Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • קביעות מזוזה ביים נייעם בית המדרש "היכל הקודש ירושלים" אין קרית ברסלב

    א הערליכע קביעות מזוזה און סעודת לחיים איז פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג עקב, אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים אין קרית ברסלב.   דער בית המדרש איז שוין דעם זיבעטן בית המדרש אין שטעטל, עס געפונט זיך ביים נייעם גאס אין שטעטל אויף די ירושלים גאס, וואס איז יעצט געענדיגט געווארן, און פרישע משפחות האבן זיך שוין אנגעהויבן דארט אריין אריינציען בשעה טובה ומצלחת.   דער נייע ירושלים גאס איז ספעציעל געבויעט געווארן פאר רענטלס, ווי פרישע קאפלס וועלן זיך קענען אריינציען נאך די חתונה אין רעדי פורניטשד דירות.   די דירות זענען געבויעט געווארן דורכן בויער אין שטעטל מו”ה אברהם שבתי מזרחי הי”ו, ביי איינס פון די בנינים האט מען אהערגעשטעלט ביים ערשטן שטאק עס זאל זיין געווידמעט פארן בית המדרש היכל הקודש ירושלים, עס איז נתנדב געווארן דורך ר’ שבתי נרו יאיר, וואס האט דאס געבויעט און עס נתנדב געווען.   פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען די קביעת מזוזה, ווי מען האט באנייט דעם בית המדרש, און עס גייט אנהייב צו ווערן געניצט פארן יעדען שבת בעזרת השם.   דער ראש ישיבה האט געשטעלט דריי גבאים, דאס איז מו”ה הערשל בוים הי”ו, מו”ה ישראל יוסף שניטצלער הי”ו און מו”ה לייב אפפעל הי”ו.   ביים קביעת מזוזה האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט פונעם נדבן הבית המדרש מו”ה שבתי הי”ו וואס העלפט שוין אזויפיל יארן דעם הייליגן פלאץ וואו עס פעלט זיך נאר אויס, ובפרט האט ער ארויסגעהאלפן יעדן יאר זומער אין קאנטרי, אזוי אויך ווען מען האט געבויעט די ישיבה האט ער געבויעט דעם בנין מיט מסירת נפש, אפילו עס איז נישט געווען פון וואו צו באצאלן, דאך האט ער ווייטער געארבעט ווייטער געטריי, און מוהרא”ש זי”ע האט אים דעמאלט געזאגט: “איך קען דיר נישט זאגן זאל בלייבן ארבעטן, אבער אויב וועסטו בלייבן ווארט דיר שיינע זאכן”, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די שיינע זאכן האלט נאך אינמיטן קומען, דאס וועט מען זען ווען מען וועט אנהייבן חתונה מאכן די קינדער און זען פון זיי נחת איינס ביי איינס.   דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים: לערנט ענק אויס פון שבתי צוויי זאכן, איינס וויאזוי ער גייט אן מיט אזא שטארקייט און א גדלות המוחין אפילו ער האט נישט קיין געלט, און צווייטנס צו טון גוטע זאכן מיט די געלט.   אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט אז ער געדענקט א מעשה וואס גייט נישט ארויס פון זיין קאפ, איינע פון די יארן אין קאנטרי איז ער געזיצן שפעט ביינאכט מיט די בחורים, און שבתי קומט אריין מיט א פעקל ספרים, איך פרעג שבתי פארוואס ער גייט נישט שלאפן, זאגט ער מיר אז ער דארף נאך ענדיגן זיינע שיעורים כסדרן, דאס איז אונזער רייכטם, די שיעורים כסדרן.   דער ראש ישיבה האט געזאגט: אלע פרעגן, ‘ווי אזוי בויט מען די שטעטל אזוי שיין און שנעל?’ ‘ווי אזוי איז מען מצליח אז ביי די פערטע יאר זאלן מען שוין האבן זיבן שול’ן און מקוואות?’ דער ענטפער איז, דער רבי לערנט אונז אויס די סודות פון הצלחה. דער ערשטער סוד איז ‘תפילה והתבודדות’, נאך א סוד ‘נישט מאכן קיין עסק פון מענטשן און פון געלט’, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער העלפט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס, צו אים דארף מען האפן און פון אים דארף מען טראכטן.

    < זעה מער ג אלול תשפ"ג 📝
  • רייכער באנקעט דורכן בית התבשיל קומענדיגן זונטאג

    אלע אנשי שלומינו זענען העפליך געלאנדענט צו א קאלירפולע פארברענג וואס קיינער וויל נישט פארפאסן, לטובת דעם וואוילטעטיגן בית התבשיל וואס שטייט שטענדיג גרייט מיט אירע ברייטפארצווייגטע אקטיוויטעטן במשך דעם גאנצען יאר ארויסצוהעלפן יעדן יחיד, און עס מוז דרינגענד געשאפן ווערן דעם סכום פון הונדרעט פופציג אלפים צו העלפן אז די עסקנים זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט זייער עבודת הקודש. &nbsp; דער רייכער באנקעט וועט בעז"ה פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג שופטים (אוגוסט 13) ביים בית התבשיל אויף 136 דערמען רד. וואו א ברייטער נאכטמאל וועט סערווירט ווערן, און א געשמאקע שמועס מיטן ראש ישיבה וועט נאכפאלגן. &nbsp; נדיבי לב! די עסקני בית התבשיל לייגן אריין איבערמידליכע כוחות און געבן זיך אוועק לילות כימים, כסדר פרובירט מען וואס מען קען צולייגן, בעסער מאכן, און ארויסהעלפן אנשי שלומינו ובפרט די תושבים פון שטעטל, נאך מער אין די לעצטע תקופה זינט מען איז אריינגעשפרינגען און צוגעלייגט דעם נאכטמאל פראיעקט וואו עס איז צוגעשטעלט טעגליך פון שענסטן און בעסטען אויף א גאלדענעם טאץ, פון וואו עס זענען שוין ארויס הונדערטער נארהאפטיגע פארציעס לכל דכפין. &nbsp; די עסקנים בעטן זיך: זיי זענען שטענדיג גרייט לטובת הציבור, אבער יעצט מוזן זיי צוקומען צום ציבור צו קענען ווייטער אנגיין. ביטע לייגט צו א פלייצע צו די עבודת הקודש דורך זיך משתתף זיין בגוף ובממון ביים יערליכן באנקעט לטבות דעם בית התבשיל קומענדיגען זונטאג פרשת שופטים, און קויפט א זכות אין די פולצאליגע פעולת נשגבים פון וועלכע אלע תושבים האבן הנאה! &nbsp; די עסקנים האבן ארויסגעלייגט גאר גרויסע זכותים וואס מען קען אפקויפן פאר בלויז עטליכע דאלער: סאפער לחודש $7,200, פרנס חלוקה $3,600, סאפער לשבוע $1,800, פרנס השבת $1,200, סאפער ליום $360, זכות שותפות $180. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו ווי ער בעט אלעמען צו קומען זיך משתתף זיין:&nbsp; "בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן, לכבוד אנשי שלומינו שיחיו, איך וויל יעדן איינעם פערזענליך איינלאדענען דעם קומענדיגן זונטאג פרשת שופטים, צו די יערליכע מסיבה וואס איך מאך פארן בית התבשיל פון אונזער שטעטל קרית ברסלב, וואס וועט פארקומען אין שטוב פון האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש, דער גבאי פונעם בית התבשיל. עס איז דא צדקות וואס מען דארף מסביר זיין וואס די צדקה איז, וואס די צדקה טוט און וואו די געלט גייט, ביים בית התבשיל דארף מען גארנישט זאגן; אלע ווייסן וואס דאס איז, און די גאנצע שטעטל האט הנאה פונעם בית התבשיל; איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהן, אז אלע האבן נוצן פון דעם, אלע זענען זיך מחי' מיט די עסן און מיט די חלוקות וואס זיי טיילן אויס א גאנץ יאר. דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די מצוה פון צדקה זאלן מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א יאר מיט שפע. מוהרא"ש זאגט, די גרעסטע צדקה איז געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן."

