Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וויאזוי מאכט מען תכריכים?

    שאלה: עס איז מיר זייער אינטרעסאנט ווי אזוי מען נייעט תכריכים, ווייל ווי איך פארשטיי איז תכריכים א שטיקל פלאַקס סחורה (פשתן), וואס מען וויקלט ארום דעם נפטר. אבער פון דער צווייטער זייט הער איך אז עס זענען דא פרויען וואס נייען תכריכים, איז וואס איז דא צו נייען, אויב עס איז סתם א שטיקל סחורה? א ליינער פון ירושלים עיר הקודש   ענטפער: די גמרא (מועד קטן כ"ז ע"ב) זאגט "בראשונה היתה הוצאת המת קשה לקרוביו יותר ממיתתו עד שהיו קרוביו מניחין אותו ובורחין עד שבא רבן גמליאל ונהג קלות ראש בעצמו ויצא בכלי פשתן ונהגו העם אחריו לצאת בכלי פשתן אמר רב פפא והאידנא נהוג עלמא אפילו בצרדא בר זוזא", אמאל פלעגן די הוצאות פון באערדיגן דעם נפטר זיין אזוי גרויס, די קאנקורענץ צו ווייזן ווי שטארק עס טוט וויי דער נפטר האט צוגעברענגט אז יעדער האט געמוזט איבערשטייגן מיט מער און מער טייערע תכריכים, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז די הוצאות צו באערדיגן האבן ממש פאר'חוב'סט אידן און עס איז שוין געווארן א גרעסערע צרה, ווי דאס וואס איינער איז ליידער נפטר געווארן, דער הייליגער תנא רבן גמליאל האט רחמנות געהאט אויף זיין דור, און האט באפוילן מען זאל אים באערדיגן מיט פשוטע ביליגע קליידער פון "פלאַקס", און דער ביישפיל האט גורם געווען אז אלע זאלן אים נאכמאכן, און עס האט זיך אויפגעהערט דער נארישער קאנקורענץ, און יעדער האט אנגעהויבן צו באערדיגן מיט פלאַקס תכריכים. די גמרא ענדיגט צו אז רב פפא האט געזאגט אז היינט איז שוין אזוי ביליג צו קויפן תכריכים, אז עס קאסט נישט מער פון איין זוז. (היינט געשאצט צו זיין ווערט צווישן פינף און צען דאלער.)   ווי מיר לעבן היינט, זעט אויס אז תכריכים איז שוין געווארן צוריק זייער טייער, היינט איז דא א גרויסע קאמפעטישן צווישן מענטשן וואס לעבן נעבעך נישט, (זיי גייען טאקע ארום, זיי אטעמען אקסיגען - אָן קיין רעספירעיטאר) יעדער וויל ווייזן אז ער האט שענערע תכריכים פונעם צווייטן. היינט קען מען קויפן גאר שיינע "תכריכים", פאר פסח, פארקויפן די "מענ'ס קלאודינג סטארס" גאר שיינע תכריכים מיט הערליכע דיזיינס, היינט גייען אסאך מענטשן ארום מיט "פעשאן" בעקיטשעס, טרי-די דיזיינס, גליטער דיזיינס, ברייטע גארטלעך אדער שמאלע גארטלעך, גארטלעך מיט אדער אָן קנעפלעך... מען קען אפילו קויפן תכריכים מיט אלע קאלירן...   דאס איז אבער נאר אויב א מענטש לעבט נישט מיט'ן אייבערשטן, ער פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים און ער קען רעדן צו אים, ער איז נעבעך א "געשטארבענע" מענטש וואס זעט אויס ווי לעבעדיג... דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז פסח מיינט "פה סח", מיין מויל רעדט צום אויבערשטן, דאס קען מאכן תחיית המתים, און מען קען בלייבן מיט די שיינע בעקיטשע, אבער ווען מען לייגסט צו אביסל אמונה, און מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן וועט מען ממש פריש אויפשטיין תחיית המתים.   למעשה איז תכריכים נישט קיין פשוטע שטיקל סחורה, עס איז טאקע זייער פשוט, אבער מען נייעט עס אויף, עס באשטייט צווישן אנדערע פון א העמד, הויזן, א קאפ צודעק, א גארטל און נאך. אמאל פלעגן זיין ערליכע אידישע פרויען וואס פלעגן זיך פרייען צו האבן די זכיה צו נעמען א חלק אין דער מצוה פון "חסד של אמת" א חסד וואס מען טוט מיט א נפטר, אָן דעם וואס מען זאל אפילו קענען צוריק באקומען א "ישר כח" פון אים.

    < זעה מער כו אדר תשפ"ה 📝
  • "א פשוטער מיטוואך" - שמועס אויפן קול ברסלב ליין

    צוויי חשובע אנשי שלומינו, הר"ר דוד פוקס שליט"א, וועלכער איז אויפגעוואקסן אין ארץ ישראל, און הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א, וואס שטאמט פון אמעריקע און דינט היינט אלס א מגיד שיעור אין די ישיבה אין ארץ ישראל, פירן יעדן מיטוואך א געשמאקן שמועס אויף די קול ברסלב האטליין. ווי שוין באריכטעט, וויל דער ראש ישיבה שליט"א אז אנשי שלומינו זאלן האבן גוטע, ערליכע תוכן צו ליינען און צו הערן, כדי מען זאל בכלל נישט האבן די נסיון פון אויסצוהערן די פארשידענע לצים-האטליינס. איין האטליין מאכט א מער ערנסטע פנים, און דער צווייטער אביסל ווייניגער, אבער הצד השווה שבהם איז אז אלע זענען אנגעפילט מיט ליצנות און גוי'אישע השקפות, וואס שאדן פאר אן ערליכער איד. געלויבט דעם אייבערשטן, אז עס ווערט ב"ה יעדן טאג צוגעלייגט הערליכע תוכן סיי אויף די קול ברסלב טעלעפאן ליין, סיי אויף די ברסלב סענטער וועבסייט, און סיי וועכנטליך דורך די גליונות און צייטונגען. אידישע קינדער באקומען יעדן טאג לעבן פון די רייכע אינהאלט -&nbsp; דרשות, ארטיקלען, בריוו, אינטערוויוס, נייעס, פאַדקעסטס, שמועסן און נאך &mdash; וואס ברענגען חיזוק אויף אן ערליכער וועג, כדי צו קענען אנגיין אין דעם הייליגן אויסגעטרעטענעם דרך המסורה פון אונזערע עלטערן און רבי'ס. דאָס איז תוכן וואס איז נישט בלויז בלי שום חשש ליצנות, רכילות, פאליטיק און לשון הרע, נאר אויך אנגעפילט מיט תמימות, יראת שמים, אמונה און מידות טובות. אויף דעם וועג ווערט כסדר צוגעלייגט נאך גוטע תוכן כסדר אויף די פארשידענע אויבנדערמאנטע פלאטפארמעס. יעצט איז צוגעקומען א פרישע פראגראם "א פשוטע מיטוואך" אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין, וועלכער גייט שוין אן עטליכע וואכן מיט גרויס הצלחה, און איז שטארק אויפגעכאפט געווארן. יעדע וואך שמועסט מען איבער א געוויסע נושא &mdash; אן אקטועלע פראבלעם מיט וואס אידן מוטשענען זיך כסדר. מען לייגט עס אראפ פון אלע צדדים און מען ברענגט דערנאך דעם דעת תורה פון ספרי אשר בנחל און עצתו אמונה, כדי צו טרעפן דעם קלארן און אויסגעהאלטענעם מהלך וויאזוי זיך צו פירן, און צו באקומען ריכטיגע עצות וויאזוי צו לייזן דעם אישו. דער נאמען "א פשוטע מיטוואך" נעמט זיך פון וואס רבי נתן ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "וואס אונז רעדן אין א פשוטע מיטוואך, וואונטשן זיך צדיקים צו רעדן בעלמא דקשוט". אין די ערשטע וואך פון דעם פראגראם, איז דער שמועס געווען איבער די פרייזן פון דירות. מען האט ארויסגעברענגט די שוועריקייטן צו קויפן הייזער אין די היימישע געגענטער און דורכגעשמועסט די פארשידענע אפציעס פון זיך אריבערציען צו נייע געגנטער, וואס פילע נעמען אין באטראכט כדי צו קענען האבן א דאך איבערן קאפ. און מען האט אויסגעשמועסט די ריכטיגע מהלך וויאזוי אנצוקוקן דעם נושא על פי דעת תורה. די צווייטע וואך, פרשת כי תשא, ערב פורים, האט מען דורכגערעדט בענינא דיומא וויאזוי צו זיין פרייליך פורים אין אזא שווערע יאר ווען פורים פאלט אויס ערב שבת, און מען קען נישט געהעריג אויסגעבן און טאנצן ביז שפעט ביינאכט. פרשת ויקהל איז געווען א שמועס איבער די ברענענדיגע נושא פון בין הזמנים &mdash; וואס פילע בחורים ווייסן נישט וואס צו טון איין גייען ליידיג אין די טעג ווען די ישיבות זענען פארמאכט. מען האט ארויסגעברענגט די פראבלעם פון בחורים וואס זוכן "עקשן", און מען האט געגעבן עצות און חיזוק וויאזוי צו פארמיידן די חששות און בעסער אויסנוצן די צייט. דער פראגראם גייט בעז"ה ווייטער אנגיין און וועט מחזק זיין אנשי שלומינו, צו קענען אנגיין אין לעבן מיט קלארקייט, תמימות און יראת שמים. צו הערן די שמועסן קען מען רופן קול ברסלב אויף 212-444-9191, און דרוקט 1-4-4

