Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • געשלאסן מקח ב"ה אויף נייע ברסלב קאנטרי "אילן החיים"

    גאר גוטע נייעס קומט אריין פאר אנשי שלומינו. פארגאנגענעם וואך האט מען ברוך השם געשלאסן דעם מקח אויף א הערליכן קאנטרי - הארט נעבן דעם ברסלב'ן שטעטל אין ליבערטי, וואס וועט ערמעגליכן משפחות פון אנשי שלומינו וואס וואוינען א גאנץ יאר אין שטאט - ארויסצוקומען אויף די זומער טעג, און צוזאמען פארברענגען מיט משפחות פון אנשי שלומינו און זיך מחזק זיין אינאיינעם פאר די ניין זומער וואכן.   פון ווען עס האט זיך געעפענט די ישיבה "תפארת התורה" אין וויליאמסבורג אין יאר תשס"ט, איז מען ארויס יעדעס יאר זומער אין קאנטרי, סיי די בחורים און אזוי אויך די משפחות, די ערשטע יאר איז עס געווען אויף א קליינע פארנעם, צוביסלעך איז דאס יעדעס יאר געווארן גרעסער, געוויסע יארן האבן נישט צופיל משפחות געקענט קומען צוליב דעם וואס ס'איז פשוט נישט געווען גענוג דירות, אבער אלץ האט מען פרובירט זיך אריינצושטופן דעם קאפ און מיטהאלטן וויפיל עס איז געווען מעגליך, אפילו נאר אויף א שבת.   די לעצטע צוויי יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אן אראפגעשטעלטע פלאץ מיט א בית המדרש, מקוה און אזוי ווייטער, איז דער ראש ישיבה מיט די בחורים געקומען אויף זומער אין שטעטל, און אנשי שלומינו וואס וואוינען אין שטאט האבן פרובירט צו דינגען דירות אין שטעטל וויפיל עס איז געווען מעגליך. אין יעדן לעכל, אין יעדן פלאץ וואס מען קען נאר טראכטן - האט מען דארט פלאצירט א משפחה, וואס האט אבער פאסירט איז, אז נישט יעדער האט געהאט פלאץ, און בלית ברירה האט מען אנגעהויבן גיין אין אנדערע קאנטריס, דאס האט גאר שטארק געשטערט פאר'ן ראש ישיבה, צו זען תלמידים וואס האבן געלערנט אין ישיבה, און דערנאך האט זיי דער ראש ישיבה חתונה געמאכט, און ווען עס קומט זומער זיצט מען ניין וואכן אין א די סביבה וואס איז נישט די בעסטע (מילד גערעדט), און ווי חז"ל זאגן שוין אז א מענטש ווערט נאכגעשלעפט נאך די סביבה; אויב אלע ארום טרונקען זיך אן יעדן שבת, הייבט מען אויך אן טרונקען; אויב די סביבה מאכט ליצנות פון צדיקים, הייבט מען אויך אן צוביסליך טראכטן אזוי.   דערפאר האט דער ראש ישיבה זיך אריינגעווארפן אין דעם גרויס'ן פראיעקט פון אפקויפן א קאנטרי וואס האט אפגעקאסט די סכום פון כמעט צוויי מיליאן דאלער, אלעס צוליב דעם איינעם צוועק, אז אנשי שלומינו זאלן האבן א ריינעם ווינקל וואס מען וועט רעדן נאר א איידעלע שפראך, מען וועט רעדן פון עצות וואס די צדיקים לערנען אונז און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט קורא שם געווען דעם נייעם קאנטרי "אילן החיים".   עס איז ערווארטעט מיטן אייבערשטענ'ס הילף צו זיין א שיינעם געשמאקן זומער, ווי מען וועט זיך מחזק זיין אינאיינעם צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן.   (קרעדיט: קרית ברסלב בלעטל)   ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה  

    < זעה מער ל סיון תשפ"ב 📝
  • הערליכע יום טוב שבועות אין קרית ברסלב ליבערטי מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    גאר א דערהויבענער און פרייליכער יום טוב שבועות האבן אנשי שלומינו מיטגעהאלטן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אינעם ברסלב'ער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. &nbsp; די חשובע איינוואוינער פון שטעטל האבן ברייט געעפנט זייערע הערצער און טירן פאר די פילע הונדערטער משפחות וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב, מקבל צו זיין די הייליגע תורה פון פריש, אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ערב יום טוב האט זיך אנגעזען א שטארקע פארקער אין די גאסן פון שטעטל ווען די געסט זענען אנגעקומען, אויך האט מען געזעהן פילע משפחות האבן זיך פלאצירט אין מאבילס וואס זענען געווארן אראפגעלייגט אין פארנט פון די הייזער. שבועות ביינאכט נאך די סעודה איז זיך דער ציבור צוזאמגעקומען אין בית המדרש צו תיקון ליל שבועות, יעדער האט געלערנט זיינע שיעורים, און בערך צוויי אזייגער האט דער גאנצער עולם געזאגט דעם תיקון אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ווי עס איז איינגעפירט אין היכל הקודש זאגט מען דעם קורצן תיקון, וואס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה פון די תורה און ספרי הנ"ך, און דערנאך די תרי"ג מצוות, אינצווישן האט מען געזינגען ווארעמע בענקעדיגע ניגונים, "והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך", און נאך הארציגע ניגונים אויף אידיש, מיט תפלות און רצונות צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו זיין הייליגע תורה. &nbsp; נאכ'ן תיקון האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אז מען זאל אויסנוצן די צייט ביז'ן עלות זיך אויסצובעטן ביים אייבערשטן, און דערנאך האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד. &nbsp; בקדרותא דצפרא איז מען געגאנגען אין מקוה, און דערנאך זיך געגאנגען לייגן צו קענען דאווענען שחרית מיט א רואיגן קאפ. מען האט געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד שחרית ביידע טעג יום טוב. מען האט געזונגען אהבה רבה מיט א געוואלדיגע התעוררות, און דערנאך האט מען געזאגט הלל אינאיינעם מיט גרויס התרגשות. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלייט דער הייליגער פיוט "אקדמות" מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און אויך געליינט די קריאת התורה מיט די עשרת הדברות מיט גרויס התלהבות. צו מוסף איז צוגעגאנגען מו"ה הערשל שניטצלער הי"ו, א חשובער מלמד אין שטעטל. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט א גרויסער מילכיגער קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם וואס מ'עסט מילכיגס, און נאכטגעזאגט א שיין פשט פון מוהרא"ש אז מען עסט מילכיגס ווי א קליין קינד וואס קען נאר עסן מילך, צו ווייזן אז מיר זענען יעצט ווי ניי געבוירן, מ'קען אלץ אנהויבן פון פריש מקבל צו זיין די הייליגע תורה און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און אפילו די מילך איז שוין פארדארבן, קען מען יעצט מאכן דערפון געשמאקע קעז, דאס מיינט אז אפילו א איד שפירט זיך אינגאנצן פארדארבן, זאל ער זיך נישט אראפקלאפן, נאר זיך אויפהויבן און צוריק קומען צום אייבערשטן און צו די תורה, און ער וועט זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.&nbsp; נאכמיטאג, נאך מנחה, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעזאגט די "שטר תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים", ווי דער מנהג, און דערנאך האט ער ארומגערעדט וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים אין די דריי צייטן ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון דעם שווערן עונש פון עולם התוהו. יעדע פון די צייטן באקומט מען אנדערע סארט מתנות פון הייליגן רבי'ן, און יעצט אום שבועות באקומט מען דעם סדר דרך הלימוד. זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער צווייטער טאג מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, דער גבאי פונעם בית המדרש, און דער רעדאקטאר פונעם וועכנליכן הערליכן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל". &nbsp; ביים קידוש נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט אין די זיבעטע מעשה פון סיפורי מעשיות איבער דעם בלעטל וואס האט באשיצט, וואס דאס גייט ארויף אויפ'ן לימוד פון א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס דאס באשיצט דעם מענטש פון אלעם בייזן. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן תהלים, און אז אין די פסוקים קען מען אריינפלעכט אייגענע תפלות אויף אידיש, מען בעט דעם אייבערשטן אלעס וואס מען דארף.&nbsp; נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען צו מנחה און נעילת החג, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די שטר כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און דערנאך גערעדט דברי חיזוק ווי אזוי מיטצונעמען דעם יום טוב אויפ'ן גאנצן יאר. &nbsp; ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אום מוצאי יום טוב איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שול צו טאנצן און זיך פרייען. פאר לאנגע שעות האט מען געטאנצן בתופים ובמחולות, לעבעדיג און לוסטיג מיט לויב און געזאנג צום אייבערשטן. &nbsp; דער געהויבענער יום טוב וועט בלייבן אין די ביינער ביי אלע באטייליגטע פאר לאנגע יארן, די התחזקות און התעוררות וועט געדענקט ווערן פאר זייער לאנג, און מיט די הייליגע לימודים פון רבי'ן וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זיין גרויסע ערליכע אידן. &nbsp; דאס איז א גאר קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל, א הערליכע לענגערע באריכט, וועט זיין בעז"ה ערב שבת קודש אינעם וועכענטליכן בארימטן "גליון היכל הקודש". &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער ט סיון תשפ"ב 📝
  • קרית ברסלב גרייט זיך צו די פילע געסט צום בעפארשטייענדן יום טוב שבועות

