדער אין שטעטל פראווען שיינע חומש סעודה

    זונטאג פרשת קרח איז פארגעקומען א גאר הערליכע מעמד חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש אינעם ברסלב'ן שטעטל, ווען די זיסע קינדערלעך פון כתה א' האבן זוכה געווען צו פייערן זייער מעמד התחלת לימוד חומש. &nbsp; די זאל אינעם תלמוד תורה איז געווען אנגעפילט מיט עלטערן טאטעס, מאמעס זיידעס און באבעס וועלכע זענען געקומען שעפן נחתן פון זייערע קינדער און אייניקלעך. די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטאג צייט ווען די קינדער האבן אריינמארשירט אינעם זאל, ווי זיי האבן געזונגען שיינע ניגונים לכבוד היום. &nbsp; ווי איינגעפירט האבן זיי געזאגט די ערשטע פסוקים פון חומש ויקרא, און דערנאך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פונעם מלמד וואס געבט זיך אזוי געטריי אפ מיט די קינדער, ער קוקט נישט נאר אויף "שארט טורם" נאר ער טראכט אויף שפעטער, די קינדער וועלן אויפוואקסן, און יעדער וועט שוין לאנג פארגעסן ווי קיוט ער פלעגט זינגען דער ניגון וואס דער מלמד האט אים אויסגעלערענט, און ווען די עכטע לעבן וועט זיך אנהייבן, וועט דער אויבערשטער זיין ביי זיי א זאך וואס מען נעמט ארויס איין אדער צוויי מאל א יאר ארויס פון שעלף, פסח ביים סדר, און פורים נאכמיטאג, אדער וועלן זיי לעבן מיט'ן אויבערשטן טאג טעגליך.&nbsp; &nbsp; סתם אזוי ווען מען קוקט אויף די קינדער, זעט מען זיסע לעכטיגע קינדער, אזוי ווי אלע קינדער, אבער ווען מען רעדט מיט זיי זעט מען די ארבעט פונעם מלמד, די קינדער לעבן מיט אזא תמימות, זיי לעבן מיט'ן אויבערשטן, זיי זענען אויפגעבויעט און אנגעפילט מיט אמונה. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם חשוב'ן מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א וואס האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט די זכי' צו זיין מלמד, און ער קען פארברענגען זיין צייט מיט אריינלייגן אמונה אין קינדער. אזוי אויך האט ער געדאנקט דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן אים געבן די געלעגענהייט זיך צו קענען אפגעבן מיט די קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א - וואס איז אויך געווען א זיידע פון איינע פון די קינדער, האט דערנאך אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז מען כאפט נישט די חשיבות פון א מלמד, וויפיל כחות ער לייגט אריין, ביז ווען ווען דער מלמד קען אמאל נישט קומען, און מען דארף א סאבסיטוט, דעמאלט קען מען זען די גרויסע כחות פון א מלמד. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט א מעשה וואס איז געווען פאריגע וואך, ווי ער האט מיטגעהאלטן וויאזוי דער מלמד האט באהאנדעלט א קינד, אזוי קלוג און איידל, זיך אפגעגעבן מיט אים, אין די צייט וואס מען וואלט זיך געקענט רעגן אויפן קינד און אים חלילה פארשעמען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט דערנאך גערעדט איבער דעם וואס מען פירט זיך אז מען הייבט אן מיט קליינע קינדער לערנען חומש ביי "ויקרא" וואס האט א קליינע "אלף", ווייל דאס איז א חדר, מען לייגט אריין דעם "אלף" דער אויבערשטער וואס איז דער "אלופו של עולם" אין די קליינע קינדער. &nbsp; מיר אלע - האט דער ראש ישיבה געזאגט - לערנען אויך אין חדר, דער הייליגער רבי איז אונזער מלמד, און ער לייגט אריין אין אונז דעם אלופו של עולם, ער לערנט אונז אויס צו בעטן דעם אויבערשטן יעדע זאך. &nbsp; נאכ'ן מעמד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע ריקוד, און די קינדער האבן באקומען א פערזענליכע סידור, מיט זייער נאמען ארויפגעקריצט מיט גאלדענע אותיות. &nbsp; נאך די חומש סעודה איז דער ראש ישיבה געגאנגען קוקן נעבן די חדר ווי מען האט אראפ געווארפן אן אלטן געביידע וואס מען האט האט אפגעקויפט, צו מאכן דארט א פלעי גראונד די קינדער זאלן קענען שפילן.

