Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • היסטארישן שבת סיום הש"ס איז שוין בלויז עטליכע טעג אוועק

    גרויס התרגשות הערשט צווישן אנשי שלומינו ווען מען גרייט זיך צום גרויסארטיגן שבת התוועדות - סיום הש"ס, וואס איז געענדיגט געווארן נאך זיבן יאר, דורך אלע אנשי שלומינו עלטערע אידן, אינגעלייט, בחורים, און קינדער. דאס מאכט די סיום הש"ס אייגענארטיג, זייענדיג א סיום פון א גאנצע קהילה וואס לערנען  יעדן איינציגן טאג א דף גמרא, און יעצט איז מען זוכה צו שניידן די פירות פון די הארעוואניע און  ענדיגן דעם גאנצן ש"ס. א שטארקער פאקטאר וואס שפילט אין דעם סיום הש"ס איז דער פאקט וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט אונז כסדר דערמאנען אזש עס גייט כמעט נישט דורך א טאג, וואס דער ראש ישיבה זאל נישט מאנען און בעטן אלע תלמידים אז מען זאל נישט גיין שלאפן איידער מען האט געלערנט א דף גמרא, און אז מען קען נישט גיין צו א שיעור, אדער מען איז פאריארגט, מען האט נישט קיין קאפ און מען קען נישט לערנען, האבן מיר דאך די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן סימן ע"ו) אז די עיקר ביים לערנען איז זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער ראש ישיבה מיט די תלמידים וועלן פייערן דעם גרויסן "שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס" אינעם פראכטפולן "קראון פלאזא האטעל" אין סעמפארד קאנעטיקוט, וואס איז ארויסגעדינגען געווארן מיט אלע צימערן, ווי אלע תלמידים וועלן זיך צאמקומען אינאיינעם מיט זייערע משפחות, מענער פרויען און  קינדער, ווי מען וועט פראווען א הערליכן שבת אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער שבת פארשפרעכט צו זיין א הערליכע און היסטארישע שבת, וואס לוינט זיך אלע געלטער און טירחא צו קומען דאס מיט האלטן. דער שיינער שבת וועט בעז"ה בלייבן איינגעקריצט אין זכרון פון אלע באטייליגטע וואס וועלן אי"ה מיטהאלטן די געהויבענע תפילות, סעודת שבת און באטע'ס אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, און די אינהאלטסרייכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה וועט געבן במשך דעם שבת, וואס וועט פארזיכערן אז מיר כאפן זיך מיט מיט'ן באן נאכאמאל אנהייבן ש"ס אויפ'ן דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, בפרט וועט עס בעז"ה געבן א שטארקע חשק און שטופ פאר אונזערע קינדער, נאכצומאכן זייערע עלטערן, און אויך אנהייבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אזוי ארום וועלן זיי אויך זוכה זיין צום גרויסן זכות און מסיים זיין ש"ס אין זיבן יאר ארום. ממש געציילטע צימערן זענען נאך עוועליבעל, און ווער ס'האט זיך נאכנישט געמאלדן זאל רופן וואס שנעלער צו רעזעווירן א צימער, וכל הקודם זכה. בארא פארק: ר' אלי' קנאלל 718-506-4341 וויליאמסבורג: ר' ליפא שווארץ 917-541-1197 מאנסי: ר' ברוך יאקאבאוויטש 917-789-3095 קרית יואל: ר' יואל שניטצלער 845-248-8044   מיר האבן מקבל פון הייליגן רבי'ן אז ער האט געזאגט: "ווען מען ענדיגט ש"ס איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלקים" (פון א בריוו פון ראש ישיבה - י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט)

