Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • סיום מסכת סנהדרין והתחלת מסכת מכות

    עס איז א מנהג ביי כלל ישראל אז בכורים מאכן א סיום מסכת ערב פסח, אז מען זאל נישט דארפן פאסטן, אבער פילע אנשי שלומינו פירן זיך צו מאכן א סיום מסכת ערב פסח אפילו מען איז נישט קיין בכור, דער הייליגער רבי לייגט אריין אין זיינע מענטש אזא זיסע טעם אין די תורה, אזא געשמאק אין די הייליגע מצות, און צו יעדע געלעגענהייט קען מען האבן א סיום.   דאס יאר תשפ"ה האט דער אויבערשטער צוגעפירט אז אלע האבן א סיום, די גאנצע קהילה האט אין די לעצטע פיר חדשים געלערענט יעדן טאג לכל הפחות איין בלאט גמרא, און היינט איז מען זוכה צו לערנען דעם לעצטן בלאט פונעם הערליכע מסכת סנהדרין, בפרט אין די לעצטע בלעטער איז עס אנגעפילט מיט הערליכע דברי אגדתא פון וואס מען קען אזויפיל ארויסנעמען חיזוק און הדרכה טאג טעגליך.   מארגן הייבן אלע אן בסייעתא דשמיא דער מסכת מכות, וואס איז נישט קיין גרויסע מסכת, און איז אסאך לייכטער, וואס איז א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך מיטצוכאפן און ארויפטאנצן אויפן וואגן פון ש"ס.   אבער ווען מען רעדט פון לערנען יעדן טאג א בלאט קען מען נישט מאכן א שווייג פונעם דרך הלימוד. היינט זענען דא פילע שיינע דרכי הלימוד, זה בכה וזה בכה, אויב איינער זעט ער איז מצליח אויף א געוויסע וועג, איז עס זייער פיין. דער מגיד דערקלערט אז דאס איז דער בעסטער וועג צו לערנען, און דער אנדערער זאגט אנדערש. לאמיר זען וואס דער הייליגער רבי זאגט פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, ער האט אוועק געשטעלט א סדר דרך הלימוד, וואס איז פאסיג פאר יעדעם איינעם, פונעם גרעסטן למדן, ביז אייער וואס קען נאר עברי, פונעם כולל אינגערמאן, ביז דער פארנומענער ביזנעסמאן, וואס וויל אבער נישט דורכגיין א טאג אן א בלאט גמרא, פונעם פענסינאנער וואס האט די וועלטס צייט, ביזן ישיבה בחור וואס וויל עפעס אריינשטיפן בין הסדרים, ער וויל אויסנוצן זיינע בחור'ישע יארן עפעס אנצוקומען.   דער רבי זאגט אין שיחת הר"ן שיחה ע"ו, וזה דבריו הקדושים: ותמיד היה לימודו - ער האט אלץ געלערענט, במהירות גדול מאד - זייער זייער שנעל. והיה לומד כמה דפין פוסק בשעה אחת עם כל הפירושים כולם שסביב הארבעה שלחן ערוך הנדפסים בכרך גדול, שהם הטורי זהב, והמגן אברהם, והבאר הגולה, ופרי חדש, ועטרת זקנים, וכיוצא בהם בשאר החלקים - דער רבי האט געלערנט אין איין שעה עטליכע דפים שלחן ערוך מיט אלע מפרשים.   וסיפר שבעת שהעולם מכינים עצמן להתפלל בבקר, בעת שמתחילין להתקבץ עד שמתחילין להתפלל, באותה השעה הוא לומד ארבעה דפין פוסק; - און אין די קורצע צייט וואס מען ווארט אז די מנין זאל זיך צוזאם קומען, פלעגט ער אניאגן פיר בלעטער אין שלחן ערוך. וכן כל מה שלמד גמרא או פוסק וכיוצא, הכל היה במהירות גדול מאד - אלעס וואס ער האט געלערענט, גמרא אדער הלכה א.א.וו. - האט ער געלערנט גאר גאר שנעל.   וסיפר עמנו הרבה הרבה בענין זה, שטוב ללמוד במהירות ולבלי לדקדק הרבה בלימודו, רק ללמוד בפשיטות בזריזות. ולבלי לבלבל דעתו הרבה בשעת לימודו מענין לענין, רק יראה להבין הדבר בפשיטות במקומו. ואם לפעמים אינו יכול להבין דבר אחד - אל יעמוד הרבה שם, ויניח אותו הענין וילמד יותר להלן. ועל פי הרוב ידע אחר כך ממילא מה שלא היה מבין בתחילה כשילמד כסדר בזריזות להלן יותר. דער רבי האט אסאך גערעדט פון דעם אז עס איז גוט צו לערנען שנעל און זיך נישט שטעלן ביים לערנען - נאר לערנען פשוט און שנעל, און זיך נישט לאזן ווערן צומישט בשעת'ן לערנען צי עס שטימט מיט אנדערע זאכן, נאר זען צו פארשטיין פשוט אויפן פלאץ, און אויב צומאל פארשטייט מען נישט עפעס - זאל מען נישט בלייבן דארט, נאר פאר ווייטער, און על פיר רוב וועט מען ממילא פארשטיין שפעטער וואס ער האט נישט פארשטאנען פריער אויב מען וועט לערנען שנעל.   ואמר שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר, וממילא יבין. און דער רבי האט געזאגט, אז מען מען דארף נישט ביים לערנען גארנישט טון נאר זאגן די ווערטער אויפן סדר, און מען וועט שוין ממילא פארשטיין.   ולא יבלבל דעתו בתחילת לימודו שירצה להבין תיכף, ומחמת זה יקשה לו הרבה תיכף ולא יבין כלל, רק יכניס מוחו בהלימוד ויאמר כסדר בזריזות וממילא יבין. מען זאל זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ ווען מען הייבט אן לערנען אז מען מוז שוין פארשטיין, און דערפאר וועט אים זיין אסאך שווערער, און ער וועט גארנישט פארשטיין, נאר ער זאל אריינלייגן זיין מח אינעם לימוד, און זאגן שנעל כסדר, און מען וועט שוין ממילא פארשטיין.   ואם לא יבין תיכף - יבין אחר כך; ואם ישארו איזה דברים שאף על פי כן לא יוכל לעמוד על כונתו - מה בכך, כי מעלת ריבוי הלימוד עולה על הכל, און אויב מען נישט פאשטיין אויפן יעצט וועט מען עס פארשטיין שפעטער, און אויב עס בלייבט איבער זאכן וואס ער פארשטייט נאך אלץ נישט, איז גארנישט, ווייל די מעלה פון לערנען אסאך איז מער פון אלעם.   וכמו שאמרו חכמינו זכרונם לברכה (שבת דף סג.): ״לגמר והדר לסבר״, ואף על גב דלא ידע מה קאמר, שנאמר (תהלים קי"ט, כ'): "גרסה נפשי לתאבה" וכו', - ווי חז"ל זאגן מען זאל קודם זאגן, און נאכדעם פארשטיין, און אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט.   כי על ידי ריבוי הלימוד שילמד במהירות ויזכה ללמוד הרבה, על ידי זה יזכה לעבור כמה פעמים אלו הספרים שלומד, לגומרם ולחזור להתחיל ולגומרם פעם אחר פעם. ועל ידי זה ממילא יבין בפעם השני והשלישי כל מה שלא היה מבין בתחילה, כל מה שאפשר להבין ולעמוד על דבריהם. - ווייל דורכדעם וואס מען לערענט אסאך, און מען קומט אן אסאך, קען מען איבערגיין אסאך מאל די ספרים וואס מען לערנט, איינמאל און נאכאמאל, און מען וועט שוין פארשטיין ביים צווייטן אדער דריטער מאל.   דער רבי זאגט ווייטער: וכמה בני אדם פסקו מלימודם לגמרי על ידי ריבוי הדקדוקים שלהם, ומאומה לא נשאר בידם. - אסאך מענטשן האבן שוין נעבעך אפגעלאזט דאס לערנען ווייל מען וויל אלעס פארשטיין, און עס איז נעבעך גארנישט געבליבן ביי זיי.   אבל כשירגיל עצמו ללמוד במהירות כנזכר לעיל בלי דקדוקים הרבה, התורה תתקיים בידו ויזכה ללמוד הרבה מאד -גמרא, ופוסקים כולם, ותנ"ך, ומדרשים, וספרי הזהר וקבלה, ושאר ספרים כולם. - אבער ווען מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל אן פארשטיין, וועט זיך די תורה האלטן ביי אים, און ער וועט לערנען זייער אסאך גמרא, הלכה, תנ"ך, מדרשים, ספרי הזוהר, קבלה און אלע אנדערע ספרים.   דער וואס האט פרובירט דעם סדר דרך הלימוד - דער דארף שוין נישט קיין ראיות, ער הייבט אן שפירן די זיסקייט פון די תורה, אבער דער וואס וויל עס נישט אננעמען, וועט קיין ראיות נישט העלפן.   דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיין ערליכער אידן, דינען דעם אויבערשטן און לערענען זיין הייליגע תורה אונזער גאנצער לעבן.

