Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מיליאנען ניו יארקער וועלן באקומען איינמאליגע "אינפלאציע הילף טשעקלעך"

    נאכדעם וואס עס איז אריינגעקומען אסאך מער געלט אין די קאסע פון ניו יארק סטעיט רעגירונג צוליב וואס מער מענטשן האבן איינגעקויפט און געצאלט שטייערן, האט גאווערנאר האוקאול געמאלדן אז מען גייט צוריק געבן געלט פאר די בירגער פון די סטעיט.   פון די פילע שאפינגס וואס מענטשן האבן איינגעקויפט פאר צענדליגע טויזנטער דאלארן וועלן זיי יעצט צוריק באקומען אפאר הונדערט דאלער, אבער פון דעם וואס א מענטש כאפט אריין די גמרא'לעך, משניות'לעך, רעדן צוים אויבערשטן, א גוט ווארט פאר א צווייטן, זיין פרייליך א מינוטקעלע, פאר דעם ווארט אפ פאר'ן מענטש אזעלכע ריבעיט טשעקלעך וואס עין לא ראתה, פאר דעם וועט דער מענטש זוכה זיין צו א נחלה בלי מצרים, פון וואס מען וועט שעפן תענוג לנצח נצחים.   די גאָווערנאָר האט ביים מעלדן דעם נייעס געזאָגט אז "ניו יאָרקער איינוואוינער זענען שווער באַטראָפן געוואָרן פון די אינפלאציע קריזיס אין די לעצטע פּאָר יאָר, דעריבער וויל איך פאַרטיילן די טשעקס פון בסך הכל 3 ביליאָן דאָלער פאַר ניו יאָרקער שטייערצאָלער."    עס איז באמת מער פון דעם ווי דער שכר וואס א מענטש קען באקומען, ווען א מענטש איז פרייליך מיט די מצוות, ער פריידט זיך מיט'ן שבת, ער האט ליב תורה ומצוות, דארף ער נישט קיין ריבעיט, ער ברויך נישט קיין שכר, ער דארף שוין גארנישט, בשעת געלט קען נישט געבן פאר א מענטש צופרידנהייט, ווען די רעגירונג וואלט געמאלדן פאר א מענטש אז ער וועט באקומען א מיליאן דאלער ריבעיט, וואלט ער געווארן זייער פרייליך, ווייל ער טראכט ווען איך וועל האבן די מיליאן דאלער וועלן זיך אלע מיינע פראבלעמען ענדיגן. אבער דאס איז לגמרי נישט אמת. מען קען נישט איינקויפן שלום בית מיט געלט, מען קען נישט קויפן געזונט מיט געלט, און מען קען נישט קויפן צופרידנקייט מיט געלט. עס איז פונקט פארקערט, יעדע דאלער וואס א מענשט האט איז עס נאך א קאפ וויי און נאך א צרה. דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס געזאגט, "ווען דיין בוילער צוברעכט זיך, דארפסטו יעצט האבן די קאפ וויי פון זיך זארגן אז דער בלויער זאל זיין צוריק געשטעלט, פארוואס דארפסטו נעמען דריי בוילערס?".   לויטן פּלאַן וועלן מער פון אכט און א האלב מיליאן מענטשן אין ניו יארק וועלן באקומען די טשעקס. די וואָס האבן פארדינט אונטער 150 טויזנט דאָלער לעצטע יאָר וועלן באַקומען א טשעק פון 300 דאָלער, און משפחות וועלן באקומען א טשעק פון 500 דאלער, אויב זיי האבן פארדינט ביז 300,000 דאָלער א יאָר. וואס וועט זיכער צוניץ קומען פאר ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן און זענען צופרידן מיט וואס עס פאסירט מיט זיי אז זיי זאלן האבן נאך עפעס אויף וואס צו דאנקען דעם אויבערשטן.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ה 📝
  • עגלישע קונטרסים ווערן איבערגעדרוקט

    קרן הדפסה, דער קרוין פון די קהלה ומוסדות היכל הקודש, שפארט נישט קיין כח און מיה צו ערפילן איר ציל, און מיט פיל תפלה צום אויבערשטן און סייעתא דשמיא איז עס אויסגעוואקסן א ריזיגע אימפעריע וואס דרוקט און פארשפרייט אויף פילע פארמען און פארמאטן דעם דבר ה', וואס ווערט דערנאך צושפרייט ביי כלל ישראל דורך די טייערע מפיצים, וואס ווערן אויפגענומען דורך אלע שיכטן און קרייזן מיט גרויס שמחה. &nbsp; מען גייט כסדר דורך די אינווענטארי, און מען זעט וועלכע קונטרסים זענען שוין דא ווייניג און מען דרוקט איבער, אזוי אויך שטייט מען אויף די וואך אז דער דרוק זאל זיין ווי מען רופט עס "אפ טו דעיט", עס זאל נישט אויסזען אלט און נעבעכדיג, כדי עס זאל רעדן צום היינטיגן דור. דערפאר דארף מען כסדר אויפפרישן דעם דרוק און די דעקלעך עס זאל זיין צוגעפאסט צו די היינטיגע וועג וואס מען קען מאכן הערליכע שיינע גרעפיקס און קענען קאמפיטן מיט די אויסגאבעס וואס דער סמ"ך מ"ם פארשפרייט. &nbsp; די וואך האט מען איבערגעדרוקט דעם באקאנטן ענגלישן קונטרס Thats Me, וואס איז געשריבן געווארן דורך הר"ר משה זאב שווארטץ ע"ה אלץ א תרגום פון מוהרא"ש'ס קונטרס אויף לשון הקודש "זה אני". ווער עס האט נאר אמאל גענומען דעם קונטרס אויף ענגליש אדער לשון הקודש אין די האנט, קען עדות זאגן דער גרויסער רושם וואס דער קונטרס האט געמאכט אויף אים, דער קונטרס געבט אריין א זעלבסט זיכערקייט אין א מענטש ער זאל וויסן זיין חשיבות, און ער איז גוט דווקא ווען ער איז זיך אליינס אזוי ווי דער אויבערשטער האט אים באשאפן, און דער גרעסטער שטער פאר די הצלחה פון א מענטש אז ער איז מקנא א צווייטן, ער קוקט אויף אים און טראכט "הלוואי קען איך זיין ווי אים". &nbsp; אזוי אויך גייט אן די ארבעט אויף די כסדר'דיגע פרישע ספרים גליונות און קונטרסים וואס קומען ארויס יעדן טאג און יעדע וואך, צום ביישפיל דער ענגלישער קונטרס "The Lihgt Of Emunah" וואס איז מתורגם פון די קונטרסים עצתו אמונה, וואס קומט ארויס יעדע עטליכע וואך א פרישער קונטרס, איז אנגעקומען אין די טעג צום נומער 40. דאס זענען הונדערטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א געשריבן פאר די היינטיגע שוועריקייטן וואס מענטשן גייען דורך און טוט זיי מחזק זיין און געבט עצות וואס צדיקים האבן אונז איבערגעלאזט וויאזוי ארויסצוקריכן. &nbsp; מען קען נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט דורך זיך פארבינדן מיט'ן גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ה 📝
  • יעקב - יענקב

