Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בית התבשיל קאמפיין קומט קיין קרית ברסלב

    דער גרויסארטיגער קרן הבנין קאמפיין פארן בנין הבית התבשיל האט געשטעלט אירע ערשטע טריט אין שטעטל צו די צופרידענהייט פון די שטעטל איינוואוינער וואס ווארטן שוין די לעצטע פאר וואכן פאר די געלעגענהייט צו קענען ביישטייערן צום חשוב'ן צוועק. דער קאמפיין האט אפגעהאלטן סוקסעספולע מסיבות אין אלע שטעט ווי עס געפונען זיך אנ"ש תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אריינגערעכנט בארא פארק, וויליאמסבורג, לעיקוואד, לינדען, מאנסי און קרית יואל. דער קאמפיין האט אנגענומען זייער אן אייגענארטיגע וועג צו גרייכן אלע תלמידי ראש ישיבה שליט"א, מיטן מאכן קליינע מסיבות פאר בלויז 10-15 חברים אויפאמאל, גיבנדיג די מעגליכקייט פאר יעדן צו פרעגן וואס ער וויל וויסן זיי וואס איבערן קאמפיין אדער וועגן דעם בית התבשיל אזוי אויך גיבענדיג די מעגליכקייט פאר איטליכן צו אויסשטעלן א נדבה פארן בית התבשיל און פארברענגן פריוואט מיט די עסקני הבשית התבשיל. די מסיבות וועלן פארקומען דריי מאל א וואך פאר די קומענדיגע וואכן. ערווארט אייער פערזענליכע איינלאדענונג.

    < זעה מער יא טבת תשפ"ו 📝
  • אנשי שלומינו אין ארץ ישראל נעמען אויף דעם ראש ישיבה שליט"א

    א פרייליכע שטימונג הערשט די וואך ביי אנשי שלומינו תושבי ארץ ישראל, מיט דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי געקומען באזוכן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געפלאנט זיך ארויסצולאזן קיין ארץ ישראל נאך פאר שבת, און פראווען א שבת מיט אנשי שלומינו. למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז עס איז געבוירן געווארן אן אייניקל ביים ראש ישיבה שליט"א למזל טוב, און די קידוש איז אפגעראכטן געווארן אין שטעטל, האט זיך אפגעשטופט די נסיעה ביז נאך שבת. זונטאג נאכט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל. גלייך ביים אנקומען איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעפארן קיין בני ברק וואו עס איז געווארן ארויסגעדינגען א גרויסער זאל פארן גרויסארטיגן סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן זי"ע. אנשי שלומינו האבן געהאט די געלעגנהייט זיך צו טרעפן פנים אל פנים מיטן ראש ישיבה שליט"א נאכן זיך נישט זען א לענגערע צייט, און נאכדעם וואס אנשי שלומינו האבן געמאכט אסאך תפילות אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל שוין קומען. עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה זיך צו וואשן, דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט זיין פרייד זיך צו טרעפן מיט אנשי שלומינו. ווי אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פונעם בעל הילולא רבי נתן זי"ע וואס האט אונז געלאזט א צוואה אז מ'זאל עוסק זיין אין הפצה, דאס איז געווען ממש פאר זיין הסתלקות, ער האט זיך אויסגעדרוקט "אייער עיקר עסק זאל זיין צו דרוקן די ספרים, 'יפוצו מעינותיך חוצה'." ווי אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון נאך אסאך וויכטיגע נקודות וואס מ'דארף וויסן פארן לעבן (מ'קען הערן דעם גאנצן שיעור אויף קול ברסלב). און געענטפערט אסאך אקטועלע שאלות וואס אנשי שלומינו האבן געפרעגט איבער פארשידענע נושאים ווי חינוך, שלום בית, תורה ותפלה, מוסדות, און נאך. במשך די קומענדיגע עטליכע טעג וואס דער ראש ישיבה וועט וויילן אין ארץ ישראל פלאנט ער אויסצונוצן די צייט בעיקר אויף צו באזוכן ביי די הייליגע מוסדות וואס געפינען זיך אין בני ברק, ירושלים, און טברי'ה. אזוי אויך ביי דער ישיבה אין ארץ ישראל, וואס ווערט געפירט דורכן מגיד שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט, מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א פלאנט אויך צו פארן קיין יבניאל זיך אויסצובעטן ביים ציון פון אונזער רבי מוהרא"ש זי"ע. דער באזוך וועט אריינבלאזן גאר שטארקע חיזוק פאר אנשי שלומינו, וואס נוצן אויס יעדע שיעור און יעדע שמועס זיך אויפצופרישן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. מיר האפן צו האבן מער באריכטן פון די שיינע נסיעה אין די קומענדיגע טעג. &nbsp;

    < זעה מער י טבת תשפ"ו 📝
  • טראמפ נעמט אויף זעלענסקי אין מאר-א-לאגא, פרובירנדיג צו מאכן פארשריט אין רוסלאנד-אוקריינע שלום געשפרעכן

    פרעזידענט טראמפ פון אמעריקע און זעלענסקי פון אוקראינע האבן זיך געטראפן זונטאג אין מאר-א-לאגא אלס טייל פון אן אמעריקאנער-געפירטע פראבע צו פארהאנדלען א שטילשטאנד אין צוגרייטונג צו א פולקאמע שלום צווישן רוסלאנד און אוקריינע. טראמפ האט געזאגט אז די געשפרעכן זענען אין די "לעצטע שטאפלען" נאכן רעדן מיט דעם רוסישן פרעזידענט פוטין; אוקריינישע באאמטע האבן באשטעטיגט אז פארשריט איז געמאכט געווארן אויף זיכערהייט גאראנטיעס, אבער מען האלט נאך נישט ביי קיין פולשטענדיגע אפמאך. &nbsp; זינט טראמפ האט אריינגעטרעטן אין דעם ווייסן הויז, האט ער געלייגט א שטארקע געוויכט אויף אויסהאמערן שלום צווישן קריגערישע צדדים. בפרט האט ער פארשפראכן צו ענדיגן דעם רוסישן קריג, וואס וואלט לויט אים זיך בכלל נישט אנגעהויבן - וואלט ער געווען אין אפיס. &nbsp; אנשי שלומינו זענען מתפלל אז די מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן. כאטש מען איז זיך מוסר נפש צו מקיים זיין דעם הייליגן רבינ'ס בקשה צו קומען, בעט מען אבער דעם אויבערשטן אז עס זאל שוין אנקומען גרינגער. &nbsp; זינט רוסלאנד'ס אינוואזיע פאר פורים תשפ"ב, האט קיעוו זיך גאר שטארק קעגנגעשטעלט צו מוותר זיין אויף סיי וועלכע טעריטאריע, און געזוכט נאטא מיטגלידערשאפט און לאנג-טערמיניגע מערב שטיצע; רוסלאנד האט פארלאנגט דעמיליטאריזירטע באפער זאנעס און אינטערנאציאנאלע אנערקענונג פון זייער קאנטראל איבער די שטחים וואס זיי האבן איינגענומען. אלע ביז יעצטיגע באמיאונגען פון דיפלאמאטישע לעזונגען האבן גארנישט געברענגט, אריינגערעכנט שטרענגע אינטערנאציאנאלע סאנקציעס קעגן רוסלאנד, און שטארקע מיליטערישע מערב וועלט שטיצע פאר אוקראינע. &nbsp; מען זעט דעם חורבן וואס עס קומט ארויס פון א מלחמה. יעדער שטייט אויף זיינע רעכטן. מען קען נישט אוועקגיין פון דעם אייגענעם כבוד. מען קען זיך נישט רירן, און ביזדערווייל שטארבן אויס טויזנטער סאלדאטן יעדן טאג, און ליידער זענען אויך דא אידן צווישן זיי. די זעלבע זאך איז מיט יעדע מלחמה, יעדע מחלוקה. א מלחמה מאכט חרוב, צוברעכט, און הרג'עט. קוק אוועק פון דיין כבוד און געב גערעכט פאר דיין ווייב, דיינע קינדער וועלן בליען. &nbsp; די עיקר טעמעס וואס זענען נאך נישט געלייזט זענען טעריטאריע, זיכערהייט, און סאנקציעס. מען קען זיך נישט פאראייניגן וועלכע שטחים (אויב בכלל) אוקריינע וועט מוותר זיין, און פאר ווי לאנג. און עס בלייבט אומקלאר ווער וועט גאראנטירן אוקריינע'ס זיכערהייט (נאט"א מיטגלידערשאפט אדער אנדערע מיליטערישע גאראנטיעס) און מען פארהאנדלט איבער די צוקונפט פון די סאנקציעס און ווידעראויפבוי: מען ארבעט אויס די תנאים ווען די מערב וועלט וועט אראפנעמען די סאנקציעס אויף רוסלאנד און ווער וועט פינאנצירן אוקריינע'ס ווידעראויפבוי. אזוי אויך איז דא א רעדע איבער פרישע וואלן אין אוקריינע ווען די מלחמה וועט זיך ענדיגן.

