Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין בעלגיע פארלאנגט אפצושטעלן די קלאגעס קעגן די אנטווערפענער מוהלים

    א שארפע דיפלאמאטישע שטורעם האט אויסגעבראכן אין בעלגיע, נאכדעם וואס דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין דעם לאנד, ביל ווייט, האט אפן געפאדערט אין א מעלדונג אז די בעלגישע רעגירונג זאל שוין אפשטעלן די געריכטליכע פראצעדורן קעגן דריי מוהלים וואס ווערן באשולדיגט אין דורכפירן ברית מילה קעגן די ארטיגע געזעצן, וואס ער האט אנגערופן אלס "אנטיסעמיטיש".   אין זיין מעסעדזש האט דער אמבאסאדאר ארויסגעהויבן אז אנטיסעמיטיזם איז "אומאקצעפטירבאר אין סיי וועלכע פארעם" און האט געבעטן בעלגיע "צו טון א פיל בעסערע ארבעט אויף דעם ענין". ער האט ספעציפיש פארלאנגט אז די קלאגעס קעגן די דריי מוהלים אין אנטווערפן זאלן ווערן אפגעווארפן, אונטערשטרייכנדיג אז זיי טוען בסך הכל דאס וואס אידן טוען שוין טויזנטער יארן. ער האט ווייטער געשריבן אז ער פלאנט צו באזוכן אין אנטווערפן קומענדיגע וואך זיך צו טרעפן מיט די מוהלים און זייערע משפחות, און ער האט גערופן דעם בעלגישן העלט מיניסטער, פרענק וואנדענברוקע, אז ער זאל מיטקומען מיט אים.   די דאזיגע פרשה ציט זיך שוין איבער א יאר צייט. לויטן בעלגישן געזעץ מעג נאר א לייסענסד דאקטאר דורכפירן ברית'ן, און אלס רעזולטאט זענען היימישע מוהלים אונטער אינוועסטיגעשאנס. די היימישע קהילה אין אנטווערפן האט חלילה נישט אויפגעהערט צו פראקטיצירן די מצוה פון ברית מילה, אבער עס ווערט געטון מיט גרויס פארזיכטיגקייט. מ'פובליצירט נישט קיין שום צעטלעך אדער מודעות וואו און ווען די ברית'ן קומען פאר, כדי מ'זאל עס נישט קענען נאכגיין. די מוהלים אליין פרובירן אויך צו זיין זייער געווארנט, זאגנדיג אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן צי מ'האלט אן אויג אויף זיי.   אין א שארפן מעסעדזש האט דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אראפגעריסן די גאנצע מעשה אלס אנטיסעמיטיזם, און ער האט געפאדערט פונעם בעלגישן געזונטהייט מיניסטער, פראנק וואנדענברוקע, אז ער זאל תיכף ומיד אפשטעלן די געריכט פראצעדורן. דער אמבאסאדאר האט קלאר געשטעלט אז ער האט פערזענליך גערעדט מיטן מיניסטער דערוועגן, אבער אן קיין שום הצלחה.   די דאזיגע ווערטער האבן ארויסגערופן א שטורעם ביי די בעלגישע פאליטיקאנטן. אלע האבן אראפגעריסן דעם אמבאסאדאר פארן זיך "אריינמישן אין אינערליכע ענינים", בפרט ביי א זאך וואס ליגט יעצט אין געריכט. זיי האבן געטענה'ט אז אין בעלגיע איז דא א פולשטענדיגע טיילונג צווישן פאליטיק און דאס געריכט, און א פרעמדער דיפלאמאט האט נישט קיין שום רעכט זיך אריינצומישן אדער פרובירן משפיע צו זיין אויף א פסק פון א ריכטער.   צוקוקער זאגן אז די גאנצע שארפע רעאקציע קומט נאר ווייל זיי שפירן אז מ'האט באליידיגט זייער נאציאנאלע כבוד. דאס איז ביי זיי געווען אזא גרויסע זאך, אז זיי האבן גענומען אן אומגעווענליכן שריט און אריבערגערופן דעם אמבאסאדאר אים אויסצומוסר'ן אויף דעם וואס ער האט זיך געלאזט הערן מיט אזא שפראך קעגן בעלגיע. זיי זענען געווען ספעציעל אויפגעברויזט אויף דעם וואס ער האט גענוצט דאס ווארט "אנטיסעמיטיזם".   אבער טראץ דעם גרויסן דרוק, האלט דער אמבאסאדאר פעסט ביי זיין מיינונג און ער וויל זיך נישט אנטשולדיגן דערויף. ער טענה'ט אז אין דער דיפלאמאטישער וועלט ווערט ברית מילה פארעכנט אלס א רעליגיעז רעכט מיט א היסטאריע פון טויזנטער יארן, און ס'איז נאכנישט געהערט געווארן אז א לאנד זאל פרובירן זיך אריינצומישן דערין.   בעלגיע איז שוין יארן באקאנט מיט אירע ליבעראלע געזעצן, בפרט ווען עס קומט צו רעליגיעזע ענינים. אין געוויסע טיילן פון בעלגיע, אריינגערעכנט די אנטווערפענער געגנט, איז שחיטה געזעצליך פארבאטן געווארן, וואס דאס האט געפירט דערצו אז מ'מוז אימפארטירן כשר'ע פלייש קיין אנטווערפן פון אויסלאנד. דאך לאזן זיך אידן נישט אפשרעקן פון די דאזיגע גזירות און אורטיילן. מיר טוען דעם רצון השם פאר יעדן פרייז, און מיר וועלן ווייטער ממשיך זיין צו היטן די מצוות מיט מסירות נפש, נישט קוקנדיג אויף די אלע שוועריגקייטן.  

    < זעה מער ל שבט תשפ"ו 📝
  • חובות פון די רעגירונג

    שאלה: &nbsp; איך בין א 16 יעריגער בחור. מיר האבן זיך לעצטנס אריבערגעצויגן פון לאנדאן צו די "גאלדענע אמעריקע". איך האב דא אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און איך האב זייער הנאה דערפון. &nbsp; אבער פון דער אנדערער זייט, הער איך לעצטנס אז אמעריקע איז גארנישט אזוי גאלדן ווי איך האב געמיינט. איך הער אז די אמעריקאנער רעגירונג איז שולדיג טריליאנען דאלארן. איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל, אבער ס'איז פיל מער וויפיל די גאווערמענט וועט נאר אמאל קענען באצאלן... וואס מיינט דאס? ווען וועלן זיי דאס אמאל קענען אויסצאלן? איך וואוין אין א לאנד וואס איז אזויפיל שולדיג; איז דא בכלל עפעס א פלאן? וועלן מיר אמאל ארויסגיין פון די אלע שווערע חובות איידער די עקאנאמיע גייט קראכן? איך קען ממש נישט שלאפן ביינאכט פאר דאגה, ביטע ענטפערט מיר. &nbsp; תשובה: &nbsp; דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט שלאפלאזע נעכט, בין איך גראדע נישט באזארגט. אז דו הערסט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, וועסטו שוין גאנץ שנעל זען אז ס'איז גארנישט דא וואס צו מורא האבן. אויך האב איך פאר דיר גוטע נייעס: נישט איך און נישט דו וואוינען אין אמעריקע. וואו יא? דו וואוינסט ביי דיר אינדערהיים. אויב דו וועסט נישט אויסהערן קיין העדליינס און נישט ליינען קיין צייטונגען, וועסטו מער נישט זיין באזארגט איבער אמעריקע. &nbsp; אבער דאס וואס דו פרעגסט וועגן חובות, דאס איז טאקע א שטארקע דאגה. אדרבה, העלף מיר ארויס, ווייל איך אליין האב אויך ריזיגע חובות, און איך זע נישט קיין וועג בדרך הטבע וויאזוי איך זאל דאס אמאל קענען באצאלן אין מיין לעבן. &nbsp; איך האב אויגן, ב"ה איך קען זען. איך האב הענט, איך קען טאפן און שפירן. איך האב פיס, איך קען גיין. דו ווייסט בכלל וויפיל מיר זענען שולדיג פארן אויבערשטן? וויפיל געלט וואלט א בלינדער מענטש באצאלט פאר א דאקטאר וואס וואלט אים געקענט צוריקגעבן זיין ראיה? מיר האבן אזויפיל גוטס פונעם אויבערשטן; מיר זענען אזויפיל שולדיג. מיר האבן ריזיגע חובות. דאס זענען חובות וואס מיר קענען קיינמאל נישט באצאלן. &nbsp; לגבי די רעגירונג'ס חובות: ביי די רעגירונגען איז דא א באשטימטע צייט ווען יעדער חוב מוז באצאלט ווערן. אויב א רעגירונג האט נישט גענוג געלט, בארגט זי דאן פון פריש צו באצאלן די אלטע חובות. דאס איז א סיסטעם וואס אלע גרויסע לענדער ניצן. איז דאס דען נארמאל? ניין, ס'איז בכלל נישט געזונט צו לעבן אויף חובות. אבער, דער באשעפער פירט די וועלט. אויב דו דאוונסט און יעדן טאג באצאלסטו אפ א קליינע טראפ פון דיינע חובות צום באשעפער דורך רעדן צו אים און אים דאנקען, וועט דער אויבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט האבן פרנסה, און דו וועסט קיינעם גארנישט שולדיג זיין. &nbsp; שכן חובת כל היצורים לפניך ה' אלקינו להודות ולהלל