    עס טוט זיך אויף טישן און בענק אין קרית ברסלב, די הכנות צום יום טוב שבועות גייט אן מיטן גאנצן פארע, דאס ערשטע זענען אלע חשובע איינוואוינער פון שטעטל, זיי רישן איין זייערע הייזער, גרייטן צו בעטן, קאכן סעודות, און גרייטן זיך אריינצונעמען וויפיל געסט עס איז נאר מעגילך. די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, זיי מאכן זיכער אז דער שול קען אריינעמען די הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקוה זאל זיין מסודר, די הנהלה פונעם בית התבשיל איז איבערגעפולט מיט ארבעט, זיי ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען, בפרט די חשובע משפחת מזרחי ארבעט אווער-טיים נעמט אויף די רופער וואס בעטן אן אכסניא, און ענטפערט אלעמען בסבר פנים יפות און פרובירט דאס בעסטע יעדעם צופרידן צו שטעלן. &nbsp; די אלע וואס ווילן נאך קומען אויף יום טוב זאל רופן ווי אמשנעלסטן צו די געטרייע משפחת מזרחי שיחיו פון שטעטל אויף 845-248-3218, כדי מען זאל נאך קענען טרעפן אכסניות וואו צו איינשטיין אויף יום טוב. &nbsp; דער ציבור אנשי שלומינו קען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דער תיקון ליל שבועות אינאיינעם, שחרית, אהבה רבה, הלל, אקדמות, די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; דאס וועט זיין א יום טוב פון קבלת התורה, אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן און לערנען די הייליגע תורה, נישט אויסלאזן קיין טאג אן לערנען חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט! &nbsp; עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני

    < זעה מער כה אייר תשפ"ב 📝
  • פאטהאולס אין קרית ברסלב פארראכטן ב"ה אין צייט פאר יום טוב שבועות

    דער שווערער ווינטער העבר עלינו לטובה ברוך השם מיט אסאך שנייען און שטורעמעס האט איבערגעלאזט די וועגן און די ראודס אין שטעטל שטארק צו'מזיק'ט. פילע טייער שאפס אין געגענט האבן שיין פארדינט פון די לעכער וואס די רעדער האבן באקומען פון די פילע טיפע גרובער וואס האבן זיך געשאפן אין שטעטל במשך דעם ווינטער. &nbsp; צוזעענדיג דעם מצב האבן זיך די חברי ההנהלה געוואנדן צום טאון, צו שתד'לען ביי זיי מען זאל דאס אלעס וואס שנעלער קומען פאררעכטן, בפרט ווען מען זעט ווי דער הייליגער יום טוב שבועות איז שוין כמעט דא, און מען דארף קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט א "יום טוב שבועות אין שטעטל", עס קומען צו פארן הונדערטער געסט פון איבעראל, דער שטעטל ווערט איבערגעפולט פון אנשי שלומינו וואס ווילן נישט פארפאסן אזא געהויבענעם יום טוב פון צו זיין במחיצות פונעם ראש ישיבה, וואס וועט אונז אלע אנווארימען צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה. &nbsp; דער אייבישטער האט געהאלפן אז די שטאטישע באאמטע האבן זיך צוגעהערט, און האבן אראפגעשיקט ארבעטער וואס זאלן איבערגיין מיט די עסקנים אלע גאסן, מען האט נישט אויסגעלאזט קיין איין ווינקל אין שטעטל, און זיי אנגעצייכענט איבעראל ווי עס דארף ווערן פארראכטן. &nbsp; מיט צוויי וואכן צוריק האבן זיך טאקע אנגערוקט א גאנצע שטאב ארבעטער מיט טראקס, און אלע אנדערע כלים מיט וואס מען פאררעכט די וועגן, און זיי האבן זיך גענומען צו די ארבעט, און אזוי האט זיך עס געצויגן ביז היינט, ווען דער לעצטער פאט-האול איז ברוך השם געווארן פארראכטן צו די צופרידנהייט פון אלע איינוואוינער און באזוכער. &nbsp; אבער, מאכט נישט קיין טעות; דער ברסלבער שטעטל באשטייט נישט פון שיינע ראודס. עס איז בכלל נישט איבער שיינע הייזער, אדער פאר ווער עס זוכט עפארדעבל דירות. אוודאי מיט תפלה העלפט דער אייבישטער אז מען באקומט דאס אלעס און נאך אסאך מער. די אידן וואס קומען ארויס וואוינען אין שטעטל קומען פאר איין זאך, מען זוכט א ריינע ערליכע ווינקל. א שטאט ווי רעדן צום אייבערשטן, פארציילן מעשיות פון תפלה איז אן ארויפגעקוקטע זאך, מען שעמט זיך נישט צו רעדן צום אייבערשטן און פון אייבערשטן. דאס ציעט די אלע אידן אהער, און נאר דאס פארקויפט דאס פלאץ. &nbsp; ברוך השם, די אחדות וואס דאס שטעטל פארמאגט איז עפעס וואס איז נישט צום באשרייבן, אין די קורצע דריי יאר זינט דער שטעטל האט זיך געגרינדעט, פונקציאנריט שוין דאס שטעטל מיט אלעס וואס א אידישע שטעטל דארף האבן. אלע סארטן חסד ארגאניזאציעס, הפצה אקטיוויטעטן, בית מדרשים, מקוואות, הצלה, טראנספארטאציע. ועל כולם, א שטעטל ווי מען לעבט און מען אטעמט אמונה, א פלאץ ווי מען שטרעבט און מען טראכט נאר וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד צו לעבן מיטן אייבערשטן.

    < זעה מער כד אייר תשפ"ב 📝
  • פרישע שפרודלדיגע וואסער קוועלער געפונען אין שטעטל קרית ברסלב

    שוין א לאנגע צייט וואס מען פרובירט צו באקומען ערלויבעניש פון די ליבערטי טאון צו בויען נאך פרישע דירות אויף די פילע ליידיגע שטחים אין שטעטל, אבער יעדעס מאל דרייען זיי זיך ארויס, אלץ מיט אנדערע אויסריידן. &nbsp; דאס מאל זענען זיי אויפגעקומען מיט א טענה אז די שטאט האט נישט גענונג וואסער פאר נאך דירות, פארשטייט זיך אז אנשי שלומינו ווייסן אז די ערשטע זאך איז תפלה, מען האט מתפלל געווען מען זאל באקומען רשות צו בויען פרישע דירות. &nbsp; די הנהלה האט באשלאסן צו רופן א פירמע וואס זוכט און גראבט קוועלער, און האט געבעטן מען זאל זוכן פאר פרישע קוועלער, אזוי אז די טאון וועט מער נישט קענען נוצן דעם תירוץ פון וואסער, דער אייבישטער האט געהאלפן אז נאך א קורצע צייט האט מען געטראפן צוויי פרישע שפרודלדיגע קוועלער. &nbsp; פאריגע וואך זענען די חשובע חברי הנהלה מו"ה מרדכי אהרן האלפערן הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו אראפגעגאנגען צום טאון אפיס צו א מיטינג פונעם פלענינג באורד, כדי צו בעטן פערמיטס פאר פרישע דירות. יעצט איז די טאון אויפגעקומען מיט פרישע תירוצים, דאס מאל אז דער שטעטל איז נישט גענוג ריין. &nbsp; אויפן ערשטן געדאנק איז ארויפגעקומען אז מען זאל ארויסגיין מיט א מלחמה קעגן די טאון וואס נוצן אלע מיני נארישע תירוצים, אבי מען זאל נישט בויען נאך דירות, עס זענען דא פארשידענע לעגאלע מיטלען וואס מען קען טון דערוועגן. דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער געהייסן די הנהלה אז מען זאל ווייטער נוצן נאר פרידליכע מיטלען, און נישט ארויסגיין מיט א קאמף מיטן טאון, די עצה איז נישט קיין לאיערס האט דער ראש ישיבה געזאגט, די עצה איז תפלה, מען וועט אלעס פועלן ביים אייבערשטן מיט תפלה. &nbsp; אין די זעלבע צייט האט אבער די הנהלה געבעטן אנשי שלומינו אז מען זאל פרובירן אז די שטאטישע באהערדע זאלן נישט קענען נוצן ריינקייט אלץ זייער תירוץ, כאטש אנשי שלומינו צייכענען זיך טאקע אויס מיט די הייליגע מידה פון נקיות, זאל מען זיך נאך מער אנשטרענגען צו האלטן ארום פון די הייזער ציכטיג און ריין. &nbsp;

