Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • סיום הש"ס אויפ'ן טראק - מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו

    "וואס וועט וואקסן פון דיר, א טראק דרייווער?", אזוי געדענק איך ווי מיין מלמד אין כתה ו' זיך צומאל צושריגן אויף א אינגל, אין מיין דמיון אין כתה ו' איז א "טראק דרייווער" געווען עפעס א פראסטע בריה, איינער וואס קען נישט קיין צורת אות, און איז דער ביישפיל פון א דורכפאל פון א מענטש, און וואס עס וואקסט אויס, אויב מען פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין.   מיין גאנצער בנין איז פולקאם צוטראסקעט געווארן פארגאנגעם שבת קודש ווען א איד וואס זיצט א גאנצן טאג מיט א בלויע העמד און דרייווט א טראק האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, א זאך וואס פילע אידן וואס טראגן א ווייסע געביגלטער העמד האבן נישט זוכה געווען דערצו.   דער טראק פון דעם בילד פון אויבן האט קרן הדפסה היכל הקודש דערווייל נאך נישט איינגעקויפט. אבער קרן הדפסה היכל הקודש האט אבער יא דעליווערט א טראק דרייווער זאל ענדיגן ש"ס. דער רעדע דא איז פון מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו, א חשובער מתפלל אין בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן, וואס האט אנדערש פון זיינע קאלעגעס וואס זענען עוסק אין די צייט אין "גאר וויכטיגע זאכן", ער מוז וויסן די "סטעטוס" פון אלע זיינע "חברים", און "מוז" וויסן וויפיל פארוואונדעטע עס איז געווען פונעם עקסידענט היינט אינדערפרי, אדער גאר לערנען זיי "שיעור עיון" מיט'ן דיקן קובץ מפרשים אין זייער טראק, האט ער מיט גענומען אינעם טראק אנדערע חברים, ער האט זיך באפריינדעט מיט אביי ורבא, מיט זיי האט ער פארברענגט ווען ער איז געזעצן אין טרעפיק, און געזאגט זייערע הייליגע ווערטער ווען ער האט נאר געקענט.   דער בעל שמחה מו"ה ישראל יעקב הי"ו פארציילט ווי ער האט אנגעהויבן צו לערנען ש"ס מיט צוויי יאר צוריק, און כאטש ער האט געהאט א לענגערע תקופה פון עטליכע חדשים ווי ער האט נישט געקענט לערנען אזוי סאך,  צוליב דעם וואס ער האט זיך געלערענט צו ווערן א הצלה מעמבער און טון חסד מיט אידישע קינדער, און די קלאסן האבן אוועקגענומען פילע שעות פון זיין טאג, האט ער זיך אבער גלייך דערנאך צוריק גענומען דערצו, און יעצט ווען ער האלט צוויי יאר שפעטער איז ער זוכה צו ענדיגן ש"ס.   פאריגע וואך שבת קודש איז פארגעקומען דער גרויסער סיום הש"ס ברבים אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל, אויף די פרעמישלאן גאס. דער גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס אלע מתפללים פרייען זיך מיט, און האט אים געווינטשן אז עס זאל זיין א "קשר של קיימא", ער זאל אייביג בלייבן צוגעבינדן צו די הייליגע תורה. און גערעדט פון דעם אז מיר אלע קענען זיך אפלערענען דערפון, דאס איז א זאך וואס מיר אלע קענען נאכמאכן, אויב מיר זאלן זיך נאר מכניע זיין פאר'ן הייליגן רבי'ן און אננעמען בפשיטות זיינע הייליגע ווערטער, וועלן מיר אנקומען זייער ווייט.   ששי ושמחו בשמחת התורה  

    < זעה מער כח כסלו תשפ"ה 📝
  • לכבוד פרשת מקץ: געטראפן די ביינער פון די קוען פון פרעה'ס חלום

    לכבוד פרשת מקץ, האבן מיר באזוכט אין א מוזעאום, ווי זיי זאגן האבן זיי געטראפן די ביינער פון די קוען פון פרעה'ס חלום. ארכעלאגן האבן געגראבן אין מצרים, מען האט געוואלט בויען א בנין, און מען האט געטראפן פרעה'ס חלום בהקיץ: מיר האבן זיך נישט געפוילט און געגאנגען קוקן, אין פרעה'ס חלום האט מען געזען דארע קיען, וואס פארמאגן נישט צו זייער נאמען גארנישט (אויסער אסאך חובות...), און מען האט זיי געזען אריינגיין אין א מלחמה מיט די פעטע קוען. מען גייט זיי באקעמפן און אויפעסן. &nbsp; א חתונה קאסט הונדערט טויזענט דאלער? מער נישט. מען גייט מאכן א "כח", מען עסט אויף דער ערשטער פעטע קו, דער תנאים, מען גייט עס נאר מעגן מאכן אין די תקנות זאל, מסודר. דער צווייטער קו, דער שריימל. מעג מען קויפן נאר איינס, און עס מעג נישט קאסטן מער פון 1,500 דאלער; מוזיק? מען גייט נעמען די זשעי - כמעט בחנם, פאר די חתונה נאכט, מען שטעלט צו חתונה נאכט פעקעדזש פאר האלב/דריטל פרייז, מען מאכט שטרענגע תקנות (וואס "יעדער" פאלגט זיכער) נישט קויפן מתנות אויף ט"ו בשבט און ט"ו באב און שבת נחמו, קיינער קויפט מער נישט קיין מגילה און אתרוג פושקע פאר זיין חתן. מיר האבן עס באוויזן! תקנות איז נישט די עצה? קוק אהער, מיר האבן אויפגעגעסן אלע פעטע קוען! &nbsp; אבער ויהי לפלא, מיר קוקן אויף די דארע קוען, און מיר שטעלן זיך פאר אז עס וועט זיך "עפעס" אנזען אז זיי האבן אויפגעגעסן אזלעכע פעטע קוען, אבער "לא נודע כי באו אל קרבנה...", מען נעמט א פען און א פאפיר, די חתונה קאסט נאך אלץ הונדערט טויזענט דאלער. און יעדער וואונדערט זיך, וואס גייט דא פאר, פארוואס הערט מען נאך אזוי פיל קרעכצן? וויאזוי קען זיין אז מען האט נאכנישט באוויזן צו לייזן דעם פראבלעם? &nbsp; לאמיר זען וואס יוסף האט אן עצה געגעבן, און פארוואס פרעה האט נישט אויסגעהערט די פתרון פון די אלע חרטימים, אבער האט אנגענומען יוסף'ס עצה. די כישוף מאכערס האבן געזאגט, וועסט האבן זיבן טעכטער, און דערנאך וועלן זיי שטארבן, וועסט בויען זיבן שטעט, און זיי וועלן חרוב ווערן. אבער יוסף האט אנגעהויבן אנדערש, "בלעדי, אלקים יענה את שלום פרעה", איך האב נישט קיין עצה, איך וועל בעטן דעם אויבערשן, און אזוי וועלן מיר טרעפן אן עצה. דא ליגט די שליסל צום פראבלעם. אויב א מענטש טראכט "כח היחיד", "כח הציבור", "כח התקנות", וועט מען גארנישט אויפטון, אויב דארף איך ווייזן אז "איך קען", דארף איך אויך ווייזן ווער איך בין, "איך" שטעל צו בשר, און "איך" טראג א שטריימל פון צען טויזענט דאלער. אבער אויב נוצט מען דעם "כח הצדיק", מען הערט וואס דער צדיק זאגט, און מען גייט צום אויבערשטן, כאפט מען אז אויף דער וועלט וועט מען סייווי נישט האבן קיין כבוד. אדרבה, קוקט זיך אום אויף דער וואס כאפט עס נישט, ער האט אזעלעכע בזיונות פאר די מינוטן איינגערעטע כבוד. עס איז אפשר נישט שיין, אבער קוק וואס מען רעדט אויף אים אונטער זיין רוקן, מיר ווילן נישט שמוציג מאכן דעם פאפיר דערמיט. אבער זאגט אליינס: קען מען באקומען כבוד פון מענטשן? עס איז א זאך וואס מען קען נישט דערגרייכן, אבער כבוד פון באשעפער קען מען יא באקומען. וויאזוי? מיט יעדע קליינע זאך וואס מען טוט פאר זיינעט וועגן, באקומט מען כבוד אין הימל, דארט רעש'ן אלע עולמות "קוק דארט פארט א טראק דרייווער מיט א משניות אין זיין טאש, ער זיצט אין טרעפיק און ער עפענט אויף זיין משניות", אלע מלאכים זענען מקנא דעם מענטש, דער זוהר הקדוש איז אונז מגלה, און דער צדיק חזר'ט עס מיט אונז כסדר וואס פארא באגלייטן דער פשוט'סטער איד האט ווען ער גייט אין שול צו גיין דאווענען, אלע מלאכים שרייען "מאכטס פלאץ פאר'ן בן מלך וואס קומט צו זיין טאטן". &nbsp; מענטשן וואונדערן זיך וואס האט חתונה מאכן מיט שכל מיט ברסלב? און דער ענטפער איז דער וועג וויאזוי מען מאכט חתונה האט גארנישט דירעקט מיט ברסלב, דער צדיק געבט אין אונז אריין אזא דעת, אזא אמונה, אזא שכל, דער מענטש ווערט אזוי פרייליך מיט זיין לעבן, ער באקומט אזויפיל סיפוק פון די מצוות ומעשים טובים, ער באקומט אזא חיזוק אזא פאזעטיווע בליק אויפן לעבן, ער שפירט די כבוד פונעם אויבערשטן, און ער פארעקלט זיך פון די איינגערעדעט כבוד, און דאס ווערט גערופן "כח הצדיק" וואס איז בכח אויסצוהיילן א מענטש פון די פיער פרעשור דיזיס, ער ווערט באפרייט פון די קנעכטשאפט פון וואס וועלן מענטשן זאגן. און דערפאר מאכט מען חתונה אזוי ווי מען וויל באמת, און מען געבט אויס געלט נאר פאר זאכן וואס מען דארף באמת האבן.