    < זעה מער ג טבת תשפ 📝
  • נייע מוזיק ווידיא: געב א מינוט פאר דיין קינד

    א גאר דראמאטישער נייער ווידיא, וואס וועט אויפשאקלען דאס הארץ פון יעדעם וואס זעטע איז נארוואס ארויסגעקומען. אויפן ווידיא זעט מען ווי א ניגון ווי א קינד וויינט צו זיינע עלטערן, ער געבט ארויס זיינע געפילן ווי ער שפירט זיך נישט אזוי אינטערעסאנט ביי זיינע עלטערן, ווייל זיי זענען פאר'שיכור'ט אינעם טעלעפאן. דער ראש ישיבה שליט"א האט באשלאסן דאס ארויסצוגעבן, כדי אונז אויפצואוועקן, און אונז ווייזן וויאזוי מען זעט אויס, און ווי די סמארטפאון וואס מ'ברענגט אהיים, רייסט אפ קינדער פון עלטערן, און די קינדער וואקסן נעבעך אויף ווי לעבעדיגע יתומים ה"י. זעט דא דעם נייעם מוזיק ווידיא

    < זעה מער כט כסלו תשפ 📝
  • בליץ באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל

    דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן מאנטאג נאכט פון ניו יארק. דינסטאג פארנאכטס אום 6 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א געלאנדע בשטו"מ אין ארץ ישראל, פון וואו דער ראש ישיבה שליט"א איז תיכף אריבערגעפארן קיין "בית שמש" צום בית המדרש היכל הקודש דארטן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט צוערשט פארגעלערענט דעם בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור התחזקות פאר די תלמידים פון ארץ ישראל ביז 9 א זייגער. דערנאך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין ירושלים עיה"ק ווי דער ראש ישיבה האט אויך געגעבן א שיעור אינעם דארטיגן ביהמ"ד היכל הקודש. מיטוואך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבניאל, צום ציון הק' פון מוהרא"ש, ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעבעטן ביים הייליגן ציון. דארט אין יבניאל האט דער ראש ישיבה געטראפן אסאך תלמידים פון מוהרא"ש און מחזק געווען די אידן מיט די ווערטער פון הייליגן רבין. מיטוואך נאכמיטאג אום 3 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אריבערגעכאפט קיין עיה"ק צפת, ווי עס איז דא א שיינע חבורה פון אינגעלייט תלמידי היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה האט צוערשט פארגעלערענט דער בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט שיינע דיבורי התחקות. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בני ברק, זיך צו באטייליגן ביים חתונה פון החתן יעקב ראטטענבערג ני"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה בן מו"ה יהוסף צבי הי"ו פון קרית יואל, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה מיט הכלה החשובה תחי' בת מו"ה אליעזר פוקס הי"ו. דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, לערנט ער פלייסיג א גאנצן טאג אין ישיבה ווי ער שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל, און גאר אסאך מאל ששה סדרי משנה. &nbsp; דער ראשי ישיבה שליט"א איז היינט דאנערשטאג צוריק געקומען בשלום פון ארץ ישראל. און דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין בעז"ה היינט דאנערשטאג געבן דעם וועכענטליכע שיעור פאר אינגעלייט אום 9:00.

    < זעה מער כז כסלו תשפ 📝
  • "שכוח אייבירשטער פאר מיין לעבן, עס זענען געפלויגן קוילן איבעראל העכער מיר און איך בין גאנץ און געזונט"