    שאלה: וואס איז פשט פארוואס דער נאמען "יעקב" ווערט ארויסגעזאגט כאילו עס וואלט געשטאנען "יענקב". וואו קומט אריין דא דער נ' קלאנג? &nbsp; עטפער: דיין שאלה פארוואס דער נאמען "יעקב" ווערט געזאגט ווי "יענקב" איז זייער א גוטע. לאמיר אריינגיין אביסל דערין. עס איז דא א וואס זאגן, אז דער מקור פון דעם "יענקב" ליגט אין דעם וואס אריגינעל פלגעגט מען הערן א חילוק צווישן אן א' און אן ע'. מען קען נאך היינט הערן ווי די תימנע אידן זאגן דעם ע' הערט זיך עס אביסל ווי אן א' מיט א נ'.&nbsp; &nbsp; דער סברה זאגט אז אין די לאנגע גלות אייראפע, זענען פילע פון די אור אלטע אריגינעלע קלאנגען פון לשון קודש פארלוירן און פארגעסן געווארן. לויט די תימנע מסורה, איז נישטא קיין צוויי אותיות א' און ע' די זעלבע. אזוי אויך דער ב' און דער ו' זענען אנדערש, בשעת דער ב' זאגן זיי ווי אונז, איז דער ו' אזוי ווי דער ענגלישער W. דער ט' און דער תּ' זענען אויך אנדערש, דער ח' און דער כ', הערן זיך אנדערש, לויט דעם קומט אויס אז דער נאמען יעקב פלעגט זיך אריגניעל הערן ענדליכער צו יענקב ווי צו יעקב, און פון דעם איז אונז געבליבן דער נ' אינעם נאמען יעקב. &nbsp; אבער איר דארפט זיך נישט זארגן איבער די קלאנגען און די הברות פון די אותיות, ווייל מיר האבן מיטגענומען די געשריבענע ווערטער פון די הייליגע תורה, און די ווערטער פון חז"ל און אלע צדיקים פון אלע דורות, וואס האבן אונז געלערענט פונקטליך וויאזוי צו היטן די תורה, דער הייליגער מסורה האלטן מיר ווייטער אן מיט מסירת נפש. עס איז דא וואס זאגן א סברא אז דער נ' איז פשוט אריינגעקומען מיט די צייט ווייל די ווארט יענקב זאגט זיך מער פליסיג ווי יעקב, אדרבה פרובירט עס אליינס, דאס ווארט יענקב גייט בעסער ארויס. אבער ביים ליינען די תורה זאגט מען טאקע יאר יעקב אזוי ווי עס שטייט, ווייל דער צוגעלייגטער נ' איז נאר אויף צום רעדן און שמועסן, אבער קריאת התורה דארף מען זאגן אזוי ווי עס שטייט אין חומש. &nbsp; ווי עס זאל נישט זיין, וועלן מיר אנהאלטן די מידת פון יעקב אבינו עליו השלום, תתן אמת ליעקב, מיר וועלן האלטן אונזער מויל נישט ארויסצוזאגן קיין ווארט שקר חס ושלום, און אפילו עס איז שווער וועלן מיר עס טון. אבער מאכט נישט קיין טעות. שקר און אמת זענען נישט אזוי פשוט ווי עס זעט אויס, שקר מיינט קעגן די תורה, און אמת מיינט אז אזוי וויל דער אויבערשטער. אויב מיינע ווערטער ווי אמת'דיג עס זאל נאר אויסזען וועט ברענגען מחלוקת איז עס די גרעסטע שקר, אבער אויב מיין פארדרייען די פאקטן וועט ברענגען צו ליבשאפט צווישן אידישע קינדער, איז דאס אמת. &nbsp; מען זעט אין די סדרה ווי שרה האט געזאגט "ואדוני זקן", "איך קען נאך האבן קינדער" האט שרה געזאגט "מיין מאן איז שוין אלט". אבער דער אויבערשטער דער מקור האמת האט געזאגט פאר יעקב "ואני זקנתי" אז זיי האט געזאגט "איך בין שוין אלט". פון דעם וועלן מיר זיך לערנען ביידע זאכן, סיי נאר צו זאגן דעם אמת, און אין די זעלבע צייט צו מרבה זיין ליבשאפט און שלום צווישן אידישע קינדער, און בפרט ווען עס קומט צו א פאר פאלק איז די גרעסטע מצוה צו רעדן גוטס איינע אויפן צווייטן, זאגן פאר די פרוי ווי חשוב און גוט איר מאן איז, און פאר'ן מאן וואס פארא גוטע פרוי ער האט, און מיט דעם וועלן מיר זוכה זיין צו לעבן א גוטע זיסע לעבן מיט'ן אויבערשטן.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ה 📝
  • תפלת ישראל וועלן זיכער צושטערן די גזירות קעגן די אידישע חינוך

    די וואך איז אנגעקומען א שטרענגע אימעיל פון די לאקאלע סקול דיסטריקטן פאר די ישיבות און חדרים וואס האבן נישט אויסגעוועלט קיין "פעטוועי", אינעם אימעיל באקלאגן זיי זיך הלמאי מען איגנארט זיי און מען וועלט נישט אויס קיין וועג וויאזוי מען וועט פאלגן דעם געזעץ, און דעריבער וויבאלד מען האט נישט אליינס אויסגעוועלט קיין פעטוועי לייגט זיי ארויף דעם מוסד מדעת עצמם אויף "פעטוועי נומער 7". &nbsp; בקיצור וואס דא גייט פאר, די ניו יארק סטעיט האט זיך לעצטענס פארלייגט אויף די מוסדות התורה און פאדערן זיי אויף מען זאל זיי אויפווייזן אז מען קומט נאך דעם געזעץ אז יעדע אפיציעלע סקול אין די סעיט מוז זיין - נישט מער און נישט ווייניגער - אזוי ווי א פאבליק סקול(!), אויך פריוואטע און רעליגיעזע שולעס פאלן אונטער דעם געזעץ. דער פלאג גייט שוין אן אין די לעצטע יארן, דער געזעץ איז שוין אפילו געווען אין געריכט עטליכע מאל, און דערפאר האט זיך עס פארשלעפט ביז יעצט &nbsp; אויספאלגן דעם געזעץ כמו שהוא קען נישט קומען אין באטראכט. מיר זענען מחנך אונזערע קינדער אויף די וועגן פון די תורה, אויף דעם הערליכן אויסגעטרעטענעם וועג וואס מיר גיין שוין פון מעמד הר סיני, און דא אין אמעריקע איז דער וועג שטאנדהאפטיג אוועקגעשטעלט געווארן דורך די פריערדיגע צדיקים ובראשם דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע. און ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט די ברלסב'ע מוסדות, האט מוהרא"ש געהייסן פארן ראש ישיבה שליט"א אז ער זאל איבערשמועסן די יסודות וויאזוי אן ערליכער מוסד דארף זיף פירן מיט די עלטערע תלמידים פון הייליגן סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע און אזוי זאל ער פירן דעם מוסד, און זיך נישט אוועק רירן פון דעם קיין זוז כל שהוא. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז די הייליגע ערליכע חינוך ברענגט זיסע פירות, עס קומען ארויס פון די ערליכע אידישע חדרים שיינע דורות פון ערליכע בעלי בתים יראי השם וואס לעבן מיט א ציל, זיי זענען עוסק אין ברענגען פרנסה ערליכערהייט מיט'ן ציל צו ברענגען אויף דער וועלט א פרישע דור אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן, עס קומען ארויס געטרייע אידישע צניעות'דיגע מאמעס מיט יראת שמים, וואס זענען זיך מוסר נפש פאר זייערע קינדער'ס וועגן און געבן זיך אפ מיט זייערע קינדער זיי אויפצוברענגען לתורה ויראת שמים. &nbsp; פון די אנדערע זייט זענען די פאבליק סקולס א דורכפאלן וואס איז נישטא איר'ס גלייכן, ביי די טויערן פון יעדע פאבליק סקול שטייען באוואפענטע וועכטער צו היטן אויף די צעווילדעוועטע אינגעטליכע, און זייערע ווענט זענען אנגעפילט מיט אלע מיני פארברעכערערישע אקטיוויטעטן, אזוי ווייט אז א טיטשער איז נישט פארזיכערט אהיים צו קומען לעבעדיג ביינאכט, ווער ווייסט וואס אן אויפגערעגטע סטודעט וועט ברענגען אין שולע. &nbsp; ווען די ליבעראלן וואלט געהאט נאר אביסעלע שכל וואלטן זיי געמאכט א געזעץ אז די פאבליק שולעס דארפן נאכמאכן די מסודות התורה, זיי זאלן קומען פרעגן די רבנים וויאזוי מען קען מחנך זיין קינדער זאל זיין געזונט פיזיש און גייסטיש. א אידישע מוסד זאל זיך פארגלייכן צום פאבליק סקול? קומט אפילו נישט אין באטראכט! &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אונזערע קינדער האבן נישט קיין פרייז, און אויב די רעגירונג וועט אוועקנעמען עטליכע מיליאן דאלער פון די מוסדות צוליב מען קומט נישט נאך דעם געזעץ, איז נישט עק וועלט. עס איז נישט קיין אפציע מיר זאלן פארקויפן אונזערע קינדער צו די סטעיט. אונזערע קינדער זענען נישט פאר סעיל... &nbsp; מען בעט אנשי שלומינו זאלן ווייטער אינזין האבן אונזערע טייערע קינדערלעך און בעטן דעם אויבערשטן אז די השתדלות וואס פארשידענע עסקנים לייגן אריין אין פילע פראנטן זאלן מצליח זיין, און די גזירה קעגן דעם ערליכן חינוך זאל בטל ווערן.

