Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מכון עצתו אמונה צייכנט אפ 450 אידישע און 300 לשון הקודש קונטרסים "עצות אמונה"

    דעם היינטיגן שבת ווערט געפראוועט ביי כלל ישראל "שבת שובה", ווען מען זאגט נאכן ליינען די הפטורה פון "שובה ישראל" אז אידישע קינדער זאלן זיך צוריקקערן צום אויבערשטן. דער אויבערשטער ווארט אז "קחו עמכם דברים ושובו אל ה'", עפן דיין מויל און זאג ארויס עטליכע ווערטער: "איך האב געזינדיגט, איך וויל צוריקקומען צו דיר".   וואס קען זיין בעסער, שענער און פאסיגער ווי דעם וואס פונקט אין דעם שבת ווערט אפגעצייכנט אין די אפיסעס פון מכון "עצתו אמונה" די ערשיינונג פונעם 450סטן אידישן קונטרס "עצות אמונה" און דעם 300סטן לשון הקודש קונטרס "עצות אמונה".   דער וואס לערנט די הייליגע קונטרסים "עצות אמונה", פראוועט 365 ימי תשובה א גאנץ יאר. די קונטרסים האבן איין ציל: צו דערמאנען אידישע קינדער אז אונזער טאטע, דער קעניג פון דער וועלט, האט אונז ליב; ער זעט יעדע גוטע זאך וואס מיר טוען, און אפילו יעדע גוטע זאך וואס מיר ווילן נאר טון. מיר דארפן בלויז נוצן אונזער מויל ארויסצוזאגן אונזערע רצונות און כיסופים, און דאס וועט אונז מקרב זיין צו אים.   די קונטרסים באשטייען פון בערך ניין טויזנט בריוו, און צוויי א האלב טויזנט שאלות ותשובות, אין וועלכע עס ווערן באהאנדלט א ברייטע אויסוואל פון נושאים און ענטפערס אויף שאלות און ענינים וואס זענען נוגע פאר אנשי שלומינו טאג-טעגליך; דאס האט דער ראש ישיבה געשריבן יעדע וואך מיט א געוואלדיגע מסירות נפש, כדי צו געבן חיזוק, עצות און הדרכות פאר אלע וואס האבן זיך געוואנדן צו אים.   שטייענדיג ביי די סימבאלישע ציפערן פון 450 און 300, איז צייט זיך אפצושטעלן און מכיר טוב זיין פאר די אלע וועלכע געבן זיך אפ דערמיט און געבן אוועק צענדליגע שעות יעדע וואך, אלעס נאר כדי אנשי שלומינו זאלן זיך קענען אנשעפן פונעם "נחל נובע מקור חכמה", פונעם "נהר המטהר מכל הכתמים", און זיך אויפפרישן מיט די זיסע עצות פון אמונה.   דער גרעסטער טייל פון דער ארבעט שפילט זיך אפ הינטער די קוליסן, וואו א געטרייע שטאב פון אנשי שלומינו ארבעטן יעדע וואך אז די קונטרסים זאלן קענען ארויסקומען אין א קלארן, שיינעם און בא'טעמ'טן פארמאט.   צוערשט קומט זיך א דאנק פאר מו"ה שמעון עוזר פערל שליט"א פון ירושלים עיה"ק, צוזאמען מיט זיין געטרייע אשת חיל, וואס זענען זיך מוסר נפש אויף דער ארבעט פון איבערטייטשן און צוגרייטן דעם לשון-קודש'דיגן קונטרס וואך נאך וואך. אזוי אויך העלפט ארויס אין די ארבעט די חשוב'ע מרת קעניג תחי' פון צפת, וואס נעמט א חשוב'ן טייל אין דער איבערזעצונג און צוגרייטונג.   בראש פון דער מערכה שטייט דער געטרייער מנהל המכון, הר"ר יואל מנחם גרשון שניצלער שליט"א, וואס באגלייט די קונטרסים מתחילה ועד סוף און מאכט זיכער מיט א סייעתא דשמיא אז יעדע וואך זאל ארויסקומען א הערליכער און בא'טעמטער קונטרס.   נאכדעם וואס דער מנהל הר"ר יואל מנחם גרשון מאכט זיכער בס"ד אז די קונטרסים זענען גוט מוגה און גרייט, ווערט דער ניקוד מסודר מיט גרויסער געטריישאפט דורך מו"ה יודא לייב ווייס הי"ו. דערנאך גייט דער קונטרס צוריק צו הר"ר שמעון עוזר, וואס שטעלט אויס און איז מסדר ביידע קונטרסים — סיי דעם אידישן און סיי דעם לשון הקודש'דיגן — ביז זיי זענען אינגאנצן גרייט צום דרוק.   מען קען קויפן זכותים אינעם ספר דורך אפקויפן א "זכות מהדורה" יעדע וואך. רופט יעצט דעם גבאי מו"ה לייב ראטה ביי 347-578-4449 זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים, וואס וועלן אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא.

    < זעה מער ו תשרי תשפ"ז 📝
  • אידישער בחור בנימין כאסין פון איראק גענצליך באפרייט

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה אין דער אידישער וועלט, אז דער בחור בנימין כאסין איז ענדליך באפרייט געווארן פון טורמע אין דעם קורדישן טייל פון איראק, נאכדעם וואס ער איז דארט געווען פארשפארט פאר לאנגע און שווערע יארן. &nbsp; די באפרייאונג קומט נאך א לאנגן און קאמפליצירטן לעגאלן קאמף, אין וועלכן עס איז צום ערשט געלונגען צו פארמיידן דעם הארבסטן אורטייל קעגן אים &mdash; א טויט אורטייל &mdash; און דאס איבערצוטוישן אויף א טורמע טערמין. אין די לעצטע תקופה האבן עסקנים און אדוואקאטן זיך אריינגעלייגט אינעם קעיס מיט אלע כוחות, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ער איז גענצליך באפרייט געווארן. &nbsp; דער קאמף האט באקומען א נייעם שטארקן שטופ אין די וואכן פארן פארלאפענעם ראש השנה תשפ"ו, ווען דער עולם איז געווארן מער באקאנט מיט דעם שווערן מצב און א ברייטע קאמפיין איז אנגעגאנגען צו שאפן די נויטיגע געלטער. אידן פון איבעראל האבן זיך פאראייניגט צו העלפן ברענגען א סוף צו דער לאנגער פרשה, און צום סוף איז אויפגעטריבן געווארן א גרויסע סומע געלט פאר די משפחה פון דעם הרוג, וועלכע האט מסכים געווען צו א סולכא &mdash; א פארגעבונג אין אויסטויש פאר א פארגיטיקונג, וואס האט באטראפן ארום א פערטל מיליאן דאלאר. &nbsp; דאס קומט אין די טעג פון ערב יום כיפור, ווען מיר אלע גייען דורך אן ענליכן פראצעס; מיר בעטן פונעם אויבערשטן א "סולכא" &ndash; סליחה, מחילה וכפרה. אבער געלויבט איז דער אויבערשטער אז מיר האבן אזא גוטן באשעפער, א מלך חפץ בחיים וואס זוכט אז מיר זאלן ארויסגיין זכאי בדין און פארשריבן ווערן בספר החיים. ער פארלאנגט נישט קיין שווערע זאכן, נאר בלויז מיר זאלן אים זאגן: "זיי מיר מוחל, מיר גייען שוין זיין גוט", און ער שענקט אונז תיכף א מחילה, סליחה וכפרה. &nbsp; אבער ביי א בשר ודם איז עס אסאך שווערער. אונזער געשיכטע ציט זיך שוין צוריק אסאך יארן. בנימין כאסין, וועלכער איז געבוירן געווארן אין ארץ ישראל, איז דעמאלט געפארן קיין איראק צו באזוכן פאמיליע מיטגלידער וואס האבן דארט געוואוינט. בעת זיין וויילן אין לאנד, האט ער זיך אנגעשלאסן אין די קורדישע קרעפטן, וואס האבן דעמאלט געפירט א קאמף קעגן דער טעראריסטישער ארגאניזאציע "אייסיס", וואס האט פארנומען גרויסע טיילן פון איראק און סיריע. &nbsp; אין א געוויסן מאמענט האט זיך אבער די רייזע פארוואנדלט אין א טראגעדיע. לויט די באריכטן, איז בנימין געפארן אין א טעקסי ווען דער דרייווער האט &ndash; לויט די באשולדיגונגען &ndash; פרובירט אים איבערצוגעבן פאר אייסיס. עס איז אויסגעבראכן א פיזישער געפעכט צווישן זיי, אין וועלכן דער דרייווער איז שווער פארוואונדעט געווארן און איז שפעטער געשטארבן פון זיינע וואונדן. &nbsp; בנימין איז נאכדעם ארעסטירט געווארן דורך די איראקער אויטאריטעטן, און איז פאראורטיילט געווארן צום טויט דורך הענגען רח"ל. &nbsp; פאר יארן לאנג איז דער קעיס געבליבן אונטערן אויבערפלאך, ווען פארשידענע עסקנים האבן פרובירט צו טון דערין און ארויסהעלפן אין דעם קאמפליצירטן פאל. דער דורכברוך איז געקומען ווען א גרופע היימישע עסקנים, אינאיינעם מיט אדוואקאטן, האבן באוויזן איבערצורעדן די משפחה פונעם געהרגעטן אז זיי זאלן זיך לאזן איבערבעטן &ndash; אן אנגענומענער מהלך אין יענע לענדער. &nbsp; די "סולכא" האט צום ערשט געברענגט דערצו אז דער טויט-אורטייל זאל בטל ווערן, און די שטראף איז געטוישט געווארן צו א לאנגן טורמע טערמין. נאך ווייטערדיגע השתדלות איז ענדליך דערגרייכט געווארן דער פאזיטיווער רעזולטאט: בנימין איז באפרייט געווארן פון טורמע. &nbsp; נאך אזויפיל יארן פון זיין אפגעריסן פון זיין היים און משפחה, איז די בשורה איבער זיין באפרייאונג אויפגענומען געווארן מיט גרויס התרגשות. לויט די באריכטן ווערט ער ערווארטעט צוריקצוקומען קיין ארץ ישראל נאך פאר שבת, וואו ער וועט זיך נאכאמאל טרעפן מיט זיינע נאענטע, וועלכע האבן במשך די לאנגע יארן געווארט און מתפלל געווען אויף דעם טאג.