    < זעה מער טז אייר תשפ"ב 📝
  • שבועות אין שטעטל קרית ברסלב וועט בעז"ה געפראוועט ווערן מיטן ראש ישיבה שליט"א

    &nbsp; די איינוואוינער פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי נעמען אויף מיט גרויס פרייד די מעלדונג פון ראש ישיבה שליט"א אז ער פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו וויילן אין שטעטל אויפן קומענדיגע יום טוב שבועות. &nbsp; אנשי שלומינו ווייסן אז עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן א שבועות מיטן ראש ישיבה. די אלע וואס זענען נאר געווען מיטן ראש ישיבה אין די פארגאנגענע יארן, ווילן אויך היי יאר נישט אויפגעבן דעם געהויבענעם געשמאקן שיינעם יום טוב מיטן ראש ישיבה. די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען גוט באקאנט מיט זייער הכנסת אורחים, ווי מען זעט ממש יעדע וואך במשך דעם קיילעכיגן יאר איז דער שטעל פול מיט געסט וואס קומען באזוכן דעם שיינעם פלאץ בפרט איז דא א גרויסע פארלאנג צו קענען מיטהאלטן א שבת אין קרית ברסלב ליבערטי. &nbsp; די פילע געסט קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם שיינעם און ריינעם שטעטל, זיי זעען ווי אלע לעבן א פשוטע און דאך א פרייליכע לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבין. מען קוקט זיך צו מיט ווינדער ווען מען זעט כסדר ווי די איינוואוינער - אפילו די קליינע קינדער - אדער כאפן זיי א שפאציר און שמועסן זיך אויס מיטן אייבערשטן, אדער איז מען אין בית המדרש מיט א ספר אין האנט, זאל עס זיין א חומש, א משניות צי א תהלים. &nbsp; אזוי ווי אין די פארגאנגענע יאר ווערט ערווארטעט אויך היי יאר א ריזיגער פלייץ פון געסט פון איבעראל וואס ווילן קומען מיטהאלטן דעם יום טוב אין שטעטל, דער ראש ישיבה איז ארויסגעקומען מיט א רוף צו די איינוואוינער אין שטעל קרית ברסלב אז מען זאל זיך שטארק אנשטרענגען און נאך מער און נאך ברייטער עפענען די טירן און אריינעמען וויפיל געסט נאר מעגליך אויף יום טוב. &nbsp; די חשובע משפחת מזרחי שיחיו פון שטעטל געבט זיך אוועק אינאיינעם מיטן "בית התבשיל" מען זאל קענען צושטעלן וואס מער אכסניות צו שלאפן און עסן פאר אנשי שלומינו, ווער עס וויל קומען אויף שבועות אין שטעטל, ווערט געבעטן צו רופן 845-248-3218 וואס שנעלער, כדי מען זאל קענען צופרידן שטעלן אלעמען דאס בעסטע וואס מעגליך. &nbsp; צְבִי וְאִתְרְעִי בָן, וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא

    < זעה מער ח אייר תשפ"ב 📝
  • זעלטענע געלגענהייט צו געבן צו עסן און טרונקען פאר אידן לע"נ הרה"ק ר' ישעי' ב"ר משה זי"ע פון קערעסטיר

    שטייענדיג אינעם טאג פונעם יארצייט פונעם הייליגן צדיק וקדוש רבי ישעיה'לע קערעסטירער זי"ע וואס האט זיך כל ימיו אויסגעצייכענט מיט די מדה פון הכנסת אורחים זיכער מאכענדיג אז אידישע קינדער האבן צו עסן, ווילן אידישע קינדער אויך היינט נאכגיין אין זיינע הייליגע וועגן, און זוכן וויאזוי מען קען געבן צו עסן פאר אידישע קינדער, בפרט פאר נויטבאדערפטיגע. &nbsp; צוליב דעם איז דער בית התבשיל פון היכל הקודש, ארויסגעקומען מיט א רוף צו אנשי שלומינו, אזוי ווי עס האט זיך נארוואס געשאפן עטליכע גאר גוטע געלעגענהייטן צוצושטעלן פאר אידן צו עסן און טרונקען. &nbsp; אזוי ווי דער שטעטל איז זיך צואוואקסן אויף גאר ברייטע שטרעקעס, און אנשי שלומינו סיי וועלכע וואוינען אין שטעטל און אזוי אויך די פילע באזוכער וואס קומען כסדר ארויס, קומט אויס אז במשך די שבתים קומט אויס צו גיין צופיס פיל מאל פאר גאר ווייטע וועגן, אפילו מער פון א האלבע שעה, דערפאר פלאנט דער בית התבשיל מיטן אייבערשטנ'ס הילף אזוי ווי די לעצטע יארן צו צושטעלן במשך די גאנצן זומער עטליכע "טרונק וואסער סטאנציעס", וואס וועט בז"ה אלץ זיין אנגעפילט מיט פרישע קאלטע וואסער, און פלעסטיק קאפס, להחיות בהם נפש כל חי. היי יאר ווערט בעז"ה צוגעלייגט נאך לאקאציעס, און אויך וועט ווערן צוגעלייגט דערצו א "טענט" מיט א בענקל, ווי מען וועט זיך קענען אראפזעצן אונטער א שאטן און מאכן א ברכה, און זיך דערכאפן דאס הארץ מיט א גלאז קאלטע דערפרישענדע וואסער. &nbsp; אזוי אויך ביז יעצט ווען מען האט אפגענומען אויף די פילע זאפאסן עסן פארן געברויך פון די חלוקות וואס קומען פאר כסדר, האט מען דערווייל נישט וואו עס צו האלטן די באקסעס ביזן צייט פון די חלוקות, און דאס עסן ליגט אויפן גאס אויסגעשטעלט צו די היץ פון די זון, און צום נאסקייט פון די רעגן. &nbsp; יעצט פלאנט מען בעז"ה איינצוקויפן א גרויסער דויערהאפטיגער שאטער, וואו דאס עסן וואס קומט אן וועט אריינגיין און ווערן געהאלטן, ביז מען מאכט דעם קומענדיגן חלוקה. &nbsp; דער זכות פון די טרונק וואסער סטאנציעס וועט ווערן פארקויפט פאר $1,800, און מען וועט ארויפשרייבן דערויף מיט שיינע אותיות דער נאמען פונעם נדבן לזכרון. &nbsp; דער טענט פאר די עסן פון די חלוקות ווערט פארקויפט פאר די סכום פון $10,000 וואס דער נדבן וועט קענען אויסקלויבן דעם נאמען וואס דער אהל וועט טראג, וואס וועט ווערן ארויפגעשריבן דערויף מיט גרויסע שיינע אותיות למשמרת. אלע אנשי שלומינו, נוצן אויס דעם היינטיג טאג און שטיצן דעם בית התבשיל וועלכע טיילט אויס שווערע טוינזטער פונט פון עסן א יאר, אין פארשידענע פארמען, צו דירקעט צו די גראסעריס, אדער אלץ שבת ארדערס צוגעשיקט צום טיר, אזוי אויך די באקאנטע חלוקות כסדר, וואס דאס ציעט אריין אין צענדליגע טויזנטער דאלערס הוצאות במשך דעם יאר. &nbsp; ווער עס וויל נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט לע"נ רבי ישעי'לע זי"ע קען דרוקן אויף דעם לינק. אין דעם זכות זאלט איר האבן אלעס גוטס וואס איר דארפט נאר. צו קויפן איינס פון די גרעסערע זכותים ווי אויבנדערמאנט קען מען רופן דעם געטרייען גבאי פונעם בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אויף 845-637-5367. &nbsp; שטיצט דעם בית התבשיל היכל הקודש &nbsp; לשובע ולא לרזון

