Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • טעקסאס דעמאקראטן אנטלויפן אין א פרואוו אפצוהאלטן רידיסטריקטינג פראצעדור

    א דראמא שפילט זיך אפ די טעג אין די פאליטישע גאס אין טעקסאס, ווי איבער 50 געזעצגעבער זענען "אנטלאפן" פון די סטעיט די וואך, פרובירנדיג דערמיט אפצוהאלטן די רעפאבליקאנער פון קענען שטימען איבערצומאכן די קאנגרעסיאנאלע דיסטירקטס וואס וועט לויט פאליטישע אנאליזירער אוועקנעמען עטליכע זיצן פון דעמאקראטן.   לויט די טעקסאס געזעצן פעלט אויס אז כאטש צוויי דריטל געזעצגעבער (100 פון די 150) מוזן זיין אנוועזענד בשעת אן אפשטימונג, און זאגן אז זייער אנטלויפן איז צו "באשיצן דעמאקראטיע", וויבאלד "דזשערימענדערינג" (אויסשטעלן די דיסטריקטן אויף א וועג וואס וועט בענעפיטירן די מערהייט פארטיי) מאכט אז די באפעלקערונג ווערט נישט געהעריג רעפרעזענטירט.   די אנדערע זייט - אין שפיץ פון פרעזידענט טראמפ - זאגט, אז עס איז אמת אז עס וואלט בעסער געווען אן דזשערימענדערינג, אבער ווען די דעמאקראטן טוען דאס שוין יארן, אין סטעיטס ווי ניו יארק, קאליפארניע, אילינויס, מערילענד און אזוי ווייטער, מוז מען צוריק קעמפן אויף די זעלבע וועג. און דאס וואס זיי וויינען יעצט "דעמקראטיע", איז פשוט ווייל זיי האבן שוין אויסגענוצט אלע קוילן, און זיי קענען נישט נקמה נעמען, ווייל זיי האבן עס שוין געטון צום מאקסימום איבעראל ווי זיי האבן געקענט.   דאס זאגט אונז אז נישט אלץ איז דער וואס וויינט און שרייט, דער צדיק, און נישט אלץ איז דער וואס האט טענות, דער בעל יושר.   ווען אן ערנסט אויסזענעדע ליידיג גייער זעט א תמימות'דיגער איד, וואס האט געהערט און פאלגט דעם צדיק און הייבט אן לערנען און זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און אזוי זיך צו צוקלעבן צום אויבערשטן, און הייבט אן חוזק מאכן, "דאס הייסט געלערענט? דו דאווענסט גמרא?", דו מיינסט זיכער אז ער "לערנט" יעדן טאג אפאר שעה, און ער "פארשטייט" נישט וויאזוי מען קען איינעם הייסן "זאגן". איך האב פאר דיר גרויסע נייעס. ער ווייסט אפילו נישט וועלכע סדרה גייט די וואך. ער עפענט נישט קיין אידיש ספר מיום כיפורים זה, עד יום כיפורים הבא עלינו לטובה.   ווען א לץ שרייעט "ברסלב'ע חסידים פארן זיך אויף אומאן, מען לאזט איבער די ווייב אליינס", עס זעט אויס אז ער איז ממש א צדיק תמים, וואס איז הייליג און וויל זיך פשוט אננעמען פאר די נעבעכדיגע פרויען. זאג מיר נאר, וואו געפונסטו זיך א גאנצע וואך, ער שיקט ארויף זיין ווייב צו די קאנטרי, און ער פארברענגט א גאנצע וואך מיט "חברים", ער מאכט "סיומים" אין די ניין טעג... און לאזט איר הענגען פאר גאנצע אכט וואכן.   עס איז א שאד די צייט, א שאד די שפייאכטס צו ענטפערן א לץ, מיר וועלן קוקן אויף וואס מיר האבן אין די האנט. מיר וועלן יעדע זאך בעטן דעם אויבערשטן, מיר וועלן ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגער תורה, מיר וועלן זיך פרייען מיט יעדע מצוה'לע, און פאלגן דעם רבי'ן און "זיך פארן" קיין אומאן, ווי מיר וועלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף פועלן א גוטע און א זיסע יאר.

    < זעה מער יב אב תשפ"ה 📝
  • א מחי' א גרויסע משפחה - א זיסע געשמאקע נייע מוזיק ווידיא

