Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייע "בנינו" פראגראם, צילט איינצושרייבן 1,000 מעמבערס ביז א וואך

    די הייליגע מוסדות האבן יעצט אנגעהויבן א פרישע פראגראם "בנינו", וואס וועט העלפן בעז"ה אויסצאלן די מלמדים און טישערס פון די הייליגע מוסדות. די אלע וואס ווערן מעמבערס אין "בנינו" ווערן זייערע קרעדיט קארדס געטשארדזשט 5 דאלער, יעדע וואך ערב שבת קודש פארן לעכט צינדן. דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו, ווי ער בעט מ'זאל זיך אנשליסן אינעם פראגראם "בנינו - אוזערע קינדער, וואס טוט נישט א מענטש ער זאל זען נחתן פון זיינע קינדער".  מוהרא"ש שרייבט אז די צייט וואס א פרוי צינדט אן די לעכט עש"ק איז די העכסטע צייט צו זיך אויסצובעטן ערליכע קינדער מיט יראת שמים. מוהאר"ש שרייבט אז ווען פרויען וואלטן געוויסט די גרויסקייט פון זייערע תפילות וואלט זיי פשוט נישט אוועקגעגאנגען. בפרט ווען מען ווייסט אז מען האט יעצט געגעבן צדקה פאר אזא הייליגע פלאץ אויסצוצאלן די איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס וואס זענען זיך מוסר נפש פאר די קינדערלעך אריינצולייגן אין זיי אמונה און יראת שמים. די זכות פון געבן פאר אזא הייליגע צדקה, וועט זיכער מגין זיין אז אירע תפולת אין אזא געהויבענע זמן זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און וועט זיכער פועלן ביים אייבערשטן, צו זוכה זיין צו הייליגע ערליכע דורות. פינף דאלער א וואך קען אויסזען גאנץ ווייניג פאר א מענטש, אבער פאר די הייליגע מוסדות וועט עס מיינעך אסאך. א באזע פון טויזענט מעמבערס, וואס קומט אויס צו פינף טוינזט דאלער א וואך, וועט זיכער אראפנעמען א גרויסע עול פון די מוסדות, און וועט העלפן מען זאל קענען אויסצאלן די מלמדים און טיטשערס יעדע וואך. זיך איינצושרייבן רופט 929-630-6070 אדער קליקט דא א שיינע קליפ פונעם מנהל הרב אברהם משה שטראסער, איבערן נייעם בנינו פראגראם  

    < זעה מער יב שבט תשפ"א 📝
  • זכות "בן גמלא" אנאנסירט דורך די הנהלת המוסדות

    די הנהלת המוסדות האט פראקלאמירט א פרישע פראגראם, אז מען קען קויפן א זכות "בן גמלא", דאס הייסט אז מען קויפט אפ א וואך פון א חדר אין תלמוד תורה, און די זכות פון די תפילות און די תורה וואס די הייליגע קינדערלעך לערנען און דאווענען וועט גיין אויפן חשבון פונעם נדבן. אזוי אויך וועלן די קינדערלעך, די תינוקות של בית רבן מתפלל זיין צום באשעפער אויף זייער פשוטע שפראך פאר די הצלחה אדער ישועה פונעם נדבן. די תפילות פון די קינדער וואס קומט ארויס פון זייער ריינע הארץ איז בוקע רקיעים, און וועט זיכער עושה רושם זיין ביים באשעפער. א הערליכע שטר שותפות "בן גמלא" וועט בעז"ה אונטערגעשריבן ווערן דורכן ראש ישיבה שליט"א, און וועט געגעבן ווערן פארן נדבן למשמרת. צו קויפן א "בן גמלא", רופט 347-889-9892 דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט אינגעלייט אין קרית ברסלב ליבערטי דער ראש ישיבה שרייבט אונטער "בן גמלא" שטרות מיט עטליכע אינגעלייט דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט מו"ה יודל ליכטענשטיין הי"ו

