Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בית המדרש "פעולת הצדיק" - פינפטער בית המדרש אין שטעטל

    טראץ דעם גרויסן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו וואס זוכן זיך ארויס צו ציען און קומען וואוינען אינעם שטעטל "קרית ברסלב" איז זייער גרויס, פרובירט דער ראש ישיבה גאר שטארק אז די פרייזן פון די דירות זאל בלייבן סטאביל, דער ראש ישיבה וויל אז אינגעלייט זאלן קענען לעבן מיט רואיגקייט און מנוחת הנפש, און נישט דארפן ארבעטן אווער טיים פשוט צו קענען האבן א דאך איבערן קאפ.   דערפאר האט דער ראש ישיבה געבעטען אז מען זאל נישט אזוי שנעל אפקויפן יעדע דירה וואס די שכנים לייגן נאר ארויס - אויב זיי הייבן די פרייזן, אויסנוצדיג דער גרויסן פארלאנג, דער ראש ישיבה זאגט אז ענדערש זאל מען אביסל אויסווארטן און נאר קויפן הייזער וואס מען בעט די ריכטיגע מארקעט פרייז, אפילו אויב די הייזער זענען אביסל ווייטער איינס פונעם צווייטן.   די זעלבע זאך ווען עס קומט צו בויען פרישע הייזער גייט מען אויף דעם זעלבן סיסטעם, נאר ווי מען טרעפט א שטח פאר א גוטע פרייז קויפט מען עס אפ און מען בויעט דארט הייזער, אזוי ארום איז אויסגעקומען אז כאטש מען וואוינט טאקע אין איין טאון, זענען אסאך הייזער נישט אין "וואלקינג דיסטענס" צו קענען גיין צופיס שבת אין איין בית המדרש, אזוי ווי אינדערוואכן וואס מען קען פארן מיט א קאר. צוליב דעם עפענט מען יעדע שטיק צייט נאך א בית המדרש אין יעדע פרישע געגענט וואו די אינגעלייט ציען זיך אריין.   יעצט קומט די נייעס אז אין דער "רעדקליף" געגענט האט זיך געעפענט דער נייעסטער בית המדרש פון שטעטל, "רעדקליף" איז גלייך ביים אנהייב שטעטל, דער ראש ישיבה האט א נאמען געגעבן דער בית המדרש "פעולת הצדיק".   דער נייער בית המדרש "פעולת הצדיק" איז דער פינפטער בית המדרש אין שטעטל, דער ערשטער בית המדרש איז דער גרויסער בית המדרש אויף 181 האשקי ביים שטוב פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער צווייטער האט געפינט זיך אין די "דענמען" געגענט מיט'ן נאמען "אשר בנחל", דער דריטער איז אויף די "טווין ברידזש" גאס מיטן נאמען "עצתו אמונה", דער פערטער איז אויף די "מארקס" גאס מיט'ן נאמען "מקור השמחה", און יעצט איז צוגעקומען דער פינפטער בית המדרש מיט'ן נאמען "פעולת הצדיק".   דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון אלע בתי מדרשים אין שטעטל זאל ארויס קומען אסאך תורה, תפלה, התחזקות, שיעורים, סיומים, שמחות, און פילע מצות ומעשים טובים.   רבי אלעזר הקפר אומר, עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבבל שיקבעו בארץ ישראל (מגילה כט)

    < זעה מער כח תשרי תשפ"ג 📝
  • הערליכע זומער אריבער מיט אנשי שלומינו אין שטעטל

    געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז דורך א הערליכע זומער ווי אנשי שלומינו האבן פארברענגט מיטן אייבערשטן אינעם ברסלבן שטעטל. &nbsp; אלע האבן ברוך השם גוט אויסגענוצט די צייט, די אינגעלייט און די בחורים און אפילו די אינגעלך האבן אריינגעכאפט טויזנטער פרקים משניות, טויזנטער בלעטער בבלי ירושלמי תוספתא, מען איז דורך חומש שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י יעדע וואך, און נאך פילע לימודים, אלע אינעם שטעטל סיי די מענער און סיי די פרויען סיי די בחורים און סיי די מיידלעך האבן אריינגעכאפט אסאך התבודדות, מען האט פארברענגט אינעם שויס פונעם באשעפער'ס בריאה און אסאך גערעדט און זיך אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן אין די פעלדער און וועלדער, אזוי אויך נעמט מען מיט זיך טצענדליגע טויזנטער קאפיטלעך תהלים. &nbsp; עס איז דורך א זומער ב"ה מיט פילע אידישע שמחות קע"ה, אין שטעטל איז א שמחה יעדעס אינגל אדער מיידל וואס עס ווערט געבוירן. ביי ערליכע אידן ווייסט מען עס קינדער איז א ברכה. אזוי אויך זענען געשלאסן געווארן ברוך השם אסאך שידוכים ברוך השם, אסאך בחורים און מיידלעך זענען אויפגעראכטן געווארן ווען מען האט אין א מזל'דיגע שעה געבראכן טעלער, דאס אליינס אז זיי גייען אויפשטעלן א אידישע שטוב מאכט זיי שוין גענוג פרייליך אז מען דארף שוין נישט געבן קיין טייערע מתנות, קויפן טייערע ברענד נעים קליידער אדער פוירניטשער, דינגען א טייערע זאל, שפילער, זינגער און בדחן זיי זאלן זיין פרייליך מיט זייער חתונה.&nbsp; &nbsp; די אינגעלייט און די ווייבלעך האבן זיך אפגעגעבן מיט זייער אייגענע משפחה, מען האט אוועקגעווארפן די פארשאלטענע "סאשעל מידיע" וואס בארויבט אונזער טייערע צייט, מען איז אהיים געקומען צו די משפחה געשמועסט און פארברענגט, און זיך אפגעגעבן מיט די קינדער, זיי מיטגענומען אין שול דאווענען נעבן זיך און זיי אריינגעגעבן א געשמאק אין אידישקייט מיטן געבן פאר זיי גוטע זאכן פארן דאווענען שיין און ענטפערן אמן. &nbsp; מען האט אויסגענוצט די פילע געלעגענהייט זיך אריבערצוכאפן צו איינע פון די פילע שיעורים פון ראש ישיבה, איינער אינדערפרי א בלאט גמרא, אנדערע נאכמטיג צום שיעור אין סיפורי מעשיות, אדער ליל שישי דער שיעור פאר אינגעלייט, מען האט געשלינגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער און מען האט זיך איינגעקויפט שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבין אויף דעם זעלבן וועג ווי מוהרא"ש האט עס מקבל געווען. &nbsp; אזוי אויך האבן זיך אנגעזען אין שטעטל כסדר פילע געסט וואס האבן זיך אריבערגעכאפט פון קרית יואל, מאנסי, ברוקלין אדער אפילו פון ארץ ישראל צו וויילן מיטן ראש ישיבה אין שטעטל אויף א שיעור, אדער א טאג וואך אדער שבת, גליקליך זענען געווען די וואס האבן באוויזן צו עסן א "סעודה מיטן ראש ישיבה" און האבן מיטגענומען הדרכה אויף למעשה וויאזוי מען פירט א שבת טיש מיט די ווייב און קינדער, ווי מען לאזט זיך אראפ, מען פארציילט מעשיות, מען זינגט זמירות, און מען פריידט זיך מיט יעדע מינוט פון שבת. &nbsp; יעצט ווען מען גייט צוריק אהיים, נעמט מען מיט די אלע עצות און חיזוק צו זיך אין שטוב, ווי מען וועט ווייטער טון למעשה אלעס וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, מען וועט רעדן צום אייבערשטן, רעדן שיין צו די ווייב, זיך אפגעבן מיט די חינוך פון די קינדער, לערנען יעדן טאג כאטש אביסל, און זיך פרייען מיטן שלא עשני גוי.

