Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • היסטארישן שבת סיום הש"ס איז שוין בלויז עטליכע טעג אוועק

    גרויס התרגשות הערשט צווישן אנשי שלומינו ווען מען גרייט זיך צום גרויסארטיגן שבת התוועדות - סיום הש"ס, וואס איז געענדיגט געווארן נאך זיבן יאר, דורך אלע אנשי שלומינו עלטערע אידן, אינגעלייט, בחורים, און קינדער. דאס מאכט די סיום הש"ס אייגענארטיג, זייענדיג א סיום פון א גאנצע קהילה וואס לערנען  יעדן איינציגן טאג א דף גמרא, און יעצט איז מען זוכה צו שניידן די פירות פון די הארעוואניע און  ענדיגן דעם גאנצן ש"ס. א שטארקער פאקטאר וואס שפילט אין דעם סיום הש"ס איז דער פאקט וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט אונז כסדר דערמאנען אזש עס גייט כמעט נישט דורך א טאג, וואס דער ראש ישיבה זאל נישט מאנען און בעטן אלע תלמידים אז מען זאל נישט גיין שלאפן איידער מען האט געלערנט א דף גמרא, און אז מען קען נישט גיין צו א שיעור, אדער מען איז פאריארגט, מען האט נישט קיין קאפ און מען קען נישט לערנען, האבן מיר דאך די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן סימן ע"ו) אז די עיקר ביים לערנען איז זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער ראש ישיבה מיט די תלמידים וועלן פייערן דעם גרויסן "שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס" אינעם פראכטפולן "קראון פלאזא האטעל" אין סעמפארד קאנעטיקוט, וואס איז ארויסגעדינגען געווארן מיט אלע צימערן, ווי אלע תלמידים וועלן זיך צאמקומען אינאיינעם מיט זייערע משפחות, מענער פרויען און  קינדער, ווי מען וועט פראווען א הערליכן שבת אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער שבת פארשפרעכט צו זיין א הערליכע און היסטארישע שבת, וואס לוינט זיך אלע געלטער און טירחא צו קומען דאס מיט האלטן. דער שיינער שבת וועט בעז"ה בלייבן איינגעקריצט אין זכרון פון אלע באטייליגטע וואס וועלן אי"ה מיטהאלטן די געהויבענע תפילות, סעודת שבת און באטע'ס אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, און די אינהאלטסרייכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה וועט געבן במשך דעם שבת, וואס וועט פארזיכערן אז מיר כאפן זיך מיט מיט'ן באן נאכאמאל אנהייבן ש"ס אויפ'ן דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, בפרט וועט עס בעז"ה געבן א שטארקע חשק און שטופ פאר אונזערע קינדער, נאכצומאכן זייערע עלטערן, און אויך אנהייבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אזוי ארום וועלן זיי אויך זוכה זיין צום גרויסן זכות און מסיים זיין ש"ס אין זיבן יאר ארום. ממש געציילטע צימערן זענען נאך עוועליבעל, און ווער ס'האט זיך נאכנישט געמאלדן זאל רופן וואס שנעלער צו רעזעווירן א צימער, וכל הקודם זכה. בארא פארק: ר' אלי' קנאלל 718-506-4341 וויליאמסבורג: ר' ליפא שווארץ 917-541-1197 מאנסי: ר' ברוך יאקאבאוויטש 917-789-3095 קרית יואל: ר' יואל שניטצלער 845-248-8044   מיר האבן מקבל פון הייליגן רבי'ן אז ער האט געזאגט: "ווען מען ענדיגט ש"ס איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלקים" (פון א בריוו פון ראש ישיבה - י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט)

    < זעה מער ג טבת תשפ 📝
  • בליץ באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל

    דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן מאנטאג נאכט פון ניו יארק. דינסטאג פארנאכטס אום 6 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א געלאנדע בשטו"מ אין ארץ ישראל, פון וואו דער ראש ישיבה שליט"א איז תיכף אריבערגעפארן קיין "בית שמש" צום בית המדרש היכל הקודש דארטן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט צוערשט פארגעלערענט דעם בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור התחזקות פאר די תלמידים פון ארץ ישראל ביז 9 א זייגער. דערנאך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין ירושלים עיה"ק ווי דער ראש ישיבה האט אויך געגעבן א שיעור אינעם דארטיגן ביהמ"ד היכל הקודש. מיטוואך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבניאל, צום ציון הק' פון מוהרא"ש, ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעבעטן ביים הייליגן ציון. דארט אין יבניאל האט דער ראש ישיבה געטראפן אסאך תלמידים פון מוהרא"ש און מחזק געווען די אידן מיט די ווערטער פון הייליגן רבין. מיטוואך נאכמיטאג אום 3 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אריבערגעכאפט קיין עיה"ק צפת, ווי עס איז דא א שיינע חבורה פון אינגעלייט תלמידי היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה האט צוערשט פארגעלערענט דער בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט שיינע דיבורי התחקות. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בני ברק, זיך צו באטייליגן ביים חתונה פון החתן יעקב ראטטענבערג ני"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה בן מו"ה יהוסף צבי הי"ו פון קרית יואל, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה מיט הכלה החשובה תחי' בת מו"ה אליעזר פוקס הי"ו. דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, לערנט ער פלייסיג א גאנצן טאג אין ישיבה ווי ער שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל, און גאר אסאך מאל ששה סדרי משנה. &nbsp; דער ראשי ישיבה שליט"א איז היינט דאנערשטאג צוריק געקומען בשלום פון ארץ ישראל. און דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין בעז"ה היינט דאנערשטאג געבן דעם וועכענטליכע שיעור פאר אינגעלייט אום 9:00.