    < זעה מער ח כסלו תשפ"ה 📝
  • אסאד רעזשים פון סיריע געפאלן

    היסטאריע שפילט זיך אפ אין סיריע: די רעבעלן גרופע "האַיאַיט טאַכריר אַל-שאַם" האבן איבערגענומען די הויפט שטאט דמשק, און דער לאנג-יעריגער דיקטאטור באשאר אל-אסאד איז געווען געצווינגען צו אנטלויפן, לויט טייל באריכטן קיין רוסלאנד. &nbsp; אביסל בעקגראונד: נייציג פראצענט סיריע באשטייט פון סוני-מוסלמענער, און בלויז בערך צען פראצענט זענען שיא-מוסלמענער, הויפטזעכליך אלאוויטן. די אלאוויטן זענען שטארק פארפיינטעט ביי די סוניס, וועלכע באטראכטן זיי אלס "כופרים". די אסאד משפחה, וועלכע שטאמט פון די אלאוויטן, האט געפירט דאס לאנד מיט אייזענע פויסט מער ווי פופציג יאר, ערשט דורך כאפעז אל-אסאד, און דערנאך דורך זיין זון באשאר. &nbsp; די צוזאמפאל פון אסאד'ס רעזשים ברענגט אונז צו טראכטן ווי וויכטיג עס איז ריכטיג אויסצונוצן א צייט פון רואיגקייט. אסאד האט געהאט גענוג צייט געהאט צו פארבעסערן זיין מיליטער און זיך גרייטן פאר א פרישע אפענסיווע, אבער ער האט אויסגענוצט די רואיגע צייט צו שלאָפן. און ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען די רעבעלן האבן זיך גענומען איבער זיינע קרעפטן מיט א בליץ-אפענסיווע און אים ארויסגעווארפן. &nbsp; מיר דארפן דאס אריינעמען אין אונזער לעבן. און דוקא ווען מיר שפירן אז עס גייט אונז גוט, און מיר קענען טראכטן "ווער דארף חיזוק? וואס דארף איך דעם צדיק?" אבער דווקא דעמאלטס איז דאס דער בעסטער צייט זיך צו אנצושעפן מיט חיזוק, הדרכה און אמונת צדיקים. מיר קענען קיינמאל וויסן ווען דער קומענדיגער נסיון גייט אנקומען. מיר דארף זיין גרייט מיט די נויטיגע כלים און געווער. &nbsp; די סירישע בירגער-קריג, ציט זיך שוין דרייצן יאר, און עס איז אינטערערסאנט צו זען די קאלירפולע אויסוואל פון פילע לענדער האבן געשטיצט די קעגנזייטיגע צדדים, פיל מאל האבן זיך פיינטליכע לענדער זיך געטראפן אין א מאדנע סיטואציע ביים ביים שטיצן די זעלבע זייט פון איינע פון די צוויי צדדים. אסאד האט געהאט די מערסטע שטיצע פון רוסלאנד און איראן, יעדער איינער מיט זייערע חשבונות וואס מיט זייער הילף האט ער אנגעהאלטן זיין שליטה כאטש טיילווייז ביז יעצט. &nbsp; אין די לעצטע וואכן האבן די רעבעלן באשלאסן אז יעצט איז זייער צייט, נאכדעם וואס זיי האבן זיך צוגעגרייט אין די לעצטע יארן שטילערהייט, האבן זיי געמאכט דעם חשבון אז כיזבאלא פון איראן און רוסלאנד זענען יעצט ביידע פארנומען מיט זייערע אייגענע פראבלעמען און מלחמות, און ווי דער ראש ישיבה זאגט אייביג, א חבר איז נאר דא ווען ער קען עפעס בענעפיטירן, אבער אין צייט פון קריזיס זעט מען ווער עס האט נאר געמיינט זיך, און אזוי איז טאקע געווען די רוסן און די איראנער זענען שנעל אנטלאפן און די רעבעלן האבן גרינגערהייט ארויסגעשופט די אסאד קרעפטן פון די גרויסע שטעט און האבן בליץ שנעל איבערגענומען די מאכט, ביז אסאד האט געמוזט אנטלויפן. &nbsp; לאמיר אויך אויסנוצן די צייט ווען עס איז שטיל, די קאפ איז אפן און מען קען פארנעמען צו הערן הדרכה און חיזוק פונעם צדיק, יעדער גייט דורך א צייט אין לעבן ווען ער דארף די חיזוק ווי אקסיגען צום אטעמען, און מען קען קיינמאל נישט וויסן ווען עס וועט אנקומען. לערן נאך א בריוו אשר בנחל, הער אויס נאך א חיזוק שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, דאס איז דיין געווער וואס וועט דיר געבן די כחות צו געווינען דיין קריג. &nbsp;

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ה 📝
  • הכרת הטוב

    שאלה: מיר ווייסן אז אלעס טוט דער אויבערשטער, אויב אזוי פארוואס דארפן מיר דאנקען א מענטש ווען זיי טוען אונז א טובה? רחל ז. ענטפער: דאס איז זייער א גוטע שאלה, און מיר האבן זייער הנאה דאס צו ענטפערן. אין דעם שאלה ליגט זייער א וויכטיגע יסוד אין אידישקייט, און א גאר שטארקע לימוד וואס מיר קענען מיטנעמען אויף אונזער גאנצע לעבן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז נישטא קיין שענערע מידה פאר א איד ווי "הכרת הטוב". &nbsp; דער אמת איז, אז אלעס וואס פאסירט צו אונז קומט נאר פונעם אויבערשטן אליין, און מיר דארפן וויסן קלאר און איינערקענען אז נאר אים קומט זיך דער ישר כח פאר אלע גוטע זאכן וואס מיר האבן. אבער דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן אויך דאנקען און אנערקענען די שליחים דורך וועלכע ער שיקט אונז זיינע טובות. &nbsp; ווען איינער טוט מיר עפעס א גוטע זאך, צום ביישפיל מיין מאמע אדער מיין ווייב האט געקאכט א פיינע נאכטמאל פאר די משפחה, אירע כחות צו קענען קאכן, און די עסן וואס מען האט גענוצט, און דאס געלט צו קענען איינקויפן און אלעס ארום איז א מתנה פונעם אויבערשטן. אבער די מאמע האט אוועקגעגעבן איר הארץ, איר צייט און אירע כוחות אויסצונצן די טובות פונעם אויבערשטן פאר אונזערט וועגן. ווען מען זאגט איר "א דאנק" אדער "ישר כח", ווייזט מען הכרת הטוב סיי פאר איר און סיי פארן אויבערשטן. &nbsp; אבער דאס גייט נאך מער, ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו דאנקען מענטשן פאר וואס זיי טוען, העלפט עס א מענטש צו קענען דאנקען דעם אויבערשטן, און וואס מער א מענטש לעבט מיט די מדה פון הכרת הטוב, העלפט עס דעם מענשט צו ווערן מער א פרייליכע און א ציפרידענע מענטש. &nbsp; ווייל יעדע מענשט האט זאכן וואס גייט אים שווער, אבער אויך האט ער אומצאליגע מתנות פונעם אויבערשטן, און עס ליגט אין די מענטש די בחירה צי ער וויל קוקן אויף זיינע צרות, און ער זאל ארומגיין א גאנצן טאג מיט אן אראפ געלאזטע נאז, און קאמפלעינען און האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, אדער קען ער קוקן אויף די פילע האלב פון די גלאז און ארום גיין פרייליך און אויפגעלייגט, און פול מיט הכרת הטוב צו אלע זיינע ארומיגע און צום אויבערשטן אויף די אלע גוטע זאכן וואס ער באקומט ברוב רחמיו וחסדיו פונעם אויבערשטן. &nbsp; דער הייליגער רבי האט זיך צוגעוואוינט נאך פון אלס קינד, אז ווען ער האט באקומען צו עסן האט ער נישט בלויז געזאגט א ברכה צום ביישפיל "בורא מיני מזונות", און דערנאך "על המחי'", נאר האט צוגעלייגט אייגענע ווערטער צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף יעדע פרט פון די עסן, "ישר כח אויבערשטער פאר די פרעצלס, איך דאנק דיך באשעפער פאר די בענקל אויף וואס איך זיץ", און אזוי ווייטער. &nbsp; א מענטש וואס דאנקט דעם אויבערשטן פאר די פילע גוטע מתנות וואס ער באקומט ער איז באמת א רייכער מענטש. דער עושר וואס האט די שענסטע פאלאצן מיט פילע באדינערס וואס שטייען שטענדיג גרייט אים צו באדינען, אויב איז ער נישט פרייליך מיט וואס ער האט איז ער נעבעך א גרויסער ארימאן וואס האט "גארנישט" אויסער געלט.