    כלל ישראל איז אויפגעשוידערט און צוטרייסעלט פונעם שרעקליכן איבערפאל פון צוויי ברוטאלע רוצחים וואס זענען איבערגעפאלן דעם כשרן גראסערי אינעם נייעם אידישן געגענט אין גרינוויל, דזשערסי סיטי, ווי זיי האבן מיט די גרעסטע אכזריות געמארדעט יעדן איד וואס זיי האבן נאר געקענט. בשעת'ן גרויסן הסתר פנים, ווען דאס אידיש פאלק האט ליידער מקריב געווען צוויי טייערע הייליגע קרבנות, וואס זענען אומגעקומען על קידוש השם דורך די צוויי אנטיסעמיטן השם ינקום דמם, האט מען אויך געזען די גרויסע חסדים פון אייבערשטן וואס געראטעוועט און אפגעהיטן אלע אידן פון בית המדרש, און די פילע צאן קדשים פון חדר וואס איז אויך דארט אינעם זעלבן פלאץ. אזוי אויך א טייערע אינגערמאן מאנשי שלומי ר' דוד לאקס הי"ו, וואס האט נארוואס זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, וואס תורה מגיני ומצלי, איז בשעת מעשה געווען אינעם גראסערי וואס איז איבערגעפאלן געווארן, איז געראטעוועט געווארן פון די הענט פון די רוצחים בדרך נס. ר' דוד הי"ו איז תולה דעם נס אויף דעם וואס ער האט געהאט אויף זיך די קמיע פון מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן דערויף "איך זאג צו ווער עס וועט טראגן דעם קמיע וועט ווערן באהיטן פון אלע טעראריסטן און משחיתים, און מחלות וחולאים רעים וואס זענען ליידער זייער מצוי היינט". ווי ר' דוד פארציילט עס מיט זיינע אייגענע ווערטער: "איך בין אריין אין גראסערי, אינמיטן אנגרייטן עסן זענען געקומען צו פליען 3 קוילן, איך האב מיך תיכף אראפ געבויגן און זיך באהאלטן אונטערן פרידזשידער צו באשיצן, עס האט אויסגעזען אז עס איז פארטיג, האב איך מיך אויפגעשטעלט, ווי נאר איך האב מיך אויפגעשטעלט, האבן אריינגעשטורעמט צוויי גויים אנגעטון אין שווארץ, איינער איז געשטאנען אויסגעשטרעקט מיט זיין גרויסן ביקס קעגן איבער מיך, און ב"ה דער אייבישטער האט מיר געגעבן די קוראדזש, איך האב אוועקגעשטיפט איר הענט מיטן ביקס, און ארויסגעלאפן פון גראסערי, אויפן וועג האב איך געטראפן א קליין אידיש אינגל וואס איז געווען אויפן גאס, האב איך אים שנעל אריינגעשלעפט אינעוויינג אין א הויז. שכוח אייבישטער פאר מיין לעבן, דער אייבירשטער איז זייער גוט צו מיר, און בין גאנץ און געזונט, עס זענען געפלויגן קוילן איבעראל העכער מיר, און ב"ה איך בין געראטעוועט געווארן", דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן ביים שיעור גערעדט פונעם גרויסן נס וואס ר' דוד האט געהאט, און געזאגט אז "ווען דו גייסט ארויס פון שטוב, זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן ביים מזוזה, 'הייליגער באשעפער, ברענג מיך צוריק אהיים בשלום'. א מענטש ווייסט נישט וואס גייט זיין מיט אים היינט. איינע פון די אינגעלייט, דודי, ער איז געווען אין געשעפט, דער גוי האט אים אויסגעשטרעקט דעם גאן, א מלאך איז געקומען, א מענטש קען דאס נישט טון, ער האט געגעבן א קלאפ דעם גוי מיטן הענט און ארויסגעגאנגען. א מענטש ווייסט וואס גייט זיין מיט אים? מוהרא"ש האט געזאגט 'יעדעס מאל א מענטש גייט ארויס פון שטוב, לייג ארויף די הענט אויף די מזוזה, מאך מיט די ליפן 'באשעפער ברענג מיך צוריק אהיים בשלום''. "קומענדיגע יאר ווען דו וועסט זיין אין אומאן און דו וועסט זאגן "מי יחי' ומי ימות", וועט זיך עס שוין אנדערש זאגן" האט דער ראש ישיבה געזאגט. &nbsp; צו הערן דעם חיזוק יומי ווי דער ראש ישיבה רעדט פון דעם דרוקט דא &nbsp; צו הערן דעם גאנצן שיעור דרוקט דא

    < זעה מער יג כסלו תשפ 📝
  • כינוס תלמידי היכל הקודש אין ירושלים היינט דינסטאג וישלח ביינאכט

    מיט גרויס שמחה נעמען די ירושלימ'ער איינוואוינער אויף די בשורה אז בעז"ה היינט ביינאכט וועט פארקומען א "כינוס תלמידי היכל הקודש" אין ירושלים עיה"ק פאר די פילע בחורים און אינגעלייט פון ירושלים עיר הקודש וואס לעבן מיטן ראש ישיבה'ס שיעורים און פרובירן צו גיין מיט דעם, ווי מ'וועט זיך בעז"ה צוזאם נעמען זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. דער כינוס וועט בעז"ה פארקומען היינט דינסטאג וישלח י"ב כסלו אום 7:00 אווענט אין ביהמ"ד ביאלא ב"ב, אויף רחוב אבינדב 20. &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער יב כסלו תשפ 📝
  • ערשטע באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" ערשינען