    < זעה מער כה אדר תשפ"ה 📝
  • שלום געשפרעכן צווישן רוסלאנד און אוקראינע שטויסט זיך אן אין שטיינער

    ווי אלע האבן מן הסתם שוין געהערט האט זיך געטון א גאנצע סומאטוכע אינעם ווייסן הויז נישט לאנג צוריק, דאן איז זעלענסקי אריבערגעקומען צו טראמפ, מיט'ן ציל צו אונטערשרייבן א "מינעראלן אפמאך" מיט אמעריקע, דאס הייסט וויבאלד אוקראינע האט זייער רייכע ערד, פול מיט זעלטענע מינעראלן וואס אמעריקע האט נישט, האט עס געהייסן אז אמעריקע וועט שליסן א געשעפט מיט אוקראינע אז אמעריקאנע פירמעס וועלן אריינקומען און אינוועסטירן אין ארויסגראבן די פארשידענע וויכטיגע מינעראלן, פון וואס ביידע וועלן פארדינען, און בדרך אגב וועט עס אויך דינען אלץ א מיטל צו מאכן שפירן אוקראינע עטוואס רואיגער, וויבאלד רוב פון די מינעראלן געפונען זיך אין די גרעניץ געגענט מיט רוסלאנד, און וועט פארשווערן פאר רוסלאנד אריינצוקומען ווייטער קיין אוקראינע און זיך טשעפען מיט אמעריקע וואס איז דארט א שותף. &nbsp; טראמפ מיט זיין וויצע האבן ווארעם אויפגענומען דעם אוקראינער פרעזידענט, און מען האט געשמועסט און זיך גע'חנפ'עט איינער צום צווייטן ווען נאך א האלבע שעה האט זיך דער שמועס פלוצלונג גערוקט שארף קיין דרום אן קיין פריערדיגע ווארענונג, דאס איז געקומען ווען זעלענסקי האט איבערגעהאקט וועינס און אים פרובירט צו איבערצייגן אז רוסלאנד איז א לאנד מיט וועמען מען קען נישט פארהאנדלען, און אפילו ווען יא וועלן זיי פארלעצן יעדן אפמאך, אזוי ווי זייער היסטאריע האט געוויזן. דא האט זיך אנגעהויבן א ברוגז צווישן די אלע, ווען דער פרעזידענט אינאיינעם מיט זיין וויצע האבן אנגעהויבן באשייגעצן דעם אוקראינער פרעזידענט, בשעת ער פרובירט זיך צו פארטיידיגן. &nbsp; זייט דעמאלטס האבן זיך שוין די באציאונגען צווישן די צוויי עטוואס פארבעסערט, מען האט זיך שוין אביסל איבערגעבעטן, אבער וויאזוי עס זאל נישט זיין טוט יעדער אויסטייטשן דעם דעם אינצידענט אין ווייסן הויז לויט זיין רצון. זאך קענער זאגן אבער, אז דאס איז זיכער אז סיי רוסלאנד און סיי אוקראינע וואלטן שוין לאנג געקענט אויפהערן דעם בלוט פארגיסונג, דער הויפט שטער איז די איינדרוק וואס דאס וועט מאכן. יעדער ציטערט פאר זיין אייגענעם שאטן. רוסלאנד האט מורא זי וועט אויסזען ווי א שוואכלינג וואס קען נישט באזיגן דעם שוואכן אוקראינע, און קוקט זיך אן ווי זי "מוז" באשיצן איר נאמען אלץ א "וועלטס מאכט" (בשעת די וועלט לאכט אונטער איר רוקן, זעענדיג ווי זי האט זיך שוין געמוזט אראפ לאזן אזוי נידעריג צו בעטן הילף פון די מעכטיגע "נארט קאריע" און "איראן") פון די אנדערע זייט, שטייט אוקראינע און לעבט אויף "לייף סופארט", זי מוז צוקומען צו א רעספירעיטאר יעדע מינוט צו קענען איבערלעבן, אבער שפילט "העלד", זיי "פייטן" און "לאזן זיך נישט פון די רוסישע אגרעסיע", און וויל מיט דעם "שיקן א מעסעדזש פאר אלע דיקטאטורן" אז מען קען נישט "סתם אזוי איינעמען לענדער". בשעת מיליאנען סאלדאטן שטארבן, זייער עקאנאמיע גייט אונטער, אלע אינגע מענער אנטלויפן צו אלע רוחות אבי נישט צו דארפן דינען אלס קאנאנען פלייש, אבער זיי שפילן ווייטער "העלד". &nbsp; מיר אלע ביי אונז אינדערהיים קענען האבן אזא זיסע לעבן, אויב מיר וועלן אויך אויפהערן קוקן אויף אנדערע, וואס פארא טייערע פרייז וועלן מיר דארפן באצאלן אויפצוהערן צו לעבן פאר יענעם? דארפן מיר האלטן ביי א מיליאן טויטע און נאך צוויי מיליאן פארוואונדעטע מיר זאלן זיך אויפוועקן? וואלסט שוין לאנג געקענט לעבן מיט'ן אייבערשטן אויב דו וואלסט געקוקט אויפן תכלית און אויפגעהערט קוקן צי דיין שכן האלט דערפון. וואלסט שוין לאנג געקענט טרעפן א דזשאב אויב דו האסט ווען נישט מורא צי עס פאסט. וואלסט שוין לאנג געקענט א שידוך טון מיט דיין קינד ווען דו הערסט אויף קוקן ווער דיין מחותן'ס מחותן איז. &nbsp; לאמיר אנהייבן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קוקן נאר אויף די תורה, און פרעגן נאר צדיקים וואס איז ריכטיג צו טון און וואס איז נישט ריכטיג, וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, און אזוי וועלן מיר לעבן א זיסע לעבן אין גן עדן נאך אויף דער וועלט.

    < זעה מער כד אדר תשפ"ה 📝
  • מכון עצתו אמונה סניף ארץ ישראל טראגט אריין צום דרוק "מעשה'לעך לילדים 2"

