Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל

    די וואך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל, עס איז געפראוועט געווארן אום מאנטאג א שיינע מסיבת פסח שני אין ירושלים עיה"ק, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. און דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א ארומגעפארן צו אלע מוסדות און קהלות היכל הקודש איבער'ן גאנצן לאנד, צו מחזק זיין די ארטיגע אידן.   אויף ל"ג בעומר און אויף שבת קודש איז דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון ביים ציון הק' פון רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט זיין פאטער הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. קומענדיגע וואך וועלן מיר אי"ה קענען מעלדן מער דעטאלן איבער די דערהויבענע און רייכע נסיעה.   אין א בריוו פאר אנשי שלומינו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אז היות יעדער בעט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל בעטן פאר זיי ביי די מקומות הקדושים וואו ער גייט, דעריבער וויל ער אויך עפעס בעטן פון אנשי שלומינו, פאלגנד איז אן אויסצוג פונעם בריוו:   "איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך גיי ארום צו מקומות הקדושים, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.   אלע בעטן מיר איך זאל בעטן פאר זיי, אבער איך וויל דיר אויך עפעס בעטן, איך בעט דיר נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו אותן האנשים הרחוקים מן הקדשה מאד, שנלכדו במצודה רעה, עד שרגילין בעברות חס ושלום רחמנא לצלן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אף על פי כן, הכח של התורה גדול כל כך, עד שיכולה להוציא אותם מן העברות שרגילין בהם חס ושלום. ואם יעשולהם חק קבוע וחיוב חזק ללמד בכל יום ויום כךוכך, יהיה איך שיהיה, בודאי יזכו לצאת ממצודתם הרעה על ידי התורה, כי כח התורה גדול מאד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.   אפשר דאך זאלסטו זיך אנהויבן העלפן? אפשר ווילסטו עפעס טון פאר דיר פאר דיין נשמה? נעם א משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן, אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - האסטו פארלוירן דיין מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סלוקא דיסודא עד אבא ואמא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דורכדעם איז מען זוכה אז מען ווערט אן ערליכער איד, מען הויבט אן לעבן א געזונטע לעבן, א לעבן מיטן אייבערשטן, מען לאזט אפ די מטומטמ'דיגע עבירה, מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.   איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים."

    < זעה מער יז אייר תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה וועט געבן א שיעור אין מאנסי ליל שישי תזריע מצורע

    אין ספרינג וואלי פונקציאנירט דער הערליכער בית המדרש היכל הקודש אויף 37 יונאן רד. שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן, ווי אנשי שלומינו און פילע שכנים האבן א געשמאקע הייליגע ווינקל ווי מען פילעוועט אמונה, מען דערמאנט זיך כסדר פארוואס מען דרייט זיך דא אויף דער וועלט, און מען איז זיך מחזק צוריק צו קומען צום אויבערשן, און אים צו טרעפן אין יעדע זאך וואס מען טוט. &nbsp; אין די טעג האט דער גבאי מו"ה הערשל זאבעל הי"ו אונטערגענומען א גרויסע רענאוואציע פראיעקט פאר'ן שול וואס איז שוין געווען זייער אפגענוצט, און מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א טוט מען אין די טעג גענצליך איבערפרישן דעם שול. מען מאכט איבער די גאנצע שיטראק, די גאנצע פלאר, און דערנאך וועט מען עס בעז"ה הערליך איבערפעינטן, עס זאל זיין שיין און פרעכטיג כראוי וכיאות לבכוד השם יבתרך און לכבוד זיין בית המקדש מעט. &nbsp; די מאנסי אידענטום נעמט אבער אויף די בשורה איבער דעם באזוך פון ראש ישיבה שליט"א מארגן ליל שישי פרשת תזריע מצורע אינעם בית המדרש מיט א גרויסע שמחה, די גאנצע קהלה ענדיגט אין די טעג מסכת מכות, און דער ראש ישיבה שליט"א וועט פראווען א שיינע סיום בקרב אנשי שלומינו אין מאנסי, ספעציעל צו מחזק זיין די ארטיגע איינוואוינער. &nbsp; מען וועט זיך וואשן צו א סעודה של מצוה, מען וועט זינגען ווארימע ניגונים לכבוד המאורע, און דערנאך וועט מען האבן די זכי' צו הערן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט איבערלאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע צוהערער. די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען באקאנט צו זיין מלא התחזקות, מלא אמונה, אלעס אויף א שפראך וואס רעדט צו אונזער דור, און געבט עצות וויאזוי צו קענען איבערקומען די היינטיגע יצר הרע'ס, וואס דער רבי זאגט אז די היינטיגע יצר הרע האט א נייע נאמען "דמיונות", מען זעט ווי דער סמ"ך מ"ם ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצולייגן אין מענטשן היינט פילע דמיונות, צום ביישפיל אז "איך בין שוין דערנאך", ח"ו, אדער "דער אויבערשטער דארף מיך שוין נישט", חס ושלום, און די ארבעט פונעם צדיק איז אונז ארויסצונעמען דערפון, און דערמאנען איין מאל און נאכאמאל אז מען קען יא, און דער אויבערשטער דארף דיך יא. געלויבט דעם אויבערשטן אז ער האט אראפ געשיקט די נשמה פון הייליגן רבין וואס האט די געוואלדיגע כח צו קענען אויפוועקן א מענטש פון שלאף און אים ארויסנעמען פון זיינע דמיונות, וואס דאס איז היינט דער מכת מדינה. &nbsp; אלע אנשי שלומינו האבן גענומען אן אקטיווע חלק אין צוגרייטן, בפרט האט די לעידיס אקוזילערי גענומען אויף זיך די עיקר חלק אין די הכנות. עס קומט זיך אויך א דאנק פאר מו"ה פייוול ראזענוואסער הי"ו פון "קרעיוו סאוער דאו" וואס האט מנדב געווען א שיינע חלק פון די סעודה. &nbsp; דער סיום וועט פארקומען ווי געזאגט אינעם בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי. נטילת ידים וועט זיין בעז"ה 8:00. און נאך די דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט מען בעז"ה דאווענען מעריב. &nbsp; אזוי עס ווערן ערווארטעט אסאך געסט פון אנשי שלומינו פון מאנסי און פון די אומגעגענט, און עס איז נישטא קיין פארקינג ביים בית המדרש, איז וויכטיג צו וויסן די ווילידזש שלעפט אוועק קארס וואס פארקן דארט אויפן שמאלן ראוד, אזוי אויך איז נישט ערלויבט צו פארקן אין פריוואטע אדער פאבליק (בתי מדרשים אדער שמחה זאלן) פלעצער אין די געגענט, דערפאר איז כדאי אז ווער עס קומט זאל פארקן אויף די ארומיגע גאסן. מען בעט מען זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים וואס זענען געשטלעט געווארן דערויף.

