Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • גרויסע צוגרייטונגען צום היסטארישן מעמד הכתרה פונעם דיין שליט"א

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאלל הי"ו מיט גרויס עקסטאז גרייטן זיך אנשי שלומינו צום געהויבענעם מעמד הכתרה, וואס וועט פארקומען בעזרת השם יתברך אום זונטאג פרשת תצא, ז' אלול הבעל"ט, און וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן אוידיטאריום פונעם בנין המוסדות אין ליבערטי, ווי מען וועט אפגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט ממנה זיין דעם גרויסן תלמוד חכם וואס יראתו קודמת לחכמתו הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק בקהילת היכל הקודש ברסלב ליבערטי, און וועט בעז"ה שטיין צום דינסט פונעם ציבור צו פסק'נען שאלות. די עסקנים זענען די וואך געזיצן ביי מיטינגען אויסצוארבעטן די טעכנישע דעטאלן וואס פעלט זיך אויס פארן גרויסן מעמד. אין דעם איז אריינגערעכענט די שירה וזמרה, א סעודה רחבה פאר אלע משתתפים, און די באצירונגען און אויסשטעל פונעם זאל לכבודה של תורה. עקסטער זיצן די עסקנים מיט די פאליציי און שטאטישע באהערדע, ווי מען רעדט מיט זיי איבער די טרעפיק און פארקינג, אז אלעס זאל זיין צו די צופרידנקייט פון די שטאט און פונעם ציבור, מען ארבעט אויס מיט זיי עטליכע פארקינג ערטער אינעם געגענט וואס זאל זיין שטיין צום דינסט פון די משתתפים. מיט דעם אלעם ווערט ערווארטעט אז דער ציבור וועט זיין אסאך מער פון וויפיל פארקינג מען קען צושטעלן אינעם געגענט, דערפאר ווערט געפלאנט מען זאל צושטעלן שאטל באסעס פון שטעטל אהין און צוריק עקסטער פאר מענער און פרויען, וואס וועט טראגן דעם ציבור, אזוי אז מען וועט קענען פארקן אין שטעטל און פון דארט נעמען דעם שאטל וואס וועט צוטראגן בעז"ה צום טיר פון זאל. מיט אייבערשטנ'ס הילף ווערט ערווארטעט א הערליכער מעמד, מיט די פערזענליכע באטייליגונג פון פילע גרויסע רבנים, ביי וועם דער דיין שליט"א האט גענומען שימוש. דער ראש ישיבה שליט"א טוט איינלאדענען אלע אנשי שלומינו מיט די משפחות צום דער היסטארישער מעמד הכתרה וועט וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע. על ידי דיינים כשרים, התורה חביבה בעולם (ספר המידות, ערך דיין, אות ה) 📅 איך וויל דיך לאדענען, דיר און דיין בני בית

    < זעה מער יח אב תשפ"א 📝
  • חבורת הלכות מקוואת פון כולל היכל הקודש, אינסרומענטאל אינעם בויען נייעם מקוה אין שטעטל

    קרעדיט: מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט מייסד געווען דעם כולל האט ער עס אזוי אהערגעשטעלט אז זיי זאלן ארויסהעלפן מיט אלע עניני הלכה אין די קהילות היכל הקודש די בכל אתר ואתר. יעצט ווען מען האט זיך געגרייט צו בויען א פרישע מקוה ביים ביהמ"ד עצתו אמונה אין שטעטל, האט דער ראש ישיבה באאויפטראגט די תלמידי חכמים פונעם כולל אז זיי זאלן גרונטליך דורכלערנען הלכות מקוואת און דורכטון דעם גאנצן שווערן נושא, אנגעהויבן פון די ראשונים ביז הלכה למעשה. פארגאנגענעם דינסטאג האט דער ראש ישיבה אראפגערופן דעם גרויסן מומחה בה"א הידועה הגאון ר' איטשע טריגער שליט"א וואס איז פון די גרעסטע מומחים אין די נושא פון מקוואות אין די גאנצע וועלט, אז ער זאל באגלייטן דאס בויען. דער מקוה צייכענט זיך אויס מיט דעם אז קיין שום גוי האט נישט צוגערירט דאס בויען, נאר אלעס איז געטון געווארן בלויז דורך אידן יראי השם, תלמידי היכל הקודש, אנגעהויבן פון דאס גראבן ביז נאכן גיסן דעם צעמענט. די רבנים וואס זענען אנוועזענד געווען, זענען שטארק איבערגענומען געווארן פון בקיאות פון די אינגעלייט אין הלכות מקוואות, די רבנים האבן דורכגעטון מיט די אינגעלייט די שיטות און הלכות פון די שווערע פארצווייגטע הלכות, און האבן געהאט א תענוג רוחני צו רעדן מיט זיי אין לערנען. אויך האט זיך אנגעזען אויף די אינגעלייט די דרשות וואס זיי הערן כסדר פון ראש ישיבה שליט"א, ווי זיי זוכן ווי מען קען ברענען צו דבר מצוה, און אנשטאט צען-פופצן גויים זאלן דאס טון, זענען חסידישע אינגעלייט תורתם אומנתם, יראת ה' חופפת על פניהם, וואס אלעס האבן זיי געטון. די רבנים האבן נישט געקענט אויפהערן באוואונדערן די תמימות און זריזות פון די אינגעלייט צוזעענדיג ווי זיי כאפן זיך צו צו די גרויסע מצוה מיט א שמחה של מצוה, און בפרט ווען עס איז באוויסט די גרויסע סגולה פון בויען מקוואות צו געהאלפן ווערן מיט קינדער, און די אינגעלייט וואס זיצן באהלה של תורה א גאנץ יאר, האבן געטון מיט די גרעסטע זריזות די עבודת הפרך פון גראבן און בויען און גיסן סעמענט. דער רב הרב טריגער שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז "איך האב קיינמאל נישט געזען אזא זאך אינגעלייט וואס לערנען פלייסיג זאלן מיט אזא פלאם און ברען צוהעלפן צו בויען א מקוה, און מיט אזא זריזות, אז מען האט עס געענדיגט אסאך שנעלער ווי געראכטן". פקודי השם ישרים משמחי לב 📸 מען גיסט די מקוה