    < זעה מער כג אב תשפ"ג 📝
  • געוואלדיגע הצלחה ביי פערעלעס קליידערס געשעפט אין קרית ברסלב

    טאג טעגליך טוט זיך א געוואלדיגע פארקער אינעם פערעלעס קליידער געשעפט אין קרית ברסלב, א דאנק די פילע וואלונטירן און נדבנים וואס געבן כסדר אריין קליידער, פארמאגט דער געשעפט א הערליכע אויסוואל פון קליידער פאר אלע יארגענג אנגעהויבן פון ניי געבוירענע קינדער ביז ערוואקסענע, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען, וואס דאס ערמעגליכט אנשי שלומינו איינצוקויפן הערליכע בעסטע קוואליטעט פרייזן פאר גאר ביליג. &nbsp; דער געשעפט לויפט אויף א געוואלדיגע סדר, וואס דאס מאכט דעם געשעפט זייער געשמאק אריינצוקומען איינקויפן, עס זענען דא פילע וואלוטירן פרויען אנשי שלומינו וואס יעדער האט זיך איר אויפגאבע וואס זיי קומען אריין עטליכע מאל א וואך צו טון זייער ארבעט מיט געטריישאפט. צווישן אנדערע טוען די וואלונטירן איבערקוקן יעדעס איינציגסטע זאך וואס קומט אן, און זיי מאכן זיכער אז עס איז אין א גאר א גוטע צושטאנד, און איז שיין און ריין, און פאסיג אריינצוקומען אין געשעפט; דערנאך סארטירט מען די קליידער צום אפטיילונג ווי עס געהערט, בעיביס, קליינע קינדער, גרעסערע קינדער, גרויסע קינדער, און ערוואקסענע, אינגלעך, מיידלעך, זומער, ווינטער, וואכן, שבת, שמחות און אזוי ווייטער. בעפאר יעדע סעזאן וועט מען אוועקנעמען די קליידער פון די אלטע סעזאן, און ארויסברענגען א פרישע שיפמענט א גרויסע אויסוואל פון קליידער פארן קומענדיגן סעזאן. &nbsp; דער געשעפט אפפערט ספעציעלע מעמבער פרייזן פאר משפחות פון אנשי שלומינו, און יעדע פרייז ליגט אויף אן אנדערע קאליר פרייז טעג, כדי צו פארגרינגען דאס רעכענען. &nbsp; ביי דעם געלעגענהייט ווילן די פארוואלטער פון פערעלעס בעטן פון אלע וואס ברענגען און זענען מנדב קליידער אז מען זאל גוט פארמאכן די באקסעס און צוקניפן די בעגס בעפאר מען ברענגט עס, כדי עס זאל נישט צוטרעטן און שמוציג ווערן און זאל בלייבן ראוי צו ווערן פארקויפט ווייטער, אזוי אויך בעט מען פון די קאסטומערס מען זאל נישט אריינגיין אין די צימער ווי די וואלונטירן סארטירן און קוקן איבער די קליידער, און נישט שטערן אדער עפענען בעגס אדער באקסעס. &nbsp; אנשי שלומינו זענען זייער דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט אהערגעשטעלט דעם פראיעקט, אלעס כדי אנשי שלומינו זאלן קענען לעבן מיט מנוחת הנפש, און קענען קליידן זיך און די משפחה פאר עפארדעבל פרייזן. אזוי אויך קומט זיך א גרויסע הכרת הטוב פאר אלע וואלונטירן און בפרט פאר משפחת היילפערין וועלכע געבן אוועק פון זייער טייערע צייט&nbsp; צו העלפן דעם ראש ישיבה מיט'ן פראיעקט און זענען מנדב יעדע וואך אסאך שעות פארן הצלחה פונעם געשעפט. זאל זיי דער אויבערשטער באצאלן מיט אלעם גוטן. &nbsp; צום לעצט ווילן מיר מעלדן א געוואלדיגע סעיל וואס קומט פאר אינעם געשעפט אין די טעג, איינקויפער קענען פון יעצט ביז ראש חודש אב הבעל"ט אנפילן א גאנצע בעג פון קליידער פאר'ן פרייז פון בלויז $10. קומט היינט אריבער צו פערעלעס און זעט מיט די אייגענע אויגן די הערליכע קליידער וואס וועט אייך מחי' זיין מיטן אויבערשטנס הילף.&nbsp; &nbsp; קומט און כאפט מציאות ווילאנג עס איז דא!

    < זעה מער כד תמוז תשפ"ג 📝
  • גרויסע לעמאנעיד סופערמארקעט אין ליבערטי אפן א גאנץ יאר

    יעצט ווערט צוויי חדשים זינט ר' משה יחיאל פעלדמאן הי"ו האט אריבערגעפירט די גראסערי פון שטעטל צום נייעם פופצן טויזענט סקווער פיס לאקאל אויף 261 נארט מעין סט. אין ליבערטי. דאס איז געשען מיטן וואוקס פונעם שטעטל קרית ברסלב, האט די גראסערי אינעם ביעסמענט מערן נישט געקענט ווייטער אנהאלטן אזוי, ווייל אויסער וואס עס איז פשוט אויסגעוואקסן, האט די טאון נישט ערלויבט די גראסערי ווייטער אנצגיין אזוי. ר' משה יחיאל הי"ו זאגט אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטן מען זאל טרעפן אן עצה. &nbsp; דער אויבערשטער געהאלפן אז א נישט אידישע גראסערי אויף א גוטע לאקאציע איז ארויפגעקומען אויפן מארקעט, און טראצדעם וואס פילע קונים האבן עס געוואלט אויפקויפן, האט אבער ר' משה יחיאל האט נישט אויפגעגעבן, און נאך אסאך תפילות האט דער אויבערשטער געהאלפן אז עס איז אריבער צו זיין אייגענטומערשאפט. &nbsp; ר' משה יחיאל האט איבערגענומען דעם לאקאל און עס טראנספארמירט צו "לעמאנעיד סופערמארקעט", און האט אהערגעשטעלט א גאר גוטע קאסטומער סערוויס, ווען מען קומט אריין אין לעמאנעיד סופערמארקעט שפירט מען גלייך אן איינגענעמע אטמאספער. ער זוכט ווי ער קען ארויסהעלפן זיינע קאסטומערס, נישט נאר וואס די פרייזן ביי לעמאנעיד זענען פון די בעסטע אין די גאנצע קעטסקילס ראיאן, נאר אויך זוכט ער נישט צו באהאלטן די פרייזן פון די פארשידענארטיגע ברענדס פון די גרויסע אויסוואל וואס די גראסערי פארמאגט, אונטער יעדע אייטעם באזונדער שטייט ארויסגעשריבן מיט גרויסע אותיות די פרייז, און נעבן דעם די יוניט פרייז מען זאל קענען פארגלייכן און קויפן וועלכע עס קומט אויס די בעסטע פארן קאסטומער. &nbsp; אויסער די גוטע קאסטומער סערוויס הא ער ברוך השם באוויזן אריינוצברענגען פילע דעפארטמעטנס אינעם סטאר ווי ביי יעדע איינע שטייען אויסגערופענע קעכערס און בעקערס וואס יעדער צייכענט זיך אויס אין זייער זאך, עס זענען דא באזונדערע אפטיילונגען פאר פיש, פלייש, דעלי, סוש, פיצא, בעקעריי, שפילצייג, און ער פלאנט אריינצוברענגען נאך מיט די צייט. &nbsp; לעמאנעיד סופערמארקעט האט אויך א פארגעשריטענע וועבסייט, www.lemonadesupermarket.com ווי קאסטומערס קענען באשטעלן די גאנצע ארדער און עס וועט ווערן אפגעשיקט צו אייך אהיים, אזוי אויך ווערט צוגעשטעלט בנחם פיקאפ און דעליווערי פאר מינימוס איינקויף. &nbsp; פאר די וואס קומען צו פארן מיט די קארס פארמאגט דאס געשעפט א ריזיגע ברייטע פארקינג מיט פלאץ פאר איבער 100 קארס, און די איינוואוינער פון שטעטל קענען זייער גרינג אנקומען אהין ווען די שאטל פון שטעטל שטעלט זיך אפ כסדר אין פארנט פון לעמאנעיד סופערמארקעט. &nbsp; דער סטאר איז אפן טעגליך פון 7:30 אינדערפרי ביז 11:00 אויפדערנאכט, אויסער מיטוואך און דאנערשטאג ווען מען איז אפן ביז שפעטער. אזוי אויך איז דער געשעפט אפן פרייטאג ביז שפעט און מוצאי שבת קודש. צום רעכענען פארמאגט לעמאנעיד פינף רעדזשיסטערס און פיר סעלף טשעקאוט פאר די וואס ווילן רעכענען אליינס.