    < זעה מער ג אייר תשפ"ב 📝
  • גאר א שיינעם יום טוב פאריבער אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    אויפן בקשה פון אונזערע פילע ליינער וועלכע ווילן מיטהאלטן וויאזוי עס האט אויסגעזען דעם יום טוב מיטן ראש ישיבה האבן מיר פרובירט איבערגעבן א באריכט פונעם שטעטל וויאזוי עס איז אפגעראכטן אויף א געהויבענענם פארנעם עד מקום שידינו מגעת. אבער מיט דעם אלעם, איז דער באריכט נאר אויפן שפיץ גאפל, וויפיל עס איז מעגליך געווען אריינצולייגן אין א באריכט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז ער שטרעבט אז די קהילה זאל זיין געבויט אויף די וועגן פון די פריערידיגע צדיקים, און איינע פון די זאכן אויף וואס דער ראש ישיבה לייגט א שטארקע געוויכט, איז אז עס זאל זיין א קהלה ווי מען העלפט זיך ארויס איינע דעם צווייטן מיט צדקה און חסד. &nbsp; עס לאזט זיך נישט שרייבן די פילע צדקות און חסדים וואס זענען פארגעקומען אין די קהילה אין די וואכן פאר פסח. וויפיל קמחא דפסחא אקציעס עס זענען פארגעקומען, יעדן טאג האבן אנשי שלומינו באקומען רופן פון די פילע עסקנים און גבאים פון די שולן איבער נאך א צדקה קאמפיין און נאך א געלט אקציע ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו מיט מצות, גראסעריס, בגדים און מיט אלעם וואס מען דארף. און ב"ה מען זעט ווי די קהלה איז געבויט אויף די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים, און דער ציבור האט זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים און מען האט געקענט צושטעלן פאר די פולע משפחות אלעס וואס זיי דארפן בס"ד. &nbsp; אין שטעטל איז עטליכע טאג פאר פסח פארגעקומען א גאר גרויסע חלוקה דורכ'ן בית התבשיל, וואס ווערט אנגעפירט דורך מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, ווי מען האט פארטיילט גאר נוצבארע פראדוקטן לכבוד יום טוב. דאס איז אויסער די צענדיגליגע טויזנטער וואס ער האט אויסגעטיילט אין די גראסעריס דירעקט צו די אקאונטס פון די נויטבאדערפטיגטע. &nbsp; אין חדר האבן די מלמדים געפראוועט א שיינעם "סדר" מיט די טייערע קינדער. די מלמדים און די קינדער זענען געקומען אין חדר אנגעטון שיין יום טוב'דיג, און מען האט אראפגעלייגט א סדר פון אנהייב ביזן סוף, און האט אריינגעברענגט דעם געשמאק פון יום טוב אין די קינדערלעך. דער חשובער מענעזשער פון חדר האט סורפרייזט די חשובע קינדער אינמיטן די סדר, ווען ער איז פלוצלינג אריינגעקומען מיט א לעבעדיגע שעפסעלע, און מען האט געוויזן פאר די קינדער וויאזוי מען האט צוגעגרייט די שעפסעלע צו שחט'ן פאר דעם קרבן פסח. &nbsp; אזוי אויך האבן די קינדער באזוכט ביים מצה בעקעריי, ווי מען האט זיי געוויזן די גאנצע פראצעדור וויאזוי די הייליגע מצות ווערן געבאקן, פארן הייליגן יום טוב. &nbsp; זונטאג נאכט בעפאר פסח האט דער דיין שליט"א פארגעלערענט א שיעור כללי אין הלכות פסח און האט מיט א געוואלדיגע קלארקייט מסביר געווען אלע וויכטיגע הלכות און דינים הלכה למעשה וויאזוי זיך צו גרייטן צום יום טוב. אויך איז דער דיין שליט"א געזיצן יעדע נאכט אין בית המדרש, און ארויסגעהאלפן דעם ציבור און איבערגעגאנגען אלע פרטים מיט יעדעם באזונדער און געהאלפן מיטן פארקויפן די חמץ פארן גוי. &nbsp; עטליכע טעג פאר יום טוב איז שוין דער ראש ישיבה ארויסגעקומען אין שטעטל, כדי צו קענען זיך צו קענען איינרישן צום יום טוב פסח. סיי מאנטאג און סיי דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה מיטגעפארן מיטן באס וואס פירט די קינדער אין חדר, און באגריסט יעדן קינד מיט א פרייליכן "גוט מארגן", פון וואס די קינדער האבן אויפגעלעבט, זעענדיג אז דער ראש ישיבה פארט מיט זיי צוזאמען מיט אין חדר אריין. &nbsp; דער ראש ישיבה האט באזוכט אין די חדרים בשעת די קינדער האבן געלערנט, און זייער הנאה געהאט צו זען ווי מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק צו תורה ומצוות. &nbsp; דינסטאג האט דער ראש ישיבה באזוכט אין אפיס פונעם "פעסט בילד" פירמע, איבערגיין די פלענער פונעם געביידע וואס מען האט לעצטענס אפגעקויפט הארט נעבן די בנין המוסדות, און געזען וויאזוי מען זאל עס אויסשטעלן אויפן בעסטן וועג וואס שייך. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט ביים נייעם "אינגל קעמפ" וואס מען פלאנט יעצט אפצוקויפן, מען ווארט נאך עס זאל זיין גענוג תפילות אויף דעם. (ביי איינע פון די שיעורים חול המועד, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז "אויב איינער האט געלט אוועקגעלייגט, און איז גרייט דאס צו בארגן פאר דריי יאר כדי צו קענען אפקויפן די קעמפ, זאל זיך מעלדן צום ראש ישיבה"). &nbsp; דינסטאג איז פארגעקומען די ברית ביי האברך מו"ה יצחק אביש הי"ו פון בלומינגראוו, דער ראש ישיבה איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און זאגן די ברכות ויקרא שמו בישראל "נתנאל" נרו יאיר. ביים סעודת ברית האט דער ראש ישיבה מכבד געווען דעם מוהל מו"ה אהרן ווייס הי"ו צו רעדן אפאר ווערטער. דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער. דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע געזאגט אז דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל, סימן א): "צריך לחזור אחר מוהל צדיק, וירא שמים", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק א ירא שמים, "כי כשהמוהל אינו טוב", ווייל אז דער מוהל איז נישט גוט, "יכול להיות שלא יהיה מוליד, חס ושלום", קען חס ושלום פאסירן אז דער קינד וועט נישט האבן קיין קינדער, "גם על ידי שהמוהל אינו טוב, על ידי זה בא התינוק, חס ושלום, לידי חלי נופל", אויך קען א נישט גוטער מוהל מאכן אז דער קינד זאל האבן די חולי נופל &ndash; סיזשערס &ndash; רחמנא לצלן; האב איך געפרעגט מוהרא"ש "ווער איז א מוהל א צדיק"? האט מוהרא"ש געענטפערט: "וואס א גרעסערע מומחה&nbsp; - אלס א גרעסערע צדיק". &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה דערמאנט די גרויסע נס וואס דער אייבישטער האט געמאכט, אז ער איז געווארן געראטעוועט פונעם שווערן מיטמאכענישט פונקט א יאר צוריק בנוגע חתונה מאכן. &nbsp; ביים סוף שמועס האט דער ראש ישיבה זיך אנגערופן: "ברוך השם איך בין ארויס פון מצרים; איך זאג 'נשמת' ביים סדר די זעלבע אזוי ווי די אידן וואס זענען ארויס פון די ביטערע לאגערן ביים קריג. מען זעט אין די זעלבע משפחה איז דא איין ברודער וואס איז מקורב געווארן צום רבי'ן און לעבט א גוט לעבן, און די אנדערע ברודער לעבט נעבעך נישט מיטן רבי'ן, און ער ווייסט נישט וואס דו האסט באקומען ביי מוהרא"ש מער ווי ביי אנדערע פלעצער. מען זעט רוב אידן זענען נישט ארויס פונעם לאנד מצרים מיט משה רבינו, זיי זענען געווען צופרידן מיט זייער ארבעט, זייער ביזנעס, זייערע חובות... דערפאר דארפן מיר דאנקען אויף דעם גרויסן חסד וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז". &nbsp; דינסטאג נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה באזוכט מיט צוויי חברי ההנהלה, ביים גרויסן שטח אויף "רעד קליף ראוד" וואס געהער פאר די קהילה, און אדורך געגאנגען גאר וויכטיגע פרטים בנוגע די פארשידענע פלענער וויאזוי זיך צו באנוצן מיטן שטח פאר די געברויכן פון די קהילה. &nbsp; פארנאכטס איז דער ראש ישיבה געגאנגען דאווענען מנחה מעריב אין בית המדרש אויף האשקי רד., נאך מעריב האט דער ראש ישיבה זיך אויפגעשטעלט מאכן אן "אפיעל" און געזאגט: "מורי ורבותי, ס'איז דא וואס האבן נישט און מען קען זיי ארויסהעלפן, מען רעדט נישט דא פון געלט און עס רעדט זיך נישט פון קיין פרעמדע משפחות. מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייבער, זיי ארבעטן זייער שווער אנצוגרייטן דעם פסח, זיי האבן נישט קיין כח, אבער מען קען זיי העלפן מיט אפאר גוטע ווערטער. גיי אהיים און שמועס אביסל מיט דיין ווייב צען מינוט. 'מבשרך אל תתעלם', רופטס ענק אן ווארעם, אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער ענק העלפן". &nbsp; מיטוואך איז דער ראש ישיבה אריינגעפארן אין שטאט געבן דעם וועכנטליכן שיעור פאר די אינגעלייט. &nbsp; דאנערשטאג פארנאכטס איז מען געגאנגען אנגערייטן די וואסער פאר "מים שלנו" פאר די ערב פסח מצות, דערנאך איז מען ארויס אין א פרייליכן טאנץ פאר די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז און ער גיבט אונז די זכיה צו קענען טון זיינע מצוות. &nbsp; פרייטאג ערב פסח נאכן פאברענען די חמץ זענען די בודקים פונעם עירוב אריבערגעקומען צום ראש ישיבה אינדערהיים און מען האט דארט געמאכט די ברכה פארן עירוב, און מזכה געווען די פת פארן גאנצן שטאט. &nbsp; ביי חצות איז מען אריבער אין מצה בעקעריי און מען האט געבאקן די מצות לכבוד פסח מיט א שמחה און א ברען. דער ראש ישיבה האט פארגעזאגט הלל, עס האט געהערשט גאר א פרייליכע שטימונג, עס האט זיך נישט געגלייבט אז דאס פאסירט טאקע עכט אין ראליטעט, מען באקט ערב פסח מצות אין שטעטל קרית ברסלב, מיט אלע הידורים און חומרות וואס א מצה בעקעריי דארף צו האבן. &nbsp; עס דארף טאקע ווערן ארויסגעברעגנט אז וועם מען האט נאר געפרעגט וועגן די מצות, האט געזאגט אז די ברסלב'ע מצות האט געהאט עפעס גאר א ספעציעלן גוטן טעם וואס עס איז נישט דא ביי אנדערע מצות, אלע האבן געזען אז דא ליגט עפעס מער ווי סתם דרך הטבע, דא ליגט אסאך תפילות וואס מען האט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל גוט