    < זעה מער כז כסלו תשפ 📝
  • כינוס תלמידי היכל הקודש אין ירושלים היינט דינסטאג וישלח ביינאכט

    מיט גרויס שמחה נעמען די ירושלימ'ער איינוואוינער אויף די בשורה אז בעז"ה היינט ביינאכט וועט פארקומען א "כינוס תלמידי היכל הקודש" אין ירושלים עיה"ק פאר די פילע בחורים און אינגעלייט פון ירושלים עיר הקודש וואס לעבן מיטן ראש ישיבה'ס שיעורים און פרובירן צו גיין מיט דעם, ווי מ'וועט זיך בעז"ה צוזאם נעמען זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. דער כינוס וועט בעז"ה פארקומען היינט דינסטאג וישלח י"ב כסלו אום 7:00 אווענט אין ביהמ"ד ביאלא ב"ב, אויף רחוב אבינדב 20. &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער יב כסלו תשפ 📝
  • געציילטע צומערן נאך געבליבן ביים שבת התוועדות - סיום הש"ס

    אנשי שלומינו חסידי ברסלב היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום גרויסן "שבת התוועדות - סיום הש"ס", דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת ויגש הבעל"ט, וואס וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן אינעם שיינעם "קראון פלאזא האטעל", אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ביי יעדן אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש ז"ל פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס און גלייכצייטיג דורכגיין כל התורה כולה. פאר זיבן יאר צוריק זענען געווען פילע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך צוגעהערט וואס מוהרא"ש האט געזאגט, און טאג איין טאג אויס האבן זיי זיך נישט געלייגט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. יעצט נאכ'ן הארעווען זיבן יאר, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, וועלן זיי יעצט זוכה זיין זיך צו פרייען מיט דעם גרויסן שמחת התורה, צו ענדיגן כל הש"ס כולה. צו דעם גרויסן געלעגנהייט האט מען אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, וואו אלע תלמידי היכל הקודש וועלן ארויסקומען מיט זייערע משפחות און פארברענגען דעם גאנצן שבת קודש מיט א רייכער פראגראם. די אלע וואס האבן שוין מיטגעהאלטן אמאל א שבת התוועדות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווייסן די געשמאק דערפון; אזא הערליכע שבת איז ממש מעין עולם הבא. געציילטע צימערן זענען נאך עוועליבעל, און ווער ס'האט זיך נאכנישט געמאלדן ווערט געבעטן צו רעזעווירן א צימער ווי שנעלער, ביי די חשובע אינגעלייט וואס געבן זיך אפ מיט די הכנות צו דעם געהויבענעם שבת, וכל הקודם זכה. בארא פארק: ר' אלי' קנאלל 718-506-4341 וויליאמסבורג: ר' ליפא שווארץ 917-541-1197 מאנסי: ר' ברוך יאקאבאוויטש 917-789-3095 קרית יואל: ר' יואל שניטצלער 845-248-8044 השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער טז חשון תשפ 📝
  • הערליכע יום טוב סוכות ביי אנשי שלומינו

    גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. מיטוואך אוונט חוה"מ איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין וויליאמסבורג, אזוי ווי עס געגאנגען א שטארקע רעגן האט מען שנעל געענדיגט די סעודה און געבענטשט און דערנאך איז מען ארויף אין בית המדרש וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט דברות קודש, צום ערשט האט ער ארויסגעברענגט אז די רעגן אום סוכות איז א נסיון פון באשעפער צו זען אויב דער מענטש וועט זיך ווייטער האלטן פרייליך אפילו ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי ער וויל, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, בפרט די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, אז מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן, יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פון אינדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל, איז אבער דער אמת אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן, ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. נאך די דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה. *** פרייטאג חול המועד איז געווען א שיינער סיום אויף מסכת תמיד, פון די טעגליכע שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדן אינדערפרי, עס איז זיך צוזאמגעקומען א שיינער עולם אין די סוכה, און דער ראש ישיבה האט גערעדט אז מ'זעט ווי א איד כאפט אריין יעדן טאג א בלאט גמרא, וואס זעט אויס ווי א קלייניקייט, אבער מיט די צייט ענדיגט מען נאך א מסכתא און נאך א מסכתא, ביז מ'איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס. *** אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב צווישן אנשי שלומינו. הושענה רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים, ובפרט איבער דעם ענין נישט אריינצונעמען אינדערהיים קיין שום כלים וואס מ'קען זען אויף דעם שלעכטע זאכן, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז יעצט קען א מענטש מיינען אז פאר אים און פאר זיין משפחה וועט עס נישט שאטן, ווען עס וועט אבער אריבערגיין א צען צוואנציג יאר, וועט מען זען דעם גרויסן חילוק פון ווער עס האט געפאלגט די רבנים און נישט אריינגענומען אין שטוב קיין שלעכטע זאכן, ער וועט האבן א שיינע משפחה און זען אסאך אידיש נחת פון די קינדער און אייניקלעך, ווידער ווער עס איז אן אויבער-חכם און מיינט אז ער קען זיין קלוגער, וועט זיך דעמאלט רייסן די האר פון קאפ זעענדיג ווי זיין גאנצע משפחה איז צוגרונד געגאנגען רחמנא ליצלן. *** שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר זיך האבן מיט וואס צו פרייען אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן, און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף די וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט. ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל ווען אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט דאס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו"- אז ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן. דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער כט תשרי תשפ 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א קומט באזוכן אין קרית ברסלב אויף שבת קודש

    מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו איינוואוינער פונעם שטעטל קרית ברסלב - ליבערטי אויפגענומען די פרייליכע בשורה אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה קומען אפרעכטן דעם שבת קודש פרשת בראשית, שבת מברכים חשון הבעל"ט אין שטעטל. דער שבת ווערט ערווארטעט צו זיין א שבת פול מיט התרוממות און התחזקות, ווען אלע איינוואוינער וועלן אינאיינעם דאווענען און הערן די הערליכע שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א. שבת קודש ביינאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א אי"ה פירן א גרויסארטיגע באטע ביי הר"ר יצחק אייזיק ראטה ני"ו, מחשובי התושבים. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פארלערנען שב"ק אינדערפרי פארן דאווענען דעם שיעור אין פעולות הצדיק, נאכן דאווענען סיפורי מעשיות, זאגן תורה ביי שלש סעודות, און דעם שיעור אין א דף גמרא בבלי און ירושלמי מוצש"ק נאך מעריב. קרית ברסלב בלעטל פרשת בראשיתהשבת נועם הנשמות

    < זעה מער כו תשרי תשפ 📝
  • י"ח תשרי - יום ב' דחוה"מ סוכות - 209'טע יארצייט פון הייליגן רבין זי"ע

    קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט וועלן זיך חסידים ואנשי מעשה וועלן זיך צוזאם קומען אין אלע שטעט אין צענטערן איבער די וועלט, צו פראווען דעם יארצייט פון הייליגן רבין זי"ע, וואס פאלט אויס אין די צווייטע טאג חול המועד סוכות, אין די טאג פון אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ווי מען וועט שמועסן און חזרן דעם הייליגן רבינס עצות און חיזוק, און זיך מחזק זיין אויף ווייטער צו לעבן מיט די הייליגע עצות, און זיך טיילן מיט די גרויסע ירושה וואס דער רבי האט אונז איבערגעלאזט. אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען מיטוואך נאכט דעם ערשטן טאג חול המועד, אור ליום י"ח תשרי, אום 8:00 ווי מען וועט פאווען דעם יארצייט קעגן איבער דעם בנין הישיבה אינעם גרויסן פארקינג לאט ווי עס איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסע שיינע סוכה ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה און פראווען די יארצייט סעודה פונעם הייליגן רבין זי"ע. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה געבן א שמועס מיט דברי הדרכה און חיזוק, אזוי אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד שמחת בית השואבה. אין שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי וועט מען זיך צוזאם קומען אי"ה דאנערשטאג נאכמיטאג דעם צווייטן טאג חול המועד אום 6:00, ווי מען וועט פראווען אינאיינעם דעם יארצייט פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שמועס אין חיזוק והדרכה. נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד שמחת בית השואבה. תאו והתכנשו להילולא דרבינו

    < זעה מער יא תשרי תשפ 📝
  • רענאוואציעס אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג

    אין די לעצטע עטליכע וואכן - ווען רוב ציבור האט זיך געפינען אין די קעטסקילס - האבן די עסקנים אריינגעלייגט גרויסע כחות איבערצופרישן דעם בית המדרש, מען האט געסקרעיפט דעם פלאר, און שיין איבערגעמאכט די ווענט, געפארבט און פארראכטן אלעס וואס האט זיך אויסגעפעלט. דער גרויסער היכל וועלכע דינט שוין צענדליגע יארן אלץ א צענטראלע ביהמ"ד פאר די קהילה, ווי מען דאווענט און מען לערנט יעדן טאג, עס קומען דארט פאר פארשידענע כינוסים במשכ'ן יאר, ווי יארצייט סעודות, מסיבות, שמחות, א.א.וו. אזוי אויך דינט עס א גאנצע וואך במשך אלע שעות פון טאג אלץ בית המדרש פון די הייליגע ישיבה ווי די בחורים זיצן און לערנען, אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר דא אין בית המדרש עטליכע שיעורים א טאג, איין שיעור אין גמרא אינדערפרי פארן דאווענען, א שיעור אין גמרא פאר די בחורים אינמיטן טאג, און א שיעור אין התחזקות יעדן נאכמיטאג, אזוי אויך געבט דער ראש ישיבה שליט"א א שיעור פאר אינגעלייט יעדע דאנערשטאג אווענט, ועל כולם קומט פאר אינעם בית המדרש די וועלט בארימטע חתונות בחנם, ווי די שמחה איז עד לב השמים, און מען טאנץ מיט אזא שמחה אזש די ווענט שפירנגען מיט. דאס אלעס האט צוגעברענגט אז דער בית המדרש איז געווארן אפגענוצט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל איבערפרישן דעם בית המדרש דער בית מקדש מעט ווי עס פאסט פאר א הייליג ביהמ"ד. א ספעציעלע דאנק קומט זיך פאר העסקן הדוגל מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו פון "אפעל וואודווארקס" וואס יום ולילה לא ישבות, און האט אריינגעלייגט גאר אסאך צייט, כח און געלט, לפאר ולרומם בית ה'. די זכותים וואס וועט בעז"ה ארויסקומען פון דעם בית המדרש, ווי עס וועט געלערענט ווערן צענדליגע טויזנטער שעות תורה, פילע הונדערטע אידן וועלן באקומען פון דא טאנען פון חיזוק און האפענונג, מיליאנען דאלער אידיש געלט וועט בעז"ה דא געשפארט ווערן, וועט אוודאי גיין אויפן קאנטע פון די אלע עוסקים במלאכת הקודש.