    < זעה מער ו אב תשפ"א 📝
  • מקוה טהרה אין שטעטל מאכט גרויס פארשריט

    קרעיט מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו געלויבט דער אויבערשטער אז דער שטעטל וואקסט און בליעט קע"ה, מען זעט מיט די אויגן ווי עס ווערט אויפגעשטעלט א הערליכע אידישע שטאט אויפן הייליגן רבינ'ס נאמען. עס קומען צו כסדר נייע חשובע איינוואוינער, משפחות וואס זוכן צו אויפצוען זייערע קינדער אויף דער וועג פון אמונה ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט. דער ראש ישיבה שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פון אלעס וואס טוט זיך אין שטעטל לייגט אריין גרויסע כחות אז דער שטעטל זאל האבן אלעס וואס א אידישע שטאט דארף. מען האט שוין געבויעט פיר בתי מדרשים, א חדר, א סקול, א כולל, א ישיבה קטנה, עטליכע קליינע מקוואות, א מהודר'דיגע עירוב, די מוסדות התורה וואקסט און בליעט בליעה"ר, אזש אז מען וואקסט שוין אויס פון פלאץ. עס איז שוין דא א גראסערי, און נאך פילע היימישע געשעפטן און סערוויסעס, פון וואס פילע אינגעלייט האבן פרנסה ב"ה. באזונדער איז דער שטעטל א מוסטער פון אחדות און חסד, עס פארמאגט א בית התבשיל, עטליכע ארגאניזאציעס, ווי הילף פאר קימפעטארין, און עסן פאר שפיטעטלער, א באזאר איינצוקויפן קליידונג פאר כמעט בחנם, פילע אינגעלייט זענען אנגעשלאסן אין הצלה, חברים און פייערלעשער. אבער דער גולת הכתורת אין שטעטל איז הפצה. אלע פון גרויס ביז קליין שטרעבן וואס מען קען טון פאר הפצה, אז נאך אידן זאלן אויך קענען באקומען אזא געשמאקע לעבן וואס דער הייליגער רבי האט זיי געגעבן, יעדער טוט פאר הפצה אויף זיין וועג, מען שרייבט ספרים און גליונות, מען העלפט מיטן דרוקן פיזיש אדער מיט געלט, אסאך גייען אליינס ארום הפצה, אין שטובער אדער אין שולן. און אזוי ווייטער. אזוי ברוך השם, אנטוויקעלט זיך א הערליכע אידישע שטעטל וואס איז געבויעט אויף די יסודות וואס די צדיקים און ערליכע אידן האבן געלייגט. אצינד גייט מען ווייטער, ווען דער ראש ישיבה האט גענומען אויף זיך די מיסיע אויפצובויען א הערליכע מהודרדיגע מקוה טהרה, וואס איז קריטיש וויכטיג פאר א אידישע שטאט. מען האט שוין אנגעהויבן די בוי ארבעט מיט עליכע חדשים צוריק, און מען האט זיך שטארק געריקט פאראויס, און מען האלט שוין יעצט נאך די פרעימינג פונעם בנין, אריינגערעכענט אויך די קאמפליצירטע פרעימינג פאר די בורות. און מיטן אייבערשטנ'ס הילף האפט מען צו גיסן די בורות אין די גאר נאנטע טעג. מיט די האפפענונג אז דער מקוה וועט שוין קענען אריינגיין אין פולן באנוץ אין די קומענדיגע חדשים. מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל 📜 לערנען אין כולל הלכות מקוואות

    < זעה מער כא תמוז תשפ"א 📝
  • גרויס פארשריט אין בליה און וואוקס פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    קרעדיט: הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו פאריגע וואך פרשת קרח איז פארגעקומען א וויכטיגע זיצונג פון די הנהלה פון שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א, ווי מען איז דורכגעגאנגען פארשידענע ענינים וואס איז וויכטיג פאר די עתיד פון די קהילה און פארן שטעטל. &nbsp; פאלגענד זענען עטליכע נקודות וואס זענען באהאנדעלט געווארן ביים מיטינג: שטח בית החיים מען איז אריין אין קאנטראקט צו קויפן די גרויסע "פארם לאט", וואס געפונט זיך אנפאנג פונעם שטעטל, און וועט גענוצט ווערן פאר פארשידענע וויכטיגע זאכן פאר די קהילה, צום ביישפיל דער בית החיים, וואס דאס איז פון די גאר וויכטיגע זאכן, ווי דער ראש ישיבה דערמאנט אונז כסדר מען זאל אלץ געדענקען פונעם תכלית. אזוי אויך וועט מען בעז"ה בויען דארט פרישע דירות, און נאך פארשידענע זאכן פארן עתיד פונעם שטעטל. מקוואות טהרה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ווערט יעצט אויסגעארבעט די לעצטע פלענער צו בויען א מקוה טהרה. לויטן יעצטיגן פלאן וועט מען בויען א באזונדערע מקוה טהרה פאר יעדן געגענט פונעם שטעטל. צום ערשט מען וועט בויען איינס, און דערנאך גיין צום נעקסטן. פרייזן פון הייזער מען איז נאכאמאל איבערגאנגען די פרייזן וואס מען מעג צאלן אפצוקויפן אן עקזעסטירנדע הויז, און אזוי אויך די פרייזן וואס מען מעג בעטן ווען מען פארדינגט א הויז במשך די זומער וואכן. פלאץ אין חדר/סקול מען איז איבערגעגאנגען אלע אפציעס וויאזוי מקען לעזן דעם געשאפענעם מצב אז די בניני המוסדות זענען ברוך השם איבערגעפולט. מען האט אויסגעשמועסט אויב מען זאל צובויען צום יעצטיגן בנין, אדער עס לוינט זיך צו קויפן א פרישע בנין, פרטים וועלן נאכפאלגן. אפיס פון די מוסדות מען איז איבערגאנגגען פארשידענע וויכטיגע ענינים אינערהאלב די צעטראלע אפיס פון די מוסדות, וואס געפונט זיך אינעם בנין התלמוד תורה אין שטעטל, (וואס דינט די מוסדות פון אלע דריי לאקאלן, וויליאמסבורג, קרית ברסלב און קרית יואל) און ווערט אנגעפירט דורכן חשוב'ן מנהל הר"ר אברהם משה שטראססער שליט"א. מען האט לעצטענס אריינגענומען א פרישער אינגערמאן אינעם אפיס וואס וועט מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף גאר שטארק ארויס העלפן פאר די הצלחה פונעם מוסד. חסד ארגאניזאציעס&nbsp; די חסד וואס טוט זיך שטעטל איז אויף גאר א גרויסע פארנעם. איינע פון די חשובע פרויען איז בייגעפאלן א געדאנק אין חסד, זי טראגט אריבער פרישע היימישע עסן פאר די פרויען וואס זענען אין שפיטאל נאכן האבן א קינד, וואס דאס איז א געוואלדיגע חסד און העלפט שטארק ארויס פאר די פרישע קימפעטארינס. אויך גייט ווייטער אן די "עזר ליולדת" ארגאנעזאציע, אנגעפירט דורך משפחת מענדלאוויטש, וואס פארטיילן נאכטמאל פאר אלע קימפעטארינס, און ווי מען הערט נאך איז דאס גאר א געוואלדיגע הילף, און דער אייבערשטער וועט זיי זיכער באצאלן פאר דעם מיט אלעס גוטס. &nbsp; מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיך די שטעטל ווייטער בויען גאר הערליך שיין, אויב מיר וועלן זיך אלע האלטן צוזאמען כאיש אחד בלב אחד.

