Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל; ליל שישי אין וויליאמסבורג, מוצש"ק אין לעיקוואוד

    קומענדיגן ערב שבת קודש - עשר בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 177'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויפן הייליגן רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל". דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע: "רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען". "בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען. "צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם. "ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן. "ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות". "שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. (זעט דעם גאנצן בריוו פון ראש ישיבה "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל"?) אי"ה קומענדיגן ליל שישי ויגש, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסוברג, אויף 27 סקילמאן סט. - און מוצש"ק ויגש וועט דער ראש ישיבה אי"ה אויפטרעטן ביים יארצייט סעודה אין לעיקוואוד. פרטים וועלן נאכפאלגן בעז"ה. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה זאגן א שיינע שמועס ביי ביידע יארצייט סעודות, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער אין די הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט, נוצן די עצות און הדרכה, און עס ווייטער פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט. כל הקהל מזומנים   דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג

    < זעה מער ו טבת תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין לעיקוואוד

    פארגאנגענע וואך דינסטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין לעיקוואד, צו די קביעת מזוזות אין שטוב פון מו"ה ישעי' בערגער הי"ו. דערנאך איז געווען דארט א לחיים, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרובים וידידים, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שמועס פאר די פארזאמלטע. צווישן עולם האט זיך אויך געפונען א גרופע בחורים פון די נייע ישיבה "עצתו אמונה" אין לעיקוואד, די בחורים האבן זיך צוזאמגענומען און געגרינדעט א ישיבה וואס זאל זיך פירן אויפ'ן רבינ'ס וועג. די בחורים לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, א שיעור הלכה, און שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, זיי הערן יעדן טאג די רעקארדירטע שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט'ן הייליגן רבינ'ס דיבורים. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפרעגט די פרטים איבער די נייע ישיבה, און זיי מחזק געווען ווייטער אנצוגיין און דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה און ברען. &nbsp; ביים שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט איבער דעם, אזוי ווי ס'זענען דא אזויפיל בחורים איבער די וועלט וואס ווילן קומען לערנען אין ישיבה אבער זיי האבן נישט די מעגליכקייט דערצו, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער גרינדעט א נייע ישיבה "עצתו אמונה", ס'קאסט נישט קיין שכר לימוד, מ'דארף נישט פארן אין ערגעץ, מ'קען בלייבן אין סיי וועלכע ישיבה מען איז, נאר לערנען די בריוו פון עצתו אמונה, הערן די שיעורים, און פרובירן צו פאלגן די עצות פון הייליגן רבי'ן, און דאס איז פונקט ווי מ'לערנט אין ישיבה. קיינער דארף נישט וויסן פון דעם, מ'קען ווייטער אנגיין מיט'ן סדר היום פונקט ווי פריער, נאר ארייננעמען דעם אייבערשטן אין בילד, מיט די אלע לימודים פון הייליגן רבי'ן. נישט קיין חילוק וואו מ'וואוינט, נישט קיין חילוק וואו מ'געפונט זיך, אויב א איד נעמט די עצות פון הייליגן רבי'ן און שטארקט זיך מיט דעם, וועט ער האבן א גליקליך לעבן בזה ובבא. זעט און הערט דעם פולן שיעור

    < זעה מער כג כסלו תשפ"א 📝
  • סיום חגיגה ירושלמי געפראוועט מיט גרויס פרייד אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק

    תלמידי היכל הקודש אין ירושלים זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגענעם ליל שישי וישלח העעל"ט צום גרויסארטיגן סיום אויף מסכת חגיגה-ירושלמי, וואס ווערט געלערענט יעדן טאג - ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אז מ'זאל לערנען טעגליך דעם בי"ת נצחי - וואס איז ראשי תיבות ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, און אזוי לערנען תלמידי היכל הקודש איבער די גאנצע וועלט. עס איז געווען צוגעשטעלט א שיינעם סעודה לכבוד'ן סיום. &nbsp; דער עולם האט זיך אינאיינעם מחזק געווען פאר א לענגערע צייט, מען האט געזינגען די ניגונים פון ישיבה וואס דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידים האבן פארפאסט, ניגונים פון דאנקען דעם אייבערשטן, ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, און ניגונים פון תשובה. &nbsp; אזוי אויך איז געווען אויסגעשטעלט פארשידענע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע צו פארקויפן. &nbsp; דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט קבלות טובות ווייטער צו גיין אין די הייליגע וועגן, ביתר עז וביתר עוז. &nbsp; בילדער פונעם סיום

    < זעה מער כ כסלו תשפ"א 📝
  • צוויי טעג פארבליבן צו קויפן טיקעטס צום סיום מסכת עירובין

    נאך צוויי טעג געבליבן צו קויפן טיקעטס צום גרויסן סיום מסכת עירובין וואס וועט פארקומען קומענדיגן מוצאי שבת פרשת תולדות תשפ"א אין וויליאמסבורג &nbsp; מען קען יעצט קויפן טיקעטס ביים קליקן דעם לינק קליקט דא

    < זעה מער א כסלו תשפ"א 📝
  • צוגרייטונגען צום סיום מסכת עירובין

    נאך די גרויסע הצלחה ביים שיינעם סיום מסכת שבת, אין די ראמען פונעם דף הקהלה, דעם פארגאנגענעם זומער. ווען אנשי שלומינו האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם הערליכן רייכן פראגראם, און דאס האט געגעבן א שטארקע שטופ צו לערנען יעדן טאג כאטש א בלאט גמרא, גרייט מען זיך יעצט צום סיום מסכת עירובין וואס וועט פארקומען אי"ה אין די נאנטע וואכן. &nbsp; דעם קומענדיגן מוצש"ק פרשת תולדות וועט זיין דער סיום. &nbsp; מ'ארבעט יעצט אויף גאר א רייכער פראגראם פאר'ן סיום, מיט פילע איבעראשונגען, פון וואס יעדער וועט זיכער שטארק הנאה האבן, און זיך שטארקן מיט'ן לימוד גמרא יעדן טאג חק ולא יעבור. &nbsp; איינצלהייטן איבער דעם סיום וועט נאכפאלגן אי"ה.

