Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרייליכע ימי הפורים ביים ראש ישיבה שליט"א

    א גאר געשמאקער און פרייליכער יום טוב פורים איז אריבער אויף גאנץ כלל ישראל, ביי אלע אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, און ספעציעל ביים ראש ישיבה שליט"א. פילע אנשי שלומינו זענען אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג מיטצוהאלטן קריאת המגילה, די סעודת פורים, און שושן פורים.   תענית אסתר נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעקומען צו מנחה, און דערנאך האט מען געגעבן מחצית השקל ווי דער מנהג איז. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א הערליך געליינט די מגילה מיט א געשמאק, התעוררות און שמחה. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדריקט ביי עטליכע פסוקים, פון וואס מען האט געקענט פארשטיין דעם טייטש, אז די מגילה איז נישט נאר א מעשה וואס האט פאסירט אמאל, נאר עס איז א מעשה וואס גייט אריבער אויף יעדן איד; ווי דער שלעכטער המן – דער יצר הרע מיט זיינע שותפים – ווילן נאר חלילה הרגענען יעדן איד, און די צדיקים ראטעווען די אידישע קינדער. זיי ברענגען אריין א שמחה און א חיות אין יעדן איד, אז ער האט נאך אלץ א האפענונג צוריקצוקומען צום אייבערשטן און האבן א ליכטיג און געשמאק לעבן ברוחניות ובגשמיות.   פורים אינדערפרי האט זיך אנגעזען א שיין בילד אין בית המדרש, ווען אנשי שלומינו זענען אויפגעשטאנען פרי און יעדער האט געלערנט זיינע טעגליכע שיעורים, געזאגט תהלים, און זיך אויסגעבעטן ביים אייבערשטן אין אזא געהויבענעם טאג. מען האט געדאווענט שחרית, און דער ראש ישיבה שליט"א האט ווידער געליינט די מגילה מיט אזויפיל הארץ און געהויבנקייט, וואס האט איבערגענומען אלע אנוועזנדע.   נאך שחרית האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגערופן אז מען זאל נאכנישט לויפן ווייטער, נאר מען זאל זאגן אינאיינעם דעם תיקון הכללי, אזוי ווי עס איז איינגעפירט צו זאגן יעדן טאג נאכ'ן דאווענען, און ספעציעל אין אזא געהויבענעם טאג ווי פורים. דערנאך האבן פילע אנשי שלומינו געגעבן משלוח מנות און מתנות לאביונים.   נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געפירט די סעודת פורים אין בית המדרש, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגענומען די אנשי שלומינו.   שפעטער האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ וואס האבן אנגעהאלטן ביז אין די שפעטע שעות. מען האט געזינגען און געטאנצן אויף דעם ניגון: "הייליגער באשעפער, איך הייב אן פון יעצט. אפילו איך ווייס איך בין געווען נישט גוט, ווייס איך אז איך קען נאכאלץ זיין גוט. הייליגער באשעפער, הייליגער באשעפער, איך הייב אן פון יעצט".   אום שושן פורים נאכמיטאג איז מען זיך צוזאמגעקומען צו א סעודה אין ישיבה. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון דעם טאג מיט פיל חיזוק און הדרכה. צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט, אז "שושן פורים איז אויך פורים". דאס הייסט, אז סיי וואו א מענטש האלט נאר אויף דער וועלט, נישט קיין חילוק וואס ער איז אלץ דורכגעגאנגען ביז יעצט, קען ער אלץ אנהויבן דאס ניי. אפילו אויב דער פורים אליין איז נישט געווען ווי עס דארף צו זיין, קען מען אויך אנהויבן פון פריש אום שושן פורים, און אזוי ווייטער.   מען דארף יעדן טאג אנהויבן פון ניי, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אז אין איין רגע קען א מענטש אנקומען צו די העכסטע און בעסטע מדריגות. אויב א איד איז זוכה און ער נעמט ערנסט די עצות און לימודים פונעם הייליגן רבי'ן, און ספעציעל די עצה פון זיך אויסצורעדן דאס הארץ פארן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך יעדן טאג פאר עטליכע מינוט, קען א איד זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד. מען קען הערן דעם גאנצן שיעור אויף די "קול ברסלב" טעלעפאן ליניע.     דערנאך האט מען געבענטשט און געדאווענט מעריב, און דאן איז פארגעקומען א גאר אינהאלטסרייכע און הערליכע שפיל, געשפילט דורך די טאלאנטפולע אינגעלייט, די חשוב'ע מלמדים. זיי האבן אויפגעשפילט א שיינע מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, באגלייט מיט פרייליכע, לאכעדיגע און ערנסטע מאמענטן, וואס האט ארויסגעברענגט א גאר שטארקן מוסר השכל: פון איין זייט אז מען זאל זיך נישט לאזן פארנארן אויף דער וועלט, און פון די אנדערע זייט וויאזוי מען קען אלעמאל אנהויבן פון פריש, אפילו אויב מען האט זיך שוין געלאזט נארן ביז אהער. די באטייליגטע האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם הערליכן שפיל, וואס איז אראפגעלייגט געווארן זייער פאכמאניש און געשמאק.

    < זעה מער כו אדר תשפ"ו 📝
  • וועיז פוינטס

    שאלה: איך האלט שוין ביי איבער 7,384 פוינטס וואס איך באקום פון די באקאנטע נעוויגאציע עפפ 'וועיז' (Waze). יעדעס מאל וואס איך באריכט עפעס א צושטאנד אויפן וועג, ווי למשל א פאליציאנט, טרעפיק, נעפל, אדער א פאטהאל, באקום איך פרישע פוינטס. איך וואלט געוואלט וויסן וואו איך קען דאס פארקויפן; וועל איך עפעס קענען פארדינען דערפון ווען איך קום אן צו א גרויסע צאל, למשל צו 12,000 פוינטס? &nbsp; ענטפער: מיין טייערער ידיד, איך וויל דיר נישט אנטוישן, אבער עס איז כדאי דו זאלסט וויסן אז אפילו אויב דו וועסט גרייכן צו א ביליאן פוינטס &mdash; יא, א גאנצע ביליאן מיט א "בּ" &mdash; וועסטו פארדינען דערפון איין גרויסע ריזיגע גארררררררנישט מיט א ביליאן רי"ש'ס. דו קענסט מאכן א ביליאן באריכטן פאר די פירמע, אבער אויסער פוינטס בלייבט דיר גארנישט דערפון. אבער פון די אנדערע זייט, פאר "איין" ווארט צום אויבערשטן פארדינט מען גאר אסאך; זאג איין ווארט "באשעפער" און דו האסט שוין פארדינט מער פון א ביליאן דאלער. זאג איין פרק משניות, איין פסוק חומש, אדער עטליכע שורות גמרא, און דאס וועט דיר בלייבן אויף אייביג. &nbsp; אויב דו נעמסט אבער אריין דעם אויבערשטן בשעת'ן באריכטן, איז עס שוין גאר עפעס אנדערש. ווען דו פארסט און דו זעסט א פאטהאל און דו ווילסט טון א מצוה, א חסד מיט א צווייטן איד, און מקיים זיין די מצוה פון השבת אבידה כדי יענער זאל נישט שאדן האבן קיין געלט &mdash; דאס זענען שוין באמת אסאך פוינטס, און דאס לוינט זיך זיכער. &nbsp; אבער אויסער דעם, סתם צו באקומען פוינטס, איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס. וואס מען קען אבער יא זען דערפון, איז די כח פון א גוט ווארט. די כח פון א "וואַו" &ndash; מיליאנען מענטשן זענען גרייט זיך איינצושטעלן און אפילו באקומען א טיקעט (ווייל לעגאל טאר מען נישט אנרירן דעם טעלעפאן ביים דרייוון), אבער עס לוינט זיך אים, ווייל ער גייט באקומען א העכערע ראנג ביי "וועיז" און זיין סטאטוס גייט זיך הייבן. ווען איינער הייבט אן צו נוצן וועיז, איז זיין סטאטוס א "בעיבי וועיזער", ער קען אבער שטייגן צו א "וועיזער", דערנאך צו א "נייט וועיזער", און דער העכסטער טיטל איז א "ראיאלטי וועיזער". "דו ווייסט ווער איך בין? איך בין נישט סתם אבי ווער, איך בין א יש, איך בין א ראיאלטי וועיזער!" &nbsp; דעם טריק קענען מיר אויסנוצן אויף א פאזיטיוון אופן: צו געבן גוטע ווערטער פאר אלע אונזערע ארומיגע און זען די שיינע זאכן ביי זיי, בפרט ביי די ווייב און קינדער. "וואו, דו ביסט אזא צדיק, דו דאווענסט אזוי שיין!" און די קינדער וועלן מיט'ן אויבערשטענס הילף אויסוואקסן ערליך, געזונט און גוט. &nbsp; און קאמפאניס נוצן טאקע די עצה פאר זייערע אייגענע בענעפיטן. זייער ציל איז געלט, און כדי מען זאל זיך קענען פארלאזן אויף זייער עפפ, מוזן זיי האבן באנוצער וואס באריכטן. אנשטאט צו באצאלן מיט געלט, געבן זיי עפעס וואס איז אסאך מער ווערט פון געלט: עטענטשן. &nbsp; דערפאר מיין טייערער חבר, אנשטאט צו שטיין און רעפארטן יעדע זאך, און באקומען נאך א 'וואו', זיי ענדערש דו דער וואס טיילט ריווארדס; געב פוינטס פאר אלע דיינע ארומיגע, און דו וועסט האבן א זכות מחזק צו זיין אידישע קינדער צו שטייגן אין תורה און אין יראת שמים. &nbsp; גרשון קרעמער &nbsp;