    < זעה מער ט טבת תשפ"ו 📝
  • דער ראש ישיבה וועט פירן סעודת הילולא פון רבי נתן אין בני ברק

    אין א פרייליכע נייעס פאר תושבי ארץ ישראל, קומט יעצט אריין די נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א פארט ארויס קיין ארץ ישראל היינט זונטאג נאכט. &nbsp; דעם דינסטאג, עשרה בטבת, איז דער 181'סטער יארצייט פון דעם גרויסן צדיק און גאון, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה. ער איז געווען דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן, אויף וועמען דער רבי אליין האט זיך אויסגעדרוקט, "אן אים וואלט נישט געבליבן פון מיר אפילו איין בלעטל שמות." &nbsp; מיר וועלן דא קורץ דערציילן די מעשה ווי אזוי דעם הייליגן רבי נתן'ס פטירה איז פארגעקומען. שבת קודש פרשת מקץ - וואס איז דאן אויסגעפאלן א טאג נאך זאת חנוכה - האט רבי נתן נאך געזאגט תורה ביי שלש סעודות. מיט א געוואלדיגן פחד האט ער געזאגט בתוך הדברים, "איר זאלט וויסן אז מ'וועט זיין א מת און א גוסס, און מ'וועט מוזן ליגן מיט די פיס צום טיר." רבי נתן האט גערעדט איבער די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן ס"א), "חדי רבי שמעון," וועגן די עצות פון צדיקים, אמונת חכמים, דרוקן און מפיץ זיין די הייליגע ספרים, און דעם ענין אז דער עיקר שלימות איז ווען אפילו די נשמה גייט ארויף גאר הויך, בלייבט מען אויך אונטן. נאכדעם איז רבי נתן געווארן זייער פרייליך. &nbsp; מוצאי שבת קודש, אינמיטן די נאכט, איז רבי נתן געווארן זייער שוואך, און זיין שוואכקייט איז געווארן ערגער פון טאג צו טאג. מאנטאג פרשת ויגש, איז געקומען ר' זאב ליבארסקי, און זיי האבן גערעדט וועגן דעם רבי'נס ראש השנה. ר' נתן האט זייער שטארק גערעדט מיט אים וועגן דער וויכטיגקייט פון קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה. ער האט געזאגט, "מען וועט זיך דארפן צוזאמנעמען." ר' זאב האט אים געפרעגט, "וואו?" ר' נתן האט געענטפערט, "אויף יענער וועלט." &nbsp; דינסטאג ביינאכט, נאך תיקון חצות, האט ער געזאגט פאר רבי מאיר יהודה בזה הלשון, "אפילו אויב איינער איז דער ערגסטער עובר עבירה, אזוי לאנג ווי ער האלט זיך אן אינעם רבי'ן, וועט ער זיכער תשובה טון און דערגרייכן א תיקון." מיטוואך, זענען געשטאנען עטליכע תלמידים נעבן אים, און ער האט מיט זיי גערעדט, זאגנדיג פאר זיי, "אייער עיקר עסק זאל זיין צו דרוקן די ספרים, 'יפוצו מעינותיך חוצה'." &nbsp; ערב שבת קודש, עשרה בטבת, האט ער גערעדט מיט זיינע תלמידים ווי געבנדיג א צוואה: "איר מוזט זיך האלטן צוזאמען מיט א געוואלדיגע ליבשאפט; איר זענט ערליכע אידן, אבער איר זענט שלימזלניקעס." דערנאך האט ער געזאגט, "דריי אומגליקן זענען געשען אויף עשרה בטבת: עזרא הסופר איז נפטר געווארן, די תורה איז איבערגעזעצט געווארן אויף גריכיש, און די שטאט איז באלאגערט געווארן." דאן האט ער געזאגט, "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק, און טרייף פסול איז זיך מתגבר אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טרייף פסול. נאר איך האף, אז איין בלעטל פון ספרי רבנו וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג. נו, זאג איך אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין יפוצו מעינותיך חוצה. איר זאלט זיין שטארק מיט געלט און מיט רצון און מיט טרחה." &nbsp; דער הייליגער ר' נתן איז נפטר געווארן ערב שבת קודש גלייך נאך ליכט צינדן מיט א "מיתת נשיקה," און איז באערדיגט געווארן מוצאי שבת קודש אין דעם בית עולם אין שטאט ברסלב, הויך אויפן בארג. &nbsp; אנשי שלומינו איבער דער גאנצער וועלט וועלן זיך צוזאמקומען און אפרעכטן דעם גרויסן יארצייט, וואו מען וועט רעדן פון דער גרויסער ירושה וואס דער הייליגער ר' נתן האט אונז איבערגעלאזט. א רייכע ירושה פון וועלכער מיר לעבן נאך ביז היינט. אנשי שלומינו וועלכע ווילן נעמען א חלק אין דער סעודת הילולא זאלן זיך ווענדן צו די לאקאלע גבאים פון די שולן. &nbsp; דער יארצייט סעודה אין אין ארץ ישראל וועט פארקומען בראשות פון ראש ישיבה שליט"א אין זאל פון -- אין בני ברק מארגן מאנטאג נאכט. צהלו ורונו יושבת ציון.

    < זעה מער ח טבת תשפ"ו 📝
  • ווינטערדיגע אייזיגע וואסער פאלן

    שאלה: קודם כל א גרויסן יישר כח ר׳ גרשון, פאר די אלע שיינע ארטיקלען יעדע וואך. &nbsp; יישר כח אייבערשטער, איך האב זוכה געווען צו זיין שבת חנוכה ביים ראש ישיבה שליט״א. אויפן וועג צוריק האבן מיר געזען אויף רוט 17, אז עס זענען דא אזעלכע קליפס פון די זייט, וואס סתם אזוי ווען ס׳וואלט געווען זומער און עס וואלט געווען רעגנדיג, וואלט עס אראפגעגאסן און עס וואלט געווען א שיינע וויו פון די אלע וואסערפאלן. אבער יעצט אין ווינטער איז אלעס געווען שניי און אייזיג. &nbsp; מיין שאלה איז, וויאזוי ווערט עס אייזיג בשעת די וואסער רינט? ווען איך לייג אריין א גלעזל וואסער אין דעם פריזער, וואלט עס געדויערט א שעה, צוויי, ביז עס וואלט געווארן אייז. אבער דא האב איך געזען אייזיגע וואסערפאלן, וואס זענען געווארן אייז בשעת זיי פאלן אראפ פון דעם בארג. וויאזוי ווערט עס אייז? &nbsp; נאכאמאל, א גרויסן יישר כח פאר דעם בלעטל מיט אלע שיינע ארטיקלען. &nbsp; ענטפער: &nbsp; זייער א גוטע שאלה האסטו געפרעגט. עס איז באמת א גרויסע זכות אז מיר זענען זוכה צו לערנען די הייליגע עצות פון רבי׳ן וואס קלעבט צו אונז פשוטע מענטשן צום אייבערשטן. מיר וואלטן פונקט אזוי געקענט זיין פון די מענטשן וואס הערן אויס די לשון הרע׳ס אויף ברסלב, און האבן מורא וואס דער און יענער וועט זאגן אויב זיי קומען הערן א שיעור פון ראש ישיבה. &nbsp; דאס וואס דו פרעגסט וועגן דעם אייז אין די זייטן פון די ראודס אום ווינטער. עס איז אמת אז ווען וואסער רינט קען עס אסאך שווערער ווערן אייז. א זאך וואס רוקט זיך האלט זיך לענגער ווארעם. אבער דאס מיינט נישט אז עס קען נישט ווערן אייז, עס נעמט בלויז לענגער. &nbsp; פונקט ווי א מענטש קען נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן ארויסגיין פון אלע זיינע שלעכטע געוואוינהייטן. מען דארף גיין צוביסלעך, א טריט אויף איין מאל. מען טוט איין קליינע גוטע זאך, און נאכדעם נאך איינס, און נאך א שטיק צייט דערזעט זיך דער מענטש אז ער דערקענט זיך פשוט נישט. די זעלבע זאך איז מיט דעם אייז. די שטיינער זענען אייז קאלט, און די וואסער רינט ארויף דערויף. קודם וועט ווערן א דינע אונטערשטע שיכט פון אייז, גלייך אויפן שטיין, און די וואסער וועט ווייטער רינען דערויף, אבער צוביסלעך ווערט די אייז דיקער און דיקער. &nbsp; בפרט ווען דער וועטער ווערט גאר קאלט, וועט זיך דער פראצעס אויסשפילן אסאך שנעלער. אויב דער אויבערשטער שיקט א גאר שטארקע קעלט וועט עס נישט נעמען לאנג און אלע אייזן וועלן אויספארמירן הערליכע שיינע אייסיקלס וואס באשיינען אונזערע ווינטערדיגע וויוס אויף די הייוועיס. &nbsp; אבער אפילו ווען די וואסער איז געווארן גענצליך פארפרוירן, וועט עס נישט אייביג בלייבן אזוי. אפילו איך שפיר זיך ווי א שטיק אייז, איך שפיר נישט גארנישט, איך בין קאלט, ווען די זון וועט ארויסקומען און עס וועט באקומען אביסל ווארעמקייט, וועט זיך אלעס זייער שנעל צולאזן, און ווערן צוריק די שיינע וואסערפאלן וואס וועלן פארהערליכן די זומערדיגע וויוס אויף די וועגן. &nbsp; נעם אביסל תורה, אביסל אמונה, הער אויס נאך א שיעור פון ראש ישיבה, וועסטו זען ווי שיין דו וועסט זיך צולאזן און ווידער באקומען א געפיל צום אויבערשטן און זיין זיסע תורה.