    < זעה מער כח אב תשע"ט 📝
  • פינפטע קידוש גענצליך בחנם אין ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש בלומינג גראוו

    אין שטעטל בלומינג גראוו בשכינות פון קרית יואל, איז פארהאן א לעכטיג ווינקל, ווי אלע אינעם געגענט ווייסן, אז סיי ווען מ'דארף נאר א גוט ווארט, מ'זוכט צו שעפן אמונה יראת שמים דארף מען בלויז צוגיין צום שיינעם ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש בלומינג גראוו אויף 24 מעריוואוד לעין, ווי מ'וועט אריינבלאזן אין זיי א נייע גייסט, און זיך אויפפרישן נאכאמאל צוריק צוקומען צום אייבערשטן און ווידער אנהייבן פון יעצט. דעם שבת קודש פרשת ואתחנן העבר עלינו לטובה - קנאפע צוויי יאר נאכדעם וואס די טויערן פונעם ביהמ"ד האבן זיך געעפענט - איז אפגעצייכענט געווארן דער פינפטער קידוש גענצליך בחנם, ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז אייביג אויס, אז עס איז א שאד אויסצוגעבן אידיש געלט פאר כבוד המדומה, און איז מעורר אז מ'זאל ענדערש אויסגעבן דאס געלט פאר צדקה, מצוות און מעשים טובים וואס דאס נעמט מען מיט לנצח נצחים, און נישט פארפאטשקען די יארן צו ארבעטן פאר טייערע שמחות. דעפאר פראוועט מען דארט די שמחות מיט נישט ווייניגער פרייד און שמחה ווי דער וואס געבט אויס א פארמעגן און פאר'חוב'עצט זיך דערפאר, אבער אן די אלע נארישע ספענדערייען. &nbsp; דער קידוש קומט פאר אויף קעיק און טשאלענט וואס ווערט סייווי געגעבן אין ביהמ"ד יעדע וואך שבת קודש נאכן דאווענען בהתנדבות פון די מתפללי בית המדרש, ווען דערביי לערנט מען פאר די הייליגע מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט, מיט די הקדמות וואס מוהרא"ש ז"ל האט אונז אראפגעברענגט, וואס פון דעם לערנט מען זיך ארויס גוטע עצות וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן און האבן א גוטע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער יט אב תשע"ט 📝
  • היינט נאכט: רייכע נאכטמאל אין וויליאמסבורג לטובת די בארימטע כולל היכל הקודש ברסלב

    היינט מיטוואך נאכט פרשת חוקת וועט בעז"ה פארקומען א שיינע מסיבה לטובת די בארימטע ברסלבע כולל וואס ווערט אנגעפירט דורכן ראש ישיבה, ווי עס הארעווען אינגעלייט און זענען זיך ממית באהלה של תורה מתוך הדחק, טייערע אברכים וואס תורתם אומנתם, און זענען זיך משלים אין די הייליגע ווענט פון כולל מיטן לערנען ש"ס ופוסקים. דער נאכטמאל וועט אי"ה פארקומען אין שטוב פון מו"ה יצחק אייזיק ראטה הי"ו אויף 517 דיקאלב עוו. אין ניי וויליאמסבורג אום אכט אזייגער. עס וועט אי"ה סערווירט ווערן א רייכע נאכטמאל פאר אלע משתתפים. עס וועט אי"ה זיין א רייכע פראגראם. אום 7:45 וועט זיין א טשאלענט באפעי, אום 8:00 וועט מען עסן א געשמאקע נאכטמאל בשבת אחים גם יחד, אום 8:25 וועט מען הערן פון מו"ה יענקי פיש הי"ו איבער "מיין ערשטע ראש השנה אין אומאן", אום 8:45 וועט מען אי"ה הערן פון מו"ה יואלי מאשקאוויטש אי"ה איבער זיין ערשטע זומער מיטן ראש ישיבה, און אום 9:00 וועט מען אי"ה הערן פון מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו איבער "מיין זשאב איז גרינגער ווייל איך לעב מיטן אייבערשטן, אום 9:20 וועט מען אי"ה דאווענען מעריב, און אום 9:30 ווען מען האבן א סופרייז גאסט וואס וועט פארשטעלן "איך האב פארלוירן מיין רעצל אין קיעוו". &nbsp; הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד

    < זעה מער ז תמוז תשע"ט 📝
  • שיינער יום טוב שבועות און שבת באווארפן ביים ראש ישיבה

