Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בר מצוה פון אייניקל פון הרב הצדיק ר' יצחק לעזער שליט"א אין שטעטל

    פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען א געהויבענע שמחת בר מצוה אין שטעטל ווען הרה"ג ר' יעקב לעזער שליט"א פון די חשובע תלמידי חכמים אין שטעטל האט בר מצוה געמאכט זיין חשובע זון ני"ו. דער בר מצוה איז פארגעקומען אויף א באשיידענע פארנעם, עס איז געווען א מסיבה שתלמידי חכמים מסובים בא, עס האבן זיך באטייליגט די חשובע זיידעס, בראשם הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א און הרב ר' מרדכי יונה שיק שליט"א, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דער וועכענטליכע ליל שישי שיעור די וואך אין שטעטל, כדי ער זאל זיך קענען באטייליגן ביים בר מצוה.   דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין זיין בריוו די וואך איבער זיין גרויסע שמחה אז ער האט זיך געקענט באטייליגן ביים שמחה "די וואך ליל שישי האב איך געגעבן די שיעור אין שטעטל. איך בין ארויסגעפארן אויף א שמחה, א בר מצוה פון משפחת יעקב לעזער, אויך דער זיידע הרב רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל; איך האב זיך זייער געפרייט זיך צו טרעפן מיט אים."   אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א זיינע שטארקע הכרת הטוב געפילן צום זיידן הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א "רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל קיין אמעריקע, עס איז געווען א מסיבה פאר זיינע הייליגע מוסדות. איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך קום אזויפיל הכרת הטוב פאר רבי יצחק שליט"א, ער האט מיר אלע יארן אזוי מחזק געווען; ווען איך בין אריבער מיינע שווערע יארן אין היכל הקודש וכו' וכו' האט רבי יצחק שליט"א מיך זייער מחזק געווען. איך האב זייער ליב תלמידי היכל הקודש, עס איז ממש וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן ענק; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי תלמידי היכל הקודש זעט מען עס; איין ווארט קען מען זאגן: "אשרינו"."   אויך האבן אנשי שלומינו א שטארקע הכרת הטוב צו די עלטערן פון די בר מצוה בחור וועלכע געבן זיך אוועק טאג און נאכט פאר אנשי שלומינו, הרב ר' יעקב שליט"א איז פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים אין כולל וואס איז עוסק בתורה יומם ולילה און יעדע הלכה'דיגע פראיעקט אין שטעטל ווערט אויסגעארבעט דורך די תלמידי חכמים. אזוי אויך מרת לעסער תחי' געבט זיך אוועק פאר די טייערע קינדערלעך זייענדיג דער מהנלת אין מיידל שולע, און באגלייט די קינדער און די טיטשערס אז די מוסדות זאלן קענען ארויסגעבן שיינע פירות קינדער וואס זענען יראי' ה' בעלי מידות טובות און געזונטע עקרת הבית און מאמעס וואס קענען ווייטער ציען ערליכע אידישע דורות.   זאל דער אויבערשטער העלפן אז די עלטערן און די זיידעס זאלן ווייטער זען נאר אידיש נחת ביי אלע זייערע קינדער און אייניקלעך אמן.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ד 📝
  • באזוך פון ראש ישיבה איז מחזק אנשי שלומינו אין שטעטל

    לכבוד די נייע ישיבה וואס האט זיך געעפענט אין שטעטל, האבן די איינוואוינער פון שטעטל געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה איז ארויסגעקומען אין שטעטל, און האט באזוכט אין מערערע פלעצער, פון וואס ער האט געשעפט נחת. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אין שטעטל אכט אזייגער אינדערפרי, און זיך געזעצט לערנען אין בית המדרש פון די בחרוים שיעורים כסדרן ביז שחרית; מען האט געדאווענט צוזאמען א ווארימען שחרית. דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען מיט די בחורים צו די גראסערי און יעדער האט זיך געקענט קויפן עפעס אויפן ראש ישיבה&lsquo;ס חשבון, לכבוד דעם וואס זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און לערנען פלייסיג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא פאר די בחורים, און דערנאך אויסגעפרעגט די בחורים ווער עס לערנט דעם בלאט יעדן טאג. איינע פון די חשובע קינדער הילד נחמן פוקס נרו יאיר האט זיך פארהערט ביים ראש ישיבה גאנץ צעטל קטן אויף אויסנווייניג דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט און אים געגעבן געלט דערפאר. &nbsp; דער ראש ישיבה איז דאן געגאנען שפאצירן מיט די בחורים אויף די גאסן אינעם נייעם געגענט און זיך אנגערופן: "איך זע שוין דא שטראמען אידן דא שבת מיט די שטריימלעך, דא וועט זיין א שיינע שטעטל". מען קען הערן א לענגערע באריכט וואס איז אלס געווען אין ישיבה ביים באזוך אויף קול ברסלב ביים שמועס פון די ברסלב&lsquo;ע ברודער פון פרשת וירא. &nbsp; שפעטער איז דער ראש ישיבה אריבערגעגאנגען צום בית הדפוס ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה ביי די נייע אפיסעס וואס מען האט נארוואס געענדיגט בויען. איינע פון די אפיסעס איז געווידמעט פאר די סטעף פונעם קרית ברסלב בלעטל, פון דארט ווערט אהערגעשטעלט די שיינע קינדער אפטיילונג, דער ראש ישיבה האט זיך דארט אנגערופן: "די קינדער איז די עיקר, אויף דעם דארף מען לייגן א דגוש." אויך האט דער ראש ישיבה זיך אומגעקוקט אויף אלע גליונות, קונטרסים און ספרים וואס ווערט געדרוקט אינעם בית הדפוס אויף א טעגליכע פארנעם. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה צוגעפארן צום נייעם "ילד שעשועים&ldquo; קימפעטארן היים צום שבע ברכות וואס מען האט דארט געמאכט פאר החתן בנציון נרו יאיר בן מו&ldquo;ה ישראל חיים ברוין הי&ldquo;ו - עב"ג מו"ה אייזיק אפפעל הי&ldquo;ו. מען האט זיך געוואשן צום שבע ברכות מען האט געברענגט טונא און אייער סאלאט פון חדר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען האט קודם געהאט באשטעלט פאר געלט א טייערע מעניו פון עסן, אבער איך האב געהייסן מען זאל דאס אפרופן, און אנשטאט דעם זאל זיין עסן פון חדר פאר אומזינסט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זייער שיין ארומגערעדט לשבח פון די צוויי חשובע מחותנים וואס העלפן אזוי סאך די קהילה זה בכה וזה בכה. דער ראש ישיבה האט פארציילט וויאזוי די ישיבה האט זיך געבויעט און ווי מען האלט היינט ברוך השם. אויך האט מען ארומגערעדט פון די נס אז מיר קענען מאכן חתונה ביליג אן קיין חובות, מען מאכט חתונה אין בית המדרש פאר אומזיסט. מענטשן ווערן שווערע בעלי חובות ביים חתונה מאכן די קינדער. דערנאך האט מו&ldquo;ה אהרן וועבערמאן הי&ldquo;ו פארציילט די היסטאריע וואו עס האט זיך אנגעהויבן די געדאנק פון א קימפעטארן היים, און די סיבה פארוואס מען האט דאס אויפגעשטעלט אין שטעטל. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה אהיימגעפארן מלא רגש פונעם ברסלב&lsquo;ן שטעטל וואס פירט זיך אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז, אלע רעדן צום אייבערשטן, לערנען שיעורים כסדרן און פירן זיך אויף שיין אינדערהיים מיט דרך ארץ.