    < זעה מער ג חשון תשפ"א 📝
  • הערליכע יום טוב סוכות ביי אנשי שלומינו

    גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. די ערשטע טעג יום טוב&nbsp;זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט און געשמאק מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, ביידע טעג פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א שיעור גמרא אין בבלי און ירושלמי, און ארומגערעדט דברי התחזקות, און דערנאך האט מען געדאווענט מיט געשמאק, די הלל און הושענות איז געווען גאר דערהויבן. נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט סיפורי מעשיות, און גערעדט שיינע זאכן ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין. *** מאנטאג נאכט חול המועד&nbsp;איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין וויליאמסבורג, א ברייטע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן, און אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון איבעראל מיטצוהאלטן די יארצייט סעודה, ביי די סעודה האט מען געזינגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן, און וואס מיר באקומען אלץ פון אים. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, בפרט די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, אז מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן, יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פון אינדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל, איז אבער דער אמת אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן, ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. מיר האלטן שוין 210 יאר נאכ'ן הסתלקות פון הייליגן רבי'ן, אבער דער פייער פון רבי'ן ווערט נאר שטערקער פון יאר צו יאר, עס איז מקרב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אז זיין פייער וועט שוין ברענען ביז משיח וועט קומען. אינמיטן די דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויפגערופן עטליכע וואס האבן געמאכט סיומים, און ארויסגעברענגט ווי אזוי דער רבי האט א וועג פאר יעדן צו לערנען די הייליגע תורה, און אזוי ווייטער האט מען זיך מחזק געווען מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן. נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה. *** דינסטאג חול המועד פארמיטאג&nbsp;איז פארגעקומען א סעודת סיום, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט מסיים געווען מסכת סוכה לכבוד דעם יום טוב סוכות, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מ'זאל דורכלערנען אין יעדן יום טוב די מסכתא פון יענעם יום טוב. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די מעשה וואס די גמרא דערציילט סוף מסכת סוכה פון די משמורה פון בילגה וואס מ'האט זיי גע'קנס'ט אין בית המקדש צוליב דעם וואס זי האט זיך גע'שמד'ט און חתונה געהאט מיט א יווני, און ווען די יוונים זענען אריין אין בית המקדש האט זי געשטויסן דעם מזבח און געשריגן פארוואס די מזבח עסט אויף די געלט פון די אידן און העלפט נישט ארויס די אידן ווען עס גייט זיי שווער. האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט פון פריערדיגע צדיקים אז מ'קען ארויסנעמען פון דעם אז אפילו אזא פרוי וואס איז אזוי ווייט אוועקגעפאלן, האט זי אבער נאכאלץ געהאט א געפיל צו אידן, ס'האט איר נאכאלץ וויי געטון אז אידן ליידן אזויפיל, זעט מען פון דעם אז ווי ווייט א איד פאלט נאר, האט ער נאכאלץ דאס פינטעלע איד, און מ'קען אייביג תשובה טון. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די שעדליכקייט פון הערן נייעס, ווען מ'הערט די נייעס קען מען זיך איינרעדן אז דער באאמטער קען שלעכטס טון, און יענער קען גוטס טון, דער איז שולדיג אויף דעם, און יענער איז שולדיג אויף דאס, און מ'פארגעסט אינגאנצן אז נאר דער אייבערשטער אליין פירט יעדע זאך אויף דער וועלט, און ווען מ'האט סיי וועלכע פראבלעם דארף מען זיך נאר ווענדען צו אים. און אזוי ווייטער האט מען גערעדט גאר שיינע דברי חיזוק פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט. *** דינסטאג נאכט חול המועד&nbsp;איז פארגעקומען א סעודה לכבוד די אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, צוגעשטעלט דורך מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער אהרן הכהן וואס האט עוסק געווען אין שלום בית, די מחלוקת פון קרח ועדתו אויף משה רבינו און אהרן הכהן איז געווען אז זיי האבן נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי ס'קען זיין אז די גרויסע צדיקים וואס זענען אזוי דבוק צום אייבערשטן, זאלן זיך קענען אראפלאזן אזוי שטארק צו אידישע קינדער, און זיין פארנומען זיי צו העלפן מיט זייערע פראבלעמען. דער אמת איז אבער אז ווי גרעסער א צדיק איז, אלץ מער קען ער זיך אראפלאזן און פארשטיין א צווייטן איד, און זיך אפגעבן מיט אים, אים ארויסצוהעלפן מיט וואס ער דארף, און אים אויך מקרב זיין צום אייבערשטן. דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן אז מ'קען לעבן אויף די וועלט מיט'ן אייבערשטן, ווען איינער וויל ווערן אן ערליכער איד דארף ער זיך נישט אינגאנצן אפשיידן פון די וועלט, נאר אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין זיין לעבן, צו לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן און גלייכצייטיג הנאה האבן פון די וועלט, מ'קען האבן די וועלט און יענע וועלט אינאיינעם ווען מ'נעמט אריין דעם אייבערשטן אין לעבן. נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה פאר עטליכע שעה. *** מיטוואך נאכט חול המועד&nbsp;איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן קיין קרית ברסלב אין ליבערטי, א רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן אין די סוכה פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, דער עולם האט זיך געוואשן צו די סעודה און דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט פון די עצות פון הייליגן רבי'ן, ובפרט אין שלום בית וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט אזעלכע שיינע הדרכות ווי אזוי מ'קען לעבן אינדערהיים בשלום ובשלוה און האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. *** דאנערשטאג חול המועד אינדערפרי&nbsp;האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די שיעור גמרא בבלי און ירושלמי אין קרית ברסלב ליבערטי, מ'האט מסיים געווען מסכת שקלים פון תלמוד ירושלמי. דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען, דער ראש ישיבה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הלל און הושענות מיט גרויס ווארעמקייט, און נאכ'ן דאווענען האט מען זיך געוואשן צו א סעודה אין די סוכה פון בית המדרש, לכבוד דעם סיום מסכת שקלים. ביים סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן א שיינעם שיעור, בתוך הדברים האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט איבער אחדות, דער יצר הרע וויל נאר אריינברענגען מחלוקת צווישן אידישע קינדער, און מ'דארף זיך שטארקן זיך צו האלטן אינאיינעם און נאר מחזק זיין איינער דעם צווייטן, דאס מיינט נישט צו זאגן אז יעדער דארף האלטן די זעלבע, דאס איז נישט מעגליך, נאר אז מ'זאל פארשטיין אז יענער קען אויך האבן א מיינונג, און זיך נישט קריגן, נאר זיך דורכקומען יעדע זאך אויף א שיינעם אופן. *** דאנערשטאג נאכט, ליל הושענה רבה,&nbsp;האט מען גלייך נאך מעריב געליינט משנה תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין די סוכה נעבן בית המדרש אין וויליאמסבורג. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל. דערנאך איז מען אריין אין בית המדרש וואו מ'האט אויסגעזאגט תהלים און זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר. *** אויף די&nbsp;צווייטע טעג יום טוב&nbsp;זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב צווישן אנשי שלומינו. הושענה רבה&nbsp;איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים. צווישן די פילע זאכן האט דער ראש ישיבה אויך ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, אפילו ווען מ'קען זיך נישט אויסשמועסן דאס גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, זאל מען אבער שרייען צום אייבערשטן, "הושענה - העלף מיר", מ'זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל הושענה און הושענה, אזוי דארף מען איבערזאגן טויזנט מאל פאר'ן אייבערשטן, "העלף מיר, העלף מיר, העלף מיר". ביי די לעצטע הושענות, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן, א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות. אלע שיעורים אין לויף פון חול המועד, קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, די נומערן קען מען טרעפן ביים סוף פונעם גליון. *** שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר זיך האבן מיט וואס צו פרייען אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן, און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף די וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט. ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל ווען אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט דאס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו"- אז ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן. דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. שישו ושמחו בשמחת התורה! &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp; ReplyForward