    א שיינער שבת באווארפן נאכגעפאלגט מיט א דערהויבענעם יום טוב איז געפארוועט געווארן אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג במחיצתו פונעם ראש ישיבה שליט"א - לעצטע הכנות צום חתונה היינט אין בית המדרש שבת קודש אינדערפרי לכבוד די שמחת עלי' לתורה, זענען די צוויי זיידעס פונעם חתן הרה"צ דער רב הצעיר פון קארלסבורג שליט"א (וואס איז געקומען צו גיין א וועג פון צוויי שעה פון זיין הויז אין בארא פארק) און הרה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק מווייטצען זצ"ל, ארויפגעקומען צו שחרית. הרה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א איז מכובד געווארן מיט שחרית. דערנאך ביי קריאת התורה, ווען דער חתן האט עולה געווען לתורה, האט מען אים באווארפן פון ווייבער שול מיט פשוטע צוקערלעך. א גרויסער עולם איז געקומען צום קידוש אנווינטשן דעם חתן און מחותנים און זיידעס. * שבועות ביינאכט, אום 2:00 איז מען זיך צוזאם געקומען, און מען האט געזאגט צוזאמען דעם תיקון מיט א געשמאק, און דערביי געזונגען שיינע ווארימע ניגונים. שפעטער איז מען זיך צוריק געקומען שחרית. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד שחרית, און דער בעל קורא האט געליינט אקדמות. נאכן דאווענען ביים קידוש האט דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אסאך מענטשן טראכטן "שבועות איז נישט פאר מיר, שבועות איז נאר פאר הימל מענטשן, זיי זענען מקבל די תורה, איך בין צו א פשוטער מענטש" האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דער אמת איז פונקט פארקערט, דער אייבישטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים, זיי האבן נישט קיין נסיונות. דער אייבישטער דארף דיר פשוטער מענטש. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם אז צוויי היימישע אידן זענען ל"ע פלוצלינג אוועק דעם שב"ק, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען דארף נישט יעצט אנהייבן לעבן אין א פאניק, נאר פארקערט: קומסט אהיים, דו לעבסט דיין ווייב לעבט די קינדער לעבן? דאנק דעם אייבערשטן. ביידע טעג יום טוב איז געווען מילכיגע קידוש אין שול. אזוי אויך האט דער ראש פארגעלערענט יעדן טאג דעם דף בבלי און ירושלמי. פארן דאווענען ביידע טעג, א האלבע שעה, האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א שיינע שיעור אין פעולת הצדיק, אזוי ווי יעדע שבת. שבועות האט מען גערעדט איבערן ענין פון "פאטשן ביים דאווענען", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז פאטשן קען מען נאר שטילערהייט פאר דיר, און מען טאר איבערדרייען דעם שול מיטן פאטשן און שרייען קולות "אוי" וכו' אז יעדער זאל קוקן אויף דיר. אויך האט מען ארומגערעדט איבער די שוועריקייטן וואס דער הייליגער רבי נתן האט געהאט אנפאנג פון זיין התקרבות. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שיחת הרן סימן ע"ו, פון אינעווייניג ווי דער הייליגער רב שרייבט אז מ'זאל נישט נעמען צום הארצן אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, ווייל זאגן הייסט געלערענט, און וואס לערנסט ביים לעבן און דו פארשטייסט עס נישט, וועט מען דיר אויסלערנען נאך די הונדערט און צוואנציג אויף יענע וועלט. * יעצט דינסטאג אסרו חג מיטאג, בעת מען שרייבט די שורות, ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צום חתונה פון החתן שלמה דער עלסטער זון פון ראש ישיבה, וואס קומט פאר בעז"ה היינט נאכט אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג.

