Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע יום טוב פסח אין שטעטל מיט’ן ראש ישיבה

    דער ראש ישיבה איז שוין ארויסגעקומען אין שטעטל אויף שבת הגדול - און אין די טעג פון פאר יום טוב האט דער ראש ישיבה אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אפצוגעבן מיט די טייערע קינדער און צו מחזק זיין די חשובע מלמדים פון חדר, זיי זאלן ווייטער האבן כח מחנך צו זיין די קינדער מיט די ריינע לויטערע אמונה ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז.   ערב שבת הגדול נאך חדר זענען א צאל קינדער זיך צאמגעקומען פאר א שיינע סיום מסכת נזיר אין שטוב פון מו”ה יעקב לעסער שליט”א, וואס לערנט פאר דעם דף גמרא פאר די קינדער יעדן טאג. דער ראש ישיבה איז זיך געקומען משתתף זיין, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג.   פרייטאג צונאכטס האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט אנשי שלומינו איבער די הפצה וואס די שטעטל ברענגט מיט זיך, מענטשן פאלן כסדר אריין צו א שחרית, מנחה, אדער א מעריב, און ווען זיי זעען נארמאלע מענטשן, טוישט עס זייער גאנצע בליק אויף היכל הקודש. דער ראש ישיבה איז דערנאך אריין אין א שמועס איבער דעם אז די אויפפירונג פון א מענטש קען מקרב זיין מענטשן צום אויבערשטן, און פארקערט אויך.   נאך שחרית ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה גאר שטארק גערעדט איבער שלום בית, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז פאריאר נאך פסח האט אים א אינגערמאן פארציילט ווי ער האט זיכער געמאכט אלעס אנצוגרייטן פאר יום טוב, כדי אז ביינאכט ביים סדר זאל אלעס קלאפן ווי עס דארף צו זיין. אהיים קומענדיג פון שול, ווערט אים שלעכט זיין ווייב וויל נישט קומען צום סדר, ווייל ער האט איר אומוועלנדיג געזאגט עפעס א שלעכט ווארט פארן ארויסגיין, און יעצט האט ער געהאט א שווערע ארבעט איר איבערצובעטן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס איז די עבודה פון א איד אינדערהיים, רעדן שיין און קענען איבערבעטן.   ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א שטיקל אין שיחות הר”ן ווי דער הייליגער רבי זאגט אז יעדן אינדערפרי געבט ער איבער דעם טאג צום אייבערשטן, בפרט פאר א יום טוב. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז יעדן טאג איז וויכטיג זיך איבערצוגעבן צום אייבערשטן, אבער פאר יום טוב איז נאך וויכטיגער, ווייל נאר אזוי קען מען האבן א רואיגע יום טוב.   במשך די ערב פסח טעג האט דער ראש ישיבה פארטיילט פאר אנשי שלומינו אין שטעטל ספעציעלע טשעקס צו קענען איינקויפן אין גראסערי בהרחבה לכבוד יום טוב, וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די חשובע בית התבשיל ארגענאזאציע, וואס העלפט אנשי שלומינו א גאנץ יאר, און ספעציעל יום טוב ווען עס קאסט אסאך מער איינצוקויפן לכבוד יום טוב.   דער ראש ישיבה איז אריבער אינעם ספרים געשעפט איינצוקויפן לכבוד יום טוב, אזוי אויך אינעם נייעם שיך געשעפט און איינגעקויפט שיך פאר די קינדער, און געוואונטשן פארן אייגענטומער מו”ה יואל וועבערמאן ה”ו ער זאל האבן הצלחה.   יעדן טאג נאך מעריב האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא און דערנאך געשמועסט מיט אנשי שלומינו גאר שיינע עצות און חיזוק.    ליל בדיקת חמץ פאר מנחה איז דער ראש ישיבה צוזאמען מיט אנשי שלומינו אריבער געגאנגען צום מצה בעקעריי אין שטעטל און געשפט מים שלנו, פאר די מצות פון ערב פסח.   ערב פסח נאך שחרית האט דער ראש ישיבה אריבער גערופן צו זיך אינדערהיים די חשובע בודקים - וואס גיבן אוועק זייערע טייערע צייט צו באקוקן דעם עירוב ארום די שטעטל יעדן ערב שבת - און געמאכט די ברכה אויף די עירוב פאר די גאנצע יאר.   נאך שריפת חמץ ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן מצות. פילע פון אנשי שלומינו זענען געקומען פונדערווייטענסט צו באקן מצות, און טראץ די אנשגעשטרענגטע זמן פון ערב פסח האט געהערשט דארט א רואיגע פרייליכע אטמאספער. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט לשבח פון די ברסלב’ע מצה בעקעריי אז די וואס ארבעטן דא רעדן צום אייבערשטן, וואס דאס איז גאר א געוואלדיגע זכי' צו האבן פון אזעלכע הייליגע מצות.   די ערשטע טעג פסח איז אריבער הערליך שיין, דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית פארן עמוד ביידע טעג גאר ווארים און הארציג, די געפילן נאך אזא דאווענען קען מען נישט באשרייבן מיט ווערטער, א נקדישך, א הלל, יעדע שטיקל פון הלל ווערט אויסגעלאזט מיט א באזונדערע ווארימע תנועה וואס גייט אריין אין די ביינער, און וועקט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן.   במשך די טעג פון יום טוב האט דער ראש ישיבה אסאך געשמועסט מיט אנשי שלומינו. מען קען אינטערוויוס מיט אנשי שלומינו אויף קול ברסלב וואס פארציילן איבסל פון די שיינע שיחות וואס דער ראש ישיבה האט געשמועסט.   במשך די חול המועד טעג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא נאך שחרית, און דערנאך האט מען געשמועסט מיט אנשי שלומינו שיינע חיזוק און הדרכה פארן לעבן. אויך איז דער ראש ישיבה אריבער מיט זיינע קינדער צום "טאנץ מיט אמונה" פארק אין שטעטל, און פארפירט שיינע שמועסן מיט אנשי שלומינו אינדרויסן פונעם פארק.   זונטאג - חול המועד נאך מעריב האט דער ראש ישיבה געגעבן א הערליכע שיעור התחזקות. נאכן געזינגען שיינע ניגוני החג, האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שטיקל ליקוטי מוהר”ן חלק ב' סימן ע”ד, אז ‘פסח’ איז ‘פה סח’ די מויל הייבט אן שמועסן מיטן אייבערשטן, און ביז מען איז ארויס פון מצרים איז מען געווען ביי ‘פרעה’ וואס דאס איז ‘פה רע’, פאר מען האט אמונה ווערט מען גערעגט פון יעדע זאך, אבער יעצט הייבט מען אן לעבן מיטן אייבערשטן, גייט מען ארויס פון מצרים.   מאנטאג - חול המועד איז פארגעקומען א גרויסע “סיום הש”ס” פון הילד הפלא נחמן פוקס נרו יאיר, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן ש”ס אין בלויז דריי יאר. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז היינט א קינד וואס קען שיין זינגען רופט מען א ‘ילד הפלא’, דער אמת איז א קינד וואס ענדיגט ש”ס דער איז א ‘ילד הפלא’. דער ראש ישיבה האט אים גאר שטארק אויסגערומט און געזאגט אז ער איז מחייב יעדעם, ווייל טראץ וואס נחמן האט געדארפט אנטלויפן פון זיין היימשטאט אומאן - צוליב די מלחמה, האט ער געקענט האבן אלע תירוצים נישט צו לערנען, ער איז אדורך א שווערע צייט... אנטלאפן... מלחמה... זיך איינגלידערן אין א פרישע סביבה... ער האט אבער נישט געקוקט אויף די אלע זאכן, נאר געלערנט בלעטער גמרא יעדן טאג אין זיין פרייע צייט פאר אדער נאך חדר. נאכן סיום איז מען אריבער אנוואונטשן מזל טוב פאר מסיים נחמן נרו יאיר, בשעת דער ראש ישיבה פרעגט יעדן באזונדער אויב ער האט א שיעור אין גמרא און ווען ער גייט מסיים זיין ש”ס.   די צווייטע טעג יום טוב איז אויך אריבער גאר געשמאק און דערהויבן. שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש אשר בנחל צו זינגען שירת הים. דער ראש ישיבה האט געטיילט גרעיפ דשוס פארן ציבור. און האט גערעדט פון די גרויסקייט פון שביעי של פסח, וואס מען קען פועל’ן שידוכים און פרנסה - וואס איז ווי קריאת ים סוף. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו, אז דאס וואס חז”ל זאגן "קשה זיווגו של אדם" און "קשה פרנסתו של אדם" ווי "קריעת ים סוף", מיינט נישט אז יעדע שידוך און פרנסה איז ווי קריעת ים סוף, דאס איז נאר וועם עס פאסט גארנישט נאר עפעס גאר א ספעציעלע שידוך אדער ארבעט, אבער פאר אן ערליכער איד וואס איז גרייט צו נעמען וועלכע שידוך אדער ארבעט מען טראגט אים אן, איז עס בכלל נישט שווער. שביעי של פסח קען מען זוכה זיין צו פועל’ן ביי ‘זיך’ צו זיין גרייט אנצונעמען יעדן שידוך אדער ארבעט וואס מען טראגט נאר אן, און מער נישט צו זיין קלויבעדיג.   שביעי של פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש עצתו אמונה, דער ראש ישיבה האט געדאווענט פארן עמוד שחרית, און אויך געליינט די שירה מיט די גאנצע ברען און התלהבות.   אחרון של פסח ביינאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אשר בנחל. אחרון של פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אויף האשקי גאס. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, צוזאמען מיט א לחיים צום בר מצוה פון הבחור שמעון נרו יאיר בן מו”ה לייב ביקעל הי”ו וואס איז אריין לעול התורה והמצות יעצט אחרון של פסח. דער ראש ישיבה האט גערעדט צום בר מצוה בחור פון זיך פרייען מיט די מצות וואס ער באקומט יעצט, זיך פרייען מיט די תפילין, קאפל, ציצית און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט דאס זייער אויסגערומט דאס וואס דער בר מצוה בחור האט זיך פארגענומען צו זאגן יעדן טאג משניות, און ארום גערעדט די חשיבות דערפון, און אז דאס היילט אויס די נערווען בעסער ווי מעדיצינען.   אחרון של פסח נאכמיטאג האט מען געמאכט "משיח’ס סעודה" אדער "בעל שם טוב’ס סעודה". דער ראש ישיבה האט גערופן אלע קינדער זיי זאלן אויסהערן די מעשה פארוואס מען רופט די סעודה מיט דעם נאמען. בשעת’ן פארציילן די מעשה האט דער ראש ישיבה אריינגעלייגט שיינע התחזקות וואס קען מען ארויסנעמען פון די מעשה, ווי למשל דאס אז דער הייליגער בעל שם טוב איז בכלל נישט געווען באזארגט וויאזוי ער גייט האבן א סדר אין אינסטאנבול, ער האט זיך פארלאזט אינגאנצן אויפן אייבערשטן, און ווי דער אייבערשטער האט טאקע געהאלפן אויף גאר א וואונדערליכן אופן.   מען האט געהאט די זכי’ אז דער ראש ישיבה איז פארבליבן אויף שבת נאך יום טוב אין שטעטל. פרייטאג צונאכטס האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש פעולת הצדיק אויף די רעדקליף גאס.   שבת אינדערפרי פארן דאווענען איז געווען זייער א געשמאקע וועטער, האט דער ראש ישיבה זיך ארויסגעזעצט אינדרויסן צווישן די ביימער און געלערנט מיט זיינע קינדער אפאר שעה זוהר הקדוש.   שבת נאך שחרית האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט די דרייצנטע מעשה פון די בוים וואס אלע קענען זיך דארט געפונען דאס פלאץ. דער ראש ישיבה האט שטארק אויפגעפאדערט אז מען דארף זען זיך צו קענען ליידן איינער דעם אנדערן, מען דארף יעדן ליב האבן, און אויב איך קען איינעם נישט ליידן איז עס מיין פראבלעם, נישט יענעמ’ס פראבלעם. וואס איז די עצה אויב איך קען איינעם נישט ליידן? התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: “הייליגע באשעפער פארוואס קען איך יענעם נישט ליידן? וואס גייט פאר מיט מיר? העלף מיר איך זאל יעדן ליב האבן”. אויך אינדערהיים טאר מען נישט מאכן א חילוק צווישן די קינדער, מען דארף ליב האבן אלע קינדער לייך, אפילו איינער איז מער געלונגען. עס איז זייער נישט קיין שיינע זאך ווען מען האט ליב איין קינד מער פון א אנדערע. און דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט: “מיט התבודדות קען מען פועל'ן צו ליבן אלע קינדער די זעלבע”.   שבת ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שטיקל ליקוטי מוהר”ן אין חלק א’ סימן ע’, אז אלעס קומט פון דער ערד, און אלעס ציעט צו דער ערד. ווען מען ווארפט א באלי וועט דאס גלייך צוריק פליען צו דער ערד. דער צדיק איז צוגעגליכן צו ערד ער האט אויך די כח צו ציען אלע צום אים, איי נישט אלע קומען צום צדיק הערן די שיינע עצות און חיזוק? דאס איז ווייל מען האט געהערט ליצנות אויף דעם צדיק, האט מען אוועקגעשטופט דעם מענטש, אבער ווען די ליצנות וועפט אויס קומט מען צוריק צום צדיק. און דאס איז געווען די כח פון די משכן וואס דער צדיק משה רבינו האט אויפגעשטעלט, עס האט געצויגן אלעמען אהין, און ווער עס איז געקומען אהין האט אנגעהויבן שפירן א געוואלדיגע לעכטיגקייט אז דער אייבערשטער האט אים ליב, און ער קען שטענדיג צוריק קומען צום אייבערשטן, אפילו ער האט געטון די ערגסטע זאכן רחמנא לצלן, נעמט מען אים נאך דער אייבערשטער צוריק צו זיך.   די הערליכע יום טוב טעג וועט זיכער נישט פארגעסן ווערן, און וועט בלייבן איינגעקריצט אין הארצן, און דאס וועט מען מיטנעמען אויף ווייטער, צו קענען אנגיין מיט פרישע כוחות במשך די גאנצע יאר.

