Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אידישע קינדער פרישן זיך אויף ווייטער צו מעביר סדרה זיין

    מיט גרויס שמחה האט מען אויסגעשריגן פארגאנגענע וואך אין בית המדרש נאך קריאת התורה פון פרשת ויחי "חזק חזק חזק ונתחזק" ווען מען האט זיך געפרייעט מיט די גרויסע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן ספר בראשית, ווען מען האט יעדע וואך געהאט די זכיה אריבער צו גיין שנים מקרא ואחד תרגום, און אסאך גאר מיט רש"י אדער אנדערע מפרשי התורה.   אין גאנצע אידישע וועלט רעדט מען אין די טעג און מען איז מעורר איבער די גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין, ווי עס איז באקאנט אז "שמות" איז ראשי תיבות "שנים מקרא ואחד תרגום", אלע זענען מקבל אויף זיך פון יעצט אנצוהייבן נישט קיין חילוק וואס איז געווען, וועט מען פון יעצט אריבערגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך בעז"ה.   אבער וויאזוי קען מען דאס באווייזן? אז מען טראכט צוריק האט מען פאריאר אויך זיך אונטערגענומען צו מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מען איז געווען זיכער אז פון יעצט וועל איך עס באווייזן, אבער למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז ערב שבת נאך חצות האט מען עס נישט באוויזן, מה דאך זומער מיט די לאנגע פרייטאגס איז מען קוים אנגעקומען מיט די נשמה אין די הענט צום זמן, אין די קורצע ווינטערדיגע ערבי שבתות מאן דכר שמיה. דערפאר קומט דער צדיק מוהרא"ש זי"ע און איז אונז מגלה א סעיף אין שלחן ערוך "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור", מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען אז מען זאל זיך נישט פאפן אז מען וועט שוין מעביר סדרה זיין פרייטאג, נאך פון היינט זונטאג וועל איך לערנען חומש מיט תרגום פון אנפאנג ביז שני, מאנטאג וועל איך לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז מען וועט זוכה זיין צו מעביר סדרה זיין, און געניסן פון די געוואלדיגע סגולות וואס דאס ברענגט ברוחניות ובגשמיות.   מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן "א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה, וועט מען זען אז אין די קומענדיגע וואך וועט מען האבן א שאדן", צי א געלט שאדן, אדער א גרויסע בזיון אדער אנדערע עגמת נפש, און פארקערט מדה טובה מרובה, ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו די תורה, מען גייט דורך די סדרה וועט מען האבן אסאך השפעות טובות.   דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאריגע וואך אין א בריוו איבער דעם ענין, שרייבענדיג: "לערן אביסל חומש מיטן תרגום יעדן טאג, די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" אז דו וועסט יעדן טאג לערנען חומש מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די וואך - וועסטו זוכה זיין צו האבן א מוצלח'דיגע וואך; מוהרא"ש זאגט פון צדיקים: "לערנען חומש רש"י - ברענגט הצלחה"."   אויך ביים ליל שישי שיעור פון פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה ווידער גערעדט איבער דעם ענין, און געזאגט אז ביי תלמיד היכל הקודש איז די שמחה גאר גרויס אז מיר האבן געענדיגט חומש בראשית, אבער אין די וועלט איז עס נאך זייער שווער, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך דערויף מען זאל זיין נאכגעלאזט דערין, אבער מיר זענען זייער מכיר טוב פאר מוהרא"ש וואס האט אונז אויסגעלערנט א וועג וויאזוי מיר זאלן קענען באקומען דעם גרויסן מתנה.   דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אין ישיבה איז געווען א גרויסע שמחה, מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, "וואו אין דער וועלט איז נאך דא א ישיבה וואו יעדער איינער פון קליין ביז גרויס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ספר בראשית שנים מקרא ואחד תרגום"? מוהרא"ש פלעגט זאגן שטעל אפ סיי וועלכע מענטש אויף די גאס און פרעג אים צי ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איין מאל גאנץ חמשה חומשי תורה, זיכער וועסטו טרעפן יחידי סגולה וואס זענען זוכה, אבער סתם פשוטע מענטשן? דערפאר זענען מיר זייער פרייליך און מיר זענען מחזק אנדערע אידן זאל אויך טרייען דעם זיסן וועג.    תורת ד' תמימה משיבת נפש

    < זעה מער יט טבת תשפ"ד 📝
  • חלוקה "ראשית דגנך" דורך קהילת היכל הקודש אין בני ברק

    אין בני ברק גייען אן פילע פעולות צו מרבה זיין כבוד שמים, אויסער די בית המדרש, הפצה אקטיוויטעטן, די מוסדות גייען אן פילע פעולות פון חסד. &nbsp; אין ארץ ישראל איז דא צדקה קאסע, וואס דינט בערך ווי פוד סטעמפס אין אמעריקע, אבער דאס ווערט נישט אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג, דאס ווערט אויפגעהאלטן און אנגעפירט דורכן האראדאנקער רבי שליט"א פון לאנדאן. דער סיסטעם ארבעט אז אלע וואס ווילן געניסן דערפון דארפן זיך ווענדן צו זייערע קהילות וואס דארפן זיין אנגעשלאסן אין די ארגאניזאציע, און דער האראדנעקער רבי שליט"א שטעלט צו צוויי דריטל פון דאס געלט, און די קהלה דארף צולייגן א דריטל. אויך דארף מען אויספילן אן אפליקאציע און אויב קומט מען נאך די אומשטענדן ווערט מען "עלידזשיבל", מען דארף אויסרעכענען צום ביישפיל וויפיל קינדער מען האט, וויפיל געלט מען פארדינט, וויפיל עס קאסט דירה געלט, אויב מען האט גרעסערע הוצאות פאר דאקטוירים וכדומה, דערנאך באקומען די באשטעטיגטע א קארטל אויף וואס עס גייט ארויף בערך הונדערט שקל א חודש פער קינד, וואס מיט דעם געלט קען מען גיין איינקויפן אין גראסערי&nbsp; די סאמע וויכטיגסטע פראדוקטן ווי ברויט און מילך פארן שטוב, מיט וואס די אידן אין ארץ ישראל האבן פשוט צו לייגן פוטער ברויט אויפן טיש, און די קינדער גייען נישט שלאפן הונגעריג. &nbsp; די קהילה היכל הקודש אין בני ברק האט געזען פאר וויכטיג אז מיר זאלן זיך אויך אנשליסן דערין, כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו וועלכע זענען אנגעוויזן דערין. אין בני ברק דארף די גאנצע פראגראם דורכגיין די קהלה קדושה וויזניץ, וואס זיי זענען געשטעלט אויפן שטאט בני ברק מטעם דעם האראדנעקער רבי שליט"א, מען האט זיך געוואנדן צו זיי און אויסגעפילט די פאפירן, איינע פון אנשי שלומינו מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן דאס געלט וואס די קהילה דארף צושטייער געבן. נאכן מסדר זיין אלע טעכנישע ענינים, דארף מען יעצט ווארטן צוויי חדשים צו באקומען א באשטעטיגונג פון די הנהלה פון חוץ לארץ. &nbsp; דערפאר האט די הנהלה האט באשלאסן אז מען קען נישט לאזן די אינגעלייט אויפן וואסער אין די צוויי חדשים, האט מען מחליט געווען צו מאכן חלוקות פאר אנשי שלומינו כאטש אויף דערווייל. ב"ה מען האט געשאפן ברויט פון א נדבן וואס טיילט יעדע צוויי וואכן פרישע ברויט לכל דכפין, און מען האט געברענגט אין בית המדרש עטליכע קעסטלעך ברויט, דערנאך האט דער אויבערשטער געהאלפן מען האט געטראפן א נדבן וואס האט זיך אונטערגענומען צו טיילן מילך, אזוי אויך האט מען באקומען פון די גראסערי קאסט פרייז, וואס דער בעל הבית איז פון אנשי שלומינו וואס האט זיך זייער געפריידט צו קענען ארויסהעלפן, אזוי האט מען נישט געדארפט אזויפיל געלט. די איבעריגע געלט האט געשאפן ווי אויבנדערמאנט מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו. &nbsp; מ'האט א נאמען געגעבן דעם חלוקה "ראשית דגנך", וואס ראשית איז ראשי תיבות ת' איז תרומות און די איבעריגע אותיות איז מוהרא"ש'ס נאמען און דער ראש ישיבה'ס נאמען. אויסערדעם טוט דער קהילה אין בני ברק נאך פילע פעולות חסד, מען טוט אסאך אין שידוכים, אזוי אויך ארבעט אויף א טשארטער קיין אומאן מען זאל קענען פארן אינאיינעם על טהרת הקודש.

