Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אייאָדיין אין זאלץ

    שאלה: אויף די פלעשער זאלץ זעט מען אויפגעשריבן אז מען האט צוגעלייגט "אייאָדיין", וואס איז עס, און פארוואס לייגט מען עס אריין?   ענטפער: אייאדיין איז אן "עלעמענט" פונעם באשעפער'ס בריאה (עלעמענט נומער 53) און ווערט אין רוב לענדער צוגעלייגט צו זאלץ, אין פאל וואס עס ווערט פארקויפט זאלץ אן אייאדיין וועט געווענליך שטיין צוגעשריבן אז דער זאלץ פארמאגט נישט קיין אייאדיין.   דער אייאדיין עלעמענט איז א נויטיגע מינעראל וואס א מענטש דארף וויכטיג האבן צו זיין געזונט בעזרת השם יתברך, דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אייאדיין פארשידענע וויכטיגע אויפגאבעס, וואס ער טוט בנאמנות אינעם קערפער פונעם מענטש צווישן זיי, די מעטאבאליזם סיסטעם וואס טוט קאנטראלירן ענעריגע באנוץ, וואוקס פון קינדער, אזוי אויך טוט עס וויכטיגע זאכן אינעם מח, בפרט אין אינגע קינדער, און נאך.   דער קערפער דארף נישט קיין סאך דערפון, און עס ווערט גערעכעט ווי א "טרעיס מינעראל", וואס מיינט א מינעראל וואס מען דארף האבן זייער ווייניג דערפון, אבער דער ביסל איז וויכטיג, און אויב באקומט מען עס נישט קען עס גורם זיין פארשידענע געזונט פראבלעמען אזוי ווי פראבלעמען מיט'ן טיירויד, און הארמאנען, אנטוויקלונג פון קליינע קינדער, נידעריגע וואוקס, שוואכקייט.   פאר דעם צוועק האט די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע רעקאמענדירט אז רעגירונגען זאלן צולייגן א משהו אייאדיין צו די עסנווארג, און בפרט צו זאלץ, וואס איז א ביליגע מאכל, און דורכדעם געבן די געלעגענהייט אז וואס א גרעסערע באפעלקערונג זאל האבן צוטריט דערצו.   דאס דערמאנט אונז א בריוו אין וואס א פרוי האט פרעגט מוהרא"ש זי"ע איבער עין הרע, ווי מיר קענען עדות זאגן איז דא א גרויסע מארקעט אין די אידישע גאס איבער אפשפרעכן עין הרע, און די פרוי וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין לחם לאכול, פרעגט מוהרא"ש זי"ע וואס זי קען טון, אוועק צו נעמען די עין הרע וואס האט איר באטראפן. מוהרא"ש זי"ע ענטפערט איר מיט גרויס חכמה אין שו"ת ברסלב אז זי זאל נעמען אביסל זאלץ און אויסגיסן נעבן די טיר, און לייגן די הענט אויף די מזוזה און ערליך מתפלל זיין צום באשעפער אז די עין הרע זאל נישט שולט זיין אויף איר הויז געזונט.   דער ראש ישיבה שליט"א האט אמאל גערעדט דערפון האט ער געזאגט אז מען קען זאגן פשט דערין, אז מוהרא"ש האט איר באמת געוואלט זאגן בלויז אז זי זאל מתפלל זיין, וואס דאס איז די בעסטע סגולה קעגן עין הרע, אזוי ווי מיר טוען יעדן טאג ביים דאווענען, מיר בעטן דעם אויבערשטן "שתצילינו היום ובכל יום... מעין הרע...", אבער אין די היינטיגע וועלט איז עס שווער צו זאגן פאר א מענטש, מענטשן ווילן "פילן" ווי זיי "טוען עפעס", און ביז ווילאנג מען טוט נישט בלייבט דער עין הרע אין קאפ, און עס לאזט נישט דעם מענטש מנוחה, עס נעמט אוועק זייער שמחה, זייער מחשבה, און דערפאר - קען זיין - האט מוהרא"ש איר געהייסן נעמען דער ביליגסטער סובסטאנץ וואס מען קען טרעפן אין הויז, כדי צו באפרידיגן איר געברויך פון "טון עפעס"... און דערנאך וועט זיך מתפלל זיין, וואס דאס איז דער בעסטער און ווירקזאמסטער סגולה קעגן אלע מחלות און חלאים.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ה 📝
  • דער פאראדאקס פון היץ און קעלט

    פראגע: פארוואס ווען א מענטש האט היץ, צום ביישפיל 101 גראד, דאס מיינט אז זיין קערפער איז קלאר הייס - יעדער וואס רירט אים צו שפירט תיכף אז ער ברענט. אבער ער פאר זיך וועט שרייען אז ער שפירט קאלט? וויאזוי קען עס זיין? &nbsp; ענטפער: זייער א שטארקע שאלה, א מענטש האט פיווער איבער הונדערט גראד, אבער ער שפירט קאלט, בשעת זיין קערפער איז גאר הייס. &nbsp; ווען א מענטש איז געזונט ער שפירט זיך גוט, איז זיין טעמפעראטור בערך 98 גראד, די געווענליכע "רום טעמפעטשור" איז (פאר אונזער משל) 68 גראד, דאס מיינט אז ווען אויב עס איז 30 גראד אונטער דעם קערפער'ס טעמפעראטור וועט א מענטש שפירן באקוועם, אבער אויב וועט ער זיין אין א צימער וואס איז 65 גראד, וועט ער שפירן קאלט. דאס איז ווייל ער איז יעצט מיט 33 גראד "העכער" פונעם טעמפעראטור אינעם צימער. &nbsp; אבער די זעלבע זאך וועט פאסירן ווען א מענטש שפירט זיך נישט גוט, און זיין טעמפעראטור האט זיך געהויבן, דער חילק פונעם צימער (68) און זיין קערפער (101) איז 33 גראד, וואס דער מענטש אליינס וועט שפירן אז די לופט ארום אים איז "קאלט" כאטש עס איז בכלל נישט קאלט, פונקט ווי ער וואלט געווען אין א צימער פון 65 ווען ער שפירט ווען גוט. &nbsp; דאס איז ווייל א מענטש שפירט נישט קיין פאקטן, ער שפירט נישט וויפיל עס איז דער טעמפעראטור אין די לופט, ער שפירט נאר די חילוק, און דאס איז אמת ביי רוב פון אונזערער געפילן, אונזערע שוועריקייטן און וואס מאכט אונז פרייליך. &nbsp; לאמיר נעמען א ביישפיל, דער פאקט איז אז יעצט איז 5 אזייגער נאכמיטאג, אבער אין אונזער מח טייטשן מיר עס אויס אלץ "צייטליך", "שפעט", אדער "פרי", עס ווענדט זיך וואו מיר שטייען. אזוי אויך מיט וויאזוי מיר קוקן אן אונזער לעבן צי עס גייט אונז גוט, אדער מיר שפירן זיך ווי א דורכפאל, דאס איז אבסאלוט נישט קיין פאקט. מיר האבן טאקע איבערגייעכצער, מיר האבן פראבלעמען, נסיונות, אבער וויאזוי מיר זאלן קוקן דערויף איז אונזער בחירה. &nbsp; עס איז דא א קליינע תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א' סימן קס"ה) "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲך כָּמוֹך אֲנִי ה" (וַיִּקְרָא י"ט) הַיְנוּ שֶׁתְּקַבֵּל בְּאַהֲבָה, כָּל הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיך כִּי רָאוּי שֶׁתֵּדַע, שֶׁלְּפִי מַעֲשֶׂיך אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים וְהָרָעוֹת שֶׁיֵּשׁ לְך עֲדַיִן הוּא מִתְנַהֵג עִמְּך בְּרַחֲמִים כִּי הָיָה מַגִּיעַ לְך יוֹתֵר וְיוֹתֵר, חַס וְשָׁלוֹם, לְפִי מַעֲשֶׂיך וְזֶהוּ "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲך" שֶׁ תֶּאֱהַב הָרָע שֶׁבָּא לְך הַיְנוּ הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיך, חַס וְשָׁלוֹם תְּקַבְּלֵם בְּאַהֲבָה כִּי כָּמוֹך כְּמוֹ שֶׁאַתָּה הוּא, הַיְנוּ לְפִי מַעֲשֶׂיך "אֲנִי ה", בַּעַל הָרַחֲמִים, עֲדַיִן אֲנִי מִתְנַהֵג עִמְּך בְּרַחֲמִים כַּנַּ"ל. &nbsp; א מענשט זאל אננעמען באהבה די שווערקייטן און יסורים וואס ער גייט דורך, ווייל ווען א מענטש וועט וויסן אז לויט זיינע מעשים, פירט זיך דער אויבערשטער מיט אים מיט גרויס רחמים, ווייל עס קומט זיך פאר אים אסאך מער ח"ו, דער רבי טייטשט מיט דעם דער פסוק, "ואהבת לרעך", זאלסט ליב האבן די שלעכטע און שווערע זאכן וואס ער גייט דורך, זאלסט עס מקבל זיין באהבה, ווייל "כמוך", לויט וויאזוי ווי דו ביסט, "אני ה'" בין איך בבחנית רחמים, און ווען מען זאל זיך באגיין מיט דיר לפי שורת הדין וואלט ווען געווען אסאך ערגער.