    < זעה מער כג חשון תשפ"ד 📝
  • אפען הויז פארן נייעם קימפעטארן היים דעם דינסטאג אין מיטוואך

    מיט גרויס פרייד מעלדן מיר אז דער קימפעטארן היים פון היכל הקודש ווערט שוין צוגעגרייט צו ווערן געעפענט אין די קומענדיגע צוויי וואכן.&nbsp; &nbsp; אין צוזאמענהאנג מיטן עפענען דעם פראכטפולן קימפעטארן היים ווערט אנאנסירט צוויי "אפען הויז" טעג, ווי די פאבליק וועט האבן די געלעגענהייט צו קענען זעם דעם וואונדער מיט די אייגענע אויגן, ווי מען האט מיט סייעתא דשמיא באוויזן אויפצובויען אין די קורצע צייט א פראכטפולע און באקוועמע היים ווי די קימפעטארינס וועלן זיך קענען אפרוען נאכן געבורט פון א קינד אויף א גאר געשמאקע פלאץ, וואס וועט גארנישט זיין אונטערשטעליג פון די באקאנטע קימפעטארן היימען מיט אלעם וואס וועט דארט זיין צוגעשטעלט בגשמיות, אבער בעיקר וועט דארט זיין א געשמאקע אטמאספער, אזא זאך וואס געלט קען נישט צושטעלן, דארט וועט מען לאזן לעבן, מען וועט דארט קענען רעדן אפן פונעם אויבערשטן און מען וועט נישט זיין פארקנעכטעט צו די פעיר פרעשור וואס הערשט אויף די אלגעמיינע גאס. און בעיקר וועט עס נישט זיין אויפן חשבון פון מאכן דעם מאן פאר בעל חוב, מען וועט קענען דינגען א צימער אינעם היים פאר פרייזן וואס א אינגערמאן קען זיך ערלויבן, און אזוי די קימפעטארין אהיים קומען פונעם קימפעטארן היים מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף צו א מאן וואס דארף נישט לויפן ארבעטן אווערטיים, און דארף נישט שפילן באהאלטן מיט די בעלי חובות, נאר ביידע עלטערן וועלן זיך קענען אפגעבן סיי מיטן ניי געבוירן קינד און סיי מיט די אנדערע קינדער, און אויפציען זייערע קינדער געזונט ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; פאריגע וואך מיטוואך איז פארגעקומען א קביעת מזוזה צוזאמען מיט א שבע ברכות פאר הר"ר אייזיק אפעל שליט"א אינעם נייעם קימפעטארין היים, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך באטייליגט און זיך שטארק באדאנקט פאר ר' יואל הכהן ראזענבערג וואס האט זיך באטייליגט אויף זיין שווערע האראוואניע וואס לייגט אריין אהערצושטעלן אלע פראיקעטן אין די קהלה מיט מסירת נפש, און בפרט דעם קימפעטארן היים. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה שטארק אויסגערומט דעם מחותן נ"י און זיין ווייב תחי' וואס האבן זיך אלע יארן אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די קהלה אנגעהויבן מיט די תלמוד תורה , די סקול, די לעידיס אקזילערי, די חתונות בחנם, וואס דאס אלעס איז זיי צו פארדאנקען, אזוי אויך פאר דעם נייעם קימפעטארין היים האבן זיי זיכער געמאכט אז עס זאל זיין בעז"ה פון בעסטן און שענסטן. מען קען הערן די גאנצע דרשה אויף קול ברסלב. &nbsp; די אפען הויז וועט פארקומען קומענדיגע דינסטאג און מיטוואך פון זיבן נאכמטיג ביז צען אזייגער ביינאכט, דינסטאג פאר מענער און מיטוואך פאר די פרויען. &nbsp; מיטן אויבערשטנס הילף וועט מען שוין קענען עפענען דעם היים אין די קומענדיגע וואך אדער צוויי. און ווי נאר עס וועט זיין פרישע אפדעיטס וועלן מיר בעזרת השם דא מעלדן.

    < זעה מער כא חשון תשפ"ד 📝
  • הרב הצדיק רבי יצחק לעזער שליט”א צוגאסט אויף שבת אין שטעטל

    מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו בכלל און די איינוואוינער פון שטעטל בפרט אויפגענומען דעם גרויסן גאסט פון ארץ ישראל הרב רבי יצחק לעזער שליט&rdquo;א וואס איז געקומען וויילן אין שטעטל פאר צוויי וואכן, לכבוד די שמחת הבר מצוה פון זיין חשובן אייניקל אברהם נרו יאיר בן הר"ר יעקב שליט"א פון די חשובע תלמידי חכמים אין שטעטל. &nbsp; דער גרויסער גאסט איז פון די גרויסע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, און האט מקיים געווען דעם משנה אין אבות "יהי ביתך בית ועד לחכמים, והוי מתאבק בעפר רגליהם, והוי שותה בצמא את דבריהם." שעפענדיג פונעם גרויסן קוואל פון מוהרא"ש זי"ע פאר מער פון פופציג יאר, און האט זוכה געווען אפצושרייבן גאר אסאך דברי תורה און שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע מיט זיין זיסע און געשמאקע שפראך, בפרט איז באקאנט די זעכצן בענדער שיחות מוהרא"ש וואס דער גרויסער גאסט האט מזכה געווען פאר כלל ישראל, א ספר וואס איז מחיה און מעודד יעדעם וואס לערענט דערין. &nbsp; אנשי שלומינו קוקן שטארק ארויס מיט צו האלטן די געהויבענע טעג מיטן חשובן גאסט, בפרט שבת קודש ווען מען וועט הערן די דברות קודש און שיינע שמועסן, וואס וועט זיכער מחזק זיין אנשי שלומינו און איבערלאזן א גרויסן רושם אויף א גאר לאנגע צייט. &nbsp; בזמן שהצדיק בעיר הוא זיוה הוא הדרה