    < זעה מער ו טבת תשפ"ו 📝
  • שניי שטורעם ערווארטעט קומענדיגן ערב שבת - שבת קודש

    טראץ דעם וואס אינעם יעצטיגן ווינטער האט זיך אנגעהויבן גאנץ שנייאיג, מיט עטליכע קלענערע שנייען וואס האבן באדעקט די גאסן מיט א שיינעם ווייסן טישטוך, קומט יעצט אריין דער באריכט, אז לויט די וועטער שאצער קומט דער ערשטער גרויסער שניי פאר'ן יעצטיגן סעזאן. &nbsp; לויט די שאצונגען פון די וועטער שאצער וועט א שניי שטורעם באפאלן דעם גאנצן ראיאן פון קאנעטיקוט, ניו יארק און ניו דזשערסי, וואס וועט ברענגען גאנץ ערנסטע סכומים פון שניי. &nbsp; נישט יעדער וועט באקומען אייניג. די סיטי ערווארט שניי בלויז צווישן 3-6 אינטשעס, צוליב דעם וואס עס קען זיין טיילווייז אויסגעמישט מיט רעגן. קרית יואל ווערט געשאצט צו באקומען צווישן 4 און 8 אינטשעס, און פאר קרית ברסלב אומגעגנט זאגט מען פאראויס 5-10 אינטשעס. &nbsp; מען ערווארטעט אז דער שניי וועט אנהייבן צו פאלן ערב שבת קודש נאכמיטאג, און וועט זיך פארשטארקן במשך פרייטאג צו נאכטס, און וועט אבער אנהאלטן אלס א לייכטער שניי ביז שבת קודש פארמיטאג. &nbsp; עס איז ראטזאם אז די וואס פלאנען זיך ארויסצולאזן אויף די וועגן ערב שבת, זאלן עס טון וואס פריער אין טאג, נאך איידער דער שניי קומט אן, צו פארמיידן עגמת נפש. &nbsp; אין די שניי קען מען אויך דינען דעם אויבערשטן. עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געמאכט גלגול שלג, און זיך געגאנגען טובל'ען אין די אייזיגע טייכן. אבער דער רבי גיבט אונז א וועג וואס מיר קענען אויך טון. מיר וועלן מקיים זיין א מצוה און אויפשארן די שניי, ווי דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו: "מען דארף זייער אכטונג געבן אויפצושארן די שניי און אוועקנעמען די אייז ביים אריינגאנג פון שטוב. אויב מען לאזט שניי אדער אייז ביים אריינגאנג פון שטוב איז דאס סכנת נפשות; יעצט איז א פרוי אריין אין שפיטאל, זי האט זיך אויסגעגליטשט ביי א צווייטנ'ס שטוב; דער אייבערשטער זאל איר שיקן א רפואה שלימה. דאס איז נישט קיין שפיל; מען קען אמאל גורם זיין אז איינער וועט זיך אויסגליטשן און בלייבן א גאנץ לעבן א קאליקער רחמנא לצלן, פון זיך איינמאל אויסגליטשן. יעדעס מאל איר גייט אויפשארן די שניי אדער גיסן זאלץ און אוועקנעמען די אייז ביים אריינגאנג פון אייער שטוב - זענט איר מקיים א מצוה, איר נעמט אוועק בלוט פון אייער שטוב, די מצוה פון (דברים כב, ח): "וְלֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ כִּי יִפֹּל הַנֹּפֵל מִמֶּנּוּ"." &nbsp; אזוי אויך וועט מען גיין אין א געשמאקע ווארימע מקוה, אבער צו דעם וועט בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד. דער רבי זאגט גרויסע זאכן אויף מקוה, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט: "גיי אין מקוה יעדן טאג וועט אוועקגיין פון דיר אלע דינים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות המתקת הדין, סימן כב): 'עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת וִישׁוּעָה בָּאָה', אז ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה. נאך זאגט דער רבי (שם, אות פא): 'הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין', אז ווען מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים; גיי אין מקוה יעדן טאג גלייך ווען דו שטייסט אויף, וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ניסים." &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער ד טבת תשפ"ו 📝
  • באציאונגען צווישן אמעריקע און ווענעזועלע ווערן אנגעצויגן

    די שפאנונג צווישן די פאראייניגטע שטאטן און ווענעזועלע האט זיך שטארק פארערגערט אין די לעצטע חדשים. אמעריקע האט א שטארקע אנוועזנהייט פון נעווי שיפן אינעם ראיאן, זיי האבן שוין באמבאדירט פילע ווענזועלע קליינע שיפלעך מיט'ן טענה אז זיי פירן דראגס, אזוי אויך האט אמעריקע קאנפיסיקירט א שיף מיט אויל פון ווענעזועלע אין די לעצטע טעג, און גלייכצייגטיג האט אמעריקע שטארק פארשטארקט די סאנקציעס קעגן ווענעזועלע. אין אנדערע ווערטער איז די לאנג-יעריגע דיפלאמאטישע רייבערייען פארוואנדעלט געווארן אין א שארפע קאנפראנטאציע. &nbsp; אויבערפלעכליך איז די מלחמה איבער אויל, דראגס, און ראיאנאלע זיכערהייט. וואשינגטאן ווייזט אן אויף די פארפלייצונג פון דראגס וואס קומען פון ווענעזועלע, אין דער צייט וואס קאראקאס באקלאגט זיך אויף פארלעצונגען פון זייער זעלבסטשטענדיגקייט און אומ'יושר'דיגע סאנקציעס. &nbsp; עס איז די גרעסטע שמחה פאר די מידיע ווען עס הייבט זיך אן א מלחמה. דאס איז זייער ביזנעס און פון דעם לעבן זיי. אנדרייען שרעק, צומישעניש, און דאס - האפן זיי - וועט ברענגען פרישע קונים פאר זייערע באריכטן. מיר זענען אויך אין דער מידיע וועלט. און מיר זענען אויך פרייליך צו דערקלערן קריג. אבער אונזער קריג איז פארקערט, אונזער קריג איז קעגן די שרעק און צעמישעניש. מיר דערקלערן קריג קעגן דראגס, קעגן נארקאטיקס. דער סמ"ך מ"ם פרובירט אויף אלע וועגן אונז צו הרג'ענען. ער דארף נישט דיין בעקיטשע, ער דארף דיך. ער דארף נישט די עבירה, ער וויל דו זאלסט אויפגעבן. ער פרובירט דיר אונטערצושיקן אומלעגאלע דראגס מעסעדזשעס אז דו ביסט שוין דערנאך, איך האב שוין אפגע'הרג'עט מיין לעבן. איך האב שוין נישט קיין וועג צוריק. אבער מיר טוען גענצליך אפווארפן די באהויפטונגען. תשובה איז נישט קיין בער. תשובה איז נישט א מדריגה וואס נאר גרויסע צדיקים קענען צוקומען דערצו. עס איז אזוי ווי ווען איינער זאגט אז עסן מצה איז אזוי גרויס, נאר גרויסע צדיקים קענען צוקומען דערצו. ניין, יעדער קען צוריק קומען צום אויבערשטן. דו דארפסט סך הכל עפענען דיין מויל און זאגן "באשעפער, זיי מיר מוחל, איך וויל נישט, עס איז נישט מיך, איך וויל נאר דיר, העלף מיר, איך קען נישט אליינס." און דער אויבערשטער נעמט דיר תיכף צוריק. &nbsp; אנאליסטן זאגן אז בעיקר שטערט פאר טראמפ אז ווענעזועלע - א שכן אינעם בעק יארד - איז זייער נאנט מיט אמעריקע'ס שונאים ווי רוסלאנד, איראן, און קובא, אויף וואס ווענעזועלא זאגט אז זי דארף האבן זייער חברותא זיך צו באשיצן פון אמעריקע'ס אגרעסיע. &nbsp; מיר וועלן פון אונזער זייט ווייטער זיין שטארק מיט אמונה, און וויסן אז אלעס פירט דער אויבערשטער. טראמפ איז נישט קיין "וועלט פירער" און אמעריקע איז נישט די "שטערקסטע" אויף דער וועלט. דער אויבערשטער פירט אזוי שיין זיין וועלטל, און מיר זענען דא בלויז אים צו דינען און זיך אראפלערנען שיינע זאכן פון אלע פאסירונגען.