    < זעה מער כח ניסן תשפ"ג 📝
  • ברסלב מצה בעקעריי גרייט זיך צו ערב פסח

    די ברסלב שמורה מצה בעקערי אין שטעטל קרית ברסלב גרייט זיך צו באקן "ערב פסח מצות" צום ערשטן מאל. מען קען זיך נאך איינשרייבן צו קומען אנטייל נעמען אין דעם געהויבענעם און פרייליכן מאמענט ווען מען וועט באקן מיט שמחה און געזאנג די מצות מצוה לכבוד דעם הייליגן יום טוב פסח, דער יום טוב פון אמונה. ווי מען געט איבער, וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך באטייליגן די גאנצע צייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אפילו די וואס נעמען נישט קיין ערב פסח מצות, אדער קומען נישט בפועל ארבעטן איז כדאי מען זאל אריבער ברענגען די קינדער, זיי זאלן קענען שפירן וואס דאס הייסט א שמחה של מצוה, ווען ברסלבע אידן באקן מצות איז פרייליך און אויפגעלייגט. און דאס וועט זיין א גאר א גוטע חינוך פאר די קינדער וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן. &nbsp; אלע אידן פון אפסטעיט זענען געלאדענט אנטייל צו נעמען און צו באשטעלן ערב פסח מצות, עס לויט זיך צו קומען אפילו אפילו פון&nbsp; קרית יואל אדער מאנסי. עס וועט זיין אן עקספירענס וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן. &nbsp; די בעקעריי וועט זיין אפן ערב פסח פון איינס אזייגער חצות, און אלע וואס ווילן באשטעלן זאל רופן וואס שנעלער די ספעציעלע מצה בעקערי נומער אויף 845-747-0444 און זיך רעגיסטרירן צו ארבעטן און קויפן ערב פסח מצות.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ג 📝
  • ברסלב שטעטל קויפט איין א פרישע שאטל באס נאכצוקומען אומגעהויערע וואוקס

