Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייעס פון שטעטל

    פאריגע וואך איז פארגעקומען א מיטינג פון די הנהלה פון שטעטל. דער ראש ישיבה שליט"א איז ספעציעל אראפגעפארן צו קענען אנטייל נעמען, און דורכגיין פארשידענע וויכטיגע ענינים וואס איז נוגע פאר'ן עתיד פונעם שטעטל "קרית ברסלב" אין ליבערטי. מען האט אויסגעשמועס פארשידענע וויכטיגע ענינים, צווישן אנדערע: סיידוואלקס: מען האט אויסגעשמועסט די שוועריקייטן צו גיין אויפ'ן ראוד, בפרט ביינאכט איז עס א גרויסע סכנה. מען האט גערעדט צי עס איז דא א מעגליקייט אהערצושטעלן סיידוואלקס פאר די זיכערהייט פונעם ציבור. קלאס צימערן: עס זענען ברוך השם צוגעקומען אסאך נייע קינדער אין די הייליגע מוסדות, מען האט גערעדט איבער צובויען נאך קלאסן צום יעצטיגן בנין המוסד אדער גאר אפקויפן נאך א בנין. שוחטים: דער ראש ישיבה שליט"א האט באשטימט שוחטים פאר די קהילה. מען האט איבערגעגעבן א רעפארט איבער זייער פארשריט. די שוחטים לערנען פלייסיג, און לעצטנס זענען זיי ספעציעל אראפגעפארן צו א שלאכט הויז זיך צו לערנען צו שחט'ן אין פראקטיק. מען האפט בקרוב צו קענען מעלדן מער פרטים ווען די שחיטה וועט זיך אנהייבן למעשה. סטריט לייטס: צוליב וואס ביינאכט איז זייער טונקל אין שטעטל, האט מען איבערגעגעבן וואו מען עס האלט די געשפרעכן מיט די עלעקטעריק פירמע, אז זיי זאלן אינסטאלירן סטריט לייטס ביי אלע הייזער. דירות: צוליב די פילע משפחות וועלכע ווארטן זיך ארויסצוציען, הערשט יעצט א געוואלדיגע דירות מאנגל, וואס מיט תפלה וועט מען עס אויס'פועל'ן אם ירצה השם. ביקור חולים: צוליב די קאראנע אונטערגאנג, לאזן די שפיטעלער נישט אריין קיין באזוכער. מען האט געשמועסט איבער די באמיאונגען וואס מען טוט אז דער לאקאלער "העריס האספיטאל" זאל אריינלאזן די פרויען פון ביקור חולים פון שטעטל באזוכן די קראנקע, זיכער צו מאכן אז זיי האבן אלעס וואס זיי דארפן, און אויך ערלויבט ווערן אנצופילן די ביקור חולים צימערן מיט עסן און אלע באדארפענישן. בית החיים: אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט שטענדיג מיט אונז אז מען זאל לעבן מיטן תכלית, און געדענקען אז מען בלייבט נישט דא אויף אייביג, איז געווארן ארויפגעברענגט פארשידענע הצעות וועלכע פלאץ ס'איז דא און וואו ס'איז די בעסטע געאייגענט, בקרוב וועט מען מעלדן מער פרטים. 📰 שאטל סערוויס אין שטעטל 📸 דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין חדר 📸 דענמען מקוה אין שטעטל ▶️ דער ראש ישיבה שליט"א רעדט צו די קינדער אין חדר איבער זיך פארשטעלן פורים ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער יב אדר תשפ"א 📝
  • באס איינגעקויפט פאר נייע שאטל סערוויס אין קרית ברסלב ליבערטי

    אין א פרישע שטיינדל פון הרחבת גבולי הקדושה, איז יעצט איינגעקויפט געווארן א באס פאר די "שאטל" וואס וועט גענוצט ווערן אינעם ברסלבע שטעטל אין ליבערטי. מיטן פארברייטערטן ציבור וואס וואוינט קע"ה אינעם שטעטל, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז א נחיצות צו האבן א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע מיטל, סיי אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן און אזוי ווייטער. ברוך השם אז מען קען שוין אינפארמירן דעם ציבור אז מען האט שוין געקויפט א צוגעפאסטע שאטל-באס, און עס ווערט יעצט אויסגעארבעט די פרטים פון די סקעדזשועלס און די רוטס, וואו און ווען אלץ עס וועט ארומפארן. דער שאטל באס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף באדינען דעם ציבור און ארומפארן אינעם גאנצן שטעטל עטליכע מאל א טאג אויפנעמען פאסאנדזשירן, און זיי אפפירן למחוז חפצם לחיים לשמחה ולשלום. עס וועט בעז"ה מאכן א סטאפ ביי די לאקאלע "וואלמארט" געשעפט, ביים "תלמוד תורה" געביידע, און בעזר השם נאך עטליכע סטאפס.&nbsp; פרטים יבואו &nbsp; בילדער