    מיט פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער ערשטער באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז שוין אנגעקומען קיין אמעריקע, און איז שוין דא צו באקומען פאר יעדן איינעם. ווער עס האט שוין אמאל באגעגנט די קונטרסים "עצתו אמונה", דעם דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיט'ן תורה'דיגע צוגאנג, געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז די וועג ווי אזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות, נאר דורך גלייבן אינעם אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פשוטע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. פילע שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור וואס וויל חתונה האבן און זיין ערליך און זאגט צו צום אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דרוקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. אסאך בריוו זענען איבער דער ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינע דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן ווען ס'מאכט זיך פראבלעמען אין שלום בית, און אז חומרות און פרישות ברענגט נישט קיין גוטס. אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה זייער אסאך פון "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס, און אזוי ווייטער ווערט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וספיקות וועגן חינוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנ'ס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און אזוי ווייטער איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע סארט שאלות און ספיקות וואס ווערן אזוי שיין און הערליך אויסגעקלארט אין די בריוו. און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. דעם ספר קען מען באקומען אין וויליאמסבורג ביים "קרן הדפסה היכל הקודש" אין ישיבה, ווי אויך קען מען עס באשטעלן ביי "חיזוק צום טיר" אויפ'ן נומער .347-509-4908 &nbsp; להחיות בהם נפש כל חי!

    < זעה מער ז כסלו תשפ 📝
  • טאנץ מיט אמונה #4 קומט ארויס בקרוב

    עס איז אונז א פרייד צו לאזן וויסן פאר'ן חשוב'ן ציבור, אז די ארבעט אויפ'ן לאנג ערווארטעטער אלבום, דער פערטער אין דער סעריע פון "טאנץ מיט אמונה", גייט אן אין פולן שוואונג, און עס איז שוין בעז"ה אויפ'ן וועג ארויסצוקומען בקרוב. טראץ דעם וואס אין די פריערדיגע אלבומס זענען אויך אריינגעלייגט געווארן גאר גרויסע כחות, סיי אין די מוזיק, סיי אין די ניגונים, און סיי אין די אינהאלט, איז אבער ביי דעם נייעם אלבום אריינגעלייגט געווארן נאך פיל מער כחות. מען האט ב"ה באוויזן צוזאם צושלעפן די בעסטע מוזיקאנטן אין די אידישע מארקעט פון אמעריקע און ארץ ישראל, עס וועט זינגען דערויף א הערליכע כאר, אזוי אויך ווערן צוגעגרייט הערליכע ניגונים, ועל כולם א גאר גאר רייכע תוכן פון ניגונים, וואס וועקן אויף א מענטש זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, בלאזן אריין א חיות אין אידישע קינדער, און געבן אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן און זיין תורה. די פריערדיגע אלבומס אין די סעריע זענען געווארן גאר שטארק פאפולער ביים היימישן ציבור, די ניגונים פול מיט אמונה און יראת שמים, חיזוק אויף אידישקייט, וויל יעדער טאטע מאמע אז זייערע קינדער זאלן אויפוואקסן דערמיט; און די מפיצים זאגן אז יעדער בעט און וויל האבן די מוזיק אלבומס פונעם ראש ישיבה שליט"א, און ווארטן שוין קוים אויף א פרישער אלבום. ווארט מיט שפאנונג אויפ'ן נייעם אלבום וואס קומט ארויס אי"ה אין די נאנטע טעג. &nbsp; שירו לה' שיר חדש!