    < זעה מער יא ניסן תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו וועלן זיך דערוויקן דעם פסח מיט נאך א תורה פון הייליגן רבי'ן דורכ'ן פירוש פון ראש ישיבה שליט"א

    געלויבט דעם אויבערשטן אז אויף דעם יום טוב פסח, וועלן פילע אנשי שלומינו זיך קענען מחי' זיין מיט א פרישע תורה פון הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט נארוואס געענדיגט שרייבן. &nbsp; דער הייליגער רבי האט אונז איבערגעלאזט געטליכע ספרים, שטיקער פייער, בפרט די הייליגע תורות אין ליקוטי מוהר"ן, וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד. &nbsp; ווי גרויס דאס איז דאס לערנען דעם הייליגן ספר, אזוי גרויס זענען די מניעות, איינע פון די שוועריקייטן איז די טיפקייט פון די תורות (בפרט אינעם ערשטן חלק) וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען שווער פארשטיין, בפרט אין אנפאנג ווען מען איז נאכנישט געוואוינט דערין, דער רבי בויעט אויף הערליכע קאמפליצירטע בנינים ציגל נאך ציגל, צימער נאך צימער, שטאק נאך שטאק, און בנין נאך בנין, און דערנאך ברענגט דער רבי צוזאם דעם גאנצן קאמפלעקס אויף גאר א וואונדערליכע וועג. דערפאר האט דער ראש ישיבה באשלאסן צו שרייבן א פירוש אויף פשוט אידיש, כדי מיר זאלן קענען ארויסנעמען פון די תורות גאר שיינע עצות חיזוק און הדרכה, און אויך זוכה זיין צו לערנען דעם הייליגן ספר. &nbsp; דאס מאל איז געקומען די רייע אויף סימן ז', וואס איז פול מיט גילוי אלקות, גילוי האמונה. מיר וועלן דא ברענגען א קיצור פון די תורה, לויט וויאזוי דער ראש ישיבה שליט"א איז עס מפרש, פארשטייט זיך דער רבי ברענגט ראיות און פסוקים צו יעדע זאך וואס ער זאגט, אבער מיר וועלן פרובירן ארויסצונעמען א תמצית ביקוצור נמרץ.&nbsp; &nbsp; דער רבי הייבט אן מיט א חז"ל אז סיי מענער און סיי פרויען זענען מחויב בכל המצוות, ווייל עס שטייט אשר תשים "לפניהם". דערנאך ברענג דער רבי א מכילתא אז פון דעם זעלבן פסוק לערנט מען ארויס אז מען דארף לערנען מיט תלמידים אז זיי זאלן פארשטיין קלאר. &nbsp; דער רבי וויל צוזאם ברענגען ביידע פשטים. זאגט דער רבי אז "גלות" מיינט עס "פעלט אמונה", און וואס איז "אמונה"? "תפלה", בעטן דעם אויבערשטן, א מענטש בעט דעם אויבערשטן וועט ער זען "נסים" למעלה מדרך הטבע, און פאר דעם דארף מען אמונה אויף תפלה, ווייל אז ער גלייבט אז ער קען פועלן, וועט ער בעטן. אמונה, תפלה, נסים - זאגט דער רבי - קען מען נאר אין "ארץ ישראל", וואס דארט גייען ארויף די תפלות, און דאס איז פארוואס יעקב אבינו מיט די אידישע קינדער האבן געדארפט גיין קיין גלות מצרים, ארויס פון ארץ ישראל, ווייל ער האט געפרעגט "במה אידע". יעקב אבינו מיט זיינע צוועלף קינדער - צוועלף נוסחאות התפלה - האבן געדארפט גיין קיין מצרים, וואס מצרים איז פארקערט פון נסים אמונה און תפלה, זיי גלייבן נאר אין טבע מקרה מזל. &nbsp; דער רבי זאגט ווייטער, אז בכלליות גלות ווערט אנגערופן "מצרים", ענגשאפט, די מח ווערט ענג, מען האט נישט קיין אמונה, איז מען אין גלות. און ביאת המשיח און די גאולה ווענדט זיך אין די אמונה. &nbsp; אבער וויאזוי באקומט מען אמונה? - פרעגט דער רבי - דורך "אמת", און צו האבן אמת מוז מען האבן א "צדיק", און פאלגן זיינע עצות; און ח"ו פארקערט אויב מען נעמט עצות פון רשעים ווערט מען איינס מיט'ן רשע. וויאזוי קען מען זיך ראטעווען פון הערן עצות פון א רשע? זאגט דער רבי מצות "ציצית" ראטעוועט דעם מענטש פון "ניאוף" - עצת הרשע. ווי עס שטייט אין פרשת ציצית "ולא תתרו אחרי לבבכם", ווייל די אויגן ברענגט אלע עבירות ר"ל. &nbsp; דער רבי ברנעגט די גמרא (ב"ב ע"ד) אז א סוחר האט געוויזן פאר רבה בר בר חנה דעם בארג סיני, ער האט געזען עס איז ארום גענומען מיט עגדיסן זיי שטייען ווי ווייסע אייזלען, ער האט געהערט א בת קול, דער אויבערשטער קלאגט "וויי איז מיר אז איך האב געשוואוירן [אז אידן זאלן גיין אין גלת, רשב"ם], ווער קען עס מיר צושטערן", טייטש דער דער הייליגער רבי, "הר סיני" מיינט תרי"ג מצות - "עצות פון צדיקים", די "עגדיסן" ארום דעם בארג זענען "עצות פון רשעים" וואס שטערן פון קומען צום צדיק, רבה בר בר חנה זאגט דערויף, זיי זענען געשטאנען ווי "ווייסע אייזלען", דאס מיינט די מצוה פון "ציצית", וואס היטן אונז אפ פון די לצים עצות פון רשעים און ניאוף, און דערפאר קלאגט דער אויבערשטער, וויי אז איך האב זיי געשיקט אין גלות ווייל אידן זענען מקיים מצות ציצית וואס ברענגט די גאולה. &nbsp; דער רבי ברענגט צוזאם ביידע פשטים פון חז"ל אויף אשר תשים "לפניהם", אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע שפירן דעם אויבערשטן. &nbsp; דערנאך איז דא נאך הערליכע "השמטות" אויף די תורה, הערליכע זאכן וואס לוינט זיך אריינצוקוקן דערין. &nbsp; פון די תורה קען מען ארויסנעמען זייער אסאך, צווישן זיי דער יסוד אז מען מוז האבן א צדיק, און אים פאלגן, די גרויסקייט פון אמונה, די גרויסקייט פון תפלה, זיך פרייען מיט מצוות ציצית, ווי שטארק מען דארף שטיין ווייט פון עצות פון רשעים, ווי שטארק מען דארף היטן די אויגן, און עצות וויאזוי ארויסצוגיין פון גלות, צו באקומען אמונה, און געראטעוועט ווערן פון עצות פון רשעים. &nbsp; כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה

    < זעה מער ט ניסן תשפ"ה 📝
  • ראונדאבאוטס‎

    שאלה: איך וואונדער מיר פארוואס מען בויעט נישט מער ראונדאבאוטס ביי אונז אין ניו יארק סטעיט. אין אנדערע פלעצער אין די וועלט זעט מען עס אסאך מער, און די טראפיק פליסט דארט אסאך בעסער. &nbsp; יואל ב. קרית יואל &nbsp; ענטפער: מען זאגט אז אידן ענטפערן אלץ מיט א שאלה, בפרט יעצט אז מען האלט ביים יום טוב פסח דער יום טוב פון שאלות. איך האב אן אנדערע קשיא, ביטע שריי נישט אריין פאר דו ענדיגסט, איך האף אז צום סוף וועסטו פארשטיין מה ענין שמיטה אצל הר סיני. &nbsp; איך וואונדער מיר עפעס אנדערש, פארוואס איז דעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד נאך אלץ א סוד. טויזנטער בחורים דרייען זיך ארום סיי אין ישיבה, און כל שכן יעצט אין די אזוי גערופענע בין הזמנים טעג, זיי גייען אויס פאר ליידיג גיין. פארוואס זאל מען זיין נישט אויסזאגן דעם סוד אז מען קען "זאגן" גמרא, מען קען "זאגן" משניות, און זאגן כל התורה כולה? &nbsp; איידער מיר גייען ענטפערן דעם צווייטן שאלה, לאמיר צוריק גיין צו דיין שאלה, און אביסל באטראכטן די ראונדאבאוטס. פאר די וואס ווייסן נישט פון וואס מען רעדט: א ראונד אבאוט איז אן אינטערסעקשאן (ווי איינס אדער מערערע ראודס טרעפן זיך צוזאם) וואס איז אנדערש ווי דער אמאליגער פשוטער ווינקל'דיגער אינטערסעקשאן. דער ראונד אבאוט לייגט א סוירקל ראוד ביים צוזאם טרעף, ווי אלע מוזן זיך דרייען צו רעכטס (אין ענגלאנד צו לינקס) נישט קיין חילוק וואו מען וויל פארן, ביי די אלטמאדישע אינטערסעקשאן, לייגט מען געווענליך א סטאפ סיין אדער טרעפיק ליכט, בשעת ביים ראונד אבאוט פארט מען געמיטליך דורך דעם אינטערסעקשאן.&nbsp; דו פרעגסט זייער גוט, ווייל די מעלות פון א ראונד אבאוט קעגן א פיר ווינקלען אינטערסעקשאן איז זייער שטארק, לאמיר אביסל באטראכטן איינע קעגן צווייטן: דער ווינקל'דיגער אינטערסעקשאן, דארף מען כמעט אלעמאל סטאפן, און די ריזיגע פון אן עקסידענט ח"ו איז סאך מער, עס קען דערהייבן ווייניגער קארס. מה שאין כן דער ראונדאבאוט דארף מען כמעט קיינמאל נישט סטאפן, און אפילו ווען עס פאסירט שוין אן עקסידענט ח"ו איז עס געווענליך לייכטער, די גאנצע טרעפיק פליסט אסאך בעסער, און קען דערהייבן אסאך מער קארס. &nbsp; איז פארוואס טאקע מאכט מען עס נישט, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה. וויאזוי זעט אויס איינער וואס לערנט סדר דרך הלימוד? מען לערנט געשמאק, עס פארט פליסיג, מען בלייבט נישט שטעקן אויב מען פארשטייט נישט, און מען קומט אן אסאך מער. איינער געבט א מאך מיט די הענט "זאגסט אדער דו לערנסט", און מפטירין כדאתמול, פאר דעם אדער אזעלעכע זינלאזע ליצנות, וועלן טויזנטער בחורים גיין ליידיג און צינדן פייערס, ווייל זיי גייען שוין אראפ פון זינען פון נישט האבן וואס צו טון מיט די צייט. &nbsp; אין אמעריקע איז מען נישט אזוי שטארק צוגעוואוינט צו ראונדאבאוטס, און מען קוקט עס אן מיט פארדאכט, און כאטש די טענות קעגן די ראונדאבאוטס זענען נישט אמת, מאכט עס אז די לאקאלע רעגירונגען כאפן זיך נישט צו דערצו. מען זאגט - צום ביישפיל - אז ראונדאבאוטס זענען טייערער אויפצוהאלטן, אזאך וואס איז נישט אמת, אזוי אויך געוואוינהייט שפילט א גרויסע ראלע, די לאקאלע רעגירונג אינדזשענירן קענען זיך בדרך כלל נישט צו גוט אויס מיט ראונדאבאוטס, וואס האלט זיי צוריק פון עס איינפירן. &nbsp; די גוטע נייעס אבער איז אז די זאך טוישט זיך ב"ה. מער און מער בחורים, אינגעלייט, הערן פונעם סדר דרך הלימוד, צו פון א קארטל, א גליון, א סידי, און ווער עס קאסט די טעם דערפון, דארף שוין גארנישט, עס זענען שוין פארהאן טויזנטער בחורים וואס לערנען דעם סדר דרך הלימוד, און שפירן די זיסע טעם פון די הייליגע תורה, זיי האבן שיעורים אין כל התורה כולה, משניות, גמרא, מדרשים, זוהר, און אזוי ווייטער. &nbsp; די זעלבע זאך פאסירט מיט די ראונדאבאוטס. צוביסלעך קומט עס אריין מער און מער, אפילו ביי אונז אין ניו יארק, און ווי עס זעט אויס וועט מען עס אנהייבן צו מאכן מער אין מער אין די קומענדיגע יארן.

