Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • חלק ג', הערליכע יום טוב שבועות מיטן ראש ישיבה אין קרית ברסלב ליבערטי

    דעם צווייטן טאג אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה געלערענט זוהר הקדוש אין וואלד, צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, וואס ווער עס האט דאס געהערט האט געהאט א הרהור תשובה, די אהבה רבה, די נקדישך, די הלל, עס האט אויפגעוועקט דעם הארץ צו וועלן צוריקגיין צום אייבערשטן און נאר אים וועלן דינען.   ביים קידוש נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט די טעם פארוואס מען עס מילכיגס, דאס איז צוליב דעם וואס מען זעט ביי מילך אן אינטערעסאנטע זאך; מילך קומט ארגינעל פון בלוט, און מען ווייסט דאך אז א זאך וואס קומט ארויס פון א טמא'נע זאך איז טמא, וואלט דאך מילך אויך געדארפט זיך אסור צו טרינקען, אבער די תורה האט דאס יא מתיר געווען, ווייל דאס איז אזוי ווי פרישע באשעפעניש. דאס קומט צו ווייזן אז מען זאל זיך נישט אראפקלאפן מיט וואס עס איז געווען, ווייל דו ביסט יעצט א נייע מענטש, בכלל נישט דער זעלבער פון פאר דעם.   נאכמיטאג האט מען געליינט די כתובה. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון דעם וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים ראש השנה, חנוכה און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו. עולם התוהו איז נישט נאר נאכדעם וואס מען גייט אוועק פון די וועלט, נאר דאס איז אויך ווילאנג מען לעבט זאל מען נישט לעבן אין עולם התוהו, מען זאל לעבן מיט תכלית, זען צו דאווענען שחרית מנחה מעריב יעדן טאג, לערנען שיעורים כסדרן. און נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן.   מיט דעם האט מען זיך געזעגענט פונעם הערליכן שיינעם יום טוב שבועות, אהיימנעמענדיג אלע שיינע לימודים אויף א גאנץ יאר.  און מיט דעם איז מען ארויס פון הייליגן יום טוב שבועות און אריין אין שבת קודש, וואס איז אויך אריבער גאר ווארעם און געשמאק, אלע תפילות האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אויף האשקי. עס איז געווען גאר ווארימע תפילות, אזוי אויך האט מען געהערט גאר געוואלדיגע דיבורים ביים קידוש און אזוי אויך ביי שלש סעודות. אויך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט שבת אינדערפרי אין וואלט פונעם סידור עת רצון. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבערן פארן קיין ראש השנה צום הייליגן רבי'ן, אז יעדער זאל מאכן התבודדות צו וויסן וויאזוי ער דארף פארן קיין אומאן, דאס יאר וויל ער נישט זאגן אויף וועלכע וועג ער גייט פארן, כדי מען זאל נישט זאגן אז יעדער מוז דווקא פארן אויף דעם וועג, נאר יעדער זאל זען וואס עס קומט אים אויס בעסער, אבער פארשטייט זיך מען זאל זען נישט צו פארן אליין, ווייל כל הדרכים בחזקת סכנה, מען דארף האבן א חבר וואס זאל דערמאנען אז מען דארף זיך היטן די אויגן.   פארשטייט זיך אז די באריכט איז נאר ממש א פינטל פון וואס עס איז אלס געווען, עס איז געווען אסאך מער פון וואס מען האט דא איבערגעגעבן, יעדע ווארט פונעם ראש ישיבה איז דאך אזוי שיין, פון וואס מען קען האבן חיות פארן גאנצן לעבן. עס איז צום האפן אז פון דעם שטיקל באריכט וועט איר קענען ארויסנעמען חיזוק אנצוגיין אין לעבן מיט די הייליגע תורה.   אזוי אויך האבן זיך אנשי שלומינו צוזאם גענומען אין די שולן פון היכל הקודש איבער די גאנצע וועלט, ווי מען האט געלערענט און געדאווענט און געחזרט דעם הייליגן רבינס עצות, און זיך מקבל געווען צו פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות. בפרט האט מען זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם "סדר דרך הלימוד" און "התבודדות" וואס דאס וועט אונז ברענגען צו אלע מדרגות צו וואס א מענטש קען נאר צוקומען בזה העולם.

    < זעה מער יב סיון תשפ"ד 📝
  • חלק ב': הערליכע שבועות אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה

    אינדערפרי איז געקומען א גרויסער עולם פון אלע געגענטער ארום כדי צו מיטהאלטן דעם דערהויבענעם דאווענען, דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צו שחרית, מען האט צוזאמען געזונגען דעם גאר ווארימען אהבה רבה ניגון וואס צוגייט אין די ביינער ווען מען הערט דאס זינגען, מען האט זיך גוט אויסגעבעטן אז מען זאל האבן די זכי' צו לערנען יעדן טאג תורה און דאס מקיים זיין מיטן גאנצן געשמאק אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז. &nbsp; פארן ליינען האט מען געהאט די זכי' צו הערן "אקדמות" פונעם ראש ישיבה, וואס האט אויפגעפלאמט דאס הארץ צום אייבערשטן און צו זיין תורה. פארן ליינען די עשרת הדברות האט דער ראש ישיבה געזאגט מען זאל אריינרופן אלע קינדער כדי זיי זאלן הערן די עשרת הדברות. &nbsp; נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, ווי מען האט געהאט די זכי' צו הערן גאר שיינע חיזוק פונעם ראש ישיבה אויף יום טוב שבועות. מען האט ארויפגערופן אלע אינגלייט, בחורים און קינדער וואס האבן געמאכט סיומים אין די צייט, דער ראש ישיבה האט דערנאך גערעדט איבערן מנהג פון עסן קרעפלעך, וואס מען עסט אין אלע טעג וואס מען "קלאפט", ערב יום הקדוש - קלאפט מען על חטא; הושענה רבה - מען קלאפט מיט די הושענות. און פורים - קלאפט מען ביי המן. אבער שבועות זעט מען נישט מען זאל קלאפן, איז פארוואס עסט מען דעמאלט קרעפלעך? האט דער ראש ישיבה געזאגט, שבועות קלאפט מען דעם יצר הרע, דורכדעם וואס מען איז זיך מקבל צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג - צוליב דעם עסט מען קרעפלעך. &nbsp; נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה פארגעליינט די תנאים געשריבן דורכן צדיק רבי ישראל נאגארא זכר צדיק לברכה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אין היכל הקודש איז דער מנהג צו געבן פשוטע מתנות פאר די חתן און כלה, אזוי אויך יעצט ווען מיר מאכן א חתונה מיט די תורה, דארף מען נישט געבן קיין טייערע מתנות, מען קען זאגן א פרק משניות אן פארשטיין, מען זאגט א דף גמרא כמו שהוא, און דאס איז די שענסטע און בעסטע מתנות וואס דער אייבערשטער דארף. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט פון דעם וואס חז"ל זאגן אז ביי יעדע ווארט וואס דער אייבערשטער האט געזאגט ביי קבלת התורה, זענען די אידן צוריקגעשפרינגען צוועלף מיל, דאס ווייזט אז קודם האט מען א געוואלדיגע עלי', מען ווערט העכער און נענטער צום אייבערשטן, מען שפירט דעם אייבערשטן, אבער נאכדעם דארפסטו זיין גרייט אז דו גייסט שפירן ווי דו פאלסט צוריק, אבער מען טאר זיך נישט פון דעם דערשרעקן, נאר מען דארף אנגיין ווייטער. &nbsp; דערנאך האט מען געדאווענט א פרייליכן מעריב און געגאנגען מאכן די סעודה.