    < זעה מער ח אלול תשפ"ב 📝
  • געשלאסן מקח אויף א נייע בנין פאר די קהילה אין קרית ברסלב

    פרישע נייעס קומט אריין פון די הנהלת הקהילה, א פרישע מקח איז נארוואס געשלאסן געווארן אפצוקויפן א גרויסער בנין פון כמעט 5 טויזענט סקווער פיס. &nbsp; עס רעדט זיך פון א שיינער בנין אויף די "טווין ברידזש" גאס, וואס וועט זיין צום באנוץ פאר פארשידענע באדערפענישן פון די קהילה, צום ביישפיל דער אלעמען באקאנטער "באזאר" וואס האט זיך שוין איינגעקויפט גאר א גוטע נאמען אלס א קליידער געשעפט מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, מען טרעפט דארט קליידונג פאר ממש קליינגעלט, און מיט דעם האט מען שוין געשפארט גאר גרויסע געלטער פון אלע משפחות אנשי שלומינו. &nbsp; ביז יעצט איז די באזאר געווען איינקוואטירט אין שטוב פון מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו, אבער אזוי ווי עס ווערט ב"ה גרעסער דער שטעטל, און צוזאמען מיט דעם וואקסט דער באזאר, דארף מען האבן פאר דעם מער פלאץ צו קענען בעסער איינקויפן און האבן גענוג פלאץ אויסצושטעלן אלע סארטן קליידער פון אלע סייזעס, דערפאר האט דער ראש ישיבה צוזאמען מיט די הנהלה באשלאסן צו באשטימען דעם בנין פאר די באזאר. &nbsp; ווי אויך וועט דארט פלאצירט ווערן א "קאמפיוטער קיאסק", וואס אין די קורצע צייט וואס דער שטעטל שטייט שוין האט שוין דער קיאסק ארומגעוואנדערט פילע מאל פון איין פלאץ צום צווייטן, און האט זיך נאך דערווייל נישט געקענט מסדר זיין אויף א וועג עס זאל זיין באקוועם און געשמאק פאר אנשי שלומינו צו קומען איינקויפן מיט די ווייב אויף א רואיגע און געשמאקע אופן. &nbsp; ווי געזאגט וועט א חלק פונעם בנין געווידמעט ווערן פארן קיאסק, מען וועט אהערשטעלן דאס פלאץ גאר שיין און פראקטיש, דער ראש ישיבה שטעלט דאס אהער מיטן ציל אז מען זאל זיך קענען אן עצה געבן אויך אן די פארשידענע מכשירים וואס זענען מחובר צו אינטערנעט, ווי סמארטפאונס טעבלעטס אייפעדס וכדומה, נאר מען זאל קענען האלטן די שטוב ריין און האבן א פלאץ ווי מען קען איינקויפן אנליין און באקומען אימעיל אויף א כשר'ע וועג. &nbsp; ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה

    < זעה מער ג אלול תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו אין קרית ברסלב באזוכן און העלפן די אידישע ארעסטאנטן אין די תפיסות אין די אומגעגענט

    אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א האט א חשובער אינגערמאן אין שטעטל מו"ה משה עקשטיין הי"ו געעפענט א פרישע ארנאניזאציע, וואס וועט האבן די ציל ארויסצוהעלפן און ארגאניזירן באזוכן אידישע קינדער וואס שמאכטן לא עלינו אין די תפיסות ארום קרית ברסלב ליבערטי, וואס די אידן דארט קוקן שטארק ארויס אויף באזוכער. &nbsp; ווען מען קוקט זיך ארום אויף די מאפע פון ליבערטי והגלילות זעט מען מער ווי איין תפיסה אין די געגענט ווי עס זיצן אידישע קינדער לא עלינו, עס זענען איז דא מענטשן וואס האבן אסאך באזוכער צוליב דעם וואס ער האט משפחה און פריינד און זיי וואוינען נישט צו ווייט, אבער עס איז אויך דא אזעלכע וועלכע זייערע קרובים וואוינען זייער ווייט, און די אנדערע זייט אמעריקע אדער גאר אין אויסלאנד. אויך זענען דארט פארהאן איינזאמע אידישע קינדער וואס האבן נישט קיין קרוב און קיין גואל, און עס קען אויסקומען אז עס קען דורך גיין א לאנגע צייט וואס קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי, זיי זעען בלויז די גרינע ווענט פון די תפיסה פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און אין די זעלבע צייט ער דארף זיך קענען אויסקומען מיט די נידעריגע פארברעכער וואס זיצן דארט צוזאמען מיט אים. &nbsp; ווי דערמאנט האט דער ראש ישיבה געבעטן פון מו"ה משה הי"ו ער זאל זיך אריינלייגן דערין. און ווי ר' משה גיבט איר האט ער אנגעקניפט פארבינדונגען מיט אידן וואס טוען אין די ענינים א לענגערע צייט און קענען זיך אויס מיט די ביוראקאטישע געזעצן פון יעדן תפיסה אינעם געגענט באזונער, ווען מען קען גיין און וואס מען קען ברענגען, צי מען דארף זיך איינשרייבן, וויפיל באזוכער זיי מעגן האבן, און אזוי ווייטער. &nbsp; ווען מען פרעגט מענטשן צי וואלטן אפשר געוואלט קומען באזוכן, ענטפערן אסאך מענשטן "איך ווייס נישט וואס צו רעדן און איך האב נישט וואס צו רעדן, במילא איז דאס נישט פאר מיר", אבער ווער עס איז שוין אמאל געגאנגען באזוכן אין א תפיסה ווייסט די מענטשן דארפן בלויז א אידישע הארץ מיט אן אפענעם אויער וואס זאל זיי אויסהערן, זיי ווילן פשוט מיט איינעם מיטטיילן זייערע מיטמאכענישן, זיי ווילן איינער זאל זיי אויסהערן, און אזוי אביסל זיי פארלייכטערן זייערע שווערע אומשטעדן אין וועלכע זיי געפונען זיך. און דאס איז א געוואלדיגע מצוה וואס מען קען נישט באשרייבן. &nbsp; ווער עס וויל טון די גרויסע מצוה פון גיין באזוכן אין א תפיסה זאל ביטע רופן מו"ה משה עקשטיין הי"ו, און אפשמועסן מיט אים וועם, ווען און וואו מען קען באזוכן. אין דעם זכות זאל דער אייבישטער העלפן איר זאל קיינמאל נישט מיטמאכן די אלע שוועריקייטן.