    < זעה מער כח כסלו תשפ"ו 📝
  • פלאמען און מעטשעס

    שאלה: &nbsp; וויאזוי ארבעט די שווארצע זייט פון א מעטשבאקס? וויאזוי צינדט זיך אן א פייער ווען מען רייבט דערויף א מעטש (שוועבל)? קען רייבן מיין פינגער דערויף אויך אנצינדן א פייער? &mdash; יואלי מארקוס &nbsp; &nbsp; ענטפער: &nbsp; כמעט יעדער האט שוין אנגעצונדן א מעטש גאר אסאך מאל, אבער זייער ווייניג שטעלן זיך אפ צו טראכטן 'וויאזוי טאקע צינדט זיך אן דער פלאם'? די ענטפער איז גאר אינטערעסאנט. &nbsp; וואס איז די שווארצע טייל פון א מעטשבאקס? &nbsp; די שווארצע שטרייף אויף דער זייט פון א מעטשבאקס איז נישט דארט צופעליג אדער פאר שיינקייט. עס איז ספעציפיש אזוי געמאכט געווארן. עס אנטהאלט געווענליך רויטע פאספארוס, צעמאלענע גלאז אדער זאמד (אז עס זאל זיין רייבעדיג). עס איז בכיוון געמאכט אז עס זאל זיך שפירן "שטיינערדיג" (באמפעדיג) און געמאכט פון מאטריאל וואס איז כעמיש אקטיוו אונטער די ריכטיגע אומשטענדן. &nbsp; וואס געפינט זיך אינעם מעטש (שוועבל) קעפל? &nbsp; די שפיץ פון א מעטש אנטהאלט געווענליך פאטעסיום קלארייד (אן אקסידייזער), שוועבל אדער אנטימאני סולפייד (ברענשטאף). דער מעטש קען נישט אליינס אנהייבן א פייער. עס דארף די רייבעדיגע שווארצע שטרייף פונעם מעטשבאקס כדי עס זאל קענען פאסירן. &nbsp; וויאזוי צינדט זיך אן א פייער? ווען מען רייבט דעם מעטש אויף דעם באקס, איז דא א שטארקע פריקשאן (עס איז פארקערט פון גליטשיג) וואס דאס מאכט א שטארקע היץ. די היץ פארוואנדלט א ביסל פון רויטע פאספארוס אויפן באקס עס זאל ווערן ווייסע פאספארוס. ווייסע פאספארוס האט דער אויבערשטער געמאכט אז עס זאל זיך זייער גרינג אנצינדן, עס דארף נישט ווערן צו הייס. דער קליינער פינק צינדט אן די כעמיקאלן פונעם מעטש, און עס פלאמט אויף. &nbsp; ווען עס קומט צו עבודת השם דארף מען אויך אזוי טון. מען קען נישט אנצינדן א ריזיגע פייער אויף איינמאל, עס וועט זיין אן אומקאנטראלירטע פייער, וואס מאכט חרוב און פארברענט אלעס. אפילו ווען עס קומט צו עבודת ה' קען מען נישט שפרינגען צו ווייט, העכער ווי די כוחות. דער רבי רופט עס ריבוי אור, און דאס פארברענט אלעס. &nbsp; וואס איז די ריכטיגע וועג? נישט ברענען בכלל? דאס איז זיכער נישט גוט. איך וויל דאך ברענען צום אויבערשטן, איך וויל אים דינען. דער ריכטיגער וועג איז צו צינדן א קליין פלעמעלע מיט אויל, עס זאל זיין א סטעדי פייער, וואס זאל ברענען שיין און לאנג. וואס איז די קליינע פייער? יעדן טאג אביסעלע משניות, אביסעלע גמרא, אביסעלע רעדן צום אייבערשטן, אביסעלע זיין פרייליך, אביסעלע רעדן שיין צו די ווייב. &nbsp; וויאזוי ווייס איך וויפיל מיינע כוחות זענען? וויפיל גייט שוין אריין אין ריבוי אור? פאר דעם דארף מען האבן א צדיק. יעדער איד דארף טרעפן א צדיק וואס וועט אים ווייזן די וועג, וואס ער דארף טון לויט זיינע תכונת הנפש און זיינע כוחות. דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט געזאגט פאר א ברסלב'ער חסיד וואס האט זיך דורכגערעדט מיט אים, דער הייליגער רבי האט אים זייער מחזק געווען ער זאל ווייטער לערנען אלע הייליגע ספרים פון הייליגן רבי'ן, ליקוטי מוהר"ן, שיחת הר"ן, און אזוי ווייטער. ווען ער האט אים געפרעגט די שאלה, האט אים דער רבי געזאגט אז דאס דארף מען בעטן דעם אויבערשטן, מען זאל וויסן וויפיל און ווען, און פאר דעם שטייט אתה חונן אין שמונה עשרה פאר השיבנו, ווייל מען דארף בעטן דעם אויבערשטן מען זאל וויסן וויפיל צו טון ווען מען וויל זיין אן ערליכער איד. &nbsp; וואס פאסירט אויב מען רייבט דעם פינגער אויפן סטריפ? גארנישט. דיין פינגער האט נישט די כעמיקאלן. און אפילו אויב עס וועט ווערן אביסל ווארעם פון רייבן אויפן באקס, וועט גארנישט פאסירן.

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ו 📝
  • בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן ווערט באשטעטיג פון די שטאטראט