    < זעה מער כו סיון תשפ"ה 📝
  • אמעריקאנער בונקער באסטערס פארניכטן איראנ'ס דריי הויפט נוקלעארע איינריכטונגען

    שבת נאכמיטאג האט אמעריקע דורכגעפירט א איבעראשנעדע אטאקע וואס זי האט א נאמען געגעבן מיטלנאכט האמער, (מידנייט האמער) אטאקירט דריי איראנער נוקלעארע אייריכטונגען אין פארדוי, איספאהאן און נאטאנז. בשעת פארדוי וועלכע איז א פלענט פארפאנצטער מיט בערך צוויי-דריי הונדער פיס אונטער די ערד איז געווען דער עיקר ציל. &nbsp; צווישן אנדערע האט אמעריקע גענוצט פילע העכסט פארגעשניטענע B-2 פליגער אנגעלאדענט מיט פערצן דרייסיג-טויזענט פונטיגע בונקער באסטער באמבעס וועלכע זענען געפארן אכצן שעה אן אפשטעל אין די לופטן פון מיזורי אמעריקע קיין איראן, וועלכע זענען כסדר געפיטערט געווארן מיט ברענשטאף דורך עטליכע מיליטערישע ריפיול פליגער וועלכע האבן זיין באגלייט. &nbsp; "מענטשן פרעגן" - האט דער ראש ישיבה היינט געשריבן - "צי די מלחמה יצעט מיט איראן איז מלחמת גוג ומגוג." אויף דעם זאגט דער ראש ישיבה אז ער האט מקובל פון מוהרא"ש זי"ע אז די מלמחה צווישן גוג און מגוג איז אינעם מענטש אליין, אינעם מח, און אינעם הארץ, ווי דער רבי האט געזאגט (און ווערט געברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה) אז "פאר משיח וועט קומען וועט אראפ קומען א מבול פון כפירות און אפיקורסות." &nbsp; דער ראש ישיבה בעט זיך ביי דיר ליבער ברודער, "קוק נישט קיין שום פאדקעסט, קוק נישט קיין קליפס. ווארף אוועק די טעלעפאן, עס איז א גרויסע סכנה, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן." דער ראש ישבה בעט זיך ווייטער, "ווער איז דיין רבי? וועם פרעגסטו דיינע שאלות? פרעג אים אויב דו זאלסט האבן דיין טעלעפאון, אדרבה, איך וויל הערן ווי דיין ערליכער איד, דיין מורה דרך - זאגט דיר אז דו קענסט האבן א טעלעפאן, טעבלעט לעפטאפ - וואו מען זעט קליפס, אינטערוויאס, פאדקעסט פון ליצנות און פון כופרים בה'; איך גלייב אז קיין איין דיין וועט דיר דאס מתיר זיין." &nbsp; נאר אמעריקע - זאגט מען - האט די שרעקליכע בונקער באסטער באמבעס וואס קענען אריינגיין אזוי טיף, ביז צוויי הונדער פיס אונטער די ערד און דארט אויפרייסן, אבער עס איז דא א בונקער באסטער באמבע וואס מענטשן נעמען זיך אליינס, דער ראש ישיבה שרייבט "מען הערט אין די נייעס ווי מען קען איינפלאנצן א באמבע אין א טעלעפאן און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט, איז דאס פאר מיר א לימוד אז דער טעלעפאן איז א באמבע וואס הרג'ט מיך, עס נעמט אוועק מיין יראת שמים, מיין תמימות, מיין נאאיווקייט." "מען איז פארנומען מיט די נייעס, מיט די מלחמה פון איראן; די מלחמה מיט די טעלעפאן איז סאך א שווערערע מלחמה ווי די מלחמה יעצט מיט איראן, עס איז סאך א גרעסערע סכנה; וויפיל באמבעס פלאצן טאג טעגליך, וויפיל יראת שמים ווערן אוועק גענומען, וויפיל פארלירט מען פון דעם..." "עס טוט מיר זייער וויי אז אלעס פרעגסטו מיר און אלעס טוסטו - ביז די טעלעפאן, דאס פארשטייסטו בעסער." טראמפ זאגט אז ער האפט אז מיט דעם איז אמעריקע פערטיג, און איראן וועט שוין זיין וואויל, ווייל אויב נישט, וועלן זיי ביטער חרטה האבן. איראן זעט נישט אויס ווי זיי ברעכן זיך, און סטראשען ווייטער און זאגן אז זיי געבן זיך נאך אלץ נישט אונטער.&nbsp; &nbsp; לאמיר זיך פארנעמען און ארויסנעמען פון די נייעס אז מיר דארפן שטיין ווייט פון די טעלעפאנען און כלים וועלכע זענען אנגעפילט מיט בונקער באסטערס, און קענען אריינרינגען טיף אין א אידיש הארץ און נעבעך אויפרייסן דארט.