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ה 📝
  • טרערן פון צוויבל

    שאלה: פארוואס רינט טרערן פון די אויגן ווען מען שניידט צוויבל אדער כריין? &nbsp; ענטעפער: א גוטע פראגע, פארוואס קומט צו וויינען ווען מען שניידט אויף צוויבל, אדער ערב פסח ווען מען צומאלט די מרור וואס איז פשט פון די בכיות? מילא ווען מען רעדט צום אויבערשטן, מען לאדענט אפ די שווערע שטיינער פון הארץ דעמאלטס קומט טרערן, דאס הארץ ווערט אויסגעוואשן, און מען ווערט א נייע מענטש, אבער וואס פאסירט ווען מען שניידט אויף די ירקות? &nbsp; דער אמת איז אז די צוויי סארטן טרערנס זענען ביידע אין א וועג די זעלבע זאך, ביידע איז א חסד השם כדי מיר זאלן זיך קענען שפירן בעסער. דער אויבערשטער האט אזוי געמאכט אז ווען מיר וויינען און עס קומט טרערן פון אונזערע אויגן ווען מיר שפירן טרויער, פארשעמט וכדומה, מאכט אונז שפירן בעסער, מען שפירט זיך אסאך לייכטער נאכדעם וואס מען וויינט זיך אויס. די זעלבע זאך אויף אן אנדערע וועג איז ביי די טרערן ווען מען שניידט אויף די שארפע גרינצייג; אין צוויבל און אין כריין ליגט א געוויסע שארפע כעמיקאל וואס הייסט שוועבל (גפרית אין לשון הקודש - סולפור אין ענגליש) און ווען מען שניידט אויף די צוויבל קומען ארויס די שוועבל ברעקעלעך וואס שוועבן אריין אין די לופט, אונזערע אויגן זענען זייער הייקל, און כדי די אויגן זאל נישט ווערן געשעדיגט פון די שוועבל האט דער אויבערשטער צוגעשטעלט די טרערן וואס זאלן אויסוואשן די אויגן און עס אפרייגן, כדי די אויגן זאלן נישט געשעדיגט ווערן. &nbsp; ווען אונזערע זיידעס זענען געראטעוועט געווארן פונעם צווייטן וועלט מלחמה נאך אזא גרויסע חורבן, זיי האבן מקריב געווען פארן אויבערשטן זייער גאנצע משפחה אויפן עקידה, און עס האט זיי אויסגעזען ווי אלעס איז דערנאך; דער אויבערשטער האט אבער געהאלפן, און בזכות די צדיקים האבן זיי זיך געקענט שטארקן און אנהייבן פון פריש, זיי האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א פרישע דור, און ווען זיי האבן זיך דערזען פסח ביים סדר, אדער חנוכה ביים ליכט צינדן ווי זיי זענען זוכה צו מקיים זיין די מצות פון אויבערשטן, ארומגענומען מיט א ווייב און קינדער, האבן זיי אויסגעבראכן אין א געוויין, זיי זענען געווען אזוי איבערגענומען אז נאך די אלע צרות האט זיי דער אויבערשטער געהאלפן אז מען האלט דא. דאס איז נישט געווען א געוויין פון טרויער, דאס איז געווען א געוויין פון שמחה. &nbsp; היינט ווען א איד איז זוכה צו צינדן די חנוכה ליכט - זאגט דער ראש ישיבה שליט"א - זאל מען זען צו צינדן די מנורה מיט א גרויסע שמחה, קינדער קענען נישט נעמען צו זען ווי די עלטערן וויינען, ווען מען זאגט די ברכה "שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה" זאל מען עס זאגן מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט און שמחה. קינדער ציען צו טאנצן, קינדער ווערן צוגעצויגן צו א פרייליכע אטמאספער, און היינטיגע צייטן איז קריטיש וויכטיג אז די קינדער זאלן ליב האבן צו זיין אינדערהיים, עס זאל זיין א פלאץ ווי עס הערשט א געשמאקע און לעבעדיגע אטמאספער. &nbsp; אז מ'רעדט שוין פון חנוכה איז כדאי צו דערמאנען וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר, אז חנוכה דארף מען זיין אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער. שבת חנוכה פארט מען נישט קיין אומאן. ראש השנה איז די איינציגסטע מאל אין יאר וואס מיר לאזן איבער די משפחה אינדערהיים, דער רבי האט געזאגט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", אבער חנוכה איז מען נאר געפארן צום רבי'ן ווען ער האט געלעבט. א בחור מהכי תתי, ער קען פארן ווען ער וויל, אבער א אינגערמאן דארף זיין אינדערהיים פארברענגען מיט די ווייב און קינדער. &nbsp; שיקט א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יט כסלו תשפ"ה 📝
  • יעקב - יענקב