    < זעה מער יא תמוז תשפ"א 📝
  • עירוב אין קרית ברסלב באקומט מהודר'דיגע הכשר

    נאכדעם וואס דער ראש ישיבה מיט עטליכע געטרייע תלמידים האבן אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות, האט מען ברוך השם זוכה געווען אז מען האט געענדיגט דער גאנצער עירוב ארום דעם גאנצן שטעטל. הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א א גרויסע מומחה בעניני עירובין, האט איבערגעקוקט דעם גאנצן עירוב, און באשטעטיגט אז אלעס איז געמאכט געווארן כדת וכדין און מען קען נוצן דעם עירוב יעדן שבת קודש. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה איז געשטעלט געווארן עטליכע ערליכע משגיחים יראי ה', וואס טוען זייער ארבעט מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט, יעדע משגיח קוקט דורך זיין חלק פונעם עירוב יעדע וואך בעפאר שבת קודש, און מאכט זיכער אז איז געבליבן כשר למהדרין מן המהדרין. דער וועד העירוב האט זיך איינגעקויפט אן "עירוב טראק", אין פאל מען זעט אז דער עירוב דארף תיקונים אויף הויכע ערטער, צום ביישפיל אויף עלעטריק שטאנגען, איז זייער וויכטיג צו פארמאג אזא טראק, וואס העלפט זייער שטארק ארויס צו גרייכן צו די שפיצן פון די זוילן. עס איז א גרויסע זכיה אנטייל צו נעמען אין די גרויסע מצוה פון תיקון עירובין, עס פארמאגט גרויסע סגולות - בפרט אויף צו געהאלפן ווערן מיט קינדער. דאס אויפהאלטן דעם עירוב, און עס פאררעכטן ווען עס פעלט אויס, ציעט אריין אין גרויסע הוצאות, ווער עס וויל נעמען א חלק אין די געוואלדיגע מצוה קען זיך ווענדן צום ראש ישיבה שליט"א. מִצְוָה לַחֲזֹר אַחַר שִׁתּוּפֵי מְבוֹאוֹת וּמְבָרֵךְ עָלָיו עַל מִצְוַת עֵרוּב (שלחן עורך אורח חיים סימן שצ"ה, סעיף א) 🎞️ זיכוי הפת אויפן עירוב אין שטעטל - ערב פסח תשפ"א 📰&nbsp; מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגעם ערב פסח 📰 נייע עירוב טראק אין שטעטל - כסלו תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים מאכן די ברכה אויפן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי ערב פסח תשפ"א 📸 דער עירוב טראק פירט דורך פארעכטיגונג ארבעט 📸 מאפע פון עירוב אין שטעטל געשריבן דורכן ראש ישיבה&lrm; שליט"א 💬 וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער? 📜 אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת אויפן עירוב 📜 כולל אינגעלייט זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב 📜 אכטונג געבן צו טראגן נאר אין די גרעניצן פונעם עירוב 📜 אין זכות פון העלפן פאר'ן עירוב וועסטו האבן געזונטע ערליכע קינדער