    עס קומט אריין גאר גרויסע נייעס פון אומאן. דער בנין וואס אנשי שלומינו באנוצן זיך אין אומאן במשך די ימי ראש השנה, בראשות פון דעם ראש ישיבה שליט"א, האט אין די טעג באקומען א סי-אוו-או. א סי-אוו-או מיינט אן אפיציעלע באשטעטיגונג פון דעם שטאטראט אז דער בילדינג איז סעיף און איז אויסגעהאלטן לויט אלע קאודס און רעגולאציעס. &nbsp; די הנהלה האט אריינגעלייגט גאר גרויסע כוחות אין די לעצטע עטליכע יאר, און אין די לעצטע חדשים בפרט, אז דער בנין זאל קענען באקומען די פולע באשטעטיגונג פון דער שטאט. דמים תרתי משמע. בפרט קומט זיך א גרויסע הכרת הטוב פאר מו"ה העניך אינדיג הי"ו, איינער פון די געטרייע חברי ההנהלה, וועלכער איז אראפגעפארן פערזענליך, בטירחא דגופא, מיט צוויי וואכן צוריק קיין אומאן. אנשי שלומינו קענען זיך אביסל פארשטעלן וואס דאס מיינט. עס איז קיינמאל געווען א גרינגע זאך דאס פארן קיין אומאן, אבער בפרט אין די לעצטע עטליכע יאר, זעט מען ווי דער סמ"ך מ"ם טוט אלע פעולות שבעולם צו שטערן אידישע קינדער פון קומען. צוערשט האט אוקראינע גענצליך פארמאכט אירע גרענעצן פאר אידן אין די קאוויד עפאכע, דערנאך האט אויסגעבראכן א קריג, וואס קיינער פארשטייט נישט אויף וואס מען קריגט זיך. רוסלאנד איז היינט צו טאג די גרעסטע לאנד אין טעריטאריע, און דאס קליינע לענדל אוקראינע וועט איר גארנישט אויסמאכן. אבער די קריג גייט אן מיט'ן פולן קראפט. עס שטארבן טעגליך הונדערטער סאלדאטן פון ביידע זייטן אויף דעם נארישן קריג. אזוי טוט דער סמ"ך מ"ם נאך פארשידענע פעולות צו שטערן דעם הייליגן קיבוץ וואס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל. אבער אנשי שלומינו זענען זיך אבער מוסר נפש צו פאלגן דעם הייליגן רבין און פארן קיין אומאן, מען פארט נישט פאר פאן, עס איז דא אין ניו יארק סאך בעסערע ענטערטעינמענט, מען פאר נאר פאר דעם איינציגן סיבה, מען וויל זיין אן ערליכער איד, מען ווייסט אז נאר מיט'ן צדיק קען מען אנגיין אין לעבן. א צדיק ברענגט אונז צום אויבערשטן, מען פארט צום ציון און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אויבערשטן ביים הייליגן ציון און מען קומט ארויס ריין און פריש. &nbsp; צוליב דעם וואס פארשידענע טעכנישע זאכן האט מען נישט געקענט דורכפירן אויפן טעלעפאן, האט ר' העניך גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די סאמע ווינטער חדשים, און האט ווידער מיטגעמאכט די שווערע רייזע, נאכאמאל מיט א באס, מיט א טרעין, ספעציעל כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו זאלן כאטשיג דארטן אין אומאן האבן א געשמאקע, בא'טעמ'טע פלאץ, עס זאל זיין אלעס צוגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; יעצט ווען מען שטייט אין די חנוכה טעג און מען רעדט פון אומאן דארף מען דערמאנען דאס וואס דער ראש ישיבה זאגט אז אמת אז דער רבי האט געבעטן מ'זאל זיין ביי אים דריי מאל א יאר, ראש השנה, חנוכה און שבועות. אבער דער גרויסער תלמיד רבי נתן - וואס אן אים וואלט נישט געבליבן א בלעטל שמות פון הייליגן רבי'ן - האט קלאר געשטעלט אז נאר ראש השנה דארף מען קומען קיין אומאן אויך נאך דער פטירה פון רבי'ן. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז חנוכה איז א צייט פון חינוך, א איד דארף זיין אינדערהיים מאכן פרייליך אינדערהיים, צינדן חנוכה לעכט מיט די קינדער. אין די אנדערע דריי צייטן, שבת חנוכה און שבועות, זאל מען זען צו דאווענען א מנין פון אנשי שלומינו, און מיט דעם וועט מען מקיים זיין דאס וואס דער רבי האט געזאגט אז אויב מען זאל קומען צו אים די דריי צייטן וועט מען געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו. &nbsp; עולם התוהו מיינט אויך דא אויף דער וועלט. אין די דריי צייטן לערנט אונז דער רבי אויס וויכטיגע זאכן מיר זאלן לעבן א זיסע לעבן דא בשעת מיר לעבן. חנוכה לערנט דער רבי אויס מען זאל זיך באנייען. דער רבי האט געזאגט "אזא חידוש ווי איך בין איז נאך קיינמאל געווען" דאס מיינט - האט מוהרא"ש געזאגט - אזא חידוש אין התחדשות איז נאך קיינמאל געווען. שבועות געבט אונז דער רבי אן עצה וויאזוי מיר זאלן קענען מקבל זיין די תורה, אפילו מיין חברותא איז נישטא, מיין קאפ טוט מיר וויי, איך האב חובות, נעם איך א משניות און איך זאג די ווערטער. און ראש השנה געבט אונז דער רבי דעם לימוד פון אמונה. יעדער איד האט אמונה, אבער דער רבי געבט אונז אזא קלארע אמונה אז מיר הייבן אן צו רעדן צו אים, אזוי ווי א מענטש רעדט צו א חבר, ער שפירט אז דער אויבערשטער איז דא און הערט אים אויס. אז א מענטש לעבט מיט די דריי עצות ווערט ער געראטעוועט פון עולם התוהו.

    < זעה מער כה כסלו תשפ"ו 📝
  • כ"ד כסלו - דער טאג וואס דער גרויסער אור "אשר בנחל" איז אראפ געקומען אויף דער וועלט

    היינט כ"ד כסלו ערב חנוכה איז א גרויסע טאג ביי אנשי שלומינו תלמידי וחסידי ברסלב. אינעם זעלבן טאג וואס מיר גרייטן זיך צו צידן די הייליגע חנוכה לעכט און זיך אויסבעטן ביים אויבערשטן בשעת מיר צינדן די חנוכה לעכט, וועלן מיר אויך דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן נס וואס ער האט געטון מיט אונז אז נישט נאר מיר קריגן נישט אויף הייליגן רבין און זיינע הייליגע תלמידים, נאר מיר האבן די זכי' צו לערנען די הייליגע ספרים, און דורך דעם זיך דערנענטערן צום אויבערשטן, בפרט דורך די ספרים וואס איז געשריבן געווארן על פי די דרכו פונעם הייליגן רבי'ן דורכ'ן אונזער גרויסער מנהיג מוהרא"ש זי"ע, וואס דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן אין דעם טאג מיט צוויי און זעכציג יאר צוריק ערב חנוכה תשפ"ד. &nbsp; מיר וועלן איבערגעבן דאס ווארט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס שרייבט די מעשה באריכות אינעם הייטיגן מכתב יומי. מוהרא"ש האט דערציילט, ערב חנוכה שנת תשכ"ד האבן אנגעהויבן פלוצלונג קלאפן אין טיר בחורים, זיי האבן דערציילט פאר מוהרא"ש זייערע ביטערע נסיונות, ווי זיי ראנגלען זיך מיטן שרו של עשו, ווי זיי פאלן אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן. מוהרא"ש האט נישט געוואוסט וואס צו טון, ביז ער האט זיך גע'חלומ'ט ווי דער רבי זאגט אים ער זאל שרייבן התחזקות אין דעם פרט פאר אלע וואס פאלן אין די עבירות; ומעשה שהיה כך היה, יענעם יאר, שנת תשכ"ד, נאנט צו חנוכה חלומ'ט זיך פאר מוהרא"ש ווי ער זעט דעם רבי'ן שפאצירן מיט מוהרנ"ת, ער זעט ווי דער רבי רעדט מיט אים עפעס א טיפע זאך, און מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום רבי'ן, זיך צוגעבויגן און זייער שטארק אנגעהויבן צו וויינען, און שטילערהייט געזאגט פארן רבי'ן אז בחורים און אינגעלייט דערציילן אים וואס גייט אויף זיי אריבער, זייערע ביטערע נסיונות אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. מוהרא"ש האט געוויינט צום רבי'ן אז מען שרייבט אים בריוו און ער ווייסט נישט וואס זיי צו ענטפערן, און מוהרא"ש האט געזען אין חלום ווי מוהרנ"ת איז בייז פארוואס ער האט איבערגעהאקט זייער שמועס, ער האט געווינקען פאר מוהרא"ש זאל נישט שטערן, אבער דער רבי האט געקוקט מיט א גרויסע שמייכל און געוויזן פאר רבי נתן ער זאל אים לאזן אויסרעדן, און מוהרא"ש האט דערציילט פארן רבי'ן וואס גייט פאר אין דעם דור, די שרעקליכע נסיונות וואס בחורים און אינגעלייט גייען אריבער, מען ווערט נכשל בפגמי הברית רחמנא לצלן &ndash; "וואס זאל איך זיי זאגן? וואס זאל איך זיי שרייבן?" האט אים דער רבי געזאגט: "שרייב, שרייב זיי, איך וועל דיר העלפן שרייבן שיינע זאכן", און פלוצלונג זענען זיי נעלם געווארן. קוק נאך די מעשה אין אשר בנחל (חלק כא, מכתב ג' קיז). היינט ערב חנוכה איז געשען די נס אז מיר האבן זוכה געווען אין אונזער דור צו אזעלכע ספרים וואס זענען אזוי אפן מגלה דעם אייבערשטן, אפילו דער נידריגסטער און געפאלענער, אז ער וועט לערנען די בריוו וועט אים ליכטיג ווערן; בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, מאך זיך א שיעור צו לערנען דעם הייליגן ספר אשר בנחל. מוהרא"ש זאגט אז מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר מוהרנ"ת דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א כל בו, ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס; דרוש, חסידות וכו', האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק אז מען שפירט זיך ווי אין גן עדן, און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "און דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין אזא שטיק געטליכקייט ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו זעט מען די לויטערע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, נאך האט מוהרא"ש געזאגט: "איך פלעג זען אינגעלייט זוכן און נישטערן אין ספרים צו טרעפן עפעס התחזקות; מען מישט אהער און מען מישט אהין, מען זוכט וואו קען מען טרעפן אביסל חיזוק, מען זוכט א ווארט אדער א רמז אז מען קען נאך תשובה טון, האב איך דעמאלט אפגעמאכט אז איך וועל ארויס געבן אזעלכע ספרים וואס מען וועט נישט דארפן מישן אהער און אהין, מען וועט נישט דארפן זוכן התחזקות, נאר וואו מען וועט נאר עפענען דעם ספר וועט מען גלייך טרעפן וואס מען דארף צו קענען ווערן אן ערליכער איד". &nbsp; אויסער דעם וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן אויס די הייליגע צייט פון צינדן חנוכה לעכט להודות ולהלל אויף אלע חסדים וואס דער אויבערשטער טוט מיט יעדעם באזונדער, און זינגען און זיך פרייען מיט די קינדער, און אריינברענגען אין שטוב א שמחה של מצוה. דער ראש ישיבה זאגט, אז טראצדעם וואס עס איז א גאר א גרויסער עת רצון זיך אויסצובעטן אלעס גוטס ביי די לעכט, זאל מען נישט וויינען ביי די לעכט מיט די קינדער, נאר דאס קען מען טון שפעטער נאכן לייגן די קינדער שלאפן קען מען זיך גוט אויסוויינען ביי די לעכט. וואס דערביי קען מען פועלן גאר גרויסע ישועות. &nbsp; להודות ולהלל לשמך הגדול

