Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אידישע קינדער פרישן זיך אויף ווייטער צו מעביר סדרה זיין

    מיט גרויס שמחה האט מען אויסגעשריגן פארגאנגענע וואך אין בית המדרש נאך קריאת התורה פון פרשת ויחי "חזק חזק חזק ונתחזק" ווען מען האט זיך געפרייעט מיט די גרויסע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן ספר בראשית, ווען מען האט יעדע וואך געהאט די זכיה אריבער צו גיין שנים מקרא ואחד תרגום, און אסאך גאר מיט רש"י אדער אנדערע מפרשי התורה.   אין גאנצע אידישע וועלט רעדט מען אין די טעג און מען איז מעורר איבער די גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין, ווי עס איז באקאנט אז "שמות" איז ראשי תיבות "שנים מקרא ואחד תרגום", אלע זענען מקבל אויף זיך פון יעצט אנצוהייבן נישט קיין חילוק וואס איז געווען, וועט מען פון יעצט אריבערגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך בעז"ה.   אבער וויאזוי קען מען דאס באווייזן? אז מען טראכט צוריק האט מען פאריאר אויך זיך אונטערגענומען צו מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מען איז געווען זיכער אז פון יעצט וועל איך עס באווייזן, אבער למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז ערב שבת נאך חצות האט מען עס נישט באוויזן, מה דאך זומער מיט די לאנגע פרייטאגס איז מען קוים אנגעקומען מיט די נשמה אין די הענט צום זמן, אין די קורצע ווינטערדיגע ערבי שבתות מאן דכר שמיה. דערפאר קומט דער צדיק מוהרא"ש זי"ע און איז אונז מגלה א סעיף אין שלחן ערוך "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור", מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען אז מען זאל זיך נישט פאפן אז מען וועט שוין מעביר סדרה זיין פרייטאג, נאך פון היינט זונטאג וועל איך לערנען חומש מיט תרגום פון אנפאנג ביז שני, מאנטאג וועל איך לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז מען וועט זוכה זיין צו מעביר סדרה זיין, און געניסן פון די געוואלדיגע סגולות וואס דאס ברענגט ברוחניות ובגשמיות.   מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן "א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה, וועט מען זען אז אין די קומענדיגע וואך וועט מען האבן א שאדן", צי א געלט שאדן, אדער א גרויסע בזיון אדער אנדערע עגמת נפש, און פארקערט מדה טובה מרובה, ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו די תורה, מען גייט דורך די סדרה וועט מען האבן אסאך השפעות טובות.   דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאריגע וואך אין א בריוו איבער דעם ענין, שרייבענדיג: "לערן אביסל חומש מיטן תרגום יעדן טאג, די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" אז דו וועסט יעדן טאג לערנען חומש מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די וואך - וועסטו זוכה זיין צו האבן א מוצלח'דיגע וואך; מוהרא"ש זאגט פון צדיקים: "לערנען חומש רש"י - ברענגט הצלחה"."   אויך ביים ליל שישי שיעור פון פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה ווידער גערעדט איבער דעם ענין, און געזאגט אז ביי תלמיד היכל הקודש איז די שמחה גאר גרויס אז מיר האבן געענדיגט חומש בראשית, אבער אין די וועלט איז עס נאך זייער שווער, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך דערויף מען זאל זיין נאכגעלאזט דערין, אבער מיר זענען זייער מכיר טוב פאר מוהרא"ש וואס האט אונז אויסגעלערנט א וועג וויאזוי מיר זאלן קענען באקומען דעם גרויסן מתנה.   דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אין ישיבה איז געווען א גרויסע שמחה, מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, "וואו אין דער וועלט איז נאך דא א ישיבה וואו יעדער איינער פון קליין ביז גרויס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ספר בראשית שנים מקרא ואחד תרגום"? מוהרא"ש פלעגט זאגן שטעל אפ סיי וועלכע מענטש אויף די גאס און פרעג אים צי ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איין מאל גאנץ חמשה חומשי תורה, זיכער וועסטו טרעפן יחידי סגולה וואס זענען זוכה, אבער סתם פשוטע מענטשן? דערפאר זענען מיר זייער פרייליך און מיר זענען מחזק אנדערע אידן זאל אויך טרייען דעם זיסן וועג.    תורת ד' תמימה משיבת נפש

    < זעה מער יט טבת תשפ"ד 📝
  • חלוקה "ראשית דגנך" דורך קהילת היכל הקודש אין בני ברק

    אין בני ברק גייען אן פילע פעולות צו מרבה זיין כבוד שמים, אויסער די בית המדרש, הפצה אקטיוויטעטן, די מוסדות גייען אן פילע פעולות פון חסד. &nbsp; אין ארץ ישראל איז דא צדקה קאסע, וואס דינט בערך ווי פוד סטעמפס אין אמעריקע, אבער דאס ווערט נישט אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג, דאס ווערט אויפגעהאלטן און אנגעפירט דורכן האראדאנקער רבי שליט"א פון לאנדאן. דער סיסטעם ארבעט אז אלע וואס ווילן געניסן דערפון דארפן זיך ווענדן צו זייערע קהילות וואס דארפן זיין אנגעשלאסן אין די ארגאניזאציע, און דער האראדנעקער רבי שליט"א שטעלט צו צוויי דריטל פון דאס געלט, און די קהלה דארף צולייגן א דריטל. אויך דארף מען אויספילן אן אפליקאציע און אויב קומט מען נאך די אומשטענדן ווערט מען "עלידזשיבל", מען דארף אויסרעכענען צום ביישפיל וויפיל קינדער מען האט, וויפיל געלט מען פארדינט, וויפיל עס קאסט דירה געלט, אויב מען האט גרעסערע הוצאות פאר דאקטוירים וכדומה, דערנאך באקומען די באשטעטיגטע א קארטל אויף וואס עס גייט ארויף בערך הונדערט שקל א חודש פער קינד, וואס מיט דעם געלט קען מען גיין איינקויפן אין גראסערי&nbsp; די סאמע וויכטיגסטע פראדוקטן ווי ברויט און מילך פארן שטוב, מיט וואס די אידן אין ארץ ישראל האבן פשוט צו לייגן פוטער ברויט אויפן טיש, און די קינדער גייען נישט שלאפן הונגעריג. &nbsp; די קהילה היכל הקודש אין בני ברק האט געזען פאר וויכטיג אז מיר זאלן זיך אויך אנשליסן דערין, כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו וועלכע זענען אנגעוויזן דערין. אין בני ברק דארף די גאנצע פראגראם דורכגיין די קהלה קדושה וויזניץ, וואס זיי זענען געשטעלט אויפן שטאט בני ברק מטעם דעם האראדנעקער רבי שליט"א, מען האט זיך געוואנדן צו זיי און אויסגעפילט די פאפירן, איינע פון אנשי שלומינו מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן דאס געלט וואס די קהילה דארף צושטייער געבן. נאכן מסדר זיין אלע טעכנישע ענינים, דארף מען יעצט ווארטן צוויי חדשים צו באקומען א באשטעטיגונג פון די הנהלה פון חוץ לארץ. &nbsp; דערפאר האט די הנהלה האט באשלאסן אז מען קען נישט לאזן די אינגעלייט אויפן וואסער אין די צוויי חדשים, האט מען מחליט געווען צו מאכן חלוקות פאר אנשי שלומינו כאטש אויף דערווייל. ב"ה מען האט געשאפן ברויט פון א נדבן וואס טיילט יעדע צוויי וואכן פרישע ברויט לכל דכפין, און מען האט געברענגט אין בית המדרש עטליכע קעסטלעך ברויט, דערנאך האט דער אויבערשטער געהאלפן מען האט געטראפן א נדבן וואס האט זיך אונטערגענומען צו טיילן מילך, אזוי אויך האט מען באקומען פון די גראסערי קאסט פרייז, וואס דער בעל הבית איז פון אנשי שלומינו וואס האט זיך זייער געפריידט צו קענען ארויסהעלפן, אזוי האט מען נישט געדארפט אזויפיל געלט. די איבעריגע געלט האט געשאפן ווי אויבנדערמאנט מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו. &nbsp; מ'האט א נאמען געגעבן דעם חלוקה "ראשית דגנך", וואס ראשית איז ראשי תיבות ת' איז תרומות און די איבעריגע אותיות איז מוהרא"ש'ס נאמען און דער ראש ישיבה'ס נאמען. אויסערדעם טוט דער קהילה אין בני ברק נאך פילע פעולות חסד, מען טוט אסאך אין שידוכים, אזוי אויך ארבעט אויף א טשארטער קיין אומאן מען זאל קענען פארן אינאיינעם על טהרת הקודש.