    < זעה מער יח חשון תשפ"ד 📝
  • פארשידענע פאררעכטיגונג ארבעט ווערן געמאכן אויף די גאסן אין שטעטל

    די טאון אף ליבערטי האט געמאלדן איבער פארשידענע ארבעט וואס ווערט דורגעפירט אין די טעג אין בעפארברייטונג צום ווינטער, און זיי האבן געבעטן אז מען האבן פארשטענדעניש און מען זאל קאאפערירן מיט די ארבייטער וואס וועלן קאנטראלירן די טרעפיק בשעת די ארבעט. &nbsp; צו ערשט ווערט אין די יעצטיגע טעג איבערגעמאכט דער בריק ביי איסט מאנגאופ ראד נאך די האשקי גאס, אויך האבן זיי געלאזט וויסן אז ביים איסט מאנגאופ ראוד הארט נאכן בריק האט מען באשטעלט א ספעציעלע שטארקע אייזערנע צוים וואס מען לייגט ביי די זייט פון די ראודס ביי געוויסע פלעצער צו פארמיידן מען זאל נישט אריינפאלן ביי די זייטן פונעם ראוד, וואס איז שטארק וויכטיג דא, צוליב דעם טיפן טאל גלייך ביים זייט פונעם ראוד. &nbsp; טראצדעם וואס דער צוים איז שוין געווארן באשטעלט א לאנגע צייט צוריק, איז עס נאך נישט אנגעקומען ביז יעצט צוליב וואס ווערט געמאכט קאסטום און דאס נעמט אסאך צייט ביז דער פירמע ענדיגט דאס צו מאכן און דעליווערט דאס, אבער ב"ה יעצט געבן זיי איבער אז אין די נאנטע טעג ערווארט מען אז עס זאל וועט עס אנקומען, און מען וועט עס תיכף דערויף אינסטאלירן &nbsp; יהי רצון שתולכינו לשלום, ותחזרינו לשלום

    < זעה מער ח חשון תשפ"ד 📝
  • הנהלה גייט ארויס שטארק מחוזק נאך א פראדוקטיווע מיטינג מיטן ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגענעם דאנערשטאג האט דער ראש ישיבה פאררופן א הנהלה מיטינג, כדי איבערצושמועסן און איבערגעגאנגען וויכטיגע פלענער פארן עתיד פון די קהילה. &nbsp; צוערשט איז מען איבערגעגאנגען די פארשידענע פלענער איבער פרישע בנינים פאר די תלמוד תורה אין שטעטל, ווייל די וואוקס פון די חדר און סקול מערט זיך שנעל קע&rdquo;ה, און מען האט שוין נישט קיין פלאץ פאר פרישע קינדער וואס קומען אריין יעדע שטיק צייט אינעם מוסד. מען איז איבערגעגאנגען אלע אפציעס וואו און ווען מען זאל בויען, אדער גאר קויפן א בנין, און ווי גרויס די בנין דארף זיין, וויפיל קלאס צימערן, די לאנטש רום און אזוי ווייטער. &nbsp; עס איז כדאי אנצומערקן א געוואלדיגע שינוי לטובה וואס איז געווארן אינעם תלמוד תורה ווען דער מנהל מו&rdquo;ה מרדכי אינדיג שליט&rdquo;א האט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, און איבערגענומען דאס פירן די חדר מיטן גאנצן שטארקייט, אזוי אויך האט ער איבערגעגעבן פאר אנדערע צו פירן די אנדערע פראיעקטן וואס האט אים אוועק גענומען צייט, צום ביישפיל די קול ברסלב האטליין און די באוואוסטע &lsquo;גליון היכל הקודש&rsquo;, כדי ער זאל האבן מער צייט קאפ און מח פאר די טייערע קינדער, און זיכער מאכן אז יעדן קינד איז מצליח, וואס דאס איז ביים ראש ישיבה די וויכטיגסטע זאך און די שווארץ אפעל פונעם אויג. און אויב עלטערן האבן א פראבלעם אינעם חדר קען מען זיך שטענדיג מעלדן צום מנהל שליט&rdquo;א, און ער וועט בעז"ה קעיר נעמען, דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז עס איז קיינמאל כדאי צו רעדן מיט אנדערע אויב מען האט א פראבלעם פראבלעם אינערהאלב די מוסד, בפרט ווען מען ווייסט אז דער מנהל איז אלעמאל גרייט אויסצוהערן און פאררעכטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט מחזק געווען ביים מיטינג אז מען זאל אויספאלגן אלע געזעצן פון די שטאט ווען עס קומט צו בויען, און נישט זוכן אויסצושפילן, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אויף די פלאשינג גאס אין וויליאמסבורג איז יארן צוריק געווען א קליין וואסערל, וואס מען האט ביים בויען דארט געמיינט אז מען האט עס באזייטיגט, אבער יעצט ביים גרויסן רעגן ערב סוכות איז עס גאר שטארק צוריק ארויפגעקומען, און אסאך אידן האבן ליידער געהאט אסאך שאדן.&nbsp; &nbsp; אויך האט מען דיסקוסירט איבער ווען מען זאל אנהייבן צו באקן אין די מצה בעקעריי היי יאר, און אזוי וויפיל ארבעטערס מען דארף דארט האבן, צוליב וואס פאריאר איז נישט געווען גענוג מצות פאר אלעמען. &nbsp; מען האט איבערגעשמועסט די פראבלעם אז יעצט זענען די מארגעדזש ראטעס זייער הויעך, און עס איז זייער שווער פאר אינגעלייט צו קויפן הייזער, מען איז איבערגעגאנגען עטליכע אפציעס, דער ראש ישיבה געזאגט אז אפשר זאל מען מאכן אזוי ווי ביי די אונגרישע הייזער אין מאה שערים, מען האט דעמאלט געדארפט הייזער פאר די כולל אינגעלייט אין ירושלים, האט מען גענומען א געגענט פול מיט ביימער וואס עס האבן זיך געדרייט דארט אסאך חיות. דער פילאנטראפ ר&rsquo; משה מאנטיפיורי האט דאס מנדב געווען. דאס איז די סיבה פארוואס מען האט דארט געבויעט א חצר וואס פירט אריין צו א אנדערע חצר איינס אינעם צווייטן, כדי עס זאל זיין אפגעהיטן פון די חיות וואס האבן זיך געדרייט דארט, אויך איז דארט געווארן א תקנה אז די הייזער גייען אריבער צו די קינדער און אזוי ווייטער. &nbsp; מען האט דארט גערעדט נאך פילע זאכן וואס מיר דא נאר אנרירן אויפן שפיץ גאפל, ווי אז מען גייט ווייטער בית החיים, וויאזוי מ'קען העלפן אינגעלייט מיט דזשאב און פרנסה, איבער די נייע ישיבה קטנה, די נייע מקוה טהרה וואס מ'קויפט אין די נייע ווילעדזש, וויאזוי מ'קען פארבעסערן די טראנספארטיעשאן אין חדר/סקול, וואס מ'דארף נאך טון פארן קימפעטארין היים וואס ווערט בעז"ה פארטיג בקרוב, איבער די קיאסק און באזאר. און נאך. &nbsp; אין דעם געלענגהייט טוען מיר זיך באדאנקען פארן ראש ישיבה מיט די געטרייע הנהלה וואס ארבעטן טאג און נאכט אז די קהילה און די הייליגע מוסד זאל זיך בויען אויפן שענסטן און בעסטן אופן וואס איז נאר שייך, עס זאל זיין גוט פאר אונז און די קינדער, אז מיר זאלן קענען דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וואס דער רבי לערנט אונז. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטס. &nbsp; עס איז וויכטיגע צו באמערקן וואס דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג &ldquo;אין שטעטל וועלן נאך זיין טויזענטער משפחות, אבער נאר אויב מען וועט זיך ליב האבן וועט מען קענען מצליח זיין&rdquo;.