    דער מכון עצתו אמונה, וועלכער שטייט אונטער די פירערשאפט פון הר"ר יואל מנחם גרשון שניצלער שליט"א, איז איבערגעגעבן פארן צוועק פון צוגרייטן צום דרוק, ארויסגעבן און פארשפרייטן די ספרים פונעם ראש ישיבה שליט"א. בעיקר זעט מען זייער ארבעט ביים ארויסגעבן די טייערע ספרים "עצתו אמונה", און "איש אמונות" וואס זענען די פילע בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער כסדר קומט ארויס דורך זיי נאך אנדערע ספרים, אריינגערעכנט ,"שפתי תפתח" וואס איז ליקוטי מוהר"ן מיט'ן פירוש פונעם ראש ישיבה און נאך. אויסער די שיעורים און ספרים פאר די אינגעלייט און בחורים, לייגט דער ראש ישיבה שליט"א גרויסע כוחות אויף חינוך, זאגנדיג אז "אונזערע קינדער זענען די צוקונפט פון כלל ישראל". אין די חדר און די סקול ליגט אין שפיץ פון אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט, און אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א כמעט וועכענטליך א חינוכ'דיגע מעשה'לע פאר די קינדערלעך, וואס ברענגט אריין אין זיי יסודות פון אמונה, יראת שמים און גוטע מידות. פון די מעשה'לעך האט דער מכון שוין ארויסגעגעבן צוויי בענדער "מעשה'לעך פאר קינדער", געדרוקט מיט שיינע גרויסע אותיות, קאלירטע בילדער און הויך-קוואליטעט גלאנציגע פאפיר &ndash; געאייגנט פאר קינדער. די ביכלעך זענען געוואָרן גאר פאפולער און ווערן צוכאפט איבעראל, ווייל אלע עלטערן זוכן חינוך'דיגע ספרים פאר זייערע קינדער. אין א ווייטערער שטאפל צו העלפן אונזערע קינדער שטייגן בתורה ויראת שמים, האט דער מכון אויך ארויסגעגעבן קאלערינג ביכער, וואס גייען אינאיינעם מיט די מעשה'לעך. אזוי קענען קינדער נאך שטארקער ארייננעמען די לעקציעס וואס די מעשיות געבן אריין הלכה למעשה אויף א געשמאקע אופן בשעת זייער קאפ איז פארנומען מיט פארבן די בילדער. צו דעם טוט דער ראש ישיבה שליט"א יעדע שטיק צייט רעקארדירן א פרישע מעשה'לע, דער ראש ישיבה שליט"א אליינס פארציילט די מעשה'לע לויט די ווערטער פונעם ביכל. די רעקארדירונגען ווערן דערנאך פארשפרייט אויף יו-עס-בי סטיקס, וואס קינדער הערן אויס אינאיינעם מיט די ביכלעך. אויפן גרויסן פארלאנג זענען די מעשה'לעך שוין איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש אונטערן נאמען "Little Stories for Little Souls", און אויף לשון הקודש מיטן נאמען "מעשה'לעך לילדים". און אין גוטע נייעס פאר תושבי ארץ ישראל, האט מכון עצתו אמונה סניף אין ארץ ישראל יעצט געענדיגט איבערזעצן און צוגרייטן דעם צווייטן באנד "מעשה'לעך לילדים", וועלכע איז שוין אריין צום דרוק, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן די ביכלעך בקרוב זיין צו באקומען בעיקר אין ארץ ישראל. "מעשה'לעך לילדים 2" וועט האבן דעם כבוד צו הייסן "מהדורת ליבערמאן", נאכדעם וואס דער עיקר פון די הוצאות איז נתנדב געווארן דורך מו"ה&nbsp; לייבי ליבערמאן הי"ו פון לעיקוואוד, וועלכער האט א ווארעם הארץ צו דרוקן די ספרים פונעם ראש ישיבה שליט"א. עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר אלע וואס האבן געהאלפן פאר'ן מכון אנצוקומען צו די אלע זאכן בפרט הר"ר שמואל אייכענשטיין הי"ו און הר"ר משה רעכניצער הי"ו, וועלכע האבן אנגעפירט מיט די דרוק-ארבעט, ווי אויך משפחת פערל פון ירושלים עיה"ק, וואס האבן איבערגעזעצט די מעשה'לעך אויף לשון הקודש. בפרט קומט זיך א שטארקע הכרת הטוב פארן מנהל פונעם מכון הר"ר יואל מנחם גרשון שניצלער הי"ו, וועלכער שטייט בראש פון אלע גרויסע פראיעקטן, און פאלגט נאך די הוראות פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף יעדן שריט, כדי צו פארזיכערן אז די ארבעט איז מיט די גרעסטע תועלת פאר די חינוך פון אונזערע טייערע קינדער. פאלגט נאך אונזערע ווייטערדיגע באריכטן פאר נאך נייעס אינערהאלב "מכון עצתו אמונה" בעזהשי"ת.

    < זעה מער כד אדר תשפ"ה 📝
  • געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

    געלויבט דעם אייבערשטן אז די ארבעט צו בויען דעם נייעם שול גייט גאר שנעל, עס דערקענט זיך די תפילות פון אלע אנשי שלומינו וואס בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל פארן שנעל אן קיין מכשולות, מען זעט א ספעציעלע סייעתא דשמיא, און די ארבעט פארט שנעל און געשיקט, קוים האט מען געמאכט די פלענער, און יעצט האלט מען שוין נאכן גראבן, מען האט שוין געגאסן די יסודות, די ווענט, די אונטערערדישע פלאמבינג, די סלעב פונעם אונטערשטן שטאק, מען האלט שוין טיף אינמיטן די פרעימינג, מען לייגט שוין אפילו די באלקענעס פארן דאך, די דרויסענדיגע סטרוקטור איז שוין כמעט פארטיג. &nbsp; יעצט איז געקומען די צייט צו גיסן די בורות פאר די מקוה, אין וואס די פילע שטעטל איינוואוינער וועלן זיך מקדש און מטהר זיין טאג טעגליך איידער מען גייט דאווענען, אזוי אויך פאר א מצוה, אדער ערב שבת ויום טוב. דער בוי מייסטער מוה"ר אברהם שבתי מזרחי הי"ו האט אפגעקויפט די זכותים פון די בורות המקוה לע"נ זיינע זיידעס און באבעס, מען בויעט בעז"ה דריי בורות, איין בור וועט זיין מער לוילעך און איין בור וועט זיין מער הייס. איין בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' חיים ב"ר יעקב וזוגתו סאסא בת ר' יעקב ע"ה סאאל, דער צווייטער בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' משה ב"ר נסים יוסף וזוגתו רינה בת ר' רחמים ע"ה דאנא, און די דריטע בור איז לע"נ ר' דוד ב"ר שבתי וזוגתו פלורה בת ר' יצחק ע"ה מזרחי. &nbsp; די גאנצע פראצעדור איז דורכגעארבעט געווארן דורך די תלמידי חכמים די לומדי הכולל וואס זענען בקיאים אין די שווערע קאמפליצירטע הלכות מקוואות, וואס האבן אויסגעקנאטן און דורכגעטון דעם גאנצן סוגיא און זיכער געמאכט אז עס ווערט געבויעט בהידור רב ועל פי הלכה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידי חכמים פונעם כולל אראפ געקומען פערזענליך מיט צו האלטן ווי מען פירט אויס די ארבעט אויף די ריכטיגע וועג. &nbsp; דער נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו מיט זיינע קרובים בראש פון זיינע חשובע עלטערן זענען געקומען מיטהאלטן דעם פרייליכן מאמענט ווי מען גרייט זיך צו בויען א מקוה און האבן די זכיה אז א מקוה וועט זיין לעילוי נשמת פון די חשובע עלטערן נ"ע. &nbsp; ווען מען האט געענדיגט גיסן האט מען געשטעלט לחיים אויפן טיש, מען האט זיך אראפ געזעצט און מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים לכבוד דעם געלעגנהייט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעלאזט דברי חיזוק פאר אלע פארזאמלטע. &nbsp; מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל!