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ג 📝
  • קינדער באנגעלאס אין מנחה אילן החיים א נאמען געגעבן לויטן רבינ'ס ספרים

    דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די נאטור פון די וועלט אז מענטשן גלייכן טשעלענדזשעס, און ווען א מענטש קומט אן צו שוועריקייטן בפרט אויב ער ווייסט אז מען האלט מיט, באקומט מען אן אויסטערלישן חשק עס איבערצוקומען און אנקומען צום ציל. &nbsp; פילע קעמפס איבער די קעטסקיל בערג נוצן דאס אויס במשך דעם זומער,מען וויל אז די קינדער זאלן מיטהאלטן און קאאפערירן, מאכט מען פארמעסטן צווישן די קינדער, מען מאכט טיעמס, צום ביישפיל איין טיעם איז טאג, און די צווייטע נאכט, אדער איין טיעם איז קאלט און די אנדערע איז הייס, און די גאנצע טעמע פונעם זומער לויפט דערויף, מען מאכט שפילן און אקטיוויטעטן לויט'ן טעמע, און די קינדער ווערן אנגעצינדן דערפון ווען זיי ווילן געווינען קעגן דעם אנדערן טיעם. &nbsp; אין די ברסלב אינגל קעמפ מחנה אילן החיים האט מען עס גענומען צום "נעקסט לעוול", מען האט געמאכט די טעמע פונעם זומער די פינף ספרים פון הייליגן רבין, די באנגס ווי די קינדער שלאפן האבן יעדע באקומען א נאמען לויט איינע פון די הייליגע ספרים, דאס מאכט א רייץ צווישן די קינדער, צוליב וואס צווישן די פילע געשמאקע אקטיוויטעטן דארפן זיי זיך פארמעסטן ווער קען נאכזאגן מער שיחות פון זייער ספר, מאכן מער סיומים אויף זיין ספר, אין די קינדער לעבן מיט די געטליכע ווערטער פון הייליגן רבין, די קינדער שטייען אויף מיט דעם, זיי שפילן מיט דעם, און זיי לייגן זיך שלאפן לערנענדיג די הייליגע ספרים. &nbsp; נעכטן איז פארגעקומען א גרויסע מעמד ביי די קינדער, א מעמד "קריאת השם", ווי מען האט באשטימט די נעמען פון יעדע באנגעלא, איינס האט באקומען דעם נאמען "ליקוטי מוהר"ן", די צווייטע הייסט "חיי מוהר"ן", און די אנדערע הייסן "שיחות הר"ן", "ספר המידות" און "סיפורי מעשיות".&nbsp; &nbsp; אילן החיים איז טאקע כשמו כן היא, א קעמפ ווי די קינדער זיצן אונטערן שאטן פונעם צדיק דער הייליגער רבי, וואס איז א בוים וואס געבט אונז לעבן (ווי רש"י זאגט אונז צוויי וואכן צוריק אין פרשת שלח "היש בה עץ"), אין דעם קעמפ לערנען און לעבן די קינדער מיט די עצות און ווערטער פון הייליגן רבין, און דאס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן מיטן אויבערשטנ'ס הילף. &nbsp; עץ חיים היא למחזקים בה

    < זעה מער יד תמוז תשפ"ג 📝
  • נאך א בית המדרש אין שטעטל באקומט א מקוה מיטן אויבערשטנ'ס הילף

    פון בית המדרש "אשר בנחל" אויפן דענמאן גאס, קומט אריין גוטע נייעס. דער שול וועלכע דינט יעדע שבת פאר די פולע איינוואוינער פונעם געגענט גייט בעזרת השם באקומען א פערמענאנטע באקוועמע מקוה.&nbsp; &nbsp; ביז יעצט האט דער שול פארמאגט א שיינעם ריינעם מקוה, אבער אויף א פראוועזארישע אויפן, יעצט האט דער ראש ישיבה געזען אז עס איז צייט מען זאל דארט אהערשטעלן א פערמענאנטע מקוה מיט אלע הידורים, כדי די מתפללים זאלן זיך קענען טובל&rsquo;ן און זיך מטהר זיין שבת קודש אינדערפרי אין א פיינעם מקוה. &nbsp; די ארבעט ווערט געטון מיט גרויס געניטשאפט דורכן גבאי פון בית המדרש מו"ה מרדכי היימליך הי"ו, וועלע פרובירט זייער שטארק די מקוה זאל זיין גרייט צום באנוץ גלייך אנהייב פונעם זומער סעזאן הבא עלינו לטובה, ווען די געגענט ווערט אנגעפולט מיט די פולע געסט פון די שטאט וואס קומען וויילן צווישן די בערג אויף די זומער חדשים. &nbsp; דער בית המדרש אשר בנחל איז באקאנט אלס א געשמאקע ווינקל ווי מען שפירט זיך געשמאק אריינצוקומען און די נאמען גייט ווייט אלץ א פלאץ ווי מען קען זיך אנשעפן מיט חיזוק פאר די גאנצע וואך. דער ראש ישיבה האט געשטעלט דעם חשובן דיין שליט&rdquo;א וואס פירט דעם בית המדרש מיט גרויס איבערגעגעבנקייט. דער דיין האט גאר שיינע דיבורים מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, יעדע וואך ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות, ווען דער דיין שליט&rdquo;א איז מחזק אנשי שלומינו ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה לערנט אונז שטענדיג, און איז מעורר מען זאל זיך ווייטער דערהאלטן, און זיך נישט פארלירן ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן. &nbsp; מה מקוה מטהר את הטמאים