    < זעה מער יא סיון תשפ"ד 📝
  • חלק א: אויסטערלישער שיינע שבועות אריבער אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א

    דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעקומען מאנטאג נאכט ערב יום טוב אין שטעטל. און דינסטאג אינדערפרי אכט אזייגער -&nbsp; נאכן דאווענען מיטן ערשטן מנין זיבן אזייגער - האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף אין וואלד אינטערן שאטן פון די ביימער. ארויסגייענדיג צום וואלד האט דער ראש ישיבה געטראפן א אינגערמאן וואס איז דעמאלט אנגעקומען דאווענען שחרית, האט אים דער ראש ישיבה געזאגט ער זאל זען צו דאווענען מיטן ערשטן מנין, "האסט דאך יעצט געעפענט א נייע ביזנעס, דארפסטו זען צו דאווענען ביים ערשטן מנין". &nbsp; נאכן פארלערנען דעם דף האט דער ראש ישיבה אויסגעטיילט דעם נייעם ספר "אשר היה אל יואל", פאר די אינגעלייט וואס האבן צושטייער געגעבן דאס צו קענען דרוקן. ביים טיילן דעם ספר האט דער ראש ישיבה געפרעגט: ווען איינער קומט צו דיר בעטן עסן, וואלסט אים געגעבן? אוודאי יא, און אויב בעט ער דיר דעם קומענדיג טאג בעטן נאכאמאל עסן, וואלסט אים אויך געגעבן, אבער אויב בעט ער נאכאמאל און נאכאמאל, ביז ווען וואלסטו אים געגעבן? וויפיל קען מען דען געבן? אבער אז מען דרוקט א ספר פון א צדיק, דאס איז א זאך וואס בלייבט אויף "אייביג", און דאס איז די גרעסטע צדקה. וואס שטייט אין דעם ספר? דער ראש ישיבה האט געעפענט דעם ספר און אנגעהויבן צו זאגן א שטיקל וואס מען זעט גלייך דערפון התחזקות אויף למעשה, ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון העלפן דרוקן די ספרים. &nbsp; במשך דעם טאג האט מען זיך געגרייט צום הייליגן יום טוב, אסאך געסט זענען געקומען מיטהאלטן דעם שיינעם יום טוב, וואס דאס איז איינס פון די דריי צייטן וואס מען איז געקומען צום הייליגן רבי'ן. &nbsp; דאס איז טאקע די פלאץ צו באדאנקען די געטרייע הנהלה פון בית התבשיל וואס האט צוגעשטעלט וואסער אויף אסאך פלעצער אין שטעטל, כדי מען זאל זיך קענען דערפרישן בשעת'ן שפאצירן צום שול און צוריק. &nbsp; שבועות ביינאכט האט זיך אנגעהויבן מיט א ווארעמע מנחה פונעם דיין שליט"א, דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער צוליב דעם וואס ער האט געוואלט דאווענען מעריב נאכן זמן רבינו תם, הגם אין מגן אברהם שטייט אז די עיקר איז אז די קידוש זאל זיין נאכן זמן, אבער אין טור ווערט געברענגט אז אויך מעריב זאל זיין נאכן זמן, כדי עס זאל זיין זיבן גאנצע וואכן, אזוי ווי די פסוק זאגט "שבע שבתות תמימות תהיינה". &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז בחייו פון מוהרא"ש זי"ע פלעגט ער איינשטיין אויף יום כיפור אין בארא פארק ביי הרב הצדיק רבי יצחק לעזער שליט"א כדי צו קענען זיין ביי מוהרא"ש זי"ע. אויפן וועג אהיים פון בית המדרש צו די דירה, האט רבי יצחק געשמועסט מיט אים און אים געזאגט א געוואלדיגע ווארט: "ר' יואל יעצט איז שוין די געוואלדיגע טאג יום כיפור וואס מען קען זיך אלעס אויסבעטן, מען דארף נישט ווארטן אויף מארגן ווען מען וועט שוין זיין הונגעריג און מיד, מען קען שוין יעצט אלעס אויסבעטן." האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז דאס קען מען אויך זאגן יעצט שבועות ביינאכט, מען דארף נישט ווארטן אויף נאך די סעודה ווען מען ווערט שוין מיד, מען קען שוין יעצט זיך אויסבעטן אלעס גוטס. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס וואס מען גייט אין מקוה סמוך לעלות, קען מען רעכענען דעם ערשטן עלות השחר, און סמוך מיינט א האלבע שעה פארן עלות. &nbsp; נאכן סעודה איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש זאגן צוזאמען דעם תיקון ליל שבועות אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט מען זאל דאס זאגן, דאס איז די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, און דערנאך די תרי"ג מצות. &nbsp; אינצווישן האט מען געזינגען שיינע אידישע ניגונגים, פאר די תרי"ג מצות האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז מען קוקט גוט זעט מען אז מיר זענען מקיים די אלע מצות וואס מען גייט דא זאגן, און מיר זענען נישט עובר אויף די עבירות וואס שטייט געשריבן, צוליב דעם דארף מען זיין זייער פרייליך. כמעט ביי יעדע מצוה האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט מיט א פרייליכע "שכח אייבערשטער", ווי צו זאגן א דאנק פארן אייבערשטן אז מיר זענען מקיים די מצוה. אזוי אויך האט מען כסדר אפגעשטעלט און געזינגען פרייליכע ניגונים, וואס ברענגט ארויס די שמחה פון זיין א איד. &nbsp; נאכן תיקון האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ, זיך צו פרייען אינאיינעם אז מיר זענען אידישע קינדער, אויסדערוועלט פון אלע פעלקער איבער די וועלט. &nbsp; פאלגט נאך מארגן בעז"ה פאר די ווייטערדיגע באריכט.

    < זעה מער י סיון תשפ"ד 📝
  • קרית ברסלב גרייט זיך מיטצוהאלטן א געהויבענע יום טוב שבועות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    שבועות איז איינע פון די זמנים וואס מען פלעגט פארן צום הייליגן רבי'ן, און אנשי שלומינו ביזן היינטיגן טאג פירן זיך צו קומען דאווענען דעם הייליגן יום טוב אין א ברסלב'ע בית המדרש, ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז שבועות איז נישט כדאי מען זאל פארן קיין אומאן, נאר ראש השנה האט דער רבי געבעטן מען זאל קומען צו אים אויף אומאן, אבער שבועות, חנוכה, זאל מען מקיים זיין דאס וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן דורך קומען דאווענען מיט אנשי שלומינו וואס פאלגן זיינע עצות. &nbsp; אזוי אין די לעצטע עטליכע יאר וועט דער ראש ישיבה שליט"א אויך היי יאר קומען אויף שבועות אין שטעטל, און וויבאלד עס זענען דא גאר אסאך תלמידים וואס ווילן קומען, זענען די חשובע איינוואוינער פון קרית ברסלב פארומען צו איינרישן זייערע הייזער, עס זאל זיין גרייט גענוג בעטן, סעודות, אז אלע געסט זאלן זיך שפירן באקוועם. &nbsp; די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, מען פלאנט אויס וויאזוי דער דער שול זאל קענען אריינעמען די פילע הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקואות זאלן זיין מסודר. די הנהלה פונעם בית התבשיל ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען. &nbsp; אנשי שלומינו קענען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דאס זאגן תיקון ליל שבועות די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע סדרה אינאיינעם, דערנאך א געשמאקע שחרית, מיט אהבה רבה, הלל, אקדמות, די הערליכע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; מען גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב פון קבלת התורה, ווען אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן די צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן אייציגן טאג חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט! &nbsp; עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני

    < זעה מער כט אייר תשפ"ד 📝
  • געכאפט ב"ה די סקעם פון די פוד סטעמפס קארטלעך אין לעמאנעיד סופערמארקעט

    עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אין די נייעס איבער א פרישע סקעם וואס געוויסע חברה האבן געטון אין גראסעריס; זיי האבן ארויפגעלייגט א דעקל אויפן קרעדיט קארט מאשין א שטיקל וואס זעט אויס פונקט ווי די עכטע קרעדיט קארד מאשין, און די נאכגעמאכטע מאשין כאפט אויף ציפערן פון די קארטלעך וואס מען סווייפט דערויף, וואס ווערט דערנאך געשיקט צו זיי ווייערלעס, און אזוי האבן זיי די אינפארמאציע דאס צו נוצן אין אנדערע פלעצער. &nbsp; דער ערשטער דאס צו כאפן איז געווען א אידישע גראסערי אין לעיקוואוד, ווען צוויי גוים זענען געקומען צו באצאלן אפאר קלייניקייטן וואס זיי האבן געקויפט מיט א הונדערטער, איינער האט געגעבן דעם הונדערטער, און דער צווייטער האט אויסגענוצט די געלעגענהייט - בשעת דער קאשירער איז געווען פארונמען מיט געבן רעשט - צו געבן א אין אן אויגנבליק שנעלערהייט א לייג ארויף דעם פלעסטיק שטיקל, דערנאך זענען זיי ארויס פון דארט און ויסעו&hellip; &nbsp; דער אייבערשטער האט אזוי געפירט אז דער ארבייטער האט עפעס אויפגעכאפט און געהאט א געפיל אז עפעס איז דא נישט גוט געווען מיט די צוויי חברה, ער האט געבעטן מען זאל נאכקוקן די קעמרעס העכערן רעכענער, און מ'האט באמערקט וואס ער האט דארט אפגעטון אין דריי סקונדעס, אן דעם וואס איינער זאל עס קענען באמערקן. &nbsp; מ'האט שנעל איבערגעגעבן די אינפארמאציע פאר די פאליציי, זיי זאלן אויפזוכן די חברה, אויך האט מען ארומגעשיקט בילדער פון די גויים פאר אלע אידישע גראסעריס אין אלע שטעט אז זיי זאלן אויך זיין געווארנט איבער דעם. &nbsp; און וואס מיינט עטץ? ביי אונז אין שטעטל האט דאס אויך פאסירט&hellip; ווי פילע איינוואוינער האבן מיטגעהאלטן איז געווען מיט עטליכע חדשים צוריק א גניבה אויף פוד סטעמפס קארטלעך ביי אונז אין שטעטל קרית ברסלב, מ'האט פרובירט צו דערגיין פון וואו דאס קומט אבער אן ערפאלג, מ'האט נישט געקענט דערגיין דעמאלט פון וואו די חברה האבן באקומען די אינפארמאציע. &nbsp; אלע האבן געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל צוריקבאקומען דאס געלט, ווי אויך אז מען זאל כאפן פון וואו די חברה האבן די אינפארמאציע. &nbsp; ברוך השם אז אלע האבן צוריקבאקומען דאס געלט אויפן קארטל, נאכן אריינגעבן פאר די שטאט די סכום וואס מען האט פארלוירן פון זיי. אבער די מעשה האט זיך נישט געענדיגט דא&hellip; נאכן הערן וואס ס'האט פאסירט ביי דעם געשעפט אין לעיקוואוד האט זיך אונזער גראסערי אייגענטומער מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו געכאפט אז ער האט געהאט א זייער ענליכע מעשה ביי אים. &nbsp; איין טאג האט איינער פון די ארבעטערס פארציילט אז ער זעט עפעס אן איבעריגע שטיקל אויפן מאשין, און אז ער האט דאס אראפגענומען, קודם האט ר' משה יחיאל נישט פארשטאנען "פארוואס צוברעכסטו די מאשין&hellip;?", אבער מ'האט געזען אז דאס איז טאקע אן איבעריגע שטיקל, און מען האט עס באזייטיגט, עד כאן וואס האט דאן פאסירט. &nbsp; יעצט האט מען זיך געכאפט, אז זיכער איז דאס געווען די וועג וויאזוי די אלע פוד סטעמפס קארטלעך זענען באשווינדעלט דעמאלטס, מען האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז מ'איז געוואר געווארן פון וואו דאס קומט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען שוין וויסן צו זיין געווארנט אויף אזעלעכע שווינדלערייען. &nbsp;

