Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אמעריקע צייכנט אפ 250 יאר זעלבסטשטענדיגקייט

    נעכטן שבת קודש האט מען איבער גאנץ אמעריקע אפגעצייכנט די באקאנטע "דזשוליי 4" חגא. דאס יאר זענען פארגעקומען ספעציעלע גרויסע פייערונגען און פראכטפולע צערעמאניעס, היות מען צייכענט אפ גאנצע 250 יאר זינט יענעם היסטארישן 4'טן יולי 1776, ווען מען האט דערקלערט די זעלבסטשטענדיגקייט פונעם ענגלישן קעניגרייך.   עס איז אבער אינטערעסאנט צו באמערקן, אז למעשה איז אמעריקע נישט געווארן פאקטיש זעלבסטשטענדיג מיט 250 יאר צוריק; מען האט דעמאלטס בלויז "דערקלערט" זעלבסטשטענדיגקייט. עס האט נאכדעם געדויערט א שיינע פאר יאר פון שווערע מלחמות ביז זיי זענען טאקע געווארן אינגאנצן באפרייט פונעם ענגלישן יאך.   דאס לערנט אונז א געוואלדיגן יסוד אין אידישקייט: אפילו אויב דו פילסט זיך נאך פארשקלאפט צום ס"מ, ער האלט דיך ביים קארג און לאזט דיך נישט אפ, דאך טייערער ברודער, ביסטו שוין זעלבסטשטענדיג!   איינמאל דו האסט דערקלערט מלחמה קעגן דעם ס"מ, ביסטו שוין זעלבסטשטענדיג. זעלבסטשטענדיגקייט מיינט נישט אז דו האסט שוין אינגאנצן געווינען; מען קען נאך האלטן אינמיטן גאר שווערע מלחמות, אבער אויב נאכדעם וואס מען פאלט אראפ שטעלט מען זיך צוריק אויף, איז דאס א סימן אז דו ביסט א צדיק.   דער עיקר איז, לאז נישט נאך פון דיין "דעקלאראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט"; זאג פארן באשעפער: "איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך געב נישט אויף!" – דאס איז די גרעסטע געווינס.   און אז מען רעדט שוין פון זעלבסטשטענדיגקייט, לאמיר עס נעמען למעשה: די אמעריקאנער פייערן יעצט צוויי הונדערט מיט פופציג יאר זעלבסטשטענדיגקייט. לאמיר טאקע זען אויב דו אליינס אין דיין לעבן קענסט זיין זעלבסטשטענדיג!   מיר האלטן יעצט זונטאג פרשת מטות-מסעי, וואס דאס איז די לענגסטע סדרה פונעם גאנצן יאר מיט 244 פסוקים. לאמיר זען צי דו קענסט פייערן צוויי הונדערט פופציג וואכן וואס דו האסט מעביר סדרה געווען שנים מקרא ואחד תרגום, אפילו ווען דער משגיח שטייט דיר נישט איבערן קאפ.   אין ישיבה אלס בחור האסטו אפשר מקפיד געווען צו מעביר סדרה פרייטאג נאכמיטאג זיין ווייל דער משגיח האט דיך געצווינגען און נישט געלאזט גיין עסן פרישטיג ביז מ'האט געענדיגט, אבער יעצט ווען דו ביסט שוין א יונגערמאן נאך די חתונה, שטיי אליינס אויף די פיס!    פארוואס זאלסטו ווארטן ביז פרייטאג, ווען נאר דו מיט'ן אויבערשטן ווייסן דעם אמת צי דו ביסט טאקע מעביר סדרה. קוק אריין אין שלחן ערוך: "מיום ראשון ואילך נקרא עם הצבור" – הייב אן מעביר סדרה צו זיין שוין פון היינט זונטאג. בפרט ווען מ'האט אזא לאנגע סדרה, איז כמעט נישט שייך איבערצולאזן דאס מעביר סדרה זיין אויף ביז פרייטאג.   אויסער דעם איז יעצט א געוואלדיגע געלעגנהייט זיך מיטצוכאפן מיט'ן באן: קומענדיגע וואך הייבט מען אן א נייעם חומש, ספר דברים. כאפ דיך מיט, דו וועסט קענען קומען ראש השנה קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן און זאגן מיט שטאלץ: "רבי, איך האב דיר געברענגט א מתנה לכבוד יום טוב, איך האב מעביר סדרה געווען גאנץ ספר דברים!" וואס דאס איז איז די בעסטע הכנה צו די הייליגע ימים נוראים הבעל"ט.   פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.  

    < זעה מער כ תמוז תשפ"ו 📝
  • ריקאל אויף פארפרוירענע סטראבעריס

    די וואך האבן עטליכע היימישע פירמעס, וואס שטייען אונטער גוטע השגחות, ארויסגעלייגט א וויכטיגע ריקאל אויף פארפרוירענע סטראבעריס וואס שטאמען פונעם לאנד פערו און ווערן פארקויפט אין די פריזערס אין אונזערע גראסעריס. די סיבה פונעם ריקאל איז נאכדעם וואס מען האט ליידער געפונען תולעים אין די פראדוקטן. &nbsp; וויאזוי קען פאסירן אזא זאך ביי א פראדוקט מיט א גוטן הכשר? דער ענטפער איז נישט קלאר, אבער אין די כשרות ליין איז דאס די מציאות: אלעס וואס מען טשעקט פארקויפט מען נישט, און דאס וואס מען טשעקט נישט, פארקויפט מען יא. &nbsp; פארוואס איז דאס אזוי? אויב א קאמפעני נעמט א קאנטעינער פון, לאמיר זאגן, הונדערט טויזנט סטראבעריס, נעמט מען א סעמפל און מען איז בודק נאר איין אדער צוויי פראצענט. אויב די סעמפל איז ריין און גוט, מאכט דאס א חזקה אויף די איבעריגע אז זיי זענען אויך גוט און ריין. די סטראבעריס וואס מען האט יא געטשעקט קען מען שוין נישט פארקויפן, ווייל מען האט זיי שוין געשניטן, צעריבן און געפאטשקעט, ממילא גייען זיי אין מיסט און מען פארקויפט די אנדערע. צוליב דעם קען אפשר טיילמאל פאסירן אזא זאך. די פירמעס האבן ארויסגעשטעלט א מודעה אז מען זאל אראפנעמען פון די שעלווס אלע סטראבעריס פון פערו, און אויב איינער האט עס שוין געקויפט, זאל מען עס צוריקברענגען אין געשעפט פאר א פולן ריפאנד. &nbsp; עסן ווערים איז א הארבע זאך; מען איז עובר אויף עטליכע לאווין, און עס איז חלילה מטמטם דעם מוח. דער רמב"ם שרייבט אז אויב מען עסט ח"ו נישט קיין כשר'ע מאכלים, קען מען נאכדעם ח"ו באקומען קשיות אויף די אמונה. מען טאר זיך נישט אליין פסק'ענען און קויפן מאכלים אונטערוועגנס אין א געז סטעישאן, טראכטנדיג "וואס קען שוין ליגן אין דעם?", ווייל מען קען קיינמאל נישט וויסן אליין וואס פארא אינגרידיענטס די גויים נוצן אין זייערע מאכלים. &nbsp; אין פילע מאכלים און משקאות נוצן זיי בלוט פון באשעפענישן צו מאכן קאלירן, אדער יין נסך. און אפילו ווען עס זענען דא בלויז כשר'ע אינגרידיענטס, קען עס זיין געקאכט אדער געווייקט אין טריפה'נע כלים, וואס מאכט אלעס טריפה. &nbsp; אויב איינער וויל עסן פרישע סטראבעריס, זאגט דער דיין שליט"א קען מען נוצן געשיילטע סטראבעריס, וואס אויף דעם איז נישטא קיין שום שאלה. אפילו ביי פרישע סטראבעריס אן קיין שום הכשר, אויב מען שיילט זיי אפ און מען שווענקט זיי גוט אויס, קען מען זיי רואיג עסן. &nbsp; אז מען רעדט שוין פון כשרות, האט דער דיין אונז אנצומערקט א זאך וואס נישט יעדער ווייסט: אז פרישע קארן (קארן אויפן קאב) איז פיל מיט ווערים. אינעווייניג צווישן די ציינדלעך געפינען זיך מייטס, טריפס און אנדערע מיני שרצים, און מען טאר דאס נישט עסן אזוי ווי עס איז. דער דיין שליט"א, האט געזאגט אז אויב מען וויל עסן פרישע קארן, דארף מען אראפשניידן די קערלעך פונעם שטאם, עס אפוואשן אונטער א שטארקע שטראם פון וואסער העכער א זייער, און נאר אזוי מעג מען דאס עסן. &nbsp; בעיבי קארן, אדער רעגולער קארן אין קענס, אדער קארן-און-די-קאב אין די פריזער מיט א פארלעסליכע הכשר, קען מען בעז"ה רואיג עסן, אבער פרישע קארן איז פיל מיט תולעים. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ו 📝
  • אפדעיטס פון אומאן ראש השנה תשפ"ז מיט "נסיעה טרעוול"