    < זעה מער כז אב תשפ"ב 📝
  • טיי אווענט פארן ברסלב כולל זונטאג דברים אין שטעטל

    ווי באקאנט האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעשטעלט דעם בארימטן "כולל היכל הקודש" ווי עס לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה א קבוצה פון אויסגעקליבענע אינגעלייט, דער ראש ישיבה שליט"א לאזט נישט קומען אינעם כולל איינער וואס קומט ווייל ער דארף הייסן א "כולל אינגערמאן" צוליב וואס זייער שווער האט געלט און מוז האבן דעם איידעם אין כולל, וכדומה,&nbsp; דא זיצן אינגעלייט וואס לעבן מיט תורה, אטעמען תורה, ווייל נפשם חשקה בתורה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אז די אינגעלייט זאלן דורכאקערן די שווערע מקצועות וואס זענען גילטיג בשעת'ן אויפבויען דעם קהילה. די אינגעלייט האבן שוין אין די לעצטע חדשים גוט דורכגעלערענט די קאמפליצירטע סוגיות פון מקוואות, שחיטה און עירובין, און אזוי ווייטער. און אויסער דעם זיצן זיי א גאנצן טאג און זענען זיך משלים אין אלע מקוצעות וואס עס פעלט זיך אויס פאר א שטאט, ווי יורה דעה חלק א' און חלק ב', הלכות שבת און אזוי ווייטער. &nbsp; יעצט וועט דער כולל אפהאלטן דעם ערשטן טיי אווענט אינעם שטעטל קרית ברסלב ווי די איינוואוינער פון שטעטל אזוי אויך די זומער געסט וועלן האבן די זכיה צו קענען נעמען א חלק אין שטיצן די תלמידי חכמים פון שטאט. &nbsp; דער מסיבה וועט בעזרת השם פארקומען קומענדיגן זונטאג דברים הבעל"ט אין שטוב פון מו"ה אברהם פריעדריך הי"ו אויף 87 רעד קליף ראוד אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. א געשמאקע רייכע מאלציילט וועט זיין צוגעגרייט פאר אלע משתתפים. און א גאר אינטערעסאנטע א פאנעל פון פיר געהויבענע תלמדים פון ראש ישיבה שליט"א וועלן&nbsp; פארשטעלן א שיינע פרעזענטציע, ווי מען וועט זיי פרעגן אקטועלע אינטערעסאנטע שאלות וואס זיי וועלן ענטפערן יעדער איינער לויט זייער ערפארונג אין לעבן. &nbsp; צו זען די חשיבות פונעם כולל איז כדאי צו כאפן א בליק וויאזוי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבערן כולל מיט צוויי חדשים צוריק "איך בין געווען דעם פארגאנגענעם מאנטאג אין שטעטל, איך האב אריינגעקוקט אין כולל צו זען ווי מען לערנט. איך האב דיר געוואלט געבן שלום עליכם, אבער איך האב נישט געוואלט איבערהאקן דיין לערנען; איך בין געשטאנען און געקוקט ווי איר לערנט מיט אזא התמדה, דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט." &nbsp; "געב איבער פאר'ן דיין הרב ר' יונה שליט"א, איך האב זייער געוואלט געבן פאר אים שלום און רעדן מיט אים, אבער ענקער התמדה האט מיר נישט געלאזט דאס טון." &nbsp; דער ציבור אנשי שלומינו ווערן ערווארטעט צו קומען אין שטיצן דעם הייליגן כולל, און מיט דעם באקומען דעם שמירה עליונה וואס די תורה ברענגט אויף א איד. &nbsp; תורה, בין בעידנא דעסיק בה ובין בעידנא דלא עסיק בה מגנא ומצלא (סוכה כא) &nbsp;

