Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרעזידענט טראמפ דערקלערט אין רעדע צום קאנגרעס: אמעריקע איז צוריק

    ווי איינגעפירט אין אמעריקע, טרעט דער פרעזידענט אויף מיט א "סטעיט אף די יוניאן" (וואס מיינט "מצב פונעם לאנד") רעדע יעדעס יאר פאר ביידע חלקים פון קאנגרעס, נעכטן מאנטאג האט טראמפ געהאט די געלעגענהייט צו געבן דעם רעדע, ווי ער האט דערקלערט מיט פאטאס, אז מיט זיין אדמיניסטראציע הייבט זיך אן א פרישע קאפיטל אין אמעריקע, ווי לענדער וועלן מער נישט קענען טרעטן אויף אמעריקע, און די לינקע אגענדעס וועלן מער נישט אונטערברענגען אמעריקע פון אינעווייניג.   טראמפ האט געגעבן די לענגסטע דרשה אין פרעזידענטליכע קאנגרעס רעדע היסטאריע - כמעט צוויי און א האלב שעה, איבערשטייגענדיג דעם לעצטן רעקארד געשאפן דורך ביל קלינטאן אין תש"ס, וואס האט גענומען א גאנצע שעה ווייניגער.   אויספרעגן אויף די צוהערער ווייזן אז רוב רובם פון די צוהערער פונעם רעדע זענען געווען צופרידן, און די רעדע האט זיי געמאכט שפירן אז דער פרעזידענט זארגט זיך אויף זאכן וואס קימערט זיי, און האט זיי געגעבן האפענונג אז זאכן גייען צום בעסערונג.   צווישן אנדערע האט ער געטריבן שפאס פון פילע פראגראמען וואס זיין אדמיניסטראציע האט געפונען אין די פילע רעגירונגס אגענטורן וואס פלעגט שיקן ביליאנען און מיליאנען פאר אבסורדע פראגראמען וואס טייל פון זיי זענען פארשלייערט אונטער נעמען וואס קיינער פארשטייט ניטאמאל זייער באדייט... ער האט פארשפראכן אז ער וועט זיין דער ערשטער פרעזידענט אין לאנגע יארן וואס וועט דורכפירן א באלאנצירטע בודזשעט, וואס מיינט אז מען גייט נישט אויסגעבן מער געלט ווי עס קומט אריין.   די חובות פון די רעגירונג דערטרענקט אונז אין א זומפ וואס מיר קענען זיך קוים ארויסזען, האט ער געשריגן, וואס איז א נושא וואס איז באמת זייער אקטועל ביי יעדעם איינעם. דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר פון די חורבן וואס קומט ארויס פון חובות, פארוואס דארפן מיר עס הערן פון דעם פרעזידענט? אבער קבל את האמת, מענטשן לעבן אין שוואוילטאג, און קויפן וואס נאר די הארץ באגערט, און מען ווישט דעם קארטל איין מאל און נאכאמאל. די זעלבע זאך איז ביי שמחות.   "זאגסט זייער שיין" זאגסטו אפשר, "אבער איך בין שוין אין חובות, וואס טו איך יעצט"? די ערשטע זאך ווארף אוועק דיינע קרעדיט קארדס, מאך דיר א חשבון הנפש אויף וואס די שפענדסט דיין געלט, און סטאפ דאס בלוטיגן. יעצט ווען עס דערנענטערט זיך דער הייליגער יום טוב פורים איז עס א געוואלדיגער געלעגענהייט ארויסצוקריכן אויך פון די אלטע חובות, פורים איז א צייט פון כל הפושט יד נותנים לו, מיר נעמען אן ביידע פשטים, בעט דעם אויבערשטן אז זאלסט קענען ארויסגיין פון דיינע חובות, און פשוט שטרעק אויס דיין האנט, אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים געבן זייער גערן, בפרט אין די הייליגע פרייליכע טאג פון פורים גייט ארויס אזויפיל צדקה וחסד. און דו דארפסט נישט זאגן אז דו גייסט פאר דיינע חובות, אויב טרעפסטו א חבר אין דיינע שיך, מאך א שותפות מיט אים, ער וועט גיין פאר דיר, און דו פאר אים, וועסט קענען זאגן אז דו גייסט פאר דיין חבר וואס איז א גרויסע בעל חוב, און אויב נישט קענסטו סתם גיין נאך געלט פאר "א איד" אין שווערע חובות. דו ביסט נישט קיין איד? עס איז בושות צו גיין נאך געלט? עס איז אסאך גרעסערע בושות צו מאכן חובות, און נאך גרעסערע בושות איז צו האבן חובות און נישט באצאלן.   און די זעלבע זאך איז יעצט די צייט זיך אלעס אויסצובעטן ביים אויבערשטן, מיר זענען זייער גרויסע בעלי חובות צום אויבערשטן, און מיר דארפן מאכן א חשבון הנפש, און סטאפן דאס בלוטיגן, אבער מיר קענען נישט אליינס, מיר דארפן נוצן דעם כל הפושט יד, בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל אונז ארויסנעמען פון אונזער פלאנטער און מיר זאלן אים קענען דינען באהבה בשמחה וביראה, פורים און א גאנץ יאר.   כל הפושט יד נותנים לו!

    < זעה מער ו אדר תשפ"ה 📝
  • הערליכע מסיבת הכרת הטוב און סעודת ראש חודש אדר דורכ'ן רענט קאמפיין

    פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט ליל שישי תרומה, האט קרית יואל געהאט די זכיה צו זיין די אכסניה של תורה, דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען זאגן דעם ליל שישי שיעור אין שטאט אין צוזאמענהאנג מיט די יערליכע "הכרת הטוב מסיבה" וואס דער רענט קאמפיין שטעלט צו. &nbsp; אין די ערשטע יארן פלעגט די מסיבה פארקומען אנפאנג חודש אדר אין וויליאמסבורג אויף א מוצאי שבת, אבער נאכדעם וואס פילע אנשי שלומינו האבן זיך געצויגן צום שטעטל אין קרית ברסלב אין אפסטעיט, האבן זיי פאריאר באשלאסן עס צו אפרעכטן אין די קרית יואל געגנט וואס איז נישט צו ווייט פון רוב אנשי שלומינו, אזוי אויך האבן זיי עס גערוקט אויף דאנערשטאג נאכט, צוליב וואס אסאך האבן זיך אויסגעדרוקט אז די מוצאי שבתים ווערן שוין אין די טעג קלענער, און עס ווערט צו שפעט. &nbsp; די זאלן האבן זיך שנעל אנגעפילט אין פריע אווענט שעות פונעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, פון די פילע אנשי שלומינו פון גרעיטער ניו יארק, מען האט זיך געוואשן צו א סעודת ראש חודש, דער ראש ישיבה שליט"א מיט'ן מנהל זענען געקומען באשיינען מיט'ן שטריימל, לרגל דעם וואך נאכט ביי הר"ר שמעון רוטה שליט"א דער זון פונעם ראש ישיבה שליט"א און איידעם ביים מנהל הר"ר אברהם משה שטראססער שליט"א. אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט לברך ולהתברך ביי די בעלי שמחה שליט"א. &nbsp; ביים אריינגאנג צום זאל האט אפגעווארט שיינע מתנות פאר אלע משתתפים, די פרישע גליונות און קאר קמיעות, אזוי אויך איז געווען א שיינע אויסשטעל פון פארשידענע שענערע מתנות, לעדערנע הגדה של פסח פון מוהרא"ש, מצה באקסעס, זילבערנע כוס של אליהו'ס מיט א נאמען אויף יעדעס איינע פאר די פילע נדבנים, געוואנדן אין די סכום מיט וויפיל זיי האבן זיך משתתף געווען במשך דעם יאר צו העלפן צאלן די רענט פאר די בנינים פון היכל הקודש, און מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס קען לכבוד דעם בעסער אויסנוצן זיין צייט זיך אפצוגעבן מיט די קהלה, רעדן מיט אינגעלייט וואס דארפן הדרכה אין חינוך, שלום בית, וכדומה, זיך אפגעבן מיט די מוסדות החסד והחינוך, בויען דעם שטעטל, בתי מדרשים, כולל און אזוי ווייטער. די אלע וואס נעמען א חלק אין צאלן רענט, האבן די זכיה צו האבן א שותפות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין די אלע פעולות לטובה, וואס האט אלעס איין ציל צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, אויסצוזאגן דעם סוד פאר אידישע קינדער אז דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, און זיי האבן יא די מעגליכקייט צוריק צו קומען צו זייער טאטן וואס שטייט און ווארט אויף זיי מיט אן אויסגעשטרעקטע ארעם. &nbsp; דער יושב ראש איז געווען דער פה מפיק מרגליות, דער מלמד מומחה מו"ה בערל שניטצלער הי"ו וועלכער האט אנגעפירט מיט'ן פראגראם כזקן ורגיל בטוב טעם ודעת. צווישן אנדערע האט ער זיך געווערטלט אז יעצט איז ראש חודש אדר, און אדר איז ראשי תיבות ר'אש ישיבה, ד'יין א'ון מעכי. דער ציבור האט שטארק הנאה געהאט פון זיינע טרעפליכע ווערטער. &nbsp; דער דיין שליט"א האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט א גאר אינהאלטספולע דרשה און געענטפערט שאלות וואס מען האט אריינגעשיקט במשך די לעצטע וואכן אין די נושא פון "מעשר כספים", צי מעשר איז א חיוב אדער א מנהג, וויפיל מען דארף געבן, פון וואס מען דארף געבן, און פארשידענע סיטואציעס ווען מען באקומט געלט פון פארשידענע מקורות ווען מ'דארף געבן מעשר דערפון. דער דיין האט שטארק ארויסגעברענגט אז מעשר איז אן אויסנאם פון אנדערע מעשים טובים, מיט דעם אז מען קען דערמיט "אויספרובירן" דעם אויבערשטן, און זען ישועות ה' בזכות צדקה און מעשר ווי דער פסוק זאגט (מלאכי ג' י') "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר יהוה צבאות אם לא אפתח לכם את ארבות השמים והריקתי לכם ברכה עד בלי די". &nbsp; דערנאך האט דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו אויפגעטרעטן מיט אן אדר'דיגע רעדע, געפלאכטן מיט "ערנסטע הומאר", ער האט אראפ געלייגט וויאזוי עס האט אויסגעזען ווען ער אויס ארויפגעגאנגען צום עולם האמת אין א חלום, וויאזוי ער האט אנגעקוקט דער וועלט, און ארויסגעברענגט אז מיר דארפן זיין וואכזאם וואס עס ליגט באמת אויף אונזער הארץ, און וואס איז טאקע וויכטיג. ער האט אויסגעפירט מיט א וויכטיגע מעסעדזש אז מו"ה אשר בער הי"ו און מו"ה שבתי הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק פארן רענט קאמפיין זענען סוקסעספולע ביזנעסלייט וואס קענען מאכן ערנסטע ביזנעס אין די צייט, אבער געבן זיך אוועק נאר צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א, מיט זיין ציל צו פארשפרייטן דעם אויבערשטענ'ס נאמען אויף דער וועלט. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן מיט'ן וועכענטליכן ליל שישי שיעור, דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין אינעם נושא פון די טעלעפאנען מיט וואס די גאס רייצט אונז אויף, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מילא ביזנעס, האסט אין אפיס א קאמפיוטער, אימעיל, קאנטאקטן, דו שפירסט אז דו דארפסט עס פאר ביזנעס. אבער ווען עס קומט פינף אזייגער, פארוואס ברענגסטו אהיים דיין אזוי גערופענע ביזנעס? "אדרבה" האט דער ראש ישיבה געפרעגט פארווייטאגט "נעם ארויס דיין טעלעפאן, און קוק נאך וויפיל שעה דו האסט פאר'תכלעוועט דערויף", דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק אויפגעפאדערט אנשי שלומינו מען זאל אינוועסטן אין די ריכטיגע ביזנעס, די אייגענע משפחה, די ווייב און קינדער, וואס נאר דאס ברענגט לאנג טערמיניגע רווחים.