    < זעה מער כז תשרי תשפ"א 📝
  • זמנים לחג הסוכות

    זמנים פאר יום טוב סוכות אין היכל הקודש וויליאמסבורג בנשיאות הראש ישיבה שליט"א סוכות שיעור בבלי וירושלמי...........................9:30 שחרית יום א' וב'...............................10:00 מנחה יום א' וב'..................................7:00 חול המועד סוכות שיעור בבלי וירושלמי..........................9:30 שחרית בכל יום................................10:00 מנחה מעריב.....................................7:00 סעודת הילולא רבתי פון רבינו ז"ל מאנטאג נאכט חול המועד אינעם גרויסן סוכה בשעה 7:30 הושענא רבה ליינען משנה תורה.....................נאך מעריב שיעור בבלי וירושלמי.........................8:00 שחרית...........................................8:30 שמיני עצרת שיעור בבלי וירושלמי........................9:30 שחרית.........................................10:00 מנחה...........................................6:30 דערנאך זיך געזעגענען פון די סוכה שמחת תורה שיעור בבלי וירושלמי......................8:30 שחרית........................................9:00 מנחה..........................................6:15 א פרייליכן יום טוב - הגבאים

    < זעה מער יג תשרי תשפ"א 📝
  • הערליכע געהויבענע ראש השנה ביים קיבוץ פון הייליגן רבי'ן

