Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הכנסת ספר תורה אין שטעטל - קומענדיגער זונטאג, א' דחוה"מ סוכות

    אין שטעטל גרייט מען זיך מיט גרויס פרייד צום גרויסן מעמד ווען מען גרייט זיך צום געהויבענעם מעמד ההכנסת ספר תורה, וואס וועט אי"ה פארקומען קומענדיגער זונטאג, דעם ערשטן טאג חול המועד סוכות. דער ספר תורה איז נדבת לבו פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, וועלכער האט געלאזט שרייבן דעם ספר תורה לע"נ רחל שמחה ע"ה בת מו"ה יצחק הי"ו.   דער מהודר'דיגער ספר תורה איז געשריבן געווארן דורכן באקאנטן סופר מומחה, הר"ר יצחק שמואל פרענקל שליט"א, וואס איז פון די חשובע אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, וועלכע האט אוועקגעגעבן לאנגע חדשים צו שרייבן דעם ספר תורה פאר די קהילה.   דער מעמד האט זיך שוין אייגענטליך אנגעהויבן פארגאנגענעם זונטאג העעל"ט ווען מען האט אפגעראכטן א געהויבענע מעמד "כתיבת ספר תורה" אין שטוב פונעם נדבן מו"ה שבתי הי"ו, ווי מען האט געענדיגט שרייבן די לעצטע אותיות פונעם ספר תורה ווי דער מנהג איז, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ ווי מען האט זיך געפריידט בשמחת התורה, און געדאנקט דעם אויבערשטן אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, און אויף דעם אז "והבדלנו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת, וחיי עולם נטע בתוכינו".   אי"ה קומענדיגער זונטאג דער צווייטער טאג חול המועד, אינעם טאג פונעם הילולא פון הייליגן רבי'ן וועט מען זיך ווידער צוזאם קומען אין שטוב פונעם נדבן מו"ה שבתי מזרחי הי"ו ווי מען וועט ארויספירן דעם נייעם ספר תורה פונעם שטוב אויף 78 האשקי רד. אום 5:00 נאכמיטאג, באגלייט מיט געזאנג און טענץ בתופים ובמחולות, און מען וועט אזוי באגלייטן דעם נייעם ספר תורה אונטער דעם חופה דעם גאנצן האשקי גאס ביז'ן גרויסן בית המדרש אויף 181 האשקי רד. מיט פאקלען פענער און פעקלעך פאר די קינדער.   אין בית המדרש וועלן אפווארטן באסעס וועלכע וועלן אהיים פירן די פרויען און מיידלעך מיט די קליינע קינדער איבער'ן גאנצן שטעטל.   אום 6:00 וועט מען בעז"ה דאווענען מנחה אין בית המדרש, וואס וועט נאכפאלגן מיט געהויבענע טענץ לכבודה של תורה, און וועט נאכפאלגן מיט א שיינע סעודה לכבוד התורה.   תנו כבוד לתורה

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ה 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי'ן וועט ווערן אפגעראכטן ביומא דהילולא קדישא מוצש"ק חוה"מ סוכות הבעל"ט אין שטעטל

    אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום יארצייט פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס קומענדיגע וואך זונטאג חול המועד סוכות ח"י תשרי הבעל"ט. &nbsp; טראצדעם וואס עס זענען שוין פאריבער גאנצע 214 יאר פון די פטירה פון הייליגן רבי'ן האט זיך דער לעכטל פון הייליגן רבין נישט נאר נישט אויסגעלאשן, פונקט פארקערט, מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער צינדן זיך אן דערפון נאך און נאך לעכט, ווי דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "מיין פייערל וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", דער רבי האט געזאגט אז ער וועט זיין אנדערש ווי אנדערע צדיקים, וועלכע האבן אראפגעברענגט אן אוראויף דער וועלט, און ווען זיי זענען נסתלק געווארן לחיי העולם האבן זיי דאס מיט גענומען מיט זיך, האט אבער דער רבי איבערגעלאזט ספרים וואס וועלן אנהאלטן צו באשיינען און באלייכטן די וועלט, מיט עצות און חיזוק און וועלן צוריק ברענגען צוריק אידן צום אויבערשטן ביז משיח'ס טאג. &nbsp; וואס דארף מען מער פון דעם וואס מיר האבן נארוואס צוגעזען אין אומאן: די וועלט שטוינט, ווער האט געוואשן די מחות פון די צענדליגע טויזנטער אידן אז זיי זאלן נעמען אויף זיך די מיסיע פון זיך צורייסן און צופליקן און רייזן ענדלאזע שעות אריין אין א מלחמה געפלאגטע לאנד? דער ענטפער איז זייער פשוט, די אידן האבן טועם געווען פון די זיסע און לעכטיגע עצות פון רבין וואס האט זיי געטוישט און געמאכט שפירן דעם אויבערשטן, האט זיי צוגעקלעבט צו די תורה, און האט אריינגעגעבן אין זיי די זיסקייט פון תורה ומצוות, ווען אזא איד הערט די בקשה פון רבי'ן "קיינער טאר נישט פעלן", קוקט ער שוין נישט אויף גארנישט, און מיט אמונת חכמים פאלגט ער און טוט וואס דער צדיק בעט. &nbsp; יעדעס יאר חול המעוד סוכות ווען עס קומט דער גרויסער טאג פון די הילולא קדישא, קומען פאר סעודות הילולות איבער די גאנצע וועלט, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און חזר'ן איבער די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און דערווארימען זיך צו זיין פייער, אויך אין היכל הקודש וועלן זיך אנשי שלומינו זיך צוזאם קומען אין אלע בתי מדרשים איבער די וועלט ווי די גבאים וועלן אויפטרעטן און רעדן פון די חיזוק און עצות פון רבין אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע פראוועט היי יאר דעם גאנצן חודש תשרי אין שטעטל, וועט בעז"ה פראווען דעם יארצייט מוצש"ק אין די פארגרעסערטע סוכה וואס איז ספעציעל אויפגעבויעט געווארן פאר דעם צוועק אין הויף פון בית המדרש אויף 181 האשקי רד. &nbsp; די גבאים געבן איבער אז די ווייבער שול וועט זיין אפן, און עס וועט זיין א ברייטע סעודה לכבוד דעם הילולא, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע שמועס פון דברי חיזוק, און וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע שמחת בית השואבה בתופים ובמחולות.