    < זעה מער ב אייר תשפ"ה 📝
  • סיום מסכת סנהדרין והתחלת מסכת מכות

    עס איז א מנהג ביי כלל ישראל אז בכורים מאכן א סיום מסכת ערב פסח, אז מען זאל נישט דארפן פאסטן, אבער פילע אנשי שלומינו פירן זיך צו מאכן א סיום מסכת ערב פסח אפילו מען איז נישט קיין בכור, דער הייליגער רבי לייגט אריין אין זיינע מענטש אזא זיסע טעם אין די תורה, אזא געשמאק אין די הייליגע מצות, און צו יעדע געלעגענהייט קען מען האבן א סיום. &nbsp; דאס יאר תשפ"ה האט דער אויבערשטער צוגעפירט אז אלע האבן א סיום, די גאנצע קהילה האט אין די לעצטע פיר חדשים געלערענט יעדן טאג לכל הפחות איין בלאט גמרא, און היינט איז מען זוכה צו לערנען דעם לעצטן בלאט פונעם הערליכע מסכת סנהדרין, בפרט אין די לעצטע בלעטער איז עס אנגעפילט מיט הערליכע דברי אגדתא פון וואס מען קען אזויפיל ארויסנעמען חיזוק און הדרכה טאג טעגליך. &nbsp; מארגן הייבן אלע אן בסייעתא דשמיא דער מסכת מכות, וואס איז נישט קיין גרויסע מסכת, און איז אסאך לייכטער, וואס איז א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך מיטצוכאפן און ארויפטאנצן אויפן וואגן פון ש"ס. &nbsp; אבער ווען מען רעדט פון לערנען יעדן טאג א בלאט קען מען נישט מאכן א שווייג פונעם דרך הלימוד. היינט זענען דא פילע שיינע דרכי הלימוד, זה בכה וזה בכה, אויב איינער זעט ער איז מצליח אויף א געוויסע וועג, איז עס זייער פיין. דער מגיד דערקלערט אז דאס איז דער בעסטער וועג צו לערנען, און דער אנדערער זאגט אנדערש. לאמיר זען וואס דער הייליגער רבי זאגט פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, ער האט אוועק געשטעלט א סדר דרך הלימוד, וואס איז פאסיג פאר יעדעם איינעם, פונעם גרעסטן למדן, ביז אייער וואס קען נאר עברי, פונעם כולל אינגערמאן, ביז דער פארנומענער ביזנעסמאן, וואס וויל אבער נישט דורכגיין א טאג אן א בלאט גמרא, פונעם פענסינאנער וואס האט די וועלטס צייט, ביזן ישיבה בחור וואס וויל עפעס אריינשטיפן בין הסדרים, ער וויל אויסנוצן זיינע בחור'ישע יארן עפעס אנצוקומען. &nbsp; דער רבי זאגט אין שיחת הר"ן שיחה ע"ו, וזה דבריו הקדושים: ותמיד היה לימודו - ער האט אלץ געלערענט, במהירות גדול מאד - זייער זייער שנעל. והיה לומד כמה דפין פוסק בשעה אחת עם כל הפירושים כולם שסביב הארבעה שלחן ערוך הנדפסים בכרך גדול, שהם הטורי זהב, והמגן אברהם, והבאר הגולה, ופרי חדש, ועטרת זקנים, וכיוצא בהם בשאר החלקים - דער רבי האט געלערנט אין איין שעה עטליכע דפים שלחן ערוך מיט אלע מפרשים. &nbsp; וסיפר שבעת שהעולם מכינים עצמן להתפלל בבקר, בעת שמתחילין להתקבץ עד שמתחילין להתפלל, באותה השעה הוא לומד ארבעה דפין פוסק; - און אין די קורצע צייט וואס מען ווארט אז די מנין זאל זיך צוזאם קומען, פלעגט ער אניאגן פיר בלעטער אין שלחן ערוך. וכן כל מה שלמד גמרא או פוסק וכיוצא, הכל היה במהירות גדול מאד - אלעס וואס ער האט געלערענט, גמרא אדער הלכה א.א.וו. - האט ער געלערנט גאר גאר שנעל. &nbsp; וסיפר עמנו הרבה הרבה בענין זה, שטוב ללמוד במהירות ולבלי לדקדק הרבה בלימודו, רק ללמוד בפשיטות בזריזות. ולבלי לבלבל דעתו הרבה בשעת לימודו מענין לענין, רק יראה להבין הדבר בפשיטות במקומו. ואם לפעמים אינו יכול להבין דבר אחד - אל יעמוד הרבה שם, ויניח אותו הענין וילמד יותר להלן. ועל פי הרוב ידע אחר כך ממילא מה שלא היה מבין בתחילה כשילמד כסדר בזריזות להלן יותר. דער רבי האט אסאך גערעדט פון דעם אז עס איז גוט צו לערנען שנעל און זיך נישט שטעלן ביים לערנען - נאר לערנען פשוט און שנעל, און זיך נישט לאזן ווערן צומישט בשעת'ן לערנען צי עס שטימט מיט אנדערע זאכן, נאר זען צו פארשטיין פשוט אויפן פלאץ, און אויב צומאל פארשטייט מען נישט עפעס - זאל מען נישט בלייבן דארט, נאר פאר ווייטער, און על פיר רוב וועט מען ממילא פארשטיין שפעטער וואס ער האט נישט פארשטאנען פריער אויב מען וועט לערנען שנעל. &nbsp; ואמר שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר, וממילא יבין. און דער רבי האט געזאגט, אז מען מען דארף נישט ביים לערנען גארנישט טון נאר זאגן די ווערטער אויפן סדר, און מען וועט שוין ממילא פארשטיין. &nbsp; ולא יבלבל דעתו בתחילת לימודו שירצה להבין תיכף, ומחמת זה יקשה לו הרבה תיכף ולא יבין כלל, רק יכניס מוחו בהלימוד ויאמר כסדר בזריזות וממילא יבין. מען זאל זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ ווען מען הייבט אן לערנען אז מען מוז שוין פארשטיין, און דערפאר וועט אים זיין אסאך שווערער, און ער וועט גארנישט פארשטיין, נאר ער זאל אריינלייגן זיין מח אינעם לימוד, און זאגן שנעל כסדר, און מען וועט שוין ממילא פארשטיין. &nbsp; ואם לא יבין תיכף - יבין אחר כך; ואם ישארו איזה דברים שאף על פי כן לא יוכל לעמוד על כונתו - מה בכך, כי מעלת ריבוי הלימוד עולה על הכל, און אויב מען נישט פאשטיין אויפן יעצט וועט מען עס פארשטיין שפעטער, און אויב עס בלייבט איבער זאכן וואס ער פארשטייט נאך אלץ נישט, איז גארנישט, ווייל די מעלה פון לערנען אסאך איז מער פון אלעם. &nbsp; וכמו שאמרו חכמינו זכרונם לברכה (שבת דף סג.): ״לגמר והדר לסבר״, ואף על גב דלא ידע מה קאמר, שנאמר (תהלים קי"ט, כ'): "גרסה נפשי לתאבה" וכו', - ווי חז"ל זאגן מען זאל קודם זאגן, און נאכדעם פארשטיין, און אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט. &nbsp; כי על ידי ריבוי הלימוד שילמד במהירות ויזכה ללמוד הרבה, על ידי זה יזכה לעבור כמה פעמים אלו הספרים שלומד, לגומרם ולחזור להתחיל ולגומרם פעם אחר פעם. ועל ידי זה ממילא יבין בפעם השני והשלישי כל מה שלא היה מבין בתחילה, כל מה שאפשר להבין ולעמוד על דבריהם. - ווייל דורכדעם וואס מען לערענט אסאך, און מען קומט אן אסאך, קען מען איבערגיין אסאך מאל די ספרים וואס מען לערנט, איינמאל און נאכאמאל, און מען וועט שוין פארשטיין ביים צווייטן אדער דריטער מאל. &nbsp; דער רבי זאגט ווייטער: וכמה בני אדם פסקו מלימודם לגמרי על ידי ריבוי הדקדוקים שלהם, ומאומה לא נשאר בידם. - אסאך מענטשן האבן שוין נעבעך אפגעלאזט דאס לערנען ווייל מען וויל אלעס פארשטיין, און עס איז נעבעך גארנישט געבליבן ביי זיי. &nbsp; אבל כשירגיל עצמו ללמוד במהירות כנזכר לעיל בלי דקדוקים הרבה, התורה תתקיים בידו ויזכה ללמוד הרבה מאד -גמרא, ופוסקים כולם, ותנ"ך, ומדרשים, וספרי הזהר וקבלה, ושאר ספרים כולם. - אבער ווען מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל אן פארשטיין, וועט זיך די תורה האלטן ביי אים, און ער וועט לערנען זייער אסאך גמרא, הלכה, תנ"ך, מדרשים, ספרי הזוהר, קבלה און אלע אנדערע ספרים. &nbsp; דער וואס האט פרובירט דעם סדר דרך הלימוד - דער דארף שוין נישט קיין ראיות, ער הייבט אן שפירן די זיסקייט פון די תורה, אבער דער וואס וויל עס נישט אננעמען, וועט קיין ראיות נישט העלפן. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיין ערליכער אידן, דינען דעם אויבערשטן און לערענען זיין הייליגע תורה אונזער גאנצער לעבן.

    < זעה מער יא ניסן תשפ"ה 📝
  • קמחא דפסחא פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל

    אין ארץ ישראל געפונען זיך תלמידים פון ראש ישיבה אין פילע שטעט, אנשי שלומינו זענען מקיים וואס דער רבי האט געבעטן "אנטרונקען ביימער", און דאס ברענגט צו א פלוס פון נאך פרישע תלמידים כסדר. די שליסל צו הצלחה - זאגט דער ראש ישיבה כסדר - ליגט אין אחדות. און געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע האבן א הארץ איינער צום צווייטן, מען העלפט זיך ארויס, און מען האט זיך ליב, אלע לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; איינע פון די גרויסע פראיעקטן פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל - שוין פאר די לעצטע דריי יאר, איז דער "קופת יעזורו", א קופה וואס געבט זיך אפ אז אנשי שלומינו זאלן האבן פון אלעם גוטן, דער ראש ישיבה וויל זייער שטארק אז אלע תלמידים זאלן האבן פון אלעם גוטן בפרט אויף יום טוב זאל הערשן הרחבת הדעת אין יעדע שטוב, מען זאל האבן וואס צו עסן, קליידער, שיך, און אזוי ווייטער. אלע דא אין אמעריקע ווייסן אז די מצב הפרנסה אין ארץ ישראל איז שווער, אבער די גבאים פון קופת יעזורו ווייסן דאס אסאך בעסער, זיי לעבן דערמיט, און זיי געבן זיך אפ דערמיט, פאריאר האט מען בסייעתא דשמיא געטיילט גרויסע סכומים פאר פילע משפחות פון אנשי שלומינו, און מען האט צוריק געהערט גאר שטארק גריסן ווי שטארק דאס האט ארויסגעהאלפן, און געראטעוועט דעם מצב בסייעתא דשמיא, און היי יאר איז דער שטארקע פארלאנג פאר הילף ליידער בכלל נישט קלענער געווארן. &nbsp; היינט צוטאגס איז די קהילה שוין פארשפרייט אין גאר אסאך שטעט, און דער קופה וויל זייער שטארק געבן פאר אלעמען, די גבאים זאגן אונז אז מען האפט צו געבן פאר משפחות פון גאנץ ארץ ישראל, ירושלים, בית שמש, בני ברק, טבריה, ביתר, בראכפעלד, חיפה, אלעד, יבנאל, און נאך, וויבאלד עס זענען דא אסאך משפחות וואס זענען באמת אנגעוויזן דערויף, זיי מוטשען זיך א גאנץ יאר צו קענען דעקן זייער הוצאות, און יעצט בעפאר פסח, איז עס נאך שווערער. &nbsp; די גבאים רופן ארום אנשי שלומינו תלמידים פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל, אבער דאס קען נישט דעקן, דערפאר רופט מען אויך אנשי שלומינו פון אמעריקע און פון איבער די וועלט, דער גבאי פארקויפט פארשידענע זכותים, מען קען קויפן "א קינדער געבענטשטע משפחה אויף יום טוב" פאר טויזנט דאלער, "א גרויסע משפחה פאר פינף הונדערט דאלער", אדער "א גאסט אויף יום טוב" פאר צוויי הונדערט און פופציג דאלער; עס איז אויך דא דער זעלטענער געלעגנהייט צו קויפן דער זכות פון "פרנס החלוקה" פאר צען טויזנט דאלער. &nbsp; מען הערט צוריק גאר ווארעמע גריסן פון אנשי שלומינו, וואס רופן זיך אן מיט גאר ווארעמע נדבות, אנשי שלומינו רופן זיך אן יעדער יותר כפי יכלתו און ווארטן אפילו נישט מען זאל זיי רופן, די גבאים ווארטן אויף אייער קאל, מען קען זיי רופן אויף 011-971-53-316-5893, אדער קען מען אליינס געבן אויפן לינק https://www.matara.pro/nedarimplus/online/?S=SXpW און מען קויפט זיך איין די זכות פון אריינברענגען א שמחת יום טוב פאר א משפחה וואס לעבט מיטן אייבערשטן אין ארץ ישראל. &nbsp; א ספעציעלע פראמאושן ווערט פארגעשלאגן פאר די וואס געבן פון טויזנט דאלער און העכער, אז אינאיינעם מיט די איינקויף קארטלעך וואס די משפחות באקומען, וועלן זיי באקומען דעם נאמען מיט די מאמע'ס נאמען פון די אלע נדבנים, אז זיי זאלן קענען מתפלל זיין פאר זיי, וואס זיי דארפן.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ה 📝
  • "א פשוטער מיטוואך" - שמועס אויפן קול ברסלב ליין