    < זעה מער כט שבט תשפ"ו 📝
  • קאנגרעס פירט דורך געזעץ וואס פארלאנגט "איי-די" ביים וויילן

    אין די לעצטע טעג האט דער אמעריקאנער קאנגרעס, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער, דורכגעפירט מיט א שמאלע מערהייט א נייע רעגולאציע איבער די רעכטן פון וויילן. לויט דעם פארשלאג וועלן אמעריקאנער בירגער מוזן אויפווייזן אז זיי זענען בירגער סיי ווען זיי רעגיסטרירן זיך צו שטימען און סיי ווען זיי גייען אפגעבן זייער שטימע ביי פעדעראלע וואלן. דער ביל, באקאנט אלס די "סעיוו אמעריקע אקט", איז אריבער אינעם הויז מיט 218 שטימען קעגן 213, מערסטנס לויט די פארטייאישע ליניעס. &nbsp; אויב דאס געזעץ וועט דורכגיין ביז'ן סוף, וועט עס פארלאנגען פון יעדן איינעם וואס רעגיסטרירט זיך צו שטימען ביי פעדעראלע וואלן אויפצואווייזן מיט דאקומענטן אז ער איז א לעגאלער בירגער. דאס געזעץ וועט אויך מחייב זיין וויילער צו ווייזן א בילד "איי-די" ביים שטים-בודקע. אזוי אויך הייסט דאס געזעץ פאר די סטעיטס איבערצוגיין די וויילער ליסטעס צו פארזיכערן אז אומלעגאלע זענען נישט דארט, און עס וועט פארשטערקערן פעדעראלע אויפזיכט אויף די סטעיט רעגיסטראציע ליסטעס. &nbsp; די שטיצער פונעם געזעץ טענה'ן אז דאס וועט פארשטערקערן די באגלייבטקייט פון די וואלן און וועט צוריקהאלטן אומלעגאלע פון זיך רעגיסטרירן און וויילן. פון דער אנדערער זייט טענה'ן די קעגנער אז דאס וועט מאכן שווער פאר מיליאנען מענטשן און וועט צוריקהאלטן בארעכטיגטע וויילער פון ארויסגיין שטימען צוליב די פילע שוועריגקייטן וואס דאס וועט גורם זיין. &nbsp; וואס עס וועט למעשה בלייבן פון דעם דאזיגן געזעץ, צי עס וועט דורכגיין דעם סענאט צי נישט, איז נאך דערווייל נישט קלאר, אבער מיר דא דארפן זיך נישט זארגן. מיר זענען דאך אלע לעגאלע סיטיזענס, אידישע קינדער פון אידישע עלטערן, וואס דאס גיט אונז די פולע רעכט צו גיין שטימען, אויפצוהויבן אונזער שטימע און לאזן הערן אונזער געשריי. מיר וועלן אויסנוצן אונזערע רעכטן און ארויסגיין יעדן טאג אויף א שפאציר, רעדן מיט אונזער טאטע וואס ווארט צו הערן פון אונז, און זיך אויסגיסן דאס הארץ און אים דערציילן אלעס וואס דריקט אונז. מיר וועלן אים דאנקען פאר אלע זיינע חסדים, דורכשמועסן מיט אים אונזערע ספיקות, און אים בעטן ער זאל אונז העלפן און מיטגיין מיט אונז וואו אימער מיר גייען. &nbsp; קודם כל און איבער אלעס וועלן מיר אים דאנקען פאר'ן זיין געבוירן צו אידישע עלטערן און פאר'ן באקומען אן ערליכע אידישע חינוך. מען האט אונז געלערנט פון גאר יונג אן איבער אמונה, שבת, דאווענען און אלעס וואס א איד דארף וויסן. בשעת מיר האבן פונקט אזוי געקענט געבוירן ווערן ביי א גוי, און אפילו אויב מיר וואלטן דאן געהאט די זכיה זיך צו געוואויר ווערן פון די הייליגע אמונה, וואלטן מיר געמוזט דורכגיין א גאר שווערן און קאמפליצירטן וועג זיך אנצושליסן אינעם עם הנבחר. און דערנאך אז מיר האבן געטראפן א רבי וואס פארשטייט אונז, א צדיק וואס רעדט דירעקט צו אונזער דור, און האט עצות פאר די היינטיגע שוועריקייטן, און מיר קריגן נישט אויף אים. &nbsp; ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו. &nbsp;

    < זעה מער כה שבט תשפ"ו 📝
  • תלמידי תלמוד תורה היכל הקודש מאכן א קידוש השם אין מאנסי

    אין די טעג זענען די טייערע תלמידים, די תינוקות של בית רבן פון תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל, ארויסגעפארן אויף א נסיעה קיין מאנסי. זיי זענען געווען באגלייט דורך די איבערגעגעבענע מלמדים, הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א און הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א. &nbsp; דורכאויס דעם באזוך האבן די קינדער געהאט די זכיה צו מתפלל זיין ביי די הייליגע ציונים פון דעם ריבניצער רבי'ן, דעם וויזשניצער רבי'ן, דעם סקולענער רבי'ן, און נאך אנדערע גרויסע צדיקים זכותם יגן עלינו. די קינדער האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אויסצוגיסן דאס הארץ פארן באשעפער מיט תמימות און פשטות. זיי האבן מתפלל געווען און געבעטן אויף אלע זייערע באדערפענישן אין זייער אייגענע שפראך, וויסנדיג דעם גרויסן כח פון רעדן צום אויבערשטן ביי קברי צדיקים, וואו מ'קען פועל'ן ביים אויבערשטן גאר גרויסע זאכן. &nbsp; דערנאך זענען די קינדער געגאנגען מנחם אבל זיין ביי משפחת לעווי, וואו מו"ה ברוך עזריאל לעווי הי"ו איז געזעצן שבעה אין מאנסי נאך זיין טייערן ברודער מו"ה יואל ע"ה, וועלכער איז ליידער פלוצלינג אוועק אין א יונגן עלטער. &nbsp; די קינדער האבן זיך אויפגעפירט מיט א געוואלדיגע דרך ארץ און האבן מחזק געווען די משפחה מיט ווערטער פון אמונה און חיזוק. נאכדעם האבן זיי געזונגען הארציגע ניגונים פון אמונה און בטחון. &nbsp; די ווערטער און די ניגונים פון די קינדער האבן איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די אנוועזנדע. די מענטשן דארט האבן באמערקט ווי שטארק זיי זענען נתעורר געווארן פון די ריינע דיבורים פון די זיסע קינדער, וואס לעבן מיט אמונה פשוטה און א קלארע ידיעה אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן. &nbsp; ביי דעם באזוך איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ קאפישער רב שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע רייד פאר די קינדער און די גאנצע משפחה. דער רב האט אויסגעדריקט זיין טיפע התפעלות פון די קינדער, זעענדיג זייער אויסערגעווענליכע איידלקייט און ריינע תמימות. &nbsp; דער רב האט ארויסגעברענגט אז די קינדער, מיט זייער אמת'ע אמונה און בטחון, זענען די וואס פילן אן דעם גרויסן חלל וואס דער שווערער פארלוסט האט איבערגעלאזט. ער האט באטאנט אז נאר אמונה און בטחון קענען באגלייטן א משפחה אין אזעלכע שווערע צייטן, און נאר דאס גיט די כוחות איבערצוקומען דעם גרויסן צער. &nbsp; די משפחה האט אויסגעדריקט א טיפע דאנקבארקייט פאר'ן חשוב'ן באזוך, און אלע אנוועזנדע זענען ארויס מיט א געוואלדיגע התחזקות און נייע כוחות, אנגעפילט מיט אמונה אינעם אויבערשטן. &nbsp; &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל ווייטער נאר הערן גוטע בשורות, שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, און מיר זאלן זוכה זיין צו הערן נאר בשורות טובות אמן.

