Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינע בר מצוה אין שטעטל מיט א אידישע חן

    דער ציבור אין קרית ברסלב וואקסט כסדר, און א שמחה אין שטעטל איז ב"ה שוין נישט קיין זעלטנהייט.  פארגאנגענעם זונטאג איז פארגעקומען א "בר מצוה אין שטעטל" ווען הבחור בנימין זאב נ"י בן מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו, איז אריין לעול התורה והמצוות. די סעודת הבר מצוה איז פארגעקומען אין בית המדרש אין שטעטל אויף האשקי, ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט כסדר אויס אז אפילו אויב מען קען זיך ערלויבן זאל מען נישט אויסגעבן געלט פאר קיין נארישקייטן ביי די שמחות, נאר פראווען די שמחות אויף א פשוטע אופן, מיט א אידישע טעם און א אידישע חן, נישט ווי אנדערע וואס זאגן "דאס איז נאר איינמאל אין לעבן"... און מען גיבט אויס גרויסע געלטער - וואס מען האט אפילו נישט... אין היכל הקודש האט מען גרויס רחמנות אויף די וואס בארגן געלט נאר כדי מען זאל אים זאגן "וואוא, אזזזזא ששיינע סימכע!" בשעת ווען אונטער זיין רוקן קייען זיינע "גוטע חברים" די "בשר" וואס ער האט צוגעשטעלט פאר זיי ביים מעכטיגן "סימכע", און קאכן "אויף וועמענ'ס חשבון פאטשקעט ער דא!? פארוואס באצאלט ער נישט זיינע חובות?!"... דער אייבערשטער זאל העלפן דער בר מצוה בחור זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, און א גאנץ לעבן זיך פרייען מיט די הייליגע תפילין. איך האט געגליסט צו האבן א זון וואס וועט יעדן טאג גיין אין שול מיט טלית ותפילין (דברי רבינו) 🎞️ דער שיינער בר מצוה 📰 בית המדרש "אשר בנחל" צוריק אין דינסט נאך רענאוואציעס 📰 איבער 30 אומזיסטע חתונות אין בית המדרש 📚 קונטרס "א שיינע חתונה" פאר בלויז $1.49 📚 קוטרנס "האב רחמנות אויף דיין קינד פאר בלויז $1.49  

    < זעה מער כו טבת תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה נעמט זיך אונטער מזכיר זיין ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל

    אין א פרישע באגריסנדע שריט פונעם "קרן הדפסה", האבן די עסקנים אינעם הדפסה אונטערגענומען א נייע אונטערנעמונג. דהיינו א שליח מיוחד פונעם קרן הדפסה, וועט ספעציעל אראפגיין און מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש און פועל'ן ישועות פאר אלע וואס וועלן מנדב זיין פון $100 א חודש און העכער. דער ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל, איז שוין היינט גוט באקאנט אלץ א מקום מסוגל צו פועל'ן ישועות, וואו טויזנטער אידן קומען כסדר צו פארן, און מען גיסט זיך דארט אויס דאס הארץ און מען גייט אהיים מיט פילע זעק פון ישועות. ווי די עסקנים אינעם קרן הדפסה געבן איבער, טוען זיי דאס אלץ הכרת הטוב, זעענדיג ווי אנשי שלומינו נעמען אויף מיט גרויס ווארימקייט די עסקנים וואס זענען עוסק אין די הייליגע ארבעט און דרוקן די הייליגע קונטרסים און ספרים, וואס ווערט פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט. דער קרן הדפסה האלט יעצט אינמיטן ענדיגן דעם גרויסארטיגן פראיעקט פון שאפן די נויטיגע פאנדן צו קענען אפקויפן א נייעם בנין פארן דרוקעריי, וואס וועט ערמעגליכן ארויפצוברענגען דעם הדפסה מיט נאך עטליכע שטאפלען ארויפצו, און אזוי ארום קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון די די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים צו פארפלייצן און פארשפרייטן איבעראל אויף דער גאנצער וועלט וואו נאר עס געפונען זיך אידישע קינדער. מען זעט פון טאג צו טאג ווי די פארלאנג פאר די הייליגע ספרים, קונטרסים, און סידיס ווערט כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען דארף שוין עמוירזשענסי אריינשפרינגען אינעם נייעם פראיעקט כדי צו נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, וויבאלד דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש איז שוין פשוט קליין געווארן. אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט פונעם קרן הדפסה, אזוי אויך ווער עס וויל זיך מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל, זאל רופן צום קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103, וואַטסעפּ איז 1-518-966-2370 אדער אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. א גרויסע טייל זכותים אינעם בנין איז שוין אויספארקויפט געווארן, עס איז נאך דא עטליכע שיינע זכותים פארבליבן, וכל הקודם זכה. פארפאסט נישט דעם זעלטענעם געלעגנהייט צו נעמען א חלק אין קויפן דעם בנין ווי מען גייט דרוקן מיליאנען הייליגע ספרים, וואס וועלן בעז"ה נענטער ברענגען אומצאליגע אידן צום אייבערשטן. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו 📰 קרן הדפסה שטעלט ארויס צענדליגע פרישע ספרים זיך צו דערקוויקן די נשמה 📰 המזכים קאמפיין גייט אן מיט גרויס הצלחה &nbsp; 🖱️ אנליין פלאטפארמע צו מנדב זיין פארן קרן הדפסה &nbsp;

    < זעה מער כה טבת תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ דאס דערגרייכן 3,000-סטע בריוו, און 1,500-סטע שו"ת בריוו פון ראש ישיבה שליט"א