    שאלה: וואס איז פשט פארוואס דער נאמען "יעקב" ווערט ארויסגעזאגט כאילו עס וואלט געשטאנען "יענקב". וואו קומט אריין דא דער נ' קלאנג? &nbsp; עטפער: דיין שאלה פארוואס דער נאמען "יעקב" ווערט געזאגט ווי "יענקב" איז זייער א גוטע. לאמיר אריינגיין אביסל דערין. עס איז דא א וואס זאגן, אז דער מקור פון דעם "יענקב" ליגט אין דעם וואס אריגינעל פלגעגט מען הערן א חילוק צווישן אן א' און אן ע'. מען קען נאך היינט הערן ווי די תימנע אידן זאגן דעם ע' הערט זיך עס אביסל ווי אן א' מיט א נ'.&nbsp; &nbsp; דער סברה זאגט אז אין די לאנגע גלות אייראפע, זענען פילע פון די אור אלטע אריגינעלע קלאנגען פון לשון קודש פארלוירן און פארגעסן געווארן. לויט די תימנע מסורה, איז נישטא קיין צוויי אותיות א' און ע' די זעלבע. אזוי אויך דער ב' און דער ו' זענען אנדערש, בשעת דער ב' זאגן זיי ווי אונז, איז דער ו' אזוי ווי דער ענגלישער W. דער ט' און דער תּ' זענען אויך אנדערש, דער ח' און דער כ', הערן זיך אנדערש, לויט דעם קומט אויס אז דער נאמען יעקב פלעגט זיך אריגניעל הערן ענדליכער צו יענקב ווי צו יעקב, און פון דעם איז אונז געבליבן דער נ' אינעם נאמען יעקב. &nbsp; אבער איר דארפט זיך נישט זארגן איבער די קלאנגען און די הברות פון די אותיות, ווייל מיר האבן מיטגענומען די געשריבענע ווערטער פון די הייליגע תורה, און די ווערטער פון חז"ל און אלע צדיקים פון אלע דורות, וואס האבן אונז געלערענט פונקטליך וויאזוי צו היטן די תורה, דער הייליגער מסורה האלטן מיר ווייטער אן מיט מסירת נפש. עס איז דא וואס זאגן א סברא אז דער נ' איז פשוט אריינגעקומען מיט די צייט ווייל די ווארט יענקב זאגט זיך מער פליסיג ווי יעקב, אדרבה פרובירט עס אליינס, דאס ווארט יענקב גייט בעסער ארויס. אבער ביים ליינען די תורה זאגט מען טאקע יאר יעקב אזוי ווי עס שטייט, ווייל דער צוגעלייגטער נ' איז נאר אויף צום רעדן און שמועסן, אבער קריאת התורה דארף מען זאגן אזוי ווי עס שטייט אין חומש. &nbsp; ווי עס זאל נישט זיין, וועלן מיר אנהאלטן די מידת פון יעקב אבינו עליו השלום, תתן אמת ליעקב, מיר וועלן האלטן אונזער מויל נישט ארויסצוזאגן קיין ווארט שקר חס ושלום, און אפילו עס איז שווער וועלן מיר עס טון. אבער מאכט נישט קיין טעות. שקר און אמת זענען נישט אזוי פשוט ווי עס זעט אויס, שקר מיינט קעגן די תורה, און אמת מיינט אז אזוי וויל דער אויבערשטער. אויב מיינע ווערטער ווי אמת'דיג עס זאל נאר אויסזען וועט ברענגען מחלוקת איז עס די גרעסטע שקר, אבער אויב מיין פארדרייען די פאקטן וועט ברענגען צו ליבשאפט צווישן אידישע קינדער, איז דאס אמת. &nbsp; מען זעט אין די סדרה ווי שרה האט געזאגט "ואדוני זקן", "איך קען נאך האבן קינדער" האט שרה געזאגט "מיין מאן איז שוין אלט". אבער דער אויבערשטער דער מקור האמת האט געזאגט פאר יעקב "ואני זקנתי" אז זיי האט געזאגט "איך בין שוין אלט". פון דעם וועלן מיר זיך לערנען ביידע זאכן, סיי נאר צו זאגן דעם אמת, און אין די זעלבע צייט צו מרבה זיין ליבשאפט און שלום צווישן אידישע קינדער, און בפרט ווען עס קומט צו א פאר פאלק איז די גרעסטע מצוה צו רעדן גוטס איינע אויפן צווייטן, זאגן פאר די פרוי ווי חשוב און גוט איר מאן איז, און פאר'ן מאן וואס פארא גוטע פרוי ער האט, און מיט דעם וועלן מיר זוכה זיין צו לעבן א גוטע זיסע לעבן מיט'ן אויבערשטן.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ה 📝
  • הכרת הטוב

    שאלה: מיר ווייסן אז אלעס טוט דער אויבערשטער, אויב אזוי פארוואס דארפן מיר דאנקען א מענטש ווען זיי טוען אונז א טובה? רחל ז. ענטפער: דאס איז זייער א גוטע שאלה, און מיר האבן זייער הנאה דאס צו ענטפערן. אין דעם שאלה ליגט זייער א וויכטיגע יסוד אין אידישקייט, און א גאר שטארקע לימוד וואס מיר קענען מיטנעמען אויף אונזער גאנצע לעבן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז נישטא קיין שענערע מידה פאר א איד ווי "הכרת הטוב". &nbsp; דער אמת איז, אז אלעס וואס פאסירט צו אונז קומט נאר פונעם אויבערשטן אליין, און מיר דארפן וויסן קלאר און איינערקענען אז נאר אים קומט זיך דער ישר כח פאר אלע גוטע זאכן וואס מיר האבן. אבער דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן אויך דאנקען און אנערקענען די שליחים דורך וועלכע ער שיקט אונז זיינע טובות. &nbsp; ווען איינער טוט מיר עפעס א גוטע זאך, צום ביישפיל מיין מאמע אדער מיין ווייב האט געקאכט א פיינע נאכטמאל פאר די משפחה, אירע כחות צו קענען קאכן, און די עסן וואס מען האט גענוצט, און דאס געלט צו קענען איינקויפן און אלעס ארום איז א מתנה פונעם אויבערשטן. אבער די מאמע האט אוועקגעגעבן איר הארץ, איר צייט און אירע כוחות אויסצונצן די טובות פונעם אויבערשטן פאר אונזערט וועגן. ווען מען זאגט איר "א דאנק" אדער "ישר כח", ווייזט מען הכרת הטוב סיי פאר איר און סיי פארן אויבערשטן. &nbsp; אבער דאס גייט נאך מער, ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו דאנקען מענטשן פאר וואס זיי טוען, העלפט עס א מענטש צו קענען דאנקען דעם אויבערשטן, און וואס מער א מענטש לעבט מיט די מדה פון הכרת הטוב, העלפט עס דעם מענשט צו ווערן מער א פרייליכע און א ציפרידענע מענטש. &nbsp; ווייל יעדע מענשט האט זאכן וואס גייט אים שווער, אבער אויך האט ער אומצאליגע מתנות פונעם אויבערשטן, און עס ליגט אין די מענטש די בחירה צי ער וויל קוקן אויף זיינע צרות, און ער זאל ארומגיין א גאנצן טאג מיט אן אראפ געלאזטע נאז, און קאמפלעינען און האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, אדער קען ער קוקן אויף די פילע האלב פון די גלאז און ארום גיין פרייליך און אויפגעלייגט, און פול מיט הכרת הטוב צו אלע זיינע ארומיגע און צום אויבערשטן אויף די אלע גוטע זאכן וואס ער באקומט ברוב רחמיו וחסדיו פונעם אויבערשטן. &nbsp; דער הייליגער רבי האט זיך צוגעוואוינט נאך פון אלס קינד, אז ווען ער האט באקומען צו עסן האט ער נישט בלויז געזאגט א ברכה צום ביישפיל "בורא מיני מזונות", און דערנאך "על המחי'", נאר האט צוגעלייגט אייגענע ווערטער צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף יעדע פרט פון די עסן, "ישר כח אויבערשטער פאר די פרעצלס, איך דאנק דיך באשעפער פאר די בענקל אויף וואס איך זיץ", און אזוי ווייטער. &nbsp; א מענטש וואס דאנקט דעם אויבערשטן פאר די פילע גוטע מתנות וואס ער באקומט ער איז באמת א רייכער מענטש. דער עושר וואס האט די שענסטע פאלאצן מיט פילע באדינערס וואס שטייען שטענדיג גרייט אים צו באדינען, אויב איז ער נישט פרייליך מיט וואס ער האט איז ער נעבעך א גרויסער ארימאן וואס האט "גארנישט" אויסער געלט.