    < זעה מער יד סיון תשפ"א 📝
  • הערליכע יום טוב שבועות אין קרית ברסלב ליבערטי מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    גאר א דערהויבענער און פרייליכער יום טוב שבועות האבן אנשי שלומינו מיטגעהאלטן דאס יאר, זייענדיג מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אינעם ברסלב'ער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. די חשובע איינוואוינער פון שטעטל האבן ברייט געעפנט זייערע הערצער און טירן פאר די פילע הונדערטער משפחות וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב, מקבל צו זיין די הייליגע תורה פון פריש, אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. פילע זענען שוין אנגעקומען ערב שבת קודש, און מיטגעהאלטן דעם שבת דרך ארץ (שבת פאר שבועות), און זיך צוגעגרייט אינאיינעם צום גרויסן יום טוב, דער איבעריגער ציבור איז אנגעקומען זונטאג ערב יום, און זיך פלאצירט לענגאויס דעם שטעטל. ערב יום טוב האט זיך אנגעזען א שטארקע פארקער אין די גאסן פון שטעטל ווען די געסט זענען אנגעקומען, אויך האט מען געזעהן פילע משפחות האבן זיך פלאצירט אין מאבילס וואס זענען געווארן אראפגעלייגט אין פארנט פון די הייזער. גאר א שיינע חופה פון הערליכע בלומען און ביימער איז געווארן אויפגעשטעלט ארום די בימה לכבוד שבועות, אהערגעשטעלט דורך האברך מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו. אויך האט מען געברענגט פרישע טישן און בענק צו קענען אקאמאדירן דער גרויסער עולם וואס איז געקומען. דער ראש ישיבה האט זיכער געמאכט אז אלע געסט האבן צו עסן און וואו צו שלאפן, אויך האט דער בית התבשיל זיך זייער שיין צוגעשטעלט, אנגרייטנדיג גאר אסאך עסן פון אלעם גוטן אז יעדער זאל האבן לכבוד יום טוב. דער עולם איז אנגעקומען אין בית המדרש ערב יום טוב צו מנחה. דער ראש ישיבה שליט"א איז צוגעגאנגען צו מערבית, און געדאווענט מיט גרויס געשמאק און השתפכות הנפש. ביינאכט נאך די סעודה איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש צו תיקון ליל שבועות, יעדער האט זיך געלערנט זיינע שיעורים, ביז ארום צוויי אזייגער ווען דער עולם האט אינאיינעם געזאגט דעם תיקון, ווען יעדע שטיק צייט האט מען געזינגען ווארימע בענקעדיגע ניגונים, "והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך". פארטאגס איז מען געגאנגען אין מקוה, און זיך געגאנגען צולייגן צו קענען דאווענען אינדערפרי מיט א רואיגן קאפ. אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור אין ספר פעולת הצדיק די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט איבער א חשובער רב וואס האט געשוועבט אין "עולם התוהו" פאר אכט און צוואנציג יאר. דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה "אויב מען וועט קומען צו מיר אויף ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט מען ווערן ניצול פון עולם התוהו", האט דער ראש ישיבה שליט"א געפרעגט פארוואס דייקא די דריי צייטן? ראש השנה לערנט אונז דער רבי "התבודדות" - רעדן צום אייבערשטן. חנוכה איז דער רבי מגלה דער ענין פון דאנקען דעם אייבערשטן. און שבועות גיבט אונז דער רבי די געוואלדיגע מתנה פון "סדר דרך הלימוד" - א וועג צו לערנען פאר יעדן איד אין יעדן מצב. ביי שחרית האט דער עולם געזינגען דעם אהבה רבה מיט א געוואלדיגע התעוררות, אזוי אויך איז דער הערליכער הלל געזינגען געווארן מיט גרויס התרגשות. נאך שחרית איז מען ארויס מקבל פנים זיין דעם נייעם ספר תורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר די לעצטע זעקס יאר. דער ספר תורה איז ארויס פון שטוב פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'האט געטאנצן אויפ'ן גאס מיט גרויס שמחה לכבודה של תורה פאר א לענגערע צייט, יעדער אינגערמאן האט געהאט די געלעגענהייט צו טאנצן מיטן נייעם ספר, מען האט פארטיילט פאר די קינדער א פעקל נאש לכבוד די שמחה, און דערנאך איז מען ארויסגעקומען מיט די ספרי תורה פון שול מקבל פנים זיין דעם נייעם ספר תורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט "לדוד מזמור" און מ'האט אריינגעלייגט דעם ספר תורה אין היכל. דערנאך איז מען געגאנגען צו קריאת התורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די הייליגע פיוט אקדמות מיט גרויס התעוררות, און אויך געליינט די תורה מיט די עשרת הדברות. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסער מילכיגער קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט אז די טעם פארוואס מ'עסט מילכיגס, וואס איז די שפייז פון בעיביס, אונז צו ווייזן אז מיר ווערן יעצט ווי א ניי געבוירן קינד, מיר קענען יעצט פריש מקבל זיין די הייליגע תורה און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אויך האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט - אז אפילו ווען מילך ווערט שוין פארדארבן, ווערט דערפון פיינע געשמאקע קעז, דאס מיינט אז אפילו א איד שפירט זיך אינגאנצן פארדארבן, זאל ער זיך אויפהויבן און צוריק קומען צום אייבערשטן און צו די תורה, און ער וועט זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן. נאכמיטאג, נאך מנחה, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט די "שטר תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים", דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער'ן סדר דרך הלימוד, וואס איז א מתנה פאר אונז פון הייליגן רבי'ן, וואס מיט דעם קען יעדער איד האבן א שייכות מיט די הייליגע תורה, אפילו מ'האט נישט קיין איבריגע צייט צו לערנען, מ'האט נישט די קאפ אדער געדולד, קען מען אבער "זאגן" די ווערטער פון די הייליגע תורה, און ווען א איד זאגט די הייליגע תורה, וועט ער צום סוף זוכה זיין צו קענען פארשטיין אלעס וואס ער האט געלערנט. כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, אויך דער צווייטער טאג יום טוב איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט, אויך דעם צווייטן טאג נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט פארוואס מען לייגט ביימער און גראז אין ביהמ"ד: ס'איז אמאל געקומען א איד צום רבי'ן זיך אויסרעדן דאס הארץ אז ער האט נישט קיין חשק צו לערנען, האט אים דער רבי געזאגט "בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן חשק צו לערנען". דערפאר לייגט מען ביימער אין גראז ארום די בימה וואו מען ליינט די תורה, אונז צו לערנען אויב מען וויל זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג און האבן א חשק התורה דארף מען אויף דעם בעטן דעם אייבערשטן, ווי דער רבי זאגט אז "עס איז גוט צו גיין שפאצירן צווישן די גראז און ביימער און רעדן צום אייבערשטן". נאך מנחה ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט די שטר כתובה, און דערנאך גערעדט דברי חיזוק ווי אזוי מיטצונעמען דעם יום טוב אויפ'ן גאנצן יאר. דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק ארום גערעדט פון זיך מאכן שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט פופצן שיעורים, מקרא, נ"ך, משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר, תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז געווענליך איז מען געוואוינט אז אן עושר וואס האט דאס געלט, ער לאזט זיך שרייבן א ספר תורה; אבער דא איז נישט געווען אזוי, נאר יעדע מאל ער האט געהאט אפאר דאלער פון שדכנות האט ער עס געגעבן פארן סופר, און אזוי נאך זעקס יאר, האט מען זוכה געווען אז פון די פאר דאלער, איז געווארן א גאנצע ספר תורה; ווי דער מדרש זאגט, א טיפש קומט אין בית המדרש ער זעט די שענק מיט פילע ספרים, אזא גרויסע ש"ס, זאגט ער "איך קען עס נישט באווייזן, דאס איז צו סאך פאר מיר", אבער דער חכם זאגט, "היינט קען איך לערנען אביסל", אזוי לערנט ער יעדן טאג אביסל, און עס נעמט נישט קיין סאך צייט, און ער איז זוכה צו לערנען די גאנצע תורה. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די שיינקייט פונעם שטעטל. דער ראש ישיבה האט געזאגט מ'קען טרעפן שענערע געגענטער, מ'קען טרעפן הייזער פאר ביליגערע טעקס, אבער נישט פאר דעם קומט מען דא אהער. נישט די גרויסקייט פון די פראפערטי איז די מעלה פון דעם שטעטל, דא קומט מען נאר פארדעם אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיטן אייבערשטן, מיט תפילה, יראת שמים. נאר דאס פארקויפט די שטעטל. ס'איז דא סאך שענערע און ביליגער געגענטער. אמת אז איבעראל איז דא אמונה. אבער דא איז דער עיקר אמונה.&nbsp; ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אום מוצאי יום טוב איז מען זיך ווידער צוזאמגעקומען אין שול זיך צו פרייען מיט'ן נייעם ספר תורה. פאר לאנגע שעות האט מען געטאנצן בתופים ובמחולות, לכבודה של תורה. דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן אינמיטן טאנצן "מוצאי פסח יאגט מען זיך אוועק פאקן דעם יום טוב, מוצאי סוכות לויפט מען זיך מען דארף צוזאם פאקן די סוכה, אבער יעצט מוצאי שבועות דארף מען איינפאקן די שמחה פון די תורה פאר א גאנץ יאר, אויסער דעם איז נישטא וואו זיך יאגן, לאמיר טאנצן אינאיינעם זיך פרייען מיט די תורה". און דער עולם האט זיך פריש ארויס געלאזט און פרייליכע טענץ ביז שפעט אין די נאכט. דער געהויבענער יום טוב וועט אונז בלייבן אין די ביינער פאר לאנגע יארן, די התחזקות און התעוררות וועט געדענקט ווערן פאר זייער לאנג, און מיט די הייליגע לימודים פון רבי'ן וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זיין גרויסע ערליכע אידן. שִׂשׂוּ וְשִׂימְּחוּ בְּשִׂמְחַת הַתּוֹרָה! &nbsp; 📸 סיום מסכת סוטה און שבועות - מוצ"ש בה"ב תשפ"א - אין קרית ברסלב ליבערטי 📸 בית המדרש אין קרית ברסלב ליבערטי הערליך באצירט לכבוד יו"ט שבועות תשפ"א 📸 פרייליכע טענץ מוצאי יו"ט אין קרית ברסלב ליבערטי - שבועות תשפ"א 🎞️ פרייליכע טענץ מוצאי יו"ט אין קרית ברסלב ליבערטי - שבועות תשפ"א 🎞️ דער ראש ישיבה שליט"א ביים אנהייבן שרייבן א נייע ספר תורה - מאנטאג במדבר תשפ"א 💿 סידי טאנץ מיט אמונה 📚&nbsp;קונטרס "הייליגע אויגן" עצות און חיזוק צו היטן די אויגן 🛡️&nbsp;קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה ולהצלחה &nbsp; 📰&nbsp;מען גרייט זיך אין שטעטל צום יום טוב שבועות &nbsp;