    < זעה מער כו תמוז תשפ"ב 📝
  • סיום הש"ס פון דרייצן יעריגע בחור ערשטוינט אלעמען

    א הערליכע סיום איז פארגעקומען אין קעמפ "אילן החיים" פארגאנגענעם מיטוואך פרשת בלק, ווען הבחור בנימין זאב זוסמאן נרו יאיר וואס וואוינט אין קרית ברסלב ליבערטי האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. &nbsp; בנימין זאב האט אנגעפאנגען צו לערנען ש"ס כסדרן צוויי אהאלב יאר צוריק, בשעת גאנץ כלל ישראל האט נאכאמאל אנגעהויבן לערנען ש"ס א דף א טאג, בנימין זאב האט נאך דאן געוואוינט אין קרית טאש אין קאנאדא, און האט דארט גוט אויסגעניצט די צייט און געלערנט איין בלאט נאכן צווייטן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס, אסאך טעג פלעגט ער לערנען איינס אדער צוויי בלאט, און אסאך טעג האט ער געלערנט אסאך מער בלעטער גמרא. &nbsp; יעצט האט ער זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, אלס אינגער בחור פון דרייצן יאר, א זאך וואס מען הערט נישט אזוי אפט, און דאס איז גאר גרויסע נייעס, וואס ווייזט פאר יעדן איד אז די תורה איז אפן פאר יעדן איינעם, אנגעהויבן פונעם קלענסטן און געענדיגט ביים גרעסטן, יעדער קען זוכה זיין צום כתרה של תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען זיך באטייליגן ביים סיום וואס איז געפראוועט געווארן אין קעמפ, צוזאמען מיט אלע קינדער וואס האבן צוגעקוקט וויאזוי זייער חבר האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און געמאכט א קנאת סופרים, אז אלע זאלן שטרעבן אויך זוכה צו זיין דערצו &nbsp; צוערשטא האט דער אינגער "חתן תורה" הב' בנימין זאב געמאכט דעם סיום, דערנאך האט מען געזינגען צוזאמען ניגונים פון תורה, דערנאך האט זיין טאטע מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו גערעדט אפאר ווארימע ווערטער פון הארץ, און געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים פאר די לעכטיגע מתנה וואס ער האט אים געשאנקען אז זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט א הערליכע שמועס פונעם ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברעגנט לשבח פון בנימין זאב וואס לערנט אזוי פלייסיג יעדן טאג, און אויך הערט מען צוריק גוטע גריסן אז די קינדער לערנען גוט, און מען שפילט גוט, און מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן, און דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן מיט א מורא'דיגע לשון "איך בין זיכער אז מוהרא"ש קוקט אראפ פון הימל און האט מורא'דיגע נחת אז ער האט איבערגעלאזט אזא שיינע קהילה, אזא שיינע תלמוד תורה, אזא שיינע מחנה." &nbsp; ביים סוף האט דער ראש ישיבה געזאגט "קינדער, קוים איז מען געקומען אין קעמפ, און מען גייט שוין באלד אהיים, מען גרייט זיך שוין צו פארן אויף אומאן צום הייליגן רבי'ן, דארפט עטץ זען אויסניצן די צייט צו זאגן פרקים משניות און דפים גמרא. אין קעמפ דארף מען זיך פארטראגן מיט יעדן קינד, מען דארף זיין "ברסלב - לב-בשר" א ווייך הארץ צו א צווייטן איד." &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט: "פארוואס פאסט מען שבעה עשר בתמוז? נאר וועגן מען האט זיך נישט ליב געהאט, מען דארף ליב האבן א צווייטן אפילו יענער איז נישט דיין סטייל, ער טוט אן זיין גלעזער אויף די פיאות, און דו טוסט אן די גלעזער אינטער די פיאות, אים דארפסטו אויך ליב האבן". "א איד איז אמאל געקומען צו זיין רבי אז ער האט געענדיגט לערנען גאנץ ש"ס, האט אים דער רבי געזאגט "און וואס האט ש"ס 'דיר' געלערנט? מען דארף זען צו האבן גוטע מדות דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע לערנען תורה א גאנץ לעבן, נישט אפלאזן די משניות און די גמרא." &nbsp; תורת השם תמימה משיבת נפש

    < זעה מער כב תמוז תשפ"ב 📝
  • הערליכע זומער מיטן ראש ישיבה אין קרית ברסלב ליבערטי

    דער זומער איז שוין ב"ה דא, און דער קול תורה פון די אלע תלמידים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה הערט זיך שוין מיטן פולן קראפט אין די קעטסקיל בערג. &nbsp; אין די לעצטע דריי יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אויפגעשטעלט, איז דער קעמפ געווארן א חלק פון שטעטל. אבער אזוי ווי דער שטעטל איז זיך קיין עין הרע צואוואקסן, און כדי נישט צו פארדרייען דעם סדר אין בית המדרש, די מנינים שחרית, דער כולל אינגעלייט וואס לערנען דארט א גאנץ יאר, און אזוי ווי דער קרן הדפסה האט זיך נארוואס אריינגעצויגן אינעם נייעם גרויסן בנין, האט דער ראש ישיבה געהייסן אז דער ביז יעצטיגער בנין פונעם קרן הדפסה אונטערן בית המדרש זאל פארוואנדעלט ווערן פאר א בית המדרש פאר די חשובע בחורים. מען האט אונטערגענומען די נויטיגע רענאוואציעס צו טוישן דעם אויסשטעל פון דעם בנין אז עס זאל זיין פאסיג פאר די בחורים זאלן דארט קענען זיצן און לערנען, מען האט אריינגעלייגט טישן און בענק, און אריינגעברענגט אן ארון הקודש און אזוי ווייטער. &nbsp; במשך דעם זומער נוצן אויס די פילע געסט פון אלע ארומיגע שטעטלעך אין די קעטסקיל בערג דאס וואס דער ראש ישיבה וויילט אין זייער סביבה, און כאפן זיך כסדר אריבער אין שטעטל צו מיטהאלטן די שיעורים. &nbsp; דער ראש ישיבה לערנט פאר פארשידענע שיעורים במשך דעם טאג, אנגעהויבן אכט אזייגער אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה לערנט פאר דעם שיעור אין גמרא, דער ראש ישיבה לייגט צו שיינע זאכן וואס מען קען זיך ארויסלערנען אויף למעשה פונעם דף, מיט די הקדמות פון הייליגן רבין, וואס האט אלע טעמים.&nbsp; &nbsp; אבער דער טעגליכן "סיפורי מעשיות" שיעור וואס ווערט פארגעלרענט יעדן טאג אום 8:30 אווענט, איז דער הויכפונקט פון די שיעורים וואס איז א מאגנעט וואס ציעט צו הונדערטער בחורים און אינגעלייט פון נאנט און ווייט, וואס דערקוויקן זיך דאס הארץ מיט די שיינע חיזוק און הדרכה מיט וואס דער שיעור ווערט דורכגעפלאכטן.&nbsp; &nbsp; דער אנגעפילטער סדר היום ענדיגט זיך מיט א ווארימע תפלת מעריב תיכף נאכן שיעור. &nbsp; עֵת הַזָּמִיר הִגִּיעַ וְקוֹל הַתּוֹר נִשְׁמַע בְּאַרְצֵנוּ!&nbsp;

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ב 📝
  • קרית ברסלב באקומט ברוך השם פרישע פערמיטן צו בויען הייזער