    "א מחי' א גרויסע משפחה, נאך א בעיבי נאך א הצלחה" הערט מען פילע אידן זיך אונטערזינגען אין די לעצטע טעג, דאס קומט נאכדעם וואס עס איז נארוואס ארויסגעקומען א פרישע געלונגענע מוזיק ווידיא מיט'ן נאמען "א מחי' - א גרויסע משפחה", און די שפילער זענען נישט מער און נישט ווייניגער, זיסע קינדערלעך און בעיביס, זיי זינגען שפילן און טאנצן צום ניגון, וואס העלפט ארויסברענגען דעם שטארקן מעסעדזש פונעם ניגון. &nbsp; אין די היינטיגע טעג, וואס מיר געפונען זיך אין גלות צווישן די אומות העולם שוין אזוי פיל יאר, פרובירט דער סמ"ך מ"ם מיט אלע מיטלען צו טוישן אונזער בליק און אונזער צוגאנג צום לעבן, און ליידער קען מען שוין הערן בקצה המחנה, דער גוי'ישער בליק אויף א משפחה לעבן, כאילו דאס איז "אלטמאדיש" און "יאנטשי", און אז עס שטערט פון "ענדשויען לעבן", און דאס קען מאכן שפירן אז א קינדער געבענטשטע משפחה איז לעול ולמשא. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א קאמפאזירט דער הערליכער ניגון, באגלייט מיט גאר שיינע פראפעסיאנעלע מוזיק, און יעצט האט מען צוגעלייגט די גאר שיינע מוזיק ווידיא עקטס ווי אלעס ווערט לעבעדיג אראפ געשפילט. &nbsp; עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די אלע וואס האבן אריינגעלייגט כחות אינעם ניגון, און בסייעתא דשמיא ארויסגעגעבן דעם הערליכן מוזיק ווידיא. דער ראש ישיבה שליט"א האט קאמפאזירט די ווערטער, דער דירעקטאר איז ר' שרולי סאמעט, פילמירט געווארן דורך בייניש סטודיאס. &nbsp; עס קומט זיך א הכרת הטוב פאר פילע וואס האבן צוגעהאלפן און אריינגלייגט אסאך כחות, צום ערשטן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געשריבן די ווערטער, און דארנאך פאר נאך פילע וואס האבן געהלפן מיט זייערע טאלאנטן געדאנקען און געטריישאפט: &nbsp; 🎬 ווידיא דירעקטאר: שרולי סאמעט 🎥 דירעקטאר אסיסטענס: זאבי ראטה, אלי זעלקאוויטש און ש. פעלבערבוים 🎻 קינדער אינסטרומענט דירעקטאר: אשר ראנד 🎶 קינדער טענץ דירעקטאר: נחמן נתן קרויס 📸 פילמינג: בענעש סטודיאס ✂️ עדטיטנג: עולם מידיע 🧊 טרי־די: מאיר וויזעל און יעקב לאפעז 🤟 האנט שפראך לערער: יונה ראזעבלאט 🎼 מוזיק דירעקטאר: סענדי ראטה 🥁 דראמס: אבי אבדני 🎸 גיטאר: יונה קייזער 🎵 באס: אבי יפרח 🎚️ מוזיק מיקס: אלי מלמד 🎨 קאלירן און ארט: נ. געלבאך און ירון אלוש 🎭 פראפס: KB GENRAL 🈯 איבערטייטשער: נחמן פילמער, י. זילבער און ל. יאקאבאוויטש 💄 מעיקאפ: LMP WORKS 👋 האנט שפראך: י. פרידריך &nbsp; אבער דער עיקר הכרת הטוב קומט פאר'ן אויבערשטן, וואס האט אונז איבערגעלאזט דעם הייליגן רבין מיט זיינע תלמידים וואס לערנען אונז דעם זיסער תורה וועג, און דערמאנען אונז כסדר מיר זאלן נישט בלאנדזשען אין פרעמדע פעלדער - בשעת מיר פארמאגן אזא רייכטום. &nbsp; דער ווידיא איז נישט אזוי "ארויסגעקומען" אין אין מינוט, דער פראדוצירער ר' ישראל סאמעט האט באקומען א טעלעפאן רוף מיט דריי יאר צוריק פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אים געזאגט אז עס קומט יעצט ארויס דער נייער ניגון, און אים געבעטן מ'זאלן מאכן א גאר שיינע מוזיק ווידיא דערויף, אבער אויף א פרישע שטאפל נאך שענער און בעסער ווי ביז יעצט. &nbsp; ר' ישראל זאגט אז ער האט תיכף אנגעהויבן בעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס און וויאזוי עס צו מאכן, און דער עיקר איידיע איז אים איינגעפאלן אין אומאן שפאצירנדיג אויפן וועג פונעם בנין היכל הקודש צום ציון פון הייליגן רבין. און במשך די דריי יאר האט מען שווער געארבעט צו מאכן דעם מוזיק ווידיא גאר שיין, ציענד און אויג פארכאפענד, נוצנדיג די בעסטע טאלאטן און שפילער וואס מען האט געקענט. &nbsp; צום ביישפיל בלויז אויסצולערנען די קינדער די אינסטרומענטן, די טענץ, אויסצושטעלן די סצענעס, אויסוועלן די קאלירן, איינקויפן און פעינטן די אלע זאכן עס זאל שטימען, יעדע פון די זאכן האבן פארנומען חדשים פון ארבעט. &nbsp; עקסטער פון דעם האט מען דא אהערגעשעטלט א חידוש וואס איז נאך נישט געווען ביז היינט אין די אידישע וועלט, אז אויך ווער עס קען נישט הערן זאל קענען מיטהאלטן. די סטאטיסטיקס זאגן אז עס זענען דא אזויפיל ווי זיבן פראצענט פון די באפעלקערונג וואס קען נישט הערן, אדער קען נישט גוט הערן. זייער אסאך פון זיי נוצן די "הענט שפראך" (סיין לענגוויטש) צו קאמוניקירן, און זיי קוקן מער די סארט זאכן, ווייל זיי קענען נישט הערן. &nbsp; ר' ישראל האט זיך אריינגעלייגט דערן, ער איז זיך געגאנגען לערנען די שפראך ביי א פראפעסיאנאלע טיטשער, און ער האט פרובירט עס אויסצולערנען פאר עטליכע קינדער, ביז ער האט אנגעטראפן דאס קינד י. פרידריך וואס האט עס ב"ה גוט אויפגעכאפט, און מיט דעם אלעם האט מען געדארפט אפכאפן דאס קינד עטליכע הונדערט מאל ביז עס איז ב"ה געלונגען. &nbsp; מען האט טאקע ארייגעלייגט גאר אסאך כחות געלט און צייט, אבער ב"ה אז מען הערט צוריק אז עס צאלט זיך אויס אין גרויסן, מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די גאנצע וועלט, מענטשן זאגן אז מען קען עס קוקן איינמאל און נאכאמאל און מען ווערט נישט זאט. &nbsp; 🎦 א מחי' א גרויסע משפחה &nbsp; איך גיי נאך די מסורה איך האב א תורה איך גיי נאך די צדיקים די הייליגע חכמים &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעיבי נאך הצלחה &nbsp; א מחי קליינע קינדער א מחי אסאך אסאך קינדער א מחי' קינדער טאנצן קוק ווי זיי שיינען קוק ווי זיי גלאנצן &nbsp; מיינען עס איז גרינגער מיט ווייניג קינדער מען קען נאר רילעקסן רואיג ווען די שטוב איז ליידיג &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעיבי נאך הצלחה &nbsp; נעבעך נעבעך מענטשן מיינען אז עס מאכט נערוועז ווען קינדער וויינען &nbsp; עס איז נישט אמת וואס מען טראכט אז קינדער לאזן נישט שלאפן ביינאכט &nbsp; איך גרייט אן א באטי און צאמי באט וואט אבאוט מי &nbsp; די בעבי וויינט אן א שיעור ווען האב איך צייט פאר מיר &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעיבי נאך הצלחה &nbsp; יעדע בעבי איז נאך א ברכה באלד קומט די נחת באלד קומט הצלחה &nbsp; שפעטער ווערט עס זיסער און גרינגער מען זאגט הלואי וואלט איך געהאט מער &nbsp; הער נישט וואס מענטשן רעדן קעגן די תורה וועג אז די קינדערלעך שטערן פון האבן געשמאקע טעג &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעבי נאך הצלחה &nbsp; נאר אויף תכלית דארף מען קוקן אויף דער עלטער וועסטו זיך דערקוויקן &nbsp; אויף יענע וועלט שעפט מען נחת ווען מען לאזט איבער גרויסע משפחות &nbsp; מ'גיימיר זיך טרעפן אין צען יאר דעמאלט וועסטו זען קלאר &nbsp; נאר דאס בלייבט פון א מענטש אז ער איז מיט קינדער געבענטשט &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעבי נאך הצלחה &nbsp; מזל טוב נאך א יונגעלע מזל טוב נאך א מיידעלע &nbsp; מזל טוב מען קויפט א קאפעלע &nbsp; מזל טוב מען קויפט א קליידעלע &nbsp;

    < זעה מער יב אב תשפ"ה 📝
  • שניידן האר און נעגל דאנערשטאג

    שאלה: די הלכה איז אז מען שערט נישט די נעגל דאנערשטאג, כדי ס'זאל נישט אנהייבן צו וואקסן שבת. &nbsp; איר האט אמאל געשריבן אז די האר וואס וואקסט שוין ארויס איז שוין טויטע צעלן, און פארדעם שפירט מען נישט קיין ווייטאג ווען מען שניידט עס. &nbsp; ווי איך פארשטיי איז אויך נעגל אזוי - ווייל אויך ביי דעם שפירט מען נישט קיין ווייטאג ביים שערן. &nbsp; אויב אזוי, ווי אזוי ווייסן די ווארצלען אז מען האט זיי יעצט אפגעשוירן, אז ס'זאל נישט אנהייבן וואקסן שבת? &nbsp; משה אריה יוזשעף &nbsp; ענטפער: אין שלחן ערוך (אורח חיים, ר"ס, סעיף א) וואו מען רעדט פון זאכן וואס מען טוט לכבוד שבת, שטייט "ומצוה ... לגלח הצפרנים בערב שבת", עס איז א מצוה צו שניידן די נעגל ערב שבת. דער רמ"א לייגט צו "ואם היו שערות ראשו גדולות, מצוה לגלחן", אויב די האר איז גרויס איז עס א מצוה צו שניידן ערב שבת. &nbsp; דער טורי זהב אויפן פלאץ ברענגט פונעם מהרש"ל אז "עס איז דא א טעם" פארוואס מען זאל עס נישט טון דאנערשטאג, און דער טורי זהב שרייבט דערויף, "ומה שמסיים שיש טעם בנטילת צפרנים, שמעתי הטעם דדרך השערות והצפרנים המגולחים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת, וע"כ גם בגילוח שערות אין לעשות ביום חמישי". אז ער האט געהערט אז די טעם איז אז האר און נעגל הייבן אן צו וואקסן דריי טעג נאכ'ן שניידן, דערפאר זאל מען נישט מאכן אז עס זאל זיין אום שבת, און דערפאר זאל מען זיך אויך נישט שערן די האר דאנערשטאג. &nbsp; פרעגסטו זייער גוט, ווער זאגט פאר די נעגל און די האר אז מען האט זיי יעצט געשוירן? &nbsp; די ערשטע זאך וואס מען קען דא זען, ווי שטארק מען דארף זיך פרייען אז שבת קומט, מען רוימט מען וואשט לכבוד שבת, און מ'נעמט אים אויף און מ'ווארט אויף אים ווי אויף א חשובע גאסט. און אז מען איז פרייליך שבת איז מען זוכה צו א נחלה בלי מצרים, מען קען אייביג לעבן מיט'ן אויבערשטן, נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט. &nbsp; צוריק צו דיין שאלה, די נעגל און די האר ווארצלען אינעווייניג אינעם קערפער זענען נאך אלץ פארבינדן מיט די דרויסענדיגע צעלן, אפילו זיי זענען שוין נישט קיין לעבעדיגע צעלן, און זיי קענען "שפירן" ווען מען שניידט עס אפ, כאטש עס טוט אונז נישט וויי, כאפן זיי עס אבער יא אויף, און זיי הייבן אן צו שיקן מעסעדזשעס אז די האר און נעגל זאלן זיך נעמען וואקסן. &nbsp; "עַל יְדֵי שְׁמִירַת שַׁבָּת מַמְשִׁיךְ עַל עַצְמוֹ אוֹר שֶׁל מָשִׁיחַ גַּם עַל יְדֵי תְּשׁוּבָה" (ספר המידות חלק ב' אות ד)