    < זעה מער ט סיון תשפ"א 📝
  • הכנסת ספר תורה אין שטעטל אום יום טוב שבועות הבעל"ט

    אין שטעטל איז פרייליך די טעג. אויסער דעם וואס מען גרייט זיך צום פרייליכן יום טוב שבועות הבעל"ט מיטן ראש ישיבה. גרייט מען זיך אויך צום געויבענעם הכנסת ספר תורה, וואס וועט געפייערט ווערן אום יום טוב ברוב פאר והדר. דער ראש ישיבה שליט"א איז כסדר מעורר איבער די וויכטיגקייט פון טון אין שידוכים, און ברענגט כסדר ארויס די צער און ווייטאג וואס די בחורים און מיידלעך מיט זייער צובראכענע עלטערן גייען דורך וואס עלטערן זיך און ווארטן ארויס צו טרעפן זייער שידוך בכליון ענינים. די גאנצעטע משפחות קענען צומאל צופאלן ווערן פון דעם וואס עס גייט דורך גאנצע יארן און מען באקומט ניטאמאל א קאל פון א שידוך. דער ראש ישיבה שליט"א טוט טאקע למעשה, און איז עוסק יעדן טאג עטליכע שעה אין שידוכים, און דער אייבישטער העלפט און ב"ה האט שוין זוכה געווען צו האבן א האנט אין אסאך שידוכים. דער ראש ישיבה האט אלץ גענומען די שדכנות געלט וואס די עלטערן געבן, און האט עס גענוצט צו שרייבן א ספר תורה. יעצט ווען דער ספר תורה ווערט ברוך השם פארטיג, האט דער ראש ישיבה באשטימט אז עס זאל אריינגעגעבן ווערן בעז"ה דעם יום טוב שבועות צום בית המדרש אויף האשקי רד. אין שטעטל, דעם ערשטן טאג פאר'ן ליינען, פארן זאגן אקדמות. און וועט גענוצט ווערן א גאנץ יאר אין בית המדרש פאר קריאת התורה. אנשי שלומינו וואס ווילן קומען אויף יום טוב שבועות אין שטעטל, קענען זיך ווענדן צום וועד האש"ל אויף 718-306-2448, וואס וועט בעזרת השם פרובירן צוצושטעלן אן אכסניא. עֶלְיוֹנִים שָׂשׂוּ וְתַחְתּוֹנִים עָלְזוּ בְּקַבָּלַת תּוֹרָה מִסִּינַי 📜 געשריבן דעם ספר תורה מיט די געלט פון שדכנות 📜 ארייננעמען געסט אויף יום טוב שבועות 📸 הכנסת ספר תורה וכתיבת אותיות בהשתתפות מוהרא"ש זי"ע בשנת תשס"ט 📸 &lrm; הכנסת ספר תורה לביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק - ד תצוה תשע"ח 📰 הערליכע הכנסת ספר תורה אין בית המדרש "היכל הקודש" אין בארא פארק 📰 וועד האש"ל פארמירט אין שטעטל אויפצונעמען די פילע געסט אויף שבועות תשפ"א 📰 קורצע תיקון ליל שבועות ווערט איבערגעדרוקט דורכן קרן הדפסה היכל הקודש 📸 מ'ברענגט דעם סעיף פארן נייעם דריטן ביהמ"ד אין שטעטל אויף טווין ברידזש, ב' אח"ק תשפ"א 📸 נייע בענקלעך אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל געקויפט דורך אסאך תפלה ▶️ קבלת התורה - במדבר תשע"ט ▶️ ס'קומט שוין שבועות - ג' במדבר תש"פ 📜 מיט יעדע שידוך וואס מען טראגט אן, ווערט נענטער דער ריכטיגער שידוך 💬 ווען וועל איך שוין טרעפן מיין שידוך? 💬 זאל איך טון דעם שידוך? 📖 לב אבות על בנים

    < זעה מער ט אייר תשפ"א 📝
  • וועד האש"ל פארמירט אין שטעטל; גרייט זיך אויפצונעמען די פילע געסט

    אין שטעטל טוט זיך פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צו קענען אקאמאדירן די פילע געסט וואס מעלדן זיך צו קומען פראווען דעם הייליגן יום טוב שבועות און אפרעכטן דעם יום טוב פון "קבלת התורה" אויף די בערג פון קרית ברסלב ליבערטי. די פילע איינוואוינער פון שטעטל זענען מוכן ומזומן אויפצונעמען די פולע געסטן. אלע גרייטן צו זייערע הייזער און צימערן, און פולן אן זייערע שטובער מיט בעטן און מאטראצן צו מאכן פלאץ פאר די פילע אנשי שלומינו וואס וועלן קומען צוזאמען מיט זייערע משפחות וויילן אויף יום טוב אין שטעטל, צוזאמען מיטן ראש ישיבה שליט"א. עס האט זיך פארמירט א "וועד האש"ל" אין שטעטל, וואס געבט זיך אפ מיט אלעם נויטיג צו קענען אויפנעמען די געסט מיט אלע געברויכן, ווי גענוג בעטן, צימערן, עסן, און אזוי ווייטער. מען ארבעט אינאיינעם מיטן בית התבשיל, מיט די הנהלה פון שטעטל, מיט די באזאר אין שטעטל, צוצושטעלן אלעס וואס פעלט נאר אויס. אזוי האבן זיי גענומען אויף זיך די אויפגאבע אז אלע אנשי שלומינו וואס ווילן קומען אויף יום טוב, און זוכן אן אכסניא, וועלן זיי בעז"ה צושטעלן פיינע דירות פאר די אלע משפחות. דער נומער פון וועד האש"ל איז 718-306-2448 גְּדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים יוֹתֵר מִקַּבָּלַת פְּנֵי הַשְּׁכִינָה (שבת קכ"ז) 📰 דער ראש ישיבה וועט בעז"ה וויילן שבועות אין שטעטל 📸 די קינדער פון חדר מאכן א ברכה אויף די ביימער, זונטאג תזו"מ תשפ"א 📸 א קריאת שמע ליינען אין שטעטל, אלול תש"פ 📸 ברסלב באזאר 📸 נייע באס פאר די מוסדות אין שטעטל 🎞️ די זיסע קינדערלעך אין שטעטל לייגן אראפ א דאווענען חנוכה תשפ"א 📸 הושענה רבה תשפ"א אין שטעטל - עס ווערט פארטיילט הושענות פונעם פעלד פון מו"ה יואל מענדלאוויטש הי"ו 🎞️ הושענא רבה תשפ"א אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א 🎞️ שמחת בית השואבה אין שטעטל סוכות תשפ"א 📰 קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה 🎞️ זיכוי הפת אויפן עירוב אין שטעטל - ערב פסח תשפ"א 📜 דאווענען אום יום טוב שבועות מיט ברסלב'ע חסידים 📸 קמחא דפסחא ע"י בית התבשיל קרית ברסלב ליבערטי - פסח תשפ"א

    < זעה מער ז אייר תשפ"א 📝
  • בעז"ה וועט דער ראש ישיבה וויילן אום שבועות תשפ"א אין שטעטל

    די איינוואוינער פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי נעמען אויף מיט גרויס פרייד די נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו וויילן ביי זיי אין שטעטל אויפן קומענדיגע יום טוב שבועות. פילע אנשי שלומינו וואס האבן קיינמאל פארפאסט א שבועות מיטן ראש ישיבה אין וויליאמסבורג ווילן אויך היי יאר נישט אויפגעבן דעם געהויבענעם געשמאקן שיינעם יום טוב מיטן ראש ישיבה, און מעלדן זיך איין ביי די איינוואוינער וואס זענען וואויל באקאנט מיט די ווארימע הכנסת אורחים. וואך איין וואך אויס איז דער שטעל פול מיט פילע געסט וואס קומען באזוכן דעם שיינעם פלאץ און האלטן מיט א שבת אין קרית ברסלב ליבערטי, און זיי קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם שיינעם און ריינעם שטעטל, ווי אלע לעבן א פשוטע און פרייליכע לעבן, און לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבין. זיי קוקן צו מיט ווינדער ווי אלע איינוואוינער אפילו די קליינע קינדער זעט מען אלץ אדער כאפן א שפאציר און שמועסן זיך אויס מיטן אייבערשטן, אדער איז מען אין בית המדרש מיט א ספר אין האנט, זאל עס זיין תהלים, א חומש, א משניות צי א תהלים. צוליב וואס עס ווערן ערווארטעט א ריזיגער פלייז פון פילע אנשי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם יום טוב אין שטעטל איז דער ראש ישיבה ארויסגעקומען מיט א רוף צו די איינוואוינער אין קרית ברסלב אז מען זאל נאך מער און נאך ברייטער עפענען די טירן און אריינעמען וויפיל געסט נאר מעגליך אויף יום טוב. מְרוֹמָם הוּא אֱלָהִין, בְּקַדְמָא וּבַתְרַיְתָא, צְבִי וְאִתְרְעִי בָן, וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא 📸 ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג באצירט לכבוד שבועות תש"פ 📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן ווערט באצירט מיט בלומען שבועות תשע"ט 📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס אויסגעצירט לכבוד שבועות תשע"ח&lrm; 📰 הערליכע יום טוב אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי ראש השנה תשפ"א 📰 הערליכע יום טוב אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי יום כיפור תשפ"א 📰 געהויבענע יום טוב אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א פסח תשפ"א 📰 שיינע שיעור הכנה לחג השבועות תשע"ט 📰 שיינער יום טוב שבועות און שבת באווארפן ביים ראש ישיבה תשע"ט 📖 די קורצע תיקון ליל שבועות פון קרן הדפסה היכל הקודש 📰 הערליכע יום טוב שבועות אין ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מיט הרה"ג ר' יצחק לעססער שליט"א 📰 תיקון ליל שבועות ווערט איבערגעדרוקט