    < זעה מער ח סיון תשע"ט 📝
  • שיינע שיעור לילי שישי הכנה לחג השבועות

    יעדע וואך דאנערשטאג נאכט-ליל שישי אום 9:00 קומט דער ראש ישיבה און גיבט א שיעור ספעציעל פאר אינגעלייט, ווי די תלמידים קומען צו גיין פון נאנט און ווייט צו הערן דברי חיזוק עצות והדרכה פונעם ראש ישיבה אויפן וועג פון הייליגן רבין, ווי ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. די וואך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דער הייליגער פרייליכער יום טוב שבועות הממשמש ובא, און די חיזוק פאר אונז וואס מיר דארפן ארויסנעמען. שבועות - האט דער ראש ישיבה געזאגט - איז א מנהג צו עסן מילכיגס. מילך איז די שפייז פון ניי געבוירענע קינדער, דאס קומט אונז צו ווייזן אז מיר דארפן זיך באנייען און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן ווי א ניי געבוירן קינד וואס האט נישט קיין עבר. אזוי אויך עסט מען מאכלים פון קעז. וויאזוי מאכט מען קעז? פון פארדארבענע מילך. דאס קומט אונז ווייזן אז אפילו דו ביסט חס ושלום אראפ געפאלן, דו פילסט זיך פארדארבן, דו שמעקסט נישט גוט, דארפסטו וויסן אז אויב דו קומסט צוריק צום אייבערשטן, קען פון דיר ארויסקומען זייער שיינע זאכן, דו קענסט נאך האבן א שיינע לעבן. דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט פונעם תיקון ליל שבועות. דער עיקר תיקון - האט דער ראש ישיבה געזעגט - איז די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע סדרה, ווייל אז מ'לייגט שוין צו, פארוואס זאל מען נישט צולייגן גאנץ שיר השירים, מגילת רות, די עשרת הדברות, און אזוי ווייטער? צולייגן האט נישט קיין שיעור, און דערנאך מיינען מענטשן אז דער תיקון איז א גאנצער דיקער ספר, און ווערן אנטמוטיגט פון אפילו נאר אנהייבן. און דאס איז א גרויסע שאד, ווייל עס שטייט אז דאס אויפזיין און דאס זאגן דעם תיקון, און דערנאך גיין אין מקוה פארן עלות ברענגט מורא'דיגע תיקונים פארן מענטש, ער קומט צו צו שער החמישים, און איז א שאד צו דערלייגן די אלע גרויסע תיקונים. דערפאר איז גוט מ'זאל זאגן דער עיקר תיקון, ווי דער בית הדפוס האט אזוי שוין געדרוקט דער "תיקון ליל שבועות", און עס זאגן מיט א שמחה. דערנאך איז כדאי צו זאגן די תרי"ג מצות, צו וויסן וואס מיר גייען מארגן מקבל זיין ביי קבלת התורה. וואס מיינט אז "מ'באקומט א תיקון"? וואס מיינט "שער הנ'" א.א.וו. דארף מען וויסן אז מען דארף נישט וויסן, מיין פליכט איז בלויז פאלגן וואס די תורה און די צדיקים זאגן אונז. די אלע גרויסע תיקונים ווערן ממילא, צי איך פארשטיי יא, צי איך פארשטיי נישט. דא &nbsp;אין ישיבה זאגט מען דעם תיקון ליל שבועות איאיינעם מיט א געשמאק, און אינצווישן יעדע לימוד זינגט מען שיינע ניגונים. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ביי די חתונה פון זיין זון קומענדיגע וואך אסרו חג שבועת קען יעדער קומען זען וויאזוי א פרייליכע חתונה אן חובות זעט אויס, די חתונה קאסט ווייניגער ווי די א בר מצוה (וויל א בר מצוה קאסט לכל הפחות צוויי פאר תפילין, ווי דער רבי האט געבעטן מ'זאל לייגן רש"י און ר"ת פון די בר מצוה, און פאר תפילין לוינט זיך צו אינוועסטן אויף די הידורים). ארכיוו בילדער פון איינער פון די ליל שישי שיעורים

    < זעה מער ד סיון תשע"ט 📝
  • די דריי שולן פון היכל הקודש אין קרית יואל וועלן בעז"ה זיין אפן קומענדיגן יום טוב הבעל"ט

    קרית יואל. &ndash; &nbsp;אין א מודעה וואס קהילת היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל האט ארויסגעשטעלט ווערט געמאלדן אז אלע דריי בתי מדרשים פון היכל הקודש אין קרית יואל והגלילות וועלן בעזרת השם זיין אפן צום דינסט פונעם ציבור אנ"ש און געסט אויף אלע תפלות פון גאנץ יום טוב שבועות הבעל"ט בעז"ה. די בתי מדרשים אין קרית יואל זענען באקאנט אין די גאנצע שטאט, פאר א פלאץ ווי יעדע איד קען אריינקומען פאר א געשמאקע שבת קודש דאווענען, בפרט איז באקאנט די חיזוק דיבורים וואס ווערט געהערט יעדע שב"ק ביי סיפורי מעשיות נאך שחרית און ביי שלש סעודות. ווי מ'זעט יעדע וואך פילע אידן פון די גאנצע שטאט און אזוי אויך שכנים, אדער געסט קומען אלץ כסדר, וויסענדיג אז דא איז די פלאץ ווי מען וועט בעז"ה הערן חיזוק עצות און הדרכה אויף צו קענען אנגיין ווייטער בעז"ה, און זיך שטארקן אויף אלע שוועריקייט אין לעבן, און געדענקען אז ווען מ'נעמט אריין דעם אייבערשטן האט מען א זיסע לעבן. די סדר פון שב"ק וועט זיין ווי יעדע שבת קודש, אויסער אז שלש סעודות וועט מען נישט עסן אין ביהמ"ד, און מען פירט זיך צו צוטיילן די סעודה פון שב"ק בייטאג. צו מנחה שב"ק נאכמיטאג וועט מען אי"ה קומען אום 9:00, און דערנאך מעריב. די בתי מדרשים וועלן בעז"ה זיין אפן צו זאגן "תיקון ליל שבועות" א גאנצע נאכט. דער ערשטער טאג שבועות וועט מען בעז"ה דאווענען כותיקין אום 4:25, און אין ביהמ"ד אויף העיס קאורט וועט מען היי יאר נישט דאווענען ותיקין נאר מען וועט דאווענען אי"ה 10:30, און דערנאך וועט זיין בעז"ה צוגעשטעלט א מילכיגע קידוש. מנחה דער ערשטער טאג יו"ט וועט בעז"ה זיין אום 8:45. שחרית דער צווייטער טאג וועט זיין אום 10:00. דער צווייטער טאג יום טוב נאכמיטאג וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען אום 8:30 צו מנחה און נעילת החג. ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד.