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ה 📝
  • פארשריט אויפן נייעם אלבום וואס וועט זיין ספעציפיש פאר פרויען

    אזוי ווי ביז יעצט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעגעבן שוין פילע הערליכע מוזיק אלבומס פון וואס די אידישע וועלט האט זיך מחי' געווען, און ארויסגענומען חיזוק און הדרכה אויף למעשה, ארבעט מען יעצט אויף א פרישע אלבום. דער אלבום, אזוי ווי פילע פריערדיע ווערט אראנדזשירט דורך דער מייסטער אראנדזשירער מו"ה סענדי ראטה הי"ו מיט די הילף פונעם באקאנטן בעל מנגן מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו. אבער דאס מאל קומט א חידוש, דער אלבום וועט קעיטערן ספעציעל פאר די חשובע פרויען. &nbsp; עס איז אמת אז יעדער איינער קען נוצן חיזוק אין אמונה, תפלה, שלום בית, און אזוי ווייטער, אבער פילע ענינים וואס די פריערדיגע אלבומס האבן גערעדט האבן מער גערעדט צו מענער, און די פרויען האבן געבעטן אז מען זאל זיי אויך געבן אן אלבום. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן פאר דעם נייעם אלבום הערליכער הארציגע גראמען, וואס מען וועט ווי אייביג רעדן פונעם אויבערשטן, אז ער איז אלץ דא מיט אונז, און פון תפלה, מידות טובות און אזוי ווייטער, וועלן זיי אויך רעדן איבער ענינים וואס זענען נוגע בעיקר פאר פרויען און מיידלעך, צום ביישפיל צניעות, זיך שערן די האר נאך די חתונה, און טרעפן דעם אויבערשטן אין די טאג טעגליכע שטוב ווערטשאפט. &nbsp; אזוי ווי ביז היינט, שפארט מען נישט קיין צייט כח און געלט, מען נעמט די בעסטע שפילערס וואס מען קען, יעצט איז דא געווען צוגאסט א מייסטער גיטאריסט פון ארץ ישראל וואס זיין נאמען וואס פיגורירט שוין אויף חסידישע אלבום פאר צענדליגע יארן, אלס א גיטראריסט וואס ספעציאלירט זיך אין די חסידישע סטיל מוזיק. אין ארץ ישראל האט ער שוין ביז יעצט רעקארדירט כמעט אלע ניגונים, אבער יעצט אז איז ער געווען אין ניו יארק אויף א באזוך, האט מו"ה סענדי הי"ו אויסגענוצט די געלעגענהייט און ער איז אריבערגעגאנגען אין סוטדיא מיט זיין ברודער מו"ה אייזיק הי"ו אין סטודיא און רעקארדירט מוזיק פאר די איבעריגע ניגונים. &nbsp; מו"ה אייזיק הי"ו פארציילט אז דער גיטאריסט האט אים געזאגט אז ער גלייכט זייער צו ארבעטן מיט זיין ברודער צוליב וואס ער פארשטייט גוט אן עסק ווען עס קומט צו מוזיק, און אייביג קומט ער אויף מיט שעפערישע געדאנקען וויאזוי צו ארויסגעבן הערליכע שטיקלעך. &nbsp; אויפן אלבום וועט מען אויך בעז"ה ארויפלייגן א הערליכע קינדער כאר, אין באגלייטונג פונעם בחור הפלא שמעון פארקאש הי"ו וואס לייגט אראפ א הערליכע ארבעט, און באנעמט די הארץ מיט זיין מתיקות'דיגע שטימע. אזוי אויך וועט מען הערן די גראמען אריינגעזינגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט אראפ זינגען די גראמען פון טיפעניש פון זיין הארץ, און עס וועט זיכער זיין נכנסים אל הלב, און וועט אריינדרינגען אין די הערצער פון די ציהערער, וואס וועלן ארויסגיין דערפון מיט א הרהור תשובה, און עצות און חיזוק אויף למעשה. &nbsp; די מעלאדיעס אויף וואס די גראמען לויפן זענען פון אלטע הערליכע חסידישע ניגונים, טייל באקאנטע, און צוגאב וועלן זיין עטליכע גאר שיינע אלטע פארגעסענע ניגונים, פון וואס מען וועט זייער הנאה האבן.&nbsp; &nbsp; נאך די שווערע ארבעט פון עטליכע חדשים, זעט מען שוין ב"ה בסייעתא דשמיא די ליכטיגקייט פון די ענדע פונעם טונעל, די מוזיק פאר די צען ניגונים זענען שוין כמעט פארטיג,&nbsp; מען האפט צו פארטיג ווערן גענצליך נאך אינמיטן ווינטער בסייעתא דשמיא.

    < זעה מער ג כסלו תשפ"ה 📝
  • פרעזידענט ביידען פארדאנירט זיין זון

    דער אמטירענדערע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשאו ביידען, וואס איז שוין מיט איין פיס אינדרויסן האט באשלאסן אין די לעצטע טעג פון זיין קאדענץ צו באגנאדיגן זיין זון האנטער. &nbsp; די געשיכטע פון האנטער ביידען גייט צוריק א לאנגע צייט, עס איז שווער איבערצוגיין אלע דעטאלן, אבער בשעת טראמפ איז באשולדיגט געווארן אין זיך אננעמען פאר רוסלאנד, און אז רוסלאנד האט אים צוגעהאלפן געווינען זיין ערשטער טערמין, האבן זיינע קעגנער באשולדיגט ביידען אין זיין משוחד פון אוקריינע, ווען ער איז געווען אין די באורד פון די אוקראינישער באריסמע אויל פירמע בשעת זיין טאטע איז געווען וויצע פרעזידענט. דער פאזיציע איז געווען בלויז א טיטל אן א מיטל, און זיינע באשולדיגער טענה'ן אז די סיבה פארוואס די פירמע האט אים באצאלט אזויפיל געלט איז בלויז צו קענען שטופן די אבאמא-ביידען אדמיניסטראציע צו אינטעווינירן אין אוקראינע לטובת דער פירמע. &nbsp; כאטש ביידען האט פארשפראכן אז טראץ וואס ער אלץ פרעזידענט האט די כח צו פארדאנירן וועם ער וויל, וועט ער עס נישט טון פאר זיין זון, צוליב "קאנפליקט אף אינטערעסט", און ער וועט נאטורליך אלס טאטע נאר זען די אומשולד פון זיין זון, האט ער היינט ארויסגעגעבן א דעקרעט וואס טוט ריינוואשן זיין זון און אים באגנאדיגן פון סיי וועלכע פארברעכן ער זאל נאר האבן געטון אין אמעריקע אין די לעצטע עלעף יאר. &nbsp; טראץ וואס פילע פאלטיקאנטן - בעיקר אויף די לינקע זייט - ברויזן, איז עס אבער געווען צו ערווארטן, ווייל א טאטע בלייבט א טאטע, טראצדעם וואס עס איז באקאנט אז דער האנטער האט געמאכט אסאך בזיונות פאר זיין טאטן, ער האט געליטן פון אים אסאך צער גידול בנים, קען קיינער נישט אוועקנעמען די רחמנות פון א טאטע צו זיינע קינדער. &nbsp; דאס דארפן מיר אויך געדענקען אין אונזער לעבן, מיר זענען טאקע נישט געווען וואויל, אבער דער אויבערשטער איז דער בעל הרחמים, דער מקור החסד, און זיין רחמנות איז אומבאגרענציט, אז מיר וועלן אים נאר איבערבעטן און מודה זיין אז מיר זענען נישט געווען גוט, וועט דער "חנון המרבה לסלוח" אונז באגנאדיגן נאך אסאך שטערקער און בעסער פון דעם פרעזידענט צו זיין זון. דער באשעפער וועט אונז שטעלן אויף א פלאץ ווי אפילו צדיקים גמורים קענען נישט גרייכן. דאס קען א פרעזידענט נישט טון. &nbsp; ווי דער ספעשל קאנסול וואס איז געשטעלט געווארן אויף דעם קעיס האט געזאגט אז ער גייט ווייטער מיט די קלאגעס, זאגענדיג אז ער האט טאקע באקומען פארדאן ער זאל נישט קענען באשטראפט ווערן, אבער ער קען נאך אנגעקלאגט ווערן. &nbsp; בשעת די אויספארשונגען זענען ארויפגעקומען נאך פילע באשולדיגונגען אויף אים, איינס אז ער האט ליגט געזאגט אויף זיין אפליקאציע צו קויפן א ביקס, שרייבענדיג אז ער נעמט נישט קיין דראגס, בשעת ער האט שטארק געליטן פון צוגעבינדעקייט צום סם המות. אזוי אויך ווערט ער באשוליגט אין שטייער שווינדל, אז ער האט נישט באצאלט באצייטענס זיינע שטייערן פאר די אמעריקאנער רעגירונג. &nbsp; מיר אבער וועלן ארויסגיין דורך וודוי דברים צום אויבערשטן מיט א פולקאמע פארדאן, א גענצליכע מחילה סליחה וכפרה, אן קיין שום פלעק.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ה 📝
  • פלענער צו עפענען די לופטפעלדער אין אוקראינע