    < זעה מער כו סיון תשפ"ה 📝
  • פעדעראל רעזערוו לאזט ראטעס ביים יעצטיגן שטאפל

    ווי עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט, האט דער פארזיצער פון די פעדעראלע רעזערוו באנק געמאלדן אז די בארגן אינטערעסט ראטעס וועלן יעצט נישט געשניטן ווערן, און עס וועט בלייבן ביי די יעצטיגע שטאפלען פון 4.5 ביז 4.25 פראצענט, וואס איז געשטעלט געווארן מיט א האלבע יאר צוריק. &nbsp; די בארגן ראטע פון די פעדעראלע רעזערוו האט א השפעה אויף אלע בארגן ראטעס אין אמעריקע, סיי וויפיל די בענק בעטן ביים ארויסנעמען א מארטגעדזש, ביים קרעדיט קארד, און אזוי אויך פארקערט, וויפיל די באנק וועט צאלן פאר די וואס האבן געלט אין זייערע סעיווינגס אקאונט. &nbsp; מיר אלע ווייסן די גרויסע חורבן פון בארגן געלט, דער ראש ישיבה איז אלץ מעורר ווי שטארק&nbsp; חובות קענען חרוב מאכן א מענטש, בשעת גאר אסאך פון די גרעסטע הוצאות פון לעבן - בפרט ביים חתונה מאכן - זענען גענצליך איבעריג. די איינציגסטע סיבה פארוואס מען געבט אויס אזעלעכע געלטער איז נאר צו הייסן "נארמאל" און צו געפעלן פאר אנדערע. &nbsp; די אלגעמיינע אמעריקאנער לעבנס שטייגער - אבער, לעבט אויף הלוואות און אויף חובות. מיליאנען אמעריקאנער מעקסן נעבעך אויס זייערע קרעדיט, און די זעלבע זאך די ביזנעסער לעבן זייער אסאך אויף קרעדיט ליינס. און פארשטייט זיך יעדער וויל באצאלן וואס ווייניגער ריבית אויף זייערע הלוואות. &nbsp; טראמפ וועלכער רעדט זיך איין אז ער פירט די וועלט איז געווען זייער ברוגז אז די פעדעראל רעזערוו - וועלכע איז א זעלבסטשטענדיגע אפטיילונג אין די רעגירונג - האט זיך נישט גערעכענט מיט זיינע רעקאמענדאציעס, און האט ווי א טיפישער גוי - אנגערופן דעם פארזיצער מיט נעגאטיווע צונעמען. &nbsp; די פעדעראלע רעזערוו האט געזאגט אז כאטש זיי שניידן נישט יעצט די ראטעס, האפן זיי עס צו שניידן אין די נאנטע צוקונפט צוביסלעך, און עס נידערן עווענטועל מיט א גאנצע פראצענט. &nbsp; מיר וועלן ווייטער אויסהערן צדיקים וואס לערנען אונז אויס א זיסע וועג וויאזוי צו לעבן ברוחניות ובגשמיות, דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז ענדערש זאל מען זיין שולדיג פאר זיך, "איך וועל ענדערש זיין שולדיג פאר מיר א נייע הוט, אדער א נייע קאר, ווי איידער זיין א קענכט פאר אנדערע מענטשן, זיך אנבארגן, און נישט קענען אפילו הנאה האבן פונעם קאר אדער קאוטש, ווען דער מח איז צוקוועטשט און אנגעשטרענגט צוליב די חובות. &nbsp; פאר'ן אויבערשטן זענען מיר אבער שולדיג אסאך, מיר האבן גרויסע חובות, מיר זענען אים שולדיג אונזער לעבן, אונזערע עלטערן, אונזערע מאן/ווייב, אונזערע קינדער, און יעדע זאך וואס מיר פארמאגן. דער אויבערשטער בעט פון אונז אז מיר זאלן עס אנערקענען, ער וויל אונז געבן נאך אסאך גוטע השפעות, מיר דארפן אבער אים דאנקען און זאגן "באשעפער, א יישר כח", וועט ער אונז געבן נאך אסאך מער. &nbsp; שכן חובת כל היצורים לפניך ה' אלוקינו להודות