    < זעה מער יב תשרי תשפ"ה 📝
  • כפרות צענטער ווערט צוגעשטעלט אין שטעטל מיטוואך און ערב יום הקדוש

    די איינוואוינער פון שטעטל נעמען אויף מיט א געוואלדיגע צופרידנהייט, אז די הנהלה האט געמאלדן אז עס ווערט צוגעשטעלט הינער צו קענען מקיים זיין דעם מנהג פון "כפרות" אינעם שטעטל. &nbsp; די כפרות וועט זיין צוגעשטעלט קומענדיגן מיטוואך נאכמיטאג פון 2:00 ביז 7:00 אווענט ביים בנין פונעם ברסלב באזאר, די פרייז וועט זיין $10 פאר א כפרה.&nbsp; &nbsp; ערב יום כיפור פארטאגס וועט אויך ווערן צוגעשטעלט כפרות (בלויז זכרים) פון 5:00 ביז 7:00 פונקטליך, מיט שוחטים אויפן פלאץ. די פרייז ערב יום כיפור וועט זיין $20. &nbsp; כי ביום הזה יכפר עליכם

    < זעה מער ה תשרי תשפ"ה 📝
  • סעקיורטי קעמעראס ווערן אינסטאלירט אין שטעטל

    מיטן אייבערשטנ'ס הילף האט מען אין די טעג אנגהויבן די ארבעט פון אינסטאלירן "סעקיוריטי קעמעראס" אין אלע ווינקלען פונעם שטעטל. דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן א בריוו פאר די חברי ההנהלה, וואו ער באטאנט די וויכטיגקייט פון קעמעראס צו קענען אויפכאפן לייסענס פלעיטס פון די וואס זענען פארמישט אין גניבות אדער אנדערע שלעכטע מעשים. אין דעם בריוו דערציילט דער ראש ישיבה אז א פרוי איז באפאלן געווארן דורך א באנדע שקצים. זי האט געשריגן צום אייבערשטן מיטן גאנצן הארץ, און א נס איז געשען אז זיי זענען אנטלאפן. דער ראש ישיבה דערמאנט אויך איבער גנבים וואס גנב'ענען פאסט פון די איינוואוינער, און איבער די גרויסע פראבלעם פון קארס פאר פארן שנעל, וואס שטעלן אונזערע קינדער אין א סכנה. אונזער חבר ההנהל מו"ה מרדכי היימליך הי"ו האט איינגעקויפט די קעמעראס. און ווי געזאגט האט מען שוין אנגהויבן די פאקטישע אינסטאלאציע ארבעט. מען פלאנט עס צו לייגן ביי ביי די הויפט אריינגענג פון שטעטל, אריינגערעכנט רעקליף, טווין ברידזש (ביידע זייטן), האשקי, און דענמאן. מען דארף אבער געדענקען אז נישט קעמעראס און נישט סעקיוריטי איז אויף וועם מיר פארלאזן זיך, מיר גלייבן אז נאר דער אויבערשטער וואס איז דער שומר ישראל וועט אונז היטן פון אלעם בייזן. אין אנדערע נייעס האט מען אנגעהויבן די ארבעט צו בויען א כלים מקוה, א וויכטיגער פראיעקט פאר א אידישע שטאט וואס האט נאך געפעט ביז יעצט. זינט מען האט געגרינדעט דעם שטעטל פינף יאר צוריק, לייגט מען כסדר צו פרישע איינריכטונגען, אבער אויף צו טובל'ען כלים האט מען זיך געמוזט באגיין מיטן האשקי מקוה, וואס איז בכלל נישט אויסגעשטעלט דערפאר. יעצט האט מען דערהאלטן די ווארימע נדבה פון מו"ה אברהם אלי' פרידריך הי"ו פאר א נייע כלים מקוה, האט מען תיכף צוגעטרעטן צו די ארבעט. דער ראש ישיבה האט באשטימט אז עס זאל פלאצירט ווערן אינעם בנין פון די קהילה אויף טווין ברידזש, נעבן די קליידער סטאר (באזאר) און דער קיאסק. די ארבעט איז שוין אין פולן שוואונג, און מען האפט בקרוב דאס מקוה צו ענדיגן צו די צופרידנהייט פון אלע תושבים. עין רואה ואוזן שומעת!