    < זעה מער ה אדר תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו פורים מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט גרייטן זיך מיט גרויס געהויבענקייט צום בעפארשטייענדען פרייליכן יום טוב פורים הבעל"ט, ביי אנשי שלומינו האט פורים א ספעציעלן באדייט, פורים איז א יום טוב ווי אלע לעבן מיטן אויבערשטן, אלע זינגען "עס איז דאך אלץ הבל הבלים אין עוד מלבדו", און אלע שרייען "דער אויבערשטער האט דיר ליב", מען קען זיך נישט פארשטעלן דער תענוג און נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט ווען זיינע קינדער טראכטן פון אים, גלייבן און אים, אבער דער אויבערשטער וויל עס הערן אויך מיט א טרוקענע מויל (עיין בסיפורי מעשיות), א גאנץ יאר זאלן מיר זינגען "א גאנץ יאר פרייליך", און א גאנץ יאר זאלן מיר לעבן מיט דעם "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד", איז כל שכן וכל שכן פורים, איז דער שמחה עד אין לשער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו, דער סיפור וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ דערציילן פאר פורים מיט ר' מאיר טעפליקער. ווי "ער פלעגט מאכן ביי זיך אין שטוב פורים נאכמיטאג א סעודה און אנשי שלומינו זענען זיך צאמגעקומען, מען האט געגעסן א סעודה, מען האט געטרינקען און געטאנצן אז מיר האבן מרדכי הצדיק, דער הייליגער רבי וואס ראטעוועט אונז פון המן הרשע; דער יצר הרע וואס וויל הרג'ענען יעדן איינציגסטן איד. &nbsp; ויהי היום, איין פורים זעט ר' מאיר ווי איינער זיצט אין דער זייט און וויינט, בשעת אלע טאנצן זיצט ער דארט אין א מרה שחורה, ר' מאיר האט דאס נישט געקענט סובל זיין. ער גייט צו צו אים און פרעגט אים: "זאגט מיר וואס גייט פאָר? היינט איז פורים, אלע טאנצן, אלע זענען פרייליך, פארוואס טאנצט איר נישט מיטן גאנצן עולם?!" דער איד קוקט אן ר' מאיר און זאגט אים: "ווי אזוי קען איך טאנצן ווען איך האב א צביה אויפן קאפ?!" ר' מאיר פרעגט אים: "וואס רעדט איר? זאגט מיר וואס גייט פאר מיט אייך?" דער איד הויבט אן וויינען, ער זאגט פאר ר' מאיר טעפליקער: "איך האב א טאכטער, זי איז שוין עלטער, זי דארף א שידוך, איך האב נישט קיין געלט איר חתונה צו מאכן, קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיר, די טאכטער צביה דרוקט מיר אויף מיין מח, איך הער נישט אויף טראכטן פון מיין צרה", ר' מאיר זאגט אים: "איך פארשטיי אייך נישט, אמת, איר האט א צרה, איז דאס אבער די עצה? זיצן פארביטערט איז אן עצה?! דער רבי האט אונז געלערנט, אז מען האט א צרה שרייט מען צום אייבערשטן, דער רבי האט אונז געלערנט, אז עס דרוקט אויפן הארץ - גיסט מען זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, קומט טאנצן מיט מיר, איך וועל אייך ווייזן וואס איר זאלט טון מיט צביה, איך וועל זאגן ווערטער צום אייבערשטן און איר וועט מיך נאך זאגן". &nbsp; ר' מאיר הויבט אן זאגן דעם פסוק: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער"; ר' מאיר זאגט אים: "זאג מיך נאך"; דער איד האט נאכגעזאגט און זיי האבן אנגעהויבן טאנצן, ביז דער איד איז זייער פרייליך געווארן, ער האט שוין נישט געשפירט צביה אין זיין קאפ, ער האט אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן. &nbsp; נאך פורים איז געשען א גרויסע נס, צביה איז א כלה געווארן מיט א ברסלב'ער חתן, ביידע, סיי דער חתן האט נישט געזוכט א כלה וואס האט געלט, דער חתן האט געזוכט א כלה וואס לעבט מיטן אייבערשטן, וואס לעבט מיט א צדיק, און אויך די כלה האט זיך זייער געפרייט אז זי האט געטראפן א גוטער חתן, א חתן וואס קוקט נישט אויב מען האט געלט. זיי האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א פירט אויס די מעשה מיט די ווערטער: "ברודער, גיי שוין זוך דיר אויף א ווינקל און שריי צום אייבערשטן: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער אינעם בריוו זיינע פלענער פאר'ן יום טוב פורים, אז ער וועט זיין בעז"ה פורים ערב שבת קודש אין וויליאמסבורג, און ער בעט אנשי שלומינו זאלן נישט אריינקומען אין שטאט, נאר יעדער זאל זיך מאכן פרייליך וואו ער איז, ווייל "פרייליך איז נישט אין א געוויסע פלאץ, פרייליך איז אין הארץ." &nbsp; מי'טן אויבערשטענס הילף וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען מוצאי שבת קודש אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט אין וויליאמסבורג, ווי מען וועט טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד היום, און זונטאג נאכמיטאג פורים המשולש וועט פארקומען אין בית המדרש א שיינע שושן פורים סעודה מיט א פארשטעלונג פאר די קינדער, וואס וועט זיין בעז"ה גאר אינטערעסאנט. &nbsp; &nbsp; וימי הפורים האלה לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם

    < זעה מער ג אדר תשפ"ה 📝
  • אגריקולטור סעקרעטאר שטעלט פאר פלאן צו נידערן אייער-פרייזן