    < זעה מער כא אדר תשפ"ה 📝
  • קעניג אדער קיסר‎

    שאלה: וואס איז דער חילוק צווישן א קעניג מיט א קייזער (אדער קייסער)? &nbsp; ענטפער: א "קעניג&ldquo; און א "קייזער&ldquo; זענען ביידע הערשער, אבער עס זענען דא חילוקים צווישן זיי: א "קעניג" איז דער הערשער פון א לאנד אדער קעניגרייך. ער באקומט זיין מאכט דורך ירושה אדער וויילע, און זיין מלוכה איז באגרעניצט צו איין לאנד (ווי דער קעניג פון ענגלאנד, פראַנקרייך, אדער שפאניע). א "קייסער" הערשט איבער אן אימפעריע, וואס איז געווענליך א גרופע פון עטליכע לענדער, פעלקער, אדער ראיאנען. ער האט מער מאכט ווי א קעניג און איז א הערשער איבער קעניגן (ווי דער קייזער פון רוים אדער דער רוסישער צאר). עטליכע ביישפילן פון קעניגן און קייסערן אין די לעצטע היסטאָריע פון אייראָפּע: קעניגן: דער קעניג פון ענגלאנד (בריטישע מאנארכיע) &ndash; קעניג דזשארדזש, קעניגן עליזאַבעט, וואָס האָט געהערשט פאַר איבער 70 יאָר. היינט קעניגט אין ענגלאנד קעניג טשאַרלס דער דריטער. קעניג פון שפאניע &ndash; קעניג כואן קאַרלאָס, היינט קעניגט אין שפאניע קעניג פעליפּע דער פערטער. אין בעלגיע איז פיליפ דער יעצטיגער קעניג. אין שוועדן דינט קעניג קאַרל גוסטאַף דער זעכצנטער אלס קעניג זינט תשל"ג. אין נארוועיגע הערשט קעניג האראַלד דער פינפטער אלס קעניג פון תשנ"א. &nbsp; קייסערן: דער לעצטער קייזער פון די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע איז געווען קייזער קאַרל דער ערשטער, נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אימפעריע צעפאלן. דער לעצטער דייטשער קייזער איז געווען קייזער וויליאם דער צווייטער ער האט געדינט אויף די פאזיציע ביז נאך דער ערשטער וועלט מלחמה. אין רוסלאנד איז ליידער שלעכט בארימט "צאר ניקאליי" דער צווייטער, דער לעצטער צאר פון די רוסישע אימפעריע, וואס איז אומגעברענגט געווארן דורך די באָלשעוויקן אין יאר תרע"ח. &nbsp; אונז ברסלב'ע חסידים זענען שטארק באקאנט מיט די צוויי ווערטער, וויבאלד מיר לערנען דעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות" ווי דער רבי פארציילט די מעשה פון די מלך מיט'ן קייסער וואס האבן צוגעזאגט זיך משדך צו זיין, אויב מען ווייסט דער חילוק צווישן א קעניג מיט א קייסער פארשטייט מען בעסער די מעשה, מ'זעט אז דער קייסער האט נישט געפאסט זיך משדך צו זיין מיט א קעניג, ער האט געוואלט זען צי דער בן מלך קען פירן "מדינות", די מעשה האט אין זיך פילע סודות התורה, און לערנען די מעשה איז מסוגל צו ווערן אן ערליכער איד, איינען פון די זאכן זעט מען זיי האבן אלע געטראכט אז דאס איז א גוטע שידוך, אבער זיי האבן זיך געשעמט צו רעדן דערפון - זיי האבן דאן געמיינט אז דער בת קייסער איז א דאקטאר, און נאכן טרונקען וויין האבן זיי געזאגט "ווי שיין וואלט געווען די קעניגן זאל חתונה האבן מיט'ן דאקטאר", האט דער דאקטער געזאגט "זייער שיין, אבער איך וויל עס הערן פון ענק ניכטערערהייט", דאס גייט ארויף אויף אונז, עס קומט פורים, מען טרונקט וויין, און עס קומט ארויס די פנימיות פון אידישע קינדער, מען וויל זיך מדבק זיין אינעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער זאגט אונז, זייער שיין, אבער איך וויל עס הערן פון ענק א גאנץ יאר. דאס וועט געשען ווען מיר וועלן אויפהערן דינען דעם "פאסטוך" און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן. א גאנץ יאר "פאסט נישט" צו רעדן פון אמונה, א גאנץ יאר "פאסט" צו זיין "נארמאלע" מענטשן, דער אייבערשטער בעט אונז מיר זאלן אוועק ווארפן אלע חשבונות און רעדן פון אמונה אפן א גאנץ יאר. &nbsp; בנוגע צי מען שרייבט "קייזער" אדער "קייסער" - די ריכטיגע וועג צו שרייבן איז "קייסער", מיט אַ סמך. אבער מען זאגט עס ארויס מער ווייניגער מיט א ז'. דער מקור פון דער ווארט קומט פונעם לאטיינישן ווארט Caesar, און ווערט ארויסגעזאגט אין פארשידענע שפראכן אויף אנדערע וועגן, ערגעץ צווישן "סיסער" און קייזער". דרך אגב "צאר" איז דער רוסישער ווארט פאר "קייסער", און אויף ענגליש זאגט מען עס גענצליך אנדערש "עמפּאַראָר". &nbsp; מיר אלע ווייסן אז דער אייבערשטער איז דער "מלך מלכי המלכים", דאס מיינט לכאורה דאס. עס איז דא א "קעניג" א מלך, דערנאך איז דא א "קייסער" ער איז א "מלך המלכים", און דער אייבערשטער איז קעניג אויף אלעם אריינגערעכענט די "קייסערן" דאס מיינט א "מלך מלכי המלכים".

    < זעה מער כ אדר תשפ"ה 📝
  • שושן פורים ביים ראש ישיבה שליט"א

    שושן פורים ביים ראש ישיבה שליט"א &nbsp; מוצש"ק איז מען זיך צוזאם געקומען צום סעודת משתה היין, מען האט געטאנצט און זיך געפריידט אז מען איז זוכה צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיך פרייען מיט די תורה און מיט אידישקייט "הדר קבלוה בימי מרדכי ואסתר". &nbsp; זונטאג נאכמיטאג זענען זיך ווידער צוזאם געקומען אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט צום סעודת שושן פורים המשולש, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע חיזוק שמועס: עס שטייט אין די גמרא "כָּל יִשְׂרָאֵל יֵשׁ לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", א בלאט פריער זאגט די גמרא "אֵיזֶה בֶּן עוֹלָם הַבָּא, לֹא מַחֲזֻק טוּבָא לְנַפְשֵׁיה" ער דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געפרעגט יעדער האט עולם הבא, אדער נאר דער וואס דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געזאגט, אויף יענער וועלט האט יעדער עולם הבא, אבער אויף דער וועלט ווילסטו האבן אן עולם הבא'דיגע לעבן, וואס מער דו וועסט לעבן אז דו דארפסט גארנישט, דו ווילסט גארנישט, דו ווילסט נאר וואס דער אייבערשטער וויל, וועסטו האבן א גן עדן אויף דער וועלט. אויך האט דער ראש ישיבה שטארק גערעדט איבער דעם אז עס קומט שוין נענטער צו פסח, מען קויפט איין, זאל מען נישט קרעכצן "אוי עס קאסט מצות" "אוי יום טוב קאסט", מען זאל אריינברענגען פסח מיט א שמחה און געשמאק, אָן קיין נערוועזקייט, אָן קיין קרעכצענישן, ווייל שמחה איז דאס וויכטיגסטע פאר שטוב. &nbsp; דערנאך האט מען געמאכט א הערליכע פארשטעלונג דורך המלמד מומחה מו"ה בערל שניטצלער הי"ו, און דער מלמד מומחה מו"ה אהרן לונגער הי"ו און מו"ה לייבי אפעל הי"ו, מען האט געמאכט ליצנותא דעבודה זרה, וויאזוי עס זעט אויס אויב מ'האט נישט דעם דרך הלימוד און מען בייגט זיך נישט איין דעם קאפ פאר'ן צדיק. &nbsp; לְהוֹדִיעַ שֶׁכָּל קוֹוֶיךָ לֹא יֵבוֹשׁוּ וְלֹא יִכָּלְמוּ לָנֶצַח כָּל הַחוֹסִים בָּךְ!