    < זעה מער ד חשון תשפ"ד 📝
  • סקול שטייערן אין ליבערטי סקול דיסטריקט אראפ מיט פינף פראצענט

    אין א צייט וואס די ווערט פון די געלט פאלט, און די פרייזן שטייגן, "אינפלאציע", איז אבער די סקול שטייערן אין ליבערטי סקול דיסיטריקט "גענידערט" געווארן מיט עטליכע פראצענט. &nbsp; אנשי שלומינו אין שטעטל מוטשען זיך שוין עטליכע יאר מיט די הויכע סקול שטייערן וואס מען צאלט דא מער ווי געווענליך. אויפן בקשה פונעם ראש ראש ישיבה האט די הנהלה מטכס עצה געווען וואס מען קען טון אראפברענגען די שטייערן, אז אזויפיל אידיש געלט זאל נישט גיין לאיבוד. &nbsp; די ערשטע השתדלות וואס מען האט געטון איז איז "תפילה", מען האט געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל אנהייבן צו רעכענען ווייניגער שטייערן אויף די הייזער, און אויך אז מען זאל האבן די ריכטיגע שפראך ביי די שטאטישע באאמטע און אז זיי זאלן פארשטיין אז דאס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, די שטייערן דארפן אראפקומען. &nbsp; מיט א תפלה צום אויבערשטן איז מען אריבער צו זיי, און אפגעהאלטן עטליכע מיטינגען און ארויסגעברענגט פון אונזער קוק ווינקל וויאזוי מיר זעען עס. עס איז אריבער א שיינע שטיק צייט און מען האט גארנישט געהערט פון זיי, מען האט נישט געוויסט אויב מען האט למעשה עפעס אויפגעטון. &nbsp; ארויסגעשטעלט האט זיך עס אז די תפילות און פעולות האבן אויפגעטון ברוך השם, און די טעקסעס זענען היפש אראפגעגאנגען, כאטש עס קען נאך זיין בעסער, אבער אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דאס וואס מען האט שוין עררייכט. &nbsp; די סקול טעקסעס - וואס איז די גרעסטע טעקס וואס א געווענליכע מענטש באצאל אין אמעריקע - איז גענידערט געווארן דאס יאר מיט פינף פראצענט, און יעדער לויט די ווערט פון זיין דירה וועט זיך שפארן כאטש עטליכע הונדערט דאלער. &nbsp; דא איז טאקע דאס פלאץ צו דערמאנען אלע דירה אייגענטומער אז עס איז דא א שטאטישע פראגראם "סטאר" וואס גיבט צוריק בערך $600 פון די טעקסעס וואס מען האט געצאלט. און די הנהלה איז גרייט ארויסצוהעלפן אלע וואס ווילן וויסן מער אינפארמאציע דערוועגן.

    < זעה מער ב חשון תשפ"ד 📝
  • הכרת הטוב אסיפה פאר די בודקים פונעם עירוב אין שטעטל

    פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זעלטענע צאמקום פון הכרת הטוב בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די חשובע בודקים פון די עירוב אין קרית ברסלב. &nbsp; ווי אלע ווייסן האבן מיר ברוך השם אין שטעטל די לעצטע פאר יאר, א כשר'ע עירוב ארום דעם גאנצן שטעטל מיט'ן הכשר פון הרה"ג יחיאל שטיינמעץ שליט"א, א גרויסע מומחה אויף עירובין וואס גיבט דעם הכשר אויפן עירוב ארום די שטעטל. &nbsp; די ערשטע תושבים געדענקען נאך גוט די צייטן פאר די עירוב איז געווען אין דינסט, מען האט נישט געקענט ארויסגיין שפאצירן מיט א קינד, מען האט געדארפט איבערקוקן די טאשן יעדע מאל פאר מען איז ארויס, זען אויב מען האט עפעס מיטגענומען. איינמאל ווען דער ראש ישיבה איז געווען פאר א שבת אין שטעטל האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די תושבים אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טראגן בטעות אין שבת, און מען כאפט זיך נישט אז אפילו די זוים פון די הויזן דארף מען אויסרייניגן ווייל דאס גייט אריין אין א שאלה פון טראגן. &nbsp; ברוך השם אז דער ראש ישיבה האט גלייך אין אנהייב ביים בויען דעם שטעטל געלייגט א דגוש אז מען זאל האבן א כשר'ע עירוב, דער ראש ישיבה האט דעמאלט געשטעלט האברך מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו זאל שטיין בראש פון די וועד העירוב, און זען אז די עירוב זאל ווערן געבויעט מיט אלע הידורים וואס פעלט נאר אויס. דער ראש ישיבה האט ארויסגעשיקט אפאר געטרייע בחורים זאלן צוהעלפן צו בויען די עירוב, מען האט גאר שווער געארבעט אין די וועלדער ארום די שטעטל צו בויען דעם עירוב, ביז מען האט געזען דעם עירוב געענדיגט האט גענומען א היפש ביסל צייט. יעצט האט מען שוין ברוך השם א פערטיגן עירוב צו די צופרידענהייט פון אלע תושבים און געסט וואס וויילן פאר א שבת אין שטעטל. &nbsp; איין זאך באמערקט כמעט קיינער נישט, אז יעדן ערב שבת דארף מען פריש בודק זיין דעם עירוב אויב עס איז נישט געווארן ערגעץ צוריסן וכדומה. דער ראש ישיבה האט געשטעלט די חשובע מלמדים און נאך אפאר חשובע אינגעלייט זיי זאלן בודק זיין דעם עירוב יעדן איינציגן ערב שבת פונעם יאר, אפגעזען צי עס איז קאלט אדער הייס, שניי אדער רעגן, ערב פורים, ערב פסח, ערב סוכות, יעדער ממונה קוקט איבער זיין חלק אויף וואס מען האט אים געשטעלט, און נאכן בודק זיין לאזט ער וויסן אז עס איז פערטיג און עס איז כשר, אדער ווען עס מאכט זיך, אז מען דארף עפעס מתקן זיין. &nbsp; אלס הכרת הטוב פאר די חשובע בודקים האט דער ראש ישיבה זיי אריבערגערופן אין שטוב פונעם יושב ראש פונעם עירוב מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו און איבערגעגעבן פאר יעדן א שיינע משניות קו ונקי, און בייגעלייגט א שיינעם בריוו זיך צו באדאנקען פאר די געטרייע ארבעט וואס זיי לייגן אריין שלא על מנת לקבל פרס, און אָן באקומען א גוט ווארט פאר די שווערע ארבעט א גאנץ יאר. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אין דעם זכות זאלן די חשובע בודקים האבן פון אלעם גוטן און זען נחת ביי אלע קינדער. &nbsp; 📰 עירוב אין שטעטל באקומט א הכשר