    < זעה מער א תמוז תשפ"ג 📝
  • נייע יוטיליטי טראק פארן עירוב געברענגט פון קענסעס

    קרית ברסלב - די איבערגעגעבענע וועד העירוב אינעם שטעטל לייגט אריין גאר גרויסע כחות יעדע ערב שבת, די טייערע כולל אינגעלייט תלמידי חכמים געבן אוועק שעות יעדן ערב שבת דורכצוגיין די גאנצע לענג פונעם עירוב צוים צו זיכער מאכן אז אידישע קינדער קענען טראגן אינעם שטעטל כהלכה. &nbsp; ביי פארשידענע פלעצער אינעם עירוב ווי די בענדלעך לויפן הויך, באנוצן זיך די חברי הוועד מיט א יוטיליטי טראק וואס הייבט אויף דעם משגיח צום ריכטיגן הייעך ווי מען קען איבערקוקן דעם בענדל און זיכער מאכן אז עס איז כשר. לעצטנעס האט זיך אבער געמאכט א פאנטשער אז דער טראק וואס איז שוין געווען אלט און אפגענוצט האט פון איין מינוט צום צווייטן אויפגעהערט צו ארבעטן, און נאכן איבערקוקן די אפציעס האט מען געזען אז דער טראק קען מען מער נישט נוצן, נאכן מתפלל זיין צום אויבערשטן און בעטן מען זאל טרעפן א פאסיגע טראק וואס זאל קענען דינען דעם וויכטיגן צוועק האט דער באשעפער געהאלפן אז מען האט געטראפן אזא טראק פאר א גוטע פרייז פון עפעס אונטער $130,000 אינעם שטאַט קענסעס. וואס איז א וועג וואס אויב דרייווט מען דעם גאנצן וועג בלי הפסק נעמט עס איבער אכצן שעה. &nbsp; און ווען מען האט געטראכט וויאזוי קען דער טראק אנקומען צום שטעטל, איז ארויפגעקומען אויפן געדאנק ר' ישעי' וויזעל. מיט א האלבע יאר צוריק אינמיטן ווינטער, ווען מען האט געדארפט צולייגן נאך א באס צום שטעטל שאטל, און מען האט געטראפן אזא באס אין אָהייאָ, איז ר' ישעי' געווען דער וואס איז אפגעפלויגן קיין אָהייאָ און געברענגט דעם באס א וועג פון צען שעה צום שטעטל. &nbsp; ווען ר' ישעי' האט געהערט אז מען זוכט א וואלונטיר צו ברענגען אן עירוב טראק צום שטעטל און ער האט נאך א געלעגעהייט צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א האט ער זיך תיכף צוגעכאפט דערצו, און אויך יעצט איז ער אפגעפלויגן קיין קענסעס, ווי ער האט געדרייווט דעם טראק צום שטעטל, א וועג וואס האט אים גענומען איבער צוויי און צוואנציג שעה - נאכדעם וואס מען טאר נישט דרייוון אזוי לאנג אין א ציה, און מען מוז זיך אפרוען אינמיטן צו שעפן פרישע כחות. &nbsp; דא איז אויך די געלעגענהייט צו דאנקען די חברי הוועד וואס געבן זיך אפ מיט אזא געטריישאפט צו שאפן און צו זארגן פאר אלע געברויכן פון שטעטל, זאל עס זיין די עירוב, שאטל, מוסדות, בתי מדרשים און אזוי ווייטער. &nbsp; אזוי אויך קומט זיך א הכרת הטוב פאר די געטרייע משגיחים וואס געבן אוועק פון זייער טייערע צייט יעדן ערב שבת קודש, אן קיין פאמפע און אן קיין פרסום, און טוען זייער ארבעט בנאמנות פאר אויבערשטן, כדי אידן זאלן קענען היטן שבת כהלכה, מיט א כשרע עירוב. &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

    < זעה מער כט סיון תשפ"ג 📝
  • מחנה אילן החיים ווערט צוגעגרייט צום זומער הבעל"ט

    דער ברסלב'ע מחנה "אילן החיים" באשטייט היינט צו טאגס פון א קאנטרי וואס נעמט אריין 20 משפחות פון שטאט, אזוי אויך אנטהאלט עס די קעמפ פאר די בערך 90 אינגלעך און בחורים פון בערך 9 יאר ביז 14 יאר. די קעמפ סערווירט סיי די קינדער פון שטעטל וואס קומען צו פארן יעדן טאג, און סיי די בערך 30 קינדער פון שטאט וואס שלאפן דארט איבער, אלעס אונטער די אויפזוכט פון די געטרייע מלמדים און קאונסלערס וואס געבן זיך אפ מיט די קינדער מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט. &nbsp; וואס פארקויפט מען אין מחנה אילן החיים? וואס איז זייער ספעשעלטי? מחנה אילן החיים איז א קאנטרי און א קעמפ ווי מען קען אפן רעדן פון אייבערשטן, דארט איז מען דבוק אין אייבערשטן אפילו בשעת'ן שפילן, דא הערט מען כסדר ווי די קינדער בעטן דעם אייבערשטן בשעת'ן שפילן "באשעפער העלף אונזער טיעם זאל געווינען".&nbsp; &nbsp; ווי באקאנט קען חובות חרוב לייגן א שטוב, א טאטע וואס איז שולדיג געלט פאר מענטשן האט נישט קיין קאפ, ער קען נישט לערנען, דאווענען, ער האט נישט קיין געדולד צו די ווייב און קינדער. דערפאר האט דער ראש ישיבה איינגעפירט היי יאר א פרישע תקנה אין קעמפ, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ער איז מבטל די זאך פון צאלן די טייערער "קעמפ געלט" וואס קאסט היינט עטליכע טויזענט דאלער פער קינד, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז די קינדער וואס לערענען א גאנץ יאר אין די מוסדות דארפן בלויז ווייטער באצאלן שכר לימוד, און דאס וועט זיין גענוג. &nbsp; אזוי ווי דער בית המדרש ווי די קינדער האבן געלערענט פאריאר איז שוין געווארן צו קליין, עס איז נישט מעגליך דארט אריינצושטופן ניינציג קינדער בלעה"ר האט מען היי יאר צוגעטרעטן צו בויען נייע גרויסע בית המדרש פון כמעט צוויי טויזענט סקווער פוס וואס די קינדער וועלן נוצן בעז"ה טאג טעגליך צו דאווענען און עסן, און צום לערנען אין א רעגנדיגע טאג, ווען מען קען נישט לערנען אין וואלד. &nbsp; אזוי אויך בויעט מען דארט א נייע מקוה, וואס מען וועט קענען נוצן טאג טעגליך זיך צו מטהר זיין צום דאווענען. &nbsp; אנשי שלומינו וועלכע וועלן וויילן זומער אין קעמפ וועלן אויסנוצן דעם געלעגענהייט צו מאכן א פערזענליכע קשר מיטן אויבערשטן, דורך טאג טעגליך ארויסגיין צווישן די גראז און ביימער און שמועסן און זיך דורכרעדן מיט אים אלעס וואס ליגט אויפן הארץ.

    < זעה מער כה סיון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך אויף א פרישע זומער סעזאן

    אין שטעטל רודערט שוין, מען גרייט זיך העפטיג צום פרישן זומער סעזאן, עס ווערט געמאכט הכנות פון אלע זייטן צו אויפנעמען די חשובע געסט וואס גרייטן זיך ארויסצוקומען אויף די זומער וואכן - זיך אביסל אנשעפן מיט פרישע קלאר לופט, צווישן די גראז און ביימער וואס איז אזוי געשמאק צו שפאצירן צווישן זיי און רעדן צום אייבערשטן. &nbsp; אינעם "אילן החיים" קאנטרי וואס איז פאריאר געווארן אפגעקויפט פאר די געברויך פון די חשובע משפחות, און פאר די חשובע אינגלעך - ווערט יעצט געבויעט א שיינעם גרויסן בנין, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווערן געניצט פאר די בית המדרש אין קאנטרי, ווי מען וועט דאווענען און לערנען יעדן טאג במשך די זומער טעג. &nbsp; ביים בנין "היכל ראזענבערג" וואס איז אינטערן צענטראלן בית המדרש אויף האשקי, קומט פאר אין די טעג גאר העפטיגע קאנסטרוקציע, עס ווערט שיין אויפגעפיקסט פאר די געברויך פון די חשובע בחורים וואס גייען דארט לערנען און דאווענען במשך די זומער טעג. &nbsp; אזוי אויך ארבעט מען העפטיג ביים מיידל קעמפ וואס איז אינטערן שטעטל, עס זאל זיין גרייט פארן זומער. &nbsp; אלע קינדער, בחורים און משפחות, קענען קוים ווארטן ארויסצוקומען און פארברענגן אינטערן שאטן פון נאטור, און זיך דערקוויקן מיטן אייבערשטנ'ס וועלט וואס ער האט באשאפן פאר אונז נאר פאר דעם ציל אז אונז אידן זאלן הנאה האבן און אים אנערקענען אין יעדן מצב. &nbsp; די שטעטל איינוואוינער ווארטן שוין אויף די לעכטיגע טעג וואס מען וועט האבן די זכי' אז די ראש ישיבה מיט די תלמידים וועלן ארויסקומען אויף זומער און מען וועט הערן די הערליכע דרשות פונעם ראש ישיבה יעדן טאג, וואס ווייזט דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן אינעם טאג טעגליכן לעבן. &nbsp; בלייבט נאר איבער צו בעטן דעם אייבערשטן אז די זומער זאל טאקע אדורכגיין רואיג און געשמאק, מען זאל קענען אויסניצן די זומער טעג ווי עס דארף זיין, און קענען מיט דעם מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג וואס קומט גלייך נאך די זומער.