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ה 📝
  • רעגן אין שטאט

    שאלה: וואס איז דער תועלת פון רעגן אין די באוואוינטע שטעט, אין די וועלדער און פעלדער דארף מען האבן רעגן צו מאכן וואקסן די געוויקסן, און פאר די קוועלער, אבער אין שטאט ווערן וואס איז באדעקט מיט גאסן און הייזער ווערט רוב רעגן אוועקגעוואשן? א. רייזמאן &nbsp; ענטפער: זייער א שיינע שאלה. לאמיר אויפמישן די גמרא אין מסכת תענית (פון דף ז' און ווייטער) "אמר רבי אבהו, גדול יום הגשמים מתחיית המתים, עס איז גרעסער א רעגנדיגע טאג פון תחיית המתים"... "אמר רב יהודה, א רעגן טאג איז אזוי גרויס ווי דער טאג ווי מתן תורה", "רבא זאגט, אז עס איז גרעסער פון דער טאג פון מתן תורה"... "רבי חנינא בר אידי זאגט אז תורה איז צוגעגליכן צו וואסער, פונקט ווי וואסער רינט אלץ אראפ, אזוי אויך תורה האלט זיך נאר ביי איינער וואס האלט זיך קליין".... "רבי חמא ב"ר חנינא זאגט אז א רעגן טאג איז אזוי גרויס ווי דער טאג וואס דער וועלט איז באשאפן געווארן"... "רב אושעיא זאגט אז אין א רעגן טאג קען מען זיך אויסבעטן אלע ישועות פון אויבערשטן"... "רבי תנחום בר חנילאי זאגט אז דער אויבערשטער איז מוחל די עבירות פון אידישע קינדער אין א רעגן טאג"... "רבי יוחנן זאגט, דער טאג פון רעגן איז אזוי גרויס ווי דער טאג וואס אידן וועלן ארויסגיין פון גלות"... די אלע גוטע השפעות בקומען די אידן פון שטאט און די אידן פון די פעלדער אייניג. מיר אלע דארפן ישועות, מיר אלע דארפן תשובה טון, און א רעגן קומט אונז דערמאנען אז דער אויבערשטער וויל אונז הערן, ער וויל אונז געבן ישועות און אונז געבן א געלענגעהייט צו אנפאנגען פון פריש. &nbsp; בגשמיות טוט רעגן אין שטאט נאך פילע זאכן, די גאסן ווערן אפגעוואשן, און אפילו די לופט ווערט גערייניגט פון די רעגן, אין שטאט איז אויך דא ביימער און גראז - טאקע נישט אזוי סאך - די אלע געוויקסן באקומען זייער שפייז דורכ'ן אויבערשטן וואס שפייזט אלע באשעפענישן דורך די רעגן. אויסער דעם קען מען צוזאם זאמלען די וואסערן פון רעגן צו האבן דערפון פארשידענע תועלת'ן; פרעגט נאר די וואס בויען מקוואות אין די שטעט, אויב עס קומט נישט קיין רעגן איז נישטא קיין מקוה, און ווען דער אויבערשטער העלפט און עס קומט א רעגן איז עס א געוואלדיגע שמחה, מען זאמעלט איין די וואסער פון די דעכער דורך ספעציעלע ווענט און פייפס אויף א זייער פארזיכטיגע וועג אז די וואסער זאל זיך נישט קענען איינזאמלען אין קיין שום כלי, און אזוי רינט עס אראפ גראד אריין אין די מי גשמים בור, און דערנאך דארפן מיר זיך בלויז איינטונקען דערין און מיר ווערן ריין און הייליג פאר'ן אויבערשטן. וויאזוי רייניגט א מקוה? איז דען די מי גשמים בור מער ריין ווי וואסער פון די סינק? געווענליך נישט, אבער כך גזרה חכמתו יתברך, דער אויבערשטער האט אזוי געזאגט, אז ווען א מענטש איז טמא, אויב טונקט ער זיך איין אין א מקוה פון מי גשמים ווערט ער ריין. &nbsp; און אז מען רעדט שוין מסכת תענית איז כדאי צו דערמאנען וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מענטשן וואס ווילן מתקן זיין זייערע עברות זאל נישט פאסטן, ווייל דער רבי האט נישט געלאזט פאסטן, נאר אנשטאט דעם זאל מען געבן צדקה, ווי די גמרא זאגט (ברכות ו) "אגרא דתעניתא צדקתא" אז מען קען אויסלייזן א תענית מיט צדקה, מען זאל געבן געלט פאר ספרים וואס העלפן אידן צוריק קומען צום אויבערשטן, אזוי אויך זאל מען לערנען הונטדער אין איין מאל די מסכת תענית, בבלי, ירושלמי און תוספותא, וואס דאס איז א געוואלדיגע תיקון אנשטאט צו פאסן.

    < זעה מער כז חשון תשפ"ה 📝
  • וואו געפונט זיך דער בנין פון "איש חסיד היה"?

    שאלה: אינעם זמר "איש חסיד היה" ווערט פארציילט איבער א בנין וואס איז אויפגעבויעט געווארן איבערנאכט, וואו געפינט זיך דער בנין? &nbsp; ענטפער: מיר זענען גליקליך און פרייליך אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק און מעודד מיר זאלן זיין פשוט'ע אידן, דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר אידישקייט איז פשוטת יהודות אזוי ווי זינגען זמירות. &nbsp; אינעם זמר איש חסיד היה ווערט פארציילט אן אינטערעסאנטע געשיכט פון אן ערליכער איד וואס האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן עסן און קליידונג פאר זיין ווייב און פינף קינדער, זיין ווייב האט אים געזאגט אז מען קען שוין ווייטער נישט אנגיין, עס איז שוין נישטא קיין ברויט צו עסן, ער האט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, און ער האט זיך געשטארקט מיט אמונה און בטחון. ער האט אבער געפרעגט זיין ווייב "וויאזוי קען איך זיך ארויסלאזן אויפן וועג, איך האב נישט קיין שום לייטיש בגד אנצוטון, און מיר האבן נישט אפילו א פרוטה צו די האנט"? די פרוי איז שנעל אריבער צו די שכנים און אים געבארגט שיינע פאסיגע קליידער, און איז ארויס זיך פארלאזענדיג אויפן אויבערשטן וואס האט אונז ליב. דערווייל האבן די קינדער אינדערהיים אויך מתפלל געווען צום אויבערשטן "באשעפער פארלאזן נישט אונזער פאטער, פארשעם אים נישט". &nbsp; דער איד איז ארויס אויפן גאס מיט א שטארקע האפענונג צום אויבערשטן, און אט זעט ער אליהו הנביא קומט אים אנטקעגן, אליהו הנביא זאגט אים "דער אויבערשטער האט צוגעהערט דיינע תפלות, און דו גייסט היינט נתעשר ווערן, רוף אויס אין גאס אז איך בין דיין קענכט, און שריי אויס ווער וויל קויפן א קנעכט וואס איז נישטא זיינס גלייכן". דער חסיד האט געטראכט צו זיך "וויאזוי קען מען אויסדרייען די יוצרות, א קנעכט זאל פארקויפן זיין האר"? אבער אליהו האט זיך געמאכט ווי גלייך ער איז דעם חסיד'ס קנעכט. א ביזנעסמאן איז דורכגעגאנגען און דער "קנעכט" איז אים געפאלן, און האט אים געקויפט פאר אכט הונדערט טויזענט גאלדענע רענדלעך. &nbsp; דער סוחר פרעגט אליהו, "וואס קענסטו? וואס זענען דיינע טאלאנטן? ביסט א קאנטראקטער? קענסט בויען פאלאצן? אויב קענסטו מיר ענדיגן מיין פאלאץ ביסטו באפרייט"! &nbsp; נאכן ערשטן טאג ארבעט, האט אליהו הנביא געבעטן דעם אויבערשטן ביינאכט ביי חצות "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך האב מיר פארקויפט פאר א קנעכט נאר פאר דיין כבוד, און נישט פאר מיינעטוועגן, באשעפער ענדיג דו דעם בנין". דער אויבערשטער האט צוגעהערט די תפלה פון אליהו הנביא, און דער אויבערשטער האט געשיקט מלאכים פון הימל, און ביז אינדערפרי איז דער גאנצער פאלאץ געווען פארטיג. &nbsp; דער סוחר איז געווען זייער פרייליך צו זען אז זיין פאלאץ איז אזוי שנעל און גוט פארטיג געווארן. און אליהו הנביא האט געזאגט פארן סוחר, "געדענקסט וואס דו האסט מיר נעכטן געזאגט? דארפסט מיר באפרייען, אזוי האבן מיר אפגעמאכט". דער סוחר האט צוגעשטימט, און אליהו הנביא דער "איש האמת" איז אוועקגעפלויגן. &nbsp; עס זענען דא וואס זאגן אז דער בנין געפונט זיך אין פיזא, איטאליע, דער באקאנטער "שיפער טורעם", אנדערע זאגן אז דאס קען נישט זיין ווייל דאס איז א שמייליגער קריסטליכער בנין. עס זענען דא וואס זאגן נאך פון צדיקים אז דער געביידע איז אין "פאדאווע" איטאליע, מיר האבן געמאכט א גאר גרונטליך אויספארשונג און דערגאנגען מיט א זיכערקייט וואו דער בנין געפונט זיך. &nbsp; לאמיר אריינקוקן אין די ווערטער פונעם זמר, און זען וואו דאס וועט אונז פירן. דער איד לערנט תורה מיט גרויס הצלחה, ער פארלאזט זיך אויפן אויבערשטן, ער רעדט שיין צו זיין ווייב, ער האט אמונת צדיקים, ער בעט דעם אויבערשטן ער טענה'ט זיך מיט'ן אויבערשטן, און אזוי איז דער בנין געבויעט געווארן, אזוי האט ער מצליח געווען און געטראפן זיין ישועה. אויב אזוי ווייסן מיר שוין וואו דאס געפינט זיך. דער בנין געפונט זיך ביי דיר, אין דיין שאנק ליגט א חומש? לאז עס נישט זאמלען שטויב, דארט ליגט דער בנין. האסט א מויל, עפן עס אויף, בעט דעם אויבערשטן אז זאלסט קענען זאגן א ווארט צו אים. און אזוי ווייטער, זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן, אמונת חכמים, דארט ליגט דער בנין, דארט ליגט אונזער עשירות בזה ובבא.