    < זעה מער יא אלול תשפ"ג 📝
  • אסיפה פון אלע גבאים פון די בתי מדרשים היכל הקודש אין שטעטל

    אין א זעלטענע מאורע האט דער ראש ישיבה צוזאם גערופן די גבאים פון די פילע שולן פון היכל הקודש ברסלב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגענעם דינסטאג ראה העעל"ט צו אן אסיפה צו זיך אין שטוב. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן הדרכה און עצות פאר אלע גבאים, און האט געזאגט עטליכע נקודות וואס ער וויל אראפשטעלן אין אלע שולן. &nbsp; די ערשטע זאך האט דער ראש ישיבה געזאגט וויל ער אז אלע מתפללים זאלן שפירן א חלק פונעם בית המדרש, דערפאר איז וויכטיג אז יעדע מתפלל זאלן האבן עפעס וואס ער געט ער צו פארן בית המדרש, צי זאל דאס זיין מיטן צושטעלן קידוש שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אדער זאל מען צושטלען שלש סעודות, איינער קענען נעמען דאס וואשן און אויפהאלטן דעם בית המדרש, און אן אנדערער קען זיכער מאכן אז עס איז דא קאווע און אלע צוגעהערן אין בית המדרש, און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן אז מען זאל אריינעמען יעדן איינעם אינעם בילד, און אזוי קען זיך פירן א בית המדרש מיט א געוואלדיגע אחדות און שלום. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער קען ארויסהעלפן די בתי מדרשים אין שטעטל אויב זיי מוטשען זיך מיט דעקן די קאסטן. די בעסטע זאך איז מען זאל דאס דעקן צווישן די מתפללים, יעדער ברענגט איין זאך און אזוי איז יעדע זאך מסודר, אבער אויב בלייבט נאכאלץ איבער א דעפיציט זאל מען זיך ווענדן צו די גבאים מו&rdquo;ה אברהם הערש וועבערמאן הי&rdquo;ו און מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן הי&rdquo;ו וואס זיי וועלן זען עס זאל ווערן געדעקט מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף על צד היותר טוב. &nbsp; ביים סוף האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט &ldquo;אין שטעטל וועלן נאך זיין טויזענטער משפחות, אבער נאר אויב מען וועט זיך ליב האבן וועט מען קענען מצליח זיין&rdquo;. &nbsp; מען קען הערן דעם גאנצן אסיפה אויף קול ברסלב 212-444-911 דערנאך 1-2-1

    < זעה מער ה אלול תשפ"ג 📝
  • קביעות מזוזה ביים נייעם בית המדרש "היכל הקודש ירושלים" אין קרית ברסלב

    א הערליכע קביעות מזוזה און סעודת לחיים איז פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג עקב, אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים אין קרית ברסלב. &nbsp; דער בית המדרש איז שוין דעם זיבעטן בית המדרש אין שטעטל, עס געפונט זיך ביים נייעם גאס אין שטעטל אויף די ירושלים גאס, וואס איז יעצט געענדיגט געווארן, און פרישע משפחות האבן זיך שוין אנגעהויבן דארט אריין אריינציען בשעה טובה ומצלחת. &nbsp; דער נייע ירושלים גאס איז ספעציעל געבויעט געווארן פאר רענטלס, ווי פרישע קאפלס וועלן זיך קענען אריינציען נאך די חתונה אין רעדי פורניטשד דירות. &nbsp; די דירות זענען געבויעט געווארן דורכן בויער אין שטעטל מו&rdquo;ה אברהם שבתי מזרחי הי&rdquo;ו, ביי איינס פון די בנינים האט מען אהערגעשטעלט ביים ערשטן שטאק עס זאל זיין געווידמעט פארן בית המדרש היכל הקודש ירושלים, עס איז נתנדב געווארן דורך ר&rsquo; שבתי נרו יאיר, וואס האט דאס געבויעט און עס נתנדב געווען. &nbsp; פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען די קביעת מזוזה, ווי מען האט באנייט דעם בית המדרש, און עס גייט אנהייב צו ווערן געניצט פארן יעדען שבת בעזרת השם. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשטעלט דריי גבאים, דאס איז מו&rdquo;ה הערשל בוים הי&rdquo;ו, מו&rdquo;ה ישראל יוסף שניטצלער הי&rdquo;ו און מו&rdquo;ה לייב אפפעל הי&rdquo;ו. &nbsp; ביים קביעת מזוזה האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט פונעם נדבן הבית המדרש מו&rdquo;ה שבתי הי&rdquo;ו וואס העלפט שוין אזויפיל יארן דעם הייליגן פלאץ וואו עס פעלט זיך נאר אויס, ובפרט האט ער ארויסגעהאלפן יעדן יאר זומער אין קאנטרי, אזוי אויך ווען מען האט געבויעט די ישיבה האט ער געבויעט דעם בנין מיט מסירת נפש, אפילו עס איז נישט געווען פון וואו צו באצאלן, דאך האט ער ווייטער געארבעט ווייטער געטריי, און מוהרא&rdquo;ש זי&rdquo;ע האט אים דעמאלט געזאגט: &ldquo;איך קען דיר נישט זאגן זאל בלייבן ארבעטן, אבער אויב וועסטו בלייבן ווארט דיר שיינע זאכן&rdquo;, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די שיינע זאכן האלט נאך אינמיטן קומען, דאס וועט מען זען ווען מען וועט אנהייבן חתונה מאכן די קינדער און זען פון זיי נחת איינס ביי איינס. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים: לערנט ענק אויס פון שבתי צוויי זאכן, איינס וויאזוי ער גייט אן מיט אזא שטארקייט און א גדלות המוחין אפילו ער האט נישט קיין געלט, און צווייטנס צו טון גוטע זאכן מיט די געלט. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט אז ער געדענקט א מעשה וואס גייט נישט ארויס פון זיין קאפ, איינע פון די יארן אין קאנטרי איז ער געזיצן שפעט ביינאכט מיט די בחורים, און שבתי קומט אריין מיט א פעקל ספרים, איך פרעג שבתי פארוואס ער גייט נישט שלאפן, זאגט ער מיר אז ער דארף נאך ענדיגן זיינע שיעורים כסדרן, דאס איז אונזער רייכטם, די שיעורים כסדרן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט: אלע פרעגן, &lsquo;ווי אזוי בויט מען די שטעטל אזוי שיין און שנעל?&rsquo; &lsquo;ווי אזוי איז מען מצליח אז ביי די פערטע יאר זאלן מען שוין האבן זיבן שול&rsquo;ן און מקוואות?&rsquo; דער ענטפער איז, דער רבי לערנט אונז אויס די סודות פון הצלחה. דער ערשטער סוד איז &lsquo;תפילה והתבודדות&rsquo;, נאך א סוד &lsquo;נישט מאכן קיין עסק פון מענטשן און פון געלט&rsquo;, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער העלפט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס, צו אים דארף מען האפן און פון אים דארף מען טראכטן.