    א הערליכער געהויבענער ראש השנה איז אריבערגעגאנגען אויף די הונדערטער טויזנטער ברסלב'ע אידן איבער די גאנצע וועלט, סיי די וועלכע האבן זוכה געווען צו זיין אין אומאן, און סיי די וועלכע האבן נישט מצליח געווען אנצוקומען, אבער האבן געדאווענט די תפלות מיט אן התקשרות צום הייליגן רבי'ן. ווי באקאנט האט די אוקריינע רעגירונג באשלאסן אום מיטוואך פרשת כי תצא אפצושליסן זייערע גרעניצן פאר א חודש צייט, פון פרייטאג כי תצא ביז נאך יום כיפור. אידישע קינדער, וואס גארן און ווארטן שוין א גאנץ יאר זוכה צו זיין צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן, האבן אויפגענומען די נייעס גאר שווער. עס זענען געווען אידן וואס האבן זיך גלייך אויפגעהויבן און געפארן קיין אומאן נאך פאר שבת, אריינצוכאפן אנצוקומען אהין נאך איידער די גרעניצן ווערן פארשפארט, זיי האבן געהאט אסאך שוועריקייטן ביים אנקומען אהין, אבער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען צום סוף אריינגעלאזט כמעט אלע אידן. דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער געזאגט אז מ'זאל נישט פארן אזוי פרי, דער רבי האט נישט פארלאנגט אז מ'זאל וואוינען אין אומאן נאר אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און אויב וועט זיין מעגליך צו פארן פאר ראש השנה וועט מען פארן. ווען עס איז געקומען די וואך פון ראש השנה, די גרעניצן פון אוקריינע זענען געווען פארמאכט, איז אבער פארט געווען פארשידענע אופנים ווי אזוי מ'האט זיך יא געקענט אריינבאקומען אין אומאן, דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער באשלאסן אז ער גייט זיך געפינען וואו אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש וועלן זיך געפינען, כאטש וואס דער ראש ישיבה אליין האט געהאט א וועג אנצוקומען אויף אומאן, האט ער אבער נישט געוואלט גיין אליין, נאר צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו. אום זונטאג פאר ראש השנה האט דער ראש ישיבה באקומען א ידיעה אז ס'איז דא א וועג אריינצוברענגען אלע תלמידי הישיבה קיין אומאן, און דאן האט זיך דער ראש ישיבה אויפגעהויבן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן און איז געפארן קיין אומאן, און איז אנגעקומען דארט בשלום. דערנאך האבן אנשי שלומינו אנגעהויבן פארן קיין אומאן, אבער אנקומענדיג אינמיטן וועג האט זיך פארשלאסן אויך די וועגן וואס איז נאך געווען אפן ביז דעמאלט, און זיי זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס. קרוב צו הונדערט אידן האבן זיך געפונען אינעם לופטפעלד אין מאלדאווא, צווישן זיי אויך די קינדער פון ראש ישיבה, פון וואו מ'האט זיי נישט ארויסגעלאזט. צענדליגע אידן זענען שטעקן געבליבן אין לאנדאן, און נאך עטליכע צענדליגע אין אונגארן, און אין נאך לענדער, און דערנאך זענען געווען פילע וואס האבן נאכנישט עספיעט ארויסצופארן פון ניו יארק. עטליכע טויזנט אידן האבן ברוך ה' זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, צווישן זיי אויך א שטיקל עולם פון תלמידי היכל הקודש. אין די וואך פאר ראש השנה האט דער ראש ישיבה זיך געפינען אין אומאן, פון וואו ער האט העפטיג געארבעט אויף אלע פראנטן צו טרעפן א וועג אריין פאר אלע אנשי שלומינו, און גלייכצייטיג האט ער כסדר געשריבן בריוו פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען געווען אונטערוועגנס, זיך צו שטארקן מיט אסאך תפלות, און בעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען אויף אומאן. אנשי שלומינו האבן זיך טאקע מחזק געווען אין אלע פלעצער, מ'האט געדאווענט און געלערנט און זיך געשטארקט איינער דעם צווייטן מיט אמונה אז אלעס פירט דער אייבערשטער זיכער צום גוטן. די הונדערט אידן אין מאלדאווע האבן זיך געבעטן ברחמים ביי די ארטיגע באאמטע אז מ'זאל זיי ארויסלאזן פון לופטפעלד כאטש צו אן האטעל, צו קענען האבן א בעט איבערצושלאפן, עפעס צו עסן נארמאל, און אזוי ווייטער. זיי האבן אבער נישט מסכים געווען בשום אופן, נאר אזויפיל האט מען גע'פועל'ט אז מ'זאל אריינלאזן עסן פאר די אידן. ארטיגע רבנים פון מאלדאווא האבן מיט גרויס געטריישאפט געשאפט כשר עסן פאר אלע אידן, און עס אריבערגעברענגט אין לופטפעלד וואו די אידן זענען געבליבן פארשפארט פאר דריי טאג. ווען עס האט זיך דערנענטערט די צייט צום הייליגן יום טוב, און די טויערן פון אוקריינע זענען נאכאלץ געווען הערמעטיש פארשלאסן, עס האט נישט געהאלפן קיין שום עסקנות און געבעטן, האט מען אנגעהויבן טראכטן זיך צוריק צו קערן אהיים. דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו אז ער איז נאר געפארן קיין אומאן מיט'ן חשבון אז מ'וועט טרעפן א וועג פאר אלע אנשי שלומינו אנצוקומען אהין, און אזוי ווי עס האט זיך נישט אויסגעארבעט וועט ער אויך צוריק קומען און פראווען דעם יום טוב אין קרית ברסלב אין ליבערטי, מיט א קיבוץ פון אנשי שלומינו, מיט אן התקשרות צום הייליגן רבי'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך טאקע גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין ניו יארק, און אזוי אויך האבן די איבריגע אנשי שלומינו אונטערוועגנס געטראפן א וועג אנצוקומען צוריק אהיים. טייל זענען נאך אנגעקומען אהיים נאך דאנערשטאג נאכט, אבער די אידן פון מאלדאווא האבן געהאט א לענגערע אפשטעל אין לאנדאן, וואו מ'האט דארט געזאגט אינאיינעם סליחות זכור ברית, און אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין ניו יאר, און זיי זענען ערשט אנגעקומען אהיים אום ערב יום טוב נאכמיטאג. עטליכע הונדערט משפחות פון אנשי שלומינו זענען געקומען אויף קרית ברסלב ליבערטי צו פראווען דעם יום טוב אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, די איינוואוינער פון שטעטל האבן אויפגענומען די פילע געסט מיט ברייטע ארעמעס, און צוגעשטעלט גענוג פלאץ פאר יעדן וואס האט נאר געוואלט קומען. די איבריגע אנשי שלומינו וואס זענען נישט אנגעקומען אהין, האבן זיך צוזאמגענומען יעדער אין זיין שטאט, צו דאווענען אינאיינעם מיט ברסלב'ע חסידים, מיט'ן הייליגן רבי'ן. אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי, סטעטן איילענד, ווי אויך אין ארץ ישראל און אין ענגלאנד, און אזוי ווייטער וואו עס וואוינען אנשי שלומינו, האט מען געמאכט א שיינעם קיבוץ, צו דאווענען אינאיינעם און זיך מקשר זיין צום הייליגן רבי'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין געהאט געשריבן פון פאראויס אז אויב וועט מען חס ושלום נישט קענען אנקומען דאס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, וויל ער מאכן דעם קיבוץ אינעם ברסלב'ער שטעטל אין ליבערטי, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט אז דאס שטעטל איז א הייליג פלאץ, אלע איינוואוינער אן אויסנאם זענען