    < זעה מער כו כסלו תשפ"ה 📝
  • אייאָדיין אין זאלץ

    שאלה: אויף די פלעשער זאלץ זעט מען אויפגעשריבן אז מען האט צוגעלייגט "אייאָדיין", וואס איז עס, און פארוואס לייגט מען עס אריין? &nbsp; ענטפער: אייאדיין איז אן "עלעמענט" פונעם באשעפער'ס בריאה (עלעמענט נומער 53) און ווערט אין רוב לענדער צוגעלייגט צו זאלץ, אין פאל וואס עס ווערט פארקויפט זאלץ אן אייאדיין וועט געווענליך שטיין צוגעשריבן אז דער זאלץ פארמאגט נישט קיין אייאדיין. &nbsp; דער אייאדיין עלעמענט איז א נויטיגע מינעראל וואס א מענטש דארף וויכטיג האבן צו זיין געזונט בעזרת השם יתברך, דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אייאדיין פארשידענע וויכטיגע אויפגאבעס, וואס ער טוט בנאמנות אינעם קערפער פונעם מענטש צווישן זיי, די מעטאבאליזם סיסטעם וואס טוט קאנטראלירן ענעריגע באנוץ, וואוקס פון קינדער, אזוי אויך טוט עס וויכטיגע זאכן אינעם מח, בפרט אין אינגע קינדער, און נאך. &nbsp; דער קערפער דארף נישט קיין סאך דערפון, און עס ווערט גערעכעט ווי א "טרעיס מינעראל", וואס מיינט א מינעראל וואס מען דארף האבן זייער ווייניג דערפון, אבער דער ביסל איז וויכטיג, און אויב באקומט מען עס נישט קען עס גורם זיין פארשידענע געזונט פראבלעמען אזוי ווי פראבלעמען מיט'ן טיירויד, און הארמאנען, אנטוויקלונג פון קליינע קינדער, נידעריגע וואוקס, שוואכקייט. &nbsp; פאר דעם צוועק האט די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע רעקאמענדירט אז רעגירונגען זאלן צולייגן א משהו אייאדיין צו די עסנווארג, און בפרט צו זאלץ, וואס איז א ביליגע מאכל, און דורכדעם געבן די געלעגענהייט אז וואס א גרעסערע באפעלקערונג זאל האבן צוטריט דערצו. &nbsp; דאס דערמאנט אונז א בריוו אין וואס א פרוי האט פרעגט מוהרא"ש זי"ע איבער עין הרע, ווי מיר קענען עדות זאגן איז דא א גרויסע מארקעט אין די אידישע גאס איבער אפשפרעכן עין הרע, און די פרוי וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין לחם לאכול, פרעגט מוהרא"ש זי"ע וואס זי קען טון, אוועק צו נעמען די עין הרע וואס האט איר באטראפן. מוהרא"ש זי"ע ענטפערט איר מיט גרויס חכמה אין שו"ת ברסלב אז זי זאל נעמען אביסל זאלץ און אויסגיסן נעבן די טיר, און לייגן די הענט אויף די מזוזה און ערליך מתפלל זיין צום באשעפער אז די עין הרע זאל נישט שולט זיין אויף איר הויז געזונט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אמאל גערעדט דערפון האט ער געזאגט אז מען קען זאגן פשט דערין, אז מוהרא"ש האט איר באמת געוואלט זאגן בלויז אז זי זאל מתפלל זיין, וואס דאס איז די בעסטע סגולה קעגן עין הרע, אזוי ווי מיר טוען יעדן טאג ביים דאווענען, מיר בעטן דעם אויבערשטן "שתצילינו היום ובכל יום... מעין הרע...", אבער אין די היינטיגע וועלט איז עס שווער צו זאגן פאר א מענטש, מענטשן ווילן "פילן" ווי זיי "טוען עפעס", און ביז ווילאנג מען טוט נישט בלייבט דער עין הרע אין קאפ, און עס לאזט נישט דעם מענטש מנוחה, עס נעמט אוועק זייער שמחה, זייער מחשבה, און דערפאר - קען זיין - האט מוהרא"ש איר געהייסן נעמען דער ביליגסטער סובסטאנץ וואס מען קען טרעפן אין הויז, כדי צו באפרידיגן איר געברויך פון "טון עפעס"... און דערנאך וועט זיך מתפלל זיין, וואס דאס איז דער בעסטער און ווירקזאמסטער סגולה קעגן אלע מחלות און חלאים.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ה 📝
  • היינט ווערט אפגעצייכעט דער טאג פון התחלת כתיבת ספר הקדוש אשר בנחל