    < זעה מער כה חשון תשפ"ה 📝
  • וויאזוי זייף רייניגט

    שאלה: איז עס אמת אז זייף מאכט מען פון פעטנס? אויב יא, וויאזוי קען זיין אז אנשטאט עס זאל פארשמירן די געשיר מיט אויל, רייניגט עס גאר אויף? &nbsp; ענטפער: עס איז ריכטיג אז זייף ווערט געמאכט פון פעטנס, אבער עס ווערט געמישט מיט אנדערע מאטיריאלן ווי סאדיום היידראקסייד, וואס דאס פארוואנדעלט די פעטנס אין זייף. די זייף באשטייען פון פיצעלע מאליקיולס (די קלענסטע שטיקל פון א מאטריאל) וואס האבן צוויי זייטן. איין זייט קלעבט צו וואסער, און די אנדערע זייט קלעבט צו אויל. ווען מען וואשט אפ אן אויליגן טעלער מיט וואסער וועט עס נישט רייניגן צוליב וואס אויל און וואסער אנטלויפן איינע פון צווייטן, און די וואסער וועט נישט מיטשלעפן די אויל מיט'ן שטראם, אבער זייף ארבעט אויף ביידע פראנטן, פון איין זייט קלעבט עס צו פעט און עס שלעפט מיט די שמוץ פונעם טעלער מיט זיך, און פון די אנדערע זייט וואשט זיך עס אפ און ווערט מיטגעשלעפט מיט'ן שטראם וואסער. עס איז באקאנט אז שקר און אמת ווערן געגליכן צו אויל און וואסער וואס קען זיך נישט אויסמישן, אבער ווי מיר זעען דא זענען נישט אייביג קלאר די גרעניצן צווישן שקר און אמת. אסאך מאל קומט אריין אינעם מח א צומישעניש, פון איין זייט טראכט דער איד אז ער איז אן ערליכער איד און ער זוכט נאר צו טון דעם רצון ה', אבער פון די אנדערע זייט קוקט ער אן זיינע דורכפעלער, און ער הייבט אן צו טראכטן אז ער איז נישט אין ארדענונג. רבי נתן זאגט אונז אז דער מענשט איז זיין רצון, וואס ווילסטו זיין? דאס ביסטו באמת, אבער דא קומט ווידער דער סמ"ך מ"ם אריין, איך זאג טאקע פאר'ן אויבערשטן "איך וויל זיין אן ערליכער איד, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר רבונו של עולם, איך בעט דיך איך וויל דיך שפירן", אבער מיין איך עס אמת'דיג, עכט - זאגט אים דער סמ"ך מ"ם - ווילסטו שוואוילטאג, דו ווילסט א שיינע קאר, גוטע עסן, און מאכן א לעבן. אבער דאס איז נישט ריכטיג, טיף אינעווייניג וויל יעדע איד זיין גוט, יעדע איד וויל זיין וואויל, און דאס וואס עס זעט נישט אלץ אויס אזוי קומט פון יאוש, נאך אזויפיל דורכפעלער מיינט ער אז ער קען שוין מער נישט אנהייבן. דערפאר איז זייער וויכטיג מיר זאלן לערנען כסדר די הייליגע בריוו, און הערן די זיסע שיעורים וואס וועט אונז כסדר מחזק זיין און דערמאנען אז מיר קענען יא שפירן דעם אויבערשטן, און זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן, און אזוי וועט ארויסקומען דער אמת'ע רצון פון אונזער נשמה. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כ חשון תשפ"ה 📝
  • פאטענט שוץ

    שאלה: וואס מיינט א "פאטענט" און וואס מיינט "פאטענט פענדינג"? &nbsp; ענטפער: כדי צו ערמיטיגן מענטשן דער ערפינדן נייע זאכן, האבן די רעגירונגען איינגעפירט די קאנצעפט פון "פאטענטן", ווען איינעם פאלט ביי א געדאנק וויאזוי צו ערצייגן א נייע פראדוקט, וואס די וועלט וועט זיך צוכאפטן דערצו, זאל ער עס קענען רעגיסטרירן ביי זיי, און דערמיט באשטעטיגן דער יעניגער איז דער ערשטער צו רעגיסטרין אזא און אזא געדאנק, און די רעגירונג טוט דערביי באשיצן דעם רעגיסטרירטער אז קיינער טאר עס נישט נוצן אדער נאכמאכן פאר א שטיק צייט. &nbsp; ביי די וועלט איז זייער וויכטיג צו זיין אויסשליסליך (צום ווייניגסטענס אין די ערשטע תקופה) ביי יעדע נייע ערפינדונג, און אזוי ערמעגליכט מען דעם ערפינדער צו מאכן געלט פון זיינע אייגענארטיגע געדאנקען. די זעלבע זאך האט מען געזען אין די תורה וועלט, ווען אין די ערשטע תקופה פון דרוק פלעגן די הסכמות בעיקר זיין איבער די רעכטן פונעם דרוקער אז קיינער טאר נישט דרוקן דעם ספר פאר די קומענדיגע תקופה. די גדולי ישראל האבן עס איינגעפירט כדי די דרוקער זאלן נישט ארויסגיין מיט שאדן נאכן דרוקן ספרי קודש, דורכדעם וואס אנדערע דרוקערס וועלן דרוקן דעם זעלבן ספר נאך איידער דער ערשטער האט ארויסגענומען זיין אינוועסטמענט. &nbsp; דאס איז טאקע א פארשטענדליכע זאך, און מען קען נאך ביז היינט זען די ווערטער "כל הזכיות שמורות" ביי רוב ספרים אויף די צווייטע זייט פונעם שער בלאט, אז קיינער זאל נישט קומען קאפירן דעם ספר, וואס קאסט כמעט גארנישט צו טון, בשעת דער מוציא לאור האט אינוועסטעט גאר אסאך צייט כח און געלט צו דרוקן דעם ספר. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אבער זאגן אז זיינע ספרים זענען אנדערש, קיינער האט נישט קיין רעכט צו שרייבן "זכיות שמורות" אויף זיינע ספרים. ער האט נישט אינוועסטירט קיין געלט כדי צו מרויח זיין געלט. אדרבה, ווער עס וויל זאל דרוקן און פארשפרייטן זיינע ספרים, בתנאי אז מען טוישט נישט זיינע ווערטער... און זיין ריווח פונעם געשעפט וועט זיין די הרהורי תשובה, די לימוד התורה, די שלום בית וואס וועט ארויסקומען פון די וואס לערנען די הייליגע ספרים. &nbsp; "פעטענט פענדינג" באדייט אז, מען האט רעגיסטרירט דעם פאטענט ביי די רעגירונג, און די רעגירונג האלט נאך אינמיטן איבערקוקן דעם פאטענט, זיכער צו מאכן אז קיינער בעפאר אים האט נישט רעגיסטרירט אזא פאטענט, און דערווייל האט דער פאטענט נאר א טיילווייזע שוץ. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יח חשון תשפ"ה 📝
  • וואס האט "בלוטוט" מיט "בלוי" און מיט "ציין"?