    מיט גרויס שמחה טוט די מערכת פון "ברסלב סענטער" אפצייכענען דאס ארויפלייגן דעם בריוו נומער 3,000 אויף אונזער "בריוו" אפטיילונג, און שאלות ותשובות נומער 1,500 אויף אונזער "פראגעס" אפטיילונג. דאס איז אויסער די בערך 1,000 בריוו ארויפגעלייגט אויף די "מכתב יומי" אפטיילונג. די אלע בריוו זענען אנגעפילט מיט קלארע הדרכה, אינספירירנדע חיזוק און פראקטישע עצות פאר פילע שואלים וואס פרעגן אן דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי זייערע פילע ספיקות און צוויייפלענישן וואס עס מאכט זיך זיי נאר. דאס אלעס ווערט געדרוקט בעז"ה וועכענטליך אין די "עצתו אמונה" קונטרסים, וואס איז אגב פון די הייסטע אייטעמס און ווערט צוכאפט פון די מפיצים. די עצתו אמונה קען מען אויך דאונלאודן בעז"ה וועכענטליך פון "ברסלב סענטער" וועבסייט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען ערמעגליכט עס צו קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן אין "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער דורך אימעיל subscribe@kerenhadfusa.org. אזוי אויך קען מען קויפן פאר א מינימאלע פרייז די געדרוקט קונטרסים און ספרים עצתו אמונה אויפן שוין היינט בארימטן הערליכן וועבסייט: shop.breslevcenter.com. וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע ספרים, קונטרסים און סידיס און נאך. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. דער גליון - וואס האט אנגעהויבן בשנת תשע"ב מיט נישט מער פון עטליכע צענדליגע קאפיעס א וואך, ווערט היינט פארשפרייט שווערע צענדליגע טוינטער קאפיעס פון די גליון אין דער אידישער שפראך אליינס. אין די שולן אלע אידישע געגנטער אין גרעיטער ניו יארק. - וואס דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף אימעיל איבער די גאנצע וועלט. און חוץ מזה ווערן נאך טויזנטער פארשפרייט אין די ענגלישע שפראך און אויף לשון הקודש. לדעת את המעשה אשר יעשון 🎞️ וועכענטליכע קונטרסים "עצתו אמונה" צום טיר אויף די פאסט 📖 ספרי עצתו אמונה &nbsp;

    < זעה מער כד טבת תשפ"ב 📝
  • שוין צייט צו דינגען בעטן אויף ראש השנה אין אומאן

    &nbsp; מיר דערנענטערן זיך שוין צו חודש שבט, א צייט ווען דער הייליגער רבי נתן פלעגט אנהויבן ארומפארן מחזק זיין אנשי שלומינו זיך צו גרייטן אויף די נסיעה צו פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. אין די לעצטע עטליכע יאר, נאכ'ן באנייען דעם בנין היכל הקודש אין אומאן, איז עס גאר שנעל אנגעפילט געווארן, וויפיל שטאקן און בעטן מען לייגט צו כסדר, ווערט עס גלייך שנעל אנגעפילט, עס ווערט ברוך ה' נתרבה מער און מער תלמידים יעדעס יאר, און עס איז נישט מעגליך נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג. דעריבער איז באשלאסן געווארן אז דאס יאר וועט מען אי"ה אנהויבן שוין פון ראש חודש שבט צו פארדינגען בעטן אינעם בנין היכל הקודש פאר דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג, און דאס וועט אנגיין נאר ביז ראש חודש ניסן, נאכדעם וועט די פרייז ארויפגיין צו טויזנט דאלער א בעט. גרייט אייך באצייטנס צום ראש השנה ביים רבי'ן, און מאכט שוין אייערע פלענער צו דינגען א בעט אינעם בנין, ווי לאנג עס איז נאך דא צו באקומען, מיר וועלן נישט קענען גאראנטירן א בעט פאר קיינעם נאך ראש חודש ניסן הבעל"ט. צו דינגען א בעט רופט אין אמעריקע 347-452-1936, אין ארץ ישראל 0548456150. גלייכצייטיג ווילן מיר דערמאנען וואס מיר האבן געמאלדן די פארגאנגענע וואך איבער דעם נייעם סערוויס דורך די בארימטע טראוול אגענטור "פלען איט רייט" אז מ'קען שוין יעצט אנהויבן אריינלייגן צוביסלעך געלט פאר אן עירליין טיקעט צו קענען פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, רופט אריין 845-678-3555, און דרוקט עקסטענשאן 109. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון! 📰 נייע סערוויס פון פלען איט רייט צו צאלן צוביסלעך דעם טיקעט פון אנהייב יאר 📰 חודש טבת תשפ"ב: די ארבעט אויפן בנין אין אומאן גייט ווייטער 📰 נייע פאליציי קאמאנדיר אין אומאן

    < זעה מער כג טבת תשפ"ב 📝
  • פילע נייע הערליכע ספרים זיך צו דערקוויקן

    אין די לעצטע טעג זענען ארויפגעקומען פילע צענדליגע נייע ספרים מיט וואס אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט זענען זיך מחיה, מען קען געפינען אן אויסוואל פאר אלעמען פאר מענער פרויען קינדער, ימים טובים, ענינים, חיזוק, תפילות, סיפורים. צווישן אנדערע קען מען טרעפן, סידור עת רצון נוסח ספרד, תהלים תהילות נתן, ספרי רבי נתן, זמירות שב"ק זמירות ישראל, זוהר מראה אש, חיי מוהרא"ש, אוצר השבת, סידור עת רצון נוסח עדות המזרח, ברכת המזון, פעולת הצדיק, מילות מוהרא"ש, סיפורי מעשיות נהרי אפרסמון, אוצר לנשים, שמירת הזמן, ארך אפים, ונהר יוצא מעדן, שיחות מוהרא"ש, זאת התורה, ספר המידות לילדים, הצדיק מיבנאל, תיקון הכללי לילדים, ליקוטי מוהר"ן שפת הנחל, אשר בנחל פילע בענדער, כך שמעתי מפיו, תפילות מוהרא"ש. דאס איז אויסער די פילע אידישע קונטרסים וואס גייט ארויפגיין אויפן וועבסייט אין די קומענדיגע טעג בעזרת השם יתברך כי לקח טוב נתתי לכם 🛒 דרוקט דא פאר די פילע צענדליגע נייע אייטעמס 🛒 לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט הממשמש ובא, האט דער וועבסייט ארויסגעשטעלט אן אייגענארטיגע "קאלעקשאן" 🛒 שובבי"ם קאלעקשאן

    < זעה מער כג טבת תשפ"ב 📝
  • בית המדרש "אשר בנחל" אין קרית ברסלב, צוריק אפן נאך רענאוואציעס