    היינט כ"ד כסלו איז א גרויסע טאג, היינט ווערט אפגעצייכענט דער טאג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אנגעהויבן צו שרייבן די הייליגע ספרים אשר בנחל. דער ערשטער בריוו פון אשר בנחל איז געשריבן געווארן דינסטאג מקץ, כ"ד כסלו, ערב חנוכה תשכ"ד, און פון דעמאלטס ביז זיין פטירה האט מוהרא"ש נישט אראפגעלייגט דעם פעדער, נאר געשריבן און געשריבן, ער האט נישט געקוקט צי מען האלט יא פון אים אדער נישט, ער האט געוויסט אז ער האט א תפקיד אויף דער וועלט צו מחזק זיין און מעודד זיין אידישע קינדער, וואס די הייליגע בריוו וועלן אויפלעבן אידישע קינדער ביז משיח'ס טאג. &nbsp; אין ספר שיחת מוהרא"ש ווערט דערציילט די פלא'דיגע געשיכטע וויאזוי דאס האט זיך אנגעהויבן, אין די טעג פון חודש כסלו תשכ"ד האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען בחורים ארום מוהרא"ש זי"ע, מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען, און גערעדט מיט זיי די עצות פון הייליגן רבין, די בחורים האבן דאן געלערענט אין א געוויסע ישיבה, און דער ראש ישיבה דארט האט זיי אנגעהויבן צו מאכן ענג, און די בחורים האבן אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פאר מוהרא"ש ווי זיי האבן זיך אויסגערעדט אלעס וואס עס גייט זיי דורך, מוהרא"ש איז נאך דאן געווען זייער אינג, און כאטש ער האט שוין דאן געקענט אויסענווייניג אלע ספרים פון הייליגן רבין, אזוי אויך האט ער געקענט די פילע ספרי האריז"ל זי"ע, מוהרא"ש האט אסאך געלערענט גמרא פוסקים מדרשים ספרי חסידות און אזוי ווייטער, אבער ער האט זיך נישט געשפירט באקוועם מיט דעם אז מענטשן קומען זיך אויסרעדן צו אים, ווי זיי פאלן נעבעך דורך, ווי דער סמ"ך מ"ם ווארפט זיי אראפ, דערפאר האט ער נישט געוואלט ענפטערן די אלע בריוו, ער האט געשפירט אז דאס איז זייער א גרויסע אחריות. מוהרא"ש האט דאן נאכגעזאגט פון הייליגן רבי נתן זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט אזוי: "צו רעדן צו מענטשן, און אים געבן עצות, דאס איז די גרעסטע אחריות, ווייל אפשר וועל איך אים געבן התחזקות, אבער ער דארף יעצט הערן התעוררות, אדער פארקערט, איך וועל אים זאגן מוסר, אבער ער דארף יעצט הערן התחזקות, און דערמיט קען איך אים צוברעכן". דערפאר האט מוהרא"ש זייער שטארק נישט געוואלט אריינגיין דערין, אבער נאכדעם וואס פילע בחורים זענען געקומען צו אים אהיים, און אויך האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן בריוון מיט זייערע פראבלעמען, האט ער דאן איין טאג אסאך געוויינט צום אויבערשטן שעות ארוכות, און געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס צו טון, וואס ער זאל שרייבן, און וואס צו ענטפערן, אזוי האט זיך מוהרא"ש געלייגט שלאפן וויינענדיג אינמיטן התבודדות. ווען ער איז איינגעשלאפן האט מוהרא"ש געזען דעם הייליגן רבין אין חלום, ער האט געזען דעם רבי שפאצירן מיט זיין גרויסער תלמוד דער הייליגן רבי נתן, און זיי קומען צו אים, ער איז געשטאנען אויף זיין פלאץ און האט געקוקט אויף זיי ווי זיי ווערן נענטער, דער רבי האט גערעדט מיט רבי נתן א טיפע זאך (אזוי האט מוהרא"ש פארציילט, אז ער האט געזען לויט די באוועגונגען פון רבי נתן ווי ער קוקט אויפן רבין, און ער שטרענגט זיך אן צו פארשטיין יעדע ווארט, ווי איינער וואס הערט אויס א קאמפליצירטע זאך) און אזוי זענען זיי געגאנגען צוזאמען, דער רבי רעדט, און רבי נתן הערט אויס, ביז זיי זענען אנגעקומען צו די פלאץ ווי ער איז געשטאנען, און דאן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געשמייכעלט צו אים, און מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום רבין און אים געזאגט פארשידענע זאכן, און אויך איבער דעם וואס די בחורים ווילן פון אים, און ער האט זייער געווייינט צום רבין, "וואס זאל איך טון? וואס זאל איך זיי ענטפערן?" דאס אלעס האט מוהרא"ש אריינגעזאגט שטילערהייט אין די אויערן פון הייליגן רבין אז רבי נתן זאל נישט הערן, ווייל עס האט אויסגעזען ווי רבי נתן בייזערט זיך, ווייל ער געוויזן א פנים ווי איינער וואס פרעגט "פארוואס האקסטו מיר אריין אינמיטן וואס איך רעד מיט'ן רבי'ן". אבער מוהרא"ש האט נישט געקוקט דערויף, נאר גערעדט צום רבין און אים אלעס פארציילט, דער רבי האט געשמייכעלט צו אים און אים געזאגט בזה הלשון "שרייב מיין קינד שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינס אין מיין תורה, איך וועל זיין מיט דיר", און דערנאך זענען זיי געגאנגען ווייטער. מוהרא"ש איז געבליבן אויף זיין פלאץ און געקוקט ווי זיי גייען אוועק, דער רבי רעדט און רבי נתן קוקט אויפן רבי'ן און הערט זיך צו, אזוי איז מוהרא"ש געשטאנען ביז מען האט זיי שוין מער נישט געזען. דאס איז געווען אין א פעלד, און דערנאך האט מוהרא"ש זיך גענומען רעדן צום אויבערשטן. אינמיטן התבודדות האט מוהרא"ש געזען פלוצלינג ווי איינער קומט צו לויפן פונעם ריכטונג ווי דער רבי און רבי נתן זענען געגאנגען, און ער לויפט צו אים מיט א געוואלדיגע שמחה, ביז ער איז אנגעקומען צו אים און אים געגעבן די הענט "שלום עליכם", און געזאגט פאר מוהרא"ש "יעצט ווייס איך ווער דו ביסט", און האט אים געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע, און אים געקושט אין די שטערן און האט אים געזאגט "האב נישט מורא, איך וועל זיין מיט דיר שטענדיג, און אין אלע דיינע חידושים וועל איך שטענדיג זיין מיט דיר", און דאס איז געווען דער הייליגער רבי נתן אליינס. און טאקע פון דעם ערב חנוכה תשכ"ד, האט מוהרא"ש זי"ע אנגעהויבן צו שרייבן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זינט דאן האט מוהרא"ש פאר פופציג יאר בלי הפסק געשריבן אן א שיעור ספרים און בריוון, וואס איז בכח אריינצוגעבן כח אין יעדן איד אין יעדן מצב באשר הוא שם, און האט שוין צוריק געברענגט אן א שיעור אידישע קינדער צום אויבערשטן. &nbsp; היינט איז דער ריכטיגער זמן ווען דארפן זיך פארנעמען צו לערנען יעדן טאג פון דעם ספר, כאטש אביסל. מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין אשר בנחל חלק ל"ז מכתב ו' רל"ד, איינמאל עס איז שוין ארויס אויף דער וועלט די הייליגע ספרים אשר בנחל, קען זיך א מענטש מער נישט אפרעדן אז ער קען נישט אריבערטראגן די צרות וואס ער האט, ווייל אויב וועלט ער געלערענט אשר בנחל וואלט ער געהאט חיזוק אויף אלעס. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט היינט אינעם בריוו: "היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע מנורה. מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז אז חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיין צייטליך אין שטוב. מאך אלע הכנות פארויס, מקוה וכדומה, אלעס זאלסטו טון פריער אין טאג - אז ביים זמן זאלסטו שוין צינדן. מיר פירן זיך אנצוטון שטריימל און בעקיטשע ביים צינדן, מען זינגט זמירות און מען איז זייער פרייליך, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צום אור הגנוז, אנהויבן לערנען די הייליגע תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מקרא משנה גמרא הלכה ואגדה, און מען בעט פאר די קינדער און פאר די קינד'ס קינדער, אלע זאלן זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, און גיין אין די וועג פון די תורה. היינט ערב חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן אשר בנחל פאר איין אין זעכציג יאר צוריק, פון שנת תשכ"ד ביז תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן בריוו פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט געשריבן א חשבון פון זיבעציג טויזנט בריוו. בריוו וואס זענען מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב וואו ער געפינט זיך, ווי וואלטן מיר געווען ווי וואלטן מיר אויסגעזען ווען נישט די ספרים און די בריוו וואס איז אונז אזוי מחי' ומחזק. ווער עס דארף א ישועה זאל מנדב זיין געלט פארן בית הדפוס פאר דרוקן אשר בנחל, און אזוי אויך די אנדערע ספרים און קונטרסים. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מען וועט זען ישועות, און אזוי פיר איך זיך ווען איך דארף א ישועה, איך בין מנדב געלט צו דרוקן די ספרים און קונטרסים. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. א פרייליכן חנוכה."

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך אויפן געהויבענעם יום טוב חנוכה

    מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז ווען דער הייליגער רבי האט געלעבט פלעגט ער זאגן אז דריי מאל אין יאר דארף מען קומען צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז היינט זאל מען נישט פאר'ן צום ציון נאר ראש השנה, וויבאלד דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז דאס דארף מען אנהאלטן אויך נאכ'ן רבינ'ס פטירה, אבער אין די אנדערע ימים טובים ווי חנוכה און שבועות דארף מען זיך געפונען אינדערהיים און זיך אפגעבן מיט די ווייב און קינדער. אבער מיט דעם איז כדאי צו גיין דאווענען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, ווייל די זמנים האבן יעדעס איינס א ספעציעלע באדייט, וואס דער רבי געבט אין אין די טעג. ראש השנה לערנט דער רבי מיט אונז אמונה, מען זאל גלייבן אז דער אויבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, און נעבן מיר, און דערפאר זאל מען בעטן דעם אויבערשטן וואס מען דארף. שבועות, געבט אונז דער רבי דער "סדר דרך הלימוד", אז יעדער איד באשר הוא שם קען קונה זיין די תורה, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה וואס וועט אונז ברענגען צו די העכסטע מדרגות, און חנוכה איז "להודות ולהלל לשמך הגדול", אין דעם יום טוב וועלן מיר זיך אנשעפן מיט "דאנקען דעם אויבערשטן", איינערקענען די פילע גוטס וואס דער אויבערשטער טוט מיט אונז, און זיך צוגעוואוינען אים צו דאנקען דערפאר. &nbsp; אינעם שטעטל קרית ברסלב הערשט א ווארימקייט אין די יעצטיג פראסטיגע טעג, מען גרייט צו אנטפאנגען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף שבת חנוכה, זינט די גרינדונג פונעם שיינעם ברסלב'ן שטעטל, קומט דער ראש ישיבה ארויס אויף שבת חנוכה וויילן מיט אנשי שלומינו צוזאמען בשבת אחים גם, און צוזאמען דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע חסדים אז מיר זענען מקורב צו אזא גרויסע רבי וואס גיבט אונז עצות אדורכצוגיין געשמאק יעדן טאג פונעם לעבן. &nbsp; מוצאי שבת חנוכה וועט פארקומען א שיינע מלוה מלכה להודות ולהלל אויף אלע חסדים וואס דער אייבערשטער שענקט אונז. ווי אויך וועט די מלוה מלכה זיין געווידמעט צו מחזק זיין די בתי מדרשים פון אונזער שטאט, וואס האלטן זיך אויף פון די געלטער וואס אנשי שלומינו געבן א גאנץ יאר פאר די גבאי הבית המדרש. די שולן אין שטאט, ובפרט די וואכן שול אויף האשקי וואס ווערט גענוצט יעדן טאג פון יאר קאסט אפ טויזנטער דאלער יעדע חודש, עס קאסט געז צו הייצן, לעקטער, רייניגן יעדע נאכט, פיצן די שניי, גארבעדזש, טעקס, אינשורענס, און נאך. עס וועט ווערן פארטיילט שיינע מתנות פאר די וואס געבן שיינע סכומים במשך דעם יאר. &nbsp; אין אנדערע נייעס פונעם שטעטל טוט די הנהלה אויפמערקן אז דער גארבעדזש פירמע "טאמפסאן סאנעטעישן" וואס א גרויסע עולם נוצט, העכערט אירע ראטעס אנגעהויבן פונעם נייעם יאר למספרם, דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נאך תפילות האט די הנהלה געטראפן צוויי פירמעס וואס זענען נישט אזוי טייער, איינס איז "סאניטעישאן דזשעף" 845-482-0926 און די צווייטע איז "סאניטעישאן פריים" 845-898-1544. עס איז כדי ארייצורופן צו איינע פון די צוויי און אריבערטוישן איידער די פרייזן הייבן זיך אין די קומענדיגע טעג. &nbsp; 📖 ספרים אויף חנוכה אויף שאפ ברסלב &nbsp; הנרות הללו קודש הם!