    < זעה מער כח טבת תשפ"א 📝
  • מלמדים קאמפיין

    אין די טעג קומט פאר א "מלמדים קאמפיין" צו קענען צאלן פאר די מלמדים זייער געהאלט וואס מען איז זיי שולדיג פאר די לעצטע פאר חדשים פאר זייער געטרייע ארבעט וואס זיי לייגן אריין אין די טייערע קינדערלעך. איר קענט יעצט האבן א זכיה צו זיין א טייל פון די וואס העלפן בויען די מוסדות וואס מען לערנט אויס די קינדערלעך לעבן און אטעמען מיט אמונה, א מוסד ווי מען קלאפט נישט אראפ קיין איין קינד נאר אדרבה מען בויעט אויף יעדן קינד ער זאל וואקסן אויף זיין וועג וויאזוי ער קען וואקסן מיטן אייבערשטענ'ס הילף. צו נעמען א חלק פארבינדט זיך יעצט מיט די אפיס אויף 917-578-0495 אדער קליקט אויף דעם לינק &nbsp; בייגעלייגט איז א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן וועגן דעם ענין בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן &nbsp; לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר. &nbsp; איך בעט דיר זייער, זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער צו העלפן די מוסד. איך וויל אזוי שטארק באצאלן יעדן מלמד און יעדע טיטשער און יעדע איינגעשטעלטער נאך בעפאר יום הקדוש, איך וויל קענען זאגן ביים דאווענען: "לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ". &nbsp; איך בעט דיר זייער, העלף מיר; גיי ארויס פון דיין קטנות המוחין, דו קענסט מיר העלפן, דו האסט די כוחות. העלף מיר ברענגען שכר לימוד, העלף מיר ברענגען שטאטישע פראגראמען, לאמיר באצאלן נאך פאר יום הקדוש פאר אלע איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט. &nbsp; איך ווארט צו הערן פון דיר. א גמר חתימה טובה.

    < זעה מער ה תשרי תשפ"א 📝
  • חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברלסב וויליאמסבורג

    א שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען דעם זונטאג אין תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג, צום "חומש סעודה" פאר די קינדערלעך די צאן קדשים פון כיתה א' וואס גייען יעצט אנגעהייבן צו לערנען די הייליגע חומש. עס האט געהערשט א געוואלדיגע שמחה און התרגשות ווען די קינדער זענען אריינגעקומען מיט שטראלענדע געזיכטער אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט א קרוין אויפן קעפל, מיט זייער נאמען דערויף. די טאטעס און מאמעס, זיידעס און באבעס, קרובים און באקאנטע, האבן געשעפט נחת צו זען ווי די טייערע קינדערלעך זינגען די שיינע הארציגע ניגונים, און זאגן די הייליגע חומש ויקרא, אזוי ווי דער מנהג איז. דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פון הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו, וואס האט קינדער און אייניקלעך וואס לערנען אין די ברסלבע תלמוד תורה, ער האט ארויסגעברענגט בשם אלע עלטערן און זיידעס די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס זיי האבן פאר די פילע כוחות וואס מען לייגט אריין אין די טייערע קינדער. נאכדעם האט גערעדט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, ארויסברענגען אז די עיקר נחת וואס מ'נעמט מיט איז נישט דאס וואס די קינדער שטעלן זיך אויף זינגען אזוי שיין, נאר די פילע תורה און תפלה, אמונה און יראת שמים, וואס די קינדער באקומען דעם גאנצן יאר יעדן טאג אין חדר, וואס דאס בלייבט איינגעקריצט אין זייערע ביינער פאר'ן גאנצן לעבן. דערנאך האבן די קינדערלעך באקומען א שיינעם סידור אריינגעקריצט מיט זייער נאמען, און א פעקל נאש. יבואו טהורים ויתעסקו בטהורות! בילדער

    < זעה מער כד סיון תשע"ט 📝
  • אלע תלמידים פון די ערשטע עלטסטע כיתה פון ת"ת היכל הקודש ברסלב האבן שוין ב"ה געטראפן זייער שידוך למזל טוב