    < זעה מער יז טבת תשפ"ד 📝
  • הערליכע יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זי"ע אין מאנסי

    פארגאנגעם ערב שבת קודש עשרה בטבת העעל"ט איז אויסגעפאלן די יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבין רבי נתן זי"ע, חסידי ברסלב איבער די גאנצע וועלט האבן געפראוועט דעם גרויסן יארצייט, ווי מען איז זיך צוזאם געקומען און גערעדט פון די זיסע עצות וואס רבי נתן האט אונז איבער געלאזט, און זיך פארגענומען צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן, און צו פאלגן זיין צוואה וואס ער האט געבעטן פון זיינע תלמידים צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס אור ווייטער צו די גאנצע וועלט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט דעם יארצייט צווישן אנשי שלומינו אין מאנסי ווי מען איז זיך צוזאם געקומען און זיך געוואשן צו א סעודה פארגאנגענעם ליל שישי, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן א שטארקע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם אז אלע מתנות וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן, וואס יעדע פאר זיך איז שוין כדאי לעצמו, איז אלעס נאר צו פארדאנקען רבי נתן.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט פון די התקרבות פון רבי נתן, ווי ער איז שוין געווען מקורב צו חסידות אבער ער האט געשפירט אז עפעס פעלט אים, מען האט אים געהייסן ברענגען בייגלעך פאר מלוה מלכה און ער האט נישט געשפירט ווי ער קומט ערגעץ אן, ער האט זיך אריינגעכאפט אין א בית המדרש און אנגעהויבן זאגן תהלים מיט גרויסע בכיות ביז ער איז אנטשלאפן געווארן אינמיטן, אין חלום האט ער געזען ווי ער קריכט ארויף אויף א לייטער און פאלט אראפ, ער קריכט נאמכאמאל און פאלט ווידער, און ווען ער האט שוין געהאלטן ביים אויפגעבן זעט ער א געשטאלט פון א מענטש וועמען ער האט נאך קיינמאל נישט געזען ווי ער שרייט צו אים "אינגערמאן דראפע און דערהאלט זיך", דער ראש ישיבה האט געזאגט די ווערטער "דראפע זיך און דערהאלט זיך" מיט גרויס התעוררות, ווי צו זאגן אז דאס איז דער עיקר וואס דער רבי וויל פון אונז, מיר שפיר אז מיר ווערן פארברענט, אלעס גייט אונז מיטן פיטום אראפ, און דער רבי שרייט צו אונז "כאפ דיך אן, גיי ווייטער, געב נישט אויף", שפעטער ווען רבי נתן איז אנגעקומען צום רבין צום ערשטן מאל האט רבי נתן געזען אז דער געשטאלט וועמען ער האט געזען אין חלום איז דער הייליגער רבי.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריבער צום ענין פון קומען צום רבין אויף ראש השנה, וואס דער הייליגער רבי נתן האט תיכף ביים נתקרב ווערן פארשטאנען אז דאס איז ביים רבין גאר א גרויסע זאך, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אויף ראש השנה מוזן אלע קומען, אפילו עס איז אביסל שווערע צו פארן יעצט, אבער ווען מען ווייסט די חשיבות איז עס גארנישט שווער, און געבעטן מען זאל מאכן תפילות מען זאל קענען פארן צום רבין אויך קומענדיגע יאר. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן משניות, א זאך וואס דער הייליגער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן ער זאל טון, און מוהרא"ש האט געזאגט אז דאס דארף יעדער פרובירן צו טון, עס נעמט נישט לאנג, צען מינוט צופרי, צען מינוט מיטאג, און צען מינוט ביינאכט. זאגן די ווערטער אן נערוון, דאס טוישט א מענטש, משנה איז אותיות נשמה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך גערעדט איבער חינוך, ווי רבי נתן האט געזאגט אז ליינען קריאת שמע מיט זיינע קינדער איז אים נאך אזוי וויכטיג ווי חצות, וואס חצות איז געווען א זאך אויף וואס רבי נתן האט נישט געקענט אויפגעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער, פארציילן א מעשה, זינגען און טאנצן מיט זיי, שמועסן מיט די קינדער. און דער ראש ישיבה האט געזאגט מען דארף אכטונג געבן מען זאל נישט אוועק מאכן ערליכע אידן, און אפילו סתם אידן, וואס דארף מען רעדן פון אנדערע? וואס רעדן מען ביי דיין שבת טיש? פון דעם רבין פון יענעם רבין, מען מאכט חוזק פון ערליכע אידן, וואס פארא מעסעדזש געבט דאס פאר דיינע קינדער? &nbsp; דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער שלום בית ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן אויף די כבוד פון די פרוי, איר איבערבעטן, אפילו זי דארף דיך איבערבעטן, בעט איר איבער, זאג איר "זיי מיר מוחל", אפילו זי ענטפערט דיך שארף צוריק, דו וויסלט פלאצן צוריק שרייען "ווער דארף וועמען איבערבעטן?", זאג איר נאכמאל "זיי מיר מוחל" שלינג אראפ דעם פיל, נאכדעם וועט זיין זיס, און דאס האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט באקומט מען נאר דורך התבודדות, רעדן צום אויבערשטן. &nbsp; די אלע פשוטע דיבורים האט דער ראש ישיבה געזאגט האט מען געהערט פון מוהרא"ש וואס האט דאס מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך רבי נתן און זיינע הייליגע ספרים. דאס איז עצות וואס א מענטש קען עס נעמען און אים טוישן מן הקצה אל הקצה, און איבערדרייען זיין ביטערע לעבן צו א זיסע לעבן בזה ובבא. &nbsp; 🎦 די שיעור פון ראש ישיבה שליט"א ביים יארצייט פון רבי נתן

    < זעה מער יג טבת תשפ"ד 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן ליל שישי אין מאנסי

    דעם ליל שישי אור ליום עשרה בטבת פאלט אויס די 179'סטע יארצייט פונעם גרויסן צדיק און גאון דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבין דער הייליגער רבי נתן זי"ע, דער גרויסער תלמיד וואס ווען נישט אים "וואלט נישט איבערגעבליבן א בלעטל שמות" פון הייליגן רבין, אזוי האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט אויף זיין גרויסן תלמוד. &nbsp; מיר וועלן דא צוברענגען אין קורצן דער סיפור הדברים וויאזוי די פטירה פון הייליגן רבין נתן איז צוגעגאנגען. שבת קודש פרשת מקץ - וואס איז דאן אויסגעפאלן ווי היי יאר א טאג נאך זאת חנוכה, האט רבי נתן נאך געזאגט תורה ביי שלש סעודות, און האט געזאגט בתוך הדבריו מיט א געוואלדיגע פחד "איר זאלט וויסן אז מ'וועט זיין א מת און א גוסס, און מ'וועט מוזן ליגן מיט די פוס צום טיר", רבי נתן האט געזאגט תורה אויף די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א' ס"א) "חדי רבי שמעון", און גערעדט איבער עצות פון צדיקים, אמונת חכמים, דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים, און איבער דעם אז דער עיקר שלימות איז אז אויך ווען די נשמה גייט ארויף הויך, בלייבט מען אויך אונטן, און דערנאך איז רבי נתן געווארן זייער פרייליך. &nbsp; מוצש"ק אינמיטן די נאכט איז רבי נתן געווארן זייער שוואך, און זיין שוואכקייט איז געווארן שווערער און שטערקער יעדן טאג, מאנטאג ויגש איז רבי זאב ליבארסקע געקומען און מען האט גערעדט איבער דעם ראש השנה פון רבי'ן, און רבי נתן האט זייער שטארק גערעדט איבער די וויכטיגקייט צו קומען צום רבין אויף אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט בזה הלשון "מען וועט זיך מוזן צונויף קומען", האט אים רבי זאב געפרעגט, "וואו"?, האט אים רבי נתן געענטפערט "אויף יענער וועלט". &nbsp; דינסטאג נאכט נאך תיקון חצות האט ער געזאגט פאר רבי מאיר יודא בזה הלשון "אפילו מען זאל זיין דער ערגסטער בעל עבירה, אבי מען האלט זיך אין רבן, וועט מען בודאי תשובה טאן און מען וועט האבן א תיקון", מיטוואך זענען עטליכע תלמדים געשטאנען נעבן אים און ער האט גערעדט מיט זיי, און האט זיי געזאגט "אייער עיקר עסק זאל זיין צו דרוקן די ספרים, יפוצו מעינותיך חוצה". &nbsp; ערב שבת קודש עשרה בטבת האט ער געשמועסט מיט די תלמידים אזוי ווי א צוואה, "מען דארף זיך האלטן צוזאמען מיט א געוואלדיגע ליבשאפט, ענק זענען ערליכע אידן, נאר ענק זענען שלימזלניקעס", דערנאך האט ער זיך אנגערופן "דריי צרות האבן פאסירט עשרה בטבת, עזרא הסופר איז נסתלק געווארן, מען האט געשריבן די תורה אויף גריכיש, און דער שטאט איז צושפאלטן געווארן", דערנאך האט ער געזאגט בזה הלשון "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק, און טרייף פסול איז זיך מתגבר אזויפיל ווי ס'היינט דא אלפים ורבבות טרייף פסול. נאר איך האף, אז איין בלעטל פון ספרי רבנו וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג. נו, זאג איך אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין יפוצו מעינותיך חוצה. איר זאלט זיין שטארק מיט געלט און מיט רצון און מיט טרחא". &nbsp; דער הייליגער רבי נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת קודש תיכף נאכן ליכט צינדן מיט א מיתת נשיקה, און איז געקומען לקבורה מוצאי שבת קודש אינעם בית החיים אין שטעטל ברסלב אויבן אויפן בארג. &nbsp; דאס יאר וועט דער ראש ישיבה פירן די יארצייט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין מאנסי אויף 34 יוניאן רד. ווי מען וועט זיך וואשן צו א סעודה און דער ראש ישיבה שליט"א וועט אויפטרעטן און זיך איבערפרישן מיט די הייליגע ירושה וואס מיר האבן באקומען פון דעם גרויסן בעל הילולא זי"ע. &nbsp; די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך אנשי שלומינו אין מאנסי, ווער עס וויל קען זיך נאך משתתף זיין. ביטע רופן מרת פריעדמאן אויף 845-425-0969. &nbsp; 📜 ווער איז געווען דער הייליגער רבי נתן?