    < זעה מער ט ניסן תשפ"ה 📝
  • קמחא דפסחא פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל

    אין ארץ ישראל געפונען זיך תלמידים פון ראש ישיבה אין פילע שטעט, אנשי שלומינו זענען מקיים וואס דער רבי האט געבעטן "אנטרונקען ביימער", און דאס ברענגט צו א פלוס פון נאך פרישע תלמידים כסדר. די שליסל צו הצלחה - זאגט דער ראש ישיבה כסדר - ליגט אין אחדות. און געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע האבן א הארץ איינער צום צווייטן, מען העלפט זיך ארויס, און מען האט זיך ליב, אלע לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; איינע פון די גרויסע פראיעקטן פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל - שוין פאר די לעצטע דריי יאר, איז דער "קופת יעזורו", א קופה וואס געבט זיך אפ אז אנשי שלומינו זאלן האבן פון אלעם גוטן, דער ראש ישיבה וויל זייער שטארק אז אלע תלמידים זאלן האבן פון אלעם גוטן בפרט אויף יום טוב זאל הערשן הרחבת הדעת אין יעדע שטוב, מען זאל האבן וואס צו עסן, קליידער, שיך, און אזוי ווייטער. אלע דא אין אמעריקע ווייסן אז די מצב הפרנסה אין ארץ ישראל איז שווער, אבער די גבאים פון קופת יעזורו ווייסן דאס אסאך בעסער, זיי לעבן דערמיט, און זיי געבן זיך אפ דערמיט, פאריאר האט מען בסייעתא דשמיא געטיילט גרויסע סכומים פאר פילע משפחות פון אנשי שלומינו, און מען האט צוריק געהערט גאר שטארק גריסן ווי שטארק דאס האט ארויסגעהאלפן, און געראטעוועט דעם מצב בסייעתא דשמיא, און היי יאר איז דער שטארקע פארלאנג פאר הילף ליידער בכלל נישט קלענער געווארן. &nbsp; היינט צוטאגס איז די קהילה שוין פארשפרייט אין גאר אסאך שטעט, און דער קופה וויל זייער שטארק געבן פאר אלעמען, די גבאים זאגן אונז אז מען האפט צו געבן פאר משפחות פון גאנץ ארץ ישראל, ירושלים, בית שמש, בני ברק, טבריה, ביתר, בראכפעלד, חיפה, אלעד, יבנאל, און נאך, וויבאלד עס זענען דא אסאך משפחות וואס זענען באמת אנגעוויזן דערויף, זיי מוטשען זיך א גאנץ יאר צו קענען דעקן זייער הוצאות, און יעצט בעפאר פסח, איז עס נאך שווערער. &nbsp; די גבאים רופן ארום אנשי שלומינו תלמידים פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל, אבער דאס קען נישט דעקן, דערפאר רופט מען אויך אנשי שלומינו פון אמעריקע און פון איבער די וועלט, דער גבאי פארקויפט פארשידענע זכותים, מען קען קויפן "א קינדער געבענטשטע משפחה אויף יום טוב" פאר טויזנט דאלער, "א גרויסע משפחה פאר פינף הונדערט דאלער", אדער "א גאסט אויף יום טוב" פאר צוויי הונדערט און פופציג דאלער; עס איז אויך דא דער זעלטענער געלעגנהייט צו קויפן דער זכות פון "פרנס החלוקה" פאר צען טויזנט דאלער. &nbsp; מען הערט צוריק גאר ווארעמע גריסן פון אנשי שלומינו, וואס רופן זיך אן מיט גאר ווארעמע נדבות, אנשי שלומינו רופן זיך אן יעדער יותר כפי יכלתו און ווארטן אפילו נישט מען זאל זיי רופן, די גבאים ווארטן אויף אייער קאל, מען קען זיי רופן אויף 011-971-53-316-5893, אדער קען מען אליינס געבן אויפן לינק https://www.matara.pro/nedarimplus/online/?S=SXpW און מען קויפט זיך איין די זכות פון אריינברענגען א שמחת יום טוב פאר א משפחה וואס לעבט מיטן אייבערשטן אין ארץ ישראל. &nbsp; א ספעציעלע פראמאושן ווערט פארגעשלאגן פאר די וואס געבן פון טויזנט דאלער און העכער, אז אינאיינעם מיט די איינקויף קארטלעך וואס די משפחות באקומען, וועלן זיי באקומען דעם נאמען מיט די מאמע'ס נאמען פון די אלע נדבנים, אז זיי זאלן קענען מתפלל זיין פאר זיי, וואס זיי דארפן.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ה 📝
  • אמעריקע פארקויפט בירגערשאפט

    אין די לעצטע וואכן זענען געווען פילע אנטוויקלונגען אין אמעריקע בנוגע אימיגראציע, צום ערשט האט זיך די רעגירונג גענומען זייער שטרענג, די אייס אגענטור לויפט ארום אין די שטעט און נעמט אויף פילע פארברעכערישע באנדעס פון אימיגראנטן, א טייל פון זיי האט מען אפגעשיקט צום לאנד "על סאלוואדאר" וואס פארמאגט די שטרענגסטע תפיסה אין דער וועלט. דער תפיסה איז געמאכט פאר די ערגסטע פון די ערגסטע פארברעכער רוצחים און אכזרים, וואס זענען פאראורטיילט געווארן אן איין וועג טיקעט צום טורמע, און עס האט נישט אפיציעל קיין לעבעדיגע וועג ארויס. &nbsp; פילע אימיגראנטן וואס זענען אומלעגאל אין אמעריקע האבן שטארק מורא פאר זייער צושטאנד אין אמעריקע, און פארשטייט זיך, די אומלעגאלע אימיגראציע איז דראסטיש געפאלן צו איבער נייציג פראצענט נידעריגער. די אימיגראנטן וואס האבן אזוי שווער געארבעט אריבערצוגיין הונדערטער מיילן פון אויסמאטערנדע וועגן, צאלנדיג זייער אפגעשפארטע גרייצער פאר די שווערצער, ווערן יעצט פון איין מינוט אויפן צווייטן צוריק געשיקט צו זייער היימלאנד, ווי זיי דארפן זיך ווידער ספראווען מיט די פילע שוועריקייטן דארט, ווי ארעמקייט, קרענק, און קרימינאלע באנדעס וואס קאנטראלירן דארט. &nbsp; אסאך מענטשן טראכטן אז נאר זיי מאכן מיט, נאר זיי האבן פראבלעמען, פאר יעדעם גייט אלעס גוט, יעדער קומט, יעדער גייט, נאר ביי מיר גייט אלעס פארקערט ווי איך וויל, אבער דער אמת איז אז יעדער מאכט מיט, און יעדער האט שוועריקייטן, און עס איז אזא גרויסע רחמנות אויף א מענטש נאכדעם וואס ער האט מיטגעמאכט די זיבעציג יאר, ער קומט שוין ארויף אויף יענער וועלט זאגט מען אים, גיי צוריק, האסט נישט אויפגעטון וואס דו האסט געדארפט, און דו דארפסט נאכאמאל איבערגיין כיתה א', דורכגיין די שווערע בחורישע יארן, זוכן א שידוך, ברענגען פרנסה.&nbsp; &nbsp; פון די אנדערע זייט האט אמעריקע אנאנסירט א נייע וועג אריין, מען רופט עס די "גאלד קארד", פאר פינף מיליאן דאלער, קען מען קויפן לעגאלע בירגערשאפט קיין אמעריקע, און ווערן א פערמענאנטע רעזידענט מיט אלע רעכטן. עס זענען באריכטע געווארן אז בערך טויזענט אזעלכע קארטלעך זענען שוין פארקויפט אין די לעצטע וואכן, אריינברענגענדיג פינף ביליאן דאלער פאר אמעריקע. פארשטייט זיך עס זענען דא וואס ברענגען ארויס אז דאס וועט אריינברענגען שפע קיין אמעריקע, מענטשן וואס וועלן עפענען ביזנעסער און געבן דזשאבס פאר אמעריקאנער, פון די אנדערע זייט זאגן קריטיקירער אז דאס בעפארצוגט געלט איבער ווירדן, און נישט דאס איז וואס דארף אויסמאכן וועמען אריינצונעמען קיין אמעריקע. &nbsp; פאר אונז אבער איז דאס גוטע נייעס, ווייל מיר קענען באקומען א גאלד קארד אויך אָן געלט. מיר האבן פראטעקציע, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א גאלד קארד וואס הייסט "תיקון הכללי", דער וואס זאגט די צען קאפיטלעך תהלים - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ, ק"ה, קל"ז, ק"נ, דער פאררעכט אלעס. ווען ער קומט ארויף אויף יענער וועלט הייסט מען אים נישט צוריק קומען. די גרויסקייט פון די צען קאפיטלעך זענען אזוי גרויס, אז כאטש דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, אז ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענער וועלט זאל ער זיך עקשנ'ען, און זאגן אז יעבור עלי מה, מען זאל נעמען אלעס אבער נישט צוריק קומען, האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט דערויף, אז אויב מען זאגט אים אין הימל אז אויב ער קומט צוריק וועט ער קענען זאגן נאך א תיקון הכללי, לוינט זיך אלעס. &nbsp; בפרט אויב מען קען זיך אריבערכאפן צום הייליגן ציון פון רבי'ן, גיין אין מקוה, געבן א פרוטה לצדקה, איז נישט דא קיין גרעסערס פון דעם, דער רבי האט צוגעזאגט אז נאכדעם זאגט אז די צען קאפיטלעך, אויסער וואס עס איז מסוגל צו פרנסה, צו רפואות, איז עס א תיקון אויף אלעם. אבער מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן עס טאקע טון, ווייל דער רבי האט געזאגט, אז אפילו עס איז אזוי גרינג, אבער וויבאלד עס איז אזא גרויסע זאך, איז דא דערויף א גרויסע יצר הרע.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ה 📝
  • אייזן און מאגנעטן