    < זעה מער יא אב תשפ"ה 📝
  • מען פארקויפט שוין זיצן פאר'ן בית המדרש אין אומאן

    אין די טעג - ווייניגער פון צוויי חדשים איידער מיר וועלן זוכה זיין נאך די אלע תפילות אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן - האט מען אנגעהויבן נעמען געלט פאר די זיצן אינעם בית המדרש אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן, ווי מען וועט קענען מיטהאלטן די געהויבענע תפילות ביים ראש הישיבה שליט"א ווי ער גיסט זיך אויס דאס הארץ אלץ שליח ציבור און איז אלעמען מעורר צו תשובה. &nbsp; אזוי ווי עס איז דא א גרויסע מאנגל אין זיצן, ווערט מען געבעטן זיך צו מעלדן וואס פריער, ווייל כדי צו אנהאלטן די חזקה זיצן פון פאריאר וועט מען דארפן אויסצאלן דעם זיץ ביז חמשה עשר באב, און פון ראש חודש אלול הבעל"ט וועט מען עפענען די זיץ פארקויפונגען פאר כל הקהל הקודש, און צוליב דעם גרויסן פארלאנג וועט מען מוזן אננעמען דעם כלל פון "כל הקודם זכה". &nbsp; אנשי שלומינו האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די זיצן גבאי מו"ה נחמן נתן הי"ו וואס געבט זיך אוועק דערפאר שעות און קאפ וויי שלא על מנת לקבל פרס, פשוט צו העלפן אנשי שלומינו. &nbsp; אבער עס דארף באטאנט ווערן אז עס זענען דא צענדליגע אינגעלייט און בחורים וואס טייל קען מען זען, און אנדערע העלפן אונטער די קוליסן, סיי א גאנץ יאר, און בפרט אין אומאן, אין קאך, אנפירן מיט די גוים, טיילן דאס עסן, מסדר זיין די מקוה, מסדר זיין צימערן, און נאך צענדליגע גרויסע און קליינע זאכן. &nbsp; ווען מיר קומען אן קיין אומאן, זענען מיר גוט אפגעמוטשעט פון די לאנגע וועג, מען וויל כאפן א דרימל, זיך אויפפרישן, עפעס עסן, גיין צום ציון וואס מער מען קען, און די איבעריגע צייט וויל מען לערנען די לימודים, יעדער האט פילע שיעורים וואס מען וויל נישט פארפאסן. און דערפאר האבן מיר א גרויסע הכרת הטוב פאר די אלע וואס העלפן, ווייל אויך זיי ווילן זיך אביסל אפרוען, זיי ווילן אויך גיין צום ציון אדער לערענען, אבער זיי רייסן אוועק פון זיך און געבן זיך אוועק לטובת הכלל והפרט. &nbsp; צוריק צום ענין - יעצט נעמט מען געלט "נאר" פון חזקות, ביז חמשה עשר באב הבעל"ט, און די אלע וואס ווילן באצאלן זאל וואס שנעלער זיך צו פארבינדן מיט ר' נחמן נתן. דאס בעסטע איז יעדע דאנערשטאג נאכט, תיכף נאכ'ן שיעור פון ראש ישיבה, אדער קען מען אים רופן אויף 347-404-8738. &nbsp; פון ראש חודש אלול און ווייטער וועט מען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף קענען קויפן אלע זיצן וואס זענען נישט געקויפט געווארן, סיי די וואס האבן געהאט חזקות און סיי דער וואס וויל יעצט קויפן דעם ערשטן מאל.

    < זעה מער ו אב תשפ"ה 📝
  • קענען פשוטע מענטשן פארן צום ספעיס?

    שאלה: מיין עלטער זיידע האט זיכער נישט גע'חלומ'ט פון פליען אויף א פליגער, און היינט - געלויבט דעם אויבערשטן - מיט עטליכע יאר שפעטער, פליען מיליאנען מענטשן יעדן טאג. אויך איך גרייט מיך צו פארן צום רבי'ן מיט מיינע אינגלעך צום הייליגן רבי'ן, און איינער פון זיי וויל וויסן צי מען וועט אין די קומענדיגע יארן קענען פארן צום ספעיס, אזוי אויך ווילן זיי הערן וואס מען קען זיך לערנען דערפון. &nbsp; ענטפער: א שיינע שאלה, לאמיר עס צולייגן אביסל, יעצט נעמט א רייזע צום רבי'ן כאטש צוואנציג שעה, און דו וויסלט וויסן צי אין צוואציג דרייסיג יאר ארום וועט מען זיך אריינזעצן אין א ראקעט, און ביז ווייניגער פון א שעה וועט מען זיך זען ביים הייליגן רבי'ן ציון. נישט קיין שלעכטע פלאן! &nbsp; די ערשטע זאך, בעט דעם אויבערשטן, אז ער וויל וועט מען אנקומען דערצו. עס איז שוין היינט דא א מעגליכקייט פאר פשוט'ע בירגער צו פארן צום ספעיס, עס קאסט טאקע עטליכע הונדערט טויזענט דאלער א טיקעט, אבער טעכניש קען יעדער זיין אין ספעיס. &nbsp; און ווי זאכן גייען איז שטארק מעגליך אז אין עטליכע צענדליגע יאר ארום וועט מען קענען קויפן א "ספעיס טיקעט" קיין מירון אויף ל"ג בעומר אדער ראש השנה קיין אומאן. &nbsp; אבער לאמיר נישט פארפארן צו פאנטאזיעס, לאמיר זען א גאר אינטערעסאנטע מעשה וועס דער מדרש דערציילט. מיר באגלייטן יעצט א שטערן זעער, ער דרייט זיך ארום מיט זיין גרויסן שפאקטיוון, און שפאצירט אינאיינעם מיט א פשוטע מענטש אין גאס, ער איז יעצט גאר שטארק פארנומען. &nbsp; ער באטראכט די שטערנס ווי זיי דרייען זיך, און פלוצליג רופט ער אויס מיט שרעק "אין אפריקע וועלן אויסברעכן פינף מלחמות קומענדיגע יאר, און הונדערט טויזענט מענטשן וועלן שטארבן", דער עולם שטייט ארום פארגאפט און הערט אויס זיינע פערל ווערטער, נאך עטליכע מינוט ברענגט ער פרישע נייעס "אונזער באליבטער קעניג גייט קראנק ווערן נאך דעם יאר, און וועט עס נישט איבערלעבן", אזוי גייט ער און באטראכט, געבט אנאליזן און מיינונגען איבער אלץ און אלעמען, אינמיטן באמערקט זיין באגלייטער אז אט דערנענטערט מען זיך צו א טיפן גרוב וואס איינער האט דארט געגראבן, און זאגט פאר'ן שטערן זעער "געב אכטונג, דו פאלסט אריין", אבער דער איז נישט "דאהי"... און פלוצליג האט עס פאסירט... &nbsp; דער שטערן זעער האט שוין געהאט גאנץ אנדערע חשבונות, עס אינטערסירט אים נישט איבער רוסלאנד, שפאניע, אדער פראנקרייך, ער וויל וויסן "וויפיל ביינער זענען מיר נאך געבליבן גאנץ"&nbsp; &nbsp; די זעלבע זאך מיט אונז, פלעגט מוהרא"ש זאגן, דער וויל פליען צו די לבנה, דער צו מארס, אבער מיר דארפן קוקן אויף עפעס אנדערש, וויאזוי גייען דורך מיינע טעג? דער צדיק פרובירט צו שרייען צו אונז און זאגן, "געב דיך אכטונג" אבער מיר זענען פארנומען מיט די "נייעס", מיר "מוזן" וויסן וואס האט טראמפ געזאגט, האט איראן טאקע אויפגעגעבן? וועט רוסלאנד מאכן שלום?&nbsp; &nbsp; ענדרש לאמיר לערענען עטליכע פסוקים חומש, משניות גמרא. און דאס וועט אונז טראגן צום רייזע וואס מיר נעמען מיט אויף אייביג.