    < זעה מער כב אלול תשפ"ד 📝
  • דורכברוך צו פארבעסערן שבת באקסעס פאר נצרכים

    אין שטעטל גייט אן דער בארימטער חסד צענטער "בית התבשיל" וואס אפערירט מיט פילע אקטיוויטעטן, און העלפט ארויס אנשי שלומינו אויף פילע וועגן. טייל זענען באקאנט, אבער רוב רובם פון די האלב מיליאן דאלער בודזשעט ווערט אויסגעגעבן שטילערהייט אן קיין פרסום. &nbsp; נישט מער פון עטליכע טעג צוריק האבן אלע בייגעוואוינט דער לעצטער ריזיגער חלוקה אינעם נייעם בנין אויף רעדקליף, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט בהרבחה פון אלעם גוטן בחנם, פרוכט, גרינצייג, טרונקען, פעיפער גודס, נאש, און נאך פילע זאכן לכבוד שבת ויום טוב און א גאנץ יאר. דער חלוקה איז דורך מיט גרויס סוקסעס, ווען פילע אנשי שלומינו האבן זיך אייגעפאקט מכל טוב וטוב, און אזוי ארום האט מען געהאט א געלעגענהייט צו זען אביסל פון דער נאנט מהנעשה והנשמע אינעם בית התבשיל. &nbsp; איינע פון די שטילע אבער קאסטבארע פראיעקטן פונעם בית התבשיל איז די שבת באקסעס פראגראם וואס שטעלט צו א גאנצע שבת ארדער פאר פילע בני תורה און נצרכים, א פראיעקט וואס גייט אן גאנץ יאר אויף א גאר שטארקע פארנעם, ווען יעדע וואך קומט אן א דעליווערי פון די גראסערי אנגעפילט מכל טוב וטוב, גרעיפ דזשוס, פלייש, פיש, גרינצייג, פרוכט און פעיפער גודס צו מחי' זיין די אלע משפחות וואס זענען אנגעוויזן דערויף. &nbsp; נאך א מיטינג מיט'ן ראש ישיבה האט דער בית התבשיל באשלאסן ארויפצוברענגען דעם פראיאקט אויף א פרישע שטאפל. כאטש דער נייער סיסטעם וועט קאסטן סאך מער געלט פאר'ן בית התבשיל, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז עס לוינט זיך. דער סיסטעם וועט ארבעטן אז יעדע איינגעשריבענער וועט באקומען דעם ארדער לויט זיין געברויך. &nbsp; מען וועט קענען באקומען א "גראסערי ליסטע" ביים צדקה גבאי פונעם בית התבשיל הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א, וואס מען וועט דארפן אויספילן יעדער איינער אלע אייטעמס פונעם ליסטע פונקטליך וואס און וויפיל מען דארף, א זאך וואס וועט זיכער צוגעבן זייער אסאך פאר די אלע משפחות, ווען זיי וועלן באקומען יעדע וואך לויט'ן געברויך. &nbsp; אנשי שלומינו האבן גרויסע זכי' צו שטיצן דעם הערליכן מוסד. מען הערט צוריק פונעם נייעם גבאי הר"ר יחזקאל שליט"א אז אנשי שלומינו געדענקען גוט וויאזוי מוהרא"ש פלעגט אלץ אויסרומען דער בית התבשיל וואס ער האט אויפגעשטעלט אין יבנאל, ווי ער פלעגט כסדר זאגן די גרויסקייט פון שטיצן אזא זאך. דער בית התבשיל וואס איז געבויט אויף די זעלבע יסודות, קען אנגיין נאר דורך די שטיצע און חיזוק פון אנשי שלומינו. &nbsp; לשובע ולא לרזון &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כא אלול תשפ"ד 📝
  • גרויסע חלוקה אין שטעטל קומענדיגע זונטאג ביים נייעם בנין פון בית התבשיל

    דער בארימטער בית התבשיל אין שטעטל, וואס שטייט בראש פון פילע חסד אקטיוויטעטן, מיט'ן ציל אז יעדע משפחה, אפגעזען פון זייער צושטאנד, זאל האבן צו עסן צו דער זעט, האט נארוואס מודיע געווען אז די קומענדיגע חלוקה וועט פארקומען אינעם נייעם גרויסן בנין אויף 117 רעדקליף רד. - דער בנין וואס איז נישט לאנג צוריק אריבער צו די הענט פונעם בית התבשיל, און האלט אינמיטן אריבערגיין רענאוואציעס מען זאל עס קענען נוצן פאר נאך פילע צוועקן, הייבט אן א פרישע תקופה פאר'ן בית התבשיל, ווען דער פלאץ וועט בעז"ה קענען צושטעלן די לאגיסטיקס וואס עס פעלט אויס פאר אזא פראיעקט, מיט גענוג פלאץ און גענוג פארקיג פאר אלע וואס קומען נעמען פון די חלוקות. &nbsp; יעצט לקראת די ימים טובים הבעל"ט וועט פארקומען א גאר גרויסע חלוקה לכל הקהל הקדוש, אם ירצה השם קומענדיגע זונטאג נצבים וילך 6:00 נאכמיטאג, עס וועט פארטיילט ווערן פילע נוצבארע עסן און אנדערע פראדוקטן וואס וועלן בעז"ה ארויסהעלפן פילע משפחות צו קענען אריינברענגען די ימים טובים גרינגער און פרייליכער. &nbsp; עס וועט זיין צענדליגע אייטעמס, צווישן זיי קרעקערס, סנעקס, טרונקען, פרוכט, גרינצייג, פעמפערס, פעיפער גודס און נאך נוצליכע אייטעמס וואס מען קען נוצן אין א אידישע משפחה, עס וועט זיין - מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אסאך שענער, בעסער, און מער ווי די ביז יעצטיגע גרויסע חלוקות. &nbsp; אלע זענען געלאנדעט צו קומען אנטייל נעמען אין די חלוקות, און נעמען פון די ריזיגע אויסוואל פון פראדוקטן גענצליך בחנם, וכל הקודם זכה. &nbsp; די חלוקה איז צושטאנד געקומען דורכן בית התבשיל וואס ווערט געפירט דורכ'ן געטרייען גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו מיט די הילף "לשובע ולא לרזון" וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה שמעון ישראל פאזען הי"ו, וואס שטעלט צו ריזיגע חלוקות אין פילע אידישע שטעט לע"נ הרה"ק ר' ישעי' ב"ר משה פון קערעסטיר זי"ע, וואס איז געווען בארימט פאר זיינע פילע פעולות צו שטילן די הונגער פון אידישע קינדער. &nbsp; דער זכות זאל מגין זיין די אלע עסקנים וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה, זאלן געבענטש ווערן פון אלעם גוטן, צו פארשריבן ווען צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