    קרית ברסלב - דער פרישער אינגער שטעטל האט לעצטענס איינגעקויפט א פרישע שאטל באס כדי מען זאל קענען בעסער סערווירן די איינוואויער נאכדעם וואס דער ערשטער באס איינגעקויפט קויפ א יאר צוריק האט נישט געקענט נאכקומען דעם געברויך פונעם וואקסענדער ציבור בלי עין הרע. &nbsp; דער באס ווערט גענוצט דורך אלע איינווואוינער אנצוקומען צו פילע דעסטינאציעס, בפרט ווערט עס גענוצט דורך די נשים צדקניות וויבאלד זיי פארמאגן נישט קיין קארס, און אזוי אויך אויב עס מאכט זיך אז א קינד דארף גיין אין חדר שפעטער קומט עס זייער צוניץ. דער באס לויפט אויף א באשטימטע רוט און מאכט פילע סטאפס ביי אסאך וויכטיגע דעסטינאציעס, צום חדר, סקול, געשעפטן, שאפינג סעטנערס, און דאקטוירים. &nbsp; דאס קומט צוליב דעם וואוקס פונעם ציבור וואס וואקסט כסדר בלי עין הרע, נאכדעם וואס עס קומען כסדר צו פרישע פאמיליעס, און די ערשטע באס האט שוין נישט געקענט נאכקומען דעם געברויך. &nbsp; דער פרישער באס ווערט געזען ווי א געוואלדיגע פאזיטיווער אנטוויקלונג, וואס וועט אסאך ארויסהעלפן דעם חשובן ציבור וואס איז ארויסגעקומען וואוינען אינעם שיינעם שטעטל ווי מען לעבט מיטן אייבערשטן, און אלע נוצן אויס דעם אייבערשטנ'ס נאטור ארויסצוגיין כסדר כאפן א שפאציר צווישן די גראז און ביימער צו רעדן צום אייבערשטן.

    < זעה מער ד ניסן תשפ"ג 📝
  • נייער השבת אבידה שטיבל אין שטעטל העלפט ארויס שפארן אידיש געלט

    אין א פארזוך צו העלפן משפחות וואס קענען נוצן אביסל הילף, און פארמינערן די שעדליכע פאלגן פון לעבן אין חובות האבן עטליכע משפחות אין שטעטל געגרינדעט א השבת אבידה שטיבל. דער געדאנק איז געקומען פון א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ירושלים עיה"ק. &nbsp; אינעם דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט איבער א אינגערמאן אין ארץ ישראל וואס אנשטאט צו בארגן און זיך מאכן חובות, פלעגט ער אהיים נעמען די איבערגעליבענע חלה פון שלש סעודות פון בית המדרש, וואס דאס האט מען געגעסן ביי אים א גאנצע וואך. אזוי אויך פלעגט ער נעמען פונעם שמש די וועש וואס פלעגט איבער געלאזט ווערן אין מקוה עס צו נוצן ביי זיך אינדערהיים, אנשטאט צו קויפן פרישע דורך בארגן און נישט באצאלן. &nbsp; די מעשה האט געמאכט דעם ראש ישיבה טראכטן אז אפשר וואלט מען עס געקענט נאכמאכן דא, עס איז אזא שאד ווי אזויפיל טייערע העמעדער און וועש גייען אין מיסט יעדע וואך. דער ראש ישיבה האט געבעטן אויב עס איז דא א משפחה וואס איז גרייט צו נעמען אויף זיך די גרויסע מצוה. משפחת שטראסער האט זיך דאן אונטער גענומען אהיים צו נעמען די וועש, עס שיין אויסוואשן, און עס דערנאך ארויסלייגן אז ווער עס דארף עס זאל עס קענען נעמען. &nbsp; שפעטער האט משפחת טייטלבוים איבערגענומען דעם פראיעקט, זיי האבן אנגהויבן צוזאם צו נעמען די איבערגעבליבענע וועש, און אלע מיט א נאמען געבן זיי צוריק צו זייערע אייגענטומער, און אלע אנדערע וואשן זיי שיין אויס, און לייגן עס ארויס אינעם השבת אבידה שטיבל, און יעדע שטיק צייט וועט מען מאכן אן אויספארקויפן און יעדער וואס וויל וועט קענען קומען קויפן. &nbsp; יעצט, איז שוין די השבת אבידה שטיבל אפן, מען נעמט שוין אן אלע זאכן וואס ווערן געטראפן, די וואוילע משפחות וואס שטייען אונטער דעם פראיעקט האפן, אז משפחות וואס ווילן זיך שפארן געלט, כדי נישט אריינצופאלן אין חובות וועלן קענען האבן דערפון א שטארקע נוצן. &nbsp; אויב איר טרעפט סיי וועלכע פארלוירענע חפץ, קען מען עס אריינברענגען צום השבת אבידה שטיבל און מקיים זיין די גרויסע מצוה פון די תורה פון השבת אבידה, פאר סיי וועלכע פראגע איבערן השבת הבדיה שטיבל, אדער אויב איר ווילט ארויסהעלפן מיטן פראיעקט קען מען רופן אויף 845-243-0604. די אדרעס וואו מען קען אריינטראגן די חפצים איז אויף 121 טווין ברידזש רד. ליבערטי. &nbsp; דער השבת אבידה שטיבל איז א פרישע רינגל אינעם גרויסן קייט פון חסד און אחדות וואס קומט פאר אינעם שטעטל, ווי מען שטרעבט און מען שעפט חיות פון העלפן א איד אויף סיי וועלכע אויפן. &nbsp; התורה חסה על מממונם של ישראל

    < זעה מער א ניסן תשפ"ג 📝
  • מענער שיך אין שטעטל צו באקומען פאר צוואנציג פראצענט פונעם פרייז

    אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א, גרייט זיך די נייע שיך געשעפט אין שטעטל צו פארקויפן שיך לכבוד יום טוב פאר די איינוואוינער פון שטעטל פאר א הנחה פון "אכציג פראצענט". די נייע שיך געשעפט "אָפּער שו" וואס האט זיך לעצטענס געעפענט אין שטעטל האט שוין ארויסגעשטעלט אן אפיצעלער מודעה אז מענער קענען קומען אין די קומענדיגע צוויי וואכן פון פרשת ויקרא איינקויפן שיך פאר זיך און פאר די בחורים מיט א דיסקאונט פון 80%, און מען דארף באצאלן בלויז 20% פון די ריכטיגע פרייז. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט זיין זון הר"ר אלחנן חיים רוטה שליט"א, צו פירן דעם גרויסן חסד פראיעקט, און שאפט דאס געלט צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות דערפון. &nbsp; די שיך געשעפט "אָפּער שו" געפונט זיך אויף 73 האָשקי רד. און ווערט געפירט דורך מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו וואס געבט זיך אפ מיט גרויס געטריישאפט מיט יעדן קאסטומער. צו קויפן שיך קען מען אים רופן אויף 845-662-8423. &nbsp; אט איז די בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן פאר ר' יואל איבער דעם חסד פראיעקט: &nbsp; "זיי מודיע אז מען וועט קענען קויפן ביי דיר שיך לכבוד פסח פאר אנשי שלומינו פון שטעטל פאר אכציג פראצענט דיסקאונט. א שיך וואס קאסט צום ביישפיל הונדערט פינף און צוואנציג וועט מען קענען קויפן ביי דיר פאר פינף און צוואנציג דאלער, איך וועל דיר געבן די איבריגע הונדערט פאר יעדע פאר שיך." &nbsp; "די יאר וועט זיין די ערשטע יאר, איך האף צום אייבערשטן דאס צו קענען טון אלע יארן; לאמיר אנהויבן מיט מענער שיך פאר בחורים און אינגעלייט."