    נאך א לענגערע צייט וואס דער שיינער בית המדרש "אשר בנחל" אין שטעטל קרית ברסלב אויף די דענמאן גאס איז געווען פארמאכט צוליב דעם וואס מען האט עס איבערגעבויעט לעצטענס,&nbsp; קומט יעצט אריין די פריידיגע בשורה אז עס איז שוין ברוך השם צוריק געעפענט געווארן. מען האט געמאכט אסאך וויכטיגע תיקונים אין בית המדרש כדי עס זאל זיין ראוי צו נוצן אין די קאלטע ווינטער חדשים, צווישן זיין האט מען איבערגעמאכט די אינסולעישאן, אז די הייצונג זאל זיך האלטן אינעווייניג, אויך האט מען צוגעלייגט הייצונג עס זאל קענען אנווארעמען אזא גרויסע פלאץ, און פארמאכט א טיר וואס האט אריינגעלאזט די קעלט פון גאס. די זעלבע זאך האט מען געטון אין די מקוה, ווי מען האט אינסולירט, איבערגעמאכט די הייצונג, און נאך. זינט דער דיין שליט"א האט זיך ארויסגעצויגן קיין קרית ברסלב מיט א חודש צוריק, האט זיך דער דיין קובע געווען זיין פלאץ צו דאווענען אין בית המדרש "אשר בנחל", ווי דער דיין שליט"א לערנט פאר זייער געשמאק אלע שיעורים, אריינגערעכנט דער שיעור אין א דף גמרא, א שיעור אין פעולת הצדיק שב"ק אינדערפרי פארן דאווענען, סיפורי מעשיות שב"ק נאכן דאווענען, אזוי אויך דברי תורה ביי שלש סעודות. די פילע מתפללים זענען זיך מחיה מיטן שול, ווי מען נעמט אויף יעדעם בסבר בפנים יפות, און מ'דאווענען און מ'לערנט אינאיינעם, און מ'חזרט איבער די שיינע דיבורים וואס מיר הערן כסדר פון ראש ישיבה וואס געט אונז איבער די שיינע עצות פון הייליגן רבין אזוי ווי מוהרא"ש האט עס איבערגעגעבן. דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס געשריבן אין א בריוו פארן געטרייען גבאי פון ביהמ"ד מו"ה מאטי היימליך הי"ו, ווי דער ראש ישיבה בעט "מ'זאל אויפנעמען יעדעם אזוי שיין אין בית המדרש אז זאל שפירן אין בית מדרש אשר בנחל אזוי ווי ווען מ'לערנט אשר בנחל". אין א שמועס וואס "ברסלב סענטער" האט געהאט מיטן גבאי'ן ר' מאטי, האט ער אונז געבעטן איבערצוגעבן א ישר כח פאר אלע מתפפלים פון בית המדרש, "יעדער העלפט און טוט וואס ער קען צו העלפן דעם בית המדרש אויף אלע מיני וועגן, ווי עס וואלט געווען זייער אייגן הויז". דער סדר פון די תפילות אין בית המדרש איז: מנחה ערב שב"ק - האלבע שעה נאכן זמן, 9:00 אינדערפרי - שיעור אין "פעולות הצדיק" דורכן דיין, 9:30 ברכות, מנחה ושל"ש 15 מינוט נאכן זמן עש"ק. * אין אנדערע נייעס אין שטעטל איז איינגעקויפט געווארן דער לעבנסוויכטיגער "דיפיברילעיטאר" מאשין פארן בית המדרש אויפן "האשקי" גאס וואס איז אפן לתורה ולתפלה יעדע שבת יו"ט און א גאנצע וואך. דער דיפיברילעיטאר מאשין איז וויכטיג ביי עמוירדזשענסי פעלער, ווען א מענטש ל"ע פאלט צוזאם און מען דארף מאכן סי-פּי-אַר, יעדע מינוט קען דאן מאכן א חילוק פון לעבן און טויט רח"ל, דאן קען דער מאשין זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף א לעבנ'ס רעטער, מ'זאל נישט דארפן צוקומען דערצו. דער מאשין איז נתנדב געווארן דורך איינער פון די חשובע מתפללים הרוצה בעילום שמו. דער מאשין איז זייער וויכטיג צו האבן אין יעדע פאבליק פלאץ בפרט אין שטעטל ווי דער ציבור ווערט קיין עין הרע גרעסער מיט יעדן טאג, עס דאווענען אין ביהמ"ד יעדן טאג א גרויסער ציבור, ווי אויך געפונט זיך דארט דער כולל א גאנצן טאג. &nbsp;

    < זעה מער יט טבת תשפ"ב 📝
  • בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אויפן ציון אין קערעסטיר ווארעמט אן הערצער

    &nbsp; מיט עטליכע וואכן צוריק ווען דער ראש ישיבה האט זיך געפונען מיט אנשי שלומינו אויפן נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, האט דער ראש ישיבה שליט"א זיכער געמאכט אז מען שטעלט זיך אפ ביים ציון פונעם הייליגן צדיק דער מופת הדור רבי וואס איז באקאנט מיטן לשון חיבה "רבי ישעי'לע קערעסטירער" זי"ע, וואס ווי באקאנט האט ער כל ימיו עוסק געווען אין די הייליגע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידן "לשובע ולא לרזון". ביים הייליגן ציון, איז געווען א געוואלדיגע התעוררות, ווי אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה שליט"א האבן איינגעריסן ביים אייבערשטן פאר ישועות און רפואות. נאכדעם וואס מען איז ארויסגעקומען פון הייליגן ציון, און אויסגעפועלט אלעס גוטס, האט דער ראש ישיבה געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל גיין אין די וועגן פון הייליגן צדיק און שטיצן דעם בית התבשיל וואס טוט טאקע אט דאס, געט צו עסן פאר אידישע קינדער מיט א ברייטע האנט, און מאכט זיכער בס"ד אז אידן האבן צו עסן בהרחבה. אט איז דער בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן: "בס"ד, י"ט כסלו, פה קערעסטיר אצל ציון הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש ני"ו מקרית ברסלב איז עוסק אין די גרויסע מצווה פון העלפן משפחות נצרכים זאל האבן עסן לשבת ולחול. אנא עפענט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצווה. ובזכות די מצווה זאלט איר האבן שפע ברכה והצלחה. החותם למען המצווה ביים ציון פון הרה"ק זי"ע וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה" דער בית התבשיל האט א וועכענטליכע בודזשעט פון $2,500 און ימים טובים איז דער בודזשעט איבער $10,000 וואס ווערט צוזאם געשטעלט כסדר פון נדבות פון אנשי שלומינו וואס האבן די ווארעמקייט און געפיל און געבן צדקה פאר הונגעריגע אידן. צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה קען מען רופן 718-306-2448. לשובע ולא לרזון 💳 לינק צו מנדב זיין אנליין פארן בית התבשיל 📰 דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים

    < זעה מער יח טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע קונטרס אויף אידיש "סדר הנסיעה קיין ארץ ישראל" שוין דא צו באקומען

    &nbsp; צוליב דעם גרויסן פארלאנג, האט דער ברסלב סענטער סטאר ארויסגעלייגט אויפן וועבסייט פארן ציבור דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב", געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א. אין דעם קונטרס לייגט דער ראש ישיבה אראפ די גאנצע השתלשלות פון די דראמאטישע נסיעה, אנגעהויבן פונעם ארויספארן פון ניו יארק ביזן קומען צוריק, די באזוכן צו די חבורות היכל הקודש אין ארץ ישראל, דאס אהערשטעלן די בתי מדרשים אין ירושלים עיה"ק און אין בני ברק, די געהויבענע שבת מעין עולם הבא מיט אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש אין ירושלים, דער מלוה מלכה מוצש"ק אין א זאל אין ירושלים, די באזוכן ביי די מקומות הקדושים אין צפת און טבריה, דער געהויבענע באזוך ביים ציון התנא הרשב"י אין מירון, דער באזוך אין שטאט יבניאל און די התעוררות ביים ציון פון מוהרא"ש. דער ראש ישיבה פארציילט דארט גאר אסאך אינטערעסאנטע עפיזאדן פון דעם באזוך, און פון די שמועסן וואס ער האט געהאט מיט אנשי שלומינו פון וואס מען קען ארויסנעמען גאר אסאך חיזוק און עצות פארן לעבן. מען קען עס קויפן אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון $1.49 און עס באקומען דעליווערט אין די גאנצע וועלט צום טיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף על ידי השתוקקות לארץ ישראל, נשפע פרנסה גדולה (ספר המידות) 📰 הערליכע נייע איבערגעבויעטער "ברסלב סענטער" אנליין סטאר, מחיה די פילע קאסטומערס 📚 דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב" פאר בלויז $1.49 📚 דער נייער קונטרס צו זען און דאונלאודן אויף ברסלב סענטער 📰 דער באזוך פונעם ראש ישיבה קיין ארץ ישראל

    < זעה מער יז טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע נייע איבערגעבויעטער "ברסלב סענטער" אנליין סטאר, מחיה די פילע קאסטומערס

    אין די לעצטע האלבע יאר זינט דער ברסלב סענטער וועבסייט האט געעפענט דער אנליין סטאר, האבן שוין פילע הונדערטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט נהנה געווען פון דעם געוואלדיגן סערוויס, וואו מען קען אריינשפאצירן אינעם הערליכן סטאר פיר און צוואנציג שעה א טאג און זיך ארומקוקן אויף די פילע פּאליצעס און זיך אנזעטיגן פונעם רייכן אויסוואל און שיינער סדר פון ספרים, סידיס, קונטרסים, קארטלעך, דרשות, בילדער און נאך פילע פראדוקטן אויף אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך, פילע ספרים פון הייליגן רבין, פון רבי נתן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה, אויף אלע ענינים פאר מענער, פרויען, קינדער, ימים טובים, מידות טובות, תפילות, סגולות, שלום בית, שמירת עינים, און נאך אסאך, וואס די אלע צופרידענע קאסטומערס האבן אריינגעלייגט אין זייער "וועגעלע" און איינגעקויפט פאר שפאט ביליגע פרייזן, און עס באקומען צוגעשיקט צום טיר אין בלויז עטליכע קורצע טעג. דער שטאב פונעם ברסלב סענטער סטאר איז אבער נישט געשלאפן אין די לעצטע האלבע יאר, מען איז געזיצן מיט געלונגענע וועב דעוועלאפערס און פאראכטן, איבערגעמאכט, צוגעלייגט,&nbsp; פארבעסערט און פארשענערט איבעראל ווי עס האט נאר אויסגעפעלט. ברוך השם, דער נייער הערליכער איבערגעמאכטער געשעפט איז שוין פארטיג געווארן צו יעדנ'ס צופרידנהייט, און די טירן פונעם נייעם סטאר איז שוין ב"ה ברייט אפן, און איז ברוך השם פארנומען מיט ערפילן און שיקן די פילע ארדערס פון די קאסטומערס איבער די גאנצע וועלט. 🛒 דיספלעי דער נייער סטאר האט פארשידענע נייע סערוויסעס וואס איז שטארק נוצבאר פאר אלעמען. צוערשט איז דער גאנצער אויסשטעל הערליך איבערגעמאכט געווארן, דער דיספלעי פון די אייטעמס זענען אסאך שענער און מער מסודר. 🛒 סוירטש עס איז פארבעסערט געווארן אויבן דער וויכטיגער "זוך" (סוירטש) קנעפל 🛒 וואלוטע דערנעבן איז צוגעלייגט געווארן פאר די אינטערנאציאנאלע קאסטומערס א "וואלוטע" (קאָרענסי) קנעפּל, מיט וואס איינקויפער פון ענגלאנד, קאנאדע, און ארץ ישראל וועלן אויסוועלן זייער לאקאלע וואלוטע, און אזוי ארום וויסן וויפיל זיי צאלן פאר יעדע זאך אין זייערע געלטער. 🛒 לאָגין דערנעבן איז ארויפגעקומען די איבערגעמאכטע "לאגין" קנעפל, ווי מען וועט קענען זען אלע פריערדיגע ארדערס, און אפדעיטן אדרעסן. 🛒 קאַרט דערנעבן איז דא דער נייער פארבעסערטער "וועגעלע" (קאַרט) קנעפל, ווי אלעס אינעם וועגעלע גייט אריין הערליך, קלאר און מסודר, ווי מ'קען צולייגן, אראפנעמען און אפילו אויסוועלן די שיפּינג אפּציעס. אזוי אויך ווייזט עס אויפן פלאץ וויפיל נאך מען קען קויפן אנצוקומען צו 35 דאלער און באקומען "אומזיסטע דעליווערי". 🛒 אייטעם וויו דער גאצער "אריינלייגן אין וואגן" (עד טו קאַרט) קנעפל גוט און פראקטיש איבערגעמאכט געווארן, ווי מ'קען ביי יעדע אייטעם מיט א דרוק זען א "שנעלע בליק" (קוויק וויו) אויפן אייטעם, און מיט א קליק אויפן "עד טו קארט" ליגט עס שוין אינעם וואגן. 🛒 פילטערס צוליב די פילע נייע אייטעמס אינעם סטאר וואס איז נאר געווארן מער און מער האבן די פילע קאסטומערס געבעטן אז מען דארף וויכטיג האבן "פילטערס". אזוי האט מען טאקע געטון, ביי יעדע "אייל" (פעידזש) אין געשעפט אויף די לינקע זייט, געפינט זיך א גאנצע ליסטע פון גרייטע "פילטערס" פון וואס מען קען אויסוועלן, און אלעס איז געוואנדן אין די אייטעמס פון יענעם אפטיילונג. צום ביישפיל אז מען געפינט זיך אינעם געגענט פון קונטרסים&gt;אידיש וועט מען זען פילטערס ווי אומאן, אמונה, בטחון, בחורים, חיזוק, חינוך, חנוכה, פורים, פסח, ראש השנה, שמחת תורה, נוסח התפלה, פרנסה, רפואה, שבת, שובבי"ם, שידוכים, שלום בית, שיעורים כסדרן, תשובה, און נאך, און מיט א קליק אויפן מייזל קומט ארויף דער אויסוואל פון דעם ספעציפישן נושא. 🛒 טשעט עקסטער איז צוגעלייגט געווארן א "שמועס" (טשעט) קנעפל, ווי מען קען אנפרעגן דעם שטאב סיי וואספארא שאלה און בעטן אויב מען דארף סיי וועלכע הילף אינעם געשעפט. * דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען ווייטער אויספירן דעם תפקיד וואס דער וועבסייט האט גענומען אויף זיך, צו פארשפרייטן און ערמעגליכן אלע אידן פון די גאנצע וועלט וואס געפינען זיך אָנליין, זאלן האבן פון וואו צו שעפן ריינע וואסער פונעם שפרודלדיגן קוואל פון הייליגן רבין, און קענען טרעפן דעם וועג צום אייבערשטן און באקומען עצות און חיזוק אויף די וועג וואס די צדיקי אמת האבן אונז איבערגעגעבן. כמים קרים על נפש עייפה 🛒 קומט אריין אינעם נייעם געשעפט, און באקענט זיך מיט אלע נייע איינריכטונגען 🛒 צענדליגע נייע אייטעמס אין די לעצטע עטליכע וואכן 🛒 שובבי"ם קאלעקשאן

