Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • די שווארץ ווייסע בעל חי - זעברע

    לכבוד ר' גרשון קרעמער, איך בין א בחור פון פופצן יאר, מיין משפחה האט זיך ארויסגעצויגן צו א שיינע געגענט אין פענסילוועניע. איך האב עפעס וואס שטערט מיר, אפשר קענסטו מיר פארענטפערן, מיין גוי'אישער שכן נעבן אונז פארמאגט א שטיקל פארם, און האט עטליכע זיברעס, און איך קען נישט דערגיין צי דער זיברע איז א שווארצער פערד מיט ווייסע שטרייפן, אדער איז עס א ווייסער פערד מיט שווארצע שטרייפן, איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן אן ענטפער. אליעזר ר.   ענטפער: טייערער אליעזר נ"י, ביז דארט איז שוין אלעס גוט? האסט שיין היינט געקוקט אויפן הימל, דו לעבסט דארט צווישן די ביימער און די פעלדער, ביזט דאך אין גן עדן, קענסט שפאצירן צווישן די וועלדער און געוויקסן און רעדן צום אויבערשטן אינעם שויס פונעם נאטור. וואס קען זיין שענער פון דעם?   דער אמת איז אז פון יעדע זאך קען מען ארויסנעמען שיינע זאכן. צוערשט דער זיברע איז נישט קיין פערד, אבער זענען פון די זעלבע משפחה פון בעלי חיים (גערופן עקידיע) וואס נעמט אריין אין זיך פילע בעלי חיים, די באקאנטע צווישן זיי זענען די פערד, אייזלען און זיברעס.   צו דיין שאלה צי זיי זענען א שווארצע בעל חי אדער א ווייסע, באמת קען מען זאגן וואס מען וויל, אבער אויב פרעגסטו מיר וועל איך זאגן אז עס איז א שווארצע בעל חי, פארוואס? ווייל די הויט אונטער די שווארץ און ווייסע האר פונעם זיברע, איז גענצליך שווארץ, און נאר די האר איז א חלק שווארץ און ווייס.   די שטרייפן פונעם זיברע זענען זייער וויכטיג פאר אים, קודם כל מאכט עס שווער פאר די פארצוקענדע חיות צו קענען פאקוסן אויף אים, די פילע שטרייפן צומישן די לייבן און די טיגערס און מאכט זיי שווער זיי צו כאפן, און אזוי אויך צווישן זיך דינען די שטרייפן אזוי ווי די פינגער אפדרוקן פון א מענטש. קיין איין זיברע האט נישט די זעלבע שטרייפן פון א צווייטן, און דאס העלפט זיי זיך צו קענען אידענטיפיצירן איינע פונעם צווייטן.   מענטשן זענען אויך אזוי, נישט נאר אונזערע פינגער אפדרוקן זענען אנדערש איינע פון צווייטן, נאר אויך די תכונת הנפש, די שטארקייטן און די כחות פארמאגט יעדער עפעס אנדערש, יעדער האט אנדערע נסיונות, אנדערע פארמעסטונגען, און דער אויבערשטער האט דיר באשאפן אויף דער וועלט ווייל ער דארף האבן אזא מענטש ווי דו מיט דיינע פראבלעמען און דיינע נפילות, פון דארט זאל קומען א איד און אים זאגן "באשעפער אין געהער פאר דיר", די נחת וואס דער באשעפער האט פון דיר קען ער נישט האבן פון קיינעם אנדערש. שטארק דיר, גיי אן, ווייל דער באשעפער האט דיר ליב, און דארף דיר האבן.

    < זעה מער כח טבת תשפ"ה 📝
  • אמעריקע אונטער טראמפ ווערט שטרענג אויף אימיגראציע

    ווי ערווארטעט, טוט דער נייער פרעזידענט כסדר זיכער מאכן אז ער איז אין די נייעס, אין די געציילטע טעג וואס ער איז אין אפיס, האט ער שוין באוויזן צו ארויסנעמען די מידיע פון די כלים אזויפיל מאל. &nbsp; בפרט האט זיך טראמפ מיט זיין "גרעניץ צאר" פארלייגט אויף צו פארשפארן די גרענצין, אפשטעלן אומלעגאלע אימיגראציע, און זיך אפגעבן מיט די אלע וואס זענען דא אומלעגאל. די פעדעראלע "אייס אגענטור" האט שוין געמאכט פילע אבלאוועס אויף צענטערן ווי די אומלעגאלע אימיגראנטן האלטן זיך אויף, און א דין קדימה צו ווערן פארשיקט ווערט געגעבן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען באגאנגען סיי וועלכע פארברעכן. &nbsp; איינע פון קאנטראוועסיאלע זאכן וואס טראמפ האט געמאלדן אין באצוג צו די אימיגראנטן איז אפשטעלן די לאנג יעריגע "געבורט רעכטן" וואס אמעריקע פלעגט אייביג געבן. דאס מיינט אז א קינד וואס ווערט געבוירן אין אמעריקע ווערט אויטאמאטיש א בירגער, וואס זייער אסאך ווייסן נישט, איז אמעריקע פון די געציילטע לענדער אין די וועלט וואס געבן נאך היינט צו טאגס אזא רעכט. אין רוב לענדער דארפן כאטש איינע פון די עלטערן זיין א בירגער, אז דאס קינד זאל אויך ווערן א בירגער. &nbsp; דער עקזעקוטיווע באפעל וואס טראמפ האט געשריבן אפצושטעלן "געבורט רעכטן" האט שוין געברענגט געריכט קלאגעס, וואס טענה'ן אז לויט ווי מען האט ביז יעצט אויסגעטייטשט די קאנסטיטוציע, ווערט יעדער מענטש געבוירן אין אמעריקע א בירגער. &nbsp; טראמפ האט אויך געמאלדן אז ער פארארדענט זיין יוסטיץ דעפארטמענט מען זאל צוגרייטן דעם ריזיגן לאגער וואס אמעריקע פארמאגט אין גואטאמאנע בעי אין קובא, עס זאל דינען אלץ א שעלטער פאר דרייסיג טויזענט שעדליכע אימגראנטן, וואס ער וויל דארט האלטן. &nbsp; אזוי האט האט ער געמאלדן אז יעדע אויסלענדישע סטודענט וועלכע שטיצט כאמאס וועט פארלירן זיין וויזע, און וועט פארשיקט ווערן פון אמעריקע. &nbsp; די אלע אימיגראנטן האבן אינוועסטירט גרויסע כחות אנצוקומען קיין אמעריקע, און האבן געארבעט שווער און געטריי, צו פרובירן אנוצקומען צום אמריקאנעם חלום, אבער אלעס האט זיך זיי אויסגעלאזט ווי א זייפן בלאז. מיר דארפן געדענקען זיך נישט צו לאזן ארייננארן אינעם זאק פונעם יצר הרע וואס פרובירט אונז איינצורעדן אז מען קען אנקומען און כאפן עולם הזה, ווייל איין טאג וועלן מיר אלעס דארפן איבערלאזן, מען וועט אונז נישט פרעגן צי מיר זענען גרייט, ווייל מען דארף זיך פאקן פעק און צוריק גיין צום אויבערשטן. און אויף דעם דארפן מיר לייגן אונזער דגוש, אז אונזערע פעק זאלן זיין גרייט מיט סחורה וואס מען לאזט דורך יענע גרעניץ, דארט קען מען נישט מיטנעמען קיין קאר, קיין הויז, קיין ביזנעס, קיין באנק אקואנט, דארט לאזט מען דורך שלום בית, משניות, מקוה, מנין.

    < זעה מער כח טבת תשפ"ה 📝
  • נייער ספר "ותחיין את הילדים" חלק א', גייט שוין אט צום דרוק

