Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי שלומינו אין בלומינג גראוו וועלן אויפנעמען דעם ראש ישיבה קומענדיגן מאנטאג אווענט בהילולת מוהרנ"ת זי"ע

    קומענדיגן וואך דינסטאג ויחי עשרה בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 179'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע. אביסל א השגה ווער דער הייליגער רבי נתן איז געווען קען מען פארשטיין פון די אויסדרוקן וואס דער הייליגער רבי געלאזט פאלן פון צייט צו צייט: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל". אין א בריוו פונעם דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט ער איבער די גרויסקייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע: "רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען". "בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען. "צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם. "ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן. "ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות". "שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. אי"ה קומענדיגן וואך מאנטאג נאכט ויחי, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין אלע ביתי מדרשים פון היכל הקודש, דער ראש ישיבה וועט זיך באטייליגן אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו, נעבן קרית יואל, אויף 24 מעריוואלד לעין סאוט, אום 8:30 אווענט. Address for the GPS: 24 Merriewold Ln S, Monroe, NY 10950   אינעם הייליגער יארצייט וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן די געלעגענהייט צו שטיצן און מחזק זיין דעם קרן הדפסה וועלכע דרוקט און פארשפרייט די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס דאס איז געווען דער שאיפה פון רבי נתן זי"ע זיין גאנצע לעבן, און דאס זענען געווען זיינע לעצטע ווערטער אויף דער וועלט, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו "איידער רבי נתן איז נסתלק געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).   אז דו געבסט געלט פאר'ן דרוקן די ספרים האסטו די זעלבע חלק אין הפצה ווי די וואס גייען פארשפרייטן די ספרים; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן איז מקרב די גאולה, עס ברענגט נענטער און נענטער משיח זאל קומען. ווייל די ספרים און קונטרסים ברענגען צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן און דער רמב"ם פסק'נט (הלכות תשובה פרק ז, הלכה ה): "הִבְטִיחָה תּוֹרָה שֶׁסּוֹף יִשְׂרָאֵל לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה בְּסוֹף גָּלוּתָן, וּמִיַּד הֵן נִגְאָלִין", די הייליגע תורה זאגט, ווען אידישע קינדער וועלן תשובה טון וועט זיי דער אייבערשטער גלייך אויסלייזן."   כל הקהל מזומנים  

    < זעה מער ה טבת תשפ"ג 📝
  • נייע הארציגע מוזיק ווידיא "א הפקר שטוב"

    עס איז נארוואס ארויסגעקומען דער נייעסטער מוזיק ווידיא פונעם ראש ישיבה, וואס געבט צו פארשטיין וויאזוי א שטוב זעט אויס ווען דער טאטע אדער די מאמע זענען צוגעקלעבט צו זייערע טעלעפאנען, ווי די גאנצע שטוב פארט אויף רעדער, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף די קינדער, די קינדער ווארפן אויף די שטוב, מאכן אלעס שמוציג, טוען סכנה'דיגע זאכן, אבער קיינער זעט און נישט און קיינער באמערקט נישט. קיין פרישע עסן איז נישטא, וועש אנצוטון איז נישט צום געפונען. מען הערט ווי די טאטע און די מאמע שמועסן זיך אויס צווישן זיך די חורבנות וואס דער טעלעפאן האט שוין געמאכט אין זייער שטוב ביז אהער, און ווי זיי באשלוסן אז גענוג געווען ביז אהער, מער וועט דער טעלעפאן נישט אריינקומען צו אונז אין שטוב. &nbsp; דער מוזיק ווידיא איז הערליך אפגעשפילט, און איז געווארן געזינגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, צוזמען מיט מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו, וואס לייגן אראפ דעם הארציגן ניגון. &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן אז דער ניגון זאל אריינגיין צו אונז אין הארץ. מיר זאלן געדענקען וואס איז דער עיקר צו וואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט, און ווי דער טעלעפאן נעמט אוועק אונזער קאפ און מח. &nbsp; צו זען דעם מוזיק ווידיא &nbsp; אט זענען די ווערטער פונעם ניגון: &nbsp; מיין טייערע ווייב, מיין אשת חיל א סמארט פאון איז נישט גוט פאר דיר &nbsp; נישטא קיין סאפער נישטא קיין קליידער די קינדער וואקסן הפקר &nbsp; דו וואשסט נישט קיין וועש דו ביסט דעפרעסט די גאנצע שטוב איז א מעס &nbsp; די עסן איז קאלט פארדארבן און אלט זע ווי די גאנצע שטוב צופאלט &nbsp; איך בעט דיר זייער איך האלט דיר טייער פון די קינדער נעם שוין קעיר &nbsp; א סמארט פאון איז סם דאס קען ביי דיר נישט זיין גענוג געווען שוין ביז אהער &nbsp; * &nbsp; מיין טייערער מאן די שולד איז דיין דו מאכסט די סמארט פאון אינטערעסאנט &nbsp; איך שטיי און איך שטוין ווי דו לאכסט צו דיין פאון אויף די קינדער קוקסטו קוים &nbsp; מיין טייערער צדיק כ'פרעג דיר צוריק דו קוקסט אויף מיר אזוי ביליג &nbsp; דו קומסט נישט אהיים דו רעדסט נישט שיין צו חברים ווילסטו גיין &nbsp; לאמיר צוזאמען זיך פארנעמען אפילו ס'גייט אונז זיין שווער &nbsp; א סמארט פאון איז סם דאס וועט ביי אונז נישט זיין &nbsp; גענוג געווען ביז אהער &nbsp;

    < זעה מער ד טבת תשפ"ג 📝
  • הפצה פארברענג אין קרית יואל וועט פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן

    שוין איבער א יאר וואס עס איז נתייסד געווארן דעם שיינער פארברענג יעדע דינסטאג נאכט ווי אנשי שלומינו שמועסן און רעדן פון הייליגן רבין, מען איז זיך מחזק צו פאלגן זיינע היייליגע עצות. צו ערשט לערנט הר"ר יואל פארקאש שליט"א פאר אין הייליגן ספר "פעולות הצדיק" פון היייליגן רבין, דערנאך פארברענגט מען מיט שיחת חברים, מען איז זיך מחזק אינאיינעם, מען פארציילט מעשיות פון הפצה, און מעשיות פון תפלה. &nbsp; יעדע וואך קומט דער פארברענג פאר אום 8:45 אין ביהמ"ד היכל הקודש העיס און אום 9:45 נאכן פארברענג דאווענט מען אינאיינעם מעריב, און דערנאך לאזט מען זיך ארויס אין א פרייליגע טאנץ, און מען פריידט זיך מיט נועם חלקינו אשר בנחל שם גורלינו, אז מיר האבן די זכיה אז מיר ווייסן פון הייליגן רבין, וואס דערמאנט אונז כסדר צו "קוקן אויפן הימל" און געדענקען דעם אייבערשטן, טראץ די גרויסע הסתרה וואס די וועלט פרובירט אים צו באהאלטן. &nbsp; יעצט צוליב די גרויסע רענאוואציעס וואס ווערן דורכגעפירט אין ביהמ"ד העיס, ווי מען רוקט אוועק די בתי כבוד אין א ווינקל, כדי צו קענען פארגרעסערן דעם היכל הבית המדרש, אזוי אויך ווערן די לייטס אינגאנצן איבערגעלייגט, און מען פעינט, מען סקרעיפט, פארשידענע פייפס ווערן ארויסגענומען און אריינגעלייגט אין די ווענט און אין די דאך, און דערווייל ווילאנג די ארבעט גייט אָן זענען די ווענט האלב רוי, האלב פון די לייטס פעלן, אלעס איז שטויביג, אזוי אויך ארבעט נישט די הייצונג דערווייל כדבעי, צוליב דעם וועט דער פארברענג צייטווייליג אריבערגערוקט ווערן צום ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 פרעמלישאן, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען היינט דינסטאג נאכט פרשת ויגש, און מען וועט זיך אינאיינעם מחזק זיין אינאיינעם.