    < זעה מער ה תשרי תשפ"ז 📝
  • הערליכע יום טוב ראש השנה תשפ"ז אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן

    גאר א שיינער און געהויבנער יום טוב ראש השנה איז אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן. עס איז שווער אראפצושרייבן דעם גאנצן יום טוב אין די קורצע שפאלטענעס פונעם גליון, דעריבער וועלן מיר בלויז פרובירן צו געבן א קורצן באריכט פון די הייליגע טעג. &nbsp; קרוב צו הונדערט טויזנט אידן האבן זוכה געווען דורכצוברעכן אלע מניעות און שוועריקייטן, און האבן זוכה געווען צו זיין דאס יאר ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה. פון יעדן ווינקל איבער די גאנצע וועלט קומען אידן צו פארן צום הייליגן רבי'ן, אויסצופאלגן זיין בקשה אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצופועל'ן א זיס ליכטיג יאר, און אהיימצופארן מיט א ריינע נשמה און מיט פילע זעק מיט ישועות און רפואות פארן גאנצן יאר. &nbsp; טראץ דעם וואס אין די לעצטע פאר יאר איז געווארן פיל שווערער צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, צוליב דעם וואס די לופטפעלדער אין אוקראינע זענען פארשלאסן און מען דארף פארן דורך די ארומיגע לענדער &ndash; א זאך וואס מאכט די נסיעה פיל שווערער און לענגער &ndash; דאך ווערט דער קיבוץ ביים הייליגן רבי'ן נאר גרעסער מיט יעדן יאר וואס קומט צו גיין. &nbsp; דער ריזיגער ציבור האט זיך אויסגעשפרייט איבער גאנץ אומאן; פילע טויזנטער דירות, אכסניות, און האטעלן זענען געווארן איבערגעפילט מיט אידן אין לויף פון די טעג פאר ראש השנה. הונדערטער שולן און בתי מדרשים איבער גאנץ אומאן זענען געווען פול מיט אידן במשך דעם יום טוב, וועלכע האבן זיך צוזאמגעקליבן צו דאווענען און אויסבעטן א גוט יאר. אבער דאס הארץ פון די פילע טויזנטער אידן איז געווען געוואנדן צו איין פלאץ: צום ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי'ן, וואס ער האט זיך אונטערגענומען צו זיין א מליץ יושר פאר אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצופועל'ן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; בנין היכל הקודש אין אומאן &nbsp; דער בנין היכל הקודש אין אומאן, א שטילער ווינקל ארויס פון די רעשיגע הויפט גאסן פון אומאן, האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטיגע יארן צו זיין גאר א געשמאק פלאץ פאר אנשי שלומינו במשך דעם יום טוב. אלע געברויכן זענען צוגעשטעלט אויפ'ן פלאץ: דער גרויסער היכל הבית המדרש, א מקוה, אן עס-זאל, די אויבערשטע שטאקן מיט שלאף-צימערן, און אלעס ארום איז צוגעשטעלט אויפ'ן בעסטן און שענסטן פארנעם, א דאנק די חשוב'ע אינגעלייט וואס לייגן אריין שווערע כוחות פאר לאנגע וואכן און חדשים במשך דעם יאר פאר די טובה פון אלע אנשי שלומינו. &nbsp; ספעציעל פאר די וואס ברענגען שוין מיט קינדער קיין אומאן &ndash; אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מען זאל מיטברענגען די קינדער קיין אומאן, כדי די קינדער זאלן אויפוואקסן און וויסן אז ראש השנה איז מען ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן &ndash; איז דער בנין ממש א ישועה; א הייליג און ריין פלאץ, אפגעהיטן פון די גאס, וואו די קינדער קענען שיין מיטהאלטן דעם גאנצן יום טוב און זיין אפגעהיטן פון אלעס שלעכטס. &nbsp; אין די לעצטע יארן איז אויך געווען צוגעשטעלט אין די וואכנטעג אין אומאן א הערליכער חדר פאר אלע קינדער וואס זענען געקומען קיין אומאן אינעם בנין היכל הקודש. דאס יאר איז נישט געווען צופיל וואכנטעג צו מאכן חדר פאר די קינדער, דעריבער האט מען געמאכט דעם חדר נאר אום ערב ראש השנה. נאנט צו צוויי הונדערט קינדער זענען געווען אין חדר, אנגעפירט דורך חשוב'ע מלמדים. די קינדער האבן אינאיינעם געגעסן, געדאווענט און געלערנט, און ביי חצות היום זענען די קינדער געגאנגען מיט די מלמדים צום ציון הקדוש צו זאגן אינאיינעם תיקון הכללי און זיך אויסבעטן אלעס גוטס. &nbsp; במשך דעם יום טוב זענען די קינדער געזעסן אין שול אינאיינעם מיט די מלמדים, אויבן-אן נעבן דעם ראש ישיבה שליט"א, און שיין געדאווענט מיט חשק און ברען. ביים סוף פונעם יום טוב זענען די קינדער באלוינט געווארן מיט ווערדפולע מתנות פאר'ן זיך אזוי שיין אויפפירן במשך די גאנצע צייט אין אומאן. &nbsp; שאטל &nbsp; די גבאים פונעם "רענט קאמפיין" און די "נסיעה טרעוול" רייזע אגענטור האבן דאס יאר ווידער צוגעשטעלט די גאר נוצבארע סערוויס: די שאטל באסעס וואס קורסירן צווישן דעם בנין היכל הקודש (וואס איז א האלבע שעה צו גיין צופיס) און דעם הייליגן ציון. דער שאטל איז אנגעגאנגען פיר און צוואנציג שעה ארום דעם זייגער אין די וואכנטעג, ווען יעדע פופצן מינוט איז געווען א באס סיי ביים ציון הקדוש און סיי ביים בנין היכל הקודש, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען אנצוקומען גרינגערהייט צום הייליגן ציון וואו מען האט זיך אויסגעבעטן א גוט יאר. &nbsp; סליחות זכור ברית &nbsp; ערב ראש השנה פארטאגס, אום 4:15, איז דער גאנצער ציבור זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש צו זאגן אינאיינעם סליחות זכור ברית מיט גרויס התעוררות. פאר'ן עמוד האט פארגעזאגט דער חשוב'ער גבאי פון שטעטל, הרה"ח ר' אברהם הערש וועבערמאן שליט"א, און אינאיינעם האט מען זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; גלייך נאך סליחות האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית כוותיקין, און נאכ'ן דאווענען און תיקון הכללי האבן זיך פארמירט לאנגע ליניעס אריבערצוגיין צום ראש ישיבה שליט"א פאר פדיון נפש. דער ראש ישיבה שליט"א האט יעדן געגעבן זיין פריוואטע צייט און אנגעווינטשן להכתב בכתיבה וחתימה טובה. &nbsp; התעוררות ביים ציון &nbsp; די התעוררות וואס טוט זיך ביים הייליגן ציון איז נישט מעגליך צו באשרייבן פאר דעם וואס איז נישט דארט געווען. פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז דער הייליגער ציון באלאגערט מיט אידן וואס קומען צום הייליגן ארט, פון וואו טויזנטער תפילות ווערן געענטפערט. מען קומט אהין און מען גייט ווי אריין אין אן אנדערע וועלט; מען זעט נישט קיינעם און מען הערט נישט קיינעם. ביים ציון פונעם הייליגן רבי'ן זעט מען נאר דעם אייבערשטן, דאס הארץ עפנט זיך אויף, מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, מען פועל'ט ישועות, און מען גייט ארויס מיט א לייכטן געמיט און פארזיכערט אז די תפילות זענען אנגענומען געווארן ביים אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר ראש השנה אז יעדן טאג וואס מען געפינט זיך אין אומאן זאל מען כאטש איינמאל גיין צום ציון. אנשי שלומינו האבן טאקע אויסגענוצט די הייליגע טעג פון ראש השנה און ארום, און זענען יעדן טאג געגאנגען צום ציון &ndash; טייל איין מאל און טייל עטליכע מאל, יעדער לויט זיין מעגליכקייט &ndash; און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס. &nbsp; אין די צוויי טעג ראש השנה איז דער רוב עולם געגאנגען פארטאגס צום ציון, ווען דער ציון איז מער ליידיג, דאס הארץ איז מער אפן, און דער מח האט מער ישוב הדעת, און דערנאך איז מען צוריקגעקומען צום דאווענען אין בית המדרש. &nbsp; ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן &nbsp; ראש השנה ביים זמן איז מען זיך צוזאמגעקומען צו מנחה. דער דיין הגאון ר' יונה זינגער שליט"א איז צוגעגאנגען צום לעצטן מנחה פונעם יאר, וואס מ'האט געדאווענט מיט א שטארקע התעוררות. מעריב האט געדאווענט הרה"ח ר' אברהם הערש וועבערמאן, וואס האט אויך פארגעזינגען דעם פיוט "אחות קטנה" אויפ'ן ספרדישן ניגון, אזוי ווי מען פלעגט עס זינגען ביי מוהרא"ש זי"ע. נאך מעריב איז דער עולם אריבער זיך אנווינטשן לשנה טובה ביים ראש ישיבה, וואס האט יעדן שיין אנגעווינטשן. &nbsp; נאך א שיינער סעודה האט זיך דער עולם געאיילט צו גיין שלאפן, כדי צו קענען אויפשטיין אינדערפרי פאר'ן עלות נישט צו פארשלאפן דעם מזל; מען איז געלאפן אין מקוה און געגאנגען צום ציון. &nbsp; אום אכט אזייגער האט מען זיך געשטעלט דאווענען. צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען דעם ערשטן טאג הר"ר שלמה רוטה שליט"א, און דעם צווייטן טאג האט געדאווענט הר"ר אלחנן חיים רוטה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית און מוסף, וואס איז געווען זייער שיין. די בארימטע כאאר פון ישיבה אינאיינעם מיט די קינדער האבן זייער שיין מיטגעזינגען ביים דאווענען. עס האט געהערשט גאר א גרויסע התעוררות אין שול ביי די תפילות. פילע הונדערטער אידן האבן זיך געשלעפט צום בנין היכל הקודש מיטצוהאלטן דעם הערליכן און התעוררות'דיגן דאווענען, וואס האט צועפנט די הערצער פון אלע מתפללים, און דאס וועט בלייבן איינגעקריצט ביי זיי פאר א לאנגע צייט. &nbsp; כאטש מען האט נישט געבלאזן שופר דעם ערשטן טאג ראש השנה, וואס איז אויסגעפאלן אום שבת קודש, האט אבער דער ראש ישיבה שליט"א יא געגעבן א תקיעת שופר דרשה, אזוי ווי דער מנהג פון צדיקים. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן זוהר וואס מען זאגט פאר די תקיעות, וואו עס שטייט אז ווען מען בלאזט שופר אונטן, בלאזט מען שופר אויך אויבן אין הימל; און היינט שבת, אז מען בלאזט נישט אונטן, בלאזט מען אבער יא אויבן, און אז מען בלאזט שופר אויבן איז עס זיכער אויפ'ן בעסטן אופן וואס קען נאר זיין, און עס איז זיכער ממתיק אלע דינים. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט וועגן דעם וואס חז"ל זאגן אז פילע עקרות זענען נפקד געווארן מיט קינדער אום ראש השנה, און אז יעצט קען מען זיך אויסבעטן פאר קינדער &ndash; סיי ווער עס ווארט אויף קינדער און סיי ווער עס ווייסט פון א קרוב, א חבר, אדער אן אנדערן איד וואס ווארט אויף קינדער, זאל מען מתפלל זיין פאר זיי. אויך איז יוסף הצדיק ארויס פון תפיסה אום ראש השנה, קען מען מתפלל זיין פאר אידן יושבי חושך וצלמות, אז יעדער זאל ארויסגיין פון זיינע צרות. אויך זענען דא מענטשן וואס זענען געבונדן אין דער תפיסה פונעם יצר הרע, זיי קענען זיך נישט אפרייסן פון שלעכטע געוואוינהייטן, וואס מען רופט אין אמעריקע "עדיקטעד", און אויף אידיש מיינט עס אז מען האט א גרויסן נסיון דערויף; איז יעצט די צייט אום ראש השנה מתפלל צו זיין און זיך אויסבעטן צו ווערן אויסגעלייזט פון דער תפיסה. ווער עס ווארט אויף א שידוך, איז יעצט אויך די צייט צו בעטן דערויף. דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעענדיגט מיט דעם וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר תקיעת שופר, אז ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד זאל ארויסגיין פון בית המדרש; יעדער זאל זיך איבערבעטן, מוחל זיין, און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. &nbsp; ביי די סעודה האט מען געבענטשט נאך די פיש, מען האט צעטיילט די סעודה כדי צו עסן שלש סעודות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז אריינגעגאנגען אין בית המדרש און געגעבן א דרשה. &nbsp; סיפורי מעשיות &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אזוי ווי מען פירט זיך ביי אנשי שלומינו פארצולערנען סיפורי מעשיות שבת אינדערפרי, און יעצט דארף מען דאך סיי ווי מאכן א שטיקל הפסק צווישן די צוויי סעודות, וועט מען פארלערנען סיפורי מעשיות. דער ראש ישיבה שליט"א פירט זיך צו רעדן שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות פון שלום בית, און היות די אידן פון ארץ ישראל און פון אנדערע מקומות קענען דאס דאך נישט מיטהאלטן, וועט מען יעצט רעדן אביסל פון שלום בית. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעהויבן מיט דער ערשטער שורה פון סיפורי מעשיות, וואס דער הייליגער רבי זאגט: "אויפ'ן וועג האב איך דערציילט א מעשה, וואס ווער עס האט איר געהערט האט געהאט אן הרהור תשובה". דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז יעצט אויף די וועגן קיין אומאן האט מען זיך אויסגעלערנט צו האבן אסאך סבלנות; מען האט געדארפט ווארטן ביים פליגער, ביים באן, ביים קאר, ביים גרעניץ, ביים טשעקפוינט, און אזוי ווייטער יעדער איינער מיט זיינע שוועריקייטן אויף די וועגן, און מען קען זיך אין ערגעץ נישט יאגן, מען קען נאר ווארטן מיט געדולד און בעטן דעם אייבערשטן. דאס זעלבע איז מיט'ן גאנצן לעבן, וואס איז ווי איין לאנגער וועג: מען ווערט געבוירן, מען באקומט פיאות, מען גייט דורך די קינדערישע יארן, די בחורישע יארן, און אזוי ווייטער אין לעבן, און דער איינציגסטער וועג דאס אריבערצוגיין איז נאר מיט אסאך תפילה און סבלנות. &nbsp; דאס זעלבע איז מיט שלום בית, וואס מען קען נאר זוכה זיין דערצו מיט אסאך תפילה און סבלנות. דער עיקר סוד ליגט אינעם מויל: רעדן שיין אינדערהיים, געבן גוטע ווערטער, נאר אויסלויבן און אויסרימען און מאכן גוט פילן, און קיינמאל זיך נישט טענה'ן אדער אריינגיין אין ויכוחים. אבער מיט דעם אלעם דארף מען האבן אסאך סבלנות; עס קען נעמען צייט, אבער אז מען דערהאלט זיך, איז מען זוכה אז די שכינה רועט אינדערהיים, עס ווערט א גן עדן אינדערהיים, מען האט הנאה יעדע רגע צו זיין אינדערהיים, און דאס איז עבודת ה'. דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, אז מיר זאלן לעבן אין שטוב באהבה ואחוה ושלום וריעות. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט פארשידענע מעשיות וואס ער האט מיטגעהאלטן ערשט-האנטיג דאס יאר, פון אינגעלייט וואס האבן אינוועסטירט גרויסע געלטער און למעשה האט זיך גארנישט אויסגעארבעט און זיי האבן פארלוירן דאס גאנצע געלט. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ווען עס קומט צו געלט פארשטייען מענטשן אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן און ווארטן לאנגע יארן צו קענען זען רווחים; זיכער ביי שלום בית, וואס האט פיל מער שאנסן מצליח צו זיין, דארף מען אינוועסטירן אסאך געדולד און סבלנות, רעדן שיין און געבן אסאך גוטע ווערטער, און מיט דער צייט וועט מען זען דערפון אמת'דיגע ריזיגע פארדינסטן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט נאכגעזאגט פון צדיקים אז ווען שבת איז דער ערשטער טאג ראש השנה, איז מען מיט'ן טשאלנט וואס מען עסט מתקן די זעלבע תיקונים ווי תקיעת שופר. דער ראש ישיבה שליט"א האט דאס שיין מסביר געווען, אז די חמין וואס מען עסט שבת איז דאך כדי צו פאלגן וואס די הייליגע חכמים האבן געזאגט, "להוציא מלבן של צדוקים" &ndash; די אויבער-חכמים פון יענע צייטן וואס האבן זיך איינגערעדט אז זיי פארשטייען בעסער און אז מען טאר נישט עסן ווארעמס אום שבת. דאס איז געווען דער נסיון אין יענע צייטן, און אין די היינטיגע צייטן זענען דא די היינטיגע נסיונות; ווער עס האט שכל און פאלגט וואס די צדיקים און די רבנים זאגן, ספעציעל אין דעם ענין פון טעכנאלאגיע &ndash; נישט אריינצוברענגען אין שטוב קיין סמארטפאון, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה &ndash; דער וועט זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן, און ווער עס איז אן אויבער-חכם און מיינט אז ער פארשטייט בעסער, וועט נעבעך קענען ביטער ליידן דערפון. מיט דעם וואס מען פאלגט די חכמים, מיט דעם איז מען אלעס מתקן, פונקט ווי מיט תקיעת שופר. &nbsp; מיטל נאכט &nbsp; אום מיטל נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן א דרשה צווישן מנחה און מעריב, און דער ראש ישיבה שליט"א האט טאקע אנגעהויבן מיט דעם אז דער הייליגער רבי האט זיך אזוי געפירט; רוב לאנגע גרויסע תורות אין ליקוטי מוהר"ן זענען פון די דרשות מיטל נאכט ראש השנה, און אזוי האט אויך רבי נתן געטון, און אזוי האט מען געזען ביי מוהרא"ש. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט פון די שוועריקייטן און מניעות וואס יעדער גייט דורך ביז ער איז זוכה אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אבער עס לוינט זיך דער גאנצער שלעפ מיט אלע שוועריקייטן, אזוי ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אין זיין לעצטן ראש השנה ווען ער איז שוין געווען אין אומאן: "וואס זאל איך אייך זאגן? קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" &ndash; עס איז נישטא עפעס גרעסער ווי צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק געווען די וואס מוטשען זיך מיט געלט, אז דער רבי האט געזאגט אז ער זארגט זיך פאר די הוצאות פון די וואס קומען צו אים. און די וואס דארפן זיך איבערבעטן, האט רבי נתן געזאגט: "דאנקען גאט אז נאך ראש השנה קומט יום כיפור, און יעדער בעט זיך איבער". &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט אז דעם רבינ'ס זאך איז בעיקר "התחזקות" &ndash; זיך צו שטארקן און אנצוגיין אפילו ווען זאכן גייען נישט כסדר. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט א מעשה וואס האט פאסירט מיט א איד אין די צייטן פון רבי נתן, וואס יענער פלעגט לכתחילה פאסטן יעדע וואך משבת לשבת, אבער איינמאל ווען עס איז אריבער אויף אים א שוועריקייט, איז ער נעבעך אינגאנצן אוועקגעפאלן. דער קונץ איז נישט נאר צו קענען אנגיין ווען אלעס גייט ווי געשמירט, נאר אפילו ווען מען פאלט אראפ און זאכן גייען נישט גוט און גרינג, זאל מען ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט, אפילו ווען זאכן גייען נאר האלבוועגס. &nbsp; פון דעם איז דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעפארן אין א לענגערע שמועס איבער דעם סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן, וואס ביי דעם קען מען ממש זען אז נאר מיט התחזקות קען מען מצליח זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג. אודאי האט יעדער זיין סדר וויאזוי ער לערנט, צי מיט א חברותא צי מיט א מגיד שיעור און אזוי ווייטער, אבער עס זענען דא אזויפיל טעג וואס מען קומט נישט אן צו לערנען קיין תורה, למשל יעצט אום ערב ראש השנה, אום ראש השנה, און אזוי ווייטער; וויפיל מענטשן קומען שוין אן צו לערנען תורה אין די דאזיגע טעג? ווען מען האט אבער דעם סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן &ndash; וואס דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מען קען לערנען די ווערטער פון די תורה אפילו אן פארשטיין, און אפילו מען געדענקט נישט וואס מען האט געלערנט &ndash; קען מען אלץ האבן מיט זיך עטליכע ספרים: א חומש, א משניות, א גמרא, א תהלים און דאס גלייכן, און מען קען שטענדיג אריינכאפן נאך און נאך פון די הייליגע תורה. צו דעם דארף מען גארנישט האבן, און דאס קען מען אלעמאל טון. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך שטארק ארומגערעדט פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, ובפרט דא אין אומאן זאל מען אויסנוצן די צייט און זיך אויסבעטן אלעס וואס מען דארף. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז א אינגערמאן האט אים געזאגט פאריאר, אז כאטש ער וויל בעטן אסאך זאכן אין אומאן, האט ער באשלאסן צו נעמען איין זאך אויף וואס ער וועט ספעציעל שטארק בעטן און דאס אויספועלן: ער זאל קענען ארויסנעמען דעם טעבלעט פון דערהיים. דאס איז א זאך וואס ער דארף באמת זייער וויכטיג האבן לצורך פרנסה, אבער ער ווייסט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו האלטן אין שטוב און ער האט נישט געוואוסט וויאזוי דאס צו באווייזן. למעשה האט ער דאס טאקע אויסגעפועלט, און ער האט געטראפן א וועג וויאזוי דאס ארויסצונעמען פון הויז. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט קלארגעשטעלט אז ער רעדט נישט פון די וואס האבן כלים אן קיין פילטער, ער איז קיינעם נישט חושד אפילו אויף אזא זאך, אבער אפילו מיט א פילטער דארף מען האבן גרויס רחמי שמים; דערווייל איז נאכנישטא קיין פילטער וואס זאל ארויסנעמען די ליצנות און די קאלטקייט צו אידישקייט וואס מען באקומט פון די אלע כלים, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו קענען פטור ווערן דערפון. &nbsp; נאך מעריב איז ווידער געווען א שיינע סעודה, און דער עולם האט זיך געלייגט שלאפן גלייך נאך די סעודה. מען איז אויפגעשטאנען ביים עלות, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה; די תפילות דעם צווייטן טאג זענען אויך געווען מיט'ן זעלבן ברען און התעוררות, מיט א געוואלדיגע פרישקייט צו ממליך זיין דעם אייבערשטן און זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; צווייטן טאג יום טוב &nbsp; דעם צווייטן טאג האבן מיר געהאט די זכיה צו הערן שופר בלאזן פונעם ראש ישיבה שליט"א. פאר די תקיעות האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין. בשעת מען בלאזט שופר צומישט מען די טענות פונעם שטן און ער קען נישט מקטרג זיין, דערפאר איז עס א זייער גוטע צייט ווען מען קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען וויל און אים איבערבעטן. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ווידער זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן; מען זאל זיך שטארק דערווייטערן פון מחלוקת, און אפילו ווען מען האלט אנדערש פון יענעם דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער אנגעווארעמט דעם ציבור אז ווער עס האט א שווער הארץ אויף א צווייטן, איז יעצט די ריכטיגע צייט יעדן מוחל צו זיין און אנהויבן א נייעם בלאט אין לעבן, צו זיין בשלום ושלוה מיט אלע אידישע קינדער. &nbsp; איבער דעם ענין פון זיך "אויסבעטן", האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט אז ווען דער הייליגער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, איז זיין אייניקל ישראל אריינקומען צו אים. האט אים דער רבי געזאגט: "ישראליק, בעט דעם אייבערשטן פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט." דער קליינער ישראליק האט געזאגט אז ער וויל עפעס באקומען פאר דעם, און דער רבי האט אים געגעבן זיין גאלדענעם זייגער. דאן האט ישראליק זיך אנגערופן: "גאט גאט, לאז מיין זיידע זיין געזונט!" דער עולם ארום האט זיך צושמייכלט פונעם קליינעם: "פאר דעם האסטו באקומען דעם גאלדענעם זייגער? בלויז צו זאגן די פאָר פשוטע ווערטער?!" אבער דער רבי האט זיך אנגערופן צום עולם און זיי פארגעהאלטן פארוואס זיי לאכן פונעם קינד: "וויאזוי דען בעט מען דעם אייבערשטן אויב נישט אזוי?" דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפירט אז דאס מיינט זיך אויסבעטן: פשוט צו בעטן אויף די אייגענע שפראך אלעס וואס מען דארף &ndash; "באשעפער, איך דארף פרנסה", "באשעפער, איך דארף קינדער", "באשעפער, איך דארף נחת פון די קינדער", "באשעפער, איך וויל זיין געזונט", און אזוי ווייטער בעט יעדער זיינע געברויכן אויף א פשוטע שפראך. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז געווען א שיינע סעודה; בעלי מנגנים און חזנים האבן זיך אויפגעשטעלט זינגען שיינע ניגונים און נוסחאות לכבוד יום טוב. &nbsp; אום פינף-דרייסיג איז מען געגאנגען אינאיינעם זאגן תשליך ביים וואסער, און נאכ'ן זאגן די תפילות האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. &nbsp; נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה ווידער געגעבן א שיינע דרשה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און וויפיל מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען האט זוכה געווען איבערצוקומען אלע מניעות און זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה. מען קען נישט קוקן אויף דעם צי מען האט יא געהאט א געפיל אדער נישט; ווען עס קומט צו אידישקייט דארף מען טון וואס איז ריכטיג און וואס דער אייבערשטער וויל, אן קוקן צי מען האט א געפיל דערין. יעצט קומט דער הייליגער יום טוב סוכות &ndash; מען דארף זיצן אין די סוכה, מען דארף שאקלען לולב, נישט קיין חילוק צי מען האט יא א געפיל אין דעם אדער נישט. &nbsp; מען דארף מיטנעמען דעם רבי'ן אויך אויף די גאנצע יאר, נישט נאר אויף ראש השנה: לערנען די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים, זיך שטארקן מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן, און איבערגעבן אויך פאר די קינדער די לימודים פונעם רבי'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די ברסלב'ע מוסדות, סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל, וואו מען רעדט צו די קינדער יעדן טאג פונעם הייליגן רבי'ן. די קינדער וואקסן אויף מיט'ן רבי'ן, און בעיקר מיט די הויפט עצה פונעם הייליגן רבי'ן צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן כסדר אלעס וואס מען וויל. &nbsp; מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!