    צוויי חשובע אנשי שלומינו, הר"ר דוד פוקס שליט"א, וועלכער איז אויפגעוואקסן אין ארץ ישראל, און הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א, וואס שטאמט פון אמעריקע און דינט היינט אלס א מגיד שיעור אין די ישיבה אין ארץ ישראל, פירן יעדן מיטוואך א געשמאקן שמועס אויף די קול ברסלב האטליין. ווי שוין באריכטעט, וויל דער ראש ישיבה שליט"א אז אנשי שלומינו זאלן האבן גוטע, ערליכע תוכן צו ליינען און צו הערן, כדי מען זאל בכלל נישט האבן די נסיון פון אויסצוהערן די פארשידענע לצים-האטליינס. איין האטליין מאכט א מער ערנסטע פנים, און דער צווייטער אביסל ווייניגער, אבער הצד השווה שבהם איז אז אלע זענען אנגעפילט מיט ליצנות און גוי'אישע השקפות, וואס שאדן פאר אן ערליכער איד. געלויבט דעם אייבערשטן, אז עס ווערט ב"ה יעדן טאג צוגעלייגט הערליכע תוכן סיי אויף די קול ברסלב טעלעפאן ליין, סיי אויף די ברסלב סענטער וועבסייט, און סיי וועכנטליך דורך די גליונות און צייטונגען. אידישע קינדער באקומען יעדן טאג לעבן פון די רייכע אינהאלט -&nbsp; דרשות, ארטיקלען, בריוו, אינטערוויוס, נייעס, פאַדקעסטס, שמועסן און נאך &mdash; וואס ברענגען חיזוק אויף אן ערליכער וועג, כדי צו קענען אנגיין אין דעם הייליגן אויסגעטרעטענעם דרך המסורה פון אונזערע עלטערן און רבי'ס. דאָס איז תוכן וואס איז נישט בלויז בלי שום חשש ליצנות, רכילות, פאליטיק און לשון הרע, נאר אויך אנגעפילט מיט תמימות, יראת שמים, אמונה און מידות טובות. אויף דעם וועג ווערט כסדר צוגעלייגט נאך גוטע תוכן כסדר אויף די פארשידענע אויבנדערמאנטע פלאטפארמעס. יעצט איז צוגעקומען א פרישע פראגראם "א פשוטע מיטוואך" אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין, וועלכער גייט שוין אן עטליכע וואכן מיט גרויס הצלחה, און איז שטארק אויפגעכאפט געווארן. יעדע וואך שמועסט מען איבער א געוויסע נושא &mdash; אן אקטועלע פראבלעם מיט וואס אידן מוטשענען זיך כסדר. מען לייגט עס אראפ פון אלע צדדים און מען ברענגט דערנאך דעם דעת תורה פון ספרי אשר בנחל און עצתו אמונה, כדי צו טרעפן דעם קלארן און אויסגעהאלטענעם מהלך וויאזוי זיך צו פירן, און צו באקומען ריכטיגע עצות וויאזוי צו לייזן דעם אישו. דער נאמען "א פשוטע מיטוואך" נעמט זיך פון וואס רבי נתן ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "וואס אונז רעדן אין א פשוטע מיטוואך, וואונטשן זיך צדיקים צו רעדן בעלמא דקשוט". אין די ערשטע וואך פון דעם פראגראם, איז דער שמועס געווען איבער די פרייזן פון דירות. מען האט ארויסגעברענגט די שוועריקייטן צו קויפן הייזער אין די היימישע געגענטער און דורכגעשמועסט די פארשידענע אפציעס פון זיך אריבערציען צו נייע געגנטער, וואס פילע נעמען אין באטראכט כדי צו קענען האבן א דאך איבערן קאפ. און מען האט אויסגעשמועסט די ריכטיגע מהלך וויאזוי אנצוקוקן דעם נושא על פי דעת תורה. די צווייטע וואך, פרשת כי תשא, ערב פורים, האט מען דורכגערעדט בענינא דיומא וויאזוי צו זיין פרייליך פורים אין אזא שווערע יאר ווען פורים פאלט אויס ערב שבת, און מען קען נישט געהעריג אויסגעבן און טאנצן ביז שפעט ביינאכט. פרשת ויקהל איז געווען א שמועס איבער די ברענענדיגע נושא פון בין הזמנים &mdash; וואס פילע בחורים ווייסן נישט וואס צו טון איין גייען ליידיג אין די טעג ווען די ישיבות זענען פארמאכט. מען האט ארויסגעברענגט די פראבלעם פון בחורים וואס זוכן "עקשן", און מען האט געגעבן עצות און חיזוק וויאזוי צו פארמיידן די חששות און בעסער אויסנוצן די צייט. דער פראגראם גייט בעז"ה ווייטער אנגיין און וועט מחזק זיין אנשי שלומינו, צו קענען אנגיין אין לעבן מיט קלארקייט, תמימות און יראת שמים. צו הערן די שמועסן קען מען רופן קול ברסלב אויף 212-444-9191, און דרוקט 1-4-4

    < זעה מער כה אדר תשפ"ה 📝
  • שושן פורים ביים ראש ישיבה שליט"א

    שושן פורים ביים ראש ישיבה שליט"א &nbsp; מוצש"ק איז מען זיך צוזאם געקומען צום סעודת משתה היין, מען האט געטאנצט און זיך געפריידט אז מען איז זוכה צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיך פרייען מיט די תורה און מיט אידישקייט "הדר קבלוה בימי מרדכי ואסתר". &nbsp; זונטאג נאכמיטאג זענען זיך ווידער צוזאם געקומען אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט צום סעודת שושן פורים המשולש, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע חיזוק שמועס: עס שטייט אין די גמרא "כָּל יִשְׂרָאֵל יֵשׁ לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", א בלאט פריער זאגט די גמרא "אֵיזֶה בֶּן עוֹלָם הַבָּא, לֹא מַחֲזֻק טוּבָא לְנַפְשֵׁיה" ער דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געפרעגט יעדער האט עולם הבא, אדער נאר דער וואס דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געזאגט, אויף יענער וועלט האט יעדער עולם הבא, אבער אויף דער וועלט ווילסטו האבן אן עולם הבא'דיגע לעבן, וואס מער דו וועסט לעבן אז דו דארפסט גארנישט, דו ווילסט גארנישט, דו ווילסט נאר וואס דער אייבערשטער וויל, וועסטו האבן א גן עדן אויף דער וועלט. אויך האט דער ראש ישיבה שטארק גערעדט איבער דעם אז עס קומט שוין נענטער צו פסח, מען קויפט איין, זאל מען נישט קרעכצן "אוי עס קאסט מצות" "אוי יום טוב קאסט", מען זאל אריינברענגען פסח מיט א שמחה און געשמאק, אָן קיין נערוועזקייט, אָן קיין קרעכצענישן, ווייל שמחה איז דאס וויכטיגסטע פאר שטוב. &nbsp; דערנאך האט מען געמאכט א הערליכע פארשטעלונג דורך המלמד מומחה מו"ה בערל שניטצלער הי"ו, און דער מלמד מומחה מו"ה אהרן לונגער הי"ו און מו"ה לייבי אפעל הי"ו, מען האט געמאכט ליצנותא דעבודה זרה, וויאזוי עס זעט אויס אויב מ'האט נישט דעם דרך הלימוד און מען בייגט זיך נישט איין דעם קאפ פאר'ן צדיק. &nbsp; לְהוֹדִיעַ שֶׁכָּל קוֹוֶיךָ לֹא יֵבוֹשׁוּ וְלֹא יִכָּלְמוּ לָנֶצַח כָּל הַחוֹסִים בָּךְ!