    < זעה מער ל ניסן תשפ"א 📝
  • מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגעם ערב פסח

    ערב פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה צוזאם גערופן ביי אים אין שטוב אלע בודקים פונעם עירוב, וואס זענען זיך מוסר נפש א גאנץ יאר בודק צו זיין דעם עירוב, און גייען ארום זיכער מאכן אז דער עיבור איז כשר, און מען קען טראגן אינעם גאנצן שטעטל. דער ראש ישיבה האט מסביר געווען פאר די בודקים וויאזוי עירובי חצרות ארבעט. שבת קודש מעג נישט טראגן נאר אין איין רשות היחיד, און אפילו מען נעמט ארום די שטאט מיט א צוים, זענען דא אין א שטאט אסאך רשיות, דערפאר דארף מען אויפהייבן א פת און מזכה זיין דערמיט אלע איינוואוינער, דאן ווערן עס גערעכעט ווי יעדער האט א שייכות מיט דעם הויז, אזוי ווערט עס ווי איין משפחה. דאס ווערט גערופן "עירובי חצרות". דער ראש ישיבה האט געבעטן הר"ר מרדכי אהרן האלפערין הי"ו זאל געבן פון די פת פון פאראיאר פאר די בודקים, אלץ הכרת הטוב פאר זייער איבערגעגעבענקייט פארן עירוב. נאכדעם האט דער ראש ישיבה געמאכט די ברכה אויפן עירוב, און געזאגט פאר הר"ר מרדכי אהרן הי"ו זאל עס אויפהייבן און מזכה זיין פאר אלע איינוואוינער דורך זאגן "איך בין מזכה דעם פת פאר די גאנצע שטאט", נאכדעם האט דער ראש ישיבה געזאגט די לשון "בהדין עירובא" און עס איבערגעטייטש אויף אידיש. שְׂמֵחִים לְשָׁמְרוֹ וּלְעָרֵב עֵרוּבוֹ 📰 געהויבענע יום טוב פסח אריבער אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א 📰 דער בית המדרש אין קרית ברסלב ליבערטי ווערט הערליך צוגעענדיגט 📰 נייע עירוב טראק אין שטעטל - כסלו תשפ"א 📰 עירוב אין שטעטל מאכט ב"ה פארשריט - אייר תש"פ 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים מאכן די ברכה אויפן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי ערב פסח תשפ"א 📸 דער עירוב טראק פירט דורך פארעכטיגונג ארבעט 📸 מאפע פון עירוב אין שטעטל געשריבן דורכן ראש ישיבה&lrm; שליט"א 💬 וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער? 📜 אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת אויפן עירוב 📜 כולל אינגעלייט זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב 📜 אכטונג געבן צו טראגן נאר אין די גרעניצן פונעם עירוב 📜 אין זכות פון העלפן פאר'ן עירוב וועסטו האבן געזונטע ערליכע קינדער

    < זעה מער כד ניסן תשפ"א 📝
  • געהויבענע יום טוב פסח אריבער אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א