    < זעה מער כג כסלו תשפ"ה 📝
  • עף די עי מעלדט שטרענגע ריקאל אויף אייער פון קאסטקא

    די עף די עי (די אגעטור פאר עסן און מעדיצין זיכערהייט פון די אמעריקאנער רעגירונג) האט ארויסגלייגט א שטרענגע ווארענונג, און געזאגט אז דער ריקאל אויף אייער פארקויפט דורך קאסטקא האלסעיל געשעפט איז אויפן העכסטן שטאפל. זיי זאגן אז דער חשש אז עס געפונט זיך סאלמאנעלא אין די אייער איז צו גרויס, און קען חלילה שעדיגן די געזונט פון א מענטש אויף א גאר ערנסטע פארנעם. &nbsp; אייער איז פון די מערסט באנוצטע און געזונטע עסן וואס עס איז דא צו באקומען, און די פרייזן פון א טוץ (דאזען) אייער האבן זיך ממש נישט געטוישט פאר לאנגע יארן, די פרייזן האבן זיך געדרייט בדרך כלל אין די געגענט פון אכציג צענט ביז א דאלער צווישן די יארן תש"מ ביז תש"ס. פון דאן ביז בערך תש"ע האבן זיך די פרייזן געהויבן צובילסיך ביז בערך איינס און א האלב דאלער, אבער זינט דעמאלטס האבן זיך די פרייזן דראסטיש געהויבן, און דרייעט זיך שוין א לענגער צייט אין די געגענט פון פיר ביז פינף דאלער. &nbsp; מיר קענען זיך רעגן אויף די גראסעריס, אויף די האלסעילערס, אדער אויף די רעגירונג פארוואס זיי טוען גארנישט דערצו, "פינף דאלער א דאזן אייער, וואו האט מען געהערט אזוינס?", אבער עס וועט אונז גארנישט העלפן. מיר קענען אבער נעמען דעם אנדערן מהלך, מיר וועלן דאנקען דעם אויבערשטן אז די באקטעריעס זענען נאר אריין צו די הינער, מען הרג'עט מיליאנען פון זיי, מען נעמט די הינדלעך און מען זאגט "זה חלפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה התרנגול ילך למיתה, ואני אכנס לחיים טובים וארוכים ולשלום", און דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר זענען געזונט, און מיר האבן א געזונטע אפעטיט. &nbsp; די הויכע פרייזן קומט אין דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס די רעגירונג זוכט כסדר אונטער די פארמס צי עס כאפט זיך נישט אריין דארט קיין סאלמאנעלע - א שעדליכע באקטעריע וואס קען זיך צומאל אריינכאפן אין די הינער. בכלל איז גוט צו וויסן אז געזונטהייט מומחים רעקאמענדירן שטענדיג מען זאל נישט עסן קיין רויע אייער, נאר זיי גוט אויפקאכן, וואס דאס טוט הרג'ענען די באקטעריעס אין פאל עס איז אנגעשטעקט. &nbsp; און ווען מען טרעפט הינער וואס זענען קראנק וועלן די באאמטע פאדערן אויסצוהרגענען אלע הינער, וואס שאפט א מאנגל אין אייער, וואס הייבט די פרייזן. &nbsp; "אבער למעשה" - וועט איינער פרעגן - "וויאזוי וועט מען באצאלן פאר די אייער?" פאר דעם דארפן מיר געדענקען אז דער זעלבער באשעפער וואס האט אונז זאט געמאכט ווען די אייער האט געקאסט 0.89 סענט, וועט אונז געבן צו עסן אויך ווען אייער עס קאסט 5.99. &nbsp; שפך חמתו על בצים...

    < זעה מער כג כסלו תשפ"ה 📝
  • דער פאראדאקס פון היץ און קעלט

    פראגע: פארוואס ווען א מענטש האט היץ, צום ביישפיל 101 גראד, דאס מיינט אז זיין קערפער איז קלאר הייס - יעדער וואס רירט אים צו שפירט תיכף אז ער ברענט. אבער ער פאר זיך וועט שרייען אז ער שפירט קאלט? וויאזוי קען עס זיין? &nbsp; ענטפער: זייער א שטארקע שאלה, א מענטש האט פיווער איבער הונדערט גראד, אבער ער שפירט קאלט, בשעת זיין קערפער איז גאר הייס. &nbsp; ווען א מענטש איז געזונט ער שפירט זיך גוט, איז זיין טעמפעראטור בערך 98 גראד, די געווענליכע "רום טעמפעטשור" איז (פאר אונזער משל) 68 גראד, דאס מיינט אז ווען אויב עס איז 30 גראד אונטער דעם קערפער'ס טעמפעראטור וועט א מענטש שפירן באקוועם, אבער אויב וועט ער זיין אין א צימער וואס איז 65 גראד, וועט ער שפירן קאלט. דאס איז ווייל ער איז יעצט מיט 33 גראד "העכער" פונעם טעמפעראטור אינעם צימער. &nbsp; אבער די זעלבע זאך וועט פאסירן ווען א מענטש שפירט זיך נישט גוט, און זיין טעמפעראטור האט זיך געהויבן, דער חילק פונעם צימער (68) און זיין קערפער (101) איז 33 גראד, וואס דער מענטש אליינס וועט שפירן אז די לופט ארום אים איז "קאלט" כאטש עס איז בכלל נישט קאלט, פונקט ווי ער וואלט געווען אין א צימער פון 65 ווען ער שפירט ווען גוט. &nbsp; דאס איז ווייל א מענטש שפירט נישט קיין פאקטן, ער שפירט נישט וויפיל עס איז דער טעמפעראטור אין די לופט, ער שפירט נאר די חילוק, און דאס איז אמת ביי רוב פון אונזערער געפילן, אונזערע שוועריקייטן און וואס מאכט אונז פרייליך. &nbsp; לאמיר נעמען א ביישפיל, דער פאקט איז אז יעצט איז 5 אזייגער נאכמיטאג, אבער אין אונזער מח טייטשן מיר עס אויס אלץ "צייטליך", "שפעט", אדער "פרי", עס ווענדט זיך וואו מיר שטייען. אזוי אויך מיט וויאזוי מיר קוקן אן אונזער לעבן צי עס גייט אונז גוט, אדער מיר שפירן זיך ווי א דורכפאל, דאס איז אבסאלוט נישט קיין פאקט. מיר האבן טאקע איבערגייעכצער, מיר האבן פראבלעמען, נסיונות, אבער וויאזוי מיר זאלן קוקן דערויף איז אונזער בחירה. &nbsp; עס איז דא א קליינע תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א' סימן קס"ה) "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲך כָּמוֹך אֲנִי ה" (וַיִּקְרָא י"ט) הַיְנוּ שֶׁתְּקַבֵּל בְּאַהֲבָה, כָּל הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיך כִּי רָאוּי שֶׁתֵּדַע, שֶׁלְּפִי מַעֲשֶׂיך אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים וְהָרָעוֹת שֶׁיֵּשׁ לְך עֲדַיִן הוּא מִתְנַהֵג עִמְּך בְּרַחֲמִים כִּי הָיָה מַגִּיעַ לְך יוֹתֵר וְיוֹתֵר, חַס וְשָׁלוֹם, לְפִי מַעֲשֶׂיך וְזֶהוּ "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲך" שֶׁ תֶּאֱהַב הָרָע שֶׁבָּא לְך הַיְנוּ הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיך, חַס וְשָׁלוֹם תְּקַבְּלֵם בְּאַהֲבָה כִּי כָּמוֹך כְּמוֹ שֶׁאַתָּה הוּא, הַיְנוּ לְפִי מַעֲשֶׂיך "אֲנִי ה", בַּעַל הָרַחֲמִים, עֲדַיִן אֲנִי מִתְנַהֵג עִמְּך בְּרַחֲמִים כַּנַּ"ל. &nbsp; א מענשט זאל אננעמען באהבה די שווערקייטן און יסורים וואס ער גייט דורך, ווייל ווען א מענטש וועט וויסן אז לויט זיינע מעשים, פירט זיך דער אויבערשטער מיט אים מיט גרויס רחמים, ווייל עס קומט זיך פאר אים אסאך מער ח"ו, דער רבי טייטשט מיט דעם דער פסוק, "ואהבת לרעך", זאלסט ליב האבן די שלעכטע און שווערע זאכן וואס ער גייט דורך, זאלסט עס מקבל זיין באהבה, ווייל "כמוך", לויט וויאזוי ווי דו ביסט, "אני ה'" בין איך בבחנית רחמים, און ווען מען זאל זיך באגיין מיט דיר לפי שורת הדין וואלט ווען געווען אסאך ערגער.