    < זעה מער כ אדר תשפ"ה 📝
  • מלחמה אין מיטל מזרח פלאקערט ווידער אויף

    די מלחמה אין ארץ ישראל איז ווידער אין די נייעס ווען מדינת ישראל האט נעכטן געצילט פילע געגענטן אין צענטראל און דרום פון די עזה פאס מיט פליגערס און באמבעס וואס האבן געהרגעט פילע כאמאס פירער, און אנגעבליך אויך אומגעברענגט נאך הונדערטער אנדערע. דערמיט איז געשלאסן געווארן די צייטווייליגער צוויי חדשים'דיגע פייער אפשטעל וואס האט באפרייט בערך דרייסיג אידישע משכונות וואס זענען געווען פארכאפט און בערך פופצן הונדערט פאלעסטינער ארעסטאנטן פון די איזראעלישע תפיסות. &nbsp; נעכטן האט מען געהערט גאר שטארקע אויפרייסן אין עזה ווען פליגערס האבן אראפ געלאזט שווערע באמבעס אין פילע פאזיציעס פון כאמאס פירער, וואס האט צוריק אויפגעפלאקערט דעם קריג אינעם ראיאן, ברענגענדיג פארדאמונגען פון פילע ריכטונגען, און שטיצע פון אנדערע - אריינגערעכענט פרעזידענט טראמפ פון אמעריקע. &nbsp; דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער - בפרט די וואס זענען נאך געבליבן פארכאפט אונטער די רוצחים - און זיי זאלן ווערן באפרייט וואס שנעלער. מיר זענען מתפלל פאר זייער שנעלע באפרייאונג, אבער אויך זענען מיר מתפלל אז ביי אונז אינדערהיים זאל נישט אויפלאקערן קיין מלחמה, ביי אונז אין שטוב זאל נישט פאלן קיין באמבעס וואס דאס איז אסאך ערגער פון א וועלט מלחמה. די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף ז' עמוד ב' "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן מִשּׁוּם רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַי קָשָׁה תַּרְבּוּת רָעָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם יוֹתֵר מִמִּלְחֶמֶת גּוֹג וּמָגוֹג" מוהרא"ש זי"ע פלעגט עס כסדר זאגן, וואס קען זיין ערגער פון א וועלט מלחמה, מלחמת גוג ומגוג, אויב מיר קריגן זיך אינדערהיים, ווען עס איז דא א מלחמה אין גאס עס פליען באמבעס, סאלדאטן שטארבן, איז נאך נישט געפערליך, איך קוק נישט קיין נייעס, איך הער נישט קיין נייעס, איך קום אהיים מיט א שמייכל, עס איז מיר גוט, איך האב א ווארימע ווינקל, אבער אויב קוקט מען אויף די ווייב מיט א שלעכטע אויג, זי איז מיר נישט גוט, אפילו די גאנצע וועלט קומט זיך דורך איינע מיט'ן צווייטן, אפילו ווען טראמפ וועט שוין מצליח זיין צו מאכן שלום צווישן רוסלאנד מיט אוקריינא, צווישן אמעריקע און צפון קאריע, צווישן מדינת ישראל מיט איראן - כיזבאלא און כאמאס, אבער עס איז מיר ביטער. &nbsp; וואס איז די עצה - פלעגט מוהרא"ש אלץ זאגן - מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן שכל, ווייל שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען איז קלוג און נישט גערעכט, און וואס מיינט האבן שכל? אז מיט א ווייב טענה'ט מען נישט, א ווייב איז אלץ גערעכט, און מען איז מוותר אין שטוב. &nbsp; עטליכע מערקווירדיגע פאקטן איבער די משכונות: דער עלטסטער משכון איז געווען א 79 יעריגער איד, און די אינגסטע איז די באקאנטע רויטע ביבאס בעיבי פון 9 חדשים אלט; טייל משכונות האבן אנטוויקעלט די טרויעריג בארימטע "שטאקהאלם סינדראם" וואס מיינט זיי האבן באקומען א גוטע געפיל איבער זייערע פארכאפער; אסאך משכונות האבן געזאגט אז זיי האבן גענצליך פארלוירן חשבון פון צייט זיצנדיג גענצליך אפגעהאקט פון די וועלט אין טונעלן טיף אונטער די ערד. &nbsp; מיר זענען מתפלל אז אלע פארכאפטע אונטער די כאמאס רוצחים אדער אונטער די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם זאלן באפרייט ווערן וואס שנעלער בביאת משיח צדקינו, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים אמן.

    < זעה מער יט אדר תשפ"ה 📝
  • מלמדים קאמפיין תשפ"ה

    שטייענדיג מיט ביידע פיס אין די שלשים יום קודם לחג הפסח, טרעפן זיך די מנהלי המוסדות און דער חשובער אדמיניסטראטאר אין אן אייגענארטיגע מצב, פון איין זייט בליען די מוסדות קיין עין הרע, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער, מען עפענט פרישע קלאסן, מען נעמט אויף פרישע מלמדים און טיטשערס, אבער פון די אנדערע זייט איז דורך א שווערע ווינטער, מען פלאגט זיך ממש טאג טעגליך צו דעקן דעם בודזשעט, כאטש וואס מען פרובירט מיט אלע מיטלען צו צאלן אין צייט האט מען אנגעהויבן צו ווערן אינטערשטעליג מיט די מאגערע געהאלטן פון די געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס. &nbsp; פאריאר, זאגט אונז דער מנהל הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א איז דער מלמדים קאמפיין ערב פסח געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה, ווען די מלמדים קאמפיין האט געדעקט איבער צוויי הונדערט טויזענט דאלער, וואס האט באוויזן בסייעתא דשמיא גענצליך אראפ צו נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, און האט געהאלפן גענצליך באצאלן אלע איינגעשטעלטע אין די מוסדות אויף יום טוב. &nbsp; אבער די הצלחה פון פאריאר איז נישט ממש גענוג פאר היי יאר, נאך א דרינגענדע זיצונג פון די הנהלה, מיט די אדמיניסטראטאר פון די מוסדות צו מאכן א גרעסערע ציל פארן קאמפיין, נאכדעם וואס עס איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע ווינטער אויף די מוסדות פון א פינאנציעלער שטאנדפונקט, האט מען געזען אז כדי צו קענען דורכמאכן דאס יאר און באצאלן אלע מלמדים און טיטשערס דארף מען אויפקומען מיט איבער פיר הונדערט טויזענט דאלער, כדי זיך צו קענען דעקן, און ווי אלע יארן האט זיך דער מנהל אריינגעלייגט אינעם קאמפיין, און רופט ארום אנשי שלומינו זיי צו מזכה זיין מיט די גרויסע זכיה פון צאלן אונזערע טייערע מלמדים און טיטשערס וואס זענען איבערגעגעבן א גאנץ יאר פאר די קינדער בלב ונפש, געבן זיך איבער מיט'ן גאנצן הארץ זיי צו אנגרייטן פארן לעבן, אריינלייגן אין זיי אמונה, יראת שמים, מידות טובות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אינגעלייט און איבערגעגעבענע מאמעס. &nbsp; דער מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א זאגט אונז אז ער איז איבעראשט און איבערגענומען פון די ווארימקייט מיט וואס אנשי שלומינו נעמען אים אויף, אלע ווייסן אז עס קומט א קאמפיין און ערווארטן דעם יערליכן רוף, און רופן זיך אן מיט גרויס ווארימקייט. &nbsp; די מוסדות ברוך השם וואקסן און בליען מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די צופרידענע עלטערן ווי שטארק די קינדער שפירן ווי זייערע מלמדים און מחנכים האבן זיי ליב און זענען איבערגעגעבן בלב ונפש, די עלטערן שעפן הויפנס פון נחת ווי די קינדער שטייגן בתורה ויראת שמים, זיי לעבן מיט א ריינע אמונה, האבן ליב תורה ומצוות, וואקסן און שטייגן מיט מידות טובות, זיי ווערן אנגעגרייט צום לעבן, עס קומען כסדר צו נאך און נאך קינדער, מען דארף כסדר צובויען נאך בנינים און נאך קלאס צימערן, נאך באסעס, נאך מלמדים, נאך טיטשערס און אזוי ווייטער, און מיט דעם וואקסט דער בודזשעט, און מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף וועט מען אויך היי יאר אין די שווערע מצב הפרנסה אויך קענען באצאלן די טייערע מסירת נפש מלמדים, זיי זאלן קענען צוגיין צום יום טוב מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אנשי שלומינו ווארטן אפילו נישט דער מנהל זאל זיי רופן, מען רופט אן דעם מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א אויף 917-578-0495 און מען איז זיך משתתף מיט שיינע נדבות, און בזכות זה וועט דער אייבערשטער אונז אלע בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, בני חיי ומזוני סייעתא דשמיא. אויב דער מנהל הייבט נישט אויף זאל מען ביטע לאזן א מעסעדזש.