    די נייע אגריקולטור סעקרעטארשע פון די טראמפ אדמיניסטראציע ברוק ראלינס האט געמאלדן א ברייטע פינף-שטאפלדיגע פלאן צו באקעמפן דעם ערנסטן פייגל-פלו-קריזיס און צו נידערן די אייער-פרייזן, וועלכע זענען אין די לעצטע צייטן געשטיגן צו אומגלויבליך הויכע שטאפלען.&nbsp;&nbsp; &nbsp; אין די לעצטע פאר יאר איז די אמעריקאנער אייער-אינדוסטריע אויסגעשטאנען ערנסטע פראבלעמען צוליב די פילע אויסברוכן פון פייגל פלו. די קרענק האט געפירט צו די מאסן-פארניכטיגונג פון ביליאנען הינער, וואס האט צוגעפירט א מאסיווע רעדוקציע אין פראדוקציע און צום סוף אנגעברענגט געפערליכע פרייז שטייגונגען. יעצט ווען עס דערנענטערט זיך דער יום טוב פסח ווען מיר נוצן אסאך אייער, איז ערווארטעט אז אייער וועט צולייגן עטליכע הונדערט דאלער צו די הוצאות יום טוב, וואס דער אויבערשטער וועט בלי ספק אונז צושטעלן, מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני, דער אויבערשטער וואס געבט אונז לעבן - קיינער רעדט זיך נישט איין אז ער קען אליינס אריינגעבן א נשמה און חיות אין א קערפער, דער זעלבער באשעפער שיקט צו פרנסה. עס איז נישטא וואס זיך צו זארגן. &nbsp; מיר וועלן לאזן די דאגות פאר די אגריקולטור דעפּאַרטמענט. ראלינס זאגט אז זיי פלאנען צו אינוועסטירן דעם ריזיגן סכום פון א ביליאן דאלער צו באקעמפן דעם קריזיס. זייער פלאן באשטייט פון פינף פונקטן:&nbsp;&nbsp; &nbsp; איינס. די רעגירונגס וועט אינוועסטירן אסאך געלט פאר ריסוירטש און פראגראמען צו פארמינערן די פארשפרייטונג פון די פייגל-פלו ווירוס צווישן הינער. עס וועלן ווערן ארויפגעלייגט פארשידנע נויטיגע זיכערהייטס מיטלען אין פארמעס און פלייש-פראדוקציע צענטערן.&nbsp;&nbsp; &nbsp;&nbsp;&nbsp; צוויי. טויזנטער אייער-פארמער אין אמעריקע האבן געליטן גרויסע שאדן צוליב די פילע פלו אויסברוכן. די רעגירונג פלאנט צו צושטעלן געלט פאר די אלע פארמער, כדי זיי זאלן קענען זיך שנעל צוריק בויען צוריקקומען צו זייער געוועזענע פראדוקציע שטאפלען.&nbsp;&nbsp; &nbsp; דריי. אין די לעצטע יארן זענען געווען געוויסע באמיאונגען צו שאפן וואקסינען קעגן פייגל-פלו, די רעגירונג וועט אינוועסטירן צו אַנטוויקלען וואקסינען וואס קענען זיין אפעקטיוו אין באשיצן הינער פונעם פלו.&nbsp;&nbsp; &nbsp; פיר. לויט ראלינס האבן די פריערדיגע אדמיניסטראציע ארויפגעלייגט פארשידענע רעגולאציעס וועלכע שטערן די אייער-אינדוסטריע. די אדמיניסטראציע האט צוגעזאגט איבערצוקוקן און אויסמעקן געוויסע רעגולאציעס כדי צו פארגרינגערן די פראדוקציע קאסטן און סוף כל סוף ברענגען צו ביליגערע אייער פאר קאנסומערס.&nbsp;&nbsp; &nbsp; פינף. די אדמיניסטראציע וועט ערלויבן און מוטיגן דאס צייטווייליגע אימפארטירונג פון מיליאנען אייער פון אויסלאנד, בעיקר פון טורקיע, כדי צו פארגרינגערן דעם מאנגל אין די אמעריקאנער מארק און סטאביליזירן די פרייזן.&nbsp;&nbsp; &nbsp; די אגריקולטור סעקרעטאר האט געזאגט אז זי האלט אז די ביידען אדמיניסטראציע איז פאראנטווארטליך פארן קריזיס. לויט איר, האט די פריערדיגע אדמיניסטראציע איגנארירט די ערנסטע פראבלעמען אין דער אייער-אינדוסטריע, וואס האט געברענגט צו די עקסטרעמע פרייז שטייגונגען. זי האפט אז מיט די נייע פאליסיס וועט די סיטואציע זיך סטאביליזירן אין די קומענדיגע דריי צו זעקס מאנאטן.&nbsp; &nbsp; ווי געזאגט לאזן מיר די אין די "הויכע פענסטער" זיך "זארגן", און אנדרייען, מיר וועלן ווייטער זיין רואיג און צופרידן, וויסנדיג אז מיר זענען אין גוטע הענט, די ריכטיגע פירער פון די אגריקולטור אדמיניסטראציע און פון די גאנצע וועלט איז דער אויבערשטער, און ער האט א גוטע טרעק רעקארד מיט עקספיריענס וויאזוי צו פירן די וועלט וואס איז נישטא זיינס גלייכן.

    < זעה מער ל שבט תשפ"ה 📝
  • פארשריט באריכט פונעם האשקי בית המדרש אין שטעטל

    עס טוט זיך העפטיגע ארבעט אונטערן צענטראלן בית המדרש אין שטעטל אויף 181 האשקי ראוד. צענדליגע ארבעטער שטייען אויף זייערע שטעלעס און פירן אויס די פילצאליגע קאמפליצירטע צוגרייטונגען פארן גרויסן נייעם בית המדרש וואס ווערט געבויט גאר געשיקט בסייעתא דשמיא. &nbsp; ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה אונטערגענומען פאר עטליכע וואכן צוריק דעם גרויסן אונטערנעמונג, פאר וועלכע ער האט זיך אנגעבארגט א מיליאן דאלער, צוליב די גרויסע נחיצות, פון בויען א גרויסן בית המדרש וואס איז שוין א מוז אין די טעג, צוליב די גרויסע צאל איינוואוינער און די פילצאליגע אקטיוויטעטן פונעם בית המדרש. &nbsp; עס בויעט זיך ב"ה זייער שנעל אויף דער נייער עקסטענשאן וואס וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע א גרויסע הערליכע בית המדרש מיט א הויכע דאך פון צוויי שטאק הויך, עס וועט בעז"ה האבן פון ביידע זייטן א גרויסע גאלעריע פאר די פרויען. אין די אונטערשטע שטאק וועט זיין א גרויסע רחבות'דיגע מקוה, מיט דריי בורות, און צענדליגע שויערס פון ביידע זייטן. דער שטאק וועט האבן א גרויסע און ברייטע דירעקטע אריינגאנג פון די גאס, א גרויסע שמש שטיבל וואס וועט צושטעלן די פולע שמש סערוויסעס וואס דער ציבור ווארט, עס וועט האבן אסאך בתי כבוד. די העכערע שטאק ווי עס וועט זיין דער גרויסער היכל הבית המדרש וועט האבן איר צענטראלע גרויסע אריינגאנג מיט א ברייטע לאבי אויף די רעכטע זייט, פונעם לאבי רעכטס וועט מען גיין צום גרויסן נייעם בית המדרש, און לינקס וועט פירן צום יעצטיגן עקזיסטירנדן בית המדרש וואס וועט גענוצט ווערן טעגליך פאר די מנינים שחרית מנחה מעריב, דער יעצטיגער בית המדרש וועט בעז"ה צוטיילט ווערן מיט ווענט, און וועט קענען אקאמאדירן יעדע האלבע שעה א מנין. אזוי אויך וועט מען בעז"ה שטארק פארברייטערן דעם קאווע שטיבל, מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט אויס. &nbsp; דער נייער בית המדרש וועט אין די וואכן טעג גענוצט ווערן פאר א היכל התורה, וואס וועט גענוצט ווערן במשך דעם טאג דורך די לומדי הכולל, און אזוי אויך פאר אלע אנשי שלומינו וואס ווילן א רואיג ווינקל צו לערנען, און נישט געשטערט ווערן פון די מנינים. אזוי אויך וועט מען דאווענען דערין יעדן שבת ויום טוב בעז"ה. &nbsp; אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן אויף די מזרח וואנט גרויסע שיינע לעכטיגע פענסטער, ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט. &nbsp; אין די לעצטע וואכן האט מען זיך גערוקט מיט גאר גרויסע טריט, מען האט שוין געענדיגט די עקסקעוועישן, אויסגעגראבן די טיפע גרוב אונטערן בית המדרש, מען האט האט געדארפט גראבן זייער טיף צוליב וואס דער נייער בית המדרש וועט זיין א שטאק אראפ, פלוס וואס די בורות פון די מקוה איז נאך א שטאק אראפציר. מען האט געדארפט גיסן זייער אסאך קאנקריט אונטערן אלטן בנין צו אונטערפינען, דאס הייסט אז דער אלטער בנין האט זיך געהאלטן אויף דעם בארג וואס איז יעצט געווארן אוועקגעגראבן, און ווען מ'איז מחבר אזא געביידע צו אן אלטן עקזעסטירנדן דארף מען זיכער מאכן אז די אלטע בנין זאל נישט איינפאלן. און דאס האט גענומען היבש צייט, און עס איז זייער אן אחריות'דיגע ארבעט. ברוך השם אז מ'האט שוין געענדיגט דער חלק, און מ'האט שוין אנגעהויבן גיסן ווענט, זייער הויכע ווענט. אזוי אויך האלט מען שוין טיף אינמיטן די פלאמבינג ארבעט פון אונטער די ערד, וואס מ'דארף פארטיגן איידער מען קען צוגיין צו גיסן די פלאר. מען אינסטאלירט אלע אפלויף און וואסער פיייפס, און ווי נאר מען ענדיגט מיט די פלאמבינג אויף א חלק פונעם שטח, גייט מען תיכף צו צו גיסן די צעמענטענעם פלאר פונעם אונטערשטן שטאק. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף האפט מען צו ענדיגן די גאנצע פלאמבינג און פלאר ביז קומענדיגע וואך, און ב"ה די האלץ פאר די פרעימינג איז שוין אויך אנגעקומען, און מיט'ן אויבערשטנס'ס הילף וועט מען זיך נעמען צו די האלץ פרעימינג ארבעט אין די קומענדיגע וואך. &nbsp; מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט די לעצטע אפדעיטס אין די קומענדיגע וואכן מיט די פארשריט פון די ארבעט בסייעתא דשמיא. דער אויבערשטער זאל העלפן אז פון דעם בית המדרש זאל ארויסקומען אסאך תורה תפלה, און כבוד שמים. &nbsp; בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

    < זעה מער כט שבט תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צום געהויבענעם יום טוב פורים מיט'ן ספר "איש יהודי"