    < זעה מער כ אדר תשפ"ה 📝
  • הערליכע פורים און שב"ק ביים ראש ישיבה שליט"א

    הערליכע לעכטיגע פורים טעג זענען דורך ביי אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט, פילע אנשי שלומינו זענען געקומען מיטהאלטן די פורים טעג ביים ראש ישיבה שליט"א, סיי ביים מגילה ליינען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געליינט מיט גרויס געהויבנקייט און סיי צו די סעודות פורים אלע דריי טעג. &nbsp; ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע געזאגט, המן איז ארויס פון די סעודה "שמח וטוב לב", וויאזוי קען עס זיין די קליפה זאל זיין פרייליך, נאכדעם שטייט, "וכראות המן את מרדכי", דאס איז עס, ער האט געקוקט אויף מרדכי, דאס מאכט אפילו די גרעסטע קליפה פרייליך, דאס גייט ארויף אויף אונז, דער סמ"ך מ"ם צוברעכט אונז אז מיר זענען חלילה בבחינת המן, פארכאפט אין די קליפות רח"ל, אבער מיר האבן נאך האפענונג, מיר קוקן צום צדיק, מיר וועלן נאך ארויסגיין פון די בלאטע און ווערן אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען שטארק בגילופין, אידן זענען געקומען בעטן ברכות, ישועות, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען בעטן ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער "מיינסט איך ווייס נישט אז דו דארפסט קינדער? ווען דו ביסט נאך געשלאפן היינט אינדערפרי האב איך שוין פארגאסן טרערן פאר דיר! הלואי זאלסטו אזוי סאך בעטן פאר דיר וויפיל איך בעט פאר דיר"... &nbsp; ערב שבת נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה ארויס כאפן פרישע לופט, און האט באגריסט די דורכגייער, "שלום עליכם", דער ראש ישיבה האט זיך פארגעשטעלט מיט זיין נאמען, און געזאגט "ווייסט מיר זענען קאזינס", "וויאזוי?", "פון אברהם אבינו", "אבער מיר טארן זיך נישט גריסן ווייל מיר וואוינען אין וויליאמסבורג..." &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען אין מקוה, און איז אריינגעקומען אביסל שפעט אבער זייער פרייליך צו דאווענען מנחה, מו"ה יואל משה מייזעלס הי"ו איז געווען בעל תפלה סיי ביי מנחה און סיי ביי קבלת שבת און מעריב. &nbsp; הר"ר ישראל מנחם ראזענבערג הי"ו האט געבעטן דעם ראש ישיבה זאל זאגן אפאר ווערטער ער האט געשטעלט אן עמוד ביים ארון הקודש, מען האט געבעטן דעם ראש ישיבה ער זאל צוגיין צו קבלת שבת, האט ער געזאגט "איך האב נישט קיין קול, אבער איך האב א הארץ"... &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען ביים שטענדער ביים ארון הקודש אויסגעדרייט צום עולם, און צווישן יעדע קאפיטל פון קבלת שבת האט דער ראש ישיבה אויסגעטייטשט די אלע שטיקלעך פון קבלת שבת וואס עס מיינט פאר אונז לעובדא ולמעשה... "ארבעים שנה אקוט בדור", אידן זענען געווען אין מדבר פערציג יאר, איינער פרעגט מיר וויאזוי קען זיין דער דור המדבר וואס הייסט דער דור דעה, הייליגע דור, האט אויסגעפרואווט דעם אויבערשטן צען מאל, זיי האבן זיך כסדר אפגערעדט ווי מען זעט אין חומש. האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "פערציג יאר און נאר צען קשיות?",וויפיל קשיות האבן מיר ליידער אויפן אויבערשטן? אונז האבן צען קשיות יעדן טאג! &nbsp; אזוי האט דער ראש ישיבה הערליך אריינגעטייטשט אלע קאפיטלעך פון קבלת שבת זייער שיין "אור זרוע לצדיק, ולישרי לב שמחה", האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט ווי לעכטיג און ווי פרייליך איז די לעבן פאר וווער עס האט א צדיק! &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה, מען האט געזען אנשי שלומינו ווען זיי זענען געווען שיכור אלע ווילן איין זאך, אלע האבן געשריגן פון טיפעניש פון זייער הארץ איך וויל זיין אן ערליכער איד. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער שלום בית, ווי מ'דארף דאנקען דעם אויבערשטן אז מען האט א ווייב, מען האט חתונה געהאט, און געזאגט בדרך צחות, אויב מ'פארגעסט צו זאגן על הנסים ביים בענטשן זאגט מען עס ביי הרחמן, אויב מ'פארגעסט צו דאנקען דעם אויבערשטן פריער, דארף מען שפעטער בעטן דעם אויבערשטן. &nbsp; ביי שלש סעודות, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט די מעשה באריכות וויאזוי דער הייליגער רבי נתן האט זייער געוואלט זיין ביים הייליגן רבין פורים, אבער צוליב די שווערע וועטער איז ער הערש אנגעקומען אום שושן פורים, און דער רבי האט אים דאן מחזק געווען "שושן פורים איז אויך פורים". האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז מען דארף אפלאזן חכמות, און זיין פרייליך פורים, שושן פורים, און א גאנץ יאר, זיך פרייען און טאנצן אז מ'איז א איד. &nbsp; דער באריכט פון מוצש"ק שושן פורים וועט בעז"ה נאכפאלגן

    < זעה מער יח אדר תשפ"ה 📝
  • געשמאקע "קרעמל" פאדקעסט אויף קול ברסלב

    א נייע פאדקעסט האט זיך געגרינדעט אין די טעג אויפן קול ברסלב האטליין. דער פאדקעסט איז א געלונגענע צוזאם שטעל פון צוויי טאלאנטפולע געשמאקע אינגעלייט מו"ה שמואל אייכענשטיין הי"ו דער באליבטער גבאי פון מכון עצתו אמונה, מיט'ן זאפטיגן מלמד שרייבער און רעדנער מו"ה בערל שניטצלער הי"ו, וואס וועלן ברענגען צום ציבור א אינהאלטספולער שמועס יעדע וואך מיט אן אנדערן גאסט, וואס וועט דורכשמועסן מיט זיי פארשידענע נושאים בענינים העומדים על הפרק. &nbsp; דער שמועס האט זיך שוין אייגענטליך אנגעהויבן, ווען לכבוד דעם ערשטן וואך האבן זיי ארויפגעברענגט דעם גבאי'ן פון ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו, וואס פארציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע ענינים וואס ער האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע אין די פריערדיגע יארן, ער פארציילט אביסל פון זיינע בחורישע יארן, וויאזוי און דורך וועם ער איז נתקרב געווארן צום רבי'ן, וויאזוי זיין משפחה האט עס אויפגענומען, זיינע געגועים אנצוקומען אלס פרישער מקורב צום רבי'ן קיין אומאן, און וויאזוי דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ער האט געשאפט טיקעטס, ער רעדט פון זיין שטעלע אלס באס דרייווער, און וואס דאס מיינט פאר אים און פאר די קינדער, ער פארציילט אביסל פון זיינע יארן אין אלגעמיינע ישיבות, און דערנאך אין די ערשטע יארן פון ישיבה תפארת התורה ברסלב, ר' מנשה גיט איבער אביסל די היסטאריע פון די בארא פארקער ברסלב קהלה ווי דער דיין פון קרית ברסלב שליט"א האט געוואוינט פאר עטליכע יאר און געפירט די קהלה, און צום סוף שמועסט ער אויס וויאזוי ער האט זיך דערזען אלס גבאי פונעם בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק, נאכדעם וואס הרב הצדיק ר' יצחק לעזער שליט"א האט זיך געצויגן קיין יבנאל און פארקויפט זיין הויז, און דער ראש ישיבה שליט"א האט אים געבעטן צו נעמען די גבאות און שאפן א פלאץ, ער פארציילט וואס דאס מיינט די אחריות פון א גבאי, און וואס פארא זאכן זענען הילף פאר א גבאי, און צומאל קען זיין איינער מיט גוטע כוונות, אבער אנשטאט העלפן טוט ער פארקערט. &nbsp; דער ציל פונעם שמועס איז זייער פשוט און קלאר, היינט איז געווארן א שטארקע זאך אין די וועלט "פאדקעסטס", און די בעלי הפאדקעסטס ווערן דעה זאגער מיינונג זאגער, זיי פארשטייען צו חינוך, זיי פארשטייען וואס דאס מיינט אידישקייט, וואס עס איז וויכטיג און וואס איז נאריש, און מענטש עולם גולם זיצט פארגלאצט און הערט אויס זייער תורת לאקשן ווי הלכה למשה מסיני, בשעת רוב פון זיי זענען עמי הארצים מדאורייתא ומדרבנן, ליינען זיך אן און הערן זיך אן פון גוי'אישע פעדאגאגן און פרעדיגער, און די גיפט פון די נידעריגע גאס גייט אריין אומדירעקט אין די צוהערער. גאר אסאך האבן זיך געמאכט א גדר נישט אויסצוהערן קיין האַט ליינס בפרט וויבאלד פילע זאכן וואס ווערן דארט געלופטערט זענען אנגעפיקעוועט מיט לשון הרע, רכילות, ליצנות, און שלעכטע השקפות, אנשטאט דעם רופן זיי אן דעם "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און הערן אויס די פילע שיעורים, אינטערוויוס, און שמועסן וואס ווערן געגעבן דורך אינגעלייט יראי השם, אידן וואס זענען אנגעזאפט מיט "אשר בנחל" און "עצתו אמונה", און שעפן זיך אן פון די ריינע קוואל. &nbsp; אסאך אינגעלייט האבן געבעטן פאר נאך קאנטענט. זיי זאגן אז די אלגעמיינע האטליינס זענען אנגעפילט מיט ענטערנעינמעט, און זיי ווילן זייער שטארק האבן ערליכע תוכן דורך אינגעלייט תלמידים פון רבי'ן, דערפאר איז א געוואלדיגע דערגרייכונג דאס וואס די צוויי חשוב'ע אינגעלייט האבן זיך צוזאם געשטעלט און זיך אינטערגענומען דעם נייעם פראיעקט. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן מצליח זיין מיט זייער שיינער נייער אפטיילונג, און עס זאל ארויסקומען דורך זיי אסאך חיזוק, אמונה, תורה און יראת שמים.