    < זעה מער ז טבת תשפ"ד 📝
  • כולל היכל הקודש טיילט אויס חנוכה ליכט פאר אלע קינדער פון ברסלבע חדר

    דער געטרייער מנהל פונעם כולל הר"ר משה ארי' שליט"א טראכט אלץ וויאזוי מ'ען אריינברענגען געלט פארן כולל, יעצט פאר חנוכה האט ער פארגעשלאגן פאר איינע פון די גרויסע נדבנים פונעם כולל אז ער קען אפקויפן די זכות פון טיילן ליכט פאר אלע קינדער פאר די פרייז פון א פרנס השבוע; דער נדבן האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, און מען האט אפגעשמועסט מיטן נדבן אז די לעכט וועט זיין לעילוי נשמת זיין חשובן זיידן דער טייערער באוויסטער איד פון וויליאמסבורג הרה"ח ר' שלמה גבריאל פליישמאן ז"ל וואס איז געווען באוויסט אלץ אן אויסנאם תלמוד חכם, א גאר פרייליכער איד, א איד וואס פלעגט מאכן פרייליך אלע וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט אים. קינד און קייט פלעגן קומען צו זיין שטוב יעדע חול המועד און זען די וואונדערבארע ארבעט וואס דער גרויסע תלמוד חכם האט אריינגעלייגט מיט זיינע פאכמאנישע הענט, און צוזאם געשטעלט אויף מיניטשור סוכה'לעך, יעדע סוכה און מסכת סוכה איז געווען אויסגעלייגט פלאי פלאים אהערגעשעטל, מ'האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואנדער פון די בקיאת נפלא און די ארטיסטישע ארבעט וואס דער איד האט אוועקגעשעלט. אויך פלעגט ער אריסשטעלן אסאך מיניטשור אויסשטעלונגען איבער וויאזוי מ'האט געלעבט אין די צייטן פון חז"ל די אבות, צום ביישפיל אברהם מיט די מלאכים, יצחק אויף די עקידה, וכדו'. &nbsp; הרה"ח ר' שלמה גבריאל וועלכע האט אויך ארויסגעגעבן פארשידענע חיבורים אויף עטליכע ענינים אין אין ש"ס, ווי מ'קען זען זיין געוואלדיגע בקיאות אין גאנץ ש"ס, האט זוכה געווען צו האבן צענדליגע אייניקלעך אין די קהילה הקדושה היכל הקודש ברסלב, נישט נאר תלמידים, פילע פון זיי אויסגערופענע מחנכים, וואס געבן זיך אפ מיט די הייליגע ארבעט פון ערציען די צאן קדשים על דרך אבותינו ורבותינו הקדושים צו געדענקען שטענדיג אז דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט מיר, און קיינער קען מיר נישט העלפן, און איך קען בעטן יעדע זאך פונעם אויבערשטן.&nbsp; &nbsp; אלץ הכרת הטוב פאר דעם חשבן נדבן האט מען געלייגט דעם זיידענ'ס נאמען הרה"ח ר' שלמה גבריאל ז"ל אויף די קרוב צו 400 חנוכה ליכט פעקלעך וואס מען האט אויסגעטיילט פאר חנוכה פאר אלע קינדער פון מוסדות היכל הקודש ברסלב, וועלכע האבן געצינדן לעכט דעם יום טוב דערמיט. &nbsp; די זכות פון די מצות נר חנוכה און די זכות פון די לימוד התורה אין כולל, ווי די אינגעלייט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, יעדער וואס קומט אריין אין כולל קען עדות זאגן דערויף, איז אלעס צום זכות פון דעם גרויסן נדבן הי"ו. מען קען זיך איינקויפן זכותים אינעם כולל, אדער אויב איינער וויל קויפן איינע פון די פילע שעפערישע געדאנקען וואס דער מנהל ר' משה ארי' האט קען זיך פארבינדן מיט אים דירקעט אויף 347-585-6166, אויך קען מען מנדב זיין פארן כולל אויפן וועבסייט thekolel.com. &nbsp; כי נר מצוה ותורה אור

    < זעה מער ב טבת תשפ"ד 📝
  • מזל טוב אנשי שלומינו צום אנהייבן פון סדר מועד אין תלמוד ירושלמי

    חסידי ברסלב תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע כאפן זיך ארויף אויף דער געלעגענהייט ווען דער באן פון ירושלמי איז אנגעקומען צו א פרישע סטאנציע, און כאפן זיך ארויף דערויף און הייבן אן יעדן טאג צו לערנען א בלאט גמרא ירושלמי. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע האט איינגעפירט אז אנשי שלומינו זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא, זאגענדיג אז בבלי ירושלמי און תוספתא זענען ראשי תיבות "בית" און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג די דריי לימודים איז מען זוכה צו קויפן א הויז אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז כדאי מען זאל זיך קויפן אליינס א הויז צו וואוינען דא אויף דער וועלט און נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן צו דינגען און זיין אנגעוויזן אויף יענעמ'ס חסדים אז ער לאזט דיר דארט וואוינען, און דיין גאנצע רענט קויפט דיר גארנישט איין, די זעלבע זאך אויף יענע וועלט פלעגט מוהרא"ש זאגן דארף זיך א מענטש באזארגן ביים לעבן ער זאל נישט זיין היימלאז, און לערנען די דריי לימודים יעדן טאג געבט פאר א מענטש וואו צו וואוינען אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז לערנען יעדן טאג די דריי לימודים איז אויך מסוגל צו קענען קויפן א הויז אויף דער וועלט. מען זעט טאקע אנשי שלומינו לערנען יעדן טאג די בית נצחי לימודים, און אפילו אינגעלייט קוים א יאר צוויי נאך די חתונה, קויפן זיך שוין א הויז. &nbsp; ווען מען רעדט איבער לערנען יעדן טאג די דריי לימודים, קען מען נישט אויסלאזן צו רעדן איבערן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין. דער הייליגער רבי האט געוואלט מיר זאלן לערנען יעדן טאג זייער אסאך, אבער אויך אויב מען קען נישט לערנען יעדן טאג אסאך זאל מען כאטש לערנען אביסל יעדן טאג, אזוי אויך זאגט דער הייליגער רבי אז ענדערש זאל מען לערנען מער אן פארשטיין, ווי איידער לערנען ווייניגער אבער טיף, דער רבי זאגט אז ווען א מענטש לערנט נאר אויב ער פארשטייט וועט ער צום סוף אלעס אפלאזן, און עס וועט גארנישט בלייבן פון אים, ער וועט איבערלאזן די וועלט אן עם הארץ אן קיין תורה. דערפאר זאל מען זיך צוגעוואוינען צו "זאגן" די ווערטער פון די הייליגע תורה, און אויב מען פארשטייט איז גוט, און אויב נישט איז אויך גוט, ווייל אויב מען לערנט שנעל וועט מען זוכה זיין צו קענען לערנען די תורה נאכאמאל און נאכאמאל, און וואס מען האט נישט פארשטאנען ביים ערשטן מאל וועט מען פארשטיין ביים צווייטן מאל אדער ביים דריטן מאל, און אויב מען וועט עס דעמאלטס אויך נישט פארשטיין איז אויך גארנישט, ווייל וואס א מענטש האט זוכה געווען צו לערנען אויף דער וועלט, וועט מען אים שוין מסביר זיין אויף יענע וועלט, און דארט וועט ער שוין אלעס פארשטיין. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט חזרן די שיחה (שיחת הר"ן סימן ע"ו) כסדר, כמעט ביי יעדע שמועס (אדער גאר ממש ביי יעדע שמועס) פלעגט מוהרא"ש דערמאנען דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין וואס זאגט אז זאגן די ווערטער פון תורה הייסט געלערענט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע מתנה פון הייליגן רבין דער סדר דרך הלימוד, וואס אן דעם וואלטן מיר געלערענט אסאך ווייניגער תורה, ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין, א מענטש האט א ווייב און קינדער, א מענטש פילט זיך אמאל בעסער און אמאל נישט, ער דארף ברענגען פרנסה, גיין צום דאקטאר, באצאלן בילס, גיין צו שמחות און אזוי ווייטער, וויאזוי וואלטן מיר זיך געקענט צוקלעבן צו די תורה אויב מען לערנט נאר ווען מען האט א חברותא, א קאפ, און געדולד? &nbsp; דערפאר וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן די געלעגענהייט און נישט קיין חילוק וואס איז געווען נעכטן, וועט מען היינט אנהייבן תלמוד ירושלמי שבת דף א און בעטן דעם אויבערשטן מען זאל קענען לערנען יעדן טאג און מיט דעם ווערן צוגעקלעבט צו די הייליגע תורה.