    האלטענדיג ממש איידער מען גייט אריין אין די הייליגע שבתים פון די ד' פרשיות און דער יום טוב פורים אינדערצווישן, זעט מען א שטארקע אינטערעסע ביי אנשי שלומינו זיך איינצוהאנדלען דער הערליכער ספר פונעם ראש ישיבה שליט"א "איש יהודי" וואס איז גאר צוגעפאסט צו צוגרייטן צו די בעפארשטייענדע פרייליכע טעג. &nbsp; דער ערשטער חלק פונעם ספר באשטייט פון די מגילת אסתר מיט הערליכע בליציגע טייטשן פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויסגעשטעלן אויפן סדר פון די מגילה, טייטשן וואס וועלן אויפלאמען דאס הארץ צום אויבערשטן, און איז מחזק צו קענען אנגיין בעבודת ה', הערליכע דברי תורה פון מיט חיזוק און עצות וואס מען קען נאכזאגן וויאזוי א מענטש קען זיך שטארקן די אמונה און ארויסנעמען די מאקסימום פון די הייליגע יום טוב, אויף די וועג וואס דער הייליגער רבי און זיינע תלמידים האבן אונז געלערענט. וויאזוי מען זעט פון די מגילה אז דער אויבערשטער האט אונז יא ליב, און מיר קענען נאך אלץ תשובה טון. &nbsp; דער צווייטער חלק פונעם ספר איז "מכתבים" געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א דברים היוצאים מן הלב, הארציגע ווערטער צו שטארקן און צו אויפוועקן אידישע קינדער זיי זאלן אויסנוצן די הייליגע טעג צוריק צו קומען צום אויבערשטן, און זיך שטארקן אויף די טאג טעגליכע שוועריקייטן, און מיר זאלן זיך נישט לאזן פאלן פון די פגעי הזמן, עניני ד' פרשיות און פורים, פראקטישע הדרכות אויף למעשה, וויפיל צו טרונקען פורים, וויאזוי זיך אויפצופירן אין די פרייליכע טעג און חיזוק וויאזוי אויסנוצן די צייט. דער ראש ישיבה רעדט פון די קליפת עמלק, ספקות, און עצות דערקעגן, וויאזוי מען קען זיין אמת'דיג פרייליך פורים, און אזוי ווייטער. &nbsp; דער ספר איז דא צו באקומען אויפן ברסלב סענטער וועבסייט ווי מען קען עס דאונלאודן, צו באקומען די הערליכע הונדערט פינף און זיבעציג בלעטער פון דעם שיינעם ספר. אזוי ווי דער ספר איז שוין גענצליך אויסגעגאנגען, האלט יעצט דער קרן הדפסה אינמיטן איבערדרוקן דעם ספר, און מען וועט עס קענען באשטעלן ביים קרן הדפסה, אדער קויפן דירעקט דא. אין די זעלבע צייט איז דער קרן הדפסה גרייט מיט נאך פילע ספרים אויף די הייליגע פרייליכע טעג, צום ביישפיל די קונטרסים און ספרים פון מוהרא"ש "א פרייליכן פורים מיט מגילת אסתר" אויף אידיש, "פורים שמח" אויף לשון הקודש, און "שמחת פורים" אויף לשון הקודש, און דער ספר "מגילת אסתר עם פירוש גנזי המלך" מיט וואס אנשי שלומינו וועלן זיך מחי' זיין דעם קומענדיגן יום טוב פורים.

    < זעה מער כט שבט תשפ"ה 📝
  • עלטסטע קריגס איבערלעבערין נפטר געווארן

    נעכטן איז נפטר געווארן אין ניו יארק א הונדערט און דרייצן יעריגע אידישע פרוי מיט'ן נאמען רויזא גיראָון. קיינער בלייבט נישט דא אויף דעם עולם פאר אייביג, זינט בריאת העולם האט יעדער איין טאג צוריק געגעבן די נשמה פאר'ן אויבערשטן. די סיבה פארוואס די פטירה פון די פרוי איז אין די נייעס איז צוליב זי איז געווען גערעכנט צו זיין די עלטסטע קריגס איבערלעבער אין די וועלט. &nbsp; די פרוי - וואס איז נעכטן נפטר געווארן אין א מושב זקנים נארט בעלמאור - אין נעסאו קאונטי - ניו יארק, איז געבוירן געווארן אין אין פוילן, זי האט געוואוינט א שטיק צייט אין דייטשלאנד, ביי די מלחמה איז זי אנטלאפן קיין שאנכיי, כינע. און שפעטער האט זי זיך אריבערגעצויגן קיין קווינס ניו יארק, ווי זי האט געוואוינט ביז צען יאר צוריק. אין יאר תשע"ה איז זי אריבער צו א נוירסינג היים, ווי זי האט זיך אויפגעהאלטן ביז איר פטירה אין טיפן עלטער פון הונדערט און דרייצן יאר. &nbsp; מען קען ליינען די נייעס פשוט, און זען די היסטארישע מאמענט, די עלסטע קריג איבערלעבער איז אוועק, אדער קען מען נתפעל ווערן אז א מענטש לעבן הונדערט און דרייצן יאר, אבער ווייניג כאפן אז די נייעס דארף געבן א טרייסל פאר א מענטש, ווייל דאס זאגט אז סוף כל סוף וועלן מיר אלע דארפן צוריק געבן אונזער נשמה צום אויבערשטן. &nbsp; מוהרא"ש פארציילט אז ווען ער איז געווען א קינד, איז ער געווען א ווילד קינד, און איין מאל ביי א לויה האט זיך געשטופט צו מיטהאלטן וואס טוט מען מיט'ן נפטר, ער האט געזאגט אז ער האט געזען אז יא, מען נעמט דעם נפטר, מען לייגט אים אריין אין א גרוב אין דער ערד, מען לאזט אים דארט איבער אליינס, און מען דעקט עס צוריק איבער, און דאס האט אים איבערגעלאזט א טיפער רושם, און געמאכט טראכטן, "פארוואס זענען מיר דא אויף דער וועלט"?, "וואס איז דער תכלית"? געדאנקען וואס האבן אים אלעמאל געדרוקט. אבער ווען ער האט געטראפן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים איז אים לעכטיג געווארן, אוועקגיין פון דער וועלט איז נישט אזוי שרעקעדיג - עס איז ווי מען גייט אריבער פון איין צימער צו א צווייטן. &nbsp; אבער מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן נישט פארשפילט ווערן פון די הבלי עולם הזה בשעת מיר זענען נאך דא, ווייל יעצט איז ממש גרינג זיך איינצופאקן צידה לדרך פאר'ן עולם הנצחי, אין די פאר יאר קענען מיר איינקויפן גאנצע סטארעדזשעס מיט עסן, טרונקען, קליידער און הייזער פון וואס מיר וועלן נהנה זיין לנצח נצחים, א באגריף וואס אונזער באגרעניצטע מח קען נישט באגרייפן. וויאזוי קענען מיר בייקומען די גלאנציגע וועלט וואס זוכט נאר צו פארדעקן דעם אויבערשטן, דאס גייט נאר דורך תפלה, אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל זוכה זיין אויסצונוצן זיינע טעג, וועט ער זוכה זיין דערצו. עס גייט טאקע נישט אין איין מינוט, אבער מיט סבלנות, יעדן טאג פריש בעטן דעם אויבערשטן און נישט אויפגעבן, וועסטו זוכה זיין צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד.