    < זעה מער כג שבט תשפ"ו 📝
  • די טייערסטע הערשן פלייש אין די וועלט

    "האסט געהערט די נייעס? עס איז דא אין סאודי אראביע א רעסטוראנט וואס פארקויפט די טייערסטע פלייש," זאגט מיר א חבר. וואס איז די מעשה מיט דעם פלייש? עס איז דאס בעסטע און דאס געזונטסטע פלייש, ס'האט נישט קיין עם-עס-דזשי, ס'האט אלע גוטע וויטאמינען: וויטאמין עי, בי-1, בי-2, סי, די, און קעי. עס העלפט דעם מח, די אימיון סיסטעם, דאס הארץ, די אויגן און די לעבער. זיי בעטן פאר א פונט פלייש בלויז $1,999.99. &nbsp; וואס איז די מעשה מיט דעם פלייש? פארוואס איז עס אזוי גוט? און פארוואס איז עס אזוי טייער? דאס פלייש קומט פון הערשן וואס לויפן אין מדבר, און אין מדבר זענען דא וואסערן וואס קומען פון היילן וואס לויפן לאנגע מיילן אונטער דער ערד. די וואסערן זענען אויסגעמישט מיט אביסל פון די וואסערן פון מדבר סיני, וואס אין די וואסער איז אריינגעמישט אביסל פון דעם אויפגעלאזטן מן, וואס ווען די זון האט אויפגעשיינט האט עס זיך צולאזט און אריינגערינען אין די מערות. און די הערשן טרינקען פון די וואסערן, באקומען זיי אלע גוטע טעמים און אלע גוטע סגולות, און אלע ווילן דערפון פארזוכן. &nbsp; טייערע חברים אנשי שלומינו. מיר דארפן נישט לויפן קיין מדין אדער קיין סאודי אראביע צו פארזוכן פון דעם פלייש פון א הערש וואס האט געטרונקען וואסער וואס האט אין זיך א טראפקעלע מן. מיר באקומען מן פון משה רבינו אליינס. &nbsp; אמת, מען רעדט אויך אמאל פון אויבערשטן, וואס יעדע טראפקעלע אמונה, יעדע משהו אויבערשטער איז מחיה נפשות. מען שפירט אלע גוטע טעמים, עס שטארקט דעם מח, עס העלפט די אימיון סיסטעם מען זאל נישט ווערן צופאלן פונעם סמ"ך מ"ם, עס העלפט פאר די אויגן מען זאל נישט דארפן קוקן איבעראל, עס געבט גייסטישע כוחות מען זאל קענען בלייבן רואיג ווען זאכן גייען שווער. &nbsp; מיר דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר זענען אין מדבר און מיר באקומען דעם פשוטן מן פון אויבערשטן, דורך זיינע הייליגע צדיקים וואס געבן אונז צו עסן מן צו דער זעט. מען קען לערנען נאך א בריוו פון אשר בנחל, נאך א בריוו פון עצתו אמונה וואס יעדעס ווארט איז אויבערשטער, די עצה איז נאר גיין צום אויבערשטן. &nbsp; מיר דארפן ב"ה נישט זיין דער רייסער וואס איז אנטלאפן פון מדבר קיין מדין און געטראפן א הירש וואס האט א משהו וואסער וואס האט א טראפקעלע מן. ישר כח אויבערשטער פאר דעם זיסן מן וואס מיר האבן יעדן טאג. &nbsp; טעמה כי טוב סחרה לא יכבה בלילה נרה &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כג שבט תשפ"ו 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך אויף יום טוב פורים

    אין די אפיסעס פון קרן הדפסה היכל הקודש איז מען שטארק פארנומען אין די טעג. עס איז דא אסאך ארבעט א גאנץ יאר, אבער ווען מען שטייט אט איידער'ן אריינגיין אין די הייליגע ד' פרשיות וואכן, און דערמיט די פרייליכע ימים טובים פון פורים און פסח, דארף מען צוגרייטן אסאך סחורה, ווייל די מפיצים לאזן נישט נאך, און די פארלאנג איז גאר גרויס. דערפאר גייט מען אן בסייעתא דשמיא מיט גרויס פלייס צו דרוקן די הייליגע ספרים וויפיל מען קען, כדי די מפיצים זאלן האבן גענוג אז יעדער איד באשר הוא שם זאל קענען זיך מחזק זיין דערמיט און האבן מיט וואס אריינצוגיין אין די הייליגע טעג, און זיך אנפילן מיט אמונה, שמחה און חיזוק. &nbsp; פון דעם ארדערס דעפארטמענט דערציילט מען אויך אז עס קומען אריין באשטעלונגען פון אלע עקן וועלט פון אידן וועלכע ווילן האבן די ספרים אין שטוב, זיך מחיה זיין דערמיט און זיך צוגרייטן דערמיט צו די פרייליכע ימים טובים הממשמשים ובאים. &nbsp; צווישן די ספרים אויף פורים אין קרן הדפסה געפינען זיך: &nbsp; מגילת אסתר עם פירוש גנזי המלך &ndash; א שיינער און קלארער פירוש אויף מגילת אסתר געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע, וואס ברענגט אריין די מעשה פון מרדכי ואסתר אויף למעשה מיר זאלן קענען ארויסנעמען דערפון חיזוק און עצות טאג-טעגליך. א פרייליכן פורים &ndash; א הערליכער קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע אויף אידיש איבער דעם גרויסן טאג פורים. שמחת פורים און פורים שמח &ndash; הערליכע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע אויף לשון הקודש וואס וועלן אייך העלפן מאכן די ריכטיגע הכנה וויאזוי אויסצונוצן די פרייליכע טעג. הפצה קארטל אויף פורים &ndash; קויפט א פעקל קארטלעך צו קענען מפיץ זיין און דערפרייען א צווייטן איד מיט די זיסע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אין די זעלבע צייט דרוקט מען אין פולן שוואונג די פסח ספרים. צווישן זיי די הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש און אויף לשון הקודש און נאך פילע נייע און אלטע ספרים און קונטרסים פול מיט אמונה און חיזוק. &nbsp; מען קען באקומען די און אלע אנדערע ספרים ביים קרן הדפסה היכל הקודש, ביי די מפיצים אדער דורכן ברסלב סענטער שאפ וואס שיקט ארויס ארדערס איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

    < זעה מער כב שבט תשפ"ו 📝
  • א ריזיגע זאל ווערט געבויעט ביים ווייסן הויז

    אין די יעצטיגע טעג קומט פאר ביים ווייסן הויז איינע פון די גרעסטע בוי-פראיעקטן אין איר היסטאריע: מ'בויעט צו א ריזיגן נייעם זאַל פאר מלכות'דיגע מסיבות - וואס וועט גענצליך ענדערן דעם מזרח טייל פונעם ווייסן הויז. דער נייער זאַל ערווארטעט צו זיין גיגאנטיש גרויס. לויט די אפיציעלע פלענער, וועט עס אנטהאלטן ארום 90,000 סקווער פיס, וואס איז גרעסער ווי דער הויפט חלק פון ווייסן הויז, וואס איז ארום 55,000 סקווער פיס. און וועט קענען אריינעמען ביז טויזנעט געסט אויף אמאל. &nbsp; דער נייער זאל ווערט געבויעט אויף פלאץ פונעם ביז יעצטיגן מזרח פליגל, וואס פלעגט אלץ דינען אלץ די אפיס פונעם פרעזידענט'ס פרוי, און אלס א הויפט אריינגאנג פאר די באזוכער. דער גאנצער פליגל איז גענצליך אראפגעווארפן געווארן צו מאכן פלאץ פאר די נייע געביידע, וואס וועט זיין פארבינדן מיט די הויפט געביידע פונעם ווייסן הויז, וואס און וועט זיין געבויט אויפן זעלבן קלאסישן ארכיטעקטור סטיל. &nbsp; דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס ביי עטליכע קהלות אין ניו יארק בויעט מען יעצט גרויסע הערליכע חתונה זאלן פאר די פרייז פון צענדליגע מיליאנען דאלארן, און מיט די הילף פון נדבות פון אחינו בני ישראל וואס קויפן אפ די זכותים פונעם בויען, וועלן זיי גענוצט ווערן צו פארגרינגערן די הוצאות החתונה פאר די בני הקהלה אויפן שטייגער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אין היכל הקודש, און וועט געגעבן ווערן גענצליך בחנם פאר די מחותנים, זיי זאלן קענען חתונה מאכן זייערע קינדער מיט הרחבת הדעת, און נישט דארפן חלילה זיך צוריקהאלטן פון טון דעם רצון ה' און חתונה מאכן די קינדער צוליב די דרוק פון חובות וואס איז מעביר את האדם מדעתו ומדעת קונו רח"ל. &nbsp; דער זאל פונעם ווייסן הויז ווערט געשאצט צו קאסטן לכל הפחות 200 מיליאן דאלער, און אויך דא ווערט עס געבויטע מיט נדבות פון פריוואטע מענטשן, ביזנעסלייט וואס שטיצן דעם פרעזידענט.