    < זעה מער יז טבת תשפ"ד 📝
  • די נארט אטלאנטיק טריטי ארגאניזאציע (נאטא)

    אום אפריל 1949 למספרם איז געגרינדעט געווארן די נאטא ארגאניזאציע וואס האט צוזאם גענומען פילע מערב וועלט לענדער אין אן אליאנץ כדי צו זיין א קאנטער כח קעגן די סאוויעטישע פאראיין וואס האט געדראעט איינצושלינגען גאנץ אייראפע אונטער איר סאציאליסטישע/קאמוניסטישע רעדזשים. &nbsp; די אריגינעלע מיטגלידער פונעם פאראיין זענען געווען איטאליע, אייסלאנד, אמעריקע (יו-עס-עי), בעלגיע, דענמארק, לוקסעמבורג, נארוועגיע, ענגלאנד (יו-קעי), פארטוגאל, פראנקרייך און קאנאדא. וואס האבן זיך צוזאם גענומען צו פארמירן א מאכטפולע מיליטערישע בלאק אפצושרעקן דעם רוסישן בער פון אייננעמען פרישע לענדער אוטער אירע נעגל. &nbsp; נאכן צוזאמפאל פונעם סאוויעטשן פארבאנד האט די פאראיין אנגעהאלטן און זיך צוגעפאסט צו די פרישע מצבים פון די וועלט, ווי זיך ארויסהעלפן אין צייט פון נויט, טעראריזם געפארן וכדומה. &nbsp; מיט די יארן זענען צוגעקומען צו נאטא נאך פילע לענדער, היינט צו טאגס פארמאגט זי דרייסיג פולקאמע מיטגלידער, צוויי לענדער וואס האלטן אינמיטן די פראצעדור פון זיך אנשליסן, און נאך עטליכע לענדער וואס ווילן זיך אנשליסן. די צוגעקומענע לענדער זענען אונגארן, אלבעניע, בולגאריע, גריננלאד, דייטשלאנד, האללאנד, טערקיי, טשעכיי, ליטא, לעטלאנד, מאנטאנעגרא, סלאוואקיע, סאלוועניע, עסטאניע, פוילן, צפון מעקאדאניע, קראאטיע, רומעניע, שפאניע. טייל פון די לענדער זענען פריער געווען א טייל פונעם סאוויעטשן פארבאנד. די לענדער וואס זענען אינמיטן די פראצעדור פון אנגענומען ווערן זענען פינלאנד און שוועדן שכנים פון רוסלאנד וועלכע האבן באשלאסן זיך אנצושליסן נאכדעם וואס רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינע מיט צוויי יאר צוריק. פאלגענדע דריי לענדער זענען אין געשפרעכן און ווילן זיך אנשליסן באסניע-הערצאגוואניע, גרוזיע, און אוקריינא. &nbsp; נאטא - און בעיקר דאס וואס זיי האבן אריינגענומען פילע לענדער וואס זענען פריער געווען א טייל פון די סאוויעטישע פארבאנד, ווערט אנגעקוקט דורך רוסלאנד אלץ די הויפט סיבה פארוואס זיי בארעכטיגן די אינוואזיע אויף אוקריינא. פונעם רוסשן פערספעקטיוו האבן זיי מורא געהאט אז זיי וועלן פארלירן א שטארק סטראטעגישע ארט ביים שווארצן ים, וואס האט זיי אנגערייצט איינצונעמען קרימיע מיט צען יאר צוריק, און דערנאך זיי אריינגעפירט צו די גרעסערע אינוואזיע קיין אוקריינא וואס זאל זיי געבן צוטריט צו קרימיע פון די יבשה נאכדעם וואס אוקראינע האט אין רעאקציע צום אינוואזיע אפגעהאקט דאס וואסער פלוס פונעם טרוקנענעם האלב אינזל קרימיע. &nbsp; על אפם ועל חמתם פון רוסלאנד האט עס אבער גורם געווען פונקט דאס פארקערטע. די לענדער שוועדן און פינלאנד וואס האבן אלע יארן זיך געהאלטן נייטראל - אזוי צו זאגן, און נישט וועלנדיג אויפברויזן רוסלאנד האבן זיי זיך צוריק געהאלטן פון זיך אנשליסן אין נאטא. דאס האט זיך אבער געטוישט אין די רגע רוסלאנד האט אנגעגריפן אוקריינא - ווי די וועלט קוקט עס אן - על לא עוול בכפם, האבן די צוויי שכנים פון רוסלאנד באשלאסן אז עס איז צייט פאר זיי זיך אנצושליסן אין נאטא, איידער רוסלאנד'ס אפעטיט פאר נאך שטח שלינגט זיי איין. &nbsp; נאטא לערנט אונז אויס די גרויסע כח פון אחדות און זיך צוזאם נעמען, חז"ל איז פול מיט ממרות פון די גרויסע כח פון אחדות, ווי ס'איז באקאנט די משל פון א קנה א דינע שטעקן וואס מ'קען גרינג צוברעכן, אבער ווען מ'בינדט צוזאם א גרויסע בינטל פון דינע שטעקענס איז עס כמעט אוממעגליך צו צוברעכן. חז"ל זאגן אז ווען אידן זענען באחדות, אפילו עס איז דא צווישן זיי אפילו עבודה זרה רח"ל קען דער מידת הדין נישט שולט זיין אויף זיי. אחדות איז די שליסל צו הצלחה ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; פונקט ווי די מערב וועלט האבן זיך צוזאם גענומען און געמאכט א פאראיין, און רוסלאנד חלומ'ט נישט אפילו פון צורירן אן אינטש פון נאטא, נאך מער איז דאס ביי אידישע קינדער. דער רבי זאגט אין ספר המידות אות פחד סימן כד, "כשישראל באחדות האומות מתפחדים מהם," ווען אידן זאלן לייגן אלע מחלוקת אין א זייט און זיך ליב האבן אפילו אלע מיינונגס פארשידענהייטן וואלט אלע שונאי ישראל זיי נישט געקענט צורירן. אויך שטייט אין מדרש "גדול השלום שאפילו בשעת מלחמה אין פותחין אלא בשלום" (ויקרא רבה פרשה ט) אז אפילו בשעת מען האלט מלחמה דארף מען צוערשט פרובירן מיט שלום. &nbsp; די ערשטע זאך דארף א מענטש שלום מאכן מיט זיך אליינס. א מענטש דארף זיך קענען אננעמען און זיין צופרידן פון וויאזוי דער אויבערשטער האט אים געמאכט. דערנאך דארף ער זיין צופרידן פון זיין טאטע מאמע, ווייב אדער מאן, פון זיינע קינדער, און זיי אננעמען אזוי וויי זיי זענען, און ווען עס איז דא שלום איז דא א ברכה "לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום", "כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם", לאמיר אנהייבן קוקן גוט אויף זיך אויף די ווייב און קינדער און אויף אלע ערליכע אידן, וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן, און דער אויבערשטער וועט האבן נחת פון זיינע קינדער ווי זיי האבן זיך ליב.

    < זעה מער טו טבת תשפ"ד 📝
  • ברסלב עני טיים היט צוויי טויזענט שיעורים

    אנשי שלומינו דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט'ן געלונגענעם וועבסייט "ברסלב עני טיים", וואס עס איז געלונגען פאר מו"ה ארי פיש הי"ו מיט גרויס סייעתא דשמיא צוזאם צושטעלן, ווי מען קען מיטהאלטן כסדר די פילע שיעורים, מסיבות און מוזיק ווידיאס פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויף א געוואלדיגע באקוועמע און געשמאקע אופן. &nbsp; דער גאנצע וועבסייט איז געמאכט געווארן מיט "ענד יוסער" אין מיינד, און עס איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז אלעס זאל זיין פשוט און גרינג צו טרעפן און נוצן. אויב לייגט מען צו אן אויג קען מען זען וויפיל הארץ מען האט צוגעלייגט צו יעדן דעטאל, אנגעהויבן פון די אויסשטעל, און געענדיגט מיט די פיטשערס. &nbsp; גלייך ווען מען קומט אריין אינעם וועבסייט קען מען זען עטליכע שיעורים וואס מען האט לעצטענס צוגעלייגט מיט א בילד פון יענעם שיעור, אונטער דעם קען מען זען יעדע שיעור האט עטליכע טעגס, וואס אויב מען דורקט דערויף קען מען זען אלע שיעורים מיט יענעם טעג, אויך קען מען זען וויפיל מענטשן האבן שוין געזען דעם שיעור, ווען דער שיעור איז ארויף געגאנגען, און וויפיל מענטשן האבן געלייקט דעם שיעור. &nbsp; דערנאך איז דא א קנעפל "קאטאגאריעס" ווי עס זענען דא שיעורים איבער פילע נושאים, ווי מוזיק אלבומס, חיזוק יומי, חינוך, א גוט ווארט אויף די פרשה, טעגליכע שיעורים, וועכענטליכע שיעורים, סיומים, קינדער אפטיילונג, שיעורי תורה, שיעורים פאר פרויען, מוזיק ווידיאס, סיפורי מעשיות, מאורעות, שבת קודש, פאדקעסט, און גראמען. ביי יעדע איינס קען מען זען וויפיל שיעורים עס זענען דא אין יענע קאטאגאריע, אבער עס גייט נאך מער, ביי פילע קאטאגריעס ביי וועלכע עס איז דא גאר אסאך שיעורים, וועט דאן ארויפקומען די פילע סאב קאטאגאריעס, ווי צום ביישפיל ווען מען דרוקט טעגליכע שיעורים וועט ארויפקומען אלע פרשיות פון די תורה, און אויך דארט וועט מען קענען זען וויפיל שיעורים עס איז דא אין יעדע באזונדער. &nbsp; בכלל איז עס א יחיד במינו אין קאסטימייזעישאן אז יעדער זאל קענען צופאסן די וועבסייט צו זיי פערזענליך, מען קען סעיווען שיעורים צו א ליסטע מען זאל קענען צוריק קומען שפעטער עס צו זען, מען קען צוריק גיין און זען די שיעורים וואס מען האט געהערט, און אויסער דעם איז דא פילע פלעי אפציעס ווי שנעל און די קוואליטעט פונעם שיעור און אזוי ווייטער, יעדע שיעור איז עוועיליבל צו זען אויף ווידיא מאוד, אדער הערן אויף אוידיא מאוד, די זעלבע זאך קען מען דאונלאודן און שעירן יעדע שיעור אויף אוידיא אדער ווידיא. &nbsp; די עסקנים לייגן אריין גאר אסאך כח צייט און געלט סיי צו מאכן די וועבסייט בעסער און בעסער, הערן גריסן פון די באנוצער און לויט דעם צולייגן פיטשערס און פאררעכטן באגס, און בעיקר אויף ארויפצולאודן וואס מער שיעורים. אין די טעג איז מען אנגעקומען צו א געוואלדיגע דערגרייכונג ווען מען האט געהיט דעם אומגלויבליכן נומער פון "צוויי טויזענט שיעורים" וואס עס איז שוין דא צו הערן. &nbsp; דער וועבסייט ציט אידן פון איבער די גאנצע וועלט, אין יעדע קאנטינענט און לאנד ווי אידן געפינען זיך, סיי ווען איבערן טאג "עני טיים" קומט מען ארויף און מען טרונקט זיך אן מיטן יין המשומר וואס משיח וועט געבן צו טרונקען, מען הערט די עצות און חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א, און מען באקומען אקסידזשען ווייטער אנצוגיין. &nbsp; עס איז דא א גאר גרויסע פארלאנג מען זאל צולייגן א נייע סעריע פון ווידיאס "שארטס", דאס קאסט אסאך ארבעט און געלט. און ווער עס וויל האבן א חלק דערין און מנדב זיין די הוצאות דערפון קען זיך ווענדן צו מוה"ר אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892.