    < זעה מער ג טבת תשפ"ג 📝
  • קול ברסלב צוריק צום געהעריגן נומער

    אזוי ווי דער אייבערשטער האט געפירט אז מען האט געמוזט אריבערפירן די טעלעפאן ליניע צו א נייע פירמע, האט מען אויסגענוצט דעם געלעגענהייט אביסל איבערצופרישן דעם טעלעפאן ליין, און מען האט עס אהערגעשטעלט שענער און בעסער, צו די הנאה פון די פילע צוהערער. &nbsp; דאס איז נישט געשען אין איין מינוט, עס איז אריין אין דעם א געוואלד מיט צייט, כח, און ארבעט, און דעריבער האט גענומען צייט ביז זאכן האבן זיך מסדר געווען אין פלאץ ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; דער עיקר שוועריקייט איז געווען דאס וואס די נומערן האבן נאך געפירט צום אלטן סיסטעם און נישט יעדער האט געקענט מיטהאלטן די אלע נייע שיעורים און שמועסן וואס זענען ארויף אויפ'ן ליין ביים נייעם סיסטעם. דאס אריבערפירן די נומערן האט זיך פארצויגן לענגער ווי געראכטן, און די פארוואלטונג פון קול ברסלב טוט זיך אנטשולדיגן אויף די עגמת נפש וואס דאס האט אנגעברענגט פאר אזויפיל אידישע קינדער וואס ווארטן מיט דארשט צו הערן נאך און נאך עצות און שכל אין לעבן, די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס זענען מחי' נפשות און בלאזן אריין לופט צום אטעמען און אקסיגן צום לעבן. &nbsp; שרייבנדיג די שורות איז שוין ברוך השם צוריק געשטעלט געווארן די ערשטע נומערן פאר "קול ברסלב" און "קוואל פון חיזוק", עס ארבעט שוין ברוך השם אזוי ווי פריער, אבער מען דארף נעמען אין אכט אז די סדר פון די קנעפלעך האבן זיך אביסל געטוישט מיט אנדערע אויסוואלן און באקוועמליכקייטן ווי ביז יעצט. &nbsp; יעצט דארף מען נאך תפילות אז אויך די פריערדיגע לאקאלע נומערן אין ארץ ישראל זאל אנהויבן ארבעטן מיט'ן נייעם סיסטעם. דערווייל קען מען רופן אין ארץ ישראל די צייטווייליגע נומערן אין ארץ ישראל ווי פאלגנד: "קול ברסלב" 0723701948. "קוואל פון חיזוק" 723701916. &nbsp; מיר וועלן דא איבערגיין אין קורצן די נייע סדר פון די מעין מעניו. צוערשט דארף מען דורקן 1 פאר אידיש און דערנאך קומט דער מעין מעניו: 1 - שיעורים פארן טאג 2 - שיעורי התחזקות 3 - שיעורי תורה 4 - שמועסן און פארברענגען 5 - קינדער ווינקל 6 - היכל נגינה &nbsp; עס איז כדאי אויסצוהערן אויף נומער 9 און דערנאך 2, די אלע באקוועמליכקייטן און אפציעס מיט וואס מען קען זיך באנוצן בשעת'ן הערן דעם ליין, בפרט ווי זאכן האבן זיך געטוישט פונעם אלטן סיסטעם. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער ב טבת תשפ"ג 📝
  • געהויבענע שבת חנוכה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א און אנשי שלומינו