    < זעה מער כג סיון תשפ"ג 📝
  • דערהויבענע יום טוב שבועות מיטן ראש ישיבה שליט"א אין קרית ברסלב ליבערטי

    גאר א פרייליכער און דערהויבענער יום טוב שבועות האט מען מיטגעלעבט דאס יאר אין קרית ברסלב ליבערטי אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווי הונדערטער אנשי שלומינו פון איבעראל זענען זיך צוזאם געקומען כאיש אחד בלב אחד, צו זיין אינאיינעם ביים קיבוץ אום יום טוב שבועות, מען האט אינאיינעם געזאגט נעשה ונשמע און מקבל געווען די הייליגע תורה פון דאסניי, זיך אויפגעפרישט און באנייעט צו לערנען די הייליגע תורה, און מקיים זיין די הייליגע מצוות פון די תורה. &nbsp; ווי באקאנט איז געווען ביים הייליגן רבי'ן בחייו דריי צייטן אין יאר וואס די תלמידים זענען זיך צוזאגעקומען צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה, און יום טוב שבועות. אויף ראש השנה האט דער רבי געזאגט אז מען זאל ווייטער קומען צו זיין קבר אויך נאך זיין הסתלקות, און ער וועט פועל'ן גרויסע ישועות פאר אלע וואס וועלן זיין ביי אים, ביי וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט גאר שטארקע לשונות, "אפילו וועמען איך קען נישט העלפן א גאנץ יאר, קען איך אבער יא העלפן אום ראש השנה", "יעדער וואס גלייבט אין מיר זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן" און אזוי ווייטער, און דעריבער זענען זיך אזויפיל צענדליגע טויזנטער אידן מוסר נפש יאר יערליך צו קומען צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, און אפילו ווען עס איז פארשפארט די געהעריגע וועגן אנצוקומען, דאך פארט מען אויף אלע סארט וועגן וואס איז נאר שייך צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה. אבער אין די אנדערע צוויי צייטן, שבת חנוכה און שבועות, איז מען נאר געקומען צום רבי'ן בחייו, און היינט צו טאגס קומען זיך אנשי שלומינו צוזאם בכל מקומות מושבותיהם, מען נעמט זיך צוזאם צו דאווענען מיט ברסלב'ע חסידים.&nbsp; &nbsp; קיין קרית ברסלב ליבערטי זענען געקומען צו פארן פילע הונדערטער משפחות, צו דאווענען און מקבל זיין אינאיינעם די הייליגע תורה, במחיצת דעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; הכנות צום הייליגן יום טוב די הכנות צום הייליגן יום טוב האט זיך שוין אנגעהויבן עטליכע טעג פריער, דאנערשטאג נאכט ערב שבועות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס יעדער איד באקומט א התעוררות אום יום טוב שבועות צו לערנען די הייליגע תורה, מען זינגט דעם ווארימען אהבה רבה ניגון, מען נעמט זיך פאר פרישע קבלות צו מאכן שיעורים קבועים יעדן טאג צו לערנען די הייליגע תורה, דער פראבלעם איז אבער אז פילע טרעפן נישט א וועג וויאזוי אויך זיי קענען לערנען די תורה טאג טעגליך. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אויף דעם האט דער הייליגער רבי אונז געגעבן א גרינגע וועג צו לערנען תורה, א וועג פון וואס קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען, מען קען "זאגן" די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו מען פארשטייט נישט, און לערנען אפילו מען געדענקט נישט וואס מען האט געלערנט, און מיט דעם ווערט מען באהאפטן צו די תורה. די שיעור קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין.&nbsp; &nbsp; די חשובע איינוואוינער אין קרית ברסלב האבן ברייט געעפנט זייערע הערצער און הייזער, אריינצונעמען די פילע הונדערטער משפחות וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב פון איבעראל. &nbsp; ערשטע נאכט יום טוב נאך גאנצע ניין און פערציג טעג וואס מיר האבן געציילט ספירה, מען האט געווארט און געבענקט אויפ'ן יום טוב שבועות, עס האט זיך גערוקט א טאג נאך טאג נענטער און נענטער צו קבלת התורה, האט מען ענדליך זוכה געווען צו דעם "תמימות תהיינה", ווען מען שטייט גרייט מקבל צו זיין די הייליגע תורה. במשך דעם גאנצן יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אלע תפלות אינעם גרויסן שול, וואס מען האט ספעציעל מסדר געווען לכבוד יום טוב צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן עולם. נאך א ווארימע מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אויפגעשטעלט רעדן אפאר ווערטער איבער די גרויסקייט פון דעם הייליגן נאכט אין וואס מען גייט אריין, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דער אר"י הקדוש זאגט אז דער נאכט זאל מען אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין, אויפזיין די גאנצע נאכט, און אריינכאפן תורה און תפלה און זאגן דעם תיקון ליל שבועות. עס זענען דא ערליכע אידן וואס פירן זיך נישט צו רעדן די גאנצע נאכט ביז אינדערפרי נאך כתר, אבער צו די ווייב און קינדער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דארף מען רעדן, דער עיקר איז צו רעדן נאר גוטע זאכן, דיבורים פון אמונה, דיבורים פון התחזקות, און דאס גלייכן.&nbsp; &nbsp; גלייכצייטיג האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זיין אום יום טוב שבועות ביים קיבוץ פון אנשי שלומינו, וואס דאס איז גאר א גרויסע זאך, און דאס וועט זיכער ברענגען אלעס גוטס פאר יעדן איינעם.&nbsp; &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז דער עולם אהיימגעגאנגען עסן סעודת יום טוב. נאך די סעודה איז דער ציבור זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש, צוערשט האט יעדער געלערנט זיינע שיעורים, און אומגעפער אום צוויי אזייגער האט דער גאנצער עולם געזאגט דעם תיקון אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ווי עס איז איינגעפירט אין היכל הקודש זאגט מען דעם ארגינעלן תיקון, וואס דאס איז די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה פון די תורה און נ"ך, און דערנאך די תרי"ג מצוות, ווען אינצווישן זינגט מען ווארעמע בענקעדיגע ניגונים, זיך בעטנדיג ביים אייבערשטן "והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך", און אזוי ווייטער הארציגע ניגונים אויף אידיש, מיט תפלות און רצונות צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו זיין הייליגע תורה.&nbsp; &nbsp; גאר אן אייגענארטיגע זאך איז געווען דאסמאל, ווען אינמיטן דעם תיקון האט מען זיך אפאר מאל אפגעשטעלט און ארויפגערופן אינגעלייט וואס האבן געמאכט סיומים, דער אין משניות, דער אין גמרא, דער אין שלחן ערוך און אזוי ווייטער, איינער אינגערמאן פון ארץ ישראל האט געמאכט א סיום הש"ס צום צווייטן מאל, און דערנאך גערעדט אפאר ווערטער ארויסברעגענדיג וויאזוי דאס לערנען גמרא איז אים נישט גרינג אנגעקומען, דאך איז ער געגאנגען ווייטער מיט עקשנות, ביז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן יעצט דעם צווייטן מאל ש"ס. &nbsp; נאכ'ן תיקון האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד. בקדרותא דצפרא איז מען געגאנגען אין מקוה, און דערנאך זיך געגאנגען אביסל צולייגן צו קענען דאווענען אינדערפרי מיט א רואיגן קאפ. געוויסע האבן אנגעפרעגט אויב זיי קענען מאכן א מנין שחרית ותיקון, און דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם, נאר ער דאווענט שפעטער כדי זיינע קינדער זאלן קענען מיטהאלטן דעם דאווענען און די אקדמות אויף וואס מען ווארט שוין א גאנץ יאר.&nbsp; &nbsp; דעם ערשטן טאג יום טוב צו שחרית האט מען געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד, געזינגען דעם אהבה רבה מיט א געוואלדיגע התעוררות, און דערנאך אויסגעלאזט יעדע שטיקל פון הלל מיט גרויס ווארימקייט. דערנאך איז מען צוגעגאנגען צו קריאת התורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די הייליגע אקדמות מיט'ן ניגון, מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און אויך געליינט די קריאת התורה מיט די עשרת הדברות מיט גרויס התלהבות. &nbsp; &nbsp;נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסער מילכיגער קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם מדרש פליאה אז ווען משה רבינו האט געהערט פונעם אייבערשטן 'אנכי ד' אלקיך' האט ער גלייך אויסגעשריבן 'שלא עשני גוי', אויף וואס אלע פרעגן וואספארא שייכות האבן די צוויי זאכן? אבער דער אמת איז עס איז זייער פשוט, בשעת משה רבינו האט געהערט פונעם אייבערשטן די תורה האט ער גלייך אויסגעשריבן 'שכח אייבערשטער איך בין נישט קיין גוי'. אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט שטענדיג אראפלייגן וויאזוי עס וואלט אויסגעזען ווען מיר וואלטן געבוירן געווארן כינעזער, מען וואלט גערעדט זייער שפראך "טשינג טשאנג טשו", און מיר וואלטן געגעסן ווערים, און גארנישט מער, אבער דער אייבערשטער האט אויף אונז רחמנות געהאט און געגעבן און אונז אויסדערוועלט צו זיין זיין פאלק, און אונז געגעבן אזא לעכטיגע תורה דארף מען מיט דעם זיין זייער זייער פרייליך. איז און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א מאריך געווען מיט דברי תורה והתחזקות פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט. &nbsp; נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעזאגט דעם "שטר תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים", ווי דער מנהג איז, און דערנאך האט ער ארומגערעדט וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים אין די דריי צייטן ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון דעם שווערן עונש פון עולם התוהו. יעדע פון די צייטן באקומט מען אן אנדערע מתנה פון הייליגן רבי'ן, ראש השנה באקומט מען די לעכטיגע מתנה פון 'אמונה', צו וויסן און גלייבן אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט פאר אונז, און אלעס פירט זיך מיט א פונקליכע חשבון פונעם אייבערשטן. שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון 'דאנקן דעם אייבערשטן', א מענטש דארף יעדן טאג דאנקן דעם אייבערשטן אז ער איז געזונט, ער האט אויגן ער קען זען, א אינגערמאן קומט מיר זאגן אז ער האט אנגעהויבן זען שוואך אויף איין אויג רחמנא לצלן, איז ווי קען זיך נאך א מענטש אפרעדן און זיין צובראכן, בשעת דער אייבערשטער געט אים אזעלכע מתנות יעדע רגע און יעדע מינוט? און יעצט אום שבועות באקומט מען דעם סדר דרך הלימוד, וואס איז א מתנה פון הייליגן רבי'ן, וואס מיט דעם קען יעדער איד האבן א שייכות מיט די הייליגע תורה, אפילו מ'האט נישט קיין איבריגע צייט צו לערנען, מ'האט נישט די פארשטאנד און געדולד צו קענען לערנען, קען מען אבער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דערפאר דארף מען זיך זייער פרייען אז מען איז זוכה צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ אום יום טוב שבועות.&nbsp; &nbsp; נאך די דרשה איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעגאנגען צו מערבית.&nbsp;&nbsp; &nbsp; צווייטע טאג יום טוב &nbsp; אויך דעם צווייטן טאג האבן מיר זוכה געווען צו הערן א שחרית פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיט אן התעוררות'דיגן אהבה רבה, און א הערליכע הלל וואס איז צעגאנגען אין אלע ביינער.&nbsp; &nbsp; ביים ליינען האט מען אויסגערופן לתורה החתן נחמן יואל נרו יאיר בן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, אזוי אויך האט מען אויסגערופן לתורה מו"ה יצחק אייזיק ראטה הי"ו וואס האט געהאט א אינגל דעם צווייטן טאג יום טוב למזל טוב. &nbsp; מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד החזן מו"ה אלימלך גראסמאן הי"ו, וואס האט מיט זיין הערליכע שטומע אראפגעלייגט גאר א ווארימע מוסף, וואס איז אריין אין אלעמענ'ס ביינער. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די קידוש פארן חתן נחמן יואל נרו יאיר, דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט פון די וויכטיגקייט פון קומען דאווענען שחרית מנחה מעריב אין בית המדרש, אזוי ווי דער הייליגער רבי רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט 'והם לא ידעו דרכי', אז די וואס דאווענען 'אינדערהיים' - 'לא ידעו דרכי', קענען נישט די וועגן פונעם אייבערשטן, דאס הייסט אז מען דארף קומען צום אייבערשטן אין שול דאווענען דריי מאל א טאג. &nbsp; און דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרייט צום חתן און געזאגט: אז די ווייב זאגט "איך וויל נישט זאלסט ארויסגיין דאווענען, איך וויל נישט בלייבן אליין", זאלסטו נישט קוקן אויף דעם, מען דארף האבן 'א געזונטע שלום בית' נישט 'א קראנקע שלום בית', מען טאר נישט זיין אינדערהיים פיר און צוואנציג שעה, מען דארף ארויסגיין דאווענען.&nbsp; &nbsp; נעילת החג&nbsp; &nbsp; נאך מנחה איז געווען דער נעילת החג, צוזאמען מיט שלש סעודות, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די שטר כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און דערנאך גערעדט דברי חיזוק ווי אזוי מיטצונעמען דעם יום טוב אויפ'ן גאנצן יאר. דער ראש ישיבה האט נאכאמאל גערעדט איבער די גרויסקייט אז מען זוכה געווען צו זיין ביים רבינ'ס קיבוץ אום שבועות, וואס מיט דעם ווערט מען געראטעוועט פון עולם התוהו, און ביי די אלע דריי צייטן וואס דער רבי האט אונז געזאגט מען זאל קומען צו אים פרישט מען זיך אויף מיט די אלע דריי וויכטיגע נקודות וואס דאס איז 'אמונה' 'דאנקן דעם אייבערשטן' און 'תורה', זיין פרייליך און צופרידן מיט די לעבן וואס דער אייבערשטער האט געגעבן, און וואס מען וויל באקומען פונעם אייבערשטן קען מען בעטן פונעם אייבערשטן, בפרט דא אין שטעטל איז דאך גן עדן, מען גייט ארויס צווישן די ביימער און מען שמועסט מיטן אייבערשטן אפאר מינוט, עס איז דאך ממש א מחי'. און בפרט דארף מען מיטנעמען די עצה פונעם סדר דרך הלימוד, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט זייער הנאה געהאט צו זען פאר מנחה ווי די גאנצע עולם זיצט און לערנט זיינע שיעורים כסדרן, וואס דאס איז א געוואלדיגע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן. יעצט שבועות האט מען חתונה מיט די תורה, דארף מען זען צו האבן שלום בית מיט די תורה, לערנען יעדן טאג די זיסע תורה. &nbsp; ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אום מוצאי יום טוב איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שול צו טאנצן און זיך פרייען. פאר לאנגע שעות האט מען געטאנצן בתופים ובמחולות, לעבעדיג און לוסטיג מיט לויב און געזאנג צום אייבערשטן. ביים טאנצן האט דער ראש ישיבה אפאר מאל געהויבן דעם עולם און געזאגט אז יעצט איז א חתונה און מען דארף זיך זייער פרייען. דער געהויבענער יום טוב וועט זיכער בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט, די התחזקות און התעוררות וועט געדענקט ווערן פאר זייער לאנג, און מיט די הייליגע לימודים פון רבי'ן וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זיין גרויסע ערליכע אידן.&nbsp; &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער ח סיון תשפ"ג 📝
  • נייע קימפעטארין היים ווערט געבויט אין קרית ברסלב ליבערטי

    דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז עס איז זייער וויכטיג אז אידישע מאמעס זאל זיך קענען אויסרוען נאכן האבן א קינד, אבער למעשה וויבאלד די פרייזן פון די קימפעטארן היימען זענען זייער גרויס קענען זייער אסאך מאמעס זיך עס נישט ערלויבן, און אסאך וואס גייען יא, מאכן זיך אן דערפון גרויסע חובות, וואס איז אויך א חורבן פאר זיך. ממה נפשך, אדער קען זיך די מאמע נישט אויסרוען - וואס איז א זאך וואס איז קריטיש וויכטיג זי זאל קענען זיין א געזונט מאמע פאר איר משפחה, אדער פאלט מען אריין אין חובות - וואס איז ווייטער א גרויסע צרה - עס נעמט אוועק די ישוב הדעת פון א מענטש, מען קען נישט לערנען, דאווענען, און זיין א טאטע פאר די קינדער. &nbsp; זעענדיג דעם פראבלעם האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן פונעם כהן שדעתו יפה, וואס שטייט צום רעכטן האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א אין יעדן פראיעקט הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א, אז ער זאל אויפזוכן א גוטע פלאץ פאר אזא היים, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז קודם קען מען עס מאכן אויף א קליינעם פארנעם. דער אייבישטער האט געהאלפן אז נאך תפילות האט מען געטראפן א ממש צוגעפאסטע פלאץ צווישן די בערג ביימער און גראז אין ליבערטי אין א שטילן ווינקל. דערווייל האט עס פיר צימערן, דריי סינגל רומס און איין דאבל רום. און שפעטער ווען עס וועט אויספעלן איז דא אסאך פלאץ עס צו קענען בעז"ה אויסברייטערן. &nbsp; מען האט זיך שוין ב"ה גענומען צו די ארבעט פון איבערבויען, דער ראש ישיבה וויל עס מאכן אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם, אויפן העכסטן סטאנדארט. מען האט אינסטאלירט א סטעיט אף די ארט קאך מיט אלע מאדערנסטע אפלייענסעס, מען בויטע איבער די טוילעטס מיט די שויערס, און קומענדיגע וואך וועט מען מאכן די טיילס, און נאכדעם וועט מען בעז"ה פעינטן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מרת (אייזיק) אפעל תחי' זי זאל שטיין בראש פון דעם קימפעטארין היים. מרת אפעל תחי' האט א לאנגע הערליכע רעזומעי פון שטיין צו די רעכטע האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א נאך זינט די מוסדות האבן זיך געעפענט, אזוי אויך פירט זי אן די חתונה זאל אין וויליאמסבורג וואס איז די איינציגסטע חתונה זאל אין דער וועלט - לויט וויפיל מיר ווייסן - וואס איז גענצליך בחנם פאר אלע מחותנים, מרת אפעל פירט אן די חתונות מיט גרויס געטריישאפט, און אין די טעג וועט טאקע ווערן אפגעצייכענט די פופציגסטע חתונה בחנם. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ער וויל אז די קימפעטארן היים זאל זיין עפארדעבל, אז די אזוי וויכטיגע סערוויס פון זיך אפרוען נאך א קינד זאל נישט פאר'חוב'נען די משפחה, דערפאר וויל דער ראש ישיבה אז דער היים זאל אפערירן דורך געטרייע הארציגע וואלונטירן, וואס וועלן קומען כסדר און זיך אפגעבן מיט די קימפעטארנס, קאכן, וואשן, רוימען און זיכער מאכן מיט הארץ און געפיל אז זיי קומען צו די כחות. די הארץ פון די אידישע פרויען איז א זאך וואס מען קען נישט קויפן פאר קיין געלט אויף דער וועלט. &nbsp; מען זעט די סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט, צום ביישפיל וויאזוי מען האט געטראפן דעם נורס וואס וועט זיך אפגעבן מיט די קינדערלעך: איין טאג איז א פרוי צוגעקומען צו א פרוי מאנשי שלומינו איינקויפענדיג אין א לאקאלע געשעפט זיך פארשטעלנדיג אלץ א נוירס און געזאגט אז זי האט געארבעט אסאך יארן ביי "אם וילד" קימפעטארין היים, און געזאגט אז זי זוכט א דזשאב. די זעלבע זאך שפילט זיך אפ מיט די ריזיגע געלטער וואס עס קאסט איבערצובויען. מען נוצט די וואלוטע וואס הייסט "תפלה", מען בעט דעם אויבערשטן און ב"ה אלעס ווערט געדעקט. &nbsp; דער היים פארמאגט אין הויף א הערליכע גארטן מיט ביימער און בלומען ווי די פרויען וועלן זיך קענען ארויסזעצן אונטער די שאטן פון די ביימער אין די שיינע וועטערס, אזוי אויך וועט עס האבן אינעוויינג א הערלכיע "גלאז צימער" ווי מען וועט קענען נורסן די בעיביס, זיך אפרוען און פארברענגען אינעוויינג. &nbsp; מיט תפילות וועט דער אויבערשטער העלפן אז דער נייער קימפעטארן היים וועט שנעל פארטיג ווערן, צו אלעמענס צופרידנהייט. &nbsp; וארבה את זרעך כחול הים