    אין א שמועס אויף דער באקאנטער "ברסלב'ער ברידער" אפטיילונג אויף קול ברסלב &ndash; אנגעפירט דורך די ברידער הר"ר יואל און הר"ר אברהם הערש וועבערמאן &ndash; האבן זיי ארויפגעברענגט דעם טרעוול מומחה מאנשי שלומינו מו"ה אלי קנאל, דער אייגנטומער פון דער בארימטער "נסיעה טרעוול" אגענטור, איבערצוגעבן די לעצטע אינפארמאציע איבער דער בעפארשטייענדער נסיעה צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ז. &nbsp; ר' אלי פארציילט אז "נסיעה טרעוול" האט ארויסגעשטעלט 17 פארשידענע גרופ-רעזערוואציע אפציעס פארן ציבור. די אפציעס נעמען אריין פארשידענע רוטס, אריינגערעכנט מאלדאווע, קראקע, ריישע און נאך, כדי יעדער זאל קענען טרעפן דעם פאסיגסטן און באקוועמסטן וועג. &nbsp; אויסער דעם פארציילט ער, אז מען ארבעט יעצט אין גרויסן צו צוזאמענצושטעלן &ndash; אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן &ndash; א טשארטער פליגער ספעציעל פאר אנשי שלומינו. דער פלאן איז, זאגט ער, ארויסצופארן דינסטאג שפעט ביינאכט, כדי מען זאל קענען ארויספארן רואיג פונעם שטעטל נאכ'ן לייגן די קליינע קינדער שלאפן, און צוריקצוקומען מוצאי צום גדליה. דער טשארטער וועט בעז"ה פליען דירעקט קיין פוילן (ריישע), און פון דארט וועט מען אי"ה פארן מיט א באן קיין אוקריינע. ר' אלי האט אנגעמערקט אז מ'ארבעט נאך אויף די לעצטיגע פרטים, וויבאלד ער צילט עס צו מאכן וואס ביליגער, און ער האפט ארויסצוקומען מיט קלארע אינפארמאציע גאר בקרוב בס"ד. &nbsp; מען קען זיך פארבינדן מיט די פירמע פאר סיי וועלכע שאלות אדער צו מאכן רעזערוואציעס אויף זייער וועבסייט NesiaTravel.com, אדער דורכן טעלעפאן ביי 845-444-8785. אין א זייטיגע נאטיץ זאגט ער גוטע נייעס פאר די וואס האבן נישט דאס גאנצע געלט יעצט, אז זיי קענען באשטעלן א טיקעט מיט בלויז א דעפאזיט און עס אויסצאלן מיט פעימענטס ביז חמשה עשר באב. &nbsp; היי יאר - זאגט ר' אלי' - האט מען נאך א מעלה: וויבאלד ראש השנה קומט נישט אויס גלייך פאר שבת, איז נישטא אזא פרעשור שוין צוריקצוקומען. דאס גיט די מעגליכקייט פאר די וואס קענען אויסווארטן אויף א טאג נאך צום גדלי', ווען מען קען באקומען טיקעטס פאר בעסערע פרייזן. &nbsp; ר' אלי דערמאנט אז ער ערווארטעט אז פונקט ווי יעדעס יאר, וועלן אין די קומענדיגע צוויי חדשים כסדר ארומגיין שמועות אין די מידיע אז "מען וועט נישט קענען פארן" צוליב די מלחמה אדער אנדערע סיבות. אבער מען דארף זיך נישט דערשרעקן פון די אלע זאכן; מיר זענען שוין געוואוינט אז דאס געשעט יעדעס יאר. דאס זענען געווענליכע "מניעות" וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אנצודרייען כדי אפצוהאלטן אידישע קינדער פון קומען צום רבי'ן, אבער בדרך הטבע זעט נישט אויס אז עפעס זאל זיך טוישן, און מען וועט בעזרת השם קענען געהעריג פארן. &nbsp; צום שלוס איז זייער וויכטיג ארויסצוברענגען, אז כאטש "נסיעה טרעוול" שטעלט כסדר צו אינדיווידועלע טיקעטס אויסער די גרופ טיקעטס &ndash; וואס דאן זענען די אפציעס אומצאליג און מען קען צושטעלן פאר יעדעם פונקטליך דאס בעסטע וואס ער זוכט &ndash; איז דאך כדאי צו געדענקען וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלעמאל, אז עס איז וויכטיג צו פארן אינאיינעם מיט א ציבור און מיט ערליכע חברים. ווען מען פארט אינאיינעם איז מען מער אפגעהיטן, און די נסיעה איז מיט מער יראת שמים; מען דארף זיך שטארק היטן חס ושלום נישט צו פארן מיט לצים. דעריבער איז שטארק ראטזאם אז אפילו אויב מען רעזערווירט א "קאסטום" טיקעט, זאל מען זיך צוזאמעננעמען עטליכע חברים און קויפן די טיקעטס אינאיינעם. &nbsp; כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ו 📝
  • געהויבענער באזוך פון הרה"ג ר' שלמה ברוך בלוי שליט"א אין בנין פון קרן הדפסה

    דעם פארגאנגענעם מיטוואך פרשת פנחס, האבן די מיטארבעטער און עוסקים במלאכת הקודש אינעם "בית הדפוס" אין קרית ברסלב ליבערטי געהאט די זכיה אויפצונעמען א חשוב'ן גאסט, הרב שלמה ברוך בלוי שליט"א &ndash; דער 'בעל מגיה' פון אלע ספרי מוהרא"ש זי"ע. הרב ר' שלמה ברוך איז געקומען צום באזוך אינאיינעם מיט'ן איבערגעגעבענעם הרב יואל הכהן ראזענבערג שליט"א, דער מייסד פונעם בית הדפוס און דער נדבן פונעם בנין פונעם בית הדפוס; ער האט געוואלט האבן די געלעגנהייט מיטצולעבן פון נאנט די ווירטשאפט פונעם בית הדפוס, דער פאבריק וואס פארשפרייט אמונה איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; פאר די וואס ווייסן נישט, הרב ר' שלמה ברוך שליט"א איז שוין מוסר נפש פאר לאנגע יארן מיט אן אומגעהויערע איבערגעגעבנקייט פאר די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע. ער האט פיל עדיטעד, איבערגעקוקט, פארראכטן די דקדוק, און מסדר געווען די ניקוד אויף פילע פון מוהרא"ש'ס ספרים. &nbsp; איידער זיינע צייטן זענען די ספרים געווען אן קיין ניקוד. ווער עס האט עס שוין אמאל געזען, קען היינט קלאר זען דעם גרויסן חילוק. אלע נייע מהדורות פון "אשר בנחל", די תוספתא וואס דער בית הדפוס האט געדרוקט, אזוי אויך דער ספר "חיי מוהרא"ש" און נאך פילע אנדערע ספרים, קומען היינט ארויס אזוי הערליך און פראכטפול. עס קומט זיך אים א גרויסע הכרת הטוב פאר זיין אומערמידליכער ארבעט און מסירות נפש דורכאויס די יארן. &nbsp; ביי זיין באזוך אין בית הדפוס, האט מען געזען אויף זיין פנים א געוואלדיגע שמחה און קורת רוח. ער איז ממש אויפגעלעבט געווארן זעענדיג מיט די אייגענע אויגן ווי זיין שווערע הארעוואניע גייט חס ושלום נישט לאיבוד. גייענדיג צווישן די שעלווס, האט ער באמערקט פילע פון די ספרים און קונטרסים אויף וועלכע ער האט אזוי שווער געארבעט, ווי זיי ווערן היינט איבערגעדרוקט אין גרויסע קוואנטומס און ווערן כסדר באנוצט און פארשפרייט צווישן אידישע קינדער. בפרט האט ער באמערקט די ענגלישע קונטרסים; ווען מיט עטליכע יאר צוריק האט אויסגעזען ווי די קונטרסים זענען שוין אויסגעגאנגען און זענען מער נישטא צו באקומען, און מ'האט זיי כמעט נישט איבערגעדרוקט. &nbsp; אבער דא האט ער געזען ווי מען האט אריינגעלייגט כוחות זיי שיין איבערצופרישן און איבערצומאכן, און זיי ליגן אינעם סטאק, גרייט צו ווערן פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט. דער פאקט אז די קונטרסים אויף וואס ער האט זיך אזויפיל מוסר נפש געווען, ווערן גענוצט, געדרוקט און פארפלייצן דעם מארק, האט אים מורא'דיג מחיה געווען. &nbsp; מיר אלע נעמען ארויס פון דעם א גרויסע התעוררות זיך אויפצופרישן און עוסק זיין אין "הדפסה" און "הפצה". די כוחות וואס א מענטש לייגט אריין אין דרוקן און פארשפרייטן די עצות פונעם הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש זי"ע, איז די בעסטע אינוועסטמענט וואס א מענטש קען נאר מאכן אויף דער וועלט; א זיכערע אינוועסטמענט וואס ברענגט פירות און רווחים סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אונז אלעמאל מעורר זיין צו עוסק זיין אין הפצה, און ער פלעגט אונז שטענדיג זאגן אז דאס פארשפרייטן די הייליגע ספרים איז א געוואלדיגער תיקון פארן נשמה. מיר דארפן זיך שטארקן מקיים צו זיין די צוואה פונעם הייליגן רבין, "עוסק צו זיין אנצוטרינקען ביימער". &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אז הרב רבי שלמה ברוך זאל ווייטער האבן כח, ער זאל זיין געזונט און שטארק, און קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז, און זען ווייטער פירות פון זיין הייליגע ארבעט להגדיל תורה ולהאדירה. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ו 📝
  • שווערע היץ-כוואליע נעמט ארום פילע לענדער