    שטיינעדיג נאך די געהויבענע יום טוב טעג, זענען די איינוואוינער פון קרית ברסלב ליבערטי נאך גענצליך אונטערן רושם פונעם די געהויבענעם פסח העבר עלינו לטובה, ווען מען האט געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב, און מחיה געווען דעם ציבור מיט די הערליכע שיעורים אין גמרא, און די בארימטע שיעורים אין התחזקות אויפן לעבן. אויך האט מען נהנה געווען במשך דעם יום טוב פון די ווארימע הארציגע תפלות וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד. אנגעהויבן האט זיך עס מיט די הכנות צום יום טוב ווען דער ראש ישיבה איז געקומען צוזאמען מיט'ן דיין שליט"א צוויי וואכן פאר יום טוב און געלערענט מיטן ציבור אנשי שלומינו הלכות פון פסח, בפרט די פארשידענע הלכות וואס מאכן זיך מער אין א שטעטל ווי אין שטאט, פון וואו אלע תושבים קומען. ערב פסח אינדערפרי איז פארגעקומען די מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי ביים ראש ישיבה אינדערהיים. (זע באזונדערע באריכט דערוועגן) די ערשטע טעג יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אין די "האָשקי" שול. שבת קודש (ערב פסח) אינדערפרי פארן דאווענען באשמורות הבוקר איז דער עולם אויפגעשטאנען און זיך געיאגט אין בית מדרש צו קענען אריינכאפן נאך צו לערנען אפאר פרקים משניות און דפים גמרא, אויך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א קורצע שיעור פארן דאווענען אינעם ספר "פעולת הצדיק". אום 6:30 האט מען זיך געשטעלט שחרית, כדי מען זאל נאך קענען אניאגן צו זיין אינדערהיים באצייטענס און עסן פארן סוף זמן אכילת חמץ. נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען זינגען זמירות שלש סעודות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דברי תורה, און ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט יעצט אז מען גייט היינט ביינאכט זיך זעצן צום סדר, און זוכה זיין צו עסן די הייליגע מצה, מרור, ארבע כוסות, א.א.וו. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם אז א איד דארף געדענקען אז פון יעדע צרה קומט ארויס צום סוף נאר גוטס; צום ביישפיל - האט דער ראש ישיבה פארציילט - אז ווען מען האט ארויס געווארפן זיינע קינדער פון חדר, עס האט דאן אויסגעזעהן ווי א גרויסע צרה, היינט שטעלט זיך ארויס אז עס געווען די גרעסטע טובה - לכבוד דעם האט מען געעפענט א ברסלבע תלמוד תורה. דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דער הייליגע בריוו פון רבי שמשון אוסטראפליער, דער ראש ישיבה האט מאריך געווען אינעם ענין וואס דער הייליגער רבי שמשון שרייבט אינעם בריוו אז די גאולה איז די סוד פון אש"ר, אז דאס גייט ארויף אויף די לימוד פון "אשר בנחל", וואס אין דעם איז תלוי די גאולה. ביידע טעג שחרית איז אריבער גאר דערהויבן און ווארעם, יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט א שיעור און ארום געשמועסט פון דעם וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ חזר'ן, אז מען דארף זיך פרייען מיט די גרויסע מצוה פון נישט עסן קיין חמץ, און אז מען עסט נאר מצה, וואס דאס היט אפ דעם מענטש א גאנץ יאר פון עבירות. חול המועד אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט שיינע שיעורים אין גמרא, אריינגעפלאכטן מיט מוסר און התחזקות, ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט די בארימטע שיעורים אין התחזקות (מען קען עס מיטהאלטן דא אויפן וועבסייט). צו וואס פילע זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט. שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צאמגעקומען אין די "דענמען" שול. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט אז מען דארף שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן, וואס דאס איז מסוגל דער אייבערשטער זאל אונז ווייטער משפיע זיין נאך אסאך גוטס.&nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט, אז ווען מען באדאנקט זיך פאר א מענטש וועט דיך יענער געווענליך נאכגעבן און דיר צוליב טון. דאס איז די פשוט די נאטור פון רעדן שיין, עס ברענגט גוטס; די זעלבע איז כביכול ביים אייבערשטן, אז מען דאנקט דעם אייבערשטן געבט דער אייבערשטער נאך און נאך גוטס. אזוי אויך להבדיל ביי מענטשן, אפילו אויב מען האט זיך באנארישט, מען האט געהאט טענות, קריטיק, און מען האט זיך פארהאנקערט מיט אים, פרוביר צו טוישן דיין צוגאנג, הייב אן אים צו באדאנקען, און געבן קאמפלימענטס, וועסטו זען ווי פלוצלינג נעמען זיך זאכן צו טוישן, און דו וועסט זיך קענען דורכקומען מיט אים סוף כל סוף. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארטיילט וויין פאר די מסובים, דער ראש ישיבה האט געזאגט א נאמען און אים געשיקט א גלעזל. שביעי של פסח אינדערפרי, מה נהדר היה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעליינט די שירת הים בקול בכי&lrm;. מיטל נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אינעם "דענמען" שול, צווישן מנחה מעריב האט דער ראש ישיבה געזאגט גאר א שיינער שמועס, דער ראש ישיבה האט גערעדט איבערן ענין אז צומאל שיקט דער אייבישטער א צרה אויף א מענטש ווייל נאר אזוי וועקט ער זיך אויף, און קומט צוריק צו אים. דער יום טוב האט זיך געענדיגט מיט די סעודה פון "נעילת החג - סעודת משיח". דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט די מקובל'דיגע מעשה פון די נסיעה פונעם בעל שם טוב קיין ארץ ישראל, ווי ער איז געווען אין א גרויסע סכנה אויפן וועג, און ער איז געווארן געראטעוועט דורך די הייליגע אלף בית. מוהרא"ש זאגט אז דאס מיינט, אז א מענטש וויל רעדן צום אייבערשטן און ער ווייסט נישט וואס צו רעדן, זאל ער דורך גיין די אלף בית, אלף איז אמונה, בית איז בטחון, גימל איז געלט, און אזוי ווייטער, דורכדעם וועט זיך עפענען זיין מויל, און ער וועט קענען רעדן צום אייבערשטן. דער הייליגער יום טוב פסח מיטן ראש ישיבה שליט"א וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער ביי אלע וואס האבן עס מיטגעהאלטן, די אלע שיעורים און התחזקות אויף אמונה - אזוי אויך התחזקות אויף לימוד התורה יעדן טאג, וועט זיי ווייטער באגלייטן טאג טעגליך פאר א לאנגע צייט.&nbsp; כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ כֵּן נִזְכֶּה לַעֲשׂוֹתוֹ 📸 שריפת חמץ אין תלמוד תורה קרית ברסלב ליבערטי - ערב פסח תשפ"א 📸 שחרית חול המועד פסח אין קרית ברסלב ליבערטי תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה ביי שריפת חמץ ערב פסח תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה ביי זיכוי הפת אויפן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי, ערב פסח תשפ"א 📸 שחרית וסיום מסכת תמיד - דאנערשטאג צו ערב פסח תשפ"א 📜 נישט עסן קטניות אום פסח 📜 אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת אויפן עירוב 📰 מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגעם ערב פסח 📰 דער בית המדרש אין קרית ברסלב ווערט פארענדיגט 📰 קרית ברסלב גראסערי 📰 הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש ▶️ דער ראש ישיבה לערנט פאר שיעורי התחזקות חול המועד פסח תשפ"א ▶️ דער ראש ישיבה לערנט פאר די טעגליכע שיעור גמרא&nbsp;

    < זעה מער כג ניסן תשפ"א 📝
  • דער בית המדרש אין קרית ברסלב ליבערטי ווערט הערליך צוגעענדיגט

    אין די טעג טוט זיך אין בית המדרש אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. ארבעטער קומען און גייען, עס טוט זיך העפטיגע קולות פון האקערייען און זעגערייען. וואס איז? מען האט זיך גענומען אין די טעג צו די ארבעט פון ענדיגן און פארהערליכן דעם בית מקדש מעט. צוערשט האט מען שיין איבערגעבויעט די טרעפ אריינצוקומען אין בנין און אינסטאלירט א שיינע און דויערהאפטיגע צוים. אזוי אויך האט מען הערליך פארענדיגט די ספרים שענק. מען האט געספּעקלט די ווענט און מען האט זיי שיין געפארבט. יעצט גייט מען בעז"ה אינסטלירן שיינע מארמאר שטיינער אויף די אונטערשטע העלפט פון די ווענט. דער מזרח וואנט גייט איבער א גענצליכע טראנספארמאציע. די גאנצע וואנט ווערט הערליך באצירט מיט מארמאר שטיינער, דערויף גייט קומען א הערליכע שטיינערנע "ברסלב'ע קרוין", וואס וועט צוגעענדיגט מיט א מייסטערהאפטיגע הערליכער ארון הקודש וואס וועט שטיין אינדערמיט.&nbsp; אינדרויסן פון בנין האט מען שיין פארראכטן די לענדסקעיפינג. מען האט אוועקגענומען אלע שיריים פון די בוי ארבעט, און געפלאנצט שיינע פרישע גראז, אויך האט מען אינסטאלירט צוימען ביי אלע שטעגן און וועגן. אויך אין מקוה האט מען אריינגעלייגט גרויסע כחות, מען האט געלייגט שטארקע אייזענע דעקלעך העכערן בור מי גשמים, מען האט געלייגט פעסטע צוימען, און מען האט אינסטאלירט א גאר טייערע און סאפיסטיקירטע "פילטער" סיסטעם, וואס מען האט באשטעלט פון א פירמע אין ארץ ישראל וואס צייכענט זיך אויס מיט מאכן די בעסטע פילטערס פאר מקוואות. מען האפט בקרוב זיך צו קענען נעמען צום פאריעקט פון אויפבויען א שיינע באלעמער וואס זאל דינען דעם בית ה' פאר לאנגע יאר. לְפָאֵר אֶת בֵּית ה' (עזרא ז, יז) 📸 פסח פעקלעך ווערן אויסגעטיילט אין שטעל 📰 קרית ברסלב גראסערי 📸 דער ראש ישיבה קוקט זיך אום אין שטעטל ווי מען בויעט נייע דירות 📸 די פילטער אין בנין אין אומאן - די זעלבע סארט וואס מען האט געלייגט אין שטעטל 📸 די פילטער אין מקוה אין שטעטל