    < זעה מער ב סיון תשע"ט 📝
  • שיינע שבת מברכים סיון מיטן ראש ישיבה אין שטעטל בלומינג גראוו יצ"ו

    פארגאנגענעם שבת קודש פרשת בחוקותי שבת מברכים סיון, איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעקומען צו מחזק זיין דעם שיינעם בית המדרש היכל הקודש ברסלב, וואס איז געגרינדעט געווארן גענוי צוויי יאר צוריק א שבת בעפאר שבועות תשע"ז, אינעם נייעם בליענדן שטעטל בלומינג גראוו יצ"ו אין שכנות פון קרית יואל. שבת קודש אינדערפרי נאך מוסף און תיקון הכללי איז געווען א שיינע קידוש נאכן דאווענען. ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט סיפורי מעשיות, און האט געזאגט אז דער רבי האט געזאגט "איך זע אז תורה'ס העלפט שוין נישט וועל איך אנהייבן צו פארציילן מעשיות", און אין די מעשיות האט דער רבי אריינגעפלאכטן מוסר עצות און הדרכה צו נוצן טעגליך אין לעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז רבי עקיבא האט געזאגט "איך וואונדער זיך צו מ'קען נאך היינט זאגן מוסר", האט דער ראש ישיבה ערקלערט, אז דער רבי האט געזאגט אז "מ'דארף וויסן וויאזוי צו זאגן מוסר. נישט יעדער איז ראוי צו זאגן מוסר, דער וואס ווייסט נישט ווי צו זאגן מוסר, קען נאך חלילה ערגער מאכן", און ווי רבי נתן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "פאר יעדע לעפל מוסר, דארף מען א גאנץ שיסל התחזקות". דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער סדר דרך הלימוד. און ארויסגעברענגט אז מ'האט יעצט געזאגט "חזק חזק", די אלע וואס האבן געפאלגט מוהרא"ש און מעביר סדרה געווען ווי די הלכה אין שו"ע יעדע וואך אנגעהויבן פון זונטאג, איז א גרויס שמחה ביי זיי היינט אז מ'האט זוכה געווען נאכאמאל צו ענדיגן גאנץ ספר ויקרא. אבער פארקערט ווער עס וויל נאר שלימות, און ווארט ביז פרייטאג צו מעביר סדרה זיין נאכן דאווענען מיט תפילין וכו' וכו', איז ער יעצט נעבן א "חוזק חוזק". דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט מיט מעורר זיין אז יעצט אין די זומערדיגע לאנגע שבת נאכמיטאגס, בלייבט נאך איבער גענוג צייט נאכן סעודה, שלאפן און פארברענגען מיט די משפחה, אריינצואכפן אויך עפעס צו לערנען ביז מנחה. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון תפלה - רעדן צום אייבערשטן, בפרט אז מ'געפינט זיך דא אינדרויסן פון שטאט, ווי מ'קען לעבן און אטעמען מיטן אייבערשטן, דא איז מען ארומגענומען מיט גראז און ביימער. דער ראש ישיבה פארציילט אז אמאל איז דער רבי געפארן מיט א בעל עגלה, און עס איז געווארן א טרעפיק, איז דער בעל עגלה אריינגעפארן אין וואלד און געזאגט פאר רבין "איך פאר אראפ פון די געהעריגע וועג, איך לאז אויס דעם טרעפיק, אבער דארנאך קום איך צוריק צום אלטן וועג", האט דער רבי זיך צעפייערט און געזאגט פאר די ארומיגע "איך טו דאך אויך די זעלבע זאך, עס זעט אויס ווי איך האב גענומען א נייע וועג, אבער באמת איז דאס גאר אן אלטן וועג, דער וועג פון אונזערע אבות אברהם יצחק און יעקב", און האט ארויסגעברענגט אז רעדן צום אייבעשטן איז נישט קיין "ברסלבע זאך", צום ביישפיל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - אין סאטמאר האט מען זייער אסאך גערעדט אז מ'טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, כאטש עס איז קלאר אז דאס איז דער אמת, מיט דעם אלעם, ווען איינער רעדט פון דעם אז מ'טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, זאגן אים מענטשן "ביסט א סאטמארער", די זעלבע זאך - האט דער ראש ישיבה געזאגט - איז מיטן רעדן צום אייבערשטן, אלע צדיקים האבן גערעדט פון דעם, נאר ווייל אין ברסלב האט מען זייער אסאך גערעדט פון דעם, ווייל דאס איז געווען אן עיקר ביים רבין, מיינט מען אז עס א "ברסלבע זאך". עס מאכט זיך ליידער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - מ'מאכט חתונה א קינד, און געענדיגט, מ'הערט מער נישט פון אים, די עלטערן קענען קוים ווארטן צו הערן א ווארט, א קאל, און פלוצלינג דער טעלעפאן קלינגט, דער קינד זיך דערמאנט אז ער האט א טאטע, וואס פארא שמחה איז דאס פארן טאטן! די זעלבע זאך פי כמה וכמה, באין שיעור וערך, דער אייבישטער ווארט אז מיר זיינע קינדער זאלן טראכטן פון אים און רעדן צו אים, וואס פארא שמחה ווערט אין אלע וועלטן ווען א איד דערמאנט זיך פונעם אייבערשטן, און זאגט אפילו נאר איין ווארט צום אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז יעדע מענטש גייט דורך שוועריקייטן, און וויל זיך אויסצורעדן, אנשטאט זאלסט יעצט גיין צו א פסיכאלאג, און צאלן שווערע געלטער, ענדערש גיי צום אייבערשטן און רעד זיך אויס צו אים. דער פסיכאלאג קען זיך אליינס אפילו נישט העלפן, אפילו ווען ער זאל וועלן, אבער דער אייבישטער ווארט פשוט אויף דיר זאלסט רעדן צו אים, און נאר פאר האט ער דיר געשיקט דיין ענגשאפט. קוק אין ביהמ"ד וועסטו זען, ווער נעמט ארויס א תהלים? נאר איינער וואס פעלט אים עפעס. דערנאך איז דער שמועס אריבער צו סדר דרך הילמוד. דער ראש ישיבה האט געזאגט אויב דו האסט א חברותא מיט וועם דו לערנסט, געב עס נישט אויף, אבער מאך דיך א חשבון, וויפילט טעג א יאר האסטו נישט קיין חבורתא, צ.ב. שבת, ערב שבת, און אזוי ווייטער, צוזאמען קען עס אויסקומען א גוטע 100 ביז 150 טעג א יאר. מאך דיר א באזונדערע סדר - אויסער דיין חברותא - יעדן טאג צו "זאגן" א בלאט גמרא, און אפאר פרקים משניות, און אזוי ווייטער. נאך מעריב האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דף בבלי און ירושלמי, און מיט דעם האט זיך דער שיינער געהויבענער שבת געשלאסן.