    < זעה מער יח אדר תשפ"ה 📝
  • הערליכע פורים און שב"ק ביים ראש ישיבה שליט"א

    הערליכע לעכטיגע פורים טעג זענען דורך ביי אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט, פילע אנשי שלומינו זענען געקומען מיטהאלטן די פורים טעג ביים ראש ישיבה שליט"א, סיי ביים מגילה ליינען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געליינט מיט גרויס געהויבנקייט און סיי צו די סעודות פורים אלע דריי טעג. &nbsp; ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע געזאגט, המן איז ארויס פון די סעודה "שמח וטוב לב", וויאזוי קען עס זיין די קליפה זאל זיין פרייליך, נאכדעם שטייט, "וכראות המן את מרדכי", דאס איז עס, ער האט געקוקט אויף מרדכי, דאס מאכט אפילו די גרעסטע קליפה פרייליך, דאס גייט ארויף אויף אונז, דער סמ"ך מ"ם צוברעכט אונז אז מיר זענען חלילה בבחינת המן, פארכאפט אין די קליפות רח"ל, אבער מיר האבן נאך האפענונג, מיר קוקן צום צדיק, מיר וועלן נאך ארויסגיין פון די בלאטע און ווערן אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען שטארק בגילופין, אידן זענען געקומען בעטן ברכות, ישועות, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען בעטן ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער "מיינסט איך ווייס נישט אז דו דארפסט קינדער? ווען דו ביסט נאך געשלאפן היינט אינדערפרי האב איך שוין פארגאסן טרערן פאר דיר! הלואי זאלסטו אזוי סאך בעטן פאר דיר וויפיל איך בעט פאר דיר"... &nbsp; ערב שבת נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה ארויס כאפן פרישע לופט, און האט באגריסט די דורכגייער, "שלום עליכם", דער ראש ישיבה האט זיך פארגעשטעלט מיט זיין נאמען, און געזאגט "ווייסט מיר זענען קאזינס", "וויאזוי?", "פון אברהם אבינו", "אבער מיר טארן זיך נישט גריסן ווייל מיר וואוינען אין וויליאמסבורג..." &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען אין מקוה, און איז אריינגעקומען אביסל שפעט אבער זייער פרייליך צו דאווענען מנחה, מו"ה יואל משה מייזעלס הי"ו איז געווען בעל תפלה סיי ביי מנחה און סיי ביי קבלת שבת און מעריב. &nbsp; הר"ר ישראל מנחם ראזענבערג הי"ו האט געבעטן דעם ראש ישיבה זאל זאגן אפאר ווערטער ער האט געשטעלט אן עמוד ביים ארון הקודש, מען האט געבעטן דעם ראש ישיבה ער זאל צוגיין צו קבלת שבת, האט ער געזאגט "איך האב נישט קיין קול, אבער איך האב א הארץ"... &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען ביים שטענדער ביים ארון הקודש אויסגעדרייט צום עולם, און צווישן יעדע קאפיטל פון קבלת שבת האט דער ראש ישיבה אויסגעטייטשט די אלע שטיקלעך פון קבלת שבת וואס עס מיינט פאר אונז לעובדא ולמעשה... "ארבעים שנה אקוט בדור", אידן זענען געווען אין מדבר פערציג יאר, איינער פרעגט מיר וויאזוי קען זיין דער דור המדבר וואס הייסט דער דור דעה, הייליגע דור, האט אויסגעפרואווט דעם אויבערשטן צען מאל, זיי האבן זיך כסדר אפגערעדט ווי מען זעט אין חומש. האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "פערציג יאר און נאר צען קשיות?",וויפיל קשיות האבן מיר ליידער אויפן אויבערשטן? אונז האבן צען קשיות יעדן טאג! &nbsp; אזוי האט דער ראש ישיבה הערליך אריינגעטייטשט אלע קאפיטלעך פון קבלת שבת זייער שיין "אור זרוע לצדיק, ולישרי לב שמחה", האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט ווי לעכטיג און ווי פרייליך איז די לעבן פאר וווער עס האט א צדיק! &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה, מען האט געזען אנשי שלומינו ווען זיי זענען געווען שיכור אלע ווילן איין זאך, אלע האבן געשריגן פון טיפעניש פון זייער הארץ איך וויל זיין אן ערליכער איד. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער שלום בית, ווי מ'דארף דאנקען דעם אויבערשטן אז מען האט א ווייב, מען האט חתונה געהאט, און געזאגט בדרך צחות, אויב מ'פארגעסט צו זאגן על הנסים ביים בענטשן זאגט מען עס ביי הרחמן, אויב מ'פארגעסט צו דאנקען דעם אויבערשטן פריער, דארף מען שפעטער בעטן דעם אויבערשטן. &nbsp; ביי שלש סעודות, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט די מעשה באריכות וויאזוי דער הייליגער רבי נתן האט זייער געוואלט זיין ביים הייליגן רבין פורים, אבער צוליב די שווערע וועטער איז ער הערש אנגעקומען אום שושן פורים, און דער רבי האט אים דאן מחזק געווען "שושן פורים איז אויך פורים". האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז מען דארף אפלאזן חכמות, און זיין פרייליך פורים, שושן פורים, און א גאנץ יאר, זיך פרייען און טאנצן אז מ'איז א איד. &nbsp; דער באריכט פון מוצש"ק שושן פורים וועט בעז"ה נאכפאלגן

    < זעה מער יח אדר תשפ"ה 📝
  • קוואל וואסער

    שאלה: פון וואו קומט קוואל וואסער? צו קען זיך עס אויסנוצן? &nbsp; ענטפער: ווען עס רעגנט אדער שנייעט, גייט די וואסער צוביסלעך אריין אין דער ערד, צווישן די זאמד און שטיינער קען זיך דורכשטופן פיצעלע טראפנס וואסער, וואס צוביסלעך א טראפ נאך א טראפ רינען זיי אראפ טיף אונטער די ערד, טייל מאל עטליכע פוס, אבער געווענליך וועט עס זיין אביסל טיפער, וועלן זיך צוזאם נעמען אסאך טראפנס וואסער אין אדערן אדער הוילקייטן אונטער די ערד ווי דאס וואסער וועט דארט שיין ווארטן אז מען זאל זיי ארויסשעפן פון דארט. &nbsp; דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז שוין געווען פערציג יאר, און ער האט נאך נישט געקענט קיין תורה, ער האט געזען א שטראם וואסער וואס טראפט אויף א שטיין לאנגע יארן, און צום סוף נאך אזויפיל טראפנס וואסער איז דער שטיין געלעכערט געווארן. דאס האט אים געמאכט טראכטן, אז אפילו איך בין שוין פערציג, מיין הארץ איז נאך נישט קיין שטיין, און די תורה האט אזא כח, זיכער אסאך מער פון וואסער, וועט די תורה זיכער קענען לעכערן און אריינגיין אין מיין הארץ. די איבעריגע איז היסטאריע - זאגט די וועלט. &nbsp; דאס קען אונז אויך שטארק מחזק זיין, חז"ל און אלע צדיקים האבן אונז אלץ מעודד געווען איבער די גרויסע כח התורה, ווי שטארק עס איז, עס היילט אויס א מענטש, עס מאכט פרייליך א מענטש, ווען מען לערנט משניות טוישט עס די נשמה, מען ווערט פריש געבוירן, אבער דער יצר הרע טוט דאס זייניגע, ער זשומעט אין קאפ און לאזט נישט קיין מנוחה, "קוק וויאזוי דו זעסט אויס, נאך אזויפיל לערנען וואלסטו שוין געדארפט זיין א קדוש וטהור, און נאך אלץ ביסטו וואו דו ביסט", אבער ניין, גיי נישט אוועק פון די קוואל וואסער, גיי נישט אוועק פון די שטראם וואסער וואס טראפט אויף דיין הארץ, יעדע ווארט תורה מאכט אויס, אנטלויף נישט פאר שולחן עורך, עס גייט איין טאג געשען, דו וועסט זען וואס די תורה וועט מאכן פון דיר, איין טאג וועט זיך דיין הארץ עפענען, און אריינגיין אין דיין נשמה, און וועסט זוכה זיין צו זיין אן אמת'ע ערליכער איד. &nbsp; ווען מען זוכט צו האבן טרונק וואסער וועט די קוואל גראבונג פירמע אראפ גראבן א טיפע לאך ביז זיי באגעגענען די הוילקייטן אונטער די ערד, און אט - א שפרודעלדיגע קוואל איז געשאפן געווארן, פון וואס דער אויבערשטער געבט פון זיינע גוטע השפעות פאר די גאנצע בריאה, די מענטש, להבדיל די בהמות און געוויקסן. &nbsp; די קוועלער זענען באגרעניצט וויפיל וואסער זיי פארמאגן, עס איז נישט אנלימיטעד, עס ווענדט זיך ווי גרויס דער וואסער רעזערוואר אונטער דער ערד איז, ווי סאך וואסער מען שעפט ארויס דערפון טעגליך, ווי סאך עס רעגנט און שנייעט אין די געגענט, און וויפיל קוועלער שעפן ארויס פונעם זעלבן רעזערוואר. עס מאכט זיך אפט אז מען טרעפט א קוואל וואס איז באמת נישט מער ווי נאך א לאך צום זעלבן קוואל. אזוי אויך מאכט שטארק אויס ווי באוואוינט א פלאץ איז. אין א פארבויעטע פלאץ איז די ערד אסאך מער אויסגעפלאסטערט און פארדעקט, און זייער ווייניג וואסער ווערט אריינגעזאפט אין דער ערד. דאס איז די סיבה פארוואס אין א שטאט איז דא אפלויף סיסטעמס. די וואסער וואס וואלט נאטורליך אריינגעגאנגען אין דער ערד, האט יעצט נישט וואו צו גיין, דערפאר ווערן זיי אריינגעלאזט אין לעכער און אין פייפס וואס פירן זיי אוועק, כדי די רעגן זאל נישט פארפלייצן די שטאט. &nbsp;

    < זעה מער יג אדר תשפ"ה 📝
  • ברעיקינג נייעס: אוקריינע מסכים צו א דרייסיג טאגיגער פייער-אפשטעל