    < זעה מער יד טבת תשפ"ד 📝
  • הערליכע יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זי"ע אין מאנסי

    פארגאנגעם ערב שבת קודש עשרה בטבת העעל"ט איז אויסגעפאלן די יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבין רבי נתן זי"ע, חסידי ברסלב איבער די גאנצע וועלט האבן געפראוועט דעם גרויסן יארצייט, ווי מען איז זיך צוזאם געקומען און גערעדט פון די זיסע עצות וואס רבי נתן האט אונז איבער געלאזט, און זיך פארגענומען צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן, און צו פאלגן זיין צוואה וואס ער האט געבעטן פון זיינע תלמידים צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס אור ווייטער צו די גאנצע וועלט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט דעם יארצייט צווישן אנשי שלומינו אין מאנסי ווי מען איז זיך צוזאם געקומען און זיך געוואשן צו א סעודה פארגאנגענעם ליל שישי, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן א שטארקע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם אז אלע מתנות וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן, וואס יעדע פאר זיך איז שוין כדאי לעצמו, איז אלעס נאר צו פארדאנקען רבי נתן.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט פון די התקרבות פון רבי נתן, ווי ער איז שוין געווען מקורב צו חסידות אבער ער האט געשפירט אז עפעס פעלט אים, מען האט אים געהייסן ברענגען בייגלעך פאר מלוה מלכה און ער האט נישט געשפירט ווי ער קומט ערגעץ אן, ער האט זיך אריינגעכאפט אין א בית המדרש און אנגעהויבן זאגן תהלים מיט גרויסע בכיות ביז ער איז אנטשלאפן געווארן אינמיטן, אין חלום האט ער געזען ווי ער קריכט ארויף אויף א לייטער און פאלט אראפ, ער קריכט נאמכאמאל און פאלט ווידער, און ווען ער האט שוין געהאלטן ביים אויפגעבן זעט ער א געשטאלט פון א מענטש וועמען ער האט נאך קיינמאל נישט געזען ווי ער שרייט צו אים "אינגערמאן דראפע און דערהאלט זיך", דער ראש ישיבה האט געזאגט די ווערטער "דראפע זיך און דערהאלט זיך" מיט גרויס התעוררות, ווי צו זאגן אז דאס איז דער עיקר וואס דער רבי וויל פון אונז, מיר שפיר אז מיר ווערן פארברענט, אלעס גייט אונז מיטן פיטום אראפ, און דער רבי שרייט צו אונז "כאפ דיך אן, גיי ווייטער, געב נישט אויף", שפעטער ווען רבי נתן איז אנגעקומען צום רבין צום ערשטן מאל האט רבי נתן געזען אז דער געשטאלט וועמען ער האט געזען אין חלום איז דער הייליגער רבי.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריבער צום ענין פון קומען צום רבין אויף ראש השנה, וואס דער הייליגער רבי נתן האט תיכף ביים נתקרב ווערן פארשטאנען אז דאס איז ביים רבין גאר א גרויסע זאך, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אויף ראש השנה מוזן אלע קומען, אפילו עס איז אביסל שווערע צו פארן יעצט, אבער ווען מען ווייסט די חשיבות איז עס גארנישט שווער, און געבעטן מען זאל מאכן תפילות מען זאל קענען פארן צום רבין אויך קומענדיגע יאר. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן משניות, א זאך וואס דער הייליגער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן ער זאל טון, און מוהרא"ש האט געזאגט אז דאס דארף יעדער פרובירן צו טון, עס נעמט נישט לאנג, צען מינוט צופרי, צען מינוט מיטאג, און צען מינוט ביינאכט. זאגן די ווערטער אן נערוון, דאס טוישט א מענטש, משנה איז אותיות נשמה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך גערעדט איבער חינוך, ווי רבי נתן האט געזאגט אז ליינען קריאת שמע מיט זיינע קינדער איז אים נאך אזוי וויכטיג ווי חצות, וואס חצות איז געווען א זאך אויף וואס רבי נתן האט נישט געקענט אויפגעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער, פארציילן א מעשה, זינגען און טאנצן מיט זיי, שמועסן מיט די קינדער. און דער ראש ישיבה האט געזאגט מען דארף אכטונג געבן מען זאל נישט אוועק מאכן ערליכע אידן, און אפילו סתם אידן, וואס דארף מען רעדן פון אנדערע? וואס רעדן מען ביי דיין שבת טיש? פון דעם רבין פון יענעם רבין, מען מאכט חוזק פון ערליכע אידן, וואס פארא מעסעדזש געבט דאס פאר דיינע קינדער? &nbsp; דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער שלום בית ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן אויף די כבוד פון די פרוי, איר איבערבעטן, אפילו זי דארף דיך איבערבעטן, בעט איר איבער, זאג איר "זיי מיר מוחל", אפילו זי ענטפערט דיך שארף צוריק, דו וויסלט פלאצן צוריק שרייען "ווער דארף וועמען איבערבעטן?", זאג איר נאכמאל "זיי מיר מוחל" שלינג אראפ דעם פיל, נאכדעם וועט זיין זיס, און דאס האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט באקומט מען נאר דורך התבודדות, רעדן צום אויבערשטן. &nbsp; די אלע פשוטע דיבורים האט דער ראש ישיבה געזאגט האט מען געהערט פון מוהרא"ש וואס האט דאס מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך רבי נתן און זיינע הייליגע ספרים. דאס איז עצות וואס א מענטש קען עס נעמען און אים טוישן מן הקצה אל הקצה, און איבערדרייען זיין ביטערע לעבן צו א זיסע לעבן בזה ובבא. &nbsp; 🎦 די שיעור פון ראש ישיבה שליט"א ביים יארצייט פון רבי נתן

    < זעה מער יג טבת תשפ"ד 📝
  • מעגא פעקעדזש פון קרן הדפסה אויפגענומען מיט גרויס עקסטאז

    נאך א שטארקע נאכפראגע ביי אנשי שלומינו צו האבן אן עפארדעבל פעקעדזש פון די גליונות פון היכל הקודש, מיט א פארלעסליכע דעליווערי, האט קרן הדפסה נארוואס געמאלדן א נייע "שבת גליונות מעגא פעקעדזש" צו אדרעסירן אט דעם פארלאנג. &nbsp; דער נייער פעקעדזש סובסקריבשאן פלאן וועט צושטעלן א ריכטיגע עונג שבת פאר די גאנצע משפחה, סיי די קינדער און סיי די ערוואקסענע, מענער און פרויען מיט לייען מאטריאל אנגעפולט מיט אמונה, מידות טובות, עצות און חיזוק. &nbsp; פאר פילע אנשי שלומינו וועלכע נעמען נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל אין שטוב פון די גאס האבן זיך באקלאגט אז די ביז יעצטיגע סובסקריבשאן פלענער זענען געווען אדער צו טייער, אדער נישט גענונג פארלעסליך, זייענדיג געשיקט דורך די פאסט סערוויס וואס כאטש מען האט שטארק פרובירט עס זאל אנקומען אויף שבת, און צוליב דעם האבן די ארויסגעבער פון אלע גליונות זיך אנגעשטרענגט אז אלע גליונות זאלן שוין גיין צום דרוק אנפאנג וואך, און די שטאב פון קרן הדפסה האט געמאכט אלע אנשטרענגונגען עס צו דרוקן און ארויסשיקן די שנעלסטע וואס מעגליך, איז עס נישט געווען גענוג גוט, צוליב וואס די פאסט סערוויס האט געהאלטן אין איין ווערן פארשלעפט, און דאס האט געמאכט אסאך עגמת נפש פאר אנשי שלומינו וועלכע האבן אזוי שטארק געוואלט האבן די שיינע גליונות אויף שבת קודש. &nbsp; דערפאר האבן אנשי שלומינו זייער פרייליך אויפגענומען די גוטע בשורה אז אין קרן הדפסה האט מען זיך צוגעהערט צו די פילע בקשות און ארויסגעקומען מיט א נייע פלאן וואס הייסט "מעגא פעקעדזש" וואס וועט אנהאלטן אלע גליונות אויף שבת אריינגערעכענט: עצתו אמונה, קרית ברסלב בלעטל, גליון היכל הקודש און דער גליון שיעורי חינוך, און דאס וועט ארויסגעשיקט ווערן בעז"ה מיט די מער פארלעסליכע UPS דעליווערי פירמע, וואס איז גאראנטירט בעז"ה אנצוקומען אין צייט אויף שבת קודש. &nbsp; די וואס עס איז זיי נישט אזוי וויכטיג עס זאל אנקומען בעפאר שבת וועלן זיך קענען איינצושרייבן צו באקומען די בית נצחי אדער די עצתו אמונה, דורך די ביליגערע פאסט סערוויס, און וועט האפענטליך אבער נישט זיכער אנקומען בעפאר שבת. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די בית נצחי וועט מען שיקן אלץ מיט א גאנצע וואך פריער כדי אז מען זאל עס בעז"ה באקומען אין צייט. &nbsp; רופט שוין אריין צום אפיס פון קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3 זיך איינצושרייבן פארן מעגא פעקעדזש, פון וואס איר וועט זיכער הנאה האבן. &nbsp; אויך די וואס באקומען שוין ביז יעצט די גליונות און ווילן ווייטער באקומען דארפן אריינרופן און זיך פריש איינשרייבן צו איינע פון די אפציעס. ביטע רופט וואס פריער ווייל די נייע סיסטעם גייט שוין אריין אין קראפט קומענדיגן פרשת שמות הבעל"ט. ווארט נישט אויף שפעטער, רופט שוין 718-387-2691 עקסטענשאן 3.