    שאלה:איך האב געליינט וואס איר האט געשריבן איבער וויאזוי מאגנעטן ציען זיך איינער צום צווייטן צוליב זייער דרום און צפון פאולס וואס ציען זיך איינע צום צווייטן. עס איז אבער באקאנט אז מאגנעטן ציען זיך אויך צו אייזן. מיין שאלה איז וואס מאכט אייזן זיך ציען צום מאגנעט, און צי זענען דא נאך מאטריאלן וואס ציען צום מאגנעט? &nbsp; מ.פ. קרית יואל &nbsp; ענטפער:ווען מיר ברענגען אַ מאַגנעט מיט א שטיקל אייזן נאנט איינע צום צווייטן, פּאַסירט אַ מאָדנע זאַך &ndash; דער שטיקל אייזן ווערט אויך מאגנעטיש און קלעבט זיך צוזאם צום מאגנעט. וואס פּאַסירט דא?&nbsp; כדי צו ענטפערן די שאלה דארף מען קודם רעדן איבער "פעראָמאגנעטישע מאטריאלן" &ndash; דאָס זענען מעטאלן ווי אייזן, ניקל, און קאָבאַלט, וואס זיי ווערן צוגעצויגן צו מאגנעטן. אסאך מעטאלן, צום ביישפיל גאלד, זילבער און קופער זענען בכלל נישט "פעראמאגנעטיש", זיי ווערן נישט מחובר צום מאגנעט. וואס זענען די פעראמאגנעטישע מעטאלן אנדערש? זיי האבן נאטירליך פיצעלע מאגנעטישע פעלדער אין זיך, אין געווענליכע אומשטענדן - זענען די קליינע מאגנעטישע פעלדער געוואנדן צומישט אין אלע ריכטונגען, און זיי זענען זיך מבטל איינע דעם צווייטן, און עס באקומט נישט קיין מאגנעטישער כח, אבער ווען עס קומט אריין א מאגנעט נעבן זיי, צוויגט דער מאגנעטישער פעלד פון מאגנעט אלע קליינע מאגנעטישע פעלדער זיך אויסצוגראדן אינעם זעלבן ריכטונג פונעם מאגנעט, און דער אייזן ווערט אליינס צייווייליג מאגנעטיש. &nbsp; קענסט עס אליינס אויספרובירן. נעם צוויי אייזערנע פאפיר קליפס, און לייג זיי איינע נעבן צווייטן. עס וועט גארנישט פאסירן, הענג אן איין פאפיר קליפ אויף א שטארקע מאגנעט, און וואונדער איבער וואונדער וועסט קענען צוטשעפענען דעם צווייטן קליפ צום ערשטן, און אזוי מאכן א לאנגע קייטל פון קליפס. &nbsp; אין אונזער לעבן האבן מיר ממש די זעלבע זאך, מיר דרייען זיך דא אויף דער וועלט, און דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיט אלע כחות אונז צו מאכן פארגעסן ווער עס פירט די וועלט, און פארוואס מיר זענען דא, אבער די גוטע נייעס איז אז מיר זענען "פעראמאגנעטיש", מיר קענען ווערן מאגנעטיש און ציען צום אייבערשטן, דאס איז אויב מיר זענען זיך מדבק צום צדיק, מיר לערנען זיינע ספרים, מיר פאלגן זיינע זיסע עצות, און אויב מיר טוען אזוי ווערן מיר נישט נאר צוגעצויגן צום אייבערשטן, נאר מיר ווערן אליינס מאגנעטן, מענטשן וואנדערן זיך פון ווי די תלמידים פונעם צדיק האבן אזעלכע דיבורים, "פון וואו קומט אזא שפראך צו פשוטע מענטשן", מען זעט מענטשן וואס לעבן דא אויף דער וועלט מיט ביידע פוס, זיי האבן ביזנעסער, שיינע הייזער, שיינע קארס, אבער זענען אין די זעלבע צייט דבוק צום אייבערשטן אויף די מדריגה פון צדיקים. מען קען הערן פון בעלי דרשנים וואס פרעדיגן "אויף דער וועלט קען מען נישט האבן ביידע, עס גייט נישט צוזאמען, אדער א שיינע קאר, אדער ביסטו אן ערליכער איד", דער דרשן ווייסט נעבעך נישט פונעם סוד, אז אויב מען גייט צום צדיק האט מען ביידע וועלטן. נישט נאר דאס, מען קען נאר האבן דער וועלט אויב מען האט א צדיק, און מען לעבט מיטן אייבערשטן. &nbsp; עס איז זייער אינטערסאנט דער וועלט פון מאגנעטן, צום ביישפיל מיר האבן יעצט געשריבן איבער די פעראמאגנעטישע מאטריאלן וואס קענען ווערן צייטווייליגע מאגנעטן אויב מען לייגט זיי נאנט צו א מאגנעט, אבער עס זענען פארהאן פארשידענע מעטאדן צו מאכן די אייזן אין א פערמענאנטע מאגנעט, דורך היץ און אנדערע וועגן. &nbsp; וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון למעשה איז אז אויב חס ושלום מיר לאזן אפ דעם צדיק, קען מען חלילה אוועקפאלן פונעם אייבערשטן, אבער מען קען אלץ תשובה טון, צוריק קומען צום אייבערשטן און פאלגן זיינע צדיקים און אזוי וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; askgershon@gmail.com