    < זעה מער כג סיון תשפ"ה 📝
  • סיום מסכת שבועות והתחלת מסכת עבודה זרה

    אינעם הייטיגן טאג זענען אנשי שלומינו זוכה צו ענדיגן די לעצטע בלאט פונעם שיינעם מסכת שבועות, און מארגן הייבט מען אן די הערליכע מסכת עבודה זרה. א ברסלב'ע חסיד ווייסט אז מען קען נישט דורכגיין א טאג אן כאטש איין בלאט גמרא, דער הייליגער רבי, און זיינע תלמידים האבן אזויפיל גערעדט דערפון, און עס גייט נישט דורך א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס ער זאל נישט מחזק זיין און מעודד זיין מען זאל היינט אנהייבן צו לערנען א בלאט גמרא. &nbsp; עס איז טאקע ריכטיג אז יעצט ווען מען הייבט אן צו לערנען א פרישע מסכת, א הערליכע מסכת, בפרט די ערשטע עטליכע בלאט איז פול מיט גאר שיינע אגדתא, חיזוק וויאזוי חז"ל האבן געזען די גרויסקייט פון א איד, און וויאזוי מען קען אייביג תשובה טון, איז א זייער פאסיגע צייט זיך מיט צו כאפן, און אנהייבן דער מסכת, און דו וועסט מאכן דיין סיום הש"ס, אין זיבן א האלב יאר ארום ווען מען וועט ענדיגן ביים קומענדיגן מחזור מסכת שבועות. &nbsp; אבער אויב דו ליינסט דעם ארטיקל נישט פונקט היינט, נאר דו באגעגענסט דעם ארטיקל פונקט ווען מען האלט ביי עבודה זרה - לאמיר זאגן - דף כ"א, דארפסטו נישט ווארטן ביז'ן קומענדיגן סיום, זיכער נישט ביזן קומענדיגן סיום הש"ס אין צוויי יאר ארום, אבער אפילו נישט ביזן סיום קומענדיגן ט' אלול הבעל"ט, ווייל דאס איז עצת היצר - קודם נישט היינט ח"ו. נאר ענדערש הייב אן יעצט, היינט, ווען מען האלט ביי די לעצטע בלאט פון שבועות - אדער סיי וואו. &nbsp; אויך טוען אנשי שלומינו מאכן אן עסק פונעם סיום, מען קומט אהיים מיט א שמחה, ברענג אהיים א גוטע זאך, לייג ארויף א ווייסע טישטוך, צינד אן א פרייליכע טעיפ, און זינג צוזאמען מיט די קינדער. "וואס איז די שמחה?" זאג זיי, "טאטי מאכט היינט א סיום", די תורה וועט אריינגיין אין דיינע קינדער אלץ א פאזיטיווע זאך, א געשמאקע זאך. &nbsp; אזוי אויך קען מען נישט בייקומען דעם סמ"ך מ"ם וואס לאזט נישט לערנען, נאר אויב מען נעמט אן דעם סדר דרך הלימוד בפשטיות, מען איז זיך מכניע פאר'ן רבי'ן וואס זאגט "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד". און ווען דער סמ"ך מ"ם וועט דיר זאגן אז היינט קענסטו נישט לערנען ווייל "ביסט פארנומען", "גייסט אריבער שווערע צייטן, און דיין קאפ איז נישטא", וועסטו אים ענטפערן אז "זאגן קען איך", און אויב ער וועט דיר זאגן, אז זאגן הייסט נישט געלערענט, וועסטו אים זאגן איז נישט, אבער איך פאלג דעם רבי'ן. &nbsp; אז א מענטש איז דבוק אין די תורה, דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען דורכשווימען די שווערע כוואליעס, און איבערקומען אלע שוועריקייטן, פיזיש, גייסטיש, ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; אשרינו מה טוב חלקינו