    < זעה מער ה תשרי תשפ"ז 📝
  • באמיאונגען ווערן געמאכט צו ברענגען פרישע עירליינס צום סטוארט עירפארט אין ניובורג, ניו יארק.

    פאר רוב פון אונזערע ליינער וואלט זיכער געווען אסאך באקוועמער צו קענען ניצן דעם סטוארט עירפארט פאר א נסיעה קיין אומאן אדער פאר סיי וועלכע אנדערע רייזע. וואס איז די מעלה פון דעם עירפארט? עס איז א רואיג פלאץ, רעלאטיוו קליין, אן דעם גרויסן געדרענג וואס מען טרעפט אין די דריי גרויסע סיטי עירפארטס. מען דארף נישט זיצן אין קיין טרעפיק אויפן וועג אהין, און די שורות ביים טשעק-אין און סעקיוריטי זענען פיל שנעלער און קערצער. דערווייל זענען אבער נאכנישט דא דארט קיין סאך פלייטס. דאס איז אבער נישט צוליב דעם וואס דער עירפארט איז קליין &ndash; ווייל באמת איז עס בכלל נישט אזוי. די ראנוועיס אין סטוארט זענען ריזיג גרויס, פון די גרעסטע אין גאנץ אמעריקע, און עס ווערט אפיציעל פאררעכנט אלס אן אינטערנאציאנאלער עירפארט וואס פארמאגט די גאנצע אינפראסטרוקטור צו קענען באהאנדלען ריזיגע פליגערס וואס פליען איבערן אקעאן. &nbsp; די "פארט אויטאריטי", וואס פירט אן מיט דעם עירפארט אזוי ווי מיט די אנדערע גרויסע ניו יארקער עירפארטס, וויל זייער שטארק העכערן די צאל רייזענדע דארט. זיי פארשטייען אז דאס איז א געוואלדיגע געלעגנהייט פאר פאסאזשירן פון אפסטעיט וואס ווילן זיך שפארן דאס פארן ביז די אנדערע גרויסע איבערגעפילטע עירפארטס. באמת האט שוין אויסגעזען ווי דער עירפארט הייבט אן צו בליען און מצליח זיין, אבער דאן האט דער אויבערשטער געשיקט "קאוויד". אלס א תוצאה פון די שווערע צייטן וואס די עירליינס האבן דורכגעמאכט דורכאויס קאוויד, האבן פילע עירליינס אפגעשטעלט זייערע רוטס פון סטוארט, זינט זיי האבן זיך געמוטשעט אנצופילן די פליגערס איבעראל. &nbsp; חז"ל זאגן אונז דעם באקאנטן מאמר: "פתחו לי פתח כחוטו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם". א מענטש אליין קען גארנישט באווייזן, אבער דער אויבערשטער בעט אונז אנצוהייבן. דער ערשטער שריט איז תפילה; זאג פשוט: "באשעפער, איך וויל צוריקקומען צו דיר". דאס איז די קליינע עפענונג וואס מ'פארלאנגט פון דיר, און דער אויבערשטער וועט שוין ערלעדיגן דאס איבעריגע. דו וועסט זען אז דו וועסט געהאלפן ווערן און זוכה זיין צו ווערן נאנט צום באשעפער. &nbsp; דאס זעלבע פרובירן יעצט די לאקאלע באאמטע צו טון; זיי פרובירן צו עפענען א קליינע טיר מיט די האפענונג אז דאס וועט עווענטועל עפענען א גרויסן טויער. מען רעדט יעצט איבערן גרינדן א ספעציעלן פאנד. סטעיט סענאטאר סקופיס ארבעט אינאיינעם מיט די "האדסאן וועלי עקאנאמישע דעוועלאפמענט קארפארעישאן" (HVEDC) און די "פארט אויטאריטי" אויף א נייעם פראגראם וואס ווערט גערופן א "מינימום פארדינסטן גאראנטי". אין פלעין אידיש מיינט דאס, אז מען וועט צושטעלן פאר אן עירליין א סארט "אינשורענס" ווען זי עפנט א נייע רוט פון סטוארט עירפארט. &nbsp; זיי מאכן אזא חשבון: פארוואס זענען עירליינס נישט גרייט צו עפענען פרישע רוטס פון סטוארט? ווייל ווען אן עירליין קומט אריין, ווייסן זיי נישט מיט קיין זיכערקייט צי דער עולם וועט עס טאקע אנהייבן צו נוצן, און זיי באטראכטן עס אלס א צו ריזיקאלישע אינוועסטמענט. דער נייער פאנד אנטשפרעכט צו דעקן דעם לאך, אויב די רוט פארדינט נישט אין די ערשטע תקופה ווי ערווארטעט. &nbsp; עס ווערט איבערגעגעבן אז עס קומען שוין פאר ערנסטע געשפרעכן מיט א גרויסער עירליין איבער די מעגליכקייט צו עפענען א נייע ליניע פון סטוארט עירפארט צו איינע פון אירע הויפט 'האבס', וואס דאס וועט געבן די געלעגנהייט צו קענען נעמען א פלייט מיט א סטאפ-אווער אינעם 'האב' צו גאר אסאך וויכטיגע דעסטינאציעס. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען פארן צום רבי'ן קיין אומאן און צו שמחות געשמאק, געזונטערהייט און אפגעהיטענערהייט מיט שמירת עיניים, און צוריקקומען מיט השפעות טובות.

    < זעה מער כו אלול תשפ"ו 📝
  • געשמאקע וועטערס פאראויסגעזאגט פאר אומאן בעז"ה

    דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס, אז מ'דארף נישט נאר בעטן אויף גרויסע זאכן; מען מעג און מען דארף מוטשען דעם אייבערשטן אויף יעדן איינציגן פרט אין לעבן. מ'דארף נישט ווארטן ביז די דאקטוירים געבן שוין חלילה אויף, כדי מען זאל מעגן בעטן פאר א רפואה; פאר יעדע זאך, סיי גרויס און סיי קליין, איז דא דער זעלבער אדרעס. דער באשעפער, דער שומע תפילת כל פה, וויל הערן אלעס וואס מיר האבן צו בעטן. &nbsp; און ווען ברסלב'ער חסידים פארן קיין אומאן, פארן זיי מיט תפילות. ס'זענען זיכער געווען פילע תפילות פון אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן פאר גוטע וועטער, און דאס האט מען טאקע שטארק געזען אין די וועטער-באריכטן. &nbsp; ביז נעכטן האבן די וועטער-פארקעסטס נאך געוויזן גרויסע שאנסן פאר רעגן אויף דאנערשטאג און פרייטאג &mdash; פונקט אין די טעג ווען דער עולם קומט אן קיין אומאן און מ'גרייט זיך אויף שבת און יום טוב. היינט אבער האט זיך דער ניגון שטארק געטוישט, און די שאנסן פאר רעגן זענען באדייטנד אראפגעגאנגען. &nbsp; אויב אנשי שלומינו וועלן ווייטער מתפלל זיין צום אייבערשטן, וועט דער באשעפער זיכער העלפן מ'זאל האבן א געשמאקן און געהויבענען יום טוב, און אלעס זאל זיך אויסארבעטן אויפ'ן בעסטן אופן &mdash; די פעקלעך, די וועגן, די גרעניצן, די אכסניות, די סעודות יום טוב, און אזוי ווייטער; און מ'זאל פועל'ן א גוט געבעטן יאר. &nbsp; אט האט איר די פרישע וועטער-באריכט פאר די קומענדיגע טעג, לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן דורך עקיו וועטער: &nbsp; מארגן דינסטאג, כ"ו אלול: עס ערווארטעט א טיילווייז זוניגער און אנגענעמער טאג. דורכאויסן טאג וועט די טעמפעראטור ארויפגיין ביז א געשמאקע 76&deg;F (24&deg;C), און ביינאכט וועט עס פאלן צו א קילע 52&deg;F (11&deg;C). &nbsp; מיטוואך, כ"ז אלול: עס וועט ווערן אביסל ווארעמער, מיט מערסטנס זוניגע וועטער איבערן טאג און א הויכע טעמפעראטור פון בערך 81&deg;F. ביינאכט וועט די טעמפעראטור פאלן צו ארום 56&deg;F. &nbsp; דאנערשטאג, כ"ח אלול: עס ווערט פאראויסגעזאגט א זוניגער און ווארעמער טאג, מיט א הויכע טעמפעראטור פון בערך 83&deg;F (28&deg;C). ביינאכט וועט עס זיין ארום 57&deg;F (14&deg;C). שפעטער נאכמיטאג קען דער הימל ווערן אביסל מער פארוואלקנט. &nbsp; ערב שבת קודש, ערב ראש השנה: עס ווערט ערווארטעט א ווארעמע און מערסטנס פארוואלקנטע וועטער, מיט א הויכע טעמפעראטור פון בערך 80&deg;F (27&deg;C). ביינאכט וועט די טעמפעראטור אראפגיין צו ארום 54&deg;F (12&deg;C). &nbsp; שבת קודש, יום א' דראש השנה: עס ווערט ערווארטעט אז די פארוואלקנטע און ווארעמע וועטער וועט אנהאלטן, מיט א הויכע טעמפעראטור פון בערך 80&deg;F (27&deg;C). מוצאי שבת קודש, ליל ב' דראש השנה, וועט די טעמפעראטור זיין ביי ארום 56&deg;F (13&deg;C). &nbsp; זונטאג, יום ב' דראש השנה: מען ערווארטעט נאכאמאל א געמיש פון זון און וואלקענעס, מיט א הויכע טעמפעראטור פון בערך 83&deg;F (28&deg;C) און עס וועט פאלן צו ארום 56&deg;F (13&deg;C) ביינאכט. &nbsp; אין קורצן: עס ווערט ערווארטעט צו זיין געשמאק־ווארעם בייטאג, און געשמאק־קיל ביינאכט, מיט טעמפעראטורן פון ארום 83&deg;F-76&deg;F (28&deg;C-24&deg;C) בייטאג און 52&deg;F-58&deg;F (11&deg;C-14&deg;C) ביינאכט. &nbsp; ס'איז וויכטיג צו באמערקן אז דאס איז בלויז די יעצטיגע פאראויסזאגונג, און מיר נעמען פארשטייט זיך נישט קיין אחריות אויב די וועטער אין מציאות שטעלט זיך אויס אנדערש. און עס איז שטארק רעקאמענדירט מיטצונעמען רעגן-קליידער און א סוועטער, אויב ס'וועט זיך אויספעלן. &nbsp; אבער דער עיקר &mdash; נישט פארגעסן: אין אומאן איז נישטא קיין צייט. מען טרעפט זיך טאקע צוזאם מיט אידן מארבע כנפות ארות אבער מ'איז דארט קוים עטליגע טעג, און ס'לוינט זיך אויסצוניצן יעדע מינוט ארויפצוגיין צום ציון הקדוש, איבערצובעטן דעם אויבערשטן, אים דאנקען פאר אלע זיינע חסדים, און אים בעטן אויף אלע ישועות וואס מ'דארף. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און מ'זאל זיך צוריקקערן פון אומאן מיט א גוט געבעטן און א זיס יאר, און געפולעט אלעס גוטס.