    < זעה מער כח שבט תשפ"ה 📝
  • מילך אדער מילעך

    שאלה: עס איז מיר זייער אינטרעסאנט פארוואס שרייבט מען "מילך", און נישט "מילעך" אדער "מילאך"? עס איז דאך א אידישע ווארט, און אויף אידיש ניצט מען דאך וואקאלן? &nbsp; &nbsp; בית פיגא ירושלים &nbsp; ענטפער: פון אייער שאלה פארשטיי איך אז עס זעט אויס ווי מען שרייבט עס ווי א לשון הקודש ווארט, און נישט ווי אידיש, וויבאלד מען זאגט עס ארויס "מילעך" (אין אמעריקע) אדער "מילאך" (אין ארץ ישראל), אבער מען שרייבט עס "מילך". &nbsp; פון וואו שטאמט אידיש? דער שפראך האט זיך שוין אנטוויקלט מיט איבער טויזענט יאר צוריק אין די אידישע קהילות פון אשכנז (דייטשלאנד, און צפון פראנקרייך) אלץ א מיטל צו זיין אפגעטיילט פון די גוים. די שפראך איז געבויט אויף די דעמאלטסדיגע דייטשע שפראך (וואס מען רופט היינט "מיטל הויך דייטש") און עס האט אריינגעמישט פילע לשון הקודש ווערטער, און געשריבן מיט די הייליגע אל"ף בי"ת. &nbsp; נאך די שוידערליכע קרייצצוג תקופה, זענען זייער אסאך אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד, און מען האט זיך פארשפרייט אין פילע סלאווישע לענדער פון אייראפע ווי פוילן, ליטע, אוקריינע און רוסלאנד, דארט האבן זיך אריינגעכאפט זייער אסאך סלאווישע ווערטער אין אידיש, וואס מיר נוצן נאך ביז היינט. &nbsp; אין פארשידענע סלאווישע שפראכן זאגט מען ארויס דאס ווארט מילך מיט א שטיקל דגוש נאכ'ן ל' ווי "מאלאקא" (רוסיש) אדער "מילעקא" (סלאוואקיש), דאס האט ווארשיינליך געהאט א השפעה אויף אידיש אויך, וואס כאטש מען האט עס ווייטער געשריבן "מילך" ווי מען שרייבט עס און מען זאגט עס אויף דייטש (נאך ביז היינט) האט מען עס אנגעהויבן זאגן "מילעך". דאס איז אן אלטער כלל, אז אפילו שפראכן אנטוויקלען זיך כסדר, אבער אויפן שרייבן נעמט עס אסאך לענגער. &nbsp; יעצט שטייען מיר פאר'ן יום טוב פורים, מען גייט מקיים זיין די פילע מצוות היום, הערן מגילה ליינען, וואס צדיקים האבן געזאגט דערויף אז פאר דעם אליינס לוינט זיך שוין דורכצוגיין דעם גאנצן לעבן מיט אלע שוועריקייטן... משלוח מנות, וואס חז"ל זאגן אז דאס איז צו מרבה זיין שלום וריעות צווישן אידישע קינדער, סעודות היום, זיך פרייען מיט'ן אויבערשטן, און מתנות לאביונים. וואס אויף דעם ווילן מיר זיך דא אפשטעלן. עס זענען דא מענטשן וואס מיינען אז נאר ביי די וואס מען שטייט דארט אין לאנגע שורות און מען טיילט דארט גלאטע הונדערטערס, און זיי טראכטן אז וואס פארא פורים איז דאס ביי מיר אז איך האב גארנישט צו געבן... איך וועל דיר זאגן א סוד, דו האסט עפעס וואס דער עושר האט נישט, דו קענסט עפעס טיילן א זאך וואס איז דא זייער ווייניג דערפון, א זייער א טייערע זאך, אבער דו האסט דערפון גענוג און נאך, א איד וואס איז אנגעזאפט מיט אשר בנחל קען געבן "ולבן שנים מחלב", איינער קען טיילן מילך און ווייס מאכן יענעמ'ס ציין, אבער דו קענסט אים געבן פון דיין חיזוק, פון דיין שמחה, און אים געבן די מוט צו לעבן. גיי ארום - נישט נאר פורים - מיט א גרויסע שמייכל אויף דיין מויל, ווען דו באגעגענסט איינעם, קוק נישט צי ער גריסט דיר אדער נישט, זאג אים הויך מיט א שמייכל "גוט מארגן, וואס מאכט איר?", דו קענסט נישט וויסן וויפיל מענטשן עס דרייען זיך ארום "נארמאל", אבער זיי זעען גארנישט, ער זעט שטערנס, ער גייט יעצט דורך א שוועריקייט וואס קיינער ווייסט נישט, און קיינער זעט נישט, אין זיין קאפ זוכט ער וואו קען מען אנטלויפן, ער טראכט "וואס האב איך פון מיין לעבן", און א פרייליכער איד גייט דורך און גריסט אים "גוט מארגן" דאס קען אים ראטעווען בוכשטעבליך, איינער טראכט נאך פון מיר, איינער אינטערסירט נאך אין מיר. וועסטו מיר זיכער זאגן, "איך בין דאך דער וואס גייט דורך דער גיהנום אויף דער וועלט, און איך זוך איינער זאל "מיך" מאכן שמייכלען, וויאזוי קענסטו דאס פארלאנגען פון מיר?", בעט איך דיר, טראכט נישט אזוי, ווייל דער קארענסי וואס הייסט "ולבן שיניים מחלב" איז זייער טייער, און עס איז דא א גרויסע מאנגל דערפון. און אז דו שפירסט אז דו דארפסט חיזוק, ווייסטו די אדרעס, עפן אויף אן אשר בנחל, אן עצתו אמונה, רוף אן די האטליין, הער אביסל חיזוק, און די שמחה וועט זיך איבערגיסן אויף אלע זייטן. חזק ואמץ!

    < זעה מער כז שבט תשפ"ה 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם "רענט קאמפיין", קומענדיגן דאנערשטאג אין קרית יואל

    די געטרייע עסקנים פון די "רענט קאמפיין" זענען אין די טעג פארנומען מיט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים. &nbsp; אנשי שלומינו האבן א שטארקע הכרת הטוב פאר די צוויי חשובע אינגעלייט מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה שבתי מארקוס הי"ו וועלכע האבן אראפגענומען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פאר די בניני הישיבה, און מיט דעם האבן זיי באפרייט טייערע צייט און כח פונעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען זיך בעז"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט מער הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אנשי שלומינו ווייסן און פארשטייען די שווערע אונטערנעמונג וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען און פירן אויס מיט געטריישאפט מדי חודש בחדשו, און דעריבער שטרענגט מען זיך אן יעדן חודש און מען געבט צושטייער שיינע סכומים פאר די רענט. &nbsp; די רענט קאמפיין שפירט א געוואלדיגע הכרת הטוב צום ציבור וואס העלפט אזוי שיין ארויס, און דעריבער ווילן זיי כאטש איינמאל א יאר זיך באדאנקען פאר די פילע נדבנים, און דעריבער איז פאררופן געווארן די יערליכע מסיבת הכרת הטוב אויפ'ן קומענדיגן דאנערשטאג נאכט פרשת תרומה הבעל"ט, אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש אדר, אין די פראכטפולער זאל "עטרת מייזעלס" אין קרית יואל, אויף 6 י"ד גאלדבערגער דרייוו. &nbsp; אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפרעכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות פאר אלע נדבנים. &nbsp; היי יאר ווארטן אנשי שלומינו שטארק ארויס אויף א ספעציעלע שיעור וואס דער דיין שליט"א וועט געבן, ווי ער וועט איבערגעבן הלכות "מעשר כספים" אויף א קלארע און פראקטישע אופן, און מען זאל ארויסגיין מיט א קלארקייט איבער דעם גאנצן נושא. &nbsp; דער משא המעמד וועט געגעבן ווערן דורכן ראש ישיבה שליט"א וועלכע וועט איבערגעבן דארט ביים מסיבה דער וועכנטליכן ליל שישי שיעור, און וועט אונז צוגרייטן צו די פרייליכע חודש אדר, און צו די לעכטיגע יום טוב פורים הבעל"ט, וויאזוי מיר קענען אויסנוצן די טעג אויפן בעסטן אופן. &nbsp; די עסקנים האבן געבעטן איבערצוגעבן עטליכע נקודות פאר אנשי שלומינו, ערשטנס בעטן זיי אלעמען צו קומען אין צייט 8:15 אויף דערנאכט, וואס פון דעם וועט יעדער נהנה זיין אז מען וועט קענען ענדיגן אין צייט מיטן אויבערשטנ'ס הילף. אויך בעטן זיי איבערצוגעבן אין שטוב אז דער מסיבה איז נאר פאר ערוואקסענע מענער, און נישט פאר קינדער, בחורים אדער פרויען. אויך וועט נישט זיין צוגעשטעלט קיין טראנספארטאציע פון שטעטל. &nbsp; דער מסיבה אנטשפרעכט איבערצולאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע באטייליגטע אויף א לאנגע צייט.

    < זעה מער כז שבט תשפ"ה 📝
  • גרויסער נס ראטעוועט הונדערטער אידן פון א גרויסע אומגליק רח"ל אין ארץ ישראל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט האט דער אויבערשטער באוויזן גרויסע נסים פאר אידישע קינדער אין ארץ ישראל, ווען עטליכע טעראריסטן האבן געוואלט אויפרייסן פילע באסעס אין די פריע פארמיטאג שעות פון ערב שבת קודש ווען זיי זענען פול מיט פאסאדזשירן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן, און געראטעוועט אידישע קינדער פון דעם גרויסן אומגליק. &nbsp; עס האט זיך אנגעהויבן ווען איינער האט באמערקט דאנערשטאג עטליכע מינוט פאר ניין אזייגער אווענט אז עס אזי דא א פעקל איבערגעלאזט אויפן באס, און האט אויפגעמערקט דעם דרייווער וועלכע האט תיכף אראפגעשיקט אלעמען פונעם באס, און עטליכע מינוט דערויף האט דער באס עקספלאדירט אין א גרויסע פייער באל, דאס האט אנגעצינדן אן אלארם ביי די אינסטאנצן וועלכע האבן זיך געיאגט צו אונטערזוכן אלע אנדערע באסעס, און מען האט געטראפן נאך פינף באמבעס וואס זענען אלע געווען אנגעשטעלט צו אויפרייסן ניין אזייגער AM פרייטאג, דער אויבערשטער וועלכע האלט אויף אונז זיין רעכטע האנט, האט געמאכט אז דער רוצח זאל מאכן א טעות און אויף איין באמבע האט ער אנגעשטעלט דעם זייגער אז עס זאל אויפרייסן דעם באמבע 9:00 PM וואס האט אויפגעוועקט אלעמען צו די סכנה, און אזוי האט אונז דער אויבערשטער געראטעוועט. און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן דערפון ב"ה. &nbsp; מיר זענען מתפלל יעדן טאג "השיבה שופטינו כבראשונה, ויועצנו כבתחלה, והסר ממנה יגון ואנחה" אז דער אויבערשטער זאל שיקן פאר אונז ערליכע מנהיגים געטרייע פאסטוכער, וואס האבן רחמנות אויף זייערע שאף, ווי דער רבי זאגט, אז אזוי ווי ביי משה רבינו, און דוד המלך, און נאך האט דער אויבערשטער זיי אויסגעוועלט אלץ פאסטוך פאר זיינע שאף זעענדיג ווי זיי האבן די מדה פון רחמנות, וואס דאס איז די וויכטיגסטע מדה וואס א מנהיג דארף האבן, ער דארף קוקן מיט רחמנות ווי מיר פלאגן זיך, עס גייט שווער מיט פרנסה, שידוכים, שלום בית, חתונה מאכן די קינדער, און דער צדיק דער בעל הרחמים איז אונז מקרב און געבט אונז עצות, אפעקטיווע עצות וואס העלפט, פראקטישע עצות וואס מיר קענען נאכטון. און דער עיקר רחמנות איז וואס מיר גייען דורך ברוחניות, דער יצר הרע ברענט אין אונז, מיר שפירן נישט קיין טעם אין דאווענען, מיר האבן נישט קיין קאפ און קיין געדולד צו לערנען, קומט דער צדיק און לערנט אונז אויס א וועג, ער כאפט אונז אן און געבט אונז אריין דעם לעפל "עפל סאוס" אין מויל, דאוון און טו מצות אפילו אן געפיל, לערן אפילו אן פארשטיין, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז דאס וועט אונז ארויסנעמען פון אלעם שלעכטס. &nbsp; און אין די זעלבע צייט בעטן מיר דעם אויבערשטן אז די מלכות הרשעה, מלכות הרצח, מלכות האכזריות זאל שוין אונטערגיין, און מיר זאלן שוין מער נישט ליידן פון די ערב רב אין ארץ ישראל, וואס זוכט נאר איין זאך, אני אמלוך, און אויסרייסן די אמונה פון אידישע קינדער. &nbsp; אבער מיט דעם אלעם וואס מיר גייען דורך פון זיי דאנקען מיר דעם אויבערשטן "ועל נסיך שבכל יום עמנו", דא האבן מיר געזען דער נס שלא על פי דרך הטבע, ווי די רוצחים האבן זיך געגרייזט און אנגעשטעלט דעם זייגער שלעכט, און דערמיט געראטעוועט זיינע שעפעלעך פון א גרויסע אומגליג רחמנא ליצלן.