    < זעה מער ה כסלו תשפ 📝
  • שיינע שבע ברכות אין ישיבה

    דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק איז אפגעראכטן געווארן אין ישיבה א שיינע שמחת שבע ברכות פאר'ן חשוב'ן חתן מו"ה ארי פיש הי"ו, פילע אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען פון אלע געגנטער מיטצוהאלטן די שמחה, און אויסדרוקן אן הכרת הטוב פאר'ן חתן וואס האט אזויפיל ארויסגעהאלפן די ישיבה אלע יארן. ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט, ער האט ארויסגעברענגט די מעלות פונעם חתן וואס האט גוט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן, ער האט געלערנט זייער פלייסיג, געענדיגט צוויי מאל ש"ס, צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, און נאך פילע שיעורים, און גלייכצייטיג נאך פיל געהאלפן די ישיבה אויף אזויפיל אופנים, און צו די זעלבע צייט געהאט אזא לב טוב און פרייליך געמאכט יעדן איינעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז מ'דארף מיטנעמען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אויך אויף נאך די חתונה, זיך שטארקן מיט א נייע פרישקייט, און אזוי וועט מען זייער מצליח זיין אין לעבן. ביים סוף פון די דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגעבן א מתנה פאר'ן חתן, א זילבערנע "ה", וואס דער רבי זאגט אז דאס איז מסוגל פאר קינדער. נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, און משמח געווען דעם חתן ביז אין די שפעטע שעות. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp; זעט דא די דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים שבע ברכות

    < זעה מער א כסלו תשפ 📝
  • חודש'ליכע פרויען צוזאמקום וועט בעז"ה פארקומען דינסטאג און מיטוואך תולדות

    עס איז א שמחה ביי די פרויען אנשי שלומינו צו זען ווי עס קומען כסדר צו פרישע לאקאלן אין אמעריקע אין ארץ ישראל און אין אייראפע ווי די פרויען פרעגן "למה נגרע", און אראדשירן א חודש'ליכע פרויען צוזאם קום אין זייער געגענט. יעצט אין די ערב ראש חודש כלסיו טעג גרייטן זיף די פרויען צום פרישן צוזאמקום, און ווי ביז היינט וועט מען זיך דארט בעז"ה אויפפרישן און מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, און אזוי ארום קענען ווייטער אנגיין און איבערקומען אלע שוועריקייטן וואס מאכט זיך טאג טעגליך, און קענען ווייטער אויפציען ערליכע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט אריבער אויף אידישע קינדער. מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו הערן א הערליכע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים, און וועט בעז"ה מדריך די זיין די פרויען מיט פראקטישע און תורה'דיגע הדרכה, און עצות וויאזוי מען קען פארבעסערן די שלום בית, די חינוך פון די קינדער, א.א.וו. &nbsp; &nbsp;&nbsp;&nbsp;פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער: &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;וויליאמסבורג - דינסטאג תולדות, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית יואל - דינסטאג תולדות, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;מאנסי - דינסטאג תולדות, 8:00 ביינאכט, פאר פרטים רופט 845-200-8998 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;דזשערסי סיטי - מיטוואך תולדות, 9:00 ביינאכט, 159 פולטאן עוועניו. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;ירושלים - מיטוואך תולדות, 8:30 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0583275645 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;צפת - פאר פרטים רופט 0504138219 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;בית שמש - דינסטאג תולדות, 9:00 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0559821013 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קענווי איילאנד, ענגלאנד - מיטוואך תולדות, 8:00 ביינאכט, 1 סאנינגדעיל &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער כח חשון תשפ 📝
  • טויזנט בריוון פון ראש ישיבה שליט"א אפגעצייכעט

    מיט גרויס פרייד האלטן אנ"ש מיט, אז מ'האלט שוין ביי איבער 1000 בריוון פון ראש ישיבה, אנגפילט מיט הדרכה און חיזוק פאר מענטשן וואס האבן אנגעפרעגט דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי אומצאליגע ספיקות און צוויייפלענישן וואס זיי האבן נאר געהאט. אלע בריוו ווערן געדריקט יעדע וואך אין עצתו אמונה צוזאמען מיט די אנדערע בריוון שאלות ותשובות וואס דער ראש ישיבה שרייבט פאר אידן פון אלע עלטער און אלע מצבים, וואס ווערט אויך ארויפגעלייגט כסדר אויף די וועבסייט דא ביי די "חיזוק", אונטער "בריוו" אדער "מכתב יומי", און אזוי אויך די "בריוו פאר פרויען". די קונטרסים "עצתו אמונה" איז ב"ה זייער אויפגעכאפט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען שוין אין די קורצע צייט געדרוקט אין פארשפרייט שווערע טויזנטער דערפון אין אלע געגנטער. מען קען דאונלאדן די עצתו אמונה יעדע וואך דא אויפן וועבסייט, פון וואו מ'קען עס אליינס ארויספרינטן. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון פון די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, די גליון האט אנגעהויבן מיט 500 קאפיס א וואך אין ווערט היינט פארשפרייט 3,000 קאפיס יעדע וואך אין אלע שולן אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי און קרית יואל - אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט. דער גליון ווערט אויך ארויפגעלייגט אויף די וועבסייט יעדע וואך דא. לדעת את המעשה אשר יעשון &nbsp;