    < זעה מער ג אלול תשפ"ג 📝
  • רייכער באנקעט דורכן בית התבשיל קומענדיגן זונטאג

    אלע אנשי שלומינו זענען העפליך געלאנדענט צו א קאלירפולע פארברענג וואס קיינער וויל נישט פארפאסן, לטובת דעם וואוילטעטיגן בית התבשיל וואס שטייט שטענדיג גרייט מיט אירע ברייטפארצווייגטע אקטיוויטעטן במשך דעם גאנצען יאר ארויסצוהעלפן יעדן יחיד, און עס מוז דרינגענד געשאפן ווערן דעם סכום פון הונדרעט פופציג אלפים צו העלפן אז די עסקנים זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט זייער עבודת הקודש. &nbsp; דער רייכער באנקעט וועט בעז"ה פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג שופטים (אוגוסט 13) ביים בית התבשיל אויף 136 דערמען רד. וואו א ברייטער נאכטמאל וועט סערווירט ווערן, און א געשמאקע שמועס מיטן ראש ישיבה וועט נאכפאלגן. &nbsp; נדיבי לב! די עסקני בית התבשיל לייגן אריין איבערמידליכע כוחות און געבן זיך אוועק לילות כימים, כסדר פרובירט מען וואס מען קען צולייגן, בעסער מאכן, און ארויסהעלפן אנשי שלומינו ובפרט די תושבים פון שטעטל, נאך מער אין די לעצטע תקופה זינט מען איז אריינגעשפרינגען און צוגעלייגט דעם נאכטמאל פראיעקט וואו עס איז צוגעשטעלט טעגליך פון שענסטן און בעסטען אויף א גאלדענעם טאץ, פון וואו עס זענען שוין ארויס הונדערטער נארהאפטיגע פארציעס לכל דכפין. &nbsp; די עסקנים בעטן זיך: זיי זענען שטענדיג גרייט לטובת הציבור, אבער יעצט מוזן זיי צוקומען צום ציבור צו קענען ווייטער אנגיין. ביטע לייגט צו א פלייצע צו די עבודת הקודש דורך זיך משתתף זיין בגוף ובממון ביים יערליכן באנקעט לטבות דעם בית התבשיל קומענדיגען זונטאג פרשת שופטים, און קויפט א זכות אין די פולצאליגע פעולת נשגבים פון וועלכע אלע תושבים האבן הנאה! &nbsp; די עסקנים האבן ארויסגעלייגט גאר גרויסע זכותים וואס מען קען אפקויפן פאר בלויז עטליכע דאלער: סאפער לחודש $7,200, פרנס חלוקה $3,600, סאפער לשבוע $1,800, פרנס השבת $1,200, סאפער ליום $360, זכות שותפות $180. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו ווי ער בעט אלעמען צו קומען זיך משתתף זיין:&nbsp; "בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן, לכבוד אנשי שלומינו שיחיו, איך וויל יעדן איינעם פערזענליך איינלאדענען דעם קומענדיגן זונטאג פרשת שופטים, צו די יערליכע מסיבה וואס איך מאך פארן בית התבשיל פון אונזער שטעטל קרית ברסלב, וואס וועט פארקומען אין שטוב פון האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש, דער גבאי פונעם בית התבשיל. עס איז דא צדקות וואס מען דארף מסביר זיין וואס די צדקה איז, וואס די צדקה טוט און וואו די געלט גייט, ביים בית התבשיל דארף מען גארנישט זאגן; אלע ווייסן וואס דאס איז, און די גאנצע שטעטל האט הנאה פונעם בית התבשיל; איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהן, אז אלע האבן נוצן פון דעם, אלע זענען זיך מחי' מיט די עסן און מיט די חלוקות וואס זיי טיילן אויס א גאנץ יאר. דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די מצוה פון צדקה זאלן מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א יאר מיט שפע. מוהרא"ש זאגט, די גרעסטע צדקה איז געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן."

    < זעה מער כג אב תשפ"ג 📝
  • געוואלדיגע הצלחה ביי פערעלעס קליידערס געשעפט אין קרית ברסלב