    < זעה מער ה אב תשפ"ה 📝
  • מאסיווע ערדציטערניש טרייסלט אויף די וואסערן נעבן רוסלאנד

    מאנטאג נאכט האט פאסירט גאר שטארקע 8.8 ערדציטערניש ביי די ברעגעס פון רוסלאנד'ס קומכאטשע האלב אינזל, וואס האט אויפגעציטערט דעם גאנצן ראיאן, און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין איינע פון די צען שטארקסטע ערד ציטערנישן אין די היסטאריע וואס מען ווייסט. &nbsp; דער ציטערניש האט פאסירט בערך צוועלף מייל אונטער די וואסער, וואס איז א פלאץ וואס וואלט לויט די מומחים געדארפט ברענגען גאר אסאך שאדענס, צוליב וואס די וואסערן ווערן גאר שטארק אויפגעציטערט, און שיקט ארויס גאר גרויסע שאק כוואליעס צו אלע זייטן ארום, און האט לויט זיי געזאלט אנמאכן גאר שווערע שאדנס השם ישמרינו. &nbsp; ביז עטליכע מינוט זענען גאר ערנסטע צונאמי ווארענונגען ארויסגעשיקט געווארן צו פילע לענדער ארום דעם פיציפישן אקעאן אריינגערעכענט יאפאן, אמעריקע (ספעציעל אלאסקא, האוואי, און קאליפארניע), גואם, און די פיליפינען. מיליאנען מענטשן זענען אנטלאפן פון זייערע הייזער מיט די נשמה אין די הענט, צו פלעצער אוועק פונעם ברעג, און צו הויכע פלעצער. &nbsp; מיט ווייניגער פון פופצן יאר צוריק האט אזא ערד ציטערניש מיט די נאכפאלגעדנע צונאמי אומגעברענגט כמעט צוואציג טויזענט מענטשן, און צואווארפן א פערטל מיליאן הייזער אין יאפאן, און האט נאכגעפאלגט מיט די פוקאשימא נוקלעארע חורבן, און געדענקענדיג דאס, האבן די באאמטע דערשראקן אז דא קומט עפעס ווער ווייסט וואס. &nbsp; פון איין זייט איז עס ווערד צו באמערקן ווי נישטיג מיר זענען, מיט אלע גרויסע "דערגרייכונגען" קומט א קליינע קיצל פון אויבערשטן "הַמַּבִּיט לָאָרֶץ וַתִּרְעָד", און גארנישט קען נישט ביישטיין דעם אויבערשטענ'ס כח, דער אויבערשטער שיקט ארויס דער ים, און אין רגעים איז נישט קיין זכר פון גאנצע שטעט. &nbsp; אבער ווען דער אויבערשטער וויל, געשעט גארנישט, עס מעג קומען דער מעכטיגער ערד ציטערניש, כמעט די שטערקסטע וואס איז נאר אמאל געווען, אלע נייעס זאגערס דערשרעקן אז דא קומט כוואליעס וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, אבער דער אויבערשטער לאזט דער ים גיין נאר ביז ווי ער וויל "גְּבוּל שַׂמְתָּ בַּל יַעֲבֹרוּן בַּל יְשׁוּבוּן לְכַסּוֹת הָאָרֶץ", און כאטש עס זענען געווען גאנץ הויכע כוואליעס זענען צום סוף כמעט נישט געווען קיין פארפלייצונגען, נישט ווייל די סייענטיסטן האבן עס אפגעהאלטן, נאר ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געוואלט. &nbsp; וועסטו מיר זאגן אז איך ווייס טאקע אז דער אויבערשטער "פירט די וועלט", ער איז דער "ממליך מלכים", אבער וואס טוט זיך מיט מיר, איך קליינע מענטשעלע. דאס איז איז טאקע אונזער עבודה, מיר זאלן חזר'ן טאג און נאכט אז דער אויבערשטער פירט נישט נאר די גרויסע וועלט, נאר אויך די "קליינע" וועלט, און יעדע זאך ווי גרויס אדער קליין, פירט דער אויבערשטער מיט א מורא'דיגע פונקטליכקייט, און קיינער קען מיך נישט גוטס טון אדער שלעכטס טון, נאר אלעס איז אין זיינע הענט. &nbsp; און דערפאר "אָשִׁירָה לַה' בְּחַיָי, אֲזַמְּרָה לֵאלֹקַי בְּעוֹדִֽי"!

    < זעה מער ה אב תשפ"ה 📝
  • נסיעה טשארטער אויף אומאן ב"ה באשטעטיג

    די ליינער וואונדערן זיך מן הסתם וואס עס גייט פאר מיט די טשארטער פון נסיעה טרעוול. עס איז שוין אנפאנג חודש אב און מען האלט אין איין זאגן אז מארגן און נעקסטע וואך קומט שוין די אפדעיטס פונעם לאנג ארויסגעקוקטן טשארטער. &nbsp; יעדער פון אנשי שלומינו בעט דעם אויבערשטן אז ער וויל מקיים זיין די בקשה וואס דער רבי האט אזוי שטארק געבעטן אז יעדער אן אויסנאם זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, מיר אלע גלייבן אינעם צדיק, און מיר ווילן באקומען די גרויסע תיקונים וואס ער געבט אונז, אבער אין די זעלבע צייט וויל מען פארן אויף אן אפגעהיטענע נסיעה, מיט וואס ווייניגער נסיונות אין שמירת עינים, און בכלל צוגעשטעלט אויף א היימישע ערליכע פארנאם. &nbsp; דערפאר ארבעט דער אייגענטומער פון נסיעה טרעוול ר' אלי' קנאלל שוין פון אנפאנג יאר, און פרובירט אויף יעדע אופן צו ברענגען די בעסטע אפציעס פאר אנשי שלומינו, יעדע זאך וואס ער טוט פרעגט ער דעם ראש ישיבה, און לויט זיינע הוראות טוט ער וואס ער קען. &nbsp; די ערשטע זאך האט ער פרובירט די בעסטע אפציע, ער האט געוואלט מאכן אז די טשארטער זאל ארויספארן פון ניובורג'ס סטוארט עירפארט, וואס איז די באקוועמסטע פאר רוב אנשי שלומינו, און בלויז בערך א שעה פון שטעטל, און האט געזאלט פארן ביז קישינוב מאלדאווע, אבער ער האט נישט געקענט באקומען א קלארע "יא" פונעם עירפארט, זיי האבן געהאלטן אין איין שטופן, ענדליך נאך לאנגע חדשים האבן די חברה אין קישינוב געזאגט אז מען קען נישט לאנדן אזא גרויסע עירפארט ביי זיי. און ווען ר' אלי האט זיי אויפגעוויזן אז עס פארן דארט כסדר אזעלעכע גרויסע פליגערס, איז נאך עטליכע וואכן געקומען א פרישע תירוץ, אז מען קען טאקע לאנדן, אבער מען קען נישט פארקן דארט אזא גרויסע פליגער, זייערע פארקינג ערטער זענען קלענער, ר' אלי איז גרייט געווען צו צאלן פאר צוויי פארקינגס, אבער זיי האבן זיך אויך דערפון ארויסגעדרייט מיט כל מיני תירוצים. &nbsp; ר' אלי האט עס דורכגערעדט מיט'ן ראש ישיבה, און דער ענטפער איז געווען אז מען זאל עס נישט טון, ווייל אפילו מען וואלט ענדליך געפועלט אז זיי זאלן עס ערלויבן, וואלט עס געקאסט צופיל געלט, און אפילו אלי וואלט גרייט געווען צו דערלייגן אויפן געשעפט, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער זאל עס נישט טון, ווייל עס איז נישט קיין קליינע סכומים, דערפאר האט אים דער ראש ישיבה געראטן ער זאל צוריק גיין צום אלטן מהלך, פארן קיין פוילן, און פון דארט פארן קיין אומאן מיט באנען און באסעס. &nbsp; און געלויבט דעם אויבערשטן אז ר' אלי האט ב"ה מסדר געווען א גוטע מהלך פון א נסיעה, די בעסטע וואס עס איז מעגליך געווען, און אזוי אויך די פרייז גייט זיין זייער גוט. &nbsp; דער פלאן איז אז מען פארט בעז"ה ארויס פון ניו יארק מיטוואך נאכט נאך חצות אום 1:30, קיין פוילן, און מען וועט בעז"ה זיין צוריק אין ניו יארק צום גדלי' אווענט. דאס אלעס וועט זיין פאר בלויז $2,395 און אין דעם איז אלעס אריינגערעכענט, די פליגער, דאס עסן, באן, באס, אויף ביידע וועגן. &nbsp; מער פרטים וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג. &nbsp; קיינער טאר נישט פעלן!