    < זעה מער טז טבת תשפ"ב 📝
  • מען הויבט אן זיך גרייטן צום רבינ'ס ראש השנה

    מיר האלטן טאקע קוים נאך חנוכה, אבער ביי ברסלב'ע חסידים לעבט מען א גאנץ יאר מיט'ן הייליגן רבי'ן, און מ'געדענקט וואס דער רבי האט געוואלט אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט געזאגט אויף דעם גאר גרויסע זאכן, "די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אויף מיין ראש השנה", "אפילו די וועמען איך קען נישט העלפן א גאנץ יאר, קען איך אבער יא העלפן אום ראש השנה", "יעדער דארף קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן!", און אזוי ווייטער האט דער הייליגער רבי געגעבן גאר שטארקע הבטחות פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט אויסבעטן פאר זיי א זיס ליכטיג יאר. טאקע דערפאר ווייל דעם רבינ'ס ראש השנה איז אזוי גרויס, איז דא זה לעומת זה גאר שטארקע מניעות און שוועריקייטן, יעדער אויף זיין אייגנארטיגן אופן, אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ובפרט אין די לעצטע צוויי יאר וואס צוליב דער מצב העולם איז געווען גאר שווער צו קומען און גיין סיי וואו פון איין לאנד צום צווייטן איבער די וועלט. ברסלב'ע חסידים האבן אבער אלץ געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן איז נאר מיט אסאך תפלה, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. עס איז אבער א שאד צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט, שוין פון אנהויב יאר קען מען אנהויבן אוועקלייגן תפלות אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי אליין האט זיך אויסגעדרוקט, "גלייך נאך ראש השנה בייג איך שוין צו די אויער און איך הער שוין דעם שמש קלאפן אויפ'ן פענסטער צו וועקן צו סליחות", יעדן טאג בעט מען דעם אייבערשטן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי אז ווען עס קומט נענטער צו ראש השנה גייט שוין אלעס ווי געשמירט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. אויך בגשמיות קען מען זיך שוין אנהויבן גרייטן אויף ראש השנה, פילע אנשי שלומינו לייגן אוועק יעדע וואך במשך די יאר א סומע געלט, אז אנקומענדיג נענטער צו ראש השנה זאל מען שוין האבן גרייט די שפעזן אויף די הייליגע נסיעה. די בארימטע טרעוול פירמע "פלען איט רייט" האט יעצט אנגעהויבן א נייע סערוויס וואס זיי שטעלן צו פאר'ן ברייטן ציבור, אז מ'קען שוין פון יעצט אנהויבן אריינלייגן ביי זיי צוביסלעך עפעס געלט אויפאמאל, און זיי וועלן דאס האלטן ביז בעפאר ראש השנה, ווען מ'וועט זיך קענען אויסקלויבן צו פארן מיט סיי וועלכע פליגער וואס ס'וועט זיין עוועליבל צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה. די נייעס איז שיין באגריסט געווארן דורך פילע אנשי שלומינו וואס האבן שוין לאנג ארויסגעקוקט אויף אזא סארט סערוויס, און דאס וועט זיי פיל פארגרינגערן נישט צו דארפן שאפן די גאנצע סומע גלייך פאר יום טוב. מ'קען אריינרופן צו "פלען איט רייט" אויפ'ן נומער 845-678-3555, און דרוקן עקסטענשאן 109, וואס איז ספעציעל צוגעשטעלט געווארן פאר דעם נייעם סערוויס. פרוטה ופרוטה מצטרפת &nbsp;