    טאג טעגליך טוט זיך א געוואלדיגע פארקער אינעם פערעלעס קליידער געשעפט אין קרית ברסלב, א דאנק די פילע וואלונטירן און נדבנים וואס געבן כסדר אריין קליידער, פארמאגט דער געשעפט א הערליכע אויסוואל פון קליידער פאר אלע יארגענג אנגעהויבן פון ניי געבוירענע קינדער ביז ערוואקסענע, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען, וואס דאס ערמעגליכט אנשי שלומינו איינצוקויפן הערליכע בעסטע קוואליטעט פרייזן פאר גאר ביליג. &nbsp; דער געשעפט לויפט אויף א געוואלדיגע סדר, וואס דאס מאכט דעם געשעפט זייער געשמאק אריינצוקומען איינקויפן, עס זענען דא פילע וואלוטירן פרויען אנשי שלומינו וואס יעדער האט זיך איר אויפגאבע וואס זיי קומען אריין עטליכע מאל א וואך צו טון זייער ארבעט מיט געטריישאפט. צווישן אנדערע טוען די וואלונטירן איבערקוקן יעדעס איינציגסטע זאך וואס קומט אן, און זיי מאכן זיכער אז עס איז אין א גאר א גוטע צושטאנד, און איז שיין און ריין, און פאסיג אריינצוקומען אין געשעפט; דערנאך סארטירט מען די קליידער צום אפטיילונג ווי עס געהערט, בעיביס, קליינע קינדער, גרעסערע קינדער, גרויסע קינדער, און ערוואקסענע, אינגלעך, מיידלעך, זומער, ווינטער, וואכן, שבת, שמחות און אזוי ווייטער. בעפאר יעדע סעזאן וועט מען אוועקנעמען די קליידער פון די אלטע סעזאן, און ארויסברענגען א פרישע שיפמענט א גרויסע אויסוואל פון קליידער פארן קומענדיגן סעזאן. &nbsp; דער געשעפט אפפערט ספעציעלע מעמבער פרייזן פאר משפחות פון אנשי שלומינו, און יעדע פרייז ליגט אויף אן אנדערע קאליר פרייז טעג, כדי צו פארגרינגען דאס רעכענען. &nbsp; ביי דעם געלעגענהייט ווילן די פארוואלטער פון פערעלעס בעטן פון אלע וואס ברענגען און זענען מנדב קליידער אז מען זאל גוט פארמאכן די באקסעס און צוקניפן די בעגס בעפאר מען ברענגט עס, כדי עס זאל נישט צוטרעטן און שמוציג ווערן און זאל בלייבן ראוי צו ווערן פארקויפט ווייטער, אזוי אויך בעט מען פון די קאסטומערס מען זאל נישט אריינגיין אין די צימער ווי די וואלונטירן סארטירן און קוקן איבער די קליידער, און נישט שטערן אדער עפענען בעגס אדער באקסעס. &nbsp; אנשי שלומינו זענען זייער דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט אהערגעשטעלט דעם פראיעקט, אלעס כדי אנשי שלומינו זאלן קענען לעבן מיט מנוחת הנפש, און קענען קליידן זיך און די משפחה פאר עפארדעבל פרייזן. אזוי אויך קומט זיך א גרויסע הכרת הטוב פאר אלע וואלונטירן און בפרט פאר משפחת היילפערין וועלכע געבן אוועק פון זייער טייערע צייט&nbsp; צו העלפן דעם ראש ישיבה מיט'ן פראיעקט און זענען מנדב יעדע וואך אסאך שעות פארן הצלחה פונעם געשעפט. זאל זיי דער אויבערשטער באצאלן מיט אלעם גוטן. &nbsp; צום לעצט ווילן מיר מעלדן א געוואלדיגע סעיל וואס קומט פאר אינעם געשעפט אין די טעג, איינקויפער קענען פון יעצט ביז ראש חודש אב הבעל"ט אנפילן א גאנצע בעג פון קליידער פאר'ן פרייז פון בלויז $10. קומט היינט אריבער צו פערעלעס און זעט מיט די אייגענע אויגן די הערליכע קליידער וואס וועט אייך מחי' זיין מיטן אויבערשטנס הילף.&nbsp; &nbsp; קומט און כאפט מציאות ווילאנג עס איז דא!

    < זעה מער כד תמוז תשפ"ג 📝
  • גרויסע לעמאנעיד סופערמארקעט אין ליבערטי אפן א גאנץ יאר

    יעצט ווערט צוויי חדשים זינט ר' משה יחיאל פעלדמאן הי"ו האט אריבערגעפירט די גראסערי פון שטעטל צום נייעם פופצן טויזענט סקווער פיס לאקאל אויף 261 נארט מעין סט. אין ליבערטי. דאס איז געשען מיטן וואוקס פונעם שטעטל קרית ברסלב, האט די גראסערי אינעם ביעסמענט מערן נישט געקענט ווייטער אנהאלטן אזוי, ווייל אויסער וואס עס איז פשוט אויסגעוואקסן, האט די טאון נישט ערלויבט די גראסערי ווייטער אנצגיין אזוי. ר' משה יחיאל הי"ו זאגט אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטן מען זאל טרעפן אן עצה. &nbsp; דער אויבערשטער געהאלפן אז א נישט אידישע גראסערי אויף א גוטע לאקאציע איז ארויפגעקומען אויפן מארקעט, און טראצדעם וואס פילע קונים האבן עס געוואלט אויפקויפן, האט אבער ר' משה יחיאל האט נישט אויפגעגעבן, און נאך אסאך תפילות האט דער אויבערשטער געהאלפן אז עס איז אריבער צו זיין אייגענטומערשאפט. &nbsp; ר' משה יחיאל האט איבערגענומען דעם לאקאל און עס טראנספארמירט צו "לעמאנעיד סופערמארקעט", און האט אהערגעשטעלט א גאר גוטע קאסטומער סערוויס, ווען מען קומט אריין אין לעמאנעיד סופערמארקעט שפירט מען גלייך אן איינגענעמע אטמאספער. ער זוכט ווי ער קען ארויסהעלפן זיינע קאסטומערס, נישט נאר וואס די פרייזן ביי לעמאנעיד זענען פון די בעסטע אין די גאנצע קעטסקילס ראיאן, נאר אויך זוכט ער נישט צו באהאלטן די פרייזן פון די פארשידענארטיגע ברענדס פון די גרויסע אויסוואל וואס די גראסערי פארמאגט, אונטער יעדע אייטעם באזונדער שטייט ארויסגעשריבן מיט גרויסע אותיות די פרייז, און נעבן דעם די יוניט פרייז מען זאל קענען פארגלייכן און קויפן וועלכע עס קומט אויס די בעסטע פארן קאסטומער. &nbsp; אויסער די גוטע קאסטומער סערוויס הא ער ברוך השם באוויזן אריינוצברענגען פילע דעפארטמעטנס אינעם סטאר ווי ביי יעדע איינע שטייען אויסגערופענע קעכערס און בעקערס וואס יעדער צייכענט זיך אויס אין זייער זאך, עס זענען דא באזונדערע אפטיילונגען פאר פיש, פלייש, דעלי, סוש, פיצא, בעקעריי, שפילצייג, און ער פלאנט אריינצוברענגען נאך מיט די צייט. &nbsp; לעמאנעיד סופערמארקעט האט אויך א פארגעשריטענע וועבסייט, www.lemonadesupermarket.com ווי קאסטומערס קענען באשטעלן די גאנצע ארדער און עס וועט ווערן אפגעשיקט צו אייך אהיים, אזוי אויך ווערט צוגעשטעלט בנחם פיקאפ און דעליווערי פאר מינימוס איינקויף. &nbsp; פאר די וואס קומען צו פארן מיט די קארס פארמאגט דאס געשעפט א ריזיגע ברייטע פארקינג מיט פלאץ פאר איבער 100 קארס, און די איינוואוינער פון שטעטל קענען זייער גרינג אנקומען אהין ווען די שאטל פון שטעטל שטעלט זיך אפ כסדר אין פארנט פון לעמאנעיד סופערמארקעט. &nbsp; דער סטאר איז אפן טעגליך פון 7:30 אינדערפרי ביז 11:00 אויפדערנאכט, אויסער מיטוואך און דאנערשטאג ווען מען איז אפן ביז שפעטער. אזוי אויך איז דער געשעפט אפן פרייטאג ביז שפעט און מוצאי שבת קודש. צום רעכענען פארמאגט לעמאנעיד פינף רעדזשיסטערס און פיר סעלף טשעקאוט פאר די וואס ווילן רעכענען אליינס.