    < זעה מער כא אדר תשפ"ג 📝
  • שבת שקלים מיטן ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל

    קרית ברסלב ליבערטי - א הערליכע שבת איז פאריבער אין שטעטל שבת קודש משפטים-שקלים צוזאמען מיטן ראש ישיבה שליט"א און די פילע געסט וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם דערהויבענעם שבת. &nbsp; שוין אנגעהויבן פון דאנערשטאג נאכט מען שוין געזען פילע געסט וואס זענען שוין אנגעקומען אויף שבת, די חשובע משפחות אין שטעטל האבן זייער שיין אויפגענומען די חשובע געסט און זיי אריינגענומען אין שטוב, אזוי אויך האבן פילע משפחות גענומען בחורים צו עסן די סעודות שבת. &nbsp; פרייטאג צונאכטס האט מען געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה האט געדאווענט קבלת שבת, וואס דאס האט אריינגעברענגט א געשמאק אינעם שבת, נאכן דאווענען איז דער עולם דורך דעם ראש ישיבה זאגן "גוט שבת", אינמיטן גוט שבת זאגן, איז געווארן א שטיקל שמועס, דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן: ווען איך האב אן איבעריגע מינוט בין איך עוסק אין שידוכים, קוק אן אזא חתן ווי בנימין וויילדי נרו יאיר, ער קומט פון איין סטעיט אין אמעריקא און די כלה פון אן אנדערן סטעיט, און אז א שידוך דארף פאסירן מאכט דער אייבערשטער אז ביידע זאלן דא אנקומען צו הערן חיזוק און אזוי איז געווארן די שידוך, דער ראש ישיבה האט געזאגט: "מוהרא"ש האט געהאלטן אז יעדע בחור קען ארבעטן מיט יעדע מיידל, פארשטייט זיך אז מען איז זוכה און מען טרעפט א זאך וואס איז צום הארצן און עס האט חן איז זייער גוט, אבער אויב האט עס נישט קיין חן שפארט מען נישט איין די קינדער אינדערהיים ביז מען וועט טרעפן א זאך וואס האט חן אין מיינע אויגן, נאר מען מאכט זיי חתונה ווי שנעלער." &nbsp; שפעטער האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די וואס העלפן אין שטעטל מיטן דרייוון די שאטל אז דאס איז גאר א חשובע זאך, דער רבי האט זיך אויסגעדריקט גאר שטארקע ווערטער אויף די וואס העלפן אים אויף דער וועלט, ובפרט אז דו העלפסט מיר מיטן שאטל, וואס דאס איז מיין פריוואטע זאך וואס איך וויל גאר שטארק עס זאל האבן הצלחה, איך וויל עס זאל זיין מער ווי צוויי שאטל באסעס, אזוי אז ווען א פרוי דארף ערגעץ אנקומען זאל זי גלייך האבן א וועג. &nbsp; נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש זינגען זמירות שבת, אויך איז געווען די שלום זכור ביי האברך מו"ה שלום יוסף יאקאבאוויטש הי"ו דער זון פון המפיץ הגדול מו"ה נתן יאקאבאוויטש שליט"א, און פון האברך מו"ה יחזקאל שארף הי"ו בן מו"ה אלימלך שארף שליט"א. דער ראש ישיבה האט פארציילט ביים באטע די מעשה ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געהייסן זיין תלמיד דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכות יגן עלינו ארויפגיין אויפן בוים און זיך צוקוקן וואס גייט פאסירן, ער איז אהיימגעקומען פיל מיט קשיות, האט אים דער בעל שם טוב געזאגט אז דאס איז א המשך פון א פריערדיגן גלגול. דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט אז דאס פלעגט מוהרא"ש פארציילן יעדעס יאר אין פרשת משפטים, כדי אונז צו לערנען אז מיר זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן ווען זאכן גייען נישט ווי מען וויל. &nbsp; אויך האט מען געהאט די זכי' צו הערן אפאר דיבורים פון הרב רבי דניאל בוים שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון א איד וואס וויל זיין גוט, ער גיבט נישט אויף די רצון, וואס דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, אויך האט ער זיך באדאנקט פון טיפן הארצן פארן ראש ישיבה שליט"א פארן פירן זיינע קינדער און אייניקלעך אויפן ערליכן וועג אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז. אויך האט ער ארויסברענגט דאס וואס מען זעט אין ארץ ישראל אז גאר אסאך אידן ווערן ערליך פון די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז היינט גאר שטארק צושפרייט און עס קומט אן גאר ווייט. &nbsp; נאכן באטע האט רבי דניאל געזאגט פארן ראש ישיבה אז ער געדענקט ווי מען האט אים געזאגט אלס בחור: "דו וועסט נישט קיין חתן ווערן, ווייל דו ביזט א ברסלב'ער", און ברוך השם היינט קום איך שוין צו א שמחה פון אן איר אייניקל. האט דער ראש ישיבה זיך אויסגעדרייט צו די בחורים און געזאגט: "עטס הערטס וואס ער פארציילט? אים האט מען אויך געזאגט אז ער וועט נישט קיין חתן ווערן, און קוק וואס עס האט זיך אויסגעשטעלט, ער האט חתונה געהאט און ער זעט נחת ביי קינדער און אייניקלעך." &nbsp; אינדערפרי האט מען געהאט די זכי' צו הערן דאווענען שחרית פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט אזוי ווארעם געדאווענט און געעפענט דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; נאכן דאווענען איז געווען די ברית ביי מו"ה שלום יוסף יאקאבאוויטש שליט"א, דערנאך איז געווען א קידוש צום באווארפן פון החתן תלמיד הישיבה בנימין וויילדי נרו יאיר, דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט פון שלום בית וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן א יסוד היסודות, און ווער עס רעדט צו אינגעלייט אז מען דארף זיין אפגעשיידט פון די ווייב, איז דאס אבי אבות הטומאה און מען דארף פון דעם אנטלויפן, מען קען נאר זיין הייליג אויב מען האט שלום אין שטוב, און דאס איז די יסודות אויף וואס די שטעטל שטייט, מען קען נישט וואוינען אין שטעטל אויב מען האט נישט קיין שלום בית. &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען גייט שוין יעצט אריין אין חודש אדר, דארף מען זען צו ארבעטן גאר שטארק אויף שמחה, און שטיין ווייט פון עצבות ומרה שחורה. &nbsp; מוצאי שבת איז מען זאך צאמגעקומען צו מלוה מלכה אנשים נשים וטף, מען האט זיך געוואשן און געזונגען זמירות, דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א לענגערע שיינע שמועס פון אסאך הערליכע נושאים, ובפרט פון דעם אז מען דארף זען יעדן טאג רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט, "א ברסלב'ע חסיד בעט דעם אייבערשטן א גאנצן טאג וואס ער דארף, וואס איז זייער גוט, אבער חוץ פון דעם דארף מען זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן אלעס וואס מען האט אויפן הארצן, וואס דאס איז זייער א וויכטיגע זאך פאר א מענטש." מען קען הערן דעם גאנצן שיעור אויף קול ברסלב, און אויף ברסלב סענטער וועבסייט. &nbsp; די שבת האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף אלע איינוואוינער און געסט וואס האבן מיטגעהאלטן, און עס האט פריש אויפגעוועקט צו פאלגן די אלע עצות וואס דער ראש ישיבה לערנט מיט אונז שטענדיג.

    < זעה מער א אדר תשפ"ג 📝
  • ברסלבע מצה בעקעריי שוין געעפענט פארן היי יעריגן סעזאן