עוסק אין הפצה. דער יום טוב אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט און געשמאק. דאנערשטאג נאכט אום איינס אזייגער האט מען געזאגט סליחות זכור ברית מיט גרויס ווארעמקייט. נאך סליחות האט מען געגעבן פדיון נפש פאר'ן ראש ישיבה, ווי אויך אום ערב יום טוב האט מען געגעבן פדיון נפש, אז ווי דער רבי זאגט אז אום ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. ערב יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה אפגעווארט מיט גרויס שמחה די תלמידים וואס זענען דעמאלט אנגעקומען פון מאלדאווא. די חשובע תושבים האבן זיי אפגעווארט מיט די קארס, און זיי צוגעפירט צו זייערע באשטימטע אכסניות. ראש השנה ביים זמן איז מען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן שול אין שטעטל צו מנחה, דער ראש ישיבה שליט"א איז צוגעגאנגען צום לעצטן מנחה פון יאר וואס מ'האט געדאווענט מיט א שטארקע התעוררות, צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו. נאך מעריב איז דער עולם אריבער זיך אנווינטשן לשנה טובה ביים ראש ישיבה, וואס האט יעדן שיין אנגעווינטשן. דעם ערשטן טאג אינדערפרי, אום שבת קודש, האט מען געדאווענט אביסל שפעטער ווי געווענליך, צוליב די פילע אידן וואס זענען אנגעקומען ממש די לעצטע מינוט צום יום טוב, אז זיי זאלן אויך קענען דאווענען מיט ישוב הדעת. פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א שיעור גמרא. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הר"ר שלמה ראטה הי"ו, און דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית און מוסף ביידע טעג, וואס איז געווען זייער שיין, די בארימטע כאאר פון ישיבה אינאיינעם מיט די קינדער האבן זייער שיין מיטגעזינגען ביים דאווענען. צו מנחה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר יונה זינגער שליט"א, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע דרשה. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערמאנט וואס דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן אויף דעם וואס חז"ל זאגן אז ווען א מענטש האט געוואלט טון א מצוה, אפילו ער האט נישט מצליח געווען עס אויסצופירן, איז עס אזוי ווי ער האט מקיים געווען די מצוה, זאגט דער רבי אויף דעם אז דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינעם וואס איז גרייט יוצא צו זיין מיט דעם "אזוי ווי", אבער א איד דארף באמת יא וועלן טון די מצוה אליין, און זיך נישט פטר'ן דעם אז ס'איז שוין "אזוי ווי" ער האט עס געטון. האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט און געזאגט אז מיר אלע האבן דאך נישט סתם געוואלט פארן, נאר מ'האט זיך טאקע אנגעשטרענגט מיט מסירות נפש און געפארן, נאר מ'האט נישט געקענט אנקומען אהין, איז זיכער אז עס איז ממש אזוי ווי מ'וואלט געווען אין אומאן, און דער רבי איז זיכער מיט אונז. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט דברי חיזוק והתעוררות מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, דער שליח ציבור איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו. כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, אויך אין צווייטן טאג יום טוב האט דער עולם האט מיטגעהאלטן די געהויבענע תפלות. דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה פאר תקיעת שופר, ער האט מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין, בשעת מען בלאזט שופר צומישט מען די טענות פונעם שטן, און ער קען נישט מקטרג זיין, און דערפאר איז עס זייער א גוטע צייט וואס מ'קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מ'וויל, און איבערבעטן דעם אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן, מען זאל זיך זייער דערווייטערן פון מחלוקת, אפילו ווען מ'האלט אנדערש פון יענעם, דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן, דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער אנגעווארעמט דעם ציבור אז ווער ס'האט א שווער הארץ אויף א צווייטן, איז יעצט די ריכטיגע צייט יעדן מוחל צו זיין, און אנהויבן א נייעם בלאט אין לעבן, צו זיין בשלום ושלו מיט אלע אידישע קינדער. ווי אויך האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט אז אזוי ווי דאס יאר זענען די פרויען אויך אין שול ביים דאווענען, האט ער זיי אויך מעורר און מחזק געווען אויף צניעות. נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה, פאר'ן עמוד האט געדאווענט הר"ר מרדכי היימליך הי"ו, און דערנאך איז מען אינאיינעם געגאנגען צו תשליך צו אן ארטיגע טייך. נאך תשליך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט אין ברסלב אז אום ראש השנה טאנצט מען נישט ביז נאך תשליך. דערנאך איז מען צוריק געגאנגען אין שול וואו דער ראש ישיבה האט ווידער געזאגט א דרשה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווען דער רבי האט געלעבט זענען אנשי שלומינו געקומען צו אים דריי מאל א יאר, אום ראש השנה, שבת חנוכה, און יום טוב שבועות. דער ראש ישיבה האט דאס מסביר געווען אז דאס איז די דריי זאכן וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, ראש השנה איז מען ממליך דעם אייבערשטן, דער רבי ברענגט אריין אין אונז אזא שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער איז אלעמאל מיט אונז, און מיר קענען רעדן צו אים אין יעדע צייט; חנוכה איז א צייט וואס מ'דאנקט און מ'לויבט דעם אייבערשטן אויף אלע ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אונז כסדר, און אום יום טוב שבועות זענען מיר מקבל די הייליגע תורה, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד מיט וואס יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, און אז מיר וועלן פאלגן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, וועלן מיר זיכער זיין אמת'ע ערליכע אידן און אנקומען צו וואס מיר דארפן אנקומען. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין מיט'ן רבי'ן אויף ראש השנה, און מיר זאלן מיטנעמען די עצות פון הייליגן רבי'ן אויך אויף די גאנצע יאר, נאר מיט א צדיק קען מען מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ויום טוב היו עושים בצאתם בשלום מן הקודש, מוצאי יו"ט נאך מעריב און הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ, מ'האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכי' אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, אז מיר האבן זוכה געווען צו דאווענען אום ראש השנה מיט'ן קיבוץ פון הייליגן רבי'ן, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען זיכער גע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה. מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!