    < זעה מער טז אלול תשפ"ד 📝
  • געהויבענע ימים טובים הבעל"ט אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    צהלי ורוני יושבת קרית ברסלב, די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען זייער פרייליך מיט די נייעס אז זיי וועלן האבן די זכי' צו האבן דעם ראש ישיבה שליט"א פאר גאנץ חודש תשרי. &nbsp; לויט'ן פלאן מיטן אייבערשטנ'ס הילף, וועט דער ראש ישיבה קומען אין שטעטל תיכף נאך ראש השנה פון אומאן, און וועט דארט פארבלייבן ביז נאך שמחת תורה. &nbsp; דעם הייליגן טאג יום כיפור און אזוי אויך די ערשטע טעג סוכות וועט דער ראש ישיבה בעז"ה דאווענען אין בית המדרש אויף האשקי, און שמחת תורה וועט מען בעז"ה פראווען אין ירושלים שול אין שטעטל. אלע וואס ווילן דינגען א זיץ אין בית המדרש אויף האשקי זאלן זיך מעלדן צום גבאי מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו ווי פריער, כדי יעדן צו קענען צופרידנשטעלן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער טוט דאס כדי גרינגער מאכן פארן עולם, ווייל אלע יארן פלעגן פילע אריינפארן אין שטאט אויף שמחת תורה, און אויסער די פילע טירחות פאר צענדליגע משפחות, קאסט עס אויך גרויסע געלטער צו דינגען דירות, דערפאר האט דער ראש ישיבה מחליט געווען צו טוישן היי יאר די פלענער און זיין אין שטעטל אויף סוכות. &nbsp; די גבאים פון ירושלים שול זענען שוין געזיצן מיט די גבאים פון האשקי שול, צו אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פון שמחת תורה, אז ס'זאל זיין צוגעשטעלט אויפן בעסטן אופן פאר מענער, פרויען און קינדער. &nbsp; אין די זעלבע צייט קומט אריין די גוטע נייעס, אז די הנהלה פון שטעטל האט אנגעהויבן בויען א פראקטישע שטארקע שארטקאט צווישן די מארקס און ירושלים גאסן, וואס וועט שטארק פארגרינגערן פאר די תושבים און זיי פארשפארן פון דארפן קריכן אויף לאנגע וועגן ארום און ארום. &nbsp; עס איז גאר מערקווירדיג די אחדות אין שטעטל ווי יעדער וואס האט נאר געקענט האט אזוי שיין זיך צוגעשטעלט, צוערשט איז מו"ה אברהם דוד לאקס הי"ו אנטקעגן געקומען צו מנדב זיין די הוצאות פון בויען דעם שארטקאט, און אזוי אויך האבן פילע פראפערטי אייגענטומער געגעבן רשות בסבר פנים יפות מען זאל דורכשניידן זייער פראפערטי. מען זעט ווי אנשי שלומינו פארשטייען אז די נכסים וואס זיי פארמאגן אויף דער וועלט איז נישט זייער "פיוטשער", זיי קוקן אן דער וועלט מיט די ריכטיגע בליק, אלץ א פרוזדור לטרקלין. &nbsp; די סעודת הילולא פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס אום חול המועד סוכות פלעגט ביז יעצט אפגעראכטן ווערן אין וויליאמסבורג, וועט היי יאר אפגעראכטן ווערן בעז"ה אויף א שיינע פארנעם, פרטים וועלן געמאלדן ווערן בקרוב בעז"ה.

    < זעה מער יג אלול תשפ"ד 📝
  • הערליכע זומער געענדיגט ב"ה אויף די בערג אין קרית ברסלב

    אין די טעג קערן זיך אנשי שלומינו ברוך השם צוריק אין שטאט אריין, נאכן פארברענגען א געשמאקע זומער צווישן די בערג אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, ווי די פילע משפחות, און תלמידי הישיבה האבן געהאט א זומער צום געדענקען אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל פאר די זומער סעזאן. &nbsp; אלע האבן אויסגענוצט דעם שיינעם זומער מיט פארברענגען אינטערן שאטן פונעם אייבערשטנ'ס הערליכן בריאה וואס ער האט באשאפן פאר אונז אידישע קינדער מען זאל זיך קענען אביסל מיישב זיין און שפאצירן צווישן די גראז און ביימער, וואס דאס אלעס איז הכנה צום יום הדין ראש השנה וואס שטייט שוין ביים שוועל. &nbsp; יעצט נאכן זומער האט זיך אנגעהויבן צוריק מיט א פרישקייט די לימודים אין אלע קלאסן, ווי מען גייט מיט א פרישקייט אריינבראקן אין די קינדער די ריינע אמונה אינעם אייבערשטן. &nbsp; אין שטעטל גייט ווייטער אן די מוסדות פון די קינדער די אינגלעך און די מיידלעך, מען גייט צוריק צום געווענליכן סקעדזשול, אזוי אויך האט זיך יעצט אנגעהויבן דער פרישער זמן אין ישיבה, וואס איז אריבערגעפירט געווארן צום בנין היכל ראזענבערג הינטערן בית המדרש אויף האשקי. &nbsp; די ישיבה ווערט געפירט דורך דעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געשטעלט דעם חשובן מגיד שיעור הרב יוסף שניצלער שליט"א וואס פארשטייט גאר גוט צו די בחורים, און געבט זיך אפ מיט יעדן ווי אן אייגן קינד. צום נייעם זמן האט מען אויפגענומען א פרישע מגיד שיעור הרב יעקב לעסער שליט"א וואס וועט פארלערנען יעדן טאג א שיעור אין גמרא, ר' יעקב&nbsp; גאר גוט באקאנט מיט זיין געשמאקן וועג פון פארלערנען. ער לערנט דעם דף גמרא יעדן טאג מיט די חשובע קינדער פון חדר, און יעצט וועלן אויך די בחורים נהנה זיין פון אים. &nbsp; די תלמוד תורה וועט ווייטער אנגיין ביים בנין אויף 33 טשעסנאט, וואס איז שוין אויסגעוואקסן, און מען האפט בקרוב צו אנהייבן בויען גאר א גרויסן בנין אויף די קראס פארם גאס ביים ווינקל פון די דענמאן גאס, עס דארף נאך אריבערגיידן די אפראוועלס פון די העלט דעפארטמענט, וואס ביזדערווייל ווילן זיי נישט געבן קיין ערלויבעניש צו גיין ווייטער, און מען דארף פאר דעם האבן די תפילות פון אנשי שלומינו אז דאס זאל ווי שנעלער ווערן אפראווד. &nbsp; די סקול האט זיך ברוך השם אנגעהויבן די לימודים מיט א פרישקייט, איין קלאס וועט אריבערגיין צום בנין פון 29 לינקאלן וואס איז ביז יעצט געווען אין באניץ פאר די ישיבה, און יעצט וועט עס ווערן געניצט פאר די סקול. &nbsp; אזוי אויך אין וויליאמסבורג הייבן זיך פריש אן די לימודים אין די מוסדות סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך און אזוי אויך ביי די בחורים.&nbsp; &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן די פרישע זמן זאל אריבערגיין מיט הצלחה, אלע קינדער זאלן אויסוואקסן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, אנגעפילט מיט אמונה און א שמחה צו יעדע מצוה. די מלמדים און טיטשערס זאלן האבן די כוחות אנצוגיין ווייטער מיט מחנך זיין די חשובע קינדער. &nbsp;