    < זעה מער כח אייר תשע"ט 📝
  • שיינע סעודת ל"ג בעומר אין ישיבה

    נעכטן מיטוואך אווענט איז זיך א שיינע ציבור אנשי שלומינו צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. צו אפרעכטן א סעודת ל"ג בעומר און זיך מחזק זיין מיט די הייליגע לימודים פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און מען האט געזונגען שיינע ניגונים פון ל"ג בעמור און די זמירות פון ל"ג בעומר, און דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט אנגעהויבן מיט ארויסברענגען אז אפילו די וואס זענען נישט אין מירון קענען זיך מקשר זיין פון וואו אימער מיט רבי שמעון דורך לערנען די ווערטער פון דעם הייליגן תנא. רבי שמעון בן יוחאי זאגט (בכורות לא:): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁאוֹמְרִים דְּבַר שְׁמוּעָה מִפִּיו בָּעוֹלָם הַזֶּה שִׂפְתוֹתָיו דּוֹבְבוֹת בַּקֶּבֶר", יעדעס מאל מען זאגט די ווערטער פונעם צדיק, שאקלען זיך די ליפן פונעם צדיק און עס איז אזוי ווי דער צדיק לעבט; קומט אויס אז ווען מען לערנט די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי אין משניות, גמרא און זוהר - איז אזוי ווי מען שטייט ביי רבי שמעון און מען קען אים בעטן אלעס וואס מען דארף. דער ראש ישיבה האט צוגעברענגן פון הייליגן רבין וואס זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סב): אז "דְּרִיכַת הַקֶּשֶׁת בְּלַ"ג בָּעוֹמֶר הִיא סְגֻלָּה לְבָנִים", עס איז א סגולה פאר קינדער אז מען זאל שיסן ל"ג בעומר מיט א פייל און בויגן; מוהרא"ש איז דאס מסביר מיט די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש שיר השירים רבה א, ל) אז א פאר-פאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי וויל זיך גט'ן היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאך נישט נפקד געווארן מיט קינדער, האט זיי רבי שמעון געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן. דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, און ווען עס איז אריבער אביסל צייט איז ער אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און ער איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריין לייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן, צו מארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת ווען מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!" זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר זאג איך אייך צו איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי. האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, אז מוהרא"ש זאגט אז דאס איז פשט אין דעם וואס דער רבי זאגט אז שיסן מיט א פייל און בויגן ל"ג בעומר, און מען נעמט אריין אין זיך דעם לימוד פון רבי שמעון וואס האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (זוהר הקדוש נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער זאך איז 'זיך ליב איינער דעם צווייטן', - דורך דעם איז מען זוכה צו קינדער און צו אלע ברכות. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די גרויסע אחריות וואס עלטערן האבן זיך צו מוסר נפש זיין עס זאל זיין שלום אין שטוב; דער מאן זאל מוותר זיין פאר זיין ווייב און די ווייב פאר'ן מאן כדי אז די קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע געזונטע קינדער. אזוי אויך זאל מען לעבן בשלום מיט די משפחה און שכנים, און זיכער צווישן אונז תלמידי היכל הקודש. דאס האט רבי שמעון בן יוחאי אריין געברענגט אין זיינע תלמידים, מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. ער האט געזאגט (זוהר הקדוש נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז 'זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן'; מוהרא"ש זאגט אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט איבער דעם וואס מענטשן פרעגן דארף מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף אדער דארף מען זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און זיין צופרידן? האט דער ראש ישיבה מסביר געווען אז מען דארף ביידע, פון איין זייט דארף טאר מען נישט האבן קיין טענות אויפן אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט ווי לאנג א מענשט לעבט דארף מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף און קיינמאל נישט אויפגעבן. דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז היינט נאכט וועט נישט זיין קיין שיעור ווי יעדן דאנערשטאג; עס איז דא א חתונה אין ישיבה. און האט געזאגט אז עס איז כדאי צו קומען זען די חתונה, די שמחה פון די מחותנים און די שמחה פון חתן כלה. און זען אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונה, עס איז א חתונה בחנם אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט. אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו קליפ: מען טאנצט לכבוד ל"ג בעומר קליפ: סעודת ל"ג בעומר ודברות קודש פון ראש ישיבה קליפ: הפצה ביים ציון הק' רשב"י בילדער

    < זעה מער יח אייר תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 33 results

1 2 3
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com