    &nbsp; &nbsp; עס ערשט א גרויסע שמחה ביי אנשי שלומינו, ווען אין די נאנטע טעג גייט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אריינגיין צום דרוק, דער פרישער ספר פונעם ראש ישיבה וואס וועט טראגן דעם נאמען "ותחיין את הילדים." &nbsp; נאכדעם וואס דער בארימטער "קרן הדפסה היכל הקודש" האט אין די לעצטע חדשים אריינגעלייגט גאר אסאך כחות צייט און געלט, מיט'ן צוזאם נעמען, איבערשרייבן, מגיה זיין, און אויסשטעלן די צענדליגע שיעורים פון חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, האלט מען שוין ביי דעם לעצטן שטאפל אינעם לאנגען וועג, און מען האפט אז אין די קומענדיגע עטליכע וואכן וועט דער ערשטער שיפמענט פונעם ספר שוין קענען באלייכטן די וועלט מיט זיינע זיסע, פראקטישע און תורה'דיגע הדרכות און עצות אין חינוך, און "אויפלעבן די קינדער" דורכן לויטערן קוואל וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט איבער וואס ער האט געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די שיעורים אין חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען שוין ביז יעצט גאר גוט באקאנט, סיי פון רעקארדירטע שיעורים אויפ'ן וועבסייט און אויף די קול ברסלב ליין, און אזוי אויך פון די גליונות "שיעורי חינוך" וואס ווערט פארשפרייט וועכענטליך פון וואס טויזנטער אידן זענען זיך שוין ביז יעצט מחי', און לעבט אויף אידישע שטובער, און באלייכט זיי דעם וועג, וויאזוי צו קענען ערציען דעם קומענדיגן דור זיי זאלן ווייטער ציען דעם גאלדענעם קייט וואס מיר האבן במסורה פון משה רבינו, טראץ די פילע שוועריקייטן און נסיונות ברוחניות ובגשמיות וואס פלאגט דעם היינטיגן דור. &nbsp; אינעם ספר האט דער "קרן הדפסה" אינוועסירט צענדליגע טויזנטער דאלער און אויפגענומען שרייבער און מגיהים, יראי השם פון אנשי שלומינו, וואס האבן אוועקגעגעבן זייער הארץ און נשמה. און ברוך השם זיי האבן מצליח געווען און מיט גרויס סייעתא דשמיא איז ארויסגעקומען א ספר העכער ערווארטונגען, א הערליכע געשמאקע ספר וואס ליינט זיך פליסיג כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און עס ברענגט ארויס קלאר די עצות און חיזוק וואס איז גרייט מען זאל דאס אימפלימענטירן טאג טעגליך הלכה למעשה. &nbsp; מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אז דער ספר זאל זיין גרינג צו ליינען, און פארמאגן א קלארע און געשמאקע לשון, כדי אז דער ספר זאל ברענגען דעם ריכטיגן תועלת, און ליינער זאלן קענען ארויסנעמען די אלע שיינע זאכן וואס דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט ארויס אין די שיעורים, אויף הלכה למעשה. &nbsp; דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דרוכ'ן גבאי פון מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל לצדקת רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א לעילו נשמת זיין אומפארגעסליכן שווער הרה"ח ר' מנחם מענדל בן הר"ר יושע ווייס ז"ל, און וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת וועבערמאן." יהא זכרו ברוך. &nbsp; אנשי שלומינו האבן נאך געציילטע טעג צו קענען אינוועסטירן און ארויסנעמען דערפון רווחים נצחיים דורכן אייקויפן זכותים אינעם ספר וואס אנטשפרעכט צו ראטעווען דורות, און אוועקשטעלן אידישע שטובער אויף שטארקע און קראנטע יסודות. די פרייז פון א זכות אינעם ספר איז בלויז $500. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט מען זאל קענען ארויסגעבן בקרוב דעם ספר וואס וועט באלייכטן די וועלט 347-578-4449.

    < זעה מער כז טבת תשפ"ה 📝
  • צווייטער בית המדרש "היכל הקודש" אין שטאט בית שמש

    פרייליכע נייעס הערט מען פון בית שמש אין ארץ הקודש נאכדעם וואס מען האט געעפענט די וואך א צווייטער בית המדרש היכל הקודש אין שטאט. דער ערשטער בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש איז געעפענט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק אין די רמה ב' געגענט פון שטאט, דער בית המדרש איז ב"ה זייער מצליח, פילע אנשי שלומינו פון די געגענט קומען זיך צוזאם כסדר און מען איז זיך מחזק אינאיינעם מיט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס. &nbsp; אבער בית שמש איז נישט קיין קליין שטעטל, און פון איין געגענט ביזן אנדערן איז גאר ווייט, דער נייער בית המדרש וואס געפונט זיך אין רמה ד' איז מער פון איינס און א האלב שעה צו גיין צופיס. און אנשי שלומינו פון די געגענט פלעגן זיך צוזאם קומען יעדע שלש סעודות אין איינעמ'ס שטוב פאר שלש סעודות פאר די לעצטע שטיק צייט, און אזוי וועס עס זענען כסדר צוגעקומען נאך און נאך פרישע אינגעלייט מיטצוהאלטן שלש סעודות, האט מען זיך דערזען אין א מצב אז עס איז צייט צו עפענען נאך א געהעריגע שטיבל ספעציעל פאר די געגענט, וואו מען זאל קענען דאווענען אלע דריי תפילות תשבת אינאיינעם מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל טרעפן א צוגעפאסטן שטיבל. שכח אייבערשטער אז נאך א שטיק צייט האט מען געטראפן א צימער וואס האט ביז יעצט געדינט אלץ א סטארעדזש פאר א שמש שטיבל פון א בית המדרש. און מען האט געזען אז עס איז זייער פאסיג מען זאל עס פארוואנדלען פאר א בית המדרש, מען האט זיך אוועק געזעצט מיט זיי און ב"ה ביז א קורצע צייט האט מען גע'חתמ'עט א קאנטרעאקט צו דינגען דעם פלאץ פאר'ן בית המדרש. &nbsp; תיכף נאכן חתמ'נען האט מען זיך גענומען צו די עבודה פון אהערשטעלן דעם צימער עס זאל קענען דינען אלץ א בית המדרש מען זאל דארט קענען לערנען און דאווענען. די חשובע אינגעלייט האבן אויסגערייניגט דעם פלאץ פון אלע חפצים וואס איז דארט געליגן, מען האט זיך גענומען פאררעכטן אלעס האט אויסגעפעלט, און ב"ה מען האט געענדיגט איבערפרישן דאס פלאץ אין אפאר געציילטע טעג. &nbsp; פארגאנגענעם שבת וארא האט מען זיך שוין ברוך השם געקענט אריינציען אינעם נייעם שטיבל, ווי עס איז אדורך א הערליכע שבת צוזאמען, מען האט זיך מחזק געדאווענט און געלערענט. מען האט פארגעליינט דעם בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן ספעציעל צום עפענונג פונעם נייעם בית המדרש. מיר ברענגען אראפ א קליין שטיקל דערפון: "איך זאג ענק וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט ווען מיר האבן געעפנט די שול אין וויליאמסבורג, און די ישיבה, און די מוסדות: "אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון און עס וועט זיין גרויס הצלחה"; דאס זאג איך אייך אויך, אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך, קיינער וועט נישט זוכן צו טרעטן אויף א צווייטן, מען וועט קומען אין שול מיט ליבשאפט, מיט שמחה - וועלן ענק זייער מצליח זיין, די שטיבל וועט ארויסגעבן א שיין אויף די גאנצע געגנט, רמה ד' אין בית שמש." &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן דער בית המדרש זאל זיין א לעכטיגקייט פאר די גאנצע געגענט ארום, אלע זאלן וויסן אז אויב מען דארף חיזוק קען מען עס דארט טרעפן.

    < זעה מער כז טבת תשפ"ה 📝
  • מען רעזערווירט שוין בעטן פאר אומאן ראש השנה תשפ"ו הבעל"ט