    < זעה מער יז חשון תשפ 📝
  • געציילטע צומערן נאך געבליבן ביים שבת התוועדות - סיום הש"ס

    אנשי שלומינו חסידי ברסלב היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום גרויסן "שבת התוועדות - סיום הש"ס", דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת ויגש הבעל"ט, וואס וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן אינעם שיינעם "קראון פלאזא האטעל", אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ביי יעדן אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש ז"ל פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס און גלייכצייטיג דורכגיין כל התורה כולה. פאר זיבן יאר צוריק זענען געווען פילע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך צוגעהערט וואס מוהרא"ש האט געזאגט, און טאג איין טאג אויס האבן זיי זיך נישט געלייגט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. יעצט נאכ'ן הארעווען זיבן יאר, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, וועלן זיי יעצט זוכה זיין זיך צו פרייען מיט דעם גרויסן שמחת התורה, צו ענדיגן כל הש"ס כולה. צו דעם גרויסן געלעגנהייט האט מען אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, וואו אלע תלמידי היכל הקודש וועלן ארויסקומען מיט זייערע משפחות און פארברענגען דעם גאנצן שבת קודש מיט א רייכער פראגראם. די אלע וואס האבן שוין מיטגעהאלטן אמאל א שבת התוועדות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווייסן די געשמאק דערפון; אזא הערליכע שבת איז ממש מעין עולם הבא. געציילטע צימערן זענען נאך עוועליבעל, און ווער ס'האט זיך נאכנישט געמאלדן ווערט געבעטן צו רעזעווירן א צימער ווי שנעלער, ביי די חשובע אינגעלייט וואס געבן זיך אפ מיט די הכנות צו דעם געהויבענעם שבת, וכל הקודם זכה. בארא פארק: ר' אלי' קנאלל 718-506-4341 וויליאמסבורג: ר' ליפא שווארץ 917-541-1197 מאנסי: ר' ברוך יאקאבאוויטש 917-789-3095 קרית יואל: ר' יואל שניטצלער 845-248-8044 השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער טז חשון תשפ 📝
  • חתונה פון החתן ארי פיש ני"ו פון די תלמידי הישיבה

    נעכטן דינסטאג אווענט פרשת וירא, איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אהרן בן מו"ה בן מו"ה פנחס זעליג פיש ני"ו, עב"ג בת מו"ה משה שטיינבערג הי"ו. די חתונה איז פארגעקומען מיט גרויס שמחה אינעם נייעם זאל כרם מנחם אין בארא פארק. דער חתן נ"י איז פון די תלמידים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה ברסלב אין וויליאמסבורג, ווי דער חתן האט אויסענוצט זיינע בחורישע יארן מיטן לערנען מיט גרויס התמדה, און האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איבער 101 מאל גאנץ מסכת תענית, צוויי מאל גאנץ ש"ס בבלי, 2 מאל גאנץ ש"ס ירושלמי, 5 מאל גאנץ ששה סדרי תוספתא, אויסער זיינע פילע אנדערע שיעורים וואס ער האט געלערענט טעגליך. דער חתן נ"י האט מיט זיין גרויס התמדה נאך געהאט צייט צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א אין די ישיבה, און מיט הפצה, א.א.וו. און יעצט ווען דער חתן איז זוכה אויפצושטעלן זיין אייגענע שטוב, וואונטשן אים אלע אנ"ש ער זאל זוכה זיין אז די שכינה זאל רוען ביי זיי אין שטוב, און ער זאל זוכה זיין צו בני חיי ומזוני. אי"ה מוצש"ק וועט זיין אי"ה א שיינע שבע ברכות אין ישיבה אלץ הכרת הטוב פאר'ן חתן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה זאגן שיינע דברי התחתקות, און מען וועט זיך משמח זיין בשמחת חתן וכלה. די שבע ברכות מוצש"ק וועט בעז"ה זיין אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. אום 8:30 &nbsp; שמח תשמח רעים האהובים