געלונגען. &nbsp; אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית פארן עמוד אין בית המדרש אויף די "האשקי" גאס, פון וואס דער עולם האט זיך זייער דערקוויקט. אויך האט דער ראש ישיבה געדאווענט תפלת מוסף מיט טל פארן עמוד. &nbsp; דעם צווייטן טאג שחרית האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש "אשר בנחל" אויף די "דענמאן" גאס, און צוגעגאנגען צו שחרית. &nbsp; דעם צווייטן טאג יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה געדאווענט מנחה מעריב אין בית המדרש "עצתו אמונה" אויף די "טווין ברידזש" גאס. נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה געגעבן א שמועס און געזאגט: "פסח אינדערפרי איז יעדער זייער פרייליך, עס איז אריבער אזא הייליגע נאכט וואס מען האט מקיים געווען אזויפיל מצוות, יעדער שפירט זיך עפעס מער פון סתם א טאג. דערציילט מען, אז עס איז אמאל אריין געקומען אין בית המדרש פסח אינדערפרי א פשוט'ער איד און זיין פנים האט געשיינט זייענדיג זייער פרייליך, האט דאס איינער פון די מתפללים - א למדן, א בעל מקובל - באמערקט, און האט דאס נישט געקענט פארשטיין, 'פארוואס פריידט זיך דער פשוט'ער איד אזוי שטארק? מיט וואס איז ער אזוי פרייליך? ער ווייסט דאך קוים פון זיין חיות צו זאגן'!, איז ער צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט: "וואס ביסטו אזוי פרייליך? וואס ווייסטו דען וואס מען דארף אינזין האבן? איך האב נעכטן אינזין געהאט אזויפיל כוונות, די ד' כוסות ווייזן אויף די ד' עולמות וכו' וכו', וואס האסטו אינזינען געהאט?" האט דער פשוט'ער איד געענטפערט: "איך פריי זיך זייער אז איך האב געפאלגט דעם אייבערשטן וואס האט געהייסן עסן מצה, מרור, ד' כוסות; בשעת'ן מקיים זיין די מצוות האב איך אינזין געהאט פשוט 'איך טו וואס דער אייבערשטער הייסט'". &nbsp; אזוי רעדנדיג באמערקט דער פשוט'ער איד ווי דעם בעל מקובל'ס פנים טוישט קאלירן, עס זעט אויס ווי ער גייט חלש'ן, האט ער אים שנעל געברענגט א בענקל און א גלעזל וואסער, און פרעגט אים: "וואס גייט פאר? איך האב אייך געטשעפעט?" זאגט דער בעל מקובל מיט ווייטאג: "ניין, נאר איך כאפ זיך יעצט אז איך האב אלעס אינזין געהאט - אויסער דאס; איך האב פארגעסן צו אינזין האבן דער עיקר, אז איך טו וואס דער אייבערשטער הייסט, יעצט זע איך אז מיט דיין פשטות האסטו מקיים געווען די מצוות נאך בעסער פון מיר". &nbsp; זעט מען פון דעם, אז די העכסטע זאך איז מקיים זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייסן". &nbsp; חול המועד איז געווען א שיעור התחזקות יעדע נאכט, עס איז געקומען צו פארן אידן פון אלע געגענטער מיטצוהאלטן דעם שיעור און מיטנעמען עצות און חיזוק אויף ווייטער. &nbsp; מיטוואך חול המועד פסח איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם נייעם "טאנץ מיט אמונה" פארק אין שטעטל צוזאמען מיט זיינע קינדער, און אויסגעפרעגט דעם אייגענטומער אלע דעטאלן פונעם פארק, וויאזוי עס איז מצליח און אזוי ווייטער, און דער ראש ישיבה האט געוואונטשן הצלחה אויף ווייטער און געזאגט אז זוממער וועט זיין אסאך מענטשן וואס וועלן קומען צום פארק. &nbsp; אינמיטן טאג איז דער מנהל פון תלמוד תורה אין וויליאמסבורג הר"ר מרדכי אינדיג הי"ו צוזאמען מיטן מלמד הר"ר ישעי איידליס הי"ו געקומען באזוכן דעם ראש ישיבה אין שטעטל, דער ראש ישיבה איז איבערגעגאנגען מיט זיי וויכטיגע פרטים בנוגע דעם זוממער סעזאן און נאך אסאך זאכן בנוגע די חינוך פון די קינדער. &nbsp; שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צאמגעקומען צו טאנצן שירה אין בית המדרש "אשר בנחל", דער ראש ישיבה האט געטיילט כוס של ברכה פאר אלע משתתפים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים אויף די געוואלדיגע נס וואס ער האט געטוהן מיט די קהילה און אונז געראטעוועט פון די מסירה, וואס האט זיך אנגעהויבן פונקט א יאר צוריק, און יעצט שטייט מען דא און מען קוקט צוריק אויף די געוואלדיגע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די שיינקייט פונעם שטעטל, די קינדער וואקסן אויף מיטן אייבערשטן, יעדע זאך ווייסן זיי אז מען דארף בעטן נאר פונעם אייבערשטן, אזוי ווייט אז זיי ווילן אפילו נישט גיין צו דאקטער ווען מען שפירט נישט גוט, ווייל 'וואס פעלט עס אויס אז מען קען גיין צום אייבערשטן'?! &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי א אינגערמאן פון שטעטל האט אריינגענומען זיינע עלטערן ביי זיך אין שטוב אויף פסח, איין טאג פאר פסח קומט דער זיידע אריין אין שטוב און רופט זיך אן מיט איין אטעם פארן זון און זיין שנור: "קומטס אהער איך מוז ענק ווייזן וואס דא האט יעצט פאסירט אין גאס פאר מיינע אויגן", ער פירט זיי ארויס אינדרויסן און ווייזט זיי "דא בין איך פריער געשטאנען ווען ענקער קליינע טאכטער האט געווארט אויפן באס, און זי רופט זיך אן "הייליגער באשעפער העלף די באס זאל שוין קומען", עס מוז זיין זי האט עפעס א העכערע נשמה", רופט זיך אן דער זון צו זיין טאטן "טאטע, אלע קינדער דא רעדן צום אייבערשטן, דאס לערנט מען אויס אין חדר און אין סקול אז וואס מען דארף זאל מען בעטן דעם אייבערשטן". דער זיידע איז ארויס פון התפעלות. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר די הצלחה פון די קינדער, און נישט נאר בעטן פאר די קינדער וואס מען האט נאך אינדערהיים, נאר אויך בעטן פאר די קינדער וואס זענען שוין חתונה געהאט, זיי זאלן מצליח זיין מיט אלעם.&nbsp; &nbsp; דערנאך איז מען ארויס אין גאר פרייליכע ריקודין, מען האט געטאנצן די שירה, און דערנאך געזינגן "חסדי השם" און "בך בטחו" אויף די געוואלדיגע נסים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט אונז. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן די גבאים פון בית המדרש "עצתו אמונה" אז מ'זאל זיך דארט אויך צאמקומען ליל שביעי של פסח. אזוי ווי דער ראש ישיבה טיילט כוס של ברכה ליל שביעי של פסח, האבן די גבאים געבעטן פונעם ראש ישיבה ער זאל געבן א פלעשל גרעיפ זשוס דאס צו פארטיילן ביי די באטייליגטע, און דער ראש ישיבהאזוי געטון געבנדיג זיין ברכה: "אלע זאלן זוכה זיין צו ביזת הים". &nbsp; שביעי של פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה זיך געטובל'ט אינעם מקוה טהרה אויף "האשקי", און געבעטן דעם אייבערשטן אז אלע וואס וועלן זיך טובל'ן אינעם מקוה זאלן זוכה זיין צו האבן ערליכע געזונטע קינדער. (אויך האט זיך דער ראש ישיבה גע'טובל'ט ערב פסח אין "מקוה מלכה" וואס איז ביים בית המדרש "עצתו אמונה") דערנאך האט דער ראש ישיבה געלערנט תיקוני זהר פאר א לענגערע צייט. &nbsp; צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, אויך האט דער ראש ישיבה געליינט מיט א ברען די שירה. &nbsp; מיטל נאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אויף די "האשקי" גאס, ביי בואי בשלום האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ ארום דעם גאנצן בית המדרש. &nbsp; אחרון של פסח האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית פארן עמוד, נאכן דאווענען איז געווען א שיינע קידוש; דער ראש ישיבה האט ארום געשמועסט פון דעם ענין וואס מען פירט זיך צו זיך מישן אחרון פסח איינער מיטן צווייטן, דאס איז צו ווייזן אז נאך אלע מדרגות וואס מען האט באקומען פונעם יום טוב, קומט מען צו אז איך מיש מיך מיט א צווייטן איד, איך האב ליב יעדן איד נישט קיין חילוק ווער ער איז, דאס איז אויך געווען ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע ער האט זיך געמישט מיט מענטשן וואס אפילו א גאנץ יאר האט ער נישט געגעסן פון זייער קאך, אבער אחרון של פסח האט ער יא געגעסן. &nbsp; פארנאכטס נאך מנחה האט מען זיך געוואשן צו שלש סעודות, סעודת משיח, דער ראש ישיבה האט פארציילט די מעשה פונעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע וויאזוי ער איז געווארן צוויי מאל געראטעוועט אחרון של פסח, אויפן וועג קיין ארץ ישראל, דאס איז געווען דורך זאגן די אלף בית; האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דאס ווייזט אונז אז מיר קענען אויך געראטעוועט ווערן פון אלע צרות דורך זאגן די ווערטער פון די תורה, נעם א משניות און הייב אן זאגן א פרק נאך א פרק, נעם א גמרא און זאג א דף נאך א דף, דאס וועט דיר ראטעווען פון אלע צרות. &nbsp; אויך - האט דער ראש ישיבה געזאגט - זעט מען ביי די מעשה אז אדל די טאכטער פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע האט אויף יעדע זאך געבעטן דעם אייבערשטן, און דאס האט זי געלערנט ביי איר גרויסן טאטן, און דאס דארף מען אראפלערנען דערפון, אז וואס מען דארף נאר זאל מען בעטן דעם אייבערשטן; דא אין שטעטל איז דאך ממש געאייגענט פאר דעם, מען קען אביסל שפצירן אויף די וועגן און שטעגן, עס זענען דא פיינע שטילע וועגן וואו מענטשן גייען כמעט נישט. &nbsp; און דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט אז דער פסח נעמט מען מיט אויף ווייטער, דאס געט כח צו גיין ווייטער ביז'ן קומענדיגן יום טוב שבועות. &nbsp; נאכדעם איז מען ארויס אין א טאנץ אויפן ניגון "חסל סידור פסח" מען האט דאס איבערגעזינגען אסאך מאל, נאכאמאל און נאכאמאל, און צוגעענדיגט מיטן ניגון "לשנה הבאה בירושלים". &nbsp; מיט דעם האט זיך געענדיגט דעם הערליכ'ן יום טוב פסח, וואס האט זיכער איבערגעלאזט השפעות און התחזקות אויף ווייטער ביי יעדן איינעם. &nbsp; כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו

    < זעה מער כג ניסן תשפ"ב 📝
  • שיינע שיעור אין הלכות פסח פון דיין שליט"א

    נעכטן אווענט איז פארגעקומען א שיינע שיעור פון הלכות פסח אין בית המדרש פון שטעטל קרית ברסלב, ווי א גרויסע צאל אנשי שלומינו האבן זיך באטייליגט, דער דיין שליט"א האט פארגעלרענט די הלכות פון רייניגן אויף פסח, ליל הסדר א.א.וו. מיט א שיינע סדר, און אויף א פראקטישע וועג, פון וואס דער עולם האט ארויסגענומען גאר א גרויסע תעולת. &nbsp; חסל סידור פסח כהלכתו

    < זעה מער י ניסן תשפ"ב 📝
  • די ברסלבע מצה בעקעריי גייט אן ברוך השם מיט א געוואלדיגע הצלחה

    ווי שוין באריכטעט פאריגע וואך גייט שוין דער מצה בעקעריי ברוך השם אן און שטעלט צו מצות פאר אנשי שלומינו, דער מצה בעקעריי ווערט געפירט לויט די פערזעליכע הדרכה פונעם ראש ישיבה וואס גייט כסדר דורך אלע פרטים פונעם בעקערי מיטן מענעדזשער מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה געשטעלט דעם דיין הגאון רבי יונה זינגער שליט"א, וואס קומט כסדר אראפ און האלט אן עינא פקיחא אויף אלצדינג. דער דיין האט זיך אויסגעדרוקט "עס נישטא נאך אזעלעכע מהודר'דיגע מצות ווי דאס". &nbsp; דער ראש ישיבה האט איינגעפירט אז בשעת'ן באקן די מצות זאל שפילן אין די בעקעריי די גאנצע צייט ניגונים פון אמונה, ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, ניגונים פון תפלה, און אזוי טאקע באקט מען די הייליגע מצות, ווען דער קנעטער בעט דעם אייבערשטן בשעת'ן קנעטן אז עס זאל זיך גוט אויסקנעטן, און אז די מצות זאלן ארויסקומען בתכלית הכשרות, און עס זאל אריינגעבן אמונה אין די וואס עסן עס, אזוי אויך טוען די וועלגערער, די רעדלער, דער שיבער, און די פאקערס. &nbsp; אינעם ברסלבן מצה בעקעריי הערשט א געוואלדיגע סדר, און הידור, אבער אויסער דעם שפירט מען אין די בעקעריי די גאנצע צייט א פרייליכע געשמאקע אטמאספערע, עס פילט זיך א שמחה של מצוה, מען איז גליקליך צו קענען צושטעלן און באקן פאר אידישע קינדער די הייליגע מצות מצוה. די גאנצע ארבעט אינעם ברסלבן מצה בעקעריי איז איין שטיק אמונה, תפלה און שמחה של מצוה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אזוי איז עס טאקע "מיכלא דמהימנותא" א מאכל פון אמונה. &nbsp; דערפאר שפירן אנשי שלומינו א זכיה צו קענען איינקויפן פון די ברסלב'ע מצות וואס איז אין כדוגמתה בכל העולם, מצות פון אמונה, מצות פון שמחה, מצות פון תפלה. אנשי שלומינו האבן זיך שטארק צוגעכאפט, און עס איז שוין נישטא קיין סאך מצות צו באקומען, דער וואס וויל נאך באשטעלן פון די היילגע מצות דארפן שוין רופן מו"ה ישראל שלום זעלקאוויטש הי"ו אויף 347-661-2579, צו מאכן זיכער אז מען קען נאך אננעמען דעם ארדער.&nbsp;