    < זעה מער ג ניסן תשפ"ה 📝
  • שבת פקודי החודש מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    א גאר געשמאקער און דערהויבענער שבת החודש איז אריבער אין שטעטל צוזאמען מיטן ראש ישיבה. כאטש עס איז נישט מעגליך אלעס אראפ צו שרייבן, וועלן מיר זיך בבחינת "אביסל איז אויך גוט", זיך מצמצם זיין צו אראפשרייבן עטליכע שיינע נקודות פונעם הערליכן שבת, וואס איז געווען מלא וגדוש, מען האט כסדר געהערט פון ראש ישיבה דיבורים נפלאים, וואס מ'קען נוצן טאג טעגליך פארן לעבן זיך צו מחזק זיין און לעבן א געשמאקע לעבן מיטן אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה איז איינגעשטאנען אויף שבת ביי זיין איידעם הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א און געדאוונט אין בית המדרש אויף די ירושלים גאס. &nbsp; פרייטאג צונאכטס איז געווען דער בעל תפלה מו"ה יודל טירנויער הי"ו וואס האט אראפ געלייגט א געשמאקן קבלת שבת מיט'ן ברסלב'ן נוסח. אינדערפרי נאכן מקוה אין בית המדרש עצתו אמונה האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם, אז ער האט זיך דערמאנט פונעם קבלת שבת וואס ער האט געדאוונט אמאל ביי מוהרא"ש זי"ע אין בארא פארק אום חודש כסליו תש"ע, ווען מוהרא"ש האט אים צוגעשיקט צו קבלת שבת, מוהרא"ש האט זיך נאכדעם אויסגעדרוקט אז ער האט נאכנישט געהערט אזא שיינע דאווענען. &nbsp; ביי דעם שמועס האט אויך אסאך גערעדט איבער "חומרות אום פסח", דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם פארוואס ביים פריערדיגן דור איז געווען אזוי שטארק צו מאכן אלעס אליין אום פסח, אבער היינט זעט מען דאס נישט אזוי שטארק; דאס איז ווייל זיי זענען געווען געוואוינט פונדערהייים אליין צו צושטעלן עסן, עס זענען נישט געווען קיין פארטיגע פראדוקטן אזוי ווי היינט.&nbsp; דער עיקר - האט דער ראש ישיבה געזאגט - אז די חומרות זאלן נישט אוועקנעמען די שמחת יום טוב. מען קען און מען זאל אנהאלטן אלע חומרות וואס מען האט געזען אינדערהיים, אבער מען דארף עס טון אָן נערוועזקייט און אנגעצויגנקייט. אזוי האט זיך פארצויגן א גאר שיינע לאנגע שמועס, מען קען הערן פונעם שמועס אויך אויף קול ברסלב ביי די "שבתים אפטיילונג." &nbsp; דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צו שחרית, און אראפגעלייגט א דאווענען מיט ווארעמקייט און הארץ, דער ראש ישיבה איז אויך געווען דער בעל קורא, נאכ'ן ליינען האט דער "חזק חזק" גאר שטארק אפגעדינערט, אלע זענען געווען גאר פרייליך אז זיי האבן זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ספר שמות. אויף מוסף האט מען געהאט די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה אלס בעל תפלה, און די קינדער מיט אלע מתפללים האבן שיין מיטגעזינגען ביי יוצרות. &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה גערעדט א שיינע שמועס, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען זאל אלץ געדענקען פארוואס מען איז אנגעקומען אין היכל הקודש בכלל, אזוי ווען עס מאכט זיך א חלישת הדעת, זאל מען נישט אוועקלויפן צוליב דעם, נאר זיך דערמאנען פארוואס מען איז דא, וואס מען באקומט פונעם רבי'ן. דער ראש ישיבה האט דערנאך פארציילט באריכות די גאנצע מעשה פון משה חינקעס, ווי רבי נתן האט געזאגט פאר דעם גביר משה חינקעס היתכן ער קריגט ווען א דאנק אים האט ער זוכה געווען צו האבן א קינד. &nbsp; אויך די וועטער האט ברוך השם גאר שיין מיטגעשפילט, עס איז געווען געשמאק ווארעם, און עס האט זיך געשפירט ווי חול המועד פסח, מען האט געשמאק פארברענגט אין הויף צווישן די גראז און ביימער ארום דעם בית המדרש, עס איז געווען שיין צו זען במשך נאכמיטאג ווי די אינגעלייט, בחורים און קינדער זענען געזיצן און געלערנט זייערע שיעורים. &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה גערעדט פון די רש"י די וואך, אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה "מאך מיט די הענט כאילו דו מאכסט די משכן, און איך וועל עס אויפבויען", דאס גייט ארויף אויף אונז, אז א מענטש דארף נאר מאכן אביסל מיט די הענט און דער אייבערשטער וועט שוין ברענגען פרנסה. דו דארפסט נישט שווער ארבעטן, טו אביסל. הייב אן מאכן פסח'דיג און דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט פארן די ארבעט געשמאק.&nbsp; &nbsp; מוצאי שבת איז מען אריבער וואונטשן א גוטע וואך, און ווער עס האט געהאט א שאלה צו פרעגן האט דעמאלט געהאט די געלעגנהייט, מוצאי שבת האט מען זיך געזעגנט פונעם שבת מיט געשמאקע געפילן און מיט דעם זיך געמאכט גרייט צו אויפנעמען דעם פסח וואס קומט אט אט צו גיין.

    < זעה מער ב ניסן תשפ"ה 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק ג' גייט ב"ה צום דרוק

    אין די פארגאנגענע וואכן האבן די שטאב פון קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כוחות אינעם דריטן באנד אשר בנחל אידיש, מען האט עס פריש מגיה געווען, און מסדר געווען מיט הערליכע מפתחות, דער מנהל בית הדפוס הר"ר אשר יעקב בלום שליט"א און מו"ה יוסף יאקאבאוויטש הי"ו זענען געשטאנען בראש פון די ארבעט און ב"ה מען האלט שוין ביים שטאפל אז דער נייער באנד ווערט שוין גרייט צום דרוק. &nbsp; און כאטש דער סמ"ך מ"ם איז נישט געשלאפן, בפרט אויף אזא הייליגע פראיעקט וואס וועט צוריק ברענגען אומצאליגע אידן צום אייבערשטן, לייגט ער זיך אין די לענג און אין די ברייט צו שטערן און צו אפהאלטן. אבער דער ראש ישיבה שליט"א לאזט נישט נאך, ער איז כסדר מעודד און מחזק די עוסקים במלאכת הקודש מען זאל ווייטער דרוקן די הייליגע ספרים, זאגענדיג אז גייט אים בנפשו מען זאל נישט אפלאזן דאס דרוקן אשר בנחל, ווייל ער האט צוגעזאגט פאר מוהרא"ש זי"ע ביי די לויה אין בארא פארק, אז ער וועט א גאנץ לעבן דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. &nbsp; דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו זאגט אונז אז אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארעם, און קויפן זיך איין זכותים אינעם הייליגן ספר אויף וואס מוהרא"ש האט געזאגט און געשריבן גאר אסאך מאל אז ווער עס דארף א ישועה, א זכות, זאגט ער צו אז דורכ'ן נעמען א חלק אין דרוקן זיינע ספרים, בפרט "אשר בנחל" וועט ער זען א זיכערע ישועה. &nbsp; עס זענען דא גאר אסאך מעשיות פון אידן וואס האבן געזען אפענע ישועות אין זכות פון דרוקן אשר בנחל, אינעם בלעטל ווערן כסדר געדרוקט מעשיות מיט נעמען וואס דער עולם קען, וואס פארציילן עדות ווי זיי זענען געהאלפן געווארן שלא כדרך הטבע נאכ'ן מנדב זיין פאר'ן הייליגן ספר. &nbsp; דער יעצטיגער מהדורה וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת מארקאוויטש" און איז נתנדב געווארן דורך מו"ה יואל מארקאוויטש הי"ו, דער גרויסער זכות וועט זיכער ביישטיין פארן נדבן, אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; ווי געזאגט האלט מען שוין יעצט ביים לעצטן שטאפל פון צוגרייטן צום דרוק, און יעצט איז די לעצטע געלעגנהייט צו קויפן א זכות, עס זענען געבליבן נאך בלויז עטליכע טעג צו קענען קויפן א זכות אינעם ספר. אויף וואס ווארט איר? רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 און זייט זוכה צו ישועות, רפואות, פרנסה, שידוכים, נחת און שמחה אין דעם זכות.

    < זעה מער ב ניסן תשפ"ה 📝
  • ב"ה אייער פרייזן שטארק געפאלן אין אמעריקע

    ווער עס האט נאר אריינגעטרעטן אין א גראסערי במשך די לעצטע חדשים האט עס געמוזט באמערקן, אלע פורים וויצן זענען געגאנגען אויף די חשבון פון די אייער "קענסט מיר אפשר צוקראכן א צענער" איז געווען איינע פון די וויצן "יא, געב מיר א דאזן אייער און איך לאז עס אראפ אויף דער ערד, און האסט א צוקראכטע צענער". אסאך האבן טאקע געמאכט געשמאקע דזשאוקס אויפן די חשבון פון די הינער, אבער ביי אנדערע איז עס נישט געווען אזוי "איי איי", "וואס וועט זיין מיט פסח?" האט דער נוזשענדע פליג אונז געדזשומעט אין קאפ, "וואס וועט מען עסן פסח אויב א דאזן אייער וועט קאסטן צען דאלער?", דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער געהאלטן אין איין דערמאנען - ווען עס איז אויסגעקומען צו רעדן פון אייער אז עס איז נישטא וואס צו זארגן, דער אייבערשטער האט געהאלפן ביז יעצט, ער וועט ווייטער העלפן, און וויאזוי עס וועט זיין וועט ער בלייבן פירן די וועלט, און דער זעלבער באשעפער וואס איז זן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כינים, וועט אונז אויך שפייזן, ביז פסח, אין פסח, נאך פסח, צי פרייזן פון אייער וועט זיין איין דאלער, צען דאלער אדער סיי וועלכע אנדערע פרייז. &nbsp; די אלע נבואות זאגער און נייעס ברענגער האבן פארשפרייט שמועות אז די פרייזן פון אייער וועט נאך ארויפגיין כאטש ביז פופצן דאלער א דאזן, און פאר דריי פיר חדשים וועט עס נישט פאלן, און דערפאר - איז זייער וויכטיג צו זיין באזארגט - האבן זיי אויסגעפירט מיט פאטאס. די אלע וואס זענען נעבעך פארקויפט פאר די נייעס זענען נעבעך שטארק אויסגעשפילט געווארן ווען דער אויבערשטער האט געהאלפן אז יעצט עטליכע וואכן פאר פסח האט זיך די פרייז פון אייער פלוצליג גענומען פאלן גאר גאר שטארק, אין די צייט וואס אידן קויפן איין ריזיגע טרעילארס מיט אייער, זענען די פרייזן שוין געפאלן ביז אונטער דריי דאלער א דאזן. &nbsp; אבער זארגט אייך נישט - אוי, כ'מיין צו זאגן - זארגט אייך יא... - די צייטונגען האבן יעצט פרישע שווארצע נבואות'ער וואס קומט. עס איז נישט כדאי זיי אראפ צו ברענגען, ווייל די יצר הרע פון ערווארטן ביטערע צייטן איז אזוי שטארק, אז מען קען נאך חלילה פארכאפט ווערן פון די אלע זארגערייען. &nbsp; יעצט קומט דער הייליגער יום טוב פסח, דארפן מיר געדענקען אז מה דאך אויף אייער האט דער אייבערשטער געהאלפן און עס איז געווארן אסאך ביליגער, און מען עס שוין איינקויפן פאר אסאך ביליגער, כל שכן אויף די הייליגע מצות - מיכלא דמהימנותא - א מאכל פון אמונה, דארפן מיר געדענקען אז עס איז ווערד יעדע דאלער וואס מען געבט אויס דערויף. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלעמאל, אז מען זאל נישט מאכן קיין אנגעצויגנקייט אין שטוב "מצות זענען אזוי טייער! יעדע ביס קאסט א דאלער! עס נישט אזוי סאך!", נאר מען זאל לאזן די שטוב עסן פון די הייליגע מצה וואס געבט אריין אמונה אין אונז און אין די קינדער, אזוי אויך איז עס א "מיכלא דאסותא", א מעדיצין, א נאטורליכע וויטאמין, וואס היילט אויס. מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז דאס וואס עס זענען דא מענטשן וואס באקלאגן זיך אויף די מאגן נאך פסח, אז די מצות זענען אזוי שווער אויפן מאגן, דאס איז א סימן אז דער מעדיצין ווירקט. ווען א מענטש גייט דורך טריעטמענטס רח"ל אויף א שווערע מחלה, קען עס האבן זייט ווירקונגען. &nbsp; דעם פסח וועלן מיר זיין זייער פרייליך מיט די מצות, מיט די ד' כוסות, מיט די מרור, מיר וועלן זיין פרייליך אז מיר האבן א ווייב, מיר האבן קינדער, און מיר דארפן זיי קויפן קליידער און עסן, און אנשטאט זינגען דעם ביטערן ניגון "יום טוב קאסט" וועלן מיר זינגען דעם פרייליכן ניגון "א מחי' יום טוב, א מחיה מצות, א מחיה קינדער, א מחיה פסח", און דאס וועט זיין די בעסטע חינוך פאר די קינדער, זיי זאלן ליב האבן דעם אויבערשטן, ליב האבן תורה ומצות, און וואקסן געזונטע קינדער ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער כח אדר תשפ"ה 📝
  • הערליכע נייע לעמינעטעד "תיקון הכללי" ווערט ארויסגעגעבן‎