    < זעה מער טו חשון תשפ 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין קרית ברסלב ליבערטי

    היינט אינדערפרי האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט פון שטאט צו באזוכן דעם שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין בית המדרש בשעת דער כולל בוקר איז געווען פיל מיט אינגעלייט וואס האבן געלערענט פלייסיג, פון וואס דער ראש ישיבה שליט"א ער האט זייער הנאה געהאט. דערנאך האט מען געדאווענט צוזאמען, און נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דער דף גמרא בבלי און דערנאך ארום גערעדט שטארקע יסודות וויאזוי עלטערן און מלמדים דארפן רעדן צו קינדער בפרט אין די ענין וויאזוי זיך צו היטן אין עינים פון קדושה, (מ'קען עס הערן אויפן קול ברסלב האטליין, און אזוי אויך אויפן אוצרות ברסלב דראפ-באקס פעידזש - נאכן שיעור גמרא) נאכדעם האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט די חדר, ווי דער ראש ישיבה האט געשמועסט מיט די טייערע קינדערלעך, דער ראש ישיבה האט געפרעגט די קינדער "ווער ווייסט וויאזוי די הייליגע רבי איז געווארן רבי?" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "ווייל ער האט אסאך גערעדט צו די אייבערשטער" און דערנאך האט ער געבעטן יעדע אינגל זאל פארציילן "א מעשה פון תפלה" ווי ער האט געהאט א פראבלעם, און ער האט געבעטן דעם אייבערשטן, און דער אייבישטער האט געהאלפן. דער ראש ישיבה האט דערנאך געזאגט פאר די קינדער אז ער גייט ברענגען א מתנה פאר יעדן אינגל נעקסטע מאל. דערנאך איז די ראש ישיבה שליט"א געגאנגען באזיכן די מיידלעך אין בית פייגא סקול ווי ער האט גערעדט צו זיי הדרכה וויאזוי זיך צו פירן ערליך און מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, און אזוי אויך זעהן צו פאלגן די לערערן אלעס וואס זיי היייסן, אויך האט די ראש ישיבה שליט"א ארום גערעדט די שיינקייט פון גיין אנגעטוהן צניעות'דיג און ווי די הייליגע רבי'ס מאמע (וואס די סקול הייסט נאך איר) איז געגאנגען אנגעטוהן מיט א געוואלדיגע צניעות פון וואס מען דארף זיך אפלערנען פאר אונז אויך.דער ציבור אנשי שלומינו האט געהאט א שטארקע חיזוק פונעם באזוך. די דרשה פון ראש ישיבה אין חדר צו זען