    < זעה מער כג אדר תשפ"ו 📝
  • ספר המדות פאר קינדער אויף קול ברסלב גרייכט פינף הונדערט שיעורים

    גרשון קרעמער &nbsp; מען דארף פאר קיינעם נישט פארציילן אז קול ברסלב איז דער "כל בו" פאר אן ערלעכן איד. דער טעלעפאן ליין איז אנגעפילט מלא וגדוש מיט שיעורים, דרשות און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף יעדן מקצוע, ענינא דיומא, התחזקות, חינוך, שלום בית, ימים טובים, מסיבות, שיעורים פאר פרויען, מעשיות פאר קינדער, שיעורים אין גמרא, משניות, בבלי, ירושלמי, תנ"ך, שלחן ערוך, רמב"ם, שיעורי הלכה, ליקוטי מוהר"ן (נומערן 1, 2 און 3 פון די מעין מעניו) און נאך. &nbsp; אזוי אויך זענען דא גאנצע אפטיילונגען מיט געשמאקן תוכן פאר די גאנצע משפחה, ווי צום ביישפיל, אנאליזן, נייעס, אפהאנדלונגען, אינטערוויוס און אפדעיטס (נומער 4) וכו'. אויך איז גאר פאפולער דער ניגונים אפטיילונג וואו מען קען הערן פילע מוזיק אלבומס, גראמען, פלעיליסטס און נאך (6). &nbsp; יעצט וועלן מיר זיך אפשטעלן ביי די קינדער אפטיילונג (נומער 5 פון די מעין מעניו), וואס אנטהאלט די פאלגענדע קנעפלעך: &nbsp; 1 - מעשה'לעך פאר קינדערלעך (א דראמאטישע קורצע מעשה דורכן ראש ישיבה שליט"א) &nbsp; 2 - סיפורי צדיקים (א רייע מגידים פארציילן גאר אינטערעסאנטע מעשיות פאר קינדער) &nbsp; 3 - מעשיות פון תפלה (קינדער פארציילן שיינע מעשיות וויאזוי זיי האבן געבעטן דעם אויבערשטן און געזען אפענע ישועות) &nbsp; 4 - ספר המידות (פון דעם רעדט אונזער ארטיקל) &nbsp; 5 - פרשה און ימים טובים (הערליכע מעשיות דורך מחנכים פאר קינדער אויף די פרשה און ימים טובים) &nbsp; 6 - קרית ברסלב בלעטל (פראגראמען דורכן בלעטל) &nbsp; 7 - ביי לאנטש אין חדר &nbsp; 8 - קינדער רייד (הערליכע פראגראמען פאר קינדער דורך מלמדים און מחנכים) &nbsp; 9 - הכנה לאומאן (אומאן פראגראמען) &nbsp; ווי דערמאנט, רעדן מיר דא פון די "ספר המדות" אפטיילונג אויף "קל ברסלב" (1 - 5 - 4 פונעם מעין מעניו). דארט ווערן פארציילט דורך די חשוב'ע מלמדים הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א און הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א גאר דראמאטישע מעשיות פאר קינדער לויטן סדר פונעם הייליגן "ספר המדות", וואס דער רבי האט געשריבן נאך אלס קינד פאר די בר מצוה, און דער רבי האט זיך אויף דעם אויסגעדרוקט: "דער ספר האט מיר געמאכט פאר א איד". &nbsp; די מלמדים לייגן אריין די אלע עצות און לימודים אין די קינדער דורך פארציילן דראמאטישע מעשיות באגלייט מיט סאונד עפעקטס, כדי די קינדער זאלן קענען ארייננעמען די הייליגע ווערטער טאג-טעגליך, און עס זאל זיי באגלייטן בעזרת השם יתברך אויפן גאנצן לעבן. טויזנטער קינדער רופן כסדר אריין מיטצוהאלטן דעם אפטיילונג, וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע סחורה, און יעצט איז מען אנגעקומען צום סימבאלישן ציפער פון גאנצע פינף הונדערט שיעורים. ועוד ידם נטויה, עס ווערן צוגעלייגט יעדן טאג פרישע שיעורים, וויסנדיג אז דעם עיקר פאקוס דארפן מיר לייגן אויף די קינדער. אויב קינדער וואקסן אויף מיט אמונה אינעם אויבערשטן, אמונה אין א צדיק, און אמונה אין זיך אליין, וועלן זיי בעז"ה האבן א זיס און הצלחה'דיג לעבן; זיי וועלן אלעמאל געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, אז מען דארף האבן א צדיק אלס מורה דרך וואס זאל קענען אויסגראדן און האלטן דעם מענטש אויפן ריכטיגן וועג, און מען באקומט א זעלבסטזיכערקייט אז מען האט נישט מורא פוון יעדע שאטן. &nbsp; ווער עס האט נאכנישט געהאט די געלעגנהייט צו געניסן פון די הערליכע שיעורים און פראגראמען פאר קינדער, ווייסט אפילו נישט וואס ער פארפעלט. פרובירט עס אויס בלויז איין מאל, און איר וועט זיכער נישט חרטה האבן. &nbsp; חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו.