    שאלה: פארוואס רופט מען די ווייערלעס טעכנאלאגיע וואס מען נוצט צו פארבינדן מאשינען "בלוטוט", וואס האט עס מיט "בלוי" און וואס מיט "ציין"? אזוי אויך פון וואו קומט דער מאדנער אייקאן דערפון? ר. ז. &nbsp; ענטפער: זייער א גוטע שאלה, בלוטוט טעכנאלאיגע (וואס מיינט בוכשטעבליך "בלויע ציין") האט גארנישט מיט'ן קאליר בלוי אדער מיט ציינער, דער נאמען קומט פאקטיש פון א דענישער קעניג "האראלד גראסמאן" וואס איז באקאנט מיט'ן צונאמען "הערלאד בלוטוט" צוליב וואס ער האט געהאט א טויטע ציין אין זיין מויל וואס האט אויסגעזען "בלוי". דער קעניג האט מיט בערך טויזענט יאר צוריק פאראייניגט די צוויי מלוכות פון נארוועיגע און דענמארק, און צוליב וואס דער טעכנעלאגיע וואס איז געווען געצילט צו פאראייניגן מאשינען זיי זאלן קענען "רעדן" צווישן זיך, איז אויסגעארבעט געווארן דורך א שוועדישע פירמע, און האבן געזוכט א נאמען ביז ווילאנג מען וועט אויסארבעטן א געהעריגע נאמען האבן זיי עס גערופן "בלוטוט". למעשה איז דער נאמען געווארן אויפגעכאפט אין דער וועלט, און האט קיינמאל באקומען אן אנדערע נאמען. &nbsp; בשעת מיר וועלן נוצן דעם בלוטוט טעכנאלאגיע נאר אויף א גוטע וועג צו פארבינדן דעם ספיקער צום מוזיק פלעיער ווי מיר וועלן הערן שיעורים וואס וועלן אונז מחזק זיין צו געדענקען דעם אויבערשטן, און זיך מחזק זיין אין אלע אומשטענדן, וועלן מיר אבער פאקוסן צו נוצן אונזער בלוטוט זיך צו פארבינדן מיט אנדערע אידן און זיך מחזק זיין מיט אחדות און אהבת ישראל. נישט קיין חילוק צי ער האלט די זעלבע ווי מיר, אדער ער האט אן אנדערן מיינונג קענען מיר נאך אלץ רעדן און זיך ליב האבן. בפרט נאך די חתונה ווען עס קומען זיך צוזאם צוויי מענטשן פון אנדערע משפחות און אנדערע וועלטן, וועט מען קוקן איינע אויפן צווייטן מיט א גוטע בליק, וואס איז דער "בלוטוט" וואס וועט זיי האלטן פאראייניגט. &nbsp; דער אייקאן פון בלוטוט איז אן איטערעסאנטע צוזאם שטעל פון צוויי אור אלטע סקאנדענישע אותיות "ᚼ" (האגעל) און "ᛒ" (ביארקאן) וואס איז די ראשי תיבות פונעם נאמען פונעם קעניג האראלד בלוטוט, אויף וועמענ'ס נאמען דער טעכנאלאגיע איז געגעבן געווארן. &nbsp; אונזער אייקאן איז די הייליגע תורה, וואס אירע ווערטער כאטש זיי זענען זייער אלט, שוין פונעם מעמד הר סיני, איז עס אבער פריש יעדן טאג און אירע הייליגע ווערטער זענען אקטועל אויף יעדן טריט און שריט פון אונזער לעבן. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יג חשון תשפ"ה 📝
  • סאדע און סעלצער

    שאלה: עס איז א פשוטע זאך אז מען קען נישט אויסמישן "וואסער" מיט "לופט", דערפאר וואונדער איך מיך וויאזוי מאכט מען סעלצער פון וואסער, וויאזוי ווערט די לופט אויסגעמישט מיט די וואסער? &nbsp; מענדל מ. &nbsp; ענטפער: דו פרעגסט זייער גוט מענדל, אין געווענליכע אומשטענדן וועט מען נישט קען "מישן" וואסער מיט לופט, סעלצער אדער "סאדע וואסער" מאכט מען מיט א ספציעלע לופט (אלע סארטן לופטן ווערן גערופן "גאזן") וואס מען רופט "קארבאן דיאקסייד" (CO2), מען נעמט פשוטע וואסער (אויב וויל מען מאכן זיסע קאלירטע סאדע, לייגט מען צו פארשידענע פארבן, טעמים, און זיסקייט) מען לייגט עס אריין אין א הערמעטיש פארמאכטע פלעשל, און א מאשין צווינגט אריין מיט פרעשור די קארבאן דיאקסייד, וואס ווערט אריינגעצווינגען אינעם פלעשל וואס האט נארמאלערהייט נישט קיין פלאץ פאר ביידע, די וואסער מיט די קארבאן דיאקסייד ווערן צוזאם געדרוקט און אזוי ווערט עס "אויסגעמישט" מיט די וואסער, עס גייט אריין אין די וואסער. די וואסער בלייבט סאדע ווילאנג דער פלעשל איז גענצליך פארמאכט, ווייל די קארבאן דיאקסייד וויל צוריק ווערן א גאז און זיך אויסמישן מיט די לופט. &nbsp; מיר אלע האבן פרעשור באבלס אין קאפ וואס מיר זוכן צו באפרייען, קענסט גיין צו א טעראפיסט וואס וועט מאכן די גענאר פון דיר, ער וועט דיר געבן פינף און פערציג מינוט, ער וועט דיר אויסהערן, אראפ שרייבן מיט אן ערנסקייט וואס דו זאגסט, און פונקט ווען דו שפירסט אז דו קומסט אן צום הויכפוקנט ווי דו ווילסט זאגן וואס באדערט דיר "באמת", געבט ער א קוק אויפן זייגער "אוי, עס איז שוין דורך די צייט, מיר וועלן רעדן נעקסטע וואך, דער סעקרעטאר וועט דיר מאכן א פרישע אוידענץ קומענדיגע וואך". &nbsp; אדער, קענסטו גיין צום אויבערשטן, דער שומע תפלת כל פה, דער הייליגער רבי רבי מאיר'ל פלעגט זאגן דער אויבערשטער איז א שמוע תפלת כל "פה", אפילו איך שפיר מיך ווי "פע" א שטיק גארנישט, מיסט, דער אויבערשטער הערט דיר אויס. עס קאסט נישט קיין געלט, דארפסט נישט מאכן קיין אפוינטמענט, און אלע רוחות וואס בוזשעווען אין דיין קאפ וועלן ווערן באפרייט, וועסט נישט אויסזען מער ווי אן אויפגעשאקעלטע פלעשל סאדע וואס א קינד האט אראפ געווארפן פונעם דריטן שטאק, וועסט ווערן געהיילט ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; שיקט אריין א פראגע צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יב חשון תשפ"ה 📝
  • אויטאמאטישע טירן