    < זעה מער ט טבת תשפ"ד 📝
  • אוקראינע טראכט פון צוריק עפענען באריספּיל לופטפעלד

    נעכטן דינטאג אינדערפרי האבן די קיעווער איינוואוינער נעבן די באריספּיל לופטפעלד געזען א באואינג 777-300 פליגער זיך הייבן פונעם עירפארט, נאך גאנצע צוויי יאר וואס די לופטרוים אין אוקריינא איז גענצליך פארשלאסן צו קאמערציאלע לופט טראפיק צוליב די אנגייענדע מלחמה מיט רוסלאנד. &nbsp; אויף די אנפראגע פון רעפארטער האט מר. אנדריי יערמאק דער ווארטזאגער פונעם אוקראינשן פרעזינט ווילאדימיר זעלענסקי געזאגט אז זיי פלאנען בקרוב צוריק צו עפענען דעם לופטפעלד, און יעצט ארבעט מען אויס די לאגיסטישע און זיכערהייט מאסנאמען דערפאר. די פרעסע אפיס פון באריספיל לופטפעלד האט געזאגט אז די ליידיגע טעסט פליגער וואס מען האט יעצט געלזאט ארויספארן ווייזט אז די מצב איז זיכער און מען קען זיך ערלויבן צו עפענען דעם עירפארט נאכאמאל. &nbsp; פאר אנשי שלומינו איז דאס נאר א דערמאנונג ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז טראץ די אלע שוועריקייטן וואס דאס קומען צום רבי'ן טראגט מיט זיך, ווען דער סמ"ך מ"ם לייגט זיך אין די לענג און אין די ברייט צו שטערן ערליכע אידן צו פאלגן דעם רבין וואס האט געמאנט און געפאדערט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, דורך אלע מיטלען וואס ער קען. ער שיקט אונטער אידן מיט א מאנטל פון יראת שמים זאלן זאגן דרשות קעגן רבינ'ס ראש השנה, ער העצט אן משפחה זאלן שטערן מיט אלע מיני גוטע תירוצים, און בפרט אין די לעצטע צוויי יאר האט ער טרומפיאירט מיטן "מצב מלחמה" סלאגאן, און געשיקט שליחים פון אלע זייט וואס האבן פארגעהאלטן "אומאן איז נישט נישט ביהרג ואל יעבור", און "מען דארף זיין משוגע צו פארן צו א מלחמה זאנע", און מיט דעם אלעם האבן מיר זוכה געווען דאס און נאך אסאך איבער צו קומען נאך אסאך תפילה און סייעתא דשמיא. און פאר דעם אליינס דארפן מיר דאנקען און לויבן יעדן איינציגן טאג, און ארויסגיין אין א טענצל "שכח אייבישער אז איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה". &nbsp; דערנאך דארף מען מתפלל זיין אויף ווייטער אז מען זאל קענען זיין ביים הייליגן רבין אויף קומענדיגן ראש השנה. מען דארף בעטן אז די נארישע זינלאזע מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן און מען זאל קענען גרינגער שנעלער און ביליגער פארן קיין אומאן, און אז דעם רבינס אור זאל זיך פארשפרייטן אויף די גאנצע וועלט, און מיט דעם מקרב זיין די גאולה שלימה בב"א.

    < זעה מער ח טבת תשפ"ד 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן ליל שישי אין מאנסי

    דעם ליל שישי אור ליום עשרה בטבת פאלט אויס די 179'סטע יארצייט פונעם גרויסן צדיק און גאון דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבין דער הייליגער רבי נתן זי"ע, דער גרויסער תלמיד וואס ווען נישט אים "וואלט נישט איבערגעבליבן א בלעטל שמות" פון הייליגן רבין, אזוי האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט אויף זיין גרויסן תלמוד. &nbsp; מיר וועלן דא צוברענגען אין קורצן דער סיפור הדברים וויאזוי די פטירה פון הייליגן רבין נתן איז צוגעגאנגען. שבת קודש פרשת מקץ - וואס איז דאן אויסגעפאלן ווי היי יאר א טאג נאך זאת חנוכה, האט רבי נתן נאך געזאגט תורה ביי שלש סעודות, און האט געזאגט בתוך הדבריו מיט א געוואלדיגע פחד "איר זאלט וויסן אז מ'וועט זיין א מת און א גוסס, און מ'וועט מוזן ליגן מיט די פוס צום טיר", רבי נתן האט געזאגט תורה אויף די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א' ס"א) "חדי רבי שמעון", און גערעדט איבער עצות פון צדיקים, אמונת חכמים, דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים, און איבער דעם אז דער עיקר שלימות איז אז אויך ווען די נשמה גייט ארויף הויך, בלייבט מען אויך אונטן, און דערנאך איז רבי נתן געווארן זייער פרייליך. &nbsp; מוצש"ק אינמיטן די נאכט איז רבי נתן געווארן זייער שוואך, און זיין שוואכקייט איז געווארן שווערער און שטערקער יעדן טאג, מאנטאג ויגש איז רבי זאב ליבארסקע געקומען און מען האט גערעדט איבער דעם ראש השנה פון רבי'ן, און רבי נתן האט זייער שטארק גערעדט איבער די וויכטיגקייט צו קומען צום רבין אויף אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט בזה הלשון "מען וועט זיך מוזן צונויף קומען", האט אים רבי זאב געפרעגט, "וואו"?, האט אים רבי נתן געענטפערט "אויף יענער וועלט". &nbsp; דינסטאג נאכט נאך תיקון חצות האט ער געזאגט פאר רבי מאיר יודא בזה הלשון "אפילו מען זאל זיין דער ערגסטער בעל עבירה, אבי מען האלט זיך אין רבן, וועט מען בודאי תשובה טאן און מען וועט האבן א תיקון", מיטוואך זענען עטליכע תלמדים געשטאנען נעבן אים און ער האט גערעדט מיט זיי, און האט זיי געזאגט "אייער עיקר עסק זאל זיין צו דרוקן די ספרים, יפוצו מעינותיך חוצה". &nbsp; ערב שבת קודש עשרה בטבת האט ער געשמועסט מיט די תלמידים אזוי ווי א צוואה, "מען דארף זיך האלטן צוזאמען מיט א געוואלדיגע ליבשאפט, ענק זענען ערליכע אידן, נאר ענק זענען שלימזלניקעס", דערנאך האט ער זיך אנגערופן "דריי צרות האבן פאסירט עשרה בטבת, עזרא הסופר איז נסתלק געווארן, מען האט געשריבן די תורה אויף גריכיש, און דער שטאט איז צושפאלטן געווארן", דערנאך האט ער געזאגט בזה הלשון "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק, און טרייף פסול איז זיך מתגבר אזויפיל ווי ס'היינט דא אלפים ורבבות טרייף פסול. נאר איך האף, אז איין בלעטל פון ספרי רבנו וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג. נו, זאג איך אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין יפוצו מעינותיך חוצה. איר זאלט זיין שטארק מיט געלט און מיט רצון און מיט טרחא". &nbsp; דער הייליגער רבי נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת קודש תיכף נאכן ליכט צינדן מיט א מיתת נשיקה, און איז געקומען לקבורה מוצאי שבת קודש אינעם בית החיים אין שטעטל ברסלב אויבן אויפן בארג. &nbsp; דאס יאר וועט דער ראש ישיבה פירן די יארצייט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין מאנסי אויף 34 יוניאן רד. ווי מען וועט זיך וואשן צו א סעודה און דער ראש ישיבה שליט"א וועט אויפטרעטן און זיך איבערפרישן מיט די הייליגע ירושה וואס מיר האבן באקומען פון דעם גרויסן בעל הילולא זי"ע. &nbsp; די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך אנשי שלומינו אין מאנסי, ווער עס וויל קען זיך נאך משתתף זיין. ביטע רופן מרת פריעדמאן אויף 845-425-0969. &nbsp; 📜 ווער איז געווען דער הייליגער רבי נתן?