    מיט גרויס התרגשות האבן אנ"ש אויפגענומען די פרייליכע נייעס היינט דינסטאג פונם שידוך שליסן ביי הבחור החשוב לייבי אפפעל נ"י, וואס איז געווען איינע פון די ערשטע תלמידים פונעם ת"ת ווען עס האט זיך געעפענט מיט אכט א האלב יאר צוריק. עס איז א נחת צוצוקוקן די טייערע תלמידים, וואס זענען ארויסגעקומען במשך די פארגאנגענע יארן, ווי זיי לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן הערליכע שטובער. מען דאנקט דעם אייבערשטן, אז דער ראש ישיבה שליט"א האט ב"ה באוויזן דורכצופירן מוהרא"ש'ס רצון אלע יארן, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן פון קליינערהייט מיטן אייבערשטן, און מיט א געזונטע צוגאנג צום לעבן. די קינדער זאלן וויסן אויך ווען זיי וואקסן אויף וואו מען דארף זיך ווענדן ווען מ'האט סיי וואס פארא פראבלעם, און זאלן פאלגן די עצות פונעם צדיק און האבן א גוט לעבן אויף דער וועלט און יענע וועלט. דער ברסלבער ת"ת אין וויליאמסבורג רופט ארויס וואונדער ביי יעדעם וואס זעט עס, עס זעט אויס ווי א חלום, ווער וואלט זיך געגלייבט פאר עטליכע יאר צוריק אז עס וועט זיין א תלמוד תורה אין וויליאמסבורג וואס וועט טראגן מיט שטאלץ דעם הייליגן רבינ'ס נאמען אויף זיך. יעצט ב"ה זעט מען די הערליכע פירות. דא האבן מיר א בילד פון די ערשטע עלטסטע כיתה פונעם תלמוד תורה אין יאר תשס"ט. מען זעט אויף די בילד פון רעכטס צו לינקס: דער מלמלד הר"ר מרדכי יונה שיק שליט"א, הר"ר יוסף שניטצלער (מלמד מומחה במוסדותינו הק'), ר' הערשל שניצלער (מלמד מומחה במוסדותינו הק'), ר' אברהם יושע וועבערמאן, און החתן לייבי אפפעל. &nbsp;נוצר תאנה יאכל פריו.

    < זעה מער יד חשון תשע"ט 📝
  • חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג

    א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען זונטאג אינדערפרי פר' קרח אין אולם אפעל פון קהלת היכל הקודש וויליאמסבורג, צום "חומש סעודה" פאר די קינדערלעך די צאן קדשים פון כיתה א' וואס גייען יעצט אנגעהייבן צו לערנען די הייליגע חומש. עס האט געהערשט א געוואלדיגע שמחה און התרגשות ווען די קינדערזענען אריינגעקומען מיט שטראלענדע געזיכטער אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט א קרוין אויפן קעפל, מיט זייער נאמען דערויף. דער זאל האט זיך צוביסלע אנגעפילט מיט טאטעס און זיידעס, אזוי אויך די עזרת נשים האט זיך אנגעפילט מיט מאמעס און באבעס, וואס זענען געקומען שעפן נחת פון זייערע אייניקלעך וואס גייען שוין אט בעז"ה אנהייבן חומש. דער חשובער מנהל הר"ר מרדכי אנדיג שליט"א האט אריינגעפירט דעם מעמד, און ארויסגעברענגט דעם "והיה ראשיתך מצער", אז מיט גענוי אזויפיל קינדער וויפיל די גאנצע כיתה א' איז יעצט, איז מיט בלויז עטליכע יאר צוריק געווען דער גאצער תלמוד תורה ווען עס האט זיך געעפענט. און יעצט קע"ה האט זיך דער הייליגער מוסד אזוי שיין צובליעט. דערנאך האט דער חשובער מלמד הר"ר ישראל יוסף שניצלער שליט"א, אליינס פון די ערשטע תלמידים פונעם חדר ארויסגעברענגט די כחות וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער נאך פון גאר קליינערהייט, אריין צו לייגן אין זיי די ריינע אמונה, און א געשמאק און אידישקייט, אז זיי זאלן בעז"ה אויסוואקסן ערליכע אידן. דערנאך האבן די קינדערלעך געזונגען שיינע ניגונים מיט זייערע זיסע שטימעס, אויך האבן עטליכע קינדער געזונגען סאלא. דערנאך האט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א, וואס האט קינדער און אייניקלעך וואס לערענען אין די ברסלבע תלמוד תורה, ארויסגעברענגט בשם אלע עלטערן און זיידעס די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס זיי האבן פארן ראש ישיבה שליט"א פאר די כחות וואס ער לייגט אריין. דערנאך האבן די קינדערלעך באקומען א סידור אריינגעקריצט זייער נאמען, און א פעקל נאש. &nbsp;יבואו טהורים ויתעסקו בטהורות בילדער פון די זיסע קינדערלעך ביים חומש סעודה א קליפ פון חומש סעודה