    < זעה מער כו שבט תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א קלאפט מזוזות אין בית המדרש היכל הקודש אין סטעטן איילענד

    אין אלע חרדישע געגענטער הערשט א שטארקע דירות קריזיס. קיין עין הרע, געבענטשטע משפחות, מיט אסאך קינדער, און די פארלאנג פון דירות איז שווער נאכצוקומען, דאס האט צוגעברענגט אז עס האבן זיך געעפנט פילע נייע געגנטער ארום די אלטע אידישע שטעט. אריבער דעם ווערעזאנא בריק פון בארא פארק, האט זיך אין די לעצטע יארן אנטוויקלט ב"ה א הערליכע שנעל וואקסנדע שפרודעלדיגע היימישע געגענט אין סטעטן איילענד, עס וואוינען שוין דארט קרוב צו טויזנט משפחות פון אלע חרדישע קרייזן. דער געגענט איז ב"ה געבענטשט מיט פילע שולן פון פילע הויפן און חסידות'ן, וואס לא ראוי זה כראוי זה, אבער הצד השווה שבהן אז מען לערנט מען דאווענט און מען דינט דעם אויבערשטן. &nbsp; צווישן די פילע נייע תושבים געפינען זיך אויך פילע חסידי ברסלב, תלמידי היכל הקודש, און מען האט איינגעזען אז עס איז צייט פאר א בית מדרש היכל הקודש בית המדרש אין סטעטן איילענד, ווי מען זאל זיך קענען מחזק זיין בעבודת ה' אויפן וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט. מיט בערך איינס און א האלב יאר צוריק האט מען זיך ב"ה אריינגעצויגן אינעם נייעם בית המדרש, און מען האט עס באנייט. &nbsp; יעצט ווען זאכן האבן זיך שוין ב"ה געסעטלט, איז געווען צייט מען זאל ענדיגן די ארבעט פון איבערפרישן דעם פלאץ, דער געטרייער גבאי מו"ה יוסי זינגער הי"ו האט זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט, און אין די לעצטערע וואכן האט מען אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו איבערפרישן און פארענדיגן דאס פלאץ ווי עס פאסט פאר א בית ה'. אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר איינע פון די חשוב'ע מתפללים מו"ה שמעון לעווי הי"ו וואס האט מנדב געווען די הוצאות. ישלם ה' פעלו, ותהי משכורתו שלימה מעם ה'. מען האט געלייגט א גענצליך נייע פלאר, מען האט געלייגט פרישע טירן, און נייע מאלדינגס. &nbsp; דער בית המדרש "היכל הקודש" אין סטעטן איילענד איז א מאגעעט אין צענטער פון שטאט וואו מען ווייסט אז דארט איז א פלאץ ווי מען קען הערן גוטע ווערטער, מען באקומט פרישע לופט און חיות ווייטער אנצוגיין, עס געפינט זיך אויף 319-A ברעדלי עוו. - אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם אויף אלע דריי תפילות, דער גבאי מו"ה יוסף זינגער הי"ו לערנט פאר שיינע שיעורים שבת אינדערפרי און ביי שלש סעודות, און מען איז זיך מחזק בדיבוק חברים מיט די ווערטער פונעם רבי'ן און זיינע תלמידים. &nbsp; ווי געזאגט האט מען געדארפט לייגן נייע טירן, און מען האט דערפאר געדארפט אראפ נעמען די מזוזות, און יעצט ווען עס איז פארטיג געווארן איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען מחזק זיין אנשי שלומינו אין שטאט, און געקלאפט די מזוזות צום גרויסן געלעגנהייט. &nbsp; דער באזוך פון ראש ישיבה שליט"א האט ארייגעבלאזן א פרישע חיות אין די גאנצע שטאט, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט זיין וועכענטליכע ליל שישי שיעור פאר אינגעלייט דארט אין בית המדרש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פונעם פרייליכן חודש אדר הממשמש ובא. דער רבי האט געזאגט אז עס איז א מצוה צו זיין פרייליך א גאנץ יאר, אבער חודש אדר דארף מען צולייגן שמחה פי כמה. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט ווי שמחה איז א יסוד היסודות צו הצלחה ברוחניות ובגשמיות, א פרייליכע מענטש איז מצליח, יעדער גלייכט צו זיין נעבן אים, שמחה היט אפ א מענטש פון עבירות, ווען א מענטש איז פרייליך קריגט ער זיך נישט מיט קיינעם, און אזוי אויך היילט עס פשוט ברוחניות ובגשמיות, ווי דער רבי שרייבט אז אפילו די דאקטורים זענען מודה אז רוב חלאים קומט אויף א מענטש נאר ווייל מען איז נישט פרייליך, היינט איז גאר שטארק מצוי מענטשן וואס ליידן אויף די מאגן, אויף די רוקן און אזוי ווייטער, נאר צוליב סטרעס, וואס מיינט אז מען איז נישט פרייליך. אבער וויאזוי קען מען זיין פרייליך? - האט דער ראש ישיבה געפרעגט - דארפסט נישט טון עפעס אויסערגעווענליך, פריי דיך מיט פשטות יהדות. פארוואס לאזט א מענטש נאך אידישקייט, ווייל ער פריידט זיך נישט דערמיט. פריי דיך מיט ציצית, פריי דיך מיט שבת, שבת נעמסטו נישט דיין קאר, דו עפנסט נישט דיין טעלעפאן, דאס איז שוין איבער גענוג צו זיין פרייליך. &nbsp; נאכן שיעור האבן די אנוועזענדע געפרעגט זייער אינטערעסאנטע שאלות, צום ביישפיל, א מלמד האט געזאגט אז ער שפירט נישט ווי איינער קוקט ארויף זיין ארבעט, ער טראכט איבערצולאזן די מלומדות, האט דער ראש ישיבה געזאגט, א מענטש זאל נישט ווארטן מען זאל אים זאגן, פרעג די מנהל "וויאזוי טו איך מיין דזשאב? עס איז גוט? קען איך עפעס טון בעסער?", און די זעלבע זאך איז גוט צו טון אין נאך מצבים אין לעבן, צום ביישפיל אויב דיין ווייב געבט דיר נישט קיין גוטע ווערטער, פרעג איר, ווארט נישט. איינער האט זיך אפגערעדט אז אפילו ווען ער לייגט זיך שלאפן פרי קען ער אבער נישט אויפשטיין פרי, וואס זאל ער טון, האט דער ראש ישיבה געזאגט, איין מאל גיין שלאפן פרי איז נישט גענוג, האלט אן דעם סדר, וועסטו זען אז דו וועסט קענען אויפשטיין פרי. דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס, איבער כיבוד אב ואם ביי חתונה געהאטע אינגעלייגט, וויפיל איז די שיעור, אין רעאקציע צו א פראגע פון א אינגערמאן וואס האט פארציילט אז זיינע עלטערן בעטן פון אים כסדר אינמיטן די ארבעט ער זאל זיי טראגן און ברענגען. &nbsp; נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געקלאפט די מזוזות אויף די פרישע שול, און אנגעווינטשן פאר די גבאים און פאר אנשי שלומינו מען זאל מצליח זיין אין אלעם וואס זיי טוען. דער באזוך האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אלעמען.

    < זעה מער כו שבט תשפ"ה 📝
  • פארוואס געניצט מען ווען מען איז מיד?