    < זעה מער כב סיון תשפ"ה 📝
  • ספר שמירת הזמן ווערט איבערגעדרוקט

    מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די גוטע בשורה אז דער קרן הדפסה גרייט זיך איבערצודרוקן דעם הייליגן ספר "שמירת הזמן" וואס מוהרא"ש האט געשריבן. &nbsp; דער ספר איז א גאר וויכטיגער ספר אין היכל הקודש, ווייל ווי באקאנט איז ביי מוהרא"ש געווען גאר וויכטיג דער ענין פון היטן אויף די צייט, ווייל א מענטש וואס היט אויף זיין צייט איז גאר שטארק מצליח, סיי בגשמיות און נאך מער ברוחניות און פארקערט א מענטש וואס גייט ליידיג פאלט נעבעך אריין אין ליצנות, אין נארישקייט וואס דאס ברענגט אים נעבעך צו פאלן אין עבירות רחמנא ליצלן, דערפאר האט מוהרא"ש געשריבן דעם ספר וואס וועט אריינברענגען א זיסקייט און געשמאק פאר יעדן וואס לערנט דערין אויסצונוצן די צייט ריכטיג מיט תורה, תפלה, מצוות און מעשים טובים &nbsp; דער ספר הייבט זיך אין מיט די תורה אין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן רע"ב "היום אם בקולו תשמעו" ווי דער הייליגער רבי ברענגט ארויס, אז אויב א מענטש וויל מצליח זיין זאל ער נישט קוקן נאר אויף "היינט", ווייל דער סמ"ך מ"ם מאכט אויסקוקן זייער שווער צו זיין אן ערליכער איד, און עס פאלט ארויף אויפן מענשט אזא בארג וויאזוי קען איך איבערקומען דעם גרויסן טשאלאנדזש, דערפאר זאגט דער רבי אז "טראכט נאר פון היינט", וועט דיר זיין גרינגער, ווייל "איין טאג" קען איך זיין אן ערליכער איד. &nbsp; דערנאך ברענגט מוהרא"ש א הערליכע תפלה פון הייליגן רבי נתן וואס איז געבויעט אויף דעם פריערדיגן תורה, ווי מען בעט זיך אויס ביים אויבערשטן אז מען זאל נישט פארברענגען די יארן מיט נארישקייט, און מען וועט זיך ח"ו דערזען א גאנץ לעבן דורך מיט שטותים און הבלים, און דערויף שרייבט מוהרא"ש דעם הייליגן ספר שמירת הזמן וואס באשטייט פון 27 פרקים פון מיט עצות און חיזוק וויאזוי מען קען היטן אויף די צייט. דערנאך ברענגט מוהרא"ש צו פארשידענע מאמרים פון חיי מוהר"ן, און ביאורים דערויף פון טשערינער רב ז"ל, אזוי אויך שטיקלעך פון הייליגן ספר "עלים לתרופה" בריוו פון הייליגן רבי נתן זי"ע. דערויף קומט צוגעלייגט דער קונטרס "שמירת הזמן" פון מוהרא"ש זי"ע פול מיט גאר שיינע שיחות, חידושים, איבער דעם ענין פון שמירת הזמן, וואס דאס אליינס באשטייט פון 175 סעיפים פול מיט הערליכע חיזוק און עצות. &nbsp; קרן הספה גייט יעצט איבערדרוקן דעם ספר פון פריש, מיט הערליכע גרויסע אותיות, מען גייט עס גוט מגיה זיין און פריש אויסשטעלן געשמאק און שיין אזוי ווי די היינטיגע טעכניק קען, וואס וועט געבן א הרחבת הדעת ביים לערנען דעם ספר. מען האט שוין ב"ה אנגעהויבן מיט די ארבעט אויף די טעקסט, און מען האפט צו קענען צואיילן די שווערע ארבעט און עס ענדיגן במשך די קומענדיגע עטליכע זומער וואכן. דער מהדורה פונעם ספר איז געווארן אפגעקויפט דורך מו"ה דוד מעץ הי"ו, און וועט טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדרות מעץ". &nbsp; מען קען נאך קויפן זכותים אינעם ספר, ביטע זיך פארבינדן צום גבאי מוה"ר לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.