    מיליאנען מענטשן איבער אמעריקע, און אזוי אויך אין פילע טיילן פון אייראפע, מוטשען זיך אין די יעצטיגע טעג מיט א שרעקליכע היץ-כוואליע וואס ברעכט פילע רעקארדס. דער אויבערשטער'ס באדינער, די זון, באקט מיט א מורא'דיגן כח, און די טעמפעראטורן שטייגן גאר הויך ביז די געגענט פון 100 דעגרי פערנהייט (ארום 38 צעלזיוס). רעגירונג אגענטורן ווארענען אז די היץ קען האבן שווערע קאנסקווענצן אויב מען היט זיך נישט דערפון; צום אלעם ערשט טאר מען קיינמאל נישט איבערלאזן א קינד אין א קאר אליינס אפילו פאר איין מינוט, אבער אין אזעלכע וועטערס איז עס ממש א סכנת נפשות. בכלל איז געראטן אין אזעלכע וועטערס צו בלייבן אינעווייניג ווי מער אין קילע צימערן מיט עיר-קאנדישנס, און נישט פארברענגען אינדרויסן אונטער די ברענעדיגע זון מער וויפיל מען מוז. &nbsp; איינע פון די גאר וויכטיגע אנווייזונגען וואס די דאקטוירים געבן איבער, איז אז מען מוז טרינקען אסאך וואסער. אין הייסע וועטער שוויצט מען אסאך און דער גוף פארלירט פליסיגקייט גאר שנעל; אויב מען טרינקט נישט גענוג, קען מען חלילה שנעל ווערן דעהיידרעיטעד (אויסגעטרוקנט). זיי זאגן אן אז מען זאל נישט ווארטן ביז מען פילט שוין דורשטיג, ווייל דעמאלטס קען שוין זיין צו שפעט. בפרט איז דאס אמת ביי קינדער און ביי עלטערע מענטשן, וואס שפירן נישט שטענדיג אזוי שנעל אז זיי זענען דורשטיג. &nbsp; מיר לעבן היינט אויך אין א געפערליכע און שעדליכע רוחניות'דיגע היץ-כוואליע וואס פלאקערט אויף די וועלט. עס ברענט א פייער פון ליצנות, כפירה און מינות. דער סמ"ך מ"ם פארארבעט מעשים אונז אלע אריינצואווארפן אין זיין נעץ פון חלישת הדעת און יאוש, וואס אויב מען איז אויסגעשטעלט דערצו - אפילו בלויז פאר א קורצע צייט - איז עס זייער געפארפול. &nbsp; בפרט דארף מען זיך אכטונג געבן פון "פרומע לצים" וואס מיינען לכאורה נאר גוטס; דער פרומער לץ איז פיל מער געפארפול. זיין גרויסער קאפל, זיינע סטראקעס און די פרומע גרימאסן קענען זיין בלויז א גרויסע מאסקע. אויב שפעט ער אפ פון א פלאץ וואס ברענגט מיר נענטער צום אויבערשטן, דארפן מיר שטיין גאר ווייט פון אזא מענטש. ווייל "ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות" - איין קליינע מאך מיט די האנט קען מאכן א מענטש, וועמען דער צדיק האט שוין ארויסגענומען פון שאול תחתית און צוריקגעברענגט צום אויבערשטן, אינגאנצן פארגעסן פון אלעס. &nbsp; פון די אנדערע זייט קען אפילו אן אמת'ער ערליכער איד גענצליך אפגעקילט ווערן פון אידישקייט דורך בלויז א ביסל ליצנות; מען קען חלילה פארלירן די גאנצע אמונה, און עס קען אים מאכן קאלט פון דאווענען און לערנען די הייליגע תורה. &nbsp; וואס איז די עצה דערצו? טרינקען וואסער כדי נישט צו ווערן 'דיהיידרעיטעד'. כדי צו בלייבן געזונט און פריש, דארף מען כסדר טרינקען וואסער און נישט ווארטן ביז מען פילט זיך שוין אויסגעטרוקנט, וואס דאן קען שוין זיין חלילה צו שפעט. אפילו ווען עס גייט דיר גוט, מאך דיר א שיעור יעדן טאג אין די הייליגע ספרים פונעם רבי'ן; טרינק פונעם קוואל, פונעם נחל נובע מקור חכמה. לערן א בריוו אין אשר בנחל אדער עצתו אמונה, דאס וועט דיר האלטן פריש און געזונט, דו זאלסט נישט ווערן דיהיידרעיטעד אין היץ כוואליע. &nbsp; ווען א מענטש עפנט אויף א ספר פונעם רבי'ן, א בריוו פון מוהרא"ש, אדער הערט א שיעור פונעם ראש ישיבה, גיסט ער אריין אין זיך פרישע קאלטע וואסער וואס לעבט אויף זיין נשמה. די הייליגע עצות פון אמונה און שמחה היטן אפ דעם מענטש ער זאל קענען ביישטיין די אלע נסיונות, און עס גיסט אריין אין אים א פרישקייט אין עבודת השם. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טז תמוז תשפ"ו 📝
  • קאמפלימענטן און קאמפלעינען

    שאלה: &nbsp; מיין רבי האט גערעדט איבער "קאמפלימענטן און קאמפלעינען", און איך וויל פארשטיין וואס די צוויי ווערטער מיינען. &nbsp; ליפא זאבעל, כיתה ג', קרית יואל ענטפער: &nbsp; צוערשט, פאר די ארץ-ישראל'דיגע ליינער וואס ווילן וויסן דעם פשוט'ן טייטש: דאס ווארט "קאמפלימענטן" מיינט לויבן און אויסרימען, און "קאמפלעינען" מיינט זיך באקלאגן און וויינען אויף א זאך. &nbsp; יעצט צוריק צו דיין שאלה. &nbsp; טייערער ליפא'לע, דו פרעגסט א זייער גוטע שאלה. ביידע ווערטער, "קאמפלעינען" און "קאמפלימענטן", הערן זיך גאנץ ענליך און מען קען טאקע ווערן צומישט צווישן זיי. אבער באמת זענען די צוויי זאכן גאר אנדערע וועלטן; עס איז דא א גרעסערער חילוק צווישן זיי ווי צווישן א מאלפע און א מענטש. &nbsp; א מענטש וואס לעבט מיט קאמפלימענטן קוקט אן יעדע זאך פאזיטיוו און ער איז צופרידן. אזא מענטש פירט א פרייליך לעבן, א לעבן מיט אהבת חינם, ער האט יעדעם ליב און עס איז ממש א מחי' צו זיין אין זיין געזעלשאפט. ער לעבט אבער אויף א גאנץ אנדערן פלאנעט ווי דער וואס קאמפלעינט. א מענטש וואס קאמפלעינט באקלאגט זיך אויף יעדע זאך; ער לעבט נעבעך אין א דמיון-וועלט און מיינט אז יעדע זאך קומט זיך אים. ער האט נעבעך א לעבן פול מיט קריגערייען און שנאת חינם. &nbsp; מיט איין זאך זענען ביידע אייניג: ווען מען פילט אן א גלעזל ביז דער העלפט, זעען ביידע נאר א האלב גלעזל. אבער דער "קאמפלימענטירער" זעט די האלב וואס איז פול, און דער "קאמפלעינער" זעט נעבעך די האלב וואס איז ליידיג. &nbsp; חז"ל זאגן אין מסכת אבות (פרק ה' משנה יט): "מה בין תלמידיו של אברהם אבינו לתלמידיו של בלעם הרשע? תלמידיו של אברהם אבינו, אוכלין בעולם הזה ונוחלין בעולם הבא, שנאמר להנחיל אוהבי יש, ואוצרותיהם אמלא. אבל תלמידיו של בלעם הרשע יורשין גיהנם ויורדין לבאר שחת, שנאמר, ואתה אלהים תורידם לבאר שחת, אנשי דמים ומרמה לא יחצו ימיהם, ואני אבטח בך". &nbsp; די משנה שטעלט אוועק א שאלה: "וואס איז דער חילוק צווישן די תלמידים פון אברהם אבינו און די תלמידים פון בלעם הרשע?" עס פרעגט זיך די קשיא: אויב דו וואלסט געפרעגט וואס דער חילוק איז צווישן בלק און בלעם, אדער צווישן תרח און נמרוד, וואלט מען פארשטאנען די שאלה; אבער דו ווילסט וויסן וואס דער חילוק איז צווישן אברהם אבינו, דער צדיק יסוד עולם וואס האט געלעבט מיט'ן אויבערשטן און אונז אויסגעטרעטן דעם וועג פון אמונה צו וויסן אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם באשעפער, קעגן דעם רשע בלעם וואס האט נאר געקענט טון איין זאך &ndash; "שעלטן" און קוקן אויף יעדן מיט א שלעכט אויג? און אויף דעם ווילסטו וויסן "וואס איז דער חילוק צווישן זיי"? &nbsp; נאר דער תירוץ איז, אז א פשוט'ער מענטש וואלט שווער געקענט זען דעם חילוק צווישן בלעם הרשע און אברהם אבינו. חז"ל זאגן (זבחים קט"ז ע"א): "כשניתנה תורה לישראל היה קולו הולך מסוף העולם ועד סופו, וכל מלכי עובדי כוכבים אחזתן רעדה בהיכליהן ואמרו שירה, שנאמר ובהיכלו כולו אומר כבוד. נתקבצו כולם אצל בלעם הרשע ואמרו לו: מה קול ההמון אשר שמענו, שמא מבול בא לעולם? אמר להם: ה' למבול ישב, וישב ה' מלך לעולם, כבר נשבע הקדוש ברוך הוא שאינו מביא מבול". &nbsp; בלעם הרשע איז געווען א גרויסער רבי, ער האט געהאט אסאך חסידים. אין די צייטן פון בלעם, ווען איינער האט גערעדט פון משה רבינו, האט מען אים געזאגט: "איך ווייס נישט צי מען האלט פון אים, בלעם האלט דאך נישט פון אים". נו, וויאזוי קען מען טאקע וויסן ווער עס איז דער צדיק און ווער עס איז דער רשע? דאס זעט מען ביי די תלמידים. &nbsp; דערפאר זאגט די משנה אז ביי די תלמידים קען מען זען דעם חילוק: די תלמידים פונעם צדיק זענען פרייליך מיט יעדע מצוה, זיי זענען "אוכלין בעולם הזה ונוחלין בעולם הבא"; אבער די תלמידים פון בלעם הרשע, זיי קאמפלעינען נעבעך אויף יעדע זאך און זיי שעלטן ווען עפעס גייט נישט גוט, ביי זיי איז נעבעך "יורשין גיהנם ויורדין לבאר שחת". &nbsp; לאמיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין פון די תלמידים פון אברהם אבינו, צו לעבן א צופרידן לעבן און האבן די וועלט און יענע וועלט; און מיר זאלן אנטלויפן פון די תלמידים פון בלעם הרשע, וואס האבן נעבעך גארנישט &ndash; נישט די וועלט און נישט יענע וועלט. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טז תמוז תשפ"ו 📝
  • עלעקטערישע ווינט טורביינס