    שאלה: פארוואס געניצט מען ווען מען איז מיד? &nbsp; ענטפער: רוב מענטשן וועלן אפילו נישט כאפן, עס געשעט כמעט אויטאמאטיש, א איד איז אויפגעשטאנען אינדערפרי, אפגעגאסן נעגל וואסער, געלאפן אין מקוה, אנגעטון תפילן, געדאווענט, ארויסגעגאנגען ארבעטן און ברענגען פרנסה, ער האט געלערנט זיינע שיעורים אין משניות גמרא הלכה, און אזוי ווייטער, זיך אפגעגעבן מיט די קינדער, יעצט דארף ער גיין אויף א חתונה, און שוין נאכן טאנצן עטליכע שעה, שטייט דער בדחן איינס אזייגער ביינאכט און רעדט צוזאם שטותים מיט הבלים, קיינער אין זאל איז נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן, זיכער נישט נאך א גאנצן טאג, אבער זעט אויס אז דער מחותן וויל זיין "נארמאל", אזוי נישט מיר נישט דיר, עפנט זיך אויף מיין מויל גרויס און ברייט, און מיין הענט געבט א פאר ארויף עס צו באדעקן - א געניץ. וואס איז פשט? איך האב עס נישט געפלאנט, און נישט געטראכט, פארוואס האט דער באשעפער אריינגעלייגט אין די טבע אז א מענטש געניצט ווען ער איז מיד? &nbsp; דער אמת'ער תירוץ פארוואס עס איז אזוי ווייסן מיר נישט, אויב איינער קען מיר ווייזן אין די ספרי חז"ל אדער פון די צדיקים וואס שרייבן דערוועגן, וועלן מיר וויסן פארוואס דאס איז אזוי. די סייענטיסטן כדרכם שפעקולירן, טראכטן, און חקר'נען, אבער אפילו זיי זענען מודה אז זיי ווייסן נישט. זיי געבן אן עטליכע סיבות פארוואס אפשר דאס איז אזוי. &nbsp; ווען א מענטש איז מיד און אפגעמוטשעט דארף דער מענטש האבן מער כח - ענערגיע אנצוגיין, און ווען מען געניצט ציעט מען אריין אסאך אקסיגען, וואס טוט מעגליך אויפפרישן דעם מח. עס זענען דא שטודיעס וואס זאגן אז א געניץ קילט אפ דער מח ווען עס ווערט צו הייס, וואס העלפט אויסקלארן דעם מח, צו קענען טראכטן בעסער. אדער טוען אנדערע שפעקולירן אז דאס איז פשוט א וועג וויאזוי דער באשעפער האט געמאכט צו געבן א סיגנאל פאר'ן מענטש אז ער איז מיד און ער דארף זיך לייגן שלאפן. פונקט ווי הונגער קען זיין א סיגנאל פאר א מענטש אז ער דארף גיין עסן. &nbsp; עס איז זייער אינטערסאנט צו באמערקן אז געניצן איז "אנשטעקיג" און זייער אסאך מאל ווען איינער געניצט, וועלן די אנדערע ארומיגע אויך אנהייבן צו געניצן. וואס איז פשט דערפון איז זייער אומקלאר, נאך מער אינטערעסאנט איז, אז טייל פארשער זאגן אז א סימפאטישער מענשט וואס שפירט מיט מיט אנדערע, וועט ענדערש אנהייבן געניצן ווען זיינע ארומיגע געניצן. עס זעט אויס ווי עס האט עפעס צו טון מיט די קשר וואס איין מענטש האט מיט'ן צווייטן. &nbsp; עס איז זייער וויכטיג פאר אן ערליכער איד צו האבן א גוטע חבר, איינער וואס וועט אים מחזק זיין ווען ער שפירט זיך געפאלן און מיד, כדי מען זאל נישט איינשלאפן, און אפלאזן די גוטע וועג וואס דער הייליגער רבי געבט אונז. אונזערע חברים און סביבה קען אונז אנשטעקן, און עס איז זייער וויכטיג מען זאל זיין ארומגענומען מיט חברים וואס וועלן אונז אויפהייבן, און געבן עצות פון די הייליגע תורה, אזוי וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער כג שבט תשפ"ה 📝
  • ערשינען הערליכע פירוש "שפתי תפתח" אויף ליקוטי מוהר"ן תורה ו'

    דער ראש ישיבה שליט"א האט גענומען אויף זיך צו שרייבן א פירוש "שפתי תפתח" געבויעט אויף די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, כדי מיר זאל באקומען א געפיל אין א טעם אין די ווערטער פונעם הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט שוין געשריבן אין די לעצטע יארן דעם פירוש אויף די ערשטע פינף תורות וואס איז זייער שטארק אויפגעכאפט געווארן. &nbsp; אויף דעם תורה "תורה ו'" ארבעט שוין דער ראש ישיבה שליט"א עטליכע חדשים, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זיך זייער געמוטשעט עס צו שרייבן, אבער ב"ה עטליכע טעג איידער דעם יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע איז עס פארטיג געווארן, און "מכון עצתו אמונה" האט זיך אריינגעלייגט אויף די בקשה פון ראש ישיבה שליט"א אז עס זאל זיין פארטיג צום יארצייט פון מוהרא"ש, און אין די די פאר טעג האט מען אלעס געטון זייער שנעל מען האט מנקד געווען, אויסגעשטעלט און מגיה געווען. און ב"ה געלויבט דעם אויבערשטן אז עס איז ארויסגעקומען א הערליכע זאך. יעדער איינער אפילו אונז פשוטע מענטשן קענען פארשטיין און ארויסנעמען פונעם רבי'נס תורה הלכה למעשה חיזוק און עצות אויף עבודת השם. &nbsp; דער תורה איז פלאי פלאים גג על גג, דער הייליגער רבי פלעכט צוזאם פילע פסוקים מיט כוונת האר"י גאר וואונדערליך, אבער מיר וועלן דא אראפ ברענגען ממש בקיצור הדברים אויפן שפיץ גאפל וואס דער רבי ברענגט ארויס הלכה למעשה: דער רבי הייבט אן, אז א מענטש דארף זען צו מרבה זיין כבוד שמים, ווייל אויב א מענטש זוכט זיין אייגענע כבוד איז עס זייער איינגעשטעלט, ווייל אין הימל קוקט מען צי דער מענטש איז טאקע ראוי דערצו. דער רבי זאגט ווייטער אז די עיקר מחלוקת וואס א מענטש גייט דורך איז ווייל ער זוכט כבוד פאר זיך. און צו די מדריגה פון נאר זוכן "כבוד אלקים" קען מען נאר זוכה זיין דורך תשובה, און צו תשובה איז מען זוכה אויב מען איז "ישמע בזיונות ידום וישתוק" אז א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות, מען איז זיך מבטל צום אויבערשן. און צו תשובה טון - זאגט דער הייליגער רבי - דארף מען אסאך סבלנות, ווייל דער עיקר חילוק צווישן א "בעל תשובה" און א "בעל עבירה" איז די ווילן, דער וואס וויל זיין גוט, אפילו ער פאלט אראפ און אפילו ער ווער פארשעמט, קומט מען צוריק, דער ער א בעל תשובה. און דאס איז די מדריגה פון צדיקים אז זיי טוען תשובה יעדע מינוט, און דאס דארפן מיר אויך טון אויף אונזער מדריגה. און ווען א מענטש טוט אלץ תשובה איז דאס מעין עולם הבא. &nbsp; דער רבי גייט דערנאך אריין אז ווען א מענטש טוט תשובה איז זייער וויכטיג צו זיין "בקי בהלכה" מ'דארף גוט קענען גיין, מ'דארף קענען סיי זיין "בקי ברצוא", גיין ווייטער העכער, און סיי "בקי בשוב", אויב מען פאלט חלילה צוריק, דארף מען וויסן אז מען קען אלץ צוריק קומען. און אזוי קומט מען צו די העכסטע מדרגות. דער רבי גייט דערנאך אריין וויאזוי מען האט די כחות צו קענען שווייגן ווען מען ווערט פארשעמט, דאס קומט דורכדעם וואס א מענטש געוואוינט זיך צו אלעמאל צו דן זיין לכף זכות יעדעם איינעם אפילו דער וואס רודפ'ט דיך, מען זוכט און מען נישטערט צו טרעפן גוטס אויף יעדן איד באשר הוא שם. אזוי ווערט מען אן אמת'ער ערליכער איד. &nbsp; דער קונטרס פון תורה ו' האט באקומען דעם נאמען "מהדורת שמן" איז געספאנסערט דורך מו"ה אליעזר שמן הי"ו לעילוי נשמת מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; ליקוטי מוהר"ן סימן ו' עם פירוש שפתי תפתח &nbsp; טעמו וראו כי טוב