    ווי געמאלדן א צייט צוריק איז מען אדורך אסאך שוועריקייטן צו בויען פרישע הייזער פאר אנשי שלומינו אויף די ליידיגע שטחים אין שטעטל, נאכדעם וואס די באאמטע האבן זיך געשטעלט אין די לענג און אין די ברייט דאס זאל נישט צושטאנד קומען, צוליב וואס זיי האבן - ווי עס שיינט - געוואלט מקיים זיין דאס וואס חז"ל זאגן "עשיו שונא ליעקב", און אויך ווייל דער אייבערשטער האט ליב צו הערן אונזער קול פון תפילה. זיי האבן זיך יעדע מאל ארויסגעדרייט מיט אנדערע לעכערליכע תירוצים פארוואס זיי געבן נישט דאס מאל קיין פערמיטן. דאס לעצטע מאל איז געווען דער תירוץ אז מען דארף זען אויב עס איז דא גענוג וואסער אין די געגנט פאר די משפחות וואס וועלן וואוינען אין די פרישע הייזער. נאכדעם וואס מען האט זיי דאס אויך צוגעשטעלט און געוויזן אז דער אייבערשטער האט גענוג וואסער פאר יעדן, האבן זיי זיך נישט געשעמט נאר ווייטער זיך פרובירט ארויסצודרייען מיט קינדערישע אויסריידן, וואס האט געהויבן ברעמען פון יעדעם זעענדיג די זינלאזע תירוצים מיט וואס זיין דרייען זיך ארויס. יעצט נאך אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קענען האבן נאך הייזער פאר אנשי שלומינו וואס ווארטן שוין אזוי לאנג צו קומען וואוינען אינעם הייליגן ברסלב'ן שטעטל - קומט אריין די פרייליכע נייעס אז די באאמטע האבן זיך געבראכן און געגעבן ערלויבעניש צו אנהייבן בויען נאך הייזער. אן אינטערסאנטע זאך האט זיך אפגעשפילט ביים לעצטן טאון מיטינג, ווען עס האט געפעלט איינע פון די באאמטע וואס אָן אים האט מען נישט געקענט באקומען די ערלויבעניש פאר די הייזער, ער האט זיך פרובירט צו פארבינדן עלעקטראניש אבער עס האט עפעס נישט געארבעט. די געטרייע הנהלה מעמבערס וואס זענען אנוועזנד געווען ביים מיטינג האבן שטילערהייט געריסן תפילות אז מען זאל יא קענען באקומען די פערמיטן, און מען זאל נישט ארויסגיין נאכאמאל מיט ליידיגע הענט נאכדעם וואס ס'איז שוין אזויפיל מאל דורכגעפאלן, ביים סוף האט דער נס פאסירט און זיין פארבינדונג איז אדורך בשלום און ער האט געקענט מיטהאלטן דעם מיטינג און געגעבן די ערלויבעניש וואס האט נאך פון אים אויסגעפעלט. די שטחים וואו מען גייט בויען פרישע הייזער זענען ווי פאלגענד; איינס איז אויף די רעדקליף גאס, ביים שטח וואו עס איז געווען די פארם א צייט צוריק. אויך גייט מען בויען נאך א גרויסע דעוועלאפמענט פון פרישע דירות אויף די טווין ברידזש גאס, הארט נעבן די אכט הייזער וואס איז געבויעט געווארן פאר א יאר צוריק, דארט וועט זיין פארשידנארטיגע דירות, עס וועט זיין אפאר גרעסערע דירות וואס וועט פארקויפט ווערן לויט די ליסטע וואס דער ראש ישיבה האט, אויך וועט געבויעט ווערן אסאך "פורנישד" חתן כלה דירות, וואס וועט זיין ספעציעל אהערגעשטעלט פאר פרישע קאפלס מיט אלעס וואס א דירה דארף צו האבן, ווי למשל בעטן, טיש און בענקלעך, פרידזשידער, אויוון און אזוי ווייטער, כדי צו זיך קענען אריינציען אן דארפן אויסגעבן ריזיגע געלטער וואס נישט יעדער האט בשעת מען מאכט חתונה א קינד. אויך גייט מען בויען נאך א דירה אויף די גארדן האַוז גאס, און נאך אפאר דירות אויף האשקי ביים ווינקל פון די שטיגליץ גאס. לאמיר נישט פארגעסן פאר קיין איין רגע אז דאס אלעס איז נאר צושטאנד געקומען ווייל מיר ווייסן פון די לעכטיגע עצה פון רעדן צום אייבערשטן, און דאס האבן אנשי שלומינו געטון, מען האט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין פרישע דירות אין שטעטל, און תפילה העלפט אזוי ווי מען קען דא זען באשיינפערליך. עס איז צום האפן אז דאס וועט ברענגען חיזוק אויף תפילה פאר אלע אנשי שלומינו, צו זען אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן העלפט דער אייבערשטער, ביים אייבערשטן איז נישט קיין חילוק צו מען בעט א קלייניקייט אדער גאר אזא גרויסע זאך ווי א הויז. &nbsp;

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ב 📝
  • סיום מסכת יבמות והתחלת מסכת כתובות קומענדיגן ליל שישי

    נאך גאנצע פיר חדשים וואס די גאנצע קהלה זקנים עם נערים האבן אלע מיטגעהאלטן דעם שיעור און געלערענט א דף גמרא יעדן אייציגן טאג, קומט מען אין די טעג אן ברוך השם צו פייערן דעם סיום אויף דעם שיינעם לאנגען מסכת יבמות. &nbsp; דער סיום וועט געפראוועט ווערן בעז"ה ברוב עם מיט א סעודה לכבודה של תורה דעם ליל שישי, אינאיינעם מיטן ערשטן שיעור ליל שישי פון דעם זומער, וואס גייט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש, אויף 181 האשקי רד. אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. &nbsp; ברוך השם אז אלע האבן מיטגעלערענט מסכת יבמות, מען האט זיך אנגעשטרענגט אפילו אין שווערע טעג האט מען זיכער געמאכט נישט צו פארפאסן דעם בלאט. עס איז דורך פיר חדשים, ווען דער שיינער מסכת יבמות, האט אונז באגלייט יעדן איינציגן טאג. דער ראש ישיבה בעט אין א בריוו די וואך אז אלע זאל זען יעצט אנצוהייבן דעם קומענדיגן מסכת כתובות, און נישט קיין חילק צו מען פארשטייט יא, אדער נישט, זאל מען זאגן דעם בלאט גמרא, און מיט דעם זוכה זיין צו א שמירה עליונה, ווי דער רבי זאגט אין סיפורי מעשיות "ווי לאנג דער דף איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן", דאס גייט ארויף אויף לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס היט דעם מענטש. &nbsp;

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ב 📝
  • געשלאסן מקח ב"ה אויף נייע ברסלב קאנטרי "אילן החיים"