    כאטש מיר שטייען נאך כמעט א יאר איידער ראש השנה, טראכטן ברסלבע חסידים א גאנץ יאר פון די הייליגע נסיעה צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן. יעדע קליינע בשורה וואס קען פארגרינגערן די נסיעה ווערט אויפגענומען מיט גרויס פרייד. עס גייען שוין אן א לענגערע צייט שמועות אז עס ווערן געמאכט שריט צו עפענען די עירפארטן אין אוקראינע, נאכדעם וואס אלע לופט רוימען זענען געווארן הערמעטיש פארמאכט אין די לעצטע עטליכע יאר. זייט די רוסיש-אוקריינישע מלחמה האט אנגעהויבן, זענען מיר געווען געצווינגען דורכצומאכן שווערע און לאנגע וועגן כדי צו אנקומען צום הייליגן רבין. אלע האבן געמוזט קומען מיט פליגערס קיין אומאן דורך אריינפליען צו די דערנעבנדיגע לענדער ווי מאלדאווע און פוילן, וואס האט געמאכט די נסיעה גאר לאנג און אויסמוטשענד, פון דארט האט מען געדארפט פארן לאנגע שעות אין א באן, באס אדער קאר ביז אומאן. די גרעניץ דורכגאנג נעמט צומאל שעות, און עס האט זיך שוין געמאכט אסאך פעלער ווי מענטשן האבן פארפאסט פליגערס אהיימצוקומען נאכ'ן ראש השנה, וואס האט אנגעברענגט עגמת נפש, און גרויסע הוצאות. יעצט האט מען געהערט אז דער אוקריינער פרעזידענט, וולאדימיר זעלענסקי, אז זיי ארבעטן צו עפענען דעם לבוב (לעמבערג) עירפארט. עס איז אמת אז לעמבערג גאנצע פינף שעה אוועק פון אומאן, אבער אפילו דאס וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן די נסיעה. און מיט די תפילות פון אנשי שלומינו וועט עס בעז"ה נאכפאלגן מיט עפענען די אנדערע עירפארטס אויך. ווי עס זעט אויס וויל מען נאכנישט עפענען דעם קיעווער עירפארט, צוליב וואס די אינשורענס פירמעס זענען נאכנישט גרייט צו פארזיכערן די עירפארט אינעם הויפטשטאט, אבער לבוב איז ווייט ארויס זייער נאנט צו די גרעניץ פון פוילן, וואס דאס אליינס וועט שפארן פילע שעות פון די וועג, און בעיקר גענצליך עלימינירן דאס דארפן דורכפארן דעם גרעניץ. דערווייל האט מען נאך גארנישט געמאלדן ווען און וואו, און עס איז בכלל נישט זיכער וואס וועט זיין, דערפאר בעטן מיר אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין אז עס זאל זיך אויסארבעטן צום גוטן, און מען זאל קענען פארן דירעקט קיין אוקראינע. נאך מער איז עס וויכטיג צוליב דעם וואס קומענדיגע ראש השנה תשפ"ו פאלט אויס פונקט אינמיטן די וואך - דינסטאג און מיטוואך. און אויב מען וועט דארף פארן ביז מאלדאווע, אדער פוילן וועט דארפן זיין אוועק פון דערהיים כמעט צוויי וואכן, ווייל צוליב די לאנגע וועג, און די קורצע צייט צווישן שבת און ראש השנה וועט מען דארפן ארויספארן נאך פאר שבת, דאס מיינט מיטוואך-דאנערשטאג, און צוריק ווערט עס זייער שווער אהיים צו פארן בעפאר שבת, ווייל ביז מ'קומט אן צום לופט פעלד איז שוין דאנערשטאג נאכטמיטאג, און בכלל פארן ארויס זייער ווייניג פליגערס קיין אמעריקע נאכמיטאג. דאס מיינט אז אסאך וועלן נישט קענען ארויספארן ביז זונטאג-מאנטאג נאך ראש השנה. די גוטע נייעס זענען זיכער די רעזולטאטן פון די תפילות פון ברסלבע חסידים קינדער, וואס בעטן יעדן טאג דעם אויבערשטן אז די גרעניצן זאלן זיך פולקאם עפענען און די נסיעה קיין אומאן זאל ווערן גרינגער. מיר זענען ווייניג אינטערעסירט איבער די טענות און באשלודיגונגען פון די צוויי צדדים ווער עס איז גערעכט, אזוי אויך גייט אונז גאנץ ווייניג אן פאר וועמען די שטיק ערד "געהערט." מיר זענען מתפלל אז די ליידן פון מיליאנען אומשוליגע מענער פרויען און קינדער זאלן זיך שוין אויפהערן, און די זינלאזע מלחמה זאל זיך שוין איינשטילן, און דערמיט וועלן מיר שוין אויך קענען פארן און קומען גרינגער און געשמאקער און אויספועלן א גוט געבעטשט יאר.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ה 📝
  • רעגן אין שטאט

    שאלה: וואס איז דער תועלת פון רעגן אין די באוואוינטע שטעט, אין די וועלדער און פעלדער דארף מען האבן רעגן צו מאכן וואקסן די געוויקסן, און פאר די קוועלער, אבער אין שטאט ווערן וואס איז באדעקט מיט גאסן און הייזער ווערט רוב רעגן אוועקגעוואשן? א. רייזמאן &nbsp; ענטפער: זייער א שיינע שאלה. לאמיר אויפמישן די גמרא אין מסכת תענית (פון דף ז' און ווייטער) "אמר רבי אבהו, גדול יום הגשמים מתחיית המתים, עס איז גרעסער א רעגנדיגע טאג פון תחיית המתים"... "אמר רב יהודה, א רעגן טאג איז אזוי גרויס ווי דער טאג ווי מתן תורה", "רבא זאגט, אז עס איז גרעסער פון דער טאג פון מתן תורה"... "רבי חנינא בר אידי זאגט אז תורה איז צוגעגליכן צו וואסער, פונקט ווי וואסער רינט אלץ אראפ, אזוי אויך תורה האלט זיך נאר ביי איינער וואס האלט זיך קליין".... "רבי חמא ב"ר חנינא זאגט אז א רעגן טאג איז אזוי גרויס ווי דער טאג וואס דער וועלט איז באשאפן געווארן"... "רב אושעיא זאגט אז אין א רעגן טאג קען מען זיך אויסבעטן אלע ישועות פון אויבערשטן"... "רבי תנחום בר חנילאי זאגט אז דער אויבערשטער איז מוחל די עבירות פון אידישע קינדער אין א רעגן טאג"... "רבי יוחנן זאגט, דער טאג פון רעגן איז אזוי גרויס ווי דער טאג וואס אידן וועלן ארויסגיין פון גלות"... די אלע גוטע השפעות בקומען די אידן פון שטאט און די אידן פון די פעלדער אייניג. מיר אלע דארפן ישועות, מיר אלע דארפן תשובה טון, און א רעגן קומט אונז דערמאנען אז דער אויבערשטער וויל אונז הערן, ער וויל אונז געבן ישועות און אונז געבן א געלענגעהייט צו אנפאנגען פון פריש. &nbsp; בגשמיות טוט רעגן אין שטאט נאך פילע זאכן, די גאסן ווערן אפגעוואשן, און אפילו די לופט ווערט גערייניגט פון די רעגן, אין שטאט איז אויך דא ביימער און גראז - טאקע נישט אזוי סאך - די אלע געוויקסן באקומען זייער שפייז דורכ'ן אויבערשטן וואס שפייזט אלע באשעפענישן דורך די רעגן. אויסער דעם קען מען צוזאם זאמלען די וואסערן פון רעגן צו האבן דערפון פארשידענע תועלת'ן; פרעגט נאר די וואס בויען מקוואות אין די שטעט, אויב עס קומט נישט קיין רעגן איז נישטא קיין מקוה, און ווען דער אויבערשטער העלפט און עס קומט א רעגן איז עס א געוואלדיגע שמחה, מען זאמעלט איין די וואסער פון די דעכער דורך ספעציעלע ווענט און פייפס אויף א זייער פארזיכטיגע וועג אז די וואסער זאל זיך נישט קענען איינזאמלען אין קיין שום כלי, און אזוי רינט עס אראפ גראד אריין אין די מי גשמים בור, און דערנאך דארפן מיר זיך בלויז איינטונקען דערין און מיר ווערן ריין און הייליג פאר'ן אויבערשטן. וויאזוי רייניגט א מקוה? איז דען די מי גשמים בור מער ריין ווי וואסער פון די סינק? געווענליך נישט, אבער כך גזרה חכמתו יתברך, דער אויבערשטער האט אזוי געזאגט, אז ווען א מענטש איז טמא, אויב טונקט ער זיך איין אין א מקוה פון מי גשמים ווערט ער ריין. &nbsp; און אז מען רעדט שוין מסכת תענית איז כדאי צו דערמאנען וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מענטשן וואס ווילן מתקן זיין זייערע עברות זאל נישט פאסטן, ווייל דער רבי האט נישט געלאזט פאסטן, נאר אנשטאט דעם זאל מען געבן צדקה, ווי די גמרא זאגט (ברכות ו) "אגרא דתעניתא צדקתא" אז מען קען אויסלייזן א תענית מיט צדקה, מען זאל געבן געלט פאר ספרים וואס העלפן אידן צוריק קומען צום אויבערשטן, אזוי אויך זאל מען לערנען הונטדער אין איין מאל די מסכת תענית, בבלי, ירושלמי און תוספותא, וואס דאס איז א געוואלדיגע תיקון אנשטאט צו פאסן.