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ה 📝
  • שמאלע גארדען האוז בריק אין שטעטל גענצליך ערזעצט

    נאך אן ארבעט פון בערך פינף חדשים, איז מען פרייליך צו מעלדן אז דער שמאלער בריקל ביי גארדען האוז (קאונטי בריק 261) האט מען גענצליך ערזעצט, און אנשטאט דער שמאלער שוואכער בריק וואס האט נישט געקענט פארנעמען מער פון איין ליניע, און האט נישט געקענט האלטן מער פון אכט טאן, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז דער קאונטי האט דארט אויפגעבויעט א ברייטע שטארקע בריק וואס וועט קענען טראגן טראקס, באסעס, און קארס אויף ביידע ליניעס. &nbsp; דאס קומט אין א צייט וואס דער קאונטי האט באשלאסן איבערצובויען די אלע אלטע שוואכע בריקן אין געגענט, ווען ציערשט האט מען פאריאר געטוןדי זעלבע זאך מיט'ן אנדערן בריק אינעם שטעטל ביי דענמען רד. (קאונטי בריק 272) וואס האט זיך געצויגן פאר זעקס חדשים. &nbsp; די אנגייענדע ארבעט אויפן ראוד האט פאראורזאכט צייטווייליגע אומבאקוועמליכקייט ווען צוליב דער אפגעשפארטער ראוד האט מען געדארפט פארן א שיינעם אומוועג דורך מעריהאף און קראוס ראודס אנצוקומען צו די אנדערע זייט, אבער מען האט זיך אנגעגארטלט מיט געדולד, און מיט תפילות צום אויבערשטן אייבערשטן איז דער בריק פארטיג געווארן אין צייט, און יעצט קען מען שוין דארט פאר באקוועם און געשמאק. &nbsp; לויטן סקעדזשול האט זיך עס געדארפט עפענען מאנטאג וישלח, למעשה האט זיך עס אפגעשטיפט אויף דינסטאג, עס איז מערקוורידיג דער מעסעדזש וואס דער אינדשעניר האט געשיקט פאר'ן געטרייען חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, ווי ער האט זיך אנטשוליגט אז צוליב די רעגן שנייען האט מען עטוואס געשפעטיגט מיט'ן עפענען, און ער האט צוגעעדיגט דעם מעסעדזש אז דער נייער בריק "וועט זיך האלטן לענגער פון אונז". &nbsp; אבער וואס פארשטייט א גוי? אויב גלייבט מען נאר אין איין וועלט, האלט זיך דער בריק לענגער, אבער מיר ווייסן אז דער וועלט איז נאר א פרוזדור, און אונזער נשמה איז א נצחי. דער רבי האט געזאגט אז דער וועלט איז געגליכן צו א שמאלע בריק, און דער עיקר מען זאל נישט מורא האבן, מוהרא"ש פלעגט זאגן, אז וואס איז די עצה מען זאל נישט מורא האבן, מען זאל לייגן א צוים פון ביידע זייטן, וואס איז דער צוים מען זאל נישט מורא האבן, אמונה און שמחה, אויב נעמט מען מיט מיט זיך די צוויי זאכן דארף מען נישט מורא האבן און מען קען דורכשפאצירן דעם שמאלסטן בריק.

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ה 📝
  • חסדי ה' כי לא תמנו - יום הצלת רביה"ק מסאטמאר זי"ע

    היינטיגן טאג טוען אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן חסד וואס ער האט געטון מיט אידישע קינדער אז אינעם גרויסן הסתר פנים ביים צווייטן וועלטס קריג האט דער אויבערשטער איבערגעלאזט דעם גרויס צדיק אמת דער לוחם מלחמות ה' הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט מיט זיין גרויסע כח הקדושה באוויזן צוריק צו בויען כלל ישראל נאכן גרויס בראך, ווען כלל ישראל איז ארויסגעקומען פון אייראפע צוקלאפט און צובראכן, אידישע קינדער האבן געדארפט אנהייבן אלעס פון אל"ף. נישטא קיין משפחות, נישטא קיין קהילות, נישטא קיין רבנים, אלעס איז געווען איין שטיק תוהו ובוהו, און נאך ערגער, אינעם גרויס צומישניש איז נאך אריינגעקומען איינע פון די שווערסטע נסיונות וואס אידישע קינדער האבן נאר דורכגעמאכט אין גלות, דאס איז געווען די נסיון הציונות וועלכע האט פארפראכן פאר די עצמות היבשות גאלדענע גליקן מען זאל נאר קומען צו זיי, זיי האבן געהעצט קעגן די אמונה, קעגן דעם אויבערשטן, און געזוכט צו פארכאפן אלעמען אונטער זייערע לאפעס, און איינרעדן אז מען קען זיך אליינס נעמען א גאולה, בויען א מדינה א מיליטער, א נאציאנאליטעט מיט א שפראך און קולטור, און זיין ככל הגוים רחמנא ליצלן, האט דער אויבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און געמאכט א נס אז דער הייליגער צדיק יסוד עולם, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן ארויסגעראטעוועט געווארן אין דעם גרויסן טאג.&nbsp;דערפאר זענען אנשי שלומינו ספעצעל פרייליך אין דעם טאג, און מען לויבט און דאנקט דעם אויבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען זיך צו דרייען ביי צדיקים תלמידים פון דעם גרויסן צדיק וואס האט און אונזער דור ווייטער אריינגעפרעדיגט מיר זאל האלטן די קאפ קלאר און נישט ווערן פאדרייט פון די ווינטן פון די גויאישע גאס, וואס פרובירט מיט אלע כחות אראפ צו ווארפן אידישע קינדער צו עבירות, און זיי מאכן פארגעסן פונעם אויבערשטן. און דערפאר דארפן מיר כסדר חזר'ן די הייליגע אמונה, רעדן צום אויבערשטן, רעדן פון אויבערשטן, און אזוי וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלימה.&nbsp;דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו אום חודש שבט תשפ"א איבער דעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע: "דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוויסט וואס עס גייט זיין.&nbsp;אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...&nbsp;דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.&nbsp;וואויל זענען די וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט די מינים ואפיקורסים, די ערב רב; מען האלט זיך שטארק אין אמונה, מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען גייט אין די וועג פון די תורה, און ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט דורך משיח צדקינו במהרה בימינו.