    < זעה מער א סיון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צום יום טוב שבועות מיטן ראש ישיבה שליט"א

    יעצט ווען מען גייט ארויס פונעם געהויבענעם טאג ל"ג בעומר, הייבן זיך אנשי שלומינו אן צו גרייטן צום הייליגן יום טוב שבועות הבעל"ט במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א. די חשובע איינוואוינער פון קרית ברסלב רישן איין זייערע הייזער, גרייטן צו בעטן, סעודות, און זעען וואס מען קען אלץ טון צו קענען אריינצונעמען וויפיל געסט נאר מעגליך. די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, זיי פלאנען אויס וויאזוי דער דער שול זאל קענען אריינעמען די פילע הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקוה זאל זיין מסודר. די הנהלה פונעם בית התבשיל ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען, אזוי אויך די חשובע משפחות וואס זענען ממונה אויף צו פלאצירן די געסט גרייטן זיך אויפצונעמען די פילע רופער און זיי ענטפערן בסבר פנים יפות און פרובירן דאס בעסטע יעדעם צופרידן צו שטעלן. אנשי שלומינו קענען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דער תיקון ליל שבועות אינאיינעם, שחרית, אהבה רבה, הלל, אקדמות, די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. מען גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב פון קבלת התורה, ווען אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן און בעטן דעם אייבערשטן צו לערנען די הייליגע תורה יעדן אייציגן טאג. חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט! עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני

    < זעה מער יח אייר תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו ווארטן אויפן נייעם "ירושלים" דעוועלאפמענט אין קרית ברסלב זאל זיך עפענען