    וויאזוי ארבעטן די אויטאמאטישע טירן? וויאזוי "ווייסט" דער טיר אז איימיצער קומט, און ער דארף זיך עפענען? &nbsp; דער קורצער ענטפער איז אז עס זענען פארהאן "סענסארן" (שפּירערס) וואס אפילו מען קען זיי נישט באמערקן קענען זיי "שפירן" אז איינער קומט, און דער סענסאר שיקט א סיגנאל פאר'ן מאטאר פונעם טיר זיך צו עפענען. &nbsp; דאס קומט אונז צו דערמאנען אז אפילו מיר זעען גארנישט, און מיר שפירן גארנישט, ווען מיר טוען סיי וואס פאר'ן אויבערשטן, קומען די סיגנאלן אן ווי זיי דארפן, און זיי עפענען אויף אלע טויערן פאר אונז. &nbsp; אין די ערשטע תקופה פון אויטאמאטישע טירן פלעגט מען נוצן א "מעט" (מחצלת) וואס מען האט הארט איידער דעם טיר, דער קארפעט האט געהאט אונטער דעם א "קנעפל" וואס האט זיך אראפ געדרוקט ווען איינער איז ארויף געגאנגען דערויף, וואס האט דירעקט געעפענט דעם טיר. איין חסרון דערפון איז געווען, אויב א קינד וואס וועגט ווייניג איז געקומען, האט זיך עס נישט געעפענט. &nbsp; היינט נוצט מען נייערע טעכנעלאגיעס דערפאר. בעיקר ווערט גענוצט ליכט שטראלן וואס שיינען צו אן אויפכאפער, און ווען סיי וואס גייט אריין אינצווישן, ווערט אפגעהאקט דער שטראל, וואס זאגט פארן מאשין אז ער דארף זיך עפענען. &nbsp; א מענטש קען זיך דאכטן אז ווייל ער זעט עס נישט איז עס נישטא, אבער דער אויבערשטער האט באשאפן אסאך סארטן ליכט שטראלן וואס דער מענטשליכער אויג כאפט עס נישט אויף, דער מענטש קען נאר זען קאלירן צווישן רויט און וויאלעט (אלע אנדערע קאלירן זענען אינצווישן - אפשר וועט מען אמאל רעדן פון די קאליר ספעקטרום), אבער די קאלירן גייען נאך אסאך ווייטער, א מענטשן איז "קאליר בלינד" צו די אנדערע קאלירן, די קאליר בעפאר רויט ווערט גערופן "אינפראָ-רויט", וואס מיינט "אונטער רויט", און די קאליר נאך וויאלעט ווערט גערופן "אולטראָ וויאלעט", וואס מיינט "נאך וויאלעט", ווען מען שיינט די קאלירן, קען עס א מענטש נישט זען, און עס בלייבט טונקל פאר אונזערע אויגן. עס זענען דא מאשינען וואס קענען עס זען, און די אויטאמאטישע טירן נוצן זיך מיט די סארטן שטראלן. &nbsp; ווען מיר הערן אויס א חבר זיינע שוועריקייטן, ווען מיר זענען מחזק א איד, מיר גייען הפצה, דאן שיינען מיר מיט די "אולטרא" ליכטיגקייט, וואס שיינט אסאך שטערקער ווי סתם לייטס, און כאטש די וועלט פארשטייט נישט דערצו, זענען אבער דא צדיקים וואס קענען דעטעקטן די אורות וואס שיינען און באלייכטן, און ווי דער זוהר הקדוש זאגט, ווען מען מאכט ליכטיג אויף דער וועלט, מען ברענגט צוריק אידן צום אויבערשטן, פאר אים עפענען זיך אויף אלע טויערן אין הימל, און ער וועט האבן קינדער צדיקים וואס וועלן ווייטער באשיינען די וועלט. &nbsp; askgershon@gmail.com

    < זעה מער ג חשון תשפ"ה 📝
  • אמעריקע'ס חובות פאר כינע

    שאלה: איך וואונדער מיר איבער די פינאנציעלע ווירטשאפט צווישן אמעריקע און כינע (טשיינע): 1. איז עס אמת אז אמעריקע איז שולדיג טריליאנען פאר כינע, אויב יא פארוואס? 2. פארוואס האט נישט אמעריקע גענוג געלט צו דעקן אירע הוצאות בשעת כינע האט יא? 3. אויב אמעריקע האט נישט גענוג צו דעקן איר הוצאות, פארוואס געבט זי אויס אזויפיל? &nbsp; ענטפער, קודם לאמיר קלאר מאכן פון וויפיל מען רעדט, היינט צו טאגס איז אמעריקע שולדיג פאר כינע כמעט א טריליאן דאלער, צו האבן א השגה ווי סאך דאס איז: אויב אנשי חיל וועט מאכן "יעדן טאג" א פרישע טשערידי קאמפיין אויפצוטרייבן מיליאן דאלער פאר צדקה, וועט עס נעמען בערך 3 גאנצע יאר אנצוקומען צו א טריליאן דאלער. &nbsp; אמעריקע האט אבער אסאך מער חובות ווי דאס. בסך הכל האט אמעריקע בערך 35 טריליאן (35,000,000,000) דאלער חובות, די חובות פאר כינע איז נישט מער ווי בערך 3 פראצענט דערפון. זיבעציג פראצענט פון די חובות איז אמעריקע שולדיג פאר זיך אליינס. יא, איר האט גוט געליינט, אמעריקע בארגט פון איין טאש, צו די אנדערע. אין דעם איז אריינגערעכעט, חובות וואס די אמעריקאנער רעגירונג איז שולדיג פאר די פעדעראלע רעזערוו, די סאשעל סעקיוריטי טראסט פאנד, און אמעריקאנע פירמעס און אינסטיטוציעס. די איבעריגע איז אמעריקע שוליג פאר אנדערע אויסלענדישע אינוועסטירער, רעגירונגען און בענק. &nbsp; די אמעריקאנע פאליטיק לאזט נישט אמעריקע פירן א באלאנצירטע בודזשעט, ביידע פארטייען זענען מודה אז מען דארף אויסגעבן געלט אחריות'דיג, אבער "מיין" געלט זאלסטו חלילה נישט שניידן... דערפאר לעבט אמעריקע ווי א געספוילטע קינד וואס דער טאטע געבט אים יעדע זאך וואס גלוסט אים, איי עס איז נישטא קיין געלט, וועט מען נוצן דעם "קרעדיט קארד", אין אונזער פאל איז עס "באנדס". &nbsp; די רעגירונג שטעלט כסדר ארויס אזא צעטל וואס דארט שטייט אז "אמעריקע איז שולידיג כך וכך פאר דער וואס האלט דעם שטר". די באנדס שטעלט די אמעריקאנער רעגירונג ארויס צום פארקויפן כסדר, און זאגט צו א סכום געלט ריבית במשך די צייט וואס זי האט דעם חוב. כינע קויפט כסדר באנדס פון פרעמדע לענדער כדי צו עררייכן דערמיט איינפלוס אויף אויסלענדישע רעגירונגען. &nbsp; די כינעזע רעגירונג וואס ווערט געפירט דורך איין פארטיי - די קאמוניסטישע פארטיי - פרעגט נישט זייערע בירגער וואס צו טון, און דערפאר קענען זיי זיך ערלויבן צו איינקויפן אויסלענדישע חובות דורך די געלט וואס עס קומט זיי אריין פון די פילע פאבריקן וואס פראדוצירן סחורה פאר גאר ביליג און ווערט צוכאפט דורך די גאנצע וועלט. &nbsp; אז מען האט שוין דערמאנט דעם אנשי חיל קאמפיין, דארף מען דערמאנען אנשי שלומינו אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל מאכן א פרישע גאול, און כאטש מען האט ב"ה דערגרייכט צום סוף דער מיליאן דאלער, האט דער ראש ישיבה שליט"א זייער געבעטן אז מען זאל זיך אנשטרענגען און זיך ווידער אונטערנעמען א ציל. מען קען נישט בעטן יעדעם צו נעמען דעם זעלבן סכום, נישט יעדער איז אייניג, אבער יעדער זאל אויפטרייבן די מערסטע מינוטן א יעדן טאג צו זיין פרייליך. עס קומט יעצט א נייע יאר, זאל מען זען אז לכל הפחות "איין מינוט" יעדן טאג זאל מען זיין פרייליך, מען זאל ארויפקוקן צום הימל און זאגן פאר'ן אויבערשטן א "ישר כח פאר מיין לעבן". און ווער עס קען זאל צולייגן נאך א מינוט דא, און נאך א מינוט דארט, און מיט דעם וועט מען דערגרייכן גאר הויך. דער אר"י הקדוש האט עדות געזאגט אויף זיך, אז ער איז נישט צוגעקומען צו זיינע מדרגות נאר דורך דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט יעדע מצוה ווי ער וואלט ווען פארדינט כל הון דעלמא. &nbsp; וועגן די חובות פון אמעריקע, דארף מען זיך נישט זארגן, מען קען ווייטער לערנען און דאווענען, און דער אויבערשטער נעמט שוין זייער גוט קעיר אז די עקאנאמיע זאל פארן גוט, און עס זאל נישט קומען קיין רעסיסע, נישט קיין אינפלעישאן, און נישט קיין קראך. &nbsp; תחל שנה וברכתיה &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כ אלול תשפ"ד 📝
  • דער קאמפיוטער קיבארד