    < זעה מער ב טבת תשפ"ד 📝
  • הערליכע באזוך פון סעלישער רב פון קרית יואל אין שטעטל

    אנשי שלומינו האבן א שטארקע הכרת הטוב פאר'ן רב הרה"ג ר' חיים קלמן קליין שליט"א, פארן שטיין שטענדיג צוהילף ווי אימער ער האט געקענט, צוערשט מיט'ן ערלויבן דעם בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן צו נוצן זיין בעיסמענט שבת קודש און ווען מען האט געדארפט פארן געברויך פון די עזרת נשים וכדומה, און די לעצטע יארן ווען די חדר האט זיך אויסגעברייטערט, האט ער געגעבן רשות בחפץ לב אז איינע פון די חדרים זאלן זיך אריינצוען אין זיין גרויסן צימער וואס געהערט צו אים, דאס אלעס האט דער רב געטון בסבר פנים יפות, און קיין שום פאמפע בלי שום תשלום גמול. די אלע זכותים וואס קומען ארויס פונעם בית המדרש, די תפילות פון אידישע קינדער פון די נשים צדקניות, און בפרט די ריינע תורה ותפילה פון די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא וועט אלעס גיין אויפן קאנטע פונעם חשובן רב שליט"א, און דער אויבערשטער וועט אים עס זיכער באצאלן מיט רב נחת דקדושה און אלעס וואס ער דארף. &nbsp; דער רב שליט"א איז וואויל באקאנט פאר פילע קהילות דאהי אין אמעריקע, ווי דער רב שטייט צוהילף, בפרט ווען עס קומט צו מקוואות, איז דער רב שליט"א דער יחיד מומחה וואס צענדליגע קהילות האבן שוין נהנה געווען פונעם רב בעצה ותושיה, זייענדיג אויסגעקאכט אין די הלכות דורך און דורך, אזוי אויך האט ער צענדליגע יארן אומפארגלייכבארע עקספיריענס אין פראקטיק אין דעם נושא, וואס דער רב קומט אראפ און העלפט בויען טהרה ביי אידישע קינדער. אויך דא אין היכל הקודש האט שוין גאר אסאך געהאלפן, צו ערשט ביים ערשטן מקוה טהרה אין בית המדרש עצתו אמונה ביי הר"ר יואל שניטצלער, ווי ער האט געהאלפן אויפשטעלן און בויען די מקוה טהרה אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן און פראקטיש צו בעסטן אופן, דער רב האט זיך פארבינדן מיט וויזניצער דיין שליט"א פון גיבערס און מיט הרה"ג ר' איטשע טריגער שליט"א זאלן פרעזענליך אראפקומען און באגלייטן די ארבעט אז אלעס זאל זיין געבויט מיט אלע חומרות און הידורים פון בור על גבי בור, און בור דברי חיים און אזוי ווייטער. &nbsp; די זעלבע האט זיך אויסגעשטעלט ביים מקוה טהרה וואס מען האט געבויעט אויף האשקי, איז דער רב שליט"א געשטאנען צו די קהילה צו די רעטכע האנט און ארויסגעהאלפן מיט אלעם וואס עס האט אויסגעפעלט, און אלעס איז געווען בלי שום תשלום גמול. &nbsp; און בפרט לעצטענס ווען די שטעטל האט זיך אויסעשפרייט צו די פרישע געגענט אינעם ווילעדזש, האט ער געהאלפן און צושטאנד געברענגט אז די קהלה זאל באקומען דארט די בעלות אויף די ביז יעצטיגע מקוה טהרה וואס פלעגט גענוצט ווערן דורך די טויזנטער זומער איינוואוינער במשך די זומער, און יעצט איז עס מיט זיין הילף אריבער צו די קהלה, ווי עס וועט גענוצט ווערן במשך דעם גאנצן יאר בעזרת השם יתברך. אזוי אויך האט ער געשאפן א נדבן וואס האט אויסגעצאלט דאס גראבן פרישע קוועלער ביי די אלע מקוואות וואס מען האט געבויעט כדי די מקוואות זאלן זיין דאס מערסטע מהודר וואס איז שייך. &nbsp; יעצט איז דער רב אראפ געקומען אין שטעטל כדי איבערצוגיין מיטן דיין שליט"א אלע פראקטישע און הלכהדיגע ענינים פון די מקוואות, און זען מיט די אייגענע אויגן וויאזוי זאכן האבן זיך אויסגעארבעט און וויאזוי עס ווערט געפירט למעשה. &nbsp; דער רב איז קודם אנגעקומען אין בית המדרש אויף האשקי וואו די כולל זיצט און לערנט בהתמדה, און איז געגאנגען מיטן דיין אינאיינעם זען די מקוה טהרה אויף האשקי, זיי זענען דורכגעגאנגען אלע פרטים און פרטי פרטים פון די מקוה. דער רב שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט מיט גרויס התפעלות ווי גוט שיין פראקטיש און מהודר די מקוה איז אהערגעשטעלט געווארן. &nbsp; דערנאך איז מען אינאיינעם אריבערגעגאנגען צום בית המדרש אשר בנחל, ווי מען האט באזוכט די שול און די מקוה וואס מ'האט נארוואס געענדיגט בויען, און מען איז דורכגעגאגען מיטן דיין שליט"א וויאזוי צו מסדר זיין די בעסטע וועג מ'זאל קענען האבן מי גשמים. פון דארט איז מען אריבער צום געגאנגען צום בית המדרש עצתו אמונה, צו באטראכט די שול און די מקוה טהרה. &nbsp; דערנאך האט דער רב געכאפט א בליק אין די ישיבה קטנה, ווי ער האט זיך אומגעקוט ווי די בחורים לערנען פלייסיג, פון וואס דער רב האט זייער הנאה געהאט. &nbsp; דערנאך איז מען אריבער צו די נייע מקוה טהרה אין די ווילידזש וואס דער רב האט געהאלפן שאפן פאר די קהלה, ווי מען איז דורכגעגאנגען מיטן דיין וויאזוי אלעס איז דארט אהערגעשלטעט, און מען איז דורך אלע פרטים וויאזוי מען דארף זיך אומגיין דערמיט. &nbsp; פון דארט האט מען געמאכט א קורצע באזוך אין די מצה בעקעריי, איינע פון די פילע מקצועות אויף וואס דער האט אסאך ערפארונג, זייענדיג עוסק אין פירן א מצה בעקעריי שוין פאר לאנגע יארן. דער רב האט אלעס באטראכט, און געזאגט אז ער האט זייער הנאה צו זען ווי גוט אלעס איז אוועק געשטעלט, אז עס זאל זיין דאס בעסטע סיי הלכה'דיג און סיי פראקטיש. &nbsp; דער רב האט ארויסגענומען פארן דיין א נייע סארט וועלגערער וואס איז לעצטענס ערפינדן געווארן געמאכט פון מארמארשטיין, און עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינע תורה'דיגע שמועס איבער די פילע פרטי הלכות פון באקן מצות, מען האט דורכגעשמוסט די מעלות פון ביידע סארט וועלגערערס, און די צדדים לכאן ולכאן וועלכע מען זאל ענדערש נוצן, צי מ'זאל בלייבן ביים ביז יעצטיגן סיסטעם וואס האט זיך זיינע מעלות, אדער איז ענדערש מ'זאל עס איינטוישן צום נייעם סארט וואס איז געמאכט פון שטיין וואס האט פילע מעלות להלכה. צום ביישפיל עס איז גרינג צו וואשן, עס וועגט עס מער און דערפאר איז גרינגער צו וועלגערן דערמיט, אויך וויבאלד עס איז שטיין בלייבט עס קאלט - א שטארקע מעלה להלכה. &nbsp; די באזוך פונעם רב איז געווען א געוואלדיגע תועלת פאר די פילע מקוואות און אנדערע פראיעקטן וואס די קהלה האלט אינמיטן בויען.