    < זעה מער כז חשון תשפ"ה 📝
  • דער שווארצער פרייטאג

    קומענדיגע ערב שבת קודש ווערט אין די אלגעמיינע אמעריקאנער גאס גערופן דער "שווארצער פרייטאג" (בלעק פריידעי), דאס איז נישט ווייל עפעס שווארץ און שלעכט האט דאן פאסירט, נאר ווייל דאס איז דער סעזאן ווען די אלגעמיינע באפעלקערונג גרייטן זיך צו זייערע חגאות פייערונגען, דערמיט וואס זיי קויפן איין געשאנקען איינע פארן צווייטן, און דערפאר וואס די געשעפטן קאנקורירן איינע מיט'ן צווייטן יעדער וויל כאפן די קונדן זאלן קויפן ביי זיי, ווערט ארויסגעלייגט גאר ספעציעלע ביליגע פרייזן אין די טעג, וואס דערמיט האפן זיי אריינצוכאפן דעם ציבור צו זייער געשעפט. &nbsp; עס איז נאריש צו טראכטן אז מען קען אפקויפן די ווייב/מאן און קינדער מיט א מתנה, די מארקעטערס ווילן אונז איינרעדן אז אזוי קען מען זיך איבערבעטן, און אפילו א גאנץ יאר רעדט מען נישט און ווען יא קריגט מען זיך, קען מען אלעס פארגיטיגן מיט א שיינע "גיפט", בפרט אויב מען נעמט עס נאך ארום מיט שיינע איינפאק (רעפינג) פאפיר. &nbsp; טאקע ריכטיג, ווען די פאר פאלק רעדן שיין איינע צום צווייטן, מען איז מוותר, און דערנאך קומט א מתנה, איז נישט קיין שלעכטע זאך, עס שאדט נישט; אבער דאס וועט עס נישט מאכן. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג אז דער עיקר איז דאס הארץ, אז דו געסט א מתנה, טראכט נישט אז דער ברענד נעים וועט ברענגען די הערצער נענעטער, רעד זיך נישט איין אז דער שטאקיגער איינפאק מיט די שיינע בענדלעך און שלייפן וועלן אלעס פארגלעטן; וואס יא? שרייב צו עטליכע גוטע ווערטער. מאך נישט ווידער קיין טעות אז דו דארפסט לויפן צום בארימטן חרוזים מומחה וואס וועט אריינפלעכטן די שענסטע מליצות און די קונסליכסטע ראשי תיבות און גימטריאות וואס אפילו ער פארשטייט נישט, אויסדרוקליך נישט, שרייב פשוטע ווערטער וואס גראמען נישט, אבער שטימט, שפאר נישט קיין גוטע ווערטער ווי שטארק דו שעצט און דו ביסט מכיר טובה. דאס ברענגט א קירוב לבבות און בויעט אויף א שטארקע קשר. &nbsp; די זעלבע זאך ווען עס קומט צו רעדן צום אויבערשטן, דארפסט נישט זאגן קיין קונצליך חרוזים און רעדן אויף לשון הקודש, רעד נישט פארמאל. רעד צום אויבערשטן וואס מער פשוט, זאג אים ווי שטארק דו האסט אים ליב, זאג אים ווי שטארק דו גלייבסט אז ער האט דיר ליב, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, פארצייל אים ווי שטארק עס טוט דיר וויי אז דו ביסט דורכגעפאלן. דארפסט נישט גיין צו עפעס א ספעצילע פלאץ אדער זיך אנטון מיט ספעציפישע מלבושים, ווארט נישט אז דו זאלסט האבן א התעוררות, און דו שפירסט אז דיין הארץ איז אפן, סטאפ יעצט ווי דו ביסט, און זאג אים א ישר כח פאר דיין לעבן, דאנק אים אז דו ביסט געזונט, זאג אים ווי שטארק דו ביסט אים מכיר טובה פאר דיין טאטע/מאמע/מאן/ווייב/קינדער. דאס וועט מאכן דיין קשר מיט'ן אויבערשטן א קשר של קיימא, וואס וועט דיר צובינדן אויף א וועג וואס דו וועסט זיך נישט קענען אפרייסן פון אים אויף אייביג. פרוביר עס אויס, וועסט נישט דערלייגן. &nbsp; לגבי בלעק פריידעי איז גוט צו זיין וואכזאם און נישט קויפן זאכן וואס מען דארף נישט. בעסער צו זיין שולדיג די אלע שיינע זאכן וואס די געשעפטן טוען יעצט אפערן פאר זיך אליינס, ווי איידער מען זאל זיך אנמאכן חובות און זיין שולידג פארן קרעדיט קארד אויף לאנגע חדשים.

    < זעה מער כז חשון תשפ"ה 📝
  • ערשטע באנד פונעם חינוך ספר "ותחיין את הילדים" גייט שוין אט צום דרוק