    שאלה (דורכ'ן טעלעפאן): &nbsp; א גוטן, דא רעדט ליפא איינהארן. &nbsp; איך האב א שאלה: וואס זענען די גרויסע פענס וואס מ'זעט אויף די הייוועיס ווען מ'פארט קיין אומאן? עס זענען דא ריזיגע פענס וואס דרייען זיך זייער שטאט, און איך וויל וויסן וואס דאס איז. יישר כח. ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; יישר כח ליפא'לע פאר דיין שיינע שאלה. &nbsp; מיר האבן טאקע שוין געהאט אן ענליכע שאלה אין אונזער קאלום מיט בערך א יאר צוריק. מיר האבן דאן ערקלערט אז די מאשינען זענען נישט קיין פענס, נאר דאס רופט זיך ווינט טוירביינס. דאס זענען מאטארן וואס פראדוצירן עלעקטרישע קראפט דורך דעם וואס דער ווינט בלאזט אויף זיי און דרייט זיי. &nbsp; לאמיר יעצט אריינגיין אביסל טיפער אינעווייניג אין דעם טוירביין און זען וואס דארט טוט זיך, און וויאזוי די עלעקטריציטעט ווערט פראדוצירט. הויך אויפן שטאנג וואס האלט די ריזיגע פליגלען (בלעידס), געפינט זיך א מאשין וואס רופט זיך א דזשענערעיטאר. ווען מען דרייט אזא מאשין, פראדוצירט עס עלעקטריציטעט. &nbsp; אינדרויסן זענען די פליגלען צוגעטשעפעט אויף א ספעציעלן אופן, אז ווען עס בלאזט א שטארקע ווינט, שטיפט דער ווינט די פליגלען זיי זאלן זיך דרייען, און זיי דרייען דעם אינערליכן דזשענערעיטאר - און אזוי ווערט כסדר געשאפן פרישע עלעקטרישע קראפט. &nbsp; מען פרובירט געווענליך צו לייגן די טוירביינס אין אפענע פעלדער וואו עס בלאזן כסדר ווינטן. אנשטאט די ווינטן זאלן סתם בלאזן אין די וועלט אריין, שטעלט מען דארט אוועק אזא טוירביין וואס נעמט ארויס א שטארקע נוצן פונעם ווינט, כדי זיין כח זאל נישט גיין לאיבוד. &nbsp; פונדערווייטנס קען עס אויסקוקן ווי זיי דרייען זיך זייער שטאט, אבער דער אמת איז אז זיי דרייען זיך גארנישט אזוי פאמעליך. נאר וויבאלד די פליגלען זענען אזוי ריזיג (אסאך מאל איבער 300 פיס לאנג!), זעט עס פשוט אויס פאר די אויגן ווי זיי רוקן זיך שטאט. באמת האבן זיי א מורא'דיגן כח; יעדע אזא טוירביין קען פראדוצירן עלעקטרישע קראפט און מאכן ליכטיג פאר טויזנטער שטיבער. &nbsp; דער הייליגער רבי זאגט אונז (אין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ס"ו) אז יעדער פון אונז קען אויסנוצן די ווינטן צו באקומען קראפט. אסאך מאל ווען א מענטש פרישט זיך אויף און ער וויל פריש אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, אדער ער וויל פארן צום הייליגן צדיק וואס וועט אים אויסלערנען וויאזוי צו דינען השי"ת, וועלן פלוצלינג אנהייבן בלאזן שווערע ווינטן און עס וועלן ארויסוואקסן שטיינער אין וועג, וואס וועלן אים מאכן מניעות און חלישות הדעת. &nbsp; איז וויכטיג צו וויסן אז די ווינטן בלאזן נישט סתם אזוי "פאר פלעין", נאר עס איז דא א פונקטליכע סיבה דערפאר. דער רבי לערנט אונז דעם וויכטיגן כלל: "כְּשֶׁיֵּשׁ מְנִיעָה לְאָדָם הַחֵשֶׁק מִתְגַּבֵּר בְּיוֹתֵר" - די מניעות זענען נאר געמאכט אנצורייצן דעם מענטש ער זאל נאך מער וועלן, און נאך מער בעטן דעם אייבערשטן. &nbsp; דו קענסט אויסנוצן די התנגדות און די טשעלענדזשעס זיך צו שטארקן. ווען דו דרייסט זיך אויס צום אייבערשטן און בעטסט אים אז דו זאלסט באקומען כח איבערצוקומען די מניעות, ווערסטו ווי א ווינט טוירביין; דו וועסט זיך שטארקן און ארויסגעבן אזוי סאך ליכטיגקייט, אז נישט נאר עס וועט דיר אליינס ווערן ליכטיג, נאר דו וועסט נאך קענען אריינשיינען די ליכטיגקייט פון אמונה אין טויזנטער אידישע שטיבער! &nbsp; לאמיר אויסנוצן די געלעגנהייט צו בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן איבערקומען אלע מניעות, און מיר זאלן קענען אנקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה גרינגערהייט. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יד תמוז תשפ"ו 📝
  • נייע 'טעג' אפיס עפנט זיך בקרוב אין שטעטל

    קרית ברסלב &mdash; א מורא'דיגע בשורה טובה ווערט איצט געמאלדן פאר די איינוואוינער פונעם שטעטל: נאך א לאנגע צייט ווארטן קומט ענדליך צו אן ענדע די פילע שוועריקייטן וואס מען האט געהאט ביים פילטערן די טעלעפאנען און קאמפיוטערס. די גוטע נייעס איז אז די באקאנטע 'טעג' ארגאניזאציע עפנט אן אפיציעלן לאקאציע אינעם שטעטל, וואס וועט זיכער ברענגען א גרויסע הרחבת הדעת פארן גאנצן ציבור. &nbsp; די פריידיגע נייעס איז געמאלדן געווארן אויף א ספעציעלן אינטערוויו וואס איז אפגעהאלטן געווארן אויף "קול ברסלב" צווישן דעם מנהל התלמוד תורה, הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, און דעם מנהל הישיבה, הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א. &nbsp; ווי דער מנהל ר' אברהם משה האט ארויסגעברענגט ביי די שמועס, פלעגט מען אים כסדר אפשטעלן און בעטן עצות אין דעם ענין. די עיקר שוועריקייט איז געווען אז זייענדיג דא ווייט אין אפסטעיט, האט יעדע פשוט'ע געברויך פון פילטערן א פאון אדער א קאמפיוטער געפאדערט אסאך צייט און כוחות, און מען האט געדארפט מאכן לאנגע נסיעות קיין קרית יואל. זייער אפט מאל נאכ'ן קויפן א נייע פאון, צי אנליין אדער ערגעץ אנדערש, איז עס געבליבן ליגן אין א זייט אומבאנוצט פאר א לאנגע צייט, פשוט ווייל עס איז געווען צו שווער אנצוקומען צו א פילטער סערוויס. &nbsp; דער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן בערך א יאר צוריק. ר' אברהם משה פארציילט אבער, אז ער האט אנגעהויבן ארבעטן דערויף מיט פיל מער ענערגיע ווען ס'איז לעצטנס געווארן די גרויסע אויפוואכונג איבער עי-איי (AI), וואס דאס האט געברענגט פרישע שאלות פון עלטערן וועלכע סארט פאונס זענען אויסגעהאלטן. מיט די הילף פון ר' יודל פעלדמאן, וועלכער פלעגט ארבעטן פאר 'טעג' אין לייקוואוד פאר ער האט זיך אריבערגעצויגן צום שטעטל, האט מען אנגעהויבן ארבעטן צו ברענגען 'טעג' אהער. &nbsp; ער האט זיך א לאנגע צייט געמוטשעט צו קענען אויפסעטן א מיטינג מיט הרב גאטליעב, דער גרינדער און פירער פון 'טעג', וועלכער איז א גאר פארנומענער מענטש. ענדליך דעם דאנערשטאג, פרשת חקת-בלק, איז פארגעקומען די אסיפה אינעם שטעטל. דער גרינדער פון טעג, הרב גאטליעב, איז פערזענליך אראפגעקומען אינאיינעם מיט זיין געהילף; די אסיפה מיט פילע פון אנשי שלומינו איז פארגעקומען אינעם שטוב פונעם חבר ההנהלה, הר"ר מרדכי אהרן האלפערן. &nbsp; הרב גאטליעב האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די ווארעמקייט פונעם ציבור אינעם שטעטל, וויאזוי דער עולם וויל עס און זוכט עס אליינס. צווישן אנדערע האט ער זיך אויסגעדרוקט: "אן א פילטער האסטו נישט קיין בחירה; 'טעג' איז דא פשוט דיר צוריקצוגעבן דיין בחירה." ער האט צוגעגעבן אז עס איז אים א געוואליגע שמחה צו זען ווי אינעם שטעטל קומט דער פארלאנג פאר פילטערס פונעם ציבור אליינס, וועלכע הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און פארשטייען די וויכטיגקייט פון זיין אפגעהיטן, דעריבער איז נישטא קיין סיבה צו מאכן תקנות. &nbsp; ס'איז באשלאסן געווארן ביים מיטינג אז ס'גייט זיך עפענען אן אפיציעלע 'טעג' אפיס דא אין שטעטל בעז"ה. מען שטעלט אויף א שיינע, מכובד'יגע לאקעישאן &ndash; נישט סתם א ווינקל אין ביהמ"ד אדער אין א בעיסמענט &ndash; נאר א געהעריגע סטאר וואס וועט זיין אפן מיט קלארע שעות, כדי ס'זאל זיין באקוועם און צוגענגליך פארן גאנצן ציבור. ר' מרדכי אהרן האלפערן הי"ו האט ברייטהארציג מסכים געווען צוצושטעלן דעם שטח ביי זיין פעקטארי, און מען האפט עס צו עפענען ממש בקרוב. &nbsp; דער נייער צענטער וועט דינען סיי פאר פילטערינג און סיי פאר אינפארמאציע. מען וועט דארט בעז"ה קענען באקומען הדרכה און גוטע עצות נאך בעפארן קויפן א סעלפאון, א היים פאון, אדער אנדערע טעכנאלאגישע דיווייסעס; צו וויסן וועלכע כלי מען דארף פילטערן, וועלכע מען קען פילטערן, און וואס ס'איז די בעסטע לויטן מצב. דאס וועט בעז"ה שפארן אסאך אידיש געלט און פארמיידן עגמת נפש. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א, וועלכער האט שטארק געשטופט מען זאל עפענען דעם אפיס, האט זיך אויסגעדריקט מיט גרויס שמחה הערנדיג די נייעס. מען ערווארטעט בקרוב צו הערן די בשורה אז דער אפיס איז שוין אינגאנצן אפן צום צופרידנהייט פונעם גאנצן ציבור. &nbsp; בשם ה' נעשה ונצליח! &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יג תמוז תשפ"ו 📝
  • אנגעהויבן די ארבעט צו ברענגען שטאטישע וואסער צום קאמפלעקס אין אומאן