    < זעה מער כא טבת תשפ"א 📝
  • אפיסעס פון מוסדות אין ברסלב שטעטל אריינגעצויגן אין נייעם רחבותדיגע לאקאל

    ווען די שטעטל האט זיך געגרינדעט, האט דער ראש ישיבה געעפענט א צענטראלע אפיס פאר די לאקאלע מוסדות, די אפיסעס זענען צוערשט געווען איינקאווטירט געווארן אין עטליכע צימערן וואס א חשובע נדבן האט אראפגעגעבן פון זיין ביזנעס בחפץ לב פאר די מוסדות אין צענטער פון שטעטעל. אזוי ווי די מוסדות האבן זיך ב"ה שטארק צואוואקסן, און מען האט צוגענומען נאך איינגעשטעלטע, איז מען זייער שנעל אויסגעוואקסן דאס פלאץ. האט דער ראש ישיבה מחליט געווען אז עס פעלט זיך אויס אריבער צו פירן די אפיסעס אין א גרעסערע לאקאציע מיט מער פלאץ. מען האט באשטימט א חלק פון די נייע בנין פון תלמוד תורה, וואס איז געקויפט געווארן פאר די מוסודות פארגאנגענעם זומער, אז עס זאל אריינעמען די אפיסעס. די לעצטע עטליכע וואכן האט מען שווער געארבעט צו פארענדיגן די אפיסעס מיט אלע צוגעהערן און מעבל. און געלויבט דער אייבישטער אז מען האט שוין ברוך געענדיגט מיט די ארבעט, און מען וועט בעזר השם אריינציען אין די נייע אפיסעס ביז עטליכע טעג, ווי מען וועט בעז"ה קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, מיט הרחבת הדעת. בילדעריגדיל תורה ויאדיר.

    < זעה מער יד טבת תשפ"א 📝
  • נייע עירוב טראק אין שטעטל

    שוין איבער א האלבע יאר וואס דער עירוב אין שטעטל איז שוין פולקאם פארטיג, און ווערט גענוצט יעדן איינציגן שבת צו די צופרינדהייט פון אלע תושבים. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה גייען די מלמדים הי"ו ארום יעדן ערב שבת קודש בודק זיין דעם עירוב, וואס דאס איז גאר א שווערע ארבעט, וויבאלד דער עירוב נעמט אריין גאר גאר אסאך שטחים וואס מען דארף דורך גיין און אויסטשעקן, צי די עירוב איז נישט פסול געווארן ערגעצוואו אינמיטן די וואך. עס האט זיך שוין געמאכט עטליכע מאל אז מען האט געטראפן די עירוב בענדל צוריסן, און אין די לעצטע מינוט האט מען עס פארראכטן. מען פלעגט זיך אבער אלץ זייער מוטשען אנצוקומען ביים שפיץ פון די זוילן, וואס צו דעם מוז מען האבן אן "עירוב טראק" וואס האט אויף זיך א גרויסן לייטער אין די לעצטע שטיק צייט האט די וועד העירוב זיך אריין געלייגט אין דעם גאר שטארק, מען האט געזוכט די ריכטיגע טראק עס זאל זיין געאייגנט פאר דעם, און נאך אסאך תפלות און אסאך ארום זוכן האט מען ברוך השם געפונען גאר א גוטע טראק, וואס וועט מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף ארויסהעלפן בודק זיין דעם עירוב און פאררעכטן וואו עס וועט זיך אויספעלן. &nbsp; ביז דערווייל האט די הנהלה אויסגעלייגט דאס געלט צו קענען קויפן דעם טראק; ווער עס וויל האבן די אייביגע זכות פונעם עירוב טראק - וואס שוין היינט גוט באקאנט די גרויסע זכות פון פאררעכטן אן עירוב - זאל זיך מעלדן צום ראש ישיבה שליט"א, די זכות וועט אים זיכער באגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"א 📝
  • יום כיפור אין קרית ברסלב ליבערטי