    < זעה מער יד אייר תשפ"ד 📝
  • הערליכע יום טוב פסח מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגענעם יום טוב פסח האבן די איינוואוינער פון קרית ברסלב געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב. &nbsp; כאטש מען קען נישט ארויסברענגן אין א קורצע באריכט דעם געשמאקן דערהויבענעם יום טוב מעין עולם הבא וואס מען האט בייגעוואוינט, מען האט געשפירט ווי מען איז ארויס פון די אייגענע מצרים. אבער דאך וועט מען פרובירן ארויסצוברענגען אויפן שפיץ גאפל דעם שיינעם יום טוב, און זען וואס מען קען מיטנעמען אויף ווייטער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעפארן עטליכע טעג פאר יום טוב, זיך צו קענען צוגרייטן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און במשך די פאר טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א עוסק געווען אין אסאך קהל'ישע ענינים וואס פעלט אויס פאר'ן שטעטל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אסאך פארברענגט מיט די חשובע בחורים פון ישיבה אין שטעטל, פארגעלערנט שיעורים און זיי געגעבן גאר אסאך הדרכה פארן לעבן אין אלע הינזיכטן. &nbsp; במשך די ערב פסח טעג איז פארטיילט געווארן גאר אסאך עסן פראדוקטן פאר די איינוואוינער, געברענגט דורך דעם "בית התבשיל" אינטער די פירערשאפט פון דעם געטרייען גבאי צדקה מו"ה שלמה יאקאבאוויטש. אזוי אויך איז פארטיילט געווארן קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי געוואנדן אויף די גרויסקייט פון די משפחה. &nbsp; שבת הגדול האט דער ראש ישיבה געדאוונט שחרית אין בית המדרש אויף די ירושלים גאס, צו מחזק זיין די אינגעלייט וואס וואוינען אין דעם געגנט. &nbsp; אין טאג פון בדיקת חמץ איז מען אריבער צום מצה בעקעריי שעפן מים שלנו, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף די חסד אז מען האט אזא רבי וואס מאכן געשמאק די מצות פון יום טוב. אזוי אויך האט מען געדאנקט דעם אייבערשטן אז דאס איז די דריטע יאר וואס די מצה בעקעריי איז אפן און עס גיבט ארויס אזאנע געשמאקע מצות, וואס די ארבעטערס לייגן אריין זייערע תפילות עס זאל ארויסקומען גוט און כשר. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט דאס וואס די גמרא זאגט (פסחים&nbsp; מב ע"א) "א"ר יהודה: אשה לא תלוש אלא במים שלנו, דרשה רב מתנה בפפוניא, למחר אתו כולי עלמא חצבייהו ואתו לגביה". רב מתנא האט געזאגט אז מען דארף האבן "מים שלנו" פאר די מצות, צומארגנס האבן אלע געברענגט זייער וואסער צו רב מתנא. האט רב מתנא זיי אויפגעקלערט אז עס האט דאס נישט געמיינט צו זאגן, נאר ער האט געזאגט אז עס דארף זיין "גענעכטיגטע" וואסער. מוהרא"ש האט געפרעגט, וואס וויל די גמרא ארויסברענגען מיט די מעשה? נאר דאס איז צו ארויסברענגן ווי שטארק זיי האבן געהאט אמונת חכמים, אז זייער רבי האט געזאגט א ווארט האבן זיי נישט געפרעגט קיין שאלות, נאר גלייך געפאלגט, אפילו עס האט אויסגעזען אינטערעסאנט. &nbsp; ערב פסח נאכמיטאג איז מען צוריק צום מצה בעקעריי, גלייך ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן די מצות מיט גרויס שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט הלל מיט א געשמאק און פרייליכקייט, גאר אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען ארויסהעלפן דאס באקן מצות. &nbsp; במשך די טעג פון יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אין בית המדרש אויף די האשקי גאס, און צוגעגאנגען צום עמוד ביינאכט און דערנאך אינדערפרי ביי שחרית, ווי באקאנט איז א דאווענען פונעם ראש ישיבה פיל מיט הארץ און געפיל, עס עפענט דאס הארץ צום אייבערשטן, עס עפנט די מויל צו רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן וואס עס דרוקט.&nbsp; &nbsp; די ערשטע נאכט פאר מנחה האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם הייליגן בריוו פון רבי שמשון אסטראפאליא זי"ע וואס דאס איז א סגולה אז מען זאל נישט האבן קיין שלעכטס במשך דעם גאנצן יאר. אויך איז מרומז אינעם בריוו די סוד פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; במשך די חול המועד טעג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט אינדערפרי דעם שיעור גמרא אין וואלד אין "גן עדן התחתון" הונטערן בית המדרש, עס האט געשפירט זייער געשמאק צו זיין ביים שיעור אום חול המועד, און לערנען א דף גמרא אינטערן הימל מיט א געשמאקן לופטל. דערנאך האט מען געדאוונט אין "היכל ראזענבערג" און געזינגען הלל דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף די נס אז מיר ווייסן פון אזא גרויסע רבי. &nbsp; דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור וואס איז געווען צוזאמען מיט א סיום הש"ס פון הבחור יוסף ב"ר שמחה סאלז הי"ו, ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון א בחור'ל וואס ניצט אויס די פרייע צייט צו לערנען בלעטער גמרא, און אפילו עס נעמט לאנגע יארן קומט מען אבער אן צום סוף. די עיקר איז צו האבן דעם ווילן צו ענדיגן ש"ס, און אז מען וויל קומט מען אן צו דעם. מען קען הערן דעם גאנצן הערליכן שיעור אויף "קול ברסלב".&nbsp; &nbsp; נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה גערעדט צו א קבוצה בחורים פון "ישיבת סאוט פאלסבורג", וואס זענען געקומען הערן חיזוק, דער ראש ישיבה האט געשמועסט מיט זיי וואס "ברסלב" איז, און אז דער הייליגער רבי האט זייער אויסגערימט די עקשנות פון די ליטווישע אידן. &nbsp; שבת חול המועד ביינאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט ביים בית המדרש אשר בנחל כדי צו מחזק זיין די מתפללים פון דעם שול. &nbsp; שבת אינדערפרי האט דער רעדאקטער פונעם בלעטל הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א געהאט א שמועס מיטן ראש ישיבה וואס האט אנגעוויזן מען זאל לייגן א שטארקע דגוש אויף די קינדער אפטיילונג, ווייל די קינדער איז די עיקר ווי מען דארף זיך פארלייגן אז זיי זאלן ווערן אנגעפילט מיט אמונה, און אז זיי זאלן נישט דארפן ליינען אנדערע פיסטע זאכן וואס ברענגט נישט גארנישט אויף למעשה, נאר פארדרייט סתם די קאפ. &nbsp; שביעי של פסח אויפדערנאכט איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש אשר בנחל צו זינגען צוזאמען שירה און דאנקען דעם אייבערשטן אז מען האט א רבי וואס נעמט אונז ארויס פון מצרים, און ברענגט אונז אריין דעם פה-סח אז מיר זאלן שמועסן מיטן אייבערשטן אין יעדן מצב. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארטיילט גרעיפ דזשוס פאר יעדן באזונדער, און נאכן זינגען פאר א שטיק צייט האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער די גרויסקייט פון שביעי של פסח, אז דאס איז מסוגל פאר שידוכים און פרנסה וואס איז קשה כקריעת ים סוף. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון חתונה מאכן די קינדער אינגערהייט, כדי זיי צו ראטעווען בעוד מועד. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די שיינקייט וואס מען זעט אין שטעטל, "פופצן איינוואוינער האבן אריינגענומען די עלטערן אויף יום טוב פסח ביי זיך אינדערהיים וואס דאס איז די שענסטע זאך וואס קען נאר זיין אז מען איז מכבד עלטערן. און דאס זעט מען גאר שטארק אין היכל הקודש אז מען האלט טייער די עלטערן אויף א שטארקע פארנעם." &nbsp; אחרון של פסח נאכמיטאג איז מען זיך צאמגעקומען צו משיח'ס סעודה ווי דער ראש ישיבה האט פארציילט די מעשה פון הייליגן בעל שם טוב וויאזוי ער איז געווארן געראטעוועט אפאר מאל בשעת ער איז געפארן צו ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיטן הייליגן אור החיים הקדוש צו ברענגען די גאולה שלימה, אבער עס איז נאכנישט געווען די צייט און ער האט זיך געדארפט צוריקדרייען אהיים. &nbsp; בשעת'ן זיין פארכאפט ביי די רויבערס אויף א אינזל האט ער נאר געדענקט די אלף בית, און דאס האט ער גע'חזר'ט, וואס דאס ווייזט אונז א וועג אז ווען מען ווייסט נישט וואס צו בעטן, הייבט מען מיט די אלף בית און אזוי קומט שוין אריין געדאנקען וואס צו בעטן דעם אייבערשטן. למשל א' איז "אמונה", ביי ב' האט דער ראש ישיבה געזאגט קען מען זאגן איז "בויך" באשעפער העלף איך זאל פארלירן וואג, איך בין זייער איבערוואגיג. אזוי בעט מען מיטן אן אמת אלעס וואס ליגט אויפן הארץ. &nbsp; עס איז געווען גאר א הערליכער און דערהויבענער יום טוב פסח, און די אלע חיזוק דרשות און ווארימע תפילות וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. &nbsp; לשנה הבא בירושלים

    < זעה מער א אייר תשפ"ד 📝
  • גאר סוקסעספולע קמחא דפסחא חלוקות דורך די הילף פון די עסקנים פון רבי ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג

    שטייענדיג יעצט אייניגע טעג נאך דעם געהויבענעם זיסן יום טוב פסח, ווען מיר האבן אויסגענוצט די הייליגע טעג זיך אנציפולן מיט אמונה אויף א גאנץ יאר, איז די פאסיגע צייט ארויסצוהייבן די געוואלדיגע פעולות פון די געטרייע עסקנים פונעם וואויל באקאנטן ארגאניזאציע "רבי ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג" וואס געבן זיך אוועק מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, און מיט גרויס סעייתא דשמיא שטייען זיי צו הילף פאר הונדערטער משפחות אין פילע היימישע געגענטער, און טוען כל מה שביכלתם מיט מסירת נפש אז אידישע קינדער זאלן האבן אויף פסח, און א גאנץ יאר לשובע ולא לרזון, פאר די גאנצע משפחה. &nbsp; אזוי אויך שטייען זיי צוהילף פאר אונזער הייליגע קהלה היכל הקודש במשך דעם גאנצן יאר, ווען די געטרייע עסקנים יום ולילה לא ישבותו, און העלפן דעם בית התבשיל היכל הקודש מיט'ן געטרייען גבאי הר"ר שלמה יאקאבאוויטש, ער זאל קענען ברענגען פילע גאר רייכע חלוקות מכל טוב וטוב. &nbsp; בפרט יעצט פאר דעם יום טוב פסח, האבן די עסקנים הר"ר שמעון ישראל פאזען שליט"א, הר"ר יואל בראך שליט"א, הר"ר חיים יודל שווארטץ שליט"א פון רבי ישעיה'לעס קאך פון וויליאסבורג, צוזאמען געארבעט מיט בית התבשיל היכל הקודש מען זאל קענען ברענגען גאר ברייטע און ווערטפולע חלוקות מיט א ברייטע האנט לכל דכפין. מען האט צוגעשטעלט מיט הרחבה ריזיגע חלוקות פון פרישע פיש, פלייש, פרוכט, גרינצייג, גרעיפ דזשוס און וואס נישט, מיט וואס פילע פון אנשי שלומינו האבן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף געקענט אריינברענגען דעם יום טוב מיט א פרייליך הארץ. &nbsp; מען רעדט פון חלוקות אין ווערט פון שווערע צענדליגע טויזנעטער דאלער, וואס די עסקנים מיט זייער גוט הארץ האבן נישט געזשאלעוועט קיין צייט, טירחה און כחות, נאר כדי צו העלפן אידישע קינדער, און גיין אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן אונז געלערנט די גרויסע נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט ווען אידישע קינדער טוען חסד איינע מיטן צווייטן. &nbsp; יעצט ווען מען שטייט אין די וואך פון די יארצייט פונעם גרויסן צדיק נאך וועם דער הייליגער ארגאניזאציע הייסט, זאל דער אויבערשטער העלפן אז די זכות פון דעם הייליגן צדיק רבי ישעי' בן רבי משה פון קערעסטיר זאל מגין זיין פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די אלע הייליגע פעולות, און בפרט פאר די אויבנדערמאנטע עסקנים וואס זענען געשטאנען בראש, אז עס זאל זיי קיינמאל גארנישט פעלן, אך טוב וחסד ירדפיהם כל ימי חייהם, זיי זאלן זוכה זיין צו דעם ושבתי בבית ה' לאורך ימים. &nbsp; מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ

    < זעה מער כז ניסן תשפ"ד 📝
  • פילע פעולות פונעם בית התבשיל ברסלב צו שטיצן און העלפן אנשי שלומינו

    דער בית התבשיל אנגעפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו האט גענומען אויף זיך א ציל אז די משפחות פון אנשי שלומינו זאלן האבן פון אלעם גוטן א גאנץ יאר און בפרט אויף יום טוב פסח. דערפאר פיבערן די עסקנים אין די טעג מיט פולע גרויסצוגע פראיעקטן וואס יעדעס איינס איז כדאי לעצמו, און העלפט ארויס פילע קינדער געבענטשטע משפחות און בני תורה אריינצוברענגען דעם יום טוב מיט הרחבת הדעת &nbsp; די ערשטע פראיעקט איז די קמחא דפסחא וואס דער בית התבשיל האט געמאכט א שותפות מיט הרב אברהם לויפער שליט"א פון וויליאמסבורג, ער זאל צושטעלן קעיסעס פון גרעיפ דזושס, אייער, צוויבל, עפל, קארטאפל, פלייש, פיש, וויין און נאך לכבוד יום טוב. די קמחא דפסחא ווערט באצאלט האלב דורך הרב לויפער שליט"א, און&nbsp; פופציג פראצענט ווערט באצאלט דורכן בית התבשיל, דאס האט געקאסט פארן בית התבשיל דרייסיג טויזענט דאלער. &nbsp; די צווייטע און גרעסטע פראיעקט פונעם בית התבשיל אויף יום טוב פסח איז פשוט "קעש אין גראסערי", וואס מען האט פארבעסערט פון פאריאר, ווען מען האט געטיילט קיופאנס וואס דאס קען מען נאר נוצן איין מאל, דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל היי יאר טיילן קארטלעך וואס האבן דערויף דאס געלט אזוי ווי א דעביט קארד. דאס קען מען נוצן אינעם לעמאנעיד גראסערי ביז צוויי טעג נאך פסח וויפיל מאל מען וויל. דער ראש ישיבה פילט אן די קארטלעך מיט א שיינעם סכום לויט די צאל נפשות פון די משפחות. דאס האט געקאסט פארן בית התבשיל פינף און זיבעציג טויזענט דאלער. &nbsp; די דריטע אקציע דורך בית התבשיל איז די בשותפות מיט ר' ליפא שווארץ און ר' חיים יודל שווארץ, דאס קומען אלע נעמען אפילו די וואס באקומען נישט פון קמחא דפסחא. עס איז געווען דארט פלייש, גרעיפ דזשוס, אייער, צוויבל, קארטאפל, עפל, סוויט פאטעיטע, און נאך פון וואס אלע האבן זיך מחי' געווען. &nbsp; א פרישע זאך האט די בית התבשיל גענומען אויף זיך היי יאר, מען האט צוגעשטלעט א הערליכע קאטאלאג פון פילע קיטשען אפלייענסעס און געשיר פאר פרייזן ביליגער פון האלסעיל. מען האט געדארפט באצאלן און באשטעלן פון פאראויס. אין דעם איז אריינגעגאנגען גאר אסאך קאפ און מח. און האט געשפארט טויזנטער דאלער פאר אנשי שלומינו. &nbsp; מיט דעם איז מען נאך נישט פארטיג. נענטער צו יום טוב וועט ווערן צוגעשטעלט נאך עטליכע חלוקות דורך ר' ר' ליפא שווארץ, ר' חיים יודל שווארץ און ר' ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג, און דארט וועט געטיילט ווערן נאך פילע גאר נוצבארע פראדוקטן פאר פסח, מיט ציל אריינצוברענגען א שמחת יום טוב און הרחבת הדעת אין שטובער פון אידישע קינדער. &nbsp; בסך הכל איז די בודזשעט פון די פסח פראיעקטן פון בית התבשיל איבער $150,000. מען בעט אלע פון אנשי שלומינו זאלן זיך אנרופן ווארעם און מחזק זיין די גבאים.&nbsp; &nbsp; דרוקט דא צו קויפן א זכות פון די סעודת יום טוב פאר $180 זכות ליל הסדר פאר $360 און א גאסט אויף גאנץ יום טוב פאר $1800. אין דעם זכות זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן. &nbsp; כל דכפין ייתי וייכול