    אומאן - דער הייליגער ציון וואו דער הייליגער רבי האט אויסגעוועלט צו ליגן - איז א פלאץ וואס ברענגט ארויף שטארקע געגועים יעדעס מאל מ'דערמאנט נאר דעם נאמען פון די שטאט. מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די גרויסע תיקונים וואס דער רבי טוט דארט מיט אונז, מיר פאלגן נאר דעם רבי'ן מיט א תמימות און פשיטות. אבער יעדער איד וואס האט נאר אמאל געהאט די זכיה צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה דארף שוין אפילו נישט קיין ראיות; מ'שפירט ממש ווי מ'קומט ארויס נאך ראש השנה מיט א פרישע התחדשות. "אני נהר המטהר מכל הכתמים", דער רבי וואשט אונז אפ, און מ'באקומט פרישע כוחות צו קענען לעבן מיט אמונה און שפירן דעם אויבערשטן. &nbsp; אז מ'קומט צום רבי'ן, דארף מען דאך האבן אלע גשמיות'דיגע הצטרכות'ער אויכעט. דער רבי האט זיך טאקע אויסגעדרוקט: "יא געגעסן, נישט געגעסן, יא געשלאפן, נישט געשלאפן, אבער צו מיר דארף מען קומען אויף ראש השנה", אבער פונדעסטוועגן מעג מען דאך אויך מקיים זיין דעם "יא געגעסן, יא געשלאפן, יא געדאווענט". דערפאר זענען די עוסקים במלאכת הקודש פארנומען א גאנץ יאר אויפצובויען און אויפהאלטן דעם קאמפלעקס, און עס צו פארגרעסערן און פארבעסערן לויט'ן געברויך. &nbsp; עס קומט יעצט אריין פרישע און פריידיגע נייעס פון די הנהלה פונעם אומאן בנין, אז מען האט זיך אונטערגענומען א מאסיווען נייעם פראיעקט וואס גייט אפקאסטן אסטראנאמישע סכומים &ndash; ארום א פערטל מיליאן דאלער &ndash; מיטן ציל צו ברענגען שטאטישע וואסער דירעקט צום בנין. ביז היינט צו טאגס האט זיך דער בנין באנוצט מיט אייגענע קוועלער (וואסער-פאמפס), א זאך וואס אליין האט שוין אפגעקאסט ריזיגע געלטער דורכאויס די יארן. &nbsp; כדי צו פארשטיין די וויכטיגקייט פון דעם שריט, דארף מען פארשטיין דעם מצב וואס האט געהערשט ביז יעצט און די שוועריקייטן וואס דאס האט מיטגעברענגט. ערשטנס, האבן די קוועלער נישט שטענדיג געקענט נאכקומען די נויטיגע קוואנטיטעט וואסער פארן עולם. יעדער געדענקט נאך די עגמת נפש אין די יארן ווען עס איז נישט געווען גענוג וואסער, וואס האט פאראורזאכט גרויסע שוועריקייטן. &nbsp; די הנהלה לייגט צו, אז היות מען האלט יעצט ברוך השם אינמיטן בויען נאך א פרישן בנין, קען מען זיך מער נישט פארלאזן בלויז אויף די ביז-יעצטיגע קוועלער. און מיט א בליק אויף פאראויס איז קלאר אז זיך צו באהעפטן צום שטאטישן וואסער סיסטעם איז אן אבסאלוטער מוז. &nbsp; די הנהלה מעלדט אז מען האט שוין געשיקט דעם דעפאזיט אנצוהייבן דעם פראיעקט. און מיר בעטן דעם אייבערשטן אז דער פרישער פראיעקט זאל זיך אויסארבעטן מיט מזל און ברכה, מען זאל עס קענען גרינג באצאלן, און עס זאל טאקע זיין דער ריכטיגער שריט צו האבן בעז"ה גענוג וואסער אויף ווייטער. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות קענט איר רופן אדער שיקן א טעקסט מעסעדזש צו 845-445-7447, אדער שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ו 📝
  • צוויי נייע סופרים קאורט אורטיילן איבער אימיגראציע

    היינט דאנערשטאג פרשת חקת-בלק, האט דער סופרים קאורט ארויסגעגעבן צוויי וויכטיגע אורטיילן איבער אימיגראציע, ביידע מיט א מערהייט פון 6 קעגן 3 ריכטער. ביידע אורטיילן זענען גרויסע זיגן פאר די טראמפ אדמיניסטראציע'ס פאליסיס איבער אימיגראציע. &nbsp; דער ערשטער קעיס באהאנדלט די TPS פראגראם (Temporary Protected Status), וואס ערלויבט מענטשן פון לענדער וואס גייען דורך מלחמות אדער אנדערע קאטאסטראפעס צו בלייבן לעגאל אין אמעריקע פאר א געוויסע צייט. די טראמפ אדמיניסטראציע האט געוואלט ענדיגן דעם פראגראם, וואס וואלט באדייט אז הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען אין א געפאר פון דעפארטאציע. נידעריגערע געריכטן האבן דאס פרובירט אפצושטעלן, אבער דער סופרים קאורט האט היינט באשלאסן אז דער דעפארטמענט אוו האומלענד סעקיוריטי האט די פולע אויטאריטעט עס אפצושטעלן, און די געריכטן קענען זיך נישט אריינמישן. &nbsp; דער צווייטער קעיס איז איבער מענטשן וואס קומען אן צום גרעניץ און בעטן אריינצוקומען אלס פליטים (אסיילום זוכער), זאגנדיג אז זיי אנטלויפן פון א סכנה אין זייער לאנד. לויטן געזעץ, אויב א מענטש קומט אן קיין אמעריקע, קען ער בעטן "אסיילום". אבער די רעגירונג האט געטוישט די פאליסי און זיי געהייסן ווארטן אין מעקסיקאו; זיי קענען נאר אריינקומען נאכדעם וואס זיי האבן אריינגעגעבן פאפירן פון דארט און עס איז געווארן באשטעטיגט. דער סופרים קאורט האט היינט גע'פסק'נט אז די רעגירונג מעג עס טון. &nbsp; מען וואלט אפשר געקענט דעבאטירן צי עס איז ריכטיג און יושר'דיג, אבער דאס וועט אונז גארנישט העלפן. עס איז טאקע פאסיג מתפלל צו זיין פאר יעדן איד וואס האט אימיגראציע שוועריקייטן אין די יעצטיגע טעג, אז אלעס זאל זיך פאר זיי אויסארבעטן אויפ'ן בעסטן אופן, אבער וואס איז דאס נוגע פאר אונזער טאג-טעגליכן לעבן? &nbsp; אויב מיר טראכטן אריין, זענען מיר אלע פליטים. מיר אנטלויפן פון רדיפות און פון סכנות; מיר זענען אלע "אסיילום זוכער". מיר קומען צום רבונו של עולם, וועלכער נעמט אריין יעדן פליט! &nbsp; דער יצר הרע לאזט דיר נישט אפ? עס וועט דיר גארנישט העלפן צו אנטלויפן צו אן אנדער לאנד, ווייל דער סמ"ך מ"ם לאזט נישט נאך. די עצה איז: אנטלויף צום אויבערשטן, בעט אים ער זאל דיר אננעמען און דיר געבן שוץ. &nbsp; מיר דארפן נישט ווארטן אין מעקסיקאו אז מען זאל אונז דורכלאזן; די טויערן פון הימל זענען אייביג ברייט אפן, פיר און צוואנציג שעה א טאג. &nbsp; לאמיר מאכן זיכער אז אונזער אמת'ע 'סטאטוס' אויבן אין הימל איז שטארק, דורך זיך האלטן פעסט מיט רצון, תפילה, און מעשים טובים! &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער י תמוז תשפ"ו 📝
  • מחנה אילן החיים "להודות" גרייט זיך צום זומער מיט א פרישע חיות

    דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת פנחס הבעל"ט, וועט זיך בעז"ה אנהייבן דער נייער זומער-סעזאן אין מחנה אילן החיים ברסלב. די קינדער קוקן שוין ארויס דערויף מיט גרויס שפאנונג, נאך דעם געוואלדיגן סוקסעס פונעם פאריארדיגן זומער, ווען די קינדער זענען מורא'דיג געשטיגן אין תורה, יראת שמים און מידות טובות. &nbsp; דער נאמען פונעם היי-יעריגן קעמפ איז "להודות", און ארום דעם וועלן זיך אלע אקטיוויטעטן דרייען. דער ראש המדריכים, המחנך הנפלא הר"ר יודל איינהארן שליט"א, וועלכער וועט ווייטער בעז"ה אנפירן מיט די אקטיוויטעטן, איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק נאך א פערזענליכע איבערלעבעניש. &nbsp; פאריאר נאך ראש השנה אין אומאן, איז הר"ר יודל געשטאנען ביים גרעניץ צווישן אוקראינע און פוילן פאר גאנצע צען שעה. עס איז געווען א שרעקליכע שטיפעניש פונעם ריזיגן עולם וואס איז אנגעקומען צום גרעניץ, פיל מער וויפיל די גרעניץ-וואך האט געקענט באהאנדלען, און דער מצב איז געווען גאר שווער און אנגעצויגן. האבנדיג צייט צו טראכטן, האט ער זיך דערמאנט די תורה פונעם הייליגן רבי'ן, אז דורך דאנקען דעם אויבערשטן קען מען שפירן א טעם פון עולם הבא. ער האט באשלאסן דארט אויפן ארט אנצוהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים, און דער אויבערשטער האט טאקע געהאלפן און תיכף דעמאלטס האט זיך די ליין אנגעהויבן רוקן, ביז ער איז אריבער דעם גרעניץ בשלום. אזוי איז אים בייגעפאלן אז "להודות" איז א פאסיגע לימוד אריינצולייגן אין די קינדער דעם קומענדיגן זומער. &nbsp; עס איז באקאנט אז קינדער קענען צומאל פיל מער קונה זיין בשעת'ן שפילן ווי ביי א שיעור אין חדר. דערפאר מאכט מען אין קעמפ אילן החיים זיכער בעז"ה אז די קעמפ פראגראמען און אקטיוויטעטן זאלן נישט זיין סתם "רויט קעגן גרין" און דורכשטיפן די צייט מיט נארישקייטן. מען לייגט אריין דעם רבי'נס עצות אינאיינעם מיט'ן פארברענגען, און אפילו אינמיטן שפילן הערט מען ווי קינדער בעטן: "באשעפער, העלף אונזער טיעם זאל געווינען!" &nbsp; דער קעמפ וועט זיין אויסגעשטעלט ווי א דעי קעמפ פאר קינדער פון כתה ד' און ארויף, סיי פאר די קינדער פונעם שטעטל און סיי פאר די קינדער פון שטאט. דער סדר היום וועט זיין אז אינדערפרי וועט פארקומען א המשך צום גאנץ-יעריגן חדר אונטערן איבערגעגעבענעם אויפזיכט פון די געטרייע מלמדים. נאכמיטאג, נאכ'ן לערנען גמרא, חומש און משניות מיט די מלמדים, וועלן די שטאב מדריכים איבערנעמען מיט אקטיוויטעטן, שווימען און געשמאקע פארברענגענס, אלעס אנגעפילט מיט אמונה און יראת שמים. נאך נאכטמאל, ארום 7:30, פארן די קינדער אהיים מיט די באסעס צו זייערע עלטערן אין די הייזער אדער באנגאלאוס. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז מען האט א געלונגענע שטאב פאר'ן קעמפ בראש פונעם ראש המדריכים: הר"ר יודל איינהארן שליט"א, און דער סגן ראש המדריכים: ר' יוסף אפעלבוים. דער לייף-גארד וועט זיין ר' שמשון כהנא. די מדריכים וועלן בעז"ה זיין: כתה ח' - ר' הערשי ברייער; כתה ז' - ר' שמעון ווידער; כתה ה'-ו' - ר' נחמן ברוך יאקאבאוויטש; און כתה ד' - ר' אלימלך עג'מי. &nbsp; פאר די קלענערע קינדער פון כתה ג' און אראפ איז אהערגעשטעלט געווארן א באזונדערע און רייכע פראגראם, וואס וועט פארקומען אינעם גאנץ-יעריגן חדר בנין אויף טשעסטנאט סטריט. &nbsp; די פראגראם וועט ווערן אנגעפירט דורך די איבערגעגעבענע מדריכים ר' מאטי ראזענבערגער און דער סגן מנהל ר' אלי' זעלקאוויטש. צוויי מאל א וואך וועלן די קינדער האבן די געלעגנהייט צו גיין שווימען, און די איבעריגע טעג וועלן זיי האבן שיינע און אינהאלטסרייכע אקטיוויטעטן ארום די ימים טובים. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן אויסנוצן די זומער טעג צו שטייגן בתורה ויראת שמים. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com. &nbsp; &nbsp; קעמפ ניגון, געשריבן דורך הר"ר אליעזר זוסיא ווערטהיימער שליט"א, גבאי היכל הקודש לינדען &nbsp; א גאנצע יאר מיר בענקען שוין דא צו זייןיעדער מיט א שמייכל, דאס פנים שיינטכל הטוב אלעס גוטס, מיר האלטן זיך געשפאנט &nbsp; מיר דאנקען דעם באשעפער גאר אסאךמיר רעדן צום באשעפער אויף אונזער שפראךאוי ווי שיין, אוי ווי גוט, דאס איז די רבינ'ס זאךאה הא הא&hellip; &nbsp; ווי מ'גייט ווי מ'שטייט א פרייליכקייט מ'שפירטאין גן עדן מ'שפאצירטאיך דאנק, דאנק דיר השי"ת &nbsp; חידושים נייע, ס'איז א מחיהקיין איין מינוט פארפאסן טאר איך נישטאלע קינדער פון להודות באחדות שיין מ'שפילטצום אייבערשטן מ'צילטאיך דאנק, דאנק דיר השי"ת &nbsp; איך דאנק ווען ס'איז גוט, איך דאנק ווען ס'איז שווערבאקום איך גוטע זאכן מער און מער

    < זעה מער י תמוז תשפ"ו 📝
  • וואס מיינט קאמפליצירט?

    שאלה: טייערע ר' גרשון קרעמער, איך בין א מלמד אין חדר, איך שיק דיר דא אריין א שאלה פון א טייערן אינגל פון אונזער קלאס ליפא'לע נ"י. ער פרעגט אז ער וויל וויסן וואס מיינט דאס ווארט "קאמפליצירט", קענסט עס ביטע מסביר זיין אינעם בלעטל? &nbsp; דער מלמד - יואל טייטלבוים, קרית יואל &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: א גרויסן ישר כח פאר'ן מלמד מומחה הרב יואל טייטלבוים שליט"א, און פאר'ן תלמיד ליפא'לע נ"י. &nbsp; ערשטנס טייערע ליפא'לע, איך האב הנאה אז דו פרעגסט. דער רבי זאגט אין ספר המידות "הבנים שוטים, כשאביהם כעסן", די פשוט'ע פשט - זאגט מוהרא"ש זי"ע - איז, אז עלטערן זאלן נישט נערוועז ווערן ווען קינדער פרעגן. א קינד איז בטבע א נייגעריגער, ער זעט זאכן, ער הערט זאכן, און אז די עלטערן האבן געדולד און מען רעדט מיט די קינדער, וואקסן זיי אויף בס"ד קלוג און געזונט. &nbsp; דער ענטפער אויף דיין שאלה וואס עס מיינט "קאמפליצירט" איז אזוי: אין פשוטע ווערטער מיינט עס "נישט פשוט". עס זענען דא מענטשן וואס לעבן בתמימות, זיי לעבן מיט פשוט'ע אמונה, פאלגן פלעין די מצוות פון אויבערשטן, זיי ווייסן נישט וואס עס מיינט בכלל "קאמפליצירט". דאס גאנצע לעבן, ווי קאמפליצירט עס זאל נאר נישט זיין, איז ביי זיי פשוט'ער פון פשוט. ביי יעדע זאך איז דא איין און א זייער פשוט'ע עצה: רעדן צום אויבערשטן. &nbsp; איינער וואס פארגעסט נעבעך פונעם אויבערשטן, איז ביי אים די פשוט'סטע זאך קאמפליצירט. דער רבי זאגט אויפן פסוק "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה", אז ווען מען הערט נעבעך נישט אויס דעם צדיק, פעלט נעבעך אמונה, און אלעס איז זייער קאמפליצירט. &nbsp; פשוט רעדן צום אויבערשטן? קען נישט זיין אזוי פשוט! ווילסט מיר זאגן מען קען מתפלל זיין מיט א גארטל, אויף לשון הקודש נאך אלוקי נצור, דאס קען ער נאך הערן. אבער פשוט, נישט קיין חילוק ווען ווער וואו און וויאזוי? פאר דעם דארף מען דעם צדיק, וואס נעמט אוועק יעדע קאמפליקאציע. קענסט רעדן יעצט צום אויבערשטן, אויף דיין שפראך. &nbsp; זאגן די ווערטער פון די גמרא? אזוי פשוט? איך דארף עפעס מער, עפעס העכערס. צווישן מנחה און מעריב קען מען נישט לערנען מיט א חברותא מיט א קובץ מפרשים... אבער אויב מען וועט אויסהערן משה רבינו, וועט דאס לעבן ווערן אסאך מער זיס, וועסט שפירן א טעם אין יעדע ווארט תורה. &nbsp; זאגן א גוט ווארט פאר די ווייב? דאס איז קינדעריש, צו פשוט. שלום בית - מיינט ער נעבעך - איז פארן ערגעץ צו די לבנה (און זיך קריגן דארט...). דער צדיק לערנט אונז אויס: רעד פשוט שיין אינדערהיים, הער איר אויס. וועסטו זען ווי די שכינה וועט רוען ביי דיר אינדערהיים. &nbsp; &nbsp; לאמיר אויסהערן דעם צדיק וועלן מיר נישט וויסן וואס קאמפליצירט מיינט.