    < זעה מער כא אדר תשפ"ו 📝
  • מורישקעס אויפן דאך

    שאלה: וויאזוי קען א מורישקע זיך האלטן אויפן דאך? ר. זאבעל &nbsp; ענטפער: דאס איז א גאר קלוגע שאלה. וויאזוי קען טאקע א מורישקע שפאצירן אויף א וואנט און אויפן סופיט (דער אינעווייניגסטע זייט פונעם "דאך" הייסט אויף אידיש "סופיט", אויף ענגליש "סילינג", דער דרויסענדדיגע חלק, אויפן גאס, הייסט "דאך" אויף ענגליש "רוף"), מיט קאפ אראפ, אן דעם וואס זי זאל אראפפאלן? &nbsp; דער ענטפער איז, אז דער באשעפער האט איר צוגעשטעלט די כלים וואס זי דארף האבן כדי צו קענען טון וואס זי דארף. אירע פיצעלע פיסלעך פארמאגן גאר קליינע העקעלעך און זענען אויך אביסל קלעבעדיג. זי שטעקט אריין די דאזיגע העקעלעך אין די קלענסטע שפאלטן, וואס קענען זיין אזוי קליין אז אונזערע אויגן באמערקן עס בכלל נישט. פאר אונז קען א שטח אויסזען אינגאנצן גלאט און פלאך, אבער פאר די מורישקע, וואס איז פיצל און וועגט כמעט גארנישט, זעט דער שטח אויס ממש פול מיט "הויכע בערג" און "טיפע טאלן", וואו זי קען דארט אריינשטעקן אירע קליינע קלעבעדיגע פיסלעך און זיך האלטן פעסט, אפילו אויפן סופיט. &nbsp; דער באשעפער האט באשאפן דעם קליינעם מוראשקע מיט א געוואלדיגע חכמה. זיי ארבעטן אינאיינעם מיט א געוואלדיגע אחדות, יעדער איינער טוט זיך זיין פליכט, און אויף דעם וועג קלויבן זיי צונויף שפייז; זיי בויען אויף גאנצע שטעט פול מיט הייזער און צימערן, און מסודר'דיגע סטארעדזשעס אנגעפילט מיט עסן פארן גאנצן לאנגן ווינטער. דאס לערנט אונז א געוואלדיגע לימוד: אפילו ווען מיר פילן זיך אזוי קליין און גארנישט, דארפן מיר ווייטער אנגיין מיט אונזער עבודת השם. יעדער איד דארף טון וואס דער באשעפער וויל פון אים, און דורך דעם וועט ער זיך אויפבויען א הערליכן פאלאץ אויף יענער וועלט, ווי ער גרייט זיך אן אן אוצר אנגעפילט מיט אלעם גוטן. יעדע משנה וועט דעמאלטס זיין פאר אונז די לופט צום אטעמען, יעדער קאפיטל תהילים וועט זיין א געשמאקע טרונק, און יעדער פסוק חומש וועט זיין פרישע, געשמאקע שפייז. &nbsp; לאמיר פאלגן דעם צדיק, וועלן מיר וויסן אז דער אייבערשטער וויל נישט מיר זאלן טון זאכן וואס זענען העכער אונזערע כוחות. אזוי ווי דער רבי טייטשט אויפ'ן פסוק "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה" &ndash; אז די אידן האבן ליידער נישט געוואלט אויסהערן משה רבינו, וואס דאס איז געווען א חסרון אין זייער אמונה, און צוליב דעם האבן זיי געמוזט ארבעטן שווער. &nbsp; יעצט מיר גרייטן זיך צום הייליגן זיסן יום טוב פסח, איז די פאסיגסטע צייט צו רעדן איבער חומרות. ווייל אפילו פסח דארף מען זיין פארזיכטיג, ווייל חומרות קען ברענגען מרה שחורה. דער רבי פארציילט, אז ווען ער איז געווען יונג האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך; ער פלעגט כסדר טראכטן פון נאך חומרות וואס ער קען צולייגן. דער רבי איז אפילו אוועקגעפארן פון זיין שטאט אויף יום טוב, ווייל ער האט געוואלט האבן א קוואל וואסער כדי צו זיין פארזיכערט אז ס'איז נישטא קיין שום חשש חמץ דערין. אבער למעשה האט דער רבי אויסגעפירט: "ברוך השם אז היינט דארף איך שוין נישט קיין חומרות. היינט ווייס איך שוין אז דער באשעפער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים. היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליין." &nbsp; גרשון קרעמער

    < זעה מער כ אדר תשפ"ו 📝
  • עצתו אמונה חלק י"ב ווערט צוגעגרייט צום דרוק

    מיט פיל דאנק און לויב צום אייבערשטן, מעלדט דער קרן הדפסה אז זיי גרייטן זיך שוין צום דרוק פונעם צוועלפטן באנד פונעם ספר "עצתו אמונה", געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; דער ספר איז א ליקוט פון בריוו שאלות וואס זענען געשיקט געווארן צום ראש ישיבה שליט"א, און טרעפליכע ענטפערס קולע אל השערה, פראקטישע עצות על פי תורה, וויאזוי מען זאל זיך קענען ספראווען מיט די טאג-טעגליכע פראבלעמען וועלכע אידן באגעגענען זיך כסדר. די אלע בריוו זענען טאקע געשריבן געווארן דורך א פערזענליכע שאלה, אבער זיי רעדן צו יעדן איד באשר הוא שם. אלע זענען עדות ווי מען שפירט אז די בריוו רעדן צו זיי, צו זייער הארץ און נשמה, און זענען בכח איבערצודרייען א מענטש אז ער זאל פריש אנהייבן און טרעפן דעם ריכטיגן וועג צו שלום בית, חינוך, שמירת עינים, לימוד התורה, שמחת המצות, אמונה פשוטה און אזוי ווייטער, צו קענען זיין אן ערליכער איד אין 2026 למספרם מיט אלע יצר הרע'ס און פראבלעמען. &nbsp; עס העלפט נישט גארנישט פאר'ן סמ"ך מ"ם, טראץ וואס ער פארלייגט זיינע שטערקסטע כוחות אריינצוברענגען אלע נסיונות און דיעות כוזבות פון די גויאישע גאס אריין אינעווייניג אין די מערסט אפגעהיטענע שטובער, אויף אלע אופנים, אבער דער אויבערשטער פארלאזט אונז נישט. זה לעומת זה עשה ה', חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, דער אייבערשטער האט אראפגעשיקט צו אונזער דור אזא לעכטיגקייט, דער הייליגער רבי מיט זיינע הייליגע תלמידים. און מיט די הייליגע עצות און וועגן, ווערן כסדר טויזנטער אידן אויפגעראכטן, און ווערן געראטעוועט פון שווערע פלאנטערנישן. &nbsp; דערפאר זעט מען ווי דעם ראש ישיבה'ס טיש ווערט כסדר פארפלייצט מיט הונדערטער שווערע שאלות פון אלע עקן וועלט, וויבאלד אידן לעכצן צו הערן וואס די תורה זאגט, וואס וויל דער אייבערשטער אז מען זאל טון אין זייער מצב. דער ראש ישיבה שליט"א לייגט זיך אריין אין זייער מצב, און ענטפערט יעדן דבור דבר על אופניו, און באלייכט זיי דעם וועג, צו וויסן וואס צו טון, לויט ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט עס מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די אלע בריוו ווערן יעצט ברוך השם צוזאמגענומען, און וועלן ווערן הערליך מסודר און גרייט צום דרוק. &nbsp; דער יעצטיגער באנד טראגט דעם נאמען "מהדורת יאקאבאוויטש" נאכ'ן נדבן פונעם באנד מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו. עס זענען נאך אפן פילע זכותים אינעם ספר, און יעצט האט איר אויך די געלעגנהייט צו קויפן א זכות. רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה אויף 347-578-4449 און כאפט אריין איידער עס גייט צום דרוק. דער זכות וועט זיכער צוניץ קומען צו געהאלפן ווערן מיט אלעס גוטס.

    < זעה מער טז אדר תשפ"ו 📝
  • נייע קונטרסים פון ראש ישיבה שליט״א אויף פורים און שבת פרה ווערן פארשפרייט