    < זעה מער ז טבת תשפ"ד 📝
  • הערליכע נייע מוזיק ווידיאס ערשינען

    א נייע הערליכע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "זאל זיין אזוי, אלעס איז דער אויבערשטער" פונעם ראש ישיבה שליט"א איז נארוואס ארויסגעקומען וואס ברענגט ארויס אז אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש, סיי געשמאקע און סיי חלילה שווערע קומען נאר פונעם אויבערשטן, און אויב גייט עפעס אנדערש ווי איך וויל, נעם איך עס אן באהבה, ווייל איך ווייס אז אזוי וויל דער אויבערשטער. &nbsp; אויפן מוזיק ווידיא שפילט מען אויף סצענעס וואס מאכן זיך טאג טעגליך, צום ביישפיל איינער מאכט א קאווע און קלאפט זיך אריין און עס גיסט זיך אויס; מען קומט ארויס פון שטוב אינדערפרי צו א פרישע טאג, און בומס א טיקעט ליגט אויפן קאר פענסטער; מען לייגט ארויף זאכן אויף א הויכע שעלף ענדליך אלעס איז שוין דארט און טראך, אלעס פאלט אראפ, מען פרובירט אריינצודרייען א נאגל איינמאל און נאכאמאל אבער אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ, דער נאגל גייט נישט אריין עס פאלט אראפ; מען פארן אין קאר אויף א געשמאקע פארברענג, און פלוצליג שפירט מען ווי די לופט פונעם רעדל איז ארויסגעגאנגען, מען טרעפט זיך מיט א פלאכע רעדל; מען פרובירט אריינצולייגן די שפיץ פונעם פאדעם אין נאדל לאך אבער עס גייט איבעראל אויסער ווי מען וויל; מען שלעפט ארויף א שווערע באקס, פלוצלינג שטאלפערט מען זיך אן אין עפעס און דאס גאנצע אינהאלט קוילערט זיך אראפ אלע טרעפ; מען מאכט אן אייער שפייז אינדערפרי נאכן דאווענען, אבער פלוצלינג איין איי צוקראכט זיך אויף די פלאר. דער ניגון ברענגט ארויס ווי מען דארף זיך שטארקן און געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און מען זאל זיך נישט נעמען צום הארצן. &nbsp; היינטיגע צייטן וואס דער סמ"ך מ"ם דרייט איבער א וועלט און פרובירט אריינצוקומען צו אידישע הערצער פון יעדע מעגליכע שפאלט אדער לעכל, מוזן מיר טון די זעלבע זאך, און דערמאנען אידישע קינדער אויף יעדן וועג מעגליך אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און מען קען זיך ווענדן צו אים, און נאר צו אים קען מען און דארף מען האפן. איינע פון די גאר אפעקטיווע וועגן זענען די מוזיק ווידיאס וואס ברענגען אריין אמונה אין אידישע קינדער אויף א געשמאקע און ציענדע וועג. &nbsp; די ווידיאס זענען פראפעסינאל רעקארדירט געווארן דורך מו"ה שרולי סאמעט הי"ו, און איז געספאנסערט געווארן דורך מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו פון יואלי'ס קולינג. מען קען באשטעלן עירקאנדישן אדער היטינג דורך רופן 845-470-8888. &nbsp; אויך איז לעצטענס ארויסגעקומען א פרישע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "דער אויבערשטער איז איבעראל" וואס איז פאכמאיש אראפגעשפילט אין א געשמאקע וועלדל ביי פארברענג מיט פילע בחורים און קינדער וואס שפילן גאר שיין אויף די ניגון מיט זינגען און טאנצן, בשעת מען זיצט און טאנצט נעבן געדעקטע טישן מיט שיינע לעמפ און א קעמפ פייער, בשעת די זון גייט צוביסליך אונטער. &nbsp; די מוזיק ווידיאס זענען אפגעכאפט געווארן פארגאנגעם זומער העעל"ט, און זענען הערליך און פראפעסיאנאל אויסגעארבעט געשמאק און אינטערעסאנט. שמעו ותחי נפשכם. &nbsp; 🎦 דער אויבערשטער איז איבעראל &nbsp; 🎦 זאל זיין אזוי &nbsp;

    < זעה מער ו טבת תשפ"ד 📝
  • פארוואס ווערט זילבער געל?

    ערב שבת קודש אינדערפרי, זאת חנוכה, ר' יעקב קוקט אויף זיין זילבערנעם מנורה אין וואס ער האט געצינדן די לעצטע אכט טעג, און פארברענגט מיט זיין משפחה, געזונגען אינאיינעם, גערעדט צום אויבערשטן פארענט פון די הייליגע ליכט, ער כאפט אן די מנורה מיט ליבשאפט, און לייגט עס פארזיכטיג אוועק אויף א וועג, וויסענדיג אז זילבער וואס איז אויסגעשטעלט צו די לופט ווערט גאנץ שנעל געל. &nbsp; אבער וואס מאכט זילבער זאל געל ווערן (טארניש)? די געלקייט וואס מען זעט אויף די זילבער איז א רעאקציע פון זילבער וואס רירט אן שוועבל (סולפור), איינע פון די מאטריאלן וואס שוועבן ארום אין לופט איבעראל אין די וועלט. זילבער וועט שנעלער געל ווערן אין נאסע (הומיד) פלעצער, אדער פלעצער מיט אומריינע לופט (פאלושן). &nbsp; מענטשן - אזוי ווי זילבער - ווערן אויך געל אויב מען איז אויסגעשטעלט צו די וועלט צופיל, חז"ל זאגן (ברכות ו ע"ב) "ר' יוחנן ור' אלעזר דאמרי תרוייהו כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום", ווען א מענטש דארף צוקומען צו מענטשן, ער מוז געפעלן פאר יעדעם, ווערט ער נעבעך פארשווארצט. &nbsp; מען זעט מענטשן מאכן שמחות, וואס באמת איז דאס די שענסטע צייט אין לעבן, וואס קען זיין שענער ווי מען האט געבוירן א אינגל אדער א מיידל, מען מאכט פיאות פאר א קינד, מען מאכט בר מצוה, מען טוט א שידוך, מען מאכט חתונה און אזוי ווייטער, דער מענטש דארף יעצט שיינען און גלאנצן ווי זילבער צווישן זיך און דער אויבערשטער, ער קען זאגן שירה צום אויבערשטן, דאנקען און בעטן אויף ווייטער, ער קען זאגן גאנץ נשמת "עד הנה עזרוני רחמיך... ואל תטשינו ה' אלוקינו לנצח". דאס איז אבער נאר ווען ער ווערט נישט צו שטארק עקספאזט צו די פארפעסטעטע שוועבל לופט פון די גאס, ער זיצט ביי זיך אינדערהיים און איז נהנה מזיו השכינה, און דאנקט און לויבט דעם אויבערשטן פאר זיינע אלע חסדים. ווער איז נאך אזא גליקליכע מענטש ווי אים? &nbsp; ווען מען רירט אבער צו די גפרית ומלח שריפה כל ארצה, מען קוקט אויף רעכט און לינקס, "וואס טוט דער שכן?", "איז עס 'נארמאל'?", מען "מוז" מאכן א שיינע שמחה, יעדער זאל זען, יעדער זאל רעדן, יעדער זאל קומען, מען דארף פרעגן יעדעמ'ס דעות, און מען הערט פון די אזוי גערופענע "חברים", "דו מוזט זיך אהערשטעלן באלעבאטיש", "קענסט נישט זיין קיין שנארער", ווערט נעבעך די פנים שווארץ, געל, און גרין. מען מוז בארגן פון די גאנצע שטאט, און מען קען נישט קומען דאווענען אין קיין אין שול, ווייל מען קען נישט קוקן די בעלי חובות אין פנים. &nbsp; טייערע אידן אין אמעריקע, לאמיר אנהייבן לעבן פאר זיך, און טון וואס איז גוט אין די אויגן פון אויבערשטן, וועלן מיר לעבן א גליקליך לעבן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

    < זעה מער ו טבת תשפ"ד 📝
  • כולל היכל הקודש טיילט אויס חנוכה ליכט פאר אלע קינדער פון ברסלבע חדר

    דער געטרייער מנהל פונעם כולל הר"ר משה ארי' שליט"א טראכט אלץ וויאזוי מ'ען אריינברענגען געלט פארן כולל, יעצט פאר חנוכה האט ער פארגעשלאגן פאר איינע פון די גרויסע נדבנים פונעם כולל אז ער קען אפקויפן די זכות פון טיילן ליכט פאר אלע קינדער פאר די פרייז פון א פרנס השבוע; דער נדבן האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, און מען האט אפגעשמועסט מיטן נדבן אז די לעכט וועט זיין לעילוי נשמת זיין חשובן זיידן דער טייערער באוויסטער איד פון וויליאמסבורג הרה"ח ר' שלמה גבריאל פליישמאן ז"ל וואס איז געווען באוויסט אלץ אן אויסנאם תלמוד חכם, א גאר פרייליכער איד, א איד וואס פלעגט מאכן פרייליך אלע וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט אים. קינד און קייט פלעגן קומען צו זיין שטוב יעדע חול המועד און זען די וואונדערבארע ארבעט וואס דער גרויסע תלמוד חכם האט אריינגעלייגט מיט זיינע פאכמאנישע הענט, און צוזאם געשטעלט אויף מיניטשור סוכה'לעך, יעדע סוכה און מסכת סוכה איז געווען אויסגעלייגט פלאי פלאים אהערגעשעטל, מ'האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואנדער פון די בקיאת נפלא און די ארטיסטישע ארבעט וואס דער איד האט אוועקגעשעלט. אויך פלעגט ער אריסשטעלן אסאך מיניטשור אויסשטעלונגען איבער וויאזוי מ'האט געלעבט אין די צייטן פון חז"ל די אבות, צום ביישפיל אברהם מיט די מלאכים, יצחק אויף די עקידה, וכדו'. &nbsp; הרה"ח ר' שלמה גבריאל וועלכע האט אויך ארויסגעגעבן פארשידענע חיבורים אויף עטליכע ענינים אין אין ש"ס, ווי מ'קען זען זיין געוואלדיגע בקיאות אין גאנץ ש"ס, האט זוכה געווען צו האבן צענדליגע אייניקלעך אין די קהילה הקדושה היכל הקודש ברסלב, נישט נאר תלמידים, פילע פון זיי אויסגערופענע מחנכים, וואס געבן זיך אפ מיט די הייליגע ארבעט פון ערציען די צאן קדשים על דרך אבותינו ורבותינו הקדושים צו געדענקען שטענדיג אז דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט מיר, און קיינער קען מיר נישט העלפן, און איך קען בעטן יעדע זאך פונעם אויבערשטן.&nbsp; &nbsp; אלץ הכרת הטוב פאר דעם חשבן נדבן האט מען געלייגט דעם זיידענ'ס נאמען הרה"ח ר' שלמה גבריאל ז"ל אויף די קרוב צו 400 חנוכה ליכט פעקלעך וואס מען האט אויסגעטיילט פאר חנוכה פאר אלע קינדער פון מוסדות היכל הקודש ברסלב, וועלכע האבן געצינדן לעכט דעם יום טוב דערמיט. &nbsp; די זכות פון די מצות נר חנוכה און די זכות פון די לימוד התורה אין כולל, ווי די אינגעלייט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, יעדער וואס קומט אריין אין כולל קען עדות זאגן דערויף, איז אלעס צום זכות פון דעם גרויסן נדבן הי"ו. מען קען זיך איינקויפן זכותים אינעם כולל, אדער אויב איינער וויל קויפן איינע פון די פילע שעפערישע געדאנקען וואס דער מנהל ר' משה ארי' האט קען זיך פארבינדן מיט אים דירקעט אויף 347-585-6166, אויך קען מען מנדב זיין פארן כולל אויפן וועבסייט thekolel.com. &nbsp; כי נר מצוה ותורה אור

    < זעה מער ב טבת תשפ"ד 📝
  • מזל טוב אנשי שלומינו צום אנהייבן פון סדר מועד אין תלמוד ירושלמי