    < זעה מער כה אלול תשפ"ו 📝
  • היסטארישע באגעגעניש: גדולי רבני אמעריקע געלאדנט צום ווייסן הויז

    די היימישע גאס קאכט איבער די נייעס אז עס ווערט ערווארטעט א היסטארישע באגעגעניש מארגן דאנערשטאג אינעם ווייסן הויז, וואו פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט אויפנעמען א גרופע פון די חשוב'סטע אדמו"רים און גדולי תורה אינעם "אוועל אפיס". &nbsp; די נייעס איבערן באזוך, וואס קומט פאר גאר נאנט צו די הייליגע טעג פון ראש השנה, איז געווארן די שמועס פונעם טאג ביים היימישן עולם אין אמעריקע. מען באמערקט אז דאס איז א גאר זעלטענע זאך אז דער פרעזידענט פון אמעריקע זאל פערזענליך איינלאדן די גרויסע ארטאדאקסישע רבנים צו זיך אינעם אוועל אפיס. די וויכטיגע באגעגעניש איז געפלאנט אפגעהאלטן צו ווערן מארגן דאנערשטאג, ג' אלול, ארום מיטאג צייט. &nbsp; צווישן די רבנים וואס זענען געלאדנט געווארן צום פרעזידענט געפינען זיך: כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, די סאטמארער רבי'ס שליט"א &mdash; סיי פון קרית יואל און סיי פון וויליאמסבורג, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א, און הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית מדרש גבוה אין לעיקוואוד. לויט די באריכטן וועט דער סקווערער רבי שיקן א ספעציעלן פארשטייער צום באזוך אנשטאט אים פערזענליך, בעת די אנדערע רבנים פלאנען זיך אליין צו באטייליגן. &nbsp; עס ווערט איבערגעגעבן אז אויפ'ן אגענדע וועלן ליגן עטליכע ברענענדיגע ענינים וואס זענען נוגע פארן גאנצן חרדישן ציבור, למשל: אז די סטעיט רעגירונגען זאלן נישט אריינרעדן אין די אידישע מוסדות און לאזן פירן דעם חינוך לויט די הייליגע מסורה, די שווערע גזירת הגיוס אין ארץ הקודש, און נאך אנדערע וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק. &nbsp; ס'איז אינגאנצן פארשטענדליג פארוואס דער עולם איז אזוי אינטערעסירט אין דעם באריכט. די חשוב'ע רבנים גייען האבן די געלעגנהייט זיך צו טרעפן און רעדן מיט'ן מעכטיגסטן מענטש אינעם שטערקסטן לאנד &ndash; א געלעגנהייט וואס מאכט זיך לכאורה נישט יעדן טאג. &nbsp; מיר אלע טוען טאקע מתפלל בשלומה של מלכות, און אז די רבנים זאלן מצליח זיין מיט זייערע בקשות און פועל'ן אלעס וואס ס'פעלט אויס. &nbsp; דער אמת איז אבער, אז דאס איז נישט אזא זעלטענע זאך. אזא געלעגנהייט מאכט זיך גאנץ אפט, ווען חשוב'ע פערזענליכקייטן קענען באקומען אן אוידיענץ ביי א גרויסן וועלט פירער; און דער חשוב'ער מענטש איז נישט קיין אנדערער ווי דו אליין, און די אפוינטמענט ביים וועלט פירער איז טאקע יעצט אין די מינוט. דער קעניג פון די גאנצע וועלט איז גרייט צו רעדן מיט דיר, ער וויל הערן וואס דו האסט אים צו זאגן, און ער וויל דיר העלפן. &nbsp; סטאפ וואס דו האלטסט יעצט אינמיטן טון. הער אויף צו ליינען דעם ארטיקל און הייב אן צו רעדן: "באשעפער, איך דארף פרנסה", "באשעפער, איך דארף א רפואה", "באשעפער, איך וויל זיין גוט, העלף מיך". &nbsp; און תפילה העלפט טאקע. דו וועסט ארויסקומען פון דעם אפוינטמענט א געהאלפענער.

    < זעה מער כ אלול תשפ"ו 📝
  • העפטיגע הכנות אין אומאן לקראת ראש השנה תשפ"ז הבעל"ט

    יעצט, אז מיר האלטן שוין נאך האלב חודש אלול, קען מען ממש טאפן די התרגשות אין די לופט. יעדער איינער פון אנשי שלומינו מורמלט א תפילה צום אייבערשטן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, איבערצוקומען אלע שוועריגקייטן און מניעות, כדי צו קענען שטיין אין די ד' אמות פונעם ציון קודש הקדשים. דאס איז דער פלאץ צווישן די הייליגע קדושים פון גזירות ת"ח ות"ט וואו דער רבי האט אויסגעקליבן צו ליגן, זאגנדיג: "דא איז גוט צו ליגן". דאס איז דער מקום המסוגל פאר ישועות, וואו דער רבי האט מבטיח געווען אז ער וועט פועל'ן פאר אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. אין די זעלבע צייט האבן זיך די פיזישע הכנות אין אומאן אויך געהויבן א שטאפל. ווער עס קומט נאר אריין אין אומאן אין די יעצטיגע טעג, מיינט אז ער געפינט זיך אין וויליאמסבורג אדער גאר אין ירושלים. עס טוט זיך שוין א גאנצע געפילדער; עס זענען שוין דא פילע וואס זענען שוין אנגעקומען אויף יום טוב, אבער רוב זענען די פילע איבערגעגעבענע עסקנים וואס גרייטן שוין צו די בנינים און אלע געברויכן, כדי די צענדליגער טויזנטער אידן זאלן האבן אלעס וואס זיי דארפן. מען גרייט שוין צו די צענדליגער ריזיגע בתי מדרשים, מען רוימט אלעס אויף, מען פאררעכט וואס עס פעלט זיך אויס, און מען גרייט שוין צו די מקוואות טהרה. און ווער רעדט נאך וואס טוט זיך אפ אין די קיכן, דארט טוט זיך א גערויש און א געפילדער; הונדערטער ארבעטער ארבעטן אין שיכטן, מען באקט, מען קאכט, און מען סארטירט, אז אנשי שלומינו זאלן האבן א שמחת יום טוב מיט בשר ודגים וכל מטעמים. ביי אונז אין בנין איז גארנישט אנדערש; מ'זעט די הכנות אין יעדן ווינקל. די צימערן זענען שוין שיין מסודר און אויפגערוימט, און נעבן די קאך ליגן שוין די גאנצע הויפענעס מיט סופלייס וואס מ'האט באשטעלט: געטראנקען, מעל, צוקער, אויל, פעיפער-גודס, און אזוי ווייטער. אזוי אויך שטייט שוין דער ריזיגער "אהל הרחבת הדעת" - דאס איז דער מאסיווער טענט וואס דינט אלס "עס-זאל" פאר די קנאפע וואך וואס מ'געפינט זיך בצל הקודש, אינעם חצר פונעם הייליגן רבי'ן אין שטאט אומאן. איינע פון די זאכן וואס זענען געטון געווארן היינט איז, אז עס איז אנגעקומען א גרויסער לאסט-אויטא אנגעפילט מיט קליינע שטיינדעלעך וואס מען האט אויסגעגאסן אינעם הויף פונעם בנין, כדי מען זאל נישט דארפן גיין אין די מאראסט אויב עס וועט רעגענען. כאטש מען האט שוין געלייגט שטיינער פאראיאר, האט מען יעצט געגאסן א פרישע שיכט, וויבאלד די פאראיעריגע שטיינער זענען שוין איינגעזאפט און אוועקגעוואשן געווארן במשך דעם יאר. מיר ענדיגן מיט א תפילה צום אויבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין זיך צו זען קומענדיגע וואך ביים הייליגן רבין אין אומאן געזונטערהייט, און אויספועלן אלעס גוטס פאר זיך, פאר די גאנצע משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp;