    < זעה מער ו אדר תשפ"ה 📝
  • הערליכע מסיבת הכרת הטוב און סעודת ראש חודש אדר דורכ'ן רענט קאמפיין

    פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט ליל שישי תרומה, האט קרית יואל געהאט די זכיה צו זיין די אכסניה של תורה, דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען זאגן דעם ליל שישי שיעור אין שטאט אין צוזאמענהאנג מיט די יערליכע "הכרת הטוב מסיבה" וואס דער רענט קאמפיין שטעלט צו. &nbsp; אין די ערשטע יארן פלעגט די מסיבה פארקומען אנפאנג חודש אדר אין וויליאמסבורג אויף א מוצאי שבת, אבער נאכדעם וואס פילע אנשי שלומינו האבן זיך געצויגן צום שטעטל אין קרית ברסלב אין אפסטעיט, האבן זיי פאריאר באשלאסן עס צו אפרעכטן אין די קרית יואל געגנט וואס איז נישט צו ווייט פון רוב אנשי שלומינו, אזוי אויך האבן זיי עס גערוקט אויף דאנערשטאג נאכט, צוליב וואס אסאך האבן זיך אויסגעדרוקט אז די מוצאי שבתים ווערן שוין אין די טעג קלענער, און עס ווערט צו שפעט. &nbsp; די זאלן האבן זיך שנעל אנגעפילט אין פריע אווענט שעות פונעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, פון די פילע אנשי שלומינו פון גרעיטער ניו יארק, מען האט זיך געוואשן צו א סעודת ראש חודש, דער ראש ישיבה שליט"א מיט'ן מנהל זענען געקומען באשיינען מיט'ן שטריימל, לרגל דעם וואך נאכט ביי הר"ר שמעון רוטה שליט"א דער זון פונעם ראש ישיבה שליט"א און איידעם ביים מנהל הר"ר אברהם משה שטראססער שליט"א. אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט לברך ולהתברך ביי די בעלי שמחה שליט"א. &nbsp; ביים אריינגאנג צום זאל האט אפגעווארט שיינע מתנות פאר אלע משתתפים, די פרישע גליונות און קאר קמיעות, אזוי אויך איז געווען א שיינע אויסשטעל פון פארשידענע שענערע מתנות, לעדערנע הגדה של פסח פון מוהרא"ש, מצה באקסעס, זילבערנע כוס של אליהו'ס מיט א נאמען אויף יעדעס איינע פאר די פילע נדבנים, געוואנדן אין די סכום מיט וויפיל זיי האבן זיך משתתף געווען במשך דעם יאר צו העלפן צאלן די רענט פאר די בנינים פון היכל הקודש, און מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס קען לכבוד דעם בעסער אויסנוצן זיין צייט זיך אפצוגעבן מיט די קהלה, רעדן מיט אינגעלייט וואס דארפן הדרכה אין חינוך, שלום בית, וכדומה, זיך אפגעבן מיט די מוסדות החסד והחינוך, בויען דעם שטעטל, בתי מדרשים, כולל און אזוי ווייטער. די אלע וואס נעמען א חלק אין צאלן רענט, האבן די זכיה צו האבן א שותפות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין די אלע פעולות לטובה, וואס האט אלעס איין ציל צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, אויסצוזאגן דעם סוד פאר אידישע קינדער אז דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, און זיי האבן יא די מעגליכקייט צוריק צו קומען צו זייער טאטן וואס שטייט און ווארט אויף זיי מיט אן אויסגעשטרעקטע ארעם. &nbsp; דער יושב ראש איז געווען דער פה מפיק מרגליות, דער מלמד מומחה מו"ה בערל שניטצלער הי"ו וועלכער האט אנגעפירט מיט'ן פראגראם כזקן ורגיל בטוב טעם ודעת. צווישן אנדערע האט ער זיך געווערטלט אז יעצט איז ראש חודש אדר, און אדר איז ראשי תיבות ר'אש ישיבה, ד'יין א'ון מעכי. דער ציבור האט שטארק הנאה געהאט פון זיינע טרעפליכע ווערטער. &nbsp; דער דיין שליט"א האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט א גאר אינהאלטספולע דרשה און געענטפערט שאלות וואס מען האט אריינגעשיקט במשך די לעצטע וואכן אין די נושא פון "מעשר כספים", צי מעשר איז א חיוב אדער א מנהג, וויפיל מען דארף געבן, פון וואס מען דארף געבן, און פארשידענע סיטואציעס ווען מען באקומט געלט פון פארשידענע מקורות ווען מ'דארף געבן מעשר דערפון. דער דיין האט שטארק ארויסגעברענגט אז מעשר איז אן אויסנאם פון אנדערע מעשים טובים, מיט דעם אז מען קען דערמיט "אויספרובירן" דעם אויבערשטן, און זען ישועות ה' בזכות צדקה און מעשר ווי דער פסוק זאגט (מלאכי ג' י') "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר יהוה צבאות אם לא אפתח לכם את ארבות השמים והריקתי לכם ברכה עד בלי די". &nbsp; דערנאך האט דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו אויפגעטרעטן מיט אן אדר'דיגע רעדע, געפלאכטן מיט "ערנסטע הומאר", ער האט אראפ געלייגט וויאזוי עס האט אויסגעזען ווען ער אויס ארויפגעגאנגען צום עולם האמת אין א חלום, וויאזוי ער האט אנגעקוקט דער וועלט, און ארויסגעברענגט אז מיר דארפן זיין וואכזאם וואס עס ליגט באמת אויף אונזער הארץ, און וואס איז טאקע וויכטיג. ער האט אויסגעפירט מיט א וויכטיגע מעסעדזש אז מו"ה אשר בער הי"ו און מו"ה שבתי הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק פארן רענט קאמפיין זענען סוקסעספולע ביזנעסלייט וואס קענען מאכן ערנסטע ביזנעס אין די צייט, אבער געבן זיך אוועק נאר צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א, מיט זיין ציל צו פארשפרייטן דעם אויבערשטענ'ס נאמען אויף דער וועלט. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן מיט'ן וועכענטליכן ליל שישי שיעור, דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין אינעם נושא פון די טעלעפאנען מיט וואס די גאס רייצט אונז אויף, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מילא ביזנעס, האסט אין אפיס א קאמפיוטער, אימעיל, קאנטאקטן, דו שפירסט אז דו דארפסט עס פאר ביזנעס. אבער ווען עס קומט פינף אזייגער, פארוואס ברענגסטו אהיים דיין אזוי גערופענע ביזנעס? "אדרבה" האט דער ראש ישיבה געפרעגט פארווייטאגט "נעם ארויס דיין טעלעפאן, און קוק נאך וויפיל שעה דו האסט פאר'תכלעוועט דערויף", דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק אויפגעפאדערט אנשי שלומינו מען זאל אינוועסטן אין די ריכטיגע ביזנעס, די אייגענע משפחה, די ווייב און קינדער, וואס נאר דאס ברענגט לאנג טערמיניגע רווחים.