    מיר אלע קוקן שוין ארויס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה תשפ"ו הבעל"ט, ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען עטץ פארטס אהיים מוצאי ראש השנה פון מיר, לייג איך שוין צו די אויער, און איך הער ווי איר קומט שוין נאכאמאל די קומענדיגע ראש השנה." נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט: "נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה." &nbsp; כאטש מיר זענען נאך אינמיטן ווינטער, אבער ברוך השם די טעג רוקן זיך נענטער צו ראש השנה, וואס דאס דערמאנט אונז צום ערשט אז מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קענען זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, אן תפילה ארבעט גארנישט, מען קען מאכן טויזענט פלענער, אבער אז עס פעלט תפילה ארבעט דאס נישט. &nbsp; און אויך דארפן מיר זיך מסדר זיין מיט אן אכסני' וואו צו עסן און שלאפן אין אומאן, ווייל כדי צו האבן די בנין מסודר אז אלע אנשי שלומינו וואס שטייען איין אין דעם בנין אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה זאלן זיין צופרידן על הצד היותר טוב, דארף מען שוין פון יעצט זיך מסדר זיין און נאכפאלגן די סדר וויאזוי מען קען זיך רעזערווירן א בעט אינעם בנין, צו קענען פארברענגען א געשמאקע יום טוב, מיט אנשי שלומינו, וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, מיט מוהרא"ש, און קענען דאווענען, לערנען, הערן שמועסן, שיעורים, און עסן די סעודות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; היי יאר געפאלט אויס ראש השנה אום מאנטאג נאכט, דערפאר וועט דער בנין שוין זיין צוגעגרייט און פולקאם אפן נאך פאר שבת, וויבאלד פון אמעריקע איז נישט מעגליך צו פארן נאך שבת. אן אינטערעסאנטע זאך וואס די עסקנים וואס פירן דעם בנין האבן אונז אנגעוויזן, אז דער בנין ווערן געהייצט במשך דעם גאנצן ווינטער, וואס דער אנדערער אויסוועג וואלט געווען ארויסצונעמען די וואסער פון אלע פייפס, וואס איז זייער א טייערע זאך אין אזא גרויסע בנין, און אויסער דעם איז עס געזונטער פאר סטרוקטור פונעם געביידע אז עס זאל זיין געהייצט, און צוליב די גרויסע פרעסטן היי יאר, האט מען געדארפט אויסגעבן מער הוצאות כדי צו האלטן דעם בנין ווארים. &nbsp; די אלע וואס ווילן זיך צוזאם שטעלן אין א צימער צו קענען שלאפן אין איין גרופע, דארפן אריינרופן דעם גבאי מו"ה מרדכי ראזענבערגער 845-825-3550, און אריינגעבן דעם רעזערוואציע, ביז קומענדיגן ראש חודש אדר הבעל"ט. &nbsp; די פרייזן פאר ראש השנה תשפ"ו זענען ווי פאלגענד: ערשטע שטאק: $1,300. צווייטע שטאק: $1,200. דריטע שטאק: $900. פערטע שטאק: $800. &nbsp; די פרייז איז פער בעט, אפילו פאר א קינד (אויב מען קויפט א בעט פאר א קינד, דארפן זיי גיין אויבן פונעם באנק בעט), אויב נעמט מען א קינד אין די זעלבע בעט פונעם טאטן וועט עס זיין בלויז $100, א צווייטע קינד אינעם קינדער בעט איז בחינם. אינעם פרייז איז אריינגערעכענט די בעט, אלע עסן, סעודות און מקוה פאר די אלע טעג וואס מען וויילט אין אומאן ארום ראש השנה. אין אנדערע ווערטער: נאר די וואס האבן געצאלט פאר א בעט, האבן די זכות צו עסן די סעודות, און זיך באנוצן מיט די מקוה אינעם בנין. &nbsp; אלע רעזערווירטע צימערן דארפן זיין אויסגעצאלט "ביז ראש חודש סיון". ביטע נעמט די דאטום ערנסט, ווייל נאך ראש חודש סיון וועט יעדער פון אנשי שלומינו וואס ברענגט דאס גאנצע געלט, אזוי אויך די וואס דארפן נאך א בעט, ווייל זיי ברענגען דאס יאר נאך א קינד, וועלן זיי דאס מיטן אייבערשטנ'ס הילף באקומען - אויפן חשבון פון די וואס האבן געהאט א בעט פאריאר, און אפילו מען האט שוין רעזערווירט אבער נאך נישט באצאלט, וועלן פארלירן זייער חזקה אויף זייער&nbsp; צימער. &nbsp; פאר סיי וועלכע הערה, אדער אויב איר ווילט האבן די זכי' צו צוהעלפן צום רבי'ן ראש השנה מיט וואס איר שפירט אז איר קענט, בפרט קען מען נוצן הילף אינעם בנין די וואך פון ראש השנה הבעל"ט זאלן זיך ווענדן צו די גבאים. וכל הקודם זכה! &nbsp; פאלגענד זענען די גבאים פון היכל הקודש אין אומאן: ר' מרדכי ראזענבערגער 845-825-3550 ר' יחזקאל סאמעט: 347-452-1936 אין ארץ ישראל ביי ר' יצחק שמואל פרענקל: 0548456150 אין לאנדאן ביי ר' שמחה בלאק 07388582855 &nbsp; דער רבי זאגט: ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעם, קיינער טאר נישט פעלן!

    < זעה מער כו טבת תשפ"ה 📝
  • קאליר פונעם הימל

    שאלה: איך האב זייער הנאה פון אייערע ארטיקלען, מיין שאלה איז אזוי, מען זאגט אז די וואסער איז בלוי ווייל עס שפיגלט אפ דער הימל, און בינאכט איז עס שווארץ ווייל די הימל איז שווארץ, און עכט איז די וואסער דורכזיכטיג (אָן קיין קאליר), אויב אזוי וואס איז די עכטע קאליר פון די הימל? &nbsp; א גרויסן ישר כח, מענדל ד., צפון ארץ ישראל &nbsp; ענטפער: פארוואס זעט די הימל אויס בלוי בייטאג: ליכט שטראלן זענען ווייס, אבער באשטייט פון אלע קאלירן פונעם רעגן בויגן (רויט, אראנדזש, געל, גרין, בלוי און פוירפל) ווען די זון שטראלן גרייכן אונזער וועלטל, שטויסן זיי זיך אן אין די אומצאליגע פיצעלע לופט מאלעקיולן, די מאלעקיולן צושפרייטן די ליכט שטראלן אין אלע ריכטונגען, אבער די בלויע שטראלן ווערן די מערסטע צושפרייט ווייל זיי פארן אין קלענערע שנעלערע כוואליעס, און דאס איז פארוואס די הימל זעט אונז אויס בלוי. &nbsp; ביינאכט איז נישטא קיין זין איבער אונז וואס זאל זאל פארשפרייטן און ארויסגעבן סיי וועלכע ליכטיגקייט, און דעריבער זעען מיר די הימל שווארץ און טונקל. &nbsp; דער ים פאר זיך האט נישט קיין קאליר, עס איז דורכזיכטיג, וואס מיינט אז ליכטיגקייט קען איר דורכפארן און ווערט נישט אפגעשטעלט דורך איר, אבער עס דינט ווי א שפיגל, בייטאג שפיגעלט עס אפ דער שיינער בלויער הימל, און ווי נאר די זון גייט אונטער שפיגעלט עס אפ די טונקעלע הימל ביז ביינאכט ווען די שטערנס באווייזן זיך איבערן הימל. די גמרא אין מסת מנחות זאגט: תניא היה ר' מאיר אומר מה נשתנה תכלת מכל מיני צבעונין מפני שהתכלת דומה לים וים דומה לרקיע ורקיע לכסא הכבוד שנאמר (שמות כד, י) ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר וכעצם השמים לטהר וכתיב (יחזקאל א, כו) כמראה אבן ספיר דמות כסא. רבי מאיר זאגט, פארוואס האט דער אויבערשטער געהייסן לייגן תכלת אין די ציצית? וואס איז תכלת בעסער פון אנדערע קאלירן? ווייל תכלת איז ענליך צו די ים, און דער ים איז ענליך צום הימל, און דער הימל איז גלייך צום כסא הכבוד. &nbsp; האב איך אמאל געהערט פון א ברסלב'ע חסיד אזוי, פארוואס זאגט נישט די גמרא גלייך "מען נוצט תכלת פאר די ציצית, ווייל עס איז דומה צום כסא הכבוד", וואס פעלט אויס צו האבן די אלע זאכן אינצווישן? די גמרא וויל אונז דא פארציילן וויאזוי מען דארף רעדן מיט מענטשן, נישט אלע זענען ביי די מדריגה אז זיי טראכטן פונעם אויבערשטן, און לעבן מיט'ן אויבערשטן, און אויב מען וועט זיי זאגן סתם "דער אויבערשטער איז דא מיט דיר, ער האט דיר ליב, און ער ווארט אויף דיר, מען קען רעדן צו אים" וועט ער עס נישט קענען נעמען, מען דארף גיין צוביסלעך, מען קען נישט גלייך צוקלעבן א מענטשן צום אויבערשטן, מען רעדט מיט אים נייעס, עס טוט זיך מלחמות, פאליטיק, סייענס, און צוביסלעך גלייכט מען צו איין זאך צום צווייטן. ווי דער רבי האט געזאגט אז מען דארף רעדן מיט מענטשן, אבער דער עיקר איז אז מען זאל צילן אז צום סוף זאל מען רעדן פון אויבערשטן ווי ער און נאר ער פירט די וועלט, מען דארף נישט מורא האבן פון קיינעם, די וועלט ווערט נישט חרוב, נאר פארקערט דער אויבערשטער פירט זיין וועלט יעדעס יאר אסאך שענער און בעסער. און מיר דארפן בלויז זיין פארנומען מיט'ן אריינכאפן פשוטע מצוה'לעך דא און דארט, א דאווענען, א קאפיטל תהלים, א כיבוד אב ואם, און זיך זייער שטארק פרייען מיט דעם, און דאס וועט אונז ברענגען צו די גרעסטע מדריגות.