    < זעה מער כב שבט תשפ"ו 📝
  • וויאזוי ספעיס שיפן פארן

    שאלה יא, גוטן. איך האב געזען וואס איר האט געשריבן איבער סעטעלייטס, עס איז געווען זייער אינטערעסאנט. איך האב א שאלה ספעציפיש איבער סאטעליטן, און בכלל איבער אלע זאכן וואס פליען ארום אין די "ספעיס" (חלל). &nbsp; דא ביי אונז אויף דער וועלט פארשטייען מיר וויאזוי זאכן רוקן זיך. א קאר פארט דורך דעם כח פון די עקספלאזשענס אינעם ענדזשין, דאס דרייט די רעדער, און די גרעוויטי האלט די קאר אויף דער ערד. אן עראפלאן האלט זיך אויף די פליגלען, און דער ענדזשין שטופט עס פאראויס. &nbsp; אבער וויאזוי קען זיך א סאטעליט רירן און דרייען אין ספעיס, דארט ווי עס איז נישטא קיין לופט? &nbsp; יישר כח,א. ליינער &nbsp; תשובה &nbsp; דאס איז טאקע א זייער גוטע שאלה. דער סיבה פארוואס עס איז אונז שווער צו באגרייפן וויאזוי דאס ארבעט, איז ווייל מיר לעבן דא אין אן אטמאספערע וואס איז פול מיט לופט, און מיר האבן נאך קיינמאל נישט געהאט קיין לופטלאזע עקספיריענס דא אויף אונזער וועלטל. &nbsp; בקיצור איז דער תירוץ: מען דארף נישט קיין לופט כדי זיך צו קענען רירן. יעדע פעולה וואס שטופט, שטופט אין ביידע ריכטונגען. &nbsp; עס מאכט זיך אפט ווען א מענטש טרעפט א צדיק און ער פרישט זיך אויף צו דינען דעם אויבערשטן, קען צומאל פאסירן אז ער שפירט ווי ער פאלט צוריק, און ער פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר. קודם האט מען געשפירט א געוואלדיגע קרבת אלוקים, מ'הויבט אן צו שפירן דעם אויבערשטן, אבער פלוצלינג פילט מען זיך אינגאנצן "אויסגעלאשן". א מענטש קען ווערן זייער צומישט פון אזא מצב. &nbsp; דער הייליגער רבי שרייבט דערוועגן אין ליקוטי מוהר"ן, אין א קליינע תורה, תורה רס"א: "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ, יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא, כִּי הִתְרַחֲקוּת &ndash; תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת, עַל־כֵּן נָפַל, שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. וַעֲצָתוֹ &ndash; שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, כְּאִלּוּ לֹא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם. וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ". ווען א מענטש שפירט אז ער פאלט חלילה, זאל ער וויסן אז דאס קומט אויך פונעם באשעפער. ווייל טאקע די דערווייטערונג ברענגט אים נענטער, און דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס ער איז אראפגעפאלן, כדי עס זאל אים אויפוועקן צוריקצוקומען צום אייבערשטן, און אויפפרישן זיין עבודת השם כאילו ער הייבט יעצט אן דינען דעם באשעפער צום ערשטן מאל. ווייל דאס איז א גרויסער יסוד אין עבודת השם, אז מ'מוז באמת אנהייבן יעדן איינציגן טאג פון פריש. &nbsp; אין די גשמיות'דיגע וועלט זעט מען אויך ענליך צו דעם: ווען מ'שטופט א זאך פאראויס, שטופט מען זיך אליינס צוריקצווועגס. מ'קען דאס זען זייער קלאר ביים גיין; מ'קען נאר מאכן א טריט פאראויס דורך דעם וואס מ'שטופט דעם פוס צוריקצווועגס. אזוי האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט. &nbsp; א סאטעליט אדער א ראקעט פונקציאנירט אינגאנצן אנדערש ווי א פליגער. ער שטופט נישט קיין לופט; ער פארמאגט קליינע מאטארן וואס פארברענען ברענשטאף. ווען מען וויל א ספעיס-שיף זאל זיך רוקן צו א געוויסע ריכטונג, צינדט מען אן דעם מאטאר פונעם "טראסטער", וואס דאס שטופט ארויס גאזן אויף די פונקט פארקערטע זייט פון וואו מען וויל עס שטופן. &nbsp; דאס זעלבע איז ווען מען וויל זיך אויסדרייען אדער טוישן די ריכטונג: מען צינדט אן דעם מאטאר פון די פארקערטע זייט פון דעם געווינטשענעם דריי. אבער דארט אין "ספעיס" זענען דא נאך זאכן וואס זענען אנדערש ווי דא ביי אונז. דא, ווען מען שטופט אדער מען דרייט עפעס און מען הערט אויף, וועט עס ביסלעכווייז פארלירן דעם שוואונג און זיך צוביסלעך אפשטעלן. אין ספעיס אבער, וועט עס אנהאלטן דעם זעלבן גאנג און ווייטער פארן אדער זיך דרייען אן אויפהער, ביז ווילאנג מען טוט נישט עפעס א פעולה עס אפצושטעלן. &nbsp; דאס ברענגט אונז צו נאך א נקודה למחשבה: דא ביי אונז אויף די גשמיות'דיגע וועלט, דארפן מיר כסדר באקומען פרישע "גאז" און א פרישן "שטופ". מיר דארפן האבן א צדיק און גוטע חברים וואס זאלן אונז שטענדיג דערמאנען מה חובתינו בעולמנו, און נאר אזוי קענען מיר זיך האלטן און פארן ווייטער אינעם ריכטיגן וועג בסייעתא דשמיא.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ו 📝
  • בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל ברייטערט זיך אויס בסייעתא דשמיא