    אין די טעג גייט צום דרוק דורכ'ן "קרן הדפסה" א גאר פראקטישע קליינע "טרעוול סייז" תיקון הכללי, מיט גרויסע שיינע אותיות, נאכדעם וואס עס איז שוין לאנג דא א שטארקע פארלאנג דערפאר ביים היימישן עולם. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט אין פעולת הצדיק (סימן תתצ"ז בהגהה) "נִמְצָא שֶׁעֲשָׂרָה קַאפִּיטְל תְּהִילִים" - טז, לב, מא, מב, נט, עז, קה, קלז, קנ - די צען קאפיטלעך, "שֶׁגִּלָּה רַבֵּינוּ זַ"ל", וואס דער רבי האט אונז אנטפלעקט, די תיקון הכללי, "הוּא תִּיקוּן לְכָל הַחֲטָאִים שֶׁבָּעוֹלָם בִּכְלָלִיּוּת", איז א תיקון פאר אלע עבירות פון די וועלט, "וּבִפְּרָטִיּוּת לְכָל מִינֵי פְּגָמֵי הַבְּרִית", און ספעציעל פאר פגם הברית רחמנא לצלן, "וּבִפְּרָטֵי פְּרָטִיּוּת לְמִקְרֶה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְּלָן". &nbsp; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (שם): "וְעַל כֵּן מִי הֶחָפֵץ בַּחַיִּים", ווער עס זוכט לעבן, "מִי הָרוֹצֶה לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה מֵעֲוֹנוֹתָיו וַחֲטָאָיו שֶׁנָּפַל בָּהֶם רַחֲמָנָא לִצְּלָן", ווער עס וויל תשובה טון אויף זיינע זינד וואו ער איז אריין געפאלן, "כָּל אֶחָד וְאֶחָד כְּפִי יְרִידוֹתָיו", יעדער איינער לויט ווי ער איז אראפגעפאלן, "יְרַחֵם עַל נִשְׁמָתוֹ", זאל רחמנות האבן אויף זיין נשמה, "וְיֹאמַר בְּכָל יוֹם אֶת הָעֲשָׂרָה מִּזְמוֹרֵי תְּהִלִּים", און זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים, "שֶּׁהֵם תִּיקוּן חָדָשׁ לְגַמְרֵי", וואס דאס איז א נייער תיקון. &nbsp; דער רבי זאגט אז נאכן זאגן די צען קאפיטלעך תהילים פון "תיקון הכללי" דארף מען מער נישט איבער טראכטן וואס מען האט געטון, דער עיקר תיקון הברית - האט דער רבי געזאגט - איז "נישט איבערטראכטן"; איינמאל מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי זאל מען מער נישט איבער טראכטן וואס איז געווען, נאר אנהייבן מיט א נייע התחלה דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען און טון מצוות. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע האט איינגעפירט אז אנשי שלומינו זאלן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים יעדן טאג נאכ'ן דאווענען, נאך איידער מען טוט אויס די תפילין. און אנשי שלומינו זענען דאס מקיים, און האט מען באשלאסן צו דרוקן דעם תיקון הכללי אויף דעם פראקטישן פארמאט. &nbsp; אזוי אויך זאגן די מפיצים איז דא א גרויסע פארלאנג פון אידן איבער די וועלט וואס ווילן מקיים זיין בפשיטות וואס דער רבי האט געבעטן, און זוכה זיין צום גרויסן תיקון. &nbsp; צו באקומען אויף ברסלב סענטער סטאר

    < זעה מער כז אדר תשפ"ה 📝
  • וויאזוי מאכט מען תכריכים?

    שאלה: עס איז מיר זייער אינטרעסאנט ווי אזוי מען נייעט תכריכים, ווייל ווי איך פארשטיי איז תכריכים א שטיקל פלאַקס סחורה (פשתן), וואס מען וויקלט ארום דעם נפטר. אבער פון דער צווייטער זייט הער איך אז עס זענען דא פרויען וואס נייען תכריכים, איז וואס איז דא צו נייען, אויב עס איז סתם א שטיקל סחורה? א ליינער פון ירושלים עיר הקודש &nbsp; ענטפער: די גמרא (מועד קטן כ"ז ע"ב) זאגט "בראשונה היתה הוצאת המת קשה לקרוביו יותר ממיתתו עד שהיו קרוביו מניחין אותו ובורחין עד שבא רבן גמליאל ונהג קלות ראש בעצמו ויצא בכלי פשתן ונהגו העם אחריו לצאת בכלי פשתן אמר רב פפא והאידנא נהוג עלמא אפילו בצרדא בר זוזא", אמאל פלעגן די הוצאות פון באערדיגן דעם נפטר זיין אזוי גרויס, די קאנקורענץ צו ווייזן ווי שטארק עס טוט וויי דער נפטר האט צוגעברענגט אז יעדער האט געמוזט איבערשטייגן מיט מער און מער טייערע תכריכים, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז די הוצאות צו באערדיגן האבן ממש פאר'חוב'סט אידן און עס איז שוין געווארן א גרעסערע צרה, ווי דאס וואס איינער איז ליידער נפטר געווארן, דער הייליגער תנא רבן גמליאל האט רחמנות געהאט אויף זיין דור, און האט באפוילן מען זאל אים באערדיגן מיט פשוטע ביליגע קליידער פון "פלאַקס", און דער ביישפיל האט גורם געווען אז אלע זאלן אים נאכמאכן, און עס האט זיך אויפגעהערט דער נארישער קאנקורענץ, און יעדער האט אנגעהויבן צו באערדיגן מיט פלאַקס תכריכים. די גמרא ענדיגט צו אז רב פפא האט געזאגט אז היינט איז שוין אזוי ביליג צו קויפן תכריכים, אז עס קאסט נישט מער פון איין זוז. (היינט געשאצט צו זיין ווערט צווישן פינף און צען דאלער.) &nbsp; ווי מיר לעבן היינט, זעט אויס אז תכריכים איז שוין געווארן צוריק זייער טייער, היינט איז דא א גרויסע קאמפעטישן צווישן מענטשן וואס לעבן נעבעך נישט, (זיי גייען טאקע ארום, זיי אטעמען אקסיגען - אָן קיין רעספירעיטאר) יעדער וויל ווייזן אז ער האט שענערע תכריכים פונעם צווייטן. היינט קען מען קויפן גאר שיינע "תכריכים", פאר פסח, פארקויפן די "מענ'ס קלאודינג סטארס" גאר שיינע תכריכים מיט הערליכע דיזיינס, היינט גייען אסאך מענטשן ארום מיט "פעשאן" בעקיטשעס, טרי-די דיזיינס, גליטער דיזיינס, ברייטע גארטלעך אדער שמאלע גארטלעך, גארטלעך מיט אדער אָן קנעפלעך... מען קען אפילו קויפן תכריכים מיט אלע קאלירן... &nbsp; דאס איז אבער נאר אויב א מענטש לעבט נישט מיט'ן אייבערשטן, ער פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים און ער קען רעדן צו אים, ער איז נעבעך א "געשטארבענע" מענטש וואס זעט אויס ווי לעבעדיג... דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז פסח מיינט "פה סח", מיין מויל רעדט צום אויבערשטן, דאס קען מאכן תחיית המתים, און מען קען בלייבן מיט די שיינע בעקיטשע, אבער ווען מען לייגסט צו אביסל אמונה, און מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן וועט מען ממש פריש אויפשטיין תחיית המתים. &nbsp; למעשה איז תכריכים נישט קיין פשוטע שטיקל סחורה, עס איז טאקע זייער פשוט, אבער מען נייעט עס אויף, עס באשטייט צווישן אנדערע פון א העמד, הויזן, א קאפ צודעק, א גארטל און נאך. אמאל פלעגן זיין ערליכע אידישע פרויען וואס פלעגן זיך פרייען צו האבן די זכיה צו נעמען א חלק אין דער מצוה פון "חסד של אמת" א חסד וואס מען טוט מיט א נפטר, אָן דעם וואס מען זאל אפילו קענען צוריק באקומען א "ישר כח" פון אים.