    < זעה מער ב אב תשפ"ה 📝
  • מלחמה צווישן טיילאנד און קאמבאידע פלאקערט פריש אויף

    אין דרום מרח אזיע נעבן דעם אינדישן אקעאן געפונען זיך צוויי לענדער וואס איז נישט צו שטארק באקאנט ביי אונז, טיילאנד, און קאמבאדיע, די צוויי שכנות'דיגע לענדער האבן א לאנגע געמיינזאמע היסטאריע. &nbsp; במשך אסאך יארן האבן פילע קעניגרייכן און מלוכות געוועלטיגט אויף זיי, און פארשידענע פעלקערט האבן געהאט אסאך איינפלוס אויף די קולטור און היסטריע פון זיי. &nbsp; אין די נייצנטן יארהונדערט, איז קאמבאידע אריינגעפאלן אונטער די הערשאפט פון פראנקרייך, ווערנדיג א פראנצויזישע קאלאניע (בערך אזוי ווי אמריקע איז געווען צו ענגלאנד), אבער טיילאנד (וואס מען האט דאן גערופן סיאם) איז געבליבן א זעלבסטשטענדיגע מלוכה. &nbsp; היינט זענען זיי ביידע זעלבטשטענדיג, אבער מיט דעם אלעם זענען כסדר דא מלחמות צווישן זיי. דער עיקר חילוקי דיעות איז איבער א קליין געגענט וואס אנטהאלטן אלטע נארישע עבודה זרה טעמפלען, וואס ביידע ווילן זייער שטארק אנהאלטן, און קענען זיך נישט נעבעך ערלויבן צו מאכן שלום און פארלירן דעם געגענט.&nbsp; &nbsp; עס זענען כסדר געווען מלחמות און רייבערייען צווישן די צוויי צדדים, אבער מיט עטליכע טעג צוריק האט זיך די מלחמה ווידער אויפגעפרישט, און האט צוגעברענגט צו צענדליגע טויטע, הונדערטע פארוואונדעטע, און מער פון הונדערט טויזענט היימלאזע בירגער פון ביידע זייטן פונעם גרעניץ &nbsp; מיר קען אפשר לאכן פון זיי וואס צוליב זייער נארישע עבודה זרה, ווערן אזויפיל מענטשן געהרגעט פארוואונדעט און פארוואגעלט, אבער באמת מיינט מען אונז. &nbsp; עס זענען דא מענטשן וואס זאגן אז מען טאר זיך טאקע נישט קריגן, אבער ווי נישט ווי, די מחלוקת בויעט אויף כלל ישראל, קהלות שטעלן זיך בעסער צו, מען בויטע, און מען סערווירט, אלעס ווייל עס איז דא קאמפאטישן. &nbsp; אבער עס איז נישט אמת, חז"ל שרייבן (שמות רבה, ל, יז) "כִּי יְרִיבֻן אֲנָשִׁים... אֵין דָּבָר טוֹב וְאֵין שָׁלוֹם יוֹצֵא מִתּוֹךְ מְרִיבָה." עס קען נישט ארויסקומען קיין שום גוטס פון מחלקות, דער אויבערטשער האט פיינט מחלקות ביי ערליכע אידן. עס איז טאקע דא אזא זאך ווי "קנאת סופרים" וואס איז א גוטע זאך, מען דארף שטרעבן צו ווערן בעסער, און אויב מען זעט איינער האט מצליח געווען מיט עפעס, מעג מען זען צי מען קען עס אויך טון, און אפילו מאכן בעסער. אבער וואס האט דאס מיט מחלקות. &nbsp; מיר שטייען יעצט אין די טעג פון אבלות אויפן חורבן בית המדרש, און דער בית המקדש איז נישט חרוב געווארן ווייל רוים האט געהאט א בעסערע מיליטער, אדער ווייל די אידן האבן נישט געהאט קיין גוטע געווער, דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב וואס מען האט זיך פיינט געהאט, "שנחת חנם" איז אויך ווען ער געהערט צו אן אנדערע קהילה, און אויך ווען ער פארקט אויף דיין פארקינג, און אפילו ווען ער איז נישט געקומען צו דיין שמחה. &nbsp; מיר וועלן פארמערן "אהבת חנם" און זען צו קוקן גוט אויף אנדערע אידן, אויף אנדערע קהלות, און מיט דעם וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלמה.

    < זעה מער ב אב תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א בעט אנ"ש צו באשטייערן לטובת די "חופה" ארגאניזאצע

    אין בארא פארק גייט שוין אן פאר לאנגע יארן א חשוב'ע חסד פראיעקט מיט'ן נאמען "חופה", וואס ווערט געפירט דורך העסקן מו"ה שלום פוקס הי"ו וואס געבט זיך איבער פאר דעם צוועק בלב ונפש, און האלט פאר די אויגן דעם ציל פון העלפן כלות גיין אונטער די חופה בדרך כבוד. &nbsp; דער ארגאניזאציע געבט א גאנצע האוזווער ארדער אין די ווערד פון עטליכע טויזענט דאלער פאר הונדערטער משפחות וואס דארפן צוקומען דערצו, צוגעשטעלט אין זייער הערליכע ווערהאוז, ווי די מחותנת'ע און די כלה קומען "איינקויפן" און אויסוועלן זייערע הויז געברויכן, בסבר פנים יפות מיט'ן שענסטן און בעסטן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך באגענגעט מיט דעם באשיידענעם ארגאניזאציע נאכדעם וואס עטליכע ברסלב'ע משפחות האבן גענאסן פון זייערע סערוויסעס, און דער ראש ישיבה שליט"א הערנדיג אז זיי מאכן יעצט א קאמפיין האט גערופן ר' שלום זאגענדיג אז ער האט א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זיי, און ער וויל נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה פון הכנסת כלה, און ער וויל ארויפשטעלן א פעידזש אינעם קאמפיין מיט'ן ציל צו שאפן פאר זיי $18,000. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א רופט אז אנשי שלומינו זאלן זיך אנשליסן און באשטייערן שיינע סכומים צום קאמפיין, און מען זעט טאקע פילע באשטייערונגען פאר דעם חשוב'ן און נאבעלן הכנסת כלה ארגאניזאציע. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון מרבה זיין בצדקה, זאלן מיר זוכה זיין צו מקרב זיין ביאת משיח צדקינו. &nbsp; https://www.dryveup.com/chuppa/92635

    < זעה מער כח תמוז תשפ"ה 📝
  • די ארבעט אויף ותחיין את הילידים חלק ג' האט זיך שוין אנגעהויבן