    < זעה מער יח אלול תשפ"ו 📝
  • סעלצער

    א גוטן, מיין נאמען איז אברהם שמחה. &nbsp; איך וואלט געוואלט פרעגן א קשיא פון ר' גרשון קרעמער: וואס איז סעלצער און וויאזוי ווערט עס געמאכט? &nbsp; א גרויסן יישר כח. &nbsp; &nbsp; זייער א שיינע שאלה, אברהם שמחה! &nbsp; צום ערשט לאמיר פרעגן נאך א שאלה: איז "סאדע" (אדער סאדע-וואסער) די זעלבע זאך ווי סעלצער? &nbsp; דער ענטפער איז יא און ניין. &nbsp; "סאדע" אין אמעריקע מיינט געווענליך סעלצער מיט צוגעלייגטע צוקער און רוב מאל אויך קאלירן, בעת סעלצער איז געווענליך בלויז וואסער מיט קארבאן-דיאקסייד גאז. &nbsp; יעצט וועסטו מיר פרעגן: וואס איז סעלצער? ווען און וויאזוי איז מען אויפגעקומען דערמיט? און פון וואו קומט דער נאמען "סעלצער"? &nbsp; דער ענטפער איז אזוי: &nbsp; עס זענען דא קוועלער וואו דאס וואסער קומט ארויס נאטירליך פון דער ערד שוין מיט מינעראלן און קארבאן-דיאקסייד גאז. אין אייראפע זענען אזעלכע קוועלער שוין באקאנט פאר לאנגע יארן, און עס איז געווען שטארק אנגענומען אז יענע וואסער איז ספעציעל געזונט; דערפאר פלעגן פירמעס אנשעפן דאס וואסער פון די קוועלער און עס פארקויפן אין גלאזענע, הערמעטיש-פארמאכטע פלעשער אפילו צו גאר ווייטע פלעצער. &nbsp; אין א קליין שטעטל אין דייטשלאנד מיט'ן נאמען "סעלטערס" (Selters), האט זיך געפונען אזא קוואל וואס איז געווען גאר בארימט מיט איר געשמאקע מינעראל-וואסער. דאס וואסער פון יענעם קוואל פלעגט פארקויפט ווערן אלס "סעלטערס וואסער", וואס האט פשוט געמיינט "וואסער פון סעלטערס". מיט די צייט האבן מענטשן אנגעהויבן רופן אלע אזעלכע וואסער-פלעשער "סעלטערס", און פון דעם שטאמט דער נאמען סעלצער. &nbsp; אבער דאס טראנספארטירן נאטורליכע קארבאנירטע וואסער איז נישט געווען אזוי פשוט און ביליג, און בשעת דער פארלאנג דערויף איז כסדר געשטיגן, זענען סוחרים אויפגעקומען מיט א געדאנק צו מאכן קונסטליכע "סעלצער". &nbsp; וויאזוי האט מען עס געמאכט? מען האט אפגעקילט פשוטע קוואל-וואסער און אריינגעצוואונגען דערין מיט כח קארבאן גאז, וואס האט געגעבן א טעם גאנץ ענליך צום נאטורליכן קוואל-וואסער. אזוי ווי עס האט זיך גוט פארקויפט און מענטשן האבן עס געקויפט פאר גוט געלט, זענען געקומען פירמעס און אנגעהויבן אריינלייגן טעמים און קאלירן עס צו מאכן נאך בעסער (אדער ערגער &ndash; אויב מען רעדט מצד געזונט...) און מער ציענדיג פאר די קונים. &nbsp; אזוי האט דער אויבערשטער געפירט אז עס איז געבוירן געווארן דאס באקאנטע פלעשל "סעלצער" און "סאדע", וואס ווערט היינט פארקויפט דורך פילע פירמעס מיט גוטע הכשרים. אויב מען מאכט אן ערליכע ברכה פארן טרינקען און מען דאנקט דעם אויבערשטן פאר דעם און נאכדעם, קען מען דינען דעם אויבערשטן אפילו דורך טרינקען סאדע. &nbsp; יעדע זאך וואס א מענטש טוט קען ער אויפהייבן צו עבודת ה'; מען עסט ווי דער אויבערשטער הייסט, מען שלאפט מיט יראת שמים, מען גרייט אן נעגל-וואסער, מען ליינט קריאת שמע, מען קושט די מזוזה און מען בעט דעם אויבערשטן ער זאל אונז היטן. &nbsp; א גרויסן יישר כח אברהם שמחה פאר דיין שיינער שאלה, און מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פארן לאזן ווארטן אזוי לאנג. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יז אלול תשפ"ו 📝
  • שיינע פראקטישע ברסלב'ער לוח תשפ"ז – שוין דא צו באקומען

    אין די יעצטיגע טעג האט מען געענדיגט די ארבעט אין די אפיסעס פונעם קרן הדפסה צו צוגרייטן און מסדר זיין דעם פאפולערן לוח ברסלב וואס ערשיינט יערליך, פארן נייעם יאר וואס קומט צו גיין. עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זיי, בפרט פאר מו"ה אברמי פיש הי"ו וואס לייגט אריין אסאך צייט, מח און כח מסדר צו זיין א הערליכע און פונקטליכע לוח, בעסער און שענער ווי ביז יעצט. &nbsp; טעגליכע לימודים: דער לוח פארמאגט די שיעורים פון די קהילה אין גמרא בבלי, ירושלמי, תוספתא, נ"ך און רמב"ם. לויטן פארלאנג פונעם ראש ישיבה האט מען מסדר געווען אז דער נ"ך שיעור זאל האבן נאר איין פרק א טאג, כדי עס זאל לויפן אינאיינעם מיט דעם סדר פון הרה"צ ר' יצחק שליט"א. &nbsp; טעגליכע זמנים: דורך א נייע קאסטבארע פראגראם האט מען ב"ה צוגעשטעלט פונקטליכע זמנים פאר יעדן טאג. עס ענטהאלט די טעגליכע זמנים פאר ברוקלין: עלות השחר, נץ החמה, קריאת שמע לויט מגן אברהם און גר"א, זמן תפילה לויט מגן אברהם און גר"א, שקיעה, און צאת הכוכבים לשיטת רבנו תם. אזוי אויך זענען דא די זמנים פון הדלקת הנרות און מוצאי שבת קודש פאר יעדע וואך. &nbsp; אויפן פארלאנג פונעם עולם האט מען צוגעלייגט אין די אונטערשטע חלק טבלאות מיט זמנים פון נאך עטליכע שטעט וואו אנ"ש וואוינען, כדי עס זאל זיין א דבר השלם. &nbsp; אונטער יעדע וואך פארמאגט עס א שיינעם שטיקל פון ספר המדות וואס האט א שייכות מיט די זמנים פונעם יאר, און אין די זייט זענען געדרוקט שיינע מאמרים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן פארן לוח וואס ער פלעגט ארויסגעבן יערליך. &nbsp; פאר פילע טעג ווערן אויסגערעכנט די יארצייטן און פארשידענע אנדערע מאורעות וואס זענען נוגע פאר אנשי שלומינו. &nbsp; די ארויסגאבע פונעם לוח האט זיך אביסל פארשלעפט און עס האט שוין געזאלט ארויסקומען אביסל פריער, אבער מען האט געוואלט ווארטן צו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן מיט די ביל אין קאנגרעס וואס וויל אנולירן די ווינטער זמנים &ndash; א זאך וואס איז דערווייל געלייגט געווארן אויף "האלד". &nbsp; דער לוח איז צו באקומען אינעם קרן הדפסה און ביי די מפיצים אין צוויי ווערסיעס: אידיש און לשון הקודש.

    < זעה מער יד אלול תשפ"ו 📝
  • הכרת הטוב מסיבה פאר די נדבנים פון קרן הדפסה

    דעם זונטאג פרשת כי תבוא לאומאן איז פארגעקומען א הערליכע הכרת הטוב מסיבה דורך די הנהלה פון קרן הדפסה, לכבוד די נדבנים וואס האבן געהאט די זכיה צו קויפן דעם זכות פון "פרנס השנה", דורך געבן א נדבה פון צען טויזנט דאלער אדער מער פארן יאר. &nbsp; די מסיבה איז פארגעקומען אינעם בנין פון קרן הדפסה, וואו די נדבנים האבן געהאט די געלעגנהייט צו זען פון דער נאנט די ריזיגע אפעראציע וואס קומט פאר טאג-טעגליך &mdash; וויאזוי הונדערטער ספרים, קונטרסים, בלעטלעך, גליונות, USB'ס און נאך פילע זאכן ווערן פראדוצירט און צוגעגרייט צו ווערן פארשפרייט פאר אידישע קינדער. &nbsp; די נדבנים האבן זיך געוואשן צו א רייכע סעודה, און דער ראש ישיבה שליט"א האט ווארעם און געשמאק פארברענגט עטליכע שעה מיט די נדבנים. מען האט געשמועסט איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, און די באטייליגטע האבן שטארק הנאה געהאט און ארויסגענומען אסאך עצות, חיזוק און הדרכה לעובדה ולמעשה. &nbsp; נאך די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגעפירט די נדבנים אויף א דורכדרינגליכע טור איבערן גאנצן בנין. ער האט זיי געוויזן די פארשידענע מאשינען און אפטיילונגען, און מסביר געווען וואס עס קומט פאר אין יעדן איינציגן פלאץ. &nbsp; ווען מען איז אנגעקומען צו די "פאוער סקווער" מאשין, איז פונקט געווען אנגעגרייט דער "לוח תשפ"ז" וואס ווערט יעצט געדרוקט. יעדער נדבן האט געהאט די זעלטענע געלעגנהייט אליין אריינצולייגן א פעקל בלעטער אינעם מאשין און מיטצוהאלטן ווי עס ווערט געדרוקט. &nbsp; דערנאך האט מען געזען די פארשידענע ריזיגע מאשינען, ווי די פרינטערס, קאטערס, USB מאשינען, סטעיפלערס, און אלע אנדערע מאשינען וואס זענען נויטיג צו קענען פראדוצירן אזא גרויסן פארנעם פון ספרי קודש. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אויך געוויזן די פארשידענע אפיסעס און דעפארטמענטס וואס געפינען זיך אינעם בנין, און מסביר געווען וואס יעדער אפטיילונג טוט. &nbsp; צווישן אנדערע האט מען געזען "מכון עצתו אמונה", געפירט דורך הרב יואל שניצלער; דעם אפיס פון "קול ברסלב", מיט הרב משה עקשטיין; דעם אפיס פון "גליון אשר בנחל", געפירט דורך הרב מרדכי אינדיג; דעם סעקרעטערי אפיס, וואו ר' יוסי יאקאבאוויטש זיצט; די גרעפיקס דעפארטמענט, געפירט דורך מרת ראטענבערג; און דעם ארויסגעבער פון די ענגלישע "עצתו אמונה" - "Light of Emunah", מרת מענדלאוויטש. &nbsp; אויך האט מען באזוכט די אפיסעס פונעם "בלעטל" מאגאזין, וואו ר' ישראל העסקל און ר' בערל שניצלער ארבעטן שווער יעדע וואך; דעם הויפט אפיס פון קרן הדפסה, געפירט דורכן געטרייען מנהל הרב אשר יעקב בלום; דעם פאנדרעיזינג אפיס, מיט ר' לייבי ראטה; און דעם מוזיק סטודיא, וואו ר' אברמי צוויבל און ר' סענדי ראטה ארבעטן אויף נייע מוזיק אלבומס. &nbsp; א באזונדערע איינדרוק האט געמאכט דער ריזיגער סטארעדזש, וואס ווערט געפירט דורך ר' נתן בוים. דער ראש ישיבה האט דארט אנגעוויזן אויף דעם גרויסן פארנעם פונעם הפצה-אפאראט, און מסביר געווען אז טאג-טעגליך קומען אהין מפיצים, וועלכע פאקן זיך איין די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס זיי דארפן, און פארשפרייטן זיי איבער די לענג און די ברייט פון ניו יארק סטעיט און די ארומיגע געגנטער. &nbsp; איינע פון די גאר שטארקע נקודות וואס דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ביים מסיבה, איז געווען די געוואלדיגע זכות וואס די נדבנים האבן מיט זייער שטיצע פארן "קרן הדפסה". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז געבן פארן קרן הדפסה איז איינע פון די בעסטע אינוועסטמענטס וואס א איד קען מאכן. מען קען זיך דאס פארשטעלן ווי איינער וואס קויפט זיך א "שעיר" אין א קאמפאני &mdash; יעדער איד וואס קומט צוריק צום אויבערשטן, יעדער מענטש וואס באקומט חיזוק, און יעדע נשמה וואס ווערט דערנענטערט צום באשעפער דורך די ספרים און קונטרסים &mdash; האט דער נדבן א חלק דערין. דא איז די "קאמפאני" די הפצה פון אמונה, און דער שכר איז אן א שיעור. &nbsp; אזוי אויך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט, אז שטיצן דעם קרן הדפסה איז א גאר פאסיגע הכנה זיך צו גרייטן פארן פארן קיין אומאן. ווען מען וועט קומען צום רבי'ן, וועט מען קענען זאגן: "רבי, איך טו פאר אידישע קינדער; איך העלף אז אידן זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט." &nbsp; דאס איז טאקע דער ציל פון די גאנצע ארבעט אין קרן הדפסה &mdash; עס איז נישט סתם א פרינטינג און דיסטריביושן צענטער, נאר א פאבריק וואס פארקויפט עצות און חיזוק וואס זענען בכח אנצוצינדן אידישע הערצער און אריינברענגען אמונה און חיזוק אין עבודת השם. &nbsp; א ספעציעלע דאנק קומט זיך פאר ר' לייבי ראטה, דער גבאי פון קרן הדפסה, פארן זיך אפגעבן מיט'ן אראנזשירן די שיינע "הכרת הטוב" מסיבה און פארן איבערגעבן דעם באריכט. &nbsp; די הערליכע מסיבה האט געגעבן פאר די נדבנים א נייעם בליק אויף דעם גרויסן פארנעם פון דער ארבעט וואס קומט פאר טאג-טעגליך, און האט זיכער מחזק געווען יעדן איינעם צו ממשיך זיין אלס שותף אין דער גרויסער הפצה-מלאכה &mdash; צו פארשפרייטן אמונה און חיזוק פאר אידישע קינדער.