    < זעה מער כט אב תשפ"ד 📝
  • זיצונג צווישן עסקני הקהלות פון אפסטיעט אפגעהאלטן אין שטעטל

    פאריגע וואך זענען זיך צוזאם געקומען פילע פארשטייער און עסקנים פון די פארשידענע קהילות הקדושות אין די קעטסקיל ראיאן ווי מען האט זיך דורכגעשמועסט פילע נושאים, די עסקנים האבן זיך אויסגעשמועסט צווישן זיך די תחומים וואו זיי האבן אישוס מיט די רעגירונג, און מטכס עצה געווען וויאזוי מען קען ארבעטן אינאיינעם און טרעפן לעזונגען, וואס איז אסאך מער עפעקטיוו ווען מען איז אויף איין פעידזש און מען ארבעט באחדות. &nbsp; דער מיטינג איז אפגעהאלטן אין קרית ברסלב אין די הערליכע אפיסעס פון "פעסט בוילט" וואס געהער פאר מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, ווי עס האבן זיך אנגעזען פילע עסקנים פון די שטעט און שטעטלעך אין די אפסטעיט ניו יארק געגענטער, צווישן זיי היכל הקודש ברסלב, ישיבה סאוט פאלסבורג, וויזניץ גיבערס, הרב מתתי' רוטנער פון ליבערטי, הרב אברהם ראזענבערג פון פאלסבורג, און הרב יעקב מאנדלאוויטש פון מאנטיסעלא. &nbsp; דער זיצונג איז געווען זייער פראדוקטיוו, ווען מען האט ארויפגעברעגנט פילע נושאים וואס מען דארף זיך דורכקומען מיט די לאקאלע מינוציפאליטעט אדער מיט די קאונטי רעגירונג א שטייגער ווי די סקול דיסקטריקטן וואס מען דארף טרעפן א מהלך וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זיי מען זאל חלילה נישט קענען ארויפצווינגען אויף ערליכע אידן די שרעקליכע גזירות וואס די סטעיט דראעט קעגן אונזער הייליגע חינוך היל"ת, אזוי אויך האט מען גערעדט פון טרעפיק, פארשידענע אויסבעסערונגען וואס איז אין די אינטערעסע פון היימישע אידן אויף די ראודס אינעם געגענט, צווישן אנדערע האט מען ארום גערעדט איבער די ארבעט פון די עסקנים וואס לייגן אריין כחות אז מען זאל קענען באקומען וואוטשערס פון טשיילד קעיר פאר קליינע קינדער וואס ביידע עלטערן ארבעטן. &nbsp; די עסקנים לייגן אריין מחשבה אין וויאזוי מען זאל ארויסקומען ערקלערן דעם ציבור איבער די וויכטיגקייט פון ארויסגיין שטימען, ווייל כאטש נישט אלע עסקנים מוזן זיין איינשטימיג פאר וועם מען זאל גיין שטימען, זענען זיי אלע ביי די מיינונג אז די שפראך פון שטימען איז וואס א פאליטישאן פארשטייט. מיר פארשטייען אידיש, אין כינע פארשטייט מען כינעזיש, אבער א פאליטישאן פארשטייט נאר איין שפראך, שטים שפראך. מען קען רעדן צו א פאליטישאן, אים מסביר זיין, ער וועט דיר אפילו צושאקלען מיט'ן קאפ און ארויסווייזן העפליכקייט און מיטלייד, אבער בדרך כלל איז עס אריין אין איין אויער און ארויס פון די אנדערע... אבער ווען ער זעט אז עס איז דא א ציבור וואס מאנט פון אים א דין וחשבון, עס איז דא א געגענט וואס שטימט, דארפסטו אים שוין מער גארנישט מסביר זיין, און ער ווייסט פונקטליך וואס זיינע קאנסטיטשוענטס דארפן. &nbsp; ערליכע אידן זענען אינטערעסירט מען זאל זיי לאזן במנוחה וואוינען, און מען זאל נישט מאכן קיין געזעצן און רעגולאציעס וואס זאל שטערן פון דינען דעם אויבערשטן, פאר די אלגעמיינע ציבור אינטערעסירט גאנץ קנאפ ווער עס איז סופערווייזער, און ווער עס פירט די קאונטי, אבער דער ערליכער ציבור פאלגט די רבנים און ווען מען בעט מען זאל טון א חסד און ארויסקומען צו וואוטן, טוט מען עס. &nbsp; מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט פון דעם מיטינג ארויסקומען אסאך כבוד שמים און גוטע פעולות וואס וועט העלפן דעם היימישן ציבור וואקסן און בליען ביז משיח'ס טאג.