    < זעה מער ב ניסן תשפ"ב 📝
  • ברסלב'ע מצה בעקעריי עפענט זיך אויף בשעה טובה ומצלחת אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    מיט גרויס פרייד טוען אנשי שלומינו אויפנעמען די גוטע בשורה, אז נאך חדשים ארבעט פון פלאנירונג און בויען האט זיך די מוהדר'דיגע ברסלבע מצה בעקעריי אין קרית ברסלב ברוך השם געעפענט היינט זונטאג תזריע בשעה טובה ומצלחת. &nbsp; דער בעקעריי טראגט ברוך השם די שטרענגע השגחה פונם דיין שליט"א, וואס מאכט זיכער בעזרת השם יתברך אז די מצות זענען געבאקן מיט די העכסטע מאס כשרות שטאפלען, מיט אלע חומרות והידורים וואס עס פעלט זיך אויס. &nbsp; די הנהלה האט אויפגענומען א פולע שטאב פון טויגליכע היימישע ארבייטער יראי השם, אסאך פון זיי מיט פילע יארן עקספיריענס, מען האט זיך דורכגערעדט מיט וועטעראן אנפירער פון היימישע בעקערייען אין ניו יארק, וויאזוי אויסצושטעלן דעם בעקעריי אויפן בעסטן פארנעם, און געלויבט דעם אייבערשטן, אז די מצות קומען ארויס העכסט געלונגען, פיינע געשמאקע מהודרדיגע מצות. &nbsp; צוליב די קורצע צייט ביז יום טוב, איז שטארק באגרעניצט וויפיל מצות מען וועט קענען אניאגן צו באקן, דערפאר אויב ווילט איר באשטעלן פון די מהודרדיגע ברסלבע מצות דארפט איר רופן ווי אמשנעלסטן מו"ה ישראל שלום זעלקאוויטש הי"ו אויף 347-661-2579, און מאכט זיכער אז מען קען נאך אננעמען אייער ארדער.&nbsp; &nbsp; עס זענען נאך דא עטליכע פאזיציעס וואס זענען נאך אוועיליבל אינעם בעקעריי, דער וואס וויל זיך איינשרייבן צו ארבעטן אין די בעקעריי זאלן זיך ווענדן צו מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, וואס איז געשטעלט געווארן דערויף מטעם דעם בית האופה. &nbsp; אין א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א געשריבן ערבי פסחים תשפ"א, זעט מען ווי דער ראש ישיבה שליט"א קוקט ארויס צו האבן אויף דאס יאר דעם ברסלבער מצה בעקעריי: &nbsp; בעזרת ה' יתברך &nbsp; יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן &nbsp; לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב, ליבערטי &nbsp; געב איבער פאר אלע בודקים פונעם עירוב אז איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאכן די עירובי חצירות, זיכוי פת פאר&rsquo;ן עירוב אין שטעטל &ndash; ערב שבת הגדול, ערב פסח אינדערפרי, גלייך נאך שחרית ביי מיר אין שטוב; איך וויל אז אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן. &nbsp; איך האב גרויס הכרת הטוב פאר אייך אלע פאר אייער איבערגעגעבנקייט וואס איר געבט זיך אוועק יעדע וואך בודק זיין דעם עירוב ארום דעם שטעטל. &nbsp; זעט צו זיין פונקטליך ווייל איך פאר אריין אין שטאט באקן ערב פסח מצות. &nbsp; מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף וועלן מיר קומענדיגע יאר זיין אין ארץ ישראל, און אויב נישט וועלן מיר האבן א מצה בעקעריי אין שטעטל. &nbsp; דאס איז נאך א רינגל אין די קייט פון פעולות אראפצושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע קהלה דארף האבן, און עס וועט זיך נישט אפשטעלן דא, נאר מען וועט ווייטער ארבעטן אהערצושטעלן אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס. ובעזרת השם נעשה ונצליח. &nbsp; ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים

    < זעה מער כד אדר ב' תשפ"ב 📝
  • גרויסע חלוקה אין קרית ברסלב דורכן בית התבשיל מיט די צוזאמען-ארבעט פון רבי ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג

    דעם זונטאג איז פארגעקומען א גרויסע חלוקה אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי פון גאר אסאך שפייז פראדוקטן פון וואס פילע איינוואוינער אינעם שטעטל האבן נהנה געווען, צווישן די אייטעמס זענען געווען, פלייש, אייער, מזונות, פרוכט, גרינצייג, ברויט, מעל, סיריעל, דזשוס, מיליכיגס, נאש און נאך פילע זאכן. &nbsp; די גרויסע חלוקה איז צושטאנד געקומען בס"ד מיט די הילף פון די בארימטע "רבי ישעי'לעס קאך" פון וויליאמסבורג וואס ווערט געפירט דורכן איש החסד הרה"ח ר' שמעון פאזען הי"ו און אזוי אויך מיט די הילף פון הרה"ח ר' חיים יודא שווארץ הי"ו וואס קומען כסדר צו הילף פארן בית התבשיל אין שטעטל און געבן זיך אוועק בלב ונפש מיט אלעם וואס מעגליך צו פארשאפן זאכן צו קענען טיילן ביי די חלוקות אין קרית ברסלב. &nbsp; דער בית התבשיל'ס מיסיע איז צו פארזיכערן בסייעתא דשמיא, אז אלע אין שטעטל, נישט קיין חילוק זייער פינאנציעלער צושטאנד זאלן קענען צושטעלן פאר זייערע משפחות עסן צו דער זעט. פאר דעם צוועק, ארבעט מען אינאיינעם מיט די אויבנדערמאנדטע עסקנים פון וויליאמסבורג, און מען געבט אוועק שעות און מען הארעוועט אריין צו פארשאפן די פארשידנע מאכלים וואס מען קען נוצן אין א אידישע שטוב און מען לאדענט עס אן אויף טראקס און קארס, און מען דרייווט עס ארויס צו שטעטל ווי מען טיילט עס אויס בחנם פאר כל דכפין, צו אלעמענס צופרידנהייט. &nbsp; עקסטער פון דעם גייט אן וועכענטליך דער פראיעקט פונעם בית התבשיל פון "צאלן גראסערי ארדערס" פאר נויטבאדערפטיגע משפחות פון אנשי שלומינו. דער ראש ישיבה שליט"א טיילט אויס דאס געלט אין די אקאונטס פון משפחות וואס דארפן דאס האבן, און דאס ציעט אריין אין הוצאות פון איבער צוויי טויזענט דאלער יעדע וואך. דאס געלט קומט נישט פון קיין גרויסע עשירים און נדבנים, נאר ווערט אויפגעטריבן פון קליינע נדבות פון אנשי שלומינו וואס רופן זיך כסדר אן ווארעם צו די אפיעלס פונעם איבערגעגעבענעם מנהל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, און אזוי ווערט שטילערהייט צוגעשטעלט אלע גראסערי געברויכן פון צענדליגע משפחות וועכענטליך בדרך כבוד. &nbsp; צו האבן די זכיה אנטייל צו נעמען אין די הייליגע ארבעט פונעם בית התבשיל, און העלפן אידן לייגן ברויט און מילך אויפן טיש, קען מען זיך אלץ ווענדן צו מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, אויף 845-637-5667, אדער קען מען געבן אויף בית התבשיל אנליין פלאטפארמע פיר און צוואנציג שעה אין טאג. &nbsp; מיר ענדיגן דעם באריכט מיט די ווערטער וואס דער ראש ישיבה שרייבט איבערן בית התבשיל: "אנא עפענט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצווה. ובזכות די מצווה זאלט איר האבן שפע ברכה והצלחה." &nbsp; לשובע ולא לרזון, לברכה ולא לקללה &nbsp; 💳 לינק צו מנדב זיין אנליין פארן בית התבשיל &nbsp; 📸 בילדער 📰 א בקשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים ציון אין קערעסטיר

    < זעה מער יד אדר א' תשפ"ב 📝
  • פרישע בית המדרש "מקור השמחה" אין קרית ברסלב ליבערטי

    אזוי ווי - געלויבט דעם אייבערשטן - דער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי וואקסט קע"ה, סיי אין שטח, און סיי מיט איינוואוינער, דערפאר גרייטן זיך אין די טעג די איינוואוינער פונעם פרישן געגענט אינעם שטעטל אויף מאַרקס גאס צום עפענונג פונעם נייעם בית המדרש היכל הקודש, וואס וועט ווערן גערופן "בית המדרש מקור השמחה". ביז דערווייל האט מען געדאווענט אויף צייטווייליג אין שטוב פון האברך מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, וואס האט אוועק געגעבן זיין דירה מ'זאל עס קענען נוצן אויף דערווייל פארן בית המדרש, און אין די קומענדיגע וואכן וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיך אריינצוען&nbsp; דאווענען אינעם נייעם בית המדרש וואס ווערט געבויעט אונטערן דירה פון האברך מו"ה רפאל פורסט הי"ו. מו"ה רפאל הי"ו האט זיך מתנדב געווען אוועקצוגעבן א חלק פון זיין דירה, און מ'האט שוין אנגעהויבן עס איבערצובויען מיט אלע געברויכן פאר א בית המדרש. אלע מתפללים און לייגן צו א פלייצע צום הצלחה פונעם אויפבוי פונעם בית ה'. די אחדות און הארץ וואס אנשי שלומינו ווייזן ארויס איינע צום צווייטן, איז די סיבה פארוואס עס איז אזוי געשמאק אריינצוקומען און דאווענען און לערנען אינעם בית המדרש. פון ווי עס וועט ארויסגיין פילע שעות פון תורה ותפלה והתבודדות, שיחות התחזקות, און גמילת חסדים.