    ס'איז א גרויסע שמחה צו זען די הרחבת גבולי הקדושה איבעראל אין דער גאנצער וועלט. מען זעט ווי די עצות פון הייליגן רבי'ן ווערן אלץ מער פארשפרייט איבעראל וואו עס געפינען זיך ערליכע אידן. ספעציעל זעט מען עס אין דער הייליגער שטאט קרית יואל, וואס דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט מייסד געווען, כדי ערליכע אידן זאלן קענען וואוינען אינאיינעם, וואו עס קומען כסדר צו פרישע תלמידים אין דער הייליגער חבורה. סיי דורך תלמידים פון ישיבה וואס האבן חתונה געהאט קיין קרית יואל, סיי פון פרישע אידן וואס ווערן יעדן טאג נתקרב צום רבי'ן, נאכדעם וואס זיי זעען אליין ווי זייערע לעבנס האבן זיך געטוישט צום גוטן נאכ'ן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן, און דער רבי האט זיי געמאכט לעבן מיט אמונה, און האט זיי צוגעבונדן צו דער הייליגער תורה. &nbsp; היינט צו טאגס געפינען זיך אין קרית יואל צוויי הערליכע בתי מדרשים וואו מען רעדט די דיבורים פון רבי'ן. איינס געפינט זיך אויף 8 העיס קט., אנגעפירט דורך דעם געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א, און דאס צווייטע אויף 8 פרעמישלאן ראוד, אנגעפירט דורכ'ן גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א. אין ביידע שולן קומען אריין אידן ווען זיי ווילן הערן א גוט ווארט, און הערן די ווערטער פון רבי'ן וואס וועלן ברענען ביז משיח וועט קומען. &nbsp; די געשמאקע פרויען פארזאמלונגען אין קרית יואל ווערן געפירט מיט גרויס איבערגעגעבנקייט דורך מרת קויפמאן תחי', אשת מו"ה אברהם שמעון הי"ו &ndash; 845-662-9277. &nbsp; היות אין ביהמ"ד אויף העיס קט. קומען פאר סיי די פרויען פארזאמלונג יעדן דינסטאג נאכט, און סיי דעם שיעור ליל שישי פאר מענער יעדן דאנערשטאג נאכט, און דער בית המדרש איז שוין ווייט צו ענג פאר דעם וואקסנדן ציבור, איז מען געצווינגען &ndash; ברוך ה' &ndash; צו פארגרעסערן דעם בית המדרש אויף דערווייל דאפלט אזוי גרויס ווי ביז יעצט. אויסער וואס אין די נאענטע צוקונפט האפט מען מיט בעזרת השם נאכמער אויסצוברייטערן דעם בית המדרש כדי צו קענען אקאמאדירן דעם אומגעהויערן וואוקס. &nbsp; דער פלאץ ווערט ברייטהארציג נתנדב געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, לעילוי נשמת זיין חשוב'ע אשת חיל מרת ריזל בת ר' חנני' יום טוב ליפא ע"ה, וואס זיי האבן מקדיש געווען זייער לעבן פאר'ן רבי'ן און פאר אנשי שלומינו אסאך יארן. און דער היכל וועט טראגן דעם נאמען "היכל ריזל" צו פאראייביגן און געדענקען אירע מעשים טובים. &nbsp; פארגאנגענע וואך האט מען שוין אנגעהויבן מיט די פאקטישע ארבעט און מ'האט שוין אנגעהויבן אראפצוווארפן די ווענט. מיר האפן אז מיט אויבערשטנ'ס הילף וועט די גאנצע בוי-ארבעט פארענדיגט ווערן אין די קומענדיגע וואכן, נאך פאר יו"ט פסח. דער בית המדרש גייט זיך אויסברייטערן פון די יעצטיגע בערך 900 סקווער פיס צו א רחבות'דיגן 2,500 סקווער פיס, וואס דאס וועט ברענגען א ריכטיגע הרחבת הדעת פאר די פילע לומדים און מתפללים. &nbsp; אויך וועט געעפנט ווערן א הערליכער ספרים געשעפט אינעם בית המדרש, וואו מ'וועט קענען קויפן אלע די ספרים פונעם רבי'ן, ספרים פאר מפיצים, און אלע ספרי ברסלב, ספרים פון רבי'ן, פון ר' נתן, מוהרא"ש, און פונעם ראש ישיבה. ווער עס וועט נאר דארפן סיי וועלכע ספר וועט וויסן אז עס איז דא א פלאץ וואו דאס צו באקומען בעזהשי"ת. &nbsp; די וואס ווילן האבן א זכות און מנדב זיין פאר די הוצאות פון פארגרעסערן דעם בית המדרש, וואס דאס גייט אפקאסטן בערך הונדערט טויזנט דאלאר, זאלן ביטע קאנטאקטן די גבאים פון חבורת היכל הקודש קרית יואל: מו"ה אנשיל ראזנער הי"ו &ndash; 845-502-5572 אדער מו"ה יואל ראטענבערג הי"ו &ndash; 845-662-6170. &nbsp; די דעמאלישאן איז דורכגעפירט געווארן דורך היימישע יונגעלייט פון אונזער קהילה, מיט די הילף פון מו"ה מאטי ראזענפעלד הי"ו, דער בעל הבית פון דער פירמע עקספרעס קלינינג 845-327-6997. דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל ווייטער קענען פארזעצן מיט פארשפרייטן די לעכטיגע תורה פון רבי'ן און זיינע תלמידים און מיט דעם מקרב זיין די גאולה שלימה.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ו 📝
  • ווער איז דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט?

    "ווער אימער עס האט געזאגט אז געלט קען נישט קויפן קיין פרייליכקייט, האט עכט געוואוסט וואס ער רעדט 😔," אזוי האט אילאן מאסק, דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט, היינט געשריבן. &nbsp; ווער פונקטליך איז דאס אילאן מאסק? פאר אונז פארמאגט ער נישט קיין שום ספעציעלע באדייט מער ווי יעדער אנדערער מענטש. ער איז א פשוט'ער בשר ודם, ער האט א פאמיליע, ער פירט א ביזנעס, און איין טאג וועט ער אויך שטארבן &ndash; פונקט ווי יעדער אנדערער מענטש. אבער אין דער גרויסער וועלט ווערט אילאן מאסק פאררעכנט אלס איינער פון די מערסט באקאנטע און איינפלוסרייכסטע פיגורן. ער איז א ביזנעסמאן און אן אנטרעפרענור, דער בעל הבית פון עטליכע ריזיגע קאמפאניס, צווישן זיי: "טעסלא", וואס פראדוצירט עלעקטרישע קארס; "ספעיס-עקס", וואס פראדוצירט ראקעטן; און נאך פארשידענע טעכנאלאגישע פראיעקטן אין די פעלדער פון קאמיוניקאציע און עי איי. &nbsp; זיין השפעה אין דער אלגעמיינער וועלט גייט אסאך ווייטער ווי סתם ביזנעס. די וועלט, וואס מאכט א גאנצע עבודה זרה פון געלט, נעמט אויף יעדע זאך וואס ער זאגט אדער שרייבט, ספעציעל אויף סאשעל מידיא, מיט דער גרעסטער מאס וויכטיגקייט. מען קוקט אויף אים ווי אויף איינעם וואס קען טוישן גאנצע אינדוסטריעס מיט בלויז איין ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל. &nbsp; וויפיל געלט פארמאגט ער? לויט די לעצטע שאצונגען איז ער ווערט בערך 180 ביליאן דאלאר, וואס דאס מאכט אים פאר'ן מענטש מיט'ן גרעסטן פארמעגן (מיר האבן בכוונה נישט געשריבן "דער רייכסטער מענטש", ווייל דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט בין איך) &ndash; א פארמעגן וואס איז מער ווי דריי מאל אזוי סאך ווי דער נעקסטער מענטש אויף דער ליסטע פון די גרעסטע גבירים. &nbsp; און יא, אילאן מאסק, מיט זיין גאנצן כבוד, מאכט, עשירות און פרסום, שרייבט דאס אזוי קלאר און פשוט. אבער מיר דארפן נישט קוקן אויף אילאן מאסק; ער איז נישט אונזער וועגווייזער. אפילו אויב ער זאל שרייען און אויסרופן אז נאר געלט קען ברענגען גליק, וואלט עס אונז נישט בארירט אפילו אויף א כי הוא זה. ווייל נאר וואס די תורה זאגט איז דער אמת; די גאנצע וועלט קען זאגן פארקערט, אבער די תורה קען מען נישט ענדערן אפילו מיט א קוץ של יוד. &nbsp; איזהו עשיר? השמח בחלקו. אילאן מאסק קען נישט שלאפן אויף א גאלדענע מאטראץ, אפילו אויב ער קען זיך דאס ערלויבן. ער קען נישט עסן אדער טרינקען קיין גאלד; עס זעטיגט נישט זאט. און אפילו א גביר וואס עסט סטעיק און דזשערקי יעדן טאג און וואוינט אין א מיליאן-דאלערדיגן פאלאץ, איז נישט באמת גליקליך אויב ער עפנט נישט קיין משניות. א מענטש קען זיך נישט שפירן זאט אויב ער "טרינקט" נישט קיין תהילים יעדן טאג; מען קען נישט זיין צופרידן אויב מען טוט נישט קיין חסד פאר א צווייטן יעדן טאג. &nbsp; אפילו אויב עס קוקט אויס אזוי גלאנציג און ציענדיג, איז עס נישט כדאי צו טוישן דיין לעבן פאר יענעמ'ס לעבן. ווייל אויב דו ביסט נישט צופרידן מיט דיין חלק, אויב דו קרעכצסט אפ, האסט טענות אויפן אויבערשטן, וועט עס גארנישט העלפן. אפילו אויב דו וואלסט באקומען אלעס וואס יענער האט, וואלסטו נאך אלץ געזען וואס עס פעלט דיר. &nbsp; די איינציגסטע עצה איז נאר צו לעבן מיטן אויבערשטן, און זען זיינע חסדים אין דיין יעצטיגן לעבן. אפילו מיט דיינע שוועריגקייטן, זוך אויף די פינטעלעך גוטס און הייב אן זיך צו פאקוסן דערויף; הער אויף צו קרעכצן, הייב אן זאגן "יישר כח אויבערשטער" אויף יעדן אטעם וואס דו כאפסט, הייב אן צו דאנקען אז דו ביסט אן איד. און דעמאלטס וועסטו זיין דער רייכסטער מענטש אין דער גאנצער וועלט.