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ג 📝
  • קינדער באנגעלאס אין מנחה אילן החיים א נאמען געגעבן לויטן רבינ'ס ספרים

    דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די נאטור פון די וועלט אז מענטשן גלייכן טשעלענדזשעס, און ווען א מענטש קומט אן צו שוועריקייטן בפרט אויב ער ווייסט אז מען האלט מיט, באקומט מען אן אויסטערלישן חשק עס איבערצוקומען און אנקומען צום ציל. &nbsp; פילע קעמפס איבער די קעטסקיל בערג נוצן דאס אויס במשך דעם זומער,מען וויל אז די קינדער זאלן מיטהאלטן און קאאפערירן, מאכט מען פארמעסטן צווישן די קינדער, מען מאכט טיעמס, צום ביישפיל איין טיעם איז טאג, און די צווייטע נאכט, אדער איין טיעם איז קאלט און די אנדערע איז הייס, און די גאנצע טעמע פונעם זומער לויפט דערויף, מען מאכט שפילן און אקטיוויטעטן לויט'ן טעמע, און די קינדער ווערן אנגעצינדן דערפון ווען זיי ווילן געווינען קעגן דעם אנדערן טיעם. &nbsp; אין די ברסלב אינגל קעמפ מחנה אילן החיים האט מען עס גענומען צום "נעקסט לעוול", מען האט געמאכט די טעמע פונעם זומער די פינף ספרים פון הייליגן רבין, די באנגס ווי די קינדער שלאפן האבן יעדע באקומען א נאמען לויט איינע פון די הייליגע ספרים, דאס מאכט א רייץ צווישן די קינדער, צוליב וואס צווישן די פילע געשמאקע אקטיוויטעטן דארפן זיי זיך פארמעסטן ווער קען נאכזאגן מער שיחות פון זייער ספר, מאכן מער סיומים אויף זיין ספר, אין די קינדער לעבן מיט די געטליכע ווערטער פון הייליגן רבין, די קינדער שטייען אויף מיט דעם, זיי שפילן מיט דעם, און זיי לייגן זיך שלאפן לערנענדיג די הייליגע ספרים. &nbsp; נעכטן איז פארגעקומען א גרויסע מעמד ביי די קינדער, א מעמד "קריאת השם", ווי מען האט באשטימט די נעמען פון יעדע באנגעלא, איינס האט באקומען דעם נאמען "ליקוטי מוהר"ן", די צווייטע הייסט "חיי מוהר"ן", און די אנדערע הייסן "שיחות הר"ן", "ספר המידות" און "סיפורי מעשיות".&nbsp; &nbsp; אילן החיים איז טאקע כשמו כן היא, א קעמפ ווי די קינדער זיצן אונטערן שאטן פונעם צדיק דער הייליגער רבי, וואס איז א בוים וואס געבט אונז לעבן (ווי רש"י זאגט אונז צוויי וואכן צוריק אין פרשת שלח "היש בה עץ"), אין דעם קעמפ לערנען און לעבן די קינדער מיט די עצות און ווערטער פון הייליגן רבין, און דאס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן מיטן אויבערשטנ'ס הילף. &nbsp; עץ חיים היא למחזקים בה

    < זעה מער יד תמוז תשפ"ג 📝
  • נאך א בית המדרש אין שטעטל באקומט א מקוה מיטן אויבערשטנ'ס הילף

    פון בית המדרש "אשר בנחל" אויפן דענמאן גאס, קומט אריין גוטע נייעס. דער שול וועלכע דינט יעדע שבת פאר די פולע איינוואוינער פונעם געגענט גייט בעזרת השם באקומען א פערמענאנטע באקוועמע מקוה.&nbsp; &nbsp; ביז יעצט האט דער שול פארמאגט א שיינעם ריינעם מקוה, אבער אויף א פראוועזארישע אויפן, יעצט האט דער ראש ישיבה געזען אז עס איז צייט מען זאל דארט אהערשטעלן א פערמענאנטע מקוה מיט אלע הידורים, כדי די מתפללים זאלן זיך קענען טובל&rsquo;ן און זיך מטהר זיין שבת קודש אינדערפרי אין א פיינעם מקוה. &nbsp; די ארבעט ווערט געטון מיט גרויס געניטשאפט דורכן גבאי פון בית המדרש מו"ה מרדכי היימליך הי"ו, וועלע פרובירט זייער שטארק די מקוה זאל זיין גרייט צום באנוץ גלייך אנהייב פונעם זומער סעזאן הבא עלינו לטובה, ווען די געגענט ווערט אנגעפולט מיט די פולע געסט פון די שטאט וואס קומען וויילן צווישן די בערג אויף די זומער חדשים. &nbsp; דער בית המדרש אשר בנחל איז באקאנט אלס א געשמאקע ווינקל ווי מען שפירט זיך געשמאק אריינצוקומען און די נאמען גייט ווייט אלץ א פלאץ ווי מען קען זיך אנשעפן מיט חיזוק פאר די גאנצע וואך. דער ראש ישיבה האט געשטעלט דעם חשובן דיין שליט&rdquo;א וואס פירט דעם בית המדרש מיט גרויס איבערגעגעבנקייט. דער דיין האט גאר שיינע דיבורים מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, יעדע וואך ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות, ווען דער דיין שליט&rdquo;א איז מחזק אנשי שלומינו ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה לערנט אונז שטענדיג, און איז מעורר מען זאל זיך ווייטער דערהאלטן, און זיך נישט פארלירן ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן. &nbsp; מה מקוה מטהר את הטמאים

    < זעה מער א תמוז תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 61 to 75 of 164 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com