    < זעה מער ט אדר א' תשפ"ב 📝
  • אינגערמאן פון קרית ברסלב ערוועלט צום "ליבערטי פלענינג באורד"

    פון קרית ברסלב קומט אריין די גוטע נייעס, אז איינע פון די חשוב'ע תושבים מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו איז אויסגעקליבן געווארן דורך די טאון באאמטע צו ווערן א חלק פון זייער "פלענינג באורד". מען זעט די סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט; עס זענען קוים דורך צוויי יאר זינט אנשי שלומינו האבן זיך אנגעהויבן ארויסציען קיין ליבערטי, וואו מען האט אויפגעשטעלט א שטעטל אויפן רבינ'ס נאמען. זומער שנת תשע"ט זענען ארויסגעקומען די ערשטע צען משפחות, מען האט גלייך געעפנט א חדר און א סקול פאר די קינדער ווי מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה און יראת שמים אויפ'ן וועג פון רבי'ן, און זינט דאן קומען כסדר צו פרישע משפחות צום שטעטל, און קינדער צו די מוסדות קע"ה. אלע וואונדערן זיך, "וואס איז דער סוד פונעם ברסלב'ער שטעטל? ווי אזוי בליט עס אזוי שיין? יעדע וואך ציען זיך ארויס נאך משפחות, עס האלט שוין ביי קרוב צו הונדערט משפחות כן ירבו; וואס איז זייער סוד? וואס איז פשט אז אינגעלייט פון שטעטל זיצן שוין ביי מיטינגען פון די רעגירונג?", דער ענטפער איז "תפילה"! אין דעם שטעטל גייט אלעס נאר דורך תפילה; נישטא קיין שטיינדל אין שטעטל וואס זאל נישט ליגן אונטער דעם תפילה. חשוב'ע ליינער, גלייבט נישט וואס מיר שרייבן, גייט אליינס אריבער אין שטעטל, און כאפט א שמועס מיט די איינוואוינער, וועט איר זיך איבערצייגן אז וואס איר ליינט איז אמת, איר וועט שטיין מיט אן אפענעם מויל ווען איר וועט הערן די וואונדערליכע "מעשיות פון תפילה" פון פשוט'ע אינגעלייט; אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה - האבן די השגה וואס צדיקים האבן משיג געווען נאך שווערע עבודות. דאס איז דער כח פון הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז גאר פשוטע מענטשן און ברענגט אונז צו די הויכע זאכן. דער נייער פלעניג באורד מיטגליד מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו איז א תלמיד פון ראש ישיבה, ער האט זיך מוסר נפש געווען ביי די דרייצן יאר צו קומען לערנען אין ישיבה תפארת התורה, זיינע עלטערן - אזוי ווי אלע עלטערן וואס הערן לשון הרע אויפן ישיבה - האבן נישט געוואלט ער זאל דארט לערנען, מען האט אים זייער געפייניגט אויף פארשידענע אופנים, ווען זיי האבן איינגעזען אז גארנישט העלפט נישט, דער בחור מנחם איז שטארק ווי א לייב, ער וויל לערנען נאר אין ברסלב - האבן זיי אים אריינגעלייגט אין תפיסה ער זאל נישט קענען קומען אין ישיבה, ביז די שטאט האט זיך אריינגעמישט, מיט די הילף פון עסקנים און מיט די הילף פון א גרויסע לאיער האט מען אים אריינגעלייגט אין ישיבה. געווענליך איז מען געוואוינט אז די אלע שושקעס, די וויכטיג מאכערס וואס שטופן זיך אריין ביי די הויכע פענסטערס - זענען אינגעלייט וואס לערנען נישט און דאווענען קוים, זיי טראכטן אז אזוי וועלן זיי טרעפן סיפוק פאר זייער הונגעריגע נשמה, די בארד און פיאות ווערט נעבעך קערצער און ווייניגער. א.א.וו. אין ברסלב איז עס אנדערש, דייקא די פלייסיגע אינגעלייט וואס פארפעלן נישט זייערע שיעורים כסדרן, זיי לערנען בהתמדה רבה, - די אינגעלייט וואס האבן שיינע פיאות מיט א פולע בארד - זענען די עסקנים און טוערס. אונזער מו"ה מנחם הי"ו האט נישט לאנג צוריק זוכה געווען צו מסיים זיין די ניין און ניינציגסטע מאל ששה סדרי משנה. דער אייבישטער זאל העלפן אז מו"ה מנחם הי"ו זאל מצליח זיין אין דעם נייעם אמט, און קענען העלפן אידישע קינדער א גאנץ לעבן בכלל, ובפרט זאל ער קענען שטיין צו הילף פאר'ן ברסלבער שטעטל, עס זאל זיך קענען בויען אן א שטער, און ער זאל נושא חן זיין בעיני אלקים ואדם. 🎦 מוהרא"ש ביים שבע ברכות אין ישיבה פאר מנחם נ"י, מוצש"ק תרומה תשע"ג

    < זעה מער ל שבט תשפ"ב 📝
  • בית החיים אין קרית ברסלב ליבערטי

    נאך א רינגל אין די קייט פון פעולות אראפצושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע קהלה דארף האבן, האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל אויפשטעלן א "בית החיים" אין שטעטל, יעדע מענטש דארף איין טאג פארלאזן די וועלט, איז דאס פון די גאר וויכטיגע זאכן. די הנהלה האט אראפגערופן הרה"ח ר' חיים שלמה וויינשטאק הי"ו, א גרויסע מומחה אין צוגרייטן בתי חיים, און איז פון די לאנגיעריגע אקטיווע מיטגלידער אינעם סאטמארן חברא קדישא שוין איבער פופציג יאר לאורך ימים, און האט שוין געהאלפן אסאך קהילות קדושות מיט אהערשטעלן בתי חיים אין פארשידענע געגענטער. אויך האט ער געהאט די זכיה אנטייל צו נעמען אין די פעולות פון מקדש זיין דעם בית החיים אין קרית יואל, נאכן פטירה פונעם הייליגן סאטמארער רבי זי"ע. ר' חיים שלמה איז אראפגעקומען אין שטעטל, און איבערגעגאנגען מיט די הנהלה פילע שטחים וואס מען קען אפשר נוצן. ער האט באטראכט פון אלע ריכטונגען וועלכעס איז מער פאסיג פאר א בית החיים, ער האט גענומען סעמפלס פון די ערד, און דורכגעטון וואו עס איז פראקטישער, בעסער פינאנציעל, און גרינגער לעגאל אויפצושטעלן א בית החיים. אויך האט מען דורכגעשמועסט מיט ר' חיים שלמה נ"י פילע הוראות וואס עס איז נוגע ווען מען מאכט א נייע בית החיים, און האט פארשפראכן צו שטיין צו הילף פארן ראש ישיבה מיט אלעס וואס עס וועט נאר אויספעלן. צום סוף איז געבליבן צוויי שטחים וואס זענען פאסיג פאר א בית החיים, פון וועלכע דער ראש ישיבה האט אויסגעקליבן דעם גרויסן שטח אויף רעדקליף ראוד ביים אריינגאנג פון שטעטל. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען אויס די לעגאלע חלקים, אזוי אויך זיצט מיט אינדשענירן, אויסצוארבעטן וויאזוי אהערצושטעלן דעם בית החיים אויפן בעסטן אופן בעזרת השם יתברך.

    < זעה מער כט שבט תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 121 to 135 of 170 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com