    שאלה: ווער איז אויפגעקומען מיט'ן קאמפיוטער קיבארד, און פארוואס איז עס פארדרייט און נישט אויפן סדר פון די אל"ף בי"ת? &nbsp; ענטפער: די מערסט אויפגעכאפטע סדר פון די קיבארדס רופט מען QWERTY (לויט די ערשטע קנעפלעך פונעם קיבארד) דאס איז אנטוויקעלט געווארן דורך אן אמעריקאנער פארשוין מיט'ן נאמען קריסטאפער לאטאם שולס, וואס האט אויך געמאכט דער ערשטער מאסן פראדוצירטע טייפרייטער מאשין מיט בערך בערך 150 יאר צוריק. &nbsp; די סיבה פארוואס ער האט געמאכט די אותיות פארדרייט איז בעיקר צוליב וואס ער האט געוואלט אפטיילן די אותיות וואס מען נוצט אפט איינע נאכן צווייטן אין ענגליש, אז זיי זאלן נישט זיין צוזאמען, ווייל די דעמאלטסדיגע טייפרייטערס פלעגן גרינג ווערן פארהאנקערט אויב מען האט צו שנעל געדרוקט צוויי קנעפלעך איינע נעבן צווייטן. &nbsp; מיט בערך פופציג יאר שפעטער האט א איד מיט'ן נאמען ר' דוד יאנקלאוויטש וואס האט געהאלפן ערצייגן א אידישע טייפרייטער אויסגעשטעלט אונזער באקאנטער אידיש / לשון הקודש קיבארד. און אזוי ווי ביים ענגלישן סדר האט ער אויך בעיקר געזוכט אפצוטיילן אותיות וואס מען נוצט אפט אינאיינעם, אבער ער האט אויך געלייגט א געוויכט אז די אותיות וואס מען אפט זאל זיין אין צענטער און גרינג צו גרייכן, דערפאר זענען די אותיות "ו, מ, ה, א, י, און ע" אין צענטער, ווייל דאס זענען גאר אפטע אותיות אין אידיש און לשון הקודש. &nbsp; ווען זאכן גייען אונז "שלא כסדר" זאכן זענען צומיש, עס גייט אונז נישט וויאזוי מיר ווילן, דארפן מיר געדענקען אז "שלא כסדר" איז "כסדר", פונקט ווי ביים קיבארד האט מען אויסגעשטעלט א צומשיטע סדר, ווייל דאס איז פאר די טובה פון די באנוצער, כל שכן וכל שכן דער רבונו של עולם, וואס מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה וויאזוי ער פירט די וועלט, קענען מיר האבן פארשטיין אז דאס איז די בעסטע פאר אונזער תכלית. &nbsp; אידישע קינדער פרעגן נישט קיין קשיות, מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן "למה, יאמרו הגוים", א גוי פרעגט פארוואס, און "אשרי העם, שככה, לו", וואויל איז פאר אידישע קינדער וואס זאגן אט אזוי. וויאזוי? אט אזוי. ווייל אז א איד גלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס עס גייט דורך אויף אים איז פאר זיין טובה, דאס איז מעין עולם הבא, אזא מענטש קען נישט ווערן באשטראפט, ווייל וויאזוי עס זאל אים גיין, און וואס עס זאל נאר נישט פאסירן מיט אים, וועט ער אייביג בלייבן פרייליך און צופרידן. ווי דוד המלך דרוקט זיך אויס אין תהלים ווי ער שפירט זיך פארזיכערט אינעם הענט פונעם אייבערשטן "כגמל עלי אמו כגמל עלי נפשי", אזוי ווי א ניי געבוירן קינד אינעם שויס פון די מאמע. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו אלול תשפ"ד 📝
  • וויאזוי ארבעט א קרעדיט קארד?

    שאלה: וויאזוי צאלט מען מיט א קרעדיט קארד? וויאזוי ארבעט עס אז מען געט א "סווייפ" און דער ארדער איז באצאלט? ר. ז. &nbsp; ענטפער: מען קען באמת באצויבערט ווערן, איך קויף איין א גרויסע וואגן פון פראדוקטן פון שענסטן און בעסטן, עס קומט צו רעכענען, אפס, דער בערזל איז ליידיג, נישט קיין פראבלעם, מען נעמט ארויס א בליטשקעדיגע פלעסטיק קאטל, מען געבט עס א וויש אריין אינעם מאשין, און דער געשעפט באפרייט דיין ארדער, קענסט עס אהיים נעמען. עפעס א כישוף קארד, א געלט בוים. &nbsp; אבער ניין, עס איז בכלל נישט אזוי גלאציג ווי עס זעט אויס, דער קליינער אומשולדיגער קארטל האט שוין אריינגעלייגט זייער אסאך מענטשן אין שווערע חובות, פון וואס זיי זעען נישט קיין וועג ארויס, זיי זענען באגייסטערט געווארן פון די רייצענדע בריוו פון די קרעדיט פירמעס, מען זאל נאר נוצן זייערע קארטלעך, און זיי וועלן געבן ריווארדס - מתנות פאר יעדן דאלער וואס מען געבט אויס. "וועסט קענען גיין אויף וואקאציע אומזיסט", שרייען זיי. &nbsp; וויאזוי ארבעט עס? די פירמעס שאצן אפ די קאסטומערס ווי שטארק מען קען זיי געטרויען, און לויט דעם באשטימען זיי וויפיל "קרעדיט" (סכום וויפיל זיי מעגן בארגן) זיי געבן, נאכדעם שיקן זיי ארויס א קארטל מיט א נומער, יעדע קארטל האט אן אנדערע נומער, אזוי ווייסן זיי ווער עס נוצט עס, און ווען מען "באצאלט" דערמיט אין געשעפט, שיקט דער מאשינקע אריין צום פירמע, אז דער קארטל האט "געקויפט" פאר דער און דער סכום. און פאקטיש האט מען יעצט "געבארגט" דעם סכום פונעם קרעדיט קארד פירמע. &nbsp; דערווייל איז נאך אלעס גלאנציג, ער קויפט אלעס וואס גלוסט זיך אים, און ער דארף נישט ארויסנעמען א פעני פון טאש. אבער אלעס קומט צו א האסטיגע אפשטעל סוף חודש ווען עס קומט אן דער ביל, דער חשבון, יעדע זאך וואס ער האט איינגעקויפט איז אויפגעשריבן פונקטליך וואו ער האט עס געקויפט, ווען ער האט עס געקויפט, און וויפיל געלט ער האט געבארגט, און אונטן איז דא א גרויסע נומער, א סך הכל, וויפיל געלט ער האט געבארגט דעם חודש. און אויב האט מען נישט צו באצאלן, "נישט קיין פראבלעם, פאר דעם זענען מיר דא", זאגן די "גוטהארציגע" קרעדיט פירמעס, "צאל יעצט וויפיל דו קענסט, אויף די איבעריגע חוב וועסטו באצאלן ריבית". דאס איז א ריזיגע נעץ וואס כאפט אריין טויזנטער מענטשן אין חובות. דאס איז אויסער די גרויסע ריזיקע אז מענטשן שפירן נישט ווי זיי געבן אויס געלט בשעת'ן קויפן, און מען קויפט זיך מער ווי מען קען זיך באמת ערלויבן, און דערנאך דארף מען באצאלן גרויסע אינטערעסט שטראפן פאר די פירמעס, וואס מאכן א לעבן אויף די אומשולדיגע מענטשן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א בעט אלץ אז מען זאל זייער אכטונג געבן פון קרעדיט קארדס, ווייל דער רבי האט געזאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון חובות, חובות נעמט אוועק דער ישוב הדעת פון א מענטש, מען קען נישט לערנען, מען קען נישט דאווענען, און מען קען נישט פירן א שטוב. עס נעמט אוועק דער קאפ פונעם מענטש. &nbsp; דערפאר דארף מען זיך זייער אכטונג געבן דערפון, און פרעגן אן ערליכער איד צי עס איז כדאי זיך אריינצולאזן אין דעם. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יג אלול תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 30 results

1 2
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com