    גאר גוטע נייעס קומט אריין פאר אנשי שלומינו. פארגאנגענעם וואך האט מען ברוך השם געשלאסן דעם מקח אויף א הערליכן קאנטרי - הארט נעבן דעם ברסלב'ן שטעטל אין ליבערטי, וואס וועט ערמעגליכן משפחות פון אנשי שלומינו וואס וואוינען א גאנץ יאר אין שטאט - ארויסצוקומען אויף די זומער טעג, און צוזאמען פארברענגען מיט משפחות פון אנשי שלומינו און זיך מחזק זיין אינאיינעם פאר די ניין זומער וואכן. &nbsp; פון ווען עס האט זיך געעפענט די ישיבה "תפארת התורה" אין וויליאמסבורג אין יאר תשס"ט, איז מען ארויס יעדעס יאר זומער אין קאנטרי, סיי די בחורים און אזוי אויך די משפחות, די ערשטע יאר איז עס געווען אויף א קליינע פארנעם, צוביסלעך איז דאס יעדעס יאר געווארן גרעסער, געוויסע יארן האבן נישט צופיל משפחות געקענט קומען צוליב דעם וואס ס'איז פשוט נישט געווען גענוג דירות, אבער אלץ האט מען פרובירט זיך אריינצושטופן דעם קאפ און מיטהאלטן וויפיל עס איז געווען מעגליך, אפילו נאר אויף א שבת. &nbsp; די לעצטע צוויי יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אן אראפגעשטעלטע פלאץ מיט א בית המדרש, מקוה און אזוי ווייטער, איז דער ראש ישיבה מיט די בחורים געקומען אויף זומער אין שטעטל, און אנשי שלומינו וואס וואוינען אין שטאט האבן פרובירט צו דינגען דירות אין שטעטל וויפיל עס איז געווען מעגליך. אין יעדן לעכל, אין יעדן פלאץ וואס מען קען נאר טראכטן - האט מען דארט פלאצירט א משפחה, וואס האט אבער פאסירט איז, אז נישט יעדער האט געהאט פלאץ, און בלית ברירה האט מען אנגעהויבן גיין אין אנדערע קאנטריס, דאס האט גאר שטארק געשטערט פאר'ן ראש ישיבה, צו זען תלמידים וואס האבן געלערנט אין ישיבה, און דערנאך האט זיי דער ראש ישיבה חתונה געמאכט, און ווען עס קומט זומער זיצט מען ניין וואכן אין א די סביבה וואס איז נישט די בעסטע (מילד גערעדט), און ווי חז"ל זאגן שוין אז א מענטש ווערט נאכגעשלעפט נאך די סביבה; אויב אלע ארום טרונקען זיך אן יעדן שבת, הייבט מען אויך אן טרונקען; אויב די סביבה מאכט ליצנות פון צדיקים, הייבט מען אויך אן צוביסליך טראכטן אזוי. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה זיך אריינגעווארפן אין דעם גרויס'ן פראיעקט פון אפקויפן א קאנטרי וואס האט אפגעקאסט די סכום פון כמעט צוויי מיליאן דאלער, אלעס צוליב דעם איינעם צוועק, אז אנשי שלומינו זאלן האבן א ריינעם ווינקל וואס מען וועט רעדן נאר א איידעלע שפראך, מען וועט רעדן פון עצות וואס די צדיקים לערנען אונז און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט קורא שם געווען דעם נייעם קאנטרי "אילן החיים". &nbsp; עס איז ערווארטעט מיטן אייבערשטענ'ס הילף צו זיין א שיינעם געשמאקן זומער, ווי מען וועט זיך מחזק זיין אינאיינעם צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן. &nbsp; (קרעדיט: קרית ברסלב בלעטל) &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה &nbsp;

    < זעה מער ל סיון תשפ"ב 📝
  • הערליכע יום טוב שבועות אין קרית ברסלב ליבערטי מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    גאר א דערהויבענער און פרייליכער יום טוב שבועות האבן אנשי שלומינו מיטגעהאלטן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אינעם ברסלב'ער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. &nbsp; די חשובע איינוואוינער פון שטעטל האבן ברייט געעפנט זייערע הערצער און טירן פאר די פילע הונדערטער משפחות וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב, מקבל צו זיין די הייליגע תורה פון פריש, אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ערב יום טוב האט זיך אנגעזען א שטארקע פארקער אין די גאסן פון שטעטל ווען די געסט זענען אנגעקומען, אויך האט מען געזעהן פילע משפחות האבן זיך פלאצירט אין מאבילס וואס זענען געווארן אראפגעלייגט אין פארנט פון די הייזער. שבועות ביינאכט נאך די סעודה איז זיך דער ציבור צוזאמגעקומען אין בית המדרש צו תיקון ליל שבועות, יעדער האט געלערנט זיינע שיעורים, און בערך צוויי אזייגער האט דער גאנצער עולם געזאגט דעם תיקון אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ווי עס איז איינגעפירט אין היכל הקודש זאגט מען דעם קורצן תיקון, וואס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה פון די תורה און ספרי הנ"ך, און דערנאך די תרי"ג מצוות, אינצווישן האט מען געזינגען ווארעמע בענקעדיגע ניגונים, "והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך", און נאך הארציגע ניגונים אויף אידיש, מיט תפלות און רצונות צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו זיין הייליגע תורה. &nbsp; נאכ'ן תיקון האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אז מען זאל אויסנוצן די צייט ביז'ן עלות זיך אויסצובעטן ביים אייבערשטן, און דערנאך האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד. &nbsp; בקדרותא דצפרא איז מען געגאנגען אין מקוה, און דערנאך זיך געגאנגען לייגן צו קענען דאווענען שחרית מיט א רואיגן קאפ. מען האט געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד שחרית ביידע טעג יום טוב. מען האט געזונגען אהבה רבה מיט א געוואלדיגע התעוררות, און דערנאך האט מען געזאגט הלל אינאיינעם מיט גרויס התרגשות. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלייט דער הייליגער פיוט "אקדמות" מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און אויך געליינט די קריאת התורה מיט די עשרת הדברות מיט גרויס התלהבות. צו מוסף איז צוגעגאנגען מו"ה הערשל שניטצלער הי"ו, א חשובער מלמד אין שטעטל. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט א גרויסער מילכיגער קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם וואס מ'עסט מילכיגס, און נאכטגעזאגט א שיין פשט פון מוהרא"ש אז מען עסט מילכיגס ווי א קליין קינד וואס קען נאר עסן מילך, צו ווייזן אז מיר זענען יעצט ווי ניי געבוירן, מ'קען אלץ אנהויבן פון פריש מקבל צו זיין די הייליגע תורה און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און אפילו די מילך איז שוין פארדארבן, קען מען יעצט מאכן דערפון געשמאקע קעז, דאס מיינט אז אפילו א איד שפירט זיך אינגאנצן פארדארבן, זאל ער זיך נישט אראפקלאפן, נאר זיך אויפהויבן און צוריק קומען צום אייבערשטן און צו די תורה, און ער וועט זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.&nbsp; נאכמיטאג, נאך מנחה, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעזאגט די "שטר תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים", ווי דער מנהג, און דערנאך האט ער ארומגערעדט וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים אין די דריי צייטן ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון דעם שווערן עונש פון עולם התוהו. יעדע פון די צייטן באקומט מען אנדערע סארט מתנות פון הייליגן רבי'ן, און יעצט אום שבועות באקומט מען דעם סדר דרך הלימוד. זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער צווייטער טאג מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, דער גבאי פונעם בית המדרש, און דער רעדאקטאר פונעם וועכנליכן הערליכן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל". &nbsp; ביים קידוש נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט אין די זיבעטע מעשה פון סיפורי מעשיות איבער דעם בלעטל וואס האט באשיצט, וואס דאס גייט ארויף אויפ'ן לימוד פון א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס דאס באשיצט דעם מענטש פון אלעם בייזן. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן תהלים, און אז אין די פסוקים קען מען אריינפלעכט אייגענע תפלות אויף אידיש, מען בעט דעם אייבערשטן אלעס וואס מען דארף.&nbsp; נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען צו מנחה און נעילת החג, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די שטר כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און דערנאך גערעדט דברי חיזוק ווי אזוי מיטצונעמען דעם יום טוב אויפ'ן גאנצן יאר. &nbsp; ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אום מוצאי יום טוב איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שול צו טאנצן און זיך פרייען. פאר לאנגע שעות האט מען געטאנצן בתופים ובמחולות, לעבעדיג און לוסטיג מיט לויב און געזאנג צום אייבערשטן. &nbsp; דער געהויבענער יום טוב וועט בלייבן אין די ביינער ביי אלע באטייליגטע פאר לאנגע יארן, די התחזקות און התעוררות וועט געדענקט ווערן פאר זייער לאנג, און מיט די הייליגע לימודים פון רבי'ן וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זיין גרויסע ערליכע אידן. &nbsp; דאס איז א גאר קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל, א הערליכע לענגערע באריכט, וועט זיין בעז"ה ערב שבת קודש אינעם וועכענטליכן בארימטן "גליון היכל הקודש". &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער ט סיון תשפ"ב 📝
  • קרית ברסלב גרייט זיך צו די פילע געסט צום בעפארשטייענדן יום טוב שבועות