    עס קומט אראפ א פרישע אור, א פרישע התחדשות צום הייליגן יום טוב פורים, מיט די נייע גליונות און קונטרסים געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט״א, פול מיט חיזוק, הדרכה און א ריכטיגן בליק וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע טעג ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; דער פורים קונטרס טראגט דעם נאמען "א הייליגע פורים" אויף אידיש, און "יום הפורים" אויף לשון הקודש, און דער צווייטער קונטרס הייסט "שבת פרה". יעצט זענען זיי ארויסגעקומען צייטווייליג אין פארעם פון א גליון, אבער זיי וועלן ארויסקומען קומענדיגעס יאר בעזרת השם אלס א שיינער קונטרס. &nbsp; די גליונות ווערן געדרוקט דורך קרן הדפסה, און ווערן ארויסגעגעבן דורך "מכון עצתו אמונה". מו״ה ישראל דוד העסקל הי״ו איז מסדר דעם גליון הערליך שיין, און מו״ה שמעון עוזר פערל הי״ו פון ירושלים זעצט עס איבער אויף לשון הקודש. &nbsp; די מפיצים דערציילן ווי דער נייער גליון איז גאר שטארק אויפגעכאפט געווארן און זיי דערציילן אז בלויז דער אידישער פורים גליון איז שוין פארשפרייט געווארן אין ברוקלין, מאנסי און קרית יואל אין מער פון צען טויזנט שטיק &ndash; מען זעט די שטארקע דורשט פון אידישע קינדער צו די ווערטער פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; אין דעם גליון געפינט מען א רייכן אוצר פון הדרכות און התחזקות אויף דעם הייליגן טאג, צווישן זיי: וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע מינוטן פון מגילה ליינען, זאל מען טרינקען וויין דעם ערשטן נאכט פורים? וואס מען קען פועל'ן אין די שעות פון פורים, א קלארער סדר היום פאר דעם טאג, דער אמת'ער באגריף פון שמחה און שיכרות &ndash; אן עכטער שיכור טוט נישט וויי א צווייטן, די געלעגנהייט זיך איבערצובעטן און אנצוהייבן פון פריש, טרינקען און טאנצן בקדושה, רעדן צום אויבערשטן אין די הייליגע מינוטן, אכטונג געבן וואס און וויאזוי מען טרינקט, רעדן איידל און זיך פירן בקדושה, די עבודה פון שושן פורים. &nbsp; די גליונות ווערן אויפגענומען מיט גרויס פרייד איבעראל וואו אידישע קינדער געפינען זיך, און אלע זאגן עדות ווי דער גליון ברענגט אריין א ליכטיגקייט און א קלארקייט וויאזוי מען זאל צוגיין צום יום טוב מיט תוכן און פנימיות. &nbsp; והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור

    < זעה מער יג אדר תשפ"ו 📝
  • אמעריקע אין מלחמה מיט איראן מיטן ציל אראפצוווארפן דעם רעזשים

    נאכן אפרעכטן א פרייליכע שבת זכור, ווען מען האט זיך געפרייט מיטן הייליגן שבת און אויסגעמעקט דעם עמלק און מען האט ברוך השם נישט געהערט קיין נייעס, איז די היימישע וועלט אין חוץ לארץ געכאפט געווארן אין שאק נעכטן מוצאי שבת קודש, ווען מען האט געהערט אז אמעריקע מיט אירע אליאירטע האבן זיך ארויסגעלאזט אין א מאסיווע פולקאמע קריג קעגן דעם איסלאמישן רעפובליק פון איראן, שוין אנגעהויבן שבת קודש אינדערפרי. אויך איז געקומען באריכטן אז איראן האט צוריק געענטפערט מיט א כוואליע פון מיסילס, ראקעטן, און דראונס צו א רייע לענדער אינעם מיטל מזרח, אריינגערעכנט באזעס פון די פאראייניגטע שטאטן, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, סאודי אראביע, קאטאר, קואוועיט, ירדן, באכריין, אמאן, סיריע, און ציפערן. בפרט האט מען געהערט מיט זארג אז זיי שיקן פילע מיסילס קיין ארץ הקודש, ווי עס זענען שוין ליידער באריכטעט געווארן אומגעקומענע און פארוואונדעטע. &nbsp; דא אין חוץ לארץ פאלן ברוך השם נישט קיין באמבעס, אבער דער שונא פרובירט צו שיקן באמבעס אויך דא. די אלע וואס זענען אריינגעטון אין די נייעס מוזן וויסן פונקטליך וואו עס פייפט, וואו עס פאלט א באמבע; אפילו ווען מען איז גענצליך אינדרויסן פון די מלחמה זאנע, אבער ביי זיי פליען מיסלס אין קאפ, און זיי קענען נעבעך אריינפאלן אין פאניק. דערפאר בעט מען יעדן איינעם אז מען זאל מתפלל זיין פאר אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש, זיי זאלן ארויסגיין פון דעם שווערן מצב אן קיין שום שאדנס נישט בגוף און נישט בממון, אזוי אויך אז מען זאל נישט אריינפאלן אין קיין פארלוירנקייט. מען זאל געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ער היט אונז. &nbsp; די צווייטע זאך איז וויכטיג, אז כאטש אלץ איז די נייעס זייער נישט גוט צו מיטהאלטן, עס קען אסאך שעדיגן, אבער בפרט אין אזא צייט ווען די נייעס שרייעט פאניק און פארלוירנקייט, איז עס נאך וויכטיגער אוועקצושטיין פון די אלע מידיע, אפילו די אידישע, כדי עס זאלן נישט פליען קיין באמבעס ביי אונז אין קאפ. מיר זאלן ווייטער אנגיין מיט אונזער עבודת ה', לערנען און דאווענען און זיך אפגעבן מיט אונזערע ווייבער און קינדער. &nbsp; פון וואשינגטאן האט מען געמאלדן אז די אקציע איז געווארן אונטערגענומען אלס א פרי-עמטיוו שריט צו פארמיידן די געפאר פון האבן א באוואפנטע איראן, נאכדעם וואס זיי האבן נישט געוואלט מאכן קיין דיעל מיט אמעריקע אויפצוגעבן זייערע שווערע וואפנס. &nbsp; גלייך אין די ערשטע אטאקעס פון דער מלחמה האבן די אליאירטע באמבעס געצילט אויף איראן'ס רעליגיעזע, רעגירונג און מיליטערישע פירער, און באריכטן באשטעטיגן טאקע דעם אומקום פון איראן'ס העכסטן רעליגיעזן פירער אַיאַטאלאַ עלי כאַמענעי, וואס האט גענצליך געטוישט דעם גאנצן בילד. אזוי אויך איז אומגעברענגט געווארן דער העכסטער מיליטערישער פירער פון דער רעוואלוציאנערער גוואַרדיע, דער איראנער פארטיידיגונגס מיניסטער, דער הויפט פון די איראנער מיליטער, צווישן בערך פערציג אנדערע הויכראנגיגע פירער פון איראן. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג פון פורים וועלן מיר צולייגן א דאנק פאר'ן אויבערשטן פאר'ן אומברענגען דעם המן פון איראן בתוך שאר כל צוררי היהודים, און אים לויבן און דאנקען אויף די פילע נסים וואס געשעען מיט אונז יעדע רגע און יעדע שעה, און מיר וועלן ווייטער מתפלל זיין אז ער זאל אפהיטן יעדן איד ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער יב אדר תשפ"ו 📝
  • נאסע הענט