    די ברסלב'ע מצה בעקעריי שטייט אונטער די שטרענגע השגחה פונעם דיין שליט"א וואס האלט אן עינא פקיחא אויף די ארבעט, און אלעס ווערט געטון לויט די הוראות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס מאכט זיכער אז אלעס ווערט געטון ווי די מסורה פון די פריערדיגע צדיקים, וואס האבן איינגעפירט וויאזוי א מצה בעקעריי דארף זיך פירן מיט אלע חומרות און הידורים. &nbsp; די הנהלה לאזט זיך קאסט גרויסע געלטער זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט געטון בהידור רב ווי עס פעלט אויס, פאר די הייליגע מצוה פון אכילת מצה. אויך פון די אנדערע זייט האט מען סייעתא דשמיא, אז אלע וואס קאסטן די מצות זאגן אז די מצות האבן אן אויסטערליש גוטן טעם, און איז פריש און קריספי און גוט פאר די מאגן. &nbsp; אנשי שלומינו זוכן דוקא די ברסלב מצות וויסענדיג אז דאס ווערט געמאכט דורך ערליכע אינגעלייט מאנשי שלומינו וואס צייכענען זיך אויס מיט יראת שמים, אפגעהיטענע אינגעלייט וואס זייער מויל איז הייליג, זיי ווייסן די גרויסע אחריות פון באקן מצות מצוה און זיי בעטן בשעת מען וועלגערט, מען רעדלט מען קענט און מען שיבט אז די מצות זאלן אויסקומען בתכלית הכשרות, זיי בעטן אז די מצות זאלן משפיע זיין אמונה פאר אלע וואס עסן דאס. &nbsp; צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען שוין היי יאר אנגעהויבן מיט די ארבעט פון די מצות שוין אסאך פריער, אבער מיט דעם אלעם לויפט עס אויס שנעלער ווי מען קען נאכיאגן די פראדוקציע. &nbsp; די מצה בעקעריי איז אפן פון מאנטאג ביז דאנערשטאג פון 10:00 אינדערפרי ביז 3:00 נאכמטאג, און ווער עס וויל קויפן פון די מצות זאל וואס שנעלער זיך פארבידן מיט די פארוואלטונג פון די בעקעריי און רופן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו אויף 347-466-2410. &nbsp; עס איז וויכטיג צו באטאנען אז צוליב דעם שטארקן פארלאנג וועט מען נישט קענען באשטעלן פאראויס, און מ'וועט נישט קענען אוועקלייגן פאר קיינעם, מען וועט נאר קענען קויפן ווילאנג עס איז דא, וכל הקודם זכה. &nbsp; אין א גוטע בשורה פאר די וואס דארפן ספּעלט מצות, האט די בעקעריי געמאלדן אז עס וועט אויך זיין צו באקומען אי"ה ספעלט מצות.

    < זעה מער כה שבט תשפ"ג 📝
  • חברי הנהלת קרית ברסלב שתדל'ען אין אלבאני

    פילע עסקנים פון אראנזש, ראקלענד, און סאליווען קאונטיס זענען געפארן פארגאנגענעם דינסטאג יתרו צום עיר הבירה פון ניו יארק סטעיט אלבאני, זיך צו טרעפן מיט א רייע איינפלוסרייכע ערוועלטע באאמטע אין די ניו יארקער אסעמבלי און אין די סטעיט סענאט. &nbsp; אין אלבאני איז יעדער עסקן פון זיין שטאט געגאנגען צו אנדערע אסעמבלי לייט, צו שתדל'ן פאר די אידישע געברויכן, וואס איז יעצט עומדים על הפרק אין די געגענט פלאץ וואו מען וואוינט. &nbsp; צוויי חשוב'ע חברי ההנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו און מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו זענען אויך ארויסגעפארן קיין אלבאני, און געהאט זיצונגען מיט צוויי סטעיט סענאטארן פון אונזער געגענט און דריי אסעמבלי לייט, ווי מען האט דורכגעשמועסט פארשידענע נושאים בנוגע די מוסדות און נאך פילע אנדערע ענינים וואס ליגט יעצט אויפן טיש. &nbsp; שפעטער זענען זיך אלע עסקנים אינאיינעם צאמגעקומען פאר א קאנפערענץ, ווען מען האט דורכגערעדט אסאך זאכן וואס איז נוגע פאר יעדן איינעם, צום ביישפיל די נושא פון "גזירת החינוך", וואס פלאגט יעדן איינעם, אזוי אויך האט מען גערעדט וועגן די "לאנטש פראגראם", די "באקסעס פון עסן" וואס פלעגט זיין אין קאראנע צייטן, די "סעקיוריטי גרענט פאר מוסדות התורה", די נושא פון "טרענספאטעישן צו די מסודות", וואס שטויסט זיך אסאך מאל אן מיט דיסטריקטס וואס ווילן נישט געהעריג צושטעלן באסעס פאר די אידישע מוסדות אין צייט וואס די גוי'אישע מוסדות זענען פארמאכט, און נאך אסאך וויכטיגע ענינים מיט וואס מען קען העלפן די מוסדות התורה. &nbsp; אויך האט מען דיסקוסירט די נושא וואס די ניו יארק טיימס באשמוצט לעצטענס זייער אסאך די ערליכע אידן. מו"ה שמחה אייכנשטיין הי"ו דער אסעמבלימאן פון די 84'סטע דיסקריט האט גערעדט אפאר ווערטער, ער האט זיך באדאנקט פאר יעדן וואס איז געקומען צו פארן פאר דעם איינציגן ציל צו העלפן אידישע קינדער, און ספעציעל האט ער ארויסברענגט לשבח די פרישע ברסלב'ע קהילה אין קרית ברסלב ליבערטי, מיט זייערע חשובע עסקנים -, וואס איז זיי געלונגען בסייעתא דשמיא צו איבערדרייען איינע פון די ערוועלטע באאמטע וואס פלעגט קוקט מיט א קרום אויג אויף ערליכע אידן, און כסדר געזוכט אינטערצושטעלן פיסלעך, און די חשובע ברסלב'ע אינגעלייט האבן מיט'ן אייבערשטן'ס הילף איבערגעדרייט זיי בליק, און לעצטענס זעט מען ווי ער איז העלפט און פארשטייט די געברויכן פון די ערליכע אידן. &nbsp; ערליכע אידן ווייסן אז באמת פירן די אלע פאליטישנס נישט די שטאט, נישט דאס לאנד, און זיכער נישט די וועלט. דער עיקר פון אלעם איז תפילה, אן דעם גייט גארנישט, נאר דער אייבערשטער קען העלפן אידישע קינדער דא אין גלות ווי מיר זענען, מיר דארפן איין זאך: בעטן דעם אייבערשטן אז די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונזער חינוך, אונז לאזן לעבן מיטן אויסגעטרעטענעם ערליכן אמונה'דיגע וועג וואס מיר האבן שוין מקובל דורי דורות. &nbsp; ותטה לב המלכות עלינו לטובה

    < זעה מער כג שבט תשפ"ג 📝
  • שאטל אין שטעטל פארברייטערט זיך מיטן צולייגן נאך א באס צום רוט

    ברוך השם דער ציבור איז שטארק צופרידן פונעם שאטל סערוויס וואס איז געגרינדעט געווארן מיטן ציל עס זאל זיין גרינג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, איבערן גרויסן שטח אויף וואס דער שטעטל איז אויסגעשפרייט, וואס אן דעם וואלט עס געווען זייער שווער אנצוקומען. די שאטל גייט שוין אן ברוך השם א לענגערע צייט צו די צופרידענהייט פון די חשובע איינוואוינער, עס איז שוין אריבער אפאר שינוים פון ווען מען האט געעפענט די שאטל, און מען פרובירט אלץ וואס מען קען בעסער מאכן מען זאל בעסער און גרינגער קענען אנקומען צו ווי דער עולם וויל. מען פרובירט מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף צו צופרידן שטעלן יעדן איינעם. &nbsp; יעצט אז די שטעטל איז אין די לעצטע חדשים שטארק פארגרעסערט געווארן און עס זענען צוגעקומען נאך אסאך משפחות וואס האבן זיך אריינגעצויגן און עס פעלט שוין אויס נאך א שאטל גרינגער צו מאכן פאר די חשובע איינוואוינער, האט דער ראש ישיבה געבעטן די חשובע הנהלה זיי זאלן זיך אריינלייגן דערין און קויפן נאך א שאטל באס, אפילו דאס ציעט אריין אין פרישע געלטער וואס מען דארף איינקויפן, אבער דאס איז א וויכטיגע זאך וואס מען דארף וויכטיג האבן, כדי די חשובע פרויען זאלן קענען אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן גרינגערהייט. מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף וועט דאס פארגרינגערן פאר די חשובע איינוואוינער, וואס האבן דאס געניצט ביז היינט, און פאר די אלע וואס האבן נאכנישט פרובירט צו ניצן דעם שאטל ביז היינט פאר וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין, וועט יעצט זיין נאך א געלעגענהייט דאס אויסצופרובירן און זען אז דאס איז גאר א געשמאקע מיטל אנצוקומען פון איין פלאץ צום אנדערן געשמאקערהייט. &nbsp; על פי השם יחנו ועל פי השם יסעו

    < זעה מער יא שבט תשפ"ג 📝
  • ברסלבע מצה בעקעריי עפענט זיך צום צווייטן יאר בעזרת השם