    < זעה מער ו תשרי תשפ"א 📝
  • היסטארישע מעמד "ש"ס איד" - סיום מסכת שבת

    שטייענדיג בלויז א טאג צוויי אפגערוקט פונעם גרויסארטיגן מעמד "ש"ס איד", דעם זונטאג פרשת ראה, י"ט אב, ווען אנשי שלומינו וועלן מאכן דעם גרויסן סיום אויף מסכת שבת פונעם דף הקהלה, און אנהויבן אינאיינעם מסכת עירובין, איז די התרגשות גאר גרויס מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם מעמד. מ'האט זיך געפלאגט און זיך אנגעשטרענגט אריינצוכאפן יעדן איינציגסטן טאג א בלאט גמרא, נישט קיין חילוק ווי גרויס די טירדות און שטערונגען זענען געווען, און יעצט קומט די צייט זיך צו פרייען מיט די גרויסע שמחה. דער מעמד וועט פארקומען אין די זאלן פונעם נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה אין ליבערטי, אויפ'ן אדרעס 12754 NY, Liberty. St Chestnut 39 ,וואו הונדערטער אידן וועלן פארברענגען אינאיינעם ביים געשמאקן מעמד, און זיך שטארקן מיט פרישע כוחות צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה. די ריזיגע זאלן זענען אויסגעארבעט געווארן אז ס'זאל קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור וואס איז ערווארטעט, אויף א באקוועמען פארנעם, אז יעדער זאל קענען הערן און זען און מיטהאלטן דעם געשמאקן מעמד. אום 5 אזייגער פונקטליך וועט מען זיך וואשן צו א רייכע סעודה, די טאלאנטפולע זינגערס פון די "הלווים" קווייער וועלן מהנה זיין דעם עולם, באגלייט מיט פראפעסיאנאלע מוזיק און גראמען. חשובע בעלי דרשנים וועלן האלטן דעם עולם געשפאנט. מ'וועט מסיים זיין מסכת שבת און אנהויבן מסכת עירובין, און דער ראש ישיבה שליט"א וועט זאגן דברות קודש. דערנאך וועט מען זיך ארויסלאזן אין פרייליכע טענץ, און נאך ברכת המזון וועט פארטיילט ווערן ספעציעלע חשובע מתנות פאר אלע באטייליגטע. ביים זאל איז נישטא קיין פארקינג, א גרויסער פארקינג לאט איז צוגעשטעלט געווארן נישט ווייט פון זאל, אויף .St Grant corner. Ln Darbee פון וואו ס'איז בלויז געציילטע מינוט צוצוגיין צום זאל ]זע בייגעלייגט די מאפע[. ביטע זיך האלטן צו אלע אנווייזונגען, ס'זאל זיך נישט מאכן קיין פראבלעמען מיט די שכנים און די באאמטע. שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער טז אב תשפ 📝
  • מעמד "ש"ס איד" - סיום מסכת שבת