    < זעה מער כט כסלו תשפ"ד 📝
  • ערליכע אידן דאנקען דעם אויבערשטן אינעם יום הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע

    היינטיגן טאג טוען אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן חסד וואס ער האט געטון מיט אידישע קינדער אז אינעם גרויסן הסתר פנים ביים צווייטן וועלטס קריג האט דער אויבערשטער איבערגעלאזט דעם גרויס צדיק אמת דער לוחם מלחמות ה' הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט מיט זיין גרויסע כח הקדושה באוויזן צוריק צו בויען כלל ישראל נאכן גרויס בראך, ווען כלל ישראל איז ארויסגעקומען פון אייראפע צוקלאפט און צובראכן, אידישע קינדער האבן געדארפט אנהייבן אלעס פון אל"ף. נישטא קיין משפחות, נישטא קיין קהילות, נישטא קיין רבנים, אלעס איז געווען איין שטיק תוהו ובוהו, און נאך ערגער, אינעם גרויס צומישניש איז נאך אריינגעקומען איינע פון די שווערסטע נסיונות וואס אידישע קינדער האבן נאר דורכגעמאכט אין גלות, דאס איז געווען די נסיון הציונות וועלכע האט פארפראכן פאר די עצמות היבשות גאלדענע גליקן מען זאל נאר קומען צו זיי, זיי האבן געהעצט קעגן די אמונה, קעגן דעם אויבערשטן, און געזוכט צו פארכאפן אלעמען אונטער זייערע לאפעס, און איינרעדן אז מען קען זיך אליינס נעמען א גאולה, בויען א מדינה א מיליטער, א נאציאנאליטעט מיט א שפראך און קולטור, און זיין ככל הגוים רחמנא ליצלן, האט דער אויבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און געמאכט א נס אז דער הייליגער צדיק יסוד עולם, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן ארויסגעראטעוועט געווארן אין דעם גרויסן טאג. &nbsp; דערפאר זענען אנשי שלומינו ספעצעל פרייליך אין דעם טאג, און מען לויבט און דאנקט דעם אויבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען זיך צו דרייען ביי צדיקים תלמידים פון דעם גרויסן צדיק וואס האט און אונזער דור ווייטער אריינגעפרעדיגט מיר זאל האלטן די קאפ קלאר און נישט ווערן פאדרייט פון די ווינטן פון די גויאישע גאס, וואס פרובירט מיט אלע כחות אראפ צו ווארפן אידישע קינדער צו עבירות, און זיי מאכן פארגעסן פונעם אויבערשטן. און דערפאר דארפן מיר כסדר חזר'ן די הייליגע אמונה, רעדן צום אויבערשטן, רעדן פון אויבערשטן, און אזוי וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלימה. &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו אום חודש שבט תשפ"א איבער דעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע: "דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוויסט וואס עס גייט זיין. &nbsp; אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט... &nbsp; דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור. &nbsp; וואויל זענען די וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט די מינים ואפיקורסים, די ערב רב; מען האלט זיך שטארק אין אמונה, מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען גייט אין די וועג פון די תורה, און ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט דורך משיח צדקינו במהרה בימינו. &nbsp;

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ד 📝
  • מוסיפין והולכין בית התבשיל חנוכה קאמפיין

    יעדע וואך גייט ארויס פונעם בית התבשיל היכל הקודש גרויסע געלטער פאר פילע נצרכים און בני תורה, צי זאל עס זיין א קרעדיט אין גראסערי זיי זאלן קענען איינקויפן וואס עס פעלט אויס אין שטוב, אדער איז עס אין פארעם פון א שבת פעקל וואס ווערט צוגעשיקט גרייט צו נוצן עס זאל זיין פון וואס שבת צו מאכן, א פראיעקט וואס העלפט ארויס פולע נויטבאטערפטיגע. &nbsp; דער מנהל פונעם בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו איז פארנומען צו צוזאם שטעלן יעדע וואך די גרויסע סכומים צו קענען אויסצאלן די אלע ארדערס, און ווי ער זאגט נויטיגט ער זיך זייער וויכטיג אין א באזע פון ווארימע אידן וואס זוכן צו טון חסד, און האבן א געפיל צו העלפן און שטיצן אנדערע אידן, וואס זאלן זיך איינשפאנען מיטן מיסיע פונעם בית התבשיל אז אידישע קינדער זאלן נישט גיין שלאפן הונגעריג, אדער דארפן מאכן א שבת מיט מאשין מצות און סארדינס. &nbsp; יעצט איז דער בית התבשיל ארויסגעקומען צו אנשי שלומינו מיט א רוף מען זאל מחזק זיין די עסקנים זיי זאלן נישט אונטערברעכן פונעם שווערן לאסט, און אנטקעגן קומען ביים יעצטיגן חנוכה קאמפיין און זיך באשטייערן מיט וויפיל איר קענט, און אפילו איר קענט נאר געבן א קליינע סכום, אבער פרוטה ופרוטה מצטרפת פון די נדבות וועט מען בעזר השם קענען אויסצאלן די אלע ארדערס און גראסערי קרעדיטס. &nbsp; דער מנהל בית התבשיל ר' שלמה געבט אונז איבער אז יעדע וואך קומען צו אינגעלייט וואס פרעגן צי מען קען זיי ארויסהעלפן, זיי האבן נישט מיט וואס שבת צו מאכן, די פרייזן פון עסנווארג האלט אין איין שטייגן, אבער די געהאלט בלייבט עפעס שטעקן, און קומט נישט מיט, און ר' שלמה זאגט אונז "וויאזוי קענען מיר אים אפזאגן?", אבער פון די אנדערע זייט איז די קאסע ליידיג, און די הילף אין גראסער פראיעקט קומט אויס צווישן צוויי און א האלב און דריי טויזענט דאלער יעדע וואך, דערפאר איז נישט געבליבן קיין ברירה, נאר איינצושפאנען אלע אנשי שלומינו זאלן צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן. דאס געלט גייט פאר דיין שכן, דיין קרוב, דיין ידיד וואס שעמט זיך צו קומען צו דיר פערזענליך "קענסט מיר אפשר געבן עפעס אויף שבת צו מאכן" און גייען צו ר' שלמה וואס איז דער שליח ציבור פון די אלע אידן, און ער בעט אין זייער נאמען איר זאלט אריינלייגן וויפיל איר קענט צו העלפן לייגן אויף זייער טיש גרעיפ דזשוס, חלה און פיש לכבוד שבת קודש. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע באגלייט דעם בית התבשיל שרייבט זייער שטארק איבערן בית התבשיל, אין א בריוו אום חודש אב האט דער ראש ישיבה געשריבן "עס איז דא צדקות וואס מען דארף מסביר זיין וואס די צדקה איז, וואס די צדקה טוט און וואו די געלט גייט, ביים בית התבשיל דארף מען גארנישט זאגן; אלע ווייסן וואס דאס איז, און די גאנצע שטעטל האט הנאה פונעם בית התבשיל; איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהן, אז אלע האבן נוצן פון דעם, אלע זענען זיך מחי' מיט די עסן און מיט די חלוקות וואס זיי טיילן אויס א גאנץ יאר. דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די מצוה פון צדקה זאלן מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א יאר מיט שפע. מוהרא"ש זאגט, די גרעסטע צדקה איז געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן." עד כאן פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז די זכות פון געבן צו עסן פאר אידן זאל מגין זיין פאר אייך און אייער גאנצע משפחה איר זאלט האבן פון אלעם גוטן. &nbsp;

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ד 📝
  • בי-פּעי פארמאגט שוין אכט קאמפיינס אויפן סיסטעם