    עס טוט זיך אויף טישן און בענק אין קרית ברסלב, די הכנות צום יום טוב שבועות גייט אן מיטן גאנצן פארע, דאס ערשטע זענען אלע חשובע איינוואוינער פון שטעטל, זיי רישן איין זייערע הייזער, גרייטן צו בעטן, קאכן סעודות, און גרייטן זיך אריינצונעמען וויפיל געסט עס איז נאר מעגילך. די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, זיי מאכן זיכער אז דער שול קען אריינעמען די הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקוה זאל זיין מסודר, די הנהלה פונעם בית התבשיל איז איבערגעפולט מיט ארבעט, זיי ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען, בפרט די חשובע משפחת מזרחי ארבעט אווער-טיים נעמט אויף די רופער וואס בעטן אן אכסניא, און ענטפערט אלעמען בסבר פנים יפות און פרובירט דאס בעסטע יעדעם צופרידן צו שטעלן. &nbsp; די אלע וואס ווילן נאך קומען אויף יום טוב זאל רופן ווי אמשנעלסטן צו די געטרייע משפחת מזרחי שיחיו פון שטעטל אויף 845-248-3218, כדי מען זאל נאך קענען טרעפן אכסניות וואו צו איינשטיין אויף יום טוב. &nbsp; דער ציבור אנשי שלומינו קען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דער תיקון ליל שבועות אינאיינעם, שחרית, אהבה רבה, הלל, אקדמות, די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; דאס וועט זיין א יום טוב פון קבלת התורה, אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן און לערנען די הייליגע תורה, נישט אויסלאזן קיין טאג אן לערנען חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט! &nbsp; עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני

    < זעה מער כה אייר תשפ"ב 📝
  • פאטהאולס אין קרית ברסלב פארראכטן ב"ה אין צייט פאר יום טוב שבועות

    דער שווערער ווינטער העבר עלינו לטובה ברוך השם מיט אסאך שנייען און שטורעמעס האט איבערגעלאזט די וועגן און די ראודס אין שטעטל שטארק צו'מזיק'ט. פילע טייער שאפס אין געגענט האבן שיין פארדינט פון די לעכער וואס די רעדער האבן באקומען פון די פילע טיפע גרובער וואס האבן זיך געשאפן אין שטעטל במשך דעם ווינטער. &nbsp; צוזעענדיג דעם מצב האבן זיך די חברי ההנהלה געוואנדן צום טאון, צו שתד'לען ביי זיי מען זאל דאס אלעס וואס שנעלער קומען פאררעכטן, בפרט ווען מען זעט ווי דער הייליגער יום טוב שבועות איז שוין כמעט דא, און מען דארף קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט א "יום טוב שבועות אין שטעטל", עס קומען צו פארן הונדערטער געסט פון איבעראל, דער שטעטל ווערט איבערגעפולט פון אנשי שלומינו וואס ווילן נישט פארפאסן אזא געהויבענעם יום טוב פון צו זיין במחיצות פונעם ראש ישיבה, וואס וועט אונז אלע אנווארימען צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה. &nbsp; דער אייבישטער האט געהאלפן אז די שטאטישע באאמטע האבן זיך צוגעהערט, און האבן אראפגעשיקט ארבעטער וואס זאלן איבערגיין מיט די עסקנים אלע גאסן, מען האט נישט אויסגעלאזט קיין איין ווינקל אין שטעטל, און זיי אנגעצייכענט איבעראל ווי עס דארף ווערן פארראכטן. &nbsp; מיט צוויי וואכן צוריק האבן זיך טאקע אנגערוקט א גאנצע שטאב ארבעטער מיט טראקס, און אלע אנדערע כלים מיט וואס מען פאררעכט די וועגן, און זיי האבן זיך גענומען צו די ארבעט, און אזוי האט זיך עס געצויגן ביז היינט, ווען דער לעצטער פאט-האול איז ברוך השם געווארן פארראכטן צו די צופרידנהייט פון אלע איינוואוינער און באזוכער. &nbsp; אבער, מאכט נישט קיין טעות; דער ברסלבער שטעטל באשטייט נישט פון שיינע ראודס. עס איז בכלל נישט איבער שיינע הייזער, אדער פאר ווער עס זוכט עפארדעבל דירות. אוודאי מיט תפלה העלפט דער אייבישטער אז מען באקומט דאס אלעס און נאך אסאך מער. די אידן וואס קומען ארויס וואוינען אין שטעטל קומען פאר איין זאך, מען זוכט א ריינע ערליכע ווינקל. א שטאט ווי רעדן צום אייבערשטן, פארציילן מעשיות פון תפלה איז אן ארויפגעקוקטע זאך, מען שעמט זיך נישט צו רעדן צום אייבערשטן און פון אייבערשטן. דאס ציעט די אלע אידן אהער, און נאר דאס פארקויפט דאס פלאץ. &nbsp; ברוך השם, די אחדות וואס דאס שטעטל פארמאגט איז עפעס וואס איז נישט צום באשרייבן, אין די קורצע דריי יאר זינט דער שטעטל האט זיך געגרינדעט, פונקציאנריט שוין דאס שטעטל מיט אלעס וואס א אידישע שטעטל דארף האבן. אלע סארטן חסד ארגאניזאציעס, הפצה אקטיוויטעטן, בית מדרשים, מקוואות, הצלה, טראנספארטאציע. ועל כולם, א שטעטל ווי מען לעבט און מען אטעמט אמונה, א פלאץ ווי מען שטרעבט און מען טראכט נאר וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד צו לעבן מיטן אייבערשטן.