    דער הערליכער יום טוב חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איז געווען א פארגעניגן פון די ערשטע מינוט ביז די לעצטע מינוט, די שטעטל האט געלעבט אין עפעס א יום טוב'דיגע שטומינג, עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, אויב מען האט דאס נישט אליין מיטגעלעבט. מיר וועלן פרובירן בלויז אראפצולייגן די כראנאלאגישע סדר וויאזוי עס איז צוגעגאנגען פון אנהייב ביזן סוף. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין שטעטל מאנטאג מקץ שפעט ביינאכט, די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט אינדערפרי צו א סופרייז, "דער ראש ישיבה געפונט זיך מיט אונז אין שטעטל", און אפילו מען זעט אים נישט יעדע מינוט, שפירט זיך אבער אין שטעטל אַן אנדערע לופט אַן אנדערע אטמעספער, א רואיגקייט לאזט זיך אראפ, מען שפירט עפעס אזא קלארע אמונה לופט וואס קומט מיט ווען דער ראש ישיבה קומט אין שטעטל. &nbsp; במשך די טעג ביז שבת האט דער ראש ישיבה עטליכע מאל באזוכט אין חדר, און געדאווענט צוזאמען מיט די קינדער א ווארימע געשמאק דאווענען, פאר הלל האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער און אנגעווארימט די קינדער צו דאווענען א געשמאקע הלל פאר'ן אייבערשטן, אויך האט דער ראש ישיבה מחזק געווען די איינגעשטעלטע אין די מוסד און אזוי ווייטער. &nbsp; דינסטאג ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין שטוב פון האברך מו"ה יעקב לעזער שליט"א וואס האט געמאכט א מסיבה פאר די חשובע קינדער וואס לערנען מיט אים דעם דף גמרא יעדן טאג, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי שטארק מחזק געווען אנצוהאלטן ווייטער צו לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג, וואס דאס באשיצט און היט אפ דעם מענטש פון אלעם בייזן. &nbsp; מיטוואך האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט ביים נייעם "פיש געשעפט" און געקלאפט מזוזות, דער ראש ישיבה איז געווען זייער פרייליך צו זען אז די שטעטל ווערט ברוך השם מער און מער אהערגעשטעלט מיט אלע געברויכן וואס פעלט זיך אויס פאר א אידישע שטאט, דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט איינגעקויפט פיינע פרישע פיש לכבוד שבת קודש. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט ביים נייעס "פערעלעס קליידער געשעפט" און געקלאפט מזוזות, דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט צו זען אז ענדליך האלט מען שוין דא, וואס די קליידער געשעפט אין שטעטל האט זיך אזוי שיין פארברייטערט אויף אזא שיינעם פארנעם אין אזא קורצע צייט. &nbsp; דאנערשטאג זענען די בחורים ארויסגעקומען אין שטעטל צו זיך אויפהאלטן אויף שבת חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט נאכאמאל באזוכט אין חדר, אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין בית הדפוס זיך אומקוקן אויף די הייליגע ארבעט וואס קומט דארט פאר, ווי מען דרוקט יעדן טאג נאך און נאך ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, אז זיי זאלן אויך וויסן די סוד וויאזוי מען קען האבן א שיינע פרייליכע לעבן מיט'ן אייבערשטן אויף דער וועלט. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה ארויף אין סטודיא און רעקארדירט א שיינעם ניגון וואס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען אין די קומענדיגע צייט. &nbsp; ביינאכט האט דער ראש ישיבה געגעבן דער וועכנטליכער ליל ששי שיעור פאר אינגעלייט אין בית המדרש אויף האשקי, די דרשה האט זיך פארצויגן פאר א שעה און א האלב, מען האט ארום גערעדט גאר שטארק אז חנוכה איז א צייט וואס מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט, כאטש וואס ס'קומט אונז נישט גארנישט, דאך גיבט אונז דער אייבערשטער אזויפיל גוטס יעדע רגע און יעדע מינוט. &nbsp; נאכ'ן שיעור איז דער ראש ישיבה אריבער ביים נייעם "העניך'ס טעיסט געשעפט", קלאפן מזוזות, דערנאך האט דער ראש ישיבה זיך אראפגעזעצט און טועם געווען פון די פיינע מאכלים וואס טראגט דעם הכשר פון דומ"ץ דקהילתנו הקדושה, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון האבן אזא פלאץ ווי א מענטש קען אריינקומען זיך דערכאפן דאס הארץ און עסן א פיינעם טעלער טשאלענט מיט קוגל און נאך, דאס איז א געוואלדיגע הכנסת אורחים, אפילו מען מאכט געלט איז עס נאך אלס הכנסת אורחים, דער גראסערי מאן רעכנט אויך געלט, דאס איז פשוט ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די געשעפט, אבער באמת איז עס א חסד וואס דער גראסערי מאן טוט. &nbsp; און אזוי איז מען אריין אינעם לעכטיגן שבת חנוכה - שבת ראש חודש טבת, די וועטער אינדרויסן איז טאקע געווען גאר קאלט און גליטשיג, אבער אינעווייניג איז געווען גאר גאר ווארים. דער ראש ישיבה האט געדאווענט אלע תפילות אין האשקי שול, קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אנגעווארעמט יעדנ'ס הארץ, די סעודה האט דער ראש ישיבה געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש, אביסל נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען זינגען צוזאמען זמירות שבת, דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון דעם אז מען דארף האבן א צדיק זאל דיר זאגן וויאזוי זיך צו פירן, "לכו אל יוסף" גיי צו א צדיק זאל דיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג וואס דו האסט צוטוהן אויף דער וועלט, יוסף האט געזאגט אלע דארפן זיך מל'ען, דאס הייסט אז מען דארף זיין הייליג בקדושת היסוד, נאר אזוי קען מען האבן א גוט לעבן, יוסף האט אריינגעברענגט א אמונה אין די מענטשן, מען דארף נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אין דער וועלט, נאר פונעם אייבערשטן. אלע אנדערע וואס האבן זיך אוועקגעלייגט עסן אין מצרים איז פון דעם גארנישט געבליבן, אלעס איז געווארן פארפוילט, ווייל אן א צדיק איז א פארפוילטע לעבן, ביי קאראנע צייטן איז געווען מענטשן וואס האבן זיך אוועקגעלייגט אסאך טישוס און וואסער, זיי האבן געלעבט אין פחד אין שרעק, אבער וואס העלפט טישוס און וואסער ווען די מענטש אליין לעבט נעבעך אין פחד יעדע מינוט? פאר דעם דארף מען האבן א צדיק וואס געט אריין א לויטערע אמונה פשוטה. &nbsp; אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט אין ספר "פעולת הצדיק" די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פון א רב בישראל וואס האט אכט און צוואנציג יאר זיך געוואלגערט אין עולם התוהו רחמנא לצלן, האט דער רבי אויסגעפירט ווער עס וועט קומען צו מיר ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט ווערן ניצול פון דעם, מוהרא"ש איז מסביר, פארוואס פונקט די דריי צייטן? ווייל ראש השנה געט דער הייליגער רבי אריין א קלארע אמונה אינעם מענטש און מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן, שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, און שבועות די מתנה פון לערנען תורה אויפ'ן געשמאקן וועג וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מען דארף נישט פארשטיין ביים לערנען, נאר מען זאגט די ווערטער, וואס דורך דעם איז מען זוכה צו אדורכגיין כל התורה כולה. &nbsp; צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, און געדאווענט א ווארימע הלל וואס האט יעדן אנגעווארעמט דאס הארץ אין די פראסטיגע ווינטערדיגע וועטער וואס האט געהערשט אין גאס. &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה נאכמאל גערעדט פון דאנקען דעם אייבערשטן, "וואס איז דער גאנצער מענטש? אין איין מינוט קען די מענטש אויפהערן אטעמען חס ושלום, א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו דאנקן דעם אייבערשטן, נאכדעם קען מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף". &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו זיך צו מאכן א שיעור אין ספר "ליקוטי מוהר"ן", וואס דאס וועקט אויף א מענטש פון שלאף און מאכט דעם מענטש רעדן צום אייבערשטן, ובפרט אז מען מאכט זיך א שיעור אין ספר "אשר בנחל" די בריוון פון מוהרא"ש, מאכט עס גלייך דער מענטש גיין אין בית המדרש דאווענען, אנטון תפילין און אזוי ווייטער.