    געלויבט דעם אויבערשטן, אין קרן הדפסה ארבעט מען אריין אין די גאר שטארק געזוכטע ספרים פון "ותחיין את הילידים", ווי די מפיצים זאגן, מאכט דאס ממש א רעוואלוציע אין די וועלט. ביי יעדן איד זענען די קינדער די שווארץ אפל פונעם אויג, און אז מען טרעפט אזא לעכטיגע אוצר, פול מיט פראקטישע ווירקזאמע עצות וואס ארבעטן - עצות וואס זענען גענומען פון די תורה, כאפן זיך אלע צו דערצו. &nbsp; ווען א מענטש פארמאגט א קאמפליצירטע מאשין, און ער קען זיך נישט אויס דערמיט, ער שטויסט זיך אן אין אישוס כסדר, ער וועט פרעגן ביי זיינע חברים וואס זיי טוען, קען זיין אז זיי ווייסן עפעס; אויב וועט ער פרעגן א "מומחה", מן הסתם האט ער אביסל ערפארונג דערמיט. אבער ווער קען דיר געבן בעסער ראט ווי דער וואס האט פאבריצירט דעם מאשין, אויב א מענטש וועט האבן די געלעגענהייט צו רעדן צו דער וואס האט אויסגעטראפן דעם מאשין, ער וועט וויסן די בעסטע וויאזוי זיך אומצוגיין. &nbsp; דאס איז דער ספר "ותחיין את הילידים", מען פרעגט נישט פון קיין גוי'אישע מחנכים, אדער פון דער וואס האט זיך געלערנט ביי זיי. דער ראש ישיבה שליט"א נעמט אלע עצות נאר פון די הייליגע תורה, און פון צדיקים וואס זענען צוגעקלעבט צום אויבערשטן, און אזוי באקומט מען עצות וואס העלפן טאקע. &nbsp; דער ספר רעדט אויך פון דעם אליינס, אז אויך דו קענסט באקומען הילף פון דער וואס האט באשאפן דעם מאשין, דו ווייסט נישט וויאזוי מען מאכן קינדער פאלגן? וויאזוי קען איך פארנעמען ווען זיי טאנצן מיר אויפן קאפ? דו קענסט רעדן צום אויבערשטן, דער וואס האט דיר באשאפן, ער האט באשאפן די קינדער, רעד זיך דורך מיט אים, ער איז מיט דיר א גאנצן צייט, און ער ווארט זאלסט אים בעטן הילף, ער וועט דיר זיין צו הילף און דו וועסט האבן סייעתא דשמיא און ערציען דיינע קינדער לתורה וליראת שמים. &nbsp; די ערשטע באנד - ווי געזאגט - איז שוין אויפן מארק פאר א שטיק צייט, און די ערשטע דרוק איז שוין כמעט אויסגעגאנגען, די צווייטע באנד איז שוין ב"ה פולקאם געענדיגט, און גייט אריין צום דרוק אין די טעג. &nbsp; אבער דא קומען מיר מיט די גרויסע נייעס אז מען נעמט זיך יעצט ארבעטן אויפן דריטן באנד. דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו, און וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת זוסמאן", אבער איר קענט נאך קויפן די זכות פון א פרק פאר $1000 (ווארט נישט, אכט פון די 21 פרקים זענען שוין פארקויפט!) אדער קען מען קויפן א זכות אינעם ספר פאר $500. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי צדקה פון קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 און דער זכות פון העלפן אידישע קינדער וועט אייך זיכער ביישטיין לנצח נצחים. &nbsp;

    < זעה מער כו תמוז תשפ"ה 📝
  • TSA: מען דארף מער נישט אויסטון די שוך ביים עירפארט

    אין גוטע נייעס פאר חסידי ברסלב, קומט אריין די פרישע אפדעיטס, אז די פעדעראלע טראנספארטאציע אדמיניסטראציע וועלכע פארפיגט אויף די זיכערהייט רעגולאציעס ביי די לופטפעלדער האט געמאלדן אז מען וועט מער נישט דארפן אויסטון די שוך ביים אריבערגיין די גרעניץ, א זאך וואס וועט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף היבש פארשנעלערן און פארגריגערן די גרעניץ דורכגאנג ביים ארויספארן פון אמעריקע. &nbsp; די גאנצע משוגעת פון דארפן אויסטון די שוך אין עירפארט האט זיך אנגעהויבן מיט בערך צוואנציג יאר צוריק ווען איינער האט פרובירט ארויפצושמאגלען אויף א פליגער אויפרייס מאטריאל באהאלטן אין זיין שוך, און ווען ער האט פרובירט צו צולייגן א צינדער צו זיין שיך, האבן עס די פאסאדשירן אויפגעמערקט און אים אפגעהאלטן, און זינט דאן האט מען צוגעלייגט א פארבאט פון ארויפגיין אויף א פליגער אן דעם וואס די שיך זאל ווערן דורכגעפירט אן עקסרעי אונטערזוכנג. &nbsp; מיליאנען מענטשן דארפן ווערן אויפגעהאלטן ביים גרעניץ און שטיין אין לאנג ליניעס, אויסטון די שיך אויסגיסן יעדע ביסל געטראנק (און דערנאך קויפן א פלעשל וואסער פאר פינף זעקס דאלער...) צוליב איין משוגענעם... דאס מאכט אונז עפעס טראכטן, אויב א מענטש האט אזא כח אויף א נעגאטיווע וועג, ווי ווייט קען א גוטע מענטש גיין אויב מען טוט א גוטע זאך? איין קליינע שמייכל וואס דו געבסט פאר א מענטש, איין גוט ווארט דו געסט פאר א קינד, איין וויתור, איין קוק ווייניגער, איין ווארט צום אויבערשטן, איין פרק משניות, וואס אימער דו קענסט טון פאר'ן אויבערשטן, וועט דיר צוניץ קומען אויף דער וועלט אויף אויף יענער וועלט. &nbsp; די עף די עי זאגט אז מיט די היינטיגע גאר פארגעשריטענע סקענערס אין די עירפארטס קענען זיי אונטערזוכן די שוך אויך ווען מען האט עס אנגעטון, און בכלל זאגן זיי, איז זינט דאן קיינמאל נישט פארגעקומען קיין שום אינצידענט פון איינער וואס האט עפעס פרובירט אריינצושמאלגען דורך די שיך. &nbsp; פאר אונז - ווי געזאגט - איז עס גוטע נייעס, אנשי שלומינו קוקן נישט אויף גארנישט, מען שלעפט זיך אויף לאנגע שווערע וועגן אן געהעריג עסן און שלאפן, מען געבט אויס גרויסע געלטער, מען נעמט מיט די קינדער. מיר דאנקען זאגן ישר כח אויבערשטער פאר יעדעס ביסל וואס עס ווערט גרינגער, אבער מיר קוקן נישט צי עס איז גרינג אדער שווער. פארקערט, ווען מיר פארן און עס מאכט זיך שוועריקייטן, עס איז דא א דילעי, די קינדער קוועטשן, די זיץ איז אומבאקוועם, מען איז מיד און אפגעמוטשעט, די עסן איז נישט אין מויל צו נעמען, רעדט מען זיך נישט אפ, מען איז פרייליך צו מקיים זיין די בקשה פון רבי'ן אז יעדער זאל קומען צו אים, זאל זיין ווער זאל זיין, מען ווייסט אז דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט העלפן יעדער וואס וועט קומען צו זיין ציון, בפרט ראש השנה, ווען ער קען העלפן אפילו די וואס ער קען נישט א גאנץ יאר. און ווער רעדט נאך אויב מען איז זוכה צו זאגן א תיקון הכללי ביים ציון, וואס מיר אלע וועלן בעז"ה זוכה זיין צו טון, וועלן מיר זיכער באקומען די גרויסע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט. &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה