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ה 📝
  • טראמפ מעלדט פלאן צו מבטל זיין זומער זייגער

    היינט איז עס א פשוטע זאך: אז די זייגערס זענען פאריקט במשך רוב חדשים פון יאר, דאס האט מען איינגעפירט מיט בערך הונדערט פופציג יאר צוריק כדי מען זאל זיך לייגן א שעה שפעטער במשך די חלק פון יאר וואס די זון איז אינדרויסן פאר לענגערע שעות, מיט'ן ציל אויסצונוצן די ליכטיגקייט פון די זון יעדן אווענט. &nbsp; היינט צו טאגס איז דער גאנצער זייגער רוקעריי זייער נישט פאפולער אין אמעריקע, עס זענען שוין דא אסאך לענדער וואס האבן עס מבטל געווען. רוב רובם ווילן טאקע מען זאל אויפהערן דעם איינפיר פון רוקן די זייגערס צוויי מאל א יאר, אבער עס איז זייער שווער זיך צו פאראייניגן וועלכע זייגער מען זאל לאזן. &nbsp; מיט עטליכע יאר צוריק איז געווען א פארשלאג אין די געזעץ הייזער אין אמעריקע ווען מען האט געוואלט מבטל זיין דעם "ווינטער זייגער", אזוי אז דער פאריקטער זייגער זאל אנהאלטן א גאנץ יאר, וואס איז גאנץ לייכט דורך אין קאנגרעס, אבער איז דורכגעפאלן אין סענטאט. &nbsp; די צייט איז דער גרעסטער שונא פאר'ן מענטש אויב מען איז נישט וואכזאם צו אים, דאס לעבן פליעט דרוך זייער שנעל, און עס נעמט נישט לאנג און מען דערזעט זיך אז עס איז דורך פילע יארן וואס איך האב עוסק געווען אין "וויכטיגע" זאכן, אבער עס איז גארנישט געבליבן. היינט - ווען מיר שרייבן די שורות - כ"א כסלו דאנקט מען דעם אויבערשטן אז דער אויבערשטער האט געראטעוועט דעם הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע, ווען דער קאנדאקטער האט באשלאסן אריבער צו פארן דעם גרעניץ קיין שווייץ. אבער וואס וועט זיין מיט דיר? וואו קען מען טרעפן דעם באן וואו זיך ארויפצוכאפן און זיך ראטעווען דערמיט פון די נאציס, פון די כפירה, פון די שמוץ שטורעמעס וואס בוזשעווען? דער אויבערשטער האט דיר אויך אנגעגרייט א באן. דער באן האט זיך נארוואס אפגעשטעלט אויף א סטאנציע וואס הייסט "מסכת סנהדרין", כאפ זיך ארויף דערויף היינט, און ווילאנג דו וועסט זיך האלטן אויף דעם באן, וועסטו בלייבן אן ערליכער איד. &nbsp; דער פריערדיגער פארשלאג וואס וואלט איינגעפירט דער גערוקטער זומער זייגער א גאנץ יאר וואלט שטארק אויסגעמאכט פאר אונז לגבי שחרית אין די ווינטער חדשים, צום ביישפיל אין די יעצטיגע צייט איז דער נץ החמה ווען מען קען דאווענען שמונה עשרה פון שחרית בערך 7:15 אין ניו יארק, אויב וואלט מען געלאזט דעם זומער זייגער אויך אום ווינטער וואלט מען נישט געקענט דאווענען שמונה עשרה פאר בערך 8:15 וואס וואלט זייער שווער געמאכט פאר די ארבייטער וואס דארפן זיין אין די ארבעט זייער פרי. פון די אנדערע זייט וואלט עס אפשר געהאלפן די וואס שטייען אויף שפעטער זיי זאלן קענען דאווענען טעגליך ביים נץ. &nbsp; דער יעצטיגער פארשלאג וואס טראמפ וויל דורכפירן וועט טוישן די זמנים פון זומער. צום ביישפיל ווען די זמן ווערט דאס שפעטסטע אום זומער, קען מען נישט דאווענען מעריב (רבינו תם) פאר בערך 9:45, אבער לויטן נייעם ביל וועט דער זמן זיין בערך 8:45, וואס וועט שטארק ארויסהעלפן די וואס ווילן זיך לייגן פריער צו קענען אויפשטיין פריער. &nbsp; נישט קיין חילוק צי דער פרישער פארשלאג וועט דורכגיין אדער דורכפאלן, מאך זיכער אז דו ביסט נישט קיין דורכפאל. נעם דיר נאר אפאר מינוט יעדן טאג, הייב אן צו מעביר סדרה זיין פון זונטאג, און דו וועסט אנקומען זייער ווייט, "וועסט וויסן וואו דער אויבערשטער וואוינט" (הרה"ק רבי מרדכי מנודבורנא זי"ע) און וועסט ווערן אן ערליכער איד.

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ה 📝
  • טרערן פון צוויבל

    שאלה: פארוואס רינט טרערן פון די אויגן ווען מען שניידט צוויבל אדער כריין? &nbsp; ענטעפער: א גוטע פראגע, פארוואס קומט צו וויינען ווען מען שניידט אויף צוויבל, אדער ערב פסח ווען מען צומאלט די מרור וואס איז פשט פון די בכיות? מילא ווען מען רעדט צום אויבערשטן, מען לאדענט אפ די שווערע שטיינער פון הארץ דעמאלטס קומט טרערן, דאס הארץ ווערט אויסגעוואשן, און מען ווערט א נייע מענטש, אבער וואס פאסירט ווען מען שניידט אויף די ירקות? &nbsp; דער אמת איז אז די צוויי סארטן טרערנס זענען ביידע אין א וועג די זעלבע זאך, ביידע איז א חסד השם כדי מיר זאלן זיך קענען שפירן בעסער. דער אויבערשטער האט אזוי געמאכט אז ווען מיר וויינען און עס קומט טרערן פון אונזערע אויגן ווען מיר שפירן טרויער, פארשעמט וכדומה, מאכט אונז שפירן בעסער, מען שפירט זיך אסאך לייכטער נאכדעם וואס מען וויינט זיך אויס. די זעלבע זאך אויף אן אנדערע וועג איז ביי די טרערן ווען מען שניידט אויף די שארפע גרינצייג; אין צוויבל און אין כריין ליגט א געוויסע שארפע כעמיקאל וואס הייסט שוועבל (גפרית אין לשון הקודש - סולפור אין ענגליש) און ווען מען שניידט אויף די צוויבל קומען ארויס די שוועבל ברעקעלעך וואס שוועבן אריין אין די לופט, אונזערע אויגן זענען זייער הייקל, און כדי די אויגן זאל נישט ווערן געשעדיגט פון די שוועבל האט דער אויבערשטער צוגעשטעלט די טרערן וואס זאלן אויסוואשן די אויגן און עס אפרייגן, כדי די אויגן זאלן נישט געשעדיגט ווערן. &nbsp; ווען אונזערע זיידעס זענען געראטעוועט געווארן פונעם צווייטן וועלט מלחמה נאך אזא גרויסע חורבן, זיי האבן מקריב געווען פארן אויבערשטן זייער גאנצע משפחה אויפן עקידה, און עס האט זיי אויסגעזען ווי אלעס איז דערנאך; דער אויבערשטער האט אבער געהאלפן, און בזכות די צדיקים האבן זיי זיך געקענט שטארקן און אנהייבן פון פריש, זיי האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א פרישע דור, און ווען זיי האבן זיך דערזען פסח ביים סדר, אדער חנוכה ביים ליכט צינדן ווי זיי זענען זוכה צו מקיים זיין די מצות פון אויבערשטן, ארומגענומען מיט א ווייב און קינדער, האבן זיי אויסגעבראכן אין א געוויין, זיי זענען געווען אזוי איבערגענומען אז נאך די אלע צרות האט זיי דער אויבערשטער געהאלפן אז מען האלט דא. דאס איז נישט געווען א געוויין פון טרויער, דאס איז געווען א געוויין פון שמחה. &nbsp; היינט ווען א איד איז זוכה צו צינדן די חנוכה ליכט - זאגט דער ראש ישיבה שליט"א - זאל מען זען צו צינדן די מנורה מיט א גרויסע שמחה, קינדער קענען נישט נעמען צו זען ווי די עלטערן וויינען, ווען מען זאגט די ברכה "שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה" זאל מען עס זאגן מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט און שמחה. קינדער ציען צו טאנצן, קינדער ווערן צוגעצויגן צו א פרייליכע אטמאספער, און היינטיגע צייטן איז קריטיש וויכטיג אז די קינדער זאלן ליב האבן צו זיין אינדערהיים, עס זאל זיין א פלאץ ווי עס הערשט א געשמאקע און לעבעדיגע אטמאספער. &nbsp; אז מ'רעדט שוין פון חנוכה איז כדאי צו דערמאנען וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר, אז חנוכה דארף מען זיין אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער. שבת חנוכה פארט מען נישט קיין אומאן. ראש השנה איז די איינציגסטע מאל אין יאר וואס מיר לאזן איבער די משפחה אינדערהיים, דער רבי האט געזאגט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", אבער חנוכה איז מען נאר געפארן צום רבי'ן ווען ער האט געלעבט. א בחור מהכי תתי, ער קען פארן ווען ער וויל, אבער א אינגערמאן דארף זיין אינדערהיים פארברענגען מיט די ווייב און קינדער. &nbsp; שיקט א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יט כסלו תשפ"ה 📝
  • אילאן מאסק דערקלערט אלס רייכסטער מענטש אין דער וועלט