    < זעה מער ה אדר תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו פורים מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט גרייטן זיך מיט גרויס געהויבענקייט צום בעפארשטייענדען פרייליכן יום טוב פורים הבעל"ט, ביי אנשי שלומינו האט פורים א ספעציעלן באדייט, פורים איז א יום טוב ווי אלע לעבן מיטן אויבערשטן, אלע זינגען "עס איז דאך אלץ הבל הבלים אין עוד מלבדו", און אלע שרייען "דער אויבערשטער האט דיר ליב", מען קען זיך נישט פארשטעלן דער תענוג און נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט ווען זיינע קינדער טראכטן פון אים, גלייבן און אים, אבער דער אויבערשטער וויל עס הערן אויך מיט א טרוקענע מויל (עיין בסיפורי מעשיות), א גאנץ יאר זאלן מיר זינגען "א גאנץ יאר פרייליך", און א גאנץ יאר זאלן מיר לעבן מיט דעם "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד", איז כל שכן וכל שכן פורים, איז דער שמחה עד אין לשער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו, דער סיפור וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ דערציילן פאר פורים מיט ר' מאיר טעפליקער. ווי "ער פלעגט מאכן ביי זיך אין שטוב פורים נאכמיטאג א סעודה און אנשי שלומינו זענען זיך צאמגעקומען, מען האט געגעסן א סעודה, מען האט געטרינקען און געטאנצן אז מיר האבן מרדכי הצדיק, דער הייליגער רבי וואס ראטעוועט אונז פון המן הרשע; דער יצר הרע וואס וויל הרג'ענען יעדן איינציגסטן איד. &nbsp; ויהי היום, איין פורים זעט ר' מאיר ווי איינער זיצט אין דער זייט און וויינט, בשעת אלע טאנצן זיצט ער דארט אין א מרה שחורה, ר' מאיר האט דאס נישט געקענט סובל זיין. ער גייט צו צו אים און פרעגט אים: "זאגט מיר וואס גייט פאָר? היינט איז פורים, אלע טאנצן, אלע זענען פרייליך, פארוואס טאנצט איר נישט מיטן גאנצן עולם?!" דער איד קוקט אן ר' מאיר און זאגט אים: "ווי אזוי קען איך טאנצן ווען איך האב א צביה אויפן קאפ?!" ר' מאיר פרעגט אים: "וואס רעדט איר? זאגט מיר וואס גייט פאר מיט אייך?" דער איד הויבט אן וויינען, ער זאגט פאר ר' מאיר טעפליקער: "איך האב א טאכטער, זי איז שוין עלטער, זי דארף א שידוך, איך האב נישט קיין געלט איר חתונה צו מאכן, קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיר, די טאכטער צביה דרוקט מיר אויף מיין מח, איך הער נישט אויף טראכטן פון מיין צרה", ר' מאיר זאגט אים: "איך פארשטיי אייך נישט, אמת, איר האט א צרה, איז דאס אבער די עצה? זיצן פארביטערט איז אן עצה?! דער רבי האט אונז געלערנט, אז מען האט א צרה שרייט מען צום אייבערשטן, דער רבי האט אונז געלערנט, אז עס דרוקט אויפן הארץ - גיסט מען זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, קומט טאנצן מיט מיר, איך וועל אייך ווייזן וואס איר זאלט טון מיט צביה, איך וועל זאגן ווערטער צום אייבערשטן און איר וועט מיך נאך זאגן". &nbsp; ר' מאיר הויבט אן זאגן דעם פסוק: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער"; ר' מאיר זאגט אים: "זאג מיך נאך"; דער איד האט נאכגעזאגט און זיי האבן אנגעהויבן טאנצן, ביז דער איד איז זייער פרייליך געווארן, ער האט שוין נישט געשפירט צביה אין זיין קאפ, ער האט אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן. &nbsp; נאך פורים איז געשען א גרויסע נס, צביה איז א כלה געווארן מיט א ברסלב'ער חתן, ביידע, סיי דער חתן האט נישט געזוכט א כלה וואס האט געלט, דער חתן האט געזוכט א כלה וואס לעבט מיטן אייבערשטן, וואס לעבט מיט א צדיק, און אויך די כלה האט זיך זייער געפרייט אז זי האט געטראפן א גוטער חתן, א חתן וואס קוקט נישט אויב מען האט געלט. זיי האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א פירט אויס די מעשה מיט די ווערטער: "ברודער, גיי שוין זוך דיר אויף א ווינקל און שריי צום אייבערשטן: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער אינעם בריוו זיינע פלענער פאר'ן יום טוב פורים, אז ער וועט זיין בעז"ה פורים ערב שבת קודש אין וויליאמסבורג, און ער בעט אנשי שלומינו זאלן נישט אריינקומען אין שטאט, נאר יעדער זאל זיך מאכן פרייליך וואו ער איז, ווייל "פרייליך איז נישט אין א געוויסע פלאץ, פרייליך איז אין הארץ." &nbsp; מי'טן אויבערשטענס הילף וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען מוצאי שבת קודש אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט אין וויליאמסבורג, ווי מען וועט טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד היום, און זונטאג נאכמיטאג פורים המשולש וועט פארקומען אין בית המדרש א שיינע שושן פורים סעודה מיט א פארשטעלונג פאר די קינדער, וואס וועט זיין בעז"ה גאר אינטערעסאנט. &nbsp; &nbsp; וימי הפורים האלה לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם

    < זעה מער ג אדר תשפ"ה 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם "רענט קאמפיין", קומענדיגן דאנערשטאג אין קרית יואל

    די געטרייע עסקנים פון די "רענט קאמפיין" זענען אין די טעג פארנומען מיט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים. &nbsp; אנשי שלומינו האבן א שטארקע הכרת הטוב פאר די צוויי חשובע אינגעלייט מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה שבתי מארקוס הי"ו וועלכע האבן אראפגענומען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פאר די בניני הישיבה, און מיט דעם האבן זיי באפרייט טייערע צייט און כח פונעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען זיך בעז"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט מער הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אנשי שלומינו ווייסן און פארשטייען די שווערע אונטערנעמונג וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען און פירן אויס מיט געטריישאפט מדי חודש בחדשו, און דעריבער שטרענגט מען זיך אן יעדן חודש און מען געבט צושטייער שיינע סכומים פאר די רענט. &nbsp; די רענט קאמפיין שפירט א געוואלדיגע הכרת הטוב צום ציבור וואס העלפט אזוי שיין ארויס, און דעריבער ווילן זיי כאטש איינמאל א יאר זיך באדאנקען פאר די פילע נדבנים, און דעריבער איז פאררופן געווארן די יערליכע מסיבת הכרת הטוב אויפ'ן קומענדיגן דאנערשטאג נאכט פרשת תרומה הבעל"ט, אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש אדר, אין די פראכטפולער זאל "עטרת מייזעלס" אין קרית יואל, אויף 6 י"ד גאלדבערגער דרייוו. &nbsp; אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפרעכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות פאר אלע נדבנים. &nbsp; היי יאר ווארטן אנשי שלומינו שטארק ארויס אויף א ספעציעלע שיעור וואס דער דיין שליט"א וועט געבן, ווי ער וועט איבערגעבן הלכות "מעשר כספים" אויף א קלארע און פראקטישע אופן, און מען זאל ארויסגיין מיט א קלארקייט איבער דעם גאנצן נושא. &nbsp; דער משא המעמד וועט געגעבן ווערן דורכן ראש ישיבה שליט"א וועלכע וועט איבערגעבן דארט ביים מסיבה דער וועכנטליכן ליל שישי שיעור, און וועט אונז צוגרייטן צו די פרייליכע חודש אדר, און צו די לעכטיגע יום טוב פורים הבעל"ט, וויאזוי מיר קענען אויסנוצן די טעג אויפן בעסטן אופן. &nbsp; די עסקנים האבן געבעטן איבערצוגעבן עטליכע נקודות פאר אנשי שלומינו, ערשטנס בעטן זיי אלעמען צו קומען אין צייט 8:15 אויף דערנאכט, וואס פון דעם וועט יעדער נהנה זיין אז מען וועט קענען ענדיגן אין צייט מיטן אויבערשטנ'ס הילף. אויך בעטן זיי איבערצוגעבן אין שטוב אז דער מסיבה איז נאר פאר ערוואקסענע מענער, און נישט פאר קינדער, בחורים אדער פרויען. אויך וועט נישט זיין צוגעשטעלט קיין טראנספארטאציע פון שטעטל. &nbsp; דער מסיבה אנטשפרעכט איבערצולאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע באטייליגטע אויף א לאנגע צייט.

    < זעה מער כז שבט תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א קלאפט מזוזות אין בית המדרש היכל הקודש אין סטעטן איילענד