    שאלה: וואס איז פשט אז ווען די הענט ווערן נאס ווערן זיי פארקנייטשט, אדער ווי קינדער רופן עס "באבע הענט"? איז דאס א גוטע זאך אדער א שלעכטע זאך? איז דא אן עצה צו פטור ווערן שנעל? &nbsp; ענטפער: דאס איז גאר א וואונדערליכע זאך וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אינעם מענטש, אז די הויט ווערט ווי מען רופט עס "באבע הענט", נאכן זיין אין וואסער פאר א לענגערע צייט. &nbsp; אמאל האט מען געמיינט אז די הויט ציט פשוט איין דאס וואסער און ווערט אביסל אויסגעצויגן, און דערפאר ווערט עס פארקנייטשט. אבער וויסנשאפטלער זאגן אז דאס איז גאר עפעס אנדערש. דאס איז א רעאקציע פון דער נערוון סיסטעם ווען די נערוון פילן אז די הויט איז נאס, שיקן זיי א סיגנאל צו די בלוט-אדערן אונטער דער הויט זיי זאלן זיך איינציען. דאס מאכט די הויט שיכטן אונטער דער אויבערפלאך אביסל קלענער, בשעת די אויבערשטע בלייבט די זעלבע גרויס, וואס איז גורם די קנייטשן אין דער הויט. &nbsp; דאס וואס דו פרעגסט צי עס איז גוט אדער שלעכט, איך גלייב אז דו האסט נישט געטראכט פאר א רגע אז עס איז חלילה שלעכט, ווייל אלעס וואס דער אויבערשטער מאכט איז נאר גוטס. האסט מן הסתם געמיינט צו פרעגן צי עס שאדט אדער נישט. און אויך אויף דעם איז די ענטפער, ניין, עס שאדט בכלל נישט פאר א מענטש אז זיין הויט ווערט פארקנייטשט. אמת אז בשעת עס איז נאס, וועט עס נאך זיין אביסל האקל, און וועט גרינגער באקומען א קראץ, אבער דאס איז ממש נאר צייטווייליג, ביז עס טרוקנט זיך אויס. &nbsp; אבער לאמיר אריינגיין אין די זאך, און זען די חסד פון אויבערשטן, וואס איז די טובה פון די קנייטשן, און וואס געבט עס אונז צו. &nbsp; די קנייטשן העלפן א מענטש מען זאל בעסער קענען אנכאפן זאכן און זיי זאלן נישט אזוי שנעל גליטשן (גריפ) ווען די הויט איז נאס. די קנייטשן העלפן אז כאטש נאסקייט מאכט זאכן מער גליטשיג, וועט עס נישט זיין "אזוי" גליטשיג מיט די קנייטשן. די זעלבע זאך ביים גיין. מען וועט זיך נישט אזוי שנעל אויסגליטשן ביים גיין אויף א נאסן פלאר. &nbsp; וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון? עס איז נישט קיין קרענק, און עס איז נישט קיין פראבלעם. אבער אויב ווילסטו שנעל צוריקברענגען די הויט צו איר נארמאלן שטייגער, קען מען נוצן די עצות: גוט אפטרוקענען, גיין אויף א ווארימען פלאץ, און לאזן לופט צוקומען. &nbsp; פון יעדן פרט אין די בריאה קען מען זען די חסדים פון אויבערשטן. כאטש מיר פארשטייען גארנישט, און מיר האבן נישט די מינדסטע השגה וואס און פארוואס, קענען מיר אבער איבעראל טרעפן דעם אויבערשטן, און עס אויסנוצן אים צו דאנקען אויף יעדע זאך. &nbsp; כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך. &nbsp;

    < זעה מער י אדר תשפ"ו 📝
  • בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אום פורים, אין אמעריקע און ארץ ישראל

    אין די פרייליכע טעג פון פורים, זוכן אלע אז פרייליכע ישיבה בחורים, וועלכע זענען דורכאויס דעם גאנצן יאר צוגעבונדן צו תורה און יראת שמים, זיי זאלן קומען משמח זיין און אריינברענגען א לעבעדיגקייט אין שטוב. צוזאמען מיט וויל מען שטיצן תורה און יראת שמים. דעריבער וועלן די בחורים פון די הייליגע ישיבה 'תפארת התורה היכל הקודש ברסלב', אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, נאכאמאל ארומגיין משמח זיין אידן דורכאויס די ימי הפורים. זיי וועלן באזוכן די הייזער פון די וואס פילן א זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס העלפט ארויס אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; בפרט יעצט ווען די הייליגע מוסדות געפינען זיך אין א גאר שווערע פינאנציעלע לאגע, וועט מען היי-יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, פילע נייע גרופעס אנצוקומען צו אלע אידישע געגנטער, וואו די בחורים וועלן ארויפקומען און משמח זיין די הייזער פון די נדיבים בעם וואס העלפן די הייליגע ישיבה זיך צוריקשטעלן אויף די פיס און אנפילן די טיפע לעכער פון חובות וואס האבן זיך לעצטנס געעפנט מער און מער. היי-יאר האט מען אויך אריינגענומען די בחורי הישיבה אין ירושלים, אונטער די פירערשאפט פונעם חשוב'ן מגיד שיעור, הרב משה שמואל שטעסל שליט"א, וועלכע וועלן אויך ארומגיין באזוכן די נדיבים אין ארץ ישראל. &nbsp; אויב איר ווילט מנדב זיין גרעסערע סכומים לטובת די הייליגע ישיבה, אדער אויב איר ווייסט פון א שכן, קרוב, אדער א גוטער פריינט וואס וואלט געוואלט אז די בחורי הישיבה זאלן אים קומען באזוכן אום פורים, ביטע רופט ווי שנעלער איבערצוגעבן די נעמען, וויבאלד מיר קענען נאר אננעמען רעזערוואציעס ביז די ליסטע ווערט פול. &nbsp; אין אמעריקע קענט איר רופן מו"ה שמשון קאהאן הי"ו אויף 917-891-7782. אין שטעטל קענט איר רופן מו"ה אברומי לעסער הי"ו אויף 845-665-4428. אין ארץ ישראל קענט איר רופן 0548572849. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ארויסצוגיין פון קליפת המן און עמלק, און זוכה זיין צו די קדושה פון מרדכי און אסתר. &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

    < זעה מער ח אדר תשפ"ו 📝
  • טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן רעדע

    טראץ וואס אין די לעצטע טעג האט טראמפ געהאט עטליכע ערנסטע דורכפעלער, צווישן זיי אז דער דזשאב-מארקעט אין אמעריקע איז אריינגעקומען פארן גאנצן למספרם יאר 2025 זייער שוואך, צו א סך הכל פון אונטער צוויי הונדערט טויזנט דזשאבס אין גאנץ אמעריקע פארן גאנצן יאר. דערנאך האט דער סופרים קאורט מבטל געווען טראמפ'ס טאריפס, זאגנדיג אז עס איז אומקאנסטיטוציאנעל, און דערנאך קומט אריין זיין צופרידנהייט ראטע זייער נידעריג. &nbsp; אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן טראמפ - ווי זיין שטייגער - פון טרומפואירן ביי זיין "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע נעכטן, כאילו אלעס אין אמעריקע איז "צוריק, גרעסער, בעסער, רייכער און שטארקער ווי קיינמאל בעפאר." זיין רעדע האט געדויערט כמעט צוויי שעה, וואס מאכט עס פאר די לענגסטע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע אין די היסטאריע פון אמעריקע. &nbsp; טראמפ האט זיך בארימט מיט דעם שטארקן סטאק מארקעט, נידעריגע אינפלאציע און העכערע פארדינסטן. ער האט אונטערגעשטראכן זיינע שטייער-שניטן און געמאלדן זיין פלאן אז די רעגירונג זאל "מעטשן" פענסיע-אינוועסטמענטס. ער האט ארויסגעהויבן זיינע באמיאונגען צו רעדוצירן מעדיצין פרייזן און האט שטאלצירט מיט זיינע אפמאכן מיט גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס צו בויען זייערע אייגענע ענערגיע אינפראסטרוקטור, כדי עס זאל נישט עפעקטירן די עלעקטריציטעט פרייזן. טראמפ האט ווידערהאלט זיינע שטרענגע אימיגראציע פאליסיס און וויפיל בעסער די גרעניץ זיכערהייט איז היינט. ער האט גערעדט איבער זיינע פלענער צו פארבעסערן וואלן פארלעסליכקייט דורך פארלאנגען וואוטער איי-די. ער האט אויך גערעדט איבער איראן און האט זיי געווארנט אז זיי מוזן אויפגעבן זייערע נוקלעארע אמביציעס, אויסדרוקנדיג גרייטקייט צו אן אפמאך, אבער געווארנט אז ער איז גרייט אויף יעדן פאל. טראמפ האט נישט אויסגעלאזט זיינע פאליטישע אטאקעס; ער האט שארף אטאקירט די דעמאקראטן, זאגנדיג אז זייערע פאליסיס מאכן חרוב אמעריקע. &nbsp; עס זעט אויס אביסל ווי א חוכא וטלולא. דער טראמפ קומט ארויס א צוביילטער פון פילע דורכפעלער וואס ער האט נארוואס געהאט, אבער ער איז דא און שרייעט אז ער איז שוין פשוט "מיד פון אזויפיל געווינען". טראמפ, וואס רעדט זיך איין אז ער פירט די וועלט, קוקט עס אבער אנדערש אן. אויב מען זינגט א פאזיטיווע ניגון, עפנט מען אויף די טירן צו הצלחה. ווען ער זאל רעדן ווי א רעזיגנירטער, וואלט ער שוין לאנג נישט דא געווען. מיר קענען נעמען דעם מעטאד פאר אונזער לעבן, דעם אמת'ן תכלית פון לעבן, און דארט ניצן דעם מיטל. וועלן מיר מצליח זיין אין אונזער אויפגאבע. מיר וועלן רעדן פון די הצלחות וואס מיר האבן, מיר וועלן זינגען "מיר זענען געווינערס". איך האב היינט גערעדט א ווארט צום אויבערשטן, איך האב געלייגט תפילין, איך האב געגעבן איין קוק ווייניגער, און דאס וועט אונז הייבן נאך העכער און העכער, און מיר וועלן זוכה זיין צו ווערן אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך

    < זעה מער ח אדר תשפ"ו 📝
  • פורים תשפ"ו אין היכל הקודש

    אנשי שלומינו גרייטן זיך צום פרייליכן יום טוב פורים, ווי מען וועט אויסנוצן די צייט מיט די מצוות היום, מקרא מגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים און סעודת פורים &ndash; און בעיקר מיט אמת'ע שמחה, אפילו ווען זאכן גייען נישט פונקט ווי מען האט זיך געגרייט. &nbsp; דער יום טוב פורים איז גאר ספעציעל אין די גאנצע וועלט, אבער ביי חסידי ברסלב איז עס גאר עפעס אנדערש. פורים קען מען מיט יעדן רעדן אפן פונעם אויבערשטן, מען נעמט אראפ אלע פארשטעלאכטס און מען קען שרייען הויך און קלאר אין אלע גאסן "עס איז דאך אלץ הבל הבלים אין עוד מלבדו", און יעדער אנערקענט אז די גאנצע בריאה איז בלויז א לבוש פאר'ן באשעפער, און אז דער אויבערשטער באהאלט זיך אין יעדע זאך, און מ'דארף אים בלויז אויפזוכן. &nbsp; אזוי אויך גרייט מען זיך צו מיט'ן בעטן דעם אויבערשטן אז טראץ דעם וואס דער סמ"ך מ"ם זוכט איבערצודרייען דעם יום טוב אויף סטרעס, נערוון און כעס; זאל דער אויבערשטער אונז געבן די כוחות צו בלייבן פרייליך און גלייבן אז פונקט אזוי ווי עס איז, ממש אזוי דארף עס צו זיין. &nbsp; אין אלע קהילות היכל הקודש - אריינגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און דער שטעטל, לאנדאן, ירושלים, בית שמש, בני ברק, טברי' - גרייט מען זיך אפצורעכטן דעם שיינעם יום טוב, ווי מען וועט זיך צוזאמקומען צו די תפלות, מגילה ליינען, און אין טייל שולן וועט מען זיך אויך צוזאמקומען צו א סעודת משתה היין ווי מען וועט זינגען און לויבן דעם אויבערשטן אשר בנחל שם גורלינו. פאר די פרטים זאל מען נאכפאלגן די מודעות אין די לאקאלע שולן אדער זיך ווענדן צו די גבאים. &nbsp; אין וויליאמסבורג גרייט מען זיך אבער ספעציעל צו, וויבאלד דער ראש ישיבה שליט"א וועט דארט פראווען דעם יום טוב, און עס ווערט ערווארטעט אסאך געסט וואס וועלן מיטהאלטן דעם יום טוב, אפרעכטן די תפלות, הערן מגילה ליינען, און זינגען שירות ותשבחות אינאיינעם. בפרט אויף שושן פורים ווערט אפגעראכטן א שיינע גרויסע סעודה, ווי דער ראש ישיבה שליט"א וועט געבן א שיינעם שיעור, און טאלאנטפולע אינגעלייט וועלן פארשטעלן א שיינע שפיל, פון וואס אלע וועלן זיכער הנאה האבן. &nbsp; סדר היום &ndash; פורים אין היכל הקודש וויליאמסבורג &nbsp; מאנטאג נאכט &ndash; תענית אסתרמנחה מיט מחצית השקל: 6:00 קריאת המגילה: 7:00 &nbsp; דינסטאג &ndash; פורים אינדערפרישחרית: 9:00 קריאת המגילה: 10:00 סעודת משתה היין: 6:00 &nbsp; מיטוואך - שושן פוריםמנחה: 5:00 דערנאך וועט מען זיך וואשן צו א סעודה, וואו אינגעלייט און בחורים וועלן פארשטעלן א שיינע שפיל. &nbsp; די ווייבער שול וועט זיין אפן אין אלע זמנים, כדי די נשים צדקניות זאלן אויך קענען מיטהאלטן דעם שיינעם יום טוב. &nbsp; ווער עס וויל זוכה זיין צו העלפן מיט די הוצאות און זיין א שותף לדבר מצוה, קען זיך ווענדן צום גבאי מו"ה שבתי מארקוס הי"ו אויף 347-666-2803. &nbsp; וימי הפורים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור

    < זעה מער ז אדר תשפ"ו 📝
  • הערליכער נייער גליון "בחור'ל" ערשינען

    א פרישע אור איז אראפגעקומען אויף דער וועלט פון בחורים, מיט'ן ערשיינונג פונעם גליון "בחור'ל", וואס דער נאמען אליינס זאגט שוין אלעס: א גליון געווידמעט פאר בחורים, און זייערע שאלות און נסיונות. &nbsp; דער גליון ווערט ארויסגעגעבן דורך מו"ה שמעון עוזר מיטלמאן הי"ו פון מאנסי, וואס לייגט אריין אסאך צייט און מיה אויסצוקלייבן און מסדר זיין תוכן ספעציעל צוגעפאסט פאר בחורים, בריוו פון הדרכה, ענטפערס אויף שאלות וואס מאכן זיך ביי בחורים, חיזוק און הדרכה וויאזוי אויסצונוצן די וויכטיגע תקופה אין לעבן. אלעס ווערט צוגעגרייט שיין, געשמאק און מסודר, אז עס זאל רעדן צום הארץ. &nbsp; דער הייליגער רבי איז אן אור וואס דער אויבערשטער האט אראפגעשיקט מיט איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, וואס רעדט צו יעדן איד באשר הוא שם. זאל עס זיין דער גרויסער בעל מדריגה וואס לעבט פיר און צוואנציג שעה מיט'ן אויבערשטן, דער הייליגער רבי ווייזט אים וויאזוי ער קען זיין אן ערליכער איד, ער זאל נישט פארגעסן וואס דער עיקר ציל איז, ער זאל נישט דינען זיך אדער זיינע ארומיגע, ער זאל אויסנוצן זיינע כחות און טאלאנטן צו דינען דעם אויבערשטן. אין די זעלבע צייט האט דער רבי א שפראך צו איינעם וואס שפירט זיך דערנידערט, ער שפירט נישט ווי ער האט א פלאץ אויף דער וועלט, ער ווייסט נישט פארוואס ער שטייט אויף און פארוואס ער גייט שלאפן. דער רבי ווייזט אים אויף אז דער אויבערשטער דארף אים, טאקע אזוי ווי ער זעט אויס. לייג תפילין, היט שבת, רעד א ווארט צום אויבערשטן, לערן א פרק משניות, וועסט זען ווי דו וועסט זיך שפירן א נייע מענטש, וועסט שוין וויסן וואס דו זוכסט אויף דער וועלט. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז זיין עיקר שליחות איז מחזק זיין בחורים, ווייל קיינער פארשטייט נישט די נסיונות וואס א בחור גייט דורך. מען קען אים גרינג אוועקמאכן: "זעץ דיך לערנען און דריי נישט קיין קאפ". אבער א בחור דארף א גוט ווארט, איינער וואס זאל אים פארשטיין און אים ווייזן די וועג וויאזוי צו נוצן זיינע כחות אין די טייערע יארן, אז זיי זאלן אים אויפבויען און צוגרייטן צו לעבן אויף א געזונטע און ערליכע וועג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א גייט ווייטער אויף דעם וועג. ער געבט זיך אינגאנצן אוועק פאר די טייערע בחורים, ער בויט זיי אויף און געבט זיי קלארע עצות אין יעדן פרט. די רעזולטאטן רעדן אליין: טויזנטער תלמידים לעבן היינט א לעבן פון ישוב הדעת און אמונה. א טייל האבן געלערנט אין ישיבה בפועל, אנדערע האבן געלעבט דערמיט פון דערווייטענס דורך לערנען די בריוו און הערן שיעורים. היינט זענען זיי טאטעס, בעלי בתים, מלמדים אדער ארבעטער, אבער וויאזוי עס זאל נישט זיין &ndash; לעבן זיי א לעבן מיטן אויבערשטן, שמחת מצוות, שיעורים קביעות און א ריינע און קלארע אמונה. &nbsp; דאס איז דער ציל פונעם נייעם גליון "בחור'ל": צו ברענגען די ליכטיגע עצות און הדרכה צו יעדן בחור, וואו נאר ער געפינט זיך. לאקאל אדער אויסלאנד, אין ישיבה אדער אינדערהיים, יעדער בחור קען עפענען דעם גליון און געפינען דארט א ווארט וואס רעדט צו אים פערזענליך. &nbsp; &nbsp; דערפאר איז אונז א גרויסע שמחה צו מיטטיילן איבער דעם ערשיינונג פונעם נייעם גליון וואס וועט זיכער מזכה זיין נאך אסאך אידן מיט תורה, אמונה, חיזוק, מידות טובות און שמחת המצוות. &nbsp; לינק צום גליון