    < זעה מער ג ניסן תשפ"ד 📝
  • קביעות מזוזה ביים נייעם הצלה גאראדזש אין שטעטל

    גאר א שיינע קביעות מזוזה צוזאמען מיט א מסיבות לחיים איז פארגעקומען ביים נייעם הצלה גאראדזש אין קרית ברסלב ליבערטי, פארגאנגענעם דאנערשטאג צו, בראש פונעם ראש ישיבה שליט&rdquo;א אינעם דיין שליט&rdquo;א. &nbsp; שוין א לאנגע צייט וואס עס האט אויסגפעלט צו האבן א גאראדזש פאר די הצלה אינעם שטעטל, און יעצט האט דער חשובער הצלה וואלונטיר מו"ה אברהם יושע וועבערמאן היו געמאלדן זיין גרייטקייט אוועקצוגעבן זיין גאראדזש וואס ער פארמאגט אויפן רוט 52, א צוגעפאסטע פלאץ פון וואו מען קען שנעל צוקומען צום גאנצן שטעטל. &nbsp; מען האט ברוך השם שיין אהערגעשטעלט דעם גאראדזש, עס זאל זיין פאסיג פארן באנוץ, און צום באנייאונג זענען געקומען אלע חשובע הצלה מעמבערס פון שטעטל, ובראשם מו&rdquo;ה יודל פייג הי&rdquo;ו וואס פירט אן חברה הצלה ד&rsquo;קעטסקילס, צו פראווען א לחיים צו דער געלעגענהייט. &nbsp; צוערשט האט דער ראש ישיבה געקלאפט א מזוזה, דערנאך האט מו&rdquo;ה יודל פייג הי&rdquo;ו ארויפגעלייגט א מזוזה, אויך האט דער דיין שליט&rdquo;א ארויפגעלייגט א מזוזה. &nbsp; ביים לחיים האט דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א גערעדט אפאר ווערטער, דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן בכבוד האכסניא - דער געטרייער הצלה וואלונטיר מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן וואס האט אוועקגעגעבן זיין פלאץ כדי צו קענען אוועקשטעלן די הצלה גאראדזש. באזונדער האט זיך דער ראש ישיבה שטארק באדאנקט דעם קאארדינעיטער מו&rdquo;ה יודל פייג הי&rdquo;ו ארויסברענגענדיג אז ווילאנג מען דארף נישט אנקומען צו חברה הצלה קוקט מען זיי אן ווי זיי דארפן נאר לייטס און סיירינס, מען כאפט נישט אז זיי שטייען אויף און לויפן באמת אינמיטן די נאכט העלפן א צווייטן איד. אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט וואס ר&rsquo; יודל האט אים פערזענליך געזאגט אז ער איז גאר שטארק צופרידן די פון די ברסלב&rsquo;ע מעמבערס, זיי זענען אינגעלייגט מיט שכל, בעלי דעת, זיי ווייסן וואס יא צו רעדן און וואס נישט צו רעדן, זיי ווייסן וויאזוי זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ. מוהרא&rdquo;ש פלעגט זאגן ס&rsquo;איז דא דיינים, ראשי ישיבות, כולל אינגעלייט, מלמדים, אלעס איז זייער וויכטיג, אבער משיח וועט קומען אין זכות פון הצלה, מען דארף אלעס האבן, אבער איינער וואס לויפט ארויס ראטעווען א צווייטן איד דאס די גרעסטע זאך, אין זכות פון חסד וועט משיח קומען. &nbsp; מו&rdquo;ה יודל פייג הי&rdquo;ו האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער ארויסברענגענדיג ווי שטארק עס וועט ארויסהעלפן דאס אז ס&rsquo;איז דא א הצלה גאראדזש נענטער צום שטעטל, וואס יעדע מינוט נענטער מאכט עס כדי צו קענען ראטעווען אידישע לעבנס. אויך האט ער ארויסגעברענגט לשבח פונעם בית המדרש אין שטעטל, וואס מען זעט אינגעלייט פירן זיך אויף אזוי דרך ארץ&rsquo;דיג, מען דאווענט און מען לערנט, ובפרט האט ער ארויסגעברענגט לשבח פונעם מנין שחרית דורכן דיין שליט&rdquo;א וואס איז גאר א געשמאקער דאווענען, קיינער רעדט נישט ביים דאווענען. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל דאס נאר דארפן ניצן אויף שמחות. &nbsp; אין זכות פון חסד וועט מען ארויסגיין פון גלות.

    < זעה מער כד אדר ב' תשפ"ד 📝
  • נייע ספר תורה ווערט געשריבן דורך אנשי שלומינו

    אלע אנשי האבן געהערט ביים יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט "איך האב אויפגענומען לייבי פון קרן הדפסה, צוזאם נעמען שרייבן א ספר תורה לזכות דעם הייליגן רבין, און דער ספר תורה וועט זיין מוקדש אויף צו נעמען אויף ראש השנה קיין אומאן, אביסל א קלענערע ספר תורה, מען דארף פארן אונטערוועגנס און עס איז נישט גרינג צו שלעפן די גרויסע ספרי תורה, א גאנץ יאר וועט מען ליינען דערין, ב"ה עס עפענען זיך נאך שולן און נאך שולן," אנשי שלומינו האבן עס אויפגענומען מיט גרויס פרייד. מען הערט אז מען גרייט זיך צו שרייבן א פרישע ספר תורה און מען וועט קענען האבן די זכי' צו נעמען א חלק אין דעם ספר וואס וועט זיין לזכות פונעם הייליגן רבין רבינו נחמן בן פיגא זי"ע. &nbsp; אנשי שלומינו שפירן פאר א געוואלדיגע זכי' צו געבן פאר א ספר תורה, מען שפירט א קשר צו די הייליגע תורה, אנשי שלומינו לאזן נישט אויס א טאג וואס מען לערנט נישט כאטש עטליכע פסוקים פון די הייליגע תורה, מען איז מעביר סדרה זונטאג ביז שני מאנטאג ביז שלישי. מען מאכט התבודדות יעדן טאג, די ערשטע זאך דאנקט מען דעם אויבערשטן און מען זאגט דעם אויבערשטן אז מיר פארגעסן נישט ווער עס האט מיך מזכה געווען צו ווערן צוגעבינדן צו די תורה, אזוי ווייט אז מען קען מיך נישט אפרייסן דערפון. מען שפירט א הכרת הטוב צום הייליגן רבין וואס מיר לערענען זיינע עצות אין זיינע ספרים. &nbsp; אין די נאנטע תקופה וועט מען בעז"ה לאזן וויסן מער פרטים איבער קויפן זכותים אינעם ספר תורה, אזוי אויך איבער די מעמדי כתיבת ספר תורה וואס וועט בעז"ה פארקומען.