    חסידי ברסלב תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע כאפן זיך ארויף אויף דער געלעגענהייט ווען דער באן פון ירושלמי איז אנגעקומען צו א פרישע סטאנציע, און כאפן זיך ארויף דערויף און הייבן אן יעדן טאג צו לערנען א בלאט גמרא ירושלמי. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע האט איינגעפירט אז אנשי שלומינו זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא, זאגענדיג אז בבלי ירושלמי און תוספתא זענען ראשי תיבות "בית" און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג די דריי לימודים איז מען זוכה צו קויפן א הויז אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז כדאי מען זאל זיך קויפן אליינס א הויז צו וואוינען דא אויף דער וועלט און נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן צו דינגען און זיין אנגעוויזן אויף יענעמ'ס חסדים אז ער לאזט דיר דארט וואוינען, און דיין גאנצע רענט קויפט דיר גארנישט איין, די זעלבע זאך אויף יענע וועלט פלעגט מוהרא"ש זאגן דארף זיך א מענטש באזארגן ביים לעבן ער זאל נישט זיין היימלאז, און לערנען די דריי לימודים יעדן טאג געבט פאר א מענטש וואו צו וואוינען אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז לערנען יעדן טאג די דריי לימודים איז אויך מסוגל צו קענען קויפן א הויז אויף דער וועלט. מען זעט טאקע אנשי שלומינו לערנען יעדן טאג די בית נצחי לימודים, און אפילו אינגעלייט קוים א יאר צוויי נאך די חתונה, קויפן זיך שוין א הויז. &nbsp; ווען מען רעדט איבער לערנען יעדן טאג די דריי לימודים, קען מען נישט אויסלאזן צו רעדן איבערן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין. דער הייליגער רבי האט געוואלט מיר זאלן לערנען יעדן טאג זייער אסאך, אבער אויך אויב מען קען נישט לערנען יעדן טאג אסאך זאל מען כאטש לערנען אביסל יעדן טאג, אזוי אויך זאגט דער הייליגער רבי אז ענדערש זאל מען לערנען מער אן פארשטיין, ווי איידער לערנען ווייניגער אבער טיף, דער רבי זאגט אז ווען א מענטש לערנט נאר אויב ער פארשטייט וועט ער צום סוף אלעס אפלאזן, און עס וועט גארנישט בלייבן פון אים, ער וועט איבערלאזן די וועלט אן עם הארץ אן קיין תורה. דערפאר זאל מען זיך צוגעוואוינען צו "זאגן" די ווערטער פון די הייליגע תורה, און אויב מען פארשטייט איז גוט, און אויב נישט איז אויך גוט, ווייל אויב מען לערנט שנעל וועט מען זוכה זיין צו קענען לערנען די תורה נאכאמאל און נאכאמאל, און וואס מען האט נישט פארשטאנען ביים ערשטן מאל וועט מען פארשטיין ביים צווייטן מאל אדער ביים דריטן מאל, און אויב מען וועט עס דעמאלטס אויך נישט פארשטיין איז אויך גארנישט, ווייל וואס א מענטש האט זוכה געווען צו לערנען אויף דער וועלט, וועט מען אים שוין מסביר זיין אויף יענע וועלט, און דארט וועט ער שוין אלעס פארשטיין. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט חזרן די שיחה (שיחת הר"ן סימן ע"ו) כסדר, כמעט ביי יעדע שמועס (אדער גאר ממש ביי יעדע שמועס) פלעגט מוהרא"ש דערמאנען דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין וואס זאגט אז זאגן די ווערטער פון תורה הייסט געלערענט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע מתנה פון הייליגן רבין דער סדר דרך הלימוד, וואס אן דעם וואלטן מיר געלערענט אסאך ווייניגער תורה, ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין, א מענטש האט א ווייב און קינדער, א מענטש פילט זיך אמאל בעסער און אמאל נישט, ער דארף ברענגען פרנסה, גיין צום דאקטאר, באצאלן בילס, גיין צו שמחות און אזוי ווייטער, וויאזוי וואלטן מיר זיך געקענט צוקלעבן צו די תורה אויב מען לערנט נאר ווען מען האט א חברותא, א קאפ, און געדולד? &nbsp; דערפאר וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן די געלעגענהייט און נישט קיין חילוק וואס איז געווען נעכטן, וועט מען היינט אנהייבן תלמוד ירושלמי שבת דף א און בעטן דעם אויבערשטן מען זאל קענען לערנען יעדן טאג און מיט דעם ווערן צוגעקלעבט צו די הייליגע תורה.

    < זעה מער ב טבת תשפ"ד 📝
  • קרית ברסלב בלעטל גרייכט צוויי הונדערט אויסגאבעס

    איך האף אז מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר אונזערע ליינער דעם קרית ברסלב בלעטל, וואס עס שטעלט מיט זיך פאר, און וואס דאס איז. אלע משפחות פון אנשי שלומינו ליינען דורך די פילע אינהאלטספולע בלעטער יעדע וואך, און מען ברענגט עס אהיים רואיג וויסענדיג אז דא וועט מען ליינען ערליכע מאטריאל וואס וועט נאר ברענגען יראת שמים, מידות טובות, אמונת חכמים, תמימות, און אריינלייגן די פילע עצות פון הייליגן רבין אויף א געשמאקע אופן. &nbsp; בראש פונעם אויסגאבע שטייט דער געטרייער רעדאקטאר הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו וואס געבט זיך אוועק בלב ונפש יעדע וואך לאנגע שעות און טעג, און מאכט זיכער אז אנשי שלומינו זאל האבן ערליכע געשמאקע ליין מאטריאל ואתו עמו די רעדאקציע, שרייבער און גראפיקער כל אחד בשמו הטוב יבורך. &nbsp; לכבוד די צוויי הונדערטסטע אויסגאבע האט אריינגעלייגט די וואך א ספעציעלע פראיעקט געשריבן דורכן בארימטן שרייבער ר' ישראל דוד העסקעל ני"ו, וואס וועט מהנה זיין דעם עולם, ווי מען וועט קענען זען אין די יעצטיגע אויסגאבע. אנשי שלומינו האבן זייער הנאה צו ליינען די פילע אפטיילונגען, אנגעהויבן פון די "וועלטליכע נייעס" געשריבן דורך ר' גרשון קרעמער וואס ברענגט ארויס כסדר פילע אינטערסאטנע אנעקדאטן פון די וועלט און וואס עס מיינט פאר אונז. דערנאך קומט די נייעס פון היכל הקודש וואס האלט אנשי שלומינו אינפארמירט איבער די פילע נייעסן און אפדעיטס וואס טוט זיך איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; דערנאך קומט די גאר געשמאקע "מעשיות פון תפלה" קאלום וואס איז לעבנסוויכטיג זיך צו דערמאנען כסדר ווער עס פירט די וועלט און וועם מען דארף בעטן און ווער עס קען העלפן, ווען מען זעט יעדע וואך עטליכע געקליבענע מעשיות מיט נעמען וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן ווען מען האט אים געבעטן. &nbsp; נאכדעם איז דא וועכעטליך א קורצע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס דערמאנט אונז מיר זאלן נישט פארעסן וואס אונזער ציל אויף דער וועלט און איז און געבט געשמאקע ווירקזאמע עצות אויפן לעבן. אויף די זייט דערפון איז דא א "שיחה פון ראש ישיבה שליט"א", א קורצע שמועס איבער א נושא, וואס ווערט שוין אויסגעשמועסט די בליק פון די תורה אויף אן ענין. &nbsp; נאכדעם איז דא די פרישע קאלום איבער אלץ און אלעמען דורך ר' גרשון קרעמער, וואס שרייבט איבער פארשידענע אינטערסאנטע ענינים וואונדער פונעם באשעפערס וועלט, און וואס דאס קען אונז לערנען טאג טעגליך. &nbsp; יעדע וואך באלעקן זיך אנשי שלומינו די פינגער מיט די הומאריסטישע און געשמאקע ארטיקל פון ר' משה ארי' שניטצלער וואס טראגט אונז אויף א רייד יעדע וואך ערגעץ אנדערש, צו אויף די הרי החושך, אדער גאר צו עפעס א מאשקע אין קרעטשמע, פון וועלכע מען קומט ארויס מיט א שיינע מוסר השכל אנצוהויבן פריש לערנען און דאווענען, יעדע וואך אויף א פרישע וועג. &nbsp; די קאלום פון "א מעשה פון א צדיק" קען מען זיכער נישט אויסלאזן, דארט ברענגט מען א שיינע מעשה פון א צדיק וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, אויף א וועג וואס מען קען זיך דערפון עפעס לערנען אז אויך מיר זאלן קענען ווערן ערליכע אידן. &nbsp; דערנאך קומט די "לענבסגעשיכטע פון הייליגן רבי'ן" אין פארזעצונגען, ווי עס ווערט געשילדערט אויף גאר א דראמאטישע וועג די פילע מיטמאכענישן פון הייליגן רבין ווי ער האט זיך געפלאגט און געאקערט אלעס כדי מיר זאלן קענען הערן זיינע הייליגע ווערטער און נאנט ווערן צום אויבערשטן. &nbsp; פון דארט פארט מען קיין לאנדאן הבירה צום געשמאקן שריפטשטעלער ר' ישראל דוד העסקעל, וואס פירט אונז אריין אין אן אנדערע וועלט, און טיילט אונז מיט א שמועס אדער עפיזאד אויף א הומאריסטישע וועג וואס מען נעמט מיט טאג טעגליך צו קענען זיין אן ערליכע איד, און זיך נישט לאזן פאלן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז נאר צוברעכן. &nbsp; דערנאך קומט די הויכפונקט, "א סעודה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א", ווי עס ווערט יעדע וואך אראפ געלייגט די געשמאקע סעודות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווי ער געבט זיך אפ מיט זיין שטוב, ער רעדט שיין צו זיין ווייב און קינדער, מאכט זיי פרייליך. אנשי שלומינו ליינען עס מיט דורשט און בעטן דעם אויבערשטן אז אויך זיי זאלן קענען פירן א שיינע סעודה און קענען פרייליך מאכן אין שטוב. &nbsp; דערנאך קומט די פרויען אפטיילונג מיט פילע ארטיקלען פאר די חשובע פרויען און מיידלעך, קודם קומט א פאכמאנישע פאום געשריבן דורך מרת מ. פורסט תחי' וועלכע ברענגט ארויס אן אינטערעסאנטע ענין אויף א שיינע וועג, און דערנאך קומט די הערליכע ארטיקל "פאר די ברסלבע שטוב" געשריבן דורך מרת מ. פאפענהיים תחי' פון ירושלים עיה"ק וועלכע שרייבט גאר שיינע זאכן פאר די פרויען וועלכע קענען קוים ווארטן צו ליינען די געשמאקע ארטיקל יעדע וואך. &nbsp; דערנאך קומט די "מעשיות פון תפלה" פאר די פרויען ווי די פרויען פון אנשי שלומינו לייגן אריין זייערע מעשיות ווי זיי האבן געבעטן דעם אויבערשטן און דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן, און זענען מקיים דעם "בתוך רבים אהללנו" און דאנקען דעם אויבערשטן אויף זיינע חסדים דורך די שפאלטענעס פונעם אויסגאבע. &nbsp; יעצט קומען די קלענערע צו גיין, עס קומען אן פילע בלעטער פאר די קינדער, חידות, קעסטל רעטענישן, וועגן, ספר המדות פאר קינדער, שיחות פון רבין פאר קינדער, טרעף חילוקים, עצתו אמונה רעטעניש. און דערנאך טרעפן זיך די קלענערע קינדער אין די בילדער, ווי גרויס איז די שמחה פון א קינד וואס טרעפט זיך מיט זיין קליקס אדער לעגא וואס ער האט צוזאם געשטעלט א שיינע פארק, אדער פרעה'ס חלום. און מעשיות פון תפילה פאר קינדער מיט די שיינע בילדער וואס באקט אין די יוגענט פון די וויגעלע אז יא עס איז דא א באשעפער, און ער פירט אלעס, גרויסע זאכן און אויך קליינע זאכן און אלעס אינצווישן, און דו קענסט אים בעטן אלעס, אויך אז דו זאסלט האבן א גוטע ריסעס, און אויך אז דיין בובו זאל זיך אויסהיילן. און דאס וועט ער מיטנעמען מיט זיך אויף א גאנצע לעבן, אז ווען עפעס וועט אים זיין שווער אויפן הארץ וועט ער וויסן צו וועם זיך צו ווענדן. &nbsp; צום סוף קומט וועכענטליך די בילדער אפטיילונג, ווי מען קען זען שיינע בילדער פון אנשי שלומינו איבער די וועלט, וואס טוט זיך ביים ראש ישיבה, שמחות ביי אנשי שלומינו, פארברענגען און מסיבות, ווי עס בויען זיך בנינים און אזוי ווייטער. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען מזכה זיין את הרבים מיט ערליכע ליין מאטריאל, און אז עס זאל ארויסקומען נאר א כבוד שמים פון אלע בלעטער און ארטיקלען.