    < זעה מער טו טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל

    שוין א לענגערע צייט וואס אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, ווארטן און בענקען אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זיי קומען באזוכן און מחזק זיין. כאטש וואס מ'וואוינט ווייט, האלט מען מיט אלע שיעורים פון ישיבה, מען לערנט די ספרים, מען לערנט די בריוו, מ'לעבט מיט די געוואלדיגע עצות און לימודים, און מ'שטארקט זיך מיט די חיזוק און התעוררות, פון דעסטוועגן האבן זיי געהאפט און געגארט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל פערזענליך אמאל אריבערקומען און זיי מחזק זיין. צוליב דעם מצב העולם איז זייער שווער געווען דאס אויסצופירן למעשה, אבער מיט פילע תפילות און השתוקקות האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א האט באקומען רשות צו פארן קיין ארץ ישראל, און ער האט זיך ארויסגעלאזט דעם פארגאנגענעם מיטוואך אויף די נסיעה, מיט איין באגלייטער וואס איז מיט אים מיטגעגאנגען. אויפ'ן וועג האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן פילע בריוו פאר אידן וואס ווארטן אויף עצה ותושיה אין אלע ענינים. דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין ארץ ישראל פון דאנערשטאג ויגש ביז זונטאג ויחי, און די גאנצע צייט איז געווען איין לאנגע קייט פון ארומפארן און מחזק זיין פילע חבורות און בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל. אנגעהויבן אין בני ברק, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש אין שטאט, נאכדעם וואס מ'קומט זיך שוין צוזאם פאר א לענגערע צייט מיט חבורות זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיעור און שטארק מחזק געווען די בני ברק'ער אידן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בית שמש וואו ער האט געגעבן דעם וועכנטליכן ליל שישי שיעור, פילע אידן זענען זיך צוזאמגעקומען פון נאנט און ווייט, און זיך מחי' געווען מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן. דאן איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעגאנגען צו א שמחת שבע ברכות פון החתן חיים הי"ו בן מו"ה נפתלי יאקאבאוויטש שליט"א, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך גערעדט אפאר ווערטער. פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ירושלים עיה"ק, וואו ער האט געוויילט אויף שבת קודש. אנשי שלומינו פון ירושלים עיה"ק, אין צוגאב צו די נאך פילע אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שיינעם שבת, געבן איבער אז אזא שיינער שבת האבן זיי נאך קיינמאל נישט געהאט, די תפילות, די שיעורים, די באטעס, און אזוי ווייטער דער גאנצער שבת, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים, איז געווען ממש מעין עולם הבא; דאס האט זיי אריינגעגעבן פרישע כוחות וואס וועט זיי טראגן און האלטן פאר גאר א לאנגע צייט. מוצאי שב"ק זענען געקומען צו פארן נאך פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן נישט געקענט קומען אויף שבת, דעריבער האט מען געדארפט ארויסנעמען א גרעסערע זאל וואס זאל קענען ארייננעמען די פילע הונדערטער אידן. א שיינע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן לכבוד מלוה מלכה, מען האט געזינגען די זמירות און נאך ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט פאר א לענגערע צייט און מחזק געווען דעם עולם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. זונטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די גמרא שיעור אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און מסיים געווען מסכת תענית וואס מ'לערנט יעצט אין די ראמען פונעם דף הקהלה. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעשריבן אן אות אין עטליכע פרישע ספרי תורה וואס אנשי שלומינו הויבן יעצט אן צו שרייבן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין מירון, צום ציון פון הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט א גרויסע קבוצה פון אנשי שלומינו. מען האט זיך אויסגעבעטן ביים ציון הקדוש אלע גוטע ישועות, און דערנאך איז מען ארויף אויפ'ן דאך פון די מערה וואו מען האט געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגונים און דערנאך זיך ארויסלאזט אין פרייליכע טענץ. פון דארט איז מען געפארן צום ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, וואו מען האט געדאווענט מנחה און דערנאך מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן ביים אייבערשטן אלעס גוטס. דאן איז מען געפארן קיין יבנאל, צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע. מען האט געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק געווען די בחורים אויסצוזאגן דארט גאנץ תהלים בלי הפסק, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז יעדער בחור און מיידל וואס וועט אויסזאגן תהלים ביי זיין קבר, וועט ער זיך משתדל זיין זיי זאלן טרעפן זייער שידוך בקרוב ובניקל. פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן צום לופט פעלד אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל האבן זיך גאר שטארק מחי' געווען מיט דעם באזוך, און דאס וועט זיי בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. אלע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, קען מען זען אדער דאולאודן דא אויפן וועבסייט, אזוי אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" האטליין. מער דעטאלן איבער די געהויבענע וועט בעז"ה נאכפאלגן. חזק חזק ונתחזק! 🎞️ פילע קליפס פונעם באזוך פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל ▶️ דער שיעור פון ראש ישיבה אין בני ברק