    < זעה מער כו טבת תשפ"ה 📝
  • עצתו אמונה חלק א' ווערט איבערגעדרוקט

    דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר, "ווער עס וויל וויסן וואס דער ראש ישיבה האלט, זאל קוקן אין עצתו אמונה". דער ספר עצתו אמונה געבט חיות פאר אומצאליגע אידן איבער די וועלט, ווי יעדער וואס האט עס שוין געלערענט קען עדות זאגן. "עצתו אמונה איז מיין לעבן" הערט מען פון פילע אידן, "מיין עונג שבת איז צו לערנען עצתו אמונה". &nbsp; אידן איבער די וועלט בכלל און אנשי שלומינו בפרט ווייסן אז אויב וויל מען קענען אנגיין, און טרעפן חיזוק און עצות אין סיי וועלכע מצב,טרעפט מען עס אין עצתו אמונה;&nbsp; די וועכענטליכע קונטרס עצתו אמונה איז יעדע וואך מחזק טויזענטער שטובער, אבער בפרט די הערליכע געבינדענע ספרים וואס מכון עצתו אמונה גיבט ארויס, גייט נישט אראפ פון טיש ביי טויזענטער אידן. די ספרים זענען כשמו כן הוא "עצתו אמונה", עס דערמאנט און לערנט אויס אז די עצה פאר יעדע פראבלעם איז צו גיין צום אייבערשטן. &nbsp; עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אפילו א טראפקעלע וואס עצתו אמונה האט שוין אלס אויפגעטון, וויאזוי איז מעגליך צו וויסן וויפיל הונדערטער טויזענטער אידן שעפן חיזוק פון עצתו אמונה, וויפיל זענען זיך מחי' אפן אדער באהאלטן דורך די בריוו וואס ווערט פארשפרייט אויף אלע מיני וועגן. &nbsp; וואס יא? מיר קענען אפשאצן זיך אליינס און אריינטראכטן וויאזוי וואלט איך אויסגעזען אן עצתו אמונה, אנשי שלומינו קענען עדות זאגן אז זייער גאנצע טאג איז געבויט אויף וואס מען לערנט אין עצתו אמונה, די שטוב פירט זיך ווי ראש ישיבה לערנט אין עצתו אמונה, די קינדער הערן איין מאל און נאכאמאל "בעט דעם אויבערשטן" ביז עס גייט אריין אין זייערע ביינער, א דאנק זיי ליינען די שיינע מעשיות פאר קינדער אין עצתו אמונה. &nbsp; אפילו דאס קען מען נישט ארויסברענגען גענוג, ווייל אויך&nbsp; די שול ווי איך דאווען ווערט געפירט מיט די אנווייזונגען וואס דער גבאי באקומט פון ראש ישיבה שליט"א אין עצתו אמונה, די מלמדים, און די הנהלה פון די מוסדות ווי מיינע קינדער לערנען באקומען כסדר חיזוק און עצות אויף חינוך פונעם הייליגן ספר עצתו אמונה. &nbsp; יעצט איז די צייט וואס אנשי שלומינו קענען ארויסווייזן זייער הכרת הטוב צו עצתו אמונה און אין די זעלבע צייט זוכה זיין צו די אויסנאמליכע ישועות וואס מוהרא"ש זצ"ל האט צוגעזאגט פאר די וואס דרוקן אשר בנחל, און דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דער זעלבער הבטחה גייט אן אויך פאר די וואס העלפן דרוקן די הייליגע ספרים פון עצתו אמונה. &nbsp; מכון עצתו אמונה גרייט זיך יעצט איבערצודרוקן עצתו אמונה חלק א', און פילע אנשי שלימינו זענען זוכה צו קויפן זכותים אינעם הערליכען ספר. און ווי מען געבט אונז איבער פונעם מכון, איז נאך דא די זעלטענע גרויסע זכות פון אפקויפן די זכות מהדורה פונעם הייליגן ספר - חלק א'. &nbsp; אזוי אויך האט מכון עצתו אמונה אנגעהויבן פארקויפן זכותים פאר אנשי שלומינו, צו קענען קויפן די "זכות מהדורה" פון די וועכענטליכע קונטרסים.&nbsp;

    < זעה מער כב טבת תשפ"ה 📝
  • זאלץ צולאזט שניי

    שאלה: א גרויס שניי האט זיך אראפ געלאזט אויף אונזער געגענט, און האט איבערגעלאזט א הערליכע ווייסע צודעק, בשעת'ן שניי זעט מען די טראקס פון די שטאט פארט ארום און שפרייט אויס זאלץ אויף אלע גאסן, און די שניי פון די ראודס ווערן צולאזט, און איך וואונדער מיר וויאזוי ארבעט דאס? ש. דרעזנער &nbsp; ענטפער: מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז די שניי וואס ער געבט אונז איז ווייס, אזוי שיין לעכטיג און הערליך, שטעלט זיך פאר ווען שניי זאל ווען זיין סיי וועלכע אנדערע קאליר, עס וואלט געווען אזוי אומעטיג און אומבאטעמט. &nbsp; לאמיר פרובירן אריינצוגיין אין די וועלט פון די אייז, אריינקריכן טיף צווישן די פיצעלע טראפקעלעך ("מאלעקיולס" אין די סייענטיפישע שפראך) וואסער וואס איז יעצט אייז. די טראפקעלעך וואסער ווען זיי ווערן קאלט שפארן זיי זיך איין איינע מיט'ן צווייטן, זיי כאפן זיך גוט אן אזוי ווי קינדער וואס פארבינדן איין לעגא שטיקל מיט'ן צווייטן. דאס זעען מיר אלס "אייז". ווען מען לייגט צו זאלץ ("סאדיום") צו וואסער, איז עס אזוי ווי מען שטיפט אריין אויל צווישן איין שטיקל וואסער אינעם צווייטן, און די וואסער קען זיך מער נישט אזוי גוט אנכאפן און ברעכן זיך אפ איינע פונעם צווייטן, און ווערט "וואסער". אבער אויב ווערט צו קאלט, אונטער 15 פערנהייט (מינוס 9 צעלציוס), ווערט די זאלץ אליינס אויך פארפרוירן און עס העלפט שוין כמעט נישט. &nbsp; יעדער פארשטייט אז פאר א טאפ זופ, לייגט מען צו א ביסעלע זאלץ און דער זופ איז א מחי', שטעלט אייך פאר - האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט - אז מען זאל נעמען א טאפ זופ, און אריינלייגן דערין אביסעלע וואסער, איז עס דאך נישט אין מויל צו נעמען. די זעלבע זאך האט ער געזאגט איז מיט התחזקות; א טאטע אדער א מלמד קען זיך וואונדערן פארוואס העלפט נישט מיין מוסר, פארוואס רעד איך צו א וואנט, זאגט אויף דעם רבי נתן, אז כדי דיין מוסר זאל האבן א גוטן טעם, מען זאל עס קענען אראפ שלינגען מוזטו צושטעלן א טאפ התחזקות, ווייל אויב געסטו פאר דיין קינד א טאפ מוסר, מיט א ביסעלע חיזוק איז עס נישט אין מויל צו נעמען, מען קען אויף דעם נישט מאכן קיין ברכה. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז היינט איז דער דור נאך אסאך מער הייקל פון רבי נתן'ס צייטן, היינט איז א טאפ חיזוק נישט גענוג, מען דארף טוישן די רעסעפי, היינט דארף מען צושטעלן א טראק מיט התחזקות פאר יעדע לעפל מוסר, און מיט אסאך תפלות וועלן מיר זוכה זיין צו האבן וואוילע קינדער. &nbsp; וואס טוט מען אז די טעמפעראטור ווערט זייער קאלט, האט אויף דעם דער אויבערשטער צוגעשטעלט אן אנדערע מינעראל מיט'ן נאמען קאלסיום קלארייד, קאלסיום (וואס זעט אויס ווי קליינע ווייסע באליס - אזוי ווי קאטעדזש טשיז) ארבעט אסאך בעסער און אסאך שטערקער ווי אייז, עס קען צולייזן שניי ביז אזוי נידעריג ווי 25 אונטער זירא (32 מינוס צעלציוס) וועט עס נאך ארבעטן. אזוי אויך איז דא מאגניזיום קלארייד וואס ארבעט ביז 15 אונטער זירא.

    < זעה מער כ טבת תשפ"ה 📝
  • פרעזענטאציע פון מוסדות ארץ ישראל על טהרות הקודש פארעפענטליכט