    < זעה מער כד אייר תשפ"ב 📝
  • פרישע שפרודלדיגע וואסער קוועלער געפונען אין שטעטל קרית ברסלב

    שוין א לאנגע צייט וואס מען פרובירט צו באקומען ערלויבעניש פון די ליבערטי טאון צו בויען נאך פרישע דירות אויף די פילע ליידיגע שטחים אין שטעטל, אבער יעדעס מאל דרייען זיי זיך ארויס, אלץ מיט אנדערע אויסריידן. &nbsp; דאס מאל זענען זיי אויפגעקומען מיט א טענה אז די שטאט האט נישט גענונג וואסער פאר נאך דירות, פארשטייט זיך אז אנשי שלומינו ווייסן אז די ערשטע זאך איז תפלה, מען האט מתפלל געווען מען זאל באקומען רשות צו בויען פרישע דירות. &nbsp; די הנהלה האט באשלאסן צו רופן א פירמע וואס זוכט און גראבט קוועלער, און האט געבעטן מען זאל זוכן פאר פרישע קוועלער, אזוי אז די טאון וועט מער נישט קענען נוצן דעם תירוץ פון וואסער, דער אייבישטער האט געהאלפן אז נאך א קורצע צייט האט מען געטראפן צוויי פרישע שפרודלדיגע קוועלער. &nbsp; פאריגע וואך זענען די חשובע חברי הנהלה מו"ה מרדכי אהרן האלפערן הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו אראפגעגאנגען צום טאון אפיס צו א מיטינג פונעם פלענינג באורד, כדי צו בעטן פערמיטס פאר פרישע דירות. יעצט איז די טאון אויפגעקומען מיט פרישע תירוצים, דאס מאל אז דער שטעטל איז נישט גענוג ריין. &nbsp; אויפן ערשטן געדאנק איז ארויפגעקומען אז מען זאל ארויסגיין מיט א מלחמה קעגן די טאון וואס נוצן אלע מיני נארישע תירוצים, אבי מען זאל נישט בויען נאך דירות, עס זענען דא פארשידענע לעגאלע מיטלען וואס מען קען טון דערוועגן. דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער געהייסן די הנהלה אז מען זאל ווייטער נוצן נאר פרידליכע מיטלען, און נישט ארויסגיין מיט א קאמף מיטן טאון, די עצה איז נישט קיין לאיערס האט דער ראש ישיבה געזאגט, די עצה איז תפלה, מען וועט אלעס פועלן ביים אייבערשטן מיט תפלה. &nbsp; אין די זעלבע צייט האט אבער די הנהלה געבעטן אנשי שלומינו אז מען זאל פרובירן אז די שטאטישע באהערדע זאלן נישט קענען נוצן ריינקייט אלץ זייער תירוץ, כאטש אנשי שלומינו צייכענען זיך טאקע אויס מיט די הייליגע מידה פון נקיות, זאל מען זיך נאך מער אנשטרענגען צו האלטן ארום פון די הייזער ציכטיג און ריין. &nbsp;

    < זעה מער טז אייר תשפ"ב 📝
  • שבועות אין שטעטל קרית ברסלב וועט בעז"ה געפראוועט ווערן מיטן ראש ישיבה שליט"א

    &nbsp; די איינוואוינער פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי נעמען אויף מיט גרויס פרייד די מעלדונג פון ראש ישיבה שליט"א אז ער פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו וויילן אין שטעטל אויפן קומענדיגע יום טוב שבועות. &nbsp; אנשי שלומינו ווייסן אז עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן א שבועות מיטן ראש ישיבה. די אלע וואס זענען נאר געווען מיטן ראש ישיבה אין די פארגאנגענע יארן, ווילן אויך היי יאר נישט אויפגעבן דעם געהויבענעם געשמאקן שיינעם יום טוב מיטן ראש ישיבה. די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען גוט באקאנט מיט זייער הכנסת אורחים, ווי מען זעט ממש יעדע וואך במשך דעם קיילעכיגן יאר איז דער שטעל פול מיט געסט וואס קומען באזוכן דעם שיינעם פלאץ בפרט איז דא א גרויסע פארלאנג צו קענען מיטהאלטן א שבת אין קרית ברסלב ליבערטי. &nbsp; די פילע געסט קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם שיינעם און ריינעם שטעטל, זיי זעען ווי אלע לעבן א פשוטע און דאך א פרייליכע לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבין. מען קוקט זיך צו מיט ווינדער ווען מען זעט כסדר ווי די איינוואוינער - אפילו די קליינע קינדער - אדער כאפן זיי א שפאציר און שמועסן זיך אויס מיטן אייבערשטן, אדער איז מען אין בית המדרש מיט א ספר אין האנט, זאל עס זיין א חומש, א משניות צי א תהלים. &nbsp; אזוי ווי אין די פארגאנגענע יאר ווערט ערווארטעט אויך היי יאר א ריזיגער פלייץ פון געסט פון איבעראל וואס ווילן קומען מיטהאלטן דעם יום טוב אין שטעטל, דער ראש ישיבה איז ארויסגעקומען מיט א רוף צו די איינוואוינער אין שטעל קרית ברסלב אז מען זאל זיך שטארק אנשטרענגען און נאך מער און נאך ברייטער עפענען די טירן און אריינעמען וויפיל געסט נאר מעגליך אויף יום טוב. &nbsp; די חשובע משפחת מזרחי שיחיו פון שטעטל געבט זיך אוועק אינאיינעם מיטן "בית התבשיל" מען זאל קענען צושטעלן וואס מער אכסניות צו שלאפן און עסן פאר אנשי שלומינו, ווער עס וויל קומען אויף שבועות אין שטעטל, ווערט געבעטן צו רופן 845-248-3218 וואס שנעלער, כדי מען זאל קענען צופרידן שטעלן אלעמען דאס בעסטע וואס מעגליך. &nbsp; צְבִי וְאִתְרְעִי בָן, וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא

    < זעה מער ח אייר תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 106 to 120 of 164 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com