    < זעה מער כ תמוז תשפ"ה 📝
  • הפצה ביי אנשי שלומינו ווערט שטערקער און בעסער

    יעדע מיטוואך נאכמיטאג, קענען אלע זען די פילע צענדליגע גרויסע באקסעס אין בית המדרש וואס קומט גלייך פונעם קרן הדפסה. אין די באקסעס ליגן פארפאקט די ספרים, קונטרסים וכדומה, יעדעס איינס צוגעגרייט פאר יעדן מפיץ לויט זיין תכונת הנפש און געברויך. &nbsp; און לויט ווי מען הערט פון קרן הדפסה אפיס, זעט זיך א געוואלדיגע העכערונג אין די ארדערס סיי אין כמות, עס קומען צו כסדר פרישע מפיצים, און סיי אין איכות, מען באשטעלט מער זאכן. &nbsp; רעדנדיג מיט א מפיץ פארציילט ער אונז פון זיין פערספעקטיוו, ווי ער האט זיך געשפירט צוקלאפט, דער סמ"ך מ"ם - זאגט ער אונז - זוכט צו צוקלאפן יעדן, אבער פארלייגט זיך נאך מער אויף מפיצים, אבער ווען ער קומט אריין צווישן אנשי שלומינו, און הערט די פאזיטיווע פידבעק "אה, א מפיץ", דאס געבט אים אסאך חיזוק. ער שפירט ווי זיין א מפיץ איז אן ארויפגעקוקטע זאך ביי אנשי שלומינו, "מיט די צייט האב איך געזען אנשי שלומינו זאגן עס נישט סתם," זאגט ער אונז. "אנשי שלומינו האבן א שטארקע געפיל פאר הפצה."&nbsp; &nbsp; "איך זע ביי מיר אליינס" זאגט ער ווייטער "ווען איך זע די גרויסע מפיצים ווי רבי נתן יאקאבאוויטש, רבי ראובן בירנבוים, און אנדערע קומען אריין אין בית המדרש, באקום איך טשילס." &nbsp; ער דערמאנט זיך א סיפור וואס איז געשען אין מאנסי, "איך בין איינמאל ארויס פאר הפצה, וואו גייט מען? דער אויבערשטער האט צוגעפריט צו העריק גאס, איך בין געווען צובראכן, אבער מען דארף עפעס טון פאר פרנסה, מען גייט פון איין אדרעס צום צווייטן, דער נעמט, דער געבט. אינמיטן קום איך אן צו אן אדרעס, איינער עפענט, ער זאגט מיר 'איין מינוט', ער קומט צוריק און ברענגט הונדערט דאלער, דאס איז מיר געווען א געוואלדיגע חיזוק." &nbsp; נאך א מעשה זאגט ער אונז, "איין טאג בין איך געגאנגען הפצה אין א בית המדרש אין וויליאמסבורג, איך האב מפיץ געווען דעם ספר ארך אפים, אינמיטן קומט צו צו מיר א מיטל יעריגער איד און זאגט מיר, 'מיט יארן צוריק נאך מיין חתונה, בין איך דורך אסאך שוועריקייטן אין שטוב, קיינער מיר נישט געלערנט וואס מיינט שלום בית, ביז איך האב געטראפן טאקע דער ספר ארך אפים, איך האב געטראפן א שטיקל אויף דף ל"ד'. &nbsp; 'איך קען דעם גאנצן דף אויף אויסענווייניג' זאגט ער מיר, ער הייבט מיר אן נאכצוזאגן אויסווייניג דעם גאצן דף, 'יעדן טאג פאר איך בין אהיים געקומען, האב איך עס געלערענט, און דאס האט מיר געטראגן און געראטוועט מיין שלום בית'. &nbsp; ווי עס איז היינט צו טאג גייען צענדיגע אנשי שלומינו אויף הפצה, יעדער פאר זיך אויף זיין צייט, אויף זיין וועג, און אויף זיין פלאץ, איינער נאכמיטאג, איינער אינדערפרי, איינער אין קרית יואל, איינער אין פלעטבוש, איינער אין שטעטל, איינער אין די קעטסקילס, איינער שפירט אז קונטרסים גייט בעסער, ביי איינעם זוכט מען מער גליונות, איינער זאגט אז ביי אים גייט בעסער יו עס ביס און דער אנדערע טיילט ספרים. &nbsp; די מפיצים באצאלן פאר די ספרים א גאר קליינע פרייז ביליגער פון קאסט פרייז, און ווערט אויסגעהאלטן דורך די וואס זענען מנדב פאר א זכות אדער מהדורה. &nbsp; מיר זענען אלע מפיצים, אדער אליינס, אדער מיטן שטיצן די מפיצים און מדפיסים, ווייל מיר האבן איין ציל, צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אויבערשטן. &nbsp; על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער יט תמוז תשפ"ה 📝
  • אינטערסעטיט הייוועי סיסטעם

    שאלה: איך וואוין אין שטעטל, איז זעה אז די הויפט ראודס האבן נומערן, צום ביישפיל די הויפט ראוד אין שטעטל איז די רוט 52, די הייוועי צום שטעטל איז דער רוט 17; איך וואלט געוואלט פארשטיין, וויאזוי ארבעטן די ציפערן? האבן די נומערן עפעס א באדייט, אדער עס איז סתם געשאסן א נומער? &nbsp; שלום א. עטפער: דו פרעגסט זייער גוט, אבער דער ענטפער איז נישט אזוי פשוט. &nbsp; ביידע ראודס איבער וואס דו פרעגסט זענען (דערווייל) סטיעט רוטס, דאס מיינט אז עס געהערט פאר'ן סטעיט, און איז נישט א חלק פונעם אינטערסטעיט (פעדעראלע) הייוועי סיסטעם וואס לויפן דורך פילע סטעיטס דורכאויס אמעריקע. &nbsp; די אינטערסטעיטס הייוועיס האבן א קלארע סיסטעם, וואס אויב מען ווייסט וויאזוי דאס ארבעט, קען מען וויסן פונעם נאמען אין וועלכע ריכטונג דער הייוועי לויפט, און בערך וואו אין אמעריקע עס איז. &nbsp; די אינטערסטעיט סיסטעם ארבעט אזוי: די הייוויעס וואס לויפן דורך פון אויבן (צפון) ביז אונטן (דרום) באקומען אומגלייכע (אָד) ציפערן (ענדיגט זיך מיט 1, 3, 5 א.א.וו.) און די הייוועיס וואס לויפן פון רעכטס (מזרח) צו לינקס (מערב) באקומען גלייכע ציפער (ענדיגט זיך מיט 2, 4, 6 וכו'). &nbsp; די צווייטע רול איז: די נומערן לויפן אויף א סדר פון לינק אויף רעכטס, און פון אונטן ארויף. צום ביישפיל, די הייוועי וואס דורכאויס די מערב ברעג (מעסט צו לינקס) פון אויבן וואשינגטאן סעטיט ביז אונטן קאליפארניע איז אינטערסטעיט 5, און די הייוועי וואס לויפט גאנץ אונטן (דרום), פון רעכטס פלארידע ביז לינסק קאליפארניע איז אינטערסעטעיט 10. &nbsp; די אויבערשטע (צפון) הייוועי פון רעכטס מעסעטשוסעטס ביז לינקס וואשינגטאן סעטיט (לויפט אויך אביסל דורך אין אפסטעיט ניו יארק נעבן אלבאני, סיריקיוז, ראטשעסטער און באפעלא) איז נומער 90, און די הייוועי וואס לויפט פון רעכטס (מזרח) פון אונטן פלארידע ביז אויבן מעין (גייט דורך נעבן אונז, נעבן נוארק ניו דזשערסי, העכערן דזשארדזש וואשינגטאן בריק, דערנאך פארט עס ווייטער ארויף קיין קאנעטיקוט) הייסט דער 95. &nbsp; אויך אין אונזער לעבן פארן אונז אויף א וועג, א הייוועי וואס דארף אונז ברענען צו אונזער ציל, אויב מיר זענען קלוג נוצן מיר א גוטע דזשי פי עס - אין אונזער פאל איז עס א צדיק, וואס ער ווייסט גענוי יעדע הייוועי און יעדע ראוד ווי עס פירט, פארוואס מען דארף יעצט פארן דא, און יעצט דייקא דארט, מיר קענען זיך צומאל צומישן, און פארגעסן די תכלית פארוואס מיר זענען בכלל דא, אבער אויב מיר פאלגן דעם צדיק וואס איז דבוק אינעם אויבערשטן דער באשעפער וואס ער האט געבויעט די אלע הייוויעס און רוטס מיט א פונקטליכע חשבון, קומט ער אן צום תכלית אפילו ער ווייסט נישט פארשטיין פונקטליך וואס איז די באדייט פארוואס דער מצוה איז מער חשוב, און פארוואס מען דארף זיך פארלייגן אויף דער ענין, מיר פארלאזן זיך אויפן צדיק, און ער ברענגט אונז צום דעסטינאציע אויף א געשמאקע הערליכע אויסגעטרעטענע וועג. &nbsp; די ציפערן קען אונז העלפן אידענטיטפיצירן די הייוועיס, צום ביישפיל דער באקאנטער טרואוועי הייסט אויך דער 87, פארוואס? עס לויפט פון אויבן אראפ (דערפאר ענדיגט זיך עס מיט א 7, אן אומגלייכע ציפער) און האט א ציפער גאנץ נאנט צו 100, וויבאלד עס איז זייער נאנט צום מזרח ברעג. &nbsp; די סטעיט ציפערן גייען נישט ממש אזוי, אבער פרובירן זיך צו האלטן צו די פאלגענדע מהלך. די העכערע ציפערן זענען ענדרש די נייע רוטס אדער נעבן די סיטי, און די נידעריגערע ציפער זענען מער ווייניגער אפסעיט, אדער עלטערע רוטס. &nbsp; בסך הכל זענען די רוטס זייער קאמפליצירטע חשבונות, און כאטש מען קען זאגן גאץ גוטע הסברים מען זאל האב א השגה וואס די נומערן באדייטן, זענען זיי אבער אסאך מער פארוויקעלט און פארדרייט, און מען קען גאנץ גרינג צומשיט ווערן פון די פילע סארטן ראודס ווי אינטערסטעיט, סטעיט רוטס, קאונטי רוטס און לאקאלער גאסן. בפרט ווען פילע סטעיט רוטס גייען צומאל אריבער גרעניצן צו אנדערע סטיעט, ווי זיי קענען זיך צומאל טוישן דעם נאמען... איר קענט פרעגן א שאלה דורך שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יח תמוז תשפ"ה 📝
  • מחנה אילן החיים מיט'ן טעמע "אש תוקד" הייבט אן א געשמאקע זומער סעזאן