    < זעה מער א טבת תשפ"ג 📝
  • הערליכע סעודת הודאה מוצש"ק חנוכה ר"ח טבת אין שטעטל

    נאך א הערליכע שבת וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויילט אין שטעטל צוזאמען מיט פילע געסט אנשי שלומינו וואס האבן זיך געוואלט געפונען ביים קיבוץ פון חסידי ברסלב צוזאמען מיטן ראש ישיבה, איז מוצאי שבת קודש אפגעהאלטן געווארן א הערליכע מלוה מלכה אין שטעטל. &nbsp; טראץ די גאר שטארקע קעלט פון קרוב צו זירא פארנהייט דעגריס וואס האט געהערשט אין גאס, זענען מוצאי שבת קודש געקומען צו פארן פון אנדערע שטעט פילע צענדליגע געסט, וואס האבן נישט געקענט זיין שבת אין שטעטל, און האבן זיך געפרייט צו קומען מיטהאלטן דעם שיינעם סעודת מלוה מלכה מוצש"ק, זיך צו קענען אנווארימען דאס הארץ מיט די ווארימע דיבורים פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; מען האט זיך געוואשן צו א הערליכע סעודה, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, ווארעמס, און געשמאקע מאכלים לכבוד סעודת מלוה מלכה און לכבוד חנוכה. מען האט געזונגען אינאיינעם די זמירות פון מלוה מלכה. &nbsp; צו ערשט האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די פיר גרויסע זאכן וואס דער מסיבה טוט פארשטעלן, א סעדות ראש חודש, א סעודת מלוה מלכה, א סעודת חנוכה, און בעיקר א מסיבת חנוכת הבית פאר די צווייטע בנין התלמוד תורה דא אין שטעטל. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט די השתלשלות פונעם שטעטל, ווי די תלמידים פון ראש ישיבה האבן זיך דערזען וואוינען אין פלעצער ווי מען האט נישט געהאט קיין מוסדות אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, און עס האט אויסגעזען ווי די זאך פון הייליגן רבי'ן בלייבט חס ושלום ווייטער א סוד, פון וואס די קינדער וועלן נישט וויסן, ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן אז עס איז בייגעפאלן פאר מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו אז מען קען מאכן א שטעטל פאר אנשי שלומינו, וואס מיטן צושטומונג פון ראש ישיבה שליט"א איז עס געווארן ווי עס איז היינט בליעה"ר. &nbsp; אויך האט ער פארציילט אז איינמאל איז מוהרא"ש זי"ע געווען ביי א מסיבה אין שטאט קרית יואל, אויפ'ן וועג אהיים האט ער זיך אנגערופן פאר אנשי שלומינו וואס זענען דעמאלט געווען אין די קאר "הלוואי עפענט מען א שטעטל אין אפסטעיט פאר אנשי שלומינו צו קענען דארט וואוינען צוזאמען", און אז מוהרא"ש האט דאס זיך אנגערופן איז עס פארשטייט זיך געווען באגלייט מיט תפילות וואס ער האט געבעטן אויף דעם אז דאס זאל צושטאנד קומען, און געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט האלט מען דא, און מען זעהט אז מוהרא"ש'ס תפילות זענען נישט געגאנגען לאיבוד.&nbsp;&nbsp; &nbsp; דערנאך האט מען געהערט א שיינע באריכט פונעם באליבטן אדמיניסטראטאר פון די מוסדות מו"ה רפאל פורסט הי"ו, וואס האט איבערגעגעבן אביסל וואס טוט זיך אין די אפיסעס, ווי ער האלט מיט ווי די איינגעשטעלטע שטרענגען זיך אן צו מחנך זיין די קינדער צו אמונה און קדושה, אלעס אָן פּעטש,&nbsp; אָן קלאפן די קינדער, נאר אלעס מוז גיין מיט אויפבויען די קינדער, ער האט איבערגעגעבן פארשידענע ציפערן פון די בודזשעט פון די מוסדות, וויפיל קינדער, מלמדים, טישטערס זענען דא. &nbsp; דערנאך האט ער געבעטן אז צוליב די גרויסע שוועריקייט נאכצוקומען דעם בודזשעט, עפענט מען מען יעצט צוויי נייע פראגראמען, איינס "פולע שכר לימוד", ווי אלע וואס האבן די מעגליכקייט, וועלן באצאלן די פולע קאסט פון זייערע קינדער. און די צווייטע "כאילו ילדו" ווי מען וועט ספאנסערן א קינד וואס מאיזה סיבה שהוא ווערט זייער שכר לימוד נישט געדעקט. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויפגערופן צענדליגע אינגלעך, בחורים, און אינגעלייט צו מאכן זייערע סיומים ברבים, אינגע קינדער האבן געמאכט סיומים אויף מסכת הש"ס און משניות, און דערנאך בחורים וואס האבן מסיים געווען פארשידענע זאכן, מסכת הש"ס, גאנץ משניות, זוהר הקדוש, ליקוטי מוהר"ן, און נאך. און דערנאך אינגעלייט. דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן דעם איבערגעגעבענעם מלמד הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א וואס האט מסיים געווען משניות דער 204'סטע מאל. &nbsp; דערנאך האט מען ארויפגערופן מו"ה אברהם אלי' פריעדריך הי"ו וואס האט מיט גרויס התרגשות געמאכט זיין ערשטער סיום הש"ס, נאכן סיום האט ער גערעדט אפאר ווערטער און פארציילט אז ווען ער האט געזען מו"ה שבתי מזרחי הי"ו מאכן זיין סיום הש"ס האט דאס אים אינספירירט און אים געגעבן דעם שטופ אז "ש"ס איז אויך געמאכט פאר אים". &nbsp; דערנאך האט מען געהערט לעכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א - וואס האט ארויסגעברעגט אז מען איז זיך דא צוזאם געקומען צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן - ער האט געזאגט ווי ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס אז נאכדעם וואס ער האט געעפענט א ישיבה וואס יעדער וואס וויל לערנען, יעדער וואס וויל קומען דאווענען און לייגן תפילין, קען קומען, צוליב דעם איינעם "חטא" האט מען ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון חדר. "מיינע קינדער וואלטן היינט מן הסתם נישט געוואלט רעדן מיט מיר ווען נישט דעם...", האט דער ראש ישיבה געזאגט. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פונעם שיינעם שטעטל ווי עס וואקסט אין בליעט, און אויב וואונדערט מען זיך פארוואס נאכדעם וואס מען איז יעצט מחנך דעם צווייטן בנין פונעם תלמוד תורה, פארוואס מען האט שוין יעצט געקויפט נאך א געביידע - האט דער ראש ישיבה געזאגט "דער שטעטל האט יעצט איבער הונדערט תושבים, קומענדיגע יאר וועט שוין בעזרת השם זיין צוויי הונדערט, און עס וועלן נאך זיין דא טויזנטער תושבים אינעם גאנצן אומגעגענט, משפחות וואס וועלן לעבן מיטן הייליגן רבי'נס לימודים". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די סיומים רעדן פאר זיך אליינס. דא אין דעם שטעטל איז נישטא קיין בעסערע שוואכערע, נישט קיין חילוק ווי מ'גייט אנגעטון, ארבייטער מיט זייערע דזשעקעטס, אדער א כולל אינגערמאן מיט א רעקל, אלע לערנען ברוך השם און האבן יראת שמים. יעדע אינגערמאן אין שטעטל גייט נישט שלאפן פאר ער האט געעפענט א חומש, א משניות און גמרא. און אויף דעם דאנקט מען דעם אייבערשטן. יְמֵי חֲנוּכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה - זֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא (ליקוטי מוהר"ן ח"ב סימן ב')

    < זעה מער א טבת תשפ"ג 📝
  • תומכי הכולל באקומען מאיאסטעטישע איינלאדענונג צום סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה

    ווי שוין איינגעפירט אין די לעצטע חדשים טוט דער ראש ישיבה אפרעכטן א געשמאקע סעודת ראש חודש צו וועלכע עס ווערן געלאדענט די גדולי תומכי הכולל, די וועלכע זענען מנדב גרויסע סכומים אז די אינגעלייט זאלן קענען זיצן און לערנען. &nbsp; קומעדיגע סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגן זונטאג חנוכה, צו וואס די חשובע תומכי הכולל האבן באקומען א הערליכע איינלאדענונג. צווישן זיי געפונען זיך מו"ה מרדכי אהרן היילפערן הי"ו, מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו, מו"ה משולם פינטער הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה יוסף הכהן פריעדמאן הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו וועלכע האבן מנדב געווען פארן כולל פאנטאסטישע סכומים, וועלנדיג האבן די זכיה צו נעמען א חלק אין די לימוד התורה פון די חשובע אינגעלייט, וועלכע זיצן און לערנען בהתמדה רבה, און זענען זיך משלים אין אלע מקצועות התורה. &nbsp; דער מסיבה אנטשפרעכט צו זיין גאר געשמאק, ווי דער ראש ישיבה שמועסט דורך אינטערעסאנטע און געשמאקע נושאים, פון וואס אלע וועלן בעז"ה ארויסגיין מיט פולע קעשענעס חיזוק און אינספיראציע. &nbsp; ווי דער ראש ישיבה זאגט כסדר איז דער כולל דער שמירה פארן שטעטל, און איז א שמירה פאר אלע וואס שטיצן איר, אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין שטיצן דעם כולל קענען זיך ווענדן צום גבאי פונעם כולל מו"ה ארי' שניטצלער הי"ו וואס מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז די געהאלט פאר די תלמידי חכמים די לומדי הכולל זאל ווערן פולקאם באצאלט יעדע וואך. &nbsp;

    < זעה מער כח כסלו תשפ"ג 📝
  • ברסלב עני-טיים ווערט פריש איבערגעמאכט

    &nbsp; עס קומט אריין גוטע נייעס אז דער ברסלב עני טיים וועבסייט - דער שוין גוט באקאנטער וועבסייט וואס פארמאגט אלע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, גייט פולקאם איבערגעבויעט און רידעזיינט ווערן. &nbsp; ברסלב עני טיים האט טויזנטער באנוצער וואס קומען כסדר ארויף און האלטן מיט יעדן שיעור, עס האט באזוכער פון אידן פון איבער די גאנצע וועלט. לעת עתה איז דער וועבסייט שוין עוועיליבל אין אידיש, ענגליש און לשון הקודש. &nbsp; ווי איינער פון די עסקנים פונעם וועבסייט מו"ה אהרן פיש הי"ו געט אונז איבער איז אינוועסטירט געווארן איבער צען אלפים צו איבערמאכן דעם וועבסייט עס צו מאכן נאך בעסער און שענער פאר אלע באנוצער. דער נייער וועבסייט וועט אויך זיין מער "מאביל פרענדלי", און דער שפאנישער שפראך וועט ווערן צוגעלייגט. &nbsp; לויט די פידבעק וואס זענען אריינגעקומען פון די באנוצער איז דא א ליסטע פון צענדליגע גוטע הוספות און פארבעסערונגען, וואס זענען שוין אינעם פראסעס צו אימפלימענטירט ווערן. ווי מ'וועט זיך בעזרת השם איבערצייגן אין די קומענדיגע וואכן און חדשים. &nbsp; אויפן וועבסייט קען מען טרעפן הונדערטער שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט וואס אלע זענען זיך מחיה יעדן טאג, עס אנטהאלט די טעגליכע שיעורים, די וועכענטליכע שיעוים, די חיזוק יומי שיעורים, די מוזיק ווידיאס און נאך אסאך. ברסלב-עני-טיים דאט קאם פארמאגט א גאר פארגעשניטענע סיורטש ענדזשין מען זאל גרינג און שנעל קענען טרעפן דעם שיעור וואס מען זוכט, לויטן טאג אדער נושא וואס מען זוכט. מען קען אויך דאונאודן די שיעורים וואס ווערט דאונלאודעד אויף זייער א שנענלע ספיד. אזוי אויך קען מען גרינג זען אויף יעדן שיעור צו מען האט עס שוין געזען, אויב האט עס נעבן דעם קעפל א רויטן סימן, איז עס א שיעור וואס מען האט נאך נישט געקוקט, נאכן זען א שיעור, וועט זיך דער סימן טוישן צו גרין. אזוי אויך קען מען איבערלאזן קאמענטארן אויף יעדן שיעור.

    < זעה מער כח כסלו תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו תושבי ברסלב דערפרייען די אידישע ארעסטאנטן אין ניו יארק סטעיט תפיסות

    ליבערטי - דער נייער ארגאניזאציע אנגעפירט דורך מו"ה משה עקשטיין הי"ו, דערפרייט אידישע ארעסטאנטן אין די ניו יארק סטעיט תפיסות ארום ליבערטי. דער ארגאניזאציע וואס האט נאך דערווייל נישט קיין אפיציעלע נאמען, באשטייט פון בערך 20 געטרייע אקטיווע וואלונטירן וואס גייען ארום באזוכן אידישע ארעסטאנטן וואס זיצן נעבעך איינזאם אין די תפיסות אין נעפאנעק, וואודבארן, שוואנגאג, און גרין העווען. &nbsp; אין די אלע טורמעס געפונען זיך לעת עתה בערך 11 אידישע ארעסטאנטן וואס קוקן ארויס אויף באזוכער יעדן טאג, וואס פארגרינגערט זיי אביסל און מאכט זיי פארגעסן פון זייער צער. דער יעצטיגער ציל איז אז יעדער ארעסטאנט זאל באקומען כאטש איין באזוכער יעדע צוויי וואכן, וואס דאס איז וואס מ'קען דערווייל דערגרייכן מיט די צאל וואלונטירן וואס מען פארמאגט. יעצט אין די פרייליכע חנוכה טעג זוכט מען צו פארגרעסערן דעם מעמבערשיפ באזע, אזוי ארום אז מען זאל קענען אנקומען צו באזוכן יעדן ארעסטאנט לכל הפחות איין מאל במשך די חנוכה טעג. &nbsp; ווי מען הערט צוריק פון די ארעסטאנטן, ברענגען די באזוכן פון אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב א גרויסע הנאה פאר זיי, זיי קוקן שטארק ארויס אויף די באזוכן, זיי שלינגען מיט דורשט די ווערטער פון די באזוכער וואס זענען אנגעפילט מיט אמונה און מיט די עצות פון הייליגן רבין וואס האט די כח צו שטארק און באלייכטן אידן אין אלע מצבים פון לעבן. &nbsp; אויב זענט איר אינטערסירט זיך אנצושליסן מיט דעם געוואלדיגן גרויס חסד פראיעקט, ביטע רופט דעם גבאי מו"ה משה עקשטיין הי"ו אויף 845-428-2782. מיטן אייבערשטנ'ס הילף קען מען אויפלעבן און אריינברענגען פרישע האפענונג אין די אידישע ארעסטאנטן סיי במשך חנוכה, און במשך א גאנץ יאר.