    < זעה מער ד אב תשפ"ד 📝
  • בית התבשיל היכל ישעי' קויפט א נייעם געביידע אין שטעטל

    עס קומט אריין א גרויסע אפדעיט פונעם בארימט בית התבשיל אין שטעטל: די הנהלת הקהלה געבט אוועק פארן בית התבשיל דעם גרויסן געביידע אויף 117 רעדקליף ראוד. דער בנין, וועלכער פארמאגט צוויי שטאק, יעדער פון זיי 5,000 סקווער פוס, וועט דינען אלס דער צענטער פון זייערע פילע הייליגע אקטיוויטעטן. &nbsp; דער פלאץ געפינט זיך אין צענטער פון שטעטל, הארט נעבן ביהמ"ד פעולת הצדיק און די נייע בארדיטשוב גאס. אינעם נייעם געביידע וועט מען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף דורכפירן די כסדר'דיגע חלוקות, און וועט זיין דער צענטער פון חסד און צדקה אין שטעטל. דער אויבערשטע שטאק וועט דינען אלס א קאך, וואו מענטשן וועלן קענען קומען אויפפיקן גרייטע מאכלים דורכאויס דעם גאנצן יאר, און דער אונטערשטע שטאק וועט זיין דער סטארעדזש, מיט גרויסע פרידזשידערס און פריזערס צו באזארגן די פילע פראיעקטן פונעם בית התבשיל. &nbsp; אין צוגאב באקומט דער בית התבשיל ארום דעם בנין א שטח פון אן עיקער גרויס, וואס דערויף פלאנט מען בעז"ה אויסצופלאסטערן א ברייטע פארגינג פלאץ גענוג פאר ארום הונדערט קארס &ndash; וואס וועט שטארק צונוץ קומען פאר די וואלונטירן וואס קומען העלפן און פאר די וואס קומען נעמען עסן אדער צו די חלוקות. די איבערבוי ארבעט ווערט ערווארטעט זיך אנצוהייבן אין די גאר נאנעט טעג, און מיר וועלן בעז"ה מיטהאלטן ווי דער אלטער געביידע, וועלכער איז בערך צוויי הונדערט יאר אלט און האט ביז יעצט געדינט אלס א שטאל, וועט פארוואנדלט ווערן אין א לעבעדיגע צענטער פון אהבת חינם. די ארבעט נעמט אריין צו לייגן א קאנקריט פלאר, איבערמאכן די עלעקטעריק, און אינסטאלירן ריזיגע קאמערשאל פרידזשידערס און פריזערס, אזוי אז דאס זאל קענען דינען דעם צוועק פאר וועלכע מען האט עס באשטימט. &nbsp; אויף דעם אויבערשטע שטאק וועט בויען א ריזיגע קאמערציאלער קאך, וואו עס וועלן זיך געפינען די וואלונטיר קעכערס וועלכע וועלן צושטעלן געשמאקע היימישע מאכלים וואס וועט זעטיגן יעדן הונגעריגן.&nbsp; &nbsp; דער בנין וועט זיין די באזע &ndash; דער הויפקווארטיר פונעם בית התבשיל, וואו מען וועט סטארעדזשן, סארטירן, אנגרייטן שבת פעקלער, און אהערשטעלן א פולקאמע רבי ישעי'לעס קאך. &nbsp; מען קען נישט ענדיגן דעם באריכט אן ארויסברענגען דעם געוואלדיגן הכרת הטוב וואס עס קומט פארן פאר'ן מנהל פונעם בית התבשיל, מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, וועלכער האט ביז יעצט אוועקגעגעבן זיין אייגענע הויז פאר די אלע אקטיוויטעטן. אלע איינוואוינער פון שטעטל זענען עדות איבער זיין געוואלדיגע געטריישאפט, אבער יעצט ווען דער שטעטל איז זיך צואוואקסן, האט מען זיך שוין געמוזט פארברייטערן און ארויסגיין פון זיין שטוב. מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען אין דעם נייעם חסד צענטער קענען פארברייטערן און פארבעסערן אירע אלע הייליגע אקטיוויטעטן. &nbsp;

    < זעה מער ג אב תשפ"ד 📝
  • ארבעט צו פארבעסערן געפארפולע ווינקל פון טווין ברידזש און אלד מאנטיסעלא אין שטעטל

    אין די לעצטע תקופה זענען צופיל עקסידענטן פארגעקומען ביים באקאנטן סכנה'דיגן ווינקל פון טווין ברידזש רד. און אלד מאנטיסעלאו רד. - דער איטערסעקשאן האט פיר זייטן פון וואו מען קען קומען, אבער בלויז צוויי פון זייטן דארפן זיך פולקאם אפשטעלן, וואס דאס ברענגט אז די דרייווערס ווערן צומישט, און כאפן נישט אז דער פון די אנדערע זייט האט נישט קיין "סטאפ סיין, און גייט זיך נישט אפשטעלן, וואס פירט צו פילע עקסידענטן ל"ע. &nbsp; די איינוואוינער פון שטעטל האבן שוין געבעטן פון די שטאטישע באאמטע מערערע מאל זיי זאלן אוועקשטעלן סטאפ סיינס ביי אלע פיר זייטן, אבער זיי האבן עס ליידער נישט גענומען ערענסט, און יעצט זומער איז די מצב געווארן סאך מער קריטיש נאכדעם וואס ס'האט ליידער פאסירט עטליכע עקסידענטן ביי אנשי שלומינו (וואס זענען ברוך השם ארויס געזונט מיט ניסי ניסים). &nbsp; דערפאר איז פריידיג צו הערן אז מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו פון די גאר אקטיווע חברי הנהלה האט זיך אריינגעלייגט דערין ראשו ורובו, צו לייזן דעם פראבלעם. ווי אן ערליכע איד, האט ר' מנחם האט אנגעהויבן די ערשטע זאך מיט בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל האבן הצלחה אין די וויכטיגע מיסיע, און אזוי איז ער צוגעגאנגען טון עטליכע קליינע פעולות וואס וועט מיט'ן אויבעשטענס הילף קענען ברענגען דעם געווינטשענעם טויש אין די סיטואציע, ער האט געבעטן פון די פאליציי דעפארטמענט און פון די פייער דעפארטמענט זיי זאלן שרייבן א בריוו אין שטיצע פון דעם געדאנק, וואס ער האט שוין ב"ה באקומען. זיי שרייבן זייער שטארק אז דער ווינקל איז א גרויסע סכנה, און דארף זאפארט פארראכטן ווערן, איידער אן אומגליק פאסירט ח"ו. &nbsp; באזונדער האט ער באקומען א שיינע בריוו פון די וועלט בארימטע הצלת נפשות ארגאניזאציע "חברה הצלה דקעטסקילס", וואס האט געשריבן שטארקע ווערטער ווי זיי האבן שוין מיטגעהאלטן צופיל מאל עקסידענטן אויף דעם פלאץ, און עס איז צייט צו טון די מינימאלסטע זאך פון לייגן א סטאפ סיין ביי אלע פיר זייטן. &nbsp; אנשי שלומינו האבן א פושקע אין די קאר און זענען מתפלל יעדעס מאל מען זעצט זיך אריין דערין מען זאל אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אבער כסדר אז דאס איז נישט גענוג, מען טאר נישט פארן שנעל און ווילד, א איד איז מחויב צו דרייוון אחריות'דיג און זיך האלטן צום געזעץ. &nbsp; דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט צו פרייליכע פלעצער.