    < זעה מער א טבת תשפ"ד 📝
  • הערליכע באזוך פון סעלישער רב פון קרית יואל אין שטעטל

    אנשי שלומינו האבן א שטארקע הכרת הטוב פאר'ן רב הרה"ג ר' חיים קלמן קליין שליט"א, פארן שטיין שטענדיג צוהילף ווי אימער ער האט געקענט, צוערשט מיט'ן ערלויבן דעם בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן צו נוצן זיין בעיסמענט שבת קודש און ווען מען האט געדארפט פארן געברויך פון די עזרת נשים וכדומה, און די לעצטע יארן ווען די חדר האט זיך אויסגעברייטערט, האט ער געגעבן רשות בחפץ לב אז איינע פון די חדרים זאלן זיך אריינצוען אין זיין גרויסן צימער וואס געהערט צו אים, דאס אלעס האט דער רב געטון בסבר פנים יפות, און קיין שום פאמפע בלי שום תשלום גמול. די אלע זכותים וואס קומען ארויס פונעם בית המדרש, די תפילות פון אידישע קינדער פון די נשים צדקניות, און בפרט די ריינע תורה ותפילה פון די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא וועט אלעס גיין אויפן קאנטע פונעם חשובן רב שליט"א, און דער אויבערשטער וועט אים עס זיכער באצאלן מיט רב נחת דקדושה און אלעס וואס ער דארף. &nbsp; דער רב שליט"א איז וואויל באקאנט פאר פילע קהילות דאהי אין אמעריקע, ווי דער רב שטייט צוהילף, בפרט ווען עס קומט צו מקוואות, איז דער רב שליט"א דער יחיד מומחה וואס צענדליגע קהילות האבן שוין נהנה געווען פונעם רב בעצה ותושיה, זייענדיג אויסגעקאכט אין די הלכות דורך און דורך, אזוי אויך האט ער צענדליגע יארן אומפארגלייכבארע עקספיריענס אין פראקטיק אין דעם נושא, וואס דער רב קומט אראפ און העלפט בויען טהרה ביי אידישע קינדער. אויך דא אין היכל הקודש האט שוין גאר אסאך געהאלפן, צו ערשט ביים ערשטן מקוה טהרה אין בית המדרש עצתו אמונה ביי הר"ר יואל שניטצלער, ווי ער האט געהאלפן אויפשטעלן און בויען די מקוה טהרה אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן און פראקטיש צו בעסטן אופן, דער רב האט זיך פארבינדן מיט וויזניצער דיין שליט"א פון גיבערס און מיט הרה"ג ר' איטשע טריגער שליט"א זאלן פרעזענליך אראפקומען און באגלייטן די ארבעט אז אלעס זאל זיין געבויט מיט אלע חומרות און הידורים פון בור על גבי בור, און בור דברי חיים און אזוי ווייטער. &nbsp; די זעלבע האט זיך אויסגעשטעלט ביים מקוה טהרה וואס מען האט געבויעט אויף האשקי, איז דער רב שליט"א געשטאנען צו די קהילה צו די רעטכע האנט און ארויסגעהאלפן מיט אלעם וואס עס האט אויסגעפעלט, און אלעס איז געווען בלי שום תשלום גמול. &nbsp; און בפרט לעצטענס ווען די שטעטל האט זיך אויסעשפרייט צו די פרישע געגענט אינעם ווילעדזש, האט ער געהאלפן און צושטאנד געברענגט אז די קהלה זאל באקומען דארט די בעלות אויף די ביז יעצטיגע מקוה טהרה וואס פלעגט גענוצט ווערן דורך די טויזנטער זומער איינוואוינער במשך די זומער, און יעצט איז עס מיט זיין הילף אריבער צו די קהלה, ווי עס וועט גענוצט ווערן במשך דעם גאנצן יאר בעזרת השם יתברך. אזוי אויך האט ער געשאפן א נדבן וואס האט אויסגעצאלט דאס גראבן פרישע קוועלער ביי די אלע מקוואות וואס מען האט געבויעט כדי די מקוואות זאלן זיין דאס מערסטע מהודר וואס איז שייך. &nbsp; יעצט איז דער רב אראפ געקומען אין שטעטל כדי איבערצוגיין מיטן דיין שליט"א אלע פראקטישע און הלכהדיגע ענינים פון די מקוואות, און זען מיט די אייגענע אויגן וויאזוי זאכן האבן זיך אויסגעארבעט און וויאזוי עס ווערט געפירט למעשה. &nbsp; דער רב איז קודם אנגעקומען אין בית המדרש אויף האשקי וואו די כולל זיצט און לערנט בהתמדה, און איז געגאנגען מיטן דיין אינאיינעם זען די מקוה טהרה אויף האשקי, זיי זענען דורכגעגאנגען אלע פרטים און פרטי פרטים פון די מקוה. דער רב שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט מיט גרויס התפעלות ווי גוט שיין פראקטיש און מהודר די מקוה איז אהערגעשטעלט געווארן. &nbsp; דערנאך איז מען אינאיינעם אריבערגעגאנגען צום בית המדרש אשר בנחל, ווי מען האט באזוכט די שול און די מקוה וואס מ'האט נארוואס געענדיגט בויען, און מען איז דורכגעגאגען מיטן דיין שליט"א וויאזוי צו מסדר זיין די בעסטע וועג מ'זאל קענען האבן מי גשמים. פון דארט איז מען אריבער צום געגאנגען צום בית המדרש עצתו אמונה, צו באטראכט די שול און די מקוה טהרה. &nbsp; דערנאך האט דער רב געכאפט א בליק אין די ישיבה קטנה, ווי ער האט זיך אומגעקוט ווי די בחורים לערנען פלייסיג, פון וואס דער רב האט זייער הנאה געהאט. &nbsp; דערנאך איז מען אריבער צו די נייע מקוה טהרה אין די ווילידזש וואס דער רב האט געהאלפן שאפן פאר די קהלה, ווי מען איז דורכגעגאנגען מיטן דיין וויאזוי אלעס איז דארט אהערגעשלטעט, און מען איז דורך אלע פרטים וויאזוי מען דארף זיך אומגיין דערמיט. &nbsp; פון דארט האט מען געמאכט א קורצע באזוך אין די מצה בעקעריי, איינע פון די פילע מקצועות אויף וואס דער האט אסאך ערפארונג, זייענדיג עוסק אין פירן א מצה בעקעריי שוין פאר לאנגע יארן. דער רב האט אלעס באטראכט, און געזאגט אז ער האט זייער הנאה צו זען ווי גוט אלעס איז אוועק געשטעלט, אז עס זאל זיין דאס בעסטע סיי הלכה'דיג און סיי פראקטיש. &nbsp; דער רב האט ארויסגענומען פארן דיין א נייע סארט וועלגערער וואס איז לעצטענס ערפינדן געווארן געמאכט פון מארמארשטיין, און עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינע תורה'דיגע שמועס איבער די פילע פרטי הלכות פון באקן מצות, מען האט דורכגעשמוסט די מעלות פון ביידע סארט וועלגערערס, און די צדדים לכאן ולכאן וועלכע מען זאל ענדערש נוצן, צי מ'זאל בלייבן ביים ביז יעצטיגן סיסטעם וואס האט זיך זיינע מעלות, אדער איז ענדערש מ'זאל עס איינטוישן צום נייעם סארט וואס איז געמאכט פון שטיין וואס האט פילע מעלות להלכה. צום ביישפיל עס איז גרינג צו וואשן, עס וועגט עס מער און דערפאר איז גרינגער צו וועלגערן דערמיט, אויך וויבאלד עס איז שטיין בלייבט עס קאלט - א שטארקע מעלה להלכה. &nbsp; די באזוך פונעם רב איז געווען א געוואלדיגע תועלת פאר די פילע מקוואות און אנדערע פראיעקטן וואס די קהלה האלט אינמיטן בויען.