    בעזרת ה' גרייט מען זיך אין "קרן הדפסה היכל הקודש" צו ארויסקומען מיט די ערשטע באנד פון די סעריע ספרים אויף חינוך וואס וועט טראגן דעם פאסיגן נאמען "ותחיין את הילידים", וואס איז כשמו כן הוא, עצות און חיזוק צו געבן לעבן פאר אונזערע קינדער, די חשוב'סטע זאך וואס מיר פארמאגן די קומענדיגע דורות, א לעבן ברוחניות, זיי זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן תורה ומצות, ליב האבן יעדן איד, און לעבן בגשמיות זיי זאלן זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, זעלבסט זיכער, צופרידן, און לעבן א פרודאקטיוו לעבן. &nbsp; דער ספר איז באזירט אויף די בארימטע שיעורי חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט כסדר פאר עלטערן און מחנכים, וואס טייל זענען שוין ארויס לאור עולם דורך די וועכענטליכע "שיעורי חינוך" גליונות וואס די וועלט שלונגט מיט דורשט. &nbsp; דאס איז באקאנט אז דער ראש ישיבה שליט"א נעמט די אלע עצות נאר פון ערליכע ריינע מקורות, פון די תורה, פון חז"ל, און פון די פריערידגע צדיקים, וואס זיי האבן אראפ געשטעלט א וועג וויאזוי מען קען אין די היינטיגע דורות אויפציען קינדער וואס זאלן זיין געטריי צום אויבערשטן, און דאס ווילן אלע די זעלבע זאך. און דערפאר זעט מען אז די שיעורי חינוך פון ראש ישיבה שליט"א זענען פאפולער אין אלע קרייזן און שיכטן, וויייל אלע ווילן הצלחה אין חינוך. &nbsp; קרן הדפסה האט אריינגעלייגט צענדליגע טויזנטער דאלער אין דעם פראיעקט, און אויפגענומען פראפעסיאנאלע ערפארענע שרייבער און מגיהים יראי השם פון אנשי שלומינו. און ברוך השם זיי האבן מצליח געווען און מיט גרויס סייעתא דשמיא איז ארויסגעקומען א ספר העכער ערווארטונגען, א הערליכע געשמאקע ספר וואס ליינט זיך פליסיג כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און עס ברענגט ארויס קלאר די עצות און חיזוק וואס איז גרייט מען זאל דאס אימפלימענטירן טאג טעגליך הלכה למעשה. &nbsp; עס קומט א גרויסע ישר כח פאר די פילע וואס האבן צוגעהאלפן בטירחא ובממון, פאר הר"ר אהרן שלעזינגער שליט"א מיט זיינע חשובע שותפים די שטאב וואס האבן געשריבן, אויסגעשטעלט, מגיה געווען, און אלעס געטון מיטן גאנצן הארץ, זיך אוועקגעגעבן טעג און נעכט פאר די הצלחה פון דעם ספר. און פאר הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט אפגעקויפט דעם "זכות מהדורה", לע"נ זיין אומפארגעסליכן שווער הרה"ח ר' מנחם מענדל בן הר"ר יושע ווייס ז"ל וואס איז נישט לאנג אוועק פון דער וועלט, און וועט דערפאר טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדורת וועבערמאן." &nbsp; מ'קען נאך האבן די זכיה איינצוקויפן זכותים נצחיים אין דעם הייליגן ספר וואס אנטשפרעכט צו ראטעווען דורות, און אוועקשטעלן אידישע שטובער אויף שטארקע און קראנטע יסודות, וואס דער זכות איז אומשאצבאר. מ'קען קויפן די זכות פון א פרק פאר טויזנט דאלער, נאר נאך עטליכע פרקים זענען נאך אוועילעבל, צום ווייניגסטענס זאל מען קויפן א זכות אינעם ספר, וואס ווערט פארקויפט פאר בלויז $500. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט מען זאל קענען ארויסגעבן בקרוב דעם ספר וואס וועט באלייכטן די וועלט 347-578-4449 &nbsp;

    < זעה מער כו חשון תשפ"ה 📝
  • וואו געפונט זיך דער בנין פון "איש חסיד היה"?

    שאלה: אינעם זמר "איש חסיד היה" ווערט פארציילט איבער א בנין וואס איז אויפגעבויעט געווארן איבערנאכט, וואו געפינט זיך דער בנין? &nbsp; ענטפער: מיר זענען גליקליך און פרייליך אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק און מעודד מיר זאלן זיין פשוט'ע אידן, דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר אידישקייט איז פשוטת יהודות אזוי ווי זינגען זמירות. &nbsp; אינעם זמר איש חסיד היה ווערט פארציילט אן אינטערעסאנטע געשיכט פון אן ערליכער איד וואס האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן עסן און קליידונג פאר זיין ווייב און פינף קינדער, זיין ווייב האט אים געזאגט אז מען קען שוין ווייטער נישט אנגיין, עס איז שוין נישטא קיין ברויט צו עסן, ער האט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, און ער האט זיך געשטארקט מיט אמונה און בטחון. ער האט אבער געפרעגט זיין ווייב "וויאזוי קען איך זיך ארויסלאזן אויפן וועג, איך האב נישט קיין שום לייטיש בגד אנצוטון, און מיר האבן נישט אפילו א פרוטה צו די האנט"? די פרוי איז שנעל אריבער צו די שכנים און אים געבארגט שיינע פאסיגע קליידער, און איז ארויס זיך פארלאזענדיג אויפן אויבערשטן וואס האט אונז ליב. דערווייל האבן די קינדער אינדערהיים אויך מתפלל געווען צום אויבערשטן "באשעפער פארלאזן נישט אונזער פאטער, פארשעם אים נישט". &nbsp; דער איד איז ארויס אויפן גאס מיט א שטארקע האפענונג צום אויבערשטן, און אט זעט ער אליהו הנביא קומט אים אנטקעגן, אליהו הנביא זאגט אים "דער אויבערשטער האט צוגעהערט דיינע תפלות, און דו גייסט היינט נתעשר ווערן, רוף אויס אין גאס אז איך בין דיין קענכט, און שריי אויס ווער וויל קויפן א קנעכט וואס איז נישטא זיינס גלייכן". דער חסיד האט געטראכט צו זיך "וויאזוי קען מען אויסדרייען די יוצרות, א קנעכט זאל פארקויפן זיין האר"? אבער אליהו האט זיך געמאכט ווי גלייך ער איז דעם חסיד'ס קנעכט. א ביזנעסמאן איז דורכגעגאנגען און דער "קנעכט" איז אים געפאלן, און האט אים געקויפט פאר אכט הונדערט טויזענט גאלדענע רענדלעך. &nbsp; דער סוחר פרעגט אליהו, "וואס קענסטו? וואס זענען דיינע טאלאנטן? ביסט א קאנטראקטער? קענסט בויען פאלאצן? אויב קענסטו מיר ענדיגן מיין פאלאץ ביסטו באפרייט"! &nbsp; נאכן ערשטן טאג ארבעט, האט אליהו הנביא געבעטן דעם אויבערשטן ביינאכט ביי חצות "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך האב מיר פארקויפט פאר א קנעכט נאר פאר דיין כבוד, און נישט פאר מיינעטוועגן, באשעפער ענדיג דו דעם בנין". דער אויבערשטער האט צוגעהערט די תפלה פון אליהו הנביא, און דער אויבערשטער האט געשיקט מלאכים פון הימל, און ביז אינדערפרי איז דער גאנצער פאלאץ געווען פארטיג. &nbsp; דער סוחר איז געווען זייער פרייליך צו זען אז זיין פאלאץ איז אזוי שנעל און גוט פארטיג געווארן. און אליהו הנביא האט געזאגט פארן סוחר, "געדענקסט וואס דו האסט מיר נעכטן געזאגט? דארפסט מיר באפרייען, אזוי האבן מיר אפגעמאכט". דער סוחר האט צוגעשטימט, און אליהו הנביא דער "איש האמת" איז אוועקגעפלויגן. &nbsp; עס זענען דא וואס זאגן אז דער בנין געפונט זיך אין פיזא, איטאליע, דער באקאנטער "שיפער טורעם", אנדערע זאגן אז דאס קען נישט זיין ווייל דאס איז א שמייליגער קריסטליכער בנין. עס זענען דא וואס זאגן נאך פון צדיקים אז דער געביידע איז אין "פאדאווע" איטאליע, מיר האבן געמאכט א גאר גרונטליך אויספארשונג און דערגאנגען מיט א זיכערקייט וואו דער בנין געפונט זיך. &nbsp; לאמיר אריינקוקן אין די ווערטער פונעם זמר, און זען וואו דאס וועט אונז פירן. דער איד לערנט תורה מיט גרויס הצלחה, ער פארלאזט זיך אויפן אויבערשטן, ער רעדט שיין צו זיין ווייב, ער האט אמונת צדיקים, ער בעט דעם אויבערשטן ער טענה'ט זיך מיט'ן אויבערשטן, און אזוי איז דער בנין געבויעט געווארן, אזוי האט ער מצליח געווען און געטראפן זיין ישועה. אויב אזוי ווייסן מיר שוין וואו דאס געפינט זיך. דער בנין געפונט זיך ביי דיר, אין דיין שאנק ליגט א חומש? לאז עס נישט זאמלען שטויב, דארט ליגט דער בנין. האסט א מויל, עפן עס אויף, בעט דעם אויבערשטן אז זאלסט קענען זאגן א ווארט צו אים. און אזוי ווייטער, זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן, אמונת חכמים, דארט ליגט דער בנין, דארט ליגט אונזער עשירות בזה ובבא.