    < זעה מער כז סיון תשע"ח 📝
  • אנ"ש רופן זיך אן ווארעם צום קמחא דפסחא קאמפיין

    ווי איבערגעגעבן דארף ווערן אויפגעטריבן $100,000 אויסצוצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב, און שטיינעדיג איינס און א האלב וואכן בעפאר'ן יום טוב פסח קומט אריין די גוטע נייעס פון די הנהלה אז דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז שוין אריינגעקומען פונעם ציבור פאר די קמחא דפסחא קאמפיין אן ערך פון $40,000. עס פעלט נאך אויס בערך $60,000 כדי אלע איינגעשטעלטע זאלן ווערן פולקאם אויסגעצאלט אויף יום טוב, און זיי זאלן קענען אריינברעגען דעם הייליגן יום טוב מיט הרחבת הדעת. איר קענט נאך אריינכאפן, רופט אייך יעצט אן ווארעם און שטיצט די הייליגע ברסלב'ע מוסדות, ווי אפילו קליינע קינדער ווייסן שוין אז אויף יעדע פראבלעם דארף מען נאר גיין צום אייבערשטן, און וואקסן אויף שוין פון אינגערהייט מיט א קלארע אמונה. זייט אייך משתתף יעצט אויף איינע פון די פאלגעדע אופנים: קארדקנאקס פּעיפּעל אדער רופט אריין אין אפיס 718-384-1652 דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אויף די נעמען פון די משתתפים, אנפאנג פונעם קאמפיין דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אויף די נעמען פון די משתתפים, היינט מיטוואך צו

    < זעה מער ד ניסן תשע"ח 📝
  • זיבן יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב"

    אין די יעצטיגע טעג ווערט&nbsp;אפגעצייכנט זיבן&nbsp;יאר פון ווען מיר האבן געעפנט די תלמוד תורה אין וויליאמסבורג,&nbsp;"תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב". אין די לעצטע יארן, האט שוין די תלמוד תורה געהאט א ווייט גרייכנדע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די קינדער א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט און ערליכקייט וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובנוסף וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. די קינדער זענען שטענדיג פארנומען צו דערציילן "מעשיות פון תפלה", זאכן וואס זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. די הארץ ווערט איבערגענומען ווען מען הערט ווי די תמימות'דיגע קינדער, דערציילן&nbsp;ווי זיי בעטן דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און&nbsp;ווי דער אייבערשטער העלפט זיי שטענדיג.&nbsp;עטליכע קינדער האבן דערציילט פאר'ן מלמד נאך פסח, אז זיי האבן נישט געוואלט מוטשען זייערע עלטערן צו באקומען א גוטע אפיקומן, אנשטאט דעם מוטשען זיי ענדערש דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער וועט זיי זיכער העלפן. ווען עס ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצער צו לעבן מיטן אייבערשטן, וועט דאס מיטוואקסן מיט זיי אלע&nbsp;יארן, און זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער גייט מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. עס דערמאנט זיך די התחלה פון די תלמוד תורה, מיט זיבן יאר צוריק ווען די חברי ההנהלה זענען געזיצן ביי מוהרא"ש חול המועד פסח אין יאר תש"ע איבערצוגיין אלע דעטאלן איבער די תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דערציילט דעמאלט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט די ערשטע ברסלב'ע בית המדרש אין וויליאמסבורג. בימים ההם איז ברסלב געווען א נייע זאך וואס ווייניג האט דערפון געהערט, און מען האט זיך זייער געמוטשעט מיט מנין, מאכט זיך אמאל אז דער גבאי פון בית המדרש האט זיך אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - אז מען מוטשעט זיך זייער מיט צוזאמשטעלן מנין יעדן שבת אין בית המדרש. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע תלמוד תורה'ס, האט מוהרא"ש געזאגט, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב". פאר דעם גבאי'ן איז דאס געווען ווי א ווילדער חלום, און ער האט זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ", יעצט - האט מוהרא"ש אויסגעפירט - זעט מען אז די חלום איז ברוך ה' מקוים געווארן. מיטן אייבערשטנ'ס הילף האט זיך די תלמוד תורה גאר שטארק פארברייטערט און פארבעסערט במשך די יארן, צו די צופרידענהייט פון אלע עלטערן. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער כה ניסן תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 46 to 53 of 53 results

1 2 3 4
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשע״ח
  • תשפ״ד
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com