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ו 📝
  • כ"א כסלו - א טאג פון שבח והודאה צום אויבערשטן

    אינעם היינטיגן טאג כ"א כסלו, טוען אידן פון איבער די גאנצע וועלט אויסנוצן דעם געלעגענהייט צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם חסד וואס ער האט געטון מיט אונז אז אין דעם גרויסן הסתרת פנים ביים צווייטן וועלט מלחמה האט ער געראטעוועט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע וואס האט מיט זיין גרויסע כח הקדושה באוויזן צוריק אויפצובויען כלל ישראל נאך דעם גרויסן חורבן. &nbsp; עס איז נישט מעגליך פאר אונז זיך פארצושטלען דעם גרויסן יאוש וואס עס האט זיך געשפירט אויף די איבערלעבער. מען איז נאך נישט צו זיך געקומען פון די צרות און יסורים וואס די אידן זענען דורך ביי די מלחמה, און מען קומט אהיים און מען טרעפט דארט גארנישט. נישטא קיין קהלות, נישטא קיין רבנים, נישטא קיין משפחה. מען טרעפט זיך איינער אליין אן גארנישט. אלעס איז פוסט און וויסט, מען דארף אלעס אנהייבן פון פריש.&nbsp; &nbsp; אבער דאס איז נישט געווען אלעס. אין דעם גרויסן תוהו ובוהו, האבן זיי געדארפט זיך ספראווענען מיט איינע פון די שווערסטע נסיונות וואס אידן זענען נאר דרוך במשך די אלע גלות יארן. דאס איז איז דער נסיון פון ציונות. די ציונום האבן פארשפראכן גאלדענע גליקן פאר די צובראכענע אידן. מען האט זיי פרובירט איינצורעדן אז מען מוז זיך באנוצן ח"ו מיט'ן כחי ועוצם ידי, זיי האבן געהעצט קעגן די אמונה, און ליידער האבן זיי באוויזן איבערצורעדן אסאך אידן אווקעצוגיין פון די הייליגע תורה, זיך נעמען אליינס א גאולה, בויען א מדינה, א מיליטער, און זיין ככל הגוים בית ישראל ר"ל. &nbsp; דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונז און געמאכט א נס אז דער צדיק יסוד עולם, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן ארויסגעראטעוועט געווארן אין דעם גרויסן טאג. וואס ער האט געהאט די גרויסע כחות צו איבערפלאנצן אידישקייט און אויפבויען מוסדות התורה ווי מען האט אויפגעשטעלט דעם נייעם דור צו גלייבן נאר אינעם אויבערשטן, און זיין געטריי צו זיין תורה. &nbsp; דערפאר זענען אנשי שלומינו ספעצעל פרייליך אין דעם טאג, און מען לויבט און דאנקט דעם אויבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען זיך צו דרייען ביי צדיקים תלמידים פון דעם גרויסן צדיק וואס האט און אונזער דור ווייטער אריינגעפרעדיגט מיר זאל האלטן די קאפ קלאר און נישט ווערן פאדרייט פון די ווינטן פון די גויאישע גאס, וואס פרובירט מיט אלע כחות אראפ צו ווארפן אידישע קינדער צו עבירות, און זיי מאכן פארגעסן פונעם אויבערשטן. און דערפאר דארפן מיר כסדר חזר'ן די הייליגע אמונה, רעדן צום אויבערשטן, רעדן פון אויבערשטן, און אזוי וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלימה. &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו פארגאנגענעם כ"ו אב, דער טאג פונעם יארצייט פונעם הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע: "היינט איז די יארצייט פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו פון סאטמער. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון אין דעם טאג, מוהרא"ש זאגט, ווייל דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געראטעוועט דעם גאנצן דור, מען זאל נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די מינים ואפיקורסים. מוהרא"ש האט זיך בארימט אז ער איז א תלמיד פון דעם צדיק, און ער האט געפירט די תלמידים מיט די שיטה פון דעם הייליגן רבי'ן, פון התבדלות, און מיט די העכסטע מאס צניעות." "עס איז באוואוסט צווישן סאטמערע חסידים אז דער רבי זכותו יגן עלינו האט געלערנט אלע ספרים פון רבי'ן נאכאלץ יונגער בחור, ער איז געווען בקי אין רבינ'ס ספרים, און ער ברענגט אין זיין הייליגן ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) שטיקלעך פון רבינ'ס ספרים (שיחות הר"ן סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס אז עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויס חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוואוסט וואס עס גייט זיין." "אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט..." "דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור."

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ו 📝
  • היציגע העלט קעיר דעבאטע אין וואשינגטאן