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ו 📝
  • פרישער זומער סעזאן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל

    ווי יעדן יאר וועלן די תלמידי הישיבה און פילע משפחות פון שטאט ארויספארן צום שטעטל און אין קעמפ צו וויילן דורכאויס די זומער וואכן. דארט וועט מען אויסניצן די זומער טעג מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון אלע ראיות אסורות, און זיך קונה זיין פילע גוטע זאכן. &nbsp; די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג. אין קעמפ פארברענגט מען נאר מיט די ביימער, דעם הימל און מיט'ן באשעפער; עס איז גארנישט דא פאר די אויגן נאר זיך קונה זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה - דעם יום הדין - מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט דורכאויסן זומער. &nbsp; אלע משפחות וואס האבן שוין געהאט די זכיה מיטצולעבן א זומער אין קעמפ, ווייסן און פילן גאנץ גוט וואס פאר א געוואלדיגע השפעה דאס האט געהאט אויף זיי און אויף די קינדער. מ'אטעמט דארט אמונה, מ'לעבט מיט'ן באשעפער און מ'ווערט נתחזק פון די עצות פונעם הייליגן רבי'ן. נאך אזא זומער שפירט מען זיך ממש ווי מ'קומט ארויס פון אן "אמונה ריהעב"; ס'ווילט זיך פשוט אויסשרייען אין די גאסן: "עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מ'קען האבן אזא זיס לעבן אינאיינעם מיט'ן אייבערשטן!" &nbsp; דער ראש ישיבה האט אמאל ארויסגעברענגט א נקודה: אויב קאנטרי איז אזא געוואלדיגע זאך, פארוואס פארט מען נישט א גאנץ יאר? און אויב פעלט עס נישט אויס, פארוואס דארף מען עס פונקט פאר צען וואכן? נאר מען דארף אנקוקן דאס פארן אין קאנטרי ווי א סארט "ריהעב", וואו מיר קומען אביסל צו זיך פון אלע אנשיקענישן פון א גאנץ יאר, ווען מען האט אפילו נישט קיין צייט ארויפצוקוקן צום הימל, און וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען נאר בילדינגס, געלט און ביזנעס, ביז מען פארגעסט חס ושלום צו טראכטן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. שוין אפגערעדט פון די הייסע זומער טעג, ווען דער יצר הרע ברענט אויף די גאסן און די פריצות איז פשוט אומדערטרעגליג. אין די עטליכע וואכן ערהוילט מען זיך פון דעם אלעם און מען שעפט פרישע כוחות אויף א גאנץ יאר, ממילא איז דאס די בעסטע הכנה צו קענען פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן אויף ראש השנה. &nbsp; יעדן אינדערפרי פונקטליך אכט אזייגער וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען דעם שיעור דף גמרא צווישן די ביימער. אזוי אויך וועט פארקומען א טעגליכע שיעור ספעציעל פאר די בחורים, און יעדן ליל שישי וועט זיין א ספעציעלע שיעור פאר די אינגעלייט. מוצאי שבת קודש וועט מען פראווען א סעודת מלוה מלכה אי"ה איין שעה נאכן זמן, וואו מען וועט זוכה זיין צו הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א דיבורי התחזקות פאר די קומענדיגע וואך. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער-סעזאן אויך זיין א גרויסע סוקסעס, פונקט ווי אין די פארגאנגענע יארן, וואו מ'וועט זיך קענען אנשעפן פולע הויפנס מיט תורה ויראת שמים. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה! &nbsp;

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ו 📝
  • דער באדייט פון פארשידענע באקאנטע ראשי תיבות

    שאלה: &nbsp; וואלט איר אפשר געקענט מאכן אן ארטיקל מסביר צו זיין אסאך זאכן וואס מען שרייבט? למשל: פארוואס שרייבט מען "לפרט קטן"? וואס מיינט שליט"א, שיחי', הי"ו, יצ"ו אדער עמו"ס? איך בין נישט זיכער צי איך האב גוט געשריבן די אלע ר"ת, אבער אויב איר קענט, ביטע מסביר זיין די אלע זאכן. יישר כח. &nbsp; ז. גרינבוים &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; א גרויסן יישר כח פאר אונזער טייערן לייענער, מו"ה ז. גרינבוים שיחי'. איר פרעגט א גוטע שאלה. &nbsp; די אלע ווערטער און ראשי תיבות באגעגענען מיר כמעט יעדן טאג; אין די ספרים הקדושים אדער אין ערליכע אידישע אויסגאבעס טרעפן מיר זיך כסדר אן מיט די אלע ווערטער אדער אותיות. אסאך מענטשן זענען שוין אזוי צוגעוואוינט צו זיי, אז מען באמערקט עס שוין אפילו נישט, און אפילו ווען מען שרייבט עס, טוט מען עס נאר ווייל "אזוי שרייבט מען". איך האב הנאה אז דו שטעלסט זיך אפ און דו טראכסט: "וואס שרייב איך דא?" &nbsp; לאמיר דורכגיין די אלע ראשי תיבות וואס דו האסט צוגעברענגט, און מיר וועלן ערקלערן מיט'ן אויבערשטנס הילף יעדע איינס באזונדער. &nbsp; לפרט קטן: ווען מען שרייבט א יאר, וועט מען אפטמאל שרייבן דערנאך "לפ"ק". "לפרט קטן" מיינט אויף אידיש "לויטן קליינעם חשבון". וואס איז דער "קליינער חשבון"? און אויב עס איז דא א קליינער חשבון, וואס איז דער "גרויסער חשבון"? לאמיר זען די אותיות פון דעם יאר תשפ"ו, וויפיל באטרעפט עס? 786. זענען מיר דען היינט אין יאר 786? ניין. היינט שטייען מיר אין יאר 5786. &nbsp; אבער וויבאלד דער לעצטער אות פונעם אלף-בית "ת" באטרעפט בלויז 400, איז נישט פראקטיש צו שרייבן צען מאל "ת" נאכאנאנד כדי אנצוקומען צום גרויסן ציפער פון 5786; דעריבער שרייבט מען ה"א תשפ"ו (ה"א באדייט ה' אלפים &ndash; 5 טויזנט), אדער נאך קורצער: ה'תשפ"ו. אבער אפילו אויב מען שרייבט בלויז "תשפ"ו" איז עס אויך גוט, ווייל דער ליינער וועט זיכער פארשטיין אז מען רעדט פונעם יעצטיגן אלף החמישי און נישט פון טויזנט יאר צוריק. אויב מען וויל זיין פונקטליך, שרייבט מען צו "לפ"ק" &ndash; לפרט קטן &ndash; ארויסצוברענגען אז מען רעכנט נישט אריין די "גרויסע" נומערן, דהיינו די טויזנטערס. &nbsp; שליט"א: דאס זענען ראשי תיבות פון שיחיה לימים טובים ארוכים. עס איז איינגעפירט צו שרייבן שליט"א נאכן נאמען פון א רב, א רבי, א ראש ישיבה, וכדומה. מען וואונטשט אים דערמיט א ברכה ער זאל לעבן לאנגע און געזונטע יארן. &nbsp; שיחי' / שתחי': דאס איז אויך א ברכה און א תפילה צום אויבערשטן, אז דער מענטש פון וועמען מען רעדט זאל לעבן געזונטערהייט. &nbsp; הי"ו: השם ישמרהו ויחייהו. דאס איז א ביסל א ווארעמערע ברכה אז דער אייבערשטער זאל היטן דעם מענטש און אים שענקען לעבן. &nbsp; יצ"ו: יבנה ציון ועריה. דאס שרייבט מען נאך א שטאט; אז מיר בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל שוין אויפבויען ירושלים עיה"ק. &nbsp; עמו"ש: ראשי תיבות עד מאה ועשרים שנה. דאס איז א וואונטש אז דער אויבערשטער זאל אים שענקען הונדערט און צוואנציג געזונטע יארן. &nbsp; די גמרא אין מסכת ראש השנה (י"ח ע"ב) ברענגט, אז ווען די יוונים האבן גוזר געווען "שלא להזכיר שם שמים על פיהם", אז אידן זאלן חלילה מער נישט דערמאנען דעם אויבערשטנ'ס נאמען &ndash; זיי האבן געוואלט מיר זאלן חלילה פארגעסן פונעם באשעפער ר"ל. ווען דער אויבערשטער האט געהאלפן און די חשמונאים האבן געווינען די מלחמה, האבן זיי איינגעפירט אז מען זאל שטענדיג דערמאנען דעם אויבערשטן; אפילו ווען מען שרייבט א געלט-שטר, זאל מען נישט שרייבן בלויז דעם דאטום, נאר מען זאל אויך דערמאנען דעם אויבערשטן. מען פלעגט שרייבן: "אין דעם און דעם יאר צו יוחנן כהן גדול פארן אויבערשטן". אבער וויבאלד מען האט איינגעפירט ארויסצושרייבן דעם שם השם ממש, זענען חז"ל נישט געווען צופרידן דערפון, ווייל נאכדעם וואס דער חוב ווערט באצאלט, וועט מען ח"ו אוועקווארפן דעם שטר מיט'ן אויבערשטנ'ס נאמען אין מיסט. &nbsp; אבער דער עצם געדאנק, צו דערמאנען דעם אויבערשטן ביי יעדע געלעגנהייט, איז געבליבן. דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט געוואלט דערמאנען אידן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט; פלעגט ער ארומגיין אין די דערפער און רעדן מיט די פשוט'ע דארפסלייט. ער פלעגט זיי פרעגן: "וואס מאכט איר?", "וואס מאכן די קינדער?", "וואס מאכט דיין קו?". צי האט דען דעם בעל שם טוב אינטערעסירט וואס די קו טוט? ער האט פשוט געזוכט צו פרעגן שאלות, ביז דער דארפסמאן האט געענטפערט "ברוך השם" אדער "ישר כח אויבערשטער"; ער האט געוואלט צוגעוואוינען אידישע קינדער שטענדיג צו דאנקען דעם אויבערשטן. &nbsp; אזוי אויך איז איינגעפירט ביי אידישע קינדער אנהויבן יעדן בריוו מיט בס"ד (בסייעתא דשמיא - מיט'ן אויבערשטנס הילף) אדער ב"ה (ברוך השם), מען זאל געדענקען אז פאר אלעס דארף מען די הילף פונעם אויבערשטן און מען דארף אים דאנקען. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ו 📝
  • שיינער חומש סעודה אין שטעטל