    אנשי שלומינו קוקן ארויס אז דער נייער "ירושלים" דעוועלאפמענט וואס געפונט זיך נעבן די "טווין ברידזש" געגענעט, זאל זיך וואס שנעלער עפענען, און דערמיט לינדערן דעם גרויס נויט פון דירות פאר די פילע אנשי שלומינו וואס ווארטן דערויף. אבער כאטש ווי שטארק עס איז וויכטיג, האט אבער די עלקטריק פירמע נאכנישט אקטיוויזירט די עלקטריק אין די בנינים. &nbsp; ביז דערווייל ווייסן אנשי שלומינו אז דער איינציגסטע זאך וואס קען העלפן איז בעטן דעם אייבערשטן אז דער פראיקעט זאל זיך שוין עפענען. די "ירושלים" גאס אנטהאלט זעקס קלענערע בנינים, און איין גרעסערע בנין וואס אנטהאלט א גרויסע רחבות'דיגע בית המדרש מיט א מקוה מפוארה אויפן ערשטן שטאק. דער בית המדרש מיט די מקוה איז נתנדב געווארן דורך מו"ה שבתי מזרחי הי"ו לע"נ זיין שוועסטער שרה שמחה ע"ה בת יבלח"ט ר' יצחק הי"ו וואס איז נישט לאנג אוועק. &nbsp; בשעת מען ווארט אויף די עלעקטריק צו ווערן אקטיוויזירט טוט מען אבער שוין העפטיג צוגרייטן דעם בית המדרש מיט אלע געברויכן ווי טישן, בענקלעך, סידורים, חומשים, ספרים און אזוי ווייטער אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, און ווען די עלעקטריק וועט ווערן אנגעצידן וועט דער בית המדרש שוין זיין גרייט מיטן אייבערשטנס הילף. דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין אויך נאמינירט אלץ גבאי פארן בית המדרש דעם אלעמען באליבטן מו"ה הערשי בוים הי"ו פון די חשובע כולל אינגעלייט אין שטעטל, וואס וועט פירן דעם בית המדרש מיטן אייבערשטן הילף צו אלעמענס צופרידנהייט. &nbsp; דער בית המדרש איז געווארן אהער געשטעלט געשמאק שיין און רחבות'דיג מיט פלאץ פאר איבער הונדערט מתפללים, און ווערט דערמיט דער זיבעטער בית המדרש וואס באדינט אנשי שלומינו אינעם שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, וואס וועט זיכער זיין א מאגנעט וואס וועט צוציען פילע אידן סיי במשך דעם יאר, און נאך מער אין די זומער חדשים וואס וועלן זוכן א געשמאקע בית המדרש צו לערנען און דאווענען. &nbsp; די אנטוויקלונגען זענען עדות צו די געוואלדיגע וואוקס אין בלי פונעם הייליגן שטעטל, וואס איז געבויעט אויף די איין זאך "צדיק באמונתו יחיה" אז אלע אונזערע מעשים, תורה, תפלה, חסד, חינוך און אזוי ווייטער און אפילו ווען מיר גייען ארויס פון בית המדרש מען דארף ארבעטן, איינקויפן, פארברענגען, די קינדער גיין שפילן זאל אלעס גיין מיט אמונה, און אלץ און איבעראל זאל מען געדענקען אז נאר צו אים און נאר פון אים קען מען בעטן. &nbsp; ווי געזאגט איז אין צוגאב צו די נייע בית המדרש וואס ווארט נאך אויף עלעקטעריציטעט, אפערירט שוין אינעם שטעטל זעקס הערליכע געשמאקע שולן ווי מען דאווענט און מען לערנט און מען הערט שיעורים פון די גבאים אין גמרא, און אום שבת קודש לערנט מען פאר דארט א שיעור אין סיפורי מעשיות נאך שחרית, און ביי שלש סעודות הערט מען דברי תורה וואס איז מחזק און מעורר אויף דעם וועג וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס. &nbsp; די ערשטע זעקס שולן זענען ווי פאלגענד: - בית המדרש היכל הקודש וואס געפונט זיך אויף האשקי רד. אין די אונטערשטע שטאק פונעם שטוב פונעם ראש ישיבה שליט"א. - בית המדרש אשר בנחל אויף דענמען רד. - בית המדרש עצתו אמונה אויף טווין ברידש רד. אונטערן הויז פון מו"ה יואל שניטצלער הי"ו. - בית המדרש מקור השמחה אויף מארקס סט. - בית המדרש פעולות הצדיק אויף רעדקליף רד. וואס מו"ה ישראל סאמעט הי"ו האט אוועקגעגעבן פון זיין שטוב. - בית המדרש ליקוטי מוהר"ן אינעם בנין פונעם תלמוד תורה אויף טשעסטנאט סט. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון דעם שעטעל זאל ווייטער ארויס שיינען א לעכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט, מען זאל זיך קענען דארט מחזק זיין מיט די עצות פונעם הייליגן רבי&rsquo;ן וואס לערנט אונז וויאזוי צו לעבן א פיינעם געשמאקן לעבן מיטן אייבערשטן. &nbsp;

    < זעה מער יב אייר תשפ"ג 📝
  • שמאלע בריק אין שטעטל וועט ווערן איבערגעמאכט

    אין גוטע נייעס ווערט געמאלדן אז די שטאט האט באשלאסן צו בויען א נייע ברייטע בריק אויף דענמען ראוד וואס וועט קומען אויפן פלאץ פונעם יעצטיג שמאלן אלטן בריק. דער בריק מאכט שוין לאנג קאפוויי פאר פילע רייזענדע טאג טעגליך. זייער אפט דארף מען ווארטן ביים בריק און מען קען נישט דורכפארן ביז דער אנדערער פונעם פארקערטן ריכטונג פארט דורך. יעצט וועט עס מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארראכטן ווערן. &nbsp; די אנגייענדע בוי ארבעט וועט לכאורה אנמאכן צייטווייליגע אומבאקוועמליכייטן, צוליב וואס דער ראד וועט זיין גענצליך פארשלאסן פאר עטליכע חדשים. מען וועט זיך דארפן אנגארטלען מיט געדולד, און בעטן דעם אייבערשטן אז די ארבעט זאל וואס שנעלער פארטיג ווערן, און מען זאל שוין קענען נוצן דעם נייעם ברייטן בריק וואס וועט בעז"ה זיין גענוג ברייט פאר קארס פון ביידע ריכטונגען דורכצופארן אויף איינמאל. &nbsp; כל העולם כולו גשר צר מאוד

    < זעה מער ה אייר תשפ"ג 📝
  • נייע גרויסע גראסערי געביידע געקלאוזט פארן געברויך פונעם שעטעל

    מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז אין די טעג געשלאסן געווארן דעם געשעפט צווישן דעם קרית ברסלב גראסערי מיטן אייגענטומער פונעם "ליבערטי מארקעט" גראסערי געביידע אין ליבערטי, וואס וועט אריבערגיין אין די נאנטע צוקונפט צום באנוץ פון אנשי שלומינו ווען דער גראסערי וועט זיך בעזרת השם אהין ציען אין די נאנטע טעג הבעל"ט. דער געביידע וואס איז יעצט אפגעקויפט געווארן איז א שיינע גרויסע בנין וואס פארמאגט אלע געברויכן פאר א גרויסע שיינע גראסערי, ברייטע גרויסע איילס מיט שעלפס, רעפרידזשערעיטארס, פריזערס, רעדשזיסטערס און דאס גלייכן, אין צוגאב פארמאגט עס פארנט פון די געביידע א ברייטע פארקינג שטח וואס קען אריינעמען איבער 100 קארס אויף אמאל. אויסער דעם האט דער פלאץ דער פאטענציאל מען זאל קענען דארט צולייגן נאך פילע דעפארטמענטס וואס מען האפט מיט די צייט צו קענען צולייגן, ווי א דעלי, פיש אפטיילונג און פרישטאג דעפארטמענט און נאך. די גראסערי גייט יעצט אריין מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אינעם פערטן יאר זייט איר עפענונג, פון וואס אלע איינוואוינער און אזוי אויך אידן וואס קומען ארויס קיין אפסטעיט יעדע וואך זענען זייער צופרידן מיט די סערוויס פונעם גראסערי. אבער עס איז געקומען צו א מצב וואס מען האט געזען אז מען דארף זיך פארגרעסערן, נאכדעם וואס די שטעטל איז זיך ברוך השם שיין צעוואקסן אויף אלע זייטן, און די פלאץ איז געווארן אויסגעוואקסן, יעדע אינטש איז שוין געווארן אויסגענוצט. די הנהלת הקרי' ארבעטן שוין לענגערע חדשים אינאיינעם מיטן אייגענטומער מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו צו טרעפן א גרויסע געשמאקע פאסיגע פלאץ פארן גראסערי. וואס זאל ענטהאלטן אין זיך אלעס וואס א גראסערי דארף צו האבן. מיט א האלבע יאר צוריק האט מען ברוך השם נאך אסאך תפילות באוויזן צו טרעפן דעם צוגעפאסטן געשעפט וואס איז געשטאנען צום פארקויפן ממש א שפאן אוועק פונעם בנין התלמוד תורה, א רחבות'דיגע ארט מיט אלע צוגעהערן, און מען האט דאן געשלאסן קאנטראקט, און די וואך האט מען מיט סייעתא דשמיא געשלאסן דעם מקח, וואס וועט ווי געזאגט אריבערגיין בקרוב אין באנוץ פאר אנשי שלומינו און אלע אידישע באזוכער אין די געגענט.

    < זעה מער ב אייר תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 76 to 90 of 170 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com