    די מצה בעקעריי אין שטעטל גרייט זיך צו עפענען בעזרת השם צום צווייטן יאר, נאכדעם וואס די ערשטע יאר איז געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס, מען האט צוריקגעהערט גאר גוטע גריסן פון אנשי שלומינו, וואס האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם געוואלדיגן געשמאקן טעם וואס די מצות האבן געהאט, אזוי אויך האבן אנשי שלומינו הנאה געהאט אז די מצה בעקעריי האט די שטרענגע השגחה פונעם דיין שליט&rdquo;א דקהילתינו, וואס גיבט זיך אפ מיט יעדן דעטאל אינעם בעקעריי עס זאל זיין מיט די גרעסטע הידורים און חומרות ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; אזוי אויך האבן אנשי שלומינו זייער ארויפגעקוקט דעם פאקט אז די ארבעטערס אינעם בעקעריי זענען אידן וואס רעדן צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל זיין גוט סיי בכשרות און סיי אין טעם. יעצט האלט מען אינמיטן צאמשטעלן דעם גאנצן סטעף ווער עס גייט פאר וועלכע פאזיציע, אזוי אויך קויפט מען יעצט איין אלעס וואס פעלט זיך אויס פארן בעקעריי. &nbsp; דאס יאר קומט צו גאר א געוואלדיגע חומרה אינעם בעקעריי, מען אינסטאלירט א ספעציעלע פארמאכטע צימער ווי די מעהל און די מצות וועלן דארט ליגן אויף אן אפגעהיטענעם וועג. דאס יאר האט מען אהערגעשטעלט ספעציעלע גוטע סייז מצה באקס פאר די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו. &nbsp; דער עיקר דארף מען געדענקען צו בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל ארויסקומען מיט די גרעסטע הידורים און עס זאל זיין גאר גוט אין טעם לכבוד דעם הייליגן יום טוב פסח וואס קומט שוין אט אט.

    < זעה מער י שבט תשפ"ג 📝
  • ערשטע פון א סעריע גענעראל פארזאמלונגען אין שטעטל געקרוינט מיט סוקסעס מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף

    קרית ברסלב ליבערטי - אזוי ווי דער שטעטל וואסקט קיין עין הרע אויף א גאר שיינע פארנעם, און די חברי הנהלה מיט די באגלייטונג פון ראש ישיבה שליט"א ארבעטן גאר שווער און טון פילע פעולות נאכצוקומען די געברויכן פון די וואקסדענדע ציבור כן ירבו. מען עפענט כסדר פרישע שולן, מען בויעט מקוואות, חדרים, סקולס, געשעפטן, מען טוט פארשידענע שתדלנות ביי די שטאטישע באאמטע, און אזוי ווייטער. &nbsp; אזוי ווי דער שטעטל וואקסט ברוך השם ווייטער, האט דער ראש ישיבה האט אויסגעדרוקט זיין רצון אז ער וויל אז דער ציבור זאל זיין אינפארמירט מיט די אקטיוויטעטן וואס די הנהלה טוט. און ער האט געבעטן די הנהלה זאל מאכן א גענעראל פארזאמלונג פארן ציבור ווי מען וועט זיך קענען דורכשמועסן. אבער אזוי ווי עס איז דא קע"ה א ריבוי עם, און מיט בלויז איין מיטינג וועט נישט מעגליך זיין צו הערן פון יעדעם זייערע שאלות, מיינונגען, און געדאנקען וואס מען קען בעסער מאכן, האט מען באשלאסן צו מאכן קליינע מיטינגען מיט בלויז צוואנציג באטייליגטע, אזוי וועט יעדער האבן א שאנס צו ווערן אויסגעהערט, און די הנהלה וועט קענען באקומען פידבעק און גוטע געדאנקען פונעם ציבור וואס וואוינט אינעם שטעטל. &nbsp; דער ערשטער מיטינג איז שוין אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס הצלחה, מען האט זיך דורכגעשמועסט מיטן עולם וואס איז גערופן געווארן, און ווי די הנהלה געבט איבער, איז שוין פונעם ערשטן מיטינג ארויסגעקומען זייער שיינע זאכן, פילע פרישע געדאנקען זענען געהערט געווארן. &nbsp; אין די קומענדיגע וואכן וועלן נאכפאלגן מיטן אייבערשטנ'ס הילף די קומענדיגע סעריע פון מיטינגען, ווי דער גאנצער עולם וועט עווענטועל האב די געלעגענהייט צו הערן פון די חברי ההנהלה, און די הנהלה וועט זיך פרייען צו הערן פונעם ציבור וואס מען האט אויפן געדאנק.

    < זעה מער טו טבת תשפ"ג 📝
  • ברסלבע מצה בעקעריי ווערט שוין צוגעגרייט צום פרישן סעזאן

    &nbsp; &nbsp; נאך די געוואלדיגע הצלחה און סייעתא דשמיא וואס דער נייער ברסלבע מצה בעקערי האט געהאט אינעם פארגאנגענעם יאר, גרייט מען זיך שוין אין די יעצטיגע טעג צו עפענען דעם מצה בעקעריי. &nbsp; מען בויעט צו פרישע טישן און מען פארגרעסערט און מען פארבעסערט דעם אויוון, כדי מען זאל שוין קענען עפענען דעם מצה בעקעריי און אנהייבן באקן פארן גרויסן פארלאנג. &nbsp; דער ציבור אנשי שלומינו וויל האבן מצות געבאקן מיטן מהודר'דיגן הכשר פונעם דיין, און דורך אנשי שלומינו וואס לעבן מיט אייבערשטן, און בשעת מען באקט די מצות שאקלען זיך די ליפן ווען זיי רעדן צום אייבערשטן, און אזוי אויך האט דער אייבישטער געהאלפן אז די מצות זענען ארויס געקומען מיט א גאר גוטן טעם. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט כסדר נאכזאגן דעם באקאנטן אר"י הקדוש, אז "אויב מען איז נזהר אין א משהו חמץ, וועט מען זיין אפגעהיטן פון עבירות א גאנץ יאר", פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז דאס איז ווילאנג די שמחה של מצוה האלט אן און ער איז פרייליך מיט דעם אז ער האט נישט געגעסן קיין חמץ אום פסח, איז דאס א זיכערע סגולה אז ער וועט נישט חלילה אריינפאלן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, וואס זוכט נאר אונז אריינצואווארפן אין מרה שחורה און אזוי ארום אונז חלילה אראפווארפן אין אלעם שלעכטס. &nbsp; בזכות וואס מיר זענען עוסק מצוה פון מצה, וואס דער זוהר הקדוש רופט אָן "א מאכל פון אמונה", וועט דער אייבישטער משפיע זיין פאר אונז א קלארע "אמונה". &nbsp; "ווען מ'האלט די מצה אין דער האנט, האלט מען גאט אין דער האנט" (לשון רבינו)

    < זעה מער י טבת תשפ"ג 📝
  • געהויבענע שבת חנוכה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א און אנשי שלומינו