    < זעה מער כב תמוז תשפ"ד 📝
  • נאך א שמאלע בריק אין שטעטל ווערט איבערגעמאכט

    פאריאר אנפאנג זומער איז דענמאן רד. געווען פארשלאסן פאר פארקער כדי איבערצומאכן דעם שמאלן בריק דארט (קאונט בריק 272), די ארבעט האט גענומען בערך זעקס חדשים, און סוף זומער האט מען זיך געטראפן מיט א ברייטע צוויי ליניע בריק העכערן איסט מאנגאָפּ טייך, וואס האט ביז דאן געהאט א לימיט אז קארס העכער 6 טאָנען האבן נישט געמעגט דארט פארן. &nbsp; יעצט אנפאנג זומער האט זיך סאליוואן קאונטי גענומען צום קומענדיגן בריקל אין די רייע, און אפגעשפארט א שטקל פון גאַרדען האוז צו פאררעכטן און איבערבויען קאונטי בריק 261 וואס איז אויך געווען שמאל און שוואך, עס האט נאר געהאט איין ליניע, און האט נישט געקענט פארנעמען קיין וואג איבער 8 טאן. דאס האט מען יעצט אנגעהויבן איבערצומאכן ברוך השם. און מען האפט אז ביז עטליכע חדשים וועלן די באסעס און טראקס געהעריג דארט קענען אריבערפארן, ברענגען די תינוקות של בית רבן מיט די באסעס אין חדר, און אזוי אויך וועלן די גרויסע מואווינג טראקס פון אנשי שלומינו קענען טראגן זייערע שווערע פעק צו זייערע נייע הייזער אין שטעטל. &nbsp; די אנגייענדע ארבעט אויפן ראוד וועט אנמאכן א צייטווייליגע אומבאקוועמליכקייט ווען צוליב דער אפגעשפארטער ראוד מען וועט דארפן פארן א שיינעם אומוועג דורך מעריהאף און קראוס ראודס אנצוקומען צו די אנדערע זייט, מען וועט זיך דארפן אנגארטלען מיט געדולד, און בעטן דעם אייבערשטן אז די ארבעט זאל וואס שנעלער פארטיג ווערן, און מען זאל שוין קענען נוצן דעם נייעם ברייטן בריק וואס וועט בעז"ה זיין גענוג ברייט פאר קארס פון ביידע ריכטונגען דורכצופארן אויף איינמאל. &nbsp; כל העולם כולו גשר צר מאוד &nbsp;

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ד 📝
  • נייע "ותיקין מנין" געגרינדעט אין ברסלבער שטעטל אין ליבערטי

    מיר זענען פרייליך צו מעלדן איבער דעם נייעם און פינפטן מנין שחרית וואס איז די וואך געגרינדעט אין שטעטל. אנפאנג וואך איז איינגעפעדימט געווארן א נייע "ותיקין מנין" אין צענטראלן בית המדרש אויפן האשקי גאס אין שטעטל. דער נייע מנין איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס הר"ר חיים דוד ראזענבערג שליט"א האט זיך אריינגעצויגן אין שטעטל פון מאנסי. און צוזאמען מיט הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, איינער פון די ערשטע איינוואוינער פונעם שטעטל, האבן זיי אינאיינעם געארבעט צו גרינדן דעם וותיקין מנין. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען זייער פרייליך צו הערן וועגן דעם נייעם מנין, זאגענדיג אז דער הייליגער רבי האט געוואלט אז ברסלב'ע חסידים זאלן נישט אפשטופן דאס דאווענען שחרית פאר גארנישט, נאר מען זאל דאווענען גלייך אינדערפרי ווען מען שטייט אויף. דער וותיקין מנין איז אויסער די אנדערע טעגליכע מנינים שחרית וואס גייען אן יעדע שעה, 7:00, 8:00, 9:00 און 10:00. די וואך וועט מען זיך שטעלן וותיקין אום 5:00 ברכות. &nbsp; אין די זומער מאנאטן, גלייך נאך דעם זיבן אזייגער מנין, קומט פאר דער טעגליכער שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אין א דף גמרא. דער שיעור ווערט געווענליך פארגעלערענט אונטן אין וואלד וואו מען רופט "גן עדן התחתון". דער שיעור איז א געשמאקע שיעור וואס ציעט צענדליגע משתתפים וואס זוכן צו הערן די גמרא פארגעלערנט קלאר און קרוץ, מתובל מיט דברי הדרכה און חיזוק. (וואס ווערט יעדע וואך אזוי שיין געדרוקט אויף לשון הקדוש אינעם קוטרס "אשית עצות בנפשי") &nbsp; דורכאויסן טאג ווערט דער בית המדרש גענוצט דורך די כולל אינגעלייט, וועלכע לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים בהוראה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. אום 1:45 דאווענט מען מנחה מיט די כולל אינגעלייט. &nbsp; ביינאכט איז דא נאך א מנין מנחה 15 מינוט פארן צאת (רבינו תם), און ביים זמן פון רבינו תם איז דא א מנין מעריב וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט א שיעור אין א דף גמרא דורכן דיין שליט"א. און אום 10:30 איז דא נאך א מנין מעריב.