    < זעה מער יח שבט תשפ"ו 📝
  • כלל ישראל באוויינט די פטירה פונעם גאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצוק"ל

    מיט גרויס צער און טרויער האט גאנץ כלל ישראל אויפגענומען די ביטערע בשורה פון לאנדאן איבער די פטירה פונעם זקן ראשי הישיבות, הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצוק"ל, ראש ישיבת הרמ"א אין לאנדאן, וועלכער איז נסתלק געווארן אין די הויכע עלטער פון 104 יאר. &nbsp; דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען א לייכטורעם פון תורה און יראת שמים. זיין גאנץ לעבן איז געווען איין שטיק עבודת השם אן קיין שום פשרות, אויסנוצנדיג יעדע מינוט פאר לערנען און דאווענען. זיינע טעגליכע תפילות זענען געווען מיט א מורא'דיגע ברען, מיט טרערן און בכיות, און די איבעריגע צייט איז ער געזעסן און געלערנט די תורה הקדושה מיט א געוואלדיגע התמדה אן קיין שום שטער. &nbsp; דער ראש ישיבה זצ"ל איז געבוירן אין וויען אין א רייכע "יעקישע" משפחה, אבער שוין פון גאר יונג האט ער געלערנט תורה מיט א געוואלדיגע ריינקייט. אין זיינע יונגע יארן האט ער זוכה געווען צו לערנען ביי גרויסע גדולי ישראל און ער האט פערזענליך געקענט די גרעסטע גדולים פונעם פריערדיגן דור, צווישן זיי: דער הייליגער סאטמארער רב זצ"ל, דער מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל, דער בריסקער רב זצ"ל, און דער הייליגער חזון איש זצ"ל. נאך מיט אכציג יאר צוריק האט ער אויסגעפירט פארשידענע האקעלע שליחות'ן פאר די דעמאלטסדיגע גדולי הדור. &nbsp; ער האט חתונה געהאט אין ירושלים עיה"ק מיט די טאכטער פון הרה"ח ר' משה בלוי ז"ל. אויפן באפעל פון זיין רבין, דער בריסקער רב זצ"ל, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לאנדאן; דער בריסקער רב האט אים דעמאלטס געזאגט אז כדי ער זאל מצליח זיין אויפצושטעלן ערליכע דורות זאל ער זיך אהין ציען. &nbsp; אין לאנדאן האט ער מייסד געווען די ישיבה הרמה ד'לאנדאן און אנגעפירט דערמיט פאר איבער זעכציג יאר. די ישיבה איז געווען די ערשטע כולל אין לאנדאן. פון דארט האט דער ראש ישיבה זכרונו לברכה אויפגעשטעלט טויזנטער דורות פון תלמידים און אויפגעצויגן זיינע אייגענע קינדער. &nbsp; ווי שטארק און פעסט ער איז געווען אין זיין עבודת השם און קנאות, איז ער פון די אנדערע זייט געווען א ווארעם-הארציגער מענטש און ווייך ווי פוטער. ער איז געווען צוגענגליך פאר יעדן איינעם און אלעמאל געבליבן פרייליך און בשמחה טראץ זיין שווער לעבן. זיין שטוב אין לאנדאן איז אלעמאל געווען אפן לרווחה; אסאך יתומים און צובראכענע אידן האבן דארט געפונען א ווארעמע היים. &nbsp; אין די לעצטע תקופה איז דער ראש ישיבה זצ"ל געווען שטארק אריינגעטון צו די די פארשידענע גזירות אויף חינוך אין לאנדאן און איבער די גאנצע וועלט. אפילו אין זיין הויכע עלטער פלעגט ער ארומפארן וואו אימער עס האט אויסגעפעלט אינטערווענירן און ראטעווען בתי חיים און קברי ישראל. ער האט אסאך געטון פאר חיזוק הדת, פאר די עדה החרדית און פאר קרן הצלה. ער האט מיטגעמאכט גרויסע רדיפות פאר זיינע פעולות אבער ער האט קיינמאל אפגעשטעלט. &nbsp; דער ראש ישיבה זצ"ל האט געלעבט ביז די 104 יאר און איז געווען בדעה צלולה ביז די לעצטע מינוט. ער האט ממשיך געווען צו זאגן שיעורים ביז ממש לעצטנס, און פאר אונזער דור איז ער געווען א מתנה מן השמים. כלל ישראל האט פארלוירן א לייב. &nbsp; מיר וועלן זיך לערנען פון דעם דאזיגן ערליכן איד און צדיק וויאזוי צו דינען דעם באשעפער טראץ אלע שוועריגקייטן און נסיונות, זיך צו שטארקן ווי א לייב און קיינמאל נישט אפנייגן פונעם דרך התורה, און אין די זעלבע צייט פארמאגן א גוט הארץ און עוסק זיין אין מעשי חסד. מיר וועלן ווייטער איבערגעבן פאר אונזערע קינדער דעם וועג פון די תורה און די זיסקייט פון אונזער הייליגער אמונה. &nbsp; דער ראש ישיבה זכרונו לברכה האט איבערגעלאזט א הערליכן דור ישרים מבורך, בנים ובני בנים, הונדערטער קינדער און אייניקלעך, אלעס ערליכע אידן ההולכים בדרך התורה והמסורה. &nbsp;

    < זעה מער יז שבט תשפ"ו 📝
  • אנשי שלומינו זענען מחזק דעם קרן הדפסה ביים יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע

    נעכטן איז פארגעקומען א הערליכע סעודת הילולא לרגל דעם עלפטן יארצייט פון אונזער גרויסן רבי'ן, מוהרא"ש זי"ע די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין די זאלן פון וועלי טערעס אין מאנסי, בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך פארזאמלט א גרויסער עולם, תלמידי היכל הקודש, זיך צו שטארקן און ווייטער גיין אין דעם וועג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אונז אויסגעלערנט, ספעציעל אין דעם ענין פון "הפצה" &ndash; צו פארשפרייטן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן. דאס איז געווען מוהרא"ש'ס עיקר זאך אויף וואס ער האט געשטרעבט א גאנץ לעבן. שוין פונעם ערשטן מאמענט וואס ער איז נתקרב געווארן צום רבי'ן, האט ער זיך פארגענומען אז ער וועט נישט רוהן ביז מ'וועט קענען באקומען דעם רבינ'ס הייליגע ספרים איבער די גאנצע וועלט, אז ס'זאל זיין גרינג פאר יעדן איינעם דאס צו געפינען. &nbsp; ער האט אליין געוואוסט ווי שטארק ער האט זיך געמוטשעט ביז ער האט געפונען א ספר פונעם רבי'ן, און ער האט געזען וואס פאר א געוואלדיגע השפעה די עצות האבן געהאט אויף אים. ער איז פארוואנדלט געווארן פון א בחור וואס האט נישט געקענט זיצן אויף איין פלאץ און האט נישט געהאט קיין געדולד אדער געפיל צום לערנען, צו א איד וואס איז אינגאנצן דבוק אינעם אויבערשטן און לערנט פלייסיג א גאנצן טאג. ער האט געוואלט אז יעדער איינער זאל האבן די מעגליכקייט צו זען דעם דאזיגן ליכטיגקייט. מ'האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודה, און דער יושב ראש, דער טאלאנטפולער יונגערמאן הרב אליעזר זיסער ווערטהיימער, האט מייסטערהאפט געפירט דעם גאנצן אוונט. &nbsp; דערנאך האט דער עולם געהאט די געלעגנהייט צו הערן הארציגע און קונסטליכע גראמען פונעם באליבטן ר' מרדכי לייב טעננער, וועלכער האט אראפגעמאלן דאס לעבן פון מוהרא"ש זצ"ל און שיין ארויסגעברענגט וויאזוי ער האט באוויזן איבערצוקומען אלע שוועריגקייטן אין זיין לעבן און אויספירן זיינע רצונות, און דאס אלעס נאר דורכ'ן כח התפלה וואס האט אים שטענדיג באגלייט. &nbsp; נאכדעם האט מען געהערט א באריכט פונעם גבאי ר' לייבי ראטה, וועלכער האט ארומגערעדט איבער אלע פעולות פון "קרן הדפסה". ער האט פארגעלייגט א באריכט פונעם בודזשעט אינאיינעם מיט די פלענער אויף ווייטער און פארשידענע נייע פראיעקטן וואס די קרן פלאנט אויסצוברייטערן מיט די הילף מיטן אייבערשטנס הילף. ער האט אויך מיטגעטיילט פערזענליכע מעשיות פון ישועות און עדות'שאפטן פון מענטשן וואס האבן געזען ישועות למעלה מדרך הטבע דורכן מנדב זיין צו דרוקן א ספר, א זאך וואס מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט אז מ'וועט זען א ישועה דורך דעם. &nbsp; שפעטער האט מען געהערט פייערדיגע דיבורים פונעם באקאנטן משמח אלקים ואנשים מו"ה מאיר מרדכי בערקאוויטש, וואס איז וועלט-בארימט מיט זיין טאלאנט צו פירן גרויסע מעמדים. ער האט אויפגעברענגט זיינע זכרונות פונעם ראש ישיבה פון יארן צוריק און וואס ער האט אלס בייגעוואוינט, און ארויסגעברענגט וואספארא געוואלדיגע זכיה דאס איז פאר אים צו זען היינט, נאך אזויפיל יארן, אז טראץ אלע רדיפות וואס ער איז אדורך, זעט מען היינט וויאזוי ס'איז אויסגעוואקסן אזא שיינע אימפעריע מיט הונדערטער תלמידים. ער האט באזונדער ארויסגעהויבן די זכיה וואס אנשי שלומינו האבן צו קענען שטענדיג הערן דעם ראש ישיבה שליט"א און זיך מחיה זיין מיט די זיסע עצות. &nbsp; נאך דעם האט דער עולם מיט גרויס דארשט אויסגעהערט די ווארימע דיבורים פון דעם ראש ישיבה שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דברי חיזוק והדרכה. דער ראש ישיבה האט ברייט ארומגערעדט און מסביר געווען וואס מוהרא"ש האט געוואלט פון אונז, וואס עס מיינט צו זיין א תלמיד פון היכל הקודש, די וויכטיגקייט פון רעדן צום אייבערשטן, דעם סדר הלימוד, שלום בית, און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די רייכע ירושה וואס מוהרא"ש זי"ע האט אונז איבערגעלאזט און געמוטיגט דעם ציבור זיך צו טיילן דערמיט. &nbsp; דערנאך האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דער עולם איז זיך צעגאנגען מיט פרישקייט ווייטער צו גיין אויף דעם דאזיגן זיסן און לעכטיגן וועג.

    < זעה מער יז שבט תשפ"ו 📝
  • כולל בוקר אנגעהויבן מיט הצלחה אין היכל הקודש מאנסי

    אין אן עקסקלוסיוון שמועס מיטן געטרייען גבאי, מו"ה הערשי זאבעל הי"ו פון היכל הקודש מאנסי, האט ער מיטגעטיילט מיט אונז גרויסע נייעס. &nbsp; ער האט אונז אינפארמירט איבער דעם נייעם כולל בוקר וואס האט זיך יעצט געעפנט אין מאנסי, וואו אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם אין בית המדרש לערנען פארן דאווענען, און דערנאך דאווענט&nbsp;מען אינאיינעם א געשמאקע שחרית. &nbsp; פרעגנדיג וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען, פארציילט ער אונז, אז פארגאנגענעם שבת איז איינער צוגעקומען צו אים און געפרעגט אפשר עפענט מען אויך א כולל בוקר, אויף דעם זעלבן וועג ווי עס גייט שוין אן ב"ה עטליכע חדשים אין שטעטל. די יונגעלייט פון שטעטל דערציילן אז עס האט אינגאנצן געטוישט זייער טאג; זיי הויבן אן דעם טאג מיט א קלארן קאפ, לערנענדיג פארטאגס ווען די לופט איז נאך פריש. דאס שטופט זיי צו גיין שלאפן צייטליך און אנהייבן דעם טאג פרי, וואס דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז דאס איז א געוואלדיגע סגולה אז די גאנצע טאג זאל גיין מיט'ן רעכטן פיס. \ דער גבאי דערציילט אז אין די ערשטע מינוט איז ער געווען היבש סקעפטיש. ער האט זיך געפרעגט צי ס'איז בכלל שייך אויסצופירן. עס האט אויסגעזען זייער שווער אפילו נאר צו פרובירן, בפרט אז אפילו שבת קודש האבן זיי קוים געהאט א מנין. ער האט באשלאסן דאס דורכצורעדן מיט'ן עולם, און צו זיין איבערראשונג האט ער געזען אז עס איז בוודאי יא דא. ער האט אנגעהויבן פרעגן איין אינגערמאן און נאך איינעם, און למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז צוועלף אינגעלייט האבן זיך צוגעכאפט דערצו. דער פלאן איז געבליבן אז מען קומט לערנען זעקס אזייגער פארטאגס, און זיבן אזייגער וועט מען זיך שטעלן דאווענען בצוותא חדא מיט אנשי שלומינו. אין פאל ווען ס'וועט נישט זיין קיין מנין זיבן אזייגער, האט ער געטראכט, איז דאך דא א שול דערנעבן וואס האט א טעגליכן מנין זיבן אזייגער, אזוי אז מ'קען אלץ גיין דאווענען דארט און די לומדי הכולל דארפן זיך נישט זארגן וועגן פארן און קומען אין אזא פאל, ווייל דער בית המדרש געפינט זיך ממש לעבן די ברסלב'ער שול. &nbsp; אומר ועושה, זונטאג מיטאג האט מען ארויסגעשיקט א מעסעדזש פאר'ן עולם מיט דער בשורה טובה אז דער נייער כולל וועט זיך עפענען דעם קומענדיגן טאג, מאנטאג אינדערפרי אי"ה. און טאקע מאנטאג אינדערפרי האט זיך דער נייער כולל געעפנט מיט גרויס הצלחה. ניין אינגעלייט זענען געווען אנוועזנד; איינער האט געפעלט ווייל ער האט געהאט א חתונה זונטאג נאכט. אבער ברוך השם, מ'האט געהאט ניין מענטשן; עס איז געווען זייער שיין, מען האט פלייסיג געלערנט און דערנאך איז מען געגאנגען דאווענען אין די אנדערע שול. מען האפט ווייטער ממשיך צו זיין מיט די הילף פון דעם אויבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח און שטארק הנאה געהאט צו הערן דעם באריכט איבער דעם נייעם כולל. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט די שיינע קהילה אין מאנסי ווייטער וואקסן און בליען, און מחזק זיין אידישע קינדער צו לערנען, דאווענען, און דינען דעם באשעפער.