    אין די רעגירונג קארידארן גרייט מען זיך יעצט אויף אן ערנסטע העלט קעיר שלאכט, צוליב וואס די אבאמאקעיר סובסידיעס לויפן אויס סוף יאר 2025 למספרם. &nbsp; עס איז זייער אומקלאר אין וועלכער ריכטונג די געזעצגעבער וועלן גיין. די דעמאקראטן זענען פאראייניגט צו פארלענגערן די אבאמאקעיר אויף דריי יאר אן צו טוישן גארנישט, אבער די רעפובליקאנער זענען צוטיילט צווישן זיך מיט פארשידנארטיגע אנדערע פלענער דורך א רייע געזעצגעבער. &nbsp; עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן שטיצן א צוויי-יאריגע פארלענגערונג, אבער צו דעם ווילן זיי אויך רעפארמען, ווי רעדוצירן וויפיל מען מעג פארדינען צו קענען באקומען די סובסידיעס, און שטעלן א מינימאלע פרימיום וואס געניסער וועלן דארפן צאלן, וואס זיי זאגן וועט פארמיידן שווינדלערייען. &nbsp; אנדערע רעפובליקאנער סענאטארן האבן פארגעשלאגן אנדערע פלענער. זיי ווילן בכלל נישט פארלענגערן די סובסידיעס, נאר ענדערש ווילן זיי מען זאל געבן צווישן טויזנט ביז 1,500 דאלאר פער מענטש וואס זיי וועלן קענען אינוועסטירן אין "העלט סעיווינגס אקאונטס" וואס וועט זיי העלפן דעקן די קאסטן וואס עס בלייבט איבער צו צאלן פון טאש פאר העלט קעיר. &nbsp; אן אנדערער סענאטאר וויל מען זאל מאכן א פשרה. ער וויל פארלענגערן די סובסידיעס אויף בלויז איין יאר, אבער דערנאך זאל די פאנדינג פארקירעוועט ווערן צו די אויבנדערמאנטע נייע העלט סעיווינגס אקאונטס. &nbsp; אין דעם רעפרעזענטאטיוון הויז איז אויך נישט שטיל - פילע מעסיגע רעפובליקאנער ארבעטן אויף אן אומפארטייאישע ביל, אבער ספיקער דזשאנסאן סיגנאליזירט אז מען האפט צו האבן א פלאן נאך מעגליך אויף די וואך. לויט ווי קוועלער זאגן, איז איינע פון די אפציעס אויסצוברייטערן די באנוץ פון אסאסיאציע העלט פלענס, וועלכע ערלויבן פאר ארבעטסגעבער זיך צו פאראייניגן און איינקויפן אינאיינעם העלט דעקונג פאר זייערע ארבעטער. &nbsp; וואס וועט מען טאקע טון מיט העלט אינשורענס? מען מוז דאך האבן א גוטע העלט קעיר סיסטעם. דער זאגט טראמפ קעיר, דער זאגט אבאמא קעיר, אבער אפשר קען מען טרעפן ביים רבי'ן עפעס בעסערס, לאמיר אינוועסטירן אין 'אמונה קעיר'. מיר קענען איינקויפן ביים רבי'נס העלט אינשורענס עקסטשעינדזש. דער רבי זאגט אין ספר המדות אות בנים, "הבנים טובים" &ndash; גוטע קינדער &ndash; "רפואה גדולה לאבות", היילט אויס די עלטערן. ווילסט דאך העלפן דיין טאטע-מאמע, ווילסט זיי זאלן זיין געזונט און שטארק און האבן אריכת ימים. קענסט זיי קויפן גוטע העלט קעיר - זע צו זיין "הבנים טובים"... &nbsp; און וועלכע העלט אינשורענס וועט מען צושטעלן פאר די קינדער? דער רבי האט פאר דעם אויך א גוטן אינשורענס פלאן, א ספעציעלע אינשורענס פאר קינדער. דער רבי זאגט "חמין ושמן" &ndash; ווארעמעס און אויל &ndash; "מברין את הגוף", מאכן די קינדער געזונט. מען קען זאגן אז חמין ושמן מיינט נישט פשוט אויל און דאכענעס, עס מיינט געב זיי חמין - ווארימקייט, געב זיי אויל - ליבשאפט. מאך א פאזיטיווע אטמאספערע אינדערהיים, געב לופט צו אטעמען. דאס איז א גוטער העלט קעיר פלאן פאר די גאנצע משפחה.

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ו 📝
  • טעלעפאנען און האטליינס

    שאלה: ס'איז זייער זייער שיין צו ליינען דיינע הערליכע ארטיקלען, סיי די נייעס, און סיי "איבער אלץ און אלעמען". איך בין זיך מורא'דיג מחיה יעדע וואך. &nbsp; יישר כח אייבערשטער אז איך האב די זכיה צו הערן די ברסלב'ע האטליין. דער ראש ישיבה שרייבט לעצטענס, אזוי אויך רעדט ער ביי די שיעורים זייער שטארק וועגן נישט הערן קיין נייעס און נישט הערן קיין פאדקעסטס מיט ליצנות, מיט שטותים והבלים וואס פאר'סמ'ען דעם מענטש'ס מוח, ס'נעמט אוועק פון צדיקים, בפרט ליצנות קעגן ערליכע אידן און קעגן אידישקייט. איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל טאקע געראטעוועט ווערן פון אלע שלעכטע האטליינס. &nbsp; עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן, פון וואו קומט דער נאמען "האטליין"? פארוואס הייסט עס בכלל אויף דעם נאמען "האטליין"? און בכלל פארוואס רופט מען א טעלעפאן מיט'ן צונאמען א "ליין", מען זאגט "די ליין איז ביזי", וואס מיינט דאס? עס איז דא א ליין? א שורה פון וואס? די זעלבע אין ארץ ישראל רופן זיי דאס "קו". &nbsp; און מזל טוב פאר די שמחה פון חתונה מאכן א טאכטער. און א שידוך טון מיט נאך א טאכטער. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין א קשר של קיימא, א בנין עדי עד, דורות ישרים ומבורכים וכל טוב סלה. און ס'זאל זיין זייער פרייליך שטענדיג. &nbsp; יצחק אייזיק ראזענבוים &nbsp; &nbsp; ענטפער: דאס ווארט "האטליין" קומט פון יארן צוריק ווען מען האט אנגעהויבן צו נוצן טעלעפאנען. עס האט דאן געמיינט א דירעקטע, ספעציעלע טעלעפאן פארבינדונג וואס געוויסע וויכטיגע אפיסעס האבן געהאט, וואס האט דירעקט פארבונדן ביידע זייטן און זיי ערלויבט צו קענען רעדן איינער צום צווייטן תיכף ומיד, אנדערש ווי אנדערע טעלעפאן רופן וועלכע האבן געדארפט באקומען באשטעטיגונג פון אפערעיטארס און סוויטשבארדס. די האטליינס זענען געווען געצילט פאר גאר דרינגענדע וויכטיגע ענינים וואס מען דארף קענען רעדן איינער מיטן צווייטן תיכף ומיד. די וועג וויאזוי די פארבינדונג איז געווען אויסגעשטעלט האט געפירט דערצו אז מ'האט עס גערופן "הייס", וואס האט באדייט אז עס איז שטענדיג גרייט און אקטיוו. &nbsp; ברוך השם אז מיר האבן די האטליין קול ברסלב, אנגעפילט מיט גאר אינטערעסאנטע באלערנדע תוכן ממש פאר יעדן איינעם. אנגעהויבן מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א פאר בחורים, אינגעלייט, פרויען, און קינדער, צו די פילע אנדערע אפטיילונגען פון אינטערוויוס, נייעס, אפדעיטס, שמועסן. און עס איז שוין ממש נישט קיין נסיון צו דארפן פאשן אויף פרעמדע פארפעסטעטע פעלדער. &nbsp; דער צווייטער טייל פון דיין שאלה איז וועגן דעם ווארט "ליין". אין אנפאנג פון די טעלעפאן תקופה האט יעדער קאל ממש געמוזט דורכגיין א פיזישע דראט ליין וואס האט פארבינדן דעם רופער צום סוויטשבארד (א שמועס פאר זיך), וואס האט פיזיש פארבינדן די ווייערס פונעם רופער צום ווייער פון וועמען ער האט געוואלט רעדן. און ווען דער אפערעיטאר האט געזאגט אז "די ליין איז פארנומען", האט עס בוכשטעבליך געמיינט אז דער ווייער (ליין) איז יעצט פארנומען. איך קען נישט פארבינדן דיין ווייער צו יענעמ'ס ווייל עס איז יעצט אין באנוץ דורך א צווייטן וואס רעדט מיט זיי. היינט, ווען די טעכנאלאגיע האט זיך שוין אנטוויקלט אסאך ווייטער, איז אבער דער אויסדרוק געבליבן דער זעלבער. &nbsp; דער פארבינדונג צווישן אונז און דער אויבערשטער איז אלץ געווען בבחינת א האטליין. מיר דארפן נישט דורכגיין קיין אפערעיטארס און קיין סוויטשבאורדס. מיר דארפן אפילו נישט אריינדיילן קיין טעלעפאן נומער. דער ליין מיט'ן אויבערשטן איז שטענדיג אפן 24/7, אין יעדע מצב און אין יעדע ריר שטייט דער אויבערשטער מיט אונז און הערט אונז אויס, פארשטייט אונז און וויל אונז העלפן. &nbsp; עס איז ממש א שאד צו קלעטערן זיך אויסצורעדן פאר מעכל און פאר רעכל ווען זיי אליינס קענען זיך נישט העלפן. יעצט אין די ימי החנוכה לאמיר אויסנוצן אונזער נאנטן קשר מיט'ן אויבערשטן צו רעדן צו אים אפאר אמת'ע דיבורים ביי די חנוכה לעכט. וועט אונז גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ו 📝
  • ניו יארק סטעיט DMV מאכט דרייפאכיג שטרענגער די פוינטס סיסטעם