    < זעה מער יא ניסן תשפ"א 📝
  • קרית ברסלב גראסערי

    פארגאנגענעם זומער האט מען זיך אריינגעלייגט צו עפענען א גראסערי אויף די בקשה פון ראש ישיבה. דער אייבישטער האט געהאלפן אז מען האט געטראפן די פאסיגע מענטשן וואס האבן זיך אריינגעלייגט אינעם פראיעקט פון צושטעלן פארן שטעטל א געשעפט מיט אלע גראסערי געברויכן, עס זאל האבן א גרויסע אויסוואל, מיט גוטע סטאר שעה'ן, גוטע פרייזן. מען האט געלויבט דעם אייבערשטן געטראפן א גוטע פלאץ פארן גראסערי, און מען האט תיכף אנגעהויבן אויסצושטאפירן די גראסערי מיט אלע צוגעהערן. שעלווינג, פרידזשידערס, פריזערס, אינווענטארי און טשעק-אַוט סיסטעם. דערנאך האט מען אנגעהויבן איינקויפן אלע פראדוקטן וואס א גראסערי דארף צו האבן. יעצט ווען מיר שרייבן דעם ארטיקל - מאנטאג ויקהל פקודי - קען מען שוין מבשר זיין די גוטע בשורה, אז יא מען האלט שוין אינמיטן אויספאקן די באקסעס און אנפילן די שעלפס. מען האפט מיטן אייבערשטנ'ס הילף נאך צו עפענען דעם נייעם גראסערי שוין אויף דעם סוף וואך. ווי מען געט אונז איבער וועט דער גראסערי האבן א גאר סאפיסטיקריטער "סעלף טשעקאַוט סיסטעם", כדי אז אפילו דער וואס קען קומען נאר קומען אין די שפעטע נאכט שעות, זאל אויך קענען איינקויפן. יֹאכְלוּ עֲנָוִים וְיִשְׂבָּעוּ 📸 די שעלפס אין גראסערי ווערן אנגעפילט 📰 נייעס פון קרית ברסלב - אדר תשפ"א 📰 קרית ברסלב שאטל 📸 דער נייער מקוה אין שטעטל ביים דענמען ביהמ"ד 🎞️ די קינדער אין קרית ברסלב דאווענען מיט געשמאק &nbsp;

    < זעה מער כד אדר תשפ"א 📝
  • נייעס פון שטעטל

    פאריגע וואך איז פארגעקומען א מיטינג פון די הנהלה פון שטעטל. דער ראש ישיבה שליט"א איז ספעציעל אראפגעפארן צו קענען אנטייל נעמען, און דורכגיין פארשידענע וויכטיגע ענינים וואס איז נוגע פאר'ן עתיד פונעם שטעטל "קרית ברסלב" אין ליבערטי. מען האט אויסגעשמועס פארשידענע וויכטיגע ענינים, צווישן אנדערע: סיידוואלקס: מען האט אויסגעשמועסט די שוועריקייטן צו גיין אויפ'ן ראוד, בפרט ביינאכט איז עס א גרויסע סכנה. מען האט גערעדט צי עס איז דא א מעגליקייט אהערצושטעלן סיידוואלקס פאר די זיכערהייט פונעם ציבור. קלאס צימערן: עס זענען ברוך השם צוגעקומען אסאך נייע קינדער אין די הייליגע מוסדות, מען האט גערעדט איבער צובויען נאך קלאסן צום יעצטיגן בנין המוסד אדער גאר אפקויפן נאך א בנין. שוחטים: דער ראש ישיבה שליט"א האט באשטימט שוחטים פאר די קהילה. מען האט איבערגעגעבן א רעפארט איבער זייער פארשריט. די שוחטים לערנען פלייסיג, און לעצטנס זענען זיי ספעציעל אראפגעפארן צו א שלאכט הויז זיך צו לערנען צו שחט'ן אין פראקטיק. מען האפט בקרוב צו קענען מעלדן מער פרטים ווען די שחיטה וועט זיך אנהייבן למעשה. סטריט לייטס: צוליב וואס ביינאכט איז זייער טונקל אין שטעטל, האט מען איבערגעגעבן וואו מען עס האלט די געשפרעכן מיט די עלעקטעריק פירמע, אז זיי זאלן אינסטאלירן סטריט לייטס ביי אלע הייזער. דירות: צוליב די פילע משפחות וועלכע ווארטן זיך ארויסצוציען, הערשט יעצט א געוואלדיגע דירות מאנגל, וואס מיט תפלה וועט מען עס אויס'פועל'ן אם ירצה השם. ביקור חולים: צוליב די קאראנע אונטערגאנג, לאזן די שפיטעלער נישט אריין קיין באזוכער. מען האט געשמועסט איבער די באמיאונגען וואס מען טוט אז דער לאקאלער "העריס האספיטאל" זאל אריינלאזן די פרויען פון ביקור חולים פון שטעטל באזוכן די קראנקע, זיכער צו מאכן אז זיי האבן אלעס וואס זיי דארפן, און אויך ערלויבט ווערן אנצופילן די ביקור חולים צימערן מיט עסן און אלע באדארפענישן. בית החיים: אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט שטענדיג מיט אונז אז מען זאל לעבן מיטן תכלית, און געדענקען אז מען בלייבט נישט דא אויף אייביג, איז געווארן ארויפגעברענגט פארשידענע הצעות וועלכע פלאץ ס'איז דא און וואו ס'איז די בעסטע געאייגענט, בקרוב וועט מען מעלדן מער פרטים. 📰 שאטל סערוויס אין שטעטל 📸 דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין חדר 📸 דענמען מקוה אין שטעטל ▶️ דער ראש ישיבה שליט"א רעדט צו די קינדער אין חדר איבער זיך פארשטעלן פורים ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער יב אדר תשפ"א 📝
  • באס איינגעקויפט פאר נייע שאטל סערוויס אין קרית ברסלב ליבערטי

    אין א פרישע שטיינדל פון הרחבת גבולי הקדושה, איז יעצט איינגעקויפט געווארן א באס פאר די "שאטל" וואס וועט גענוצט ווערן אינעם ברסלבע שטעטל אין ליבערטי. מיטן פארברייטערטן ציבור וואס וואוינט קע"ה אינעם שטעטל, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז א נחיצות צו האבן א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע מיטל, סיי אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן און אזוי ווייטער. ברוך השם אז מען קען שוין אינפארמירן דעם ציבור אז מען האט שוין געקויפט א צוגעפאסטע שאטל-באס, און עס ווערט יעצט אויסגעארבעט די פרטים פון די סקעדזשועלס און די רוטס, וואו און ווען אלץ עס וועט ארומפארן. דער שאטל באס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף באדינען דעם ציבור און ארומפארן אינעם גאנצן שטעטל עטליכע מאל א טאג אויפנעמען פאסאנדזשירן, און זיי אפפירן למחוז חפצם לחיים לשמחה ולשלום. עס וועט בעז"ה מאכן א סטאפ ביי די לאקאלע "וואלמארט" געשעפט, ביים "תלמוד תורה" געביידע, און בעזר השם נאך עטליכע סטאפס.&nbsp; פרטים יבואו &nbsp; בילדער

    < זעה מער כא טבת תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 151 to 165 of 170 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com