    אין אלע חרדישע געגענטער הערשט א שטארקע דירות קריזיס. קיין עין הרע, געבענטשטע משפחות, מיט אסאך קינדער, און די פארלאנג פון דירות איז שווער נאכצוקומען, דאס האט צוגעברענגט אז עס האבן זיך געעפנט פילע נייע געגנטער ארום די אלטע אידישע שטעט. אריבער דעם ווערעזאנא בריק פון בארא פארק, האט זיך אין די לעצטע יארן אנטוויקלט ב"ה א הערליכע שנעל וואקסנדע שפרודעלדיגע היימישע געגענט אין סטעטן איילענד, עס וואוינען שוין דארט קרוב צו טויזנט משפחות פון אלע חרדישע קרייזן. דער געגענט איז ב"ה געבענטשט מיט פילע שולן פון פילע הויפן און חסידות'ן, וואס לא ראוי זה כראוי זה, אבער הצד השווה שבהן אז מען לערנט מען דאווענט און מען דינט דעם אויבערשטן. &nbsp; צווישן די פילע נייע תושבים געפינען זיך אויך פילע חסידי ברסלב, תלמידי היכל הקודש, און מען האט איינגעזען אז עס איז צייט פאר א בית מדרש היכל הקודש בית המדרש אין סטעטן איילענד, ווי מען זאל זיך קענען מחזק זיין בעבודת ה' אויפן וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט. מיט בערך איינס און א האלב יאר צוריק האט מען זיך ב"ה אריינגעצויגן אינעם נייעם בית המדרש, און מען האט עס באנייט. &nbsp; יעצט ווען זאכן האבן זיך שוין ב"ה געסעטלט, איז געווען צייט מען זאל ענדיגן די ארבעט פון איבערפרישן דעם פלאץ, דער געטרייער גבאי מו"ה יוסי זינגער הי"ו האט זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט, און אין די לעצטערע וואכן האט מען אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו איבערפרישן און פארענדיגן דאס פלאץ ווי עס פאסט פאר א בית ה'. אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר איינע פון די חשוב'ע מתפללים מו"ה שמעון לעווי הי"ו וואס האט מנדב געווען די הוצאות. ישלם ה' פעלו, ותהי משכורתו שלימה מעם ה'. מען האט געלייגט א גענצליך נייע פלאר, מען האט געלייגט פרישע טירן, און נייע מאלדינגס. &nbsp; דער בית המדרש "היכל הקודש" אין סטעטן איילענד איז א מאגעעט אין צענטער פון שטאט וואו מען ווייסט אז דארט איז א פלאץ ווי מען קען הערן גוטע ווערטער, מען באקומט פרישע לופט און חיות ווייטער אנצוגיין, עס געפינט זיך אויף 319-A ברעדלי עוו. - אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם אויף אלע דריי תפילות, דער גבאי מו"ה יוסף זינגער הי"ו לערנט פאר שיינע שיעורים שבת אינדערפרי און ביי שלש סעודות, און מען איז זיך מחזק בדיבוק חברים מיט די ווערטער פונעם רבי'ן און זיינע תלמידים. &nbsp; ווי געזאגט האט מען געדארפט לייגן נייע טירן, און מען האט דערפאר געדארפט אראפ נעמען די מזוזות, און יעצט ווען עס איז פארטיג געווארן איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען מחזק זיין אנשי שלומינו אין שטאט, און געקלאפט די מזוזות צום גרויסן געלעגנהייט. &nbsp; דער באזוך פון ראש ישיבה שליט"א האט ארייגעבלאזן א פרישע חיות אין די גאנצע שטאט, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט זיין וועכענטליכע ליל שישי שיעור פאר אינגעלייט דארט אין בית המדרש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פונעם פרייליכן חודש אדר הממשמש ובא. דער רבי האט געזאגט אז עס איז א מצוה צו זיין פרייליך א גאנץ יאר, אבער חודש אדר דארף מען צולייגן שמחה פי כמה. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט ווי שמחה איז א יסוד היסודות צו הצלחה ברוחניות ובגשמיות, א פרייליכע מענטש איז מצליח, יעדער גלייכט צו זיין נעבן אים, שמחה היט אפ א מענטש פון עבירות, ווען א מענטש איז פרייליך קריגט ער זיך נישט מיט קיינעם, און אזוי אויך היילט עס פשוט ברוחניות ובגשמיות, ווי דער רבי שרייבט אז אפילו די דאקטורים זענען מודה אז רוב חלאים קומט אויף א מענטש נאר ווייל מען איז נישט פרייליך, היינט איז גאר שטארק מצוי מענטשן וואס ליידן אויף די מאגן, אויף די רוקן און אזוי ווייטער, נאר צוליב סטרעס, וואס מיינט אז מען איז נישט פרייליך. אבער וויאזוי קען מען זיין פרייליך? - האט דער ראש ישיבה געפרעגט - דארפסט נישט טון עפעס אויסערגעווענליך, פריי דיך מיט פשטות יהדות. פארוואס לאזט א מענטש נאך אידישקייט, ווייל ער פריידט זיך נישט דערמיט. פריי דיך מיט ציצית, פריי דיך מיט שבת, שבת נעמסטו נישט דיין קאר, דו עפנסט נישט דיין טעלעפאן, דאס איז שוין איבער גענוג צו זיין פרייליך. &nbsp; נאכן שיעור האבן די אנוועזענדע געפרעגט זייער אינטערעסאנטע שאלות, צום ביישפיל, א מלמד האט געזאגט אז ער שפירט נישט ווי איינער קוקט ארויף זיין ארבעט, ער טראכט איבערצולאזן די מלומדות, האט דער ראש ישיבה געזאגט, א מענטש זאל נישט ווארטן מען זאל אים זאגן, פרעג די מנהל "וויאזוי טו איך מיין דזשאב? עס איז גוט? קען איך עפעס טון בעסער?", און די זעלבע זאך איז גוט צו טון אין נאך מצבים אין לעבן, צום ביישפיל אויב דיין ווייב געבט דיר נישט קיין גוטע ווערטער, פרעג איר, ווארט נישט. איינער האט זיך אפגערעדט אז אפילו ווען ער לייגט זיך שלאפן פרי קען ער אבער נישט אויפשטיין פרי, וואס זאל ער טון, האט דער ראש ישיבה געזאגט, איין מאל גיין שלאפן פרי איז נישט גענוג, האלט אן דעם סדר, וועסטו זען אז דו וועסט קענען אויפשטיין פרי. דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס, איבער כיבוד אב ואם ביי חתונה געהאטע אינגעלייגט, וויפיל איז די שיעור, אין רעאקציע צו א פראגע פון א אינגערמאן וואס האט פארציילט אז זיינע עלטערן בעטן פון אים כסדר אינמיטן די ארבעט ער זאל זיי טראגן און ברענגען. &nbsp; נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געקלאפט די מזוזות אויף די פרישע שול, און אנגעווינטשן פאר די גבאים און פאר אנשי שלומינו מען זאל מצליח זיין אין אלעם וואס זיי טוען. דער באזוך האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אלעמען.

    < זעה מער כו שבט תשפ"ה 📝
  • ווארימע סעודת הילולא פון אבינו רועינו מוהרא"ש זי"ע בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א

    לקראת די צענטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אבינו רועינו מרן מוהרא"ש זי"ע וואס איז אויסגעפאלן נעכטן שבת קודש קבלת התורה י"ז שבט הבעל"ט זענען זיך צוזאם געקמען א ריזיגע ציבור אנשי שלומינו תלמידים פון אלע שטעט אנשים נשים וטף פון גרעיטער ניו יארק און ארום, טראץ דעם גאר שווערן שניי און אייז שטורעם וואס האט געבוזשעוועט אין גאס, מיט'ן ציל צו חזרן און זיך מחזק זיין מיט די שיינע ירושה וואס אונזער רבי דער גרויסער בעל הילולא האט אונז איבערגעלאזט. &nbsp; דער יושב ראש דער פה מפיק מרגליות, הר"ר זושא פריעדמאן שליט"א האט מיט זיין לשון לימוד ארויסגעברענגט די גרויסע פארדינסטן וואס מיר האבן פונעם בית הדפוס, און די גרויסע זכי' וואס מיר האבן זיי צו שטיין צו די רעכטע האנט. עס איז געווען אין פלאן צו הערן דרשה פון מו"ה אפרים ענגליש הי"ו איבער זיין דראמאטישע סיפור התקרבות, אבער צוליב דעם שווערן וועטער האט ער נישט געקענט אנקומען, ועוד חזון למעוד, האפט מען עס משלים צו זיין ביי א קומענדיגע געלעגענהייט. &nbsp; אלץ א סורפרייז האט אויפגעטרעטן דער דער מנהל בית הדפוס, מו"ה אשר יעקב בלום וואס האט אביסל פארציילט די סודות פון חדר, די פינאנציעלער מצב פונעם בית הדפוס, און די גרויסע פלענער וואס מען האפט בסייעתא דשמיא צו דערגרייכן. &nbsp; דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו האט דערנאך אויפגעטרעטן און אראפגעלייגט וואס דאס מיינט הפצה, וויאזוי מען האט געזען זינט דעם הייליגן רבינ'ס פטירה, במשך אלע דורות וויאזוי א קליין ספר וואס קומט אן צו א איד קען בוכשטעבליך טוישן די וועלט,מיר זענען עדות צו פילע עפיזאדן וויאזוי א ספרל האט געטוישט און געראטעוועט אומצאליגע אידן און משפחות. דאס איז די ציל און מטרה פון אלע אקטיוויטעטן פונעם בית הפוס. ער האט ארויסגעברענגט אז דער בית הדפוס טראגט היינט א בודזשעט פון איבער זעכציג טויזענט דאלער, וואס קען נאר אנגיין א דאנק די נדבות און שטיצע פון אנשי שלומינו. &nbsp; דערנאך האט מען מיטגעהאלטן א גאר אינהאלטספולע לעבעדיגע אינטערוויו צווישן דער לאנג יעריגער תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע מו"ה שאול חיים איינהארן הי"ו, וואס האט געהאט די זכי' צו משמש זיין מוהרא"ש זי"ע, און מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בארא פארק, ווי מען האט געהערט גאר אינטערסאנטע עובדות וסיפורים ערשטהאנטיג, פון די פריערדיגע יארן ביי מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; צום שלוס האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט געפענט די גנזי המלך, די טייערע אוצורות די ירושה וואס מוהרא"ש זי"ע האט איבערגעלאזט, די ירושה וואס יעדער קען נעמען פאר זיך, אז מען קען לעבן דא אויף דער וועלט מיט די דזשאב, מיט די ווייב, מיט די קינדער, לעבן מיט'ן אויבערשטן, לעבן מיט תפלה, לעבן מיט התבודדות, לעבן מיט שמחה של מצוה. &nbsp; דער ריזיגער ציבור איז שטארק דאנקבאר פאר'ן בית הדפוס און פאר אלע וואס שטיין צו הילף פאר דעם ריזיגן פאבריק פון אמונה, וואס זייט דעם הייליגן רבי נתן איז נאך נישט געווען א דרוקעריי וואס איז אויפגעשטעלט געווארן און האט נאר איין ציל צו פארשפרייטן און דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, אן אויפגאבע וואס ליגט באמת אויף יעדן ברסלב'ע חסיד באזונדער, און מיט דעם בית הדפוס זענען מיר ממשיך דעם מסירת נפש פון רבי נתן, וואס וועט אונז באגלייטן ביז משיח. &nbsp;