    אנשי שלומינו האבן איבערגעפילט דעם עטרת חי' שרה זאל אין מאנס פאר צוויי וואכן צוריק ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע, ווען די מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל האבן דאן אפגעהאלטן א הערליכע מסיבה של מצוה אויפצוטרייבן נדבות פון אנשי שלומינו צו קענען דעקן די שנעל וואקסענדע מוסודת היכל הקודש אין ארץ ישראל. &nbsp; דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען א הערליכע פראפעסיאנעלע פרעזענטאציע, מען האט געשפירט ווי מען גייט פערזענליך שפאצירן אויף די געסאלאך אין ארץ ישראל און מען האלט מיט א טאג אין די הייליגע מוסדות. דער פרעזענטציע האט איבערגעלאזט א אומגעהויערער רושם אויף אלע וואס האבן עס געזען, און עס זענען געקומען פילע ווענדונגען סיי פון באטייליגטע וואס ווילן עס ווידער זען, און פון פילע וואס האבן זיך נישט געקענט באטייליגן, צי ווייל זיי וואוינען אין אנעדערע שטעט אדער פאר אנדערע סיבות, אז מען זאל פארעפענטליכן דעם הערליכן פרעזענטציע. &nbsp; ב"ה אז היינט האט מען ארויפגעלייגט דעם פרעזענטציע אויפן פאולערען וועבסייט "ברסלב עני טיים" אונטערן נאמען "מוסדות ירושלים בני ברק טבריה" ווי מען מען פליעט אריין מיט'ן פרעזענטאציע קיין ירושלים עיה"ק מיט די שלוחים פון פונעם ראש ישיבה, באזוכן די מוסדות היכל הקודש על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, מען זעט דעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ווי מען זעט די בא'חנ'טע ארץ ישראל'דיגע קינדער בחורים און אינגעלייט, מלמדים און עלטערן און מען האלט מיט א טאג פון די מוסדות. &nbsp; צווישן אנדערע שטופט מען זיך דורך צווישן די שמאלע ירושלימער מאה שערים'דיגע געסאלאך, דער מנהל המוסדות הר"ר יצחק פאפענהיים שליט"א איז מקבל פנים דעם גבאי פון רבי מאיר בעל הנס וואס איז געקומען צו פליען פון אמעריקע הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א. מען גייט אריין צו די קליינע קינדער צום ישיבה קטנה. שפאצירנדיג אין בתי אונגארן גייט מען דורך די השתלשלות פון די מוסדות, פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט געשטרעבט צו עפענען א קהלה און מוסדות אין ירושלים פאר לאנגע יארן, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן און די מוסדות האבן זיך געעפענט בזעיר אנפין, און וואו מען האלט היינט. &nbsp; מען קוקט אריין צו די גרויסע קינדער אין חדר וואס לערנען פלייסיג חומש און זאפן זיך אן מיט אמונה און יראת שמים, מען כאפט א שמועס מיט די געטרייע מלמדים הר"ר יוסל כ"ץ שליט"א מיט'ן תלמוד הישיבה ר' יעקב סאמעט וואס העלפט די מלמדים און די מוסדות, דער מנהל אין זיין אפיס לייגט אראפ די ציל פון די מוסדות, וואס וויל מען די קינדער זאלן קונה זיין אין חדר, אין סקול און אין ישיבה, מען שמועסט מיט'ן אפיס מענעדזשער ר' שלמה מינצבערג וואס גייט דורך אביסל די בודזשעט, די הכנסות, שכר לימוד, וכדומה, און וויאזוי מען באווייזט צו דעקן די הוצאות. &nbsp; מען באזוכט אין די קיך פון די מוסדות, ווי מען לערנט אויס די בחורים ארויס צו העלפן און ווערן זעלבסט שטענדיג, מען זעט זיי אנגרייטן די נארהאפטיגע געשמאקע פרישטאגס, און די פליישיגע מיטאגס וואס זעטיגט פילע קינדער וואס האבן נישט ערגעץ אנדערש וואס צו עסן. &nbsp; מען הערט איבער די פלענער צו בויען א געהעריגע קיך, נאכדעם וואס יעצט ארבעט מען אין א צימער אן קיין וואסער און און קיין סינקס, מען הערט די נייעס אז דער זכות איז געווארן אפגעקויפט געווארן דורך הר"ר אהרן שלעזינגער שליט"א, און וועט באקומען דעם פאסיגן נאמען "רבי ישעי'לעס קאך", וואס וועט גלייכצייטיג אויך צושטעלן עסן פאר משפחות וואס האבן נישט. &nbsp; מען זעט די לעכטיגע בחורים אין ישיבה לערנען סדר דרך הלימוד, מען שמועסט אביסל מיט'ן מגיד שיעור וואס לייגט אראפ דער ציל און די סדר פון די ישיבה, דערנאך בליקט מען אריין צו די פיצעלעך פון בית פיגא ווי מען לייגט אריין תפילה אמונה און מידות טובות אין די קינדער. &nbsp; מען באזוכט אינעם נישנוש רעסטוראנט אין הר נוף ווי מען באגעגענט דעם אייגענטומער ר' נח לעווי א טאטע פון תלמידים און מען הערט ווי שטארק די עלטערן זענען צופרידן, און ווי די גאנצע שטוב האט זיך געטוישט זינט די קינדער לערנען אין די מוסודת. &nbsp; פון דארט פארט מען אריבער צום עיר התורה בני ברק, מען זעט די ברסלב'ע קינדער שפילן אין הויף, און דערנאך זעט מען זיי מיט'ן מלמד ווי זיי לערנען פלייסיג, מען לאזט זיך ארויס אין א טאנץ מיט די קינדער, די קינדער פארציילן מעשיות פון תפלה, מען כאפט א שטיקל שמועס מיט'ן מלמד הר"ר אבא חייא רייזמאן, און מיט ר' משה רעכניצער, ר' ישראל דוד ברוקמאן, טאטעס פון תלמידי המוסדות, מען הערט פון זיי ווי שטארק זייערע קינדער פרייען זיך צו גיין אין חדר. דערנאך זעט מען ווי די שליחי המוסודות בעטן זיך אויס ביים ציון פונעם גרויסן גאון דער חזון איש זי"ע פאר זיך און פאר אלע תומכים. &nbsp; פון דארט פארט מען קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש, ווי מען בעט דעם אויבערשטן אין זכות פונעם צדיק וואס האט אונז איבערגעגעבן די אלע זיסע עצות און לימודים, און האט אונז אריינגעלייגט די אמונה פשוטה, און האט זיך מוסר נפש געווען פאר אונז אלע זיינע יארן. &nbsp; דערנאך קומט מען אן צו היכל הקודש טבריה, מען זעט די קינדערלעך לערנען פלייסיג ביים מלמד הר"ר יוסף סאקס שליט"א, מען שמועסט אביסל מיט ר' משה ראזענבערג און מיט ר' נפתלי קארנבלי וואס האבן קינדער אין די מוסדות אין טבריה, וואס פארציילן ווי שטארק זיי זענען פרייליך אז זיינע קינדער לערנען אין ברלב, ווי מען לייגט אריין אמונה אין זייערע קינדער. &nbsp; דערנאך זעט מען דעם מלמד פון טבריה הר"ר יוסף סאקס שליט"א וועמען דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט פאר א שליח צו מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה יעדע ערב שבת, יעדע ערב ראש חודש, און סיי ווען מען דארף א ישועה פאר אלע אנשי שלומינו וואס שטיצן די מוסדות היכל הקודש על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, וואס פארציילט גרויסע ישועות וואס ער האט שוין געזען דורך מתפלל זיין ביי דעם מקום קדוש. &nbsp; פרעזענטאציע פון די מוסדות אין ירושלים, בני ברק און טבריה