    < זעה מער יד אלול תשפ"ו 📝
  • גוטע נייעס פון אוקראינע: רייזענדע אויף די הייוועיס וועלן ערלויבט ווערן צו פארן טראץ די קורפיו

    ס'איז גאר פריידיגע נייעס פאר די טויזנטער אידן וואס גרייטן זיך ארויסצופארן צום ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף דעם קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט: די מיליטערישע אדמיניסטראציע אין דעם אדעסער ראיאן האט געמאלדן, אז די באאמטע האבן אראפגענומען געוויסע שטרענגע קורפיו באגרעניצונגען וואס זענען איינגעפירט געווארן צוליב די מלחמה. די דאזיגע רעגולאציעס, וואס זענען שוין אין קראפט פאר עטליכע יאר, האבן שטארק פארשווערט פאר די פילע רייזענדע וואס קומען אן דורך די גרעניצן. &nbsp; לויט די קורפיו געזעצן טאר מען זיך נישט געפינען אויף די גאסן אין פארשידענע געגנטער איבער אוקראינע אין געוויסע שעות ביינאכט. די פונקטליכע צייטן ווענדן זיך לויט אין וועלכן "אבלאסט" (קאונטי) מען געפינט זיך, אבער ביז יעצט האט נישט אויסגעמאכט צי מען גייט צופוס, צי מען פארט אויף א לאקאלן וועג, אויפן הייוועי, אדער אפילו ביים גרעניץ זעלבסט. &nbsp; זייער אסאך רייזענדע האבן געהאט גרויסע שוועריקייטן און עגמת נפש דערמיט; אויב מען האט זיך נאך לאנגע שעות פון רייזן געפונען אויפן הייוועי אין די שפעטע נאכט שעות, האט די פאליציי געקענט אפשטעלן די קאר און הייסן דעם דרייווער זיך ארויסציען אין די זייט און ווארטן דארט ביז אינדערפרי, וואס האט גורם געווען א געוואלדיגע אפמוטשעניש פאר די פילע נוסעים. &nbsp; דער אויבערשטער הערט אויס די תפילות פון אידישע קינדער, און היות די ברסלב'ער חסידים בעטן כסדר יעדן טאג מען זאל קענען אנקומען גרינג קיין אומאן, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז עס איז אפיציעל באריכטעט געווארן א געוואלדיגע טויש אין א וויכטיגע רעגולאציע. דער מיליטערישער גאווערנאר פון אדעסא, אָלעג קיפּער, האט געמאלדן אז אלע סארטן טראנספארטאציע מעגן פון היינט און ווייטער פארן אומגעשטערט אין ביידע ריכטונגען, און מען וועט זיך מער נישט דארפן אפשטעלן אינמיטן די נאכט אויסצואווארטן ביז אינדערפרי. דאס וועט הויפטזעכליך אויסמאכן אויפ'ן קיעוו-אדעסא הייוועי, די הייוועיס ארום אדעסא, און ביי די גרעניץ-פונקטן ווי פּאַלאַנקאַ, סטאראקאזאטשע, אָרליווקאַ און רעני, וואס זענען אלע אריינגערעכנט אינעם נייעם סדר. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט דאס העלפן אין נאך א ריכטונג; יעצט אז מען וועט קענען פארן אויף די הייוועיס אין אלע שעות פונעם טאג, ווערט ערווארטעט אז דאס וועט אויך העלפן אז די גרעניצן זאלן נישט זיין אזוי אנגעלייגט און געשטופט, וויבאלד דער עולם וועט זיין מער אויסגעשפרייט איבער מערערע שעות. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ו אלול תשפ"ו 📝
  • געלעבט הונדערט יאר בזכות די ברכה פון א צדיק

    פארגאנגענע וואך איז אוועק פון דער וועלט האשה הישישה מרת אסתר פארגעס ע״ה, אין דעם הויכן עלטער פון הונדערט יאר, איבערלאזנדיג א גרויסע משפחה, קינדער, אייניקלעך און אור-אייניקלעך. &nbsp; מרת פארגעס ע״ה איז דורכאויס איר לאנגע לעבן געווען באקאנט מיט איר געוואלדיגער מידת החסד. במשך איר לעבן האט זי געהאלפן אומצאליגע משפחות און יחידים בסתר, מיט א געוואלדיגער איבערגעגעבנקייט און אן קיין שום כבוד-זוכעריי. &nbsp; וויאזוי האט זי זוכה געווען צו אזא אריכת ימים, און בפרט ווען זי איז געווען ממש געזונט און שטארק ביז די לעצטע מינוט? איבער דעם הערט א מורא׳דיגע מעשה: &nbsp; אין יאר תשל״ב, האט די ווינער קהילה געוואלט קויפן פון איר א הויז כדי צו בויען דארט א מוסד התורה. ווען מען האט איר געבעטן א שיינע הנחה, איז זי מסכים געווען צו געבן א גרויסן דיסקאונט פונעם פרייז, אבער זי האט געשטעלט א תנאי: זי וויל א ברכה פונעם ווינער רב, הגאון רבי עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ״ל, בכתב, אז זי זאל לעבן הונדערט יאר געזונטערהייט. &nbsp; דער רב האט גערן מסכים געווען איר צו געבן די ברכה, און ער האט איר טאקע געשריבן א שיינעם כתב וואו עס שטייט ארויסגעשריבן: ״מתוך בריאות השלימות עד מאה שנים״. &nbsp; זי האט דעם כתב געהיטן אלע יארן, און מיט עטליכע יאר צוריק האט זי עס געשיקט פאר אירע אייניקלעך, כדי זיי זאלן וויסן פון דער געוואלדיגער מעשה. &nbsp; און אזוי איז טאקע געווען, יעדעס ווארט איז מקוים געווארן: זי האט געלעבט ביז גענוי הונדערט יאר, געזונטערהייט און מיט א קלארן קאפ, ממש ביז די לעצטע טעג. &nbsp; פארגאנגענעם שבת האט זי פלוצלינג געליטן א הארץ אטאקע ל"ע, און צוויי שעה שפעטער איז זי נפטר געווארן. דאס מיינט א הבטחה פון א צדיק. &nbsp; אידישע קינדער זענען ערליך, אידישע קינדער זענען וואויל; מען איז זיך מוסר נפש צו טון פארשידענע סגולות נאר פאר איין סיבה: מען וויל תשובה טון, מען וויל זיין גוט, און אלעס איז חשוב ביים אויבערשטן. אבער נישט אלע סגולות זענען אזוי קראנט. מען זאגט נאך איש מפי איש אז אויב מען זאגט דריי מאל דעם דריטן פסוק פון דער דריטער סדרה אין דעם דריטן חומש, אין דעם דריטן חודש פון דעם דריטן יאר &ndash; וועט דאס מקרב זיין די גאולה. אפשר טאקע; אדער יא, אדער נישט. &nbsp; דא אבער האבן מיר א הבטחה פון הייליגן רבי'ן &ndash; א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט גענומען צוויי עדות. דער רבי האט זיך מטריח געווען צו נעמען באגלייבטע עדות: דער ערשטער איז געווען רבי אהרן, דער רב פון ברסלב, א גאון עולם; און דער צווייטער איז געווען דער גרויסער תלמיד פונעם רבי'ן, רבי נפתלי פון נעמירוב. דער רבי האט זיי געזאגט קלאר: ווער עס וועט קומען אויף מיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה לטובתי, און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים &ndash; אפילו אם גברו עוונותיו ופשעיו, וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית. &nbsp; און דאס זעלבע איז מיט'ן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה. דאס האט נישט חייקל בעל עגלה געחלומט ביינאכט; דער הייליגער רבי נתן, וואס כל רז לא אנוס ליה, האט מעיד געווען אז די הבטחה פונעם רבי'ן אז ער וועט אונז זיין א מליץ יושר ראש השנה ביי זיין ציון &mdash; אפילו פאר ווער עס קען נישט קומען א גאנץ יאר &mdash; דאס גייט אן ביז משיח וועט קומען. &nbsp; און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס מיר קוקן אויף גארנישט; נישט וואס מיכל זאגט און נישט וואס רעכל זאגט, צי מען דארף פארן צען שעה אדער צוואנציג שעה. איך מוז פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה. וואס טוט א מענטש נישט פאר זיין נשמה? &nbsp; צדיק גוזר והקב"ה מקיים &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ד אלול תשפ"ו 📝
  • דער נייער בנין אין אומאן בויעט זיך ב"ה שנעל

    מיר שטייען שוין אין די טעג פון חודש אלול. רבי נתן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט איבער חודש אלול, אז פילע מענטשן "ברענען" חודש אלול &ndash; אבער למעשה טוט מען גארנישט. דער רבי האט געוואלט אז מען זאל נעמען יעדע התעוררות און עס אויספירן למעשה. &nbsp; דער רבי האט אונז מחזק געווען אז חודש אלול איז א צייט צו מרבה זיין למעשה מיט לימוד התורה, מצוות און מעשים טובים: מען זאגט מער תהלים, מען רעדט מער צום אויבערשטן, מען לערנט תיקונים, די ספרים פון הייליגן רבי'ן, בלעטער גמרא, פרקים משניות, מען שטארקט זיך אין מעביר סדרה זיין, און אזוי ווייטער. אויף אזא וועג קומט מען נישט צום רבי'ן מיט ליידיגע הענט. &nbsp; אבער פונקט ווי מען דארף זיך צוגרייטן ברוחניות, דארף מען אויך צוגרייטן דעם פיזישן פלאץ. עס איז נישט קיין סוד אז דער אלטער בנין איז ב"ה שוין לאנג איבערגעפילט, און ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל באריכטעט, האט מען שוין ב"ה אנגעהויבן בויען א נייעם בנין וואס וועט אויך דינען אלס אן אכסניא פאר אנשי שלומנו וואס קומען קיין אומאן. &nbsp; די נייע בילדער וואס קומען אריין פונעם קאנסטראקשן סייט ברענגען גוטע נייעס. מען זעט ווי מען האט שוין ב"ה געענדיגט בויען דעם בעיסמענט-פונדאמענט, און מען רוקט זיך מיט א שנעלקייט צום קומענדיגן שטאפל: מען פרעימט שוין דעם פלאר פונעם ערשטן שטאק &ndash; וואס דאס איז בעצם דער דאך פונעם בעיסמענט. &nbsp; ווי הר"ר העניך אינדיג הי"ו, וועלכער געבט זיך געטריי אפ מיט'ן בנין, האט אונז מסביר געווען, זעט מען אויף די בילדער ווי מען לייגט קודם ארויף די האלצענע פארעם וואס דינט אלס א צייטווייליגע שטיצע פאר'ן קאנקריט. דערנאך ווערט ארויפגעלייגט די גאנצע "ריבאר" &mdash; די אייזענע שטאנגען וואס ווערן אריינגעגאסן אינעם קאנקריט און געבן פאר'ן פלאר זיין שטארקייט. נאכדעם ווערט דער גאנצער פלאר געגאסן מיט קאנקריט. &nbsp; ווען דער קאנקריט ווערט גענוג אויסגעטרוקנט און שטארק, נעמט מען אראפ די צייטווייליגע האלץ און מען רוקט זיך ווייטער צום קומענדיגן שטאפל. אויף די בילדער זעט מען שוין די זוילן וואס זענען געגאסן געווארן, וואס וועלן האלטן דעם צווייטן שטאק אויף זיך. &nbsp; יעצט אין די טעג פון חודש אלול, ווען דער עולם האט שוין די רענצלעך גרייט צו פארן קיין אומאן, איז געשמאק צו זען די גרויסע פארשריט וואס מיר אלע וועלן בעז"ה קענען זען מיט די אייגענע אויגן אין עטליכע וואכן ארום. &nbsp; דער בנין איז נאך ווייט פון פארטיג, אבער די ארבעט גייט אן מיט א שטארקייט. מיט יעדן טאג זעט מען ווי פון די פאפירענע פלענער ווערט מער און מער א מציאות &mdash; און אויף קומענדיגן יאר האפט מען צום אויבערשטן צו האבן פרישע פלאץ פאר אנשי שלומנו, צו קענען פארברענגען אינאיינעם אויף א רואיגן און ערליכן פלאץ. &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ד אלול תשפ"ו 📝
  • צו די שלשים פון הרה"ח ר' מנחם מענדל אינדיג ז"ל