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ג 📝
  • ברסלבע מצה בעקעריי עפענט זיך אי"ה בקרוב

    קרית ברסלב - אין די נאנטע טעג וועט זיך אם ירצה השם עפענען די באקאנטע ברסלב'ע מצה בעקעריי אין שטעטל, וואס האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיט איר גוטע נאמען אלץ די געשמאקסטע ווי אויך מהודר'דיגע מצות, און ועל כולם האט דאס די מעלה אז אלע ארבעטערס זענען ברסלב'ע חסידים וואס בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל זיין כשר און געשמאק פאר די וואס וועלן פון דעם עסן אין יום טוב פסח. &nbsp; דאס יאר קומט צו נאך א געוואלדיגע מעלה, אז מען וועט באקן ספעלט מצה, פאר די אלע וואס קענען נאר עסן די סארט מצה. &nbsp; עס איז נאך דא געציילטע ליידיגע פאזיציעס צו ארבעטן אינעם בעקעריי, זיך אייצושרייבן קען מען זיך מעלדן צום מענעדשער מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו. &nbsp; די מצה בעקעריי איז אינטער די שטרענג השגחה פונעם חשוב'ן דיין שליט"א וואס מאכט זיכער אז אלעס זאל זיך פירן מיט אלע חומרות והידורים ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; מיט'ן אייבערשטן'ס הילף וועט דאס יאר זיין נאך בעסער ווי פאריאר, נאכדעם וואס מען האט אין די לעצטע וואכן אריינגעלייגט אסאך כחות עס צו מער אהערגעשטעלן מיט אלע באקוועמליכקייטן און הידורים וואס פעלט זיך נאר אויס.

    < זעה מער כו כסלו תשפ"ג 📝
  • לכבוד חנוכה קומט בית התבשיל ארויף אויפן בי-פעי סיסטעם

    קרית ברסלב - דער ראש ישיבה מאנט אלץ פון אונז אז ער וויל אז אין די קהילה זאל מען זיך זארגן איינע פארן צווייטנ'ס גשמיות. מען זאל גיין נאך געלט, זען ווי מען קען טון א טובה פאר א צווייטן, אזוי אויך וויל דער ראש ישיבה אז עס זאל זיך גיסן חסד אין שטעטל. דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט אינעם אינגן שטעטל א ביקור חולים, חסד אין תפיסות, חברים, און נישט קיין ספק אז פון די גאר גרויסע חסד וואס טוט זיך אין שטעטל איז דער בית התבשיל. &nbsp; דער בית התבשיל לויפט היינט צו טאגס אויף א בודשעט פון איבער א פערטל מיליאן דאלער, אין דעם איז אריינגערעכענט וועכענטליכע שבת חלוקות פון קעש און גראסערי ארדערס פון בערך דריי טויזענט דאלער א וואך, אזוי אויך נעמט עס אין חשבון די גרערעסערע חלוקות פון ימים טובים, ווי די סוכות חלוקה וואס האט אפגעקאסט איבער דרייסיג טויזענט דאלער, ווי מען האט אפגעשיקט פלייש, פיש און גראסערי ארדערס פאר נויטבאדערפטיגטע משפחות, און דער פסח חלוקה וואס האט געשיקט מכל טוב וטוב פלייש, גרעיפ דזשוס, מצות, פיש, גראסערי און נאך וואס האט אריינגעצויגן צו בערך זיבעציג טויזענט דאלער, אזוי אויך א מתנות לאביונים חלוקה פון קעש געלט פון צענדליגע טויזנטער דאלער. דאס אלעס קומט אויס צו א חשבון פון איבער א האלבע מיליאן דאלער א יאר. &nbsp; אויסער די אויבנדערמאנטע חלוקה, ווערן אפגעהאלטן צענדליגע חלוקות א יאר פאר כל הקהל הקודש ווי מען טיילט בחנם פילע נוצבארע אייטעמס בהרחבה גדולה פון וואס אלע זענען זיך מחיה. איין אזא חלוקה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג ערב חנוכה, ווי מען האט אויסגעפאקט טראקלאודס מיט צענדליגע געשמאקע פראדוקטן, ווי פיש, פלייש, אייער, אויל, גרעיפ דזשוס, צוויבל, פאטעיטעס, סנעקס, טשאקאלאד, דרינקס און נאך, וואס נאך די גרויסע אינפלאציע וואס הערשט היינט אין די גאס, זענען די רוב פון אויבנדערמאנטע פראדוקטן זייער שטארק ארויף, ווי צום ביישפיל א דאזען אייער קאסט היינט אין געשעפט איבער פינף דאלער, וואס מיט צוויי יאר צוריק האט צוויי דאלער א דאזען געהייסן טייער, אויל פלעגט גיין פאר בערך זעקס זיבן דאלער, און היינט איז עס ממש דאפעלט, אזוי אויך מיט פלייש, פיש, פאטעיטעס, צוויבל, ווי יעדער קען זיך עס איבערצייגן אין גראסערי. דעפאר איז עס געווען א געוואלדיגע דערלייכטערונג אז דער בית התבשיל האט אראנדזשירט דער גרויסער חלוקה. &nbsp; אזוי אויך האפט דער בית התבשיל צו אויסטיילן א ספעציעלע חלוקה פאר נויטבאדערפטיגע לכבוד חנוכה, פון טויזנטער דאלער, און לויט וויפיל עס וועט אריינקומען, אזויפיל וועט מען בעז"ה קענען אויסטיילן. &nbsp; די אלע חלוקות קען מען בעזרת השם דורכפירן מיט די ברייטהארציגע נדבות פון אנשי שלומינו וואס זענען ווארים צום בית התבשיל וואס דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט, וואס ווערט אנגעפירט מיט גרויס געטריישאפט דורכן גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מ'קען אים רופן צו מנדב זיין אויף 845-637-5367, אזוי אויך קען מען מנדב זיין אויף בית התבשיל אנליין פלאטפארמע פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און די גרינגסטע וועג צו מנדב זיין איז דורכן בארימיט "בי-פעי" (ברסלב פעי) סיסטעם, אין וואס דער בית התבשיל האט זיך נארוואס אנגעשלאסן. &nbsp; אנשי שלומינו זאגן אז דער בי פעי איז א גאר געשמאקע וועג פון מנדב זיין געלט צו אלע ברסלבע צוועקן, און ווי די בי-פעי אנפירער זאגן, שליסן זיך יעדן טאג אן פרישע מעמבערס, וואס נוצן דאס בכל עת מצוא, ווען זיי ווילן געבן צדקה, ביי א ציון פון א צדיק, אינמיטן התבודדות, ערב שבת קודש, שיקט מען אריין א נדבה, יעדער לויט וויפיל ער קען דעמאלטס. &nbsp; צום ביישפיל נעכטן נאמיטאג פאר חנוכה לעכט צינדן, זענען אריינגעקומען גאר אסאך נדבות פון אנשי שלומינו יעדער איינער צום צוועק וואס ער האט אויסגעקליבן. &nbsp; זיך אנצושליסן אינעם בי-פעי סיסטעם קען מען טעקטסן דאס ווארט join צו 8453852400 און אויספאלגן די גרינגע אנווייזונגען וואס מען וועט באקומען אויף טעקסט. די קאוד פון קרן הדפסה אויף בי-פּעי איז BH05 &nbsp; פאר מער פרטים איבער בי-פעי סיסטעם, וויאזוי עס ארבעט, און וואס זענען די אפציעס, און וויאזוי מען ווערט א מעמבער קען מען זען דא.