    < זעה מער כ טבת תשפ"ה 📝
  • שובבי"ם ביי אנשי שלומינו

    ביי אנשי שלומינו איז שובבי"ם אן ערנסטע צייט, מוהרא"ש פלעגט אלץ מעורר זיין מען זאל אויסנוצן די וואכן זיך אומצוקערן צום אויבערשטן, און אנהייבן פון פריש און אזוי הערט מען כסדר פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אבער וואס איז די עבודה פון שובבים? פאסטן? אויפזיין א גאנצע נאכט? לערנען זעקס שעה רצופות? לאמיר זען וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט: &nbsp; מעביר סדרה זיין (זונטאג שמת תשפ"ה) &nbsp; ❞מיר הויבן יעצט אן די טעג פון שובבי"ם, דער הייליגער אריז"ל האט אונז אנטפלעקט אז מען קען אין די טעג אלעס פאררעכטן. זאלסטו שוין היינט אנהויבן מיט מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יט) אז דאס איז תיקון הברית. געב א קוק, שוין אריבער א גאנצע ספר בראשית, און מיט דיינע פוילע תירוצים - וואו האלסטו אויף דער וועלט...? &nbsp; נעם יעצט א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום פון די פרשה פון די וואך, דאס איז מסוגל פאר אריכות ימים ושנים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום, שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו", דער וואס לערנט יעדע וואך די פרשה, צוויי מאל יעדע פסוק חומש און איין מאל יעדע פסוק תרגום - וועט האבן אריכות ימים ושנים, און עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מיום ראשון ואילך חשוב עם הצבור", פון זונטאג קען מען שוין טון די מצוה, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח), אז דער גר"א האט זיך אזוי געפירט, ער האט יעדן טאג געלערנט שנים מקרא ואחד תרגום און דאס געענדיגט ערב שבת; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך קען מען לערנען פון פאראויס, זונטאג ביז שלישי, מאנטאג ביז רביעי, און אזוי ווייטער. &nbsp; נעם יעצט א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין, דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן צדיק רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן".❝ &nbsp; לערנען דעם רבי'נס ספרים (דינסטאג שמות תשפ"ה) &nbsp; ❞מיר זענען אין די שובבי"ם טעג, דארפן מיר לערנען דעם רבינ'ס ספרים וואס איז מחזק און מעודד צוריק צו קומען צום אייבערשטן. ברסלב'ע חסידות איז נאר די ספרים; נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים און מען בעט דעם אייבערשטן צו קענען טון וואס דער רבי לערנט אונז - דאס איז ברסלב'ע חסידות. &nbsp; מאך זיך א שיעור אין לקוטי מוהר"ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט לקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען לקוטי מוהר"ן, אין אנהויב וועסטו אפשר נישט פארשטיין יעדע זאך, אבער עס דארף דיר נישט שטערן, דו זאג די ווערטער, און ביים סוף, נאך אפאר מאל - וועסטו אנהויבן צו פארשטיין. &nbsp; דאס איז אונזער תיקון פאר שובבי"ם, לערנען דעם רבינ'ס ספרים. דער רבי לאזט אונז נישט פאסטן, דער רבי געבט אונז עצות און התחזקות ווי אזוי אלעס צו פאררעכטן. מאך זיך אויך א שיעור אין חיי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן; רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. אז דו וועסט לערנען די שיחות פון רבי'ן וועסטו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".❝ &nbsp; זאגן תהלים (מיטוואך שמות תשפ"ה) &nbsp; ❞מיר זענען יעצט אין די שובבי"ם טעג, די טעג איז מסוגל צו פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן. דער רבי זאגט אונז מיר זאלן נישט פאסטן, דער רבי זאגט אונז מיר זאלן זאגן תהלים; דאס איז דאך נישט קיין שווערע זאך, און דאך קומט עס אן אזוי שווער. &nbsp; לייג אריין אין טאש א קליינע תהלים, און ווען דו האסט אפאר מינוט - זאלסטו זאגן אביסל תהלים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח), ווען מען זאגט תהילים איז דאס אזוי ווי דוד המלך זאגט דאס יעצט, עס ליגט אין די ווערטער רוח הקודש, און ווען מען זאגט די ווערטער וועקט זיך אויף די רוח הקודש כאילו דוד המלך אליין זאגט די ווערטער.❝ &nbsp; אמונה (דאנערשטאג שמות תשפ"ה) &nbsp; ❞דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות; זאלסטו זיך אריינטון אין די אמונה, חזר אמונה, און לעב מיט אמונה, אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס פירט דער אייבערשטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה", א מענטש צוקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז דער מענטש זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער; פרנסה, קינדער, געזונט - אלעס מאכט דער אייבערשטער. &nbsp; וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר; די לעבן וועט דיר ווערן זיס, מיט אמונה איז אזוי שיין אלעס, ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה - גייט אים אלעס גאר אנדערש; מען ווייסט אז קיינער קען גארנישט טון, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון, אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן. &nbsp; דאס איז אונזער עבודה אין די שובבי"ם טעג; חזר'ן אמונה, לעבן מיט אמונה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן.❝ &nbsp; עונג שבת (עש"ק שמות תשפ"ה) &nbsp; ❞יעצט ווען מיר גייען אריין אינעם ערשטן שבת פון די ימי השובבי"ם, דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט, אז מען איז פרייליך שבת און מען האט א פארגענוגן פון שבת - איז דאס מער ווי פאסטן טויזנט תעניתים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא בראשית, ג): "עוֹנֶג שַׁבָּת כְּאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", ווען א מענטש איז פרייליך שבת, ער האט הנאה פון דאס עסן און טרינקען - איז דאס אזוי ווי ער וואלט געפאסט טויזנט תעניתים; בפרט יעצט אין די שובבי"ם וואכן וואס מיר זענען מתקן פגמי הברית - דארפן מיר זיין זייער פרייליך שבת, ווייל צו פאסטן האבן מיר נישט קיין כח, אויף איין מאל פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף מען שוין פאסטן פ"ד תעניתים. &nbsp; דער אריז"ל זאגט, ווען א מענטש זינדיגט איין מאל אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף ער פאסטן פ"ד תעניתים, און אז מען וויל מתקן זיין צען מאל די עבירה - דארף מען שוין פאסטן אכט הונדערט און פערציג טעג, און ווער רעדט נאך אויף מער - איז דאך נישט מעגליך, און אז דער רבי האט אונז געזאגט נישט פאסטן איז וואס איז אונזער תקנה? נאר מיט זיין פרייליך שבת; אז מיר וועלן זיך פרייען שבת, מיר וועלן טאנצן שבת, וואס דאס איז כאלף תעניתים - דאס וועט אראפנעמען אונזערע זינד.❝ &nbsp; ישמע בזניונו (היינט זונטאג וארא תשפ"ה) &nbsp; ❞שובבי"ם איז א צייט וואס מען קען אלעס פאררעכטן; נישט דורך פאסטן, נישט דורך סיגופים, נאר דורך ישמע בזיונו ידום וישתוק, דורך ליידן און שוויייגן; בפרט אין שטוב, ווען די ווייב האט געזאגט א ווארט, אדער נישט געמאכט פינקט אזוי ווי דו האסט געוואלט; אז מען ליידט און מען שווייגט - קומט מען אפ אלע עבירות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), דאס איז תשובה, און דורך דעם קומט מען צו גרויסע מדריגות. &nbsp; בעיקר אין שטוב, דארט איז א גוטע פלאץ פאר ישמע בזיונו ידום וישתוק; נישט צו ווערן בכעס ווען די ווייב האט עפעס געזאגט, אדער נישט געטון ווי מען וויל, און נישט אנהויבן בלאזן, טריצן אדער אריינגיין אין א קאלטע קריג וכו', נאר ווייטער ליב האבן און ווייטער לעבן בשלום; דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם, און דאס איז סאך א גרעסערע עבודה ווי די שווערסטע עבודה וואס איז דא. &nbsp; אויך אין שול, אז איינער זאגט דיר עפעס - זאלסטו מאכן תיקון שובבי"ם און מקיים זיין דעם ישמע בזיונו ידום וישתוק. אין שול קומען אלע סארט מענטשן, מען ווייס נישט ווער האט יעצט געכאפט א פסק פון די ווייב, מען ווייסט נישט וואס גייט אריבער, און אז מען געבט דיר א פליק - בלייב שטיל.❝ &nbsp; גיין נאך געלט פאר צדקה &nbsp; ❞אויך גיין נאך געלט פאר צדקה, און פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און גליונות - איז א תיקון הברית, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רסד), ווייל אז מען האט משפיע געווען אין א נישט גוטע פלאץ - דארף מען משפיע זיין אויף א גוטע פלאץ, און אז די אלע ניצוצות און טיפות זענען פארשפרייט אין די וועלט השם ישמרינו, דארף מען גיין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, דאס איז תיקון הברית.❝ &nbsp; ווען מען קומט אריין אין ישיבה סיי אין שטעטל און סיי אין שטאט שפירט מען א שובבי"ם לופט, די טייערע תלמידים וואס לערנען פלייסיג א גאנץ יאר לייגן צו נאך שיעורים און נאך לימודים, פילע בחורים לערנען פילע בלעטער גמרא כסדרן, די בחורים זאגן אויס גאנץ תהלים יעדע וואך, אויסער די פילע אנדערע שיעורים ווי חומש רש"י מיט תרגום,, אכצן פרקים משניות יעדן טאג, לייגן נאך פילע צו א בלאט ירושלמי, א פרק תוספתא, רבמ"ם, טור, שלחן ערוך, מדרשים, זוהר הקדוש, חסידישע ספרים און אזוי ווייטער. &nbsp; תיקון הכללי &nbsp; ביי די דרשות האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אז אין די טעג זאל מען זיין מער נזהר און זאגן די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי (ט"ז, מ"א, מ"ב, ל"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ), און מען זאל נישט טראכטן "אזא גרינגע זאך צען קאפיטלעך תהלים" און זיך לאזן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז איינרעדן אז נאר שווערע עבודות קענען אונז מתקן זיין, אזוי ווי דער רבי טייטשט "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה", אידישע קינדער האבן נישט צוגעהערט צו משה מיינענדיג אז מען דארף טון עבודות קשות ארויסצוגיין פון מצרים. דער ראש ישיבה האט געבעטן מען זאל נישט אוועקלייגן די תיקון הכללי אויף שפעטער, נאר תיכף נאכן דאווענען מיט די רבינו תם תפילין זאל מען זאגן די צען קאפיטלעך תהלים וואס דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם. &nbsp; שובו בנים שובבים

    < זעה מער יט טבת תשפ"ה 📝
  • אמעריקע גרייט זיך צום פרישן טראמפ טערמין אלס 47סטע פרעזידענט