    דעם יום כיפור האט דער ראש ישיבה שליט"א געפראוועט אין שטאט ברסלב, ליבערטי, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב. אנגעהויבן האט זיך עס שוין פון שבת שובה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין געווען אין שטעטל. במשך דעם געהויבענעם שבת האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט דברי התחזקות והתעוררות זיך צו גרייטן צום גרויסן און הייליגן טאג יום כיפור, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז ווען מ'שטייט אינעם ערשטן שבת פון יאר, איז דאס אזוי ווי דער קאפ פונעם יאר, אלעס גייט נאכ'ן קאפ, דארף מען אויסנוצן דעם ערשטן שבת ווי עס דארף צו זיין, מאכן א גוטע התחלה, ובפרט אין שלום בית זיך פארצונעמען צו רעדן נאר שיין אינדערהיים, און זיך אויפפירן ווי עס פאסט, און דער עיקר דארף מען זיך שטארקן צו רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן דאס גאנצע הארץ פאר אים אויף די אייגענע שפראך, דאס באגלייט דעם מענטש אין סיי וועלכע מצב. די התעוררות וואס איז געווען אום יום כיפור אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א איז ממש נישט צום באשרייבן, דער ראש ישיבה האט גערעדט פאר כל נדרי, ער האט מעורר געווען אויף תשובה און תיקון המעשים, און אויף צניעות ביי די פרויען, און אז מ'זאל זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג תורה. אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א בלאט גמרא, און האט ארויסגעברענגט וואס רבי נתן האט געזאגט, "ס'קומט אלול, מ'ברענט און מ'ברענט, אבער מ'טוט גארנישט", דער עיקר דארף מען זיך נעמען אין די האנט אריין און טון למעשה, עפענען יעדן טאג די הייליגע גמרא, און דאס וועט אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן. די תפלות במשך יום כיפור זענען אריבער מיט א שטארקע התעוררות און דערהויבנקייט, מ'האט זיכער אויסגע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר. מוצאי יום כיפור האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן אזא הייליגע טאג און אונז מוחל געווען אלע עבירות, און אז מיר זענען זוכה צו זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס קלעבט אונז צו צום אייבערשטן און ווייזט אונז דער וועג צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש!

    < זעה מער יב תשרי תשפ"א 📝
  • עירוב אין שטעטל מאכט ב"ה פארשריט

    איינס פון די גאר וויכטיגע פונקציעס וואס א אידישע ישוב דארף האבן איז אן עירוב. דער ראש ישיבה האט זיך אריינגעלייגט אינעם קאסטבארן פראיעקט פון אויפבויען א מהודר'דיגע עירוב. און ברוך השם עס זענען דא טייערע אינגעלייט וואס טראץ זייערע טירדות וואס זיי זענען ב"ה טרוד על המחיה ועל הכלכלה, רייסן זיי אראפ פוון זייער טייערע צייט און געבן זיך אוועק און העלפן צו צו בויען דעם עירוב, יעדער מיט וואס ער קען ער, טייל בויען, טייל העלפן מיט געלט. מען האט שוין ב"ה געמאכט גרויס פארשריט, אבער עס איז נאך דא אסאך ארבעט. דער ראש ישיבה איז ארויס אין א רוף אז ווער עס קען זאל צולייגט א האנט צו ענדיגן דעם עירוב אין שטעטל, ווער עס וויל געבן א נדבה זאל איבער געבן דאס געלט פארן ראש ישיבה. דער ראש ישיבה שרייבט צווישן אנדערע, אז "העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב". &nbsp; פאלגענד איז די פולע בריוו. בעזרת ה' יתברך יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש קרית ברסלב, ה' עליהם יחיו. איך בעט אייך זייער, ווער עס קען העלפן ענדיגן בויען דעם עירוב זאל צולייגן א האנט; מיר דארפן הילף, סיי בגוף, סיי בממון און סיי מיט חיזוק ווערטער פאר די איבערגעגעבענע אינגעלייט און בחורים וואס געבן אוועק טעג און נעכט אז מיר זאלן האבן א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב. העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב. איך האף און איך בענק צו הערן אז מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן און מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן; אין דעם איז אנגעהאנגען די הצלחה פונעם שטעטל. ווען מען זעט א חסרון ביי א צווייטן איז דאס דער אייגענער חסרון, ווען מען קען נישט ליידן א צווייטן דאס איז דער אייגענער פראבלעם; אויף דעם איז דא איין עצה, ארויסגיין אין פעלד און שרייען: "רבונו של עולם איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, פארוואס בין איך אזוי אז איך קען נישט ליידן דעם און יענעם?" די עצה פון התבודדות איז א וואונדערליכע עצה, ווער עס נוצט די עצה ווערט אויסגעוואשן און אויסגערייניגט, מען באקומט נייע בלוט, ריינע בלוט און א ריינע הארץ. ווען מען בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, טאטעניו, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, איך וויל שפירן א צווייטנס צער און ווייטאג", דורכדעם איז מען זוכה אז מען באקומט א ריינע הארץ, א ריינע בלוט. שטארקט אייך, טאנצט יעדן טאג נאך אלע דריי תפילות; מאכטס א רינג אלע אינאיינעם, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין מיר וועלן ברענגען משיח צדקינו. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח צדקינו וועט קומען אפילו עס וועט זיין נאר איין שול וואו מען וועט זיין בשלום; מיר ווארטן צו זען וואו וועט זיין די איין שול וואס אלע האבן זיך ליב און אלע ווילן נאר יענעם זאל גיין גוט. איך ענדיג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל פון הייליגן רבי'ן. דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)". דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו

    < זעה מער יג אייר תשפ 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין קרית ברסלב ליבערטי

    היינט אינדערפרי האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט פון שטאט צו באזוכן דעם שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין בית המדרש בשעת דער כולל בוקר איז געווען פיל מיט אינגעלייט וואס האבן געלערענט פלייסיג, פון וואס דער ראש ישיבה שליט"א ער האט זייער הנאה געהאט. דערנאך האט מען געדאווענט צוזאמען, און נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דער דף גמרא בבלי און דערנאך ארום גערעדט שטארקע יסודות וויאזוי עלטערן און מלמדים דארפן רעדן צו קינדער בפרט אין די ענין וויאזוי זיך צו היטן אין עינים פון קדושה, (מ'קען עס הערן אויפן קול ברסלב האטליין, און אזוי אויך אויפן אוצרות ברסלב דראפ-באקס פעידזש - נאכן שיעור גמרא) נאכדעם האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט די חדר, ווי דער ראש ישיבה האט געשמועסט מיט די טייערע קינדערלעך, דער ראש ישיבה האט געפרעגט די קינדער "ווער ווייסט וויאזוי די הייליגע רבי איז געווארן רבי?" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "ווייל ער האט אסאך גערעדט צו די אייבערשטער" און דערנאך האט ער געבעטן יעדע אינגל זאל פארציילן "א מעשה פון תפלה" ווי ער האט געהאט א פראבלעם, און ער האט געבעטן דעם אייבערשטן, און דער אייבישטער האט געהאלפן. דער ראש ישיבה האט דערנאך געזאגט פאר די קינדער אז ער גייט ברענגען א מתנה פאר יעדן אינגל נעקסטע מאל. דערנאך איז די ראש ישיבה שליט"א געגאנגען באזיכן די מיידלעך אין בית פייגא סקול ווי ער האט גערעדט צו זיי הדרכה וויאזוי זיך צו פירן ערליך און מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, און אזוי אויך זעהן צו פאלגן די לערערן אלעס וואס זיי היייסן, אויך האט די ראש ישיבה שליט"א ארום גערעדט די שיינקייט פון גיין אנגעטוהן צניעות'דיג און ווי די הייליגע רבי'ס מאמע (וואס די סקול הייסט נאך איר) איז געגאנגען אנגעטוהן מיט א געוואלדיגע צניעות פון וואס מען דארף זיך אפלערנען פאר אונז אויך.דער ציבור אנשי שלומינו האט געהאט א שטארקע חיזוק פונעם באזוך. די דרשה פון ראש ישיבה אין חדר צו זען

    < זעה מער ז חשון תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 166 to 172 of 172 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com