    < זעה מער כא סיון תשפ"ה 📝
  • די ווייסעכל פונעם איי

    שאלה: וויאזוי ווערט אייער פארהארטעוועט און ווייס נאכ'ן קאכן? אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע - וואס עס קען זיין אסאך האבן זיך שוין געוואונדערט, וויאזוי ווערט אן איי גענצליך איבערגעטוישט, סיי אין סטרוקטור און סיי אין קאליר נאכ'ן ווערן אפגעקאכט. &nbsp; די איי ווייסל באשטייט בעיקר פון וואסער און פון א געוויסע פראטין וואס הייסט אלבומען. ווען די איי איז רוי זענען שטייען די פראטין שטיקלעך יעדער פאר זיך, אויף א אזא וועג אז עס לאזט דורך ליכטיגקייט (וואס אזא צושטאנד רופט מען "דורכזיכטיג"), נאכדעם וואס עס ווערט אנגעהיצט, עפענען זיך די פראטין מאלעקיולן אויף און זיי שטעלן זיך צוזאם, כאפן זיך אן פעסט, וואס דאס איז גורם אז די ליכטיגקייט קען מער נישט דורכגיין, און מען זעט דעם ווייסן קאליר, אזוי אויך ווערט עס שטייף און הארט און לאזט זיך מער נישט רינען. &nbsp; ווען א מענטש גייט דורך א צרה, איז עס נישט "פערצופאל" עס איז אז דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג, עס איז א שאד צו באשולדיגן דיין טאטע, דיין מאמע, דיין ווייב אדער מאן אין אלע דיינע צרות. ווייל עס איז נישט זיי. עס איז דא איינער דער באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט, וואס האלט די גאנצע וועלט, און יעדע דומם צומח חי אדער מדבר איז איין שטיק אלקות, עס איז גארנישט דא אויסער אים, ער שטייט אונטער אלעם, און די "היץ" וואס דו גייסט דורך איז נאר דיר בעסער צו מאכן. &nbsp; יעצט ביסטו ליידיג, דו פארגעסט ווער עס האט דיר באשאפן, דו פארגעסט פארוואס דו ביסט דא אויף דער וועלט, דער באשעפער קאכט דיר אביסל אויף, זאלס ווערן אויסגעלייטערט, ווייס און ריין, זאלסט באקומען שטארקייט. אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נאר פאר דיין טובה. דריי דיך אויס און קוק ווער עס קלאפט דיר אויפן רוקן וועסטו זען אז עס איז דיין בעסטער חבר, וועסטו אויפהערן צו זיין ברוגז אויף די גאנצע וועלט. עס איז דער אויבערשטער וואס וויל זען וואס דו גייסט טון, און צו וועם דו וועסט אנטלויפן ווען דו האסט א צרה. &nbsp; עס איז נישטא וואו צו לויפן ווען מען גייט דורך שוועריקייטן. נאר דער אויבערשטער קען דיר העלפן, און נאר ער וויל דיר העלפן, און אויב דו אנטלויפסט צו אים ביסטו א געהאלפענער. &nbsp; צום הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע איז אמאל אריינגעלאפן א פאר'צרה'טער איד מיט בכיות נוראות, דער איז האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גהנום אין אוישוויץ, איבערגעלאזט על קידוש השם א גאנצע משפחה, א ווייב מיט קינדער, און נאך די מלחמה האט ער ווידער אויפגעשטעלט א משפחה, און יעצט איז מען אים געקומען זאגן די בשורה, אז זיין איינציג קינד איז נעבעך אומגעקומען אין אן עקסידענט ל"ע. דער הייליגער צדיק האט אים אנגעקוקט און מיטגעוויינט. נאך עטליכע מינוט זאגט אים דער רבי, "איך האב אויך פארלוירן א ווייב, אלע מיינע קינדער, ווען איך שפיר אז איך האלט עס מער נישט אויס, אנטלויף איך צו די גמרא". ווייל נאר ביים אויבערשטן און ביי די הייליגע תורה, קען מען טרעפן א טרייסט. נאר דאס קען העלפן א מענטש. &nbsp; שיקט אריין אייער שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כא סיון תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 76 to 90 of 1670 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com