    < זעה מער כה חשון תשפ"ה 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך אויף חנוכה

    אין די קאלטע ווינטער נעכט קומט אראפ דער אור די הייליגע חנוכה נעכט וואס איז לילה כיום יאיר, עס באלייכט דעם גאנצן ווינטער. &nbsp; אין די לאנגע קאלטע ווינטער נעכט, ווען עס קען זיך דאכטן פאר א מענטש אז עס איז טונקל, שיינט אראפ דער ליכטיגער אור פון חנוכה וואס מאכט לילה כיום יאיר, און טוט באלייכן די נשמה, וואס מען נעמט מיט אויף א גאנצע יאר. &nbsp; לכבוד די הייליגע טעג האט דער קרן הדפסה ווידער איבערגעדרוקט א גרויסע צאל פון דעם הערליכן קונטרס "סדר הדלקת נר חנוכה". דער קונטרס באשטייט פונעם סדר הדלקת נרות, מיט אלע מזמורים, פיוטים און מנהגים, לויט ווי מוהרא"ש זי"ע האט איינגעפירט. צוגעלייגט דערצו שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער מלוקט פון פילע הייליגע ספרים, וואס רעדן פון די גרויסקייט פון די הייליגע מצוה פון אנצינדן חנוכה ליכט. די קונטרס וועקט אויף א מענטש אויסצונוצן די גרויסע עת רצון בשעת די חנוכה ליכט ברענען, צו פועל'ן גרויסע ישועות אין אלע ענינים. &nbsp; אין דעם קונטרס קען מען אויך טרעפן ווארעמע און הארץ-אויפענדע תפילות אויף פילע ענינים: קינדער, נחת, שידוכים, פרנסה און נאך. די תפילות, געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע, זענען ספעציעל צוגעפאסט צו זאגן ווען די לעכט ברענען, א צייט וואס די הימלישע טויערן זענען אפן. &nbsp; דער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז זייער פאפולער צווישן אנשי שלומינו, און ווערט צוכאפט יעדעס יאר. לעצטנס איז עס איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע אותיות מאירת עינים, וואס איז זייער געשמאק צו נוצן. &nbsp; מען קען יעצט קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" אויף אונזער וועבסייט און עס וועט אנקומען דירעקט צום טיר. ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט! באשטעלט שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען בעפאר חנוכה. &nbsp; לכבוד חנוכה האט מען אויך ארויסגעגעבן אנדערע הערליכע ספרים און קונטרסים: "חנוכה שמח" אויף לשון הקודש: איז מחזק איבער די גרויסקייט פון נר חנוכה און וויאזוי אויסצונצן די הייליגע טעג. "נר להצדיק": דער גאנצער סדר הדלקת נר חנוכה מיט הלכות, מנהגים און שיחות אויף לשון הקודש. "ליקוטי תפילות לזמני השנה": תפלות מסודר לויט די זמנים פונעם יאר, ארויסגענומען פון ליקוטי תפילות פון רבי נתן זי"ע, וואס עפענען דאס הארץ צום אייבערשטן. מתנות לכבוד חנוכה:ווען איר טראכט וואס צו געבן אלס חנוכה מתנה, איז דער "מתנה קארטל" פונעם ברסלב שאפ וועבסייט דער בעסטער אויסוואל. עס איז דער פאסיגסטער מתנה וואס לאזט אייערע נאנטע זיך אליין אויסקלויבן פון די פילע שיינע ספרים און קונטרסים. &nbsp;

    < זעה מער כה חשון תשפ"ה 📝
  • חסידי ברסלב באוויינען די פטירה פון הרב הצדיק ר' שמעון ישראל שפירא זצ"ל

    א גרויסע חלל שפירט זיך ביי ערליכע אידן בכלל און ביי חסידי ברסלב בפרט ווען אין ירושלים איז אוועק הרב הצדיק רבי שמעון ישראל שפירא, א זון פונעם באקאנטן צדיק ר' שמואל שפירא זצ"ל &nbsp; דער נפטר איז געבוירן געווארן אום ערב ר"ח אייר תש"ח, בשעת ווען די ציונים האבן געקעמפט זייער מלחמה קעגן דעם אויבערשטן, זה לעומת זה, אין דער זעלבער צייט איז אראפ געקומען די הייליגע נשמה. &nbsp; בשעת זיין געבורט אין אלט שטאט ירושלים איז דער געגענט געווען אונטער אראבישע קאנטראל, ווען דאס קינד איז געווען בלויז עטליכע טעג אלט האט מען ארויסגעלאזט די פרויען און קינדער, ווען מען איז אנגעקומען אינדרויסן, האט מען געזען אז דער בלענקעט איז ליידיג דאס קינד איז נישטא. ווען פלוצינג קומט צו לויפן א סאלדאט "וועמענ'ס איז דאס קינד", נאך די מלחמה האט זיך משפחת שפירא באזעצט אין די קאטאמאן געגענט אין ירושלים, שפעטער האבן זיי זיך אריבערגעצויגן צו מאה שערים ווי ר' שמעון איז אויפגעוואקסן און געוואוינט אלע זיינע יארן. &nbsp; ר' שמעון האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרה"ח רבי יונה לעבל, א באקאנטע ברסלבע חסיד, מיט וועם ער האט געהאט עטליכע קינדער, נאך איר פטירה האט ער חתונה געהאט א צווייטע מאל און געהאט נאך עטליכע קינדער פון זיין צווייטע רעביצין. &nbsp; דער גרויסער צדיק ר' שמעון איז געווען באקאנט פאר זיין געוואלדיגע שמירת עינים, נישט משיג צו זיין. שבת פלעגט ער ווארטן עטליכע שעה אין שול נישט וועלנדיג ארויסגיין ווילאנג עס ווערט נישט ליידיגער די גאס. &nbsp; זיין דאווענען איז געווען אויסערגעווענליך בדחילי ורחימי, יעדע ברכה האט ער געזאגט מיט כוונה, יעדעס מאל ער האט דערמאנט דעם אויבערשטנס נאמען האט ער עס געזאגט מיט א ברען. מיט מענטשן אבער האט ער זיך געפירט ממש ווי אן איש פשוט, ער האט זיך געפירט ווי ער וואלט געווען דער שמש אין שול, ער האט גערוימט און געהאלפן. מוצאי שבת פלעגט ער צוזאם נעמען די שיריים פון שלש סעודות וואס ער האט פארטיילט פאר נויטבאדערפטיגע &nbsp; ווען ער האט זיך באקענט מיט די ספרים פון מוהרא"ש איז ער געווארן זייער דבוק דערין, ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב גאנצע שעלפס פון ספרי מוהרא"ש אין וועלכע ער פלעגט כסדר לערנען. שפעטער האט ער אנטוויקעלט א גאר שטארקע ידידות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, וועם ער האט זייער מעריץ געווען. ער פלעגט אריבערקומען צום ראש ישיבה שליט"א יעדעס מאל דער ראש ישיבה האט באזוכט אין ארץ ישראל, אזוי אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צום שול אין מאה שערים ווייל ער האט געוואלט טרעפן מיט דעם צדיק ר' שמעון. &nbsp; אין זיין לעבן האט ער זייער אסאך גערעדט פון תורה אזמרה (ליקוטי מוהר"ן סימן רפ"ב). בפרט אין די לעצטע צייט פאר זיין פטירה פלעגט ער חזרן אז עס איז נישטא קיין אנדערע וועג זיך צו האלטן נאר אויב מען פריידט זיך מיט די פשוטע זאכן ווי נעגל וואסער, מיט די בארד און פיאות, נאר אזוי קען מען היינט זיך קריגן מיט די יצר הרע. &nbsp; אין די לעצטע חדשים האט מען ליידער אנטדעקט ביי אים די ביטערע מחלה, און האט גענומען די שווערע טריטמענטס ל"ע, אבער האט זיך ארויסגעכאפט מיט מסירת נפש פארגאנגעם ערב ראש השנה צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבין צווישן איין טריעטמענט און צווייטן. &nbsp; היינט מאנטאג מיטאג איז ער פלוצינג געווארן שוואכער און שוואכער און ביז א קורצע צייט האט ער צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה צום כסא הכבוד אין עלטער פון 76 יאר. &nbsp; די לוי' גייט ארויס היינט נאכט 10:00 פונעם ברסלב'ער שול אויף מאה שערים, פון וואו מען וועט באגלייטן דעם נפטר צום הר הזתים. &nbsp; פאר אונז בלייבט נאר איבער צו ערפילן דעם חלל וואס דער נפטר האט איבערגעלאזט, מיר וועלן זיך פארנעמען לעילוי נשמתו צו היטן אונזערע אויגן, זיך שטארקן אין אמונה פשוטה, דביקות אין צדיקים און אין שמחת המצות. &nbsp;

    < זעה מער כד חשון תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 271 to 285 of 1720 results

1 2 ... 16 17 18 19 20 21 22 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com