    < זעה מער ז חשון תשפ 📝
  • שיינע בר מצוה אין ביהמ"ד פון הב' יעקב יוסף סאלי נ"י

    נעכטן מיטוואך אווענט איז פארגעקומען א הערליכע שמחת בר מצוה אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווען הב' יעקב יוסף סאלי נ"י איז אריין לעול התורה והמצות. דער קלוגער בחור איז פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלב'ע תלמוד תורה אין וויליאמסבורג, ווי מען לייגט אריין אין די קינדער אז דער עיקר אין לעבן אז נאר תורה מצות און מעשים טובים, און נאר אז מען לעבט מיטן אייבערשטן וועט מען האבן א גוטע לעבן, און מען דארף זוכן צו געפעלן נאר דעם אייבערשטן, און אים קען מען צופרידן שטעלן, און מענטשן קען מען סיי ווי נישט צופרידן שטעלן. דערפאר איז ביי די קינדער א בושה צו פארווען א בר מצוה אויף אן אזוי גערופענע "נארמאלע" וועג, אין א זאל, מיט א קעיטערער, מיט מיניטשורס א.א.וו. וואס בסך הכל וועט מען זיך קענען איינרעדן אז מען וועט ווערן ארויפגעקוקט ביי זיינע חברים, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען צאפן דאס בלוט פונעם טאטן וואס דארף אויסבלוטיגן מיט שווערע חובות פאר זיין תכשיט'ל. וואס דערמיט איז מען ר"ל עובר אויפן באפעל פון אייבערשטן "כבד את אביך ואת אמיך". די טייערע קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן בעטן זייערע עלטערן אז זיי זאלן מאכן זייער בר מצוה וואס פשוטער און וואס קלענער, ווייל זיי פרייען זיך נאר מיטן טון דעם אייבערשטנס רצון און ווילן נאר אים געפעלן, און זיי זענען העכסט צופרידן מיטן פראווען א בר מצוה אין בית המדרש, און זיך פרייען מיט דעם וואס זיי ווערן יעצט שוין מחוייב במצוות, און זיי הייבן אן צו לייגן תפילין א.א.וו. דער טאטע פונעם בר מצוה בחור האט נאכן בר מצוה געזאגט פארן ראש ישיבה שליט"א אז פראווען דעם בר מצוה אין בית המדרש אנשטאט אין א זאל מיט אלע צוגעהערן האט אים געשפארט איבער $7,000 &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש

    < זעה מער ב חשון תשפ 📝
  • פרישער ווינטער זמן אין ישיבה און אין די מוסדות

    געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אריין אינעם צוועלפטן יאר פון ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, די ישיבה האט זיך געעפנט בשנת תשס"ט לפרט קטן; יעצט צום נייעם זמן זענען נתרבה געווארן ספסלי בית המדרש, עס זענען אנגעקומען פרישע טייערע ליכטיגע בחורים וואס עס איז נאך נישט געווען ביז יעצט. דער סדר היום אין ישיבה איז ווי פאלגעד: אינדערפרי אכט אזייגער הייבט זיך אן דער טאג מיט'ן שיעור גמרא, אכט אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר דעם דף בבלי און דעם דף ירושלמי; שחרית דאוונט מען צען אזייגער; נאכדעם לערנען די בחורים - יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, גמרא והלכה וכו'; צוויי אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא, רש"י, תוספות - ביז הלכה; דריי אזייגער איז מנחה, און פינף אזייגער געט דער ראש ישיבה דער בארימטער טעגליכער שיעור התחזקות. די חדר גייט ב"ה אויך אן מיט א שטארקייט, און אזוי אויך גייט די סקול אן מיט די זעלבע וועג ווי אלע יארן; מען לערנט מיט די קינדער די ריינע אמונה, מען לערנט מיט די קינדער חכמת החיים - ווי אזוי צו קענען לעבן א חיים טובים, זיי זאלן וויסן ווי אזוי מען לעבט ווען דאס לעבן גייט נישט ווי אזוי מען וויל, נישט צו ווערן פארלוירן ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי מען וויל, און ווי מען האט געפלאנט; מען זאל וויסן און לעבן מיט די ידיעה אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און אלעס אלעס איז ער אליינס, און מען קען נישט פארשטיין 'פארוואס', 'פאר ווען' און 'פאר ווי'; אויך דער כולל להוראה גייט אן מיט א שטארקייט, מען לערנט הלכות שבת און הלכות טהרה, די אינגעלייט לערנען מיט א שטארקע התמדה. פארגאנגענעם שבת פרשת בראשית האט דער ראש ישיבה שליט"א געוויילט אין שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי; פון וואס דער ראש ישיבה איז זייער נתפעל געווארן, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט "מען שפירט דארט אזא הייליגקייט, אלע אינגעלייט לעבן מיט א ליבשאפט, מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן"; אלע דיבורים וואס מען רעדט אין שטעטל איז פון רבי'ן, מען שפירט דארט עפעס וואס מען שפירט נישט ערגעץ אנדערש. דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפנט אין שטעטל א כולל בוקר להלכה וואו עס זיצן אינגעלייט תלמידי חכמים און לערנען הלכות טהרה, זעקס אזייגער אינדערפרי; ביינאכט איז דא א שיעור אין גמרא, מען לערנט פאר דעם בלאט גמרא, רוב איינוואוינער האלטן מיט דעם שיעור.

    < זעה מער א חשון תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 168 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com