    שוין איבער א יאר וואס די "בי פּעי" - "ברסלב פּעי ביי טעקסט סיסטעם" לויפט מיט גרויס הצלחה, פילע אנשי שלומינו באנוצן זיך דערמיט צו מנדב זיין צו די פילע קאמפיינס מיט וואס אונזער הייליגע קהלה איז געבענטשט, זאל עס זיין קרן הדפסה, מעמדות פאר'ן ראש ישיבה שליט"א און אזוי ווייטער, זענען אנשי שלומינו מנדב פאר די פילע צוועקן מיט א דרוק פון א קנעפל פון זייערע פשוטע פליפ פאון. &nbsp; דער סיסטעם איז העכסט סאפיסטיקירט צו קענען גרינג ארבעטן פון די פשוט'סטע טעלעפאן, אלע אנווייזונגען זענען ממש פשוט און גרינג, און איז אויסגעארבעט געווארן דורך געטרייען עסקן לכל דבר שבקדושה מו"ה אהרן פיש הי"ו, וואס האט אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות, און יעצט בסייעתא דשמיא שניידט מען די פירות. &nbsp; אין די לעצטע וואכן איז צוגעקומען זייער אסאך טרעפיק אינעם סיסטעם ווען מען האט צוגעלייגט נאך פילע קאמפיינס וועלכע נעמען שוין אן די בי פעי סיסטעם, ווי ר' אהרן געבט אונז איבער איז די שכר לימוד און מעמדות פארן ראש ישיבה שליט"א די צוויי מערסט באנוצטע קאמפיינס אויפן סיסטעם. &nbsp; די סיסטעם ארבעט זייער פשוט, מען שיקט א פשוט'ע טעקס JOIN צום נומער 845-385-2400 צו וואס דער סיסטעם וועט ריפלייען מיט קלארע און פשוטע אנווייזונגען וואס צו דורקן פאר וואס. אין יעדע צייט קען מען טעקסטן HELP אויב מען וויל וויסן וואס די אפציעס זענען.&nbsp; &nbsp; לעת עתה קען מען מנדב זיין פאר אכט קאמפיינס, יעדע קאמפיין האט אן איי.די. נומער ווי פאלגענד: RY01 איז מעמדות פארן ראש ישיבה שליט"א, KH02 איז קרן הדפסה היכל הקודש, HS03 איז די בית המדרש אויף האשקי, BH05 איז די בית התבשיל היכל הקודש, TU06 איז צאלן שכר לימוד, BG07 איז באצאלן אויפן חשבון פון בן גמלא, VH08 איז מנדב זיין פארן וועד העירוב, ME09 איז געבן פאר די מוסדות אין ארץ ישראל. &nbsp; איינמאל מען ווייסט די קאוד פונעם קאמפיין, און מען וויל צום ביישפיל געבן $180 פאר די מוסדות אין ארץ ישראל מיטן קארטל&nbsp; 1234567890123 און האט אן עקספיירעישאן דאטום פון יאנואר 2024 שיקט מען א טעקסט: ME09 180 1234567890123 0124 (די ערשטע פיר אותיות איז די קאמפיין איי.די., נאכדעם קומט די סכום געלט וואס מען איז מנדב, דערנאך קומט די נומערן פונעם קרעדיט קארד, און דערנאך די עקספיירעישאן דאטום) &nbsp; מען קען זיך גרינגער מאכן דורכן סעיוון די קרעדיט קארד, דורך טעקסטן: SAVE 1234567890123 0124 דערנאך וועט מען קומענדיגע מאל בלויז דארפן אריינלייגן די לעצטע פיר ציפערן פונעם קרעדיט קארד, כזה: ME09 180 0123 די גאנצע טעקסט איז בלויז 13 אותיות און אלעס איז פשוט און קראנט. &nbsp; אויב די עקספיירעישאן דאטום פונעם קארטל וואס ענדיגט זיך מיט 0123 טוישט זיך צום ביישפיל צו יאנואר 2027, קען מען טעקסטן: UPDATE 0123 0127 &nbsp; ווי איר זעט איז די סיסטעם ממש גרינג און פשוט, און אנשי שלומינו נוצן עס כסדר ווען מען איז מתפלל פאר א ישועה אדער מען זאגט תיקון הכללי, מען איז ביי א ציון פון א צדיק, אדער ערב שבת פאר לעכט צינדן און מען וויל מנדב זיין צדקה פאר'ן הייליגן רבין שיקט מען א טעסט וואס נעמט עטליכע סעקונדעס, און מען קויפט זיך איין זכותים לנצח נצחים. &nbsp; אדרבה פרובירט עס אויס, און שיקט שוין א טעסט JOIN צו 845-385-2400

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ד 📝
  • גריסן פון אנשי שלומינו אין קאנאדא

    וואס טוט ביי אונזערע ברודער אין מאטריאל און טאהש אין קאנאדע? מיר האבן געכאפט א שמועס מיטן גרויסן מפיץ הר"ר שלום אלי' אינדיג שליט"א היינט זונטאג, בשעת ער איז געווען פארנומען גיין אויף הפצה, און געהערט פון אים שיינע גריסן פון אנשי שלומינו אינעם צפון חלק פון די אמעריקאנע קאנטינענט. &nbsp; ווי ער פארציילט אונז קומען זיך אנשי שלומינו צוזאם יעדע ליל שישי אין שטוב פון הר"ר שמואל לייב פעלבערבוים הי"ו אין קרית טאהש ווי מען האלט מיט א לייוו הוקאפ פונעם שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מען איז זיך מחזק מיט די הייליגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז דולה ומשקה מתורתו של מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; ווי ער געבט אונז איבער גייט אן די הפצה מיט'ן גאנצן קנאק און אנשי שלומינו אינעם קאלטן קאנאדע זענען זייער ווארעם ווען עס קומט צו הפצה, און טראץ וואס דער סמ"ך מ"ם קריצט מיט די ציין און לייגט אונטער פיסלעך ווי נאר ער קען גייט מען הפצה אין אלע געגענטער ווי עס וואוינען ערליכע אידן, זאל עס זיין חסידיש, ליטוויטש, מאדערן אדער קרית טאהש. ברוך השם אז עס קומען כסדר צו פרישע מקורבים אין מאנטריאל, און מען האפט אז בקרוב וועט מען קענען מאכן א באזונדערע צוזאם קום אין מאנטריאל מיט צו האלטן די ליל שישי שיעור, אזוי אז אויך די אידן אין מאנטריאל זאלן זיך קענען דערווארימען אינעם פייער פונעם הייליגן רבין וואס טליעט און ברענט מיט יעדן טאג אלץ שטערקער און שטערקער. &nbsp; אויך זאגט ער אונז אז יעדע וואך ווערן געדרוקט דורך אנשי שלומינו לאקאל עטליכע הונדערט גליונות וואס ווערט פארשפרייט דורך עטליכע מפיצים אין צענדליגע שולן, אויך שיקט די קרן הדפסה יעדע שטיק צייט ווען עס מאכט זיך א שליח, פעקלעך פון ספרים, קונטרסים וואס די מפיצים פארשפרייטן צווישן אידישע קינדער אין קרית טאהש, מאנטריאל און טאראנטא. &nbsp; אזוי אויך קומט מען זיך כסדר צוזאם צו די יארצייטן ביי אנשי שלומינו ביי וועלכע מען חזר'ט איבער די לעכטיגע עצות און חיזוק, צי זאל עס זיין חול המועד סוכות ביים יארצייט פון הייליגן רבין, אדער עשרה בטבת ביים יארצייט פון הייליגן רבין נתן, אדער י"ז שבט ווען עס פאלט אויס די יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט אריינגעברענגט דעם הייליגן רבין אור אינעם הייטיגן אור, און האט זיך מוסר נפש געווען אז אויך מיר זאלן קענען לעבן טאג טעגליך מיט די עצות וואס העלפן אונז דינען דעם אויבערשטן. &nbsp; אנשי שלומינו אין מאנטריאל דאנקען דעם אויבערשטן אויף די חסדים ווי ווייט מען איז אנגעקומען ביז יעצט, און מען איז ווייטער מתפלל אז מען זאל ווייטער קענען פארשפרייטן דעם רבי'ן אור פאר נאך אידישע קינדער, און מיט דעם מקרב זיין די גאולה.

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ד 📝
  • ליל שישי שיעור פון ראש ישיבה שליט"א פארגעקומען אין בארא פארק

    דעם פארגאנגעם דאנערשטאג איז דער שיעור ליל שישי פארגעקומען אין בארא פארק, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די גבאים אין בארא פארק אז ער וויל דארט זאגן די שיעור, צוליב וואס זיינע עלטערן האבן געמאכט א שבע ברכות פאר זיין שוואגער, און זיי האבן געבעטן דער ראש ישיבה זאל קומען, דערפאר האט דער ראש ישיבה געוואלט אז ער זאל קענען אריבערגיין תיכף נאכן שיעור און מקיים זיין כיבוד אב. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט זייער א שיינע חיזוק שמועס פאר די אינגעלייט, דער ראש ישיבה האט אראפ געלייגט דאס וואס רש"י זאגט אז די לצים האבן חוזק געמאכט פון אברהם אבינו, אז יצחק איז נישט זיין קינד, "פופציג יאר וואס אברהם און שרה זענען חתונה געהאט, און פונקט נאכדעם וואס שרה ווערט געקידנעפט דורך אבימלך האט זי א קינד"? האבן זיי געטענה'ט, אלע קעפלעך פון די צייטונגען האבן געשריבן א מזל טוב פאר אבימלך וואס איז געהאלפן געווארן מיט א קינד, זאגט רש"י אז דערפאר שטייט אין פסוק "יצחק בן אברהם, אברהם הוליד את יצחק", צו זאגן אז די לצים זענען נישט גערעכט. האט דער ראש ישיבה געפרעגט, די תורה איז דאך געשריבן געווארן אפאר הונדערט יאר שפעטער, איז וואס האט דאס געהעלפן קעגן די לצים אז די פסוק שרייבן ארויס "אברהם הוליד את יצחק", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז די פסוק שרייבט דאס נישט פאר די לצים, מיט לצים קען מען זיך נישט טענה'ן, די פסוק זאגט דאס פאר אונז אז מיר זאלן וויסן אז אויך אין אברהם אבינו'ס צייטן זענען געווען לצים, און אזוי אויך אין אלע דורות. &nbsp; א לץ מיינט נישט איינער וואס מאכט דזשאוקס, א לץ מיינט איינער וואס מאכט אוועק, ער מאכט קאלט, ער טוט וואס עמלך פלעגט טון "אשר קרח בדרך", ער קען נישט פארנעמען אז איינער וואס פלעגט זיין דער ראש המדברים אין יעדע קופקע איז פלוצליג געווארן א פרומער, אייביג זעט מען אים מיט א משניות, ווען איינער פרעגט אים "וואס איז נייעס", ענפטערט ער די יאנטשי ענטפער "נייעס? משניות"... און ער זוכט מיט אלע וועגן אים אוועק צו מאכן, ער מאכט נישט קיין וויצן, ער זאגט אזעלע זאכן ווי "עס איז נישט אזוי פשוט", "מען האט נישט געהאלטן דערפון", "זיי זענען די סטרא אחרא" און אזוי ווייטער. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט טייטשן די משנה "ודע 'מה' שתשוב לאפיקורס", פאר א לץ אן אפיקורס איז דא איין ענטפער "וואס?", ווען א לץ דרייט דיר א קאפ "וואס איז דאס זאגן משניות?" זאג אים "וואס"? און אז ער זאגט דיר איבער "זייט ווען קען מען דאווענען משניות", זאגט אים ווידער "וואס?", און אז ער פרעגט דיר "דו הערסט נישט" זאג אים נאכאמאל די זעלבע תירוץ "וואס?", ביז ער וועט פארשטיין אז ער דארף זוכן א צווייטן וועם משוגע צו מאכן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך צוגעאיילט, און אנדערש ווי געווענליך ווען דער ראש ישיבה שליט"א בלייבט זיצן און אנשי שלומינו האבן די געלעגענהייט צו צוקומען און פרעגן שאלות, איז דער ראש ישיבה תיכף צוגעגאנגען צום שבע ברכות. &nbsp; ביים שבע ברכות האבן זיך באטייליגט גרויסע רבנים פון שטאט לכבוד די חשובע מחותונים, און דער ראש ישיבה'ס טאטע האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה שליט"א צו רעדן. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון ליקוטי מוהר"ן שיינע זאכן און איבער דעם וואס נאך די חתונה דארף א מענטש זיך אראפ גנב'ענען צייט צו לערנען, ווי דער רבי טייטשט אז דאס וואס מען פרעגט אויף יענען וועלט "קבעת עתים לתורה" מיינט אז כאטש מען פארשטייט אז דו האסט חתונה געהאט, ביסט א פארנומענע מענטש, דארפסטו זען צו גנב'ענען צייט צו לערנען. ווייל קובע איז אויך א לשון פון גנבנען. &nbsp; די חשובע רבנים האבן זיך זייער באדאנקט פארן ראש ישיבה שליט"א און אים געזאגט אז זיי הערן צוריק פון אידן ווי שטארק דער ראש ישיבה איז משפיע פאר אידישע קינדער, זיי הערן צוריק פון אינגעלייט וואס האבן ממש אויפגעלעבט זייט זיי האבן געטראפן די ספרים פון הייליגן רבין. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען ווייטער זיך שטארקן אין עבודת ה' און זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ד 📝
  • זעכציג דויערהאפטיגע בענקלעך אנגעקומען צום ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס

    איבעראל ווי דער אויבישטער באשטערט אז איינע אדער עטליכע פון אנשי שלומינו זאלן זיך באזעצן, נעמט נישט קיין לאנגע צייט, און אנשי שלומינו טון מקיים זיין דעם רצון פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געשריבן אין די לעצטע טאג וואס ער האט זיך געפונען אויף דעם עולם "איך וויל אז יעדער פון אנשי שלומינו זאלן עפענען א שול היכל הקודש אין זיין שטאט, אין זיין געגענט". &nbsp; אנשי שלומינו זוכן צו קומען דאווענען אין א שול ווי מען רעדט נאר הייליגע דיבורים, מען חזרט כסדר אמונה, מען קען רעדן אפן פונעם אייבערשטן. עס נעמט נישט לאנג, און עס ווערן מקורב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן. אידן לעכצן נאך א גוט ווארט, מען וויל הערן אז דער אייבישטער וויל דיך יא, דו האסט נאך א האפענונג. &nbsp; אין קרית יואל גייט שוין דער בית המדרש אויף העיס קט. כמעט צוואנציג יאר. אנפאנג פון יאר תשס"ג האבן זיך אנשי שלומינו אין קרית יואל זיך צוזאם גענומען, הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט אראפגעגעבן א גרויסע חלק פון זיין הויז און עס מקדיש געווען פאר א בית המדרש. מען האט עס דעמאלטס שיין איבערגעבויט, עס זאל זיין פאסיג פאר א בית המדרש. מען האט איינגעקויפט אלע צרכי בית המדרש, אן ארון הקודש, באלעמער, עמוד, ספרים שענק, ספרים, און אזוי אויך האט מען ארויסגעשטעלט אין גאס א שיינע גרויסע סיין "בית המדרש היכל הקודש דחסידי ברסלב, בנשיאות כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א", וואס איז אין זיינער צייט געווען דער איינציגסטער בית המדרש אינדרויסן פון יבנאל וואס האט געטראגן דעם נאמען "היכל הקודש" און "מוהרא"ש" מיט שטאלץ. &nbsp; אין די אלע יארן איז שוין ארויס פון דעם בית המדרש, אן א מאס און אן א שיעור תורה, תפלה, אמונה, שלום בית, חינוך, און אזוי ווייטער, און אזוי גייט עס נאך ווייטער אן, ווען יעדע וואך קומען ארויף פילע אנשי שלומינו און שכנים און זענען זיך מחיה מיט די הייליגע דיבורים וואס ווערן געזאגט דורכן גבאי פונעם בית המדרש הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס איז דולה ומשקה מתורתו פון הייליגין רבין און זיינע הייליגע תלמדים ווי איבערגעבן דורך מוהרא"ש זי"ע, און געבט אריין חיות און אלע באטייליגטע. &nbsp; נאך אזויפיל יאר וואס דער בית המדרש איז אין באנוץ האט זיך שוין אנגעזען אויף דעם בית המדרש, אויף די ווענט פלאר און מעבל פון בית המדרש אן אפגענוצטקייט, און עטליכע עסקנים פון בית המדרש האבן זיך אריינגעלייגט עס גענציך איבער צו פרישן, מען האט פארגרעסערט דעם בית המדרש, צולגייגט בית הכסא'ס, איבערגעפרישט די ווענט, און פלאר, אויך האט מען ארויפגעלייגט א פרישע סיין אינדרויסן נאכדעם וואס וואס דער אריגינעלע סיין איז אראפ געפאלן ביי א גרויסע שטורעם. מען האט איינגעקויפט פרישע טישן און בענקלעך. אנשי שלומינו זענען דאנקבאר פאר מו"ה קלמן אליעזר מזרחי הי"ו און פאר הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א וואס האבן זיך אריינגעלייגט מיט די גאנצע הארץ און נשמה צו העלפן מיט דעם פראיעקט, און ווי זיי זאגן האבן זיך אנשי שלומינו זייער ווארעם אנגערופן און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז מען האט געקענט דורכפירן דעם פראיעקט. &nbsp; די וואך איז ערגענעצט געווארן דער לעצטער שטאפל פונעם איבערפרישונג ווען דער שיפמענט פון די נייע בענקנעך איז אנגעקומען און איז אריין אין באנוץ, כאטש וואס עס האט שוין געדארפט אנקומען לויט די פירמע פון כינע מיט כמעט א יאר צוריק האבן זיי עס ברוך השם דעליווערט נאך אסאך תפילות דעם פארגאנגעם וואך - געלויבט דעם אויבערשטן &nbsp; ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם! &nbsp;