    < זעה מער כו אדר תשפ"ה 📝
  • "א פשוטער מיטוואך" - שמועס אויפן קול ברסלב ליין

    צוויי חשובע אנשי שלומינו, הר"ר דוד פוקס שליט"א, וועלכער איז אויפגעוואקסן אין ארץ ישראל, און הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א, וואס שטאמט פון אמעריקע און דינט היינט אלס א מגיד שיעור אין די ישיבה אין ארץ ישראל, פירן יעדן מיטוואך א געשמאקן שמועס אויף די קול ברסלב האטליין. ווי שוין באריכטעט, וויל דער ראש ישיבה שליט"א אז אנשי שלומינו זאלן האבן גוטע, ערליכע תוכן צו ליינען און צו הערן, כדי מען זאל בכלל נישט האבן די נסיון פון אויסצוהערן די פארשידענע לצים-האטליינס. איין האטליין מאכט א מער ערנסטע פנים, און דער צווייטער אביסל ווייניגער, אבער הצד השווה שבהם איז אז אלע זענען אנגעפילט מיט ליצנות און גוי'אישע השקפות, וואס שאדן פאר אן ערליכער איד. געלויבט דעם אייבערשטן, אז עס ווערט ב"ה יעדן טאג צוגעלייגט הערליכע תוכן סיי אויף די קול ברסלב טעלעפאן ליין, סיי אויף די ברסלב סענטער וועבסייט, און סיי וועכנטליך דורך די גליונות און צייטונגען. אידישע קינדער באקומען יעדן טאג לעבן פון די רייכע אינהאלט -&nbsp; דרשות, ארטיקלען, בריוו, אינטערוויוס, נייעס, פאַדקעסטס, שמועסן און נאך &mdash; וואס ברענגען חיזוק אויף אן ערליכער וועג, כדי צו קענען אנגיין אין דעם הייליגן אויסגעטרעטענעם דרך המסורה פון אונזערע עלטערן און רבי'ס. דאָס איז תוכן וואס איז נישט בלויז בלי שום חשש ליצנות, רכילות, פאליטיק און לשון הרע, נאר אויך אנגעפילט מיט תמימות, יראת שמים, אמונה און מידות טובות. אויף דעם וועג ווערט כסדר צוגעלייגט נאך גוטע תוכן כסדר אויף די פארשידענע אויבנדערמאנטע פלאטפארמעס. יעצט איז צוגעקומען א פרישע פראגראם "א פשוטע מיטוואך" אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין, וועלכער גייט שוין אן עטליכע וואכן מיט גרויס הצלחה, און איז שטארק אויפגעכאפט געווארן. יעדע וואך שמועסט מען איבער א געוויסע נושא &mdash; אן אקטועלע פראבלעם מיט וואס אידן מוטשענען זיך כסדר. מען לייגט עס אראפ פון אלע צדדים און מען ברענגט דערנאך דעם דעת תורה פון ספרי אשר בנחל און עצתו אמונה, כדי צו טרעפן דעם קלארן און אויסגעהאלטענעם מהלך וויאזוי זיך צו פירן, און צו באקומען ריכטיגע עצות וויאזוי צו לייזן דעם אישו. דער נאמען "א פשוטע מיטוואך" נעמט זיך פון וואס רבי נתן ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "וואס אונז רעדן אין א פשוטע מיטוואך, וואונטשן זיך צדיקים צו רעדן בעלמא דקשוט". אין די ערשטע וואך פון דעם פראגראם, איז דער שמועס געווען איבער די פרייזן פון דירות. מען האט ארויסגעברענגט די שוועריקייטן צו קויפן הייזער אין די היימישע געגענטער און דורכגעשמועסט די פארשידענע אפציעס פון זיך אריבערציען צו נייע געגנטער, וואס פילע נעמען אין באטראכט כדי צו קענען האבן א דאך איבערן קאפ. און מען האט אויסגעשמועסט די ריכטיגע מהלך וויאזוי אנצוקוקן דעם נושא על פי דעת תורה. די צווייטע וואך, פרשת כי תשא, ערב פורים, האט מען דורכגערעדט בענינא דיומא וויאזוי צו זיין פרייליך פורים אין אזא שווערע יאר ווען פורים פאלט אויס ערב שבת, און מען קען נישט געהעריג אויסגעבן און טאנצן ביז שפעט ביינאכט. פרשת ויקהל איז געווען א שמועס איבער די ברענענדיגע נושא פון בין הזמנים &mdash; וואס פילע בחורים ווייסן נישט וואס צו טון איין גייען ליידיג אין די טעג ווען די ישיבות זענען פארמאכט. מען האט ארויסגעברענגט די פראבלעם פון בחורים וואס זוכן "עקשן", און מען האט געגעבן עצות און חיזוק וויאזוי צו פארמיידן די חששות און בעסער אויסנוצן די צייט. דער פראגראם גייט בעז"ה ווייטער אנגיין און וועט מחזק זיין אנשי שלומינו, צו קענען אנגיין אין לעבן מיט קלארקייט, תמימות און יראת שמים. צו הערן די שמועסן קען מען רופן קול ברסלב אויף 212-444-9191, און דרוקט 1-4-4

    < זעה מער כה אדר תשפ"ה 📝
  • שלום געשפרעכן צווישן רוסלאנד און אוקראינע שטויסט זיך אן אין שטיינער

    ווי אלע האבן מן הסתם שוין געהערט האט זיך געטון א גאנצע סומאטוכע אינעם ווייסן הויז נישט לאנג צוריק, דאן איז זעלענסקי אריבערגעקומען צו טראמפ, מיט'ן ציל צו אונטערשרייבן א "מינעראלן אפמאך" מיט אמעריקע, דאס הייסט וויבאלד אוקראינע האט זייער רייכע ערד, פול מיט זעלטענע מינעראלן וואס אמעריקע האט נישט, האט עס געהייסן אז אמעריקע וועט שליסן א געשעפט מיט אוקראינע אז אמעריקאנע פירמעס וועלן אריינקומען און אינוועסטירן אין ארויסגראבן די פארשידענע וויכטיגע מינעראלן, פון וואס ביידע וועלן פארדינען, און בדרך אגב וועט עס אויך דינען אלץ א מיטל צו מאכן שפירן אוקראינע עטוואס רואיגער, וויבאלד רוב פון די מינעראלן געפונען זיך אין די גרעניץ געגענט מיט רוסלאנד, און וועט פארשווערן פאר רוסלאנד אריינצוקומען ווייטער קיין אוקראינע און זיך טשעפען מיט אמעריקע וואס איז דארט א שותף. &nbsp; טראמפ מיט זיין וויצע האבן ווארעם אויפגענומען דעם אוקראינער פרעזידענט, און מען האט געשמועסט און זיך גע'חנפ'עט איינער צום צווייטן ווען נאך א האלבע שעה האט זיך דער שמועס פלוצלונג גערוקט שארף קיין דרום אן קיין פריערדיגע ווארענונג, דאס איז געקומען ווען זעלענסקי האט איבערגעהאקט וועינס און אים פרובירט צו איבערצייגן אז רוסלאנד איז א לאנד מיט וועמען מען קען נישט פארהאנדלען, און אפילו ווען יא וועלן זיי פארלעצן יעדן אפמאך, אזוי ווי זייער היסטאריע האט געוויזן. דא האט זיך אנגעהויבן א ברוגז צווישן די אלע, ווען דער פרעזידענט אינאיינעם מיט זיין וויצע האבן אנגעהויבן באשייגעצן דעם אוקראינער פרעזידענט, בשעת ער פרובירט זיך צו פארטיידיגן. &nbsp; זייט דעמאלטס האבן זיך שוין די באציאונגען צווישן די צוויי עטוואס פארבעסערט, מען האט זיך שוין אביסל איבערגעבעטן, אבער וויאזוי עס זאל נישט זיין טוט יעדער אויסטייטשן דעם דעם אינצידענט אין ווייסן הויז לויט זיין רצון. זאך קענער זאגן אבער, אז דאס איז זיכער אז סיי רוסלאנד און סיי אוקראינע וואלטן שוין לאנג געקענט אויפהערן דעם בלוט פארגיסונג, דער הויפט שטער איז די איינדרוק וואס דאס וועט מאכן. יעדער ציטערט פאר זיין אייגענעם שאטן. רוסלאנד האט מורא זי וועט אויסזען ווי א שוואכלינג וואס קען נישט באזיגן דעם שוואכן אוקראינע, און קוקט זיך אן ווי זי "מוז" באשיצן איר נאמען אלץ א "וועלטס מאכט" (בשעת די וועלט לאכט אונטער איר רוקן, זעענדיג ווי זי האט זיך שוין געמוזט אראפ לאזן אזוי נידעריג צו בעטן הילף פון די מעכטיגע "נארט קאריע" און "איראן") פון די אנדערע זייט, שטייט אוקראינע און לעבט אויף "לייף סופארט", זי מוז צוקומען צו א רעספירעיטאר יעדע מינוט צו קענען איבערלעבן, אבער שפילט "העלד", זיי "פייטן" און "לאזן זיך נישט פון די רוסישע אגרעסיע", און וויל מיט דעם "שיקן א מעסעדזש פאר אלע דיקטאטורן" אז מען קען נישט "סתם אזוי איינעמען לענדער". בשעת מיליאנען סאלדאטן שטארבן, זייער עקאנאמיע גייט אונטער, אלע אינגע מענער אנטלויפן צו אלע רוחות אבי נישט צו דארפן דינען אלס קאנאנען פלייש, אבער זיי שפילן ווייטער "העלד". &nbsp; מיר אלע ביי אונז אינדערהיים קענען האבן אזא זיסע לעבן, אויב מיר וועלן אויך אויפהערן קוקן אויף אנדערע, וואס פארא טייערע פרייז וועלן מיר דארפן באצאלן אויפצוהערן צו לעבן פאר יענעם? דארפן מיר האלטן ביי א מיליאן טויטע און נאך צוויי מיליאן פארוואונדעטע מיר זאלן זיך אויפוועקן? וואלסט שוין לאנג געקענט לעבן מיט'ן אייבערשטן אויב דו וואלסט געקוקט אויפן תכלית און אויפגעהערט קוקן צי דיין שכן האלט דערפון. וואלסט שוין לאנג געקענט טרעפן א דזשאב אויב דו האסט ווען נישט מורא צי עס פאסט. וואלסט שוין לאנג געקענט א שידוך טון מיט דיין קינד ווען דו הערסט אויף קוקן ווער דיין מחותן'ס מחותן איז. &nbsp; לאמיר אנהייבן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קוקן נאר אויף די תורה, און פרעגן נאר צדיקים וואס איז ריכטיג צו טון און וואס איז נישט ריכטיג, וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, און אזוי וועלן מיר לעבן א זיסע לעבן אין גן עדן נאך אויף דער וועלט.