    < זעה מער כג אדר א' תשפ"ד 📝
  • נייע הצלה גאראדזש אין שטעטל

    שוין א לאנגערע צייט וואס מען זוכט מטעם הצלה א ריכטיגע פלאץ וואו צו האלטן די הצלה "באס" (אזוי רופט מען די הצלה טראק אין די "הצלה שפראך") אינעם שטעטל, על כל צרה שלא תבוא, אבער עס איז דערווייל געווען אן ערפאלג. &nbsp; ביז איינע פון די חשובע הצלה וואלונטירן אין שטעטל מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן הי&rdquo;ו איז אנטקעגן געקומען מיט א פלאן אז ער איז גרייט אוועקצוגעבן זיין פלאץ אויפן רוט 52 וואס קומט אויס פונקט אינמיטן ביידע געגענטער פונעם שטעטל. &nbsp; נאכן עס איבעררעדן מיטן ראש ישיבה שליט&rdquo;א און נאכדעם וואס די פירער פון חברה הצלה זענען געקומען קוקן דעם פלאץ איז עס באשטעטיגט געווארן אלס געאייגענט פאר דעם צוועק. ברוך השם אז מען האלט שוין דא אז דאס איז שוין געווארן הערליכע אהערגעשטעלט מיט צוויי פארקינגס, איין "באס" וועט שטענדיג זיין גרייט, האפענטליך נאר אויף שמחות, און דער צווייטער וועט דינען אלס א בעקאפ ווען די ערשטע דארף דורכגיין מעינטענענס. &nbsp; דער ציבור שפירט א געוואלדיגע הכרות הטוב פארן אלעמען באליבטן הצלה וואלונטיר מו&rdquo;ה אברהם יושע נרו יאיר, וואס אויסער דעם וואס ער לויפט כסדר אויף קאלס, האט ער אוועקגעגעבן זיין אייגענע פלאץ פארן ציבור, און אזוי אויך טוען מיר זיך באדאנקען פאר אלע חשובע וואלונטירן און זייערע בני בית וואס ווען נאר עס קומט אריין א קאל, לאזן זיי אלעס איבער, און לויפן העלפן א צווייטן איד סיי ווען 24 שעה א טאג. &nbsp; ואחרון חביב פאר די חשובע הצלה ארגאניזאציע וואס שטייט צו הילף פארן שטעטל מיט אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן פון אלעם גוטס. &nbsp; מוהרא&rdquo;ש זי&rdquo;ע פלעגט שטענדיג זאגן אז אין די זכות פון די חשובע וואלונטירן וועט משיח קומען, ווייל די גרעסטע זאך איז טון חסד. &nbsp; כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא! &nbsp;

    < זעה מער יג אדר א' תשפ"ד 📝
  • גרויסע אויספארקויף אינעם השבת אבדה שטיבל אין שטעטל

    אין שטעטל גייט אן א וויכטיגע ארגאניזאציע וואס ווערט געפירט דורך די חשובע משפחות טייטלבוים, די "השבת אבידה שטיבל" וואס שטעטל צו די סערוויס פון זיך אפגעבן מיט די גרויסע מצוה פון השבת אבידה אויפן שענסטן פארנעם, סיי ווער עס טרעפט עפעס אין שטעטל ווייסט מען אז עס איז דא אן אדרעס ווי מען וועט זיך אפגעבן דערמיט, אזוי אויך ווער עס פארלירט עפעס, בעט מען דעם אויבערשטן און מען גייט אריבער צום השבת אבידה שטיבל ווי מען וועט עס בעז"ה טרעפן. &nbsp; אבער במשך די צייט זאמלען זיך אן גאר אסאך זאכן וואס קיינער קומט נישט זוכן, און עס איז נישט מעגליך אנצוגיין אזוי, האט מען בהוראת פונעם דיין שליט"א איינגעפירט צו מאכן אן אויספארקויף יעדע עטליכע חדשים אויף די זאכן וואס ליגן שוין אינעם שטיבל פאר א לאנגע תקופה, די זאכן וועלן פארקויפט ווערן פאר צוויי דריי דאלער וואס וועט גיין אויסצוהאלטן דעם שטיבל, מען זאל ווייטער קענען אנהאטלן דעם וויכטיגן סערוויס פאר די שטעטל. &nbsp; יעצט וועט פארקומען די ערשטע גרויסע אויספארקויף פון זאכן וואס ליגן שוין לאנג, עס וועט פארקומען די וואך פון מארגן מיטוואך ביז ערב שבת קודש, ווי מען וועט טרעפן א גאר גרויסע אויסוואל פון גוטע קוואליטעט זאכן, בעיקר זענען דארט מלבושים ווי רעקלעך, מאנטלען, האנטוכער, רעגן מאנטלען, מעיל, שאלן, טלתים, העמעדער, וועש, שירעמס, ריפלעקטארס און נאך פילע זאכן. מען וועט קענען ארויסגיין פון דארט מיט גאר גרויסע מציאות, גוטע קוואליטעט זאכן פאר פרוטות. &nbsp; די אדרעס פונעם השבת אבידה שטיבל סיי א גאנץ יאר צו איבערגעבן געטראפענע זאכן, און אויך אויפצוזוכן פארלוירענע זאכן, און יעצט צום אויספארקויף איז אין שטוב פון מו"ה שמשון הערש טייטלבוים הי"ו, אויף 121 טווין ברידזש רד. - פאר סיי וועלכע פראגע בנוגע דעם השבת אבידה שטיבל קען מען אלץ רופן 845-243-0604. &nbsp; 📰 די גרינדונג פונעם השבת אבידה שטיבל

    < זעה מער יא אדר א' תשפ"ד 📝
  • פערמענאנטע מקוה ווערט געבויעט אינעם נייעם געגענט אין שטעטל

    כמעט יעדע אינגערמאן נאך די חתונה האט חלומות פון קויפן א הויז. ער טראכט און פלאנירט, ער וועט ארבעטן ווערן די מענעדזשער, זיך איבערארבעטן, זיין ווייב וועט ארבעטן, מען וועט סעיוון געלט, מען וועט בארגן, אריינטאנצן און זיך קויפן א הייזקע, מען וועט האבן א דאך איבער'ן קאפ. פילע אינגעלייט זעען זיך צען יאר נאך די חתונה - אין בעסטן פאל עס איז זיי שוין יא געלונגען צו קויפן א הויז - מיט מארגעזשעס וואס מען קען נישט דערהייבן. כאטש מען ארבעט פון פארטאגס ביז שפעט ביינאכט, מען האט אויך א זונטאג דזשאב, און די ווייב ארבעט אויך, קען מען נישט דערהייבן די הוצאות. וואס צום ערשט פאלט עס אויף די קינדער, די קינדער זעען נישט דעם טאטן משבת לשבת, און אפילו דאן שלאפט ער גלייך איין ביי די סעודה. און אפילו די מאמע איז נישט צום האבן, זי דארף ארויסלויפן צו איר דזשאב, און קוים וואס זי קען קעיר נעמען פון אירע קינדער, און בכלל ווי קען מען דאווענען, לערנען, האבן שלום בית, מחנך זיין קינדער ווען מען האט חובות אויפן קאפ? &nbsp; דערפאר לייגט דער ראש ישיבה א גרויסע דגוש אינעם שטעטל אז די פרייזן זאלן בלייבן עפארדעבל. איינע פון די זאכן וואס מען טוט דערפאר איז אז מען צושפרייט זיך, אויב נישט יעדער מוז גיין אין די זעלבע ד' אמות קען מען זיך צושפרייטן אויף ריזיגע מיילן, און די פרייזן בלייבן סטאביל, צוליב וואס די מארקעט ווערט נישט איבערגעשטרענגט. &nbsp; אין די לעצטע צייט האבן זיך פילע אנשי שלומינו געקויפט דירות אין א פרישע געגענט נישט ווייט פונעם תלמוד תורה געביידע פאר גינסטיגע פרייזן, און היינט וואוינען שוין דארט א שיינע צאל משפחות.&nbsp; &nbsp; אינעם נייעם געגענט האט מען תיכף געעפענט א בית המדרש לתורה ולתפלה, א בית המדרש וואס איז דער צענטער פונקט פונעם געגענט, ווי אלע שעפן חיות עצות און חיזוק. דער געטרייער גבאי מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו פון די חשובע איינוואוינער פירט דעם בית המדרש געניט, מאכט זיכער אז אלע געברויכן ווערן צוגעשטעלט, אזוי אויך זענען זיך אלע מחי' מיט זיינע פערל ווערטער ביי די שיעורים אין בית המדרש, ווי סיפורי מעשיות שבת אינדערפרי, און דברי תורה ביי שלש סעודות. &nbsp; מען האט זיך אבער צוערשט געמוזט באגיין מיט א פראוויזארישע מקוה, דער ראש ישיבה אבער האט געבעטן מען דארף בויען א דויערהאפטיגע פערמענאנטע מהודר'דיגע מקוה. ברוך השם אין די לעצטע וואכן האט מען שוין געגאסן די בור, און אין די יעצטיגע טעג האט מען שוין אנגעהויבן לייגן די טיילס אינעם בור המקוה. וואס מען האפט אין די נאנטע טעג צו פארענדיגן לשביעת רצון פון אלע מתפללים. &nbsp; מה מקוה מטהר, אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל

    < זעה מער ה אדר א' תשפ"ד 📝
  • סאליוואן באסעס גרינדן נייע באס רוט ספעציעל פארן שטעטל

    כאטש דער ראש ישיבה שליט"א האט גלייך ביים אנהייב פונעם גרונדן דעם שטעטל געזארגט אהערצושטעלן דעם שאטל פאר די איינוואוינער, כדי מען זאל קענען גרינג אנקומען וואו מען דארף. איז די טראנספארטאציע פאר די חשובע פרויען וואס ווילן אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן נאך אלץ גאנץ שווער. &nbsp; דער געטרייער חבר הנהלה מו&rdquo;ה מנחם שטיינבערג הי&rdquo;ו האט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות אין דעם, סיי מיטן זוכן די פאסיגע שאטל, און דערנאך ווען מען האט שוין געדארפט האבן נאך א שאטל האט ער אויך געזען מען זאל טרעפן דעם ריכטיגן שאטל, און סיי מיטן אהערשטעלן די וועג וויאזוי און וואו די שאטל זאל ארומפארן כדי עס זאל זיין די בעסטע פאר אלע איינוואוינער. היינט איז דאס אהערגעשטעלט אז מען לאזט וויסן מרת כ&rdquo;ץ וואו און ווען מען וויל פארן און זי לאזט וויסן אויב דאס איז מסודר. &nbsp; אין די זעלבע צייט האט מען נאך ווייטער געארבעט צו זען וויאזוי מען קען מאכן בעסער און שענער דאס אנקומען צו אלע פלעצער אין און ארום די שטעטל. אין איינע פון די טעג איז מען ברוך השם אויפגעקומען מיט א געדאנק אז מען קען אפשר אנהייבן נוצן "מאוו סאליוואן" וואס איז די באס סערוויס וואס די קאונטי פירט אן. מען האט זיך פארבינדן מיט זיי צו זען אויב זיי קענען אנהייבן צו פארן אין די גאסן פון שטעטל, כדי די איינוואוינער זאלן קענען געניסן פון די סערוויס. &nbsp; ווי די סדר ביי די שטאטישע אפיסעס נעמט אלעס אסאך צייט, אבער נאך אסאך תפילות קען מען שוין מעלדן די גוטע בשורה אז זיי זענען גרייט צו צולייגן נאך רוטס און באסעס אויסגעשטעלט ספעציעל פאר די שטעטל. עס איז ב"ה אויסגעארבעט געווארן א פונקטליכע מאפע פון גאסן און סטאפס וואו זיי גייען פארן אויפנעמען און אראפלייגן פאסאנדזשירן. &nbsp; ווי עס הייסט יעצט וועט אריינגיין אין קראפט קומענדיגן חודש, פאר מער פונקטליכע דעטאלן און אזוי אויך ווען עס גייט זיין מער נייעס איבער דעם וועט מען עס לאזן וויסן אם ירצה השם. &nbsp; דער יעצטיגע שאטל וועט אם ירצה השם ווייטער אנהאלטן און וועט ארומצופירן בעז"ה אלעמען, אבער נאר די קאונטי באסעס וועלן צולייגן נאך גוטע אפציעס און גרינגער מאכן אנצוקומען וואו מען דארף. &nbsp; ביי דעם געלעגענהייט ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די חשובע הנהלה וואס דער ראש ישיבה האט געשטעלט, וואס לייגן אריין כוחות אין יעדן פרט אינעם שטעטל, אז עס זאל זיין דאס בעסטע פאר אלע חשובע איינוואוינער, ובפרט קומט זיך א דאנק פאר מו&rdquo;ה מנחם שטיינבערג הי&rdquo;ו וואס האט געארבעט דערויף גאר לאנג און אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות עס זאל צושטאנד קומען, דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטן. &nbsp;

    < זעה מער ד אדר א' תשפ"ד 📝
  • שאלות ותשובות פאנעל פון די חשובע כולל אינגעלייט מיט די געטרייע הצלה וואלענטירן

    אין א ערשטמאליגע דערגרייכונג, איז פארגעקומען א גאר וויכטיגע שאלות ותשובות פאנעל, ביים בית הוראה שטיבל אין שטעטל וואו מען איז אדורכגעגאנגען גאר וויכטיגע נושאים וואס איז נוגע פאר די הצלה וואלענטירן וואס לויפן אויף הצלה רופן אין שבת קודש. &nbsp; דער פאנעל איז פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג ויחי, מען האט זיך צאמגעזעצט די חשובע אברכי הכולל, צוזאמען מיט די געטרייע הצלה וואלענטירן פון שטעטל, ווי אויך האט מען געהאט די זכי&rsquo; אז דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען צו פארן פאר דעם צוועק כדי דאס צו קענען מיטהאלטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשטעלט איינע פון די חשובע אינגעלייט פון כולל מו&rdquo;ה הערשל בוים הי&rdquo;ו זאל פארלייגן די שאלות וואס מען וויל דורכרעדן, און אזוי איז מען דורכגעגאנגען פאר דריי שעה גאר אסאך וויכטיגע שאלות. &nbsp; ר&rsquo; הערשל האט פארגעשטעלט די שאלה פאר די הצלה וואלענטירן און די וואלענטירן האבן אויסגעשמועסט די פראקטיק דערפון, און אזוי אויך האבן זיי געוויזן די מאשינען מיט וואס מען באנוצט זיך אפט על כל צרה שלא תבא. &nbsp; נאכן דורכגיין א גרויסע ליסטע פון הלכות איז מען ברוך השם ארויסגעקומען זייער קלאר וויאזוי מען האט זיך צו פירן. געוויסע שאלות האט דער ראש ישיבה געזאגט פארן דיין שליט&rdquo;א זאל דאס אדורכגיין, און דערנאך שרייבן אויף דעם א תשובה וויאזוי מען דארף זיך צו פירן ביי דעם פאל. &nbsp; שפעטער האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט: &ldquo;עס איז מיר געווען א פארגענוגן צו זען ווי די כולל אינגעלייט מיטן דיין שליט&rdquo;א זענען אזוי קלאר אין די הלכות אויף למעשה, און אויך די אינגעלייט וואס זענען הצלה וואלענטירן זענען אויך אויסגעקאכט אין די הלכות נישט צו נכשל ווערן אין חילול שבת&rdquo;. &nbsp; אזוי אויך האט דער ראש ישיבה זיך אויסגעדריקט &ldquo;דער כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן, און דער ראש הכולל, דער דיין - איז אויך א מתנה פאר די גאנצע קהילה&rdquo;.

    < זעה מער כג טבת תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 46 to 60 of 170 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com