    < זעה מער יג טבת תשפ"ב 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זי"ע

    א גרויסער ציבור אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען דעם מאנטאג נאכט אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג צום יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן. דער עולם האט זיך געוואשן צו די סעודה, וואס איז אויך געווען לכבוד די סיום מסכת תענית. דער חשובער מגיד שיעור הרה"ג מו"ה אלחנן רוטה שליט"א האט געזאגט דעם הדרן, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש, שטארקע דברי התחזקות פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'האט זיך זייער שיין אויסגעשטעלט דאס יאר אז די יארצייט סעודה איז אינאיינעם מיט א סיום מסכתא, ווייל דאס איז איינע פון די גרעסטע עצות פון הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז נישט קיין חילוק ווי ווייט א מענטש איז געפאלן, זאל ער זיך אנכאפן אין די הייליגע תורה, לערנען יעדן טאג תורה, און דאס וועט אים זיכער ארויסשלעפן פון אלעם שלעכטס, און וועט אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, דאס וועט אים ברענגען די גרעסטע הצלחה ברוחניות ובגשמיות. אין די זעלבע צייט געבט אונז דער הייליגער רבי אויך דער וועג וויאזוי מיר זאלן קענען זוכה זיין לכתרה של תורה. דער רבי האט אונז געגעבן דער מתנה דער זיסער סדר דרך הלימוד, זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. מיר דארפן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן, ובפרט היינטיגע צייטן ווען מיר האבן די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, וואס האט אראפגעשריבן זייערע עצות אויף אזא גרינגע וועג אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין און מקיים זיין, דארפן מיר עס לערנען און חזר'ן און טון, וועלן מיר מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ווי אויך דארפן מיר נאכמאכן רבי נתן וואס איז אים געגאנגען אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך אידן, מיר דארפן מאכן הפצה און זיכער מאכן אז יעדער איד אויף דער וועלט ווייסט אז ס'איז דא א רבי וואס קען אים העלפן, א רבי וואס האט אויך פאר אים א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, און מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט פון די לעצטע טעג פון הייליגן רבי נתן פאר זיין הסתלקות, וואס פון דעם קען מען ארויסנעמען אסאך חיזוק און התעוררות צו וואס א איד דארף שטרעבן. נאך ברכת המזון איז מען זיך צוגאנגען מיט פרישע כוחות זיך צו שטארקן אין עבודת ה' מיט די עצות וואס רבי נתן האט אונז איבערגעגעבן פון הייליגן רבי'ן, און מיט א קבלה טובה עוסק צו זיין מער אין הפצה, יעדער איינער אויף זיין וועג. ווי יעדעס יאר, איז אויך היי יאר אויך פארגעקומען דער גרויסער אפיעל פארן "קרן הדפסה" ביים טאג פון יארצייט פון הייליגן רבי נתן, וואס האט גענומען אויף זיך דער ציל צו דרוקן און צושטעלן די ספרים, קונרסים, סידיס, קארטלעך פאר די מפיצים, און מקיים זיין די צוואה פון הייליגן רבי נתן "דער עיקר וואס איר זאלט עוסק זיין איז צו דורקן די ספרים, עס זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה". דער ציבור האט זיך טאקע אנגערופן מיט שיינע סכומים און מיט דעם גענומען א חלק אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם רבי'נס אור פאר נאך אידן. אין די זעלבע צייט איז מען זיך אויך צוזאם געקומען אין די שולן פון היכל הקודש אין אלע אנדערע שטעט און לענדער ווי אנשי שלומינו וואוינען, ווי מען האט זיך געוואשן צו א סעודה און זיך מחזק געווען מיט די הייליגע ווערטער פון רבין, פון רבי נתן, און זייערע תלמידים. אזוי אויך האט מען געמאכט אפיעלס און געגעבן פארן ציבור די געוואלדיגע געלעגענהייט צו מחזק זיין די וואס דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. ▶️ סעודת הילולא פון רבי נתן אין וויליאמסבורג 📸 סעודת הילולא פון רבין נתן אין בלומינג גראוו 🎞️ סעודת הילולא פון רבי נתן אין קרית ברסלב תורתו מגן לנו! &nbsp;

    < זעה מער יא טבת תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו שטיצן הדפסה והפצה אינעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן

    גאר פרייליכע נייעס הערט מען פון קרן הדפסה היכל הקודש אז מען האט שוין געשאפן קרוב צו דריי הונדערט טויזענט דאלער פאר'ן נייעם בנין וואס מען איז יעצט אין קאנטראקט אין קרית ברסלב ליבערטי. מען דארף שאפן בערך נאך דריי הונדערט און צוואנציג טויזענט דאלער, צו קענען ענדיגן דעם מקח ווי אמשנעלסטן. היינט אין טאג פונעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, רופט זיך אנשי שלומינו אן ווארים, און נעמען א חלק אינעם איינמאליגן זכות, וואס דאס מאכט זיך נישט יעדן טאג. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג ביים יארצייט פון רבי נתן מעורר זיין אנשי שלומינו מען זאל אנטייל נעמען אין דעם גרויסן זכות פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און זיינע תלמידים אויף די גאנצע וועלט. אנשי שלומינו טוען טאקע דאס, און זענען זיך משתתף און קויפן זיך זכותים אדירים אינעם נייעם הערליכן בנין וואס ווערט יעצט אפגעקויפט. צו קויפן א זכות קען מען רופן אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַצעפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. אזוי אויך קען מען קויפן זכותים אינעם בנין אויפן אנליין פּלאַטפאָרמע דורך דרוקן דעם לינק דא אייער עובדא זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה. &nbsp;

    < זעה מער י טבת תשפ"ב 📝
  • דורכברוך: באשטעלט דעם גליון היכל הקודש פאר אייער לאקאלער שול