    < זעה מער כד אדר תשפ"ה 📝
  • מכון עצתו אמונה סניף ארץ ישראל טראגט אריין צום דרוק "מעשה'לעך לילדים 2"

    דער מכון עצתו אמונה, וועלכער שטייט אונטער די פירערשאפט פון הר"ר יואל מנחם גרשון שניצלער שליט"א, איז איבערגעגעבן פארן צוועק פון צוגרייטן צום דרוק, ארויסגעבן און פארשפרייטן די ספרים פונעם ראש ישיבה שליט"א. בעיקר זעט מען זייער ארבעט ביים ארויסגעבן די טייערע ספרים "עצתו אמונה", און "איש אמונות" וואס זענען די פילע בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער כסדר קומט ארויס דורך זיי נאך אנדערע ספרים, אריינגערעכנט ,"שפתי תפתח" וואס איז ליקוטי מוהר"ן מיט'ן פירוש פונעם ראש ישיבה און נאך. אויסער די שיעורים און ספרים פאר די אינגעלייט און בחורים, לייגט דער ראש ישיבה שליט"א גרויסע כוחות אויף חינוך, זאגנדיג אז "אונזערע קינדער זענען די צוקונפט פון כלל ישראל". אין די חדר און די סקול ליגט אין שפיץ פון אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט, און אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א כמעט וועכענטליך א חינוכ'דיגע מעשה'לע פאר די קינדערלעך, וואס ברענגט אריין אין זיי יסודות פון אמונה, יראת שמים און גוטע מידות. פון די מעשה'לעך האט דער מכון שוין ארויסגעגעבן צוויי בענדער "מעשה'לעך פאר קינדער", געדרוקט מיט שיינע גרויסע אותיות, קאלירטע בילדער און הויך-קוואליטעט גלאנציגע פאפיר &ndash; געאייגנט פאר קינדער. די ביכלעך זענען געוואָרן גאר פאפולער און ווערן צוכאפט איבעראל, ווייל אלע עלטערן זוכן חינוך'דיגע ספרים פאר זייערע קינדער. אין א ווייטערער שטאפל צו העלפן אונזערע קינדער שטייגן בתורה ויראת שמים, האט דער מכון אויך ארויסגעגעבן קאלערינג ביכער, וואס גייען אינאיינעם מיט די מעשה'לעך. אזוי קענען קינדער נאך שטארקער ארייננעמען די לעקציעס וואס די מעשיות געבן אריין הלכה למעשה אויף א געשמאקע אופן בשעת זייער קאפ איז פארנומען מיט פארבן די בילדער. צו דעם טוט דער ראש ישיבה שליט"א יעדע שטיק צייט רעקארדירן א פרישע מעשה'לע, דער ראש ישיבה שליט"א אליינס פארציילט די מעשה'לע לויט די ווערטער פונעם ביכל. די רעקארדירונגען ווערן דערנאך פארשפרייט אויף יו-עס-בי סטיקס, וואס קינדער הערן אויס אינאיינעם מיט די ביכלעך. אויפן גרויסן פארלאנג זענען די מעשה'לעך שוין איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש אונטערן נאמען "Little Stories for Little Souls", און אויף לשון הקודש מיטן נאמען "מעשה'לעך לילדים". און אין גוטע נייעס פאר תושבי ארץ ישראל, האט מכון עצתו אמונה סניף אין ארץ ישראל יעצט געענדיגט איבערזעצן און צוגרייטן דעם צווייטן באנד "מעשה'לעך לילדים", וועלכע איז שוין אריין צום דרוק, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן די ביכלעך בקרוב זיין צו באקומען בעיקר אין ארץ ישראל. "מעשה'לעך לילדים 2" וועט האבן דעם כבוד צו הייסן "מהדורת ליבערמאן", נאכדעם וואס דער עיקר פון די הוצאות איז נתנדב געווארן דורך מו"ה&nbsp; לייבי ליבערמאן הי"ו פון לעיקוואוד, וועלכער האט א ווארעם הארץ צו דרוקן די ספרים פונעם ראש ישיבה שליט"א. עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר אלע וואס האבן געהאלפן פאר'ן מכון אנצוקומען צו די אלע זאכן בפרט הר"ר שמואל אייכענשטיין הי"ו און הר"ר משה רעכניצער הי"ו, וועלכע האבן אנגעפירט מיט די דרוק-ארבעט, ווי אויך משפחת פערל פון ירושלים עיה"ק, וואס האבן איבערגעזעצט די מעשה'לעך אויף לשון הקודש. בפרט קומט זיך א שטארקע הכרת הטוב פארן מנהל פונעם מכון הר"ר יואל מנחם גרשון שניצלער הי"ו, וועלכער שטייט בראש פון אלע גרויסע פראיעקטן, און פאלגט נאך די הוראות פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף יעדן שריט, כדי צו פארזיכערן אז די ארבעט איז מיט די גרעסטע תועלת פאר די חינוך פון אונזערע טייערע קינדער. פאלגט נאך אונזערע ווייטערדיגע באריכטן פאר נאך נייעס אינערהאלב "מכון עצתו אמונה" בעזהשי"ת.

    < זעה מער כד אדר תשפ"ה 📝
  • געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

    געלויבט דעם אייבערשטן אז די ארבעט צו בויען דעם נייעם שול גייט גאר שנעל, עס דערקענט זיך די תפילות פון אלע אנשי שלומינו וואס בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל פארן שנעל אן קיין מכשולות, מען זעט א ספעציעלע סייעתא דשמיא, און די ארבעט פארט שנעל און געשיקט, קוים האט מען געמאכט די פלענער, און יעצט האלט מען שוין נאכן גראבן, מען האט שוין געגאסן די יסודות, די ווענט, די אונטערערדישע פלאמבינג, די סלעב פונעם אונטערשטן שטאק, מען האלט שוין טיף אינמיטן די פרעימינג, מען לייגט שוין אפילו די באלקענעס פארן דאך, די דרויסענדיגע סטרוקטור איז שוין כמעט פארטיג. &nbsp; יעצט איז געקומען די צייט צו גיסן די בורות פאר די מקוה, אין וואס די פילע שטעטל איינוואוינער וועלן זיך מקדש און מטהר זיין טאג טעגליך איידער מען גייט דאווענען, אזוי אויך פאר א מצוה, אדער ערב שבת ויום טוב. דער בוי מייסטער מוה"ר אברהם שבתי מזרחי הי"ו האט אפגעקויפט די זכותים פון די בורות המקוה לע"נ זיינע זיידעס און באבעס, מען בויעט בעז"ה דריי בורות, איין בור וועט זיין מער לוילעך און איין בור וועט זיין מער הייס. איין בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' חיים ב"ר יעקב וזוגתו סאסא בת ר' יעקב ע"ה סאאל, דער צווייטער בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' משה ב"ר נסים יוסף וזוגתו רינה בת ר' רחמים ע"ה דאנא, און די דריטע בור איז לע"נ ר' דוד ב"ר שבתי וזוגתו פלורה בת ר' יצחק ע"ה מזרחי. &nbsp; די גאנצע פראצעדור איז דורכגעארבעט געווארן דורך די תלמידי חכמים די לומדי הכולל וואס זענען בקיאים אין די שווערע קאמפליצירטע הלכות מקוואות, וואס האבן אויסגעקנאטן און דורכגעטון דעם גאנצן סוגיא און זיכער געמאכט אז עס ווערט געבויעט בהידור רב ועל פי הלכה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידי חכמים פונעם כולל אראפ געקומען פערזענליך מיט צו האלטן ווי מען פירט אויס די ארבעט אויף די ריכטיגע וועג. &nbsp; דער נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו מיט זיינע קרובים בראש פון זיינע חשובע עלטערן זענען געקומען מיטהאלטן דעם פרייליכן מאמענט ווי מען גרייט זיך צו בויען א מקוה און האבן די זכיה אז א מקוה וועט זיין לעילוי נשמת פון די חשובע עלטערן נ"ע. &nbsp; ווען מען האט געענדיגט גיסן האט מען געשטעלט לחיים אויפן טיש, מען האט זיך אראפ געזעצט און מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים לכבוד דעם געלעגנהייט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעלאזט דברי חיזוק פאר אלע פארזאמלטע. &nbsp; מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל!

    < זעה מער כא אדר תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 121 to 135 of 1670 results

1 2 ... 6 7 8 9 10 11 12 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com