    < זעה מער ה אדר תשפ"ו 📝
  • רעזערוואציעס פאר אומאן ראש השנה תשפ"ז ווערן שוין אנגענומען

    מיר אלע בענקען יעדן טאג צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויפ'ן קומענדיגן ראש השנה. ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען עטץ פארט אהיים מוצאי ראש השנה פון מיר, לייג איך שוין צו די אויער, און איך הער ווי איר קומט שוין נאכאמאל די קומענדיגע ראש השנה." דער הייליגער רבי האט אויך געזאגט: "נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה; נאר די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה." &nbsp; כאטש מיר האלטן נאך יעצט אין חודש אדר, לויפן אבער די טעג זייער שנעל. דאס ערשטע זאך וואס מיר דארפן טון איז מתפלל זיין צום אייבערשטן; אן תפילה ארבעט גארנישט. א מענטש קען מאכן פלענער און האבן א קלארן חשבון, אבער אלעס ווענדט זיך אינעם אויבערשטן. מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין צווישן די צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה. &nbsp; צוזאמען מיט תפילה, דארף מען אויך מסדר זיין אן אכסניא אין אומאן &ndash; וואו צו עסן און וואו צו שלאפן. כדי דער בנין זאל קענען פונקציאנירן געהעריג און קענען אויפנעמען יעדן איינעם מסודר'דיג, און כדי יעדער זאל קענען פארברענגען און הנאה האבן פון א שיינעם יום טוב אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, מיט די ווארמע תפילות און די זיסע שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, און די הערליכע סעודות, דארף מען שוין יעצט רעזערווירן א בעט און נאכפאלגן דעם סדר. &nbsp; היות עס איז דא א גאר שטארקע נאכפראגע און דער עולם וואס וויל קומען איז פיל גרעסער וויפיל פלאץ עס איז באמת פארהאן, בעטן מיר גאר שטארק מען זאל נישט ווארטן ביז די לעצטע מינוט. נאכ'ן דעדליין וועלן אלע איבעריגע פלעצער ווערן אפן פארן ברייטן ציבור, אן קיין שום התחייבות צו די רעזערוואציעס פון די פריערדיגע יארן. ביטע מאכט אייערע ארעינדזשמענטס פריצייטיג כדי צו פארמיידן עגמת נפש. &nbsp; כדי צו רעזערווירן א בעט אדער צו ארגאניזירן א גרופע פאר א צימער, ביטע רופט ביז ראש חודש ניסן הבעל"ט. אין חוץ לארץ איז געשטעלט דערויף מו"ה מרדכי ראזענבערג &ndash; 845-825-3550. אין ארץ ישראל קען מען זיך ווענדן צו מו"ה ר' יצחק שמואל פרענקל אויף 054-845-6150. און זיי זאגן אז מען וויל רעזערווירן א בעט. ווי געזאגט - ביז ראש חודש ניסן וועט מען אי"ה פרובירן צו האלטן פאר אייך די זעלבע בעט ווי פאראיאר. &nbsp; ווי געזאגט, איז דא א שטרענגער דעדליין. אלעס מוז זיין אינגאנצן באצאלט ביז ראש חודש סיון. נאך ראש חודש סיון ווערן אלע רעזערוואציעס אפן פאר יעדן איינעם, און מיר וועלן אנהייבן אקצעפטירן נייע רעזערוואציעס. אזוי אויך מוז אלעס ווערן באצאלט מיט איינמאל &ndash; מען וועט נישט קענען באצאלן אין פעימענטס. &nbsp; די פרייזן פאר די בעטן זענען ווי פאלגנד:ערשטע שטאק &ndash; $1,300צווייטע שטאק &ndash; $1,200דריטע שטאק &ndash; $900פערטע שטאק &ndash; $800 &nbsp; עס זענען דא איבערגעגעבענע עסקנים אין אלע פלעצער דורך וועמען איר קענט באצאלן פאר אייער רעזערוואציע: אין אמעריקע: מו"ה מרדכי ראזענבערג &ndash; 845-825-3550 און מו"ה יחזקאל סאמעט &ndash; 347-452-1936.אין ארץ ישראל: מו"ה יצחק שמואל פרענקל &ndash; 054-845-6150.אין ענגלאנד: מו"ה שמחה בלאק &ndash; 07388-582-855. &nbsp; פאר סיי וועלכע הערות, אדער אויב איר ווילט האבן דעם זכות ארויסצוהעלפן מיט די הכנות אדער אינעם בנין דורכאויס די וואך פון ראש השנה, ביטע זיך פארבינדן מיט די גבאים. &nbsp; "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך זייער פרייען"