    < זעה מער כט חשון תשפ"ד 📝
  • הערליכע חנוכת הבית פון בית המדרש היכל הקודש לינדען

    אין א פרייליכע אנטוויקלונג פאר אנשי שלומינו אין לינדען ניו דזשערסי, נאך אסאך תפילות צום אויבערשטן האט מען זוכה געווען צו טרעפן א פאסיגע פלאץ פאר א "בית המדרש היכל הקודש לינדען" ווי שוין באריכטעט געפונט זיך דער בית המדרש אויף 294 נארט וואוד עוועניו, ווען אין די ערשטע וואך פרשת נח האט מען געדאווענט אינאיינעם ביי שלש סעודות, מיט פלענער אז בקרוב וועט מען אנהייבן דאווענען דארט אלע דריי תפילות שבת קודש, און אזוי אויך שיעורי תורה, און חבורות אינדערוואכן. פארגאנגעם ליל שישי איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען פראווען א חנוכת הבית פאר'ן בית המדרש, אינאיינעם מיטן סיום מסכת קידושין און סיום "חצי ש"ס", מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה לכבודה של תורה. נאך נטילת ידים האט דער ראש ישיבה שליט"א אנגעהויבן דעם סיום דורך פארלערנען ברבים דעם לעצטן דף פון מסכת קידושין, און אריינגעפלאכטן שיינע חיזוק און עצות פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט שטארק ארומגערעדט ווי שטארק מיר דארפן היטן אונזערע טייערסטע פארמעגן די קינדער זיי צו האלטן ריין און הייליג, ווי די משנה זאגט אז איינער וואס איז נישט חתונה געהאט טאר נישט זיין קיין מלמד, בפרט - האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט - אז רוב אינגעלייט פון די קהילה אין לינדער זענען מלמדים, ליגט אויף זיי א געוואלדיגע אחריות צו רעדן צו די קינדער איבער עניני קדושה, און זיי געבן די כחות זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס איז א געוואלדיגע בושה ווען מענטשן זאגן דעם ממרא "אכשר דרא" אויף דעם, ווייל היינט זענען די נסיונות נאר ערגער, און מען הערט ליידער צוזאם שרעקליכע זאכן, און כאטש די גמרא דרוקט זיך אויס "לא נחשדו ישראל וכו'". דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי מוהרא"ש האט אים געזאגט סוף ימיו אז ער שפירט אז ער קען נישט דערהייבן די שרעקליכע שמועות וואס מען הערט אין עניני קודשה, ווי נידעריג דער דור איז געפאלן ר"ל. דערפאר מוזן מיר רעדן צו די קינדער קלארע ווערטער, און וואס פריער איז בעסער, כדי מען זאל נישט זיין ח"ו א צועק לשעבר. נאכן זאגן דעם הדרן, און זינגען שיינע ניגונים לכבוד דעם סיום האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט דעם בארימטן וועכענטליכן ליל שישי שיעור פאר די אינגעלייט, רוב פון דעם שמועס איז געווען איבער די גרויסקייט פון לערנען תורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך געבעטן צו די אינגעלייט "פרובירט עס אויס", יעדער האט גוטע תירוצים, מען איז פארנומען, מען דארף צאלן בילס, א מארטגעדזש, משפחה עלטערן, ווייב און קינדער, יעדער דארף זיך פרעגן "ווען גיי איך מיך שוין נעמען אין די הענט אריין"? די נסיונות פון די גאס ברענט און פלאקערט, אבער א דאנק די עצה פון רבין קענען מיר עס בייקומען, ווייל דער רבי געבט אונז אן עצה אז אויך מיר זאלן קענען נוצן דעם תבלין קעגן יצר הרע וואס איז תורה. דער וואס לערנט נאר אויב ער קען פארשטיין, וועט ער עס צום סוף אפלאזן, ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין, נישט יעדן טאג האט ער א קאפ. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן די גבאים פון די שולן פון היכל הקודש אז זייער זאך דארף זיין מחזק זיין געבן גוטע ווערטער פאר די מתפללים, זיי האבן שוין גענוג מוסר זאגערס, מען קומט אין שול ווייל מען וויל הערן אז דער אויבערשטער דארף דיר יא, דו האסט א וועג צום אויבערשטן. דער ראש ישיבה האט פארציילט א מעשה וואס האט פאסירט אין שטאט אומאן, יעדע חסידות האט דארט געהאט א שטיבל, אסאך יארן צוריק האט דארט געוואוינט א איד משה צדוק ער איז געווען א יתום און ער איז ליידער געפאלן ביז ער איז געווארן א מסור, אלע זענען אנטלאפן פון אים מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין קיין איין שול, אבער א איד בלייבט א איד, איין מאל אינעם טאג פון זיין טאטענ'ס יארצייט האט אים געכאפט א הרהור תשובה, און ער האט געזוכט א מנין צו זאגן קדיש, אבער ווי נאר ער איז אריין אינעם ערשטן שול איז מען אים באפאלן מיט קולות שייגעץ ארויס, אינעם צווייטן שול זענען אלע אנטלאפן פון אים, ביז ער האט באשלאסן צו פרובירן צו קומען צום ברסלב'ע קלויז, אפשר דארט וועט מען אים לאזן, ער האט זיך געשטעלט אין א ווינקל, און איין אינגערמאן האט אנגעהויבן צו קומען נענטער צו אים, משה צדוק האט שוין מורא באקומען אז אויך פון דא וועט מען אים פארטרייבן, אבער דער אינגערמאן האט אריינגעלייגט אין זיין ביזעם א סידור מיט א תפילין, און ער גייט צו צו אים "משה צדוק אז דו ביסט שוין יא דא, אפשר ווילסטו לייגן טלית און תפילין" און משה צדוק איז געווארן אזוי איבערגענומען אז ער האט זיך גענומען וויינען, און ער איז געווארן א פולקאמער בעל תשובה. "דאס" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "איז די אויפגאבע פון א גבאי אין היכל הקודש". דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מקורב אז זיי דארפן זיך צושטעלן צו אלע סדרי הישיבה דארט ווי זיי לערנען, און מען זאל נישט זיין קיין חכם, מען דארף נישט שרייען פאר יעדעם אז מען איז א ברסלבער, ווייל ברסלב איז בסך הכל עצות וואס דו ווייסט אין דיין מח, און בין הסדרים קען מען אריינכאפן גאר אסאך משניות און גמרא, אנשטאט זיך צו טענה'ן מיט מענטשן. ווייל ווער עס פאלגט דעם הייליגן רבין האט א זיסע לעבן. ואהי להם למקדש מעט אלו בתי כנסיות ובתי מדרשות &nbsp;

    < זעה מער כה חשון תשפ"ד 📝
  • שיינע מסיבות לטובת די כולל היכל הקודש ווערן אפגעהאלטן

    אין די וואכן איז דער געשמאקער און געטרייער גבאי פון די כולל הר"ר משה ארי' שניטצלער שליט"א פארנומען מיט די מסיבות לטובת די הייליגע כולל היכל הקודש. דער כולל צו וואס אנשי שלומינו האבן א ספעציעלע געפיל וויסענדיג אז מיט דעם שטיצט מען די טייערע אינגעלייט תלמידי חכמים וואס יראתם קודמת לחכמתם וואס זענען כוסק בתורה בהתמדה רבה, אזש אז דער ראש ישיבה האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט זיין וואונדער וואס די אינגעלייט באמערקן ניטאמאל ווען ער קומט אריין, צוליב וואס זיי זענען אזוי אריינגעטון אין די הייליגע תורה. &nbsp; די כולל האט דער ראש ישיבה אהער געשטעלט כדי מען זאל קענען אנגיין מיט די הייליגע קהלה, און מען דארף האבן דיינים וואס קענען פסק'ענען אין אלע סוגיות ווי קאמפליצירט עס זאל נאר זיין, דער ראש ישיבה געבט פאר די אינגעלייט זאלן דורכטון א סוגיא איידער מען שטעלט אהער יעדע זאך אין די קהלה, ווי צום ביישפיל די מקוואות, שחיטה, כשרות וכדומה. אויך וועלן בעז"ה וועלן בעזרת השם ארויסקומען פונעם כולל פרישע דיינים וואס פעלט אויס צוליב די וואוקס פון די קהלה. &nbsp; דער מנהל ר' משה ארי' אראנדזשירט אין די טעג באזונדערע מסיבה'לעך פאר יעדע פון די בתי מדרשים אין שטעטל, פיר מסיבות זענען שוין פארגעקומען, מאנטאג לך לך, איז געווען א מסיבה ביי הר"ר רפאל פארסט שליט"א פאר די מתפללים פון בימה"ד מקור השמחה, און מיטוואך לך לך האט הר"ר ישראל חיים ברוין שליט"א מסדר געווען א מסיבה פאר די מתפללי ביהמ"ד ליקוטי מוהר"ן, מיטוואך חיי שרה האט מו"ה ישראל סאמעט הי"ו פאררופן א מסיבה ווי די מתפללי ביהמ"ד פעולת הצדיק האבן זיך באטייליגט, און מיטוואך וירא איז פארגעקומען א שיינע מסיבה ביי הר"ר" יואל שניצלער שליט"א פון בימה"ד עצות אמונה. &nbsp; ביי די מסיבת האט ר' משה ארי' אויפגעטרעטן און בעיקר ארויסגעברענגט די נייע איניצאיטיוו וואס איז מעודד די וואס קענען נישט געבן גרויסע סכומים פאר'ן כולל, מען זאל זיך איינשרייבן צו באקומען א פערזענליכע טעקסט פונעם גבאי וואס וועט זיי פרעגן וויפל זיי קענען געבן יעצט, און ווי ר' משה ארי' זאגט זענען די וואס האבן זיך איינגעשריבן אים זייער דאנקבאר, ווייל דורכדעם זענען זיי שוין אנגעקומען דורך פרוטה פרוטה מצטרפת און געקענט אויסצאלן א זכות "אברך לחודש" פון $1,400, און עס איז אפילו פארהאן אינגעלייט וואס האבן געקענט קומען צום סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה, אלעס בלויז דורכן געבן וויפיל זיי קענען דעמאלטס. &nbsp; ר' משה ארי' זאגט קלאר אז יעדער קען צוקומען צו קומען צו א סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה, און איבער פופציג אינגעלייט זענען שוין אנגעקומען דערצו. יעצט שטעלט זיך די פראגע וואס יעדער פרעגט וויאזוי מען קען קומען צום סעודת ר"ח? דאס איז באשטימט פאר ווער עס געבט א פרנס השבוע. פאר סיי וועלכע פראגע, און פאר נדבות פאר'ן כולל, קען מען זיך אלץ פארבינדן צום מנהל ר' משה ארי' שניצלער 347-585-6166. &nbsp; 🎦 מסיבה פארן כולל אין ביהמ"ד ליקוטי מוהר"ן 🎦 מסיבה פארן כולל אין ביהמ"ד מקור השמחה

    < זעה מער כה חשון תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 89 results

1 2 3 4 5 6
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com