    < זעה מער ב תמוז תשפ"ד 📝
  • טעגליכע מנין מנחה מעריב אין בית המדרש ליקוטי מוהר"ן אינעם ווילעדזש

    אין די נייעסטע געגענט פונעם שטעטל קרית ברסלב וואס מ'רופט "די ווילעדזש" צוליב וואס עס געפונט זיך אינערהאלב די גרעניצן פונעם "ווילעדזש אף ליבערטי", וואוינען שוין היינט א שיינע צאל פון אנשי שלומינו, און כאטש וואס עס איז בלויז בערך צען מינוט מיט א קאר צום צענטראלן בית המדרש אויף האשקי, האט דער ראש ישיבה שליט"א גלייך געזארגט אז עס זאל זיך געפונען א בית המדרש מיט א מקוה פאר שבת קודש, צוליב וואס די געגענט איז א קנאפע שעה צופיס צום נענטסטן בית המדרש. &nbsp; דער לאקאלער בית המדרש "ליקוטי מוהר"ן" - איינס פון אכט שולן אינעם שטעטל - גייט שוין אן פאר קנאפע יאר צייט און ווערט הערליך געפירט דורך די גבאים מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו און מו"ה משה עקשטיין הי"ו, וואס פירן אן מיט די תפילות, און אקטיוויטעטן אין בית המדרש מיט גרויס געטריישאפט. עס גייען אן אלע דריי תפילות יעדן שבת קודש, און דער גבאי מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו לערנט פאר א געשמאקע שיעור אין סיפורי מעשיות יעדן שבת קודש ביים קידוש נאך מוסף, און אזוי אויך ווארעמט ער אן די הערצער יעדן שלש סעודות מיט די לעכטיגע ווערטער און חיזוק פון הייליגן רבין. &nbsp; אין די טעג ווערט געמאלדן דורך די גבאים אז אויף די בקשה פון די מתפללים טוט מען זיך פארברייטערן און מען לייגט צו פרישע פעולות פון תורה ותפלה אינעם בית המדרש און מען עפענט אויף דעם בית המדרש פארן ציבור א גאנצע וואך, צוערשט האט מען צוגעלייגט א שיעור אין א בלאט גמרא וואס וועט פארגעלערענט ווערן בעז"ה בטוב טעם ודעת דורך א געשמאקע מגיד שיעור יעדע נאכט תיכף נאך מעריב, און מיט קומט אויך א טעגליכע מנין מנחה און מעריב, וואס וויבאלד דער בית המדרש געפונט זיך בלויז עטליכע מינוט אוועק פונעם גרעסטן כשר'ן סופערמארקעט אין די קעטסקילס "לעמאנעיד", איז דא א א גרויסע געברויך פאר א טעגליכע מנין מנחה מעריב אין די געגענט. מנחה וועט זיין פופצן מינוט פארן זמן רבינו תם, און דערנאך וועט מען דאווענען מעריב, וואס וועט נאכפאלגן מיטן שיעור גמרא, ווי אויבנדערמאנט. &nbsp; די אדרעס פונעם בית המדרש אין 33 טשעסטנאט סטריט, אינעם "בנין איינהארן" פון די תלמוד תורה. &nbsp; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער כה סיון תשפ"ד 📝
  • אפדעיט: א פרישע סעזאן אין קרית ברסלב, א זומער מיט אמונה און יראת שמים

    מיט'ן אנקום פונעם פרישן זומער סעזאן תשפ"ד, ווערט דער קרית ברסלב אומגעגענט איבערגעפילט ווי יאר יערליך דורך די פילע אנשי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק; דער ראש ישיבה שליט"א און די בחורים פון ישיבה תפארת התורה קומען ארויס פון וויליאמסבורג צו די בערג צום זעכצטן יאר, ווי זיי וועלן זיך איינקווטירן אינעם שטעטל. &nbsp; בפרט ווערט ווידער אויפגעלעבט דער מחנה אילן החיים וועלכע דער ראש ישיבה שליט"א האט אפגעקויפט מיט עטליכע יאר צוריק לטובת אנשי שלומינו זיי זאלן קענען פארברענגען דעם זומער אין אן ערליכער סביבה, פילע אנדערע משפחות דינגען דירות ביי אנשי שלומינו גאנציעריגע איינוואוינער פון שטעטעל כדי צו קענען געניסן פון די השפעה פון ראש ישיבה שליט"א, און זיך אנשעפן מיט אמונה אויף א גאנץ יאר. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט פארלערנען זיינע בארימטע שיעורים אין גמרא, חינוך, חיזוק פאר אינגעלייט און בחורים במשך דעם זומער אין בית המדרש פון די בחורים "היכל ראזענבערג" הונטערן בית המדרש אויף האשקי. א ריזיגער ציבור פון די גאנצע קעטסקילס ראיאן ווערן צוגעצויגן און קומען טעגליך צו די שיעורים יעדן נאכמיטאג אדער צו די מלוה מלכה'ס מוצאי שבת פון וואו מען נעמט אהיים הויפענעס פון חיזוק און הדרכה אויף א גאנצע וואך. &nbsp; ערליכע אידן אנטלויפן פון די אויסגעלאסענע שטאט, ווי מען קען יעדע רגע פארברענט ווערן רח"ל, און מען קומט ארויס צו שטייגן אין עבודת ה', מען לערנט מען דאווענט, מען רעדט צום אויבערשטן צווישן די גראז און ביימער, און אזוי גרייט מען זיך צו מיט א פאסיגע הכנה צו די הייליגע טעג מיט תשובה און מעשים טובים. &nbsp; אפדעיט: לויט ווי עס הייסט יעצט וועט זיין עטליכע שינויים דאס יאר, אנדערש ווי געשריבן דא אויבן. דער ראש ישיבה שליט"א וועט פארלערנען אין היכל ראזענבערג יעדן אינדערפרי אכט אזייגער דער שיעור גמרא, און אזוי אויך דער שיעור פאר די אינגעלייט ליל שישי. די איבעריגע שיעורים און אזוי אויך די מלוה מלכה'ס וועלן פארקומען פריוואט מיט די בחורים אין מחנה אילן החיים. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז א אינגערמאן דארף זיין ביינאכט און מוצאי שבת קודש אין שטוב, און די שיעורים אין די צייטן זענען נאר פאר די בחורים.

    < זעה מער יח סיון תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 45 of 170 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com