    &nbsp; מיט צען יאר צוריק ווען דער מנהל פונעם ברסלב'ער תלמוד תורה, הרב מרדכי אינדיג הי"ו, האט אפגעטייפט אפאר שיינע שטיקלעך פון רבינ'ס ווערטער אויף א גליון, האט ער נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט דאס וועט דערגרייכן. עס האט נישט גענומען קיין סאך צייט, ביז די גריסן האבן אנגעהויבן צוריק צו קומען, מענטשן - ברסלב'ע חסידים און אלגעמיינע חסידישע אידן פון אלע קרייזן און שטעט - האבן זיך זייער צוגעכאפט דערצו ווי א דורשטריגער צו קאלטע וואסער, מענטשן גלייכן זייער די פשוטע שפראך פונעם גליון, מען ליינט מיט אינטערעסע די געשמאקע עצות און חיזוק, און מען גרייט זיך צום שבת טיש מיט די שיינע תורות אויף די פרשה מיט א למעשה'דיגער מוסר השכל. דער געדאנק אז שולן לייגן ארויס גליונות פון פילע קהילות איז שוין דאן געווען א שטארק אנגענומענע זאך, און עס האבן תיכף אנגעהויבן אריינצוקומען בקשות פון פארשידענע קהלות קדושות אז מען זאל עס ברענגען אויך ביי זיי אין בית המדרש. אזוי האט זיך אנגעהויבן די הפצה פון די גליונות. א הפצה וואס האט נישט זיינ'ס גלייכן, א הפצה וואס האלט שוין אן פאר איבער צען יאר אָן אפשטעל. יעדע וואך, יעדע יום טוב, ערשיינט דער גליון אנגעפילט מיט א רייכער תוכן און שיינע שפראך, און איז מחיה און מחזק צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט בלי שום גוזמא. היינט צו טאגס ווערט דער גליון געדריקט אין טויזנטער קאפיעס, און אזוי אויך ווערט עס צושיקט פאר צענדליגע טויזנטער אימעיל אדרעסן איבער די גאנצע וועלט, אזוי אויך ווערט עס איבערגעטייטש און געדרוקט יעדע וואך אין דריי שפראכן, אין אידיש, לשון הקודש און ענגליש, און אידן איבער די וועלט מאכן גוזמאות פון קאפיעס וואס ווערט דערנאך אראפ געלייגט אין לאקאלע שולן, יעדער אין זיין שטאט און געגנט. די מפיצים זענען זיך מחיה מיט די גליונות, זאגנדיג אז דאס איז פון די גרינגסטע זאכן מפיץ צו זיין, ווייל ווי שוין דערמאנט, זענען גליונות אין שולן א זייער אנגענומענע זאך, און רוב שולן האבן גליונות פון פילע קהילות קדושות בישראל, און די מפיצים זאגן אז אויב זיי פארפאסן נאר איין וואך פון לייגן די גליונות אין זייערע קביעות'דיגע שולן באקומען זיי תיכף נאך שבת א רוף פון די גבאים "וואו ביסטו געווען? מען האלט אין איין זוכן דעם ברסלבער גליון!".היינט צו טאגס באשטייט דער גליון פון די פאלגענדע שיינע קאלומס: "א ווארט אויף די פרשה", ווי עס ווערט געברענגט קורצע שיינע געדאנקען, וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די פרשה, חיזוק אויפן טאג טעגליכן לעבן. "מוהרא"ש דערציילט" ווי מען ליינט גאר אינטערעסאנטע שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע, יעדע וואך אויף אן אנדערע ענין באגלייט מיט גאר אינטערעסאנע עובדות און סיפורים. ביים ווינקל ערשיינט א קורצע קעסטל "א גוט ווארט" דארט ווערט געברענגט א קורצע און אינספרירינדע ווערטער וואס ערוועקט דעם אידישן נשמה - ארויסגענומען פון "עצתו אמונה". אויפן צווייטן זייט וועט געווענליך זיין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף אן אקטועלן ענין, און אויפן דריטן זייט אן אינטערעסאנטע שאלה אויף למעשה געוואנדן צום ראש ישיבה שליט"א, מיט א וואונדערליכע תשובה פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס העלפט דעם שואל אין זיין פראבלעם און ווייזט אים דער וועג וויאזוי ארויסצוגיין פון זיין פראבלעם און וואס צו טון על פי תורה. דערנאך קומט דער קאלום "די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבי'ן" וואס לויפט שוין איבער הונדערט וואכן, ווי עס ווערט דערציילט אין קורצן דאס לעבן פון הייליגן רבי'ן און אלץ וואס איז אויף אים אדורך, ארויסגענומען פון ספר "פעולת הצדיק". דערנאך אויפ'ן לעצטן זייט ערשיינט דער רובריק "נייעס אינערהאלב מוסדותינו הקדושים" וואו עס ווערט באריכטעט אין קורצן די לעצטע נייעסן און אפדעיטס מהנעשה והנשמע אין די הייליגע מוסדות. מען קען זיך איינצושרייבן צו באקומען דעם גליון (אזוי אויך די אנדערע גליונות, "עצתו אמונה", "קרית ברסלב בלעטל", "בית נצחי", "גליון סיפורי מעשיות") יעדע וואך אויף די פאסט קען מען דעם קרן הדפסה אויף 718-387-2961 עקסטענשאן 3 אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org. אין א פרייליכע אנטוויקלונג, איז יעצט צוגעלייגט געווארן די אפציע אז גבאים און מפיצים וואס ווילן באקומען א גרעסערן קוואנטום פונעם בארימטן גליון היכל הקודש צוגעשיקט יעדע וואך צום טיר פאר א גאר א מינימאלער אפצאל, קענען יעצט רופן דעם קרן הדפסה אויף 718-387-2961 עקסטענשאן 102, ווי מען וועט זיך קענען איינשרייבן. פאר בלויז $2.99 א וואך וועט מען באקומען 5 גליונות צום טיר, און 10 גליונות פאר בלויז $3.99, 50 גליונות פאר בלויז $11.99, און 100 גליונות פאר בלויז $21.99. רופט אריין 718-387-2961 עקסטענשאן 102 און שמועס איבער אייער ספעציפישער געברויך, און מען וועט אייך בעז"ה צופרידן שטעלן על צד היותר טוב בעזרת השם יתברך 📜 דאס גרויסקייט פון איבערטייטשן דעם גליון אויף ענגליש 📜 דער גליון פון שטעטל לעבט אויף דעם שבת טיש 📰 סובסקריבשאן ספעשל: באקומט 4 וואכן דעם גליון בחנם 📰 "קרית ברסלב בלעטל" גרעסער און שענער

    < זעה מער ט טבת תשפ"ב 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן, מארגן מאנטאג אווענט אין וויליאמסבורג

    קומענדיגן דינסטאג עשרה בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 178'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויפן הייליגן רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל". דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע: "רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען". "בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען. "צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם. "ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן. "ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות". "שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. (זעט דעם גאנצן בריוו פון ראש ישיבה "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל"?) אי"ה קומענדיגן מארגן מאנטאג נאכט ויחי, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסוברג, אויף 27 סקילמאן סט.&nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א, וועלכער וועט שוין זיין צוריק בעז"ה פונעם געהויבענעם נסיעה קיין ארץ ישראל וועט זיך בעז"ה משתתף זיין און זאגן א שיינע שמועס ביים יארצייט סעודה, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער אין די הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט, נוצן די עצות און הדרכה, און עס ווייטער פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט. אזוי אויך וועט מען אויסנוצן דעם געלעגענהייט צו שטיצן און מחזק זיין דעם קרן הדפסה וועלכע דרוקט און פארשפרייט די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס דאס איז געווען דער שאיפה דעם גאנצן לעבן פון רבי נתן זי"ע, צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע עצות פאר די גאנצע וועלט. כל הקהל מזומנים 🎞️ דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג 📚 קונטרס "דער הייליגער רבי נתן" $1.99 📖 כל כתבי רבינו - כתבי רבי נתן $24.99

    < זעה מער ח טבת תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 221 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 14 15
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com