    דער הערליכער יום טוב חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איז געווען א פארגעניגן פון די ערשטע מינוט ביז די לעצטע מינוט, די שטעטל האט געלעבט אין עפעס א יום טוב'דיגע שטומינג, עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, אויב מען האט דאס נישט אליין מיטגעלעבט. מיר וועלן פרובירן בלויז אראפצולייגן די כראנאלאגישע סדר וויאזוי עס איז צוגעגאנגען פון אנהייב ביזן סוף. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין שטעטל מאנטאג מקץ שפעט ביינאכט, די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט אינדערפרי צו א סופרייז, "דער ראש ישיבה געפונט זיך מיט אונז אין שטעטל", און אפילו מען זעט אים נישט יעדע מינוט, שפירט זיך אבער אין שטעטל אַן אנדערע לופט אַן אנדערע אטמעספער, א רואיגקייט לאזט זיך אראפ, מען שפירט עפעס אזא קלארע אמונה לופט וואס קומט מיט ווען דער ראש ישיבה קומט אין שטעטל. &nbsp; במשך די טעג ביז שבת האט דער ראש ישיבה עטליכע מאל באזוכט אין חדר, און געדאווענט צוזאמען מיט די קינדער א ווארימע געשמאק דאווענען, פאר הלל האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער און אנגעווארימט די קינדער צו דאווענען א געשמאקע הלל פאר'ן אייבערשטן, אויך האט דער ראש ישיבה מחזק געווען די איינגעשטעלטע אין די מוסד און אזוי ווייטער. &nbsp; דינסטאג ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין שטוב פון האברך מו"ה יעקב לעזער שליט"א וואס האט געמאכט א מסיבה פאר די חשובע קינדער וואס לערנען מיט אים דעם דף גמרא יעדן טאג, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי שטארק מחזק געווען אנצוהאלטן ווייטער צו לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג, וואס דאס באשיצט און היט אפ דעם מענטש פון אלעם בייזן. &nbsp; מיטוואך האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט ביים נייעם "פיש געשעפט" און געקלאפט מזוזות, דער ראש ישיבה איז געווען זייער פרייליך צו זען אז די שטעטל ווערט ברוך השם מער און מער אהערגעשטעלט מיט אלע געברויכן וואס פעלט זיך אויס פאר א אידישע שטאט, דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט איינגעקויפט פיינע פרישע פיש לכבוד שבת קודש. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט ביים נייעס "פערעלעס קליידער געשעפט" און געקלאפט מזוזות, דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט צו זען אז ענדליך האלט מען שוין דא, וואס די קליידער געשעפט אין שטעטל האט זיך אזוי שיין פארברייטערט אויף אזא שיינעם פארנעם אין אזא קורצע צייט. &nbsp; דאנערשטאג זענען די בחורים ארויסגעקומען אין שטעטל צו זיך אויפהאלטן אויף שבת חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט נאכאמאל באזוכט אין חדר, אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין בית הדפוס זיך אומקוקן אויף די הייליגע ארבעט וואס קומט דארט פאר, ווי מען דרוקט יעדן טאג נאך און נאך ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, אז זיי זאלן אויך וויסן די סוד וויאזוי מען קען האבן א שיינע פרייליכע לעבן מיט'ן אייבערשטן אויף דער וועלט. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה ארויף אין סטודיא און רעקארדירט א שיינעם ניגון וואס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען אין די קומענדיגע צייט. &nbsp; ביינאכט האט דער ראש ישיבה געגעבן דער וועכנטליכער ליל ששי שיעור פאר אינגעלייט אין בית המדרש אויף האשקי, די דרשה האט זיך פארצויגן פאר א שעה און א האלב, מען האט ארום גערעדט גאר שטארק אז חנוכה איז א צייט וואס מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט, כאטש וואס ס'קומט אונז נישט גארנישט, דאך גיבט אונז דער אייבערשטער אזויפיל גוטס יעדע רגע און יעדע מינוט. &nbsp; נאכ'ן שיעור איז דער ראש ישיבה אריבער ביים נייעם "העניך'ס טעיסט געשעפט", קלאפן מזוזות, דערנאך האט דער ראש ישיבה זיך אראפגעזעצט און טועם געווען פון די פיינע מאכלים וואס טראגט דעם הכשר פון דומ"ץ דקהילתנו הקדושה, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון האבן אזא פלאץ ווי א מענטש קען אריינקומען זיך דערכאפן דאס הארץ און עסן א פיינעם טעלער טשאלענט מיט קוגל און נאך, דאס איז א געוואלדיגע הכנסת אורחים, אפילו מען מאכט געלט איז עס נאך אלס הכנסת אורחים, דער גראסערי מאן רעכנט אויך געלט, דאס איז פשוט ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די געשעפט, אבער באמת איז עס א חסד וואס דער גראסערי מאן טוט. &nbsp; און אזוי איז מען אריין אינעם לעכטיגן שבת חנוכה - שבת ראש חודש טבת, די וועטער אינדרויסן איז טאקע געווען גאר קאלט און גליטשיג, אבער אינעווייניג איז געווען גאר גאר ווארים. דער ראש ישיבה האט געדאווענט אלע תפילות אין האשקי שול, קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אנגעווארעמט יעדנ'ס הארץ, די סעודה האט דער ראש ישיבה געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש, אביסל נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען זינגען צוזאמען זמירות שבת, דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון דעם אז מען דארף האבן א צדיק זאל דיר זאגן וויאזוי זיך צו פירן, "לכו אל יוסף" גיי צו א צדיק זאל דיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג וואס דו האסט צוטוהן אויף דער וועלט, יוסף האט געזאגט אלע דארפן זיך מל'ען, דאס הייסט אז מען דארף זיין הייליג בקדושת היסוד, נאר אזוי קען מען האבן א גוט לעבן, יוסף האט אריינגעברענגט א אמונה אין די מענטשן, מען דארף נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אין דער וועלט, נאר פונעם אייבערשטן. אלע אנדערע וואס האבן זיך אוועקגעלייגט עסן אין מצרים איז פון דעם גארנישט געבליבן, אלעס איז געווארן פארפוילט, ווייל אן א צדיק איז א פארפוילטע לעבן, ביי קאראנע צייטן איז געווען מענטשן וואס האבן זיך אוועקגעלייגט אסאך טישוס און וואסער, זיי האבן געלעבט אין פחד אין שרעק, אבער וואס העלפט טישוס און וואסער ווען די מענטש אליין לעבט נעבעך אין פחד יעדע מינוט? פאר דעם דארף מען האבן א צדיק וואס געט אריין א לויטערע אמונה פשוטה. &nbsp; אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט אין ספר "פעולת הצדיק" די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פון א רב בישראל וואס האט אכט און צוואנציג יאר זיך געוואלגערט אין עולם התוהו רחמנא לצלן, האט דער רבי אויסגעפירט ווער עס וועט קומען צו מיר ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט ווערן ניצול פון דעם, מוהרא"ש איז מסביר, פארוואס פונקט די דריי צייטן? ווייל ראש השנה געט דער הייליגער רבי אריין א קלארע אמונה אינעם מענטש און מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן, שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, און שבועות די מתנה פון לערנען תורה אויפ'ן געשמאקן וועג וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מען דארף נישט פארשטיין ביים לערנען, נאר מען זאגט די ווערטער, וואס דורך דעם איז מען זוכה צו אדורכגיין כל התורה כולה. &nbsp; צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, און געדאווענט א ווארימע הלל וואס האט יעדן אנגעווארעמט דאס הארץ אין די פראסטיגע ווינטערדיגע וועטער וואס האט געהערשט אין גאס. &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה נאכמאל גערעדט פון דאנקען דעם אייבערשטן, "וואס איז דער גאנצער מענטש? אין איין מינוט קען די מענטש אויפהערן אטעמען חס ושלום, א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו דאנקן דעם אייבערשטן, נאכדעם קען מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף". &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו זיך צו מאכן א שיעור אין ספר "ליקוטי מוהר"ן", וואס דאס וועקט אויף א מענטש פון שלאף און מאכט דעם מענטש רעדן צום אייבערשטן, ובפרט אז מען מאכט זיך א שיעור אין ספר "אשר בנחל" די בריוון פון מוהרא"ש, מאכט עס גלייך דער מענטש גיין אין בית המדרש דאווענען, אנטון תפילין און אזוי ווייטער.