    די פילע ביזנעסער פונעם דער באקאנטער ביזנעסמאן אילאן מאסק זענען לעצטענס שטארק געשטיגן אין ווערט, און בסך הכל ווערט עס היינט צו טאגס געשאצט אז עס האט א מארקעט ווערט פון נאנט צו א האלבע טריליאן דאלער. &nbsp; ער ווערט פאררעכענט אין דער וועלט אלץ א גאר סוקסעספולער מענטש וואס האט אויפגעבויט פילע אייגענארטיגע און געוואגטע ביזנעסער וואס האבן געטוישט פארשידענע אינדרוסטיעס און באוויזן פארשידנע אויפטרעפונגען אסאך ווייטער ווי די פילע סקעפטיקער האבן געטראכט. &nbsp; דער שאלה ווערט אבער צי דאס הייסט סוקסעס. לאמיר זען וואס די פסוק זאגט (בראשת לט, ב) "וַיְהִי יְהֹוָה אֶת יוֹסֵף וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ וַיְהִי בְּבֵית אֲדֹנָיו הַמִּצְרִי", וויפיל ביזנעסער האט יוסף געהאט? וויפיל געלט האט ער געהאט אין זיין באנק אקאונט? האט ער געהאט עפעס א פאליטישע פאזיצע אין מצרים? אז נישט מיט וואס איז ער סוקסעספול? ניין ער האט בכלל נישט געהאט די אלע זאכן, אפשר האט ער געהאט א שטוב מיט קינדער וואס אלע האבן זיך געשאקעלט די זעלבע, און אלע זענען געזיצן מיט רויטע בעקעלעך ביים שבת טיש און זיך נישט גערירט, ניין בכלל נישט, ער איז געווען דאן געווען אן אלטער בחור א קנעכט ביים עקלדיגן פוטיפר, לאמיר זען דעם קומענדיגן פסוק "וַיַּרְא אֲדֹנָיו כִּי יְהֹוָה אִתּוֹ וְכֹל אֲשֶׁר הוּא עֹשֶׂה יְהֹוָה מַצְלִיחַ בְּיָדוֹ" דער טמא'נער פוטיפר האט געזען אז דער אויבערשטער איז מיט אים, אפשר קענט איר מיר מסביר זיין וויאזוי דער גוי טמא ווייסט אז דער אויבערשטער איז מיט אים? לאמיר זען וואס רש"י זאגט: "שם שמים שגור בפיו", דא ליגט דער סוד, און אזוי אויך פארשטייט מען שוין פארוואס דער פסוק זאגט "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ", און "וְכֹל אֲשֶׁר הוּא עֹשֶׂה יְהֹוָה מַצְלִיחַ בְּיָדוֹ" און אזוי אויך פון "וַיִּמְצָא יוֹסֵף חֵן בְּעֵינָיו", ווייל א מענטש וואס געדענקט דעם אויבערשטן וואו נאר ער געפונט זיך, דער איז איז א סוקסעספולער מענטש, און אזא מענטש האט חן אין אלעמענס אויגן. &nbsp; דער אילאן מאסק האט געבויעט פילע פירמעס ווי "טעסלא" וואס פארקויפט עלעקטראנישע קאַרן, און "ספעיס עקס" וואס שיקט ארויף כסדר ראקעטס צו די ספערן, "ניורא לינק" וואס ארבעט צו קענען אריינפלאנצן א טשיפ אין א מענטשליכע מח, און נאך, אזוי אויך האט ער געגרינדעט פירמעס וואס ער האט שוין פארקויפט, ווי "פעי פאל", אזוי אויך האט ער אפגעקויפט פירמעס וואס ער האט געטוישט ווי "טוויטער - עקס". &nbsp; לעצטענס האט ער זיך צוגעשארט צום נארוואס פריש ערוועלטן פרעזידענט טראמפ וואס דאס האט שטארק געהויבן די ווערט פון זיינע סטאקס, און דערמיט האט זיך געדאפלעט זיין ווערט פון אביסל מער פון 200 טריליאן דאלער פאר צוויי יאר צוריק, ביז היבש איבער 400 טרילאן היינט צו טאגס. &nbsp; מיר קענען אבער זיין אסאך מער סוקסעספול ווי אים, מיר קענען אנטון תפילין יעדן טאג. וויפיל איז ווערט תפילין? דא זעט עס נישט אויס ווערטפול, אילאן מאסק אינוועסטירט נישט דערין, אבער באלד גייען מיר אהיים, דאן וועלן מיר זען ווי גליקליך מיר זענען אז מיר האבן אריינגעכאפט א בלעטל גמרא, א פרק משניות, א שמחה של מצוה. &nbsp; די פארבס ליסטע פון די רייכסטע מענטשן קענען שוין קוים ווארטן ארויפצולייגן דעם ערשטן "טריליאנער" אויף זייער ליסטע, עס זעט זיי אויס אז עס וועט נישט לאנג נעמען און זיי וועלן פובליצירן די ליסטע פון די צען רייכסטע טרילאנערן. זאגט זיי נישט אויס דעם סוד, איך און דו זענען שוין פון לאנג טריליאנערן, און מען דארף אפילו נישט ווארטן אויף נאך די הונדערט און צוואנציג עס צו זען פובליצירט, אפילו דא אויף דער וועלט איז דער פשוטער איז דער אמת'ער "איש מצליח".

    < זעה מער יח כסלו תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו שליסן זיך אן אינעם ליבערטי פייער דעפארטמענט

    דער שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי איז ברוך השם מצליח בסייעתא דשמיא, עס קומען כסדר צו פרישע משפחות וואס ווילן זיך אנשליסן מיט דעם שיינעם געמיינדע וואס שטרעבט צו לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט כסדר. עס קומען כסדר פאר מנינים פאר שחרית מנחה און מעריב אין די פילע שולן וואס זענען צושפרייט איבער אלע זייטן פון שטאט, במשך דעם טאג הערט זיך א קול תורה פון די טייערע אינגעלייט וואס תורתם אומנתם וואס אקערן דורך סוגיות הש"ס, און זענען זיך משלים בהוראה הלכה למעשה, פון די פריע פארטאגס שעה'ן ביז אין די אוונט שעה'ן זעט מען קינדער, בחורים און אינגלייט בני תורה און ארבייטער ווי מען זעצט זיך אין בית המדרש צו לערנען שיעורים כסדרן. אין די אידישע שטובער וואס זענען אויסגעשפרייט אין די פילע געגענטער פון שטאט פירט מען זיך בדרך התורה, מען רעדט שיין איינער צום צווייטן, און מען פירט שיינע אידישע שטובער על מי מנוחות, מען רעדט צום אויבערשטן און מען פריידט זיך מיט תורה ומצוות. &nbsp; די הנהלה פון שטעטל געבט זיך אוועק און בסייעתא דשמיא ארבעט מען צו קענען צושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע שטאט דארף האבן ברוחניות ובגשמיות, זאל עס זיין מיט'ן צושטעלן א פלאץ צו קענען איינקויפן קליידער פאר גאר ביליג. אדער ס'זאל זיין א בית התבשיל אלע זאלן האבן וואס צו עסן, א גאר מהודר"דיגע עירוב ארום דעם גאנצן שטאט. דער שאטל, א מצה בעקעריי. אזוי אויך טוט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מעודד זיין מען זאל טון חסד איינע מיטן צווייטן, און פילע אינגעלייט אדער ווייבלעך טוען וואלונטירן פאר די פילע חסד ארגאניזאציעס ווי הצלה, חברים, ביקור חולים, קימפעטארן היים, עירוב, בית התבשיל, און אזוי ווייטער. &nbsp; יעצט הערט מען אז דער ראש ישיבה האט געבעטן אינגעלייט זאלן זיך איינשרייבן אין א פרישע חסד ארגאניזאציע, דער לאקאלער פייער דעפארטמענט, על כל צרה שלא תבא זאלן זיין אינגעלייט פון אנשי שלומינו אינעם פייער דעפארטמענט, ווי אלע ווייסן זייער גוט די חילוק וויאזוי די אלגעמיינע פייער דעפארטמענט זעען אויס, און וויאזוי א אידישע פייער לעשער וואלונטיר רעאגירט צו א קאל. און אנשטאט עס זאלן נעמען לאנגע מינוטן ביז די פייער לעשער קומען אן, און אסאך מאל איז עס שוין צו שפעט, לאזט א אידישע וואלונטיר אלעס אפ ווען ער הערט א רוף, און קומט צו פארן די שנעלסטע וואס מעגליך. &nbsp; די פרישע וואלונטירן אינעם פייער דעפארטמענט, וועט בעז"ה ארויסהעלפן סיי די אידן אין שטעטל, און אזוי אויך וועט עס שטארק בייהילפיג זיין אין אלגעמיין פארן דעפארטמענט און ספעציעל פאר אחינו בני ישראל וואס וואוינען דא א גאנץ יאר און אזוי אויך די וואס קומען ארויף פאר זומער. &nbsp; מו"ה יוסף הכהן פריעדמאן הי"ו וועלכע איז שוין געווען א פייער לעשער וואלונטיר איידער ער האט זיך אהערגעצויגן, איז שוין דארט א לענגערע צייט, אין די לעצטע טעג איז מו"ה לייבי אפפעל הי"ו געווארן אנגענומען בייי זיי, נאכן אדורכגיין פילע טעסטס און טרענירונגען. און אזוי אויך האבן נאך עטליכע אינגעלייט וואס זייער הארץ ברענט זיי צו טון חסד מיט מיט אידישע קינדער אנגעהויבן די שווערע פראצעדור צו ווערן אנגענומען ביי זיי. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל זיי קיינמאל נישט דארף נוצן, ס'זאל אלעמאל זיין גוט פאר אידישע קינדער. &nbsp;