    ווי א טאג נענטער, ווערט גרעסער די התרגשות צום בעפארשטייענדן גרויסארטיגן מעמד "ש"ס איד", וואס וועט אי"ה פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג פרשת ראה, י"ט אב, ביים סיום מסכת שבת פונעם דף הקהלה, ווען אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאמקומען אינאיינעם זיך צו שטארקן צו זיין א "ש"ס איד", עס זאל נישט דורכגיין קיין איין טאג אין לעבן אן לערנען א בלאט גמרא. אין די יעצטיגע טעג ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות צוצוגרייטן דעם מעמד. גאר א הערליכער פראגראם ווערט צוגעגרייט, אז יעדער זאל הנאה האבן און שעפן פרישע כוחות פון דעם גרויסן מעמד. מ'קען שוין קויפן טיקעטס צום מעמד אין אלע היימישע געגנטער; &nbsp; קרית ברסלב 347-585-8169 וויליאמסבורג 347-404-8738 בארא פארק 718-506-4341 מאנסי 347-374-1386 קרית יואל 845-467-5299 סטעטן איילענד 347-831-4561 דזשערסי סיטי 347-585-3187 לעיקוואד 845-608-7775 &nbsp; אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער ז אב תשפ 📝
  • מעמד "ש"ס איד" - סיום מסכת שבת

    איינע פון די זאכן וואס איז גאר שטארק ביי אנשי שלומינו, איז דאס לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא חק ולא יעבור, עס איז נישטא אזא זאך אז ס'זאל דורכגיין א טאג אן לערנען דעם טעגליכן דף הקהלה. יעצט האלט מען אינמיטן מסכת שבת, וואס מ'גייט אי"ה ענדיגן דעם זומער, און מ'גרייט זיך אויף גאר א שיינעם סיום, מעמד "ש"ס איד", ווען אלע אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאמקומען זיך צו פרייען אז מ'איז זוכה צו זיין א "ש"ס איד", אז מ'עפנט יעדן טאג אויף די הייליגע גמרא. דער מעמד ווערט פארקומען זונטאג פרשת ראה, מער דעטאלן איבער'ן מעמד וועט נאכפאלגן אי"ה. נגיל ונשיש בזאת התורה!

    < זעה מער טז תמוז תשפ 📝
  • מאנטאג נאכמיטאג: קאמפיין דערגרייכט שוין איבער 17,000,000 - 68% פונעם ציל - נאך 7 שעה צו גיין

    די הייליגע ברסלבע מוסדות איז שוין באקאנט אויף די גאנצע וועלט, אבער וויפיל אידן די הייליגע מוסדות די דרשות און גליונות האבן שוין צוריק געברענגט צום אייבערשטן איז אוממעגליך צו וויסן. די צענדליגע מעסעדזשעס וואס קומען אריין צום אפיס טעגליך נעמט איבער דאס הארץ: * וויפיל אידן פארציילן ווי זיי האבן אנגעהויבן האבן אן אמתדיגע לעבן אינדערהיים מיט זייער משפחה, זיי זענען געוואר געווארן אז אויך זיי קענען האבן שלום בית און זיך דורכקומען מיט די בני בית. * וויפיל בחורים לאזן מעסעדזשעס ווי א דרשה האט זיי געראטעוועט אין די לעצטע מינוט פון אריינפאלן אין שאול תחתית ר"ל. * וויפיל משפחות געבן איבער אז זיי האבן זיך אויסגעלערענט אז די געשוויסטער קענען זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן אפילו מ'האט חילוקי דעות. * וויפיל טויזנטער אידן האבן אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, נאכן געוואר ווערן אז אפילו זיי האבן נישט די כשרות / מוט / קאפ וכו' וכו' איז נאך אלץ דא א וועג פאר זיי צו זיין צוגעבינדן צו די תורה, און דורך די גרויסע כח פון די הייליגע תורה זענען זיי ארויסגעקראכן פון אלע זייערע פלאנטערנישן אין וואס זיי זענען אריינגעפאלן * ועל כולם, וויפיל קינדער בחורים אינגעלייט מיידלעך ווייבלעך האבן אנגעהויבן צו לעבן יעדן טאג מיטן אייבערשטן. זיי האבן אנגעהויבן צו וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא און פירט זיי אויף טריט און שריט, און ווען איינער בעוול'ט זיי ווערן זיי שוין נישט אזוי אנטוישט, און ווען זיי האבן א הצלחה אדער א דורכפאל ווייסן זיי שוין צו וועמען זיי דארפן זיך באמת ווענדן, און גיסן זיך אויס דאס הארץ כסדר צום אייבערשטן, און הייבן אן א נייע לעבן. דער ראש ישיבה וואס געט זיך אזוי שטארק איבער צו אויפלעבן און מחזק זיין אידן, און געבט כסדר די ווארימע דרשות אין ישיבה וואס פלאמט אויף צענדליגע טויזנטער אידישע הערצער פון איבער די גאנצע וועלט, ער טוט די אלע פעולות און פירט אן די הייליגע מוסדות שלא על מנת לקבל פרס, אין דעם איז אריינגערעכט די חדר, די סקול, און די ישיבה, און נאך פילע וואוילטעטיגע פעולות וואס די הייליגע מוסדות טוען פאר אידישע קינדער. דער ראש ישיבה האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעשיקט אדער אפילו פארשעמט א קינד צוליב דעם וואס די עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד, נישט קיין חילוק פארוואס. די בנינים זענען שוין לאנג אויסגעוואקסן און צו קליין, און עס פעלט זיך גאר נויטיג אויס א נייע בנין פאר די הייליגע מוסדות. לאמיר ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב, און אנטקעגן קומען דעם געטרייען ראש ישיבה און צושטייער געבן ביים יעצטיגן קאמפיין, אז ער זאל זיך ווייטער קענען אפגעבן מיט די הייליגע פעולות פון פירן די מוסדות, און נישט דארפן טראגן דעם פינאנציעלן עול. יעצט מאנטאג מיטאג קומט אריין די אפדעיטס פונעם קאמפיין, אז דער סכום האלט יעצט ביי ארום 17,000,000 פרוטה'לעך, עס איז נאר געבליבן נישט מער פון 7 שעה ביז די קאמפיין וועט פארטיג ווערן, רופט אייך אן ווארים, מען זאל אנקומען צום ציל פון נאך 8,000,000 פרוטה'לעך און געט צושטייער לכבוד איינע פון אייערע ידידים אדער באקאנטע און מאכט דעם קאמפיין פאר א קנאקעדיגע סוקסעס. בשם השם נעשה ונצליח