    < זעה מער טז שבט תשפ"ו 📝
  • די עלעקטערעיק קראכט

    שאלה: &nbsp; וואס איז דאס אז צומאל לעשט זיך אויס די עלעקטריק, און מ'דארף גיין צום "פאנעל" דארט צו דרוקן א סוויטש כדי עס זאל צוריק אנהייבן ארבעטן? &nbsp; אליעזר שלמה טייטלבוים &nbsp; ענטפער: &nbsp; דאס איז א הערליכע און זייער א טיפע שאלה. דער תירוץ איז, אז א "סוירקעט ברעיקער" איז א ספעציעלע סוויטש וואס איז אויסגעשטעלט זיך אליין אפצוהאקן אויב עס מאכט זיך א פראבלעם מיט די עלעקטריק. ווען די לעקטער לעשט זיך אויס, פאסירט דאס קיינמאל נישט סתם אזוי; עס איז אלעמאל דא א גוטע סיבה פארוואס דאס געשעט. דער סוויטש היט אפ די ווייערס פון ווערן געשעדיגט, און עס פארמיידט &ndash; חס ושלום &ndash; אומגליקן אדער שריפות. &nbsp; ביי אונז מענטשן איז דאס פונקט דאס זעלבע. די גמרא אין מסכת תענית (דף כ"א) דערציילט אונז א מעשה וועגן א דאקטער, אבא אומנא, וואס פלעגט באקומען א גרוס (א "שלום עליכם") פון הימל יעדן איינציגן טאג. בעת וואס אביי פלעגט באקומען א גרוס פון הימל נאר איין מאל א וואך, יעדן פרייטאג צונאכטס. אביי האט געהאט א חלשות הדעת און זיך געוואונדערט: "פארוואס איז דער דאקטער מער חשוב ווי מיר? ער באקומט א גוט ווארט יעדן טאג, און איך נאר איין מאל א וואך?" האט מען אים געזאגט פון הימל: "דו קענסט נישט באווייזן דאס וואס אבא אומנא טוט." אבא אומנא האט געהאט זיינע אייגענע שווערע נסיונות וואס ער האט געדארפט איבערקומען. ער פלעגט זיין זייער אפגעהיטן מיט צניעות און היטן די אויגן ווען ער האט געדארפט באהאנלדען פרויען. אזוי אויך האט ער זייער שטארק אכטונג געגעבן אויף די כבוד פון ארימעלייט, וואס פלעגן באקומען זיינע סערוויסעס בחינם, און ער אליין האט אפילו נישט געוואוסט ווער עס האט באצאלט און ווער נישט. &nbsp; אבא אומנא האט נישט געדארפט פארלענערן שיעורים. נישט דאס וויל דער אויבערשטער פון אים. ער האט פשוט געטון דאס וואס דער אויבערשטער האט געוואלט פון אים, און דערפאר איז עס געווען זייער חשוב אין הימל. פונקט אזוי דארף אביי נישט ווערן יעצט קיין דאקטער, אביי דארף ווייטער שרייבן די גמרא און לערנען מיט זיינע תלמידים אזוי אז מיר האבן די הייליגע גמרא ביזן היינטיגן טאג וואס איז אונז מחי' אינעם שווערן גלות ביזן היינטיגן טאג. &nbsp; לאמיר צוריקגיין צו עלעקטריק. די הויפט סיבה פארוואס א ברעיקער קראכט (טריפט) איז ווען מ'שטעקט אן צופיל אפלייענסעס אויף איין ליין. למשל, א מייקראוועיוו, אן עיר קאנדישן, א העיר דרייער, אדער א וועקיום קלינער שלעפן אלע זייער אסאך ענערגיע. ווען דער ברעיקער פילט אז ער ווערט איבערגעהיצט &ndash; וואס דאס קען חס ושלום ברענגען א סכנה &ndash; לעשט ער זיך גלייך אויס. &nbsp; פשוט צוריק אנצונדן דעם סוויטש איז נישט די עצה - אויב עס זענען נאך אלץ איינגעשטעקט צופיל זאכן. מען דארף איבערלאזן נאר איין אפלייענס אויף יענעם ספעציפישן ליין, און אי"ה וועט עס ארבעטן געהעריג. אויב דאס העלפט נישט, איז כדאי צו רופן אן עקספערט וואס זאל פעסטשטעלן וואס מען דארף פארריכטן. &nbsp; אזוי אויך דארף א מענטש זוכן אן עצה ביי א צדיק ווען ער פילט אז ער אליין ווערט "איבערגעהיצט". אסאך מאל מיינען מיר אז מיר דארף טון שווערע עבודות כדי צו זיין ערליכע אידן, וואס איז נישט אלץ ריכטיג. אסאך מאל פארגעסן מיר פון די פשוטע גרינגע זאכן, וואס דער יצר הרע רעדט אונז איין אז דאס איז צו גרינג און צו פשוט. אבער אפילו אויב עס זענען דא מענטשן וואס קענען באווייזן פארשידענע שווערע זאכן, מיינט עס נאכנישט אז מיר דארפן זיי נאכמאכן; יעדער דארף טון דאס וואס ער איז אליין ביכולת. &nbsp; יעדער איינער האט זיין אייגענעם ספעציעלן תפקיד. דער הייליגער רבי ר' אלימלך פלעגט זאגן: "מיילעך וועט מען נישט שטראפן פארן נישט זיין זושא; מיילעך וועט מען שמייסן פארן נישט זיין מיילעך." &nbsp; צו פרעגן א שאלה, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com אדער רופט אדער טעקסט צו 845-445-7447.

    < זעה מער טו שבט תשפ"ו 📝
  • צפון־מזרח ראיאן איינגעטונקען אונטער שווערער ארקטישער קעלט־כוואליע

    מיר אלע האלטן מיט אין די לעצטע טעג די ציפעדיגע 'ארקטיק' קעלט-כוואליע וואס האט ארומגענומען אונזער געגנט. דער גאנצער נארט-איסט ראיאן פון אמעריקע, אריינגערעכנט ניו יארק און ניו דזשערסי, גייט יעצט דורך גאר שווערע קאלטע טעג מיט טעמפעראטורן וואס מ'האט זעלטן ווען געזען אין דער היסטאריע פון דעם דאזיגן געגנט. וועטער עקספערטן זאגן אז מיר זענען נאכנישט אריבער די סאמע קעלטסטע טעג. &nbsp; אין די לעצטע פאר טעג איז די וועטער געווען גאר קאלט, ווען אין אפסטעיט ניו יארק האט מען געהאט עטליכע נעכט מיט טעמפעראטורן אונטערן זערא. אבער דאס איז נאך גארנישט קעגן וואס מען ערווארט אין די קומענדיגע טעג, ווען די קעלט וועט גרייכן איר שפיץ פרייטאג צו נאכטס. אין קרית יואל ערווארט מען אז די טעמפעראטורן זאלן פאלן צו מער ווי 10 דעגרי אונטער זערא (וואס איז -23 צעלזיוס), בעת וואס אין שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי וועט די קעלט האלטן צווישן 5 און 10 דעגרי אונטערן זערא (-22 צעלזיוס). אין ברוקלין זאגט מען פאר אז עס וועט זיין בערך צען דעגרי פערנהייט (-12 צעלזיוס). &nbsp; בשעת מיר קוקן איבער די מיטלען וואס מ'דארף האבן כדי אויסצוהאלטן די ביטערע קעלט - מען קוקט איבער צי מען האט גענוג ווארעמע מאנטלען, שאלן, אויערן־שיצער און הענטשקעס, און מיר קוקן איבער די הייצונג סיסטעמען צו זיין פארזיכערט אז אלעס ארבעט געהעריג כדי די שטוב זאל בלייבן ווארעם &ndash; איז דאס אויך די פאסיגע צייט צו באטראכטן אונזערע שטובער צו זען אויב מיר קענען ביישטיין די שרעקליכע רוחניות'דיגע פראסטן און ווינטן וואס בלאזן ארום אונז. &nbsp; דער רבי האט געזאגט, אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין א שטורעם. נישט קיין שטורעם פון שניי, רעגן אדער ווינט, נאר א רוחניות'דיגער שטורעם. און מיר מוזן זיך צוגרייטן דערצו מיט די ריכטיגע "הייצונג סיסטעם". דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור, אז אין די זעלבע צייט וואס עס איז דא דער טריפה'נער אינטערנעט, וואו יעדער לץ פארמאגט א מייקראפאן און שטעלט זיך אהער אלס דער ווארטזאגער פאר גאנץ כלל ישראל, זענען פארהאן הייליגע ספרים וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אויבערשטן אויף אזא פארנעם אז מ'האט מיט וואס זיך צו דערווארעמען די ביינער. &nbsp; אפילו דער ווארימסטער מאנטל איז גארנישט ווערט אויב ער בלייבט הענגען אין קלאזעט. וואס העלפט א פארגעשריטענע הייצונג סיסטעם אויב דער סוויטש איז אויסגעלאשן? דערפאר מוזן מיר זיך כסדר אויפפרישן און זיך מחזק זיין דורכ'ן לערנען יעדן טאג די ספרים ווי "אשר בנחל" און "עצתו אמונה", און אריינרופן צו 'קול ברסלב' צו הערן א חיזוק שיעור. דאס דינט אלס דער בעסטער אימיון-בוסטער צו קענען בלייבן ווארעם אפילו אין די סאמע קעלטסטע וועטערס.

    < זעה מער יא שבט תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 46 to 60 of 1770 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 117 118
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com