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ה 📝
  • דריטער באנד "לייט אף אמונה" מהדורת אונגאר - ארויס פון דרוק

    נאכפאלגנדיג די געוואלדיגע הצלחה פון די ערשטע צוויי בענדער, וואס איז געווארן א בעסט-סעלער און איז באגריסט געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם דורך די ענגליש-רעדנדע אידן איבער דער וועלט, ערווארט מען אין די טעג דער דריטער באנד לייט אף אמונה. מען הערט צוריק גריסן פון די וואס האבן געלערנט די פריערדיגע בענדער אז זיי קענען שוין קוים ווארטן צו לערנען דעם נייעם באנד. &nbsp; די הערליכע ספרים "די לייט אף אמונה" - איז אן איבערזעצונג אין ענגליש פונעם הייליגן ספר "עצתו אמונה" וואס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ווער עס האט שוין געזען אמאל דעם ספר, און זוכה געווען צו לערנען דערין, דארף מען שוין נישט צופיל מער ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער זאכליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. &nbsp; די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. &nbsp; יעצט איז אונז א גרויסע שמחה צו מעלדן אז אין די טעג איז פארטיג געווארן דער דריטער באנד, וואס וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת אונגאר" אויפן נאמען פונעם נדבן מו"ה בניהו אונגאר הי"ו, מחשובי אנשי שלומינו, וואס האט זוכה געווען אפצוקויפן דעם זכות פון דעם באנד. Light of Emunah, Volume III &ndash; Ungar Edition Now Released! Following the tremendous success of the first two volumes, which became bestsellers and were warmly embraced by English-speaking Jews worldwide, the much-anticipated third volume of Light of Emunah is now available. Readers who were deeply moved by the earlier volumes have eagerly awaited this continuation. This magnificent work, Light of Emunah, is the English translation of Atzoso Emunah. For anyone who has had the privilege of studying from this holy sefer, no further explanation is needed. Within its pages, readers find practical and insightful answers to life&rsquo;s challenges and doubts, addressing the struggles that many face. The Rosh Yeshiva responds to questions with profound wisdom and clarity, offering guidance rooted solely in Torah, Chazal, and the teachings of our holy Rebbe and his devoted Talmidim. These teachings have been transmitted to us by Mohorash, with unparalleled dedication. The letters contained in this sefer have illuminated the lives of countless Jews, saving many families from spiritual and material collapse. They have uplifted sincere individuals, providing them with guidance on how to strengthen their bond with Hashem. Whether it&rsquo;s through taking a walk and pouring out one&rsquo;s heart to the Creator, following the sweet advice of Seder Derech Halimud, or committing to daily study of Gemara and Mishnayos, this sefer has brought thousands closer to Hashem and His holy Torah. Every day, Jewish homes are transformed by the practical guidance within these pages. Families find peace and harmony when they embrace the teachings and adopt the recommended daily "dosage" of self-reflection and advice. These letters remind readers to cultivate patience, speak kindly to their spouses and children, and never lose hope. We are thrilled to announce the release of the third volume, which will bear the title Ungar Edition in honor of R&rsquo; Binyahu Ungar, a distinguished supporter of our work, who merited the privilege of sponsoring this edition. &nbsp; May this new volume continue to illuminate and inspire the lives of its readers! &nbsp;

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ה 📝
  • סיום בבא בתרא התחלת סנהדרין אין מאנסי מיטן ראש ישיבה שליט"א

    עס הערשט א גרויס שמחה ביי אנשי שלומינו ווען מען איז יעצט זוכה צו ענדיגן דעם צוויי און צוואנציגסטן מסכת אין ש"ס, דער לאנגער שיינער מסכת בבא בתרא, און מ'הייבט אן דער פרישער הערליכער מסכת סנהדרין. מיר האבן שוין זוכה געווען דורכצולערנען איבער 1,700 בלאט גמרא, און מיר האבן נאך צו גיין בערך 900 בלאט צום גרויס סיום הש"ס. &nbsp; ביי יעדן אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש ז"ל פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס און גלייכצייטיג דורכגיין כל התורה כולה. &nbsp; ווען מען האט אנגעהויבן צו לערענען ש"ס אינאיינעם נאכן גרויסן שבת התוועדות אום חודש טבת תש"פ, מיט פינף יאר צוריק האבן הונדערטער אנשי שלומינו זיך מיטגעכאפט מיט'ן וואגן, און טאג איין טאג אויס לייגן זיי זיך נישט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. איז עס א געוואלדיגע שמחה אז מען האלט שוין דא. &nbsp; אנשי שלומינו פון מאנסי בעטן שוין פון ראש ישיבה שליט"א א לאנגע צייט ער זאל קומען מחזק זיין. יעצט ווען מען האלט ביים סיום פון דעם גרויסן מסכת, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז דאס איז א גוטע געלעגענהייט צו קומען קיין מאנסי און דארט אפרעכטן דעם סיום. &nbsp; די געטרייע גבאים מו"ה שמעון עוזר מיטלמאן הי"ו און מו"ה הערשל זאבעל הי"ו האבן זיך אריינגעלייגט צו מסדר זיין דעם סיום, און בעזרת השם וועט זיין צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם שמחה פון מסיים זיין מסכת בבא בתרא און התחלת מסכת סנהדרין. &nbsp; אלע אנשי שלומינו האבן גענומען אן אקטיווע חלק אין צוגרייטן, בפרט האט די לעידיס אקוזילערי גענומען אויף זיך די עיקר חלק אין די הכנות. עס קומט זיך אויך א דאנק פאר מו"ה פייוול ראזענוואסער הי"ו פון "קרעיוו סאוער דאו" און פאר מו"ה יצחק אהרן וויינבערג הי"ו וואס האבן מנדב געווען א גרויס חלק פון די סעודה. &nbsp; דער סיום וועט פארקומען אינעם בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי. מעריב וועט זיין אום 7:45 און נטילת ידים וועט זיין בעז"ה 8:00. ווי געזאגט וועט מאנסי האבן די זכי' און געלעגענהייט אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך באטייליגן און אויפטרעטן מיט דברי חיזוק והדרכה. &nbsp; עס ווערן ערווארטעט אסאך געסט פון אנשי שלומינו פון מאנסי און פון די אומגעגענט, און אזוי ווי עס איז נישטא קיין פארקינג ביים בית המדרש, די ווילידזש שלעפט אוועק קארס וואס פארקן אויפן ראוד, אזוי אויך איז נישט ערלויבט צו פארקן אין פריוואטע אדער פאבליק (בתי מדרשים אדער שמחה זאלן) פלעצער אין די געגענט, האבן די גבאים מסדר געווען א באגרענציטע צאל פארקינגס ביי א נייע דירות קאמפלעקס וואס איז נאכנישט באוואוינט אויף 17 יוניאן רד. אויב דאס וועט שוין זיין פיל זאל מען פארקן אויף די ארומיגע גאסן. מען בעט מען זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים וואס זענען געשטלעט געווארן דערויף. &nbsp; דער סיום איז נישט נאר פאר דער וואס האט זוכה געווען און געלערנט ביז יעצט, ווייל מען האט נאך נישט פארפאסט, איר קען יעצט אנהייבן דעם פרישן מסכת, און און זיבן א האלב יאר ארום ווען מען וועט ווידער האלטן ביים סיום מסכת בבא בתרא וועט איר זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס. עס זענען דא אידן וואס האבן זיך גע'ישוב'ט זיבן א האלב יאר צוריק, און האלטן נאך אלץ ביים זעלבן פלאץ, יעצט ווען דער באן קומט אן צו א סטאנציע, כאפט אייך ארויף אויפן באן, איר וועט נישט חרטה האבן!

    < זעה מער טז כסלו תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 289 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com