    < זעה מער כה כסלו תשפ"ג 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדער קומט ארויס לכבוד חנוכה אלץ א קאלארינג ביכל

    זינט עס איז ערשינען דער ערשטער ביכל פון די סעריע פון מעשיות פאר קינדער, הערט מען גאר אסאך גוטע גריסן פון אלע וואס האבן עס נאר גענומען אין די האנט. בפרט הערט מען צוריק פון די מפיצים אז זינט דער ביכל איז ארויס איז דאס פון די בעסט גייענדע זאכן. אידן פארציילן ווי געשמאק עס איז צו נעמען דעם ביכל אין די האנט און עס פארציילן פאר די קינדער, וואס דער ביכל איז געשריבן אין א גאר געשמאקע שפראך, וואס העלפט די קינדער זאלן פארשטיין די מעשיות, בפרט לערנט עס אויס די קינדער אמונה, תמימות, חסד, אהבת ה' און יראת ה'. יעצט קומט די נייעס פון די דרוקערס, אז אויף די פארלאנג פון פילע, האט מען יעצט איבערגעארבעט דעם ביכל אין א פרישע ווערסיע (גירסא) דאס מאל אלץ א "קאלערינג ביכל". קינדער האבן געווענליך שטארק ליב צו פארבן און קאלערן, און יעצט וועט מען זיי קענען געבן דעם ביכל מיט די בילדער פון די מעשיות וואס זיי קענען שוין אזוי גוט ביז יעצט, וואס די מעשיות דערמאנען זיי פון בעטן דעם אייבערשטן, גוטע מידות, און יראת שמים, און אויף דעם ביכל וועלן זיי זיצן און פארבן און פארברענגען די צייט פון שפילן מיט יראת שמים. &nbsp; דער ביכל אנטהאלט די בילדער פון די פאלגענדע מעשיות: זאגן תהלים מיט תמימות און פשיטות, ווייל איך בין א ברסלבער הייב איך זיך אויף, בעטן נאר פונעם אייבערשטן, שכוח אייבערשטער אז עס איז נאר די קו, פארשטיין די הייליגע תורה, אסאך מצוות, אויסגעריסן דעם טמא'נעם צלם, אפגעהיטענע אויגן, הפצה הפצה הפצה, דאס גרויסקייט פון א צדיק.&nbsp; &nbsp; אויסער דעם וואס די מדפיסים זענען פארנומען אנצוגרייטן דער צווייטער ביכל אין די סעריע מיט נאך צען שיינע מעשיות, האט מען שוין ברוך השם געענדיגט מאכן דעם ערשטן ביכל אינעם "קאלעריג ביכל" ווערסיע, וואס איז געדרוקט אויף ספעציעלע פאפיר וואס איז געמאכט צו פארנעמען קרעיאנס און מארקערס, אויף גרויסע פאפיר, און וועט שוין בעזרת השם זיין צו באקומען די וואך שבת חנוכה. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ג 📝
  • חנוכת הבית פאר נייעם בנין פון תלמוד תורה אין שטעטל מוצש"ק מקץ חנוכה

    קרית ברסלב, ליבערטי - פארגאנגעם זונטאג וישב איז פארגעקומען א "מעמד קביעת מזוזה" ביים נייער חדר בנין אין ליבערטי, בראשות דער ראש ישיבה וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צום מעמד. &nbsp; אויפן אויפבוי פונעם בנין קומט זיך א גרויסן דאנק די ווארימע נדבות פון אנשי שלומינו, וואס איז אויפגעטריבן געווארן דורך די לאנג יעריגע גבאים פונעם רענט קאמפיין, מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי געבעטן זיי זאלן נעמען אויף זיך אויך דאס שאפן נדבנים צו קענען ענדיגן דעם בנין. אנשי שלומינו האבן נישט אנטוישט, און האבן זיך אנגערופן מיט ווארימע סכומים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט גערופן די נדבנים צום מעמד קביעת מזוזה, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די גרויסע זכיה פון אינוועסטירן אין חינוך, ספעציעל ווען מען רעדט פונעם חדר היכל הקודש, ווי מען לערנט די קינדער צו לעבן מיטן אייבערשטן, און צו ליב האבן תורה ומצוות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די שיינע וואוקס פון די מוסדות, וואס מען האט נארוואס געעפענט אינעם ערשטן געביידע, און איז אזוי שנעל אויסגעוואקסן, אזוי ווייט אז מען פלאנט שוין יעצט צו קויפן א דריטע בנין. &nbsp; אזוי אויך האט דער ראש ישיבה אויסגערומט די טייערע מלמדים און טישטערס וואס לייגן אריין גרויסע כחות צו קענען אויפציען קינדער וואס זענען געזונט אויך בנפש. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט פון די געוואלדיגע חינוך וואס מען באקומט דא, די שטארקע אמונה וואס די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין די קינדער, און די גרויסע כחות וואס זיי לייגן אריין צו ערציען קינדער וואס זאלן וואקסן געזונט, זיי זאלן וועלן חתונה האבן און אויפשטעלן דורות פארן אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט: "לעצטנס איז דא אן אויפוואכונג איבער דעם פראבלעם אז מיידלעך ווילן נישט חתונה האבן, מען זוכט עצות אויף דעם, מען איז ארויף געקומען אויף אן עצה צו מאכן תקנות אז א מיידל טאר נישט רעדן צו קיין פרענד נאך עלף אזייגער ביינאכט, מיט די האפענונג אז אפשר אזוי וועט זי נישט זיין אזוי צוגעקלעבט צו די פרענדס", דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווען ער האט דאס געהערט האט ער ממש אנגעהויבן וויינען פאר אידישע קינדער, "דאס איז די עצה זיי זאלן וועלן חתונה האבן? צוכאפן די פאון וועט העלפן? ווען מען לאזט מיר רעדן וואלט איך אין צוואנציג מינוט זיי געקענט מסביר זיין די שיינקייט פון חתונה האבן און ווי גוט עס איז צו לעבן אן עכטע לעבן נאך די חתונה מיט'ן אייבערשטן". דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט: "ברוך השם אז דא אין די מוסד לערנט מען דאס אויס פאר די קינדער פון יונגווייז אן". &nbsp; די וואך מאנטאג האט מען ברוך השם באנייעט דעם בנין, די קינדער האבן זיך אריבער געצויגן צו זייערע נייע קלאסן, אזוי אויך האבן זיך די אפיס איינגעשטעלטע אריבער געצויגן צום נייעם הערליכן אפיס אינעם נייעם בנין ווי עס איז אסאך בעסער אהערגעשטעלט. &nbsp; אלע אנשי שלומינו זענען געלאנדעט אנטייל צו נעמען אינעם גרויסן מלוה מלכה קומענדיגע וואך מוצש"ק מקץ חנוכה וואס וועט פארקומען צוזאמען מיט א גרויסארטיגן "חנוכת הבית" מסיבה, ווי מען וועט דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבין און פון זיינע זיסע עצות. דער מלוה מלכה וועט בזרת השי"ת פארקומען אינעם ערשטן חדר בנין אויף 39 טשעסטנאט סטריט. דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך בעז"ה באטייליגן און אויפטרעטן מיט א שיינע דרשה לכבוד חנוכה און לכבוד דעם געהויבענעם מאמענט.