    &nbsp; אין די יעצטיגע טעג האבן זיך פילע זומער קעמפס אנגהויבן איבער די קעטסקיל בערג, און בשעת די צדיקים פון פריערדיגן דור האבן איינגעפירט זומער קעמפס, ווערן טייל קעמפס ליידער צוביסלעך אוועקגעפירט פונעם תכלית, ווען מען פארברענגט דעם קעמפ מיט נארישע שפילערייען וואס זענען טיילמאל בלויז ליידיג פון יעדן אינהאלט, און טייל מאל גרעניצן זיי זיך מיט ליצנות און גוי'אישקייטן. &nbsp; אין מחנה אילן החיים אבער, גייט מען אויף אן אנדערן מהלך, מען שפילט מען האט פאן, אבער אלעס איז מיט אמונה, אלעס איז מיט תפלה, יעדע טריט איז "אייבישטער", יעדע שפיל האט א תכלית, א צוועק, אז די קינדער פון כתה ד' ביז כתה ט' זאלן אייזאפן במשך די זומער וואכן יראת שמים, מידות טובה, אהבת ה' און א ליבשאפט צו אידישקייט. &nbsp; דאס יאר, האט דער ראש ישיבה אויפגענומען צום ערשטן מאל אין מנחה אילן החיים אן אפיצילער "ראש המדריכים". דער טאלאנטפולער מחנך הר"ר יודל איינהארן שליט"א ברענגט אריין א געשמאקע אטמאספערע צווישן די קינדער, זייענדיג אן ערפארנער מלמד א גאנץ יאר, און האט שוין געדינט מיט גרויס הצלחה און סייעתא דשמיא עטליכע זומערס אלץ ראש מדריכים, ווי ער האט אלץ אריינגערברענגט צו לעבן מיט'ן אויבערשטן אויף א געשמאקע וועג בשעת'ן זינגען און שפילן, וואס בלייבט אין די ביינער פון די קינדער אויף אייביג. &nbsp; דער סדר היום אינעם קעמפ הייבט זיך אן אינדערפרי ווען די קינדער לערנען מיט זייערע מלמדים ווי א גאנץ יאר ביז נאכמיטאג. נאך חדר גייען די קינדער ארויס אויפן פעלד זיך צו שפילן, דערנאך גייט מען שווימען - אינעם הערליכן איבערגעפרישטן סווימינג פול, נאכדעם סערווירט מען א נארהאפטיגן נאכטמאל. &nbsp; זונטאג גייען די קינדער אהיים גלייך נאך נאכטמאל, אבער אין די אנדערע טעג פון די וואך גייען אן די נאכט אקטיוויטעטן אונטער די אויפזיכט פון די געטרייע מדריכים, געשמאקע ערליכע בחורים וואס זענען אויסגעקליבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה, און ווערט געניט אנגעפריט דורכ'ן ראש המדריכים. &nbsp; די אקטיוויטעטן זענען געבויט אויף שיחות פון הייליגן רבי'ן, שיחות וואס זענען שייך צו קינדער, און מען שפילט די אקטיוויטעטן אויף א וועג אויפצובויען די קידער, און ארויסברענגען די לימוד פונעם שיחה אויף לעובדה ולמעשה, און ווערט געשפילט דורך צוויי טעימס וואס שפילן איינע מיט'ן צווייטן. &nbsp; דער צענטראלע טעמע פונעם היי יאריגן קעמפ איז "אש תוקד" וואס ברענגט ארויס די ווערטער פון הייליגן רבין "האש שלי תוקד עד ביאת המשיח", וואס דאס ווערט פראקטיצירט אויף למעשה אינעם קעמפ, די פייער פון הייליגן רבין די עצות און חיזוק ווערן איבערגעבן פאר די קומענדיגע דורות. &nbsp; במשך דעם זומער אין אין פלאן מיט' אויבערשטענ'ס הילף צו פארן אויף א געשמקע טריפ, א ווייטע רייזע צו א געשמאקע פלאץ. &nbsp; די קעמפ ניגון, א געשמאקע לעבעדיגע ניגון פול מיט יראת שמים, איז געמאכט געווארן דורכ'ן טאלאנטפולן גבאי פון בית המדרש היכל הקודש לינדען ניו דזשערסי הר"ר אליעזר זוסיא ווערטהיימער שליט"א, און ווערט געזונגען מיט לעבהאפט טעגליך דורך די קינדער. &nbsp; אין קעמפ אילן החיים, רעדט מען אפן פונעם אויבערשטן, מען רעדט קלארע ווערטער אז דער אויבערשטער איז דא, מען דארף נישט קיין משלים מיט קיין רמזים. "בעטן דעם אויבערשטן" באגלייט כסדר די קינדער אינעם טאג טעגליכן לעבן. &nbsp; אין דעם קעמפ פארברענגט מען נישט מיט ליידיגע און פוסטע שפילערייען. נאר מען טאנצט און מען שפילט די אקטיוויטעטן מיט א רייכע תוכן וואס ברענגט די קינדער צו א תכלית. די לימודים וואס זיי נעמען ארויס פונעם זומער, וועט זיי באגלייטן א גאנצן לעבן, אסאך קינדער נעמען ארויס זייערע לימודים אויף א פאן וועג אסאך בעסער ווי ווען מען לערנט... &nbsp; האש שלי תוקד עד בית המשיח

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ה 📝
  • פאספארט אלערט: צייט צו באקוקן די פאספארטן צו קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה

    מיט יעדע פארבייגייענדע טאג ווערט די בענקשאפט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה שטארקער. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן", אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבין. די טראוועל אגענטן אדווערטייזן שוין אינגרויסן די פילע טיקעט אפציעס וואס מען קען נעמען. &nbsp; עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אנצוקומען קיין אומאן גייט נישט סתם מען קויפט א טיקעט, צוערשט קומט פארשטייט זיך תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם צו שטעלן שטיינער אין וועג. אבער ווי אנשי שלומינו האבן שוין געזען, האט מען מיט תפילות זוכה געווען צו שיינע זאכן, סיי אז די וועג האט זיך אויסגעארבעט על צד היותר טוב, מען איז געקומען מיט פליגערס קיין פוילן, מאלדאווע און פון דארט האט מען גענומען וועגן מיט באסעס אדער מיט באנען קיין אומאן. אזוי אויך אין אומאן זעלבסט האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט גארנישט געפעלט, און מען האט געפועלט ישועות פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; אין די זעלבע צייט איז וויכטיג צו דערמאנען אז יעדער וואס דארף באנייען אדער אפלייען פאר א פאספארט פאר זיך אדער פאר די קינדער, זאל עס טון שוין יעצט. ווי די רעגירונג שרייבט אין די יעצטיגע טעג, אז עס וועט נעמען בערך זעקס ביז אכט וואכן צו מאכן א געהעריגע פאספארט, און אפילו "עקספעדייט" נעמט מער פון דריי וואכן. דערפאר איז זייער וויכטיג אז מען זאל זיך שוין אפגעבן דערמיט, און נישט ווארטן אויף שפעטער, ווען עס קען קאסטן אסאך מער טירחה, געלט, און עגמת נפש. &nbsp; פאר אנשי שלומינו איז צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין, לב יודע מרת נפשו, יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדער וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם טוט אונטערלייגן שטיינער און פיסלעך אויף אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל זיי אלע קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 61 to 75 of 1670 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com