    דער ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו מאטאר וויהיקלס (DMV) האט געמאלדן גרויסע ענדערונגען צו זייער דרייווער-פוינט סיסטעם דעם חודש. די גרעניץ ביז וויפיל פוינטס מען קען אנזאמלען איידער די לייסענס ווערט סוספענדירט איז גענידערט געווארן צו 10 (פון 11), און די תקופה ווילאנג די פוינטס בלייבן אויפן רעקארד איז פארלענגערט געווארן צו 24 חדשים (פון 18). צו דעם האט מען אויך געהויבן די פוינטס פאר פילע מואווינג ווייאליעשאנס. די נייע שטרענגע תקנות וועלן אריינגיין אין קראפט אינמיטן פעברואר 2026 למספרם, און זיי צילן צו מאכן שטרענגער די שטראפן פאר כסדר'דיגע פארברעכער און געפארפולע דרייווערס. דער DMV שטעלט פאר די נייע געזעץ אלס א מיטל צו פארשטערקערן זיכערהייט אויף די גאסן, און אראפנעמען פון די גאסן געפארפולע דרייווערס. פון דער אנדערער זייט זאגן קריטיקירער אז די נייע געזעצן גייען צו ווייט, עס ציט איין דאס שטריק אויף דריי ריכטונגען אין דער זעלבער צייט, און קען האבן א פארקערטן אפעקט. צופיל מענטשן וועלן צוליב דעם דרייוון אן קיין לייסענס בכלל. פונקט ווי מען פארשטייט אז א "טיקעט" קען זיין זייער ווייטאגליך און א גרויסער קאפוויי, קען עס זיין, אויב מען רעדט פון אן אנדער סארט "טיקעט", א גרויסע שמחה. עס ווענדט זיך צי מען רעדט פון א טיקעט וואס מען באקומט דערויף פוינטס אויפן רעקארד, אדער מען רעדט פון א טיקעט צו פארן קיין אומאן... די זעלבע זאך איז מיט די פוינטס. די רעגירונג האט זיך דא גענומען צו די דרייווערס, און וויל זיי צולייגן נאך פילע פוינטס פאר פילע פארלעצונגען. אבער עס זענען דא אנדערע פוינטס וואס מען זוכט דאס וואס מער. מיר רעדן פון "נקודות טובות" - גוטע פוינטס. אויב איך האב היינט געדאווענט שחרית, אפילו עס האט אויסגעזען וויאזוי עס האט אויסגעזען, איז עס אבער א פוינט אויפן רעקארד. האסט אנגעטון תפילין, באקומסטו א פרישע פוינט. האסט געעפענט א משניות, ווידער א פוינט. אבער אויך דער פוינט סיסטעם איז שטארק פארברייטערט געווארן. היינט ווען א איד געבט א שמייכל פאר א צווייטן, איז עס אסאך מער פוינטס ווי אמאל. היינט ווען א איד איז מעביר סדרה, באקומט ער אסאך מער קרעדיט. עס בלייבט זייער לאנג אויף זיין קרעדיט. עס ווערט נישט אויסגעמעקט נאך אכצן חדשים, און אויך נישט נאך פיר און צוואנציג, דאס קען מען נישט אויסמעקן קיינמאל, און אפילו מען איז דורכגעפאלן מיט וואס זאל נאר נישט זיין, איז "אין עבירה מכבה מצוה". מען בעט די עסקנים זאלן זייער שטארק ענפארסן די נייע תקנות אויף די פוינטס. מען זאל באמערקן יעדע קליינע נקודה טובה'לע, און עס ארויסהייבן און מאכן אן עסק דערפון. דאס - זאגט דער רבי - וועט העלפן אז עס זאל זיך פארמערן די גוטע דרייווערס, די דרייווערס וואס פארן אויף וועג צו ווערן נאנט מיטן אויבערשטן. &nbsp;

    < זעה מער יט כסלו תשפ"ו 📝
  • ספר ארך אפים פון מוהרא"ש זי"ע ווערט פריש איבערגעדרוקט

    &nbsp; עס איז אונז א געוואלדיגע שמחה צו מעלדן אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, גייט יעצט פריש איבערגעארבעט און איבערגעדרוקט ווערן דער הייליגער ספר "ארך אפים" אויף אידיש, די ערשטע מאל וואס מען מאכט עס שיין מיט א הארטן דעקל. &nbsp; דער הייליגער ספר האט אן אינטערעסאנטע געשיכטע אונטער זיך. מוהרא"ש האט אנגעהויבן צו שרייבן זיין ערשטן ספר "שמירת הזמן". און שרייבנדיג איין פרק נאכ'ן אנדערן, האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן א פרק אינעם ספר אויף דעם ענין פון "סבלנות". מוהרא"ש האט אנגעהויבן שרייבן דעם פרק איין נאכט, אבער דאס שרייבן האט זיך פארצויגן אויך צום קומענדיגן טאג און דערנאך צום פאלגנדן נאכט, ער האט נאר מפסיק געווען פון שרייבן בלויז צום דאווענען. ווען דער "פרק" איז פארטיג געווארן, דערציילט מוהרא"ש, האט ער געזען אז ס'איז געווארן פון דעם א גאנצער ספר, האט ער באשלאסן עס ארויסצוגעבן אלס א באזונדערער ספר וואס ער האט א נאמען געגעבן "ארך אפים". &nbsp; איין וועג צו זען די גרויסקייט פונעם ספר קען מען זען פון דעם וואס דער ס"מ האט דעמאלטס אויפגעקאכט א גאנצע קאשע קעגן מוהרא"ש. בשעת יעדער וואס לערנט דעם ספר וועט נישט קענען פארשטיין, וואס קען זיין שלעכט מיט דעם ספר? וואס קען מען קריגן דערויף? ווער וויל נישט קיין עצה צו האבן סבלנות? ווער וויל נישט א וועג צו זיין אן ערליכער איד? אבער פון די אנדערע זייט קען מען עס יא פארשטיין, ווייל דער ספר איז ממש "ביטול הבחירה". עס איז מעורר צו תשובה, עס רעדט גראד צום נשמה פון א איד, און איז מחזק א מענטש ער זאל וויסן און געדענקען אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אויבערשטן. און דאס קען דער ס"מ נישט פארנעמען. &nbsp; ווען דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן, האט דער ראש ישיבה דורכגעלערנט דעם ספר. דער ראש ישיבה איז זייער נתעורר געווארן דערפון, ער האט געזען ווי דער ספר איז בכח צו טוישן א מענטש, און ער זאל קענען אנהייבן פון פריש צו ווערן אן ערליכער איד, און דערפאר איז דער ראש ישיבה דעמאלטס געגאנגען און האט איבערגעטייטשט דעם ספר אויף אידיש. מ'האט עס דאן תיכף ארויסגעגעבן אזוי אין די שנעלקייט, מיט א צייטווייליגן פאפירענעם דעקל. &nbsp; נאכדעם וואס גאר אסאך האבן געבעטן אז מען וויל האבן דעם ספר, האט זיך די קרן הדפסה אריינגעלייגט אינעם גרויסן פראיעקט עס גענצליך איבערצומאכן פון פריש. מען ארבעט גענצליך איבער דעם ספר פריש, און מ'גייט עס ארויסגעבן יעצט שיין פראכטפול מיט א הארטע דעקל צום ערשטן מאל. &nbsp; יעצט איז דא די זעלטענע געלעגענהייט צו קויפן זכותים אינעם ספר. דער זכות מהדורה איז שוין אויספארקויפט געווארן, און מו"ה מרדכי היימליך הי"ו האט זוכה געווען דאס אפצוקויפן, און די מהדורה וועט גערופן ווערן אויף זיין נאמען "מהדורת היימליך" וואס דער זכות וועט אים זיכער ביישטיין. &nbsp; אבער עס זענען נאך געבליבן גרויסע זכותים אינעם ספר. מען קען קויפן א "פרק" אינעם ספר פאר'ן סכום פון $1200, און אפילו די מיעוטי יכולת וועלן נישט נעמען ווייניגער פון א "זכות בספר" פאר $500, און מיט דעם מאכן די בעסטע אינוועסטמענט מיט די געלט דורך זיך איינקויפן א זכות לעד ולנצח נצחים. &nbsp; צו קויפן זכותים קען מען רופן דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו 347-578-4449.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 212 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 14 15
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com