    < זעה מער כב שבט תשפ"ה 📝
  • פיר וואכן פונעם טראמפ 47 אדמיניסטראציע

    שטייענדיג פיר וואכן אריין אין די צווייטע טראמפ טערמין אלץ זיבן-און-פערציגסטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז אינטערעסאנט צו באטראכטן וואס עס טוט זיך אין זיין אדמיניסטראציע. &nbsp; די לעצטע נייעס וואס איז ארויסגעקומען פונעם ווייסן הויז זענען פאזיטיוו לטובת אחינו בני ישראל, צוויי עקזעקוטיווע באפעלן וואס דער פרעזידענט האט אונטערגעשריבן, איינס אז אינשורענס זאל באצאלן פאר דאקטאר באזוכן פאר מענטשן וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, און די צווייטע צו מבטל זיין די "קאנדזשעקטשאן פרייסינג טאלס" אריינצופארן קיין מאנהעטן. &nbsp; בנוגע די מלחמה אין אוקריינא מיט רוסלאנד, וואס מיר זענען מתפלל אז דאס זאל זיך שוין ענדיגן וואס שנעלער, די נארישע מלחמה וואס ברענגט גארנישט אויסער טויט און פארניכטונג האט געברענגט אסאך שוועריקייטן צו קענען פארן צו קברי צדיקים, אנשי שלומינו האבן טאקע נישט געקוקט אויף די אלע שוועריקייטן, עס קאסט צייט געלט און כחות, אבער זענען מתפלל אז דער שוועריקייט זאל שוין אוועקגיין. באאמטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע האבן זיך געטראפן אין סאודי אראביע מיט רוסישע באאמטע און האבן אנגעקניפט שטארקערע באציאונגען, דערנאך האט טראמפ שארף אטאקירט דעם אוקראינער פרעזידענט אים באשלודיגדיגן אין די מלחה, און אים רופנדיג א דיקטאטור וואס האט נישט קיין שטיצע פון זיינע בירגער, און דערפאר האט ער אפגעשטיפט די וואלן. &nbsp; ביים גרעניץ זענען זאכן אסאך שטילער, טראמפ האט דערקערט אן "עמוירזשענסי צושטאנד" און געשיקט הונדערטער זעלנער צו באשיצן דעם גרעניץ, אין די זעלבע צייט זענען פארשיקט געווארן פילע פארברעכער אימיגראנטן צו זייערע היימלענדער, וואס דאס אלעס האט געשיקט א שטארקע מעסעדזש צו פאטענציאלע אימיגראנטן אז יעצט איז נישט די צייט. די סטאטיסטיקס ווייזן אן איבער נייציג פראצענט רעדוקציע אין פרישע אומלעגאלע אימיגראנטן אין פארגלייך צו די פאריגע חודש אונטער ביידען. &nbsp; אין פילע אינדוסטריעס קראצן זיך די סוחרים די קאפ וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די פילע טאריפס וואס טראמפ לייגט ארויף אויף אימפארטן פון אנדערע לענדער, צווישן אנדערע איז ארויפגעלייגט געווארן טאריפס אויף כינע, אויף אימפארטירטע קארס, אויף שטאל און פארמאסיוטיקל אימפארטן. טראמפ טענה'ט אז אנדערע לענדער נעמען אדוועטענדזש אויף אמעריקאנער פרייע האנדלס פאליסיס, זיי העלפן זייערע ביזנעסער מאכן ביליגערע פראדוקטן, און נעמען הויכע שטייערן פאר פראדוקטן וואס קומען פון אמעריקע. &nbsp; אינעם דאדזש אגעטור אנגעפירט דורך אילאן מאסק גייען זיין דורך אגענטור נאך אגעטור, זיי שניידן גרויסע שטיקער פון די רעגירונג, מאכן צו גאנצעטע אפטיילונגען, פארשיקן אומנויטיגע ארבעטער. די יו-עס עיד אגענטור איז געווען פון די ערשטע צו ווערן פארמאכט, מאסק האט געזאגט אז יו עס עיד איז נישט אן עפל וואס האט א ווארעם, נאר איז א קאנע פון ווערים, די אגענטור איז אנגענגאנען יארן לאנג אן דעם וואס איינער זאל זיך קימערן מיט וואס זיי טוען, און האבן געשיקט מיליאנען פאר פיינטליכע לענדער, נארישע צוועקן, און ליבראלע לינקע אקטיוויזם. לויט ווי די דאדזש אגעטור זאגט האבן זיי שוין געשפארט פאר די רעגירונג פינף און פופציג ביליאן דאלער, וואס איז בערך דריי פראצענט פון זייער ציל פון צוויי טריליאן דאלער. זיי זאגן אז דאס קומט אויס צו איבער דריי הונדערט פופציג דאלער פער שטייער צאלער. &nbsp; ווען מען רעדט פון די נייעס אין די רעגירונג און מען הערט פון טראמפ, און מאסק, מען רעדט כאילו זיי זענען "מאכטפול", "רייך", "קלוג", אדער אפשר גאר פארקערט, זיי זענען "נאריש", "ווילד", "דיקטאטורן", דארפן מיר געדענקען אז דאס איז נישט די ווארהייט, דאס אלעס איז בלויז א שפיל, דער אויבערשטער האט די גאנצע מאכט, ער איז קלוגער און רייכער פון סיי וועם, און נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט פונעם פאליטישן שפיל מען קוקט עס אן, איז עס דער אויבערשטער וואס לייגט אריין אין זיי פונקט ווי אין אונז זייערע איידיעס, און געבט זיי די כח יא אדער נישט אויסצופירן זייערערע פלענער. אויב הערט איר פון א פלאן וואס געפעלט אייך, בעט דעם אויבערשטן עס זאל מצליח זיין, אויב האלט איר אז זייערע פלענער זענען געפערליך, און עס טאר נישט דורכגעפירט ווערן, זייט נישט אין פאניק, בעט דעם אויבערשטן, און אלעס וועט זיין גוט.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ה 📝
  • דעלטא פליגער לאנדעט מיט'ן קאפ אראפ אין טאראנטא קאנאדע

    מ'האלט שוין דא נאך דעם שלשים יום קודם לחג, און ווי עס שיינט האט א דעלטא פליגער זיך שוין געשפירט אביסל בגילופין, און האט זיך געשטעלט אויפן קאפ בשעת'ן לאנדן אין קאנאדא. &nbsp; דער פליגער האט געמאכט דער "ונהפוך הוא" אויף א זייער נישט בא'טעמ'טע וועג, און יעצט ווען מיר גרייטן זיך צו פורים דארף מיר זיך גרייטן מיט די ריכטיגע "ונהפוך הוא", אז מיר וועלן איבערדרייען אלע אונזערע עצבות, עצלות און מרה שחורה צו שמחה של מצוה, לעבן מיט'ן אויבערשטן, אנשטאט קריטיקירן ווי עס קומט אריין, אויפקלערן די ווייב, וועלן מיר שיסן קאמפלימענטן אין די וועלט אריין אפילו עס שטימט נישט, מיר וועלן זיין דער וואס וועט איבערבעטן אפילו זי איז גערעכט. ווייל דער סמ"ך מ"ם ארבעט אויך אויף קעסל און כלים צו מאכן אן אנדערע ונהפוך הוא, ער וויל מיר זאלן איבערדרייען דעם פליגער מיט'ן קאפ אראפ און ער וויל מיר זאלן חלילה אפברענען, מאכן א כלי' פון כלל ישראל היל"ת. די גמרא אין מסכת מגילה דף טו זאגט, "תנו רבנן: ארבע נשים יפיפיות היו בעולם: שרה רחב ואביגיל ואסתר", עס זענען געווען פיר שיינע פרויען אויף דער וועלט, שרה, רחב, אביגיל, און אסתר, זאגט די גמרא ווייטער "ולמאן דאמר אסתר ירקרוקת היתה", עס זענען דא וואס זאגן אז אסתר איז געווען א גרינע - קומט דאך אויס אז זי איז נישט געווען פון די שיינע פרויען, "מפיק אסתר ומעייל ושתי", דעמאלסט נעם ארויס פון די ליסטע אסתר, און לייג אנשטאט איר וושתי. שטעלט זיך א קשיא, קודם כל וואס וויל מיר די גמרא דא זאגן? וואס איז אונז נוגע וועלכע פרויען זענען שיין? און בכלל קען מען דען זיך קריגן מיט א פאקט, איז אסתר געווען אויף די ליסטע, אדער ושתי? זאגט דער ראש ישיבה שליט"א אז די גמרא וויל אונז דא זאגן גאר עפעס אנדערש, עפעס וואס מיר דארפן זייער וויכטיג וויסן, ווייל דאס קען מאכן א חילוק צי מיר לעבן אויף דער וועלט אין גן עדן אדער חלילה מיר בראטן זיך אין גיהנום נאך ביים לעבן. מ'קען הערן נעבעך מענטשן וואס מאכן חוזק פון שלום בית, זיי האבן נישט ליב צו זיין אינדערהיים, זיי ווייסן נישט פארוואס זייער ווייב איז נישט אויף די שיינע ליסטע אין זייער אויגן, זיי טראכטן נעבעך "אסתר ירקרקות היתה", אין זייערע אויגן זענען זיי נעבעך אריינגעפאלן מיט אזא נעבעכדיגע יאנטשי גרינע ווייב, אויף דעם זאגט די גמרא "מפיק אסתר ומעייל ושתי", ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן נעבעך, דו טראכסט אז ושתי - די שמוציגע גאס איז שיין, דערפאר ווערט נעבעך אסתר דיין הייליגע ערליכע אידישע אשת חיל ארויסגענומען. &nbsp; יעצט ווען עס קומט פאר פורים זאגט דער הייליגער רבי נתן די עצה מען זאל געראטוועט ווערן פון דעם גהנום - אז א מענטש זאל בעטן דעם אויבערשטן מען זאל געראטעוועט ווערן פון קליפת המן עמלק, וואס דאס מיינט בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל זיך פארמיאוסן אין די מיאוסע אינטערנעט בילדער, די גויאישע ווידיאס, וואס דאס איז קליפת המן ושתי און עמלק, און מען זאל באקומען א געפיל צו מרדכי ואסתר, מען זאל ליב האבן אהיים צו גיין און לעבן באהבה אחוה שלום וריעות אזוי ווי די תורה האט געזאגט. &nbsp; דער דעלטא פליגער וואס איז אפגעפלויגן פון מיניאפעליס - אינדיאנע, אפערירט דורך ענדיוואר עירליינס, האט זיך אנגעשטויסן אין גאר שטארקע ווינטן בשעת'ן לאנדן אין טאראנטא פיערסאן לופטפעלד אין קאנאדע, און האט זיך איבערגעדרייט מיט'ן קאפ-אראפ-פוס-ארויף בשעת'ן לאנדן, דער צוזאם שטויס מיט'ן ראנוועי האט גורם געווען אז דער פליגער האט אנגעהויבן צו ברענען פון דרויסן, אבער דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אלע פאסאנדזשירן האבן באצייטענס עוואקואירט, און טראץ דעם שווערן עקסידענט איז קיינער פון די אכציג מענטשן אויפן פליגער נישט אומגעקומען. עס זענען באריכטעט געווארן פופצן פארוואונדעטע, צווישן זיי דריי ערנסט פארוואנדעט, און איינער גאר ערנסט, אבער קיינער זעט נישט אויס צו זיין אין א לעבנ'ס געפאר. &nbsp; הצליני מקליפת המן עמלק, וזכני לקדושת מרדכי ואסתר

    < זעה מער כ שבט תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 196 to 210 of 1720 results

1 2 ... 11 12 13 14 15 16 17 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com