    < זעה מער א טבת תשפ"ג 📝
  • הערליכע סעודת הודאה מוצש"ק חנוכה ר"ח טבת אין שטעטל

    נאך א הערליכע שבת וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויילט אין שטעטל צוזאמען מיט פילע געסט אנשי שלומינו וואס האבן זיך געוואלט געפונען ביים קיבוץ פון חסידי ברסלב צוזאמען מיטן ראש ישיבה, איז מוצאי שבת קודש אפגעהאלטן געווארן א הערליכע מלוה מלכה אין שטעטל. &nbsp; טראץ די גאר שטארקע קעלט פון קרוב צו זירא פארנהייט דעגריס וואס האט געהערשט אין גאס, זענען מוצאי שבת קודש געקומען צו פארן פון אנדערע שטעט פילע צענדליגע געסט, וואס האבן נישט געקענט זיין שבת אין שטעטל, און האבן זיך געפרייט צו קומען מיטהאלטן דעם שיינעם סעודת מלוה מלכה מוצש"ק, זיך צו קענען אנווארימען דאס הארץ מיט די ווארימע דיבורים פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; מען האט זיך געוואשן צו א הערליכע סעודה, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, ווארעמס, און געשמאקע מאכלים לכבוד סעודת מלוה מלכה און לכבוד חנוכה. מען האט געזונגען אינאיינעם די זמירות פון מלוה מלכה. &nbsp; צו ערשט האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די פיר גרויסע זאכן וואס דער מסיבה טוט פארשטעלן, א סעדות ראש חודש, א סעודת מלוה מלכה, א סעודת חנוכה, און בעיקר א מסיבת חנוכת הבית פאר די צווייטע בנין התלמוד תורה דא אין שטעטל. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט די השתלשלות פונעם שטעטל, ווי די תלמידים פון ראש ישיבה האבן זיך דערזען וואוינען אין פלעצער ווי מען האט נישט געהאט קיין מוסדות אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, און עס האט אויסגעזען ווי די זאך פון הייליגן רבי'ן בלייבט חס ושלום ווייטער א סוד, פון וואס די קינדער וועלן נישט וויסן, ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן אז עס איז בייגעפאלן פאר מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו אז מען קען מאכן א שטעטל פאר אנשי שלומינו, וואס מיטן צושטומונג פון ראש ישיבה שליט"א איז עס געווארן ווי עס איז היינט בליעה"ר. &nbsp; אויך האט ער פארציילט אז איינמאל איז מוהרא"ש זי"ע געווען ביי א מסיבה אין שטאט קרית יואל, אויפ'ן וועג אהיים האט ער זיך אנגערופן פאר אנשי שלומינו וואס זענען דעמאלט געווען אין די קאר "הלוואי עפענט מען א שטעטל אין אפסטעיט פאר אנשי שלומינו צו קענען דארט וואוינען צוזאמען", און אז מוהרא"ש האט דאס זיך אנגערופן איז עס פארשטייט זיך געווען באגלייט מיט תפילות וואס ער האט געבעטן אויף דעם אז דאס זאל צושטאנד קומען, און געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט האלט מען דא, און מען זעהט אז מוהרא"ש'ס תפילות זענען נישט געגאנגען לאיבוד.&nbsp;&nbsp; &nbsp; דערנאך האט מען געהערט א שיינע באריכט פונעם באליבטן אדמיניסטראטאר פון די מוסדות מו"ה רפאל פורסט הי"ו, וואס האט איבערגעגעבן אביסל וואס טוט זיך אין די אפיסעס, ווי ער האלט מיט ווי די איינגעשטעלטע שטרענגען זיך אן צו מחנך זיין די קינדער צו אמונה און קדושה, אלעס אָן פּעטש,&nbsp; אָן קלאפן די קינדער, נאר אלעס מוז גיין מיט אויפבויען די קינדער, ער האט איבערגעגעבן פארשידענע ציפערן פון די בודזשעט פון די מוסדות, וויפיל קינדער, מלמדים, טישטערס זענען דא. &nbsp; דערנאך האט ער געבעטן אז צוליב די גרויסע שוועריקייט נאכצוקומען דעם בודזשעט, עפענט מען מען יעצט צוויי נייע פראגראמען, איינס "פולע שכר לימוד", ווי אלע וואס האבן די מעגליכקייט, וועלן באצאלן די פולע קאסט פון זייערע קינדער. און די צווייטע "כאילו ילדו" ווי מען וועט ספאנסערן א קינד וואס מאיזה סיבה שהוא ווערט זייער שכר לימוד נישט געדעקט. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויפגערופן צענדליגע אינגלעך, בחורים, און אינגעלייט צו מאכן זייערע סיומים ברבים, אינגע קינדער האבן געמאכט סיומים אויף מסכת הש"ס און משניות, און דערנאך בחורים וואס האבן מסיים געווען פארשידענע זאכן, מסכת הש"ס, גאנץ משניות, זוהר הקדוש, ליקוטי מוהר"ן, און נאך. און דערנאך אינגעלייט. דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן דעם איבערגעגעבענעם מלמד הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א וואס האט מסיים געווען משניות דער 204'סטע מאל. &nbsp; דערנאך האט מען ארויפגערופן מו"ה אברהם אלי' פריעדריך הי"ו וואס האט מיט גרויס התרגשות געמאכט זיין ערשטער סיום הש"ס, נאכן סיום האט ער גערעדט אפאר ווערטער און פארציילט אז ווען ער האט געזען מו"ה שבתי מזרחי הי"ו מאכן זיין סיום הש"ס האט דאס אים אינספירירט און אים געגעבן דעם שטופ אז "ש"ס איז אויך געמאכט פאר אים". &nbsp; דערנאך האט מען געהערט לעכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א - וואס האט ארויסגעברעגט אז מען איז זיך דא צוזאם געקומען צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן - ער האט געזאגט ווי ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס אז נאכדעם וואס ער האט געעפענט א ישיבה וואס יעדער וואס וויל לערנען, יעדער וואס וויל קומען דאווענען און לייגן תפילין, קען קומען, צוליב דעם איינעם "חטא" האט מען ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון חדר. "מיינע קינדער וואלטן היינט מן הסתם נישט געוואלט רעדן מיט מיר ווען נישט דעם...", האט דער ראש ישיבה געזאגט. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פונעם שיינעם שטעטל ווי עס וואקסט אין בליעט, און אויב וואונדערט מען זיך פארוואס נאכדעם וואס מען איז יעצט מחנך דעם צווייטן בנין פונעם תלמוד תורה, פארוואס מען האט שוין יעצט געקויפט נאך א געביידע - האט דער ראש ישיבה געזאגט "דער שטעטל האט יעצט איבער הונדערט תושבים, קומענדיגע יאר וועט שוין בעזרת השם זיין צוויי הונדערט, און עס וועלן נאך זיין דא טויזנטער תושבים אינעם גאנצן אומגעגענט, משפחות וואס וועלן לעבן מיטן הייליגן רבי'נס לימודים". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די סיומים רעדן פאר זיך אליינס. דא אין דעם שטעטל איז נישטא קיין בעסערע שוואכערע, נישט קיין חילוק ווי מ'גייט אנגעטון, ארבייטער מיט זייערע דזשעקעטס, אדער א כולל אינגערמאן מיט א רעקל, אלע לערנען ברוך השם און האבן יראת שמים. יעדע אינגערמאן אין שטעטל גייט נישט שלאפן פאר ער האט געעפענט א חומש, א משניות און גמרא. און אויף דעם דאנקט מען דעם אייבערשטן. יְמֵי חֲנוּכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה - זֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא (ליקוטי מוהר"ן ח"ב סימן ב')

    < זעה מער א טבת תשפ"ג 📝
  • ברסלבע מצה בעקעריי עפענט זיך אי"ה בקרוב

    קרית ברסלב - אין די נאנטע טעג וועט זיך אם ירצה השם עפענען די באקאנטע ברסלב'ע מצה בעקעריי אין שטעטל, וואס האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיט איר גוטע נאמען אלץ די געשמאקסטע ווי אויך מהודר'דיגע מצות, און ועל כולם האט דאס די מעלה אז אלע ארבעטערס זענען ברסלב'ע חסידים וואס בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל זיין כשר און געשמאק פאר די וואס וועלן פון דעם עסן אין יום טוב פסח. &nbsp; דאס יאר קומט צו נאך א געוואלדיגע מעלה, אז מען וועט באקן ספעלט מצה, פאר די אלע וואס קענען נאר עסן די סארט מצה. &nbsp; עס איז נאך דא געציילטע ליידיגע פאזיציעס צו ארבעטן אינעם בעקעריי, זיך אייצושרייבן קען מען זיך מעלדן צום מענעדשער מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו. &nbsp; די מצה בעקעריי איז אינטער די שטרענג השגחה פונעם חשוב'ן דיין שליט"א וואס מאכט זיכער אז אלעס זאל זיך פירן מיט אלע חומרות והידורים ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; מיט'ן אייבערשטן'ס הילף וועט דאס יאר זיין נאך בעסער ווי פאריאר, נאכדעם וואס מען האט אין די לעצטע וואכן אריינגעלייגט אסאך כחות עס צו מער אהערגעשטעלן מיט אלע באקוועמליכקייטן און הידורים וואס פעלט זיך נאר אויס.

    < זעה מער כו כסלו תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 91 to 105 of 170 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com