    < זעה מער ל סיון תשפ 📝
  • טיי אווענט אין קרית יואל פארן ברסלבע כולל אין וויליאמסבורג

    א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען נעכט אווענט אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש בסלב העיס צום טיי אווענט פארן כולל ברסלב אין וויליאמסבורג ווי מען איז געקומען שטיצן די תלמידי חכמים וואס זיצן און לערנען יעדן טאג פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופסוקים ובהוראה. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט א שיינע שיעור ווי ער האט אפעלירט ביים ציבור צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, "עס וועט דורכגיין צען יאר, ווער עס וועט פאלגן וועט אין די צייט האבן אפגעלערענט גאנץ ש"ס, און נאך אסאך מער, און דער וואס וועט מאכן חשבונות, און שפעקולירן, וועט דעמאלטס נאך אלץ האלן אינמיטן שפעקולירן". דער ראש ישיבה האט ארויסגענומען פון שאנק דעם "אוצר יומי" און געוויזן פאן ציבור, "אין בלויז עטליכע מינוט א טאג, קענט איר ענדיגן כל התורה כולה אין זיבן א האלב יאר ארום" האט דער ראש ישיבה אויסגערופן פארן ציבור. דערנאך האט זיך אנטוויקעלט א שיינע שמועסן מיט אנשי שלומינו וואס זענען געקומען, מען האט זיך דערמאנט זכרונות פון מוהרא"ש זי"ע, הר"ר מענדל ווייס שליט"א האט פארציילט א מעשה ווי ער האט געפועלט א ישועה ביי מהרא"ש זי"ע אין זכות פון מנדב זיין צו דריקן א באנד אשר בנחל. בילדער זעט די דרשה פון ראש ישיבה

    < זעה מער כז אייר תשפ 📝
  • זכרו הבהיר פון מסירת נפש איד מו"ה ראובן וויינבערג ע"ה ווערט געדענקט לטובה דורך חסידי ברסלב

    פארגאנגענעם חול המועד העעל"ט איז אוועק פון דער וועלט דער מסירת נפש איד מו"ה ראובן ב"ר נתן נטע וויינבערג ז"ל אין עלטער פון 97 יאר. ר' ראובן איז געווען פון די שטענדיגע מתפללים אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב קרית יואל אויף די פרעמישלאן גאס, וואס האט אלץ געהאט א גוט ווארט פאר יעדעם, און שטענדיג יעדעם מקבל געווען בסבר פנים יפות, און אפילו אין טיפן עלטער ווען ער האט געהאט בתי מדרשים נענטער צו זיין הויז, האט ער נאר געוואלט קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש, ווי ער איז געווען זייער באליבט ביי אלעמען. ער האט געקומען אין ביהמ"ד מיט די גרעסטע שמחה נאר כדי צו קענען זוכה זיין צו ענטפערן נאך אן אמן, זאגן נאך איין קריאת שמע, און זאגן נאך איין קדיש. ר' ראובן ז"ל איז געבוירן געווארן אין קאמוניסטישע רוסלאנד ווי ער איז נתנסה געווארן בעשר נסיונות, און האט געהאלטן אידישקייט מיט מסירת נפש, פילע ברית'ן זענען פארגעקומען אין גרעסטן געהיימניס אין זיין שטוב. ער האט זוכה געווען איבערצולאזן נאך זיך שיינע לעכטיגע דורות, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, פילע פון זיי ברסלבע חסידים תלמידי היכל הקודש. יעצט ווען ר' ראובן געפינט זיך שוין אויפן עולם האמת באקומט ער זיין פארדינטע שכר פאר אלע זיינע מצוות און מעשים טובים און מסירות נפש וואס ער האט זיך איינגעקויפט אויף דער וועלט. מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת

    < זעה מער כו אייר תשפ 📝
  • לעצטע געלעגנהייט זיך משתתף צו זיין אינעם "קמחא דפסחא" קאמפיין

    אין די לעצטע וואך פאר דעם יום טוב פסח, גייט ווייטער אן די קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח. עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג איבער הונדערט טויזנט דאלער פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די סקול. אין די יעצטיגע שווערע צייט, ווען די מוסדות זענען אפגעשלאסן, איז נאך פיל וויכטיגער צו שטיצן די חשובע מלמדים און איינגעשטעלטע וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש פאר די קינדער במשך די גאנצע יאר אין די פרידנס צייטן, און יעצט מוטשען זיי זיך צו קענען איינקויפן לכבוד יום טוב. מיט אייער ברייטע נדבה וועט איר קענען אריינברענגען א ליכטיגקייט אויף יום טוב אין פילע אידישע שטיבער. אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. רופט אריין צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 - #101 . און לאזט איבער א מעסעדזש, אדער קענט איר טעקסטן צו 917-746-7317 כל דכפין ייתי ויכול! &nbsp;

    < זעה מער ח ניסן תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 22 results

1 2
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com