    < זעה מער יט שבט תשפ"ה 📝
  • ערשטע פסח מיטינג דורך הנהלת בית התבשיל

    די הנהלה פונעם בית התבשיל האט זיך נעכט צוזאם געזעצט צו א דרינגענדע מיטינג, וואו מ'איז דורכגעגאנגען די בעפארשטייענדע יום טוב פסח הבעל"ט וואס קומט אין צוויי חדשים, און מען איז דורכגעגאנגען וואס מען וועט טיילן, וויאזוי מען וועט טיילן, און די בודזשעט וואס מען וועט דארפן האבן דערפאר. &nbsp; אויסער דעם איז מען דורכגעגאנגען די נושא פון די חלוקות וואס מען האט שוין ברוך השם א גרויסע גוטע פלאץ דערפאר, אבער מען האט עס נישט געקענט געהעריג נוצן צוליב דריי סיבות, איינס אז דער בנין איז נישט אינסולעיטעד, וואס מאכט אז מען קען עס נישט געהעריג נוצן בפרט אום ווינטער, און די קאסטן עס צו מאכן וועט זיין בערך צוואנציג טויזענט דאלער, אזוי אויך אז מען פארמאגט דערווייל נישט קיין אייגענע היילאו (פארקליפט) וואס איז גאר וויכטיג צו קענען אפלאדענען די טראקס פון די סחורה און עס פירן צום ריכטיגן פלאץ, א מאשין וואס קאסט אויך בערך צוואציג טויזענט דאלער. דא קומט זיך צו דערמאנען מו"ה שבתי מזרחי הי"ו וואס האט געבארגט זיין מאשין פארן בית התבשיל מערערע מאל, א זאך וואס ער קען נישט אלעמעל טון, און עס איז צייט דער בית התבשיל זאל זיך איינהאנדלען אן אייגענע מאשין. די דריטע זאך איז אז די שטח נעבן דעם בנין איז נישט געפלאסטערט און נישט גלאט, וואס מאכט כמעט אוממעגליך צו אפלאדענען טראקס אויף דעם פלאץ, דאס ווערט ערווארטעט צו קאסטן בערך צען טויזענט דאלער. מען האט געשמועסט וועלכע פעולות מען קען טון צו לייזן די אלע זאכן. &nbsp; דערנאך האט מען גערעדט פון די עיקר נושא צו וואס מען איז צוזאם געקומען, דער הייליגער פרייליכער יום טוב פסח, וואס פילע אנשי שלומינו וואס אפילו זיי פארדינען א גאנץ יאר און קענען זיך ברוך השם דעקן, דארפן אבער הילף צו קענען אריינברענגען דעם יום טוב, מען זאל האבן אלעס וואס עס פעלט אויס. &nbsp; בפרט, ווי אלע קענען עדות זאגן זענען פרייזן פון גראסעריס זייער שטארק געשטיגן, און נאך מער ווען מען רעדט פון אייער, וואס קאסט שוין היינט פון זיבן ביז צען דאלער א דאזן, וואס מיינט אז א באקס אייער קאסט יעצט צווישן צוויי און דריי הונדערט דאלער. די הנהלה איז אבער אויף א מיסיע צו צושטעלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אלעס וואס מען דארף, אריינגערעכענט אייער, טשיקן פלייש, בהמה פלייש, פרוכט, גרינצייג, מילכיגס פאר אלע וואס דארפן עס. &nbsp; אזוי אויך וועט מען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף ווייטער אויסטיילן פאר אלע בני תורה און גרויסע משפחות וואס נויטיגן זיך דערין די "גראסערי קיופאנס" וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די פארגאנגענעם יאר צו זיין א גרויסע סוקסעס. &nbsp; נאכן מאכן אלע חשבונות, האט מען אויסגערעכענט אז עס ערווארט פאר'ן בית התבשיל א בודזשעט פון איבער צוויי הונדערט טויזענט דאלער בלויז די פסח פראיעקטן, און בסייעתא דשמיא וועט מען עס צושטעלן. &nbsp; אנשי שלומינו וועלן זיכער שפירן א גרויסע זכות צו שטיין צו די האנט פאר'ן בית התבשיל, און דער זכות פון אריינגברענגען א שמחת יום טוב צו די פילע שטובער וועט זיכער ביישטיין פאר אלעמען.

    < זעה מער טו שבט תשפ"ה 📝
  • סעודת הילולא פון מרן מוהרא"ש זי"ע קומענדיגן מוצאי שבת קבלת התורה אין HCS רעזארט

    אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום יומא דהילולא קדישא פון אונזער גרויס'ן רבי'ן מוהרא"ש זי"ע, דער גרויסער צדיק וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אונז איבער פופציג יאר, ער האט בוכשטעבליך אוועקגעגעבן אלעס פון זיך כדי אז מיר זאלן היינט וויסן פונעם הייליגן רבי'ן און פון זיינע זיסע עצות, וואס דאס האלט אונז אינעם שווערן גלות. &nbsp; ווי באשטימט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, וועט דער מעמד אפגעראכטן ווערן דורך די הנהלת "קרן הדפסה היכל הקודש", וואס געבט זיך אוועק במשך די גאנצע יאר, אז די פלאג און מיה פונעם גרויסן צדיק זאל נישט זיין חס ושלום לריק, און פארשפרייט אויף אלע מיני אופנים די הייליגע ספרים און לימודים פונעם הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים אויף די וועג וואס מוהרא"ש זי"ע האט עס אראפ געשטעלט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א ספעציעל געשריבן א בריוו צו אנשי שלומינו אז מען זאל קומען זיך משתתף זיין און שטיצן דעם הייליגן מוסד בגוף ונפש: &nbsp; ❞קומענדיגע וואך, שבת פרשת יתרו - געפאלט די צענטע יארצייט פון אונזער רבי, אונזער טאטע - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מיר וועלן זיך צאמנעמען אלע אנשי שלומינו, אלע תלמידים, מוצאי שבת, צו סעודת מלוה מלכה און יארצייט סעודה, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די אוצרות וואס מיר האבן באקומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.❝ ❞די יארצייט סעודה וועט זיין אינאיינעם מיט א מסיבה פאר די קרן הדפסה היכל הקודש, די פאסיגסטע זאך איז צאמשטעלן די צוויי אינאיינעם, ווייל הדפסה והפצה איז געווען דאס שווארץ אפפעל פון מהרא"ש. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן אויף פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים עצות און חיזוק פאר די וועלט. עס איז נישט צו משיג זיין וואס מוהרא"ש האט געטון, א אינגערמאן, איינער אליין - זאל זיך אריינווארפן אין צענדליגער טויזנטער דאלער חובות צו דרוקן די ספרים, ווען קיינער ווייסט נישט פון די ווארט 'ברסלב', קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז, און מוהרא"ש, א אינגערמאן איינער אליין - דרוקט און דרוקט, און גייט אליין ארום ביי די הייזער און אין שולן און פארקויפט און טיילט די ספרים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נישט אויף בזיונות, אויף גארנישט.❝ &nbsp; ❞תלמידי היכל הקודש דארפן אלע עוסק זיין אין הדפסה והפצה, איינער מיט געלט, איינער מיט רצון און איינער מיט טרחה, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט איידער זיין הסתלקות (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).❝ &nbsp; ❞מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א ירושה, מוהרא"ש שרייבט אינעם בריוו מאנטאג פרשת יתרו, פיר טעג פארן הסתלקות: "הִשְׁאַרְתִּי אַחֲרַי יְרוּשָׁה גְדוֹלָה וְהֵם שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' שֶׁמִסְתַּכֵּם כְּבָר עַד הַשָּׁנָה הַזּוֹ לְּמַעְלָה מִשִּׁבְעִים אֶלֶף מִכְתָּבִים", איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל', זיבעציג טויזנט בריוו, "וְלָכֵן אֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶת כָּל אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ תַּעַזְרוּ לִי שֶׁיֵּצֵא כָּל חֶלְקֵי שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אֲשֶׁר בַּנַּחַל' לָאוֹר עוֹלָם", בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער אשר בנחל, "כָּל אֶחָד שֶׁיִּקַּח עַל עַצְמוֹ כַּמָּה כְּרָכִים לְהַדְפִיס אֶת זֶה", יעדער זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל, וועסטו האבן א חלק אין די ירושה.❝ &nbsp; ❞איך האף דו וועסט קומען און העלפן דעם קרן הדפסה וואס מיר האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל און מען דרוקט אן אויפהער ספרים קונטרסים גליונות - וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זאלסטו זיך טיילן מיט די ירושה, טון דעם ווילן פון מוהרא"ש. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט אָפְּדְרוּקְן דִי אַלֶע בְּרִיוְון אוּן מֶען זָאל עֶס אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן: 'כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת', קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן. נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".❝ &nbsp; דער מסיבה וועט אפגעראכטן ווערן אינעם פראכטפולן עידזש סי עס רעסארט זאל אין סאוט פאלסבורג אויף די בערג, אלע אנשי שלומינו אויך די עזרת נשים זענען געלאדענט, מען וועט זיך וואשן לכבוד מלוה מלכה און לכבוד דער סעודת הילולא אום 8:30. עס ווארט אפ א הערליכע געשמאקע פראגראם וואס לוינט נישט צו פארפאסן. און א שיינע מתנה וועט פארטיילט ווערן פאר אלע באטייליגטע. דער יושב ראש פונעם מסיבה וועט זיין דער אלעמען באקנטער מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו וואס וועט מיט זיין געשמאקע שפראך מהנה זיין דעם ציבור. א גאר אינהאלטספולע לייוו שמועס וועט אפגהאלטן ווערן צווישן מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מיט הרה"ח שאול חיים איינהארן שליט"א פון די לאנג יעריגע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע וואס וועט איבערגעבן גאר אינטערעסאנטע עובדות און אנעקדאטן וואס ער האט מיטגעהאלטן בשעת ער האט זוכה געווען צו באדינען מוהרא"ש זי"ע אלס גבאי אין בית המדרש. מו"ה לייבי ראטה הי"ו דער גבאי פונעם מוסד וועט איבערגעבן גאר אינטערעסאנטע פרטים סודות פון חדר וואס עס טוט זיך אפ צווישן די ווענט פונעם בית הדפוס. אזוי אויך וועט פארטיילט ווערן שיינע פרסים פאר אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים צו דרוקן די ספרים במשך דעם יאר. דער הויכפונקט פונעם מעמד וועט זיין די דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט איבערגעבן די משא המעמד ווי ער וועט פארטיילן פון די גרויסע ירושה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט וואס מיר קענען מיטנעמען מיט זיך אהיים צו טראגן. &nbsp; מיט'ן אויבערשטענס הילף וועט מען זיך האלטן זייער שטארק צייטליך און בענטשן אום 11:15, כדי נישט אויפצוהאלטן אנשי שלומינו אין די שפעטע נאכט שעה'ן בפרט ווען פילע אנשי שלומינו וואס וואוינען אין די שטאט דארפן נאך אהיים פארן א לאנג וועג. &nbsp; תאו והתכנשו להילולת מוהרא"ש

    < זעה מער יא שבט תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 16 to 30 of 403 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 26 27
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com