    דריי יאר נאך דעם אויסברוך פונעם מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע, און אין א צייט ווען די באציאונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע איז געווען זייער אנגעצויגן, ווערט היינט באריכטעט איבער סוקסעספולע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע וואס איז פארגעקומען אין סאַודי-אַראַביע. &nbsp; די באריכטן לויטן אז אוקריינע האט זיך געבויגן, און מסכים געווען צו א 30-טאגיגן פייער-אפשטעל, וועלכער וועט ארייננעמען דאס אויפהערן זיך באנוצן מיט מיסילס, דראָונס, וכדומה, סיי אויפן ים, און סיי לענגאויס דער גאנצער פראָנט ליניע. &nbsp; אמעריקאנער פארהאנדלער זאגן אז יעצט וועלן זיי ברענגען דעם פארשלאג פאר רוסלאנד און לייגן דרוק אויפן קרעמלין אז זיי זאלן אויך איינגיין אין דעם פייער-אפשטעל. &nbsp; אוקריינע'ס פרעזידענט, זעלענסקי, האט ארויסגעגעבן א מעסעדזש זאגענדיג אז אוקריינע איז געווען גרייט צו שלום פון דעם ערשטן רגע פון דער מלחמה, און זיי זוכן בלויז צו פארזיכערן אז די ענדע פונעם קריג מיינט א לאנג טערמיניגער שלום, וואס וועט נישט צוריק אויפפלאקערן א קורצע צייט שפעטער. דער זעלבער באריכט געבט אויך אן אז אמעריקע האט באשלאסן ווידער צו באנייען שפיאנאזש הילף פאר אוקריינע, איבער וואס מען האט גערעדט אין די לעצטע צייט אז טראמפ האט אפגעשטעלט, צוליב דעם אומאנגענעמען ווערטער אויסטויש צווישן אים און זעלענסקי, וואס ווייזט אז אמעריקע זעט אין דעם אז אוקראינע ברעכט זיך צו אירע פארלאנגען. &nbsp; פאר אונז אנשי שלומינו חסידי ברסלב וועלכע האבן די זכיה צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה איז דאס גאר גוטע נייעס, מיר זענען כסדר מתפלל אז מען זאל שוין קענען קומען קיין אומאן אומגעשטערט, און ווער ווייסט אפשר גאר וועט ארויסקומען א גרויסע טובה פאר אנשי שלומינו, איידער די מלחמה האט עס אויסגעזען זייער שווער צו פארן דריי פיר שעה פונעם עירפארט אין קיעוו אדער אדעסע, זוכן טעקסיס און פארן אויף די שמאלע צוהאקטע הייוועיס, און מען האט דאן מתפלל געווען אז מען זאל עפענען די עירפארט אין אומאן וואס פלעגט זיין א מיליטערישע עירפארט אין די צייטן פון די סאוויעטן, אבער איז געווען גענצליך פארלאזט אין די לעצטערע יארן און מען האט עס שוין נישט געקענט נוצן, יעצט צוליב די מלחמה האט מען זיך געכאפט ווי גרינג עס איז דאן געווען צו פארן, און מען האט געדארפט איבערקומען אסאך גרעסערע מניעות אנצוקומען צום רבין אויף ראש השנה, מען האט נישט געקענט פארן דירעקט קיין אוקראינע, און די גליקליכע האבן זוכה געווען צו פארן מיט א טשארטער קיין פוילן, און פון דארט איבער צען שעה מיט'ן באן. &nbsp; אבער בשעת די אלע אומאנגענעמליכקייטן האט די אוקריינער רעגירונג צוריק אויפגעבויעט דעם עירפארט אין אומאן, און זיי פלעגן רעגלמעסיג נוצן דעם עירפארט אין די לעצטע דריי יאר בשעת די מלחמה האט געפלאקערט צו פליען פון דארט מיליטערישע פליגער. דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן אז די נארישע מלחמה און אומזיסטע בלוט פארגיסונג וועט זיך אויפהערן, און ווען די קריג וועט קומען צו אן ענדע, קען דאס שטארק פארגרינגערן די נסיעה, אז מיר זאלן קענען פליען גלייך קיין אומאן אן קיין שוועריקייטן. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן, אז עס זאל זיין שלום ביי אונז, מיר זאלן שלום מאכן מיט זיך אליינס, אויפהערן באשולדיגן יעדעם איינעם אין די צרות, מאכן שלום מיט די ווייב און קינדער, ווערן בשלום מיט די קינדער און עלטערן, און מיר זאלן קענען זיי אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער יב אדר תשפ"ה 📝
  • אלטע פארלאזטע באמבע, שטעלט אפ באן סערוויס צווישן פאריז און לאנדאן

    אין די צענטראלע גרויסע באן סטאנציע אין פאריז פראנקרייך איז דעם פארגאנגענעם ערב שבת קודש אנטשטאנען א גרויסע פאניק. וואס האט פאסירט? באאמטע אינעם געגענט האבן געפונען אן אלטן באמבע, אן איבערבלייבעניש נאך פון אכציג יאר צוריק פון די צווייטע וועלט מלחמה, וואס מען האט געטראפן א קארגע מייל אוועק פונעם באן סטאנציע פון ווי די יורא סטאַר באן פארט ארויס קיין לאנדאן ענגלאנד, און האט געפירט אז די באן סערוויס צווישן די צוויי לענדער זאל טאטאל אפגעשטעלט ווערן פאר עטליכע שעה. &nbsp; די דייטשן האבן געווארפן מיליאנען באמבעס איינצונעמען די שכינות'דיגע לענדער, טייל האבן אויפגעריסן, אבער פילע האבן "איבערגעלעבט" דעם פאל און זענען געליבן גאנץ און איינגעגעסן אין די ערד ווארטנדיג אז איינער זאל עס חס ושלום אנרירן, און האט די פאטענציאל חרוב צו מאכן גאנצע גאסן פאר איבער אכציג יאר שפעטער, דאס איז א זאך וואס האט שוין ליידער פאסירט פילע מאל אין לענדער וואס אסאך אסאך יארן נאך א מלחמה, קען מען זיך אנשטויסן אין אן אומאויפגעריסענע באמבע וואס רייסט פלוצלינג אויף. &nbsp; זה לעומת זה עשה אלקים, דער אויבערשטער וויל זיך טרעפן מיט זיינע קינדער, עס זענען ליידער דא קינדער וואס זענען גענצליך פארלוירן, זיי ווייסן ניטמאל אז זיי שטאמען פון אידן, עס זענען אויך דא אידן וואס ווייסן אז זיי זענען אידן, אבער מיינען נעבעך אז אידישקייט באשטייט פון פראווען א "באר מיצווע" מיט ליינען די "האפטוירע" ביים "דרייצנטן בוירטדעי" און אויך חלילה נישט פארגעסן פון עסן קניידלעך אום פסח. ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, מיר גייען אין די וועגן פון אונזערע גרויסע רבי'ס די תלמידי החתם סופר זי"ע וואס האבן אראפגעשטעלט די ארטאדאקסיע, און אראפ געשטעלט א יסוד אז אידישקייט איז "שולחן ערוך" און פון דעם קען מען זיך נישט אוועק רירן, און אזוי אויך תלמידים פון די שפעטערדיגע צדיקים גאונים וקדושים נ"ע דער בעל שם טוב זי"ע און זיינע הייליגע תלמידים זי"ע, אבער מיר קענען אויך פארגעסן "פארוואס" מיר האלטן דעם שלחן ערוך, דער הו הא פונעם לעבן, ביזנעס, פעישן, כבוד, נייעס און פאליטיק קען אונז מאכן פארלוירן, מיר ווייסן טאקע אז דער אויבערשטער איז גאט און מיר דארפן אים פאלגן, אבער מיר פארגעסן טייל מאל פון אים. און דערפאר האט דער אויבערשטער אראפ געשיקט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי מיט זיינע תלמידים, בפרט דער צדיק וואס האט נאך געלעבט אין אונזער דור מוהרא"ש זי"ע וואס האט גענומען אויף זיך א ציל א מטרה צו ווארפן פאזיטיווע באמבעס, הייליגע באמבעס, און אייננעמען די וועלט צום אויבערשטן, דערמאנען אלע קינדער אז דער טאטע וויל ענק זען, ער ווארט אויף דיין באזוך, ביסט פארנומען מיט ביזנעס און האסט פארגעסן פון דיין טאטן. טייל פון די הייליגע ספרים און קונטרסים טוען א פעולה תיכף ומיד, עס וועקט אויף דעם מענטש צו רעדן צו זיין טאטן וואס בענקט זיך שוין אזוי שטארק צו אים, און טייל ווערן פארגעסן אין בוזעם טאש, אין ספרים שאנק אדער אפילו אין שמות באקס, און נאך פילע יארן שפעטער פירט דער אויבערשטער צו אז איינער זאל עס אנרירן און נתעורר ווערן צום אויבערשטן. &nbsp; לאמיר אויסנוצן די הייליגע פרייליכע טעג פון אדר און ניסן זיך צו דערנענטערן צום אויבערשטן, וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער י אדר תשפ"ה 📝
  • בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אין אמעריקע און ארץ ישראל

    בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אין אמעריקע און ארץ ישראל &nbsp; אין די פרייליכע טעג פון פורים זוכן אלע אז פרייליכע בחורים וואס נוצן אויס די טעג א גאנץ יאר מיט לערנען און יראת שמים זאל קומען משמח זיין אין שטוב, אזוי אויך וויל מען שטיצן תורה און יראת שמים, דערפאר וועלן די בחורים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה היכל הקודש ברסלב אזוי ווי אלע יארן, אויך דאס יאר ארומגיין משמח זיין אין די טעג פון פורים, אין די שטיבער וואס שפירן א זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס העלפן אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט. &nbsp; בפרט אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין גאר א שווערע פינאנציעלע מצב, וועט מען דאס יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, צו מאכן מערערע גרופעס צו קענען אנגעקומען צו אלע היימישע געגנטער, ווי די בחורים וועלן ארויפקומען און גאר פרייליך מאכן אין די שטיבער פון די נדיבים וואס העלפן ארויס די הייליגע ישיבה זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס, און אנפילן די טיפע חובות לעכער וואס צועפענען זיך לעצטנס מער און מער. דאס יאר האט מען אויך אריינגענומען דערין די תלמידי הישיבה אין ירושלים עיה"ק אונטער די פירערשאפט פונעם חשובן מגיד שיעור מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א, וואס וועלן אויך ארומגיין צו די נדיבים בעם אין ארץ ישראל. &nbsp; אויב ווילט איר געבן גרעסערע סכומים פאר די הייליגע ישיבה, אדער ווייסט איר פון א שכן, קרוב, אדער גוטער פריינט וואס וואלט געהאט חשק די בחורים זאלן ארויפקומען צו אים אום יום טוב פורים, זעט צו רופן ווי פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול. &nbsp; אין אמעריקע קען מען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070 , אדער דער חשובער מגיד שיעור מו"ה ישראל שמעון שטיינבערג שליט"א אויף 347-786-4760, אין ארץ ישראל קען מען רופן 0548572849. &nbsp; אז מען רעדט שוין וועגן פורים איז דא דאס פלאץ איבערצוגעבן דעם סדר היום פון די פורים טעג אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג. מנחה דאנערשטאג נאכט תענית אסתר (מיט מחצית השקל) וועט זיין אום 7:00, קריאת המגילה וועט זיין אום 8:10, שחרית ערב שבת קודש פורים אינדערפרי 9:00, קריאת המגילה 10:00. מוצאי שבת קודש שושן פורים וועט געפראוועט ווערן א שיינע מלוה מלכה וסעודת שושן פורים נטילת ידים אום 9:30, און דערנאך וועט מען טאנצן לכבוד היום. שושן פורים נאכמיטאג אום 6:00 ווען מען פראווען א שיינע שושן פורים סעודה, און עס וועט פארגעשטעלט ווערן א שיינע שפיל דורך טאלאנטפולע אינגעלייט בחורים און קינדער פון וואס אלע וועלן הנאה האבן. די ווייבער שול וועט זיין אפן אין אלע זמנים. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ארויסצוגיין פון קליפת המן עמלק און זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר. &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

    < זעה מער י אדר תשפ"ה 📝
  • געשמאקע "קרעמל" פאדקעסט אויף קול ברסלב

    א נייע פאדקעסט האט זיך געגרינדעט אין די טעג אויפן קול ברסלב האטליין. דער פאדקעסט איז א געלונגענע צוזאם שטעל פון צוויי טאלאנטפולע געשמאקע אינגעלייט מו"ה שמואל אייכענשטיין הי"ו דער באליבטער גבאי פון מכון עצתו אמונה, מיט'ן זאפטיגן מלמד שרייבער און רעדנער מו"ה בערל שניטצלער הי"ו, וואס וועלן ברענגען צום ציבור א אינהאלטספולער שמועס יעדע וואך מיט אן אנדערן גאסט, וואס וועט דורכשמועסן מיט זיי פארשידענע נושאים בענינים העומדים על הפרק. &nbsp; דער שמועס האט זיך שוין אייגענטליך אנגעהויבן, ווען לכבוד דעם ערשטן וואך האבן זיי ארויפגעברענגט דעם גבאי'ן פון ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו, וואס פארציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע ענינים וואס ער האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע אין די פריערדיגע יארן, ער פארציילט אביסל פון זיינע בחורישע יארן, וויאזוי און דורך וועם ער איז נתקרב געווארן צום רבי'ן, וויאזוי זיין משפחה האט עס אויפגענומען, זיינע געגועים אנצוקומען אלס פרישער מקורב צום רבי'ן קיין אומאן, און וויאזוי דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ער האט געשאפט טיקעטס, ער רעדט פון זיין שטעלע אלס באס דרייווער, און וואס דאס מיינט פאר אים און פאר די קינדער, ער פארציילט אביסל פון זיינע יארן אין אלגעמיינע ישיבות, און דערנאך אין די ערשטע יארן פון ישיבה תפארת התורה ברסלב, ר' מנשה גיט איבער אביסל די היסטאריע פון די בארא פארקער ברסלב קהלה ווי דער דיין פון קרית ברסלב שליט"א האט געוואוינט פאר עטליכע יאר און געפירט די קהלה, און צום סוף שמועסט ער אויס וויאזוי ער האט זיך דערזען אלס גבאי פונעם בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק, נאכדעם וואס הרב הצדיק ר' יצחק לעזער שליט"א האט זיך געצויגן קיין יבנאל און פארקויפט זיין הויז, און דער ראש ישיבה שליט"א האט אים געבעטן צו נעמען די גבאות און שאפן א פלאץ, ער פארציילט וואס דאס מיינט די אחריות פון א גבאי, און וואס פארא זאכן זענען הילף פאר א גבאי, און צומאל קען זיין איינער מיט גוטע כוונות, אבער אנשטאט העלפן טוט ער פארקערט. &nbsp; דער ציל פונעם שמועס איז זייער פשוט און קלאר, היינט איז געווארן א שטארקע זאך אין די וועלט "פאדקעסטס", און די בעלי הפאדקעסטס ווערן דעה זאגער מיינונג זאגער, זיי פארשטייען צו חינוך, זיי פארשטייען וואס דאס מיינט אידישקייט, וואס עס איז וויכטיג און וואס איז נאריש, און מענטש עולם גולם זיצט פארגלאצט און הערט אויס זייער תורת לאקשן ווי הלכה למשה מסיני, בשעת רוב פון זיי זענען עמי הארצים מדאורייתא ומדרבנן, ליינען זיך אן און הערן זיך אן פון גוי'אישע פעדאגאגן און פרעדיגער, און די גיפט פון די נידעריגע גאס גייט אריין אומדירעקט אין די צוהערער. גאר אסאך האבן זיך געמאכט א גדר נישט אויסצוהערן קיין האַט ליינס בפרט וויבאלד פילע זאכן וואס ווערן דארט געלופטערט זענען אנגעפיקעוועט מיט לשון הרע, רכילות, ליצנות, און שלעכטע השקפות, אנשטאט דעם רופן זיי אן דעם "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און הערן אויס די פילע שיעורים, אינטערוויוס, און שמועסן וואס ווערן געגעבן דורך אינגעלייט יראי השם, אידן וואס זענען אנגעזאפט מיט "אשר בנחל" און "עצתו אמונה", און שעפן זיך אן פון די ריינע קוואל. &nbsp; אסאך אינגעלייט האבן געבעטן פאר נאך קאנטענט. זיי זאגן אז די אלגעמיינע האטליינס זענען אנגעפילט מיט ענטערנעינמעט, און זיי ווילן זייער שטארק האבן ערליכע תוכן דורך אינגעלייט תלמידים פון רבי'ן, דערפאר איז א געוואלדיגע דערגרייכונג דאס וואס די צוויי חשוב'ע אינגעלייט האבן זיך צוזאם געשטעלט און זיך אינטערגענומען דעם נייעם פראיעקט. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן מצליח זיין מיט זייער שיינער נייער אפטיילונג, און עס זאל ארויסקומען דורך זיי אסאך חיזוק, אמונה, תורה און יראת שמים.

    < זעה מער ו אדר תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 181 to 195 of 1720 results

1 2 ... 10 11 12 13 14 15 16 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com