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ג 📝
  • קרן הדפסה שטארק פארנומען נאכצוקומען גרויסע פארלאנג פון ספרים אויף חנוכה

    אינעם גרויסן בנין פון קרן הדפסה טוט זיך אין די יעצטיגע טעג אפ העפטיגע אקטיוויטעטן, מען גרייט זיך אויף די חנוכה סעזאן, מען דרוקט די פארשידענע ספרים לכבוד חנוכה, און ווי די מפיצים זאגן איז פארלאנג גאר גרויס. &nbsp; דער מערסטע גייט דער ספר "הדלקת נר חנוכה" וואס אנטהאלט דער הדלקת הנרות די מנהיגם און זמירות, אויך אנטהאלט עס גאר שיינע חיזוק ווערטער און בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן איבער די גרויסקייט פון חנוכה, און די געוואלדיגע צייט פון צינדן די חנוכה לעכט, און וויאזוי מען דארף זיך אפגעבן מיט די חינוך פון די קינדער אום חנוכה. &nbsp; אזוי אויך גייט גאר שטארק דער קונטרס אויף לשון הקודש "חנוכה שמח", געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע. דער ספר רעדט איבער די גרויסקייט פון צינדן חנוכה לעכט, און די לעכטיגקייט וואס דאס ברענגט פאר א אידישע נשמה. &nbsp; אזוי אויך איז דא א קונטרס אויף אידיש "פארליר דיך נישט", דאס איז א שיעור פון מוהרא"ש זי"ע וואס איז געזאגט געווארן אום חנוכה תשע"ד, וואס רעדט איבער די גרויסקייט פון חנוכה. &nbsp; דאס אלעס קען מען קויפן אויפן shop.breslevcenter.com וועבסייט פאר גאר גוטע פרייזן. חנוכה שמח קען מען קויפן פאר בלויז $1.49, "פארליר דיך נישט" פאר בלויז $1.99 און "הדלקת נר חנוכה" איז פאר $2.99

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ג 📝
  • גרויסע פלענער בעז"ה אויף אומאן ראש השנה תשפ"ד

    אומאן, אוקריינא - גאר גוטע נייעס קומט אריין פון אומאן, אז קהילת היכל הקודש בראשות דער ראש ישיבה שליט"א האט געקויפט פרישע שטח ווי מען וועט בעזרת השם בויען א פרישע געביידע גלייך נעבן דעם יעצטיגן געביידע, פארן געברויך צו נוצן פאר אנשי שלומינו אויף ראש השנה. דער יעצטיגער בנין, וואס איז געעפענט געווערן מיט קוים עטליכע יאר צוריק, איז שוין בלי עין הרע געווארן צו קליין פון צו קענען פארנעמען דעם גרויסן פארלאנג פון אידן וואס ווילן קומען איינשטיין. &nbsp; אזוי אויך קומט אריין די נייעס פון "פלען איט רייט" אז טראצדעם וואס מיר זענען נאך א קנאפע ניין חדשים פאר ראש השנה, גרייט מען זיך שוין אינגרויסן אויפן קומענדיגן ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט. אויפן קומענדיגן יאר פלאנען מען מיט אייבערשטנ'ס הילף צו צושטעלן א "טשארטער פלייט" פון ניו יארק. דער דעסטינאציע ווענדט זיך אינעם אנגייענדיגן קריג, אויב וועט עס ערמעגליכט ווערן וועט מען לאנדן בעז"ה אין אוקריינא, אבער אויב נישט, וועט מען בעז"ה לאנדען אין איינע פון די לופטפעלדער אין פוילן פון ווי מען וועט אינאיינעם נעמען דעם באן קיין אומאן, אזוי מען האט געטון פארגאנגעם ראש השנה. מען בעט אנשי שלומינו אז ווען זיי זענען מתפלל מען זאל זוכה זיין צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, זיי זאל אויך בעטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב. &nbsp; דער יעצטיגער בנין אין אומאן וואס אקאמאדירט עטליכע הונדערט אידן צום שלאפן און עסן, און נאך עטליכע הונדערט צום דאווענען, אנטהאלט א מקוה מהודרת, א וואכענדיגע עס זאל, א קאך, און פיר שטאקן פון שלאף צימערן. טראצדעם וואס דער בנין איז גאנץ ווייט פונעם הייליגן רבינ'ס ציון, איז דער בנין א מאגנעט פאר די פילע הונדערטער וואס קומען דווקא דא צו דאווענען עסן און שלאפן, דאס איז ווייל מען וויל מיטאהאלטן די ווארימע תפילות דורכן ראש ישיבה שליט"א, די דרשות וואס איז מחיה און מחזק, אזוי אויך די שיינע סעודת שבת ויום טוב, וואס מען זינגט און פארברענגט בשבת אחים אויף א געהויבענעם פארנעם. &nbsp; צוליב דעם גרויסן איבערפלוס פון אידן וואס קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, בפרט וואס אנשי שלומינו פאלגן דעם רבין און ברענגן די קינדער שוין פון די זעקס יאר, ווי דער רבי האט געבעטן, און מבטיח געווען אז מען וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמדל, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז גאר נויטיג א פרישער בנין. דערווייל איז נאכנישט דא קיין ענדגילטיגע באשלוס, מען נעמט אין באטראכט א גרעסערע בית המדרש, נאך צימערן צום שלאפן, און נאך פארשידנע אפציעס. &nbsp; ווארט אויס פאר פרישע אפדעיטס, וואס מיר וועלן בעזרת השם מעלדן ווי נאר די פלענער ווערן אנטוויקלעט.

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 232 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 15 16
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com