    דעם פארגאנגענעם חודש אב זענען פילע אנשי שלומינו געגאנגען מנחם אבל זיין הרה"ח ר' אברהם הערש אינדיג שליט"א, מחשובי מתפללי בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל, וועלכער איז געזעסן שבעה נאך זיין חשוב'ן פאטער הרה"ח ר' מנחם מענדל ב"ר דוב ז"ל, וואס איז נפטר געווארן ערב תשעה באב. &nbsp; ר' אברהם הערש האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס מיר אלע קענען זיך אסאך לערנען דערפון. ר' מענדל אינדיג ז"ל האט געוואוינט אין די שטאט באניא, דארט וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט; ער האט דארט חתונה געהאט און איז אויך געווארן אן איידעם אין די זעלבע שטאט, באניא. &nbsp; נאך די חתונה האט ער אנגעהויבן זוכן א שטעלע פאר פרנסה. מ'האט אים דעמאלט אנגעטראגן אז מ'זוכט א חזן אין די שטאט קארלסבורג &ndash; אינעם גרויסן שול אין קארלסבורג, דארט וואו דער "מראה יחזקאל" פלעגט דאווענען, האט מען געזוכט א בעל תפילה. ער איז אהינגעפארן זיך אויספרובירן, און זיין דאווענען האט זייער אויסגענומען ביי די עולם. זיי זענען טאקע געווען גרייט צו שליסן א קאנטראקט מיט אים ער זאל קומען דאווענען יעדן שבת מברכים אין קארלסבורג. אבער היות ער האט געוואוינט אין באניא, וואלט דאס באדייט אז ער וועט דארפן פעלן פון שטוב יעדע פיר וואכן. &nbsp; ער איז אריין אל הקודש פנימה צו זיין רבי'ן און זיך דורכגערעדט די שאלה וואס ער זאל טוהן: צי זאל ער פארן און קומען יעדע פאר וואכן, און זיין אוועק פון אינדערהיים? האט דער רבי אים געזאגט: "דאס איז נישט קיין עסק. חלילה, א מאן דארף זיין אינדערהיים מיט זיין ווייב און די קינדער. אבער אז דו האסט דארט א שטעלע, איז כדאי דו זאלסט זיך אהינציען וואוינען." &nbsp; ער איז אהיימגעקומען און עס איבערגעשמועסט מיט זיין אשת חיל. פאר איר איז עס געווען גאר שווער, היות אירע עלטערן האבן געוואוינט אין באניא, אבער זי איז געווען אן אשה כשרה העושה רצון בעלה. נאכ'ן אנפרעגן ביי ערליכע אידן, האבן זיי באשלאסן זיך אריבערצוציען קיין קארלסבורג. זיי האבן זיך טאקע אריבערגעצויגן, כאטש עס איז געווען גאר שווער. קוים פיר וואכן שפעטער האט מען געהערט אז די דייטשן זענען אריינגעקומען אין באניא. ליידער איז גארנישט איבערגעבליבן, קיין שריד ופליט פון די גאנצע שטאט, וואס איז געווען אן עיר ואם בישראל. זיי זענען ניצול געווארן בלויז בזכות דעם וואס זיי האבן געפאלגט ערליכע אידן, פאר'ן נישט איבערלאזן די שטוב, און פאר'ן גיין אינאיינעם מיט די משפחה און פאלגן די צדיקים. &nbsp; אנשי שלומינו זענען ארויס גאר איבערגענומען הערנדיג דעם שיינעם סיפור. זיין זכות זאל אונז מגין זיין מיר זאלן קענען גיין אין זיינע וועגן, צו פאלגן ערליכע אידן און נישט פארלאזן די שטוב, און אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו אלעס גוטס. &nbsp; תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

    < זעה מער ד אלול תשפ"ו 📝
  • געשמאקער און פרייליכער אויספלוג דורך די קינדער פונעם ברסלב'ער "מועדים לשמחה" דעי קעמפ.

    עס קומען אריין שיינע גריסן פונעם "מועדים לשמחה" פראגראם, וואס די קינדער אין תלמוד תורה פון כיתה ב' און ג' האלטן מיט אין די יעצטיגע זומער טעג. &nbsp; אלע עלטערן דאנקען דעם אייבערשטן וואס האט צוגעשיקט אזעלכע איבערגעגעבענע סטעף, אנגעהויבן פונעם סגן מנהל מו"ה מאטי ראזענבערגער הי"ו, אינאיינעם מיט אלע מדריכים &ndash; כל אחד בשמו הטוב יבורך &ndash; וואס לייגן אריין גרויסע כוחות מיט א געוואלדיגע קאפ און מח, אז די קינדער זאלן האבן א געשמאקן זומער אינאיינעם מיט'ן אייבערשטן. דער ציל איז אז די קינדער זאלן שטייגן און וואקסן אין אמונה, מידות טובות, און יראת שמים, און לערנען פלייסיג און דאווענען ערליך, צוזאמען מיט גוטע אקטיוויטיס. &nbsp; איינע פון די פראיעקטן פונעם זומער איז געווען צו פארן אויף א געשמאקע טריפ. דער סגן מנהל האט זיך שטארק אריינגעלייגט צו טרעפן א גוט פלאץ, און ער האט זייער געוואלט נעמען די קינדער צום "רוח החיים פארק" נעבן קרית יואל, וואס געפינט זיך סמוך ונראה צום הייליגן ציון פון סאטמארער רבי'ן זי"ע. ווען מען האט גערופן בוקן, האבן זיי לכתחילה געזאגט אז אלע טעג זענען שוין פארנומען אויפ'ן גאנצן זומער, אבער דא האט מען געזען דעם כח פון תפילה; די קינדער האבן געוואוסט וואס צו טון און האבן געבעטן דעם אויבערשטן מען זאל האבן א גוט פלאץ וואו צו גיין, און דער אייבערשטער האט טאקע געהאלפן. מען האט צוריקגערופן פון "רוח החיים" אז איינער האט געקענסלט, און אויף דאנערשטאג פרשת שופטים וועט מען קענען אהינגיין פארברענגען מיט די קינדער. די קינדער האבן זיך זייער געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די אפענע ישועה דורך תפילה. &nbsp; דאנערשטאג אינדערפרי, נאכ'ן דאווענען און לערנען מיט א פלייסיגקייט נאך פאר'ן טריפ, זענען די קינדער ארויסגעפארן גענוג פרי כדי אנצוקומען א האלבע שעה איידער דער פארק עפענט זיך, אזוי ארום צו קענען אריינכאפן די זכיה צוגיין צום הייליגן ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וועמענס יארצייט עס איז געווען דעם פארגאנגענעם זונטאג שופטים. &nbsp; אויפ'ן וועג האבן די קינדער אינאיינעם געזונגען "הלל" מיט גרויס התלהבות. אויך האט מען געפראוועט א סיום פון כיתה ג' אויף פרק ד' מסכת ברכות, און מ'האט איבערגע'חזר'ט דעם גאנצן פרק אויפ'ן באס מיט א געוואלדיגע פלייסיגקייט, ווען אלע קינדער זאגן שיין מיט מיט א גרויסן חשק. &nbsp; נאך אזא געשמאקע רייזע זענען די קינדער אנגעקומען קיין קרית יואל. אויפ'ן וועג האט מען שוין געזאגט צוויי קאפיטלעך תהלים, וואס זאל זיין אלס זכות פאר'ן הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע. אנקומענדיג צום ציון הקדוש, זענען די קינדער אריינגעגאנגען מיט א געוואלדיגע דרך ארץ. יעדער באזונדער האט זיך אויסגעבעטן פאר די עלטערן און פאר זיך אליין, בעטנדיג ביים אייבערשטן אלעס גוטס. &nbsp; פון דארט איז מען געפארן אין א מזל'דיגע שעה אין ריכטונג פון "רוח החיים פארק". די קינדער האבן זייער הנאה געהאט, געטאנצן און געשפרינגען, און זיך געפרייט מיט'ן אייבערשטן. &nbsp; נאכדעם האבן די קינדער געהאט א ספעציעלע "באנוס טריפ": ממש נעבן דעם פארק איז מען צוגעפארן צום לאקאלן חדר "ויואל משה ד'סאטמאר", וואו רבי פליישמאן פלעגט דינען אלס מלמד. די הנהלת המוסד האט אויפגענומען דעם ברסלב'ן חדר מיט אן אויסערגעווענליכע ווארימקייט. &nbsp; דא איז טאקע א פאסיגע געלעגנהייט אויסצודריקן א הארציגן יישר כח פאר'ן חשוב'ן און ענערגישן מענעדזשער מו"ה שמעלקא לאנדא הי"ו פאר'ן אזוי שיין אויפנעמען דעם חדר. א באזונדערע דאנק קומט זיך פאר'ן ראש המנהלים מו"ה יקותיאל הערשקאוויטש שליט"א, און ספעציעל א גאר גרויסע יישר כח פאר'ן חשוב'ן אדמיניסטראטאר פונעם מוסד, הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער הי"ו, פאר זיין הערליכע הכנסת אורחים און שיינע אויפנאמע. &nbsp; די קינדער זענען דארט געגאנגען שווימען; נאכדעם וואס מ'האט זיך גוט אויסגעשוויצט אין קעמפ רוח החיים, איז עס געווען ספעציעל געשמאק זיך אפצוקילן אינעם שיינעם נייעם סווימינג פול. דערנאך זענען זיי צוריק אהיימגעפארן בשלום, מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער לערנען פלייסיג. &nbsp; אויך אויפ'ן וועג צוריק האבן די קינדער אויסגעשריגן ביי די אווערפעסעס (בריקן) די הערליכע ווערטער וואס זיי האבן געלערנט אין פרשת ויצא: "אכן - ס'איז טאקע אמת, יש ה' - דער אייבערשטער איז דא, במקום הזה - אין דעם פלאץ, ואנכי - און איך, לא ידעתי - איך האב נישט געוואוסט; אבער יעצט ווייס איך שוין יא קלאר אז דער אייבערשטער איז דא און ער געפינט זיך איבעראל." &nbsp; ס'איז געווען זייער פרייליך און געשמאק צו זען ווי די קינדער חזר'ן איבער די הייליגע אמונה. זיי האבן קוים געקענט ווארטן אנצוקומען צו א פרישע אווערפעס אויסצושרייען די ווערטער, און האבן כסדר איבערגעחזר'ט די אמונה אז דער אייבערשטער איז דא. &nbsp; מען האט אויך געזונגען שיינע ניגונים פון אמונה, און ס'איז געווען זייער א פרייליכע אטמאספערע. א גרויסן יישר כח פאר'ן אייבערשטן אז מ'איז געפארן און צוריקגעקומען געזונטערהייט.

    < זעה מער ג אלול תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 1875 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 124 125
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com