    < זעה מער ג אדר תשפ"ו 📝
  • לכבוד פורים

    שאלה: איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך. הצלה האט געקויפט א נייע אמבולאנס, אבער דאס מאל האבן זיי געקויפט א הויכע "ספרינטער" טייפ הצלה אמבולאנס. איך וואונדער מיך פארוואס מען דארף האבן אזא הויכן הצלה קאר. &nbsp; ענטפער: אין די קארידארן האט זיך געטון אסאך אין די לעצטע צייט. עס איז געגאנגען אויף טישן און בענק. זה אומר בכה, וזה אומר בכה. וואס איז געשען? איבער וואס טענה'ט מען זיך? זיי האבן זיך לעצטנס געמוטשעט מיט א נייע אנשיקעניש. עס האט שוין פאסירט מער ווי איין מאל אדער צוויי מאל: פונקט אינמיטן די שענסטע צייטן ביי אידישע קינדער, ווען מען איז זוכה מען פירט אונטער א קינד אונטער די חופה און די קינדער שטעלן אויף א נייע אידישע שטוב, פלוצלינג ווערט א פאניק. אינמיטן די טענץ, דער מחותן אליין, מיט זיין נייע, הויכן לעבעדיגן שטריימל, ווערט פלוצלינג בלאס; ער פילט זיך נישט גוט. ער קוקט זיך ארום אויף זיינע קרובים, זיינע פריינד, שכנים און באקאנטע, ביי וועמען ער האט געמוזט בארגן און שנארן. ער פילט זיך ליידער שלעכט; זיין הארץ קען נישט אויסהאלטן די שרעקליכע פרעשור און די הויפענס חובות, און ליידער מוז מען אים אפפירן אין שפיטאל. &nbsp; די וואלונטירן טוען זייער ארבעט געטריי, און מען באגלייט דעם מחותן ארויס פונעם זאל, אבער דא הייבט זיך אן די עכטע פראבלעם. דער נייער שטריימל פיט פשוט נישט אריין אין דעם אמבולאנס! וויאזוי קען מען דאס צולאזן, אז דער מחותן אינמיטן זיין געהויבענע שמחה, זאל חלילה און חס איבערלאזן זיין שטריימל אז עס זאל קאליע ווערן? דער שטריימל האט דאך שוין געקאסט אזויפיל עגמת נפש און מען איז אריין אין אזעלכע גרויסע חובות דערפאר, און יעצט זאל אלעס גיין לטמיון צוליב אזא זאך? &nbsp; עס זענען אפגעהאלטן געווארן היציגע אסיפות מיט די עסקנים און מיט'ן הצלה קאמיטע. מען האט אראפגערופן דעם ליעזאן פונעם מעיאר'ס אפיס, און אפילו די "חכמי כעלעם פון די פאדקעסטס האט מען אריינגעברענגט אינעם בילד. נאך פילע איבעררעדונגען און שווערע לאביאינג השתדלות, איז מען געקומען צו א באשלוס אז מען מוז טרעפן א לעזונג צום פראבלעם. מען האט געשאפט נדיבים און רעגירונגס פאנדן צו קויפן נייע אמבולאנסן מיט א ספעציעלע הויכע דאך, אזוי אז נישט נאר דער 2026 שטריימל זאל אריינפיטן, נאר מען האט אויך געטראכט פאראויס אויפ'ן עתיד. די עקספערטן זאגן דאך אז אין די קומענדיגע פינף ביז צען יאר וועט דער שטריימל וואקסן מיט לכל הפחות נאך צען אינטשעס, דעריבער האט מען זיכער געמאכט אז די דאך איז גענוג הויך נאכצוקומען די אלע באדערפענישן. &nbsp; עס איז דא נאך אן עצה, וואס איז סיי פיל גרינגער און סיי פיל שווערער. דאס איז זיך צו האלטן און פאלגן די עצות פון צדיקים. הייב אן צו לעבן מיטן אויבערשטן, און דו וועסט שוין מער נישט מורא האבן וואס מענטשן וועלן זאגן. הייב אן רעדן צום באשעפער, און דו וועסט איינזען אז מ'קען סייווי נישט צופרידנשטעלן יעדן איינעם. דעמאלטס וועסטו קענען זיין באמת פרייליך פורים און א גאנץ יאר. &nbsp; א גאנץ יאר, פרייליך, א גאנץ יאר פרייליך, פרייליך זאל מען זיין.

    < זעה מער ב אדר תשפ"ו 📝
  • די מוסדות אין ארץ ישראל ווערן אריבערגעפירט קיין בית שמש

    בית שמש &ndash; אין א דראמאטישע אנטוויקלונג פאר מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל, איז די וואך דינסטאג פולקאם אריבערגעפירט געווארן סיי דער חדר פאר די אינגלעך און סיי די מיידל שולע פאר די מיידלעך פון ירושלים קיין בית שמש. דאס איז אן אומגעווענליכע געשעעניש וואס איז צושטאנד געקומען נאך אסאך תפילה והתבודדות. &nbsp; דער הויפט סיבה פאר דעם דאזיגן שריט איז צוליב דעם וואס בערך אכציג פראצענט פון די משפחות וואס שיקן זייערע קינדער אין די מוסדות וואוינען אין בית שמש. דערצו זענען געווען נאך פילע משפחות אין בית שמש וואס האבן באמת געוואלט שיקן זייערע קינדער, אבער האבן זיך צוריקגעהאלטן בעיקר צוליב די שווערע נסיעות יעדן טאג קיין ירושלים. עס איז דעריבער קלאר געווארן אז עס איז נישט מער ווי יושר אריבערצופירן די מוסדות דארט וואו די קינדער געפינען זיך. &nbsp; אזוי ארום איז געווארן א נייע מציאות: די קינדער פון ירושלים פארן יעדן טאג קיין בית שמש, אנשטאט ווי עס איז געווען ביז יעצט ווען די בית שמש'ער קינדער פלעגן רייזן יעדן טאג קיין ירושלים. &nbsp; אבער, ווען דער באשטימטער טאג איז אנגעקומען, איז דער צוגעגרייטער פלאץ פארן חדר נאכנישט געווען אינגאנצן גרייט. אלס רעזולטאט האט מו"ה יצחק ראטה הי"ו מנדב געווען זיין אייגענע דירה מען זאל עס קענען נוצן פארן חדר. אין די לעצטע צוויי טעג איז זיין גאנצע שטוב &ndash; דער דיינינג רום, די קאך, און די שלאף צימערן &ndash; אלעס פארוואנדלט געווארן אין א מקום תורה פאר די לויטערע תינוקות של בית רבן. &nbsp; יעצט איז שוין די צייטווייליגע געביידע פאר די חדר ב"ה גרייט. פילע יונגעלייט און בחורים פון אנשי שלומינו העלפן ארויס אריבערצופירן דעם חדר צום נייעם לאקאציע, וואו עס וועט בעז"ה בלייבן ביז מען וועט קענען אויפשטעלן אן אייגענע געביידע. &nbsp; בלויז צוויי טעג נאכדעם וואס די מוסדות האבן זיך געעפנט אין בית שמש, זענען שוין צוגעקומען פרישע קינדער וואס האבן זיך איינגעשריבן, און עס איז דא נאך א שיינע צאל קינדער וואס ווארטן אריינצוקומען. די הנהלה גיט איבער אז די מוסדות וואקסן יעצט גאר שנעל, ווען עס קומען כסדר אריין נייע טעלעפאן רופן פון עלטערן וואס ווילן דרינגענד איינשרייבן זייערע קינדער. &nbsp; אויסער די תלמידים פון ירושלים און בית שמש, קומען די עלטערע קינדער &ndash; די כיתה פון הר"ר אבא חייא רייזמאן שליט"א פון בני ברק - יעדן טאג קיין בית שמש. די מיטעלע כתה ווערט געפירט דורך הר"ר יוסף כ"ץ שליט"א, און די יונגערע קינדער דורך הר"ר יעקב גוטמאן שליט"א. לויט'ן יעצטיגן שנעלן וואוקס, זעט אויס אז מ'וועט בקרוב דארפן עפענען נאך כיתות אין בית שמש. &nbsp; די הנהלה שטעלט קלאר אז דאס אריבערציען איז נישט מיט'ן ציל צו שפארן געלט; פארקערט, די רענט פאר די גרעסערע לאקאלן אין בית שמש איז נאך טייערער ווי אין ירושלים. מען האט דא בלויז אינזין די טובה פון די קינדער, און ב"ה מען זעט שוין דעם שטארקן פאזיטיוון השפעה אויף די קינדער. אין ירושלים זענען די מוסדות געווען אין א זייער ענגע און קליינע פלאץ, וואו די קינדער האבן נישט געהאט קיין פלאץ צו לויפן און שפילן. אבער דא אין בית שמש זעט מען שוין ווי די קינדער בליען און וואקסן אין א געזונטערע סביבה, געניסנדיג פון ברייטע און באקוועמע חדרים. &nbsp; ווי דער ראש ישיבה זאגט, איז קוקט מען נישט ווען מען ציט זיך אריבער צו א נייע פלאץ אויף שכנים אדער די וועטער; דער עיקר און די ערשטע זאך דארף זיין די מוסדות החינוך &ndash; וואו וועלן מיינע קינדער לערנען? צוליב דעם זענען דא עטליכע משפחות פון ירושלים וואס פלאנען זיך אריבערצוציען קיין בית שמש. אויסער דעם וואס עס זעט אויס אז די צענטראלע מוסדות פון היכל הקודש אין ארץ ישראל וועלן דארט אויפגעבויט ווערן, קען מען אין בית שמש באקומען פיל שענערע און גרעסערע דירות פאר פיל בעסערע פרייזן. &nbsp; די הנהלה האפט אז אין א קורצע צייט וועלן זיי קענען איינקויפן אן אייגענע שטח מיט הערליכע בנינים פאר אלע אפטיילונגען פון די מוסדות. &nbsp; אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל פיהם של תינוקות של בית רבן

    < זעה מער א אדר תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 45 of 1770 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 117 118
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com