    מארגן מאנטאג פרשת וארא, למספרם יאנואר 20 2025 איז דער טאג וואס איז באשטמיט אז עס קומט אריין דער נייער אדמיניסטראציע, וועט טראמפ ווערט ווידער איינגעשוואוירן - דאס מאל אלץ 47'סטער פרעזידענט, און נעמט איבער די לייצעס פונעם יעצטיגן פרעזידענט ביידען. &nbsp; אנדער ווי אכט יאר צוריק ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט צום ערשטן מאל, איז ער שוין נישט קיין נייער פנים אין וואשינגטאן, און מיט דעם אלעם זעט אויס ווי די מידיע פאלט פאר זיינע שטיקעס כאילו מען ווייסט נישט ווער ער איז. און די סיבה איז פשוט, זיי לעבן אויף סענזאציע, און טראמפ וואס פארשטייט דאס גוט, פיטערט זיי דערמיט טאג טעגליך. &nbsp; שטעלט אייך פאר א צייטונג וואס זאגט אז אלעס איז גוט, די סענזאציע איז נישט ממש אזוי געפערליך, וואס ברענגען זיי צום טיש? די צייטונגען רייטן אויף די געפילן פון א מענטש, און מאכן שפירן די ליינער ווי זיי ראטעווען די וועלט מיט'ן ברענגען יעדן טאג "געפערליכע אויפדעקונען" וואס זענען ממש "פרעצעדענטלאז". &nbsp; דערפאר איז גוט צו האלטן דעם קאפ גראד, און וויסן פון פאראויס, אז מען קען זיך רישן אז אין די קומענדיגע פיר יאר וועט יעדן טאג ארויסשפראצן סקאנדאלן, שרעקליכע סטעיטמענטס, ליעקס און טוויטס (כ'מיין טרוטס) איינס שרעקליכער פון צווייטן, אבער מען קען רואיג שלאפן, כך דרכם כסל למו, די צייטונגען טוען דאס זייעריגע, פרובירן צו פארפּאניקן און צו דערשרעקן זייערע ליינערס, און מיר וועלן טון אונזעריגע און וויסן אז דאנאלד טראמפ איז א בשר ודם וואס קען גארנישט טון אליינס, ער איז א פאפעט אין די הענט פונעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער וויל זען צי מיר געדענקען אז ער איז דער וואס שטייט אונטער אלעם, איבער אלעם, און מיט אלעם. &nbsp; דער אויבערשטער האט נישט מיטגעשפילט מיט די פאמפע און טראסק וואס דער פרעזידענט האט געוואלט מאכן פאר זיך, דער אויבערשטער האט געשיקט קיין צפון אמעריקע א סיבירישע פראסט וואס וועט קומען פונקט אין די טעג פונעם איינשווערונגס צערעמאניע. דערפאר וועט דער צערעמאניע אפגעהאלטן ווערן אינעווייניג אינעם "קעפיטל" געביידע, אנשטאט פון דרויסן. דאס לעצטע מאל מען האט עס אפגעהאלטן אינעווייניג איז געווען מיט כמעט פערציג יאר צוריק, ווען ראנאלד רעיגען איז געווארן אייגעשוואוירן, און אויך דאן איז געווען זייער קאלט. &nbsp; לב מלכים ושרים ביד ה'

    < זעה מער יט טבת תשפ"ה 📝
  • פייער אפשטעל און משכונות אויסטויש צווישן מדינת ישראל און כאמאס

    אין די יעצטיגע טעג ווערט באקאנט אז נאך ארבעט פון לאנגע חדשים איז אויסגעארבעט געווארן א שטיקל פייער אפשטעל און משכנות און ארעסטאנטן אויסטויש צווישן מדינת ישראל און כאמאס. דאס איז בלויז די ערשטע פאזע, און אויב וועט עס מצליח זיין וועט מען גיין ווייטער מיט'ן צווייטן און דריטן פאזע וואס אנטשפרעכט גענצליך צו ענדיגן די מלחמה, און ארויסלאזן אלע איבעריגע משכונות אויף דער פריי. &nbsp; לויט באריכטן איז עס צושטאנד געקומען דורך די זעלטענע צוזאמען ארבעט פון די צוויי אמעריקאנער קענגזייטיגע אדמיניסטראציעס די ארויסגייענדע ליבעראלע ביידען אדמיניסטראציע מיט'ן אריינקומענדיגן אויסגעשפראכענע טראמפ אדמיניסטרציע, וואס ברענגט ווידער צום אויבערפלאך וואס מען קען אויפטון ווען מען לייגט אין א זייט די מחלוקת. &nbsp; לויטן אפמאך וועט יעצט זיין א 42 טאג פייער אפשטעל, ווען אין די טעג וועלן צוביסלעך ארויסגעלאזט ווערן א סך הכל פון 33 משכונות, רוב פרויען, קינדער אדער מיט געזונט פראבלעמען, און אין אויסטויש וועט מדינת ישראל ארויסלאזן טויזענט פאלעסטינע ארעסטאנטן פון זייערע טורמעס. &nbsp; אזוי אויך וועט די איזראעלי מיליטער זיך צוביסלעך ארויסצוען פון צפון עזה און ערלויבן די איינוואוינער זיך צוריק צו קערן צו זייערע היימען.&nbsp; &nbsp; אונז אידישע קינדער זענען מתפלל אז אלע פארכאפטע זאלן זיך צוריק קערן און באפרייט ווערן ווי אמשנעלסטן, און אז דעם אויבערשטענ'ס נאמען זאל שוין גרויס ווערן אויף דער וועלט דורך משיח צדקינו, און אלע וועלן קלאר זען אז נאר ער קען באשיצן אידישע קינדער, און אזוי אויך זאל שוין אפגעטון ווערן פון דער וועלט די שנאה פון די פעלקער צום אידישן פאלק. &nbsp; עס איז נישט קלאר וויפיל פון די פארכאפטע זענען נאך ביים לעבן, און וויפיל זענען שוין ליידער אומגעקומען, אבער מיט דעם אלעם איז עס א גרויסע שמחה ווען מען באווייזט ארויסצוכאפן עפעס. מיר וועלן זיך אפלערנען דערפון אז אפילו דער סמ"ך מ"ם צוברעכט אונז אז אונזערע מצוות זענען נישט לעבעדיג, אן קיין חיות, איז עס א געוואלדיגע שמחה ווען מיר קענען ארויסכאפן א שחרית, א כיבוד אב ואם, א תפילין, א מקוה'לע, נישט קיין חילוק לעבעדיג אדער נישט, אלעס איז זייער חשוב און טייער.

    < זעה מער טז טבת תשפ"ה 📝
  • כלים מקוה "מקוה פרידריך" אין שטעטל פארענדיגט

    דער אויבערשטער האט אונז באפוילן אין די הייליגע תורה, אז יעדע כלי וואס מען קויפט פון א גוי, איידער א איד נוצט דאס דארף דאס ווערן גע'טובל'ט כהלכה אין א כשר'ע מקוה. עס זענען דא מענטשן וואס טובל'ען כלים אין מקוה אין בתי מדרשים וואס איז געמאכט זיך צו טובל'ען יעדן אינדערפרי פאר מען גייט דאווענען, אבער נישט אלע ווייסן אז נישט אלעמאל איז עס כשר אויף טבילת כלים. עס זענען דא מקואות אין שולן וואס זענען גוט אויף א מקוה פון יעדן טאג, אבער נישט אויף קיין דאוריתא'ס. &nbsp; דאס אויסער דעם וואס א אפילו א מקוה וואס איז געבויעט געווארן כשר למהדרין דורך א דיין, איז עס אבער נישט אייביג צוטריטליך, און בפרט פאר פרויען און מיידלעך וואס זיי קויפן געווענליך איין די נייע כלים זיי קענען נישט קומען אין בית המדרש. דערפאר איז א שמחה צו מעלדן אז יעצט האט דער שטאט קרית ברסלב ליבערטי זוכה געווען צו באקומען דער גאר וויכטיגער סערוויס וואס א אידישע שטאט דארף האבן, א מקוה פאר טבילת כלים. &nbsp; דער מקוה וואס מען האט געבויעט אינעם בנין פונעם באזאר און דער קיאסק אויף 462 טווין ברידזש רד. איז אפן פיר און צוואנציג שעה במשך דער מעת לעת, און פילע אנשי שלומינו האבן זייער אסאך ארויסגעהאלפן מיט אלעם וואס מען האט געדארפט. מו"ה אברהם פרידריך הי"ו האט אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א זיך אריינגעלייגט אינעם פראיעקט, און האט מנדב געווען די גרויסע הוצאות דערפון, און דערפאר טראגט דער מקוה דער נאמען "מקוה פרידריך". &nbsp; דער דיין און די רבנים פונעם כולל זענען כסדר אראפ געקומען און אנגעוויזן וויאזוי מען דארף עס בויען כדי עס זאל קענען באקומען א כשרות סטעמפל פונעם דיין, און ב"ה נאך אן ארבעט פון עטליכע חדשים איז דער נייער מקוה געווארן פארענדיגט מיט'ן הכשר פונעם דיין וואס האט זיכער געמאכט בסייעתא דמשמיא אז עס איז אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות. &nbsp; עס קומט זיך א גרויסן דאנק פארן איש החסד מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו וואס האט אנגעפירט די גאנצע קאנסטראקשן שלא על מנת לקבל, פאר מו"ה שבתי מזרחי, וואס האט צוגעשטעלט די קאנקריט פאר קאסט פרייז, פאר מו"ה שמעון אביש הי"ו וואס האט דורכגעפירט די גאנצע קאמפליצירטע גראב ארבעט ריין לשם מצוה, און פאר הר"ר שלמה רוטה הי"ו וואס איז געשטאנען צו די האנט די גאנצע צייט מיט אלעם וואס האט אויסגעפעלט. &nbsp; מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל

    < זעה מער טו טבת תשפ"ה 📝
  • די פארשידענארטיגע מאסן פון די אמעריקאנער מטבעות

    שאלה: פארוואס זענען די סייזעס פון אמעריקאנער מטבעות נישט אין א רייע, די קלענסטע איז די דיים, נאכדעם קומט דער פעני, נאכדעם דער ניקל און דערנאך דער קוואדער? &nbsp; ענטפער, די מאסן פון די מטבעות גייען צוריק זייער אסאך יארן, וואס דאן זענען די מטבעות ווערט געווען לויט די מאטריאל פון וואס זיי זענען געמאכט געווארן. מען קען עס אויך זען אביסל פון זייערע נעמען, די פעני (וואס הייסט אפיציעל "צענט" אין אמעריקע, נאר האט "געבארגט" דעם נאמען פונעם פעני מטבע אין ענגלאנד וואס זעט אויס זייער ענליך) פלעגט מען מאכן פון קופער - א ביליגע מאטריאל, האט עס געמוזט זיין גענוג גרויס צו זיין ווערט עפעס. דער ניקל האט מען געמאכט פון א צווייטע ביליגע מאטריאל "ניקל" (און דערפאר רופט מען עס אזוי) וואס אין דער מאס איז עס געווען גענוג ווערט. דער "דיים" (וואס מיינט א "צענטל" אין אלט פראצויזיש) פלעגט געמאכט ווערן פון 90% זילבער, און דערפאר האט עס געמוזט זיין אזוי קליין, ווייל זילבער איז אסאך טייערער פון קופער און ניקל. דער "קוואדער" (וואס מיינט א פערטל) איז פונקט מיט 2.5 מאל שווערער פונעם דיים, ווייל אזויפיל איז עס ווערט. &nbsp; די ווערט פון מטבעות האבן היינט בכלל נישט צו טון מיט זייער אייגענטליכע ווערט. היינט מאכט מען עס בלויז אויסזען ווי די אמאליגע מטבעות. דער פעני מאכט מען שוין היינט נישט פון קופער מען מאכט עס פון א מעטאל וואס איז אסאך ביליגער "זינק", נאר א גאר דינע שיכט ארום באשטייט פון קופער (כדי עס זאל אויסזען ווי די אמאליגע קופערנע פעניס), אבער מיט דעם אלעם ווען מען צולאזט דעם פעני וועט עס ווערט זיין מער פון דער אייגענטליכער מטבע. די ווערט פון א פעני איז היינט בערך 2 ביז 3 צענט. &nbsp; דער ניקל באשטייט היינט פון דרייפערטל קופער, און א פערטל ניקל. אויך דער ניקל איז ווערט מער פון זיין שוויות, די מעטאל פונעם ניקל איז ווערט בערך 7-8 צענט ווען מען צולאזט עס. &nbsp; דער דיים באשטייט היינט פון איבער נייציג פראצענט קופער, און די איבעריגע איז ניקל. די ווערט פונעם דיים אליינס איז בערך 2-3 צענט. &nbsp; דער קוואדער מאכט מען פון די זעלבע זאך ווי דער דיים, און איז ווערט בערך 7 צענט. &nbsp; דאס מיינט אז די מטבעות זענען אזויפיל ווערט נישט ווייל מען קען עס פארקויפן פאר אזויפיל געלט, נאר ווייל די רעגירונג האט געזאגט אז דאס איז זייער שוויות, די זעלבע זאך ווי דער היינטיגער דאלער וואס איז בלויז א שטר - א טשעק וואס זאגט אז פלוני פארמאגט א דאלער. &nbsp; ביים אויבערשטן ארבעט עס אנדערש. עס העלפט נישט די שיינע פיקטשערס אין די מאגאזינען, דאס אז דער צייטונג שרייבט אויף מיר שיינע טיטלען הרב הגאון הצדיק הקודש הייבט נישט מיין ווערט אין הימל, אבער די זעלבע זאך פארקערט; ליידער איז צניעות אראפ געקוקט, רעדן צום אויבערשטן איז פארשעמט, אבער דאס טוישט נישט זיין וועליו. מען קען נישט נעמען אביסל זינק און עס צודעקן מיט זילבער און יעצט איז עס שוין ווערט ווי זילבער, עס ווענט זיך בעיקר אינעווייניג. &nbsp; מענטשן זענען געוואוינט צו זאגן אז "מען זעט אויף אים אז ער איז אן ערליכער איד", מוהרא"ש זי"ע פלעגט אבער זאגן אז מען קען נישט דערקענען אן ערליכער איד. עס איז באקאנט אויף פילע ערליכער אידן האט מען נישט געזען גארנישט פון דרויסן. דער קדוש אלוקי דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע האט מען גארנישט אנגעזען פון דרויסן, ער האט נישט געמאכט קיין תניעות, ער האט זיך נישט געשאקעלט מאדנע, וכדומה. די זעלבע זאך מוהרא"ש זי"ע האט זיך געפירט זייער פשוט, מען האט גארנישט אנגעזען פון דרויסן, ער איז אלץ ארום געגאנגען פרייליך מיט א שמייכל - אבער דער מח איז דאס וואס עס מאכט אויס. &nbsp; מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז אינווייניג זאלן מיר באשטיין פון גאלד פון זילבער, מיר זאלן טראכטן אלעמאל פון אויבערשטן, אייביג זאלן מיר טראכטן וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר, וואס איז חשוב ביי אים זאל ביי אונז זיין חשוב. נישט גאלד נישט זילבער, נישט געלט און נישט טשעקס. &nbsp; אין מלווין לו לא לאדם אלא מצוות ומעשים טובים

    < זעה מער יד טבת תשפ"ה 📝
  • האלט טרעק פון מעשר אויפן בי פעי טעקסט סיסטעם

    אין די יעצטיגע טעג האט בי-פעי (ברסלב פעי) דערגרייכט 100,000 דאלער אין סך הכל נדבות וואס דער סיסטעם האט שוין געגעבן פאר די פילע קאמפיינס וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם סיסטעם. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג, האט מען צוגעלייגט א גאר גוטע פיטשער צו האלטן חשבון פון די מעשר באלאנס. דער געדאנק איז געקומען פון דער מלמד החשוב הר"ר הערשי שניטצלער שליט"א, און איז דעוועלאפט געווארן דורך מו"ה משה ראזענבערג הי"ו אויף גאר א גוטע וועג. &nbsp; איבער 200 אידן האבן זיך שוין איינגעשריבן אינעם סיסטעם און האבן שוין געעפענט אן אקאונט, איבער 2,000 נדבות זענען שוין געגעבן געווארן דורך בי פעי. און איז לעצטענס געווארן שטארק פארנומען. &nbsp; דער וואס האט נאך נישט קיין אקאונט, דארף שיקן א טעקסט join צו 845-385-2400, און נאכפאלגן די אנווייזונגען וואס דער סיסטעם בעט. &nbsp; דער נייער פיטשער מעשר, הייסט אויפן סיסטעם ma (אדער maaser), און דערנאך דארף מען שרייבן דעם סכום וויפיל געלט מען וויל צולייגן צום מעשר.&nbsp; &nbsp; צום ביישפיל איינער האט פארדינט $1,150 און דארף געבן $115 פאר מעשר, שיקט ער א מעסעדזש&nbsp; ma 115 און ביפעי גייט וויסן אז ער איז שולדיג $115 דאלער פאר מעשר. אויב מארגן פארדינט ער $600, שיקט ער א מעסעדזש ma 60 און דער סיסטעם רעכענט צו דאס געלט צו די פריערדיגע סכום, און גייט וויסן אז ער איז שולדיג $175 דאלער פאר מעשר. &nbsp; אויב דערנאך געסטו $20 פאר צדקה (אויסער די ביפעי סיסטעם) שרייב אריין ma -20 דאן גייט דער סיסטעם אראפ רעכענען 20 דאלער פונעם חשבון, און ער גייט וויסן אז יעצט ביסטו שולדיג $155 פאר מעשר. &nbsp; אויב מען נוצט דעם סיסטעם צו געבן א נדבה פאר איינע פון ביפעי'ס קאמפיינס (שרייב list צו וויסן אלע קאמפיינס), וועט דער סיסטעם אויטאמאטיש אראפ רעכענען דעם נדבה פון דיין מעשר חשובן. &nbsp; אויב דו ווילסט וויסן וויפיל געלט ביסט שולדיג פאר מעשר דארף מען בלויז שרייבן ma און וועסט באקומען א ריפליי מיט די חשבון וויפיל געלט ביסט שולדיג &nbsp; פאר סיי וואס פארא הילף מען דארף צו נוצן קען מען שיקן דאס ווארט help, און דו וועסט באקומען אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען מער אנווייזונגען פאר די פארשידענע אפציעס וואס מען קען טון אויפן סיסטעם. &nbsp; א וויכטיגע נאטיץ, אלעס איז גאר שטרענג פריוואט, דער גבאי פונעם קאמפיין באקומט א טעקסט בלויז דעם נאמען און די סכום וואס דו האסט געגעבן. &nbsp; מען קען הערן פארשידענע גוטע אפציעס אויפן קול ברסלב האטליין פאר מער גוטע פיטשערס און אפדעיטס פונעם בי פעי סיסטעם אויף די אינטערוויוס אפטיילונג.

    < זעה מער יד טבת תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 226 to 240 of 1720 results

1 2 ... 13 14 15 16 17 18 19 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com