    היינט זונטאג פרשת חוקת בלק זענען די זאלן פונעם בנין התלמוד תורה געווארן איבערגעפילט מיט עלטערן און זיידעס, וואס זענען געקומען מיטפרייען ביי די שמחת התורה און מיטצוהאלטן דעם גאר געהויבענעם מעמד, ווען די קינדער פון כיתה א' האבן אנגעהויבן לערנען דעם הייליגן חומש. צום ערשט זענען די קינדער אריינגעקומען אין זאל, אריינמארשירנדיג ווי סאלדאטן און זיך אויסגעשטעלט אויפן סטעידזש. איין קינד איז צוגעגאנגען צום מייקראפאן אויסצופרעגן: "וואס גייט דא פאר? וואס פארא טאג איז היינט? פארוואס שטייען מיר דא אין די הייך?" און די קינדער האבן זיס געענטפערט מיט גרויס פרייד אז זיי זענען שוין "גרויסע בחורים" און גייען שוין לערנען חומש. דערנאך זענען עטליכע קינדער ארויפגעקומען פארזאגן די פסוקים פון דעם הייליגן חומש, בשעת די איבריגע קינדער זאגן מיט אזוי בא'חנ'ט. דערנאך האט מען געזונגען הערליכע ניגונים לכבוד התורה. צום ערשט האט מען געהערט דיבורים פונעם מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, ארויסברענגענדיג די ריינקייט פון די קליינע אידישע קינדער, וועלכע טוען אלעס ווי א "חק בלי טעם" אן פארשטיין. ווי מ'זעט די וואך אין די סדרה פרשת חוקת, אז מ'דארף טון די מצוות פונעם אייבערשטן &mdash; ווי דער רבי זאגט &mdash; אן פארשטיין, נאר טון א מצוה מיט תמימות און פשיטות. דאס זעט מען טאקע ביי די קינדער, און ער האט אנגעווינטשן אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן זיך אזוי פירן א גאנץ לעבן, צו טון די מצוות פונעם אייבערשטן מיט תמימות און פשיטות אן וועלן פארשטיין. דערנאך האט מען געהערט ווערטער פונעם מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א, וועלכער האט געדאנקט דעם אויבערשטן אויף דעם וואס מען האלט שוין דא, און זיך עקסטער באדאנקט ביי די חשוב'ע עלטערן וואס געבן זיך אוועק יעדן טאג, טאג איין טאג אויס, פונעם אנפאנג יאר ביז היינט, איבערצו חזר'ן די עברי אינדערהיים מיט זייערע קינדער. ער האט ארויסגעהויבן אז אפילו ס'קומט נישט אלעמאל אן גרינג, האבן זיי איינגעזען די וויכטיגקייט דערפון און אוועקגעגעבן צייט פאר דעם. ער האט צוגעלייגט אז מ'רעדט דא פון עלטערן וואס זענען באמת דא פאר זייערע קינדער; נישט אז מ'לאזט זיי פשוט איבער אין חדר און מ'גייט ווייטער, נאר עלטערן וואס האלטן אין איין "אריינטשעקן" ווי מ'רופט עס, און פרעגן זיך כסדר נאך ביי דעם מלמד: "וואס מאכט מיין זון? וואס קען מען בעסער מאכן?", און די רעזולטאטן קען מען ב"ה דא זען. דער מלמד האט צוגעענדיגט מיט א רוף צו די עלטערן נישט צו פארגעסן פונעם עיקר: צו בעטן דעם אויבערשטן פאר ערליכע קינדער, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן יראי שמים און ערליכע אידן. דערנאך האט מען געהערט דעם ראש הישיבה שליט"א, וועלכער האט צוערשט אנגעהויבן מיט א דאנק פארן מנהל פארן זיך אוועקגעבן מיט "מסירות נפש" &ndash; אזוי האט דער ראש הישיבה זיך אויסגעדריקט &ndash; פאר אונזער חדר. דער ראש הישיבה האט ארויסגעברענגט אז מ'קען ממש נישט באגרייפן וואספארא כוחות און ארבעט דער מנהל לייגט אריין, און ער האט אים אנגעוואונטשן ער זאל זען פיל אידיש נחת ביי זיין גאנצע משפחה. דערנאך האט דער ראש הישיבה באדאנקט דעם חשוב'ן מלמד, זאגנדיג אז קיינער קען נישט פארשטיין וואס עס מיינט א מלמד וואס זיצט מיט יונגע קינדער און לערנט מיט זיי עברי. "דער מלמד ר' בערל," האט דער ראש הישיבה געזאגט, "נעמט יעדעס קינד פערזענליך כאילו עס איז זיין אייגן קינד." דער ראש הישיבה האט אויך אנגעוואונטשן פארן מלמד ר' בערל ער זאל זוכה זיין צו זען אסאך אידיש נחת ביי זיין משפחה געזונטערהייט. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון איבערגיין עברי אינדערהיים מיט די קינדער. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי קריטיש דער לימוד פון עברי איז פאר א קינד, וויבאלד דאס באגלייט אים זיין גאנץ לעבן. דער ראש ישיבה האט אויך באטאנט אז עברי ענדיגט זיך נאך נישט אין כיתה א', ווייל כיתה ב' איז נאך אלץ א יאר פון עברי. "יעדער טאטע ביי וועמען זיין זון איז אים חשוב און טייער, זאל זיך אוועקזעצן פיר מינוט א טאג &ndash; מען דארף נישט אוועקגעבן מער ווי א פאר מינוט &ndash; און מאכן א שמועס מיט זיין זון. לערן מיט אים יעדן טאג א האלבע פעידזש תהילים; פאר עברי דארף מען האבן סבלנות און רגילות," האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט. נאכדעם האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט נאך א שטארקע נקודה: "יעדע מאל וואס איך קום אריין אין דעם בנין, ווער איך נאכאמאל נתרגש צו זען וואס דא האט זיך אפגעשפילט מיט יארן צוריק," האט דער ראש ישיבה געזאגט. "אידישע קינדער זענען געקומען קיין אמעריקע, און מ'האט נישט געקענט היטן שבת אין ברוקלין; ווייל אויב זיי האבן געוואלט ברענגען ברויט אויפן טיש, האבן זיי געדארפט ארבעטן שבת רח"ל. זענען געווען אידן מיט מסירת נפש וואס זענען ארויסגעקומען דא אין די קעטסקילס; זיי זענען אוועקגעגאנגען פון שטאט נאר כדי צו קענען היטן שבת. זיי האבן געבויט שיינע שולן &ndash; דא איז געווען זייער גרויסער בית המדרש &ndash; אבער דעם עיקר האבן זיי פארגעסן: חינוך הבנים והבנות. זיי האבן אינגאנצן אין א זייט געלייגט די קינדער, און רחמנא ליצלן איז גארנישט געבליבן פון זיי." "און היינט," האט דער ראש ישיבה געזאגט, "ווער איך נתרגש אז מ'האט געקענט נעמען אט דעם בנין, און דייקא דארט וואו זיי האבן פארפאסט, נוצט מען עס יעצט פאר א תלמוד תורה, פאר חינוך הבנים והבנות, קרוב צו זעקס הונדערט אידישע קינדער לערנען אין דעם בנין." האט דער ראש ישיבה געזאגט, און האט זייער שיין אנגעווינטשן פאר אלע משתתפים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע טענץ, ווען די עלטערן האבן גענומען זייער חומש סעודה צדיק'ל מיט די קרוינען אויף די קעפ. עס איז געווען א דאפלטע רינג: אונטן די טאטעס, און אויף זייערע אקסלען האבן זיך אנגעכאפט די קינדערלעך מיט די קרוינען. עס איז ממש געווען זיס ווי צוקער. דערנאך זענען די עלטערן און זיידעס אהיימגעגאנגען מלא שמחה, אז זיי האבן זוכה געווען אז זייער זון לערנט די הייליגע תורה. בן חמש שנים למקרא

    < זעה מער ו תמוז תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 16 to 30 of 1837 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 122 123
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com