    < זעה מער כט כסלו תשפ"ד 📝
  • געהויבענע שבת חנוכה אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    דער הערליכער שבת אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איז געווען א פארגעניגן פון די ערשטע מינוט ביז די לעצטע מינוט, די שטעטל האט געלעבט אין א יום טוב'דיגע שטימונג, עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, מיר וועלן פרובירן בלויז אראפצולייגן די כראנאלאגישע סדר וויאזוי עס איז צוגעגאנגען פון אנהייב ביזן סוף. &nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין שטעטל מיטוואך ביינאכט פרשת וישב, די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט אינדערפרי צו א סופרייז, "דער ראש ישיבה געפונט זיך שוין אין שטעטל", און אפילו מען זעט נישט דעם ראש ישיבה יעדע מינוט, שפירט זיך אבער אין שטעטל אַן אנדערע לופט אַן אנדערע אטמאספער, א רואיגקייט לאזט זיך אראפ, מען שפירט עפעס אזא קלארע אמונה לופט וואס קומט מיט ווען דער ראש ישיבה קומט אין שטעטל. &nbsp; &nbsp; דאנערשטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה באזוכט אין ישיבה, און געדאווענט צוזאמען א ווארימע געשמאקע דאווענען. אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט אין די מוסד און גערעדט צו די קינדער וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן מיט מידות טובות און דרך ארץ. אויך האט דער ראש ישיבה געברענגט מען זאל אויסטיילן שיינע גרויסע תהילים'ס פאר די תלמידות פון בית פיגא בייגעלייגט מיט א בריוו. &nbsp; אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין בית הדפוס זיך אומקוקן אויף די הייליגע ארבעט וואס קומט דארט פאר, ווי מען דרוקט יעדן טאג נאך און נאך ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, אז זיי זאלן אויך וויסן די סוד וויאזוי מען קען האבן א שיינע פרייליכע לעבן מיט'ן אייבערשטן אויף דער וועלט. &nbsp; ביינאכט נאכן צינדן דעם ערשטן לעכטל איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן ליל ששי שיעור אין בית המדרש הגדול, דער ראש ישיבה האט שטארק ארומגערעדט פון נישט שרייען אינדערהיים, נאר זיך אויפפירן מיט א דרך ארץ אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.&nbsp; &nbsp; שפעט דאנערשטאג זענען די בחורים ארויסגעקומען אין שטעטל צו זיך אויפהאלטן אויף שבת חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.&nbsp; &nbsp; און אזוי איז מען אריין אינעם לעכטיגן שבת מברכים ראש חודש טבת, די וועטער אינדרויסן איז געווען גאר געשמאק ברוך השם, צוליב וואס געוויסע האבן געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שיינע וועטערס. דער ראש ישיבה האט געדאווענט אלע תפילות אין האשקי שול, קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אנגעווארעמט יעדנ'ס הארץ, די סעודה האט דער ראש ישיבה געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש. פאר די סעודה האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט די בחורים א לאנגע צייט צוליב דעם וואס די משפחה איז נאכנישט געווען גרייט צו אנהייבן די סעודה, און דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מען קען נישט שרייען אינדערהיים ווען מען איז נאכנישט גרייט, מען דארף זיך רעכענען מיט יענעם, ובפרט ווען ביי א מאן נעמט שנעלער זיך צו מאכן גרייט.&nbsp; &nbsp; נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען זינגען צוזאמען זמירות שבת, אויך איז געווען די שלום זכר ביי האברך מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון דעם וואס דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים די דריי צייטן פון די יאר, שבת חנוכה, שבועות און ראש השנה, דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון קומען צום הייליגן רבי'ן ראש השנה וואס דאס גייט אן אפילו נאכן רבינ'ס פטירה. &nbsp; דערנאך האט מען נאך אביסל געזינגען און דער ראש ישיבה האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן פארוואס מען קומט צום רבי'ן שבת חנוכה, ווייל דעמאלט לערנט דער רבי אויס צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט, ס'איז דא מענטשן וואס ווען מען זאגט זיי דאנק דעם אייבערשטן אז דו קענסט זען, דו קענסט גיין, דו קענסט שמעקן, זאגט ער "יעדער קען זען, גיין, שמעקן און אזוי ווייטער", אבער דער אמת איז אז דאס איז נישט אמת, דער ראש ישיבה האט פארציילט מעשיות פון מענטשן וואס קענען נעבעך נישט זען, זיי קענען נישט שמעקן, זיי קענען נעבעך נישט גיין דער אייבערשטער זאל אפהיטן, א איד דארף זיך צוגעוואוינען דאנקען אויף יעדע זאך וואס מען האט יא. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט בשעת די קאראנע האט א איד געדארפט האבן א מאשין צו אטעמען, דער דאקטער האט אים געשיקט עפעס א ריזן ביל צו באצאלן, און ווען דער איד האט דאס געזען האט ער אנגעהויבן וויינען און זיך אנגערופן "וויפיל בין איך שולדיג דעם אייבערשטן וואס געבט מיר צו אטעמען יעדע מינוט פון ווען איך בין געבוירן ביז היינט". &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אים אז ער איז אנגעקומען צו מוהרא"ש, ווייל ער האט געהאט א בילד אין קאפ אז צו זיין א ערליכער איד דארף מען פאסטן, נישט שלאפן אין קיין בעט און אזוי ווייטער, אבער פון ווען ער האט באקומען דעם קליינעם ספר אשר בנחל האט זיך אין געעפענט א נייע וועלט, ער האט געזען אז מען קען עסן און שלאפן, אבער טו עס מיטן אייבערשטן. &nbsp; אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די סידור עת רצון די שטיקל פון מן המיצר וואס מוהרא"ש שרייבט אזוי שיין וויאזוי א מענטש דארף זיך דערהאלטן אין די שווערסטע מצבים וואס ער גייט נאר אדורך, און ווען ער האט יסורים זאל ער וויסן אז דאס קומט פונעם אייבערשטן, ער שיקט דאס פארן מענטש אים צו אויפוועקן פון שלאף.&nbsp; &nbsp; צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, און געדאווענט א ווארימע הלל וואס האט יעדן אנגעווארעמט דאס הארץ, אויך האט דער ראש ישיבה געליינט גאר ווארעם און געשמאק, און דערנאך געבענטש ראש חודש. &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה פארציילט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פון א רב בישראל וואס האט אכט און צוואנציג יאר זיך געוואלגערט אין עולם התוהו רחמנא לצלן, האט דער רבי אויסגעפירט ווער עס וועט קומען צו מיר ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט ווערן ניצול פון דעם, מוהרא"ש איז מסביר, פארוואס פונקט די דריי צייטן? ווייל ראש השנה געט דער הייליגער רבי אריין א קלארע אמונה אינעם מענטש און מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן, שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, און שבועות די מתנה פון לערנען תורה אויפ'ן געשמאקן וועג וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מען דארף נישט פארשטיין ביים לערנען, נאר מען זאגט די ווערטער, וואס דורך דעם איז מען זוכה צו אדורכגיין כל התורה כולה. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה נאכאמאל גערעדט פון דאנקען דעם אייבערשטן, "וואס איז דער גאנצער מענטש? אין איין מינוט קען די מענטש אויפהערן אטעמען חס ושלום, א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו דאנקן דעם אייבערשטן, נאכדעם קען מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף".&nbsp; &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט חיי מוהר"ן סימן פה די מעשה וואס דער רבי האט פארציילט חנוכה פון א גאסט וואס איז געקומען צו א בעל הבית און אים געוויזן וויאזוי מען קען לעבן דא אויף דער וועלט און זיין אין די זעלבע צייט דבוק צום אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען פירט זיך ביי אנשי שלומינו דאס צו פארציילן שבת חנוכה, מען קען אין דעם זאגן אסאך פשטים, אבער איך זאג דאס וויאזוי איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו זיך צו מאכן א שיעור אין ספר "ליקוטי מוהר"ן", וואס דאס וועקט אויף א מענטש פון שלאף און מאכט דעם מענטש רעדן צום אייבערשטן, ובפרט אז מען מאכט זיך א שיעור אין ספר "אשר בנחל" די בריוון פון מוהרא"ש, מאכט עס גלייך דער מענטש גיין אין בית המדרש דאווענען, אנטון תפילין און אזוי ווייטער. &nbsp; שפעטער האט דער ראש ישיבה געצינדן די גרויסע מנורה אין שול, דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל ווארטן אויף אלע קינדער, זיי זאלן מיטהאלטן וויאזוי מען צינדט די מנורה. &nbsp; זונטאג האט דער ראש ישיבה אויסגעניצט אריבער צו גיין אין די מוסד און רעדן צו די קינדער אין חדר הערן פון זיי וואס זיי לערנען און אזוי ווייטער. &nbsp; &nbsp; דער שבת וועט זיכער געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט און מען וועט מיטנעמען די לימודים מיט זיך איבעראל וואו מען געפינט זיך נאר. &nbsp;

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 276 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 18 19
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com